☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

241 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11257
בלאט: 1 2 3 4 5

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מערץ 7, 2017 8:16 pm

· #364810
עפעס הער איז אז איז ארויס געקומען א גילוי דעת פון ר' משה גרין ....

ווייסט איינער איבער דעם?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 7, 2017 8:36 pm

· #364818
התם ומתמם עם תמימים
עפעס הער איז אז איז ארויס געקומען א גילוי דעת פון ר' משה גרין ....

ווייסט איינער איבער דעם?

ווער וויל וויסן?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 7, 2017 9:23 pm

· #364828
איש את רעהו: ווער איז דער אורח הכבוד אין בעלזא...? איז ער א איד מיט א קאפל...? אפשר גאר דער געוועזענער הויפט ראביי פון ענגלאנד, ראביי סאקס...?!

די פראבלעם מיט די הילוך המחשבה פון א טייל פון די יוצאי ותלמידי ק"ק סאטמאר איז, אז וויבאלד זיי/אונז האלטן זיך צו די שיטה פון התבדלות מ'ציונות און פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל. מיינען זיי אז די גאנצע וועלט מוז אויכעט אזוי האלטן. און אויב איינער גייט נישט מיט צולאטשעטע פיאות אזוי ווי דער איד אין קרויס שטריימלעך קאמערשל, אדער טיילט ער נישט שומרים קארטלעך פאר קינדער, איז ער שוין אסור לבוא בקהל. און ווער ס'רופט איהם צו מסיבות, וכל שכן אויפטרעטן מיט דרשות, דער איז שוין אויטאמאטיש פסול, ביזן זיבן דורות צוריק.

אבער די וועלט. די אידישע וועלט. די ערליכע אידן פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל מעסט אנדערש. אויב איינער איז א שומר תורה ומצוות. מעג ער זיין אפילו פון מזרחי/מפד"ל אדער אגודה איז ער אן ערליכער איד לכל דבר. שמירת התורה ומצוות לחוד ואידעאלאגיע לחוד. דאס וואס ס'טוט וויי פאר א סאטמאר'ע איד און ווערט פאררעכנט פאר אן עוולה קען נישט וויי טון פאר א נארמאללן וועלטליכן ערליכן איד. דער הילוך המחשבה איז אינגאנצן אנדערש.

און אפילו א נישט ערליכער איד, א תינוק שנשבה. וועלכער געט רעספעקט און דרך ארץ פאר ערליכע אידן, איז אויכעט א וואוילער איד...!

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 7, 2017 11:07 pm

· #364847
berlbalaguleh
איש את רעהו: ווער איז דער אורח הכבוד אין בעלזא...? איז ער א איד מיט א קאפל...? אפשר גאר דער געוועזענער הויפט ראביי פון ענגלאנד, ראביי סאקס...?!

די פראבלעם מיט די הילוך המחשבה פון א טייל פון די יוצאי ותלמידי ק"ק סאטמאר איז, אז וויבאלד זיי/אונז האלטן זיך צו די שיטה פון התבדלות מ'ציונות און פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל. מיינען זיי אז די גאנצע וועלט מוז אויכעט אזוי האלטן. און אויב איינער


גור וכו' זענען קיינמאל נישט איינשטימיג געווען
די חתימות הרבנים זענען געווען נאר ביים בעלזער

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 8, 2017 12:11 am

· #364852
תורה ומדע
זעהט אויס אז דו הייבסט נישט אהן משיג צו זיין דער מהר"א מבעלז.
אויב דו ווילסט בעסער פארשטיין ליין אבדשעקטיבלי די פאלגענדע ספרים:
הרה"ק מבעלזא , בצלאל לנדוי.
בקדושתן של אהרן, פרלאוו.
ספרי הרב ארטנר מלוד
בקדש פנימה, יצחק לנדוי.
ועוד


איך זעה שוין פון ווי דיין 'אינדעפענדענט ריסערזש' קומט

איך אויך » מיטוואך מערץ 8, 2017 12:34 am

· #364856
זאגסטו אז מען דארף ענדערש ליינען טעלערל מיט סילוף צו וויסן ווער בעלזער רב ז''ל איז געווען, כ'הער.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 8, 2017 1:27 am

· #364862
איש את רעהו
berlbalaguleh
איש את רעהו: ווער איז דער אורח הכבוד אין בעלזא...? איז ער א איד מיט א קאפל...? אפשר גאר דער געוועזענער הויפט ראביי פון ענגלאנד, ראביי סאקס...?!

די פראבלעם מיט די הילוך המחשבה פון א טייל פון די יוצאי ותלמידי ק"ק סאטמאר איז, אז וויבאלד זיי/אונז האלטן זיך צו די שיטה פון התבדלות מ'ציונות און פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל. מיינען זיי אז די גאנצע וועלט מוז אויכעט אזוי האלטן. און אויב איינער


גור וכו' זענען קיינמאל נישט איינשטימיג געווען
די חתימות הרבנים זענען געווען נאר ביים בעלזער

איש את רעהו: השמע לאזנך את דבריך. גור, וכו' זענען קיינמאל נישט איינשטימיג געווען... גער האט נישט נאר געחתמ'ט אויפ'ן חוב קדוש. נאר זיי האבן אויך געשיקט שליחים. נציגים, ידועים ליראי השם. צו די אזוי-גערופענע כנסת המינים. א זאך וואס בעלזא האט נישט געטון...!

יעלה ויבא » מיטוואך מערץ 8, 2017 7:20 am

· #364871
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
התם ומתמם עם תמימים
עפעס הער איז אז איז ארויס געקומען א גילוי דעת פון ר' משה גרין ....

ווייסט איינער איבער דעם?

📎 IMG-20170307-WA0153.jpg

lead, follow, or get out of the way

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 8, 2017 7:41 am

· #364874
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
אז מ׳האט איינמאל זיך אראפ געשלעפט די הויזען ברבים, דארף מען זיי ווידער אויפהייבען און פראבירען צו פארגעסען דערפון. אראפ שלעפען די גאטשעס איז נישט דער לעזונג.
׳ידידי מאז׳, איז עפעס א תירוץ? ווען זיי זענען נישט ידידים איז ער יא גרייט צו חתמ׳נען א צעטעל אויף עפעס וואס ער ווייסט נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 7:55 am

· #364875
קאווע טרינקער
התם ומתמם עם תמימים
עפעס הער איז אז איז ארויס געקומען א גילוי דעת פון ר' משה גרין ....

ווייסט איינער איבער דעם?
📎 רבי משה.jpg







ווער וויל וויסן?

ליין איבער די ווערטער פון הרה"ג רבי משה, זייער אסאך ווילן וויסן וואס ער זאגט
און עס איז אינטערסאנט טאקע צו וויסן אויף וועלכע חלק ער האט יא געחתמט און אויף וואס ער האט נישט מכוון געווען בעת די חתימה
אזויפיל זעהט מען יא, אז די באטרעפענדע אויף וועם די צעטיל איז ארויס געקומען געבן נאך אזויפיל יחס צו די רבנים, אז מען לייגט אויף זיי דרוק, און מען רייסט זייערע צעטליך
די מחתימים מאכן זיכער אז די פובליסיטי פינעם קו"ק זאל גיין 2 פאכיג, איינס בעת די חתימת הקול קורא, און דערנאך ווען די חותמים דארפן זיך ענטשולדיגן

..
עס איז ווערד באזינדער צו אויסשמועסן די נקודה וואס רבי משה שמועסט אויס בנוגע אז די אדמו"ר האט חשובע אידן אינטער זיך, איז עס טאקע עפ"י הלכה א מעכב נישט צו זאגן א דעה אויף א מענטש אויב יענער האט במצודתו חשובע לייט? לדוגמא הרב שך האט געהאט עיכובים בנוגע זיין פערסענעל ארויסטריט קעגן ליבאוויטש בזמן וואס זיי האבן פארמאגט גאלדענע אידן ?

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 8:49 am

· #364882
אין די צייטען פון דוד אלרואי איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון יעקב פרנק איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון שבתי צבי איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון יש"ו הנוצרי איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון שלמה מולכו איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון אברהם אבולעפיה איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון אשר לעמליין איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון יוסף עבדאללה איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון דוד הראובני איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון ענן בן דוד איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון שריע מסוריה איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?

נישט אז מען פארגלייכט זיי צום אדמו"ר, אבער איז געווען א אישו דאס אז די באטרעפנדער האט אינטער זיך וואוילע לייט ?

אהרן » מיטוואך מערץ 8, 2017 8:51 am

· #364883
איש את רעהו

עס איז ווערד באזינדער צו אויסשמועסן די נקודה וואס רבי משה שמועסט אויס בנוגע אז די אדמו"ר האט חשובע אידן אינטער זיך, איז עס טאקע עפ"י הלכה א מעכב נישט צו זאגן א דעה אויף א מענטש אויב יענער האט במצודתו חשובע לייט? לדוגמא הרב שך האט געהאט עיכובים בנוגע זיין פערסענעל ארויסטריט קעגן ליבאוויטש בזמן וואס זיי האבן פארמאגט גאלדענע אידן ?

דיני קו"ק איז זייער א פארצווייגטע, איך מיין אז ביי דעם נעמט מען מער אהן מנהג המקום ווי די עיקרי דינים (קול דממה ס"ק פ"ח), זעהט אויס אז ר משה גרין האט אנדערע מנהגים...

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 9:01 am

· #364885
אויפען צעטיל צייכענען אן די רבנים צו דעם צעטיל📎 בעלז.jpg

די חותמים האבן דאס געטין גענוי ווי אלע חותמים קעגן מחריבי היהדות הנ"ל
מען האט נישט גערעכנט אויף דעם אז תחת חסותו ציילען זיך אויך חשובע אידן.

תורה ומדע » מיטוואך מערץ 8, 2017 9:58 am

· #364891
מה נשתנה?
📎 rabisht.jpg 📎 skulan.jpg 📎 satmar.jpg 📎 satm45.jpg 📎 hasidi3.jpg

תורה ומדע » מיטוואך מערץ 8, 2017 10:04 am

· #364892
ועוד

תורה ומדע » מיטוואך מערץ 8, 2017 10:06 am

· #364893
תורה ומדע
ועוד
📎 220px-SatmarRebbe36.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 8, 2017 10:14 am

· #364896
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
אזעלכע וואנזיניגע שטותים דארף מען נישט פארענטפערען. ווען שבתי צבי טויג נישט, דארף מען זאגען ער טויג נישט. קיינער זאגט נישט אז דער בעלזער רעבע טויג נישט, נאר אז ער האט עפעס געטוהן וואס טויג נישט.

לדעתי האט הרב משה גרין אויסגעזאגט דער סוד. אז דער נושא איז אזוי נעריש, אזש זיין חסידים ידידים זענען שוין א סבה. בקיצור פונקט ווי אין מ"ב, מ׳האט געשלעפט און געמוטשעט אויף חתימות, וואס מאנכע האבען קלאר צוריק געצויגען (שבט הלוי) און מאנכע האבען געלאזט צוואה אז ס׳איז געווען בכפייה (אודווארי רב), אזוי אויך איז דער היינטיגע צעטעל נאנסענס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מערץ 8, 2017 11:21 am

· #364906
לדעתי איז די קול קורא א בזיון און א חרבון פאר יהדות החרדית. אז וועגען אפאר יחידים דארפען א גאנצע קהילה אהיים גיין אין מסביר זיין פאר זייער קינדער אז די אלע רבנים וואס האבען געחתמעט זענען נישט ערליך. אין די קענסט אפילו נישט האבען קיין טענות אויף זיי. ווייל אויב טוהען זיי דאס נישט קענען זייער קינדער חלילה מיינען אז דאס וואס די רבנים האבען געשריבען אויף זייער אייגענע קהילה איז אמת. דערנאך ווינדערט מען זיך ווי די ריספעקט פאר פון די יוגענט איז פאר די רבנים.

איש חזון » מיטוואך מערץ 8, 2017 11:32 am

· #364909
די קעניג פין אמעריקע
אז וועגען אפאר יחידים דארפען א גאנצע קהילה אהיים גיין אין מסביר זיין פאר זייער קינדער אז די אלע רבנים וואס האבען געחתמעט זענען נישט ערליך.

וואס עפעס? מען איז מסביר פאר די קינדער אז געוויסע רבנים זענען נישט גענוג בקי אין דרכי המחלוקת בהלכה, און מיינען אז ווער עס קריגט זיך אויף זיי קומט זיך אים א קול קורא.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מערץ 8, 2017 11:35 am

· #364911
איש את רעהו
פריער אין דעם אשכול איז געווען צווישן ליטוואק און א בעלזע מעריץ א ויכוח צו מען איז יא ממשיך די גאנג פון מהרי"ד זצ"ל מבעלזא צו נישט

עס איז אינטערסאנט דא צו באמערקן א עובדא פון א 3 טאג צוריק אין קהילת בעלזע אשדוד ווי מען האט געהאט אורחי הכבוד פירער פון די פאלגענדע ארגענעזאציע:
סיירת מטכ"ל (בעבר: "יחידה 269" או "יחידה 262"[1]), יחידת קומנדו של מערך המבצעים המיוחדים תחת אגף המודיעין. ייעודה המרכזי הוא איסוף מודיעין מעבר לקווי האויב (ובכלל זה הטמנה של מכשירים לאיסוף מודיעין אותות),[2] אך היא מאומנת בכל סוגי הלוחמה היבשתית. במשך שנים שימשה כיחידת ההשתלטות הבכירה של ישראל, המגיבה לאירועי טרור ופיגועי מיקוח (וזכתה לתהילה בינלאומית בזכות פעולת החילוץ באנטבה), אך בעקבות כישלון החילוץ בפיגוע במעלות, עברה הבכורה בתפקיד זה לימ"מ, יחידת ההשתלטות המיוחדת של משטרת ישראל, שהוקמה ב-1974 במיוחד לתפקיד זה.[3] בסיס הקבע של הסיירת הוא מחנה סירקין בפתח תקווה.[4] מפקד סיירת מטכ"ל הוא אל"מ ח' שמונה לתפקיד במרץ 2016.
סיירת מטכ"ל הצמיחה כמה מהמפקדים והמנהיגים של ישראל, בהם שני ראשי ממשלה: אהוד ברק שהיה מפקד היחידה ובנימין נתניהו שהיה מפקד צוות.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס דער צדיק מהרי"ד זצ"ל מבעלזא וואלט געזאגט צו דעם.

א פיקטשער פון איינע פון די כבוד געסט א 3 טאג צוריק אין בעלזע📎 אורח הכבוד בבעלזא.jpg

די מיסליעדסט די עולם דא. די פיקטשער וואס די האסט ארויפגעשטעלט איז פין הרב שמואל מורנו וואס איז א רב וואס זיין זוהן איז געפאלען בשעת'ן דינען אין מיליטער. נישט קיין פירער פון קיין שום ארגענעזאציע. די פאוסט 3 פאראגרעפען וואס די פארשטייסט בכלל נישט וואס דארט שטייט.

איש חזון » מיטוואך מערץ 8, 2017 11:41 am

· #364912
אגב, ס'איז מיר אינטערסאנט, פארוואס האט עדה החרדית זיך נישט מצטרף געווען צו דעם קול קורא? (אפשר אלץ תושבי ישראל פארשטייען זיי עטוואס בעסער דעם שריט פונעם בעלזער רב? איך פרעג).

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מערץ 8, 2017 11:52 am

· #364914
איש חזון
די קעניג פין אמעריקע
אז וועגען אפאר יחידים דארפען א גאנצע קהילה אהיים גיין אין מסביר זיין פאר זייער קינדער אז די אלע רבנים וואס האבען געחתמעט זענען נישט ערליך.

וואס עפעס? מען איז מסביר פאר די קינדער אז געוויסע רבנים זענען נישט גענוג בקי אין דרכי המחלוקת בהלכה, און מיינען אז ווער עס קריגט זיך אויף זיי קומט זיך אים א קול קורא.

מ'קען נישט קלויבען וואס אנצונעמען פון א רב אין וואס נישט. נישט בקי בדרכי המחלוקת אבער יא בקי און הלכה?? וועט דאס קינד פרעגען ווער זאגט? אפשר וואס ער זאגט אין הלכה איז אויך נישט אמת?? ממילא קען מען נישט האבען קיין טענות אז פון היינט אין ווייטער וועלען די רבנים די חותמים הייסען "נישט ערליכע רבנים" אין די חסידות.
אזוי זעט אויז אינזער יהדות החרדית. יעדער האלט אז יענער איז א שגץ. אין די יונגע בחור דארף מחליט זיי וועלכע קומץ פון מענטשען זענען גערעכט. נישט קיין ווינדער אז אזוי פיהל יונגווארג זענען מחליט "די העק וויט אלל. יו אר אלל ראנג אין ווערען אטד" דאט זענען שילדיג די פאר אימגעשוירענע וואנצעס וואס זענען ארומגעלאפען דרייען א קאפ פאר די חותמים. און פארשטייט זיך די חותמים אליין אויך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 8, 2017 1:06 pm

· #364922
פארוואס זאל מען רעדען פון קינדער? רעד פון דער אמת.
איז דען דא אזא מציאות אז א מענטש זאל טויגען צו איין זאך און נישט צו די אנדערע? זענען מענטשען צומאל מושפע פון עסקנים און דרייקעפ? דו ווייסט אויף א מענטש ווען ער טויג צו עפעס? גיי נאך דיין פארשטאנד און ווייטער געגאנגען.
אט דאס קען מען זאגען פאר קינדער אויך. מ'האט אונז מטפש געווען אז קינדער פארשטייען נישט, ווייל מ'וויל אונז נישט געבען קיין ברירה זיך אויסצודרייען פון די פיהרער'ס. פיהל מענטשען קענען לעבען מיט די פארשטאנד אז דער רב פארשטייט נאר איין חלק פון שו"ע, קינדער קענען און מוזען לערנען אז דער מלמד דארף מען מכבד זיין, אבער צומאל איז ער נישט גערעכט. ס'וועט גארנישט פאסירען.

קומזיץ » מיטוואך מערץ 8, 2017 2:00 pm

· #364926
איש את רעהו
אויפען צעטיל צייכענען אן די רבנים צו דעם צעטיל📎 בעלז.jpg

די חותמים האבן דאס געטין גענוי ווי אלע חותמים קעגן מחריבי היהדות הנ"ל
מען האט נישט גערעכנט אויף דעם אז תחת חסותו ציילען זיך אויך חשובע אידן.

יא איינער וואס פירט א קהילה בדרך התורה והחסידות לוחם מיט טכנולוגיה , מקרב בעלי תשובות , אבער..ער האט זיך געטראפן מיט זיין הויפט פאליטיקאנט וואס מ'דארף צוקומען צו עם כסדר פאר די חרדישער ציבור און ער איז איינער ממחריבי היהדות??!!
אבער איינער וואס גייט און ערכאות ,מזלזל און גדולי ישראל , האט נישט קיין שום השפעה ברחניות אויף זיינע נאכפאלגער ער איז די גדול בישראל??

תורה ומדע » מיטוואך מערץ 8, 2017 2:44 pm

· #364932
ליוואק איז גערעכט ממוז מחנך זיין קינדער אז רבנים קענען און מאכען טעותים לפעמים.

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 4:34 pm

· #364936
תורה ומדע
מה נשתנה?

עס הערט זיך ווי דער שאלת התם

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 4:36 pm

· #364937
די קעניג פין אמעריקע

וועגען אפאר יחידים דארפען א גאנצע קהילה אהיים גיין אין מסביר זיין פאר זייער קינדער אז די אלע רבנים וואס האבען געחתמעט זענען נישט ערליך.


אלע וואס האבן נישט געטויגט האבן די נאכפאלגער געמיזט נעמען א מהלך צו זייערע קינדער וויאזוי מען ספראוועט זיך ווייטער
נו, אשר ע"כ??
ווען הרב שך האט פערזענליך מיט די ליבאוויטשע געפירט א קאמף האבן די ליבאוויטשע אויך געהאט גרויסע פראבלעמען, נו וואס זאל מען טון צוליב דעם ?

תורה ומדע » מיטוואך מערץ 8, 2017 4:54 pm

· #364940
איש את רעהו
תורה ומדע
מה נשתנה?

עס הערט זיך ווי דער שאלת התם

גיט דאס צופארשטיין, ביטע.
דו מיינסט אז מרדכי הצדיק זיצענדיג אויפען פערד רייטענדיג ברחובה של עיר של שושן הבירה האט ענדזשויט יעדע מינוט מיט המן'נען?
נאר א מנהיג באדארף צו טוען וואס ער דארף און ווען ער דארף לטובת הכלל כפי ראות עיניו. דער ענין פון התבדלות קומט נישט אריין אינעם בילד ווען מעו רעדט פון א מענש אין אזא הויכראנקיקער פאזיציע וואס ברצותו קען ער האבען אן אפפעקט אויף יעדער חרדישער איזד אין ארץ ישראל.

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 7:30 pm

· #364968
תורה ומדע
איש את רעהו
תורה ומדע
מה נשתנה?

עס הערט זיך ווי דער שאלת התם


דער ענין פון התבדלות קומט נישט אריין אינעם בילד ווען מעו רעדט ..


יא יא, איך הער וואס דיין מיינונג איז,
די וואס קלערן נישט ווי @תורה ומדע, און קוקן אנדערש אויפן שמועסן אין ספרי בן ארצי מיט א מאן וואס גייט נישט אידישע דרכים, האבן רעכט צו זאגן ברבים זייער דע"ת.

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 8, 2017 8:41 pm

· #364980
איש את רעהו
אויפען צעטיל צייכענען אן די רבנים צו דעם צעטיל📎 בעלז.jpg

די חותמים האבן דאס געטין גענוי ווי אלע חותמים קעגן מחריבי היהדות הנ"ל
מען האט נישט גערעכנט אויף דעם אז תחת חסותו ציילען זיך אויך חשובע אידן.

לזכר בעלמא; דער אפגעריסענע קול קורא איז איינס פון די פינסטערסטע שווינדל טרעפס פון די לעצטע יאר הונדערט. עס איז ברייט און וואויל באקאנט אז א ריזן טייל פון די חותמים האבן קיינמאל געחתמ'ט. ווי צב"ש ספינקא רבי, און טאהשער רבי וכו' וכו'. עס איז געבליבן א ביטערע שאנדס פלעק ביים יהדות שבגולה.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 8, 2017 8:49 pm

· #364983
שתי הערות בדבר: וואס סאטמאר טוט איז אייביג גערעכט. זיי מאכן קיינמאל נישט קיין טעות. יענער איז דער שייגעץ. איי זיי טוען נאך א סאך ערגער. קענען זיי זיך מטהר זיין בק"ן טעמים. נאר יענער טויג נישט...!

די 2'טע הערה: ר' משה גרין, במחכת"ה חתמ'עט אויף א יעדן נארישן קול קורא וואס די סאטמאר'ע פאליטקלי קארעקט קראוד רוקט איהם אונטער. נאכדעם פרעגט ער שאלות. ער וואלט געדארפט פרעגן אט די אלע שאלות פאר ער געט זיין חתימה...!

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 8:56 pm

· #364986
berlbalaguleh

ער וואלט געדארפט פרעגן אט די אלע שאלות פאר ער געט זיין חתימה...!


די דרוק וואס די בעלזא דרוקן האט ער נאר געקענט געוואויר ווערן לאחר המעשה
רח"ש ה"ש רב בסאטמאר מאנסי האט פון פאראויס קענען געלערנט די שכנים זיינע האט ער זיך מסלק געווען נאך איידער רבי משה'ס ידי מסולקת

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 12:45 am

· #365039
כ'האב נישט געוואלט גלייבן אז די פאשקעוויל איז אמת נאר ענדערש האב איך געטראכט אז ס'איז בלויז געמאכט געווארן דורך איינער וואס וויל מאכן לעבעדיג. היינט איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען מנחה אין א סאטמאר ביהמ"ד און איך זעה אז ס'הענגט אויף די וואנט.

א פלא אז ס'איז נישטא דארט איינער מיט אביסול זשעלי אין קאפ וואס קען קאנטראלירן די בהמות

אהרן » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 1:11 am

· #365042
איש את רעהו


די דרוק וואס די בעלזא דרוקן האט ער נאר געקענט געוואויר ווערן לאחר המעשה

די ביסט גוטי נייעס... כאילו די רבנים וואס חתמענן קו"ק האבן עפעס א וואטצעפפ גרופע ווי איינער שטעלט ארויף א קו"ק און יעדער שיקט שנעל אריין זיין חתימה...

שתי פנים לדבר, אדער ווייסטט נישט די מעיקינג פון א קו"ק, אדער
איש את רעהו

עס הערט זיך ווי דער שאלת התם

איש חזון » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 10:46 am

· #365059
ביטע נידערן די טענער. עס איז דא א פראבלעם: סאטמאר דארף אנגיין. וואס קען מען טוהן.
וויי איז פאר א דור וואס דער בעלזער רב איז שרוי בתוכו און א גרויס חלק פון דור איז נישט זוכה צו דעם געפיל, "יא! ישנם חכמים בישראל ישנם צדיקים בישראל", און מען גייט ארום צובראכן און פארביסן...
(Sorry i couldn't resist)

חשן משפט » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 12:45 pm

· #365072
סמבטיון
דע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע , די קינדער פון באבא אנאנים האבן זיך געבעטן זיי זאלן בלייבן זיי האבן געטאנעהט אז זייער טאטע איז נישט געווען אפילו דאהי און סענישט בהסכמתו , למעשה האבן בערך א מנין פון די חשובסטע אין די כולל פארמאכט די גמרות אין ארויס פון דארט.


correction די מעשה איז פארגעקומען אין "כולל בית תלמוד להוראה" בהנהלת בנו הגדול הרה"ג ר' משה שליט"א

כולל להוראה "מראה יחזקאל" געפונט זיך אויף 14X46

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 4:08 pm

· #365101
דער צייטונג דער איד האט זיך געבראכן פאר די טעראר פין סאטמאר אין האבן אריין געלייגט דער קול קורא.......

מילכיג » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 4:20 pm

· #365104
[ציטאט אראפגענומען]

כמעט אזוי ווי די 250 ראשי סנהדראות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 4:29 pm

· #365105
איש חזון
ביטע נידערן די טענער. עס איז דא א פראבלעם: סאטמאר דארף אנגיין. וואס קען מען טוהן.
וויי איז פאר א דור וואס דער בעלזער רב איז שרוי בתוכו און א גרויס חלק פון דור איז נישט זוכה צו דעם געפיל, "יא! ישנם חכמים בישראל ישנם צדיקים בישראל", און מען גייט ארום צובראכן און פארביסן...
(Sorry i couldn't resist)

איש חזון:מיר קענען ב"ה ליינען צווישן די שורות...! דער הסבר ואן השתלשלות פארוואס ס'איז אזוי געווארן איז צו לאנג מסביר צו זיין על רגל אחת...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 4:31 pm

· #365106
התם ומתמם עם תמימים
דער צייטונג דער איד האט זיך געבראכן פאר די טעראר פין סאטמאר אין האבן אריין געלייגט דער קול קורא.......

התם ומתמם עם תמימים...! זיי האבן זיך נישט געבראכן. זיי זענען א חלק פון די טעראר...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 4:39 pm

· #365107
אנאנים: איך וועל מחולק זיין מיט דיר. די הייליגע טאהשער רבי זצוק"ל איז פאר תשמ"ב אויכעט געווען א קדוש וטהור. און נישט קיין געקינצלטער ..."הגה"ק"... נאר ווער ס'האט נאר געהאט א שטיקל שייכות מיט איהם וויייסט צענדליגער, אפשר הונדערטער מעשיות והנהגות. אפשר פאר תשמ"ב ביסטו נאך געגאנגען אין נוירסערי. און דיין רבי האט דיר נישט פארציילט אז ס'איז דא אן איש קדוש אויף די וועלט וועלכער איז ענדערש א מלאך אלוקים בצורת אדם. און ער הייסט טאהשער רבי...! ווען דו וואלסט נאר צוגעזעהן זיין עבודה אחד מני אלף, מייניך דו וואלסט אנדערש געהאלטן. איך האב נאר, אלס יונגל פון 12 יאר מיטגעהאלטן זיין עבודת ה' ביי סליחות לערב ר"ה. ווי ער האט זיך געשאקלט און געווארפן פאר 3 שעות רצופות מיט אזא התלהבות וואס א פושט'ער בשר ודם קען עס נישט באווייזן...און זיין אהבת ישראל פאר א יעדן איד איז געווען אין לשער. אויף דעם איז דא טויזנטער מעשיות. און נישט קיין פראפאגאנדע...!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 8:27 pm

· #365121
Wow, אין די אשכול פון ביבי מיט בעלזער רב האט מען שוין דורכגעשמוסט כמעט אלע רבי׳ס, מהאלט שוין באלד ביי דעם רויטן רבין, אפשר זאל מען ווארטן אויף נכנס ביצה יצה עין אדער ווי די ניכטערע רופן עס מ׳שיכורט זיך אן אויף תולה ארץ, לכבוד פורים שטייצעך, נישט סתם אזוי, נא נא.

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 8:53 pm

· #365125
התם ומתמם עם תמימים
דער צייטונג דער איד האט זיך געבראכן פאר די טעראר פין סאטמאר אין האבן אריין געלייגט דער קול קורא.......


דער איד איז אפיציעל משועבד צו מהרי"י פון סאטמאר, אויב זיי לייגען נישט, איז עס מצדם א פארברעך.

מיט עטליכע יאר צוריק ווען דער איד האט באריכטעט פאזיטיוו די איבערבעטונג פון בעלזע ביים ציון אין סאטמאר, האבן עטליכע רבנים עס פארדאמט.

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 9:23 pm

· #365131
עס טוט וויי דאס הארץ אז אין א תקופה ווען עס זענען דא אזויפיעל וויכטיקע עינינים משותפים הצריכים חיזוק ווי צום ביישפיעל: חינוך, פרנסות, אט״ד, ישיבות, טכנולוגיה בדרך התורה, וכדו׳ איז דער עמלק פון פירוד לבבות מצליח אריינברענגען מחלוקת צווישען ערליכע אידען.
פאר וואס זענען די נארמאלע מעסיגע רבנים און מנהיגים אזוי שוואך? זעהן זיי דען נישט איין די טפשות פון דעם?
ווען וועלט איז וועלט וואלט מען אין איין טאג געקענט ארויסלייגען צעהנדליגער חתימות פון די רבנים וואס האלטען אז דער בעלזער רבי שליטא האט גוט געטוהן מיטן אויפנעמען דער רה״מ יר״ה. און אויכעט מגנה זיין די וואס טשעפען מיט איהם. און נישט נאר ווייל ער האט חסידים וואוילע וואס זענען ״מיינע״ תלמידים... נאר ווייל ער איז איינע פון די חשוב׳סטע רביס בדורנו וואס האט שוין גיהאט א ריזיקער השפעה אויף די חסידישע וועלט פון נאך די מלחמה אין אלע הינזיכטען.
ער איז אויך א גדול בתורה וביראה כידוע פון אללע מענשען וואס טרעפען זיך מיט איהם. און ער איז א דורגעטראכטער מנהיג וואס פיהרט זיין עדה בתוך כללל ישראל שוין איבער 50 יאהר. זיינע מתנגדים און קאנטעמפארערי רביס קומען נישט אין לקרסולי רגליו נישט אין חכמה און ארגינעלקייט און נישט אין שארפקייט אדער הנהגה.

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 9:36 pm

· #365136
תורה ומדע
עס טוט וויי דאס הארץ אז אין א תקופה ווען עס זענען דא אזויפיעל וויכטיקע עינינים משותפים הצריכים חיזוק ווי צום ביישפיעל: חינוך, פרנסות, אט״ד, ישיבות, טכנולוגיה בדרך התורה,

אריינברענגען מחלוקת צווישען ערליכע אידען.


עס איז שוין לאנג א צוטיילטע מחנה
די בעלזער האט פרובירט נאנט צו קומען צו די סאטמארע, האבן זיי אים געבעטן שאקל דיר אוועק, ווילסט לעבן גוט מיט ביבי גיי אהין
טאנץ מיר נישט אויף 2 חתונות
דא ליינט וויאזוי בעלזע האט מיט עטליכע יאר צוריק געוואלט עס זאל אויסקוקען ביז עטליכע יאר,
סאטמאר האט בסך הכל געוויזען דעם צווייטען זייט טיר

"In the next few years there will be two or three weddings of his grandsons," the Belzer Rebbe's confidants say. "He will hold huge events, and he will ensure that everyone has a place on the platforms of honor - from the Zionist Rabbi Druckman to the anti-Zionist Satmar Rebbe. He will want to seat a vast gallery of people there, and be the strong head man who sits in the middle."

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 9:37 pm

· #365137
Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג
א האלבען לייק קען מען דיר געבען. דאס אז די נושא איז פוסטע שטותים, און אידישקייט פארדינט גארנישט פון דער מערכת החתימות איז ריכטיג, און דאס וואס ס׳איז דא וויכטיגער עניינים איז אויך אמת.

אבער פליז. פון דעם ווערט נישט דער יורד לבית בעלזא עפעס א רשכבה"ג. יעדער ווערט נתפעל פון איהם אין לערנען?! א שטיקעל פרופורציה. ער איז א רבי ווי אלע רביס, וואס האט אן אמט און ער פיהרט דאס כפי זיין אינטערעסען. ס׳האט קיינער באמערקט קיין מדרגות אויף איהם, ער האט קיין פינגער אין קאלט וואסער אין ערגעץ נישט געלייגט, נאר א קאלפיק אין פייער. דרייט אונז נישט קיין קאפ כאילו ער איז עפעס בעסער ווי סקווער באבוב גער וויזניץ וכו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 9:40 pm

· #365138
ר ליטוואק, וואס איז אייער עקספוז׳ור אדער עקספיריענס מיט איהם?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 10:00 pm

· #365145
איש את רעהו:אויף דיין תגובה אז די געוויסע "רע-בנים" האבן פארדאמט דעם איד ווייל ער האט באשריבן פאזיטיוו די איבערבעטונג פון בעלזא רב ביים ציון. נו, זאג דו אליין אויב זיי זענען נישט קיין שווארץ מאה'ניקעס, יושבי חושך וצלמות...!

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 10:07 pm

· #365151
berlbalaguleh

די איבערבעטונג פון בעלזא רב ביים ציון.
נו, זאג דו אליין אויב זיי זענען נישט קיין ..



וואסעפעס?

זיי האבן געזען די ליצנות דערין, זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים בייגן פאר זיינע שפילערייען.

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 10:10 pm

· #365153
יא איך מוז מסכים זיין מיט אייך. אין תורה איז ער אויך אפשר ברייט ער אבער אין עמקות און מחשבה און אין הנהגת הכלל מיט ארגינעלקייט קומט ער נישט צו לדעתי.
א חלק פונעם פראבלעם היינט איז אז מען מיינט אז א מנהיג דארף זיין מיסטער נייס גיי... אדרבה, ווער עס מאכט אביסעל ריסוירטש זעהט אז שארפקייט און לא תגורו וגו׳ במידה ובמשורה איז אן אינטעגרעל חלק פונעם פעקל פון הנהגת הכלל.
בלאט: 1 2 3 4 5