☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ציונות מה הוא?

ציונות מה הוא?

235 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1100
בלאט: 1 2 3 4 5

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 7:13 pm

· #27133
דער וואס וויל אר"י פאר זיין נאציאנאליטעט

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 7:23 pm

· #27145
זר זהב
דער וואס וויל אר"י פאר זיין נאציאנאליטעט

דער אוחה"ק און דער בעש"ט האבן געוואלט אר"י פאר זייער נאציאנאליטעט.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 7:27 pm

· #27147
איך הער... זיי העפפי און לאז מיר ארויס פון דעם אשכול

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 7:30 pm

· #27149
זר זהב
דער וואס וויל אר"י פאר זיין נאציאנאליטעט

מן הסתם האסטו געמיינט צו זאגן ווער עס וויל האבן ארץ ישראל פאר א אייגן אידיש לאנד פאר ביאת המשיח, און נישט זיין דארט אונטער א אנדערע אומה.

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 7:40 pm

· #27162
עס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.

גאלד » זונטאג יולי 22, 2012 11:23 pm

· #27273
יידל
עס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.


עס איז נישט אונזער לאנד לרשת, ווילאנג מיר זענען און גלות, כי כך גזרה חכמתו, יא עס האט די קדושה, אבער עס איז ליידער דערווייל נישט אונזער,

טעפל » מאנטאג יולי 23, 2012 12:27 pm

· #27406
בקיצור ס'איז דא איינער וואס איז קלאר מיט די שיטה דא????

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 12:52 pm

· #27411
איך בין מקנא די לובאוויטשער וואס כמעט יעדער איינער פון זיי קען גוט מסביר זיין זייער דרך און זייערע מבצעים, עס בלייבט כמעט גארנישט אהן א גוטן תירוץ, און זיי האבען א סאך טאלאנט און ידיעות, אויך א גוטע שפראך

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 12:59 pm

· #27416
טעפל
בקיצור ס'איז דא איינער וואס איז קלאר מיט די שיטה דא????

דערווייל האב איך נישט געזען קיין שום רעדע פון אומקלארקייט אין די סאטמארע שיטה, אדרבא אויב ביסטו נישט קלאר אין א ענין, פרעג, און אפשר וועט איינער עס אויסקלארן,

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 1:06 pm

· #27418
גאלד יא מאסט בי קידינג, בד"ו די מערסטע מאכט סענס די נטורי קרתא,דערנאך די בני יואל וואס ביידע זיינען נישט תורה'דיג און זייער עקסטרעם וואס איך גלייב נישט אז איין גדול וואלט מסכים געווען מיט דעם, אבער סאטמאר איז מלא סתירות

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 1:10 pm

· #27419
איים סארי משכיל, איך בין נישט אין די ביזנעס פון רעטאריק און דעמאגאגיע, ווילסט רעדן מן הענין, בין איך דא, שלא מן הענין וועל איך לאזן פאר אנדערע רעאגירן

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 2:09 pm

· #27449
איז דער טיטעל "רשע" נאך פאר איינעם וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער קען דאס אויך חלל זיין אויף איינער וואס וואוינט אין אמעריקע ?י

גיי פרעג די בני יואל וועלען זיי דיר מסביר זיין, נו זיינען זיי נישט גערעכט ?י,

אויך ווילט איר מען זאל אנהייבען דא צו צוקלויבען דעם ויואל משה ?י

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 2:26 pm

· #27462
משכיל
איז דער טיטעל "רשע" נאך פאר איינעם וואס וואוינט אין ארץ ישראל אדער קען דאס אויך חל זיין אויף איינער וואס וואוינט אין אמעריקע ?י


איך כאפ נישט צו וואס די ציעלסט דא, פארוואס זאל נישט קענען זיין א רשע ווי אימער?


משכיל

גיי פרעג די בני יואל וועלען זיי דיר מסביר זיין, נו זיינען זיי נישט גערעכט ?י,


איך ווייס נישט פון די נעמסט אז בני יואל זאל האבן איין אנדערן שיטה אין ציונית, ווי ווייט איך ווייס איז דער גאנצער חילוק צווישן זיי און די רעסט פון סאטמאר, צו ר' אהרן מיטן ברך משה זענען שקצים און טערירסטן צו נישט,


משכיל

אויך ווילט איר מען זאל אנהייבען דא צו צוקלויבען דעם ויואל משה ?י


אפ טו יו, מיר איז גוט וויזוי עס איז

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 2:40 pm

· #27466
יידל
עס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.


מעשה שהיה: שמעון איז געווען זייער א פארמעגליכער איד, ער האט געארבייט שווער אויפן דאלער אוועקגעלייגט יעדע פעני און באוויזען זיך אנצוזאמלען א פארמעגן, ער האט געמאכט אינוועסטמענטס געקויפט און געעפענט ביזנעסער און געזען א שטארקע הצלחה, אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע געפיל צו ריעל עסטיט און זיך איינגעקויפט און געבויט גרויסע בנינים, ויהי היום שמעון איז געוועון ענג און קעש האט ער ארויס גענימען א מארגעטדש אויף זיינע בנינים כדי צו קענענן פירען ווייטער זיינע ביזנעסער, שמעון איז עלטער געוארען און געצאלט ווייטער ערליך די מארגעטדש און געפירט זיינע ביזנעסער ווי נערמאל, עס איז אנגעקימען די טאג און שמעון איז געגנאגען בדרך כל הארץ און ער איז געשטארבען,

זיין זון לוי האט איבער גענימען ס'גאנצע פארמעגן און געפירט ווייטער די געשעפטן, נישט האבענדיג זיין טאטעס עקספערטיז האבן די ביזנעסער אנגעהויבן צו גיין מטה מטה אין איין ביזנעס נאכען אנדערען האט זיך אפגעשפארט, לוי איז געווען א לא יצלח און ער האט זיך נישט געקענט א עצה געבן, אבער בעק און זיין מיינד האט ער געוויסט אז איה"נ די ביזנעסער גייען שלעכט דאך ווייסט ער אז ער איז דא ריעל עסטעיט פון ווי עס קימט אריין רענט אזוי אז מיט עפעס געלט וועט ער בלייבען, ויהי היום און לוי האט מער נישט געהאט קיין געלט צו באצלען די מארגעטדש אויפן בנין, די באנק האט געשיקט איין ווארענוג נאכען אנדערען אבער לוי האט אלעס איגנארירט נישט האבענדיג קיין געלט, די באנק האט געזען אז לוי מאכט זיך נישט וויסענדיג האבן זיי געריפען לוי און קארט, לוי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, ווייל ער האט געוויסט אז די בנין איז זיינס און די באנק קען סיי ווי גארנישט טיען ער האט געהאט צעטליך אויפציווייזען אז ער האט לעגאל געירש'ענט די בנין פון זיין פאטער {עס איז נישט קיין ברידער מיט וועם זיך צו קריגען, ער איז געווען א בן יחיד}
וויבאלד לוי איז נישט אנגעקימען און קארט איז ער אריין און דיפאלט און די באנק האט צוגענימען די בנין עס איז איבערגעשריבען געווארען אויף זייער נאמען, די בנין איז טאקע געבליבען אויפן זעלבען פלאטץ ווי עס איז געווען בעפאר, לוי איז געבליבען מיט זיינע צעטליך אז עס איז זיינס און אז ער האט עס גע'ירש'נט פון זיין פאטער, אבער די בנין איז מער נישט זיינס עס באלאנגט שוין פאר א צווייטען,

די נמשל איז: אידן האבן אמאל געהאט הייליגע ערליכע עלטערן זיי האבן געטיען וואס השי"ת פארלאנגט השי"ת האט זיי געגעבן אר"י, זייערע קינדער האבן עס ווייטער גע'ירש'נט אבער זיי האבן זיך נישט געפירט ערליך, השי"ת האט געשיקט איין ווארענוג נאכען צווייטען אז אויב מען וועט נישט תשובה טיען וועט ער אונז פארטרייבען, אבער מען האט עס איגנארירט מען האט נישט תשובה געטיען, מען האט אפילו גע'הרג'ט ירמי הנביא, מען איז אנגעגאנגען ווייטער כאילו לא היה וויסענדיג אז די לאנד איז אונזערעס, השי"ת האט געצערענט און אוועק גענימען דאס לאנס פון די אידן ער האט זיי פארטריבען און עס איבער געגעבן פאר די רוימער, די אידן האבן א טאקע א באווייז אז דא לאנד איז זייערס ווייל השי"ת האט עס געגעבן פאר זייערע עלטערן, אבער עס איז דא נאך אז זאך אויבן און הימעל איז געווען א קארט קעיס אינדערמיט און די אידן האבן פארלוירען די משפט מען האט זיי צוגענימען דאס לאנד, דאס לאנד באלאנגט מער נישט פאר די אידן כאטש אז סיי האבן עס אמאל טויזענטער יארן צירוק באקימען,

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 3:10 pm

· #27472
עס זיינען היינט דא און א"י באלד א מיליאן אידן וואס א גרויסע חלק זיצט אין לערענט, און זיינען שומרי תורה ומצות, און דאס א זיי גייען צו בחירות איז דאך אומר מותר, און די גוים פארלאנגען נישט אז די מדינה זאל זיך פארמאכען איז עס דאך נישט קיין מרידה באומות, און אז עס זיינען דא אויך פרייע וואס זיינען דו פרומע שולדיג אויף דעם, סא וואטס יאר פראבלעם,י

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 3:16 pm

· #27476
די סאטמאר'ער דאקטרינע:י

אונץ זיינען מיר די פרומסטע אידן אויף די וועלט, איי עטץ טוט'ס אזוי און אזוי וכו', וואס קען מען טועהן עס איז דאך דא א יצר הרע, אבער אפיציעל זיינען מיר פרומער פון יעדען איינעם, י

זעהט'ס נאר ווי ווען עס איז נויטיג גייט מען אין ערכאות דא און אפילו אין ארץ ישראל ביי די ציונים, אבער געדענק מען רירט זיך נישט אפילו א זוז כל שהוא

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 3:26 pm

· #27478
משכיל
עס זיינען היינט דא און א"י באלד א מיליאן אידן וואס א גרויסע חלק זיצט אין לערענט, און זיינען שומרי תורה ומצות, און דאס א זיי גייען צו בחירות איז דאך אומר מותר,

אומר מותר אנוס, מיינט נאך נישט אז ס'מותר, דאס גאנצע וואס עס מיינט אז דער מענטש ווערט נישט פסול, און בלייבט בחזקת כשרות

משכיל
און די גוים פארלאנגען נישט אז די מדינה זאל זיך פארמאכען איז עס דאך נישט קיין מרידה באומות,


די אראבער זענען נישט קיין גוים?

משכיל
און אז עס זיינען דא אויך פרייע וואס זיינען דו פרומע שולדיג אויף דעם


פארן טרייבן דעם וואגן, פארן כשרי'ן דעם עבודה זרה, פארן זיך מתחבר זיין מיט די רשעים, פארן מחזק זיין רשעים,

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 3:29 pm

· #27481
משכיל
די סאטמאר'ער דאקטרינע:י

אונץ זיינען מיר די פרומסטע אידן אויף די וועלט, איי עטץ טוט'ס אזוי און אזוי וכו', וואס קען מען טועהן עס איז דאך דא א יצר הרע, אבער אפיציעל זיינען מיר פרומער פון יעדען איינעם, י

זעהט'ס נאר ווי ווען עס איז נויטיג גייט מען אין ערכאות דא און אפילו אין ארץ ישראל ביי די ציונים, אבער געדענק מען רירט זיך נישט אפילו א זוז כל שהוא


דער קעפל פון אשכול איז נישט "סאטמאר מה הוא" עס איז "ציונית מה הוא", אויב ווילט איר אויסגיסן אייער גרימצארן אויף סאטמאר, עפנט אייך א נייער אשכול

א דאנק

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 3:52 pm

· #27493
דאס הייסט אז דו רעדסט פון די נטורי קרתא און בני יואל ?י

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יולי 23, 2012 3:57 pm

· #27498
די "שיטה הקדושה" האט געמוזט זיין ווייל דער נאך-שואה מצב האט עס פארלאנגט כדי פרומע אידן זאלן בלייבן ביי אידישקייט. כ'ווייס נישט צי "ויואל משה" וואלט אויסגעהאלטן אן אפענע טעארעטישע הלכה'דיגע דעבאטע, לאמיר זאגן, בזמן האחרונים.

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 4:03 pm

· #27502
דער פאקט איז און יעדער איינער ווייסט אז די גור, ווישניץ, בעלזא, וכו' האבען גארנישט מיט ציונות חוץ פון גייען צו די בחירות, די סאטמארער אין ארץ ישראל רעדען עברית און זיינען גרעסער ציונים פון די אנדערע חסידות'ן, י

מען דערציילט א מעשה פון פאלטיטשאנער וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל ארום תשכ"ד ווען ער איז צוריק געקומען האט ער זיך געטראפען מיט דעם סאטמארער רב ז"ל פרעגט ער איהם נו וואס האט איר געזעהן אין א"י?י

זאגט ער איך בין געווען אין בני ברק בין איך געווען אויף צוויי פלעצער, איינץ און ווישניץ דארט האב איך געטראפען ווארעמע חסידישע אינגעלייט וואס האבען גארנישט מיט ציונות, נאר איין זאך זיי גייען צו די בחירות ווייל זייער רבי האט געהייסען,י

דאן בין איך געווען אין סאטמאר האב איך געטראפען אינגעלייט וואס הערען די ראדיו און ליינען די צייטונגען און רעדען עברית, אבער איין זאך זיי גייען נישט צו די בחירות ווייל זייער רבי האט אזוי געזאגט,י

אבער עס איז דא א קאמפעין אזוי ווי קעגען עירוב וואס מאכט נישט קיין סענס אנגעבלאזען מיט קעטש פרעיזעס:י

מען שטופט דעם וואגען
מען כשר'ט די ע"ז
מען איז זיך מתחבר לרשעים
מען איז מחזק די רשעים

סתם גובעלי גוק, מען ציעט איין דעם שטערען און ציעט אראפ דעם ברייטען ביבער הוט און מען רעגט זיך און מען שימפט, און עד כדי אז לעתיד וועט מען אויף איהם שרייבען אז עמד בפרץ ולחם מלחמת ה' ברמה וכו' וכו',

משה געציל » מאנטאג יולי 23, 2012 4:06 pm

· #27504
פשוט-קאמפליצירט
די "שיטה הקדושה" האט געמוזט זיין ווייל דער נאך-שואה מצב האט עס פארלאנגט כדי פרומע אידן זאלן בלייבן ביי אידישקייט. כ'ווייס נישט צי "ויואל משה" וואלט אויסגעהאלטן אן אפענע טעארעטישע הלכה'דיגע דעבאטע, לאמיר זאגן, בזמן האחרונים.

פארוואס האט נאך די שואה אויסגעפעלט א שיטה הקדושה? קוק ווי שיין בעלז, גור, וויזניץ, ועוד ועוד האבן זיך אויפגעבויט אן א שיטה הקדושה?

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 4:15 pm

· #27517
משכיל
דער פאקט איז און יעדער איינער ווייסט אז די גור, ווישניץ, בעלזא, וכו' האבען גארנישט מיט ציונות חוץ פון גייען צו די בחירות, די סאטמארער אין ארץ ישראל רעדען עברית און זיינען גרעסער ציונים פון די אנדערע חסידות'ן, י

מען דערציילט א מעשה פון פאלטיטשאנער וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל ארום תשכ"ד ווען ער איז צוריק געקומען האט ער זיך געטראפען מיט דעם סאטמארער רב ז"ל פרעגט ער איהם נו וואס האט איר געזעהן אין א"י?י

זאגט ער איך בין געווען אין בני ברק בין איך געווען אויף צוויי פלעצער, איינץ און ווישניץ דארט האב איך געטראפען ווארעמע חסידישע אינגעלייט וואס האבען גארנישט מיט ציונות, נאר איין זאך זיי גייען צו די בחירות ווייל זייער רבי האט געהייסען,י

דאן בין איך געווען אין סאטמאר האב איך געטראפען אינגעלייט וואס הערען די ראדיו און ליינען די צייטונגען און רעדען עברית, אבער איין זאך זיי גייען נישט צו די בחירות ווייל זייער רבי האט אזוי געזאגט,י


מען שטופט דעם וואגען
מען כשר'ט די ע"ז
מען איז זיך מתחבר לרשעים
מען איז מחזק די רשעים

סתם גובעלי גוק, מען ציעט איין דעם שטערען און ציעט אראפ דעם ברייטען ביבער הוט און מען רעגט זיך און מען שימפט, און עד כדי אז לעתיד וועט מען אויף איהם שרייבען אז עמד בפרץ ולחם מלחמת ה' ברמה וכו' וכו',


די מעשה איז מאכט נישט קיין סענעס ווייל דער סאטמערע רבי האט נישט גע'אסר'ט קיין בחירות להערי'

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 4:17 pm

· #27520
האב איך געזאגט אז מען רעט פון די בחירות צו דו עיריה?י

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יולי 23, 2012 4:23 pm

· #27524
משה געציל
פארוואס האט נאך די שואה אויסגעפעלט א שיטה הקדושה? קוק ווי שיין בעלז, גור, וויזניץ, ועוד ועוד האבן זיך אויפגעבויט אן א שיטה הקדושה?


סאטמארער רב'ס טומלען אזוי קעגן ציונות איז געווען טייל פון דעם פראצעס צו האלטן א פרומען אידנטום. (ס'איז בלויז א השערה.)

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 4:27 pm

· #27526
פשוט-קאמפליצירט
סאטמארער רב'ס טומלען אזוי קעגן ציונות איז געווען טייל פון דעם פראצעס צו האלטן א פרומען אידנטום. (ס'איז בלויז א השערה.)


ועוד יש לומר, אז ער האט געהאלטן ציונות איז אסור,
ער האט געהאלטען אז די מדינה געהערט נישט יעצט פאר די אידן,
ער האט געהאלטן וואס ער האט געשריבען און זיין ספר,
אדער קען זיין אז ער האט געהאט א ווייטע בליק און ער האט געזען וואס מיר זעען יעצט, ועוד ועוד

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יולי 23, 2012 4:30 pm

· #27529
פריינדליך
ועוד יש לומר, אז ער האט געהאלטן ציונות איז אסור, ער האט געהאלטען אז די מדינה געהערט נישט יעצט פאר די אידן, ער האט געהאלטן וואס ער האט געשריבען און זיין ספר, אדער קען זיין אז ער האט געהאט א ווייטע בליק און ער האט געזען וואס מיר זעען יעצט, ועוד ועוד


זיכער אז ער אליין האט אזוי געהאלטן. ס'איז אויך זיכער אז ער האט געהאלטן אז ס'איז זיין תפקיד. די שאלה איז נאר וואס דער רבונו של עולם האלט -- פארוואס ער האט אריינגעגעבן אין קאפ פון איינעם פון די גדולי הדור אוועקצושטעלן א הלכה'דיגן פסק וואס וואלט מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח אין א פריערדיגן דור, ווען דער ענין איז נישט געווען נוגע למעשה.

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 4:36 pm

· #27532
פשוט-קאמפליצירט


זיכער אז ער אליין האט אזוי געהאלטן. ס'איז אויך זיכער אז ער האט געהאלטן אז ס'איז זיין תפקיד. די שאלה איז נאר וואס דער רבונו של עולם האלט -- פארוואס ער האט אריינגעגעבן אין קאפ פון איינעם פון די גדולי הדור אוועקצושטעלן א הלכה'דיגן פסק וואס וואלט מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח אין א פריערדיגן דור, ווען דער ענין איז נישט געווען נוגע למעשה.


וואס שטייט דא? די האסט א שאלה אויף כביכול געבויט אויף א השערה וואס די שטעלסט זיך פאר?
איך רעד שוין נישט צו דיין השערה {מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח} איז אמת אדער נישט,
איך פארשטיי פשוט נישט ווי אזוי עס איז מעגליך צו האבען שאלות געבויעט אויף השערה, בשעת די ווייסט אליינס נישט צו די ביסט גערעכט אדער נישט?!
נעווער מיינד די שאלה איז נאר וואס דער רבונו של עולם האלט , אפילו מיט א בשר ודם קען מען אזוי קיין ויכוח נישט פירען,

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 4:41 pm

· #27536
בכלל, ביסטע גרייט אראפצישרייבען וועלכע פון די רבנים האבן יא געהאלטען פון די מדינה?

איך רעד נישט פון די היתירם לאחר המעשה איך רעד פון בעפאר פאר מען האט אויפגעשטעלט די מדינה,

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יולי 23, 2012 4:41 pm

· #27537
פריינדליך
וואס שטייט דא? די האסט א שאלה אויף כביכול געבויט אויף א השערה וואס די שטעלסט זיך פאר?
איך רעד שוין נישט צו דיין השערה {מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח} איז אמת אדער נישט,
איך פארשטיי פשוט נישט ווי אזוי עס איז מעגליך צו האבען שאלות געבויעט אויף השערה, בשעת מען ווייסט אליינס נישט צו מען איז גערעכט אדער נישט?!


זאגט די הייליגע משנה: מאימתי קורין את שמע בערבית? [און די משנה ענטפערט וואס זי ענטפערט]. פרעגט די הייליגע גמרא: [געדענק נישט ס'לשון, אבער די קשיא איז] ווער זאגט אז מען דארף בכלל לייענען קרי"ש, אז דו קומסט פרעגן "ווען"?

זאגט אויף דעם "פריינדליך": 'סארא מין קשיא-געפרעגאכטס אויף דער תורה און אויפ'ן אויבערשטן?!

(גייט יעצט "פריינדליך" מגיב זיין: 'אז דו פארגלייכסט זיך צו די תנאים ואמוראים האב איך נישט מיט דיר וואס צו רעדן.')

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 4:43 pm

· #27539
קען אויך זיין אז דער רבוש"ע מיט זיין תוה"ק איז הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט סאטמארע רבי, נאר דיין קליין קעפעלע לאזט אייך נישט אנעמען דעם אמת צוליב נגיעות,

איך בין דאך אויך ענטייטעלט צו זאגן מיינע טעאריעס

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 4:43 pm

· #27540
פשוט-קאמפליצירט
פריינדליך

וואס שטייט דא? די האסט א שאלה אויף כביכול געבויט אויף א השערה וואס די שטעלסט זיך פאר?
איך רעד שוין נישט צו דיין השערה {מסתמא נישט בייגעשטאנען אן אפענעם הלכה'דיגן ויכוח} איז אמת אדער נישט,
איך פארשטיי פשוט נישט ווי אזוי עס איז מעגליך צו האבען שאלות געבויעט אויף השערה, בשעת די ווייסט אליינס נישט צו די ביסט גערעכט אדער נישט?!
נעווער מיינד די שאלה איז נאר וואס דער רבונו של עולם האלט , אפילו מיט א בשר ודם קען מען אזוי קיין ויכוח נישט פירען?!


זאגט די הייליגע משנה: מאימתי קורין את שמע בערבית? [און די משנה ענטפערט וואס זי ענטפערט]. פרעגט די הייליגע גמרא: [געדענק נישט ס'לשון, אבער די קשיא איז] ווער זאגט אז מען דארף בכלל לייענען קרי"ש, אז דו קומסט פרעגן "ווען"?
זאגט אויף דעם "פריינדליך": 'סארא מין קשיא-געפרעגאכטס אויף דער תורה און אויפ'ן אויבערשטן?!
(גייט יעצט "פריינדליך" מגיב זיין: 'אז דו פארגלייכסט זיך צו די תנאים ואמוראים האב איך נישט מיט דיר וואס צו רעדן.')



לייען נאכאמאל איבער מיין תגובה איך האב זיך אינגאנצן נישט באצויגען צי די פאקט, איך האב געשריבען דערויף "נעווער מיינד" דאס הייסט אז איך רעד נישט דערפון,

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יולי 23, 2012 5:00 pm

· #27545
גאלד
קען אויך זיין אז דער רבוש"ע מיט זיין תוה"ק איז הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט סאטמארע רבי, נאר דיין קליין קעפעלע לאזט אייך נישט אנעמען דעם אמת צוליב נגיעות,

איך בין דאך אויך ענטייטעלט צו זאגן מיינע טעאריעס


א שאלה צי דו מעגסט זאגן דיינע טעאריעס? זיכער אז נישט 😂

קען זיין דער רבונו של עולם מיט אונזער תורה (ישראל ואורייתא ...) זענען ביידע איינשטימיג מיט סאטמארן רבי'ן. און אוודאי קען זיין אז מיין טיני-טייני-פיצי קעפעלע דערהייבט עס נישט (מחמת קליינקייט, אדער נגיעות - אדער ביידע; ונפק"מ, אז אויב איז עס וועגן נגיעות, איז מעגליך אז מיין קאפ איז לעולם משונה'דיג גרויס. ויש ליישב).
הרב קוק וואלט מסתמא געזאגט אז ביידע זענען תורת אמת; נאר אין אונזער עולם המוגבל, וואו ס'איז דא אזא זאך ווי פרטים און סתירות, גייען די צוויי נישט צוזאמען. אינעם עולם שכולו טוב שטימט אלעס כמין חומר. וק"ל.

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 5:12 pm

· #27549
יא יא דו גיי ווייטער אן מיט דיין לצנות,

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 5:35 pm

· #27560
האט דאס צו טוען מיט די צניעות פון די ווייבער וואס גייען נישט גהעריג אנגעטועהן, י

איך קען מיך נישט איינהאלטען צו דערציילען א מעשה שהיה איך פאר פון ווילי קיין ב"פ און איך פיק אויף א קאר פול מיט היטשערס, אלע זעצען זיך אריין מען פארט און עס איז שטיל, קיינער רעט נישט, רוף איך מיך אהן זאל איינער נאך זאגען עפעס א דבר תורה אדער עפעס א דבר טוב, נאך בעטען עטליכע מאהל רופט זיך אהן איינע פון די פאסאנדשירען אז ער האט נעכטען געהערט אויף א טעיפ אז מען דארף זייער נזהר זיין אז די ווייבער זאלען גיין געהעריג אנגעטועהן ביי קידוש ווייל אז נישט קען עס זיין א ברכה לבטלה, איך האב עכט הנאה געהאט, יא יא אלץ די ווייבער

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 23, 2012 6:15 pm

· #27571
פריינדליך
יידל
עס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.


מעשה שהיה: שמעון איז געווען זייער א פארמעגליכער איד, ער האט געארבייט שווער אויפן דאלער אוועקגעלייגט יעדע פעני און באוויזען זיך אנצוזאמלען א פארמעגן, ער האט געמאכט אינוועסטמענטס געקויפט און געעפענט ביזנעסער און געזען א שטארקע הצלחה, אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע געפיל צו ריעל עסטיט און זיך איינגעקויפט און געבויט גרויסע בנינים, ויהי היום שמעון איז געוועון ענג און קעש האט ער ארויס גענימען א מארגעטדש אויף זיינע בנינים כדי צו קענענן פירען ווייטער זיינע ביזנעסער, שמעון איז עלטער געוארען און געצאלט ווייטער ערליך די מארגעטדש און געפירט זיינע ביזנעסער ווי נערמאל, עס איז אנגעקימען די טאג און שמעון איז געגנאגען בדרך כל הארץ און ער איז געשטארבען,

זיין זון לוי האט איבער גענימען ס'גאנצע פארמעגן און געפירט ווייטער די געשעפטן, נישט האבענדיג זיין טאטעס עקספערטיז האבן די ביזנעסער אנגעהויבן צו גיין מטה מטה אין איין ביזנעס נאכען אנדערען האט זיך אפגעשפארט, לוי איז געווען א לא יצלח און ער האט זיך נישט געקענט א עצה געבן, אבער בעק און זיין מיינד האט ער געוויסט אז איה"נ די ביזנעסער גייען שלעכט דאך ווייסט ער אז ער איז דא ריעל עסטעיט פון ווי עס קימט אריין רענט אזוי אז מיט עפעס געלט וועט ער בלייבען, ויהי היום און לוי האט מער נישט געהאט קיין געלט צו באצלען די מארגעטדש אויפן בנין, די באנק האט געשיקט איין ווארענוג נאכען אנדערען אבער לוי האט אלעס איגנארירט נישט האבענדיג קיין געלט, די באנק האט געזען אז לוי מאכט זיך נישט וויסענדיג האבן זיי געריפען לוי און קארט, לוי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, ווייל ער האט געוויסט אז די בנין איז זיינס און די באנק קען סיי ווי גארנישט טיען ער האט געהאט צעטליך אויפציווייזען אז ער האט לעגאל געירש'ענט די בנין פון זיין פאטער {עס איז נישט קיין ברידער מיט וועם זיך צו קריגען, ער איז געווען א בן יחיד}
וויבאלד לוי איז נישט אנגעקימען און קארט איז ער אריין און דיפאלט און די באנק האט צוגענימען די בנין עס איז איבערגעשריבען געווארען אויף זייער נאמען, די בנין איז טאקע געבליבען אויפן זעלבען פלאטץ ווי עס איז געווען בעפאר, לוי איז געבליבען מיט זיינע צעטליך אז עס איז זיינס און אז ער האט עס גע'ירש'נט פון זיין פאטער, אבער די בנין איז מער נישט זיינס עס באלאנגט שוין פאר א צווייטען,


סטאפען אינמיטן א מעשה? נישט שיין, קינדער, זעצט ענק צוריק אראפ.

דעם לוי האבן די מארשאלס ארויסגעטראסקעט אויפען גאס, און לוי הייבט אן וואנדערען, נאך אפאר יאר הייבט ער אן איין צו זען וואס פאר א טעות ער איז באגאנגען, אבער יעצט איז שוין צו שפעט, אבער לוי זייענדיג אן ארענטליכע מענטש האט אנגעהויבען זאמלען פרוטה נאך פרוטה, אפצוצאלן די באנק, אזוי וואנדערט ער ארום צענדליגע יארן, ער מיט די קינדער, טייל קינדער ווערן עם קראנק פון די וואנדערנישען און שטארבען אפ ל"ע, אפאר קינדער האט ער פשוט פארלוירן אויפן וועג, ער איז א פארלוירענער, ווי ער קומט באזידעלט מען עם פארן זיין א גנב, א פארברעכער, אבער הוא בשלו, ער בלייבט ערליך צום באנק, צאלט פעני נאך פעני, ער בעט זיך ביים באנק אז מ'זאל עם צוריק געבען די בנין, ער גייט שוין זיין וואויל, אבער די שערי הבאנק ננעלו, אין קול ואין עונה.

אזוי גייען אדורך יארן, און אונזער לוי יערט נאך זיין בנין וואס מ'האט פון עם צוגענומען, נישט דא קיין טאג וואס ער טראכט נישט פון די שיינקייט פון די בנין, ווען ער'ט זיך מיט די באנק גוט געלעבט, ער וועקט זיך אויף אינמיטען די נאכט און ער באוויינט זיין ביטערען שיקזאל, און ווי ביטער די מעשה האט זיך אויסגעלאזט פאר זיין גאנצע משפחה.

נאך לאנגע יארן וואס ער מוטשעט זיך אזוי איז אויפגעשטאנען א מענעדזשער פון א קאלעקשען עידזשענסי, אדאלף האט ער געהייסן, וואס האט דעם לוי פיינט געהאט שנאת מות, ער האט פשוט נישט ליב געהאט זיין נאז, און ער אפגעמאכט אז ער גייט עם דערגיין דאס לעבן, קודם האט ער ארלעדיגט מ'זאל עם נישט אריינלאזן אין קיין שטאטישע פארקס, ער'ט זעכער געמאכט אז מ'לאזט זיינע קינדער נישט לערנען אין קיין שולעס, און אז קיינער זאל מיט עם קיין ביזנעס נישט טוהן. ווען ער האט געענדיגט מיט דעם איז ער נישט זאט געווארן, נאר ער האט אפגעמאכט אז אפצוצאלן זיין חוב צום באנק דארף ער צאלן מיט זיין לעבן, און די לעבן פון זיינע קינדער, און טייל פון זיינע קינדער איז עם טאקע געלונגען צו הארגענען.

א גאנצע צייט זענען געווען לאנגיעריגע באנק ארבייטער וואס האבן נאך געדענקט דעם אלטן לוי פון די גוטע יארן, אז בעצם איז ער א גוטער מענטש נאר ער האט זיך פארפאטשקעט, און דעיע ארבעטער האבן צוגעזען וואס דער אדאלף טוט מיט דעם לוי און זיי האבן עס נישט געקענט אראפשלונגען, האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין א מערכה קעגן דעם אדאלף עם שטיל צו מאכן אויף אייביג, און זיי האבן געוואנען. יעצט איז אבער דער לוי איבערגעבליבען קוים מיט א קינד צוויי פון זיין גאנצע הערליכע משפחה, צובראכן, צומזיק'ט, אן קיין מוט אן קיין לעבענס לוסט, אקיצער, א שבר כלי.

די באנק ארבעטער קוקן אן דעם צובראכענעם איד'ל מיט רחמנות געפילען און פילען אז מ'מוז עפעס טוהן פאר עם, איינער פון זיי האט געהאט געירשענט דעם אלטען פארזשאווערטען בילדינג פון די באנק, נא מ'מאכט א מיטינג פון די באנק עמפלויאי יוניאן, החלטה איז מ'גייט עם אריין לאזן אין בילדינג, אזוי ווער ער זיך אפשר קענען צוזאם קלייבען די פעקל ביינער, און כאטש ווער ער זיך טרייסטען מיט די אמאליגע שיינקייט פונעם בנין, און דארטן אויסווארטן ביז ווי לאנג די בעל הבאנק וועט זיך מרחם זיין אויף עם און עם גענצליך מוחל זיין.


דעיע באנק איז געווען זייער א מיסטיריעזע באנק, קיינער האט נישט געוויסט גענוי ווער ס'פירט עס,ווי אזוי ער הייסט, ווי אזוי ער זעט אויס, פארוואס געוויסע זאכן ווערן געטוהן, אא"וו. געוויסע האבן אפילו געזאגט אז קיינער פירט עס נישט, אבער מ'האט נאר געוויסט אז ס'דא איינער וואס פירט אלעס אין די באנק און אלעס האט א חשבון.

איין שיינעם טאג מאכט זיך אויף די טיר פון די עקזעקיוטיוו אפיס, וואס איז שוין נישט געעפענט געוואן פאר יארן, מ'האט נאר געוויסט נאך צו דערציילן אז די טיר קען זיך עפענען, אבער די עולם רייבט זיך די אויגן, מ'ציפט זיך צו זען צי מ'שלאפט נישט, אבער נישט מער און נישט ווייניגער, דער אלטער ראובן וואקט ארויס, און ער זאגט אז ער איז בעל הבית אויף די גאנצע באנק, אויף אלע בנינים און אלע מארטגעדזשעס, אויך אנטפלעקט ער אז ער איז אונזער אויבערדערמאנטער שמעון'ס טאטע, און אונזער לוי איז זיין באליבטער אייניקעל.

מ'מאכט א גרויסע סעודה לכבוד דעם גרויסען גאסט, מ'זעצט דעם ראובן און לוי אויבען אן בכבוד גדול, מיט אלע קינדער און אייניקלעך, ראובן זאגט אז פון היינט און ווייטער איז לוי דער נייער באנק מענעדזשער, און פארשטייט זיך אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן דעם לוי אין אלע יארן וואס ער איז געווען פארטיליגט וועט שטארק באלוינט ווערן, און קל וחומר די ארבעטער וואס האבן געהאט צו טוהן מיטן אריין לאזן לוי אין זיין אלטע בנין אין די שווערע תקופה וועלן ארויפדערהויבן ווערן צו וואס א באנק ארבייטער קען זיך נאר פארשטעלען, און אלע וואס האבן זיך נישט געקימערט מיט לוי, און אוודאי די וואס האבן זיך געפרייט מיט זיין מפלה וועלן שטארק באשטראפט ווערן, וכן הוה. והיה השם למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה השם אחד ושמו אחד!

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 8:13 pm

· #27605
האסט זייער שיין צוגענדיגט די מעשה מיסטער געפילטע פיש,

לאמיר האפן אז מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו זען טאקע די צווייטע העלפט און מיר זאלען צוריק אנקימען קיין ירושלים,

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 23, 2012 8:17 pm

· #27607
יו מיסט מיי פוינט, באט וואטעווער.

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 8:23 pm

· #27613
איך האב נישט...!! איך האב געזען דיין פוינט,

איך האב אבער יעצט נישט קיין מאגען צו גיין ווייטער, פון די אנדערע זייט דארף מען זיך וויסענדיג מאכען, דערפאר האב איך געשריבען וואס איך האב געשריבען,

++++

אזוי אויך האב איך באקימען ספיקות צי איך בין גערעכט אדער נישט, ווייל אין תפילות ר"ח זאגט מען "יהי רצון מלפניך השם שתעלנו בשמחה לארצינו ותטענו בגבלנו"
זעט מען דאך אז עס הייסט ארצינו אפילו מען איז נישט דארט און מען האט אונז פארטריבען,

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 23, 2012 8:28 pm

· #27619
פריינדליך איך האב א גרעסערע ראיה. מ'רופט עס ארץ ישראל. העפפענס טו בי אז ישראל מיינט אידן. דזשאסט סעיאנג.

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 8:30 pm

· #27620
נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 23, 2012 8:42 pm

· #27627
פריינדליך
נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,

סעים גאוס פאר ארצנו. על שם העתיד. ענד ווייל יו אר עט איט, די מדינה מיט די חברי כנסת איז אויך על שם העתיד.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 23, 2012 8:52 pm

· #27633
פריינדליך
נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,


עס איז אונזער לאנד, אבער השי"ת האט עס אוועקגענומען.

פונקט ווי א קינד וואס די טאטע קויפט א שפילצייג און ער פירט זיך נישט גוט אויף, נעמט ער עס אוועק פון אים ביז ער וועט בעסער ווערן. אבער עס בלייבט זיין טוי. פאר אים האט עס די טאטע געקויפט.

קליינע רעבעלע » מאנטאג יולי 23, 2012 10:13 pm

· #27664
אנטשלדיק פארן אריין האקן
איך האב מיר אלטס געווינדערט אויף דעי ואס אלטען אז דע מדינה איז כפירה. פארוואס איז עס מער כפירה ווי אנדערע עבירות?

איך אויך » מאנטאג יולי 23, 2012 10:48 pm

· #27676
לאדיך אפ
פריינדליך איך האב א גרעסערע ראיה. מ'רופט עס ארץ ישראל. העפפענס טו בי אז ישראל מיינט אידן. דזשאסט סעיאנג.

אויף דעם איז דא דער רעבע ז"ל ווערטל אויפן פסוק "על מה אבדה הארץ".

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 11:02 pm

· #27688
רבי ספעלט מען "רבי" נישט "רעבע"

איך אויך » מאנטאג יולי 23, 2012 11:09 pm

· #27693
טאקע? און ווי אזוי ספעלט מען רביזיכרוינעליבראכע?

משכיל » דינסטאג יולי 24, 2012 2:00 am

· #27830
לאדיך אפ
פריינדליך
נישט קיין ראיה, ווייל מען קען זאגען אז עס איז געבליבען מיטען זעלבען אלטען נאמען, אדער אפשר ריפט מען עס אזוי על שם העתיד,

סעים גאוס פאר ארצנו. על שם העתיד. ענד ווייל יו אר עט איט, די מדינה מיט די חברי כנסת איז אויך על שם העתיד.

אזוי אויך "היימישע אידן" און "אנשי שלומינו" איז על שם העתיד

גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 12:28 pm

· #27933
ארץ ישראל איז דאס אידיש לאנד און הייליג לאנד

אבער נישט דער סארט לאנד וואס די גויי הארץ האבן,

דאס איז א ספעציעלע גוטער ספיריטועל לאנד פאר אידישע קינדערלעך,
א לאנד ווי מ'קען זוכה זיין צו העכערע השגות, אויב מ'איז ראוי דערצו (מלבי"ם ירמי' ב')
נישט חלילה עפעס א נאציאנאלער שטאלץ, ווי להבדיל פארטא ריקא און אמעריקע

א לאנד ווי מ'איז אונטער די השגחה פון אייבירשטן אליין (רמב"ן דברים)
נישט חלילה א כוחי ועוצם ידי פון אפיקורסים ווי טעאדאר הערצל און לוי אשכול,

אטער "דאס" איז ארץ ישראל, און דאס קען "נאר" דער אייבישטער אליינס אונז געבן (אהבת יהונתן)
און נאר מיט די איינציגער תנאי אז מיר הארכן דעם אייבירשטען, (תוה"ק)

און אזוי לאנג דער אייבישטער, וואס מיינט נאר אונזער גוטס, לייזט אונז נישט אויס אין וויל מ'זאל מיר זיין אין גלות ברויך מיר זיצן געדולדיג און ווארט,
ווייל דאס זיצן אין גלות צווישן די גויים דאס דערנענטער די גאולה (מדרש שיר השירים, שלה"ק)

אבער אריינגיין מיט געוואלד אין ארץ ישראל מיט א באוועגונג פון כופרים דאס דערצערנט דעם אייבירשטן,
און מיר טארן קיין שום שייכות נישט האבן מיט זייער באוועגונג,

(כל הנ"ל מספה"ק ויואל משה)

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:06 am

· #28753
יידל
ר' יואל כהן האט אויך געשריבן א לענגערע קונטרס אפצופרעגן געוויסע פונקטן אין ויואל משה וואס איז נוגד צו שיטת חב"ד.

דא האט איהר די קונטרס 'מענה חכם' פון ר' יואל כהן.

<a class="postlink" href="http://www.chabadtalk.com/UploadedFiles/MaeneCHacham-01.08.pdf">http://www.chabadtalk.com/UploadedFiles ... -01.08.pdf</a>
בלאט: 1 2 3 4 5