☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ציונות מה הוא?

ציונות מה הוא?

235 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1100
בלאט: 1 2 3 4 5

גאלד » מיטוואך יולי 18, 2012 9:05 am

· #25461
לאדיך אפ
שטייט נישט אין ויואל משה אז גיין צום בחירות איז יהרג ואל יעבור? וואלסטו דיך משדך געווען פאר איד וואס ביקט זיך צו א געטשקע יעדע פאר יאר ווייל זיין רבי האט אזוי געהייסן?

טאקע א סברה וואס ס'אפשר דא א מקום צו דערהערן אבער ס'פארט א סברה, נישט אזאך וואס ווערט דירעקט ערווענט אין ספרי הרב מ'סאטמאר זצ"ל, לויט דעם סברה איז בעלזער רבי געווען א עובד ע"ז, און מיין סברה (אויך נאר א סברה) זאגט אז דער סאטמאר רבי האט נישט אזוי געהאלטן און איהם געהאלטן פאר א צדיק,

נ.ב. אנטשולדיגט פארן נישט געבן די טיטול הראוי פאר די אנדערע מנהיגים, איך האב עס געשריבן אלס רגילות און נישט משים לב געווען

גאלד » מיטוואך יולי 18, 2012 9:17 am

· #25463
לאדיך אפ
שטייט נישט אין ויואל משה אז גיין צום בחירות איז יהרג ואל יעבור?

ניין ס'שטייט נישט, לפי ידיעתי

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 18, 2012 9:56 am

· #25490
randy_couture

איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין געשריבן. אבער די סיבה פארן נישט נעמען געלט פון די מדינה האט נישט מיט קיין ציונות, נאר איז כדי זיי זאלן נישט האבן א ווארט אין די מוסד. ווער עס נעמט זייערע פראגרעמס מוז אויך לערנען זאכן וואס זיי הייסן אזוי ווי דא און אמעריקע. אבער פריוואט נעמען געלט פון זיי איז קיינמאל קיין פראבלעם נישט געווען, חוץ פאר די וואס ווילן נישט נהנה זיין פון מחללי שבתות, אזוי ווי דא און אמעריקע זענען דא די וואס ווילן נישט נהנה זיין פון פוד סטעמפס וכדומה.

נישט אזוי זיכער. דער ענין איז ערווענט אין על הגאולה אסאך מאל, וועגן כח הפועל בהנפעל. מען ווערט נשפע פון די רשעים, עס איז א בחינה פון שוחד המעוור עיני צדיקים ופקחים. ביי פריוואטע געלטער האט מען מקיל געווען, אבער ביי די מוסדות איז דאס אסור ווי חזיר.

טעלעפאן » מיטוואך יולי 18, 2012 12:56 pm

· #25661
און וואס איז דער גדר-איסור פון נישט פארן קיין א״י, ווייל מען אנערקענט די ווערק פון די רשעים? האט עס א סמך? ווי הארב איז דאס?

גאלד » מיטוואך יולי 18, 2012 2:05 pm

· #25691
דאס איז א פשוט'ע סברה, די מציאות איז אז ציונית איז א שטארקע יצר הרע, ס'איז א תאוה ווי אלע תאות, נאטורליך יעדער מענטש (צו א איד צו א גוי) האט א הרגש פון פאטריאטישקייט צו א לאנד פון זיינע אייגענע מענטשן, אין ויואל משה סוף מאמר ישוב אר"י שרייבט ער אז ס'עפעס אזוי מאדנע אז נארמאלע אנשים בינונים האבן עפעס א אויסערארדענליגע התלהבות פאר פונקט די מצוה פון ישוב אר"י, מ'זעהט נישט זיי זאלן האבן די התהלבות ביי אנדערע מצות, וכדומה, ווייל די הרגש פון פאטריאטישקייט טרייבט זייערע געפילן,
ממילא ווען א פרעמדער איד קומט קיין אר"י מיט נישט די שטערקסטע כח נגד היצר, קען עס האבן א השפעה, פארוואס זיך אריינלייגן אין א נסיון?

משכיל » מיטוואך יולי 18, 2012 2:10 pm

· #25692
און עס איז אויך זייער מאדנע אז מענטשען וואס שטייען גאנץ ווייט פון פרישות און יר"ש קענען האבען אזא שטארקע ברען צו קנאות !י

גאלד » מיטוואך יולי 18, 2012 2:12 pm

· #25694
משכיל
און עס איז אויך זייער מאדנע אז מענטשען וואס שטייען גאנץ ווייט פון פרישות און יר"ש קענען האבען אזא שטארקע ברען צו קנאות !י

אויך גערעכט, יעדע זאך איז צדיקים ילכו ופושעים יכשלו,

משכיל » מיטוואך יולי 18, 2012 2:27 pm

· #25703
וויפיל הסברה פעלט אויס צו האבען א געפיל צו ארץ ישראל וואס איז דאס לאנד ווי אברהם יצחק און יעקב האבען געלעבט ווי דער בית המקדש איז געשטאנען ווי דער גאנצער נ"ך שפילט זיך אף, וואס עס זיינען דא הונדרעטער מאמרי חז"ל בשבח ארץ ישראל, ווי עס איז היינט דא בערך א מיליאן שומרי תורה ומצות, וואס אלע גוים פון ארום זיינען גרייט ... רח"ל וויפיל הסברה פעלט אויס צו האבען א געפיל צו דעם דאס איז דאך די וואינונג פון אידן און אהין גייט בקרוב בימינו אנקומען דער עני רוכב על החמור,די פריערדיקע צדיקים האבען געהאט אזא הייסע געפיל צום ארט, זעה דער חתם סופר ועוד

משא"כ צו האסען ארץ ישראל צו האבען אזא פרעמד געפיל צו אלעם וואס איז דא און ארץ ישראל, דארף מען צענדליגע יאהרן פון שלש סעודות תורה, פון ארטיקלען פון הסברה און איד און די הילף פון קול מבשר און ועדיין השטן מרקד בינינו , ווייל דאס איז א אומנאטירליכע געפיל, מען מאכט זיך אן אייגענע קולטור וואס האט נישט קיין נארמאלקייט, ווי אויסגעהאלטען איז די קולטור פון די קנאים על פי תורה? קלערט אריין, און איר ווילט נאך זאגען אז דער וואס איז אין קאנטראל פון יצר הרע האט נישט קיין געפיל צו ארץ ישראל נאר צו די קולטור פון די קנאים ???י

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 2:29 pm

· #25704
משה געציל
גאלד
דער קנאי איז דער צד החתן, דער סדר העולם איז אז דער פרוי איז הולך אחר דרכי בעלה בעניני יהדות וחסידות, וזה פשוט,
לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז סאשע ט"ב סאטמאר רביצין נישט ר' אהרן וויזניצער רבי,

פיין און וואויל ווען מען רעדט פון מינדערוויכטיגע זאכען, אבער לויט ווי סאטמאר רב זצ״ל האט אוועק געשטעלט זיין שיטה אז ציונות איז מינות גמור וואס איז שייך צו זאגען אז די פרוי ווערט נמשך נאכען מאן? איז ביי השכלה אויך גילטיג געווען די כלל? כפי ידיעתי זעכער נישט.

די דמיון צו השכלה איז בכלל נישט גלייך. השכלה איז געווען אן אידעלאגיע וואס איז געליגן אין מח, דאקעגן די חרדישע שיטות בנוגע ציונות אין אירע היינטיגע פארמען איז בכלל נישט דאס.

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 2:40 pm

· #25711
randy_couture
טעלעפאן
גאלד
דער בעלזער אין וויזניצער חסיד, איז 90% מיטן שיטת ויואל משה, זיי האלטן זיך פאר קנאים, זיי האלטן אויך אז די מדינה איז טרייף, זיי האלטן אויך אז א אידישע מדינה איז אסור קודם ביאת משיח, נאר וואס דען זיי האלטן אז אמעריקע און פראנקרייך איז אויך טרייף, און מיטדעמאלעם וואוט מען דארט און אידן זענען אין די רעגירונג, מיינט עס דען אז מ'איז ציפרידן צי זיין אין גלות און מ'איז נישט מצפה לגאולה? ניין, ווען מ'איז מתפלל ושבור עול הגוים ועול הגליות האבן זיי פונקט אזוי אינזין די ציוניסטישע רעגירונג

נו דעמאלטס וואס איז סאטמארער שיטה? פארוואס נישט? נאכדערצו אז פריוואט נעמען די סאטמארע אידן געלט פון די מדינה

און וואס איז שיטת גער?

איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין געשריבן. אבער די סיבה פארן נישט נעמען געלט פון די מדינה האט נישט מיט קיין ציונית נאר איז כדי זיי זאלן נישט האבן א ווארט און די מוסד. ווער עס נעמט זייערע פראגרעמס מוז אויך לערנען זאכן וואס זיי הייסן אזוי ווי דא און אמעריקע. אבער פריווייט נעמען געלט פון זיי איז קיינמאל קיין פראבלעם נישט געווען חוץ פאר די וואס ווילן נישט נהנה זיין פון מחללי שבתות אזוי ווי דא און אמעריקע זענען דא די וואס ווילן נישט נהנה זיין פון פוד סטעמפס וכדומה.

פאראן א געוויסע שיטה ביי מאנכע אין סאטמאר אז דער רבי האט נישט געלאזט נעמען געלט אין אמעריקע אויך נישט, געבויט אויף א שטיקל אין דברי יואל, דאכט זיך אין פר' במדבר.

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 2:41 pm

· #25712
גאלד
יא יא, דאס איז דער טעם הדבר פארוואס סאטמאר רבי האט גע'אסרט גיין צו די בחירות, די חולקים טענה'ן אבער אז דאס גיין צו די בחירות מיינט נישט אז איך בין מודה אין עפעס, דאס מיינט בלויז אז איך בין מציל את שלי, איך בין א שטייער צאלער ווי יעדעם און איך וויל בלויז ניצן מיינע רעכטן אפגעזעהן ווער דער רעגירונג איז צו די ענגלענדער, צו די אראבער, צו ליידער די ציונים, אבער דער צד השוה איז אז ביידע זענען מודה אז דער רעיון המדינה איז טמא,

אלנספאל איז דער מדובר דא נישט צו מ'מעג גיין צו די בחירות, דער מדובר איז צו מ'מעג זיך מתחבר צו מתחברים למתחברים, דהיינו הולכי בחירות, וואס פון דעם רעדט נישט דער ויואל משה, אבער א מעשה רב פון ר' סנדר דייטש ע"ה איז יא דא,

וואו איז דער מקור הסיפור פון ר' סנדר?

גאלד » מיטוואך יולי 18, 2012 2:50 pm

· #25717
בלנ"ד שבת וועל איך עס נאכקוקן, ווייל איך האב עס געזעהן אין א ספר אין א ביהמ"ד ווי איך דאווען שבת,

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 3:00 pm

· #25722
וועלכע ספר?

גאלד » מיטוואך יולי 18, 2012 5:49 pm

· #25819
דאס דענק איך אויך נישט, איינער האט מיר עס געוויזן, כעל מוזן יענעם פרעגן

גאלד » זונטאג יולי 22, 2012 12:01 am

· #26758
געטראפן דעם מקור הסיפור,

ספר בוצינא קדישא חלק ב' סימן צח.

איך בין מעתיק דעם פונקטליכן לשון:

אומר מותר אנוס הוא!

בספרו הק' ויוא"מ ביאר רבינו את חומר האיסור של השתתפות בבחירות הטמאות לכנסת המינים במדינה הציונת. ונעשה רעש גדול בעולם התורה ובין כל מחנות יהדות חרדים. הרבה דשו ודרשו בענין הס' ויוא"מ. זה בכה וזה בכה.

והיו אנשים גם בקרב מחנינו שהתפלאו מאוד על רבינו שכתב בספרו ביטויים חריפים כ"כ נגד המשתתפים בחירות, וגם נגד שולחיהם הרבנים המחייבים את כל אחד להשתתף בבחירות. אחד מזקני החסידים פנה אלי ושאל אותי, דלפי מה שהעלה רבינו בספרו הגדול עד היכן מגיע חומר האיסור של השתתפות בבחירות, ושגם השליחים ושולחיהם עוברים איסורים חמורים, א"כ יפלא איך זה ביקר רבינו אצל רבנים והאדמורי"ם שנתנו חתימתם למען הבחירות. ומה יאמר הבריות.

אחרי התבוננת השבתי להסביר הדבר להשואל, כי הרבנים המחייבים להשתתף בבחירות רוח אחרת עמהם, והם סוברים כי אין פגם בדבר, וכבר נשתקעו בדעה זו ואינם רואים בזה שום איסור, ומכיון שהם ביקרו את רבינו, הרי מן הנימוס שרבינו יחזיר להם ביקור נימוסין. - אבל החסיד ההוא לא נחה דעתו מתשובתי. והאיץ בי להציע את שאלתו לפני רבינו.

בליל שבת קודש אחר התפילה, כאשר כל ציבור המתפללים עברו לפני רבינו לברך ולהתברך בברכת שבתא טבא, ואף רבינו ענה כנגד המברכים ולעומתם ברוך יאמר, ורבינו סקר את כל אחד ואחד, רמז לי רבינו שרוצה לדבר עמי. עמדתי מן הצד עד שעבר כל הקהל הקודש. ולאחר שאמר לי רבינו מה שרצה לומר לי. הרהבתי עוז בנפשי והצעתי את שאלתו וספיקו של החסיד ההוא. ושאל אותי רבינו: מה השבת לו. עניתי ואמרתי מה שהשבתי והסברתי לפי קט שכלי, שהתנהגותו של רבינו מוצדקת ומובנת לי מאד, כמו שהסברתי לעיל.

רבינו נכנס בשיחה ארוכה בנידן, ואמר ברוב התמרמרות, כי מאוד יפלא בעניו אשר רבנים וגדולי ישרא' ישגו ויעשו כדבר הזה, להורות לאנשים תמימי לב להשתתף בבחירות של שלטון כופרים, ולבחור בנציגים שישתתפו בממשלה של מינות וכפירה, אשר כל עיקר התייסדות המדינה הוא איסור חמור ונורא. ומובן בלי שום ספק וספק ספיקא כי כל מגע ומשא עם מדינה המורדת במלכות שמים אסורה בהחלט, ולען באמת תימה גדולה על רבנים וגדולי תורה הנמחייבים להשתתף בבחירות.

אח"כ הסביר רבינו דמה שביקר את הרבנים מתירי הבחירות לא קשה כלל, כי הם בגדר אומר מותר אנוס הוא, אחרי שגמרו בדעתם שמותר להשתתף בהבחירות, וגמירא לן אומר מותר אנוס הוא, כדאיתא בש"ס. וגם הם בגדר אומר מותר, כי לפי דעתם אין בזה שום איסור.

עד כאן לשונו

דעמאקראטיע » זונטאג יולי 22, 2012 2:57 pm

· #26957
משכיל
וויפיל הסברה פעלט אויס צו האבען א געפיל צו ארץ ישראל וואס איז דאס לאנד ווי אברהם יצחק און יעקב האבען געלעבט ווי דער בית המקדש איז געשטאנען ווי דער גאנצער נ"ך שפילט זיך אף, וואס עס זיינען דא הונדרעטער מאמרי חז"ל בשבח ארץ ישראל, ווי עס איז היינט דא בערך א מיליאן שומרי תורה ומצות, וואס אלע גוים פון ארום זיינען גרייט ... רח"ל וויפיל הסברה פעלט אויס צו האבען א געפיל צו דעם דאס איז דאך די וואינונג פון אידן און אהין גייט בקרוב בימינו אנקומען דער עני רוכב על החמור,די פריערדיקע צדיקים האבען געהאט אזא הייסע געפיל צום ארט, זעה דער חתם סופר ועוד

משא"כ צו האסען ארץ ישראל צו האבען אזא פרעמד געפיל צו אלעם וואס איז דא און ארץ ישראל, דארף מען צענדליגע יאהרן פון שלש סעודות תורה, פון ארטיקלען פון הסברה און איד און די הילף פון קול מבשר און ועדיין השטן מרקד בינינו , ווייל דאס איז א אומנאטירליכע געפיל, מען מאכט זיך אן אייגענע קולטור וואס האט נישט קיין נארמאלקייט, ווי אויסגעהאלטען איז די קולטור פון די קנאים על פי תורה? קלערט אריין, און איר ווילט נאך זאגען אז דער וואס איז אין קאנטראל פון יצר הרע האט נישט קיין געפיל צו ארץ ישראל נאר צו די קולטור פון די קנאים ???י

שמך נאה אוי ביזטו א געזונטער מ. זאג נאר ביזטו נישט צופעליג ישראל אייכלער????
וואס דרייעסטו א קאפ פון ליעבשאפט צו אר''י דו פראגלייכסט עס נאך צום חתם סופר
דעס וואס דו גלייכסט אר''י אין אלע ציונים גלייכן אר''י איז זייער פשוט ווייל עס איז א גוטע געפיל ווען מען טראכט אז ארץ ישראל ליגט אין די הענט פון אידן
איי די אידן טוען דארט אפ כל עבירות שבתורה
דער כוחי ועוצם ידי איז גאר א שטארקער נסיון
דו גלייכסט אר''י ווייל עס האט אסאך אידישע היסטאריע פונקט ווי דער אמעריקאנער גלייכט אמעריקא ווייל עס האט אסאך היסטאריע פון זיינע עלטערן

דער חתם סופר אין אנדערע צדיקים האבן געגליכן אר''י ווייל זיי האבן געשפירט עפעס העכערס זיי האבן געשפירט קדושות אר''י ממילא האבן זיי געהאט אזא השתוקקת
אין סתם בדרך אגב אז מען קוקט אין די הסיטאריע זעהן מען אז נאר גדולים וקדושים זענען ארויפגעפארן קיין א''י ווייל זיי האבו געהאט א תשוקה צו וואונען דארט
משא''כ דער המון עם איז קיינער נישט געווען אינטרעסירט צו וואוינען דארט

דעמאקראטיע » זונטאג יולי 22, 2012 3:04 pm

· #26959
משכיל
אין די אלע עוולות וואס סאטמאר האט געטועהן אלע יארען מאכט זיי וואס ?י
לויט סאטמאר איז דען די עוולה די מעשים פון די מדינה אפילו ווען זיי זאלען זיין וואויל און פיין איז עס דאך אסור,י
אבער לדעתי איז די ג' שבועות הלכה למעשה א נייע ערפינדונג, זייער אסאך גדולי ישראל האבען נישט געהאלטען אזוי,י
די אמת'ע טענה געקען סאטמאר איז אז אויב דער ויואל משה איז הלכה למעשה, איז אן פשרות, דאס וואס מען לייגט צו פירושים וואס מען האט אליין געהערט פון רבי'ן קען נישט אוועק מאכען וואס ווערט גע'פסק'נט מפורש אין ויואל משה, יבקע הדין את ההר, נישט נאר ווי איך וויל דהיינו "ויואל משה" און ער האט אזוי געוואלט,י
און דער רבי זי"ע אליין האט נישט אויסגעפירט למעשה וואס ער האט געשריבען, אויב איינער וואס גייט צו בחירות מיט בגדי שבת איז זיך משדך מיט זיין נעפיו וואלט ער געדארפט מוחה זיין, בפרט ווען ער האט גאנץ גוט געווסט אז יענער איז זיין איינציגער ממלא מקום,י
דאס איז דער פראבלעם אויב מען קען מאכען פשרות אין די שיטה, ווילן די אגודה אויך מאכען זייערע פשרות,י

אין מחנה החרדי איז געווען א סעריע פון ארום 50 ארטיקלען ווי ער האט צעקליבען דעם ויואל משה בדרך כבוד, און ווייזט דארט איבער די פילע פראבלעמען וואס איז דא אין דעם ספר, י
איך זעה נישט עס זאל פעלען עפעס פון הרב עובדיה יוסף שליט"א מיט זיין עדה הקדושה פון הונדערט'ער טויזענטער אידן ציונים, גלייבט איר טאקע אז זיי גייען אלע אין גיהנום אריין ?י,

דיין ניק אין די תגובות דיינע שטומט עפעס הערליך
אין די גמרא מסכת כתובות איז נישטא קיין חולק אויף די שלש שבועות

אוי יעס פלאץ איז דא גענוג אין נאך ליידער
דו ווייסט וופיל רעפארמער סאיז דא?

משכיל » זונטאג יולי 22, 2012 4:14 pm

· #26979
עס איז נישט קיין שום עוולה צו זיין א משכיל,

פארוואס דרייסטו דיך דא אין שטיבעל צו פארשטארקען דיין אמונה?י

כדי צו זיין א כשר'ע קנאוי דארף מען אפלאכען אסאך תורה'דיקע זאכען, מיט א ווינק פונעם אויג און א דריי מיט די נאז

משכיל » זונטאג יולי 22, 2012 4:50 pm

· #27008
צוריק צום קעפעל פון דעם אשכול "ציונות מהו" איך וואלט אויך געוואלט וויסען, ווי אזוי אזא הארבע ענין וואס איז יהרוג ואל יעבור קען זיין אזוי נישט קלאר, עס איז שוין היינט דא ספרים ספעציעל אויף כמעט יעדע מנהג כמו מנהג ל"ג בעומר, און יעדע דבר טוב כגון מעשר כספים, אויך אויף יעדע מצוה כמו שילוח הקן, פארוואס זאל נישט ארויסקומען א ספר וואס זאל ארויסבערענגען אלע פרטים ופרטי פרטים פון די שיטה, אויב איז דא סתירות אין די מסורה זאל מען אלעס אראפ ברענגען חיים בערקאוויטש האט געהערט פון רבין זי"ע אזוי, און די היינטיגע דיינים זאגען אויף דעם אזוי און אזוי, עס וואלט געברענגט א קלארקייט, נישט אז יעדער זאל קענען מאכען זיין אייגענע "יהרג ואל יעבור מפי השמועה"י

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 4:57 pm

· #27017
אין חב"ד דאקטערינע איז משכיל א הויכע טיטל.

משכיל דארפסט פארשטיין אז דאס איז אוממעגליך צו טוהן ווייל אויב לייגט מען זיך אריין אין די שיטה הקדושה מיט א אפענע נייטראלע קאפ זעהט מען גאנץ שנעל אז עס איז שטותים מיט לאקשען, עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 5:03 pm

· #27021
משכיל איז צו שכל וואס מבין איז צו בינה, און ביי אסאך מענטשען ביי וועם משכיל איז א דערנידערונג, איז דעמאקראטיע אויך א דערנידערונג.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 22, 2012 5:07 pm

· #27025
איך אויך
אויב לייגט מען זיך אריין אין די שיטה הקדושה מיט א אפענע נייטראלע קאפ זעהט מען גאנץ שנעל אז עס איז שטותים מיט לאקשען, עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו.

דו רעדסט פונעם ספר ויואל משה?

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 5:08 pm

· #27028
יא און אויך על הגאולה. יעצק קענסטו מיר שיסן.

גאלד » זונטאג יולי 22, 2012 5:11 pm

· #27030
איך אויך
אויב לייגט מען זיך אריין אין די שיטה הקדושה מיט א אפענע נייטראלע קאפ זעהט מען גאנץ שנעל אז עס איז שטותים מיט לאקשען, עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו.

למשל, לכו נא ונוכחה

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 5:12 pm

· #27031
און דו ("איך אויך") ביזט דער וואס איז באזארגט אויף משה געציל'ס חוזק מאכן פון בעל שם'ס מעשיות?! LOL 🙄

שמעקעדיג » זונטאג יולי 22, 2012 5:16 pm

· #27034
איך אויך
יא און אויך על הגאולה. יעצק קענסטו מיר שיסן.

שיסן? מאן דכר שמיה. (אגב, סאטמאר רבי האט זיך "באמת געלאזט שיסן" פאר אידישקייט)

אבער אסאך מאל מיט איין פאראגראף קען מען זעהן די חכמה פון א מענטש.

כ'קען הערן אז דו ביסט נישט מסכים מיט יעדן ווארט וואס ער שרייבט, און נישט יעדע ראי' געפעלט דיר; אבער זיך אויסצודרוקן "עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו", אויף א ספר וואס גדולים וטובים זענען ארויס פון התפעלות, מצד ההלכה ומצד הדרוש, און דו האסט אזא עקסטרעמע פארקערטע אפשאצונג, וויל איך נישט זאגן דא, ווייל פערזענליכע אטאקעס זענען פארבאטן אין קאווע שטיבל. אבער נאכברענגען א גמרא וואס שרייבט "מדחציף כולי האי, שמע מינה מ... הוא" האף איך איז ערלויבט.

איך בין אויך "אפען מיינדעד", אבער אלעס האט א גבול. מען רעדט נישט אזוי אויף א רבן של ישראל, א גאון עצום בכל מכמני התורה. און בכלל קוקט נישט אויס אז דו האסט אדורכגעלערנט די ספרים, וועלכע זענען מתוקים מדבש און מאיר העינים.

איך מיש מיר דירעקט נישט אריין אינעם אשכול, איך האב אסאך וואס צוצולייגן, אבער הזמן יוכלו, הנייר יוכל, והם לא יוכלו. ווייניג מענטשן טוען איבערצייגן דעם צווייטן אין די ענינים. בכלל האב איך א מנהג זיך נישט אריינצומישן אין טענות וואט העלפט נישט איבערצייגן קיינעם, נישט דא און נישט אין פאליטיק. אבער זיך אננעמען פאר מיין רבי'ן פיל איך א חוב. יעצט קענסטו מיך שיסן.

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 5:21 pm

· #27036
משכיל

אין מחנה החרדי איז געווען א סעריע פון ארום 50 ארטיקלען ווי ער האט צעקליבען דעם ויואל משה בדרך כבוד, און ווייזט דארט איבער די פילע פראבלעמען וואס איז דא אין דעם ספר, י

אזוי ווי משכיל האט געשריבען, פאר לכו נא ונוכחה דארף מען האבן א ים מיט צייט ווייל ווי געזאגט רעדט מען נישט פון אפאר איינציגע טעותים דא דארט נאר מען רעדט פון א סיסטעמאטישע פעלשונג סיי אין חלק ההיסטוריה און סיי אין חלק הקוואטונג פון פריערדיגע ספרים. די סעריע ארטיקלן איז א גוטע פלאץ אנצוהייבן פאר ווער עס זיכט דעם אמת און ווי דערמאנט איז עס געשריבן בדרך כבוד און נאר לגופם של דברים, עס צונעמט די קוואטס בודק צו זיין צו יענער האט טאקע געמיינט דאס וואס מען לייגט ארויף אויף עם.

ואגב, בשעתו איז געווען א שמועה אז דער מחבר פון די סעריע ארטיקלן איז בעלזר רב שליט"א אבער גראדע איז דער מחבר א ליטווישער אינגערמן פון טעלז-סטון, מפי השמועה זאגט מען אז בעלזר רב האט אויך א חיבור גרייט און בשעת די הייסע צייטן האט מען עם געמוטשט עס ארויסצוגעבן אבער ער האט נישט געוואלט צולייגן אויל צום אש המחלוקת וואס איז געווען גענוג גרויס אן דעם.

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 5:24 pm

· #27039
שמעקעדיג טייערער דו ביסט פארכאפט אין די סאטמערער פראוודע פראפאגאנדע אז "אלע" גדולי ישראל בכול הדורות האבן געהאלטן ווי סאטמערער רב'ס זצ"ל שיטה הקדושה, אבער וואס קען מען טוהן אז למען האמת האט "קיינער"נישט געהאלטן אזוי.

איך ווייס נישט פון וועלכע "נייטראלע" גדולים טובים דו רעדסט אבער עז פאר עז איי קנוא יעדער ת"ח וואס איז נישט ברעינוואשט וואס האט דורכגעלערנט דעם ספר געקומן צו דעם מסקנה אז דבריו אין בהם ממש.

טעפל » זונטאג יולי 22, 2012 5:27 pm

· #27045
איז דא אפשר איינער דא וואס ציעט צי ציונות? ווייל קיין פרייע ציט זיכער נישט צו ציונות זיי ווייסען קוים וואס דאס איז

גאלד » זונטאג יולי 22, 2012 5:36 pm

· #27056
אפשר קען מען אויפהערן מיט די רעטאריק און זיך צוריק אומקערן צום טעמע, איך ווייס אז ציונית איז זייער פארצווייגט אבער מ'קען זיך נעמען איבער איין געוויסער סניף,

אלנספאל רעדן איבער ארטיקעלן און פערזענליכע מענטשן, איז נישט זיכער נישט אינטערסאנט

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 5:59 pm

· #27075
טעפל, אסאך אידן ציעט ציונות ווייל אלע גדולי ישראל במשך הדורות האבן געהאט א געוואלדיגע חיבת ציון און א בענקעניש נאך ירושלים. כלל ישראל איז פון די עלטסטע פעלקער וואס האבן א נאציאנאל-באזירטע רעליגיע.

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 6:03 pm

· #27079
יידל דו רירסט דא אן איינע פון די עלסטע שאלות אין עקזיסטענץ צו אידישקייט איז א רעליגיע אדער נאציאנאליטעט, טאנען ביכער זענן געשריבן געוורען אויף דעם נושא.

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 6:06 pm

· #27082
איך אויך
יידל דו רירסט דא אן איינע פון די עלסטע שאלות אין עקזיסטענץ צו אידישקייט איז א רעליגיע אדער נאציאנאליטעט, טאנען ביכער זענן געשריבן געוורען אויף דעם נושא.

עס איז אזוי ווי יעדע אלטע רעליגיע. א נאציאנאל באזירטע רעליגיע. יעדע לאנד האט געהאט זייער אפגאט, און יהודה וישראל להבדיל אא"ה האט געהאט די אמונה בה'. וואס דארפן מיר מער ווי אריינקוקן אין די תורה און זען אז כלל ישראל און ארץ ישראל זענען מקושר איינער צום צווייטן! מיט וואס סטראשעט דער רבוש"ע די אידן אויב זיי וועלן זינדיגן? אז ארץ ישראל וועט זיי אויסשפייען! וואספארא סטראשע איז דאס אויב אידן זענען נישט קיין נאציאנאליטעט? בכלל, די מושג פון אפטיילן רעליגיע פון נאציאנאליטעט האט נישט עקזעסטירט בימי התנ"ך.

משה געציל » זונטאג יולי 22, 2012 6:22 pm

· #27097
זר זהב
און דו ("איך אויך") ביזט דער וואס איז באזארגט אויף משה געציל'ס חוזק מאכן פון בעל שם'ס מעשיות?! LOL 🙄

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ״איך אויך״ האט פארשטאנען אז איך האב פרובירט ח״ו חוזק צומאכען פון בעשה״ק האט ער געטוהן זייער א גלייכע זאך און אויס געדרוקט זיין פראטעסט, אבער צו גיין זאגען אז איינער וואס גלייבט נישט אין די שיטה איז ממש ווי חוזק מאכען פון בעשה״ק? פון ווי נעמסטו אזעלכע שארפע סטעיטמענטס?

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 6:24 pm

· #27099
לייען איבער וואס ער שרייבט. ווען ער זאל נאר שרייבן "איך גלייב נישט אין די שיטה", החרשתי

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm

· #27102
ר' יואל כהן האט אויך געשריבן א לענגערע קונטרס אפצופרעגן געוויסע פונקטן אין ויואל משה וואס איז נוגד צו שיטת חב"ד.

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 6:28 pm

· #27104
משה געציל, האב נישט קיין טענה צו עם, לויט די סאטמערע פראפאגאנדע ציהט זיך א גלייכע ליניע פון משה רבינו צום בעש"ט (ביז נשתכח תורת הבעש"ט) און פון דארט און ווייטער איז דער תורת משה געפארן גלייך צו רביה"ק זצ"ל. איינער וואס האלט אנדערש איז א כופר בעיקר.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 6:28 pm

· #27105
זר זהב
לייען איבער וואס ער שרייבט. ווען ער זאל נאר שרייבן "איך גלייב נישט אין די שיטה", החרשתי

גאלד » זונטאג יולי 22, 2012 6:31 pm

· #27107
אידנטום איז טאקע א דת און א עם,
אבער דאס הייליג לאנד ארץ ישראל איז נישט וואס מאכט דעם איד א איד, ארץ ישראל איז א שכר,
א טייערע מתנה וואס דער אייבישטער גיבט אונז, אויב מיר היטן זיינע מצוות און מיר טוהן תשובה,
לערן גאנץ סדר משנה תורה, פסוק נאך פסוק,
קוק דעם פסוק וואס מיר זאגן פעמיים באהבה:
השמרו לכם פן-יפתה לבבכם...וחרה אף-ה בכם...ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה נתן לכם

אויב מיר פירן זיך נישט אויף כהוגן וויל אונז דער אייבישטער נישט זעהן און זיין פאלאץ,
אויף דעם שטייט וואס דער נביא זאגט ביי די לעצטע וואכעדיגע הפטורה, ירמי' ב' ז'
ותבואו ותטמאו את-ארצי, ונחלתי שמתם לתועבה.
און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 6:34 pm

· #27110
גאלד

און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי

ולרשע אמר אלוקים, מה לך לספר חקי, היינטיגע צייטען וואס ס'דא אזוי פיל עוברי עבירה וואס לערנען תורה, טאר מען נישט לערנען קיין תורה.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 6:37 pm

· #27114
געפילטע פיש
גאלד

און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי

ולרשע אמר אלוקים, מה לך לספר חקי, היינטיגע צייטען וואס ס'דא אזוי פיל עוברי עבירה וואס לערנען תורה, טאר מען נישט לערנען קיין תורה.

וועגן דעם שטייט טאקע אז מ'זאל האבן א הירהר תשובה פאר'ן לערנען. און ווי אויך קען מען זיך פארלאזן אויפ'ן פסוק פון הלוואי אותי עזבו ותורתי שמורי... המאור שבה יחזירו למוטב. אלנספאל האסטע מיסרעפרעזנטירט "גאלד'ס" וואליד נקודה.

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 6:39 pm

· #27116
גאלד
אידנטום איז טאקע א דת און א עם,
אבער דאס הייליג לאנד ארץ ישראל איז נישט וואס מאכט דעם איד א איד, ארץ ישראל איז א שכר,
א טייערע מתנה וואס דער אייבישטער גיבט אונז, אויב מיר היטן זיינע מצוות און מיר טוהן תשובה,
לערן גאנץ סדר משנה תורה, פסוק נאך פסוק,
קוק דעם פסוק וואס מיר זאגן פעמיים באהבה:
השמרו לכם פן-יפתה לבבכם...וחרה אף-ה בכם...ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה נתן לכם

אויב מיר פירן זיך נישט אויף כהוגן וויל אונז דער אייבישטער נישט זעהן און זיין פאלאץ,
אויף דעם שטייט וואס דער נביא זאגט ביי די לעצטע וואכעדיגע הפטורה, ירמי' ב' ז'
ותבואו ותטמאו את-ארצי, ונחלתי שמתם לתועבה.
און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי

קיינער זאגט נישט אז ארץ ישראל מאכט דעם איד פאר א איד. אבער ארץ ישראל איז דאס אידיש לאנד. (אזוי ווי נישט א שטריימעל מאכט א מענטש פאר א חסיד, אבער א שטריימעל איז א חסידיש לבוש).
דער רבוש"ע זאגט נישט כי תבואו לראות את פני ווייל ער וויל מיר זאלן נישט קומען נאר ווייל ער וויל מיר זאלן תשובה טון! (ס'איז אזוי ווי ווען א מלמד זאגט פאר א קינד, אז דו ביסט שלעכט גייסטו נישט אויף די טריפ, זאגט די קינד "איך גיי נישט אויפן טריפ!". וועט די מלמד זיין צופרידן?)

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 6:45 pm

· #27120
זהב'ל, דו האלטסט אז ס'איז בכלל מעגליך דיר אויפציווייזען פארקערט פון די שיטה הקדושה? אויב נישט איז א שאד יעדע ווארט.

גאלד » זונטאג יולי 22, 2012 6:45 pm

· #27121
יידל

די רבוש"ע וויל מיר זאלן תשובה טאן און נאר ער וועט אונז נעמען צו די שיינע טריפס, נישט מיר וועלן זיך אריינפייפן, טון עבירות, און זיך אליינס גיין אויף טריפס,

דאס איז שוין א אומדערהערטע חוצפה,

דער אייבישטער שיקט אונז אין גלות צווישן די פעלקער, פאר אונזער טובה, און אונז פייף מיר זיך אן אונז נעם מיר זיך צוריק ארץ ישראל מיט געוואלד, דאס איז דאך א געפערליכע ניאוץ אין אייבירשטן,

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 6:48 pm

· #27123
געפילטע פיש
זהב'ל, דו האלטסט אז ס'איז בכלל מעגליך דיר אויפציווייזען פארקערט פון די שיטה הקדושה? אויב נישט איז א שאד יעדע ווארט.

קענסט מיר נישט אויפווייזן פארקערט ווייל איך קען נישט די שיטה. איך קען פשוט די תורה. השם האט זיך אויסגענומען תנאים מיט זיין פאלק וואס איז בינדענד מיט די לאנד וואס ער האט אונז געגעבן, אויב וועלן מיר זינדיגן וועלן מיר נישט האבן דעם לאנד. און אונז ווארטן יעצט אויף משיח.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 6:53 pm

· #27124
זר זהב
געפילטע פיש
זהב'ל, דו האלטסט אז ס'איז בכלל מעגליך דיר אויפציווייזען פארקערט פון די שיטה הקדושה? אויב נישט איז א שאד יעדע ווארט.

קענסט מיר נישט אויפווייזן פארקערט ווייל איך קען נישט די שיטה. איך קען פשוט די תורה. השם האט זיך אויסגענומען תנאים מיט זיין פאלק וואס איז בינדענד מיט די לאנד וואס ער האט אונז געגעבן, אויב וועלן מיר זינדיגן וועלן מיר נישט האבן דעם לאנד. און אונז ווארטן יעצט אויף משיח.

שוין, איך קען אויך נישט די שיטה, סא שטיימער אייניג...
לגבי תורה, ווייסטו אליין אז ס'דא צדדים לכאן ולכאן, און נישט יעדער ערליכע איד וואס האט ליב ארצינו הקדושה איז פארכאפט אין ציונות.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 6:57 pm

· #27127
געפילטע פיש
און נישט יעדער ערליכע איד וואס האט ליב ארצינו הקדושה איז פארכאפט אין ציונות.

ס'איז ידוע אז דער סאטמאר רב אליין איז געווען גאר א שטארקער חובב ארצינו הקדושה טראץ זיין שארפע התנגדות צו די הקמת המדינה

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 6:57 pm

· #27128
און נישט יעדער ערליכע איד וואס האט ליב ארצינו הקדושה איז פארכאפט אין ציונות.

אוודאי נישט. אויב יא וואלסטע געדארפט זאגן אז דער בעש"ט מיט'ן אה"ח הק' זענען געווען ציונים

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 6:57 pm

· #27129
געפילטע פיש
זר זהב
געפילטע פיש
זהב'ל, דו האלטסט אז ס'איז בכלל מעגליך דיר אויפציווייזען פארקערט פון די שיטה הקדושה? אויב נישט איז א שאד יעדע ווארט.

קענסט מיר נישט אויפווייזן פארקערט ווייל איך קען נישט די שיטה. איך קען פשוט די תורה. השם האט זיך אויסגענומען תנאים מיט זיין פאלק וואס איז בינדענד מיט די לאנד וואס ער האט אונז געגעבן, אויב וועלן מיר זינדיגן וועלן מיר נישט האבן דעם לאנד. און אונז ווארטן יעצט אויף משיח.

שוין, איך קען אויך נישט די שיטה, סא שטיימער אייניג...
לגבי תורה, ווייסטו אליין אז ס'דא צדדים לכאן ולכאן, און נישט יעדער ערליכע איד וואס האט ליב ארצינו הקדושה איז פארכאפט אין ציונות.

נישט נאר עס איז נישט תלוי איינס אינעם צווייטן נאר ווי ערליכער מען איז און ווי מער מען האט באמת ליב א"י שטערט עס מער די מעשים תעתועים פון די ציונים.

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 7:07 pm

· #27132
זר זהב
און נישט יעדער ערליכע איד וואס האט ליב ארצינו הקדושה איז פארכאפט אין ציונות.

אוודאי נישט. אויב יא וואלסטע געדארפט זאגן אז דער בעש"ט מיט'ן אה"ח הק' זענען געווען ציונים

סאו, ווער איז יא א ציוני?
בלאט: 1 2 3 4 5