דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
218 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10311
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ניין
און אפילו דער חומרא האט נישט מיט רוה"ק, נאר ווייל מ'האט מסכים געווען צו די פשט אין גמרא. ס'איז א געהעריגע מחלוקת הראשונים, עיי"ש בב"י
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אבער ער סוכ"ס איז ער אזוי מכריע מכח רוה"ק, הגם שבפשטות אמר כן על דרך הפלגה, ברענגט ער פריער צו אז די מהרי בן לב און אנדערע זאגן יא אזוי.
און וואס טוט זיך מיט די חסידישע ספרים, עפן א תולדות און הייב אן קנאקען.
אור יצחק מ'הרה"ק מ'ראדוויל (בן המגיד ר' מיכעלע מזלאטשוב) זאגט ער דארט גאנץ א שיינע פאר מאל מיט אלעלכע לשונות ווי שמעתי בשמים.
גוט, ס'ווענדט זיך וואס ער זאגט, ניתי ספר ונחזי.
איך גלויב ביים קאמארנער קען מען טרעפן די סארט לשונות, סווענדט זיך אבער וואס ער זאגט, ועוד נישט יעדע מאדנע הערה פון אן אדמו"ר ווייזט אויף אז תורת החסידות איז נישט מבוסס אויף די ספרי הנביאים, חז"ל, תורת הסוד.
איך מיין אז דער ספר דארף אן עקסטער באהאנדלונג. (אגב, די ספר איז פון א כת"י און ס'איז הערשט ארויסגעקומען דאס ערשטע מאל מיט בערך 50 יאר צוריק נאכן ליגן ביי אן אייניקל).
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
כבאקום די אימפרעשאן אז ווען אימער א כת"י בוגרה'טצעך קומט זי ארויס א תורה חדשה וקונטרוברסיאלי.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
דער נאראטיוו פון חסידות איז
א. אז אידישקייט איז געווארען פארדזשאווערט און מ'האט געדארפט א נייעם גייסט.
ב. אז מ'האט געדארפט אויסראטען די סיגופים און תעניתים און טוישען אויף שמחה'דיגע וועגען.
ג. די שטראלען פון תורתו של משיח האבען שוין אנגעהויבען צו שיינען פאר'ן ביאת המשיח, פונקט ווי תורתו של משה האט שוין געשיינט ביי די אבות.
יעדער איינער זאגט די נוסח לויט זיין אפשטאם און דרגא פון סאפיסטיקירטקייט, והצד השווה שבהן איז אז דער בעש"ט האט קיינמאל נישט געטענה'ט אז זיין גאנג איז א פשוט'ער המשך פון פריערדיגע. ס'האט נאך קיינער ניטאמאל געזאגט די ליגענט אז דער ש"ך צו דער מהר"ל צו דער רשב"א זענען געווען חסידיש. דעריבער איז די גאנג א שפאט אין פריערדיגע. די חידושים פון ר' חיים בריסקער וכדו' זענען געווען, עכ"פ לדעתו, נישט מער ווי זאגען פשט אין פריערדיגע. ער האט קיינמאל נישט געחלומ'ט אז פריערדיגע האבען נישט פונקט אזוי געזאגט.
וועגען דעם איז חסידות אויסדריקליך נישט קיין המשך פון פריער, און פאר דעם האט אויסגעפעהלט דער ענין פון אחיה השילוני
עטליכע הערות בנוגע אונזער שמועס.
כ'האב געזען נאכברענגן פון די פירוש על ספר יצירה המיוחס לרס"ג פרק ב' משנה ה', שמעתי כי אבן עזרא ברא בריה לפני ר"ת וכו', כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מ'איז מייחס דאס צו רס"ג.
דער הכותב פון עין יעקב ברענגט אז רב שמואל בר חפני גאון וואס איז געווען דער שווער פון רב האי גאון, שרייבט אויף די אלע אגדות פון היכלות וואס ווערט געברענגט, ד' נכנסו לפרדס ועוד, אז די זאכן זענען נישט אויסגעהאלטן, און די אלע אגדות זענען לא אליבא דהלכתא, אבער רב האי גאון קריגט אויף דעם.
דאס איז דער זעלבער רב שמואל בר חפני, וואס זאגט אז מעשה אוב איז געווען סתם א דמיון, עיין רד"ק שם
דער רמב"ם אין א בריוו באצייכענט די ספרי היכלות אלס ספרי כפירה
ליטוואק די אלע זאכן וואס דו זאגס'ט איז נישט ריכטיג.
קיינער האט נישט געזאגט אז אידישקייט איז פארדזשאוועט.
סיגופים און תעניתים זענען לאו דוקא מעינסטריעם אין יהדות, די חסידי אשכנז האבן דאס פארגעשטעלט, אסאך נישט- חסידישע גדולים זענען געווען אנטקעגן תענתים ווייל ס'האט נישט קיין מקור אין ש"ס, לדוגמא דער נוב"י.
איך ווייס נישט ווי צענטראל דאס אויסראטן תענתים איז אין תורת הבעש"ט, אסאך רבי'ס האבן יא געמאכט סיגופים.
ביטע ברענג מקורות צו יעדע נקודה וואס דו זאגסט פון ספרי חסידות.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
איך האב עס געברענגט אלס א נאראטיוו. ווען מ'פרעגט סיי וועלכע היסטאריקער צו חוקר, זאגט ער בערך איינער פון די זאכען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך פארשטיי, ווייל די בליק פונעם היסטאריקער באציט זיך צום אמת'ן פאקט אז די אלגעמיינע אשכנז'ישע אידישקייט האט זיך אנטוויקעלט אויף א פארנעם וואס האט נישט געלאזט קיין פלאץ פאר די פשוטע המון עם זיך צו שפירן א טייל פון אידישקייט.
אזויווי איינער זאל זאגן אז רעכניץ האט געזאגט אז אידישקייט איז פארדזשאוועט ווען ער האט געהאקט קעגן לעיקוואד, די אלע זאכן האט גארנישט מיט אידישקייט, ס'איז פארפוילטקייט און הזנחות אין ערכים פון אונזערע מקורות.
אגב, פונעם רבין ר' זושא זאגט מען אז א איד דארף כסדר לעבן מיט תשוב"ה, דאס איז די ראשי תיבות פון פינעוו פסוקים וואס פארנעמן א זייער חשוב'ן ארט אין חסידות, תמים תהיה עם השם אלקיך, שויתי השם לנגדי תמיד, ואהבת לרעך כמוך, בכל דרכך דעהו, הצנע לכת עם השם אלקיך.
היות די ענין איז איינס פאוסט איך עס אהער
.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
פארוואס איז שווייגען נישט געווען קיין עצה?
יעצט לגבי דיין אמת'ער ציל. פיהל יונגעלייט קומען אן אין ק"ש מיט א שטארקע אנטוישונג פון די שרייעדיגע סיסטעם. מ'האט זיי געצווינגען צו גלויבען אין זאכען וואס זיי פארשטייען נישט, און זייער גאנצע אמונה איז אין געפאר. ווען זיי זע'ען אז פרומע יונגעלייט וואס גלויבען און לערנען תורה און פיהרען זיך אויף כהלכה, קענען אויך פרעגען און קווענקלען אויף מוסכמות, גיבט עס א לייכטקייט. זייער קשיא'ס זענען נישט קיין סתירה צו אידישקייט, נאר צו א חלק פונ'ם געזעלשאפט. פון דיין שרייען האבען זיי גענוג געהערט אין ישיבה ועוד.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ליטוואק פון בודאפעסטוואס מיינט נפש.תחת נפש? אז מ'הארגעט א רוצח? דאס איז היינט אויך, נאר מ'האט פראקטיש נישט קיין דיינים דערפאר. טאמער דו מיינסט עין תחת עין, דער רמב"ם זאגט אונז שוין אז ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין טאג וואס מ'האט עס פארשטאנען כפשוטו
ומי שחסר אבר יחוסר אבר, כאשר יתן מום באדם כן ינתן בו, ולא תטריד רעיונך בהיותנו עונשים הנה בממון, כי הכונה הנה לתת סבת הפסוקים ולא סבת דברי התלמוד (מו"נ ח"ג פ' מא)
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
דער רמב"ם אין הקדמה צו מורה שרייבט שארף קעגען די וואס לערנען נישט די גאנצע מורה, ממילא קען איך גארנישט זאגען, איך האלט נאך אינ'ם הקדמה.
דער רמב"ם וואס איך האב געברענגט איז אין הקדמה לפיהמ"ש, והדברים עתיקים
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אה, נאאה חלילה. כהאב נישט געפרעגט אויף דיין ארנטליכקייט. כהאב פארשטאנען ס'קען זיין דו ווייסט נישט פון דעם רמב"ם. למעשה אבער, נחזור להנידון, איז פשט אז אין נגלה איז אויך נישטא א מסורה גרידא?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ועוד, סתם א זייטיגע באמערקונג, ולא תטריד רעיונך קען אויך אויסגעטייטשט ווערן ווי כאילו ממון איז באמת ווייניגער יוסטיץ ווי א אויג פאר אן אויג. איז דא א מקום אזוי צו טענהן? ווייל אויב נישט פ"וו ולא תטריד? פארקערט, די דברי התלמוד בארוהיגט אונז?!
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ס'צוויי באזונדערע נושאים. ליטוואק'ס ציטוט זאגט אז אפילו לויטן רמב״ם איז חז״לס פשט אין יד תחת יד נישט קיין מחודשדיגע הנהגה, נאר ס'אייביג געווען אזוי.
וואס דו ברענגסט ווייזט אז לויטן רמב״ם איז עס נישט פשוטו של מקרא. ס'מיינט אבער נישט אז מ'האט זיך אמאל אנדערש געפירט.
דער ולא תטריד איז טאקע מזה גופא אז חז״ל איז נישט פשוטו של מקרא, ועיין באורך באשכול על פשוטו של מקרא.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ליטוואק'ס ציטוט? וואס מיינט דאס? ער האט אראפגעברענגט א רמב"ם?
דער רמב"ם וואס איך האב ציטירט זאגט נישט אז מ'האט זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט. אפילו אין הל' חובל ומזיק זאגט ער דאס נישט.
און אפשר זאגסטו מיר. וויאזוי איז דאס אז פשוטו של מקרא מיינט יד תחת יד ממש און מ'האט זיך נישט אזוי געפירט? קען ער דאך שוין טאקע רעדן פון 'תשלומין'?
כ'גלייב נישט דער רמב"ם האט אונז געהאלטן פאר אזעלכע נאראנים אז אויב וועט ער נישט ארויסזאגן אז אמאל האט מען זיך אזוי געפירט וועט מען נאך מיינען אז מ'האט זיך נישט אזוי געפירט און די פסוק איז דברים בעלמא. (וואס אן אמת וויאזוי האט דער רמבם טאקע געדארפט ציוויסן?) פאר אזא מגוחך'דיגע יישוב ווואלסטו דאך שוין געקענט ענטפערן אז די ערשטע יד האט אמאל געמיינט תשלומין...
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
איך בין נישט אזוי באקאנט וואס איך רעד, אבער דער נושא זעט מיר אויס אזוי:-
דער רמב"ם וויל מסביר זיין די סברות פון די תורה און וואס האט דער אויבישטער געוואלט מיט זיין מצוות. ער איז מסביר יעדער מצוה אין זיין וועג. ער איז אויך מסביר דער ענין פון עין תחת עין און ער איז מסביר דער ענין כפשוטו של מקרא. ער אליינס האט געוואוסט אז די הלכה איז נישט אזוי, און אזוי האט דער תורה געוואלט, נאר פאר עפעס א סבה איז ער מסביר דער פשוטו של מקרא נישט די הלכה. דער ענין פארוואס ער האט געהאלטען פאר וויכטיג מסביר צו זיין די פשוטו של מקרא ווייס איך נישט, נאר טאמבל סאס האלט אז דאס איז פאר דערפאר ווייל מ'האט זיך אמאל אזוי געפיהרט. איך פארשטיי נישט די שייכות. יעצט איז נאכאלס שווער, פארוואס דארף ער יעצט נישט מסביר זיין די הלכה פון היינטיגע צייטען? ובפרט אז ער אלייין איז דער וואס שרייבט אז די הלכה למשה מסיני איז געווען גלייך אז עין תחת עין איז ממון נישט כפשוטו.
דער רמב"ם, פאר דער וואס איז באקאנט, איז גאנץ עקסטרעם געווען אין זיין פשטים. ער גלויבט גאנץ קנאפ אין שבעים פנים לתורה, און ס'איז מאדנע אז ער וואלט אנגענומען דער ענין פון עין תחת עין מסביר זיין די פשוטו של מקרא ווען ס'איז נישט להלכה.
באמת פאדערט עס א בירור גדול וואס איז דער ענין פון תושב"כ און תושב"עפ, וויאזוי זענען זיי צוטיילט געווארען, וואס באלאנגט אין דער חלק און וואס באלאנגט אין דער חלק פון תורה ועוד? יעדעס יאר אין פרשת בראשית אין די ערשטע רמב"ן עה"ת טראכט איך פון דעם נאכאמאל, אבער איך האב נאך נישט אריין געלייגט די צייט און מיה צו טרעפען א ביאור אין דער ענין.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
פאלט דיר נישט ביי אז דער סיבה איז טאקע דערפאר וואס פון די גמרא (ב"ק פג עמ' ב) זעט אויס אז זי וויל זאגן ס'איז אייביג געווען אזוי?
ער זאגט טאקע די הלכה אויף היינטיגע צייטן אויכעט. אין הל' חובל ומזיק פרק א'.
הלכה ה: ומנין שזה שנאמר באיברים עין תחת עין תשלומין הוא?
שנאמר בו: חבורה תחת חבורה, ובפירוש נאמר: וכי יכה איש את רעהו באבן או באגרוף וגו' רק שבתו יתן ורפא ירפא. הא למדת שתחת שנאמר בחבורה תשלומין, והוא הדין לתחת האמור בעין ובשאר איברים. (הגם אפשר די תשלומין ביי חבורה איז פאר ריפוי שבת בשת אבער באמת פאר די צער רעמאווד מען אים טאקע די האנט? )
וואו שרייבט ער אז די הל' למשה מסיני איז געווען 'גלייך'?
"און ס'איז מאדנע אז ער וואלט אנגענומען דער ענין פון עין תחת עין מסביר זיין די פשוטו של מקרא ווען ס'איז נישט להלכה."
כ'פארשטיי נישט. דא פרעגסטו אז אויב האלט ער דאס איז פשוטו של מקרא וואלט ער נישט געקענט האלטן אז די הל' איז אנדערש? איך האב נישט געזוכט צו פארשטיין דעם רמב"ם. אנגעפאנגען האט זיך עס ווען כהאב געזוכט צו פארשטיין וויאזוי דער תלמוד טיישט דעם פסוק. אז דו טראגסט דיך אן צו פארענטפערן דעם רמב"ם - נו אדרבה
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נאכאמאל, מיין רמב"ם איז אין הקדמה לפיהמ"ש.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
" והנה זה יסוד צריך שתדענו. והוא, שהפירושים המקובלים ממשה אין בהם מחלוקת כלל, לפי שעד עכשיו לא מצאנו שנפלה מחלוקת בין החכמים בשום זמן מן הזמנים ממש רבינו עד רב אשי שאחד אמר שמי שסימא עין אדם מסמין את עינו כמאמר ה' יתעלה עין בעין, ואחר אמר דמים בלבד הוא חייב."
דאס מיינסטו? וואו זעסטו דא אז ער זאגט ס'איז קיינמאל נישט געווען אז אזוי האט מען געטוהן? נאך פאר חז"ל האבן מדייק געווען?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
וואס מיינט מקובל ממשה?
וואס קלערסטו, אז פאר משה האט מען זיך אנדערש געפירט?
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אז אזוי זאל מען היינט טייטשן און זיך פירן?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
איך פארשטיי מקובל ממשה כפשוטו. בשעת ער האט איבערגעבן דער געשריבענער תורה, האט ער אויסגעשמועסט בעל פה, אז דער הנהגה אויף למעשה איז נישט כפשוטו של מקרא, נאר אזוי ווי דער דרש. וזה וודאי, אז אזוי האבן עס חז״ל אנגעקוקט.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
די רמב"ם זאגט דען אז ס'איז הלכה למשה מסיני?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ס'איז אינטרעסאנט אז ר' אברהם בן הרמב"ם אין שמות כא:כד שרייבט:
פשטיה דקרא מבואר וביארה הקבלה שכונת המקרא דמי שן תחת שן וכן בכולם....ולאבא מארי ז"ל במורה רמז בזה שנמסר ממנו פירושו על פה בו הכרעה נפלא בין הקבלה ופשט המקרא ולא אפשר לכותבו מפני שהוא ז"ל הסתירו.
וואס איז דער יישוב וואס איז אזא סוד גדול?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
טאמבל סאסדי רמב"ם זאגט דען אז ס'איז הלכה למשה מסיני?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ער זאגט ס'איז מקובל ממשה, דאס איז די זעלבע ווי הלכה למשה מסיני.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
חז"ל דרשענען אזוי מסברא. דער רמב"ם אליינס שרייבט אזוי. פון חבורה תחת חבורה. א"כ פארוואס זאל נישט קענען א שפעטערע בי"ד קריגן אויף דעם און טאקע טוישן?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
טאמבל סאס" והנה זה יסוד צריך שתדענו. והוא, שהפירושים המקובלים ממשה אין בהם מחלוקת כלל, לפי שעד עכשיו לא מצאנו שנפלה מחלוקת בין החכמים בשום זמן מן הזמנים ממש רבינו עד רב אשי שאחד אמר שמי שסימא עין אדם מסמין את עינו כמאמר ה' יתעלה עין בעין, ואחר אמר דמים בלבד הוא חייב."
דאס מיינסטו? וואו זעסטו דא אז ער זאגט ס'איז קיינמאל נישט געווען אז אזוי האט מען געטוהן? נאך פאר חז"ל האבן מדייק געווען?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
״הפירושים המקובלים ממשה״
״ממשה רבינו עד רב אשי״
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אלץ שיינע (?) תורה'לעך. דער זוהן פונעם רמב"ם גלייב איך נאך ווייל איך זאג ס'איז נישט אנלייקלי אז ער האט געכאפט א שמועס מיטן טאטן.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
פארהאן מפרשים וואס זאגן אז די געזעצן פון חמורבי מלך בבל (c. 1750 BCE) זענען אויך קיינמאל נישט פארשטאנען געווארן כפשוטו:
(צו) איש כי ישחת את עין רעהו – עינו תשוחת. (קצז) אם עצם איש ישבר – עצמו תשבר....(ר) כי יפיל איש את שן רעהו – שנו יפילו.
עין תחת עין, שן תחת שן.
אדער די middle אשורישער געזעץ קאוד (1075 BCE ):
I.50. If a man strike the wife of a man, in her first stage of pregnancy, and cause her to drop that which is in her, it is a crime; two talents of lead he shall pay.
I.51. If a man strike a harlot and cause her to drop that which is in her, blows for blows they shall lay upon him; he shall make restitution for a life.
אנדערע ווילען זאגען אז סיי חמורבי און אזוי אויך די תורה זענען, פון א יוסטיץ פוינט אף וויאו, געווען אימפראוומענטס פון די פריערדיגע געזעצן וואס האבן געזאגט אז פאר אן אבר נעמט מען א נפש און פאר א נפש א משפחה וכדומה.
ווי מ'קען זעהן זיין פון די עלטערע חיתישע געזעץ קאוד (beginning 1650 BCE ):
"If anyone slay a man or woman in a quarrel, he shall be declared liable for him (or her). He shall give four persons, either men or women, and pledge his estate as security."
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
האסט דא עפעס א ציל? מיר רעדען דא פון א לעבעדיגע תורה, וואס דורות פון חכמים מופלגים זוכען דער אמת דערין, און דו ברענגסט אן אלטע פארשטויבטע דאקומענט?! וואס האט עס אהער? וואס ענדערט זיך מיט די גרויסע גילויים דיינער?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
וואס איז דער אויסברוך?
ס'האט מיט דעם:
טאמבל סאס
דער חילוק צווישן נגלה און נסתר וואס ליטוואק מאכט אינו נראה בעיני ווייל סברא, לאגיק און ראציאנאל טוישט זיך אויך מיט די תקופות לויט די קולטור אין וועלכער דער למדן לעבן. אז אמאל איז פשוט געווען נפש תחת נפש, איז היינט פשוט אז אפ' לעולמית איז נישט פראפארציענאל אדער הילפבאר. דערפאר קען אמאל א סברא פון א ראשון אין נגלה - זיין צום היינטצייטיגן פארשטאנד - אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אן "אזוי איז" פונעם אריז"ל אין נסתר.
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ס'איז געווען איין טאג ביי אידען וואס מ'האט אפגעשניטען א האנט אלס אן עונש פאר'ן אפשניידען א האנט. און יעדער איד וואס האט עפעס מקבל געווען פון תורת משה האט אזוי געוואוסט אז טייטש אין עין תחת עין מיינט ממון. אן ע"ה האט אפשר נישט געוואוסט, אבער זיין מיינונג איז נישט נוגע לגבי עפעס ואוס ער ווייסט נישט.
ס'האט מיט דעם אז דורות ת"ח מופלגים שטעלן זיך אפ און אטעמען אפ ווען אן אלטער פארשטויבטע דאקומענט קומט אפיר און דעקט אויף אן אגלי אבער דאך 'גרעין של אמת'. דעמאלס פליען אלע תילי תילי השערות, סברות ודיוקים ארויס פון די פענצטער.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אנטשולדיגט אבער איני יודע מה אתה שח. וואס מיינט 'אגלי'? און נאכאמאל, האסט עפעס א באווייזונג אז א אידישע ב"ד האט אמאל מקיים געווען עין תחת עין כפשוטו?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
טאמבל סאס: ס'איז דא וועלכע לערנען אנדערש פשט (מערסטנס פון איטאליענישן אדער אידישן אפשטאם) אין דעם חמוראבי/אשורי'שן קאוד אוו קרימינאל דזשאסטיס, קפיטל 150.1. ביי זיי מיינט צוויי טאלענטס פון בליי כפשוטו קוילן פון א ביקס (בולעטס) וועלכע זענען געמאכט פון בליי. פארוואס צוויי...?! ווייל טאמער די ערשטע כאפט נישט איז אייביג דא די צווייטע... 😂 🙄
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ליטוואק פון בודאפעסטאנטשולדיגט אבער איני יודע מה אתה שח. וואס מיינט 'אגלי'? און נאכאמאל, האסט עפעס א באווייזונג אז א אידישע ב"ד האט אמאל מקיים געווען עין תחת עין כפשוטו?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נישט צעמישן. יעצט פרעגסטו עפעס אנדערש. איז עקשולי דא באווייז אז מען האט איר מקיים געווען? מיר האבן גערעדט וואסערע פאנישמענט מ'האט ע"פ דעם פסוק געדארפט גיבן ווען דער לעגיסלעישאן/הלכה/געזעץ (פסוק) איז געאישוד געווארן; אויב געסטו דעם פסוק אליינס אויטאריטי.
ווייסטו וואס, לאמיך פרעגן אנדערש. יוסיפוס פלאביוס. גענוגנדע מקור פאר דיך? 37-100 CE:
35. He that maimeth any one, let him undergo the like himself, and be deprived of the same member of which he hath deprived the other, unless he that is maimed will accept of money instead of it for the law makes the sufferer the judge of the value of what he hath suffered, and permits him to estimate it, unless he will be more severe.
ער דערמאנט שוין אז דער ניזק קען געבן דעם מזיק א טשויס צו שליכטן פאר געלט אבער אפילו אזוי שפעט זעט מען אז דער lex talionis איז נאך אנגענומען געווען .
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
איך זאג דיר אז דער תורה האט געגעבען איהר פירושים צוזאמען מיט די ווערטער, און אזוי האט מען זיך גלייך געפיהרט. תפילין האבען אויסגעקוקט פונקט ווי היינט, פיהר עקיג, שווארץ און געלייגט אויפ'ן קאפ נישט צווישען די אויגען. דער זעלבע איז מיט עין תחת עין. האסט א מקור אז ביי אידען וואס פיהרען זיך עפ"י תורה האט מען אנדעריש געטוהן, ס'גייט מיר נישט אן די חתים אשורים לטושים ולאמים, איך בין נישט פון די פעלקער. איך וויל וויסען צו מענטשען וואס פיהרען זיך עפ"י תורה האבען זיך אזוי געפיהרט.
טאמבל דו האקס אין טשייניק
האסט געטראפן עפעס א סייט און דו קאפיסט שטיקלעך אן וואס זאלסט פארשטיין אדער ארויס האבן די זאך
יסופין האט דא סך הכול געשריבן שטיקער תנ"ך פיל מיט גרייזן ע"פ רוב גענימען פין תרגום השבעים. - וואס ווילסטו פראווען?
ער שרייבט דא נישט קיין היסטאריע.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
הקטן
אויב דו ואלסט געקענט דו זאך פין דער נאנט וואלסטו געוויסט אז און עלטערע התקות איז בכלל נישט דא דער אפציע פין אויסלייזען מיט געלט.
האב איך דען געזאגט אז יא? ווילסט פון די סקריפטורס? איך האב נישט א מעשה פון א מענטש וואס מ'האט אפגעהאקט א האנט פאר א האנט אבער פון די טענות וואס די וואס די אידן וואס האבן געוואלט איינפירן א נייע תורה, האבן געהאט אויף די דרך התורה זעט מען אז די דעמאלטיגע אידן האבן אנגענומען פאר א פשטות אז אזוי הייסט די תורה אויף למעשה. מתי - הדרשה על ההר 30 CE:
38 שְׁמַעְתֶּם כִּי נֶאֱמַר עַיִן תַּחַת עַיִן שֵׁן תַּחַת שֵׁן׃ 39 וַאֲנִי אֹמֵר לָכֶם אַל־תִּתְקוֹמֲמוּ לָרָשָׁע וְהַמַּכֶּה אוֹתְךָ עַל־הַלְּחִי הַיְמָנִית הַטֵּה־לוֹ גַּם אֶת־הָאַחֶרֶת׃
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ליטוואק, אז דו וועסט שרייבן עפעס און איך וועל קומען מארגן זאגן אז דו האסט דאס פונקט פארקערטע געמיינט, וואס וועסטו טראכטן פון מיר? אבער דא איז דאך אסאך ערגער, ווייל בשעת ווען דו שרייסט נאך אז איך לערן דיך נישט ריכטיג אפ (=די מקורות פון דעמאלס שרייען איבעראל אל תדרשוני) קום איך לאכן אין דיין פנים און שרייען אז דו האקסט א טשייניק - דו אליינס רעדסט אחד בפה ואחד בלב. און איך מיין פשוט דיין טובה, איך וויל דיך שיצן פון קריטיקירער!
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ס'זעט מיר אויס אז דו שרייבסט א תגובה, און דערנאך מעקסט דו אויס יעדער צווייטער ווארט כדי מ'זאל נישט פארשטייען וואס דו רעדסט. ס'איז ממש טערקיש.
דער תורה שבכתב דערמאנט עטליכע מאל אז ס'איז דא נאך זאכען צו די תורה וואס איז געזאגט געווארען צו משה רבינו אויף בארג סיני (וזבחת כאשר צויתיך, כמראה אשר הראית בהר ועוד). דאס הייסט ביי אונז תורה שבעל פה. אין די תורה שבעל פה איז צוגעלייגט הלכות וואס שטייען נישט אין תושב"כ, ווי אויך פירושים און סיווגים אין די תושב"כ. אין געציילטע ערטער קומט עס אינגאנצען טוישען תושב"כ. מ'האט קיינמאל נישט געלייגט תפילין אויף די שטערן, מ'האט אייביג געלייגט אויף די קאפ. איי די תורה זאגט בין עיניכם? דער נותן התורה האט עס בשעת מעשה מסביר געווען אז ס'מיינט כנגד בין עיניכם. אזוי אויך ביי עין תחת עין. די תורה זאגט עין תחת עין, און די תושבע"פ האט עס מסביר געווען אז ס'איז נאר ממון, און גלייך געגעבען די כלים ארויס צו נעמען די רמז פון די תורה, וואס דאס איז די ערשטע דף אין החובל. אזוי איז דער רמב"ם מסביר אין הקדמה לפיהמ"ש. איך האב באמת געוואלט ציטירען, נאר איך זעי יעצט אז האלבע ציטירונגען שטערט דער פארשטאנד. דער וואס וויל וויסען וועט זיך מוזען מיהען און דורכלערנען דער הקדמה לפיהמ"ש, און דער וואס האלט נישט ביים זיך מיהען, וועט סייווי גארנישט פארשטייען.
און דיין ראיה פון די ברית החדשה איז אויף צו לאכען\וויינען. מענטשען האבען געהאט טענות אויף די תורה, און אזוי האבען זיי עס אויסגעדרוקט! דאס מיינט די תורה אויפ'ן אמת?! הייסט'ס די אהרונים האבען פראבירט צו שטעכען דער ברך משה, ווייל דער איד האט געשריבען 'רבן דקרו' אין קידוש לבנה אותיות?! און הרב שטיינמאן וויל יעדער איינער שיקען אין מיליטער ווייל אזוי האלטען די אנדערע פארטיי?! און היללערי קלינטאן וויל אלע אידען זאלען ווערען געהרגעט דורך די פאלעסטינע ווייל אזוי טענה'ט ראש לימבאו?!
פליז! אביסל שכל מעג מען האבען!
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
פשט איז אזוי, מקרא איז געווען נחלת הכלל, אלע קינדערלעך האבן עס געלערנט אין חדר, מסתמא אפילו דער גרויסער רוב פונעם המון עם וואס האט קוואליפיצירט פארן טיטל 'עמי הארץ'.
ווידעראום, תורה שבעל פה האבן נאר די פרושים, די ת"ח און סקאלערס געלערנט. אפילו נאך תקנת בן גמלא ווייס איך נישט אז מען זאל האבן געלערנט תורה שבע"פ מיט אלע קינדער. ווער עס האט געוואלט ווייטער ממשיך זיין איז געפארן צו די ישיבות (בתי מדרש האט מען עס גערופן אין א"י) וואו די גרעסטע ת"ח אין דור, דער נשיא און די סנהדרין, האבן געלערנט תושבע"פ מיט אזאלכע וואס זענען געווען תוכם כברם.
פוינט איז, די סתם אידן האבן געקענט מקרא, אבער זייערע קענטעניסן אין תושבע"פ איז געווען מינימאלע אויב בכלל.
לגבי צי עס איז געווען א בי"ד וואס האט אמאל אזוי געטון, האבן דען נישט די צדוקים פראקטיצירט דברים ככתבן?
יוסיפון שטימט סתם אזוי נישט מיטן תורה שבכתב, אויב איז דברים ככתבן איז דאך דא א לאו פון לא תקחו כופר (הגם אפשר האבן זיי מדייק געווען נאר פאר א רוצח), וקצותה את כפה לא תחמול א.א.וו.
די וואס האבן געלערנט נאר תורה שבכתב, האבן דאס אבער געלערנט מיט די פירוש פון בע"פ, זיי האבן טאקע נישט געלערנט אלע הלכות וואס מען לערנט ארויס פון פסוק, אבער פונקט ווי פרי עץ הדר האבן זיי - די תורה שבכתב לערנערס - געלערנט אלס אתרוג, האבן זיי געלערנט נפש תחת נפש, ממון.
דעת תורה
יוסיפון שטימט סתם אזוי נישט מיטן תורה שבכתב, אויב איז דברים ככתבן איז דאך דא א לאו פון לא תקחו כופר (הגם אפשר האבן זיי מדייק געווען נאר פאר א רוצח), וקצותה את כפה לא תחמול א.א.וו.
אויב וויל מען עפעס זען פין יוסיפון זעט מען ממש דאס פארקערטע.
און קדמונית היהדות ברענגט ער שטיקער תנ"ך פארציילט פין נח מיט חם און אזוי ווייטער.
דא ברענגט ער לשון הפסק אבער עפעס האט אים נישט געשטימט, ער ווייסט דאך אין פאקט אז מען האט קיינעם די אויג נישט אויסגעהאקט - קימט ער צי א פשטע מסקנה, ס'איז דא א לאפ-האל.
יוזעל האט אויך געוויסט אז דאס איז נישט די הנהגה
שְׁמַעְתֶּם כִּי
נֶאֱמַר עַיִן תַּחַת עַיִן שֵׁן תַּחַת שֵׁן
.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
דער תרגום אונקלוס זאגט אויך עינא חלף עינא שנא חלף שנא וכו', בשעת דער תרגום יונתן און תרגום ניופיטי זאגן 'דמי' און 'תשלומי' רעספעקטיוולי.
דער ספורנו אין שמות אבער האט נישט קיין פראבלעם געהאט צו גיין מיטן פשוטן טייטש אין פסוק: עין תחת עין, כך היה ראוי כפי הדין הגמור שהוא מדה כנגד מדה, ובאה הקבלה שישלם ממון מפני חסרון השערתנו פן נסכל ונוסיף על המדה לאשמה בה.
(אגב ס'איז אינטרעסאנט ווי געוויסע, ווען ס'לוינט זיך זיי, שרייען זיי יוסיפון זאגט דאך, (יא מילא ער האט געוואלט געפעלן די רומים אבער וואס איז זיין אינטערעסע דא?) און ווען נישט, שרייען זיי ער האט זיך מיאוס טועה געווען...)
און כ'דארף ענק אוודאי נישט ברענגען די גמ' אין ירושלמי: אמר ר' ינאי אילו ניתנה התורה חתוכה לא היתה לרגל עמידה, מה טעם? 'וידבר ה' אל משה', אמר לפניו רבונו של עולם הודיעני היאך היא ההלכה, אמר לו אחרי רבים להטות רבו המזכין זכו רבו המחייבין חייבו, כדי שתהא התורה נדרשת מ"ט פנים טמא ומ"ט פנים טהור... (סנהדרין פרק ד ה"ב)
אלזא כדי צו פארשטיין דער תירוץ, וויאזוי מען איז מיישב פשט הפשוט מיט דער קבלה, און פאסעבלי דער הכרעה נפלאה וואס דער רמבם האט באהאלטן, איז די העכסטע צייט און געאייגענסטע מקום צו אינטרעדוסן דעם באקאנטען רב קוק אין אגרות הראי"ה א:צ. כ'וועל ענק לאזן נאכקוקן פאר ווער ס'איז אינטרעסירט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ובאה
הקבלה איז דער שליסל ווארט.
מפני חסרון השערתנו, פן נסכל ונוסיף על המדה לאשמה בה.
איז גראדע איינע פין די הכריחים וואו די גמרא ברענגט א ראי אז דער פסוק קען נישט מיינען בפשטות.
דאס טייטשט דער מידה כנגד מידה איז וואס די תורה צילט מיט עין תחת עין, דער פראבלעם פין "חסרון השערתנו" איז געווען פין די ערשטע מעניט!
און דאס איז דער פשט פין אברהם בן הרמב"ם
גיי לערן מיט א גוי ברטנורהRe: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
דאס קוועטשטו שוין אריין. עפעס די ערשטע מאל מ'הערט א תירוץ אז די אמאליגע דורות האבן געקענט פונקטליכער שאצן?