דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
218 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10311
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ליטוואק דער בודא האט שוין דערמאנט בעפאר.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דעת תורהאיז עס דען נישט? דער אריה"ק האלט למשל א געלינקטער זאל לייגן תפילין אויף די לינקע האנט. וואס איז מופרך פון גאנץ תושבע"פ ע"פ נגלה.
???
נגלה האט נישט קיין
מסורה ביז מושה רבינו צי לייגן אויף די רעכטע.
זעה מנחות לו: און לז. סדא דארט 3 דעות, נאר לויט איין דעה (רב אשי) לייגט א געלינגטער תפילין אויף דעם רעכטע האנט
איך ווינדער זיך - דאס איז דאך דברים פשוטים
קוק נאך די רמב"ם וואס ליטוואק האט געברענגט וועסטו וויסען וואס דאס מיינט מופרך פון גאנץ תושבע"פ
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ריכטיג הקטן, איך בין א היבשע עם הארץ אבער הקטן איז די נייע הגדול פעלט זיך במילא נישט אויס צו רי-איטערעיטן... כדי צו שפארן אויף לייקס דארף מען זיין א לעיקוואד. באמת פארקערט היינטיגע צייטן לייקט מען ספעציעל ווען מ'אגריעט נישט מיט יענעם. ס'איז דיפלאמאטיע. כ'אנערקען און פארגין דיך אזוי א פארקערטע דעה ווי מיר אז צו ווייזן דאס דארף איך דיר לייקן. נישט אז דא האב איך נישט צוגעשטימט.
נישט אינגאנצן מן הענין אבער האט מען שוין ערגעץ גערעדט פון די נושא וויאזוי א הלכה איז במסורה מקובל ווען צו די זעלבע צייט איז דא חולקים און מ'זאגט אלו ואלו? האיך נפלו מחלוקת? משום 'משרבו תלמידי שמאי והלל שלא שימשו,' שכחו וחזרו ויסדום אדער משרפו ידיהם בסברא? און יעצט נאכן מברר זיין וויאזוי נעמט מען אהן אויבן? באשטימט גאט בכלל? איז מען מחליט דא און יעצט און די הלכה ווערט אזוי אויבן אפילו ס'איז געווען באשטימט פארקערט אדער טרעפט דער פוסק צו וואס איז אלעמאל געווען? איז נאך דא עפעס וואס איז נישט געגעבן געווארן על הר סיני?
בעצם וויל איך אויך מאכן א חילוק צווישן מגלה זיין א דרך הלימוד - א ניש פאר זיך - און צו א מסורה פון א פרט הלכה אין א דרך הלימוד וואס איז אלץ חוץ נסתר און על דרכו איז מען פותר/עס אפליייט אויף - יעדן ריר אין לעבן פון א איד.
וועט איינער פרעגן וואו מיר האבן במסורה ר' אהרן'ס דרך פון מאכן דרשהלעך צו חם האט געהאלטן פון לינת לילה און צו יצחק האט זיך פארלאזט אויפן ר"ת'ס שקיעה?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אין מיין אשכול אויף דרכי הלימוד און אויף גרונטליך ווערען באהאווענט אין ענייני אמונה האב איך אנגערירט די נקודות, אבער הקדמת הרמב"ם לפיהמ"ש איז דא זייער נייטיג.
הקטן, א התגלות אין וואס מיר זענען נישט איבערגעצייגט אין אן אופן פון 'אין בלבו דופי' איז אונז נישט מחייב. ס'ווערט סתם א חכמה וואס איך גלויב נישט די מקובלים וואלטען מסכים געווען אוועק צו געבען זייער לעבען דערפאר
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
כ'האב געוואלט מוסיף זיין א וויכטיגע נקודה איבער די חילוק פון מעשה מרכבה אין חז"ל און דאס וואס מיר רופען היינט תורת הסוד, אלע פעלקער האבן געהאט זייערע מיטאלאגיעס איבער די אפשטאם פון וועלט און מענטש. דאס אידישע פאלק האט די אקאונט פון די תורה אט דאס צוזאמען מיט סודות היצירה איז מעשה בראשית. די גאנצע מלכותא דרקיע מיט די אלע התגלות הנביאים ובפרט דאס וואס איז מבואר אין יחזקאל, דאס איז מעשה מרכבה. די שפעטערדיגע סיסטעמאטישע תורת הסוד גיט זיך אפ מיט די צוויי אינאיינעם.
יעצט אין די וועלט פון חז"ל איז מעשה מרכבה און מעשה בראשית נישט קיין מיסטיציזם, מיסטיציזם איז די פשט אז סאיז פארהאן א וועג צו פארשטיין אזאך פשוט'ערהייט, דערנאך קען מען די זאך באטראכטן מער פנימיות'דיג, אבער אין די וועלט פון חז"ל, איינמאל אזאך האט א הסבר, זאל זיין א פשוט'ע הסבר, דארף עס שוין נישט קיין אנדערע הסבר. און אנדערע ווערטער, מעשה מרכבה און מעשה בראשית זענען זאכן וואס דארף מתחילה א הסבר, דער סארט הסבר איז נישט נוגע פאר יעדן איד, ווייל דער פשוט'ער איד דארף פשוט לעבן ווי א איד מיט שמירת המצוות, וואס האט ער זיך צו מישן אין די זאכן וואס לאו כל מוחא סביל דא, און אפשר אז ער וועט וויסן די אלע פארבארגענע זאכן וועט ער דאס נאך נוצן פאר קלקול און דערפאר אין מגלין אותו אלא לצנועין, ממילא איז עס דוקא א סוד אין די בחינה, אז ס'נישט קיין זאך וואס פשוט'ע מענטשן דארפן צו וויסן, פונקט ווי להבדיל מיטאלאגיע איז נישט קיין מיסטיציזם.
די זעלבע יסוד טרעפט מען אין חז"ל לגבי פרשנות. אין חז"ל איז נישטא אויף יעדע זאך א פשט און א דרש, בעולם החז"ל זענען די צוויי בכלל נישט קיין באזונדערע קאטאגאריעס, די דרש קומט נאר דארט ווי דער פשט הפשוט איז פאר זיי פראבלעמאטיש, אדער ווען זיי האבן נישט עולה על הדעת געווען צו לערנען דאס וואס מיר קענען קלערן אז דאס איז דער פשוט'ער פשט.
דאס זעלבע מיט מעשה מרכבה, די סוד פון מעשה מרכבה קומט נאר מסביר זיין די פארבארגענע זאכן וואס איז נישט פארהאן דערביי א פשוט'ע הבנה. דאס שפרייט זיך אבער נישט אויס אויף אנדערע חלקי התורה, אויף דעם אופן וואס איז שפעטער נשתלשל געווארן אז יעדער ענין אדער יעדער חלק התורה האט א דרך הפשט און א דרך הדרש און א דרך הסוד.
ליטוואק פון בודאפעסט
הקטן, א התגלות אין וואס מיר זענען נישט איבערגעצייגט אין אן אופן פון 'אין בלבו דופי' איז אונז נישט מחייב.
איך עגרי מיט דיר 100%
איך מיטשע זיך מיט די זעלבע זאך.
נהורא נפישא, איר זאגט אן אינטרעסאנטע חילוק, אבער פון וואו נעמט איר דאס? איך וואלט געוואלט זעהן א הוכחה אדער ראיה דערויף. קען זיין די נוסח פון פשט רמז דרש סוד וכו' איז נישט אזוי קלאר אין חז"ל הנגלה, אבער עס שיינט מיר נאיוו צו קלערן אז זיי האבען געטראכט עס איז נאר דא איין לעוועל אויף יעדער זאך. אין זוהר שטייט זיכער דאס וואס איר רופט מיסטיזם.
לעיקוואד, איך ווייס נישט פארוואס ס'ליגט אויף מיר די אויפגאבע לאור מיינע ווערטער צו ברענגן פאזיטיווע ראיות, אה"נ איך זאג עס מיט א געוויסע איבערצייגונג, ווייל דאס איז מיין כלליות'דיגע היסטארישע בליק, אבער לאמיר אביסל אנדרעש מנסח זיין מיין הערה, און זאגן אז מ'געפינט נישט אין חז"ל אז סתרי תורה האט א שייכות אינדרויסן פון מעשה בראשית און מעשה מרכבה. דאס זעלבע זעט מען נישט אין חז"ל ס'זאל זיין צוויי באזונדערע שלבים פון פשט און דרש, ( איך רעדט פארשטייט זיך נישט פון אגדה, וואס פון יעדן פסוק בפרט אין נ"ך קען מען לערנען מערערע דרשות, איך רעד בעיקר פון דרשות להוראה הלכתית, וכ"ש באם הדרשה סותר להפשט וזה שייך גם באגדה)דאס איז דאך אזוי בולט, מ'קען גראדע אויף דעם ברענגן א געוואלד מיט ראיות, נאר ס'דארף אן ערענסטן היקף וואס מאכט אביסל טעכניש שווער, אדרבה אויב מיין באהויפטונג איז נישט ריכטיג איז דוקא גרינגער צו ברענגן ראיות אויף פארקערט, איך וועל נאר לדוגמא דערמאנען די באקאנטע ברי פלוגתא ווי ר' ישמאעל און ר' עקיבא וואס זייער שורש פלוגתתם איז אלס אויב דברה תורה כלשון בני אדם צו אז ס'איז נישט פארהאן קיין תיבה מיותרת וואס קומט נישט לדרשה, איר געפינט נישט אז כאלו איינער זאל מודה זיין צום צווייטן כאלו יענער איז עכ"פ גערעכט במישור הפשטיי או הדרשיי. יעצט לגבי סתרי תורה, איינע פון די וויכטיגע טעמעס אין קבלה איז די טעמי המצוות ע"פ סוד, פארוואס געפינט מען נישט אין גאנץ חז"ל (איך רעד נישט פון זוהר אין אנדערע מפוקפק'דיגע מדרשים) אז ס'איז פארהאן טעמי המצוות ע"פ סוד, אדער גאר ס'זאל דערמאנט ווערן א טעם ע"פ סוד, נאך מער בזמן חז"ל איז שוין נישט פארשטאנדיג געווארן אסאך מצוות פון די תורה היסטאריש (כ'האב אמאל געשריבען אן אשכול דערוועגן, ס'איז פארהאן אויך חילוקים פון דרך הלימוד פון תנאים ביז אמוראים, ס'ווערט אלס מער און מער טעכניש ואכמ"ל) ס'איז פארהאן א מחלוקת אין די גמרא צי דרשינן טעמי דקרא, פארשטייט זיך אז טעמי המצוות אין חז"ל זענען דוקא אין איינקלאנג מיט הלכה, נישט ווי די שפעטערדיגע ראשונים וואס זייערע טעמים שטימען נישט מיט הלכה, אבער עכ"פ מ'געפינט נישט אין חז"ל מיסטישע טעמים אויף מצוות בכלל איבערקוקענדיג די פרק אין דורשין בקופיא בלי עיון, קען איך נישט באשלוסן גענוי וואס איז דער סכנה פון מעשה מרכבה, צו ווייל ס'איז דא דערביי גאר א גרויסע קדושה וואס קען מסכן זיין דעם לומד, צו ס'איז עפעס אן ענין פון נוקאלערע סודות אין די נישט ריכטיגע הענט, אזויווי מ'טרעפט אז געוויסע אמוראים וואס האבן זיך דערגרינטעוועט אין די סודות היצירה און האבן באשאפן אן עגלא תילתא.
נאך א שטיקל הערה, די משמעות הברייתא פון אמרו עליו על ריב"ז שלא הניח מקרא ומשנה וכו' רעכנט ער נישט אויס עפעס א כלליות'גע סתרי תורה, ס'ווערט נאר דערמאנט מעשה מרכבה. .
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
פסחים קיט ע"א,אויפן פסוק למכסה עתיק, רעדט פון צוויי זאכן, 'סתרי תורה' און 'טעמי תורה' די ערשטע איז טאקע מעשה מרכבה, די צווייטע נישט און ביידע זענען מדברים שכיסה עתיק יומין ויש חילוק ביניהם עיי"ש.
מפוזרי, ייש"כ פאר די טרעפליכע מראה מקום, נאר פון דארט זעה איך דוקא א ראיה צו מיר, סתרי תורה און טעמי תורה זענען צוויי באזונדערע זאכן, סתרי תורה איז אין זיך כולל מעשה מרכבה ומעשה בראשית, טעמי תורה מיינט די טעמי המצות, און ווי מיר האבן אויבן געשמועסט איז פארהאן איבער דעם צו דרשינן טעמא דקרא, בכל אופן אפילו למ"ד דרשינן טעמא דקרא געפינט מען נישט אין חז"ל טעמים אויף רוב מצוות, ובכל אופן ס'איז א סוגיא פאר זיך, אבער עכ"פ דאס זעט מען אז סתרי תורה וטעמי תורה זענען פון די זאכן שכיסה עתיק יומין, אבער די טעם איז בכלל נישט ווייל מ'רעד דא פון טעמי התורה בפנימיות, אדרבה די חשש איז דוקא אויף די טעמים בנגלה, ווי די גמרא זאגט סנהדרין כ"א ע"ב אמר רבי יצחק מפני מה לא נתגלו טעמי תורה שהרי שתי מקראות נתגלו טעמן נכשל בהן גדול העולם כתיב לא ירבה לו נשים אמר שלמה וכו'
כ'האב נאך פארשידענע הערות, ווען כ'וועל האבן צייט וועל איך מוסיף זיין.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אה"נ טעמי תורה מוזן נישט זיין מיסטיש, אבער ס'נישט ווי דו זאגסט אז מ'רעדט דווקא פון טעמים עפ"י נגלה. סה"כ זעט מען פון די גמרא אז אין די באהאלטענע חלק תורה - תורת הנסתר - איז דא סיי סודות הבריאה והאלוקות ושמות הקדושים און סיי טעמי תורה.
ס'איז אומבאגרינדעט אנצונעמען אז די רבש"ע האט נישט געקענט האבן מיסטישע סיבות אויף די מצוות. ואה"נ א נגלה'דיגע טעם וואס מ'האט נישט מגלה געווען איז אויך סודות התורה.
הנוגע לעניננו, ס'איז אלץ געווען מקובל ביי אידן אז ס'דא באהאלטענע טעמי תורה, און אז ס'קומען מקובלים און זענען מגלה טעמים עפ"י פנימיות, איז עס נישט א מחודש'דיגע זאך וואס מ'האט נישט געקענט ערווארטן.
ס"ה וואס איך האב געזאגט איז איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל אנגעבן סיי וואספארא מקור צו די הנחה וואס טייל מקובלים גיבן אן אז תורת הסוד במובן מיסטיסיזם שפרייט זיך אויס אויף אלע חלקי התורה, ווי למשל אויך אויף טעמי המצוות, פון די אויבנדערמאנטע גמרא איז זיכער נישט קיין ראיה צו דיר ( אדרבה, ביזט מחולק? ) איך זעה פון דארט א ראיה צו מיר.
אלזא, זאגסט אנדערע צוויי נקודות,1) ס'איז פארהאן אזא קבלה, 2) ס'איז אזוי מסתבר. ביידע נקודות זענען גארנישט מכריח אין דעם ענין, אט נעמט למשל דעם רמב"ם אין אנדערע ראציאנאליסטישע ראשונים וואס מינימיזירן די גאנצע סתרי תורה, מעשה בראשית איז בא זיי סייענס, און מעשה מרכבה, פיליזאפיע. פארשטייט זיך אז אין חז"ל גופא געפינט מען נישט קיין זכר צו גריכישע פיליסאפיע. אלזא דאס וואס איר טענה'ט אז ס'איז מסתבר, איז הפנים פארן רמב"ם נישט געווען מסתבר.
ווער איז דאס עתיק יומין און פארוואס זאל ער ווילן מכסה זיין און די פערסט פלעס?
כ'וויל מעיר זיין אויף דרש ופשט, וואס איך האב פריער דערמאנט אז חז"ל זענען נישט מבחין צעווישן די צוויי אזויווי די פרשני ימי הבינים. רוב דרשות אין הלכה זענען אזעלעכע סארט דרשות וואס טרעט בכלל נישט צו צום פשט, נאר זענען מוסיף זייטיגע הגדרות והגבלות ותנאים, און אויף דעם איז געזאגט געווארן אין מקרא יוצא מידי פשוטו, ד.ה. כאטש איך לערן א דרש פון א ווארט באיזה דרש מהי"ג מדות, מיינט נאך נישט אז די ווארט האט נישט א פשוט'ע באדייט.
דערנאך זענען פארהאן דרשות וואס זענען מגלה דעם פשט להיפך פון די פשט הפשוט, וואס דאן איז דער פשט הפשוט דער דרש, און בשו"א דער פשט הפשוט וואס דער לומד וואלט בייגעפאלן, און דאס איז להיפך פון די פרשני ימי הבינים וואס טייטשן טייל מאל לגבי פסוקים הנוגעים להלכה ווי דער פשט הפשוט זייט ביי זייט מיט די פשט הנתגלה ע"י הדרש, ופלא אז דאס איז אויך נישט אייביג, והדבר צריך ביאור, אבל ביותר איז עס נוגע ביי דרשות אגדיות וואס טוען מרחיב זיין סיפורי התורה, וואס דאן איז שטארק פארשפרייט ביי די פרשנים אז עס איז פארהאן א דרך הפשט און דרך הדרש זייט ביי זייט און דאס איז להיפך פון די משמעות בכמה מקומות בחז"ל וואס מ'זעט קלאר אז די צוויי קענען נישט זיין איינשטימיג, מיט דעם וואס מ'זעט אז ס'דא בפירוש'ע מחלוקת'ר איבער די פשט הכתובים.
דערנאך ביי אגדה איז פארהאן נאך אן אינטערסאנטע ענין לגבי דרשות, אז טייל מאל טוען די דרשות בכלל נישט מגלה זיין א פשט, פארקערט ס'האט נישט קיין שום באדייט אינעם קאנטעקסט, אזא סארט דרשה איז ליבערשט א רמז ווי איידער א פשט. לדוגמא די דרש פון אדם כי ימות באהל, וואס חז"ל אין התורה מתקיימת אלא במי שממית את עצמו באהלה של תורה, דאס איז א א דוגמא פאר א דרש וואס איז נישט מער ווי א רמז היות דער המשך הפסוק שטימט נישט ווייטער מיטן דרש, און דאס איז געווענליך אויך די דרך פון חסידישע ספרים ווי נועם אלימלך וכדומה, וואס שטעלן צו א געדאנק צום פסוק בדרך רמז.
נאר אין נ"ך זענען אזעלכע סארט רמזים נישט אזוי ווייט בולט, ווייל לא מיבעיא משלי וכו' וואס די פסוקים זענען רוב מאל ממש תרי ענינים, נאר אפילו אין ישעיה, איז אויך ממש יעדע פאר פסוקים נייע זאכן פון גאולה ביז פרעניות, דערנאך גדלות הבורא.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
נהורא נפישאס"ה וואס איך האב געזאגט איז איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל אנגעבן סיי וואספארא מקור צו די הנחה וואס טייל מקובלים גיבן אן אז תורת הסוד במובן מיסטיסיזם שפרייט זיך אויס אויף אלע חלקי התורה, ווי למשל אויך אויף טעמי המצוות, פון די אויבנדערמאנטע גמרא איז זיכער נישט קיין ראיה צו דיר ( אדרבה, ביזט מחולק? ) איך זעה פון דארט א ראיה צו מיר.
אלזא, זאגסט אנדערע צוויי נקודות,1) ס'איז פארהאן אזא קבלה, 2) ס'איז אזוי מסתבר. ביידע נקודות זענען גארנישט מכריח אין דעם ענין, אט נעמט למשל דעם רמב"ם אין אנדערע ראציאנאליסטישע ראשונים וואס מינימיזירן די גאנצע סתרי תורה, מעשה בראשית איז בא זיי סייענס, און מעשה מרכבה, פיליזאפיע. פארשטייט זיך אז אין חז"ל גופא געפינט מען נישט קיין זכר צו גריכישע פיליסאפיע. אלזא דאס וואס איר טענה'ט אז ס'איז מסתבר, איז הפנים פארן רמב"ם נישט געווען מסתבר.
סה"כ קום איך זיך טאקע קריגן אויף דיין סה"כ. דו פרעגסט פון ווי זיי האבן לייסענס אריינצולייגן די טעמי המצוות אין תורת הסוד; אויף דעם זאג איך אז ס'האט אייביג געהערט צו די דאמעין.
יעצט, וואס די סודות זענען קען מען קלערן, די מקובלים אין זייער פאזיציע אלס מגלי סודות זאגן שידוע להם אז די סודות זענען מיסטישע, דער רמב"ם ווידער קען זיין האט געהאלטן אז די סודות באהאלטן עפעס אנדערש. עכ"פ איז דאס אן ענין וואס די מקובלים האבן יעדע רעכט אריינצורעדן, פונקט ווי דו ביסט מודה אז זיי האבן די רעכט זיך צו קריגן מיטן רמב"ם בנוגע מעשה בראשית.
ע"כ מיין עיקר נקודה. בנוגע דיין פשט אין טעמא דקרא און אזוי אויך בנוגע דיין שפעטערדיגע תגובה בענין פרד"ס וואלט אפשר כדאי געווען צו מאכן אן אנדער אשכול.
(האסט שוין אמאל געשריבן וועגן פשוטו של מקרא, איך האב געוואלט עפעס זאגן דארט, ועדיין לא באתי לכך).
איך ווינדער זיך אויפן אריינלייגן ווערטער אין מיין מויל.
איך האב קיינמאל נישט גערעדט פון דעם אז מ'דארף צו האבן לייסענס אנציגעבן מיסטישע טעמים
איך האב סה"כ געזאגט צוויי הנחות
1) לויט מיין אבזארוואציע געפינט מען נישט קיין מיסטישע טעמים אין חז"ל ( אויסשליסענדיג ספר הזהר) כאטש אין חז"ל ווערט געברענגט אז די טעמי המצוות זענען פארהוילן ( כדי מ'זאל נישט נכשל ווערן מיטן מאכן סברות אין חשבונות),
לאור די פריערדיגע אבזארוואציע, און בכלליות מיין היסטארישע בליק איז מיר מסתבר
2) אז בעולמם של חז"ל האט סתרי תורה געמיינט מעשה בראשית ומעשה מרכבה, און האט זיך נישט פארשפרייט אין שאר חלקי התורה.
בעצם ווערט דאך דערמאנט סתרי תורה אין חז"ל און דאס איז א סוד וואס אין מגלין אותו אלא לצנועין, בנוסף לזה זענען דא ספרים המיוחסים לתנאים ובמיוחד ספר הזוהר המיוחס לרשב"י, ממילא דארפן די מקובלים זיך נישט צופיל פארענטפערן, די מקובלים שטייען לכאורה בעסער ווי די ראציאנאליסטישע ראשונים וואס פארלייקענען סתרי תורה במובן מיסטיזם און זיי פארטייטשן דאס פאר גאר טיעפע חכמות פון פיליזאפיע וטבע.
מיין אבזערוואציע גייט מער אין איינקלאנג מיט די אקאדעמישע פארשונג אויף די געביט וואס בזמן ווען די קבלה האט אנגעהויבן נתפשט צו ווערן האט נאכנישט עקזעסטירט אן ערעור מכוח אן אקאדעמישע אפשאצונג, ווידעראום סתרי תורה ווערט דאס דאך נאך גערופן אין תלמוד.
קען נאך אלץ זיין אז די שלייער פון סוד איז בפועל געווען שטארק בייהילפיג אין די התפשטות הקבלה.
[ציטאט אראפגענומען]
לעבען זאל די קאנספעראציע
דו זאגסט דאס ניטאמאל אלס א טעאריע, סאיז גאר מסתבר!
כ'בין נאכנישט זיכער פונקטליך וואס ר' נהורא האלט, אבער טאמער איז עס אז אין חז"ל איז סתרי תורה דווקא אזא געוויסע נושא פון מעשה מרכבה, אדער מער בכלליות עניני חכמות אלהות, און נישט דווקא אז אין פרשת שמיני איז דא סתרי תורה, זעה איך נישט די גרויסע חילוק פון דעם ביז קבלה. אויך די מקובלים רעדן בעיקר אין דער נושא פון עניני אלקות מעשה מרכבה צו מעשה בראשית, די אלע תורות אין די פסוקים וכדומה זענען לכאורה בעיקר דרושים אדער רמזים, אבער די עיקר לימוד זייערע איז טאקע אין די חכמות מרכבה נישט אין די דרושי הפסוקים וכדומה.
די איינציגסטע זאך וואס איך זעה זאל זיין דא א חילוק איז טעמי המצוות, וואס קבלה האלט לכאורה זיכער אז עס איז דא טעמים על פי סוד, וואס זיי זענען די עיקר טעמים, ויש לעיין טאמער אין חז"ל הנגלה זעהט אזוי אויס. די סברא איז אז טאמער איז דא סודות אין אלקות וויאזוי דער קשר פון דעם מיט די וועלט ארבעט, אז אוודאי איז דא סודות אויך אין די עבודת השם וואס מען טוהט עס זאל זיין על פי די סוד, און דאס איז אוודאי מקושר לויט ווי מען פארשטייט די סודות האלהות. און טאמער מצוות זענען עבודת השם, מוז זיין סודות אלקות אין די מצוות.
די ערשטע מקובלים למשל זענען שטארק פארנומען מיט די חכמות פון די עבודה אין בית המקדש וואס די כוונות זענען וכו', עס איז לכאורה פשוט אז אויב איז דא סודות פון מרכבה אז דאס האט צוטוהן מיט דעם, און דאס זעהט מען אפילו אין די גמרא ביי די מעשית פון כהן גדול (דער קלארסטע שטיקל היכלות אין גמרא איז אין ברכות ווי ר' ישמאל האט געזעהן)
קודם וויל איך קלאר שטעלן אז איך רעד דא פון א ריין היסטארישן פערספעקטיוו, הגם היסטאריע איז נישט מיין איינציגסטע בליק אויף א זאך , איך רעספעקטיר געוויסע מקצועות אפילו פון אנדערע קוק- ווינקלען.
זאגעגנדיג דאס, וויל איך זיך באציען פון א היסטארישן שטאנדפונקט.
דאס וואס חז"ל ריפן סתרי תורה, איז נישט בהכרח מיסטיש אין נאטור, די סימענטיקס טוט היבש באיינפלוסן די באדייט פונעם מושג.
פונקט אזויווי להבדיל מיטאלאגיע איז נישט מיסטיש אין נאטור, זעה איך נישט פארוואס מרכבה און מעשה בראשית דארפן זיין עפעס מיסטישע זאכן. דאס וואס איז אמאל זיכער, איז אז ס'איז א מיליטערישע סוד.
בנוסף לזה, אפילו אלס א סודות'פולע חכמה איז ווייט פון א הכרח אז מ'רעדט דא פון א גאר קאמפליצירטע סיסטעמאטישע חכמה, פונקט אזויווי שיחת שדים ודקלים זענען נישט קיין סיסטעמאטישע חכמות, מ'קען אויך זאגן אויף ר' נחמן ברעסלאווער אז ער האט געקענט שיחת דקלים, היסטאריש האט דאס נישט קיין משמעות, איין זאך איז קלאר מעשה בראשית איז א מיסטערי, די מאדנע חזיונות ביי מראות הנבואה זענען מיסטריעז, אלזא ווער איז משיג און ווייסט די אלע סודות, אוודאי אלע חכמי הדור.
ממילא, ווען ס'אונז עכ"פ קלאר אז חכמי ישראל זענען געזעצן על כל תג ותג אין די פרשה פון מעשה בראשית און חזיונות הנבואה, און אויסגעבויט א סיסטעמאטישע מהלך, דאן ביזטו גערעכט אז ס'איז מסתבר אז בהכרח מוז עס זיך אויסשפרייטן אויף טעמי המצוות אויך, ווייל א סיסטעם מוז קענען צוזאמנעמן די גאנצע שייכות פון קוב"ה ישראל ואורייתא, אבער היסטאריש איז נישט מסתבר אז ס'איז דאן אויסגעארבעט געווארן א סיסטעם, עכ"פ ס'איז ווייט פון מוכרח פונקט ווי ס'איז היינט אויך פארהאן מענטשן וואס זענען אדוק אין יהדות אן האבן חשבונות אין מהלכים נישט אין פיליזאפיע נישט אין תורת הסוד.
בנוגע די ברייתא פון ר' ישמעאל בן אלישא, ארבעה נכנסו לפרדס ועוד, זיי זענען זייער ווייניג אז מ'זאל קענען אפלערנען אז ס'איז דא א סיסטעמאטישע מיסטישע וועלטס-אויסקוק, כדרכם פון אלע תולים באילנות גדולות, זענען זיי מלקט די פאר מאמרים וואס זענען במקרה מיסטיש און אויף דעם זענען זיי מוסיף פרישע ברייתות.
.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ר' נהורא, מיר וואונדערט דיין החלטה אז די טעמי מצוות שכסה עתיק יומין פון די גמ' פסחים, איז סה"כ א טעכנישער פארהוילעניש וואס פון דעם רעדט די גמרא אין סנהדרין.
אמת, ס'איז אויך דא א פשוט'ער טעכנישער טעם אויף צו געבן די מצוות בלא טעם ווי די גמרא זאגט טאקע אין סנהדרין, אבל אי משום הא וואלט דאך געווען אן ענין נישט צו מגלה זיין, אבער די גמרא אין פסחים רעדט פון אזעלכע דברים המכוסים וואס מ'ווערט באלוינט פארן מגלה זיין, און מ'ווערט באוואונדערט אלס מכסה עתיק, די זעלבע טיטל וואס מ'גיבט פארן דורש במעשה מרכבה.
וואס איז מיט די שלשת אלפים משל וואס שלמה האט דורש געווען כל דבר ודבר מדברי תורה? וואס איז די גאנצע געראטשקע מיטן פרה אדומה וואס דער רבש"ע זאגט משה'ן לך אני מגלה ולא לאחר און שלמה המלך שרייט אמרתי אחכמה והיא רחוקה, דאס איז אלץ טעכנישער פארהוילונגען?
דוד המלך רופט אויס לכל תכלה ראיתי קץ רחבה מצותך מאד, און ער בעט גל עיני ואביטה נפלאות מתורתך, דאס רעדט ער אלץ פון מעשה מרכבה?
איך זוך נישט צו ברענגען ראיות אז די באהאלטענע טעמים זענען טאקע די וואס די מקובלים זאגן, אזוי ווי איך זוך נישט צו ברענגען ראיות אז זייער הסבר אין מעשה מרכבה איז די ריכטיגע, אבער דאס ווידערהאל איך נאכאמאל אז ס'קלאר יא משמע פון חז"ל אז אין די חלק התורה המכוסה והצפונה ליגן אויך טעמי מצוות.
הקטןטאמבל סאסאון ווען הקטן זאגט אז ווען תורת יאשקע וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה וואלט דער כוזרי אים נישט שולל געווען - אמער, יעצט אז קבלה איז זיך סותר מיט הלכה, דארף כאטשיג דער מכלל הן אתה שומע לאוו פונעם כוזרי; דער העדר פון א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות - אים שולל זיין?!
קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עפעס וואס איז נישט געווען מיט א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות מיז בהכרח זיין שקר.
און דו ביסט גערעכט, אויב קבלה וואלט סותר געווען איין אות פין תורה שבכתב אדער תושב"ע וואס איז במסורה כגון הלכה למשה מסיני, וואלט דאס נישט אנדערש געווען וואו תורת יאשקע.
איך מיין אז דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די שמועס איז געגאנגען. ארי נוהם האט געטענה'ט אז אויב דער כוזרי ארבעט אויפציווייזן תורת משה דארף עס אויך צו ארבעטן פארקערט - אויף צו דיספראווען תורת האר"י - וואס טענה'ט אז זי איז זיך סומך על תורת משה.
קומסטו און דו זאגסט אז דער כוזרי האט נישט אויסגעשלאסן אז יעדער תורה וואס איז נישט געגיבן געווארן מיט א מופת והתגלות איז קיין תורה נישט. דו זאגסט נאך מער, אפילו תורת יאשקע וואלט געקענט ווען זיין אמת ווען נישט זי איז זיך סותר מיט תורת משה. ווילסטו זאגן דערמיט דריי נקודות לכאו', 1. תורת האר"י קען זיין אמת אפילו נישט מיט קיין התגלות. 2. תורת האר"י איז זיך נישט סותר מיט תורת משה 3. תורת יאשקע'ס פראבלעם איז אז ס'איז זיך סותר מיט די תורה.
בלייבט נאך אלס שווער, 1. איז דאך שוין ווייטער נישט מוכרח אז תורת האר"י איז תורת משה 2. ווי קען דער כוזרי'ס טענה פון התגלות מוכיח זיין אמיתו פון סיי וועלכע תורה אויב ס'ארבעט נישט פארקערט. אויב קען מען נישט טענה'ן אויף א תורה אז ס'איז נישט אמת וויבאלד ס'איז קיין התגלות נישט געווען, איז דאך דאס אז אונזערס גייט מיט א מעשה פון א התגלות להמונים סתם א צופאל און גארנישט קיין ייתור. נאכמער, די מינוט וואס מ'זאגט אז דער וואס קומט מיט א התגלות טראדיציע שטייט די העכסטע - קען דאך שוין דער זעלביגער טענה'ן אז סיי וועלכע אנדערע אהן א התגלות און אפ' מיט א התגלות - איז שקר חוץ אויב זי פאללאוד א קאמפליצירטער קרייטיריע כגון מה שמבואר בהל' יסוה"ת.
כל זה אפילו אויב תורת האר"י וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה.
די חכמי התלמוד רעדן קלאר מיט אזא ברייטקייט אין נגלות התורה
די גמרא זאגט ר'עקיבא היה דורש על כל תג ותג תלי תלין של הלכות, אויב זאל מען אננעמען די מאמר כפשוטו, דאן פעלט אונז 99 פערצענט מאמרי הלכה פון ר' עקיבא
די גמרא רעדט אויך פון מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, עכ"פ די תלמוד רעדט פון נגלות התורה אלס א זייער א ברייטע נושא.
פרה אדומה איז מפורש אין די גמרא אז די שוועריגקייט דערביי איז די פאראדוקס פון מטהר טמאים ומטמא טהורים וואס האט איבערגעלאזט די חכמי התלמוד פאזעלד איבער דעם.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אדער קען מען זאגן פשוט אז ס'דא פארבארגענע זאכן. ועיין בהקדמת הרמב"ן על התורה אז ער בויט טאקע אויף די דאזיגער מימרא פון ר' עקיבא.
ערשטענס, די רמב"ן האט שוין טאקע יא עוסק געווען אין קבלה, אין זעט אלעס אין דעם ליכט.
כ'האב נאכגעקוקט אין די הקדמה, ער באציט זיך נישט דירעקט צו דעם מאמר, יא ער רעדט פון סודות ורמזים אויף די צורות האותיות ותגיהן, אבער דער מאמר רעדט דאך פון נגלות התורה, תלי תלין של הלכות.
ר'עקיבא היה דורש כל אתין שבתורה, ר' עקיבא האט אין זיך פארקערפערט דער גרויסער מחדש, מקהיל קהילות ברבים , עקיבא מה לך אצל אגדה כלך אצל נגעים ואהלות.
לקטתי קצת ממאמרים הסתומים בפרק אין דורשין ( ויש עוד הרבה מאמרים סתומים בשאר אגדות הש"ס)
אדם הראשון מסוף העולם ועד סופו, כיון שסרח הניח הקב"ה ידו עליו ומיעטו
י' דברים נבראו ביום א', שמים וארץ, תוהו ובוהו, אור וחושך, רוח ומים, מדת יום ולילה
תוהו, זה קו ירוק המקיף את כל העולם וממנו יוצא חושך לעולם
בוהו, אלו אבנים משוקעות בתהום שמהם יוצא מים
אור שנברא ביום א', אדם צופה ומביט מסוף העולם ועד סופו וכו' וגנזו הקב"ה לצדיקים לעת"ל
בי' דברים נברא העולם, חכמה, תבונה, דעת, כח, גבורה, גערה, צדק, משפט, חסד, רחמים
בשעה שברא הקב"ה את העולם היה מרחיב עד שגער בו הקב"ה והעמידו
בשעה שברא הקב"ה את הים הגדול היה מרחיב עד שגער בו הקב"ה ויבשו
מחלוקת ב"ש וב"ה וחכמים מה נברא קודם שמים או ארץ
שמים= אש מים
מחלוקה על מה העולם עומד:
ר'יוסי, על עמודים שעל המים שעל ההרים שעל רוח שעל סערה שתלויה בזרועו של הקב"ה
חכמים, י"ב עמודים או ז'
ר'אלעזר בן שמוע, על עמוד אחת וצדיק שמו
מחלוקת כמה רקיעים יש
רב יהודה, ב'
ר"ל, ז', וילון , רקיע, שחקים, זבול, מעון, מכון, ערבות.
וילון, אינו משמש כלום
רקיע, קבועים בו חמה ולבנה, כוכבים ומזלות
שחקים, בו עומדות רחיים וטוחנות מן לצדיקים
זבול, בו ירושלים ובית המקדש, ומזבח בנוי, מיכאל שר הגדול מקריב עליו נשמתן של צדיקים בכל יום
מעון, בו כתות מלאכי שרת שאומרות שירה בלילה, אבל חשות ביום מפני כבודן של ישראל
מכון , בו אוצרות שלג וברד וטללים רעים
ערבות, בו צדק ומשפט וצדקה, גנזי חיים שלום וברכה, נשמתן של צדיקים, רוחות ונשמות העתידין להיבראות , טל של תחיה
גם נמצאים שם, אופנים, שרפים, חיות הקודש, מלאכי השרת, כסא הכבוד
מלך א-ל חי וקים רם ונשא, שוכן עליהם, וחושך ענן וערפל מקיפין אותו
החושך דוקא בבתי חוץ אבל בבתי פנים אין חשכות לפניו
מדת עובי הרקיעים הם ת"ק שנה וכן עוביים
רגלי החיות הן כמדת כל השבעה רקיעים ועוביים
ומדתו כופל והולך, בכרסולם, שוקם, ארכובם, ירכם, גופם, צווארם, ראשם, קרנם
כסא הכבוד הוא כנגד כולן
מלאך אחד יש, סנדלפון שמו, עומד בארץ וראשו מגיע בין החיות, ועומד אחורי המרכבה וקושר כתרים לקונו
ואף שאין מי שיודע איה מקום כבודו נקשר הכתר ע"י שם המפורש
יש חילוק מזמן שביהמ"ק היה קיים לזמן הגלות, שנתמעטו כנפי החיות, וגם נתמעטו פמליא של מעלה
נהר דינור הוא מזיעתן של חיות ונשפך על ראשי הרשעים בגיהנום
בכל יום נבראו מלאה"ש מנהר דינור ואומרים שירה ובטלין, וי"א שמלאה"ש נבראו. מכל דבור שיוצא מפי של הקב"ה
תתקע"ד דורות שנגזרו להבראות לפני בריאת העולם, נשתלו בכל דור ודור, והן עזי פנים שבדור, וי"א ת"ח שבדור
כביכול; בישיבה, שער ראשו לבן כצמר כזקן, ובמלחמה הן שחורות כעורב
עוד מענין כסא הכבוד
בענין הפרדס ואבני שיש טהור
מענין מים העליונים ותחתונים וענין רוח אלקים המרחפת על פני המים
אחר קיצץ בנטיעות, שראה מטטרון יושב וכותב זכיותיהן של ישראל (והוא ידע שאין ישיבה למעלה, רק שמטטרון יש לו רשות פעם א' ביום) אמר שמא יש שתי רשויות ח"ו וכו' עד שיצא לתרבות רעה.
טאמבל סאסהקטןטאמבל סאסאון ווען הקטן זאגט אז ווען תורת יאשקע וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה וואלט דער כוזרי אים נישט שולל געווען - אמער, יעצט אז קבלה איז זיך סותר מיט הלכה, דארף כאטשיג דער מכלל הן אתה שומע לאוו פונעם כוזרי; דער העדר פון א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות - אים שולל זיין?!
קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עפעס וואס איז נישט געווען מיט א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות מיז בהכרח זיין שקר.
און דו ביסט גערעכט, אויב קבלה וואלט סותר געווען איין אות פין תורה שבכתב אדער תושב"ע וואס איז במסורה כגון הלכה למשה מסיני, וואלט דאס נישט אנדערש געווען וואו תורת יאשקע.
איך מיין אז דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די שמועס איז געגאנגען. ארי נוהם האט געטענה'ט אז אויב דער כוזרי ארבעט אויפציווייזן תורת משה דארף עס אויך צו ארבעטן פארקערט - אויף צו דיספראווען תורת האר"י - וואס טענה'ט אז זי איז זיך סומך על תורת משה.
קומסטו און דו זאגסט אז דער כוזרי האט נישט אויסגעשלאסן אז יעדער תורה וואס איז נישט געגיבן געווארן מיט א מופת והתגלות איז קיין תורה נישט. דו זאגסט נאך מער, אפילו תורת יאשקע וואלט געקענט ווען זיין אמת ווען נישט זי איז זיך סותר מיט תורת משה. ווילסטו זאגן דערמיט דריי נקודות לכאו', 1. תורת האר"י קען זיין אמת אפילו נישט מיט קיין התגלות. 2. תורת האר"י איז זיך נישט סותר מיט תורת משה 3. תורת יאשקע'ס פראבלעם איז אז ס'איז זיך סותר מיט די תורה.
יא, דאס זאג איךבלייבט נאך אלס שווער, 1. איז דאך שוין ווייטער נישט מוכרח אז תורת האר"י איז תורת משה
אמת, און דאס איז די נידון פין דעם אשכול - אבער, וואו דערמאנט, דאס זאגט נישט אז דאס איז נישט אמת2. ווי קען דער כוזרי'ס טענה פון התגלות מוכיח זיין אמיתו פון סיי וועלכע תורה אויב ס'ארבעט נישט פארקערט. אויב קען מען נישט טענה'ן אויף א תורה אז ס'איז נישט אמת וויבאלד ס'איז קיין התגלות נישט געווען,
דא האב איך דיך פארלוירן. לאז אפ דעם כוזרי פאר א מעניט, (לאז אויך אפ סיי וואסערע פיליזאפיע) ניץ דיין אייגען שכל, אויב זאג איך אז א זאך וואס איך האב אליין געזען מיט מיינע אויגן איז זיכער אמת זאגט דאס אויטעמאטיש אז וואס איך האב נישט געזען מיט מיינע אויגן איז זיכער פאלש?איז דאך דאס אז אונזערס גייט מיט א מעשה פון א התגלות להמונים סתם א צופאל און גארנישט קיין ייתור. נאכמער, די מינוט וואס מ'זאגט אז דער וואס קומט מיט א התגלות טראדיציע שטייט די העכסטע - קען דאך שוין דער זעלביגער טענה אז סיי וועלכע אנדערע אהן א התגלות און אפ' מיט א התגלות - איז שקר חוץ אויב זי פאללאוד א קאמפליצירטער קרייטיריע כגון מה שמבואר בהל' יסוה"ת.
זעסט, איך פארשטיי נישט אזוי גיט די טיפע פענסי רייד, טריי צי רעדן מער פשוט אפשר וועל איך כאפן - אזאך וואס איך זעה מיט מיין אויגן איז מער באגלייבט ביי מיר וואו עפעס וואס מיין חבר פארציילט מיר. דאס זאגט נישט מיין חבר זאגט שקר אויב אבער מיין חבר איז זיך סותר מיט וואס איך האב אליין געזען נעם איך יא אן אז ער זאגט שקרכל זה אפילו אויב תורת האר"י וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה.
יעצט בלייבט דיר איבער צו ברענגען איין פאל וואו תורת האר"י איז זיך סותר מיט תורת מושה (באמערקאנג, כדי דאס צו טין דארף מען קודם וויסן וואס איז דאס תורת מושה,דאס איז נישט קיין פראבלעם ווייל דאס זעלבסט שטייט אויך אין תורת מושה)
איין זאך, א זייער פשוט'ר זאך וואס קיינער וויל נישט פארשטיין. און דאס איז א כלל וואס גייט אן ביי אלע מקובלים (און רבי'ס)
דער וואס רעדט ווייס נישט, און דער וואס ווייס רעדט נישט
איך האב דא געפרעגט 12 קשיות, און רוב פון זיי זענען נישט פארענטפערט געווארן.
לבי אומר לי, אז לעיקוואד'ס ווערטער זענען היבש איבערגעטריבן, אפשר טאקע וויבאלד ער איז אריינגעטון אינעם עולם הקבלה, וויל ער -אדער קען ער- נישט זען די זאכן בבהירות. אבער נהורא נפישא האט שוין קלאר ארויסגעברענגט אז די סודות וואס מיר געפונען אין גמרא, האט כמעט נישט קיין שייכות מיט תורת הקבלה. אוודאי איז דא עפעס העכערס בנוגע בריאת העולם אא"וו, אבער די גאנצע מציאות פון יסודות הקבלה, ווי ו"ק, אבי"ע, י' ספירות, וכו', איז לא יזכר ולא יפקד אין גמרא. צו אנשטעלן א בלעכענע פנים איז נאריש. און צו מדמה זיין השתלשלות תורת הקבלה צו התשלשלות תורת נגלה, איז אבסורד [טראץ דעם וואס התשלשלות תורת הנגלה האט אויך אסאך לעכער. אבער די דמיון איז פארט אבסורד].
באלד וועט נאך א חכם פארקויפן אז תורת החסידות האט אויך א השתלשלות מדור דור, וויבאלד געוויסע יסודות פון חסידות געפונען מיר שוין אין פריערדיגע מקורות. ומכאן ראי' אז זיי האבן גארנישט מחדש/משנה געווען [דאס איז אייגנטליך לעיקוואד'ס טענה איבער תורת האר"י].
מ'קען פארענטפערן די שאלה וויאזוי ס'קען אראפקומען א מענטש אין זאגן חידושים אין סתרי תורה, ווען מיר ווייסן נישט אז דאס איז במסורה, הלמאי תורה לא בשמים הוא.
די תירוץ אויף דעם איז, אז די כלל פון תורה לא בשמים הוא איז דוקא אויף הלכה, אבער אויף אנדערע חלקי התורה איז נישט גילטיג דער כלל.
ס'איז א בפירוש'ע משנה (אבות ו' ג') הלומד תורה לשמה מגלין אותו רזי תורה, אלזא זעען מיר קלאר דער מושג פון גילויים שמימיים לגבי סודות התורה, ממילא איז נישט שווער אויף די אלע וואס האבן מקבל געווען קבלת האר"י, על צד אז ער אליין האט מחדש געווען נייע מושגים, ווייל אויב גדולי ישראל האבן געגלויבט אז ער איז געקומען לכלל זו, האט מען אים בוודאי מגלה געווען סודות התורה מן השמים.
נאר כאמור, זעה איך נישט אין חז"ל אז זייער כוונה ביי רזי תורה, רעדט מען פון דאס וואס מיר ריפן פנימיות.
ולהוסיף, אז די חלק הלכה פון ספר הזוהר, איז דא א סברא אז דאס איז נישט בכלל תורה מן השמים, וויבאלד עס איז נישט אזויווי א בת קול קומט יעצט מחדש זיין אדער מכריע זיין בדבר הלכה, נאר ס'איז א גילוי מילתא אז דער זוהר איז דעת התנא רשב"י, ממילא איז דאס א חלק פון תורה וואס איז נתחדש געווארן דורך חז"ל, ואפשר דבסברא זו נחלקו הפוסקים בתוקף ספר הזוהר בהלכה.
@ליטוואק פון בודאפעסטר' נהורא נפישא זאגט א מקור און א סברא זיך אונטער צו ווארפען צום אריז"ל. דאס איז ביי מיר אין די גדר פון א 'סי' סברא, ניטאמאל א 'בי' סברא.
יא, גדולים וטובים האבען איינגעזען אז דער אריז"ל איז געווען אן אדם גדול. פון וואנעט האבען זיי געוואוסט אז ער לערנט תורה לשמה? זיי האבען דען געזען אין זיין הארץ? איך זאג נישט אז ער האט געלערנט שלא לשמה, אבער הונדרעט פערצענט וויסען קען מען אויך נישט. אלא מאי, מ'האט געזען אויף איהם גרויסע מעלות און דאס קען צופיהרען צו גילוי רזי תורה, דעריבער קען מען אזוי אננעמען.
ס'איז נאך אלס א ריזיגע מרחק פון נגלה און הלכה, וואס איז מקובל איש מפי איש ביז צום מעמד הר סיני.
ליטוואק, מ'מישט דא אויס צוויי באזונדערע שאלות, איך האב זיך בעיקר מתייחס געווען צו איין שאלה.
די ערשטע שאלה איז, וויאזוי קענען מיר מקבל זיין אן אנגעבליכן חלק פון די תורה, ווען מיר האבן נישט דוקא א מסורה דערויף, בהנחה אז די גאנצע תורה גייט אריבער במסורה מדור דור.
די ערשטע הצעה איז אז תורת הסוד איז בעצם יא אריבער מדור דור (מיינע שפעקולאציעס געלייגט אין א זייט, לאמיך זיין א מינוט אפאלאגעטיש)ואת"ל אז טייל פון תורת הסוד איז איבערגעגעבן ע"י גילויים, און בכלל טייל מאל ווערט מפורש אנגעגעבן א גילוי פון אליהו אדער א מגיד וכדומה, דארף מען קלערן צו די חידושים גייען אריין אין כלל פון א תורה חדשה, אדער איז דאס נאר אן הארה, וואס מ'קען אפשר בעצם צוקומען ע"י מושכלות באזירט אויף די ידיעות פון די קבלה בתורת הסוד, ואת"ל אז מ'רעדט קלאר יא פון חידושים פון סודות התורה, האב איך ברענגט א מקור אז פאר א לומד תורה לשמה איז מען מגלה מן השמים רזי תורה, ובכלל געפינען מיר נישט די כלל פון אין משגיחין בבת קול נאר ביי הכרעה אדער חידוש אין הלכה.
ואפשר עוד אז פון דאס וואס ביי ר'יהושע איז עכ"פ ארויס א בת קול, און אויף דעם ארויף האט מען זיך באצויגן אז אין משגיחין בבת קול, זעט מען פון דעם אז בעצם איז מען מגלה מן השמים הארות בתורה ואפילו הכרעות בהלכה, ואעפ"כ אין משגיחין, והוראה דאין משגיחין לא שייך אלא בהלכה, אבל מ"מ דבר שנתגלה מן השמים הריהו אמת.
לויט דעם קען מען אפשר זאגן א סברא , אז דער זוהר, אפילו ס' איז דא דערין פארשידענע הוראות להלכה בניגוד להתלמוד, ווערט דאס אבער נישט פאררעכענט ווי תורה מן השמים, נאר ס'איז סך הכל א גילוי מילתא פון א באשטעטיגונג אז די ספר הזוהר איז אויך תורת חז"ל וואס האבן מחדש געווען הלכות ע"פ הי"ג מדות המסורה לנו.
דערנאך פרעגסטו אן אנדערע שאלה, וואס בעצם האט דאס נישט קיין שייכות דוקא אהער, ס'איז בעצם א יסודות'דיגע שאלה אויף די סמכות פון אונזער מסורה בכלליות.
די שאלה איז, פארוואס דארף איך צו גלייבן אינעם רמב"ם, ער איז מברר י"ג עיקרים, ווער זאגט אז ער איז א בר סמכא, כ'מיין ווער זאגט ער האט געלערנט תורה לשמה, אפשר איז ער סתם געווען א גרויסער חכם, אבער צדקות מן יימר, ובכלל וואס איז מיר אינטערסאנט וואס ער האט צוזאגן, כ'ווייס נישט ווער דאס איז, כ'וויל נישט וויסן, איך בין נישט מחוייב מברר צו זיין.
די זעלבע קען מען זאגן אויפן שולחן ערוך אדער אויפן רמ"א ווער זענען זיי מכריע צו זיין אין הלכה, לאמיר זאגן בהנחה אז מכריע צו זיין דארף מען זיין אויף א ספעציעלע סטאטוס, ווער זאגט אז סיי זענען געווען, כ'בין נישט מחוייב צו גלייבן, אזוי קען מען מערער זיין אויף די גאנצע מסורה.
איך קען נישט געבן די פונקטליכע תירוץ אויף דעם, ווייל ווער זאגט אז בעיקרון איז דא א תירוץ, אפשר טעאלאגיש גערעדט האט דאס נישט מיט אונזערע באשלוסן אלס א כלל, אפשר איז דאס א השגחה מן השמים אז די חכמים ששתלן בכל דור ודור זאלן זייערע ווערטער נתקבל ווערן בכל אופן, פאר יראים וחרדים לה' ולתורתו.
נאר ואע"פ שאין ראיה לדבר, זכר לדבר. פארשידענע מושגים, כלל ישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם, ס'איז אויך פארהאן די מושג פון אמונת חכמים, ווען מ'זעט די יחס און הערצה פון איינער וואס איז בחזקת חכם צו א צווייטן, קריגט מען א השגה איבער וועם מ'איז פאראייניגט איבער אים אז ער איז א גדול בחכמה פון אנדערע.
ובכ"א ווען איינער איז בחזקת חכם מיט אלע מעלות שמנו חכמים, וואס מ'זעט אליין אדער וואס מ'הערט ע"פ עדות, און אז יענער זאגט אז ער האט געקריגן א גילוי מן השמים, זעה איך נישט פארוואס מ' זאל אים נישט גלויבן, ובכ"א די השגחה פירט דאך שוין צו דאס זייניגע.
ווער האט דיר געזאגט אז מ'דארף גלויבען דער רמב"ם? גיי טו זיין ארבעט אליינס! אז דו קענסט דורכהארעווען א זאך אליינס און ארויסקומען מיט א מסקנא, וואויל איז דיר. וויבאלד רוב פון אונז ווייסען נישט ווי אנצוהויבען, הייבט מען אן מיט די אחרונים און ווי אזוי זיי האבען אפגעלערנט ראשונים אין די גמרא. איינער וואס קען אנדעריש, איז איינגעליידענט צו פראבירען.
קוק אין דער ש"ך ווי ער האט קיין פראבלעם נישט אליינס מכריע צו זיין צווישען מענטשען וואס זענען פיהל ווייטער פון איהם (אין יארען) ווי אונז צו דער ש"ך.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
נו, טו דער זעלבער זאך לגבי דעם אר"י. טו אליינס זיין ארבעט, לייג זיך אריין אין די סוגיות מיט די זעלבע יסודיות ווי נגלה, וועסטו טאקע זען אז די גילויי האר"י זענען די ריכטיגסטע ביאורים אינעם סוגיא.
דער חילוק איז נאר אז אין נגלה האסטו א שטיקל השגה, און דעריבער פארשטייסטו אז אפילו ס'דא אמאל א שווערע רמב"ם האט עס זיכער א ביאור, און אין קבלה נישט.
נו, אויב פארשטייסטו אז דער איד וואס האט נישט קיין געפיל צו קיין סוגיא איז פארט מחויב צו גלייבן אז די גדולי תורת הנגלה האבן געוואוסט וואס זיי רעדן, מיט וואס איז קבלה אנדערש?
און דאס וואלטסטו באדארפט צו וויסן, אז דער אר"י איז נישט פלוצלינג ארויסגעוואקסן אין עפעס אן אוקרעאינישער שטעטל און אנגעהויבן צו פארקויפן גילויים, ווי מאנכע דא שטעלן זיך פאר.
צפת בימיו האט געהאט די גרעסטע און סאפיסטיקירטע קיבוץ פון מומחים בתורת הסוד וואס איז נאר אמאל געוועזן, בבחינת ישיבת רב אשי שחתמו התלמוד, די העכסטע אקעדעמיע לגבי קבלה, נישט בחנם האבן זיי געהאלטן שלהם ראוי חידוש הסמיכה כידוע.
און ווען דער אר"י איז געקומען צו זיי און איבערגעגעבן זיינע גילויים, האבן זיי עס נישט אנגענומען מפני חשיבות האומר, נאר ווייל זיי האבן פארשטאנען אז דאס וואס ער זאגט איז ריכטיג.
איך וויל נאך טרעפן איינער וואס האט ריכטיג געלערנט קבלה ווי עס דארף צו זיין, א ריכטיגער למדן אין קבלה, זאל האלטן אז ס'איז דברים הפורחים באוויר שאינם מוכרחים מעצמם.
נאר, ווי לעיקוואד זאגט שוין, זענען דא זייער ווייניג פון דעם סארט.
די מקובלים זענען שולדיג זייער אייגענע פארלוסט, זיי האבען ליב צו נוצען אזוינע הימלישע לשונות פון גילוים און אורות, וואס דאס איז אפשר טאקע גורם אז דער המון עם זאל זייער נתפעל ווערן, און עס קומט אוודאי פון זייער התפעלות און מסתמא טאקע גילויים וואס זיי האבען געהאט, אבער צוליב דעם קוקען אן אזוינע ליטווישע תלמידי חכמים פון בודאפעסט און זאגען נו וואס בין איך שולדיג דיין גילוי. ווען די מקובלים וואלטן גערעדט צו אייך וואלטן זיי נישט גענוצט די לשונות..
די זעלבע איז מיט חסידות, א בלאט צוריק שרייט @ארי נוהם אז באלט וועל איך נאך זאגען אז חסידות האט אויך א השתלשלות מדור לדור. איך ווייס נישט צו לאכען אדער שטוינען, דאס איז א קשיא אדער א הוכחה? אוודאי איז די ענינים און יסודות וואס חסידות רעדט קומען מיט א סדר השתלשלות מדור לדור ביז משה רבינו. נאר וואס דען? אוודאי האבען זיי אייגענארקטיגע חידושים און יסודות וואס מ'זעהט נישט פריער, פונקט ווי יעדער דור אין תורה איז מחדש זייער אייגענע חידושים, אמאל גרויסע און אמאל קליינע, אבער ווייטער, די חסידים האבען ליב צו רעדן אזא געשמאקע שפראך ווי עס איז געקומען א גילוי פון הימל דער בעש"ט וכו', און דאס מאכט אז קאווע שטיבל חכמים זאלן לאכן פון זיי, נו, ווען זיי וואלטן גערעדט צו אייך וואלטן זיי נישט גענוצט די שפראך..רוב וועלט ווערט דייקא נתפעל פון אזא שפראך.
נאך א זאך, איך האב נישט געזאגט אז גאנץ קבלה קומט קלאר ארויס פון די גמרא. פשוט אז נישט, גמרא איז דאך א ספר פון נגלה, פארוואס זאל דארט שטיין די יסודות פון קבלה?
איך האב נאר געזאגט ווי עס בויט זיך מיט א סדר און טאמער גייט מען צוריקצועגס זעהט מען דער ארי בויט אויף דער רמק וואס בויט אויף אנדער אחרונים וואס בויען אויף פריערדיגע וואס בויט אויף זוהר וכו'. יעדער קען זיך אפשטעלן ביי וועלכער שלב ער וויל און זאגען דאס איז נישט מוכרח, פונקט ווי אלעס אנדערש. אבער עס האט א סדר.
נאך א זאך, אלע מקובלים נעמען זיכער אן דער זוהר איז א קראנטע ספר, טאמער וויל מען מערער זיין אויף דער ספר הזוהר אז עס איז א זיוף איז מסתמא דא א פראבלעם פאר איינער וואס וויל זיין א פונדאמענטאליסט פון חז"ל. (הגם אז אויך לויט די מערערים איז דער זוהר נישט געבוירען אין די לופט און יש לו על מה לסמוך מער ווי דער ייחוס לרשב"י).
בכלל איז מאדנע צוצושטעלן אנדערע חלקי התורה און וועלן זיי זאלן ארבעטן פונקט די זעלבע וועג. די משנה אין חגיגה מאכט שוין א חילוק פון אנדערע חלקים אין הלכה היתר נדרים פורחים באוויר הלכות שבת חגיגות ומעילות הררים התלוים בשערה וכו'. (קען זיין דאס האט טאקע א קשר מיט אנפאנג צווייטע פרק וועגן מעשה מרכבה) אנדערע מקצועות האבען אנדערע כללים וויפיל שטייט וויפיל איז מקובל וויפיל איז מסברא. דער מקצוע פון מחשבה אדער תאלוגיה איז מסתמא די מערסט תלוי בסברא ובאבנתא דליבא, וואס עס איז פשוט עס האט נישט די זעלבער סארט סדר מסורה ווי נגלה. וויבאלד עס איז לכתחילה נאר לחכם ומבין מדעתו איז מסתמא איז עס אסאך מער תלוי בלב כל חכם וחכם ווי עס זאל קענען שטיין ברחל בתך הקטנה אין חומש.
לעיקוואדדי מקובלים זענען שולדיג זייער אייגענע פארלוסט, זיי האבען ליב צו נוצען אזוינע הימלישע לשונות פון גילוים און אורות, וואס דאס איז אפשר טאקע גורם אז דער המון עם זאל זייער נתפעל ווערן, און עס קומט אוודאי פון זייער התפעלות און מסתמא טאקע גילויים וואס זיי האבען געהאט, אבער צוליב דעם קוקען אן אזוינע ליטווישע תלמידי חכמים פון בודאפעסט און זאגען נו וואס בין איך שולדיג דיין גילוי. ווען די מקובלים וואלטן גערעדט צו אייך וואלטן זיי נישט גענוצט די לשונות..
די זעלבע איז מיט חסידות, א בלאט צוריק שרייט @ארי נוהם אז באלט וועל איך נאך זאגען אז חסידות האט אויך א השתלשלות מדור לדור. איך ווייס נישט צו לאכען אדער שטוינען, דאס איז א קשיא אדער א הוכחה? אוודאי איז די ענינים און יסודות וואס חסידות רעדט קומען מיט א סדר השתלשלות מדור לדור ביז משה רבינו. נאר וואס דען? אוודאי האבען זיי אייגענארקטיגע חידושים און יסודות וואס מ'זעהט נישט פריער, פונקט ווי יעדער דור אין תורה איז מחדש זייער אייגענע חידושים, אמאל גרויסע און אמאל קליינע, אבער ווייטער, די חסידים האבען ליב צו רעדן אזא געשמאקע שפראך ווי עס איז געקומען א גילוי פון הימל דער בעש"ט וכו', און דאס מאכט אז קאווע שטיבל חכמים זאלן לאכן פון זיי, נו, ווען זיי וואלטן גערעדט צו אייך וואלטן זיי נישט גענוצט די שפראך..רוב וועלט ווערט דייקא נתפעל פון אזא שפראך.
בשעת ווען כ'האב געליינט די טענה פון ארי נוהם האב איך עס אויך אזוי אנגעקוקט, אבער דאס איז ענדערש געקומען מכח מיין חשש אין חושד זיין מיט צמצום פון אננעמען אז דוקא די יהדות פון די נישט- חסידים זענען מער קראנט ווי חסידישע יהדות, היסטאריש גערעדט.
טעאלאגיש אבער איז התנגדות לחסידות נישט ווייניגער חשוב ווי חסידות, אא"וו פאר לעיקוואד אפעלירט חסידות זייער שטארק, און פאר ארי נוהם זעט אויס אפעלירט התנגדות לחסידות וואס איז פונקט אזוי אויפגעבויעט אויף השתלשלות התושבע"פ די הוכחות להתנגד לחסידות, אלזא ארי נוהם איז משקף די בליק פון גר"א וחזון איש וואס האבן אנגעקוקט חסידות הבעש"ט ווי א דבר זר ליהדות.
בנוגע די טענה אז חסידות איז אויסגעבויעט אויף השתלשלות תושבע"פ, ריכטיג, אבער איז דען די תורה פון נתן העזתי ווייניגער אויסגעבויעט אויף תושבע"פ ותורת הסוד, אלזא מכח די השתלשלות קען מען גאר נישט מוכיח זיין דער לעגיטימעט, טעאלאגיש קען מען די איינציגסטע הוכחה אפשר ברענגן אויב די תורה האט געהאט א הצלחה ע"ד קושטא קאי שיקרא לא קאי
פשוט אז התנגדות לחסידות איז אויך לעגיטים, און אהנ אויך תורת נתן העזתי. נאר די הכרעת ההלכה איז נישט ווי נתן. לגבי חסידות קען יעדער מאכען זיין הכרעה.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
איך האב הנאה צו זען אז דער גר"א מיט'ן חזו"א זענען די פארטרעטער'ס פון התנגדות.
לגבי די מסורה דארף מען נאכאמאל באטאנען. דער גר"א צו רעק"א צו דער חת"ס האבען קיינמאל נישט געזאגט 'אזוי האלט איך' פאר א חידוש להלכה. זיי זאגען גאר אז אזוי האבען ראשונים געהאלטען. און אזוי איז יעדער חידוש אין נגלה. קיינער קומט נישט אויף מיט קיין נייעס וואס ער קלערט אז פריערדיגע האבען נישט געוואוסט. נאר קבלה טוט עס, עכ"פ לעין בשר זעט אויס אזוי. און חסידות טוט עס. זאגען אז אלס איז געבויט אויף א השתלשלות פון פריערדיגע איז די אפאלאגעטיקס פון נאך דעם וואס מתנגדים האבען געהאט טענות. פריערדיגע חסידיש'ע ספרים האבען קיין שום פראבלעם נישט מיט מחדש זיין, שפעטען אין פריערדיגע און אויפבויען א גאנצע מהלך המחשבה אויף אייגענע חידושים. און וועגען דעם טאקע, פארציילט אונז ר' לייב בן הח"ח, אז זיין טאטע האט אוועק געשטופט א חסידישע ספר, זאגענדיג "איך האב תנאים ואמוראים, וואס דארף איך דאס?"
דאס אז 'ס'איז נאר א שפראך' איז מאדערנע תירוצים. אן עכטע ראפשיצער אייניקעל וואלט געשפעט דערויף
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליטוואק אפשר גיט איר אונז א ספעציפישן דוגמא פון א חסידיש ספר וואס זיי שרייבן, אז מ'זאל קענען אנאליזירן א ספעציפישן פאל.
.
אינטרעסאנט, פון ווי איז אנגעקומען א חסידיש ספר אויפ'ן טיש פונעם חפץ חיים
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
שפעטען אין פריערדיגע?אפשר צייגסטו אהן וועלכע חסידישע גדול האט געשפעט פון פריערדיגע?
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
לעיקוואוד האט געוואלט מוחה זיין אבער נישט געוואלט אריינרעדען דא. מה עשה? געקומען מיט א פינטעל און יוצא געווען די מחאה מיט א כרפס שיעור כזית
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נו אז ליטוואק וויל נישט ברענגן פון די חסידישע ספרים, וועל איך מוזן ברענגן.
הדס שנקטם ראשו, כתב הראב"ד ז"ל כבר הופיע רוח הקודש בבית מדרשנו מכמה שנים והעלינו שהוא פסול כסתם מתני' וכו' והכל ברור בחבורנו, ומקום הניחו לי מן השמים.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
דאס מיינט מען?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אינטרעסאנט, אין שו"ע או"ח תרמ"ו ווערט געפאסקנ'ט הדס שנקטם ראשו כשר, און דער רמ"א לייגט צו א טוב להחמיר. דער רוה"ק האט ווייניג מחייב געווען....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
איז נישט די ל' טוב להחמיר דעם רמ"א'ס רגילותדיגן אופן לאסור? די רוה"ק קומט טאקע צו פסלען נישט צו כשרן
Sent from my SM-G903F using Tapatalk