דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
218 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10311
ליטוואק פון בודאפעסטהרב
@ארי נוהם, א נייעם ניק דא, האט מעורר געווען און צוגעשטעלט א מראה מקום ארומצורעדען א פאר עניינים וואס ס'נאגט איהם. איינער פון זיי איז זייער וויכטיג צו איהם, אזש זיין ניק איז געבויט דערויף. דאס איז דער ענין פון קבלה.
מיין ניק איז נישט צוליב זיין האקן אויף קבלה, און דער ענין פון קבלה איז נישט אין צענטער פון מיינע געדאנקען און ספיקות. דער נאמען ארי נוהם איז צוליב שעצונג צום מענטש וואס האט זיך געטרויט צו טראכטן הויעך, אפגעזען וואס די נושא איז.
א גרויסע דאנק פארן עפענען דעם אשכול אנשטאטס מיר. כאטש איך האב אסאך אנדערע געדאנקען אויסצושמועסן וועגן קבלה, וועל איך אדורכגיין די הסברים פונעם עולם, און זען וואספארא קינוח סעודה עס איז פארבליבן פאר מיר משמיע צו זיין.
דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
די רמ״ע און עמק המלך אפשר נאך איז די אייראפעאישע גירסא פון תורת אר״י וואס האבן געקענט תורת אר״י פון מהר״י סרוג און זיי האבן בכלל נישט געזען כתבי ר״ח ויטל,
די רמח״ל און די תלמידי הגר״א רמ״מ משקלאו און ר״א חבר זענען מסביר געוויסע מושגים פון קבלת אר״י בדרך ההנהגה, דהיינו אז סאיז דא מהלכים וואו אזוי די אייבישטער פירט די וועלט,דוכט זיך אז די ליטווישע וואס לערנען אדער האבן געלערנט קבלה איז מיט די מקורות,
די רש״ש האט אויפגעטוען גרויסע חידושים אין די דברים כפשוטן פון אר״י ז״ל. (ישיבת שער השמים ודומיהן לערנען די אר״י ע״פ דעם מהלך).
די מהלך פון בעל הסולם איז בעצם אויך נאר אויף די דברי אר״י כפשטן נאר אין אנפאנג איז דא עפעס דברים מובנים. (ראביי בורג מיט לייטמאן זענען מפיץ תורת הקבלה ביי די פרייע ע״פ די מהלך.)
אבער ווי איך האב פארשטאנען זענען די אלע פירושים נישט קיין באור מספיק אויפן אר״י ודבריו לא יובנו בלי קבלת רב און סאיז נוגע אויף דעם וואס דער רמב״ן שרייבט בהקדמתו על התורה וואס רח״ו אליינס ברענגט דאס צו.
די רמ״ק כמדומה איז אויך נישט קיין דברים מובנים חוץ אין אנהייב פאר ער רעדט פון די ספירות.
ליטוואק, דיין שאלה איז א שאלה פאר היסטאריקער, דו פרעגסט נישט וויאזוי מ'האט רעכט צו גלויבן אין תורת האר"י, אדער אין זיין פערזענליכקייט, אדער זיך פירן מיט זיינע קפידות.
דיין פראגע איז דאך נאר, פארוואס איז יעדער געפאלן פאר אים דאס איז נישט אזוי גרויסע היסטארישע שאלה, אידישקייט איז נשפע געווארן משך איר היסטאריע מיט נאך פולע השפעות. אלעס איז שיין צולייגט אין די היסטאריע ביכער וויאזוי היסטאריע האט זיך אנטוויקעלט.
אויב די שאלה איז פארוואס דער מסבב כל הסיבות האט דאס אלס צוגעפירט, דארף מען שוין טאקע זיין א נביא.
פון א היסטארישן שטאנדפונקט, איינמאל אז תורת האר"י איז פונקט געלונגען אז ס'זאל נתפשט ווערן, איז כמעט אוממעגליך אז ס'זאל קומען אגדול דאס צו טשאלענדזשען, ממילא האט זיך געמאכט אזאנס, וועט ער ענדערש שטיין פון די זייט, ער וועט זיך העכסטענס נישט ציפייערן, נאר נאך כמה דורות קריגט שוין אזא אר"י גאר א שטארקע מאמענטום, אזש יעדער איז צופייערט.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
כ'מיין אז די שאלה איז יא שטארקע. ווייל אנדערש ווי למשל די בעש"ט וואס איז שוין געווען באקאנט אין די וועלט בחייו, זעהט נישט אויס אז די אריז"ל איז געווען באוויסט בחייו. ער האט כמעט גארנישט געשריבן. אין צפת - וואו ער האט מפיץ געווען זיין תורה - האט ער געלעבט ס"ה צוויי יאר! די גאנצע עדות אויף זיין גדלות און זיין גאנצע שיטה איז ס"ה געקומען פון אפאר תלמידים וואס זיי אליין זענען אומבאקאנט אונדערויסן פון די תחומי תורת הסוד. טא די קשיא איז זייער שטארק, ווי אזוי איז דער אריז"ל אזוי שטארק אנגענומען געווארן, אז אין להרהר אחרין כלום??
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
די פשטוע תי׳ פאר דער וואס וויל גלייבן איז ווייל יעדער וואס האט נאר געקענט קבלה און האט געזען כתבי האר״י האט געזען אז דאס איז גרויסע חידוש אין די חכמה אזוי ווי די של״ה ווען ער האט געזען כתבי אר״י.
@נהורא נפישא - דו פארשטייסט נאך אלס נישט מיין פראגע. דער סמכות זיינע איז אינגאנצען אנדעריש פון די סמכות פון דער שו"ע, פון דער קצוה"ח פון דער מ"ב ועוד ועוד.
דער אויבישטער זאגט אונז אז ער האט באשאפען דער זון און די לבנה אויף די פערטער טאג. דאס האט נאר ער געקענט זאגען, נישט איינער מסברא צו וואס. אויף דעם זאגען חז"ל זייער דרשות עפ"י די סגנון הדברים, און פון די דרשות זעט מען אז דער אויבשטער האט אזוי געמיינט אין זיין תורה. די חז"ל האבען באקומען זייער דרשות איש מפי איש ביז צום נותן התורה. הייסט'ס אז איך ווייס אז דער לבנה איז קלענער געווארען וויבאלד דער וואס האט איהם קלענער געמאכט האט אזוי געזאגט צו זיינער א מענטש, וואס האט עס איבערגעגעבען ביז צו מיר.
דער מהרש"א זאגט א פשט אין יענער גמרא כפי זיין פארשטאנד, און וויבאלד דער מהרש"א איז גאר א גרויסע ת"ח געווען, טו איך מיר אריין אין זיין ווערטער זיי צו פארשטייען ווייל זיי זענען מסביר די ווערטער פון די גמרא וואס טייטש די פסוק פון די תורה. און כלל ישראל בכללותם, און אלע ת"ח האבען אנגענומען די קלוגשאפט פון די מהרש"א אריין צו לערנען אין א גמרא כפי כוונת נותן התורה. און אזוי זענען אלע נתקבל געווארען. מ'האט איינגעזען אז יש דברים בגיו, און די אלע גדולי עולם זאגען ריכטיג אדער מעין ריכטיג פשט אין יעדע זאך, און פאר דעם האט מען זיי אנגענומען. הייסט'ס נישט אז מ'פאלגט מ"ב, נאר מ'גלויבט אז ער האט געטוהן די ריכטיגע ארבעט צוצוקומען צום פסק הלכה, ווייל ת"ח זע'ען נאכאנאנד ווי גוט ער זאגט און שרייבט. ווען איינער זאגט "שטייט אזוי אין שו"ע", מיינט ער אז איינער א גאר קלוגע האט דורכגעטוהן אלע שיטות און אויפגעוויזען צו זיך אז די הלכה מוז אזוי זיין, און צו דעם האבען צוגעשטימט הונדרעטער און טויזענטער ת"ח מופלגים אז זיין דעה איז גאר ווערטפול, דעריבער דארף מען זיך אזוי פיהרען. במקום צו דרשנ'ן אזא לאנגע מגילה, זאגט מען אין קורצ'ן "שטייט אזוי אין שו"ע', אבער דאס מיינט מען.
דער אריז"ל זאגט מיר נישט אז אזוי שטייט אין תורה, נישט אזוי שטייט אין משנה, און נישט אזוי האט מען בקבלה איש מפי איש פון משה רבינו. נאר אז 'אזוי איז'. פארוואס האט מען איהם געגלויבט? וואס האט מען געהאלטען, אז ער איז אזוי קלוג איז ער אויפגעקומען מיט די שטיקלעך תורה? אפילו ווען יא, דאס איז נישט קיין תורה, דאס איז בלויז קלוגשאפט. ווען ער קען מיר זאגען אז זיין ווערטער זענען תורה, פשט אין תורה, פשט אין א דבר וואס קומט פון שמים אראפ, קען ער מיר איבערצייגען אז זיין ווערטער זענען תורה. און אויף דעם האב איך געזאגט אז קיין נביא איז ער נישט געווען און טאמער ער האט עפעס א נייעם תורה פון ערגעץ, מוז ער עס אויפווייזען, עכ"פ מיט א מפי נביא.
ליטוואק, די גורי האר"י האבן לכאורה געהאלטן אז ער האט דאס מקבל געווען מפי אליהו, מדארף נאכקוקן די מקורות, אפילו אז נישט אפשר האבן זיי געגלויבט אז ער האט עס משיג געווען ברוב חכמתו אין תורת הסוד, ראיות איז נישט קיין קשיא ווייל א מיסטיקער דארף נישט קיין ראיות, א מיסטיקער וויל שווימען אין מיסטיזיזם, שפעטער פעלט זיך שוין נישט אויס קיין ראיות שכבר הורה זקן, ועוד אסאך האבן זיך געפירט מיט דעם אין לי עסק בנסתרות, וואס פאר זיי איז נישט שייך קיין ראיות.
מיינע קשיות איבער חכמת הקבלה
נאכן אפליינען די גאנצע הערליכע אריינפיר און די שפעטערע תגובות, בלייבט מיר איבער די פאלגענדע קשיות [וואס געוויסע זענען טיילווייז בארירט געווארן]:
1. ווער איז דער מחבר הזוהר? פארוואס איז נישט דא קיין נארמאלע מהלך ווער עס האט עס געשריבן. ליידער איז די תשובה, אז ס'איז א געפאטשקעטע ארבעט אין בעסטן פאל, און א פשוטע זיוף אין ערגערן פאל.
2. וויאזוי קען זיין אז אזא וויכטיגע ספר, וואס פארנעמט אזא גרויסע ארט אין אונזער לעבנסשטייגער, זאל נישט קומען במסורה? וויאזוי קען עס זיין א בריה וואס ר"מ די לאון האט באשאפן, אדער גאר לעגענדעס וויאזוי די אוצר איז אנגעקומען קיין כלל ישראל, זאל זיין אזוי אנגענומען? וויאזוי קען מען מייחס זיין צו רשב"י עפעס וואס מיר געפונען נישט קיין רמז כשלהי דערצו אין תלמיד בבלי וירושלמי, ספרא ספרי תוספתא מכילתא ושאר מדרשים? און איבערהויפט, וויאזוי קענען מיר מייחס זיין עפעס צו זיין תקופה, ווען הונדערטער יארן שפעטער - דורכאויס די שענסטע תקופה אין כלל ישראל, תקופת התנאים ואמוראים - געפונען מיר נישט קיין מהלך המחשבה ענליך צום ספר הזוהר, וויאזוי קען זיין אז אפילו בטעות האט גארנישט געליעקט?
3. על דעת אז ס'קומט טאקע פון רשב"י, פארוואס טאקע איז עס געווען "באהאלטן" אזא לאנגע תקופה? און פארוואס איז עס שפעטער "נתגלה" געווארן? ווער פארשטייט פארוואס פונקט בתקופת הראשונים איז געווען וויכטיג אז די יצירה זאל פלוצלינג באשיינען די וועלט?
4. די תוכן פון ספר הזוהר איז סותר אסאך גמרות, און די תוכן פון תורת האר"י איז סותר אסאך הלכות. וויאזוי קענען מיר בכלל אננעמען אזא קו, ווען הלכה האט אפיציעל א מסורה, און קבלה האט זיכער נישט? יעדער קען פארקויפן לאקשן אויף אראמיש, און אפילו הלכה איז נישט גענוג אפצופרעגן דעם עצם לאקש [איך רעד נישט נאר כלפי דעם וואס פאקטיש וועגט הלכה איבער קבלה (אויך נאר ביי סתם אידן, נישט ביי בעלי מקובלים, וואס מאכט נאר די טענה פילפאכיג שטערקער), נאר איבער דעם עצם אננעמען א קו פון אלו ואלו דברי אלקים חיים נאר מיר פסקנען ווי די הלכה, ווען מיר וואלטן געדארפט פסלען תורת הקבלה].
5. ספר הזוהר איז פיל מיט פראבלעמען פון א היסטארישע פרעספעקטיוו. אפאר ביישפילן, די נעמען פון אמוראים, געוויסע נעמען וואס מיר געפונען נישט אין אנדערע חלקי התורה, מושגים וואס קומען פון שפעטערע דורות, ועוד. דער יעב"ץ, שד"ל, גרשם שאלאם, און ישעי תשבי זענען שוין פארנומען מיט די פראבלעמען.
6. קבלה איז א באשעפעניש וואס איז פושט צורה ולובש צורה, יעדער לויט זיין פארשטאנד. ווי אסאך אנדערע האבן דא אנגעמערקט, זענען דא פילע מהלכים אין קבלה, און דאס אלעס געבט די הרגשה אז מען רעדט פון פשוטע מחשבה, וואס איינער האט בעסער געטראכט און איינער שוואכער, אבער מיט העכערע "גילויים", "רזי דרזין", האט עס נישט. און אויב אזוי, דארף תורת הקבלה זיין פונקט אזוי מאסנגעבנד ווי תורת המהר"ל, תורת המהרש"א, תורת רבי צדוק הכהן, ושאר בעלי השקפה. אבער מאכן דערפון א העכערע תורה? עס איז דאך קלאר אז יעדער האט גערעדט פון זיין געדאנק, נישט פון קיין מסורה, און ווער ווייסט צו פון גילויים.
7. קבלה האט אויסדריקליך גענאשט מושגים פון גוי'אישע מקורות. א שטייגער ווי אש מים רוח עפר, גלגולי נשמות, חכמת היד והפרצוף, און נאך. ווי איינער האט שוין אנגעמערקט פריער. דאס אלעס פארשטארקט נאר מיין פראבלעם [נאמבער 6], אז מען רעדט פון שיינע געדאנקען, אבער נישט העכערס. און נאכמער, אז דאס התייחסות צו פריערדיגע איז פאלש.
8. תורת האר"י איז נאכמער פראבלעמאטיש. ער קומט מיט גילוים שמימיים. וויאזוי קענען מיר אננעמען אזא מהלך אין אידישקייט? וואספארא מסורה איז דא דא? נביאות? וואספארא שטותים מ'רעדט אלץ צאם. אויב נביאות, זאל ער קודם מסביר זיין די גמרא אז מיום שנחרבה ביהמ"ק איז נישט דא קיין נביאות [אה, שיער נישט פארגעסן. תורת קבלה קען זיך דינגען אויף אן אפענע גמרא]. נאכדעם זאל ער ווייזן מיט וואס ער איז א נביא, מיטן זאגן נייע תורות? מיטן טרייבן דיבוקים? מיין תורה פאדערט מער פון דעם, און קיינער האט עס נישט צוגעשטעלט.
9. אממערסטנס איז מיין פראבלעם מיט תורת אריז"ל, אז דאס איז א סתירה מיט אונזער אנגענומענער תירוץ פונעם כוזרי אין דת יהודי [וואס איך פארשטיי גראדע אויך נישט, אבער ווי שוין דערמאנט אין מיין ערשטן אשכול, וועט יעדע נקודה פארדינען אן אשכול פאר זיך]. ער זאגט דארט, אז תורת משה שטייט העכער פון אלע אנדערע תורות, מיט דעם וואס ביי מתן תורה זענען אנוועזנד געווען מיליאנען אידן, אבער די אנדערע גלויבנס באשטייען פון אפאר קראנקע וואס האבן דערציילט וואס דער נביא האט באוויזן אין פראנט פון זיי. לאמיר יעצט אננעמען אז די הסבר איז א גוטע, איז דאס דען נישט קיין אפפרעג אויף גאנץ תורת האר"י [ותורת הקבלה]?! ער האט דען געמאכט א מעמד מתן תורתו? ער האט באוויזן א מופת אין פראנט פון מיליאנען? פארוואס איז דאס נישט אנדערש פון תורת מוכאמעד און תורת יאשקע?
10. די באציאונג צום אריז"ל, איז אויך אנדערש ביי יעדן איינעם. אין די צייט וואס דער גר"א קוקט אים אן ווי א לומד גם מפי אליהו, אבער מען מעג זיך דינגען אויף אים, קוקט אים דער בעל התניא אן ווי איינער וואס איז דברי אליהו הנביא יוצאים מתוך גרונו, און דער קאמארנער טענהט שוין אז ער איז געווען גרעסער פון תנאים ואמוראים און איך מיין אפילו נביאים!!! עס זעט ווייטער אויס, ווי איינער האט געשריגן נביא, דער צווייטער האט געטענהט מקבל מפי נביא, און דער דריטער האט געהאלטן אז ער זאגט שיין. קיין נארמאלע וועג איז נישט דא, ווייל קיין נארמאלע באציאונג צו אן אבנארמאלער מושג איז נישט פארהאנען.
11. בן אדם זאגט, אז ער איז געווען א רב מפורסם, און זיינע חידושים זענען פארבליבן. איך ווייס אז אפיציעל איז ער געווען א תלמיד פונעם שיטה מקובצת, איך וויל אבער זען זיינע דברי תורה אין נגלה. כאטש דאס וועט נישט העלפן פארשטיין מיינע קשיות, איז עס כאטש א באווייז ער איז געווען אן אמתער גדול בתורה. [א שטייגער ווי דער בית יוסף מיטן ספר מגיד מישרים. נאר דארט איז דער ספר אויך מוטל בספק אמיתותו].
12. ווייטער פארשטיי איך נישט, פארוואס די וואס לייקענען אין תורת הקבלה, זענען אפגעשטעמפלט געווארן דורך אסאך קנאים אלץ כופרים. וויאזוי קען מען בכלל זאגן אזוי? פארוואס איז מען מחויב צו גלייבן אין דעם? איך וואלט ענדערש געזאגט, אז דער וואס גלייבט אין די תורה אזויווי אין קבלה, איז נישט קיין מאמין. ווייל ער גלייב אפילו נישט. ער איז א שוטה גמור. אבער צו קומען זאגן פארקערט, היהפך כושי עורו? איז דען קבלה נישט גענוג פראבלעמאטיש אז מען זאל מעגן טראכטן להד"ם?
איך בין אפילו נישט כופר בתורת הקבלה, איך האב נאר קשיות און ספיקות. מסקנות האב נישט עכט. איך וואלט שטארק געוואלט הערן תשובות המתקבלות על הדעת.
מיר האבן דא אין שטיבל איינע פון די גדולי המקובלים בדורנו הרב ר׳
@לעיקוואד אפשר קומט איר אביסל אויפקלערן דעם ענין?
ער האט נאך שמות הקדושים, ווי למשל
@פארשוויגען און
@יצחק לאוויאיך רוף עם נישט, איך דערמאן נאר פשוט די שמות הקדושים אז ער זאל נתגלה ווערןדער כוזרי זאגט נישט אז נאר דארט וואו עס איז אנוועזנד געווען מיליאנען אידן קען זיין אמת.
ווען תורת יאשקע איז זיך נישט מנגד צו תורת מושה וואלט דאס געקענט זיין אמת.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
די ניק יצחק לאווי שיינט מיר צו האבן געווען א זיוף
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
זאגט מיר איינער יעצט אין אישי, אז ליטוואק קוקט אלעס פון עפעס א סיסטעמאטיש ליטוויש תורה'דיג קוק- ווינקעל, ממילא די אלע היסטארישע הסברים האט נישט קיין שום השפעה.
נו קען זיין ער איז גערעכט
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
איך נעם עס פאר א קאמפלימענט, ייש"כ. אבער איך קען פארשטייען די היסטארישע הסבר, אבער ס'איז פיל שוואכער ווי דער הכרח פון תורת הנגלה. איך האב געזאגט א חבר נעכטן נאכט "ס'איז א בי סברא, און נגלה איז אן איי סברא", וש"י
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
צופיל הנחות דא...
אין לי כרגע זמן, נאר לגבי דער אר"י, איז די צושטעל צום שולחן ערוך דייקא יא גילטיג. ער זאגט נישט אין די וועלט אריין זאכען אלע זיינע יסודות בויט ער אויף זוהר און אויף יסודות פון פריערדיגע מקובלים במיוחד דער רמק וואס האט דורכגעטוהן און צאמגענומען די יסודות פון זוהר ראשונים ואחרונים, דער אריזל רעדט אסאך מאל בקיצור ובסיכום ער נעמט פאר א פשטות אסאך יסודות אבער ווער עס קען גוט די שרשים והקדמות ווייסט אז ער איז נישט סתם מחדש ווי מן השמים בכלל מער ווי דער שולחןמערוך איז מחדש. אוודאי האט ער זיינע קנייטשען און חידושים וואס איבער דעם לערנט מען מען איז מפרש מדינגט זיך וכו, אבער די סוגיות האבען אלע שרשים און מקורות פריער. ממילא דער וואס נעמט אן דער זוהר און בכלל דער מסורה פון קבלה בויט זיך דאס פונקט ווי אין נגלה מיט א סדר, בכלל נישט בי סברות, לערן אביסעל פרדס רמונים (וואס דער ארי בויט כמעט אויף אלע זיינע מסקנות) ווי אלעס מוז האבען א מקור בגמרא וסברא און ער איז מפלפל ומדייק עד קוצו של יוד ממש ווי אין נגלה.
פארוואס פונקט דער ארי איז אזוי מפורסם געווארען איז אזא שאלה ווי פארוואס פונקט ר יוסף קארו מיט זיינע שולחן ערוך איז אזוי אנגענומען, אויף דעם איז די תירוץ בערך היסטאריע גירוש ספרד און המצאת הדפוס. אבער לגבי די יסודות איז די ציור וואס מהאט דא געגעבן פשוט א טעות במציאות.
בכלל די הנחה וואס ליטוואק מאכט אז כאילו אז אין נגלה איז דוקא ראיות דאס וואס איז מכריע, איז היבש איבערגעטריבן , מ' האט היבש התבטלות צו פשטים פון די ראשונים. אז ס'קען נישט קומען היינט איינער- אין ארטאדאקסיש אידישקייט פון וואס ליטוואק באטראכט די הבחנה- אין זאגן אנדערע פשטים און סברות אקעגן וואס איז מוסכם אין די ראשונים, קען ער נישט בייטן קיין שום הלכה על סמך זה, ממילא האט דאס נישט צוטאן מיט ראיות, נאר צו א געוויסע עקסטענד, אבער איך קלער אז ליטוואק, טאקע ווי כ'האב אויבן דערמאנט, האלט אז די גאנצע שרשרת פון התפתחות הפרשנות על תושב"פ איז עפעס סיסטאמאטיש אויסגעבויט מיט ראיות מוכחות וואס איז אוממעגליך צו טשאלאנדזשען.
וכן עד"ז פון פריער ארויף אלע אוקימתות און חסורי מחסרא'ס און דרשות שטימען עפעס עד להפליא.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
מורנו @לעיקוואד מיר ווארטן צו הערן מער באריכות
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
נאך א שטארקע קשיא (אפשר שוין דערמאנט געווארן). אויב איז קבלה פון די עיקרי התורה - און לויט מאנכע די עיקר - פארוואס זענען געווען / דא אזויפיל גדולים וואס האבן נישט עוסק געווען אין קבלה, א שטייגער ווי רעק"א די שאג"א ועוד הרבה? ודוחק לומר אז די אלע האבן יא געלערנט באהאלטענערהייט און קיינער האט נישט געוואוסט
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
טמירנאך א שטארקע קשיא (אפשר שוין דערמאנט געווארן). אויב איז קבלה פון די עיקרי התורה - און לויט מאנכע די עיקר - פארוואס זענען געווען / דא אזויפיל גדולים וואס האבן נישט עוסק געווען אין קבלה, א שטייגער ווי רעק"א די שאג"א ועוד הרבה? ודוחק לומר אז די אלע האבן יא געלערנט באהאלטענערהייט און קיינער האט נישט געוואוסט
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
קבלה האט מען דוקא נישט געלערנט בפרהסיא, והכי קרא שמו 'תורת הנסתר' לעומת 'נגלה'.
רעק"א דערמאנט אפאר מאל תורת הקבלה.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
לעיקוואוד, סאם האו איז אנגענומען אז דער אר"י האט יא / נישט מקבל געווען מפי אליהו, אבער גילויים איז דאס זיכער. אנדערש ווי דו לייגסט עס אראפ.
איז די שפראך פון גילוים מיט אליהו וכו' דארף א הסבר, מען קען אבער נישט צונעמען די פאקט אז דער ארי זאגט קיינמאל נישט כה אמר אליהו ס'געווען די עולמות אזוי און די פרצופים אזוי, ער זאגט אלעמאל דער זוהר זאגט.. און עס איז מדוייק... און פשט אין זוהר איז אזוי און אזוי.. און פריערדיגע מקובלים זאגען שוין.. דאס איז וואס ער זאגט בפירוש (בפרט אין די פריערדיגע כתבים זיינע און די וואס זענען מכתיבת ידו, ווי ער ווייזט מער די יסודות אין זוהר), חוץ פון דעם וואס הבקי בכתבי המקובלים הקודמים זעהט ווי ער בויט כסדר אויף זיי.
מיט די פאקט קען מען זיך נישט דינגען. מיט וואס איז "אנגענומען" ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו דינגען. דאס וואס שטייט איז דא אסאך מאריך זיין אבער באופן כללי איז פשוט אז גילויים איז נישט עפעס הוקאס פוקאס דאס מיינט נאר ווי די גמרא זאגט אז איינער איז מכוון צו א תנא הייסט דאס א גילוי וואס ער איז מכוון לאמיתה של תורה. וכו' כפי שיש להעמיק בזה. דער אריז"ל פארציילט אליינס ווי ער האט געהארעוועט אין זוהר און אליהו הנביא האט עם גאזאגט יפה פירשת אדער צריך אתה לעיין עוד בזה להשיג הפשט.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
די אר״י ברענגט אסאך די זהר אבער די מקובלים הקודמים דוכט זיך ברענגט ער נישט כמעט, א
אגב די אר״י ברענגט אמאל די פרדס?
איך זעה אז מען האט מיר נישט גוט פארשטאנען, מיין צושטעל צו נביאים איז געווען אז אזוי ווי א נביא האט געקענט ווערן א נביא דורך וואס אנדערע נביאים האבן מעיד געווען אויף איהם, און ער האט נישט געדארפט ברענגען מקורות אויף אלע זיינע פסקים, (ליטוואק וויפיל עס ווועט דיר נישט שמעקן האט הרב שך פילע זאכן געהייסן טוהן אן קיין מקור) די זעלבע איז דער אר"י אנגענומען אלס הייליג ווייל גדולי אומתינו הגדולים בנגלה ובנסתר האבן אזוי אנגענומען והם הם העדות עליו ופשוט הוא.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ייש"כ לעיקוואוד. איך ווייס נישט גענוג פרטים אין דעם, אבער די שאלה האב איך אמאל געפרעגט פון מורי הגריא"וו זצ"ל (לעיקוואוד ווייסט וועמען איך מיין) און זייעדיג אביסל מיד האט ער אנגעהויבען שמועס'ן. ער האט דעמאלס געזאגט "יא, דער מושג פון רפ"ח ניצוצות שטייט אין ערגעץ נישט, ניטאמאל ברמז. דער אריז"ל האט עס גענצליך מחדש געווען". איך האב דעמאלס נישט געוואוסט אז דער גר"א האלט ס'איז עפעס נישט פון אריז"ל. ער האט אויך געזאגט אז דער רש"ש האט אליינס מחדש געווען אויך. ווען מ'האט איהם ווייטער געפרעגט האט ער שוין געזאגט אז ס'איז טאקע מאדנע און ער ווייסט נישט, כדרכו בקדש.
מיין נקודה שטערט מיר פון אן אנדערע ווינקעל. איך קען אזעלכע וואס לערנען נאר קבלת הגר"א, קיינמאל נישט רמח"ל, א צווייטע לערנט נאר מתלמידי הבעש"ט. וויאזוי איז מען מכריע די זאכען? ס'איז דא הוכחות ענדליך צו הלכה? איך ווייס אין הלכה איז אויך נישט דא קיין הונדרעט פערצענטיגע הוכחות, אבער א גאנג אין הארץ האט מען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
<a class="postlink" href="https://iluyedaativ.wordpress.com/2014/10/27/%D7%9E%D7%91%D7%95%D7%90-%D7%9C%D7%A7%D7%91%D7%9C%D7%AA-%D7%94%D7%90%D7%A8%D7%99-2/">https://iluyedaativ.wordpress.com/2014/ ... 8%D7%99-2/</a>
איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז, און ווי קראנט יענער איז, נאר לויט ווי יענער זאגט איז טאקע קבלת האר"י אויסגעבויעט אויף די מאמרי הזוהר, מיט גאר שטארקע איינצעלהייטן. צוגאב דערצו, האט ער אליין אלס א מיסטיקער אויך מחדש געווען נייע מושגים. איז דאס ממש ווי איך האב פריער געזאגט אז א מיסטיקער דארף נישט קיין ראיות, ער זעהט וואס ער זעהט, זיינע תלמידים דארפן נישט קיין ראיות ווייל זיי זענען דאך אויך מיסטיקער, ובפרט אז בדרך כלל איז די מיסטיציזם קלאר באגרינדעט אויפ'ן זוהר מיט א משנה סדורה, גיט דאס אוודאי צי א נאמנות.
איך זעה נישט ווי די אלע פרטים טוישען די זאך. אוודאי האט ער חידושים גרויסע צו קליינע. און סדא פרטים וואס מווייסט נישט קלאר דער מקור זייערע. דער גרא למשל האלט אז אלעס שטייט אין זוהר חוץ אפאר פרטים דינגט ער זיך. דאס איז אלעס נישט אנדערש ווי אין נגלה וואס סאיז דא א סדר השתלשלות א מסורה יעדער לייגט צו און איז מחדש כפי כוחו ודרכו. און איינער פארשטייט די סוגיות זעהט ער ווי דאס ארבעט. רוב מענטשען, אפילו רוב מקובלים, פארשטיין בכלל נישט די שרשי הסוגיות זעהט זיי אויס איינער רעדט א נייע שפראך מיט א נייע קלארקייט ווי ער איז מחדש פון הימל ארויס, ואין הדבר כן. אפשר איז דא מער חידושים ווי אין נגלה אפשר ווייניגער, דער מהות פון מסורה איז אבער נישט אנדערש ווי אין נגלה.
(דער ארי ברענגט דער רמק און רופט עם אפילו מורי. אזוי אויך ברענגט ער גאונים און אנדערע מקובלים, נייתי די בי עס ונחזי)
די פארשידענע מהלכים קריגען זיך נישט אין עיקרים אלע זנען מודה סדא צען ספירות 5 פרצופים וכו, סאיז א חילוק פון הסברים סגנונות דרכי הלימוד. ממאכט דא רשימות פןן קבלות ווי א חוקר וואלט געמאכט רשימות פום הלכות די בריסקע הלכה די סאטמערע הלכה די חזונאישניקע הלכה ווי זיי זענען אנדערע תורות. אמת זיי זענען אנדערש אבער זיי רעדן פון די זעלבע תורה. און יעדער לערנט כפי זיין רבי אדער זיין געשמאק. סאיז שווער דאס מסביר זיין אן לערנען די גאנצע זאך אבער בורג מיט אשלג מיט מורגנשטרן מיט אייזנבאך מיט זילבערמאן מיט רמחל מיט גרא מיט רמחל לערנען די זעלבע קבלה און וואלטן זיך פארשטאנען איינע די אנדערע ווען זיי טרעטן אריין אים זעלבער בית מדרש.. (אחר קבלת הארי, לפניו איז אביסעל מער שינויים)
ווי נהורא נפישא זאגט, אויך אין נגלה קומט א חוקר אום זאגט קוק די גמרא נעמט זיך נישט פון די משנה און די משנה נעמט זיך נישט פון די חומש סדא נייע מושגים וואס ווערן נישט דערמאנט אפילו ברמז, וכו וכו. אלעס אמת סדא דיוקים און חידושים און הוספות אבער מזעהט ווי עס האט א השתלשלות. נאר אין נגלה איז מען צוגעוואוינט און מפארשטייט באופן כללי לגבי קבלה רעדט מען ווי א גוי וואלט גערעדט אויף נגלה.
איך ווייס גאר נישט איבער קבלה, אבער מטבע הדברים איז אין נגלה סאך מער נוגע דאס בויען הנחות איינס אויפן אנדערען מיט מער פונקטליכקייט, וויבאלד נגלה איז א אפענע שפראך וואס מ'טוט וויזשיאולייזן א קונקרעטע מציאות, ווען ס'קומט אבער צו מיסטיסיזם, זענען סתירות סאך שוואכערע קושיות אויף צו בויען ווייטער הנחות, וויל מיט איין קליינע בחינה קען מען פארענטפערן די סתירה, איז עס נישט אזוי, לעיקוואד ?
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
[ציטאט אראפגענומען]
קוק אין דער בית רבי וואס איך האב צוגעצייכענט. דארט רעדט ער ארום אז דער גר"א האט געהאלטען די גאנצע זאך איז נישט מפי אליהו, און רפ"ח ניצוצות איז א טעות פון די תלמידים.
לויט דער ספר וואס איך האב דערמאנט אין די אריגינעלע אשכול פון ארי נוהם - אלו ואלו דברי א"ח, איז דאס גאר די נקודת המחלוקת צווישען דער גר"א און חסידיזמוס (וואס שפיגעלט זיך אפ היינט צווישען בערעל בעלעגלה און לפ"ב [SMILING FACE WITH SMILING EYES])
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מען דערציילט אז דער מלבי"ם בעפאר ער האט געשריבן זיינע לעגענדארע חיבורים און פירושים, איז ער געגאנגען לערנען קבלה ביי די ישיבה פון רבי הערשעלע מזידיטשוב זצ"ל. ער האט געזאגט אז ער מוז קענען קבלה בעפאר ער פארפאסט זיינע חיבורים. איך ווייס נישט די קראנטקייט פון די מעשה, אבער א שטיקל ליכט ווארפט עס ווי שטארק קבלה איז געווען ריגארדעט פאר א נישט חסיד ווי הגאון דער מלבי"ם. אז מען רעדט שוין פון ר"ה מזידיטשוב, איז באקאנט די אינטערסאנטע משל ווי ער איז מסביר די חילוק פון די זוהר, אריז"ל, ובעש"ט. איך גלייב די עולם קען די משל.
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז ער איז נישט געווען א חסיד, אין פאקט האט ער זיך געהאלטן אלס א תלמיד און חסיד פון הרה"ק ר' הערשעלע זידיטשובער כידוע.
געוואלדיגאיך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז ער איז נישט געווען א חסיד, אין פאקט האט ער זיך געהאלטן אלס א תלמיד און חסיד פון הרה"ק ר' הערשעלע זידיטשובער כידוע.
יא ווייל ער האט געלערנט בישיבתו, מען זאגט אז ווען ער זאגט רבי אין זיינע חיבורים מיינט עס ר' הערשעלע. אבער וויפיל מיינע ידיעות טראגן מיך איז ער נישט געווען קיין חסיד.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
האט ער געשריבן עפעס אויף קבלה אויך? כ'מיין אז נישט. ער איז ס"ה געגאנגען לערנען צו זיין מושלם אין אלעס
נהורא נפישאאיך ווייס גאר נישט איבער קבלה, אבער מטבע הדברים איז אין נגלה סאך מער נוגע דאס בויען הנחות איינס אויפן אנדערען מיט מער פונקטליכקייט, וויבאלד נגלה איז א אפענע שפראך וואס מ'טוט וויזשיאולייזן א קונקרעטע מציאות, ווען ס'קומט אבער צו מיסטיסיזם, זענען סתירות סאך שוואכערע קושיות אויף צו בויען ווייטער הנחות, וויל מיט איין קליינע בחינה קען מען פארענטפערן די סתירה, איז עס נישט אזוי, לעיקוואד ?
ניין. עכפ נישט אין די אידישע מיסטיזים. די אידישע קאפ פון מדייק זיין אלעס ווי עס שטייט מפלפל זיין האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי קבלה.. אין אידישע קבלה ספרים ומפרשים לערנען זיי פונקט ווי אין נגלה, עכפ רובם, מען אינטרעסירט זיך נישט קיין סאך אין די מיסטיסיזם מער ווואס שטייט. אים דעם איז קבלה אנדערש פון רוב אנדערע מיסטיזם אז מלערנט עס אזוי.
א בחינה איז נישט קיין ערגערער תירוץ ווי צוויי דינים, וואס לויט דעם דארף מען פארענטפערן די אנדערע פלאץ די צוויי דינים וכו, עס איז נישט כל הפושט יד נותנים לו.
לעיקוואד, מ'רעדט שוין דא אביסל אבסטראקט, אז מ'זאל קענען זען דא ווי פונקטליך ביזט חולק אויף מיר, אדרבה די ברענגסט אביסל בעסער ארויס וואס איך האב געמיינט. וואס איך טענה איז, מיסטיסיזם איז בטבע הדברים אן ענין פון גזירת הכתוב, אוודאי איז פארהאן סברות פון הירארכיע און השתלשלות, אבער מ'קען רעדן פון השתלשלות וויאזוי מ'וויל, די השתלשלות איז אן ענין פון א גזירת הכתוב, יעצט ווען דו קומסט מיט ר' חיים' ס צוויי דינים, איז דאס די זעלבע זאך, ר' חיים איז א גרויסער קונסטלער מיטן אויפקומען מיט נייע הבחנות פון דינים, ס'איז א קונסט, אבער ס'איז דאך א פרייע וועלט, ווייל הבחנות וואס זענען נישט געבויט אויף פארוואס נאר אויף וואס זענען זייער לייכט אויפצוקומען, מ'דארף נאר זיין גענוג ת"ח אז די הבחנות זאל נישט סותר זיין די היקף הסוגיא, די זעלבע מיט בחינות איז אזעלעכע סארט הבחנות וואס אודאי איז דא דערביי א הסבר, אבער די גענויע הגדרה איז עפעס אזא סארט גזירות הכתוב, יעצט דו זאגסט אז אלעס איז געבויעט אויף דיוקים, ר'חיים'ס חידושים זענען אויך געבויעט אויף דיוקים אויף סתירות הרמב"ם וכדומה, אלזא דאס טאקע האב איך געמיינט.
אפשר זאל מען אראפברענגען אפאר משלים כדי צופארשטיין בעסער. ברענג אראפ אפאר מושגים פון קבלה און חידושים און לאמיר זען אויף ווי ס'איז געבויעט.
למשל:
שלשה קווים, ד' יסודות, נשמה, תיקונים, שורטוט, זיווג העליון (ושכינה) אין סוף, א"א, ז"א ועוד וכו'. די אלע זאכן האבן עפעס א יסוד אין זוהר הקדוש, איז דא חלקים פון דעם וואס זענען חידושים?
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
ייש''כ בן אדם. דאס וויל איך בעטען אויך. ברענג אפיר איין משל, איין סוגיא און ווייז די השתלשלות הענין, פון די ערשטע מקורות ביז צום אריז"ל. אז ס'איז צו שווער אפצושרייבען, ביטע שרייב כאטש א מראה מקום.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאס וועל איך שוין דארפן איבער לאזן פאר לעיקוואד. איך בין נישט בקי בתורת האר"י, כ'האב עס פשוט נאר ארויפגעברענגט. אבער וויפיל איך האב אריינגעקוקט אין די קליינע אותיות איז דאס מלא חשבונות ע"ג חשבונות אז מ'דארף זיך צומאל האלטן דאס קאפ. ס'זעט נישט אויס ווי ער קומט מאכן חידושים נאר ענדערש ווי מ'איז מסביר און בויעט אויף די פריערד'גע כללים.
העי דא איז קאווע שטיבל נישט כולל מקובלים, דער שיעור אין סוגיא וועט מען מאכען דארט..
אהער מיטן אדרעס
יעצט, ווי איז דיין כולל? ר' שש
די כוללים שערען צוזאמען איין קאווע שטיבל...
געוואלדיגאיך זעה אז מען האט מיר נישט גוט פארשטאנען, מיין צושטעל צו נביאים איז געווען אז אזוי ווי א נביא האט געקענט ווערן א נביא דורך וואס אנדערע נביאים האבן מעיד געווען אויף איהם, און ער האט נישט געדארפט ברענגען מקורות אויף אלע זיינע פסקים, (ליטוואק וויפיל עס ווועט דיר נישט שמעקן האט הרב שך פילע זאכן געהייסן טוהן אן קיין מקור) די זעלבע איז דער אר"י אנגענומען אלס הייליג ווייל גדולי אומתינו הגדולים בנגלה ובנסתר האבן אזוי אנגענומען והם הם העדות עליו ופשוט הוא.
ער ה אט פארשטאנען. ער פרעגט וועלכע פריעדיגע, צו פון זיינע רעבעס, האבן אים געקרוינט ספעציפיש אין קבלה; ווי כאילו אים די עקיוואלאנט פון הוראה אין נגלה געגעבן? דאס איז נאכנישט פארענטפערט. דאס אז ער אדער אנדערע זאגן אליהו הנביא איז נישט גענוג.
אני לכשעצמי בין מסופק אויב דערויף גילט דער מושג פון הוראה און מסורה וואס מ'זאל באדארפן קענען פאר יעדעם איבערצייגן, אויב איז קבלה ביי דעפענישן עפעס וואס איז אייביג געווען און דארף פארבלייבן געהיים און בלויז פאר די עליטע. ועוד, במילה עקסטאטיק איז א שאלה פון כישוף, ע"ז, חוקות הגוי, אמונות טפילות וכו' אבער איסאטעריק עסארטיסיזעם איז א נייע דימענסיע צו די הלכה וואס איז באמת געגיבן געווארן צוזאמען מיט די נגלה באותו מעמד טאקע אויף די שפראך פון נגלה וואס האט פאר'ן פשוטן מענטש זיך געהערט טאקע בלויז דאס נגלה אבער דער בעל מקובל וואס קען די יסודות - האט בו בזמן פארשטאנען די תורה אויפ'ן טיפערן דימענסיע - וואס טוט זיך אלס אפ ע"פ קבלה אויבן - כוונות..וועלטן..רמ"ק.,. וואטעווער....און ווען ס'איז זיך סותר מיט הלכה איז פשוט אז נאר פאר די פלעינע מענטש קוקט אויס אזוי אבער ע"פ האמת איז דער טיפערע באדייט נישט בלויז גובר - נאר דאס איז די איינציגע שפראך - פאר דעם בן עליה. (און ווען הקטן זאגט אז ווען תורת יאשקע וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה וואלט דער כוזרי אים נישט שולל געווען - אמער, יעצט אז קבלה איז זיך סותר מיט הלכה, דארף כאטשיג דער מכלל הן אתה שומע לאוו פונעם כוזרי; דער העדר פון א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות - אים שולל זיין?!)
דער חילוק צווישן נגלה און נסתר וואס ליטוואק מאכט אינו נראה בעיני ווייל סברא, לאגיק און ראציאנאל טוישט זיך אויך מיט די תקופות לויט די קולטור אין וועלכער דער למדן לעבן. אז אמאל איז פשוט געווען נפש תחת נפש, איז היינט פשוט אז אפ' לעולמית איז נישט פראפארציענאל אדער הילפבאר. דערפאר קען אמאל א סברא פון א ראשון אין נגלה - זיין צום היינטצייטיגן פארשטאנד - אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אן "אזוי איז" פונעם אריז"ל אין נסתר.
טאמבל סאס אז אמאל איז פשוט געווען נפש תחת נפש, איז היינט פשוט אז אפ' לעולמית איז נישט פראפארציענאל אדער הילפבאר. דערפאר קען אמאל א סברא פון א ראשון אין נגלה - זיין צום היינטצייטיגן פארשטאנד - אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אן "אזוי איז" פונעם אריז"ל אין נסתר.
אין די פעלער וואס מ'נעמט אזוי אן להלכה, יא
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
וואס מיינט נפש.תחת נפש? אז מ'הארגעט א רוצח? דאס איז היינט אויך, נאר מ'האט פראקטיש נישט קיין דיינים דערפאר. טאמער דו מיינסט עין תחת עין, דער רמב"ם זאגט אונז שוין אז ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין טאג וואס מ'האט עס פארשטאנען כפשוטו
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
אין פארגעשריטענע מדינות הרגט מען נישט. כהאב מיך באצויגן צו דעם געדאנק אין אלגעמיין אפילו ביי די ניט אידן. או ירצה וועלן מיר רעדן פון די תורה - זעסטו למשל אז מהאט געדארפט א רמבם דאס צו מחדש זיין. ביז דאן איז עס פשוט פשט געווען מסתבר. און דער ערשטער צו טוישן האט אויך געמיזט זאגן 'ווייל אזוי איז' וויבאלד די טענה פון צייטן איז נישט גענוג - א ראיה האסטו אז היינט שניידט מען נאך אויך הענט אין געוויסע מדינות. און עפ תורה דארף נייע צייטן זיכער נישט זיין טענה גענוג. אלא מאי, סאיז קולטור און וויסענשאפט וואס טוישט סברא - עס וועל עז נאך פיהלע הנהגות ארום וואס האט זיך געטוישט פריערט -און כלפי די מסורה צו פארענטפערן זאגט מען 'אזוי איז עס' והתורה במקומה עומדת. מיט וואס איז קבלה אנדערש? אז די עצם לימוד שטייט נישט אויף לאגיק בכלל? דאסי דאך די טייטש פון קבלה?! וכן קען מען טראכטן פארקערט, אויב האט עמיצער פארן רמבם געטראכט אז סוואלט נישט געקענט קיינמאל האבן געמיינט ליטעראל וואלט אים סברא אפי' הנשענת ע"ג הוראה ומסורה נישט געהאלפן. מ'וואלט אעם נישט געגלייבט. ס'וואלט זיך נישט איינגעגעסן. צייטן זענען נישט רייף און אויך איז ער נישט פאפולער ווי דער רמבם.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
איך פארשטיי נישט וואס איהר רעדט.
דער רמב"ם איז נישט מחדש אין זיין הקדמה לפיהמ"ש, ער לייגט אוועק וויאזוי ס'איז געווען. איך ווייס נישט פון קיין חולק און די זאכען זענען נישט גערעדט אין אן אופן פון פלפול התורה וואס דער זאגט אזוי און א צווייטער פארקערט. אלזא, דער אויבישטער האט געזאגט פאר משה רבינו צו שרייבען עין תחת עין, און איהם געזאגט אויסעווייניג אז ס'מיינט נישט כפשוטו נאר ממון. משה רבינו האט עס געלערנט פאר זיין תלמידים, ובראשם יהושע, וואס האט עס ווייטער געלערנט מיט זיין תלמידים וכו' וד"ל. שפעטער האבען די רבני בית המדרש זיך ארומגעטענה'ט ווי דער אויבישטער האט עס מרמז געווען. ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ס'איז געווען איין טאג ביי אידען וואס מ'האט אפגעשניטען א האנט אלס אן עונש פאר'ן אפשניידען א האנט. און יעדער איד וואס האט עפעס מקבל געווען פון תורת משה האט אזוי געוואוסט אז טייטש אין עין תחת עין מיינט ממון. אן ע"ה האט אפשר נישט געוואוסט, אבער זיין מיינונג איז נישט נוגע לגבי עפעס ואוס ער ווייסט נישט.
יעצט בנוגע קבלה אז ס'קומען אן א פאר חברה און זאגען אז מיר האבען דאס מקבל געווען איש מפי איש פון משה רבינו, פארוואס זאלען מיר גלויבען? און ווען ס'קומט איינער א נייע מענטש און זאגט 'כך מקובלני מפי אליהו', פארוואס זאלען מיר גלויבען? הגע בעצמך, מיט א שטיק צייט נאכ'ן אריז"ל איז געקומען א איד אין רוסלאנד און אויסגערופען אז ער האט דריי זאכען מקובל מפי אליהו - אז מ'זאל זאגען הלל מיט א ברכה ע"פ ביים מצה באקען, אז מ'זאל אויסזאגען תהלים פאר'ן דאווענען שבת און אז מ'זאל אויסטוהן די תפילין ר"ח פאר אשרי ובא לציון. ט'האט איינער מיט שכל איהם געהארכט? איינער אן א פארטיי נגיעה מאכט זיך צוטוהן פון די זאכען? אוודאי נישט. ווייל נישט אזוי פיהרט זיך א איד, און אונזער תורה האט א טיפערע מקור ווי סתם בלינדע אמונה אין א בשר ודגים, ווי גרויס ער און זיין יחוס זאלען נאר זיין. איז וואס איז דער אריז"ל אנדעריש?
ר'
@לעיקוואד זאגט אונז אז ס'איז יא דא א קבלה פון פריערדיגע ביז צו די גאונים, וואלט איך געוואלט וויסען וואס און ווען, כאטש א ביישפיל א מראה מקום צו קענען נאכקוקען. ביזדערווייל האב אביסל געקוקט אין די
הקדמת הראב"ד פון ספר יצירה און ער זאגט אלס מדעת עצמו, עכ"פ אזוי זעט עס אויס. רס"ג ברענגט טאקע פון גמרות און מדרשים, עכ"פ דאס ביסל וואס איך האב געזען, אבער ס'איז טאקע א קורצע פירוש, נישט מיט די היקף פון די ראב"ד.
.
וואס איז נוגע קבלה און מסורה, דער אריזל און רמק נעמען זיכער אן אז דער זוהר איז פון תנאים, און נעמען עם אן אלץ א מכריע אין אלעס בנוגע קבלה, וואס פשט אין זוהר זאגן שוין גאונים ראשונים ואחרונים, פון תשובות רב האי גאון למשל וואס דער פרדס ברענגט ביז ספר הבהיר רמב"ן וכו' וכו', וואס איז שייך צו דינגען אויף א מסורה פון תנאים. די זעלבע איז דא ספר יצירה וואס איז פון זמן התנאים, און אביסעל שפעטער די ספרי היכלות און נאך ספרים. אפילו די וואס גלייבען נישט די ייחוס הזוהר לרשב"י אדער די תשובות הגאונים, ווי רוב חוקרי הקבלה, זענען אויך מודה אז עס איז דא א מסורה פון ענייני קבלה פון זמן המקרא עד היום הזה, וויאזוי דער קבלה זאל זיך האבען אפגעטייטשט יעדער זמן כפי דרכו.
טאמבל סאסאון ווען הקטן זאגט אז ווען תורת יאשקע וואלט זיך נישט סותר געווען מיט תורת משה וואלט דער כוזרי אים נישט שולל געווען - אמער, יעצט אז קבלה איז זיך סותר מיט הלכה, דארף כאטשיג דער מכלל הן אתה שומע לאוו פונעם כוזרי; דער העדר פון א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות - אים שולל זיין?!
קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עפעס וואס איז נישט געווען מיט א התגלות פומבית להמון הנמסרת לדורות מיז בהכרח זיין שקר.
און דו ביסט גערעכט, אויב קבלה וואלט סותר געווען איין אות פין תורה שבכתב אדער תושב"ע וואס איז במסורה כגון הלכה למשה מסיני, וואלט דאס נישט אנדערש געווען וואו תורת יאשקע.
Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה
איז עס דען נישט? דער אריה"ק האלט למשל א געלינקטער זאל לייגן תפילין אויף די לינקע האנט. וואס איז מופרך פון גאנץ תושבע"פ ע"פ נגלה.