עס הייסט יעצט אז נאך לאנגע יארן וועט האדמור מבעלזא שליט''א וויילן אין לאנדאן שבת קודש פ' אמור.
כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10046
לויט ווי עס קומט מיר אויס איז דער בעלזער רבי אן עילוי נפלא, און ווען נישט אז ער וואלט געווען א יתום וואלט ער געקענט נאך אסאך גרעסער.
גיטס א

1. ער איז בטבע זייער א ווארימער מענש וואס איז א גיבור כארי אויב און ווען ווען מען דארף.

2.אויך איז ער זייער א ארגינעלקייט טראכטער מיט א געשוואונדער תפיסה.

3.ער האט דעם לא תגורו כמו שכתוב.

4.ער איז אן אוהב חכמה מיט רייכע ידיעות אין עניני דעלמא

5.א בעל תפילה, בעל קורא, און בעל דרשן נעים, ערשט קלאסיק.

6.די דברי תורה גידרוקט פון וואס ער האט מחדש געווען ע״ד החסידות נוסח אבותיו משנות התשנ- תשס זענען גאר שטארק למבינים

7.די אלטע משגעתן פון בעלזא האט ער ארויס גאווארפען פון פענסטער

8.ער האט געלערנט די קנאים און די עדה טאנצען, און זיי אויס גערופען אויף זייער בלאף נאך איידער עס איז געווען אין סטייל

9.ער האט אנערקענט די גדלות פון די ליטווישער גדולים און אויס געלערענט די חסידישע וועלט דרך ארץ האבען פאר תורה

10. ער איז תמיד דער ערשטער צו אנער קענען שוואכקייטען אין אונזערע סיסטעם און פראבירט מתקן זיין עניני הכלל ווען די פראבלעמען זענען נאך קליין.
דאס האט גארנישט מיט זיין זיך אויסארבעטען די מדות וואס דו האסט דערמאנט.
סתם אזוי, די עילויישקייט איז פון ערגעץ נישט באשטעטיגט. דרשות זיינער וואס איך האב געהערט זענען גארנישט בעסער ווי סיי וועלכער רבי און דאס זיין אפען צו פראבלעמען אין די סיסטעם איז גארנישט קיין עילויישקייט. אלע שרייבערס דא אין ק"ש זענען עילויים? ס׳איז א שטאנדפונקט וואס געוויסע האבען. ווען ער איז א קאנסערוואטיווער רב\רבי און טראץ דעם זעט ער איין די וויכטיגקייט פון געוויסע שינויים, דעמאלס איז עפעס ווערט צו טראכטען, אבער נאכאנאנדיגע שינויים? מהיכי תיתי?

איך הער וואס דו זאגסט. איך הער
באמת איך הער
באמת איך הער
ער איז א רבי פון א חסידות וואס האט גע'שם'ט אלץ מקום וואס איז נישט משנה זיין קיין קוצו של יוד פון א מנהג, סדר, אזער אפילו הנהגה בעלמא.
ליטוואק פון בודאפעסט: דיין הערכה אויפ'ן בעלזער רב שליט"א איז מיקס'ד. אבער דו טוסט דיך פארהוילן פון זיינע אנדערע מעלות פון הנהגה. ער האט געגרינדעט עקסטרע מוסדות פאר בעלי תשובה בראשית דרכם. וואס שפעטער גייען זיי אריין אין די רעגולערע בעלזער מוסדות. ווייל גאנץ אין אנהייב זענען דא א סאך פראבלעמען און טעמים פארוואס זיי קענען זיך נישט אריינפאסן אין די מוסדות. בשונה פון די כלליות'דיגע ליטווישע מוסדות התורה וואו מ'דיסקרימינירט אקעיגן זיי. זאללן זיין די סיבות מה שיהיו. אויך האט ער אנערקענט אז דער היימישער עולם דארף האבן אינטערנעט על טהרת הקודש...!
נאר אין זיינע יונגערע יארן האט ער געהאט א ביסל א לויזע צונג. ער האט אריינגעפליקט פאר א סאך עלטערע מענטשן. ציווילע ווי רבנים...! אבער ס'האטציך שוין געטוישט צוזאמען מיט די ווייסע בארד...!
נאר אין זיינע יונגערע יארן האט ער געהאט א ביסל א לויזע צונג. ער האט אריינגעפליקט פאר א סאך עלטערע מענטשן. ציווילע ווי רבנים...! אבער ס'האטציך שוין געטוישט צוזאמען מיט די ווייסע בארד...!
א גרויסע צוזאמקום פון בעלזע חסידים פין איבעראל וועט פארקומען אין לאנדאן בראשות הרבי אין די קומענדיגע וואך.
C\P the Council had a meeting with Belz London HQ regarding planing to build the huge tent they only wanted to give planning for 1800 people but belz said they need place for at least 3500 people so one of the planning officers said I have a brain wave! How about playing the show twice....
true story
true story
די בעלזערס זענען חוגג אז אט אט וועט דער נגיד ר' אליש און האדמו"ר רבי ז"ל מאכן א שלום מיט די בעלזא
הנגיד אליש אנגלנדר יגיע לארץ ישראל ביום חמישי לפני ל”ג בעומר
בשבת ול”ג בעומר יהיה לראשונה בחייו במירון
קצת קשה עדיין להגיע לטיש לרבי מבעלזא אבל גם זה יגיע בהמשך
ביום שני בבוקר יחזור לעיר הבירה לונדון
ביום שלישי יתקיים פגישת בין הנגיד אליש אנגלנדר לאדמו"ר מבעלזא
זה סולל את הדרך לשלום עם הרבי מסאטמאר זלמן לייב
כידוע הגבאי רוצה כבר את השלום
רק עסקנים מירושלים הם אלו שמתנגדים בכל תוקף לשלום
אחרי השלום עם מחנובקה שזה בעצם אליש אנגלנדר שהוא מקורב לאדמו"ר מסאטמר ר' זלמן לייב ולר' לייביש לייזער
כל האויר ייצא למתנגדים מהגלגלים
איש את רעהו: דיין ק/פ דארף א קליינע כצ"ל. דארט וואו ס'שטייט..."ר' אליש ענלענדער, שהוא מקורב לאדמו"ר ר' זלמן לייב צריך לומר שהנגיד ר' אליש אנגלנדר, שהכסף שלו מקורב לאדמו"ר ר' זלמן לייב...!
וועמען פונקטליך שטערט עס אז זיי אלע בלייבן ציקריגט?
עפעס א נייע רעבישע ב"ש סטייל אז מ'מאכט שלום. ס'שיין פאר פיקטשערס.
עפעס א נייע רעבישע ב"ש סטייל אז מ'מאכט שלום. ס'שיין פאר פיקטשערס.
וואלווי: ווייל ס'איז דא אידן (גם אני בתוכם) וואס האלטן אז דער פירוד לבבות צווישן רעבעס און זייערע חסידים, (נישט דוקא די ציונים. ווייל ס'איז שוין היינט נישט דא מער קיין ציונים.) דאס איז מעכב די גאולה. און אויב די רעבעס און זייערע חסידים וועללן שלום מאכן וועט עס מקרב זיין די גאולה און משיח וועט שוין קומען...!
איך מיין ח"ו נישט צו זאגען מען זאל זיך קריגען. איך מיין נאר דער פריערדיגער תגובה וואס איז אזוי פארנומען מיט די שטותים אז דער רבי גייט דא, מילא קען יענע רבי גיין דארט, און וואס וועט דער אדער יענער טוהן...
ס'איז געווארן אין די לעצטע פאר יאר "פאסיג" אז מ'זאל זיך לעבן גוט, כאילו די יצר הרע פון עבודה זרה איז ארויס פון פענסטער. פאר יארן האבן זיך פול פון די אלע בעלי שלום געריסען אויף אן אומענטשליכע אופן ס'איז פשוט געווען עקעלדיג. אויב זיי וואלטן געזוכט דעם שלום וואלטן זיי עס דעמאלטס געטוהן אדער זיך נישט אויף געפירט געמיין, נאר וואס, זיי האבן געטון ווי ס'איז זיי געפאלען און אנגעפיפען מענטשליכקייט. היינט איז אלעס געווארען א זיסע וועלט, איז שוין א בושה אז מ'קריגט זיך, ס'מיינט נאך אלס נישט אז די חברה זענען געווארן פליצלינג מענטשען און ס'איז גארנישט צו ווערען אימפרעסט דערפון. זיי נעמען זיך קער און אונז דארפן ווייטער טוהן דער זעלבע און זיך אליינס קער נעמען, זייערע נער'ישער נייעס איז נישט ווערט פאר אשר יצר פאפיר.

איך גלייב נישט אז דער גאולה האלט זיך אפ צוליב א פאר אפגעריסענע רבי'ס וואס רעדען נישט צווישען זיך. זיי זענען מינדערוויכטיגע פארשוינען וואס משיח האט נישט קיין סאך צו טוהן מיט זיי.
יורשים וואס שלאגען זיך אויף געלט, שכנים וואס שלאגען זיך אויף הזיקות, ביזנעסלייט וואס אנשטאט׳ס גייען אין ב"ד רייסט מען זיך אין ביהמ"ד, זיי זענען מעכב די גאולה. רבי'ס? בעה! ווער קימערט זיך בכלל מיט זייער בויכ וויי?

די רעבי'ס האבן אסאך נאכפאלגער אונטער זיך און זיי זענען מזכה א חלק פון כלל ישראל מיט זייער מח'
עס זענען דא כמה וכמה עינינים משותפים וואס קענען געלעזט ווערען אויב דער כלל ישראל און די אדמורי"ם וועלען רעדען איינער מיטן אנדערער. מחלורת נוקט ארויס די ענערגיע פון אויפטוען פאר אידישקייט. פארדעם אליינס לוינט זיך שלום צו מאכען.
תורה ומדעעס זענען דא כמה וכמה עינינים משותפים וואס קענען געלעזט ווערען אויב דער כלל ישראל און די אדמורי"ם וועלען רעדען איינער מיטן אנדערער. מחלורת נוקט ארויס די ענערגיע פון אויפטוען פאר אידישקייט. פארדעם אליינס לוינט זיך שלום צו מאכען.
חלמא טבא חזית. זייט התאחדות זאלץ מיט פיפציג יאר צירוק האבן זיי גארנישט געטון פארן דור.
ס'געווען גענוג תקופות וואס מ'האט זיך געלעבט בשלום דער אדער יענער און זיי האבן נאכנישט געטון א דעם זאך פארן פאלק.
זיי האבן דען געבויט קאלעקטיוולי שטעט ווי צו וואונען?
א נעכטיגער טאג. א יעדער בויט פאר זיך. באשעפער זאל אפהוטען טאמער יודען קומען וואינען און די מייל. גוים אדרבה. און זיי דוקא שפילן בשלום מיט אנדערע.
זיי האבן עפעס בכלל אמאל געטון פאר פרנסה ביי יודען?
חוץ פון אגודת ישראל אדער טארא קאלעזש-מכון לפרנסה האט קיינער נישט געהאלפן יודען מיט פרנסה.
זיי נעמען אריין קינדער אין מאנסי וואס מופען ארויס?
ונהפוך הוא. זיי האבן זיך צאמגענומען נישט אריינצונעמען אנשטאט א יעדער מוסד זאל נעמען א טייל קינדער און זיין נושא בעול.
בכלל ווען לעצט האבן זיך רבנים אדער אדמורי"ם איינמאל צוזאם געזעצט און געקמען זאגען א זאך וואס איז גוט פאר כלל ישראל?
פריוואט אפשר יא. אבער זיך צוזאם נעמען מיט אנדערע און ארלעדיגן תכלית קיינמאל נישט.
נקוט כלל זה בידך. א יעדע גוטע ארגעניזעשאן ביי יודען, אדער בכלל די געוואלדיגע חסדים וואס דער היינטיגע דור טוהט, האט זיך אנגעהויבן פון פריוואטע יחידים און געטרייע עסקנים.
קיין איין רבי פון היינטיגע דור האט נישט מקדים געווען אמאל צו טוהן איין זאך פאר כלל ישראל (נישט פאר זיין אייגענעם קרייז) אן דעם וואס מ'איז צו זיי געקומען ערשט.
ס'דא יוצא מן הכלל פעלער, אבער מאר אר לעס, ארבעט עס אזוי, דאנט קיד יורסעלף.
זאלען זיי אלע צוריק גיין טועם זיין, צו שפארן, אריינבליקן און א ספר, און ווייטער פארן אויף דאטשע...
איך הער וואס איהר טענ'ט, אבער ליבי עדיין מפקפק בדבר.
פארוואס דארפן די רב'יס זיין עסקנים? בכלל נישט זייער דזשאב. אפשר פאר רבנים אזוי ווי סאטמאר, באבוב וואס זענען לכתחילה געווען רבנים אין שטעט און ממילא זענען זיי אויך געווען מנהיגים וואלטן אפשר יא געדארפט אויך עסקנ'ען פאר'ן כלל. אבער די אנדערע רבי'ס הנהגה זענען די חסידים שולדיג פאר'ן נאכמאכן סאטמאר! גראדע איז גער א אויסנאם ווייל די גערע רבי'ס זענען יא געווען מנהיגים און די היינטיגע גערע רבי נעמט טאקע גאנץ פיין קעיר פון זיינע חסידים (לויט זיינע שיטות פארשטייצעך).
בן אדםפארוואס דארפן די רב'יס זיין עסקנים? בכלל נישט זייער דזשאב. אפשר פאר רבנים אזוי ווי סאטמאר, באבוב וואס זענען לכתחילה געווען רבנים אין שטעט און ממילא זענען זיי אויך געווען מנהיגים וואלטן אפשר יא געדארפט אויך עסקנ'ען פאר'ן כלל. אבער די אנדערע רבי'ס הנהגה זענען די חסידים שולדיג פאר'ן נאכמאכן סאטמאר! גראדע איז גער א אויסנאם ווייל די גערע רבי'ס זענען יא געווען מנהיגים און די היינטיגע גערע רבי נעמט טאקע גאנץ פיין קעיר פון זיינע חסידים (לויט זיינע שיטות פארשטייצעך).
וואס דען איז זייער זשאב? זיצן אויפן ׳כסא מחילה׳ און ציילן די פדיונות פון די חסידים דעס איז זייער זשאב????
קויפן הייזער פאר זייערע קינדער און אייניקלעך אויפן חשבון פונעם ארימען ציבור דעס איז זייערע זשאב????
טייטלן מיט די פינגער ווער ס׳האט די זכי׳ אריינצוקומען אין זייערע מוסדות דעס איז זייער זשאב?? דעס איז דאך געוועהן ד״ר מענגעלע ימ״ש דזשאב???
ס׳געפעלט מיר נאך ווי די גייסט צוריק ביז סאטמאר און באבוב אינדערהיים, כאילו נאר אויב זיין עלטער באבע איז געוועהן א רב אין א שטאט נאר דעמאלטס גייט אן אלע הלכות פון העלפן א איד, משא״כ אויב דיין זיידע האט געוואוינט אין לאדזש פאלט פלוצלינג אוועק אלע מצות און חיובים פון די תורה און פון מענשטליכקייט צוהעלפן א צווייטען! פלוז? וואס רעדטסו דא?
איש את רעהוזה סולל את הדרך לשלום עם הרבי מסאטמאר זלמן לייב
כידוע הגבאי רוצה כבר את השלום
רק עסקנים מירושלים הם אלו שמתנגדים בכל תוקף לשלום
אחרי השלום עם מחנובקה שזה בעצם אליש אנגלנדר שהוא מקורב לאדמו"ר מסאטמר ר' זלמן לייב ולר' לייביש לייזער
כל האויר ייצא למתנגדים מהגלגלים
דער נייעס שרייבער האט פארגעסן אז דער גאון וקדוש זלמן לייב האט לעצטנס ארויסגעגעבן א פאשקעוויל אויפ'ן בעלזער רב.
די רבנים האבן ניט לאנג צוריק אינאיינעם ארויסגעשיקט צו אסאך אידישע היימען אין אפסטעיט אז מען זאל צוזאמען מיט די כח הרבים אראפהאלטן די מארקעט פרייז עס זאל נישט ארויפגיין העכער, א שטארקע דערגרייכונג לטובת די ציבור וואס זיכט צו קויפן הייזער פאר נארמאלע פרייזן
איש את רעהודי רבנים האבן ניט לאנג צוריק אינאיינעם ארויסגעשיקט צו אסאך אידישע היימען אין אפסטעיט אז מען זאל צוזאמען מיט די כח הרבים אראפהאלטן די מארקעט פרייז עס זאל נישט ארויפגיין העכער, א שטארקע דערגרייכונג לטובת די ציבור וואס זיכט צו קויפן הייזער פאר נארמאלע פרייזן
דאס איז אלץ די ארבעט פון איינער קויפמאן פון קרית יואל וואס ער האט אנגעדרייט די גאנצע מערכה. נאכדעם וואס ער האט אפגעשוויצט קומען די רבנים און נעמען די קרעדיט
ווען מר"א מסאטמר איז געווען אויף א באזיך ביים בעלזער שוואגער האט ער נאכגעזאגט א ווארט פון איינע פון די פריערדיגע בעלזע רבי'ס. אין בעלז איז דא א צו נאמען פאר אדמורי בעלז ז"ל - די ערשטע רב, די מיטעלע רב, די פריערדיגע רב. מר"א קען זיך נישט אזוי אויס מיט די אויסדריקן האט ער געזאגט "פון בעלזע רב שטייט אז......". ווען ער ענדיגט ריפט זיך בעלזער רב אן "איך האב עס קיינמאל נישט געזאגט"
ופלץ כל העם יחדיו
ופלץ כל העם יחדיו
מענין לענין, ווען די בעלזער איז געווען אין לאנדאן איז ביים באזיך פונעם ארטיגע (געוועזענע) ארונישע רב האט רב וואזנער געזאגט אז קומענדיגע וואך גייט ער אויף א נסיעה מיט זיין רבי למקומות הקדושים און מ'גייט אויך זיין אין בעלז. האט די בעלזער מגיב געווען: די מיינסט אודאי בעלז אוקריינא ווייל בעלז איז אין ירושלים....
שמעון וואלףמענין לענין, ווען די בעלזער איז געווען אין לאנדאן איז ביים באזיך פונעם ארטיגע (געוועזענע) ארונישע רב האט רב וואזנער געזאגט אז קומענדיגע וואך גייט ער אויף א נסיעה מיט זיין רבי למקומות הקדושים און מ'גייט אויך זיין אין בעלז. האט די בעלזער מגיב געווען: די מיינסט אודאי בעלז אוקריינא ווייל בעלז איז אין ירושלים....
אמת'ע מעשה?
שמעון וואלףווען מר"א מסאטמר איז געווען אויף א באזיך ביים בעלזער שוואגער האט ער נאכגעזאגט א ווארט פון איינע פון די פריערדיגע בעלזע רבי'ס. אין בעלז איז דא א צו נאמען פאר אדמורי בעלז ז"ל - די ערשטע רב, די מיטעלע רב, די פריערדיגע רב. מר"א קען זיך נישט אזוי אויס מיט די אויסדריקן האט ער געזאגט "פון בעלזע רב שטייט אז......". ווען ער ענדיגט ריפט זיך בעלזער רב אן "איך האב עס קיינמאל נישט געזאגט"
ופלץ כל העם יחדיו
נאכאלץ גייט איהם אין קאפ די שטיקלעך פון אמאל (פון די געזינטע יארן). ווען זיין תכלית איז געווען אריינפליקן און אריין זאגן אין באבנ'ס באבע.כ'האב געמיינט אז וויבאלד ער איז א בעל יסורים מיט א גרויע בארד, האט ער זיך שוין אפגעלאזט פון די מעשי קונדס...!
א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
איש חזוןא מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
אויפ'ן רב?
אמן!
אמן!
shtriemelאיש חזוןא מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין 😂
שבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!
berlbalagulehשבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!
איך האב זייער ליעב מייעאוניעס! ממש דעלישיעס! נאה. איך טשעפע נאר שטריימל.
שטריימל אז דו ווילסט זיין א עכטע בעלזער דארפסטו איינטינקען דיין שטריימל שתי פעמים אין מייענאניעז (רבי בערל ווי אזוי ספעלט מען די ווארט)
שבת אחיםshtriemelאיש חזוןא מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין 😂
די ביסט סתם א לץ. מאכסט חוזק פון יעדער דבר שבקדושה. ס'נישט פאני.
כ'האפ ס'פלאצט דיר א רעדעל אונמיטען דרייווען. #אפקומען אויף די וועלט
שבת אחיםberlbalagulehשבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!
איך האב זייער ליעב מייעאוניעס! ממש דעלישיעס! נאה. איך טשעפע נאר שטריימל.
שטריימל אז דו ווילסט זיין א עכטע בעלזער דארפסטו איינטינקען דיין שטריימל שתי פעמים אין מייענאניעז (רבי בערל ווי אזוי ספעלט מען די ווארט)
שבת אחים: יעצט האסטו געטשעפעט מיך אויך. און וואס הערטציך טאקע מיט די בלעז"ן...?!
shtriemelשבת אחיםshtriemelאיש חזוןא מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין 😂
די ביסט סתם א לץ. מאכסט חוזק פון יעדער דבר שבקדושה. ס'נישט פאני.
כ'האפ ס'פלאצט דיר א רעדעל אונמיטען דרייווען. #אפקומען אויף די וועלט
זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.
וואלווי
זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.

איך האב זיכער געמאכט אז ר'איז 100 מייל אוועק, פאר'ן וואונטשען!
shtriemelוואלווי
זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.

איך האב זיכער געמאכט אז ר'איז 100 מייל אוועק פאר'ן וואונטשען!
היינטיגע צייטן איז שווערער אויסצורעכענען ווי שבת געפונעט זיך אלס, אבער נישט מער געדאכט מיט א יאר צירוק האט מען נאר געדארפט פאלאוען די בערני קאמפיין טרעיל.
אסאך מעשיות דרייען זיך ארום וויאזוי בעלזע רב ניצט אויס די געלעגענהייט ווען ער קען א צווייטן א שטאך טון. אמאל מאכט זיך אבער אז דער צווייטער לאזט זיך נישט שפייען אין פנים און טוט צו דער זאך.
משום איזה סיבה איז דארט איינגעפירט אז אלע וואס קומען באזיכן איז מען מכבד צו נעמען א טור אין די ביהמ"ד. ביי די פאר גרויסע ווי וויזניצע רבי (ר' משה'לע), גור'ע רבי, ר' עובדי' יוסף איז די בעלזע רב אליין מיטגעגאנגן אבער די קלענערע רבנים האט ער געשיקט זיין גבאי.
די צאנז'ער רבי פון נתני'ה איז געווען אויף א באזיך און די צייט ווען די בעלזע ביהמ"ד איז פארענדיגט געווארן. ביים סוף פון די באזיך איז די בעלזע רב מכבד די צאנז'ע רבי צו גיין קוקן די שול און הייסט שמעון וואלף זאל מיטגיין. די צאנז'ער רבי דרייט זיך אויס צו זיין גבאי און זאגט אז ער (זיין גבאי) זאל גיין מיט'ן בעלזע גבאי קוקן די שול

שמעון וואלףאסאך מעשיות דרייען זיך ארום וויאזוי בעלזע רב ניצט אויס די געלעגענהייט ווען ער קען א צווייטן א שטאך טון. אמאל מאכט זיך אבער אז דער צווייטער לאזט זיך נישט שפייען אין פנים און טוט צו דער זאך.
משום איזה סיבה איז דארט איינגעפירט אז אלע וואס קומען באזיכן איז מען מכבד צו נעמען א טור אין די ביהמ"ד. ביי די פאר גרויסע ווי וויזניצע רבי (ר' משה'לע), גור'ע רבי, ר' עובדי' יוסף איז די בעלזע רב אליין מיטגעגאנגן אבער די קלענערע רבנים האט ער געשיקט זיין גבאי.
די צאנז'ער רבי פון נתני'ה איז געווען אויף א באזיך און די צייט ווען די בעלזע ביהמ"ד איז פארענדיגט געווארן. ביים סוף פון די באזיך איז די בעלזע רב מכבד די צאנז'ע רבי צו גיין קוקן די שול און הייסט שמעון וואלף זאל מיטגיין. די צאנז'ער רבי דרייט זיך אויס צו זיין גבאי און זאגט אז ער (זיין גבאי) זאל גיין מיט'ן בעלזע גבאי קוקן די שול
גארנישט געוועהן קיין שטאך נאר ער האט זיך פשוט באליידיגט, נישט דער בעלזער האט איהם מכבד געוועהן נאר די צאנזער האט מרמז געוועהן, אין דער בעלזער האט נישט געהאט קיין כח דעמאלס האט ער מכבד געוועהן זיין גבאי זאל פערזענליך גיין, אבער ער איז געווארן באליידיגט....
ס'אלעמאל געווען יענמעס טעות
א פלא, דער בעלזער רב שליט"א מאכט טאקע ערענסט שלום במרומיו. ער האט היינט א נאמען געגעבען אן אור אייניקל מוטן נאמען "יואל מנחם מנדל", נאכען סאטמערער רבין און נאכען לובאוויטשער רבין זכר צדיקים לברכה. הפלא ופלא!
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
תורה ומדעא פלא, דער בעלזער רב שליט"א מאכט טאקע ערענסט שלום במרומיו. ער האט היינט א נאמען געגעבען אן אור אייניקל מוטן נאמען "יואל מנחם מנדל", נאכען סאטמערער רבין און נאכען לובאוויטשער רבין זכר צדיקים לברכה. הפלא ופלא!
יואל ע"ש הב"ח ומנחם מנדל ע"ש הצמח צדיק מויזניץ
נישט מסתבר בכלל. וד"ל
וואס איז נישט מסתבר, דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן, ריכטיג?
אני שמעתי אז מנחם מנדל איז נאך דער זיידע פונעם צמח, דער אהבת שלום.
(אדמו''רי בעלזא שטאמען פונעם ב''ח - אב''ד בעלזא)
אני שמעתי אז מנחם מנדל איז נאך דער זיידע פונעם צמח, דער אהבת שלום.
(אדמו''רי בעלזא שטאמען פונעם ב''ח - אב''ד בעלזא)
וואס איז געשען מיטן מעשה רוקח אדער אנדערע זיידעס? ביזן ב"ח האט מען ניט געטראפען א נאמען?
איש חזוןוואס איז נישט מסתבר, דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן, ריכטיג?
אני שמעתי אז מנחם מנדל איז נאך דער זיידע פונעם צמח, דער אהבת שלום.
(אדמו''רי בעלזא שטאמען פונעם ב''ח - אב''ד בעלזא)
עס איז א גיטע ווערטל דעס תולה זיין אינעם ב"ח צמח צדיק
געמיינט האט ער א גיטע דזשאוק צו געבן נאך סאטמאר מיט ליבאוויצע, נעקסט וועט זיין נאך סיקריק-חרד"ק בבת אחת.
מנחם מענדל נאכן צמח איז העכסט מסתבר, ווי אויך נאכן מעגלי צדק פון דעשש - אויך א זיידע נישט ווייט ארויף. אבער יואל נאכן ב"ח איז זיכער נישט מסתבר.
ספי לו ניט קיינע נעמען ב״ה. פון די בעלזער בילגרייער גליק גרינוולד זייט זענען נאך דא פארשידענע נעמען צו געבען. פון ויז'ניץ אפדערעדט.
גראדע האט ער יא געמיינט דער ב''ח ווייל אין בעלזא איז דאס געוועהן גאר א חשובע נאמען אין עס איז געוועהן א פאר בעלזער אייניקלעך וואס האבן אזוי געהייסן
דער ערשטע בעלזער רב האט געהאט א אייניקל א זוהן פין זיין איידעם וואס האט געהייסן יואל נאר איז ליידער אוועק אלס קינד
דער פרידיגער בעלזער רב געהאט א אייניקל יואל ביי זיין איידעם דער ראווע רוסקער רב ר' יצחק נחום טווערסקי
אבער סתם אזוי א זייטיגע נאטיץ פין ר' אלחנן האלפרין זייט איז דא א נעטערע זיידע מיטן נאמן יואל דאס איז הרה''ק ר' יואל משאץ זצ''ל חתן הרה''ק ר' מאיר'ל מפרימעשלאן זי''ע
אין מנחם מנדל איז אויך געוועהן - דער פאטער פין דער אלטע מאקעווע רב זצ''ל ה''ה הגה''צ ר' מנחם מנדל לעמבערגער זצ''ל אב''ד פולגער
ממילא האט מען אויך אינזין געהאט דער אנדערע זייט
אין בדרך אגב בדרך צחות ווערט איבער געגעבן ביי די בעלזער חברה - אז דער ר''ת פין יואל מנחם מנדל רוקח איז מרי''ם אין דער בעלזער בילגורייער רבי איז נאך אין דער שנת האבלות של אמו מרים רוקח מבילגורייא
איז דאך א געוואלדיגע רמז ...... 😛

דולה ומשקהשמעון וואלףדולה ומשקה
בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיט תנאי אז מינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
ס'זענען געווען בעלזע מוצ'ים שוחטים וכו' אין די עדה, ער האט אבער פארלאנגט אז ער וויל א חבר הבד"ץ אויך. און גערעכט איז ער, איז בעלז א חלק פון די עדה אדער נישט?!
שוחטים זענען נישט געוועהן, גערעכט אז מוצי"ם און משגיחים זענען יא געוועהן אבער בכלל נישט אויף א הויכע דרגא ווי די אנדערע, און בכלל נישט געהאט א געלעגענהייט ארויף צו קריכן דער לייטער, וכ"ש צו ווערן פון חבר הבד"ץ.
וויאזוי איז בכלל שייך צו ווערן א חבר הבית דין און ארויפקריכן דעם לייטער ווען אין בעלזא איז א הייליגע פליכטע דאס גיין וואוטען פאר א רעגירונג, און די בי"ד איז קעגן דעם שארף.