☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10046
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

איש חזון » מאנטאג יוני 11, 2018 12:26 pm

· #405683
אישתישבי
דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.

😂

יוסף יוזפא » מאנטאג יוני 11, 2018 1:08 pm

· #405688
אישתישבי
דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.

נו, און ווען עס טוט וויי? גייט מען זאגן שקרים... א ליידיגער זאק ועוד כהנה וכהנה כיד הדמיון הטוב.

[נ.ב. די תשובה איז: יא]

Bloomingburg » מאנטאג יוני 11, 2018 1:46 pm

· #405692
איסר האטלקי
בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון בערלען, משא''כ פון אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...

זיין מאמע ברודער האט אויך וויניג שכל און איז היינט א רבי פאר טויזענטער חסידים

מצפה לישועה » מאנטאג יוני 11, 2018 2:52 pm

· #405715
אישתישבי
דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.

יאפ, האבן מיר שוין די ריכטיגע מעסטער פון א ריכטיגע רב'ה!
טאמער ער קען יעדער איינער פון זיינע חסידים ביים נאמען!

(מן הסתם אויף דעם איז געזאגט געווארן דעם נשתכחה תורת החסידות)

אישתישבי » מאנטאג יוני 11, 2018 3:13 pm

· #405717
מיט איין זאך איז בעלזא מיוחד, אז פאר כבוד בעלזא איז אלעס מוותר, אריין גערעכענט שפיכת דמים. עס איז אפילו וויכטיגער ווי דער שלש שבועות פאר א סאטמערער.

עס איז מיר נישט קיין שום חידוש אז א בעלזער וועט קיינמאל נישט מודה זיין אויף קיין שום זאך וואס איז נגד כבוד בעלזא, א שטייגער דער רבי'נס דעפרעסיע, צו דער הנהגה פין דער רב'ס שטוב און דער רב אליין גיבט נישט קיין קרעפ וואס גייט דארט פאר, פין דעם ביז ספייקי וואס איז א מוסד אנגעפירט דורך א בעלזער חסיד, פאר כבוד בעלזא איז מען אלעס מקריב, דאס איז דער אנכי ד' אלקיך פין בעלזא.

מצפה לישועה » מאנטאג יוני 11, 2018 3:27 pm

· #405720
איך פארשטיי אז דו האסט נישט בעסער וואס צו ענטפערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 11, 2018 3:48 pm

· #405721
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך מיין דער כבוד האסטו. טאמער דו גלויבסט טאקע אין די ליצנות פון דיין ענטפער, ביסטו נעבעך מער מאלעסטעד ווי מ׳האט געמיינט.

ניין, וויסען די נאמען פון יעדער חסיד איז נישט דער קנה מדה פון א רבי. עס איז די קנה מדה פון א מענטש. אז דו ווילסט זאגען אז א רבי דארף נישט זיין קיין מענטש, איז דאס ערשט נשתכחה. נישט נאר תורת הבע"ש, נער בעיסיק מענטשליכקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מצפה לישועה » מאנטאג יוני 11, 2018 4:04 pm

· #405725
ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין דער כבוד האסטו. טאמער דו גלויבסט טאקע אין די ליצנות פון דיין ענטפער, ביסטו נעבעך מער מאלעסטעד ווי מ׳האט געמיינט.

ניין, וויסען די נאמען פון יעדער חסיד איז נישט דער קנה מדה פון א רבי. עס איז די קנה מדה פון א מענטש. אז דו ווילסט זאגען אז א רבי דארף נישט זיין קיין מענטש, איז דאס ערשט נשתכחה. נישט נאר תורת הבע"ש, נער בעיסיק מענטשליכקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קענסט מיר ביטע אויסרעכענען איין רבי וואס האט אונטער זיך קרוב צו 10 טויזנט משפחות וואס קען יעדע חסיד ביים נאמען?

(און וואס פארשטייט א הונגערישע ליטוואק און חסידות?)

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 11, 2018 4:12 pm

· #405727
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נאכאמאל, עס האט נישט מיט חסידות.

טאמער עס איז אוממעגליך אז ער זאל זיי קענען, האט ער צוויי ברירות. אדער נישט מחליט זיין פאר מענטשען וועמען ער קען נישט. ער זאל נישט אריינרעדען אין מוסדות און בתי מדרשים אין ערגעץ אין דער וועלט, עאר ווען ער קען די מעמבערס דארט. גאנץ א מענטשליכע פארלאנג. אדער זאל ער זיך אפזאגען גענצליך פון די רעביסטיווע . קיין מלאך איז נישט געקומען פון הימל און איהם געהייסען בשם ה׳ אז ער מוז זיין רעבע. ער קען טרעפען א דזשאב פונקט ווי יעדער.

עס פעלט גארנישט אויס פאר די וועלט אז איין יחיד זאל האבען אזוי פיהל מאכט. עס וואלט געווען פיהל בעסער ווען זאכען שטייען קלענער, יעדער רב מיט זיין בית המדרש. דער סיסטעם איז מטפש דער מענטשהייט און נעמט צו די כח פון יחידים אויסצושטייגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מצפה לישועה » מאנטאג יוני 11, 2018 4:22 pm

· #405729
דיין לעצטע פאר שורות ווייזן ארויס פונקטליך וויפל דו קענסט זיך אויס און חסידות בכלל,
און אין בעלזא חסידות בפרט...

פון ווען אן איז ער מחליט זאכן פאר וועמען ער קען נישט?
די רב זאגט נאר די וועג, די גאנג, די אויסשטעל
אבער יעדע בית מדרש האט זיך זיין דיין און זיין רב,
און נאכמער איז לעצטענס געווארן אז יעדע גרופע יונגעלייט האבן זיך זייער דיין צו וועמען זיי ווענדן זיך...
און ער קען זיי יעדער פערזנליך, אסאך מער ווי די נאמען.

איך מיין אבער איך ענדיג מיין שמועס מיט דיר דא,
ווייל איך רעדט דאך זיכער מיט איינער וואס קען בעלזא נאך אסאך בעסער ווי די בעלזע קענען אליין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 11, 2018 4:48 pm

· #405730
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
און ווער איז ממנה דעם דיין? די מעמבערס פון די שול וואס קענען זיך און ווייסען וואס זיי דארפען? צו איינער א ריעל עסטעיט יורש אין א"י וואס גיבט נישט קיין כי הוא זה וועמען עס איז וואס ער לייגט אונטער יענער דיין און צו וואס טויג ער?

און דאס האט אויך גארנישט מיט חסידות. עס איז נאכדעם וואס רעביסטיווע האט געמיינט מאכט מיט ריעל עסטעיט, ווען זיי נעמען זיך שיקען דיינים און שוחטים ווי אימער. עס איז דא תשובות פון גדולי הפוסקים וואס פארדאמען דאס שטארק, עיי"ש ותמצא נחת.

כנראה אז דיין ידיעות אין כאסידעס דערגרייכט נישט ווייטער ווי די היינטיגע סאציאלע ערשיינונגען. אויב עס איז טאקע נאר דאס, ביסטו גערעכט אז לא נשתכחה. ווייל סוציולוגיה שטעלט זיך נישט אפ ווילאנג דער מענטשהייט וועט עגזיסטירען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 12:26 am

· #405760
נאכאמאל ווייזטו ארויס ווי שטארק דו קענסט זיך אויס, און נאכדעם בויסטו נאך אויף דעם גאנצע תורות.

פאר דו שרייבסט דיין קומענדיגע תגובה גיי אריין און א בעלזע שטיבל און פרעג פאר דו יונגעלייט ווער עס האט אויסגעוועלט דעם דיין.

און נאר נאך וואס דו וועסט דאס טוהן וועל איך ממשיך זיין צו שמועסן מיט דיר.

אונטער חכם » דינסטאג יוני 12, 2018 1:11 am

· #405763
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
ליטוואק , הרב שך האט נישט איינגעטיילט וואס צו טוהן אין יעדן שטעטל אין אר"י? אדער אפשר האט ער געקענט גאנץ ארץ ישראל ביים נאמען?

אבער למעשה, אויב א רבי קען ליינען מחשבות דארף ער לכאורה וויסן וויאזוי מען הייסט אויך.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 12, 2018 1:34 am

· #405767
אונטער חכם
ליטוואק , הרב שך האט נישט איינגעטיילט וואס צו טוהן אין יעדן שטעטל אין אר"י? אדער אפשר האט ער געקענט גאנץ ארץ ישראל ביים נאמען?

אבער למעשה, אויב א רבי קען ליינען מחשבות דארף ער לכאורה וויסן וויאזוי מען הייסט אויך.

די מין טענה'ריי איז א לעצטיגע אנשיקעניש דא אין שטיבל. זכרנו ימים מקדם ווען די דיסקאשענס דא האבן געהאט מער סאבסטענס. @ליטוואק ברענגט ארויף א פראבלעם וואס עקזיסטירט אין בעלז, לעניות בעתו. פרעג אים נישט אפ מיט דעם אז רב שך האט געטון די זעלבע אומרעכט. טאמער איז עס א פראבלעם דארף עס פארדאמט ווערן נישט קיין נפק"מ וויפול מענטשן באגייען די פראבלעם, און טאמער האלטסטי אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, זיי מסביר פארוואס. נאך מער, ליטוואק איז נישט אחראי אויף די מעשים פון רב שך אפילו טאמער האלט ער אז ער איז געווען א גדול בישראל.

אין די "כינוס" אשכולות איז דאס אויך געשעהן זייער אפט. ווען איינער האט ארויפגעברענגט עפעס נעגעטיוו איז באלד געקומען אן ענטפער אז די אנדערע צד איז אויך באגאנגען די עוולה. קאם אן, חברה. לאמיר לייגן די אגענדעס אויף א זייט און זיך אויסשמועסן ווי נארמאלע מענטשן. ניצט די אייגענע שכל צו מבחין זיין בין טוב לרע.

אונטער חכם » דינסטאג יוני 12, 2018 1:41 am

· #405768
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך האב געמיינט צו זאגן אז ער איז נישט גערעכט מען קען זיין א מנהיג אפילו מען קען נישט יעדן ביים נאמען און עס איז נישט קיין שום פראבלעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 6:08 am

· #405770
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
ביסט גערעכט. מ׳קען זיין א מנהיג אן קענען יעדעמ׳ס נאמען. דער חפץ חיים און ר׳ חיים עוזר האבען אויך נישט געקענט. אבער דא רעדט זיך נישט פון א מנהיג. טאמער דער בעלזער רבי וויל זאגען א דעה אין ענייני הנהגת הכלל, האט עס נישט מיט די נעמען און אומשטענדען פון יעדער יחיד. דא אבער, איז דער רבי זיין פערזענליכע פיהרער, ער דארף האבען יענער רבי זאל אנטוהן תפילין ביי זיין זוהנ׳ס ברמצוה און בענטשען דער השידוך וואס ער גייט טוהן און מאכען תקנות אויף זיין פערזענליכע לעבען. דאס האט מיט א רבי צו א תלמיד, נישט א מנהיג צו א ציבור.
איך מיין די חילוק איז אזוי פשוט אז מ׳וואלט געדארפט פארענטפערען דער צושטעל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 6:08 am

· #405771

מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 6:39 am

· #405773
קוקט אויס ווי דא ליגט דיין טעות.
דו מיינסט אז די רב גייט אריין און אומשטענדן פון יעדן יחיד אן צו זיי קענען.
און דאס איז נישט אמת.
די רב פירט אויס א גאנג, תקנות פארן כלל (קביעות עיתים לתורה, נישט האבן קיין אינטערנעט, צניעות בלבוש וכדו')
אבער מישט זיך ממש נישט אריין אין קיין פרטיות'דיגע זאכן,
קומען לייגן תפילין אדער א ברכה פאר א שידוך, האט גארנישט מיט קענען די נאמען.
דאס טוהט ר' חיים קנייבסקי פאר ווער עס טרעט נאר אריבער זיין שוועל.

איך מיין אז עס פיהל מאל מער ערגער, ווען א רב'ה פאר טאזנטער חסידים, רעדט זיך איין אז טאמער קען ער די משפחה נאמען פון יעדער איינער ביי זיין שטעטל מעג ער זיך שוין אריינמישן בפרטיות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 8:54 am

· #405778
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
זעט זיך אויס דו ווייסט נישט וואס יחיד מיינט. צניעות און אינטרנט זענען יא פריוואט, יעדער לויט זיין אומשטענדען. ווי אויך פרויען דרייווען און אסאך אנדערע זאכען.

בעלזא איז נישט ערגער ווי א צווייטע פארטיי. נאר זיי פארטיידיגען עס אין ק"ש. די עכטע סקווערער גלויבערס קומען דא נישט אן, געווענדליך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטער חכם » דינסטאג יוני 12, 2018 10:36 am

· #405785
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, מען קען נישט מאכן קיין תקנות אין פריוואטן לעבן? האבן גדולי ישראל אין אלע דורות נישט געמאכט קיין תקנות אין פריוואטן לעבן?

Avrom » דינסטאג יוני 12, 2018 11:11 am

· #405791
מיין נאר רשעים מישן זיך וידוע מה שאמר ר יודעלע הורוביץ זי"ע

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 11:20 am

· #405793
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
אונטער חכם
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, מען קען נישט מאכן קיין תקנות אין פריוואטן לעבן? האבן גדולי ישראל אין אלע דורות נישט געמאכט קיין תקנות אין פריוואטן לעבן?
ניין, מ׳מעג נישט. און גדולי ישראל אלע דורות האבען געמאכט תקנות פאר די כלל, עניינים וואס איז נוגע צווישען מענטשען, נישט די פרט פאר זיך.

איינער וואס וויל זיך אפלערנען וויאזוי צו דערגרייכען א מדרגה אין עבודת ה׳, און ער גייט לערנען ביי איינעם, האט עס א פשט אז יענער זאל איהם געבען אנווייזונגען לויט זיין אומשטענדען. דאס איז נישט תקנות, נאר עצות. וכך עשו גדולי החסידות אמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 2:21 pm

· #405812
ליטוואק פון בודאפעסט
זעט זיך אויס דו ווייסט נישט וואס יחיד מיינט. צניעות און אינטרנט זענען יא פריוואט, יעדער לויט זיין אומשטענדען. ווי אויך פרויען דרייווען און אסאך אנדערע זאכען.

בעלזא איז נישט ערגער ווי א צווייטע פארטיי. נאר זיי פארטיידיגען עס אין ק"ש. די עכטע סקווערער גלויבערס קומען דא נישט אן, געווענדליך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

זיי זענען טאקע נישט ערגער ווי קיין שום צווייטע פארטיי, כולל די ליטווישע וועלט.
אויב צניעות און אינטערנעט הייסט ביי דיר יחיד,
האבן די ליטווישע גדוילים אוועקגעשטעלט אסאך ערגערע תקנות אין די פריוואטע לעבן.
א שטייגער ווי די מאן זאל זיצן און לערנען און די ווייב זאל אריינברענגען פרנסה,
נישט לאזן גיין אין אקאדעמיע,
נישט לאזן פאר א בחור דרייוון א קאר,
און ווער רעדט נאך פון אינטערנעט וואס איז ביי זיי כאטש אזוי אסור ווי ביי אונז.

און אויב תקנות פאר ווער עס וויל אריינשיקן אין מוסד איז א אפגעפרעגט זאך,
פארוואס איז פארהאן אזעלכע תקנות ביי יעדע מוסד, כולל די ליטווישע וועלט?

פונקט ווי איינער מעג נישט אנעמען א קינד פון איינער וואס לערנט נישט, אדער גייט מיט א קאלירטע העמעד,
מעג א צווייטן נישט אנעמען דער וואס זיין מוטער דרייווט.

מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 2:26 pm

· #405813
.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 3:18 pm

· #405827
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך ווייס נישט אין וועלכע מציאות איהר לעבט, אבער ווען איהר קומט צוריק, מאך זיכער צו בענטשען גומל.

א. עס איז נישט דא קיין תקנה אז מ׳דארף גייען אין כולל.

ב. מ׳האט געזאגט און מפרסם געווען אז אינטרנט איז אדער אסור, וואס איז נישט קיין תקנה נאר א פסק (אן אומריכטיגע לדעתי, אבער שוין). אדער האט מען געווארענט אז עס טויג נישט. ווי קומט תקנה דא אריין?

ג. מוסדות מעגען נישט מאכען קיין תקנות וואס זייער ציל איז טוישען די הנהגה פון א יחיד. אין לעיקוואד עגזיסטירט עס נישט, און טאמער אין א" איז עס יא, קומט עס פון שווענץ, נישט גדולי ישראל. אז דו ווילסט אנרופען דער בעלזער יורש א שוואנץ, זכותך.

ד. עס איז נישט דא קיין איין ׳תקנה׳ פון צניעות אין די ליטווישע וועלט. נישט קיין איינער. נאר וואס זיי האלטען להלכה. עס איז דא דרייקעפ און נארישע פרויען וואס פארפירען על דא ועל הא, אבער תקנות איז נישט דא. קיינער צווינגט נישט וואס מ׳האלט נישט להלכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 3:35 pm

· #405833
קודם כל די אינטערנט איז אראפ פון ליסט.

יעצט:
1. עס איז נישטא קיין אפענע תקנה מ'דארף גיין אין כולל,
אבער ווער עס גייט נישט אין כולל, אדער דינט ער נישט אין א תורה'דיגע פאסטן, נעמט מען נישט אן זיינע קינדער אין מוסדות,
און ער האט נישט וואס צו זוכן אין די ליטווישע געמיינדע.
און די ליטווישע גדולים שטיפן צו יעדע יונגערמאן זאל זיצן או לערנען אין נישט ארויס גיין ארבעטן.
דאס איז א צוגאנג צום יידישקייט וואס די חזו"א- הרב שך האבן אויסגעטרוירן, און עס האט גארנישט מיט הלכה.
מעגסט זוכן פאר דעם אויפפירונג א צווייטן נאמען פון תקנה.
אבער דאס איז קלאר זיך אריינמישן אין יענעמנס פריוואטן לעבן, אן צו קענען לערנען יעדע יחיד.

2. עס איז יא דא א תקנה אז מען טאר נישט גיין אין אקאדעמיע.

3. עס איז יא דא א תקנה אז א בחור מעג נישט דרייוון (און מ'רעדט נישט פון 16 יעריגע בחורים, מ'רעדט פון 18-22), מעג נישט פארן מיט א טרעמפ, אדער גיין וויקיישן נאר מיט בחורים אליין.

4. אין צניעות איז אפשר נישט דא קיין קלארע תקנות, ס'שטייט נישט אין קיין שום צעטל, אבער מ'נעמט ממש נישט אן יעדע זאך, ס'איז דא די מוסד פון ס'פאסט נישט, וואס דאס איז כאטש אזוי ערג ווי תקנות, און דארט איז ארייגערעכנט פיל אויפפירונגען וואס האט גארנישט מיט הלכה. (ווילסט איך זאל דיר פונקטליך אויסרעכענען וואס מיינע ליטווישע שכנים האבן זיך געטוישט כדי מ'זאל אריינעמען זייער קינדער אין מוסדות?, איינע פון די זאכן איז אז זיין וויב האט אויפגעהערט צו דרייוון 😉 )
(און אגב, פרויען דריוון אלטן די חסידישע קרייזן אלץ הלכה)

5. טאמער ווילסטו ארויס נעמען די ליטווישע ישראל'ישע וועלט פון בילד, און זיי צוגלייכן מיט די נושא צו יעדע אנדערע חסידישע פארטיי,
דעמאלטס בלייבסטו אזוי קליין ווי יעדער איינער, וואס איז זיכער אז זיין פארטיי איז די בעסטע,
און אפשר גאר קלענער, ווייל דו האלטסט אז נאר דיין פארטיי איז גערעכט,
מה שאין כן אנדערע וואס קענען אנעמען אז ס'דא נאך גוטע פארטייען.

אדמור מקרייניץ זצל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 4:20 pm

· #425379
וואס איז געשעהן???????????
פארגעסן צי נעמען די פילן נעבעך
אבער ווי עס זעהט אויס זענען די גבאים ציגעוואוינט
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1czReGTi4Swb8eeup6SnBluml4t_aLbq7/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1czReGT ... sp=sharing</a>

חמלה גדולה » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 6:25 pm

· #425387
צדיקים פעלו ישועות בגערות כידוע, ולפעמים אף עשו דברים מוזרים, ולאחר מכן ראו למפרע שדבר זה החיש את הישועה
כזה הוא סיפור המופת של האברך שנושע השבוע בזש"ק לאחר שש שנות המתנה.
אשתקד בליל פורים, ניסה האברך לגשת לברכת לחיים בטיש הנעלה, אלא שלפתע ללא שום סיבה הנראית לעין נעשה כעין 'רוגזה' ומרן שליט"א זרק את השטריימל - שנה שלימה עברה, והלום מתברר, שהנ"ל נושע בבן זכר
בדרך רמז ניתן לומר עוד, כי ידוע ממרן מהר"א כי שטריימל מסוגל לבנים טובים, וזריקת השטריימל הועיל לבנים - זרע ברך השם

בקליפ המצורף רואים את האברך מצד שמאל, מנסה לגשת

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 1, 2019 12:00 am

· #425443
מען קען זען ווי דער רבי ווערט צוטראגן פון דעם אינגערמאנ'ס פעקל. ער קומט צו און דער רבי הייבט אויף די הענט ווי ער וואלט געזאגט "איך האב נישט קיין כוח, וואס קען איך אים דען טון?".

פארפאלן, יעדע מנהיג ישראל האט א כוח אין הימל.

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 1, 2019 12:54 am

· #425448
מצפה לישועה
קודם כל די אינטערנט איז אראפ פון ליסט.

יעצט:
1. עס איז נישטא קיין אפענע תקנה מ'דארף גיין אין כולל,
אבער ווער עס גייט נישט אין כולל, אדער דינט ער נישט אין א תורה'דיגע פאסטן, נעמט מען נישט אן זיינע קינדער אין מוסדות,
און ער האט נישט וואס צו זוכן אין די ליטווישע געמיינדע.
און די ליטווישע גדולים שטיפן צו יעדע יונגערמאן זאל זיצן או לערנען אין נישט ארויס גיין ארבעטן.
דאס איז א צוגאנג צום יידישקייט וואס די חזו"א- הרב שך האבן אויסגעטרוירן, און עס האט גארנישט מיט הלכה.
מעגסט זוכן פאר דעם אויפפירונג א צווייטן נאמען פון תקנה.
אבער דאס איז קלאר זיך אריינמישן אין יענעמנס פריוואטן לעבן, אן צו קענען לערנען יעדע יחיד.

2. עס איז יא דא א תקנה אז מען טאר נישט גיין אין אקאדעמיע.

3. עס איז יא דא א תקנה אז א בחור מעג נישט דרייוון (און מ'רעדט נישט פון 16 יעריגע בחורים, מ'רעדט פון 18-22), מעג נישט פארן מיט א טרעמפ, אדער גיין וויקיישן נאר מיט בחורים אליין.

4. אין צניעות איז אפשר נישט דא קיין קלארע תקנות, ס'שטייט נישט אין קיין שום צעטל, אבער מ'נעמט ממש נישט אן יעדע זאך, ס'איז דא די מוסד פון ס'פאסט נישט, וואס דאס איז כאטש אזוי ערג ווי תקנות, און דארט איז ארייגערעכנט פיל אויפפירונגען וואס האט גארנישט מיט הלכה. (ווילסט איך זאל דיר פונקטליך אויסרעכענען וואס מיינע ליטווישע שכנים האבן זיך געטוישט כדי מ'זאל אריינעמען זייער קינדער אין מוסדות?, איינע פון די זאכן איז אז זיין וויב האט אויפגעהערט צו דרייוון 😉 )
(און אגב, פרויען דריוון אלטן די חסידישע קרייזן אלץ הלכה)

5. טאמער ווילסטו ארויס נעמען די ליטווישע ישראל'ישע וועלט פון בילד, און זיי צוגלייכן מיט די נושא צו יעדע אנדערע חסידישע פארטיי,
דעמאלטס בלייבסטו אזוי קליין ווי יעדער איינער, וואס איז זיכער אז זיין פארטיי איז די בעסטע,
און אפשר גאר קלענער, ווייל דו האלטסט אז נאר דיין פארטיי איז גערעכט,
מה שאין כן אנדערע וואס קענען אנעמען אז ס'דא נאך גוטע פארטייען.

פאר איבער צוואנציג יאר צוריק האב איך געהערט ר' חיים ליב כ"ץ'ס זון דערציילט אז ער האט געזעהן די בעלזע רב ווי זיינע נערווען האבן זיך צעשפילט און ער האט אנגעכאפט דעם קאפעליטש און געשאסן צום אנדערע עק צימער. בשעתו האב איך געהאלטן אז ס'נישט אינגאנצן אזוי געווען אבער נאכ'ן זעהן די קליפ גלייב איך יענץ אויך

צפור בודד » פרייטאג מערץ 1, 2019 5:56 am

· #425457
חמלה גדולה
צדיקים פעלו ישועות בגערות כידוע, ולפעמים אף עשו דברים מוזרים, ולאחר מכן ראו למפרע שדבר זה החיש את הישועה
כזה הוא סיפור המופת של האברך שנושע השבוע בזש"ק לאחר שש שנות המתנה.
אשתקד בליל פורים, ניסה האברך לגשת לברכת לחיים בטיש הנעלה, אלא שלפתע ללא שום סיבה הנראית לעין נעשה כעין 'רוגזה' ומרן שליט"א זרק את השטריימל - שנה שלימה עברה, והלום מתברר, שהנ"ל נושע בבן זכר
בדרך רמז ניתן לומר עוד, כי ידוע ממרן מהר"א כי שטריימל מסוגל לבנים טובים, וזריקת השטריימל הועיל לבנים - זרע ברך השם

בקליפ המצורף רואים את האברך מצד שמאל, מנסה לגשת

עס איז ווינדערלעך וויפל שטותים מען קען רעדן אז מען לייגט נאר צו דער ווארט "כידוע". כעס בחיק כסילים ינוח צי עס איז דער רב זז"ג אדער וועלכער נאר אנדערע כעסן. דער רב איז א בארימטער כעסן און ער האט שוין געשפיגן ביים טיש, און געווארפן חפיצים, און באזידלט דעם און יענעם. פון אזויפיל זיך רעגן האט זיך אויך געמאכט אז פונקט האט איינער געהאט א בן זכר בתוך י"ב חודש. זייער חשוב נאר א כעסן בלייבט ער ווייטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 1, 2019 8:09 am

· #425459
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
עס דוכט זיך אז דער גאנצע בנין פון בעלזא באשטייט פון א קאלפיק אין פייער אריין. עס איז נישט פשוט מיט די עניינים. וואס פארשטייען מיר אונז, קרויטקעפ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג מערץ 1, 2019 8:15 am

· #425460
ער איז נעבעך אומשולדיג. זיין מאמע האט אים שטארק אביוזט אלץ קינד. באמת. ער איז דורך אסאך פסיכאלאגישע פראבלעמען. זיין ווייב פלעגט אסאך ליידן דערפון. זיי זענען אפילו געוועהן separated פאר א שטיק צייט מיט יאהרן צוריק.

קיינער זאל נישט ברוגז זיין פארן זאגן דעם אמת.

קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 1, 2019 8:29 am

· #425462
שבת אחים
ער איז נעבעך אומשולדיג. זיין מאמע האט אים שטארק אביוזט אלץ קינד. באמת. ער איז דורך אסאך פסיכאלאגישע פראבלעמען. זיין ווייב פלעגט אסאך ליידן דערפון. זיי זענען אפילו געוועהן separated פאר א שטיק צייט מיט יאהרן צוריק.

קיינער זאל נישט ברוגז זיין פארן זאגן דעם אמת.

פארוואס איז ער אומשולדיג? א מענטש דארף נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זיינע טעטיקייטן, נאך דערצו א גייסטליכע פירער פון אזא גראנדיעזע געמיינדע. זיך צו דעקלערן קרבן צייגט אויף שוואכקייט און טיפשות... א מענטש דארף זיין שטארק און ארבייטן אויף זיך איבערצוקומען זיינע שוועריקייטן, און זיך נישט צו באהאלטן אינטערן קרבן מאנטל...

שבת אחים » פרייטאג מערץ 1, 2019 8:55 am

· #425463
קאך_לעפל

ער איז טאקע געגאנגען פאר א לאנגע צייט צו א גרויסע פסכיאטאר. מיט דעם אלעמען איז ער נאכאלץ נישט הונדרעט פראצענט אויסגעהיילט פון זיינע פסיכאלאגישע פראבלעמען. און ער איז נישט שולדיג אז ער איז אויפגעוואקסן געווארן ביי א רשעותדיגע, שלעכטע, צודרייטע מאמע וואס האט אים אביוזט. (אין אמתן אריין איז א יעדער מיט די פראבלעמען אומשולדיג. אבער דאס איז שוין באזונדערע שמועס)

גדליה » פרייטאג מערץ 1, 2019 10:38 am

· #425471

געווענליך גלייך איך אייערע תגובות אבער דאס מאל האלט איך איהר זענט נישט גערעכט.
א מנהיג וואס ליידט אויף א מחלה האט א אחריות זיך צו היילען און אז נישט זאל ער נישט פירן קיין מענטשן.
איינע פון די גערער רבי'ס האט נעבעך געליטען אויף פארשידענע פראבלעמען בעניני אישות, און עד היום הזה ליידן טויזענטער מענטשן דערפון.
גייסטישע מחלות איז נישט קיין תירוץ אויב מען רייט אויף אנדערע מענטשען

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 1, 2019 10:45 am

· #425472
ער האט לאו דוקא געליטן אין עניני אישות, ער איז סתם אזוי געווען צורודערט. שמעתי אז ער פלעגט נעמען נערוון פילן, זעט אויס אז צומאל האט ער פארגעסן עס צו נעמען, אדער האט ער נישט גענומען גענוג שטארקע.

איש חזון » פרייטאג מערץ 1, 2019 10:56 am

· #425473
צפור בודד
ער האט שוין געשפיגן ביים טיש

ווען?

איש חזון » פרייטאג מערץ 1, 2019 11:01 am

· #425475
גדליה
א מנהיג וואס ליידט אויף א מחלה האט א אחריות זיך צו היילען און אז נישט זאל ער נישט פירן קיין מענטשן

ער דרייווט נישט אליין, ער האט א שופר

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 1, 2019 11:21 am

· #425478
רביה''ק זי''ע
ער האט לאו דוקא געליטן אין עניני אישות, ער איז סתם אזוי געווען צורודערט. שמעתי אז ער פלעגט נעמען נערוון פילן, זעט אויס אז צומאל האט ער פארגעסן עס צו נעמען, אדער האט ער נישט גענומען גענוג שטארקע.

ווער? גערער רבי? לכאורה איז עס בכלל נישט אמת. ער האט געהאט דמיונות איבער זיין חסידות און חסידות, און ער האט געוואלט נעמען אן עקסטרעמע גאנג וואס איז געווען אין פולין פאר יחידים, אלס א נחלת הכלל. (נישט אז אין פולין ביי יחידים איז עס יא אויסגעהאלטען געווען, אבער די אבסורד פון די היינטיגע מצב איז עס נאך נישט געווען).
דער בעלזער רבי נעמט לכאורה יא פילען, אבער ווי יעדער ווייסט האבען זיין סיי"ד עפעקט"ס און די חברה שטעלען זיך אפט אפ אינדערמיט. זיין צורת הפרצוף איז אבער מעיד אויף אן אומרואיגע נשמה.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 1, 2019 11:27 am

· #425479
גדליה
שבת אחים
קאך_לעפל
שבת אחים
ער איז נעבעך אומשולדיג. זיין מאמע האט אים שטארק אביוזט אלץ קינד. באמת. ער איז דורך אסאך פסיכאלאגישע פראבלעמען. זיין ווייב פלעגט אסאך ליידן דערפון. זיי זענען אפילו געוועהן separated פאר א שטיק צייט מיט יאהרן צוריק.

קיינער זאל נישט ברוגז זיין פארן זאגן דעם אמת.

פארוואס איז ער אומשולדיג? א מענטש דארף נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זיינע טעטיקייטן, נאך דערצו א גייסטליכע פירער פון אזא גראנדיעזע געמיינדע. זיך צו דעקלערן קרבן צייגט אויף שוואכקייט און טיפשות... א מענטש דארף זיין שטארק און ארבייטן אויף זיך איבערצוקומען זיינע שוועריקייטן, און זיך נישט צו באהאלטן אינטערן קרבן מאנטל...

ער איז טאקע געגאנגען פאר א לאנגע צייט צו א גרויסע פסכיאטאר. מיט דעם אלעמען איז ער נאכאלץ נישט הונדרעט פראצענט אויסגעהיילט פון זיינע פסיכאלאגישע פראבלעמען. און ער איז נישט שולדיג אז ער איז אויפגעוואקסן געווארן ביי א רשעותדיגע, שלעכטע, צודרייטע מאמע וואס האט אים אביוזט. (אין אמתן אריין איז א יעדער מיט די פראבלעמען אומשולדיג. אבער דאס איז שוין באזונדערע שמועס)

געווענליך גלייך איך אייערע תגובות אבער דאס מאל האלט איך איהר זענט נישט גערעכט.
א מנהיג וואס ליידט אויף א מחלה האט א אחריות זיך צו היילען און אז נישט זאל ער נישט פירן קיין מענטשן.
איינע פון די גערער רבי'ס האט נעבעך געליטען אויף פארשידענע פראבלעמען בעניני אישות, און עד היום הזה ליידן טויזענטער מענטשן דערפון.
גייסטישע מחלות איז נישט קיין תירוץ אויב מען רייט אויף אנדערע מענטשען

ער האט זיך געהיילט. ער איז געגעאנגען א לאנגע צייט צו א פסכיאטאר. ער פאלט נאר אביסלע צוריק פון צייט צו צייט. דאס איז שוין גאלד קעגן וואס איז אמאל געוועהן.

איך האלט נישט פון אים. איך נעם מיך נישט אן פאר אים. איך פארצייל דיר נאר וואס איך האב געהערט. און לויט די אלע מעשיות וואס כהאב געהערט וואס זיין מאמע פלעגט אים טוהן פארשטיי איך שוין אלעס.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 3, 2019 1:42 am

· #425505
טאמער איינער האט זיך געווינדערט פארוואס ביי זייערע שמחות און גרעסערע צאמקומפטן איז מען מודיע אז מ'טאר נישט כאפן קיין בילדער חוץ די אייגענע פאטאגראפירער, איז איצט קלאר געווארן וואס זיי ווילן באהאלטן

סמבטיון » זונטאג מערץ 3, 2019 2:02 am

· #425508
געלויבט השי"ת אז ביזט דערגאנגען די סוד.

איש חזון » זונטאג מערץ 3, 2019 11:01 am

· #425531
חמלה גדולה
צדיקים פעלו ישועות בגערות כידוע, ולפעמים אף עשו דברים מוזרים, ולאחר מכן ראו למפרע שדבר זה החיש את הישועה
כזה הוא סיפור המופת של האברך שנושע השבוע בזש"ק לאחר שש שנות המתנה.
אשתקד בליל פורים, ניסה האברך לגשת לברכת לחיים בטיש הנעלה, אלא שלפתע ללא שום סיבה הנראית לעין נעשה כעין 'רוגזה' ומרן שליט"א זרק את השטריימל - שנה שלימה עברה, והלום מתברר, שהנ"ל נושע בבן זכר

בקליפ המצורף רואים את האברך מצד שמאל, מנסה לגשת

איך קען דעם יונגערמאן, לעצטע וואך האט ער געהאט דעם בן זכר (נאך 6 יאר ווארטן, ווי ר' חמלה ברענגט)
ס'איז אבער טאקע נישט 'מוכרח' אז די צוויי זאכן האבן א שייכות...

יעקב מענטש » זונטאג מערץ 3, 2019 2:41 pm

· #425557
איש חזון
גדליה
א מנהיג וואס ליידט אויף א מחלה האט א אחריות זיך צו היילען און אז נישט זאל ער נישט פירן קיין מענטשן

ער דרייווט נישט אליין, ער האט א שופר

אינטערסאנטע אבזערוואציע, אין חודש אלול כאפ א בליק אויף די וואס פארמאגן שופרות אין די בייטלען, און זעלטן וואס מ'כאפט זיי דרייוון.

גדליה » זונטאג מערץ 3, 2019 2:47 pm

· #425558
איש חזון
חמלה גדולה
צדיקים פעלו ישועות בגערות כידוע, ולפעמים אף עשו דברים מוזרים, ולאחר מכן ראו למפרע שדבר זה החיש את הישועה
כזה הוא סיפור המופת של האברך שנושע השבוע בזש"ק לאחר שש שנות המתנה.
אשתקד בליל פורים, ניסה האברך לגשת לברכת לחיים בטיש הנעלה, אלא שלפתע ללא שום סיבה הנראית לעין נעשה כעין 'רוגזה' ומרן שליט"א זרק את השטריימל - שנה שלימה עברה, והלום מתברר, שהנ"ל נושע בבן זכר

בקליפ המצורף רואים את האברך מצד שמאל, מנסה לגשת

איך קען דעם יונגערמאן, לעצטע וואך האט ער געהאט דעם בן זכר (נאך 6 יאר ווארטן, ווי ר' חמלה ברענגט)
ס'איז אבער טאקע נישט 'מוכרח' אז די צוויי זאכן האבן א שייכות...

ס'איז יא "מוכרח".
ווייל אז נישט, פארוואס האט בעלזע רבי אראפגעווארפן זיין שטריימל אינמיטען טיש ווי א וואנזיניגער?

איש חזון » זונטאג מערץ 3, 2019 6:50 pm

· #425587
גדליה
ס'איז יא "מוכרח".
ווייל אז נישט, פארוואס האט בעלזע רבי אראפגעווארפן זיין שטריימל אינמיטען טיש ווי א וואנזיניגער?

עס זענען דאך געווען נאך יודן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין, אפשר האט מען אויסגע'פועל'ט פאר איינער פון זיי

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 4, 2019 1:08 am

· #425610
איש חזון
חמלה גדולה
צדיקים פעלו ישועות בגערות כידוע, ולפעמים אף עשו דברים מוזרים, ולאחר מכן ראו למפרע שדבר זה החיש את הישועה
כזה הוא סיפור המופת של האברך שנושע השבוע בזש"ק לאחר שש שנות המתנה.
אשתקד בליל פורים, ניסה האברך לגשת לברכת לחיים בטיש הנעלה, אלא שלפתע ללא שום סיבה הנראית לעין נעשה כעין 'רוגזה' ומרן שליט"א זרק את השטריימל - שנה שלימה עברה, והלום מתברר, שהנ"ל נושע בבן זכר

בקליפ המצורף רואים את האברך מצד שמאל, מנסה לגשת

איך קען דעם יונגערמאן, לעצטע וואך האט ער געהאט דעם בן זכר (נאך 6 יאר ווארטן, ווי ר' חמלה ברענגט)
ס'איז אבער טאקע נישט 'מוכרח' אז די צוויי זאכן האבן א שייכות...

צוויי פון די אידן וואס שטייען אינטערן רב'ס בענקל האבן געדארפט שטארבן בתוך שלושים יום אבער מיטן ווארפן די שטריימעל איז נמתק געווארן די דינים.

קומזיץ » מאנטאג מערץ 4, 2019 11:40 am

· #425635
אפאר מענטשען דא זענען זיכער געהאלפען געווארן מיט'ן קענען זיך שפיר'ן בעסער ווי יענעם...

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 5, 2019 3:18 am

· #425738
איש חזון
חמלה גדולה
צדיקים פעלו ישועות בגערות כידוע, ולפעמים אף עשו דברים מוזרים, ולאחר מכן ראו למפרע שדבר זה החיש את הישועה
כזה הוא סיפור המופת של האברך שנושע השבוע בזש"ק לאחר שש שנות המתנה.
אשתקד בליל פורים, ניסה האברך לגשת לברכת לחיים בטיש הנעלה, אלא שלפתע ללא שום סיבה הנראית לעין נעשה כעין 'רוגזה' ומרן שליט"א זרק את השטריימל - שנה שלימה עברה, והלום מתברר, שהנ"ל נושע בבן זכר

בקליפ המצורף רואים את האברך מצד שמאל, מנסה לגשת

איך קען דעם יונגערמאן, לעצטע וואך האט ער געהאט דעם בן זכר (נאך 6 יאר ווארטן, ווי ר' חמלה ברענגט)
ס'איז אבער טאקע נישט 'מוכרח' אז די צוויי זאכן האבן א שייכות...

מ'מוז דען עפעס האבן צוועלף חדשים?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7