☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון

מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9947
בלאט: 1 2

יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:57 pm

· #314428
מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
די אשת חיל טאנץ איז זיכער די הויכפונקט פון די הייליגע חתונה נאכט. יעדע היימישע חתונה, עכ"פ ביי אונגארישע חסידים, הייבט זיך אן מיט די זעלבע ניגון, עוד ישמע, און ענדיגט זיך מיט די זעלבע ניגון, אשת חיל.

די אלעמען באקאנטן און ברייט באנוצטע "אשת חיל" ניגון, געזינגן צו די חתן-כלה "מצוה טאנץ", איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי אונגארישע פאלקס ניגונים! די ערשטע הייסט Túri vásár, און די צווייטע ניגון הייסט Már én többet a főutcán.

זיי זענען ביידע אונגארישע פאלקס "ליבע" ניגונים, וואס מאכט איר באנוץ דוקא פאר די חתן כלה'ס ערשטע/לעצטע טאנץ נישט קיין פערצופאל.

הערט אייך איין:

Túri vásár - ערשטע פאל פון אשת חיל

Már én többet a főutcán - צווייטע פאל פון אשת חיל
קול באשה

קלמזר-סטיל, נאכאמאל Már én többet a főutcán, און דאסמאל קול גבר:

און דא א דוגמא ווי ביידע ניגונים צונויפגעשמאלצן ווערט געניצט היינטצוטאגס ביי די חתן כלה טאנץ:

******

ליריקס

די ליריקס פון Túri vásár און אונגאריש און, דורך גוגעל טרענסלעט, אין ענגליש:

ענגליש

Without Túri fair tent,
What good without her mate ?
Cells , hair , curl my baby ,
He also really likes !

Nest , nest hornet's nest ,
My love is always drunk.
Cells , hair , curl my baby ,
He also really likes !

אונגאריש

Túri vásár sátor nélkül,
Mit ér a lány párja nélkül?
Sej, haj, göndör a babám,
Szeret is az engem igazán!

Fészek, fészek darázsfészek,
Az én rózsám mindig részeg.
Sej, haj, göndör a babám,
Szeret is az engem igazán!

די ליריקס פון Már én többet a főutcán און אנגאריש און, דורך גוגעל טרענסלעט, אין ענגליש:

ענגליש

I've more to go through the main street did not dare.
Because people say that search engines love.
/: You do not need me, you have been to me, sloe-eyed beauty Brown,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair. /

Tiny eyes, tiny eye for maize,
Pretty stout, handsome stature is kind of my baby.
/ If the two arms to cuddle, kiss it gives Yippee,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair. /
Már én többet a főutcán végig menni nem merek.

אונגאריש

Mert azt mondják az emberek,hogy szeretőt keresek.
/:Nem kell nékem,van már nékem kökényszemű szép barna,
Jobb válláról a bal vállára göndörödik a haja.:/

Apró szeme,apró szeme van a kukoricának,
Szép termete,szép termete van a kedves babámnak.
/:Ha átölel a két karja,csókot is ád ihajja,
Jobb válláról a bal vállára göndörödik a haja.:/

******

די מקור פון די געפינס איז דאס אקאדעמישע ווערק אויף חסידישע ניגונים:
📎 Hasidic Songs 1.jpg 📎 Hasidic Songs 2.jpg 📎 Hasidic Songs 3.jpg

רימון » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:12 am

· #314450
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?

שלמה המלך » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:18 am

· #314452
WOW אזא הארציגער אידשער חתן כלה מעלאדי זאל א גוי זינגען אזוי שיין... WOW

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:45 am

· #314455
רימון
אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?

נישט אפשר, זיכער איז עס אידיש, והא ראיה מ'זינגט עס ביי עהרליכע אידישע חתונת. היעלה על הדעת אז מ'וואלט געניצט א מאדיאר'ס גליסטענישן אין אזוינע מאמענטן? בלייבט א קשיא אויף אן אונגארישן פארוואס ער האט גע'גנב'ט בלויז א האלבע אידישע ניגון

הקטן » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:28 am

· #314474
זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסגעוואנדערד

רימון » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:36 am

· #314477
Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
יואליש
רימון
אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?

נישט אפשר, זיכער איז עס אידיש, והא ראיה מ'זינגט עס ביי עהרליכע אידישע חתונת. היעלה על הדעת אז מ'וואלט געניצט א מאדיאר'ס גליסטענישן אין אזוינע מאמענטן? בלייבט א קשיא אויף אן אונגארישן פארוואס ער האט גע'גנב'ט בלויז א האלבע אידישע ניגון

זיסע סארקאזם און נישט געענטפערט מיין שאלה.
ווייסט מען ווער עס איז געווען דער פארפאסער פון דעם ניגון?

הקטן » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:40 am

· #314478
די זיסע סארקאזם שרייט "איך ווייס נישט"

יהושע חיים » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:47 am

· #314482
איך האב אייבוג געוויסט אז דאס איז א ניגון פון הרה"ק מקאליב זי"ל
(אפשר איז עס טאקע שוין נישט קיין קשיא 😉 )

נהורא נפישא » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:19 am

· #314487
Interesting discovery just wondering if they also sing it at Non-Hungarian hasidic weddings

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:24 am

· #314489
כ'האב נישט באמערקט אז כ'האב געעפענט א פרישע אשכול. ס'באלאנגט אין די אשכול באשטימט פאר אזוי ניגונים (חוץ אויב די מנהלים האבן עס אפגעטיילט).

רימון און הקטן, א פאלקס ליד האט קיינמאל א קלארע מקור און מ'קען אלעמאל טאקע זאגן אז אונגארן האט עס באקומען פון אידן, און אפי' אז ס'שטאמט פון בית המקדש. אבער ווי געזאגט אז ס'איז א חידוש פארוואס מ'זאל גנב'ן א האלבע ניגון. און הגם ס'איז נאכאלס נישט אויסגעשלאסן אז א האלבע ניגון האט אוועקגעוואנדערט, קוק אויף די סטיל. און ס'איז נישט אז ס'איז דאס ערשטע ניגון וואס מיר טרעפן (ק"ש מיטגלידער האבן שוין דאקומענטירט צענדליגע אזוינע פעלער) און ס'איז נישט אז מיר לייקענען די מציאות פון אידן פלעגן איינזאפן ניגונים פון זייער לאקאלע קולטור, ממילא איז זייער לייקלי אז דאס זעלבע איז יש די אומגארישע פאלקס ליד. ס'איז יתכן פעלער פארקערט אויך ממילא ברויך מען נאך ריסורטש.

UPDATE

יעצט אז מ'האט ערפינדען די ערשטע ניגון אויך, און ביידע זענען באזונדערע אונגארישע ניגונים, לאזט עס אבער אן קיין צווייפעל די דירעקציע: פון אונגארישע קולטור צו די חסידישע קולטור.

ברסלבער » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:28 am

· #314493
זייער אינטערעסאנט. קען זיין אז דער ערשטער טייל איז געווען א ניגון אויף אשת חיל וואס איז געווען איינגעפירט צו זינגען, און איין חניאקישער חתן האט אינמיטן זינגען אריינגעוואנדערט צום פאלקס ליבע ניגון וואס איז אים דאן געליגן אויפ'ן הארצן, און דאס רעשט איז היסטאריע.

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:29 am

· #314494
הקטן
זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסעוואנדערד

דאב איז זייער א גיטע שאלה. אויך, ווי נהורא ערווענט, ווי ווייט איז עס היינט פארשריט. ס'וואלט געווען שיין אויב איבער שבת זאלן מענטשן אנפרעגן ביי דאס ביסל איבערגעבליבענע פון פאר די קריג.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:38 am

· #314495
יואליש
רימון
אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?

נישט אפשר, זיכער איז עס אידיש, והא ראיה מ'זינגט עס ביי עהרליכע אידישע חתונת. היעלה על הדעת אז מ'וואלט געניצט א מאדיאר'ס גליסטענישן אין אזוינע מאמענטן? בלייבט א קשיא אויף אן אונגארישן פארוואס ער האט גע'גנב'ט בלויז א האלבע אידישע ניגון

ווייל זיין אונגערישער מח כאפט נישט אויף דעם גאצן ניגון דקדושה.
נאר איך האב ליעב און איך ווער אינספייערד פון אן אנדער'ן גוי'אישן ניגון...נעמליך דער הימנון פון די טמא'נע מדינת הציונים...ה"ה ..."התקוה. די ליריקס זענען אויך זייער שיין...!

ירא שמים » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:41 am

· #314498
Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
די ניגון זינגט מען ביי די נישט אונגארישע קרייזן אויך?

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:42 am

· #314499
נהורא נפישא
Interesting discovery just wondering if they also sing it at Non-Hungarian hasidic weddings

ולמה נקרא שמו מאיר...שמאיר עיני חכמים...!
איך בין זיכער אז דאס שטייט אויך ערגעץ וואו אין די גמרא...!

ברוך בער » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:46 am

· #314500
יואליש
הקטן
זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסעוואנדערד

דאב איז זייער א גיטע שאלה. אויך, ווי איחוד ערווענט, ווי ווייט איז עס היינט פארשריט. ס'וואלט געווען שיין אויב איבער שבת זאלן מענטשן אנפרעגן ביי דאס ביסל איבערגעבליבענע פון פאר די קריג.

כ'וועל פרובירן טרעפן אן אלטן צו פרעגן. זיי לעבן שוין קוים קוים.

לית דין בר נש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:49 am

· #314501
יאך בין נישט קיין אונגערישע און איך מיין יעדע דא ווייסט דאס
ביי אונז אין משפחה לאו דוקא מיינע געשוויסטער נאר אפילו די עקסטענדע"ד פעמיל"י זינגט מען נישט דער ניגון
אבער עס איז ווייט פון פרעמד צו מיר דער ניגון, אין די קרייז ווי איך דריי מיר איז יא דא וואס זינגען דער ניגון עס האט זיך מסתמא אריבער געכאפט אהער.

איך וויל וויסן פון ענק אונגערישע נמשל ביי די עלי"ט (פארשטיינערט'ס מיר נישט) די וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם זינגען אויך דער ניגון? נמשל נכדי הברך משה טאנצן די חתן כלה אויף דער ניגון אין הופפע"ר אדער אין ראדנ"י?

שלום על ישראל » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:57 am

· #314503
לית דין בר נש
יאך בין נישט קיין אונגערישע און איך מיין יעדע דא ווייסט דאס
ביי אונז אין משפחה לאו דוקא מיינע געשוויסטער נאר אפילו די עקסטענדע"ד פעמיל"י זינגט מען נישט דער ניגון
אבער עס איז ווייט פון פרעמד צו מיר דער ניגון, אין די קרייז ווי איך דריי מיר איז יא דא וואס זינגען דער ניגון עס האט זיך מסתמא אריבער געכאפט אהער.

איך וויל וויסן פון ענק אונגערישע נמשל ביי די עלי"ט (פארשטיינערט'ס מיר נישט) די וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם זינגען אויך דער ניגון? נמשל נכדי הברך משה טאנצן די חתן כלה אויף דער ניגון אין הופפע"ר אדער אין ראדנ"י?

ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו. די סיבה איז לכאורה ווייל די רבי קומט נישט משמח זיין די כלה (וואס איז נישט מער ווי א חפצה, "מילך קעסטך" בלע"ז), נאר קומט צו די כלה כדי די כלה זאל טאנצען מיטן רבי.

לית דין בר נש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:00 am

· #314506
שלום על ישראל

זאג מיר אידיש פארשטייסט די?
אדער די ווילסט פשוט אריינפירן דער אשכול עפעס אנטקעגן רבי'ס?

שלום על ישראל » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:05 am

· #314508

כ'ווייס נישט וואס דיין ווייב\מאמע פיטערט דיך פאר טועמיה, אבער דו האסט איבערגעלאזט דיין טשיל-פיל.
שלום על ישראל
ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו.

לית דין בר נש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:14 am

· #314512
שלום על ישראל
ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו. די סיבה איז לכאורה ווייל די רבי קומט נישט משמח זיין די כלה (וואס איז נישט מער ווי א חפצה, "מילך קעסטך" בלע"ז), נאר קומט צו די כלה כדי די כלה זאל טאנצען מיטן רבי.

אקעי איך האב יעצט אראפגעשלינגען מיין פיל
די רעדסט דא וועגן חתן כלה טאנצט די זעקסטע הקפה ניגון? אויב יא ווי קומט די באל"ד ווערטער אריין דא?
אויב רעדסטו וועגן די רבי טאנצט די זעקסטע הקפה ניגון גיי פליז צריק צו מיין פריעדיגע תגובה און שלינג אראפ דיינע פילן.

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:16 am

· #314513
איימיצער שיקט מען פריוואט אז אין בעלזא זינגט מען נישט די ניגון ביי געווענליכע חתונות, אפי' נישט רבישע. ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן איבער ווי אין ניו יארקע געמיינדעס מ'ניצט יא אדער נישט די ניגון. אויב ניצט מען נישט די ניגון ביי אייך, ביטע לאזט וויסן אויב ס'איז פארהאן אן אנדערע "סטאנדארד" ניגון וואס יעדער ניצט.

- כ'האב צוגלייגט א קליפ צום ערשטן פאוסט וואס צייגן וויאזוי מ'ניצט עס היינטיגע (עכ"פ) ביי אונגארישע קרייזן.

שלמה המלך » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:36 am

· #314519
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט אויף די קליפ אז דער חתן דארף אן ערענסטער רופא?
עס אז מיר א פלא אז מ'האט אים נישט ארויסגעפירט מיט א סטרעטשער......

הקטן » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:40 am

· #314520
יואליש
הקטן
זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסעוואנדערד

דאב איז זייער א גיטע שאלה. אויך, ווי נהורא ערווענט, ווי ווייט איז עס היינט פארשריט. ס'וואלט געווען שיין אויב איבער שבת זאלן מענטשן אנפרעגן ביי דאס ביסל איבערגעבליבענע פון פאר די קריג.

אויב שוין יא אינדערהיים, איז דאס נאר אין אויבערלאנד אדער אויך אין אינטערלאנד.

וכדומה.. » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:40 am

· #314521
פארוואס זאגסטו אז סאיז נאר א האלבע ניגון,
דעי תנועה איז די גאנצע ניגון ביי אונז אויך, מדרייט נאר אביסל אנדערש

ליפא » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:42 am

· #314523
ס'פעלט די תנועות פונעם ערשטן פסוק ''אשת חיל מי ימצא

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:48 am

· #314525
וכדו', הייבט אן זינגען צו דיר פון אנפאנג. כ'בין כמעט ברור אז ס'איז נישט דאס זעלבע. אדרבה, אז אנדערע זענען מחולק לאמיר הערן.

שלמה המלך » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:55 am

· #314526
ס'פעלט אויסדריקליך דעם אינטרוי, דעם ערשטען פאל בעסער געזאגט...
מהאלט אינאיין איבערזינגען ביינונז אויך דעם ערשטען פאל אבער דארט איז עס בכלל נישט דא.

היצטערט יואל'יש ביסטו מכובד אויפזיכען ביי די מאדיארס דעם ערשטען חלק אויך! המתחיל במצוה אומרין לו גמור!!
אפשר דעם חלק האט מען אויף געפיקט ביי די פאלאקען אדער גאר ביי רוסען! הו נויס?

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:56 am

· #314527
זייער אינטערעסאנט @יואליש. ייש"כ.

די בערך'דיגע אפטייטש פון ניגון לויט גוגל טראנסלעיט:
מ'בעט בערל זאל אריינקומען מאכן סדר מיט זיין גוטע אונגעריש ווייל ס'קלאר נישט א מושלם.

Lyrics
I 've more to go through the main street did not dare .
Because people say that search, engines love .
/ : You do not need me , you have been to me, sloe -eyed beauty Brown ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

Tiny eyes , tiny eye for maize ,
Pretty stout , handsome stature is kind of my baby .
/ If the two arms to cuddle , kiss it gives Yippee ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

שלמה המלך » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:58 am

· #314528
רויטע וואנצעס
זייער אינטערעסאנט @יואליש. ייש"כ.

די בערך'דיגע אפטייטש פון ניגון לויט גוגל טראנסלעיט:

Lyrics
I 've more to go through the main street did not dare .
Because people say that search engines love .
/ : You do not need me , you have been to me, sloe -eyed beauty Brown ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

Tiny eyes , tiny eye for maize ,
Pretty stout , handsome stature is kind of my baby .
/ If the two arms to cuddle , kiss it gives Yippee ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

היצטערט קיק איבער דעם קליפ פונעם היימישען חתן כלה וואס יואליש האט געברענג, וועסטו זעהן דעם גאנצען אפטייטש אויף זיי!!! 😎

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:01 pm

· #314529
יישר כח וואנצעס. כ'האב נישט געפאוסט די טראנסילאציע ווייל ס'קוקט אויס צוקאליטשט. אבער די תוכן קען מען זעהן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:01 pm

· #314530
ממש געשריבען פאר א מצוה טאנץ. זי איז אוועקגעדרייט פון חתן מיט בושה. מ'קען זיך גאר נישט קוקן אין די אויגן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:10 pm

· #314533
בערך ווי אזוי איך פארשטיי די ווערטער:

איך האב פארוואס אדורך צו גיין די הויפט גאס, אבער כ'דערווייג מיך נישט,
ווייל מענטשן זאגן אז דארט צו גיין צינד אן אהבה, (ווייל דער מיידל דרייט זיך דארט)
דו דארפסט מיר נישט האבן, דו האסט מיר געגעבן שוואכע בליקן, שיינקייט,
מיט דיינע רעכטע אקסל אוועקגעדרייט, בשעת דיין לינקע אקסל גלעט דיין האר.

קליינע אויגן, (שוואכע בליקן)
א שיינע קלייד, חן'דיגע געשטעל, דו ביסט מיין סארט בעבי,
אויב נאר אונז קען מיר זיך האלזן און קושן,
מיט דיינע רעכטע אקסל אוועקגעדרייט, בשעת דיין לינקע אקסל גלעט דיין האר.

שלמה המלך » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:18 pm

· #314535
רויטע וואנצעס
ממש געשריבען פאר א מצוה טאנץ. זי איז אוועקגעדרייט פון חתן מיט בושה. מ'קען זיך גאר נישט קוקן אין די אויגן.

ניין ניין ס'קען נישט זיין!! קיק איבער די קליפ... זי זאל אים נישט קיקען אין די אויגען אריין פאר 10 סעקונדעס איז זי אויף דערערד!!
😃 קיק איבער דעם קליפ די וועסט האבען א ריכטיגער עונג שבת!!!

@יואליש דיר מיז איך זאגען, יו מעיד מיי דעי!!!
ברענג נאך סחורה - דיין ווארע איז פיין... זיי די לידער פון ווי די פיקסט זיי אויף און סיי דער מצוה טאנץ! דאס איז ממש כמים קרים על נפש עיפה.....

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:30 pm

· #314539
שלמה המלך
ס'פעלט אויסדריקליך דעם אינטרוי, דעם ערשטען פאל בעסער געזאגט...
מהאלט אינאיין איבערזינגען ביינונז אויך דעם ערשטען פאל אבער דארט איז עס בכלל נישט דא.

היצטערט יואל'יש ביסטו מכובד אויפזיכען ביי די מאדיארס דעם ערשטען חלק אויך! המתחיל במצוה אומרין לו גמור!!
אפשר דעם חלק האט מען אויף געפיקט ביי די פאלאקען אדער גאר ביי רוסען! הו נויס?

געטראפן די ערשטע ניגון אויך!!!!

כ'האב אפדעיטעט מיין ערשטע פאוסט פונעם אשכול מיט "ביידע" אוגארישע ניגונים, די ליריקס, און די מקור פון מיין חבר'ס געפינס!

שלמה המלך » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:45 pm

· #314542
WOW די ביסט גיט!!!
I CANT BELIEVE ITֱ
טאקע אפגעטראפען דעם אוצר....

יואליש איין טובה מיסטי מיר נאך טוהן פאר שבת! איך ווייס עס איז נישט מן הענין, אבער במאמר המסגר - ווי האסטו געטראפען דעם מצוה טאנץ קליפ דעס איז דאך למעלה מדרך הטבע 🙂 !?!?

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:51 pm

· #314546
שלמה, בד"וו ערגעץ אין מאחורי איז דא א גאנצע ליסט פון מצוה טאנץ קליפס.
----
דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/165496">viewtopic.php?p=165496#p165496</a><!-- l -->

די אשכול באלאנגט נישט אין מאחורי. די מיט די טולס ווערן געבעטן איר ארויסצונעמען.

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:10 pm

· #314549
שלמה, פליז, געניג. כ'האב נישט געמיינט צו צושמירן פערזענליכע אינדיווידואלן. פערזענליך טרעף איך גארנישט פאני. ס'איז דא מענטשן וואס זענען קיינמאל בעפאר זייער חתונה געווען ביי א מצוה טאנץ, צו צוליב פורמקייט אדער וויי זיי זענען די עלטסטע אין א משפחה, און זיי ווייסן נישט די נארמע פון די אנגעהאלטענע כמו-טאנץ. ס'איז נישט אז מ'לערענט טענץ בכלל און מיט א ווייב בפרט. און פיינעלי, ס'איז זייער חתונה און זיי מעגן טאנצן ווי אזוי זיי שמעקט. ס'איז נישט שיין וואס דו טוסט.

באהבה,

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:39 pm

· #314554
הערליכע געפינס יואליש! וואו האסטו ארויסגעגראבן דעם ניגון?

ישראל קאפקע » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:40 pm

· #314555
האבן זיי נישט געכאפט אז די צוויי לידער 'קומען' אייאיינעם!?
גויאישע קעפ, מאדיארן!
😛

אגב, דאס זינגט מען אויך אויף 'חסל סידור פסח'.

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:53 pm

· #314559
געפילטע פיש
הערליכע געפינס יואליש! וואו האסטו ארויסגעגראבן דעם ניגון?

אין די אריגינעלע פאוסט האב איך
צוגעלייגט די מקור פונעם געפינס.

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:21 pm

· #314564
אויך ברויך מען אנמערקן אז אין די צווייטע ניגון זינגען מיר זייער צווייטע פאל אלס די ערשטע און זייער ערשטע אלס די צווייטע
קונה בשינוי.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:40 pm

· #314567
ליפא
ס'פעלט די תנועות פונעם ערשטן פסוק ''אשת חיל מי ימצא

ליפא: פארוואס האט די התאחדות אראפגענומען די השגחה פון דיינע תגובות. דו האסט דיך צוקריעגט מיט איצא שייגעץ...?!
האסט איהם אפשר נישט געצאלט גענוג א גרויסע סומע פאר באקשיש...?

פרייוויליג » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:53 pm

· #314569
Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
איך האב שוין מורא צו זינגען כל מקדש און כה אכסוף די וואך. ווער ווייסט פון וואו זיי קומען...

יואליש » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 6:26 pm

· #314590
כ'האב אנגעפרעגט איבעראל און ס'קומט אויס אז דאס ניגון איז געניצט פאר אשת חיל מצוה טאנץ כמעט אוניווערסעלי.

ירח בן יומו » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 11:33 pm

· #314618
אויף קול מבשר אין דעת הקהל אפטיילונג פארציילט איינער די וואך אז ער האט געהערט פון א עלטערע יוד פון קליינווארדיין אז מ'פלעגט ניצן צו חתונות גו'ישע קשפילער און מ'פלעגט זיי אויס לערנען אידשע ניגונים און לידער.
קען גאר זיין אז די גוים האבן עס געהיידשעקט.

יואליש » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 11:40 pm

· #314619
ס'איז וואר אז מ'פלעגט ניצן גוי'שע מוזיקאנטן, און זיי האבן געשפילט די ניגונים וואס זיי האבן געקענט. אפי' ביי א חסידשע וויזניצע חתונה האבן זיי געשפילט זייערע ניגונים און איינס דערפון איז זייט דאנמאלס פארבליבן אין וויזניץ. דאס אז מ'פלעגט זיי אויסלערנען אידישע ניגונים איז א חידוש אבער ס'מאכט סענס אז מ'פלעגט דאס אויך טוהן. אבער די פאקט אז דאס זענען צוויי באזונדערע ניגונים וואס זענען באנאונז צוזאמגעשמאלצן לאזט איבער כמעט קיין צווייפעל אז דאס איז אריינגעקומען און צינויפגעשמאלצן געווארן ווי איידער ארויסגעגיינגן און צושפליטערט געווארן, ובפרט אז די פענאמענאן איז א דבר פשוט אז ס'האט עקזעסטירט ביז ווען די היימישע וואן מאן באנד זענען אריינגעקומען. נעם סיי וועלכע חתונה פון די פולע בענד עפאכע (ביז בערך תש"נ) און די וועסט הערן אז כמעט אלע הארא ניגונים זענען געווען גוי'שע ניגונים. ס'איז נישט אנדערש געווען אינדערהיים.

יהושע חיים » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 12:20 am

· #314625
Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
וועליכע וויזניצע ניגון איז דעמאלס געקומען? און ביי וועליכע חתונה?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

יואליש » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:35 am

· #314638
יהושע חיים
וועליכע וויזניצע ניגון איז דעמאלס געקומען? און ביי וועליכע חתונה?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

דא האסטו דאס ניגון אויסגעשמועסט:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/277225">viewtopic.php?p=277225#p277225</a><!-- l -->

די גרויסע חתונה פאר די קריג, צוויי וויזשניץ מחותנים און ערשטע חתונה נאכן אהבת ישראל'ס פטירה: אמרי חיים מיטן מקור ברוך (חתן איז געווען א שטיף זוהן).

דא האסטו (ביי אין מינוט אין) ווי סערעט-וויזניץ רבי הכ"מ זאגט אויס די סוד פארן אינגערן וויזניצ'ער רבי. ער זאגט אז "זעלדי" (א באקאנטע לץ, אדער בדחן, בימים ההם און נישט אזוי עהרליך געווען) האט מיטגעזינגן די ווערטער אין רומעניש...

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 4:07 am

· #314650
יואליש
יישר כח וואנצעס. כ'האב נישט געפאוסט די טראנסילאציע ווייל ס'קוקט אויס צוקאליטשט. אבער די תוכן קען מען זעהן.

אוודאי איז עס צוקאליטשעט. אזא פנים האט גוגל טרענסלעיט. ווייל די ריכטיגע וועג פון אפטייטשן די ערשטע פסוק/שורה פון אט דעם ניגון וואלט זיך געליינט אין ענגליש...."I dare no longer go through the main street without your love..."!
דער חיסרון פון גוגל טרענסלעיט איז אז ער נעמט נישט אין באטראכט די קולטורעלע מיינונג פון די שפראך וואס ער זעצט איבער. די רעזולטאט איז אז ס'קומט ארויס כגוף בלא נשמה. ס'איז דא א סאך דוגמאות פון דעם אויף זיין אידישע איבערזעצונג אויך...!
בלאט: 1 2