☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין בריוו צו שרולי שטיין

מיין בריוו צו שרולי שטיין

202 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9902
בלאט: 1 2 3 4 5

בן אדם » דינסטאג יולי 12, 2016 5:00 pm

· #341732
ב"ה

הוגה » דינסטאג יולי 12, 2016 5:01 pm

· #341733
כבר לא נוגע.

בן אדם » דינסטאג יולי 12, 2016 5:07 pm

· #341734
'

שמואל פרימו » דינסטאג יולי 12, 2016 5:10 pm

· #341736
אקעי, קבלתי דעת החברים דפה... בכלל, עס איז נישט מיין דרך אזוי צו שרייבן, איך בין נישט עוסק אין די סארט זאכן. ס'האט מיר אנגעכאפט א תאוה ארויפצוברענגען דעם נושא אויפן טיש, אבער איך ציה צוריק. איך בין נישט אזוי און איך לאז זיך נישט אראפ צו די לעוול.

ואיתכם הסליחה.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 13, 2016 4:29 pm

· #341887
wow wow wow

קום איך אריין היינט אין קאווע שטיבל, און אויבן אויפן רעכטע זייט מעלדט ער מיר אז איך האב זעקס נייע אישי'ס... "זעקס נייע אישי'ס"? - וואס אזאנס האב איך שוין געטאן דא אין שטיבל... כ'מיין ס'איז א זעלטנהייט אז סתם אזוי אינמיטן א גרינעם מיטוואך זאלן אזויפיל מענטשן מחליט זיין מיר צו שרייבן... מיט וואונדער עפן איך אויף איינעם נאכן צווייטן. אלע פון זיי האבן נאר געוואלט איין זאך... איך זאל זיי אנטפלעקן וואס איז דארט געשטאנען געשריבן...

קוקט אויס אז דער עולם איז פארט אינטערעסירט!

מאיר הערש » מיטוואך יולי 13, 2016 5:40 pm

· #341907
ירא שמים
די ערנסטע שאלה איז דא הלכה למעשה וואסערע ברכה מאכט ער ביי ברכת השחר די פערטע ברכה, קודם דארף מען דן זיין צי ער קען נאך מאכן א שלא עשני אשה ואת״ל ער קען נישט וואס זאל ער זאגן? שעשני כרצונו? די אייבשטער האט אים נישט געמאכט ער האט זיך אליין משחית געווען, איז לכאורה וועט ער מוזן האבן אן אייגענע ברכה וואס צו מאכן אויב איינער האט א הצעה פון א נוסח זאל ער מזכה זיין שרולי און עס ארויסשטעלן דא.

ס'זעט אויס אז א פרוי'ישע דיבוק האט איבערגענומען זיין גאנצע מהות. אזא געלונגענע אינגערמאן מיט אלע מעלות איז א שאד איבערצולאזן דעם דיבוק אין אים. מען דארף איר ארויסטרייבן פון אים דורך א דיבוק טרייבער ושלום על ישראל אברהם.

די ברכה איז לכאורה "ברוך משנה הבריות".

הוגה » מיטוואך יולי 13, 2016 7:29 pm

· #341926
@מאיר הערש, גיוס בני ישיבות, באבוב 45, או טי די און באהאקן ק"ש. דאס זענען די איינציגסטע טעמעס וואס דו פילסט באקוועם צו טראולען דא, א יעדעס מאל וואס דו באקומסט עקסעס צו אינטערנעט פאר אפאר טעג, אדער האסטו נאך עפעס אינטערעסאנט צוצוגעבן צום שטיבל?

מאיר הערש » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:21 am

· #342018
הוגה
@מאיר הערש, גיוס בני ישיבות, באבוב 45, או טי די און באהאקן ק"ש. דאס זענען די איינציגסטע טעמעס וואס דו פילסט באקוועם צו טראולען דא, א יעדעס מאל וואס דו באקומסט עקסעס צו אינטערנעט פאר אפאר טעג, אדער האסטו נאך עפעס אינטערעסאנט צוצוגעבן צום שטיבל?

גערעכט. איך געב מיין מיינונג וועגן זאכן וואס טוען שטארק וויי. בין איך דען ארגער ווי אטד"ס וואס שרייבן אויף ק"ש? ס'וואלט טאקע געווען בעסער צו רעדן וועגן ביאת המשיח ממש אט, אט! ניבירו און תשובה.

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:15 am

· #342044
איך האלט אז אין אמתן איז מאיר הערש א צווייטער ניק פון איינע פון די חשובע שרייבערס דא איןם שטיבעל און פשוט יענער וויל אנהאלטען עפעס א פנים, און ער שעמט זיך צו לייגען אזעלעכע סארט תגובות לייכגט ער עס אינטער די ניק וואס האלטען ענק? (וואו נישט ווי האבט דאך יעדער איינער מיינונגען און נאך נושאים אז איינער רופט זיך אן נאר ביי די עטליכע טאפיקס איז עס לכאורה א צווייטע ניק פונקט ווי @אשכולות אויפוועקער)
#טעאריע

איך אויך » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:20 pm

· #342090
קאם א הוגה דעיס איז זייער נישט שיין פון דיר עם אזוי צו אטאקירן און דעמאנייזן.

קוים זאל ער נאר זיין א לינקער וואס שרייבט אפענע און בארדערליין כפירה וואלסטו עם אויפגענומען מיט אפענע ארעמס. וואס איז ער שולדיג אז ער האלט אז תורת משה איז יא כנתינתן מסיני ,אז דער ארי הק האט יא געהאט עפעס א לחלוחית דקדושה אין זיך ,אז דער זוהר איז יא א הייליגע ספר וכו. וכו.

די פאר אקטיווע או. טי די'ס פארעקלן און דערנידערן די ניווא פון ק''ש אין איעדע באזעסענע מענטשן'ס אויגן. עס האט נישט קיין פשט דאס צו לייקענן.

יעצט גייט קומען א חכם פון די מה נשתנה און זאגן אז ער איז מיין צווייטע ניק.

יעקב מענטש » דאנערשטאג יולי 14, 2016 4:28 pm

· #342131
@הוגה.

איך בין נישט אין די ליין פון אטאקירן פערזענליך מענטשען.

אבער לאמיר דיר פרעגן א קושיא, פארוואס איז שרולי שטיין, וואס האט 1)געטוהן א קאנטראווערסיאלע זאך און עס געמאכט פאבליק אויף טעלעוויזיע 2) האט נישט קיין פראבלעם צו באשמוצן זיין משפחה און אונזער קאמיונטי 3) גייט נישט אריין לכאורה אין דעם כלל פון עושה מעשה עמך, און מ'מעג רעדן לשון הרע אויף אים. פארוואס נעמסטו עס מער צום הארצן און די דיפענדס אים מער ווי די אטאקעס וואס אסאך היימישע אידן באקומען דא ? איז ער נישט פונקט אזא פאבליק פיגור ווי זיי ? דו האלטסט טאקע אז ער האט נישט ערווארטעט אז זיינע פריוואטע זאכן וועלן דעבאטירט ווערן אין פאבליק ?(גאנץ מעגליך אז ער ענדזשויט עס, און ער קען נאך געניסן פון 'זעלבסט רחמנות' וואספארא נרדף ער איז, זייער א שטארקע עדיקשאן) פארוואס דען האט ער זיכער געמאכט צו באקומען אזעלכע ברייטע דעקונג אויפן גאס ?

נאכאמאל, איך גלייך זייער נישט צו רעדן פון אים, די בושה וואס זיין משפחה און חשובע עלטערן איז אומבאגרייפבאר, און ס'שטעכט זיי יעדעס מאל ער פאבליצירט נאך א קליפ פון זיך. אבער איך זאל "אים" שוינען ? ער האט אבוויוסלי דאס געוואלט!

פרייוויליג » דאנערשטאג יולי 14, 2016 4:31 pm

· #342132
איך אויך
קאם א הוגה דעיס איז זייער נישט שיין פון דיר עם אזוי צו אטאקירן און דעמאנייזן.

קוים זאל ער נאר זיין א לינקער וואס שרייבט אפענע און בארדערליין כפירה וואלסטו עם אויפגענומען מיט אפענע ארעמס. וואס איז ער שולדיג אז ער האלט אז תורת משה איז יא כנתינתן מסיני ,אז דער ארי הק האט יא געהאט עפעס א לחלוחית דקדושה אין זיך ,אז דער זוהר איז יא א הייליגע ספר וכו. וכו.

די פאר אקטיווע או. טי די'ס פארעקלן און דערנידערן די ניווא פון ק''ש אין איעדע באזעסענע מענטשן'ס אויגן. עס האט נישט קיין פשט דאס צו לייקענן.

יעצט גייט קומען א חכם פון די מה נשתנה און זאגן אז ער איז מיין צווייטע ניק.

יעדער איז וועקלאם צו שרייבן דא, נישט קיין חילוק ווער דאס איז, אזוי לאנג ווי יענער רעספעקט א צווייטנס דעה, און ער טראולט נישט מיט קיין קללות, העצענדע כפירה, אדער שינד רייד כלפי מעלה, איז ער וועלקאם מיט ברייטע ארעמעס. דאס איז די שטאלץ פון קאווע שטיבל.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 14, 2016 4:39 pm

· #342134
@פרייוויליג קענסט מיר אפשר מסבר'ן אין וועלכע חלק פון די תגובה זעהסטו א וועלקאם פילינג?

מאיר הערש » דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:28 pm

· #342143
איך אויך
קאם א הוגה דעיס איז זייער נישט שיין פון דיר עם אזוי צו אטאקירן און דעמאנייזן.

קוים זאל ער נאר זיין א לינקער וואס שרייבט אפענע און בארדערליין כפירה וואלסטו עם אויפגענומען מיט אפענע ארעמס. וואס איז ער שולדיג אז ער האלט אז תורת משה איז יא כנתינתן מסיני ,אז דער ארי הק האט יא געהאט עפעס א לחלוחית דקדושה אין זיך ,אז דער זוהר איז יא א הייליגע ספר וכו. וכו.

די פאר אקטיווע או. טי די'ס פארעקלן און דערנידערן די ניווא פון ק''ש אין איעדע באזעסענע מענטשן'ס אויגן. עס האט נישט קיין פשט דאס צו לייקענן.

יעצט גייט קומען א חכם פון די מה נשתנה און זאגן אז ער איז מיין צווייטע ניק.

איי עם סופרייזד אויף דיר אז דו האסט נישט מורא געהאט צו כאפן א קאולד פון די בייזע ווינטן וואס בוזשעווען ארום אין ק"ש און קוקן מיט א בייזן אויג אויף די אלע וואס זענען רעכט-גענויגט און היימיש. בדרך כלל איז אין ק"ש זייער פאפולער צוצושאקלען מיט'ן קאפ און געבן א לייק פאר די ליבעראלע דענקענדיקער מענטשן, פאר די אטד'ס, כופרים און בארדערליין, ובפרט פאר אלע וואס לאכן אויס פון די תורה טראדיציאנאלער אידן, אפילו ווען אין פנימיות הלב האלט מען אבסעלוט נישט מיט מיט זיי, און אפילו ס'איז בכלל נישט אויסגעהאלטן הלכה'דיג און השקפה'דיג, און אויך נישט סייענטיפיקילי, און ס'איז בכלל נישט מענטשליך, נאר פשוט ווייל ס'פאסט זיך צו גיין מיט'ן שטראם און צו זיין באדי-באדי מיט די גרויסע מויל-מאכערס.

צו גיין אקעגן דעם שטראם דארף מען באמת האבן א סך מוט און קוראזש, בכדי נישט נתפעל צו ווערן פון די אלע וואס האלטן זיך ווי "קענערס" (לכל הפחות, זיי רעדן זיך איין אז זיי קענען אלעס). זייער ווייניג מענטשן פאלן אריין אין די דערמאנטע קאטאגאריע פונ'ם רעכטן לאגער. און אויב דו האסט דיך געקענט מתגבר זיין אויף די אלע בוּליס און פארט ארויסזאגן דיין מיינונג קלאר אן קיין שום מורא אדער פחד, איי טעיק מיי העט אף פאר יו. ירבו כמותך בישראל ובק"ש. קושטא קאי. דידן נצח!

איך אויך » דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:35 pm

· #342145
אה כ'בין יוניק.

בלויע רעקל » מאנטאג מאי 15, 2017 9:45 pm

· #371174
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=BvBlZy0wFOE&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=BvBlZy0 ... e=youtu.be</a>

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 17, 2017 1:10 am

· #371344
אבי מ'זאגט אז ער איז אט"ד. יעצט זעה איך אז ער גייט אפילו אין מקוה

שבת אחים » מיטוואך מאי 17, 2017 5:59 am

· #371348
זי איז א נדה?

סאיז דאך דא א חציצה? זעהסט נישט דעם ״ברוסטען-בגד״ ???

בן אדם » מיטוואך מאי 17, 2017 9:53 am

· #371362
.

ווייל אזוי » מיטוואך יולי 12, 2017 1:09 am

· #378760
א שיינע ליקוט פון חז''ל, גאנץ א לאנגע מאמר.

<a class="postlink" href="http://www.sefaria.org/sheets/61880">http://www.sefaria.org/sheets/61880</a>

וואלווי » מיטוואך יולי 12, 2017 1:13 am

· #378761
שמעון וואלף
אבי מ'זאגט אז ער איז אט"ד. יעצט זעה איך אז ער גייט אפילו אין מקוה

מן הסתם אינדערהיים און פאלטישאן האט דער מקוה געהאט אזא קאליר

קורקלענד » מיטוואך יולי 12, 2017 1:22 am

· #378763
ווייל אזוי
א שיינע ליקוט פון חז''ל, גאנץ א לאנגע מאמר.

<a class="postlink" href="http://www.sefaria.org/sheets/61880">http://www.sefaria.org/sheets/61880</a>

מ'קען זיך דינגן אויף 95%. ער לערנט עס אפ פאלטש. דא דארט האט ער געכאפט א גוטס.

shem-tov » מיטוואך יולי 12, 2017 6:24 am

· #378772
אפשר איז נאך דא עפעס א פארשטיפטע טשענעל אין מעקסיקא אדער פישפישקלאדאני וואס ווייסט נאך נישט פון דיין מעכטיגע דערגרייכונג אז דו ביסט געווען א ראביי און געווארן א מיידל. כמיין סי ען ען און די בי בי סי און די טיימס וועלן עס נישט באשרייבן א צווייטע מאל נו וואס וועסטו טון יעצט וויאזוי וועסטו אונז יעצט מבזה זיין מסוף העולם ועד סופו ווייל די מיינסט דאך גארנישט פשוט די מידיע איז דיך נאכגעלאפן. #דרעדליגער. #קייןלימודזכות

diff » מיטוואך יולי 12, 2017 6:41 am

· #378773
יא. סזאגט פאר דער וועלט ווי נעריש אונזער חינוך איז. אונז פארשעמען דער תורה וואס זאגט
ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה
איז דען אזוי?

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:52 pm

· #378977
shem-tov
אפשר איז נאך דא עפעס א פארשטיפטע טשענעל אין מעקסיקא אדער פישפישקלאדאני וואס ווייסט נאך נישט פון דיין מעכטיגע דערגרייכונג אז דו ביסט געווען א ראביי און געווארן א מיידל. כמיין סי ען ען און די בי בי סי און די טיימס וועלן עס נישט באשרייבן א צווייטע מאל נו וואס וועסטו טון יעצט וויאזוי וועסטו אונז יעצט מבזה זיין מסוף העולם ועד סופו ווייל די מיינסט דאך גארנישט פשוט די מידיע איז דיך נאכגעלאפן. #דרעדליגער. #קייןלימודזכות

וואס נעמסטו עס אזוי פערסענאל? בארוהיג דיך, ער/זי בארעדט נישט און באשמיצט נישט אזוי שטארק די קאמיונטי ווי די קאמיונטי באשמיצט זיך אליינס מיטן זיין אין די ״ספאט לייט״ יעדען צווייטן טאג פון ארעסטירטע היימישע אידן וואס פעלשן זייער אינקאום צובאקומען גאווערמענט פראגרעמס, און אלע אנדערע גניבות און גזילות וואס מכאפט פרומע אידן טעגליך אט דעס טוט אויפרעגן די גוים.

אבי שטיין באדערט דיך?

זי איז די קלענסטע פראבלעם פאר אונזער אימעדזש.

דעס אז אונז עדזשיוקעיטן נישט די קינדער און אונז לעבן אויף די ״העכסטע סטאנדארט״ אוו ליווינג אויפן חשבון פונעם פעטער איז א גרעסערע פראבלעם און חילול השם ווי עבי שטיין... און אויב זארגסטוך אזוי פאר ״כבוד שמים״ הייב אן ביי דעם נישט ביי עבי שטיין און צי זי איז א דערעדליגער...!

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:15 pm

· #378991
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
פארוואס רופסטו אים 'זי'?

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:04 pm

· #379026
קל וחומר
פארוואס רופסטו אים 'זי'?

וואס שטערט עס מיך? איך בין נישט בייעסט ווי ענק, ווייל כגלייב ״רצונו של אדם זה כבודו״ ! און לאמיר שוין אפילו זאגן אס זי טוט עס ריין פאר אטענשאון אדער פאר א אנדערע סיבה, ווי כאפטס עס מיר א חילוק?, אז יענער וויל אזוי שטארק זיין א מיידל אז זי איז זיך גרייט אנצושמירן מעיקאופ, ליפסטיק, און אומבאקוועמע היי הילס און טייטע קליידונג (רבונו של עולם 🙄), האבן זיי ביי מיר געפוילט. ספעציעל אז לויט געוויסע סייענס איז עס א געבורט פעילער און גארנישט קיין משוגעת.

ווי קען איך מיך אריינלייגן אין יענעמס מחשבות און מאכן אירע חשבונות?

איך פארשטיי זיי נישט בכלל, איך פארשטיי אבער אויך נישט קיין געלינקטער, און וויאזוי ער טוט אלעס מיט די פארקערטע הענט פון מיר...

און לאמיר זאגן אז סאיז נישט אמת מ׳ווערט נישט אזוי געבוירן, וואס שטערט מיך אז איינער האט מחליט געוועהן איין דינסטיג נאכמיטאג זיך אנצוטוהן ליפסטיק??? ווי קום איך אריין דא אין די פיקטשער? סאיז דאך בכלל נישט מיינע ביזנעס...

קורקלענד » דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:45 pm

· #379027
נאר דער קרוק-לענד קענסטו נישט רעספעקטן פאר זיין מיינונג. אלס נאר ווייל דו פארשטייסט איהם (נאך) נישט.

איי געס מיין רצון איז פאר מיר נישט קיין כבוד.

איר האט שוין איינמאל א בייעס אויף אונזער קאמיוניטי. און דאס אייער צד השוה צו דעם עבי סטיין.

שבת אחים » פרייטאג יולי 14, 2017 12:04 pm

· #379056
קורקלענד
נאר דער קרוק-לענד קענסטו נישט רעספעקטן פאר זיין מיינונג. אלס נאר ווייל דו פארשטייסט איהם (נאך) נישט.

איי געס מיין רצון איז פאר מיר נישט קיין כבוד.

איר האט שוין איינמאל א בייעס אויף אונזער קאמיוניטי. און דאס אייער צד השוה צו דעם עבי סטיין.

הערסטוך נישט וואס מ׳רעדט צו דיר, האסט ווייטער נישט געכאפט וואס איך זאג

עבי שטיין באדערט נישט קיינער..! סאיז קיינעמס ביזנעס נישט וואס זי טוט און וויאזוי זי באקומט pleasure, פונקט ווי ס׳דארף קיינעם נישט אן גיין אז דו גייסט מיט א שטריימל אויפן קאפ.

משא״כ דיינע רעכטע און ספעציעל די טראמפיסטן זענען פשוטע ״רודפים״ זיי זענען דא צו ריפריזענטען ״ביג ביזנעס״ און צוקוועטשן אלע ״ארימע״, די ריפובליקאנער ווילן יעצט אויף די מינוט אראפווארפן מיליאנען ארימע און מיטל קלאס פון זייערע העלט קעיר און אין די זעלבע צייט געבן א ריזיגע טעקס ברעיק פאר די ארימע...

פון דא זעהט מען ווידער און ווידער אז דו כאפסט בכלל נישט וואס דיינע ריפובליקאנער stand for, זיי זענען ״רודפים״..!

עבי שטיין שטערט נישט קיינעם!!! נעמט גארנישט אוועק פון קיינעם...!

קורקלענד » פרייטאג יולי 14, 2017 12:18 pm

· #379060
שבת אחים

עבי שטיין באדערט נישט קיינער..!

...

עבי שטיין שטערט נישט קיינעם!!! נעמט גארנישט אוועק פון קיינעם...!

ווענדט זיך וועם איר פרעגט. איר האלט אז נישט. אנדערע האלטן אז יא.

נ.ב. דיין רעהטאריק גיי איך נישט אפ פרעגן. איך האב עס שוין געטאן מערערע מאל. קוק איבער מיינע אלטע הודעות. אפשר וועט עס תופס זיין.

שבת אחים » פרייטאג יולי 14, 2017 12:22 pm

· #379061
קורקלענד
שבת אחים

עבי שטיין באדערט נישט קיינער..!

...

עבי שטיין שטערט נישט קיינעם!!! נעמט גארנישט אוועק פון קיינעם...!

ווענדט זיך וועם איר פרעגט. איר האלט אז נישט. אנדערע האלטן אז יא.

נ.ב. דיין רעהטאריק גיי איך נישט אפ פרעגן. איך האב עס שוין געטאן מערערע מאל. קוק איבער מיינע אלטע הודעות. אפשר וועט עס תופס זיין.

האסטו געהערט א מעשה???
זאג וואס זי שטערט? זי נעמט דיר עפעס צו? וואס דרייסטו די ביצים???

מיך שטערט אז דו גייסט מיט א שטריימל. סאיז דאך אין לדבר סוף...

כאפסט טאקע נישט די חילוק צווישן דיינע ריפובליקאנער רודפים און א טרענסגענדער??? סירעסלי??????????????

איך אויך » פרייטאג יולי 14, 2017 12:27 pm

· #379062
שבת'ל רעדט זיך איין אז אויב ער גייט זאגן זי זי זי ארבעים יום ונושעתי, אבער שרולי גייט נעווערדלעסס בלייבן א קראנקע זכר ותו לא.

שבת אחים » פרייטאג יולי 14, 2017 12:44 pm

· #379064
איך אויך
שבת'ל רעדט זיך איין אז אויב ער גייט זאגן זי זי זי ארבעים יום ונושעתי, אבער שרולי גייט נעווערדלעסס בלייבן א קראנקע זכר ותו לא.

איך האב אויך אמאל אזוי געהאלטן פונקט ווי דו ביז כהאב מיך באקענט מיט אסאך נארמאלע טראנסגענדערס וואס לדעתי זענען זיי זייער נארמאל...

לעבסט אין א באקס מיין פריינד.

שבת אחים » פרייטאג יולי 14, 2017 12:49 pm

· #379065
קיינער זאל נישט מיינען אז איך קען עבי שטיין בכלל. ער/זי איז טאקע א וויזניצער פון ווילי אבער ער איז נישט מיין יאהרגאנג, כהאב נאך קיינמאל נישט גערעדט מיט איר אפילו, איין מאל געטראפן אינגאנצן און געזאגט העללאו. איך קען איר נישט, אבער איך קען זייער אסאך אנדערע אין די זעלבע מצב ווי איר וואס קלעימן די זעלבע זאך ווי איר, און אין מיינע אויגן זענען זיי נאך אזוי נארמאל ווי אלע אנדערע משוגעים אויף די וועלט, און סקומט זיך זיי רעכטן פונקט ווי יעדעם איינעם.

קורקלענד » פרייטאג יולי 14, 2017 1:29 pm

· #379072
שבת אחים

מיך שטערט אז דו גייסט מיט א שטריימל. סאיז דאך אין לדבר סוף...

פארוואס האסטו אבער גע'מאכט א ליין דארט וואו די סוף קומט דיר אויס גוט?

שבת אחים » פרייטאג יולי 14, 2017 1:49 pm

· #379077
קורקלענד
שבת אחים

מיך שטערט אז דו גייסט מיט א שטריימל. סאיז דאך אין לדבר סוף...

פארוואס האסטו אבער גע'מאכט א ליין דארט וואו די סוף קומט דיר אויס גוט?

My goodness!

אוואדי ביסטו א ריפובליקען קענסטאך נישט מאכן קיין פשוטע חשבונות.

די לינע/ליין איז דארט ווי יענער שטערט נישט קיין ״צווייטן״ און נעמט גארנישט צו פיזיש פון יענעם.

אז דו גייסט מיט א שטריימל אויפן גאס מעג עס מיך באדערן ביז מארגן, ווילאנג דו ווילסט אזוי און ס׳נעמט גארנישט אוועק פון אנדערע דארפסטו האבן אלע רעכטן דערביי.

משא״כ דיינע ריפובליקאנער וואס זענען דא ״אוועק צונעמען״ פון די ארימע און מינארטיס זייערע בענפיטס און סאושעל פראגרעמס וואס יעדע נארמאלע פארגעשריטנע לאנד אויף די פלאנעט געט פאר זייערע בירגער.

אויב עבי שטיין שטערט דיך, שטערסטו מיך פונקט אזוי מיט דיין שלאגן כפרות, חתונה מאכן קינדער יונגערהייט אן קיין פלאן פאר פרנסה, נישט עדיוקעיטאן די קינדער, און טויזנט אנדערע קאנטערווערסיל אישוס מיט וואס אונז חרדים זענען געשלאגן...

חוץ פון א ״רעליגעזע פראספעקטיוו״ שטערט נישט עבי שטיין קיינעם, און אנטשולדיגט דיין ״רעליגע״ קען נישט אין די ״פרייע אמעריקע״ דיקטירן ווייל מארגן קענען קומען א אנדערע גרופע און זאגן אז די ״האסידים״ שטערן זייער רעליגע...
און סאיז אין לדבר סוף...

קל וחומר » פרייטאג יולי 14, 2017 4:04 pm

· #379094
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
ס'געפעלט מיר ווי דו שעמסטיך נישט צו מהפך זיין קערה על פיה און נאך זיין א בא בטענה.

מ'נעמט אוועק שווערע געלטער פון מענטשן וואס ארבעטן שווער און אזוי ארום דערגרייכט סוקסעס און מאכן זייער ערליך פארדינטע געלט, און מ'טיילט עס אויס פאר די פוילע לייט וואס האלטן אז אלס קומט זיך זיי בחינם.
פארוואס מאכט דאס סענס פאר דיר?
האלטסט נישט ביים ארבעטן פלייסיג? לייד די קאנסענקווענצן!
קום נישט גנב'ענען פון דער וואס פלאגט זיך אן טאג און נאכט פאר זיין ערליך פארדינטע געלט.
דאס אז די גאווערנמענט האט א כח צו טוהן אזוי איז בכלל נישט מצדיק דעם אומרעכט.
אז איינער וויל פערזענליך זיין א גומל חסד און שטיצן די פוילע לייט כל הכבוד. מאך עס אבער נישט קיין חיוב.

שבת אחים » פרייטאג יולי 14, 2017 4:44 pm

· #379096

אלע דיינע חסידים טאקע וואס נעמען פודסטעמפס און מעדיקעיט האלטן טאקע נישט ביים ארבעטן. גאנץ מאנרא, האלב וויליאמסבורג וכו׳ וכו׳

די אלע מענטשען פון וועם מוויל צונעמען די געלט און די פראגראמען זענען פונקט אזעליכע שווערע ארבעטאר און נאך אסאך מעהר ווי דיינע פארשטינקענע ״פוילע״ ״פארצייטשיע״ קריסטן... דריי נישט קיין קאפ מיט ליגיונת...

די ריפובליקאנער זענען נישט דא צו שניידן טעקסעס פון די געוונטליכע מענשטען נאר פון די ״רייכע לייט״, פארקערט זיי זענען בכלל נישט דא צו פראטקעטן די ״המון עם״ און די ״ארבעטס קלאס״! זיי זענען דא פאר די רייכע עליטס און פאר ״וואל סטריט שווינדלער״

פארקערט די דעמקראטן האבן אייביג פראטעקטעט אדער כאטש פראבירט צו פראטעקטן די מיטעל קלאס!

זיי ווילן יעצט צונעמען העלטקעיר פון 24 מיליאנען אמעריקאנער רוב פון זיי ארבעטן שווער און האבן נישט מצליח געוועהן אין לעבן.

שבת אחים » פרייטאג יולי 14, 2017 4:46 pm

· #379097
נישט פארדרייען די אשכול אבער זאגסט נאך ראש לימבאו די פאקטן זענען אויף מיין זייט. קום אריין אין אנדערע אשכול פון די סובדזשעקט וועל איך דיר עס אויפווייזן.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 14, 2017 5:07 pm

· #379099
א דאנק שבת פאר אנהאלטן די נושא פונעם אשכול און עס נישט לאזן ווערן פארדרייט.

קורקלענד » פרייטאג יולי 14, 2017 5:30 pm

· #379102
פונקט אזויווי אייך און אייער קאלעגע עבי וואס איר קענט נישט פון די נאענט האבן אלע רעכטן פאר אלע אייערע מחשבות. צו ס'שטימט מיט די פאקט אדער נישט. און אזויווי ענק קענען שרייען אז פרוי איז מאן אדער אז מאן איז פרוי אזויווי איך זאל שרייען אז טאג איז נאכט אדער פארקערט. איז ענק דאס אבער נישט גענוג. ענק טוען וואס ענק קענען עס ארויף צו צווינגן אויף מיר. און וויבאלד איך בין שוין אן ערוואקסענער און מיין מח איז שוין 'קארופטירט' ווייל נאך אזא ערציאונג וואס איך בין אדורך אויף די בעיסיק פאקטן איז זייער שווער מיר צו פארדרייען א קאפ אויף פאקטן. ממילא האבן ענק זיך גענומען אויף א קרוסעיד צו פארדארבן אונזער יוגנט פאר ווען זייער מח איז נאך שוואך און קען נאכנישט בוחר זיין מטוב לרע אדער מ'פאקט לדמיון.

קענסט מיר מסביר זיין פשט אין די בעט רום פאליסי אין די פובליק שולעס? פאר קליינע קינדער? דאס הייסט נישט געשטערט פיזיש?

ס'איז די זעלבער זאך ווי אז איך זאל גיין נעמען דיינע קינדער און אויסלערנען יורה דעה חלק ב'! פארשטייט זיך אליינס נישט אויף א פיזישן אופן. אבער ווילאנג איך נעם איהם גארנישט צו (איך געב איהם גאר צו) קאנסטו אויף מיר קיין טענות נישט האבן.

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 5:53 pm

· #379107
ס'טענט אז סוואלטס געדארפט וויסן אלס קינד. כאטש נישט חתונה האבן אומוויסנד. אינזער וועג איז יא נארמאל. פ"ו האט מען מורה פין אינפא, אפי צו חתנים רעדט מניש. ממוז קומען דא
סראלטשע מאכט איסור חו"נ. מיז ער בארעדן דער שו"ע. דארפן די גוים סאפשטעלן

קורקלענד » פרייטאג יולי 14, 2017 6:33 pm

· #379111
@diff איר מישט אויס צוויי זאכן. איך האב ספעציפיש גערעדט וועגן די טרענסגענדער נושא בכלליות. איר רעדט פון אן אנדער פרט פון אונזער סיסטעם. די אשכול איז נישט צו דיסקאסירן יענע חלקים פון אונזער סיסטעם. ס'דא וואס צו ענטפערן אבער דא איז נישט די פלאץ.

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 6:42 pm

· #379114
כזאג אונז דארפן וויסן אלס וואס דגוי ווייסט. אמת צו נישט. ניש מזאל אונז האלטן אדער מאכן פאר נערנים

קורקלענד » פרייטאג יולי 14, 2017 7:03 pm

· #379119
diff
כזאג אונז דארפן וויסן אלס וואס דגוי ווייסט. אמת צו נישט. ניש מזאל אונז האלטן אדער מאכן פאר נערנים

אויסדריקליך נישט!

בת קול » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 9:30 pm

· #390421
עבי שטיין הייבט אן א יו טוב וולאג פון צוויי מאל א וואך איין מינוטיגע שאלות. מען קען איר פרעגן סיי וואס און זי וועט פרובירן ענטפערן.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/yndEXVZCjhw">https://youtu.be/yndEXVZCjhw</a>

נחום הסופר » זונטאג פעברואר 10, 2019 4:05 pm

· #424189
נעבעך, ע"ה.

נטלי שמה קץ לחייה שנה לאחר שהחלה בתהליך לשינוי מין
נטלי ויסברג נולדה לפני 26 שנה בשם נחמן וגדלה בשכונת מאה שערים בירושלים. היא נישאה פעמיים לנשים, בפעם השנייה אף נולדה לה בת. כשלא יכלה יותר לשאת את חייה כגבר, החלה בתהליך לשינוי מין למרות הקשיים הרבים והנידוי מהקהילה. לפני מספר חודשים היא גוללה את סיפור חייה בפני אבי שושן, דובר בית חולים איכילוב. בסוף השבוע האחרון היא שמה קץ לחייה
ynetפורסם: 10.02.19 , 14:05

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 10, 2019 5:25 pm

· #424191
וואס איז די נעבעך? גאר אסאך טרענסגענדערס מוטשען זיך מיט פסיכאלאגישע פראבלעמען, נעמען נערוון פילן, און ווערן אריינגעפירט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. סיי צוליב די טוב שברופאים לגיהנם, וועלכע וועלן ענדערש פארבאנדאזירן מיט הארמאונען ווי אדרעסירן דעם עצם פראבלעם, און סיי צוליב דעם וואס מ'שפעט פון זיי און מ'גיבט זיי נישט די שטיצע וואס קומט זיך זיי. געלויבט דער הייליגער באשעפער אז אירע ליידן זענען שוין געקומען צו אן ענדע, יעצט איז זי שוין גאר נישט קיין נעבעך, די נעבעך איז זי געווען ביים לעבן, זאלן אלע קראנקע האבן א רפואה שלמה.

ושבתי אני ואראה את כל העשוקים אשר נעשים תחת השמש, והנה דמעת העשוקים ואין להם מנחם, ומיד עושקיהם כח ואין להם מנחם. ושבח אני את המתים שכבר מתו, מן החיים אשר המה חיים עדנה. וטוב משניהם את אשר עדן לא היה, אשר לא ראה את המעשה הרע אשר נעשה תחת השמש.

אישתישבי » זונטאג פעברואר 10, 2019 8:31 pm

· #424204
זייער שיין.
איין הערה, די גיבסט אהן א שבח והודיה פארן אויבערשטן אז ער זי איז געשטארבן, און וועט שוין נישט ליידן. ווען דער סקולענער וועט אויסהויכן זיין הייליגע נשמה, וועט דער אויבערשטער אויך באקומען א שבח והודיה?

נחום הסופר » מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:36 pm

· #424736
רביה''ק זי''ע
וואס איז די נעבעך? גאר אסאך טרענסגענדערס מוטשען זיך מיט פסיכאלאגישע פראבלעמען, נעמען נערוון פילן, און ווערן אריינגעפירט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. סיי צוליב די טוב שברופאים לגיהנם, וועלכע וועלן ענדערש פארבאנדאזירן מיט הארמאונען ווי אדרעסירן דעם עצם פראבלעם, און סיי צוליב דעם וואס מ'שפעט פון זיי און מ'גיבט זיי נישט די שטיצע וואס קומט זיך זיי. געלויבט דער הייליגער באשעפער אז אירע ליידן זענען שוין געקומען צו אן ענדע, יעצט איז זי שוין גאר נישט קיין נעבעך, די נעבעך איז זי געווען ביים לעבן, זאלן אלע קראנקע האבן א רפואה שלמה.

ושבתי אני ואראה את כל העשוקים אשר נעשים תחת השמש, והנה דמעת העשוקים ואין להם מנחם, ומיד עושקיהם כח ואין להם מנחם. ושבח אני את המתים שכבר מתו, מן החיים אשר המה חיים עדנה. וטוב משניהם את אשר עדן לא היה, אשר לא ראה את המעשה הרע אשר נעשה תחת השמש.

לזאת נתכוונתי, נעבעך אז עמיצער מיט זעלישע פראבלעמען, אנשטאט זיך צו העלפן, רעדט מען זיך איין חלומות מיט דמיונות אא"ו, און דערנאך האט עס ליידער א ביטערע ענדע.
בלאט: 1 2 3 4 5