☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין בריוו צו שרולי שטיין

מיין בריוו צו שרולי שטיין

202 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9902
בלאט: 1 2 3 4 5

שמואל פרימו » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:31 pm

· #312609
מיין בריוו צו שרולי שטיין
הער מיר אויס (געוועזענער) פריינט מיינער, שרולי שטיין!

איך וועל אנהויבן מיט א חסידי'שע מעשה פון דער יסוד-העבודה פון סלונים זיע"א. אמאל איז ער געזעצן מיט זיינע חסידים שבת נאכמיטאג ביי די סעודה און האט אריינגעשניטן אין זיי מוסר ויראת-שמים. די חסידים זענען ארויס פון דארט מיט א שטארקע שפל-ברך, שפלות און הכנעה אויף זייער רוחניות'דיגער מצב. געווען איז דארט א חסיד, וועלכער איז ארויס פון יענעם שמועס שטארק צובראכן, אזוי אהיימגייענדיג איז ער דורכגעגאנגען דעם בית-המדרש פון די ליטווישע לומדים און וויבאלד ער איז געווען א תלמיד-חכם איז ער דארט אריינגעגאנגען און זיך גענומען רעדן אין לערנען מיט די לומדים וואס זענען דארט געזעצן.

זייענדיג דארט, האט ער זיך זייער גוט געפינען, זיך מפלפל געווען און געלעבט אין תורה און זיין מצב-רוח איז געווען אויף א הויכן שטאפל. דעמאלס האט דער חסיד געקלערט ביי זיך 'וואס האט ער צוריקצוגיין צו די חסידים?' - דא ביי די לומדים לעבט מען א לעבן, מען קאכט זיך אין לערנען, בשעת דארט ביי די חסידים ברענגט דער רבי אריין אזא עצבות און מרירות... ער האט דאן באשלאסן אז ער וועט נישט צוריקגיין אהין.

ווען עס איז געקומען די צייט פון שלש-סעודות, האט ער זיך א כאפ געטאן און געטראכט, 'דער רבי זיצט דאך יעצט מיט די חסידים אויף שלש-סעודות, און איך וועל זיך דא געפינען מיט די ליטווישע לומדים?' - האט ער זיך אויפגעהויבן פון דארט און געגאנגען צום טיש פון דער יסוד-העבודה.

אנקומענדיג צום טיש, האט דער רבי געהאלטן אינמיטן שמועסן און דערציילן מעשיות, האט דער רבי דעמאלס דערציילט ווי פאלגענד: אמאל איז געווען א מענטש, וואס איז ל"ע בלינד געווארן אויף ביידע אויגן און ער האט געזוכט א רפואה. האט ער געהערט אז אין פעטערבורג איז פאראן א דאקטער וואס באווייזט וואונדער און ער היילט אויס בלינדע אויף א שטארקער פארנעם, איז ער אראפגעפארן קיין פעטערבורג מיטן ציל אריינצוגיין צום דאקטער. אזוי וויילנדיג אין שטאט, האט ער זיך אנגעטראפן מיט בלינדע מענטשן וועלכע נעמען זיך צוזאמען און זענען זיך מחזק אינאיינעם. האט ער געפרעגט פון די בלינדע, "פארוואס גייט איר נישט צום גרויסן דאקטער וואס וועט אייך אויסהיילן?" - האבן אים די בלינדע געענטפערט, אז עס איז א שאד אויף די געלט און אויף די צייט דערפאר... דער בלינדער מאן האט דאס נישט פארשטאנען, דא איז ער געקומען צו פארן פון דער ווייט און ער לאזט זיך קאסטן אויסגעהיילט צו ווערן, אבער דא אין דעם שטאט פון דעם דאקטער, האלטן די מענטשן זיך נישט ביים היילן.

ווען ער איז געקומען צום דאקטער, האט ער דערציילט פארן דאקטער וועמען ער האט אנגעטראפן, און וואס זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווילן זיך נישט לאזן היילן. ער האט זיך דערויף הויך געוואונדערט פארוואס דאס איז אזוי, און פארוואס מען קומט נישט צו אים זיך היילן. הערנדיג די קושיא האט זיך דער דאקטער אנגערופן: "יענע מענטשן זענען געבוירן געווארן בלינד, זיי האבן קיינמאל נישט געזען, דעריבער פארשטייען זיי נישט דער געשמאק פון קענען זען און פילן נישט פאר וויכטיג זיך צו לאזן היילן", "אבער דו" - פירט דער דאקטער אויס, "דו האסט דאך שוין אמאל געזען, וועט עס דיר גארנישט העלפן, וועסט נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט כסדר קומען און זיך לאזן היילן, ביז דו וועסט צוריק זען".

די מעשה האט דער יסוד-העבודה דערציילט ביים טיש, מיינענדיג דערמיט דעם חסיד וואס האט זיך געוואלט אפשאקלען, אבער זיין גייסט האט אים צוריקגעשלעפט צום רבי'ן.

ישראל אברהם, ישראל אברהם, עס וועט דיר גארנישט העלפן... דו האסט דאך יא געזען און דאס וועסטו נישט קענען אויסרייסן פון דיר... מעגסט זיך מאכן ווי א מיידל, מעגסט זיך דערווייטערן פון אלס און אלעמען, טיף אין דיין הארץ ברענט אין דיר דאס וואס דו האסט מקבל געווען און קונה געווען אין די גוטע יארן זייענדיג אין ישיבה. דאס וועסטו קיינמאל נישט קענען אויסרייסן פון דיר.

מעגסט זיצן אין רוממו אום יום-כיפור, ארומגענומען מיט מענער און פרויען, גוים מיט אידן צוגלייך, אבער אין דער ריכטיגער מינוט וועסטו זיך געבן א דערמאן, וועסט זען פאר דיינע אויגן דעם בית-המדרש אין מאנסי, דער רבי שליט"א פאלט קורעים, בשעת עס הערשט א חרדת אלקי אין גאנצן בית-המדרש... דיין הארץ וועט טליען און נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט צוריקקומען. קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער ווען דו וועסט זיך דערמאנען אין א ויאתיו כל לעבדך, מלכות זכרונות שופרות... וועסטו נישט קענען שלאפן, א פשוט'ער טיש ביים רבי'ן, א קוויטל, וועט דיר נישט לאזן קיין מנוחה.

ישראלי, דו בלייבסט ווייטער שרולי, דיין נאמען פון דיין גרויסן זיידן ליגט ווייטער אויף דיר, אפגעזען וויפיל דו וועסט זיך מאכן פאר א פרוי... שבת בלייבט ביי דיר שבת, יום-טוב בלייבט ביי דיר יום-טוב, די דאווענענ'ס, די טישן, דאס וועט דיר ציען מיט קייטן און דיר נישט לאזן זיך אפשיידן... מעגסט זיצן אין שויס פון יענע מיידל (נאמען ארויסגענומען מפני כבוד המשפחה), מעגסט טון וואס דו ווילסט... דיינע זיסע יארן וועלן שטענדיג ליגן ביי דיר אין זכרון, דער רבי שליט"א פון מאנסי וועט דיר שטענדיג שטיין פאר די אויגן און מאנען פון דיר מיט זיינע בליקן... וועסט דאס נישט קענען אוועקנעמען.

און רעד דיר נישט איין קיין איין רגע, אז דו האסט שוין נישט קיין וועג אויף צוריק. עס איז נאך דא פאר דיר א וועג אויף צוריק, דער אויבערשטער איז א מלך מוחל וסולח, עס איז דא א וועג אויף צוריק, אפגעזען פון וואו דו קומסט. פון דעם ערגסטער שפלות, פון דער טיפסטער אפגרינד, קען זיך א איד דערהייבן צו גאר הויכע שטאפלען. ווער ווייסט צי מען האט דאס דיר נישט צוגעפירט, נאר צוליב דעם אז דו זאלסט ארויסנעמען די נצוצות פון די טיפע נידעריגע ערטער, וואס קיינער האט נאך דארט נישט דערגרייכט. דו קענסט צוריקקומען און ווערן א פולשטענדיגער שומר תורה ומצוות, און אפילו א פלאקערדיגער חסידי'שער איד. יא, דו קענסט, דו קענסט.

וויסן זאלסטו: עס איז דא א הייליגער באשעפער אויף דער וועלט, דער באשעפער האט דיר ליב... יא שרולי, דער באשעפער האט "דיר" ליב, ער קוקט אויף דיר און וויל דיין גוטס, ער וויל אז דו זאלסט זיך צוריקקערן צו אים, און דו קענסט זיך צוריקקערן צו אים... אויב האסטו געמאכט אזא ווייטע מהלך אוועקצוגיין פון אים, קענסטו מאכן אויך דער מהלך אויף צוריק, און דורכקומען אלע שוועריגקייטן... קענסט נאך ווערן א אמת'ער חסידי'שער איד און אפילו א משפיע, אזוי ווי דו האסט גע'חלומ'ט דערפון דיין גאנץ לעבן.

חזור בך, ואני ואיתך...

קול הלשון » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:41 pm

· #312613
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
דעס איז זייער גיט א גיטע מוסר דרשה פאר אים. אבער די האלטסט אז ער האט עס געזעהן ?

שלום על ישראל » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:10 pm

· #312616
שמואל פרימו
הער מיר אויס (געוועזענער) פריינט מיינער, שרולי שטיין!...

זייער גוט געשריבן, און נאדיר א לייק. אבער די גאנצע בחינה איז אזא אקסימאראן ווי די סלונימער משל מיטן בלינדער. יעדער וועט איינשטימען אז די מעלה פון קענען זעהן איז א פאקטישע, און האט נישט קיין צוויי צדדים. משא"כ די מעלות און חסרונות פון חסידות קעגן ליטאות. די זעלביקע מיט שטיין'ס מצב.

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:13 pm

· #312617
הר"ר שמואל שליט"א, דו קענסט אפשר מסביר פארוואס דו האסט זיך צעלאזט מיט א פאנאטישער פרעדיגונגס דרשה?

דו רעדסט דא צו עפעס א פונעף יעריגער קינד, וועמען מען קען פארטושן און אביוזן מיט פינסטערע מוסר און נאסטאלגישע שולד געפילן? מה זה?

שלום על ישראל » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:18 pm

· #312618
moshav zekeinim
הר"ר שמואל שליט"א, דו קענסט אפשר מסביר פארוואס דו האסט זיך צעלאזט מיט א פאנאטישער פרעדיגונגס דרשה?

דו רעדסט דא צו עפעס א פונעף יעריגער קינד, וועמען מען קען פארטושן און אביוזן מיט פינסטערע מוסר און נאסטאלגישע שולד געפילן? מה זה?

ווען כ'האב געלייענט @שמואל פרימו'ס תגובה, האב איך עס אויך אהנגענומען אלס צו שארף און פּערזענלעך (כאטש נישט אזוי שארף ווי דיינ'ס...), אבער ער נעמט פאקטיש אהן די כאראקטער פון אן אלטן פריינט (לאו דוקא במציאות), סאו ס'מאכט אביסל מער סענס.

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:28 pm

· #312622
האט ער טאקע געהאט א חבר וואס האט געהייסן "שמואל פרימו" ?

ירא שמים » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:30 pm

· #312625
מיין בריוו צו שרולי שטיין
דברים כדברונות, הלואי זאל עס זיין דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב… און זאל טאקע זוכה זיין צו תשובה שלימה במהרה וזכות אבותיו יגן עליו.

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:56 pm

· #312639
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
איך שפיר נישט די דברים היוצאים מן הלב דא, עס שפירט זיך נישט אז פאר שמואלע טוט וויי די עבירות וואס אבגיל איז עובר, עס זעיט מיר מער אויס ווי דברים היוצאים מן חסידות, אים שטערט נערישע כבוד בית רבינו, אז שרלי איניש זוכה צי זעין די רבי עסן פיש און געיבן די ביינער פאר יוסל ניימאן, טאקע א נעבעך אויף שרלי,

הוגה » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:08 am

· #312668
איך אנטשולדיג מיך פון פאראויס אז איך האב נישט די צייט צו ערקלערן מיין פאזיציע ואתכם הסליחה אבער איך מוז לאזן הערן אז לדעתי איז דער בריוו זייער condescending.

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 9:32 am

· #312679
איך האב דאס געליינט און וואו ס'איז געשטאנען ישראל אברהם האב איך דאס פארטוישט מיט הקטן און דאס האט מיך א שטארקע שאקעל געגעבן.
ישר כח

איך זעה דו האסט געשאקעלט אנדערע אויך, נישט א יעדער רעגירט די זעלבע.

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 9:53 am

· #312680
הוגה
איך אנטשולדיג מיך פון פאראויס אז איך האב נישט די צייט צו ערקלערן מיין פאזיציע ואתכם הסליחה אבער איך מוז לאזן הערן אז לדעתי איז דער בריוו זייער condescending.

נאר דאס?

נאסע ליילעך » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:07 am

· #312682
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
@שמואל, נאסטאלגיע האט נישט מיט אידישקייט צוטאהן... יעדער מענטש האט עפעס מאמענטן אין לעבן, וואס וועקט אינעם אויף, א געוויסע בענקטשאפט צום עבר. דאס האט מיטן "אידיש'ן פינק" קיין שייכות נישט.. ס'שוואכע שאנסן אז סעט'ן אמאל אנכאפן א פלוצימ'דיגער בענקשאפט צום חרדת העם יום כיפור ביי נפילת כורעים.. אדער צום זיידן, אויף וועמענ'ס נאמען מ'ריפט אים, וכהנה. קוים וואס דער סתם המון עם ליידט די אונגארישע שטיקעס, זאגסטו אז דער שרולי ני"ו העט נאך גאר אמאל אנכאפן א גליסטעניש דערצו..? ס'כאפטער אפשר אמאל א בענקעניש צו די ישיבה יארן, דאס מיינט אבער נישט אז די האסט דעמאלטס געגליכן דעם מצב, און ס'מיינט נישט אז די ווילסט אן איבערשפיל. די נאסטאלגישע געפילן שפילן אפילו צוריק טראכטענדיג שווערע צייטן. אלזא, מיט בענקשאפט האסטעם נאכנישט אפגעקויפט, איז רעדט'צך אוודאי און אוודאי פונעם פיצי טשיפ הנקרא 'פינטעלע איד', דאס העט'ן זיכער אויפוועקן..זאגסטע. שוין, דאסי'דך א זוהר, העכערע זאכן. לאמיך אייך נאר פרעגן, וואס מישט איר אריין די הייליגע זיידעס, בליקן מיט קוויטלעך, מלכיות זכרונות מיט שלש טישן און כורעים..? איר מאכט א שטיקל מיש-מאש פונעם זוהר, געפילן און די געמאנ'עכטצער.

Sent from my SAMSUNG-SM-N910A using Tapatalk

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:09 am

· #312683
מיין בריוו צו שראלי שטיין: מיר זענען אלע אין די קרקע
מיט ערלויבעניש לאמיך אנהייבן און ענדיגן מיט א משל וואס ווערט געברענגט פון פריעדיגע. א קינד איז געבוירן געווארן ביים מושל אין גרוב, דהיינו זיינע עלטערן האבן זיך פארזינדיגט אריינגעשליידערט אין טורמע און דאס געבוירענער קינד האט מען געלייגט אין א באזונדערע גרוב בחצר המלך. עטליכע מאל א טאג קומט א באדינער און ברענגט אים עסען, דאס קינד ווערט עלטער און הייבט אן צו פארשטיין די מצב, ער איז און גרוב ביים מושל צוליב זיינע עלטערן אבער איין זאך פארשטייט ער נישט וואס איז די פשט פון די געשמאקע מאכלים וואס ער באקומט יעדן טאג. ויהי היום ער כאפט א שמועסט מיטן באדינער איבער די גרויסקייט פון דעם מושל ממש אומגלויבלעך ער טוט מיר אזויפיל גוטס ער געט מיר טאג טעגליך צו עסען און טרינקן און פארגעסט קיינמאל נישט כאטשיק וואס מיינע עלטערן האבן נאך געזינדיגט, פליז איך בעט דיך געב איבער פארן קעניג און מיין נאמען זאג אים: געלויבט זאל זיין דער קעניג וואס שפייזט מיך יעדן טאג אין גרוב. זאגט אים דער באדינער זאלסט אבער וויסען אז דער קעניג פירט אן מיט א ריזיגע מלוכה מיט מיליאנען איינוואוינער ער באזארגט און געדענקט יעדן איינעם ער מאכט זיכער אז אלעס קלאפט פון די גרעסטע פראבלעמן ביז די קלענסטע אלעס ווערט ארלעדיגט דורך זיינע טויזענטער ראטגעבער און נאנטע מענטשן ער איז גאר גרויס און מעכטיג. אויב ווילסטו אים דאנקן דערמאן קודם ווי גרויס און מעכטיג ער איז אין די גאנצע לאנד, דערנאך לייג אויך צו אז ער פארגעסט נישט אפילו פום אזא קליינעם אין א גרוב. וכך הוה אזוי האט ער טאקע אנגעהויבן צו טון. דער נמשל פארשטייט יעדער אליינס. לענינינו מיר זענען אלע טיף אין גרוב. א יונגל. א מיידל. א רבי. א חסיד. א פרומער. א באם. יעדער לעבט זיך אין זיין וועלטעלע איינער טוט גוטס דער צווייטער טוט נישט. איינער באהאלט זיינע חטאים אין קלאזעט דער צווייטער קערט נישט. איינער טוט תשובה פריער א צווייטער שפעטער. די נשמה בעט זיך ביים מענטש און מאנט האב רחמנות גענוג געזינדיגט דער גוף וויל נישט הערן דערפון. אבער דער אייבערשטער דער מעכטיגער גרויסער באשעפער וואס האט דיך און מיך באשאפן, דער רבש"ע טוט ווייטער זיינס ער שפייזט אונז אלע ער פארגעסט נישט פון קיינעם ער איז א מאריך אף ער האט געדולד צו ווארטן אז יעדער זאל אליינס אנהייבן נוצן דעם אייגענעם שכל אינעם אייגענעם מצב באשר הוא שם אליינס פארשטיין יש מנהיג לבירה.

פרייוויליג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:32 am

· #312705
לדעתי רעדט מען דא פון א חולי רעי און איז שווער צו זאגן אז ער וועט זיך אמאל צוקלעבן צום 'את האדם ישר'.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:12 pm

· #312714
ווער איז דאס שרולי שטיין? כהאב געהערט פון א אט״ד איינע מיטן נאמען אבי שטיין, related?

Kool man » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 1:03 pm

· #312722
נאסע ליילעך, די היסטאריע שטימט צו מיט שמואל פרימו און נישט מיט דיר, ריכטיק ס'יז געוועהן אין אלע צייטען מענטשען וואס זענען קיינמאהל נישט צוריקגעקומען, דער שטן האט זיי אנגעכאפט ביי די קאלנער און זיכער געמאכט איהם נישט אויסצולאזען ביז נאכע'ן טויט און ביזן קעיר נעמען פון איהם נאכדעהם מיט זיינע פעללאו מלאכי חבלה, אבער אין די היסטאריע זענען געוועהן גאהר פיהל וואס די הרגשים, די ווארעמע זכרונות, די דערמאנען פון א רעבישע טיש, א טאטעס זמירות, א מאמעס לידעל, א דאווענען אין שוהל שב"ק יו"ט אדער די הייליקע טעג האט זיי גענאגט און געוועקט ביז זיי זענען צוריקגעקומען, אפילו היינט מיט די בלבול המוחות פון די הונדערטער אינטערנעט פריינט קומען נאך פיהל צוריק דורך בענקשאפט און הרגשים, טייל קענען נישט באהערשען די הרגשים, און ס'פאסט זיי דאך נישט צוריק צו קומען צוליב די אינטערנעט פריינט אדער אנדערע נארישע דמיונות, באגייען זיי סואיסייד, אבער א נארמאלער מענטש אין אזא פאל ווען ס'ציפט איהם ביים הארץ די בענקשאפט, אדער ער הייבט אן שפירען די פוסטקייט און ליידיגקייט פון זיין נייע וועג, קערט זיך צוריק צו זיינע אמת'ע גוטע פריינט און ווארעמע סביבה.

שמואל פרימו » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:01 pm

· #312727
[ציטאט אראפגענומען]


אראפגענומען...


איך וואונדער זיך ווי איז שרולי אליין, ער האט דאך דא א ניק און ווייסט זיכער אז מען האט אים געשריבן. פארוואס זאל ער נישט אהערקומען עפנטליך און ענטפערן? אתמהה.

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm

· #312728
ווייל ער ענטפערט מער נישט צו 'שרולי'...

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:06 pm

· #312730
שמואל פרימו
איך וואונדער זיך ווי איז שרולי אליין, ער האט דאך דא א ניק און ווייסט זיכער אז מען האט אים געשריבן. פארוואס זאל ער נישט אהערקומען עפנטליך און ענטפערן? אתמהה.

וואס האסטו גיענטפערט דיין משגיח ווען ער האט דיר גיגעבן א פסק חיזוק דרשה? האסט געקוקט אויפן פלאהר און געשוויגען, ער טוט די זעלבע.

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:36 pm

· #312735
אפשר וועט ער ענטפערן וואס זיין קאלאמביע קלאס זאגט צו דעם.

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:00 pm

· #312738
אפשר ווייל ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אזאנס קומט פאר אין די היימישע קאמיוניטי אזוי אפען בפומבי? פאלט דיר נישט ביי?

Kool man » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:15 pm

· #312745
ליפא
ווייל ער ענטפערט מער נישט צו 'שרולי'...


או יאמר אז ענטפערט יא, און האט שוין געענטפערט, נאר נישט פון ישראלי, נאר מיט זיין אנדערע ניק

moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:59 pm

· #312760
Kool man
נאסע ליילעך, די היסטאריע שטימט צו מיט שמואל פרימו און נישט מיט דיר, ריכטיק ס'יז געוועהן אין אלע צייטען מענטשען וואס זענען קיינמאהל נישט צוריקגעקומען, דער שטן האט זיי אנגעכאפט ביי די קאלנער און זיכער געמאכט איהם נישט אויסצולאזען ביז נאכע'ן טויט און ביזן קעיר נעמען פון איהם נאכדעהם מיט זיינע פעללאו מלאכי חבלה, אבער אין די היסטאריע זענען געוועהן גאהר פיהל וואס די הרגשים, די ווארעמע זכרונות, די דערמאנען פון א רעבישע טיש, א טאטעס זמירות, א מאמעס לידעל, א דאווענען אין שוהל שב"ק יו"ט אדער די הייליקע טעג האט זיי גענאגט און געוועקט ביז זיי זענען צוריקגעקומען, אפילו היינט מיט די בלבול המוחות פון די הונדערטער אינטערנעט פריינט קומען נאך פיהל צוריק דורך בענקשאפט און הרגשים, טייל קענען נישט באהערשען די הרגשים, און ס'פאסט זיי דאך נישט צוריק צו קומען צוליב די אינטערנעט פריינט אדער אנדערע נארישע דמיונות, באגייען זיי סואיסייד, אבער א נארמאלער מענטש אין אזא פאל ווען ס'ציפט איהם ביים הארץ די בענקשאפט, אדער ער הייבט אן שפירען די פוסטקייט און ליידיגקייט פון זיין נייע וועג, קערט זיך צוריק צו זיינע אמת'ע גוטע פריינט און ווארעמע סביבה.
איז דער מלאכי חבלה אילוסטראציע אויך א טייל פון די היסטאריע?...
איך מיין אז איסטאריע האט גאנץ פיין באוויזן אפצושאקלען רובא דרובא פון יהדות החרדית, טראץ זייער נאסטאלגישע האניג קוכן, כל מקדש און מאמעס לעכט בענטשן, און אפילו רבי'שע הייליגע נורא'דיגע אויגן.

און כלפי ווארימע אמת'ע פריינד, ווי דו שטעלסט פאר די חסידישע אלטע פריינד, קען איך זאגן איין זאך: אפגעהיטן זאל מען ווערן פון אזעלעכע אלטע אמת'ע ווארימע פריינד. שוין בעסער אלטע אמת'ע ווארימע גרף של רעי.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:33 pm

· #312812
שבת אחים
ווער איז דאס שרולי שטיין? כהאב געהערט פון א אט״ד איינע מיטן נאמען אבי שטיין, related?

זיי זענען ווייטע קאזינס

הקטן » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:15 am

· #313110
@moshav zekeinim דו האלסט אז מלאכי חבלה אילוסטראציע אדער דאס גלייכען קען איינעם אראפ פירן פין וועג?

moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 2:06 pm

· #313141
צו וואס צילסטו? איך פארשטיי נישט דיין פראגע.

Kool man » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 2:19 pm

· #313145
moshav zekeinim
Kool man
נאסע ליילעך, די היסטאריע שטימט צו מיט שמואל פרימו און נישט מיט דיר, ריכטיק ס'יז געוועהן אין אלע צייטען מענטשען וואס זענען קיינמאהל נישט צוריקגעקומען, דער שטן האט זיי אנגעכאפט ביי די קאלנער און זיכער געמאכט איהם נישט אויסצולאזען ביז נאכע'ן טויט און ביזן קעיר נעמען פון איהם נאכדעהם מיט זיינע פעללאו מלאכי חבלה, אבער אין די היסטאריע זענען געוועהן גאהר פיהל וואס די הרגשים, די ווארעמע זכרונות, די דערמאנען פון א רעבישע טיש, א טאטעס זמירות, א מאמעס לידעל, א דאווענען אין שוהל שב"ק יו"ט אדער די הייליקע טעג האט זיי גענאגט און געוועקט ביז זיי זענען צוריקגעקומען, אפילו היינט מיט די בלבול המוחות פון די הונדערטער אינטערנעט פריינט קומען נאך פיהל צוריק דורך בענקשאפט און הרגשים, טייל קענען נישט באהערשען די הרגשים, און ס'פאסט זיי דאך נישט צוריק צו קומען צוליב די אינטערנעט פריינט אדער אנדערע נארישע דמיונות, באגייען זיי סואיסייד, אבער א נארמאלער מענטש אין אזא פאל ווען ס'ציפט איהם ביים הארץ די בענקשאפט, אדער ער הייבט אן שפירען די פוסטקייט און ליידיגקייט פון זיין נייע וועג, קערט זיך צוריק צו זיינע אמת'ע גוטע פריינט און ווארעמע סביבה.
איז דער מלאכי חבלה אילוסטראציע אויך א טייל פון די היסטאריע?...
.


אנטשולדיקט, מיין תגובה איז געוועהן געוואנדען צו נארמאלע געסעטעלטע מענטשען, מאמינים, מענטשען וואס טראסטען מער די חז"ל, גמרא און זוה"ק, ואס טראסטען מער מענטשען וואס זענען זיך מתגבר אויף זייערע תאוות און יצר הרע'ס, ענדערש ווי עפעס אן אנאנימער אינטערנעט אפיקורס אדער בעל עבירה אדער סתם אפגעריסענער וואס נעמט רוב חכמתו פון די אינטערנעץ

Lexus » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 3:08 pm

· #313161
אויב ער וויל קען ער נאך צוריק ווערן א זכור?

ליפא » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:55 pm

· #313182
יא אבער מוז דורכגיין אלעס נאכאמאל א וואכנאכט א ברית, פדיון הבן אויב ער איז א בכור. Kidding..

שמואל פרימו » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:58 pm

· #313204
Kool man
ליפא
ווייל ער ענטפערט מער נישט צו 'שרולי'...


או יאמר אז ענטפערט יא, און האט שוין געענטפערט, נאר נישט פון ישראלי, נאר מיט זיין אנדערע ניק


יעצט הערשט געכאפט אז ער האט שוין אייגנטליך 'רעאגירט' אבער נישט 'געענטפערט' - פאר אזא קלוגע מענטש ווי אים פאסט נישט צו בלייבן מיטן צונג אינדרויסן און נישט ענטפערן, וואס קוקט אויס ווי א שתיקה כהודאה.

Lexus » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:50 pm

· #313235
ליפא
יא אבער מוז דורכגיין אלעס נאכאמאל א וואכנאכט א ברית, פדיון הבן אויב ער איז א בכור. Kidding..

דאכצעך מיר אז עס איז נישט דא א וועג צוריק, איך מיין אז ער האט זיך געלאזט אפשניידן, בין איך גערעכט?

רושם » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:18 pm

· #313262
@שמואל פרימו
על טעם וריח אין להתווכח.
איך האמיך אויך געדרייט און וויזניץ מאנסי אמאל,און סאיז נישט דא קיין שום חלק פון מיר וואס בענקט אהין,נישט צו די ״קורעים״ ווי די רופסט עס,און נישט צו קיין טישען קוויטעל.
אויב מיין יודישקייט וואלט באשטאנען פון א געשמאק און וויזניץ מאנסי וואלט איך שוין לאנג איבערגעלאזט יודישקייט און קיינמאל נישט צוריקגעבענקט.
נ.ב. איך בין נישט קיין אט״ד איך בין א מאמין בד׳ ובתורתו,מיין קשר צו יודישקייט באשטייט פון מיין אמונה בד׳ און פון קשר נפשי צו תורה און מצוות,
איך קוק אפט און ספרי חסידות וואס זענען שטארק מעורר מיין נפש.
אבער טוה מיר טובה צו ״ק״ורעים״ פאלען און קוויטלעך זכרונות גייט ער זיך לכאורה נישט פארבענקען.
איך לאדען @שבת אחים זיך צו לאזען הערן אויב ער בענקט זיך צוריק צו כורעים.

רושם » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:54 pm

· #313279
איך קען נישט דער בע״ד דער שטיין,אבער כפי ששמעתי והבנתי איז ער געווען א שטארקע שוואנץ,און ער איז שטארק געלעגען און חסידישע קטנות,ודין אהניה ליה אז ער איז עלטער געווארען, און סאיז עם פארמיאוסעט געווארען די קטנות׳דיגע יודישקייט וואס ער איז געלעגען און קיין זאכליכע יודישקייט האט ער קיינמאל נישט טועם געווען האט ער פארלאזט אינגאנצען דיע סיסטעם.

petergrifin » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:10 am

· #313344
װאס האט אט״ד און זיך פארעקלען פון די סיסטעם מיט פארדרײטע הארמאן׳ס?

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:08 am

· #313351
רושם
@שמואל פרימו
על טעם וריח אין להתווכח.
איך האמיך אויך געדרייט און וויזניץ מאנסי אמאל,און סאיז נישט דא קיין שום חלק פון מיר וואס בענקט אהין,נישט צו די ״קורעים״ ווי די רופסט עס,און נישט צו קיין טישען קוויטעל.
אויב מיין יודישקייט וואלט באשטאנען פון א געשמאק און וויזניץ מאנסי וואלט איך שוין לאנג איבערגעלאזט יודישקייט און קיינמאל נישט צוריקגעבענקט.
נ.ב. איך בין נישט קיין אט״ד איך בין א מאמין בד׳ ובתורתו,מיין קשר צו יודישקייט באשטייט פון מיין אמונה בד׳ און פון קשר נפשי צו תורה און מצוות,
איך קוק אפט און ספרי חסידות וואס זענען שטארק מעורר מיין נפש.
אבער טוה מיר טובה צו ״ק״ורעים״ פאלען און קוויטלעך זכרונות גייט ער זיך לכאורה נישט פארבענקען.
איך לאדען @שבת אחים זיך צו לאזען הערן אויב ער בענקט זיך צוריק צו כורעים.


וויזניץ וועט אייביג בלייבן אין מיין בלוט, איך האב ליב די ניגונים און נוסח מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן, אבער איך עקעל מיך פון וויזניץ מאנסי, קיין טראפּ מענטשליכקייט און רעספּעקט פאר אנדערע וואס האלטן נישט אזויווי זיי, זייער פארמאכט און עקשנותדיג צו זייערע פאנאטישע מיינונגען, דער רבי איז טאקע א אינטערסאנטע קאריקטור און א שטארקע פירער און סאיז דא אסאך זאכן אויף וואס ארויף צוקוקן אויף אים און זיך אפלערנען פון אים אבער דאָך איז ער צו א גרויסע פאַנאט און ביגאָט וואס פייניקט זיינע מענטשען על לא דבר, לאָט נישט זיינע מענטשען לעבן מיט זיינע פרומע משוגעתן. וויזניץ פון אמאל אינטערסירט מיך ווען ס׳האט געהערשט אמתע 'אהבת ישראל' צו א יעדע איד אפגעזעהן זיין סטאטוס און וויאזוי ער גייט אנגעטוהן וכודמה, ר׳ ישראלטשע פון ב״ב איז די איינציגסטע רבי אין די היינטיגע דור וואס איך רעספעקט מכמה טעמים, און ניין איך בענק מיך נישט צו ר׳ מאטעלע׳ס כורעים, אבער צו א וויזשניצע טיש/באטע פרייטיג צו נאכטס גראדע יא אבער נישט צו ר׳ מאטעלע אליינס, פארדעם טאקע פיר איך אליינס א וויזניצע טיש אין חצר וויזניץ־סטעטן איילענד מיטן אלטען רוימענישע וויזניצע חֶן אן קיין חשבונות מיט די גאנצע וועלט ווי ס׳הערשט טאלאראנץ צו א יעדעמס גלייבונגען און שיטות, וויזניץ מאנסי (און מסתמא וויזניץ ב״ב אויך) איז א קולט גאנץ ענדליך צו העלבראנץ און איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן דארטן אויפוואקסן.

רושם » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:48 am

· #313355
ייש"כ פאר ארויסברענגען דיינע הרגשים,סאיז שיין צוהערען.
איך עגרי מיט דיך לגבי וויזניץ מאנסי אז סאיז נישט דא דארט קיין רעספעקט צו די מענטשהייט,א מענטש איז נישט מער ווי א נאמבער,און א נכס צום רעבין.

אויב מעג איך גריבלען ווייטער בא דיר און וויין גארטען,
האט דיין אוועקגיין א שייכות מיט דיין איבעל צו וויזניץ מאנסי ?
און אנדערע ווערטער,ווען די וואלסט ווען געווען סטאנציארט און קהילה ווי מרעספעקטירט מענטשען,און מוואלטיך רעספאקטירט אלץ ווער די ביסט,וואלסטו אוכט פארלאזט די קאממיונוטי דא ?

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:28 am

· #313360
מיין אוועקגיין האט גארנישט געהאט מיט חסידות! אדרבה די חסידות איז די לעצטע זאך וואס כהאב איבערגלאזט, ס'האט מיר גענומען היפש אסאך צייט צו כאפן אז ר׳ מאטעלע האט נישט 'קיין דעה אין הימל', א זאך וואס כ'האב געהערט פון מיינע עלטערן פון ווען איך בין געבוירן. מיין אוועקגיין פון די קאמיונטי האט גארנישט צו טוהן מיט קיין פילינגס אדער א פערזענליכע אינצידענט, די שורש פון מיין גיין אט"ד האט צו טוהן מיט פארלירן די אמונה און נישט גלייבן! און איינמאל כ'האב אויפגעהערט גלייבן און אנגעהויבן פרעגן תמימות'דיגע קשיות, אנשטאט צו פראבירן צו ענטפערן האט מען מיך ארויסגעשטיפט פון די קאמיונטי און געשלאגן כפרות מיט מיר. לכתחילה האב איך מסכים געוועהן צו בלייבן אין די קאמיוניטי און בלייבן דארט פאר די קינדער און שפילן די געים, אבער מיין געוועזענע מיט וועם איך בין געוועהן חתונה געהאט פאר פופצן יאר האט בשום אופן נישט געוואלט וואוינען מיט מיר אויב איך גלייב נישט אפילו נאר אינערליך.

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 9:19 am

· #313370
Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין
לאנג נאכדעם וואס דו האסט שוין נישט געגלייבט אין די קאנצעפט 'הימל', האסטו נאך געגלייבט אז ר' מאטעלע האט א דעה דארט?

דו בלעימסט דיין עקס פארן נישט וועלן זיין מיט איינעם וואס גלייבט נישט אינערליך?
וואס איז מיט אנדערע ארג.'ס? איך בין זיכער דו ווייסט ס'דא אנדערע רבנים און מענטשן וואס קענען און זענען גרייט דיר צו ענטפערן דיינע תמימות'דיגע קשיות אנשטאט דיך אוועק צו שטופן.

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:17 am

· #313375
דעת תורה
לאנג נאכדעם וואס דו האסט שוין נישט געגלייבט אין די קאנצעפט 'הימל', האסטו נאך געגלייבט אז ר' מאטעלע האט א דעה דארט?


ניין, אבער ס׳איז מיר געווען זייער שווער איבער צוקומען די עבודה זרה פון ווען איך האב אנגעפאנגען זיך צו וואקלען אין אמונה ביז איך בין געקומען צו די פעסטע החלטה אז ר׳ מאטעלע איז א בשר ודם און נישט קיין מלאך. היינט טראכט איך צוריק און ס׳קאסט מיר א לאַך אבער אמאל האב איך ערנסט געהאלטן אז דער מענטש פליט אין הימל, פאר איך בין אריין צו אים מיט א קוויטל פלעגט זיך מיך די בויך דרייען און איך האב געציטערט פאר שרעק...
דו בלעימסט דיין עקס פארן נישט וועלן זיין מיט איינעם וואס גלייבט נישט אינערליך?

איך האב נישט געזאגט אז איך בלעים איינעם איך פארצייל נאר די מעשה וויאזוי עס איז צוגעגאנגען.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:20 am

· #313376
נישט קיין ווינדער האסט אויפגעהערט גלייבן.

ביסט אינגאנצען משוגע? די בויך זיך דרייען? פליט אין הימעל?

א ערליכע איד!!!

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:28 am

· #313377
זעהט טאקע אויס אז איך בין אינגאנצן משוגע, אבער בלייבט נאר איבער א קשיא וואס איז מיט די אלע אנדערע טויזענטער אידן וואס האלטן נאך היינט צו טאגס אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל? פארוואס קומען זיי נישט אן צו די החלטה???

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:01 am

· #313385
וואס גייט דיר אן וואס אנדערע האלטן? דו זארג פאר דיר! דו דארפסט נאר גלייבן אז דער באשעפער איז אין הימל, ודי בזה!
לאז די מענטשן אויף דער ערד, זיי זענען נישט אין הימל.

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:09 am

· #313388
שמעקעדיג
וואס גייט דיר אן וואס אנדערע האלטן? דו זארג פאר דיר! דו דארפסט נאר גלייבן אז דער באשעפער איז אין הימל, ודי בזה!
לאז די מענטשן אויף דער ערד, זיי זענען נישט אין הימל.


זיי מסביר? וואס גייט דיך אן צו גלייבן אז דזאשסעף סמיט האט באקומען גאלדענע לוחות וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז יאשקע איז אויפגעשאנען נאך זיין טויט? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל?

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:10 am

· #313390
ווייל דו דארפסט גלייבן אין די אני מאמינ'ס, ותו לא מידי.

אהרן » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:14 am

· #313392
שבת אחים
שמעקעדיג
וואס גייט דיר אן וואס אנדערע האלטן? דו זארג פאר דיר! דו דארפסט נאר גלייבן אז דער באשעפער איז אין הימל, ודי בזה!
לאז די מענטשן אויף דער ערד, זיי זענען נישט אין הימל.


זיי מסביר? וואס גייט דיך אן צו גלייבן אז דזאשסעף סמיט האט באקומען גאלדענע לוחות וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז יאשקע איז אויפגעשאנען נאך זיין טויט? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל?


1- די ביסט אויך נישט ׳איבערצייגט׳ אז עס איז נישטא קיין גאט, די ביסט נאר נישט איבערצייגט אז יא, משא"כ מיר זענען יא איבערצייגט אז זאת התורה לא תהא מוחלפת (ממילא די אלע וואס גלייבן אין דיינע דערמאנטע גלייבן דאך אין וואס מיר גלייבן, אבער אונזער גלויבן שטעלט אוועק אז ׳דערנאיז נאו פלעיס פאר טשענטשעיס׳)


2- פרעגסט א שאלה וואס גייט דיר אהן? ער האט גארנישט באצאלט פארן נישט גלייבן, כנראה האסטו יא באצאלט מיט דיינע קינדער און דיין באקוועמע לעבן (וואס די שרייבסט אז די האסט געהאט, נאר פארלוירן אדאנק דיינע קשיות)

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:15 am

· #313393
פתי יאמין לכל דבר

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:23 am

· #313396
.

אהרן » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:23 am

· #313397
.

אהרן » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:28 am

· #313399
די ביסט צו קליג, איך ענטפער נאר אויף וואס די פרעגסט
שבת אחים


זיי מסביר? וואס גייט דיך אן צו גלייבן אז דזאשסעף סמיט האט באקומען גאלדענע לוחות וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז יאשקע איז אויפגעשאנען נאך זיין טויט? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל?


אויף דעם איז דא א תירוץ, כמבואר.

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:33 am

· #313402
אין אנדערע גלעגענהייט וועלן מיר שמוסען ווייטער, יעצט דארף מען גיין מאכן פרנסה. שרייבן אויף קאווע שטיבל איז נאר גוט צו קוועטשען דעם באנק און נישט צו דעקן די באנק. 🙂
בלאט: 1 2 3 4 5