☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9881

פוחת ועומד » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 12:31 pm

· #311701
ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
שוין אסאך מאל וואס איז אויסגעקומען צו הערן (נישט דערהערן) פון חברים און אנדערע חסידישע אז ''דע ליטוואקס זענען די ערגסטע'' אדער ענליכס. איך האב עס קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס ס'דא גענוג פון אונז וואס האלטן אזוי, ווען איך פרעג זיי פארוואס און מיט וואס? האב איך נישט פארשטאנען פונקט די אלע תירוצים, אבער ס'האט אויסגעזען אז דאס איז עפעס וואס איך קען נישט דערגיין וויבאלד איך האב נישט צופיל א קאנטאקט מיט אנדערע און זיכער נישט מיט ליטוואקס.
אבער דאס ביסל וואס איך האב יא געהאט מיט לעיקוואודע אידן איז גאר עפעס וואס האט מיר געגעבן א פארקערטן בליק אויף זיי. ווען איך ווייל שבת אין לעיקוואוד עטליכע מאל אין יאר שטיי איך אלץ איין בחינם ביי אידן וואס גיין פונקט אוועק פאר שבת און זיי געבן איבער זייערע דירות הארצן גערן, שוין געווען וואס לאזן איבער צעטלעך אז מ'קען נוצן אלעס פון די הויז מיט א ברייטקייט אלעס מיט א שמייכל. פונקט...? ווי חסידים.
עכ''פ איך ווייס דאך אבער נישט אויב יענע זענען דע ליטוואקעס וועלכע געוויסע פון אונז חסידים בארעדן אזוי, זענען זיי אפשר ישיבה'ש? אדער סתם מאדערנע איך דערקען נישט. אבער לעצטענס האט מיר איינער פארציילט עפעס וואס אפשר ווארפט א ליכט וואס יענע מיינען ווען זיי ברענדען ליטוואקס ווי שלעכטע על אף וואס ס'מוז נישט זיין אז ס'איז ממקור הרע. ער האט געזוכט א פארקינג א שעה צייט שפעט אין דער נאכט ער האט גארנישט געקענט טרעפן בלית ברירה האט ער געפארקט אין א גרויסע הויף פון א ליטווישע ישיבה ביים עק אינגאנצן, דארט איז א גרויסע הויף וואו מ'שפילט באל אינמיטן טאג אביסל. ווען ער איז געקומען נעמען זיין קאר איז דער עפענונג געווען געבלאקט מיט א קאר דעם ראש ישיבה'ס קאר, ער האט אים אפירגעזוכט און מסביר געווען וואס ער האט געהאט צו זאגן, דער ליטוישע ר''י זאגט אים אבער אז ס'איז א פריוואטע לאט ממילא קען ער אים נישט העלפן... ער וועט מוזן היינט זיין אן א קאר.... ער גייט נישט רוקן זיין קאר פונעם טיר. יענער האט זיך איינגעבעטן שוין מיט טרערן אז ס'איז געווען בלית ברירה ממש און למעשה האט ער קיינעם געשטערט און ער מוז האבן זיין קאר פאר ביזנעס. אבער והוא באחד און דער ר''י שפאצירט אוועק יעצט ווער איז גערעכט? ס'מאכט באמת נישט אויס ווייל איינעם קען מען פארשטיין געפילש און דעם אנדערן קען מען פארשטיין לעגאל... אבער כ'קען נישט טראכטן פון א חסידישן ר''י טון אזאנס. איז אפשר דאס פשט וואס יענע זאגן? קען זיין. איז עס שלעכטקייט? אדער ענדערש מער דאס עצם ליטווישע תורה'דיגע פונקטלישקייט? איך האב קיין מיינונג.

יהושע חיים » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 2:44 pm

· #311707
כלל און לעבן מאך נישט קיין באשלאסן אויף איין מעשה וואס די הערסט אויף איין מענטש (אדער אום מענטש) און סטעמפל אפ א גאנצע געמיינדע!!!!!
אזאליכע זאכן קענען פארסירן פונקט אזוי ביי חסידים (נישט עס קען געשען נאר עס געשעט יעדן טאג אזאלכע עפיזאדן מיט חסידים ליטוואקעס און שווארצע ווייסע פאטריקאנע וכו' )

פוחת ועומד » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 4:23 pm

· #311714
גוט זאג דאס פאר די אלע וואס רעדן בארעדן אלע ליטוואקעס, איך בין נישט פון יענע. אבער דאס קען זיין א כלליות חילוק צווישן חסידים און ליטאים, די הקפדה וואס ער האט איז דאס זעלבע וואס ער איז אזוי מקפיד צו דאווענען פארן זמן תפילה, און דער חסיד וועט כאפן ענדערש א מקוה קודם אפילו ער וועט צוליב דעם שפעטיגן חצות. חסידים זענען מער קערליס מער געפיל, זיי זענען מער שטייף נישט נאכגעביג.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 6:46 pm

· #311723
מ'שטעלט צו א ליטווישע ראש ישיבה צו א חסידיש'ע ראש ישיבה?! ער איז מער צוגעשטעלט צו א חסידיש'ער רעבע. א רעבע איז נארמאל אסאך שלעכטע ווי זיין חסידים. דער ראש ישיבה וואס דו האסט מיט איהם אנגעשטויסען וואלט דיר קיינמאל נישט געגעבען זיין שטוב און ער וועט זיין פינגער אין קאלט וואסער נישט לייגען פאר א פרעמדע'ן. אבער זיין אנהענגער'ס וועלען מעגליך יא. א רעבע וואלט אפשר קיינמאל נישט אזוי געטוהן מיט זיין קאר, אבער פראביר צו זיצען אין זיין בענקעל, אדער צו נוצען די זעלבע נאמען פון זיין דערפעל אין מזרח אירופא פאר דיין קרעטשמע. 'עסט שוין כאפען א פארציע.

דער מושג פון די ליטווישע שלעכט'ס האט א מקור, אבער איך ווייס נישט צו ס'איז פון שלעכט'ס. איך קלער אז ס'איז פשוט טבע המדינות. דער ליטווישע פויער איז אויך געווען אנדעריש ווי די אונגארישע פויער. וואס מיין איך? דער ליטוואק לעבט אסאך מער אין זיך און מיט זיך, ער לעבט אסאך ווייניגער מיט אנדערע. עכ"פ דער אריגינעלע ליטוואק איז זיכער אזוי געווען. דעריבער איז איהם שווערער צו זען די פראבלעמען פון א צווייטען און דאס צו נעמען אלס זיין פראבלעם. פון דעם קומט ארויס אסאך ווייניגער 'עסקנים', און שוויצער'ס מיט ביפער'ס (ס'איז דא אזעלכע דא אויך, אבער עפ"י רוב פון די פרעמדער און מענטשען וואס קענען נישט געלונגען אין סיי וואס פאר א צווייטען אמט) און אזוי אויך איז דאס לייכטער אפצוזאגען א היט"ש אדער איינער וואס בעט געלט אין בית המדרש. דאס איז די נאטורליכע פוילקייט און איינזאמקייט וואס די ליטווישע איד האט געהאט.

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 1:20 am

· #311752
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
ס'איז פשוט. א ליטוואק פעלט (פון זיין) הארץ. ווייל א שטיקל דערפון איז א צלם.

(הגם אריגינעל פלעגט מען זיי רופן - עכ"פ אין פוילן - א 'צלם - קאפ'. און לפי זה וואלט דאך זיי געדארפט פעלן אין קאפ. איז יתכן אז לעולם פעלט זיי עס אין הארץ, נאר פאר א הארצלאזן ליטוויק גייט דאך דאס נישט אן, זאגט מען, זיי אויף צו להכעיס, אז עס פעלט זיי גאר אין קאפ).

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 2:13 am

· #311755
כ'בין סתם נייגעריג ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם 'געלונגענעם' ווערטל אז אלע ליטוואקעס האבן א צלם אין זייער הארץ

וזרח השמש » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 3:20 am

· #311759
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 7:47 am

· #311761
וזרח השמש
די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ער האט געמיינט א ליטווישען איד אדער א ליטווישען גוי?

mevakesh » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 8:25 am

· #311763
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
באלאנגט אין פארמעקטע אשכולות

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 10:21 am

· #311771
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
ס'איז וויכטיג ס'זאל ארויסקומען דער גלויבונג. פארדעקט אונטער'ן טעפיך איז דער פראבלעם.

א איד » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:05 pm

· #311791
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
וזרח השמש
די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ווי איז די מקור פונעם דברי חיים?
ווער ברענגט עס פון עם?
איך גלייב נישט אזא סטעיטמענט פונעם דברי חיים.

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:11 pm

· #311796
אויב ס'איז געווען א חסידישע רבי וואס האט געזאגט אזא סטעיטמענט איז עס הערשט נישט געווען דער דברי חיים בידוע

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:14 pm

· #311798
וזרח השמש
די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

דאכט זיך די וואס זאגן די מימרא זאגן עס פון מנחת אלעזר נישט פון דברי חיים

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:16 pm

· #311800
.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:18 pm

· #311801
ליטוואק פון בודאפעסט
א רעבע וואלט אפשר קיינמאל נישט אזוי געטוהן מיט זיין קאר, אבער פראביר צו זיצען אין זיין בענקעל, אדער צו נוצען די זעלבע נאמען פון זיין דערפעל אין מזרח אירופא

הייסט אין די ראש ישיבה'ס בענקל קען איך זיך יא פראבירן זעצען? אדער עפענען א קרעטשמע מיט זיין נאמען הא?

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:22 pm

· #311805
ס'איז באוואוסט אז די ליטווישע ראש ישיבות האבן אנדערע הלכות בנוגע בענקעלעך און בכלל זייער הויז. למשל אויב וואלסט פראבירט זיך אראפצוזעצן אויף רב שטיינמאן'ס בענקל וואלסטע עס לכאורה נישט געמאכט, וויל וואלסט זיך געטראפן אויפן ערד צוזאמען מיט נאך אפאר פליענדע ברוכווארג..

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:24 pm

· #311806
הייסט די מיינסט טאקע ווייל ער האט נישט טאהש'ע רבי'ס שטיהל לאזט מען מיך זיך אוועקזעצן אויף דעם?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:42 pm

· #311810
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
אנטשולדיגט, אבער הרב שטיינמאן איז נישט דער ראש ישיבה וואס מ'מיינט.

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:44 pm

· #311812
איך רעד להלכה ולא למעשה

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:58 pm

· #312278
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
א איד איז געגאנגן צום סקולענער רבי ז"ל נאכן ערשטן בעשוי פון זיין טאכטער, האט ער אויסגערעכנט די מעלות פונעם מדובר ובתוכם אז דער בחור איז זייער א גראדער מענטש און האט געזאגט אז ער וועט בשום אופן נישט נעמען קיין פ"ס מיט פרשת שמיני וכו', האט אים סקולענער רבי געזאגט זייער א שיינע זאך פון אים אבער טאמער זוכסטע א בחור וואס איז חשקה נפשו בתורה זאלסטע אים ניט נעמען ווייל איינער וואס וויל באמת לערנען וועט נעמען די זאכן אבי ער זאל קענען לערנען.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:20 pm

· #312281
קל וחומר
א איד איז געגאנגן צום סקולענער רבי ז"ל נאכן ערשטן בעשוי פון זיין טאכטער, האט ער אויסגערעכנט די מעלות פונעם מדובר ובתוכם אז דער בחור איז זייער א גראדער מענטש און האט געזאגט אז ער וועט בשום אופן נישט נעמען קיין פ"ס מיט פרשת שמיני וכו', האט אים סקולענער רבי געזאגט זייער א שיינע זאך פון אים אבער טאמער זוכסטע א בחור וואס איז חשקה נפשו בתורה זאלסטע אים ניט נעמען ווייל איינער וואס וויל באמת לערנען וועט נעמען די זאכן אבי ער זאל קענען לערנען.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

במחילת כבוד רשכבה"ג מנהיג הדור וכו', מה נעשה בלשמור ולעשות?

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:30 pm

· #312285
רוב דיינים האלטן אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו נעמען (איינער וואס דארף צוקומען דערצו פארשטייט זיך), זיי קענען פשוט נישט פסק'נען אין די עפנטליכקייט 'מטעם הכמוס'.

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:38 pm

· #312287
וואס איז די היתר? נשתכחה תורת הבעש"ט?

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:46 pm

· #312290
קומסט מיר פאר ווי א ת"ח, וואס איז די איסור?

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:06 pm

· #312297
עיי' סנהדרין כה:

'חסידישע אמוראים'

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:13 pm

· #312299
קל וחומר
קומסט מיר פאר ווי א ת"ח, וואס איז די איסור?

נישט קיין ת"ח, אבער האו אבאוט גניבה, אונאה, צדקה פון א גוי, דרכיה דרכי נועם, א.א.וו.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:20 pm

· #312300
די געלט איז באשטימט פאר דעם צוועק, קומען קומט עס פון יודי מאנדל'ס טעקס, גניבה איז עס נישט ווייל זיי גיבן עס אוועק, באהאלטן פון טעקס עיין במקור שציינתי לעיל

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:59 pm

· #312309
אוי! ווי הייבט מען דא אהן?

זיי גיבן דאס אוועק? בתנאי כפל אז מען קוואליפיצירט.

אויב דו פארשטייסט אז ס'קומט פון יודי מאנדל, וויאזוי מעגסטו נעמען אהן זיין רשות?

ווי קומט דא אריין "באהאלטן פון טעקס"?

ווען דו זאגסט "עיין במקור שציינתי לעיל", מיינסטו "עיי' סנהדרין כה:, 'חסידישע אמוראים'"? כ'זעה נישט קיין ווארט פון "חסידישע" אדער "אמוראים" אין סנהדרין דף כ"ה.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 4:16 pm

· #312313
צוטירסט מיין מקור מיט א עמוד ב (:) און דו זאגסט אז דו טרעפסט נישט אין עמוד א...

די געדאנק איז די זעלבע וואס מ'ניצט לגבי נעמען געלט פון די מדינה, אז בס"ה נעמט מען צוריק די געלט וואס מ'האט איינגעצאלט פאר טעקס.

לגבי יודי מאנדל ער האט שוין נישט קיין סעי אויף די געלט וואס ער האט איינגעצאלט אבער לגבי ס'זאל נישט הייסן אז מ'נעמט עפעס פונעם גוי נאר מ'נעמט צוריק זיין טעקס איז עס גוט.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:12 pm

· #312319
הערטס אויף לופטערן שטותים ווייל איך זעץ ענק אלע איין אין תפיסה.

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:35 pm

· #312325
קל וחומר
צוטירסט מיין מקור מיט א עמוד ב (:) און דו זאגסט אז דו טרעפסט נישט אין עמוד א...

דו האסט מיין פינטעלע גענומען צו ערענסט. איך זעה עס נישט אויף עמוד ב'.

קל וחומר
די געדאנק איז די זעלבע וואס מ'ניצט לגבי נעמען געלט פון די מדינה, אז בס"ה נעמט מען צוריק די געלט וואס מ'האט איינגעצאלט פאר טעקס.

די ווארט "צוריק" איז נאר שייך אויב דו האסט קודם געגיבן.

קל וחומר
לגבי יודי מאנדל ער האט שוין נישט קיין סעי אויף די געלט וואס ער האט איינגעצאלט אבער לגבי ס'זאל נישט הייסן אז מ'נעמט עפעס פונעם גוי נאר מ'נעמט צוריק זיין טעקס איז עס גוט.

סאו מיר גנב'נען פון א איז דורכן גוי. אז כ'פרעג היתכן מען גנב'ט, איז עס א יוד'ס שטייער. אז כ'פרעג היתכן מ'נעמט צו א יוד'ס געלד, איז עס דעם גוי'ס. דאס איז די פארקערטע פון א קעטש-20. בכתב קען מען דאס נישט באקומען צוליב סיבות שונות, אבער דער היתר איז חי וקיים, [נישט] אונטערגעשריבן דורך א באנדע פוד-סטעמפס געניסער. געוואלדיג.

לאמיר דאס איבערגיין בקיצור: צורירן די בארד איז יהרג ועל יעבור און פוד סטעמפס איז מותר לכתחילה (אדער גאר א מעלה).

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:00 pm

· #312326
איך ווייס נישט קיין איסור אפשר צו נעמען פון די רעגירונג, אבער איך גלויב אז ס'איז א דבר מכוער אוועקצושטעלען דער לעבען אויף אזא אופן. ווען איינער טרעפט זיך אין אזא מצב זאל ער נעמען, אבער דאס אוועק שטעלען דער לעבען צו זיין א נופל על הציבור, ובפרט א ציבור וואס פארשטייט נישט און דארף נישט פארשטייען די וויכטיגקייט פון וואס ער טוט (זייענדיג גוים) איז נישט אויסגעהאלען, עכ"פ לדעתי.

איך רעד אזוי אין דער וועלט אריין, איך נעם אזעלכע געלטער ובפרט ווען איך בין געווען אין כולל, אבערמיין מציאות איז אנדעריש ווי אנדערע, און למעשה אזוי קלער איך אפילו קעגען מיין מעשים.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:08 pm

· #312327
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
סוף עמוד ב'

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:11 pm

· #312329
אז די רעגירונג קען שפענדן 500 מיליאן דאלער צו טרענירן דריי אנטי אסאד רעבלען, און קיינער פון פענטעגאן זיצט נישט אין תפיסה דערפאר, וועט דיר זיין זייער שווער מיר צו איבערווייזן אז איך דארף אפילו א קלער געבן פאר איך נעם מיינע פאר הונדערט דאלער פון פראגראמען.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:14 pm

· #312331
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
די חוק לויטעט אז מ'דארף גיבן שטייער, מיט דעם חוק האט מען שוין געמאכט קונצן בזמן חז"ל אזוי מ'זעהט אין סנהדרין כה 'סוף' ע"ב.

די געלט באלאנגט שוין נישט צו יודי מאנדל, ווייל אפילו אויב מ'וועט זאגן אז זיי נעמען עס בגניבה איז דא יאוש בעלים.
טאמער איך האב מיך געטראפן א וועג וויזוי צוריקצונעמען די געלט וואס זיי האבן גענומען ביי יודי מאנדל בינעך נאכנישט קיין, חוץ מזה וואס גניבה הייסט נאר ווען איך נעם עפעס ביי יענעם, נישט ווען איך נאר יענעם אריין מיך צו געבן.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:40 pm

· #312334
ווער איז דאס יודי מאנדעל? איך קען איהם גייען בעטען א נדבה?

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:44 pm

· #312335
ליפא
אז די רעגירונג קען שפענדן 500 מיליאן דאלער צו טרענירן דריי אנטי אסאד רעבלען, און קיינער פון פענטעגאן זיצט נישט אין תפיסה דערפאר, וועט דיר זיין זייער שווער מיר צו איבערווייזן אז איך דארף אפילו א קלער געבן פאר איך נעם מיינע פאר הונדערט דאלער פון פראגראמען.

און אויב ביל געיטס שפענד $10,000,000 אויף לוקסוס אדער טראמפ-באטשי שפענד רוב פארמעגן פארן פרעזידענטשאפט, מעג איף אויפפיקן די איבריגע?

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:46 pm

· #312336
קל וחומר
סוף עמוד ב'

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

בבלי?
תלמוד בבלי · סנהדרין · כה · ב
מעיקרא סבור מאי דקיץ להו קא שקלי כיון דחזו דקא שקלי יתירא פסלינהו אמר רבא רועה שאמרו אחד רועה בהמה דקה ואחד רועה בהמה גסה ומי אמר רבא הכי והאמר רבא רועה בהמה דקה בא"י פסולין בחוצה לארץ כשרין רועה בהמה גסה אפילו בא"י כשרין ההוא במגדלים איתמר ה"נ מסתברא מדקתני נאמנין עלי שלשה רועי בקר מאי לאו לעדות לא לדינא דיקא נמי דקתני שלשה רועי בקר ואי לעדות שלשה למה לי ואלא מאי לדינא מאי איריא שלשה רועי בקר כל בי תלתא דלא גמרי דינא נמי הכי קאמר אפילו הני דלא שכיחי ביישוב א"ר יהודה סתם רועה פסול סתם גבאי כשר אבוה דר' זירא עבד גביותא תליסר שנין כי הוה אתי ריש נהרא למתא כי הוה חזי רבנן א"ל (ישעיהו כו, כ) לך עמי בא בחדריך כי הוה חזי אינשי דמתא אמר ריש נהרא אתא למתא והאידנא נכיס אבא לפום ברא וברא לפום אבא

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:47 pm

· #312337
קל וחומר
די חוק לויטעט אז מ'דארף גיבן שטייער, מיט דעם חוק האט מען שוין געמאכט קונצן בזמן חז"ל אזוי מ'זעהט אין סנהדרין כה 'סוף' ע"ב.

די געלט באלאנגט שוין נישט צו יודי מאנדל, ווייל אפילו אויב מ'וועט זאגן אז זיי נעמען עס בגניבה איז דא יאוש בעלים.
טאמער איך האב מיך געטראפן א וועג וויזוי צוריקצונעמען די געלט וואס זיי האבן גענומען ביי יודי מאנדל בינעך נאכנישט קיין, חוץ מזה וואס גניבה הייסט נאר ווען איך נעם עפעס ביי יענעם, נישט ווען איך נאר יענעם אריין מיך צו געבן.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

יאוש בעלים איז נאר פארהאן בי יענעמ'ס געלד. יענעמ'ס געלד טאר מען נישט נעמען.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:49 pm

· #312338
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
לא זכיתי להבין, אולי יועיל בטובו לבאר

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 8:08 pm

· #312342
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
קל וחומר, די קונצן האט מען געמאכט ווייל ס'איז נישט געווען קיינע יושר'דיגע שטייערן וועלכע האבן מחייב געווען אלע תושבים אייניג. עיין תוס' (או רשב"א בשמם) על אתר.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:00 pm

· #312352
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
אבוה דר' זירא וכו'

ביסט מכובד פארצולערנען בקול

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:01 pm

· #312354
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
די זעלביגע איז ביי אונזער סיסטעם ואיכמ"ל

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:30 pm

· #312412
שמעקעדיג
הערטס אויף לופטערן שטותים ווייל איך זעץ ענק אלע איין אין תפיסה.


המבין יבין, והמשכיל ידום.

דולה ומשקה » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 2:33 pm

· #314002
עיין כאן וימצא שאלו ואלו דא"ח
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4066#p125121">viewtopic.php?f=24&t=4066#p125121</a><!-- l -->