☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה

לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9880

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 4:28 pm

· #311599
לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה
(ניגון: אוי חנוכה)

אוי חנוכה, אוי חנוכה, א יום טוב א טייערע,
א צוקער'דיגע, א פעשע'דיגע, נישט דא נאך א זיינע,
אלע נעכט מיט דרייען פאר פארקינג זוכן מיר,
הייסע פרישע משוגעת toys קויפן מיר אן א שיעור.

קומסט קינדער, ווי א באנדע רינדער,
די מאגן מיט אויל'יגע חאזעריי אנצינדן,
זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 4:34 pm

· #311600
(ניגון: לאטקעלע לאטקעלע)

א פארטי און נאך א פארטי, האפ, האפ, האפ,
עס טוט שוין וויי פון געדערים ביז'ן קאפ,
פאק דיך אן זייער זייער פיין,
אז אויפן טרעדמיעל זאלסטו האבן פ"וו צו גיין.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 4:43 pm

· #311602
א מייסטערווערק אויף חנוכה פון חברינו @גנדי, לעצטע יאר ביים שוששנים פארמעסט

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 4:55 pm

· #311605
(ניגון: דריידעלע, דריידעלע, דרום דרום דרום)

מיידעלעך און אינגעלעך דרייען זיך ארום,
ראפלעך און לאטערי'ס פארקויפן זיי אומעטום,
נס גדול יהיה פה,
אויב איך וועל געווינען דעם שייטעל אדער טוי.

געוואלדיג » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 5:01 pm

· #311606
(ניגון: איין קליינע וכו' פינגער)
איין קליינע צוויי קליינע דריי קליינע קינדער,
פיר קליינע פינעף קליינע זעקס קליינע קינדער,
זיבן קליינע אכט קליינע קינדער
און א פושקע אויך.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 5:08 pm

· #311608
(יונים נקבצו עלי)

ילדים נקבצו עלי,
אזי בימי חשמנים,
ופרצו חומת אוצרי,
וגנבו כל הכספים.

ומנותר ה'קרעדיט קרטים,
נעשה אשתי ניי"ס ל'שייטלים,
בני בינה ימי חובות,
קרעו ה'בוזשעט לקרעים,
בני בינה ימי חובות,
קרעו ה'בוזשעט לקרעים.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 7:25 pm

· #311620
[quote="מאראנצןזאפט"]
אוי טאטע, איך קייך פאר געלעכטער. 😂[/quote]

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 7:38 pm

· #311623
דא איז געווען די הקדמה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/165283">viewtopic.php?p=165283#p165283</a><!-- l -->

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 7:46 pm

· #311625
קוק, ער געדענקט בעסער ווי מיר וואס איך האב געשריבן. wow!

פליקער » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 8:36 pm

· #311626
Re: לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה
שמעקעדעג מיינט די אנהויב פון יענע תגובה[emoji12]

שלאף קאפל » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:47 am

· #315374
רויטע וואנצעס
(ניגון: אוי חנוכה)

אוי חנוכה, אוי חנוכה, א יום טוב א טייערע,
א צוקער'דיגע, א פעשע'דיגע, נישט דא נאך א זיינע,
אלע נעכט מיט דרייען פאר פארקינג זוכן מיר,
הייסע פרישע משוגעת toys קויפן מיר אן א שיעור.

קומסט קינדער, ווי א באנדע רינדער,
די מאגן מיט אויל'יגע חאזעריי אנצינדן,
זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

נעבעך האסט נישט א געפיל צו חנוכה

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:49 am

· #315375
נעבעך, האסט נישט א געפיל צו הומאר.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:52 am

· #315376
ער האט נישט קיין געפיל צו @רויטערס נשמה, א שאד!

רימון » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:58 am

· #315378
Re: לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה
דריטע תגובה,
הדא דכתיב שדפ''א

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:04 pm

· #391340
לאכט אידן, לאכט!