☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דער סבלן (פאעזיע)

דער סבלן (פאעזיע)

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5639
בלאט: 1 2

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:45 pm

· #174877
דער סבלן (פאעזיע)
אינעם שויס פון נאטור
אונטערן בלויען הימל קלאר
גרינע טעפיכער פון ארום
רויזן אומעטום

איבערן קעפל וואלקענעס ווייסע
א זונעלע א הייסע
מיט'ן קאפ אויפגעריסטעט אינדערהייך
פונקט אין צענטער שטיי איך

די פייכטע בלעטלעך
דינטשיגע צווייגעלעך
מיט'ן טאקט פון א ווינטל קיל
זיי שעפשען א געבעט שטיל

שאטנס איינגענעמע פאלן
טשיפטשנדע פייגעלעך שאלן
צום ווייטן האריזאנט מיינע בליקן
א לעבן צום דערקוויקן
צלך נאה – עס קען בעסער נישט זיין
איך שמייכל צו מיר אליין

א בילד צו ווערן אנטציקט
אויף מיר ארויף יעדער קוקט
א פאנאראמע ווי א טרוים
דאס בין איך דער בוים

*

אבער א טאג געקומען
מיין קרוין אראפגענומען
אין א מאמענט א שווארצן
מיך פארניכטעט אינגאנצן

נישטא קיין שעפשע קיין געזאנגען
אין שטילקייט בין איך געפאנגען
דינטשיג און מאגער
אויס זאגער
מיין זעל ליידיג מיינע טעג פוסטע
ליפן פארביסענע א קאלמוטנע גיסטע

פון מיין היים אוועקגעפירט
א נאמען ארויפגעשמירט
פארלוירן מיין ראזע קאליר
פארוואנדלט אין בלאסן פאפיר

*
און אט א טרייסט
א פרישע גייסט
א טוליע אין הארצן
נישט שטום אינגאנצן

א פארציילער ווער איך
וועמען שטער איך
א מיסיע א קלארע
פרישע ווארע
מיט א רואיג געמיט
דער שרייבער געניט
מיט טינט מיך באצירט

די טראפן שלינג איך
א ניגון זינג איך
אט שוין מ'נעמט מיר אפיר
א הויפט ראלע וועט שפילן דער פאפיר
צום גוטן טויגן
איך בין דער שרייבן בויגן

*

אבער וויי געוואלד ס'ציפט
א גלענצנדע געלעגנהייט איבערגעהיפט
צעקלאפט צעבראכן צעקריצט
פאר נארישקייטן פארניצט

הענט און פיס ציטערן
א סוף אזא ביטערן
א קול א הויכן אבער געפילן שטיל
קיין שאנסן מער מיין קבר דער דיל
קיין טינט בלויז טריפנדע טרערן
אזוי ביטערליך מיר צו באשערן

צעטרויטן אויפ'ן שטראז
חלומות א זייפן בלאז
וויינען איך וויל
געווארן א פאשקעוויל

*

אין בושה זינק איך
א ריח אוי שטינק איך
א שווארצע ענדע
ראזע רויט אבער פון שאנדע

איז בכלל א וואונדער
עס ווייסן קייט און קינדער
מיין בלוט הפקר פעטרישקע
א נשמה א ראזשינקע
מיך מעג יעדער בא'עוול'ען
ווייל איך בין דער פאפיר דער סבלן

משה געציל » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:56 pm

· #174882
אוי, פאפיר מיינס,
איך פיל די פיין דיינס,
זארג נישט מיין ליבער,
א טאג וועט פאראיבער,
די מיסט צונויפקלויבן,
רעסייקלן און צושטויבן,
זיי פון פריש רעפראדאצירן,
צו גלאט ווייסע פאפירן,
מאראנצן מיט זיין טאלאנט,
דיר באצירן ווי א בריליאנט,
מיט א פאזיע קונסט דיר פאראייביגן,
לעולמי עד דיר פארטיידיגן!

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:57 pm

· #174883
מאראנצןזאפט 👍
איך לייק מיר אליינס, מיין ערשטע פאעזיע און ס'געוואלדיג 😂 .

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:59 pm

· #174884
משה געציל, נו גילוי!

אשפגת"י עד מאוד, א שאד ס'מיר נישט איינגעפאלן 😂 .

יאיר » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:59 pm

· #174885
און דאן מיטאמאל
פונדאסניי אויפגעראכטן
ארבעטער אן א צאל
מען האט מיר פארראכטן

פון מיסט ארויסגענומען
אנשטאט פאלשע בלבולים
הערליכע ווערק ארויסקומען
נאך מיינע פילצאליגע גלגולים

טענער פון מוזיק און געזאנג
חידושי תורה פון גאונים
פאעמעס פאר א געשאנק
טיפע רעיונות פון דרשנים

וויסנשאפט מען וועט איינקויפן
מיינע טינט שלינגען מיט דארשט
געהאלטן ווערן אין א גרויסער הויפן
פון ביכער און ספרים יעדער סארט

איך גיי טאקע דורך אזויפיל טענץ
מען צורייסט מיר און צופליקט
אבער דאן ווער איך צוריק ערגענצט
אויף מיר מיט שטאלץ יעדער קוקט

משה געציל » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:00 pm

· #174888
חברה, גלייבטס אים נישט אויפן ווארט.
א שטיקל וואס פארשטעקט ערפארענע פאזיע שרייבער!

יאיר » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:00 pm

· #174889
נישט צום גלייבן, ממש שני ניקים בסגנון אחד. איך וויל דרוקן שיק, און געציל האט מיר שוין אויסגעכאפט, כ'האב עס געמוזט ריסייקלען.

משה געציל » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:01 pm

· #174892
א צייכן אז עס צייט פאר א נייע פארמעסט? 😉

#אותות ומופתים באדמת בני חם...

נהורא נפישא » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:03 pm

· #174894
און וואס איז מיט די טינט זי וויינט גאר נישט ? וויפיל טייכן טינט זענען פארגאסן געווארן על לא דבר.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:03 pm

· #174895
בקיצור איז דער געפעכט אזוי, איך בין א קאנסערוואטיוו, און יאיר און משה געציל זענען פון די גאו גרין מאוומענט וואס זארגן זיך פאר די ענווייראמענט און מאכן זיכער צו פאלגן דעם סופער און לייגן די באטלעך און באקסעס און די בלויע קען, אז אלעס ווערט צום סוף רעסייקלט.
ברענגטס אהער גד החוזה קאוד 1#, מ'רעד דא פון גארבעדזש 😂 .

משה געציל » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:04 pm

· #174897
נהורא נפישא
און וואס איז מיט די טינט זי וויינט גאר נישט ? וויפיל טייכן טינט זענען פארגאסן געווארן על לא דבר.

אה, כ'האב געווארט אויף דעם...
ווילסט לערנען פאזיע צו פרעגן קשיות?

יאיר » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:08 pm

· #174899
די טינט ווערט דאך רעסייקלט צוזאמען מיט די פאפיר. פנים חדשות באו לכאן. no pun intended 😂
עוד יש לומר, די טינט וויינט אויך, נאר די טרערן ווערן אויסגעמישט מיט די טינט.

נהורא נפישא » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:13 pm

· #174901
@יאיר נאך א מזל מיר שרייבן נישט דא מיט קיין טינט

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:16 pm

· #174904
אין אזא צייט העמיר בעטן דעם חזן זאל פארזינגען א קל מלא רחמים נאך לעמאן זשוס, איי איז ער געווען א פאעט.
ווען אימער מיר וועלן פאעזירן (אדער שמאעזירן, ווער געדענקט נאך ווען זר האט גערעפט, גארנישט איבערגעלאזט פאר אונז, ניטאמאל א פינטל) זאל דאס זיין לשמו לזכרו.

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:34 pm

· #174909
מיין הארץ צעגייט,
ארימע פאפיר,
כ'פיל דיין פיין,
און דיין ווייטאג כ'שפיר,

מ'ניצט אייך נישט צום שרייבן,
ווי ס'איז אייער טראדיציע,
איר זענט ליידער פארכאפט,
אין דער פאשקעווילן אינקוויציע,

ווי שוועמען נאך א רעגן,
סיקריקים זיך צאמגעלאפן,
אייך פארכאפט ווי די מאפיע,
פאר זייער פראזענליכע וואפן,

ס'וואלט געוועהן א פתרון,
די אינטערנעט און בלאג'ן,
זאלן זיי דארטן שרייבן,
און פון אייך זיך אפלאזן,

וואס זאל מ'אבער טוען,
זיי ווייסן נישט פון'ס
צוליב די איסור פון רבנים,
און דעם טרויעריג בארימטן כינוס.

מאטי » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:56 pm

· #174917
אבער דא ווידער
טעכנאלאגיע אנגעברענגט
מיטן פאפיר א נידער
משרייבט אויפן פענסטער נישט די פון ווענט

געקומען א הערינג
געווען זייער קערינג
צום אלטן מעטאד
געבראכט א נויט

לכבוד שבת
ליינען ווי די באבעס
אוי פאפיר'ל צוריק דיך מ'האט
נישט באגראבן ווי אן אמאליגער סוד

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 11:04 pm

· #174920
ווען ס'וואלט טאקע געוועהן,
ווי ס'טענה'ט ר' מאטל,
וואלט איך געטרינקן לחיים,
און געטיילט ח"י רוטל,

ס'האט זיך אבער גארנישט געטוישט,
דער זייגער נישט צוריק,
אפילו ווען רב הערינג,
האט געפענט א ניק,

ווייל ער טיילט נישט קיין פאפירן,
נאר א פי די עף,
כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס,
וואט דע עף!


* מזל טוב. געשטיגן אין ראנג, כ'בין א היימישער ב"ה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:51 am

· #174956
איך שטוין. איך לאך. איך קאטשע זיך. מיר האבן דא א באנדע פאעזיער וואס פונעם ארבל שארן זיי ארויס גדולות ונצורות. אלע פון ענק, איינס ביי איינס.

צוקער זיס! קיעפ איט אפ....

מזל טוב אפטעמיסט לכבוד ווערן א היימישער
מזל טוב אראנזש דזשוס פארן ערשטן פאעזיע
אלע חסידים וניקס א מזל טוב
און א מזל טוב, הוי. קול רנה וכו.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:36 am

· #174963
וויין נישט פעיפער, איך האב געניצט דיין ריסייקעלטע קאזין טישו פעיפער אפצווישן מיינע טרערן פון לאכן אזוי סאך.... : 😂

יואב » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:42 am

· #174971
יעדער צו פאעזיע פארשטייט, ויגבה רוח
די וואך פארלאזט מען זיך ניט אויף @שלום בערגער
זיי שרייען ס'איז דאך מצווה בו (בא) יותר מבשליח
איי ס'איז נישט פאעטיש? נומער ערגער

איבער פאעטישע כללים הייבט נישט אן א וויכוח
כאפט א טייגל, מיירעט אן, קנעט און וועלגער
געלט זאגן זיי איז מען דא ממילא נישט מרוויח
זאל מען כאטש גראמען, א לאך אויפן עלטער

פון אלגעמיינע נייעס אלע אנטלאפן ווי יוצאי מצרים
צום קונסט פאורעם ווי אין מדבר, עד יעבור זעם
האב כ'נישט געוואלט זיין א לוזער, א רובץ בין המשפתים
ווארים כ'האב דאך תשובה געטאן, מיטן ך כמין גאם

האב איך זיך צוגעזעצט ווי א יונגל צו א "טאטישע" לחיים
און געהאפט אויף מיין פלייצע זאל זיך באקן אן אפעטיטליכען גראם
אפגערעדט אז איך האב נישט די מהודר'דיגע פון של יד רחיים
האט דאס שטייצעך ווי פסח'דיגע שהכל קוקיס א טעם.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:34 am

· #174976
איין מזל אז רבינו יהודה החסיד ערלויבט נישט דאס שניידן מאראנצן ביימער...

שלום בערגער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:54 am

· #174982
א תיקון פאר פאפיר
פון מיסט קען ווערן רויך
א חמץ-פייער שטייגט עד לב השמים אויך

פון פאפיר קען אלץ ווערן:
א יחוד-מעשה. א רייזע אין די שטערן.

א געשיכטע מיט זשיראפן און טיגערס.
ווען פארטיק, ווערט פון פאפיר אויך.... א פליגער

וואס פליט לויטן כוח פון ווארפער.
בלויז חריפותדיקע ווערטער צילן שארפער.

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:39 am

· #174987
און איך שטיי ווי א נער
ממש מלא צער
באקוויקט זיך מיט די טעמ'ן
אבער כ'קען נישט גראמען
דא איז פיל מיט טאלאנטען
יעדעם הארץ טוט שפאלטען
מאראנצען מזל טוב אסאך
דו שרייבסט דאך ממש צו די זאך

---------
פאפיר פאפיר וואו איז דיין פעדער
פעדער פעדער וואו איז דיין פאפיר
יעצט קענט עטץ באשרייבען דעם פעדער..

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:53 am

· #174993
זאפטיגע מאראנצן,
קענסט אונז אלע לערנען טאנצן.
צו נעמען א פשוט'ע פאפיר,
און מאכן א פאעזיא פון איר!

צו פארמאגן אזא קראפט,
מוז מען זיין @מאראנצןזאפט.
אבער וויבאלד דו שרייבסט נאר אחת לארבעים יום,
דארף מען נישט שניידן צופיהל פונעם בוים...

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:24 am

· #175003
סרק ביימער וויינען אירע צווייגן שאקלן ניין,
מיר וועלן מיט די ראסיסטן אין מלחמה גיין,
די קאווע בונדלעך און די מאראנצן מיט גאות,
האלטן זיך פאר בעסערע מיט זייערע דעות,
אונזער פאפיר האלט איר זאפט פריש,
אונזער קאפס די קאווע פון גיסן אויפן טיש,
אלזא הערטס אויף מיט מחלוקת אין די צייט,
זייטס ביזי מיט ענקער 15'טן אין שבט.

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:31 am

· #175005
קעניינע הארע. עס גיסן זיך דא פאעזיעס איינס בעסער פונעם צווייטן.
אזא פאעזיע פארמעסט, אזוי אומגערישט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:35 am

· #175007
נא, @ברסלבער איכה?

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:36 am

· #175008
עפעס גייט פאר מיט מיין ארבעל, איך שאקל און איך שאקל און עס קומט גארנישט ארויס...

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:37 am

· #175009
@ברסלבער, א פאעזיא איז בלויז דאס וואס @מאראנצןזאפט האט געשריבן. אלע אנדערע, מיינס אינקלודעט, זענען בלויזע גראמען. א פאעזיא איז האלב פאנטאזירנד, ווי אין א טרענס, די גראמען איז נאר א עדד-אן פיטשער.

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:43 am

· #175011
פישל'ע העררינג
@ברסלבער, א פאעזיא איז בלויז דאס וואס @מאראנצןזאפט האט געשריבן. אלע אנדערע, מיינס אינקלודעט, זענען בלויזע גראמען. א פאעזיא איז האלב פאנטאזירנד, ווי אין א טרענס, די גראמען איז נאר א עדד-אן פיטשער.

אמת. אבער נאך אלץ זענען די גראמען זייער שיין.
דאכציך אז שלום בערגערס איז יא פאעטיש געשטימט.

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:03 am

· #175016
צוריק צום פתיחת האשכול. @מאראנצןזאפט האט געמאכט א הערליכע ארבעט מיטן אראפלייגן אזוי שיין דער צער פונעם בוים וואס איז נעבעך אנגעקומען צו זיין א פלאטפארמע צו אראפרייסן מענטשן מיט פאשקעווילן.
ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא, דער פסוק רעדט שוין פון דעם. דער אייבערשטער וואונדערט זיך: כי האדם עץ השדה? דער בוים איז דען א מענטש, אז ער זאל דארפן ליידן בשעת מלחמה?
מילא דו ווילסט אראפרייסן מענטשן, דו ווילסט דיך אויסגעבן דיינע מידות מגונות, פארשטיי איך נאך, כי פרא אדם יוולד, האסט נאכנישט עספיעט צו אויסארבעטן דיינע שלעכטע זיטן. אבער דער בוים איז דאך נישט קיין מענטש, וואס איז ער שולדיג אז דו נוצט אים פאר דיינע נידערטרעכטיגע אקטן?

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:40 am

· #175025
מיין פאפיר!
* א דאנק אלע פאעטיקער פאר'ן מיך אינספירירן און אוועקפירן.

אָן קיין הענט, גלעט איידל
אָן קיין שטימע, שרייט קניידל.

פרירט היץ, ווארעמט קעלטן
בויט עולמות, ציווארפט וועלטן.

פרעגט, ענטפערט, זאגט, טראכט
שטעכט, הרג'עט, שמייכלט, לאכט.

א טרייסט, האפענונג, טרוים, חלום
שרעק, צער, דעפרעסיע, עליו השלום.

מאטיוואציעס, מעדיטאציעס, פּענעטראציעס
פאפירענע פליגל צו אומבאקאנטע גאלאקסיעס.

כישוף פון געפילישקייט, דערהויבנקייט
ים הגדול פון טרערן, דאטא, אטאמישע קייט.

דערטאפט די אומטאפעדיגסטע
צעשמעלצט די פארהארטעוועטסטע.

פארבינדט גבול צווישן וועזן און אומוועזן
אויף תחיית המתים אפילו שפעזן.

עכט, אדער געווען קיינמאל
אינערליכע ווינק פארשטייט אלעמאל.

נישט די באן, נישט דער קאנדאקטור קען גיין
נאר די רעלסן – די פאפיר אליין.

דיו אילו ימי, אין מיר און דיר
טינט, טינט, וואו איז דיין פאפיר?

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:55 am

· #175029
ווער נעמט זיך א נייע חתימה?

"מילא א מענטש, אבער א בוים??!!..." (קרעדיט: ברסלבער)

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:54 pm

· #175078
אזוי יונג אוועקגעשניטן מ'האט
אפגעריסן פון משפחה, פריינט, וואוין ארט
געשלעפט עלענד אליין
צומאלן ווערן על קידוש השם
אויפן עולם האמת אנגעקומען
ווייס ווי פאפיר אלעס ארומגענומען
אין פרינטער אריינגעשטעלט
מ'טרעפט ביימער נשמות פון ארום די וועלט
קופקעס פילאסיפירן
מיטגעמאכטע פאפירן
שוין עטליכע גילגולים
די אמת פאטשט אין פנים
בעסער פאר אשר יצר דינען
ווי איידער אראפ פון זינען
שינד בלעטער דברים כדורבנות
איבערלאזן אזויפיל קרבנות
ענדערש טוילעט פאפיר זיין
ווי לייגן א צווייטן אין חרם אריין
ענדערש אפווישן אפפאל און שמוץ
ווי אויף צו פארשמירן יעדעם ווערן באנוצט
ענדערש ווערן צושניטן אום ניטל
ווי אויף אריינשניידן אין יענעם זיין די מיטל

אט אט כ'בין שוין נעקסט אין די רייע
ס'הויבט זיך אן א לעבן א נייע
די נשמות אין פרינטער האבן נאר איין בקשה
תהי צדיק ואל תהי רשע
ווען כ'האב ווען א בחירה וואלט געווען גוט
אבער מ'שמירט מיר אן, וואס מ'וויל מ'טוט
וואס וועט זיין מיט מיר, ווער ווייסט?
דער שטענדיגער מלחמה צווישן לייב און גייסט

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:07 pm

· #175247
דער עולם איז אנגעשטעקט מיט פאעזיעקאליירעס , כ׳בין זיכער אז לעמאנס ביינער שאקלען זיך אין קבר.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:18 pm

· #175267
א מיטמאכעניש איז עס צו צו קוקן
אלע אזוי גערופענע ''ריזן''
קלאפן זיך איינער-צווייטן אין רוקן
איין חדר אלע מיט דע זעלבע קופריזן

אויפן באנק איך זיץ אן עפל שיילעך
אין מיינע געדאנקען אזוי פארעך
איך מוז באגריסן דעם קנאי @נאר,,פרייליך
ואתו עמו דעם באשיידענעם @zurich

פון אפגעריסענע טפילים נישט מאכן אן עיקר
און פון זעלבסט פראקלאמירטע "גרויסע" נישט האבן מורא
ס'האנדעלט זיך פון א ערליכן @היסטאריקער
און וויאזוי וואלט מען אויסגעזען אן דעם קוואל @דעת תורה

דאס עפל נאר ביים צווייטן רעפטל
איך שרייב ס'נישט מיין פאלד
א זכיה צו האבן אונזער טאלאנטפולר @שעפטל
און ווי איז פארשווינדען @גאלד?

זאל עס זיין מיין זכות
און גענוג מיט דע נאנסענס
אזא ערליכער @כתר מלכות
און גראדע גלייך איך אויך @רויטע וואנצעס

יעדער איינער וואס איגנארט ווערט
איבערגעהיפט פונעם "ריזן" עגאיסטשן ליסט
נעם חיזוק אלעס איז באשערט
גאוה איז מיסט

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:41 pm

· #175274
לאמיר נישט פארגעסן די איינגערינגלטע נקודה
איידער מען ענדיגט דעם פאעזיע רקידה
דאס אידישע פינטעלע ווערט נישט פארלאשן
ווי א גאלדענעם קרוין פונדאסניי אויפגעשאסן

יואב » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:46 pm

· #175275
לאמיר באגריסן אונזער באליבטן פינטל איד
מיט דרייסט ארויסגעשטעלט זיין אהבת ישראל
א פנים ווי א תם שטויסט ווי א מועד
א חלום איבער בייעסטי קעגן מימיני מיכאל.

טאקע אונטערגענומען א הייליגן אגענדע
אבער געווענטליך נישט אין פלאץ
ס'נעמט פשוט נישט קיין ענדע
הוילע דמיון און פאנטאזיע אין יעדן זאץ.


מ'האט פון ניקס נישט געמאכט א סעלעקציע
הפנים נישט אינערהאלב די קונסט ראמען
די אזויגערופענע "ריזן" קאלעקציע
באשטייט נאר פון ווער ס'האט געשריבן גראמען.

ס'איז דו וואס מאכט דא קלעס ווארפער
פון צווישן דיינע תגובות עס טוהט שטארצן
אצינד איז דאס מערקבאר אסאך מער
מיטן אשכול פון ידידינו מאראנצן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:48 pm

· #175276
איך בין אזוי פארפאזיעט פונעם שמועס
אזוי האניג, צוקער, און ספלענדא זיס
איך קען שוין נישט טראכטן אן גראם
כשתי רעין צוויי צוויי צוזאם
מיין ווייב וויל וויסן אויב ס'איז מארוכאנע
ביסטו געווען אויף ביזנעס אין קאלעראדע
ניין זיסקייט ס'איז אן אווערדאז פון קאווע טאלאנט
די עולם דארט האט רעבישע ארבעל אויפן האנט.

מאראנצןזאפט » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:49 am

· #175310
יאיר
לאמיר נישט פארגעסן די איינגערינגלטע נקודה
איידער מען ענדיגט דעם פאעזיע רקידה
דאס אידישע פינטעלע ווערט נישט פארלאשן
ווי א גאלדענעם קרוין פונדאסניי אויפגעשאסן


אוי טאטע, איך קייך פאר געלעכטער. 😂

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:55 am

· #175313
איין זאך זעה איך. האלב פון די תגובות רעדן אין קאוד שפראך... פינטעלע, קרוין, לעמאן דזוס, כ'ווייס נישט וואס, אבער אז דער עולם איז בשמחה איז שוין גוט.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:14 am

· #175323
לידידי מאראנצנזאפט,

אין דער ערד אריינגפלאצן,
בעארבייט מיט מיה און קראפט
ווען צודריקט די מאראנצן,
ארויסנעמן זייער זאפט.

מאראנץ מארארנץ זיי נישט סעד
אז מקוועטשט דיין דזשוס,
דו וועסט גאר זיין אהעד
אין א קאלטע גשמאקע גלאז.

אויסגטריקנטע וועסטו דערקווויקן,
דורשטיגע האסטו פארשוינט,
דאן וועסטו נאר צורקבליקן,
זאגן עס האט זיך אלעס גלוינט

דעת תורה » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:14 am

· #175389
יאיר
לאמיר נישט פארגעסן די איינגערינגלטע נקודה
איידער מען ענדיגט דעם פאעזיע רקידה
דאס אידישע פינטעלע ווערט נישט פארלאשן
ווי א גאלדענעם קרוין פונדאסניי אויפגעשאסן


א אנפראגע אין אישי א צייט צוריק
האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן,
ביז עס קומט יאיר און מאכט די זשאב קוויק
ער נעמט עס צום רשות הרבים

מאראנצןזאפט » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:32 pm

· #175518
ווער דארף לייקס, ניטאמאל גוט פאר קינוח
ס'וואלט גערעגנט אגודלים, אויב נישט ווען ס'מיך
ואטו כי רוכלא, אויסרעכענען ס'ארט אים
א גאנצע ליסטע, ואי אפשר לפורטם

איינמאל פאר אלעמאל, אויפ'ן קאפ נישט לאזן האקן
די ריזן בני ענק, איינס ביי איינס גוט אויספראקן
א רויעך זאל גיין, איך בין הייס ווי סטים
געלויבט דער פון אויבן, מ'האמיר שוין א גאנצע טים

כ'פייף ענק אריין, כ'על אנהויבן מיינע ווערטער
מיט'ן גר צדק פון פאפא, אן @אויפגעקלערטער
צווייטער אין ליניע, זאל יעדער נעמען סיריעסלי
כל העולם לא נברא אלא @בשבילי!

קיין 770 מיין נעקסטע סטאנציע
@ישמעאל הכהן ראקט, נאך א ראדיא-סענזאציע
אויף זיינע טיטביצלעך לאמיר מאכן א בורא מאורי
סאומהאו טראגט עס מיך גלייך צו מאחורי

סאניטאציע אין באנקראט, א פעסטע קאמפעטישן
@גד החוזה מיט גארבעזש, תרי רעין דלא מתפרשין
ווען משוגע מאכט קליין, פון געלעכטער זיך דערפרישן
א פעטיש פאר אלטע, אוי וויי א בראך
לוקס ככה ככה, אבער ונשים באוהל תבורך

פון אן אונטער טירל, מאכט נישט קיין געפילדער
ווען קריטיש וויכטיג, והנה @ירחמיאל הויטשינדער
מוחה מוחה, איך בין @קעגן די נעט
יעדער אין שטיבל, בראטן ער וועט
@חנניה זרח שטיגליץ כ'באשטעל שוין צום קידוש
]}געקעסטלט[{ )גערינגלט(, מיר רעדן בלויז שטיגליש

ווי יתרו און משה, מיט די אלטע מסורה
פיי סאמעך און חלק ח, וואו תורה דארט סחורה
על אפם וחמתם, מיר בומן אוועק
וועדער יו לייק איט אר נאט, גענוג מיט די דרעק

משה געציל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:11 pm

· #175531
אויפן חזקה כ'שטעל
מאראנצן האט שנעל
צום זיבעטן געגרייט
ממילא איז דא צייט
ווי א שנארער ביים טיר
זיך בעטן ביי דיר
שענק א לייק
ווייז נישט קיין פייג
ווי דער פינטל איד
וואס ווערט נישט מיד
אבסעסט איז ער
מיטן אגודל פינגער

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 7:28 pm

· #175550
לאמיך אייך זאגן אפען און קלאר
צו קיין פויעזע טויג איך נישט קיין האר
צו שרייבן איינס וואלט מיר גענומען מיטוואך מיט א יאר
אבער איך בין מיך מצטרף צום כאר
און צו ליינען פון אנדערע בין איך צופרידן גאר.

דאס מיינט נישט אז איך פיל מיך שלעכט
אדרבא איך פריי מיך פאר די וואס קענען מיט רעכט
א שטיקל לייטיש פויזיע זיך איך מיט לעכט
עבדים היינו און היינט מער נישט קיין קנעכט


נפש פיוטית שוכנת בי בהחבא
אפילו א קרעטשניפע גרעבטץ קען איך געבן באתגליא
פאר אלע גדולי האפאעזירערס מיט זייער פמליא
וועלכע פארשיינען אונזער שטיבלתא

מאראנצןזאפט » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:50 pm

· #175576
פונעם @מעקע-ניק פארגעסן, ווייל ער שלאפט נאך טיף
מיט @טיטאניק און @ישובניק, א נאמען קריעטיוו
אויפשטיין 2 נאכמיטאג, און נאך עסן טועמי' וויל ער
קיין וואונדער ער פארפירט, די קורצע פרייטאגס א קיללער

טעפל » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:10 am

· #175691
ווי מער סטיען זיך דא אנרוקען
טוט זיך די פארמעסט נישט ענדיגען
איך לעב שוין טיעף אין פאנטאזיע
אז איך קען פאעזיע
נאך אפאר לייקס
הייבט זיך מיין סטאקס
מאראנצען קוועטש גוטע דזואס לע"נ ר' לעמאן דזשאוס
😢 😢 😢 😢

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:35 am

· #175977
איבער'ן הספד אויף די ביימער
דער אומשילדיגער מערה
ווערט נתהפך לתבערה,
עטליכע די גרייצער זיך פארגליסט
דעם גאנצער יודישער וועלט אנגעהיצט.

די ערליכער ציבור אשר יסודתה בהררי
ווערט אצינד א געצייג פאר @זאלמעלע,
ס'דמיונט אים צו עררייכען
די בנינים וואס ער האט אנגעוואוירען.

טראץ וואס איך וועל ווערן באשריגען
אז איך טו ברוינע סחורה דא איינרוקען,
טו איך מיט א מסי''נ דעס אפדריקען
למען ידעו ה'ניקים אשר ב'פאעזיע פאזיע'טן.

וויסען זאלען די פאזיעט'ער
אייערער ווערק איז אלס אפקער,
פון עטליכע בארימטע מערות איינברעכער
וואס האט די פאפיר פארוואנדעלט אלס אפשפרעכער.

פאשקעוויל פאשקעוויל ווי לאנג וועסטו נאך זיין,
מערות מערות ווי זענען היטער פאראן.
וואלטען די שומרים געווען דערביי,
וואלט די פאפיר און פאזיעטער געווען פארביי.

איידער מיינע רייד כ'בין מסיים,
טאר מיר די עיקר ניש לאזען אויף שריים.
דעם דאנק פאר די פאזיעטן טון שיינקען,
ניש פארגעסן אינז צו בא'לייקען.

(לערנען די טייטש:
די אלע פאזיעס איז מיוסד אויף פאפיר וואס ווערט געניצט אלס וואפען אויף אומשילדיגע מערות וואס אירע היטער זענען אנטלאפען פון איר
די גאנצער עסק פון די מערות היטען איז פארוואנדעלט געווארען אין א ברוינער עסק צוליב געוויסע וואס האבען דעם געשעפט געוואלט ניצען אלס פרטיות'דיגע וואפען פאר זייערע שונאים.
לפי''ז איז דאס פאזיעט'ער און מספידים אויפען גלענצענדן בוים זאלען ליבערשט פאזיעט'ן די מערות איינברעכער
וואלט די היטער דא געווזען, וואלטען די פאפיר געבליבען לעבן)

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 1, 2014 12:25 am

· #198366
איך געדענק נישט איך זאל האבן אמאל געליינט אזא מייסטערהאפטיגע, פאכמאנישע פאעזיע אין קאווע שטיבל.
וואס האב איך מיר איצט דערמאנט? גוטע פראגע.
כ'האלט שוין נאכ'ן איבערליינען דעם פאעזיע מסתם פופציג מאל. אזא מייסטערווערק, משוגע צו ווערן!

אזא פאעזיע צו מאכן,
ס'ליגט אייך אין די דזשינס,
איר זענט גראבע מאראנצן,
נישט קיין טענזשערינס!

געפלאכטן אזוי הערליך,
איום ונורא,
אפשר ברענגסטו ארויס,
עפעס פרישע סחורה?

לאז אפ קול מבשר,
און זלמן'ס נשמה,
אין קונסט פארום,
איז דיין שורש נשמה.

@מאראנצןזאפט קריך אראפ פון בוים. כ'העל דיר נישט מאכן פאר פאפיר, איי פראמיס.
בלאט: 1 2