גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
140 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9843
נקודת-אמתלרגל ביקור הרב מז"ל ט"ב בארצנו, פנינת חמד קיבלתי בדואר העננים והנה היא לפניכם:
"רבי אברהם יושע סלאבייטשיק האט זיך געלאזט הערן דברי פקחות אויף מהרז"ל'ס באזוך אין א"י
"איך זעה גרויסע מודעות "כבוד קדושת", "כבוד קדושת",
וואס קדושת? קדושת הגוף? א וודאי נישט,
אפשר קדושת דמים"
ודפח"ח
מ'דארף נישט די טיטול מז"ל ט"ב פאר א מליצה.
אן די "מ" קלינגט עס אויך...
ביי די וויזיט פון דער גייסטישע פיהרער פון א פראקציע פון די סאטמארער באוועגונג, האט דער פיהרער געצינדען א לעכט פאר הרב שמואל אויערבאך אויף זיין יארצייט, אין פראנט פון דער לאנדאנער רב הרב אפרים פאדווא שליט"א. ער האט געזאגט אז הרב אויערבאך 'איז דאך געווען אן אייניקעל פון דער תולדות'.
הרב פאדווא האט געזאגט, "אהא, הייסטס זיין טאטע איז אויך געווען אן אייניקעל פון תולדות, ניין?"
ודפח"ח
"דעם ארטיסט מיעטעק אפענהיים האט דער רבי געמאכט א קאמפלימענט, אז ווען עס וואלטן געווען אויף דער וועלט פינף אידען אזוי ווי אפענהיים וואלט משיח געקומען.
- וואס הייסט?
- נאר די איבריגע זאלען זיין אזוי ווי ר' שמעון בן יוחאי."
דזשיגאן מאכט אויך א קעמעאו אינעם אנעקדאט.
קרעדיט: א חבר פון לעיקוואד.
📎 קאזניץ.jpg
עס איז אמאל געווען באשטימט אז א געוויסע רבי וועט קומן באזוכן א געוויסע שטאט, און דער עולם איז געווען בגילופין. מ'האט צוגעגרייט און גערייניגט און באשטימט אכסניות וכו' וד"ל. איין מענטש איז געווען גאר צופרידן דערפון, ווארום זיין טאכטער האט זיך געהאט אנגעשטעקט געווארן מיט א דיבוק, און מ'קען אים נישט פארטרייבן. מ'האט געהאפט אז דער רבי וועט געלונגן צו פארטרייבן די דיבוק.
למעשה איז די וויזיט נישט צושטאנד געקומן. פארוואס? דער מושל פון די שטאט, דער מעיאר, האט געזען אז דער עולם איז אזוי אנציקט, האט ער מחליט געווען צו שטערן די שמחה פון די אידן (א בחינה פון דעבלאזיא, וואס לאזט מוצצ'ן, אבער נישט זיך פרייען ביי חתונות), און ער האט פארבאטן דער רבי פון קומן אין שטאט, און ער האט אים פארטריבן פון דער אומגעגענט.
וואס טוט מען מיט די דיבוק?
האט דער ראגאטשאווער געזאגט, "נעם די מיידעל צום מושל, ער קען פארטרייבן די דיבוק. מה דאך דער רבי קען עס פארטרייבן, כ"ש דער מושל וואס קען פארטרייבן דער רבי".
שלעפער
האט דערציילט הרה"ק ר' איציקל פון אמשינאוו זצ"ל (ב"פ):
אז אין דער שטאט אמשינאוו אין פוילן האט געוואוינט דארט א איד וואס ער איז געווען דער גרעסטער שלעפער פון שטאט, ער איז קיינמאל נישט אנגעקומען צום דאווענען פאר ווען מען האט געהאלטען שמונה עשרה, שבת ביים דאווענען איז ער קיינמאל נישט געווען אין שול פאר ויכולו, און איינמאל אין אפאר חדשים איז געלנגען אז ער איז שוין געווען ביי "כתר" אין ביהמ"ד, און געווענליך האט ער געענדיגט שחרית ערגעץ נאנט צו די שקיעה,
פאר זיינע קינדער איז עס געווען געוואלדיגע בושות, בפרט אז אפילו אין דעם הייליגסטען טאג פון יאר יום כיפור איז ער נישט אנגעקומען אין צייט צו כל נדרי,
ביז איין יאר האבן זיי מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, כאטש צו כל נדרי זאל ער אנקומען אין צייט, און זיי האבן פארארבעט מעשים פון וואכען פארדעם אין פראבירט צוריקצודרייען דעם זייגער מיט וואס מען האט נאר געקענט אז דער טאטע זאל זיין אין צייט אין שול פאר כל נדרי, און צום סוף איז ער טאקע אנגעקומען אין שול אבער צו... ברכו... און ווי נאר ער וויל זיך שטעלן אויפן פלאץ ענטפערן ברכו, האט מען באמערקט אז נישט מער און נישט ווייניגער איז ער געבליבן מיט די געהעריגע שיך נישט איינטוישענדיג אויף די יו"כ סליפערס..
רופט זיך אן דער טאטע צו די קינדער: יא יא דאס געשעהט ווען מען יאגט זיך!!!
ויהי שם לגוי גדול... זאגט רש"י הק' מלמד שהי' ישראל מצוינים שם...
אויב דו זעסט א בחור וואס איז געווארען א שייגאץ (א גוי)... ווייל ער האט געלערנט אין א ישיבה למצוינים
סאטמאר רבי זי"ע איז אמאל געגאנגען באזוכן די סטיטשינער (הרב יודקאווסקי) 7-8 צופרי (פארן דאווענען פארשטייט זיך) און די סטיטשינער האט שוין געהאלטן נאכן דאווענען און האט געגעסן פרישטאג, האט אים סאטמאר רב געזאגט אז די גמרא זאגט דאך "שעה שנית מאכל לסטים", האט אים די סטיטשינער געענטפערט מיר רבי'ס זענען אלע לסטים מזויין 😃 און סאטמאר רבי האט א גאנצע וועג אהיים איבער געזאגט "אונז זענען דאך אלע לסטים מזויין..." והמבין יבין
סאטמאר רב איז אמאל געגאנגען באזוכן די גריבובער ז"ל - האט אים די גריבובער געזאגט אז ווען נישט די צווייטע וועלט מלחמה וואלט ער איבער גענומען און ער וואלט געווען צאנזער רב, האט סאטמאר רבי געזאגט: נו אפשר וועגן דעם איז געקומען די צווייטע וועלט מלחמה
נ.ב. סאטמאר רבי האט אים דעמאלסט אנגעוואונטשן כדי איבערצובעטן אז ער זאל האבן בני חיי ומזוני און נעווער-מיינד אלעס איז מקוים געווארן
אויסגעהאלטןסאטמאר רבי זי"ע איז אמאל געגאנגען באזוכן די סטיטשינער (הרב יודקאווסקי)
די יארן שטימען נישט, רביה״ק מסאטמאר איז אוועק תשל״ט, סטוטשינער רב רבי יהודה׳לע איז אוועק תשמ״ב.
אויסגעהאלטןסאטמאר רב איז אמאל געגאנגען באזוכן די גריבובער ז"ל - האט אים די גריבובער געזאגט אז ווען נישט די צווייטע וועלט מלחמה וואלט ער איבער גענומען און ער וואלט געווען צאנזער רב, האט סאטמאר רבי געזאגט: נו אפשר וועגן דעם איז געקומען די צווייטע וועלט מלחמה
נ.ב. סאטמאר רבי האט אים דעמאלסט אנגעוואונטשן כדי איבערצובעטן אז ער זאל האבן בני חיי ומזוני און נעווער-מיינד אלעס איז מקוים געווארן
סאטמאר רב איז דעם גריבובער קיינמאל געגאנגען באזוכן.
רביה''ק זי''עאויסגעהאלטןסאטמאר רבי זי"ע איז אמאל געגאנגען באזוכן די סטיטשינער (הרב יודקאווסקי)
די יארן שטימען נישט, רביה״ק מסאטמאר איז אוועק תשל״ט, סטוטשינער רב רבי יהודה׳לע איז אוועק תשמ״ב.
רביה"ק זי"ע: די יארן וואלטן יא געשטימט. נאר סאטמאר'ע רב איז שוין נישט געגאנגען אין ערגעץ אין די יארן פאר זיין פטירה...!
וויאזוי וואלט עס געקענט שטימען? יודקאווסקי איז געווארן רבי ווען זיין זיידע האט נאך געלעבט?
געהערט א גוט ווארט בשם דער ראפשיצר ז"ל
פארוואס האט רבקה געהייסען יעקב אבינו גנב'נן די ברכות? וואס האט עס איהם אויסגעפעהלט? אזוי האט עשיו באקומען די צווייטע ברכות פון והי' כאשר תריד ופרקת עלו מעל צוארך. אז ווען יעקב (די אידן) היט'ן [ליידער] נישט די תורה וועט די גוט'ס גיין פאר עשיו (די גוים).
יעצט שטעלט אייך פאר אז עשיו באקומט די ערשטע ברכות און דערנאך קומט יעקב און באקומט די ברכות והי' כאשר תריד אז ווען עשיו היט נישט די תורה וועט פאר יעקב זיין גוט?
האט געזאגט דער ראפשיצער ז"ל
דאס געשעהנט ווען פרויען מישן זיך אריין
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
אהה. נישט פארהאן בעסערס ווי א פארצייטיש שטיקל שאוויניזם.
תוהו ובוהו: דאס דארף מען אויך אמאל. פשוט וועגן נאסטאלגיע...!
ס'איז דא א ווארט פון חת"ם סופר. (דעם עכטן).
אין אנהייב פ' תולדות (יא. 2 פרשיות צוריק) אויפ'ן פסוק ויתרוצצו הבנים בקרבה...זאגט רש"י אז ווען אימער רבקה איז אריבער א בית מדרש האט יעקב זיך געריסן ארויסצוגיין. און ווען זי איז אריבער א בית עבודה זרה האט עשיו זיך געראנגלט ארויסצוגיין. פרגט דער חת"ס. אויב אזוי פארוואס איז דא געווען א ויתרוצצו. א געראנגל?!. ביי א בית מדרש האט דאך עשיו נישט געוואלט ארויסגיין. און ביי א בית ע"ז האט יעקב נישט געוואלט ארויסגיין. נאר. רבקה איז אריבער א רעפארם טעמפל. האבן ביידע נישט געוואוסט אויב ס'איז א שול אדער א טשוירטש...איבער דעם איז געווען דער געראנגל...!
נאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
נאך א זיס ווערטל: (אבער דאס וועללן נאר פארשטיין ווער ס'רעדט און פארשטייט די שפה הטמאה (רח"ל) העברעאיש/עברית.
זיצט א תימנ'ער איד ביים סדר און בראקט די הגדה. ער זאגט די צען מכות. נאכדעים זאגט ער ..."רבי יהודה היה נותן בהם סימנים"...פרעגט די ווייב..."אני לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים"...?! ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...! לאל. אזוי ווי מהר"א שליט"א זאגט...ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...!
צוויי מאהל אין די תורה שטייט אז איינער האט באגעגינט א "איש".
אין פרשת וישלח שטייט... ויאבק איש עמו.
און אין פרשת וישב שטייט... וימצאהו איש.
אין פרשת וישלח זאגט רש"י הק' ויאבק איש עמו... אז עס איז געוועהן שרו של עשיו
און אין פרשת וישב זאגט רש"י הק' אז עס איז געוועהן מלאך גבריאל
פרעגט די וועלט... פון וואו האט רש"י הק' געוויסט ? אז איינער פין זיי איז מלאך גבריאל און דער אנדערע איז דער שר פון עשיו ? און פון וואו האט ער געוויסט וועליכע איז וועליכע?
האט געזאגט דער צדיק ר משה ליב סאסעווער ז"ל
ביי יוסף שטייט וַיִּמְצָאֵהוּ אִישׁ וְהִנֵּה תֹעֶה בַּשָּׂדֶה וַיִּשְׁאָלֵהוּ הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ
איינער דארף הילף און ער פרעגט ווי אזוי קען איך דיר העלפען. דאס איז מלאך גבריאל
און ביי יעקב שטייט איך קאן דיר נישט (אפי) בענטשען יעצט איך דארף גיין זאגען שירה.
אזוי ווי אסאך מאהל ווען מען בעט איינעם א טובה... ענטפערט ער אוי נו מנחה, מנין, שיעור וכו וכו דאס איז עשיו... א איד וואס הילפט א צווייטען איז א מלאך
געהערט ביי די מסיבת סעודת הודאה לכב' די באפרייאונג פון הרה"צ ר' שלום מרדכי רובאשקין, הי"ו..."שלום מרדכי חובת הלבבות" איז די ראשי תיבות. שמח"ה...!
ע"י הרה"ח ר' אברהם פריעד(מאן) הי"ו...!
ס'איז דאך באוואוסט אז ר' שלום מרדכי רובאשקין האט אייביג געלערנט חובת הלבבות שער הביטחון. ער האט אפילו פארפאסט די ראשי תיבות..א.ב .ג. אמונה, ביטחון. גאולה...!
ווען די וואלסט אראפגעשלינגען די קאפ פון א טשיקן וואלסטו געהאט מער שכל אין בויך ווי אין קאפ. ↵
שמואל ניימאן
ווען דער אויבערשטער האט געזאגט זאל נעמען זיין זוהן און שחט'ן, האט ער נישט געדארפט פרעגן וועלכע זוהן, וועלכע יחיד, ביידע האב איך ליב, נאר געברויכט אנכאפן ישמעאל און אנשחט'ן.
היסטאריעווען דער אויבערשטער האט געזאגט זאל נעמען זיין זוהן און שחט'ן, האט ער נישט געדארפט פרעגן וועלכע זוהן, וועלכע יחיד, ביידע האב איך ליב, נאר געברויכט אנכאפן ישמעאל און אנשחט'ן.
ואפשר לומר אז דאס איז געוועהן דער נסיון.
די גמרא דערציילט אז אמאהל פלעגט מען פרעגן א חתן... מצא או מוצא.
מיינענדיג מצא אשה מצא טוב
אדער ומוצא אני את האשה מר ממ**
זאגט דער יארמר רב זאהל לעבן און געזונט זיין אז אמהל האט ער געטראפען א אינגערמאן אפאר וואכען נאך זיין חתונה און האט איהם געפרעגט, נו? מצא און מוצא?
ענטפערט ער, ליידער איז עס נישט מצא
פרעגט איהם דער יארמר רב, זאג נאר אינגערמאן, דו האסט א שיעור איעדן טאג?
זאגט ער, ניין איך האב נישט קיין צייט צו לערענען
זאגט דער יארמר רב, אז קען מען פארשטיין די גמרא "פשפש ולא מצא יטלה בביטול תורה
פאלאצ'ינטא: איינער האט געטראפן זיין רבי'ן א פאר וואכן נאך די חתונה. פרעגט איהם דער רבי...נו, מצא או מוצא. ענטפערט ער...מוציא...ס'איז א מוציא מיט האניג...נאר נישט ביי מיר...!
אין די אשת חיל וואס מען זאגט פרייטיג ביינאכט ווערט דערמאנט דריי מאהל דאס ווארט "בעלה"
ביי די ב - בטח בה לב בעלה
ביי די נ - נודע בשערים בעלה
ביי די ק - קמו בני' ויאשרוה בעלה
וואס שרייבט בנק
ודאי לחכימא ברמיזא
פאלאצ'ינטאאין די אשת חיל וואס מען זאגט פרייטיג ביינאכט ווערט דערמאנט דריי מאהל דאס ווארט "בעלה"
ביי די ב - בטח בה לב בעלה
ביי די נ - נודע בשערים בעלה
ביי די ק - קמו בני' ויאשרוה בעלה
וואס שרייבט בנק
ודאי לחכימא ברמיזא
ס’איז דא א מסורה:
נודע בשערים בעלה
מיט: או
נודע כי שור נגח הוא...
איך האב היינט געהערט א גוט'ס בשם ר' מאטעלע זל וויז'ניצער.
עס איז געוועהן א רבי'לה וועליכע האט געהאט א בן יחיד וועליכע איז געוועהן א קיעבארד שפילער. ווען דער רבי'לה איז אוועק ל"ע האט ער געלאזט צוואה אז זיין זוהן זאהל איבער נעמען די מאשין. און פירן ווייטער זיין בית מדרש'ל איז ער געגאנגען צו ר' מאטעלע פרעגען צו ער זאהל ווערען א רבי(לה) אדער בלייבן א שפילער?
האט ר' מאטעלע גע-ענטפערט... דו קענסט רואיג טוהן ביידע, ווייל היינט זענען רוב רעבנים, שפילער.
berlbalagulehנאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
דאס איז נישט מיין אייגן ווערטל. ר' אליהו מזרחי (נישט אויפצוטוישן מיט ר' יוסף מזרחי) זאגט דעם פשט אויפ'ן פסוק.
ווען דער צדיק ר' יהונתן אייבשיץ איז געוועהן א קליין אינגעל האט ער איינמאהל אין א חודש אדר ביי זיך אין צומער אנגעפאנגען טאנצען אין זינגען מוראדיג לעבעדיג. זיין טאטע זיצט אינדרויסען און ווינדערט זיך וואס גייט פאר. פארוואס איז ער אזוי פריילאך?
גייט ער צו און מאכט אויף די טיהר און דער קליינער יהונתן זיצט רואיג און שטיל אזוי ווי עס וואלט גארנישט פאסירט.
פרעגט איהם די טאטע, וואס גייט פאר?
ענטפערט ער עס שטייט, משנכנס אדר מרבים בשמחה.
פרעגט איהם זיין טאטע, נו פאר האסטו אויפגעהערט?
ענטפערט איהם דער קליינער יהונתן,
אבער עס שטייט אויך... משנכנס אב ממעטין בשמחה
berlbalaguleh berlbalagulehנאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
דאס איז נישט מיין אייגן ווערטל. ר' אליהו מזרחי (נישט אויפצוטוישן מיט ר' יוסף מזרחי) זאגט דעם פשט אויפ'ן פסוק.
ר' אליהו מזרחי זאגט נישט אזא ווארט.
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
א גערער אינגערמאן איז געקומען מיט זיין אתרוג צו הג"ר גדלי’ נדל ז"ל ער זאל געבן זיין הסכמה דערויף, ר’ גדלי’ באטראכט דעם אתרוג ארום און ארום פון אלע זייטן און ער האט נישט געטראפן קיין שום צד מכשיר צו זיין דעם אתרוג וואס האט געהאט כמעט אלע פסולים פון די משנה,
ר’ גדלי’ פרעגט איהם נו, ווי קומט צו דיר אזא שוואכער אתרוג? זאגט דער אינגערמאן "מיין רבי האט מיר געזאגט אז אז מען קויפט א אתרוג פון א פארמאכטען באקס...
האט ר’ גדלי’ דערויף מגיב געווען: אבער פארוואס האסטו געדארפט נעמען א רבי'ן פון א פארמאכטען באקס?...
Re:
מצפצף #
berlbalaguleh berlbalagulehנאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
דאס איז נישט מיין אייגן ווערטל. ר' אליהו מזרחי (נישט אויפצוטוישן מיט ר' יוסף מזרחי) זאגט דעם פשט אויפ'ן פסוק.
ר' אליהו מזרחי זאגט נישט אזא ווארט.
כמדומה מהאלשיך הק'
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
זאל זיין: ס'איז א גוטער פשט.
דער אלשיך הק' טייטשט אן אנדערע בחינה פון די רילעישאנשיפ פון יעקב אבינו מיט לבן הארמי. ער רעכנט אויס פונקטליך מיט א גענויעם חשבון וויאזוי די עשרת מונים וואס ס'שטייט אין פסוק אז לבן האט אויסעפאפט יעקב אבינו.
Re:
berlbalaguleh #
נאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
כמו דער ווארט. וואס איז א חילק צווישען א איד מיט א גוי?
א גוי געזעגענט זיך נישט און גייט...
א איד געזעגענט זיך יא און גייט נישט...
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
דער סאקמר רב ר' יואל האט געזאגט אויף ר אלימלך (מייק) טרעס ע"ה
עס זענען דא אידן ווי ער וועליכע מען וועט פרעגען אויבען אין הימל נאך 120... איד איד וואו איז דיין בארד?
און ליידער זענען דא אסאך וועליכע מען וועט פרעגען... בארד בארד וואו איז דיין איד?
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
חסיד #
כ"ק מהר"ש מבאבוב (הראשון) זצ''ל איז אמאל אין א רעגענדיגן שמיני עצרת אינדערפרי געגאנגן שפעט צום דאווענען איז אים אנטקייגן געקומען א מאדערנער ראביי, און געזאגט 'רבי גיב א קוק מיר האבן שוין געענדיגט דאווענען גשם און ס'רעגנט טאקע, האט ער אים בצחות לשונו געענטפערט, 'א קונץ, אזוינע ווי די האבן שוין אמאל געברענגט א מבול'' ודפח''ח
אין זכרנו לחיים באבוב 45 ברענגען זיי בשם מהר"ש מבאבוב אז ס'איז געווען ביים ראפשיצער רב
Re:
[ציטאט אראפגענומען]
דאס האט שוין ר' נחמן ברעסלעווער געזאגט איבער זיינע סיפורי מעשיות אז ער פארציילט עס אויפצוועקן, פארקערט ווי דאס וואס די וועלט זאגט אז מעשיות שלעפערן איין
Re:
ציבעלע-קיגל #
איך האב די וואך געהערט א גוט ווארט ביי א שיעור אויף פרקי אבות.
אין פרקי אבות פרק חמישי, משנה י"ט...
מה בין תלמידיו של אברהם אבינו, לתלמידיו של בלעם הרשע...
איז שווער... פארוואס פרעגט נישט די משנה, מה בין אברהם אבינו לבלעם? פארוואס פרעגט די משנה אויף די תלמידים?
האט געזאגט דער ראפשיצער רב, ז''ל... ווייל בלעם האט אוסעזעהן ווי א רבי, פונקט ווי אברהם אבינו, ער איז אויך געגאנגען מיט א שטריימל, בעקיטשע, זילבערנע שטעקן מיט א גרויסען פעלץ, אז מען האב איהם אנגעקוקט האט מען געמיינט אז מען קוקט אויף א אמת'ר רבי א צדיק... מען דארף קוקען אויף די תלמידים צו זעהן און אויסגעפונען ווער "באמת" דער רבי איז
כִּי הַצַּדִּיק בְּעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיגוֹ כִּי אֵין בּוֹ שׁוּם תְּפִיסָה, כִּי הוּא לְמַעְלָה מִשִּׂכְלוֹ רַק עַל יְדֵי אֲנָשָׁיו הַמְקרָבִין אֵלָיו, יוּכַל לְהָבִין מַעֲלַת הַצַּדִּיק כִּי עַל יְדֵי שֶׁרוֹאִין אֲנָשָׁיו, שֶׁהֵם אַנְשֵׁי מַעֲשֶׂה יְרֵאִים וּשְׁלֵמִים וּבָהֶם יֵשׁ לָהֶם תְּפִיסָה וְהַשָּׂגָה כִּי הָעוֹלָם אֵינָם רְחוֹקִים עֲדַיִן מֵהֶם כָּל כָּך כְּמוֹ מֵהַצַּדִּיק בְּעַצְמוֹ עַל כֵּן מִי שֶׁרוֹצֶה הָאֱמֶת אֶפְשָׁר לוֹ לֵידַע מַעֲלַת הַצַּדִּיק עַל יְדֵי אֲנָשָׁיו.
הרה"ק רבי נחמן מברעסלוב זי"ע - ליקוטי מוהר"ן חלק א' תורה ק"מ
Re: Re:
כספי #

ער זאגט אין ליקוטי מוהר"ן אן ענליכע געדאנק כלפי שמיא. ווען א מענטש פילט אז ער קען נישט משיג זיין געטליכקייט ווייל ער האט נישט קיין תפיסה אין דעם, איז גוט צו פרובירן משיג זיין א צדיק, וואס ער איז משיג געטליכקייט. אז מען גלייבט אז איינער גלייבט, ברענגט עס רואיגקייט און איז א השגה זעלבסט אויף וואס מ'קען זיך פארלאזן