☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

140 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9843
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:21 am

· #310409
גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
איך האב נאך נישט געטראפען קיין אשכול אויף דעם, הייב איך אן דא.
ווען איך בין געווען א אינגעל האט מיין טאטע געהאט אין שטוב א ביכל וואס הייסט 'חד וחלק' אויף עברית. דארט איז דא א סאך גלייכווערטליך פון גדולי הדורות, געדרוקט אויף א לייכטער עברית פאר קינדער. איך האב עס נישט היינט, און איך וואוין ווייט פון מיין טאטע'ס שטוב, אבער איך האב געהערט במשך די יארען אפאר ווערטלעך, וויל איך דא באטייליגען, און ווער ס'האט נאך זאל ביטע זיך אנרופען, ואל תמנע טוב מבעליו.
א. הרב אהרן קוטלר איז אמאל געווען ביי אן אסיפה פון רבנים און ראש ישיבות. צום סוף האט איינער געזאגט "אפשר דארף מען אלע בעטען פון די גבאים און דרייווער"ס וואס שטייען דא אז מ'זאל גארנישט אויסזאגען פון די אסיפה". האט זיך א צווייטער אנגערופען "מ'האט דאך גארנישט געזאגט". האט ר' אהרן געזאגט "יא יא, דאס זאלען זיי נישט אויסזאגען!"
ב. הרב אהרן קוטלר איז אמאל געווען אין פלארידא און מ'האט איהם אנגעוויזען א האטעל, וואס דארט קאסט פופציג דאללאר א נאכט צו שלאפען. זאגט ער "וואס פאר א בעט איז ווערט פופציג דאללאר א נאכט? נאר מ'צאלט פופציג דאללאר צו שלאפען אין א בעט וואס מ'קען זיין פארזיכער'ט אז קיין ארימאן איז נישט געשאפען דארט!"
ג. הרב יחזקאל אברמסקי איז געווען אין סיביר פאר בערך פיהר יאר און זיין קינדער דעמאלס זענען געבליבען אין סלוצק און די רעגירונג האט זיי געצווונגען צו גייען אין זייער שולע'ס און כמעט אלע זענען נישט פרום געבליבען. ס'האט איהם זייער פארווייטאגט. איינער האט איהם אמאל געפרעגט "מ'זאגט אז דער עפל פאלט נישט ווייט פונ'ם בוים. ט'וואס איז דא געשען?" האט ער גע'ענטפערט "דאס איז ביי א געווענדליכע בוים. ביי א גאר הויכע בוים קען עס פאלען ווייט!" א ביטערע געלעכטער.
ד. הרב אליעזר סילווער האט א באקאנטע וויץ. ער איז איינמאל געווען אין א קאר און דער פאליציאנט האט זיי אפגעשטעלט. דער דרייווער האט געזאגט פאר'ן פאליציאנט אז ער האט דא די הויפט ראביי פון די יונייטעד

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:52 am

· #310414
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
ה. הרב אברמסקי איז געווען רב אין לאנדאן. דארט איז געווען, און נאך היינט, א חסידיש'ע ישיבה מיט'ן נאמען 'מתיבתא'. דער ישיבה האט געלערנט חולין, א זאך וואס האט נישט געפאלען פאר הרב אברמסקי. האט ער געזאגט אויף זיי "נרפים אתם נרפים, על כן אתם אומרים נזבחה". שפעטער האט מען געפיהרט דער ווערטעל אויף בריסק ווי מ'לערנט זבחים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:29 pm

· #310424
ליטוואק פון בודאפעסט

ד. הרב אליעזר סילווער האט א באקאנטע וויץ. ער איז איינמאל געווען אין א קאר אוןדער פאליציאנט האט זיי אפגעשטעלט. דער דרייווער האט געזאגט פאר'ן פאליציאנט אז ער האט דא די הויפט ראביי פון די יונייטעד

סטעיט"ס. רופט זיך אן הרב אליעזר סילווער פון אונט'ן "און קאנאדא"!

גר ותושב » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:25 pm

· #310766
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
צוויי רעבילעך האבן אמאל חתונה געמאכט ציזאמען בשעתן חתונה האבן איינעמס חסידים געזינגען די רבי זאל לעיבן א מזל טוב האט זיך די רבילע אנגערופן פארן צווייטען אז באמת וואלטן זיי געדארפט זינגען די רביס זאלן לעיבן א מזל טוב בלשון רבים האט זיך די אנדערע אנגערופן די באקאנטע רשי כך דרכן של בני אדם קורים לשוורים הרבה שור ודי למבין.

בן אדם » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:51 pm

· #310769
הגר"א קאלמאנאוויטש האט אמאל בשעת'ן מספיד זיין ביי א לויה פון איינער פון די לעצטיגע גדולי ראשי ישיבות (כ'געדענק נישט ווער) דערמאנט און וואסערע דור יתמי מיר זענען, אויסרעכענענדיג פלוני איז שוין נישטא, און אלמוני ראש ישיבה איז שוין אויך נישטא - דערנאך האט ער ווייטער געזאגט - "און יעצט איז מען שוין מספיד דעם גדול, און איך בין שוין אויך אלט..."

mevakesh » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:04 pm

· #310772
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
די מעשה זאגט מען אויף אסאך צווישן אנדערע רבי אליעזר סילבער ביים מספיד זיין רבי אהרן קאטלער

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:02 am

· #310786
כ"ק מהר"ש מבאבוב (הראשון) זצ''ל איז אמאל אין א רעגענדיגן שמיני עצרת אינדערפרי געגאנגן שפעט צום דאווענען איז אים אנטקייגן געקומען א מאדערנער ראביי, און געזאגט 'רבי גיב א קוק מיר האבן שוין געענדיגט דאווענען גשם און ס'רעגנט טאקע, האט ער אים בצחות לשונו געענטפערט, 'א קונץ, אזוינע ווי די האבן שוין אמאל געברענגט א מבול'' ודפח''ח

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 6:41 am

· #310806
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
הרב ברוך מרדכי האט פארציילט "ר' איסר זלמן איז אמאל אריין אין א חדר פארהערען די קינדער. אויף איין קינד האט ער זיך אפגעשטעלט און געזאגט 'מובטחני אז ער וועט אויסוואקסען א גדול בישראל'. איך זאג עס נישט איבער אלס גאווה, נאר ארויסצוברענגען די ווייטזע'ענדיגע אויגען פון א גדול בישראל"!
ער איז אמאל געגאנגען אין גאס און א פייגעל איז אריבערגעפלויגען און אראפגעלאזט א פארציע אויף זיין קאפעלוטש. האט ער זיך אויסגעדרוקט "ביי ר' יונתן בן עוזיאל זענען די פייגלעך פארברענט געווארען ביים אריבערפליען. דאס קענען מיר נישט באווייזען, אבער כאטש א טרייסטעל געטוהן"!
ער איז לעצטענס אריין אין מועצגה"ת פון דגה"ת. ביים ערשטע אסיפה איז ער אנגעקומען דרייסיג מינוט שפעט. דער מזכיר האט איהם פארגעהאלטען "זה שלשים דקות מאוחר?"
"שלשים דקות!? שלשים שנה מאוחר!"

אגב אורחא, דער וויץ מיט די רעגען און דער מבול, וואס פאסט בכלל נישט פאר'ן באבובער, איז שוין געדרוקט געווארען פאר דער באבובער איז געבוירען געווארען. (טעות, איך האב נישט ריכטיג געליינט. מ'ברענגט עס פונ'ם ערשט'ן ר' שלמה'לע) הירשל ציג האט לעצטענס געהאט א קאפ"י פון א צייטונג ווי מ'ברענגט אזא ווערטעל פונ'ם ביה"ל נאך בחייו.

יהושע חיים » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:02 am

· #310811
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
נתקלקל מחמת פחד (כך שמעתי)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:34 pm

· #310839
שמעתי מאחד ששמע ממנו באמצע שיעור: ... לפי"ז, קושיית הרשב"א נ-ת-מ-ו-ג-ג-ה...

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:10 pm

· #310840
א בחור האט אמאהל אריינגעפרעגט אינמיטן זיין שיעור.

רב"מ: איהר האט געזעהן דעם מהרש"א אין נדרים דארט און דארט?! [אה... וויפיהל קליפה אין א מתנגדישע 'איהר'...]

בחור: ניין.

אז איהר האט נישט געזעהן דעם מהרש"א האט איהר נישט וואס אריינצורעדן אינעם שיעור.

נאכ'ן שיעור זעהט דער בחור אז דער מהרש"א איז גארנישט נוגע...

"יע, אבער אז איהר קענט נישט דעם מהרש"א האט איהר נישט וואס אריינצורעדן אינעם שיעור...".

---------------

מענין וכו', ר"ר יהונתן און דער נודע ביהודה האבן זיך ארומגעריבן. האט זיך געפונען אין פראג א תלמיד פון ר"ר יהונתן – ר' זרח איידליץ, אינמיטן א דרשה פונעם נוד"ב האט ר"ז זיך אנגערופן: 'אין רמב"ם שטייט אנדערש".

דער נו"ב טראכט אפאר מינוט און איז ווייטער ממשיך די דרשה. דעם נעקסטן טאג רופט ער ר"ז: כ'האב איבעראל געקוקט און כ'טרעף נישט אזא רמב"ם?

יא, זאגט ר"ז, עס איז טאקע נישט דא אזא רמב"ם, אבער פרובירן זאלט איהר מיין רבי'ן זאגן א רמב"ם וואס שטייט נישט...

ציבעלע-קיגל » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:59 pm

· #310842
פאסירט אמאהל אז צוויי ליטווישע ראש ישיבות זענען נעביך אוועק ל"ע צוזאמען. האט זיך אויפגעשטעלט א ליטווישע "גאדעל" און האט מספיד געווען...

רבותי, מיתת צדיקים איז א קרבן, שטעלט אייך פאר, מיר ברענגען היינט צוויי גרויסע אקסען...

ציבעלע-קיגל » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:22 pm

· #310845
ר' חיים בריסקער איז אמאהל געגאנגען צונדען חנוכה לעכט, און ער באמערקט אז זיין רביצין האט פארגעסען אוועקצולייגען דעם בעיזם. טראכט ער צו זיך אז אויב ער לייגט עס נישט שנעל אוועק וועלן אלע בריסקער עד סוף כל הדורות צינדען חנוכה לעכט מיט א בעיזם נעבן דעם מנורה האט ער דאס שנעל אוועק געלייגט.

איז היינטיגע צייטן אלע בריסק'ר ווען זיי גרייטן צו די מנורה לייגט מען אויך צו דארט א בעיזם אז מען זאהל דאס קענען ארויס טראגען ווייל דער ראש ישיבה האט נישט אנגעצונדען די מנורה מיט א ביעזם אוף דער זייט.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:41 pm

· #310849
ווען דער מלבי"ם איז אויפגענומען געווארען אלץ רב, איז אין דער ערשטער פורים האט ער באקומען משלוח מנות פון דער ראש פון די משכילים אין זיין שטאט, האט ער איהם געשיקט א בילד פון א חזיר.

האט איהם דער מלבי"ם צוריק געשיקט משלוח מנות מיט א בילד פון זיך אליין, און האט צוגעלייגט א צעטל...

א שיינעם דאנק פאר דיין בילד, דא האט איהר מיין בילד.

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:42 pm

· #310850
ווען א געוויסער עושר א שטרוי זאק איז נפטר געווארן און דער רב האט געדארפט מספיד זיין, האט ער אנגעהויבן דעם הספד מיט די ווערטער, "רבותי, חתיכה הראויה להתכבד נעשית נבילה"...

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:45 pm

· #310851
דער זעלבער רב האט אנאנדער מאל פאר די לויה פון אן עושר אריין אין זיין ספרים שטוב זיך צו פארקוקן און ער האט באמערקט אז דער עושר האט געקארגט צו צאלן אלפים פאר א אוצר הספרים, אבער פארט האט ער געוואלט הייסן איינער מיט אסאך ספרים האט ער געקויפט נאר דעקלעך פון ספרים, האט דער רב ביים הספד געזאגט, "אויף דעם איד קען מען רואיג זאגן קיים זה מה שכתוב בזה"

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:00 pm

· #310898
א איד איז געקומען צום נודע ביהודה מיט א קבלה ספר נאך א הסכמה, זאגט אים דער נו''ב בלייבט איבער שבת און מיר וועלן זען.
פרייטאג צו נאכטס זאגט דער נו''ב דעם גבאי'ן ער זאל דעם בעל מחבר מכבד זיין מיט קבלת שבת, יענער גייט צו און דער עולם האלט זיך ביי די זייטן ער איז א פשוט'ער 'מכה בעברתו' און קען נישט קיין עברי.
מוצש''ק קומט דער איך צום נו''ב וועגן די הסכמה, זאגט אים דער נו''ב אנטשולדיגט כ'קען אייך נישט געבן, פרעגט יענער הלמאי וואס טויג נישט מיטן ספר, זאגט דער נו''ב במחילת כבודכם אבער איר קענט נישט קיין עברי קען איך קיין הסכמה נישט געבן. פרעגט יענער צוריק מה שמיטה אצל הר סיני?
זאגט דער נו''ב 'רעב איד ס'איז דא צוויי סארטן אידן מחברי ספרי קבלה, הא' צדיקים קדושים יודעי ח''ן וכו', והשני סתם איינגערעדטע מטרפים וואס מיינען זיי קענען, האב איך אויף דעם א פשוטער הבחנה, אם שגורה תפלתו בפיו יודע ש'מקובל ואם לאו יודע אני שהוא מטורף, און א גוטע וואך!

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 4:00 am

· #310921
ציבעלע-קיגל
ר' חיים בריסקער איז אמאהל געגאנגען צונדען חנוכה לעכט, און ער באמערקט אז זיין רביצין האט פארגעסען אוועקצולייגען דעם בעיזם. טראכט ער צו זיך אז אויב ער לייגט עס נישט שנעל אוועק וועלן אלע בריסקער עד סוף כל הדורות צינדען חנוכה לעכט מיט א בעיזם נעבן דעם מנורה האט ער דאס שנעל אוועק געלייגט.

איז היינטיגע צייטן אלע בריסק'ר ווען זיי גרייטן צו די מנורה לייגט מען אויך צו דארט א בעיזם אז מען זאהל דאס קענען ארויס טראגען ווייל דער ראש ישיבה האט נישט אנגעצונדען די מנורה מיט א ביעזם אוף דער זייט.

ציבעלע קוגל: דאס איז אן עמקות'דיג ווארט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 1:23 pm

· #311421
ס'איז ברייט באקאנט אז הג"ר חיים עוזר גרודזינסקי האט געהאט א גרויסע חוש ההומר. מ'דערציילט אז זיין הויז איז געווען א תל תלפיות און די בעלעגלה'ס און טעקס"י דרייווער"ס פלעגען זיך דרייען אינדרויסען פון זיין בנין ווארטענדיג אויפצונעמען מענטשען. איין מאל האט מען געזען ווי ר' חיים עוזר לאכט שטארק. ער האט געזאגט אז ער האט דעמאלס אונטערגעהערט ווי איינער פרעגט א בעלעגלה ווילאנג ס'נעמט קיין איישישאק. ענטפערט יענער "אז דער אויבישטער מישט זיך נישט אריין, קען איך עס מאכען אין צוויי שעה!"

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 1:23 pm

· #311422
ר' הירש מאליקער איז אמאל געפארען צו ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער. ער האט געוואוסט אז ר' ברוכ'ל איז א גבר קפדנא וואס לאזט קיינער פראווען פאר איהם, האט ער מיטגעברענגט א בענקל און געהייסען דער גבאי אריינברענגען צום צימער, און אזוי זיך אראפגעזעצט מיט ר' ברוכ'ל. ר' ברוכ'ל האט מקפיד געווען זאגענדיג "בהדי דידי קא מינצית? איך בין א חד בדרא"
"נו, איך בין אויך א חד בדרא!"
"ווי קען זיין צוויי חד בדרא'ס?"
"וואס הייסט? מ'זאגט דאך חד גדיא חד גדיא!"
(געזען אין 'דור דעה' פון יקותיאל קאמעלאהר)
#פעטיציעאלערט

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 1:56 pm

· #311424
ווען כ'האב געזען אז דו דערמאנסט רבי הערשעלע אליקער און ר"ר ברוכ'ל האב מיך שטארק דערשראקן אויף דיין וואוילזיין, אבער ווען כ'האב נאר געגעבן א בליק צום סוף און באמערקט דיין #פעטיציעאלערט האבען זיך מיינע בויך קרעמפפען בארוהיגט...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 3:59 pm

· #311434
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
וואס זאל איך דיר זאגען? איך בין נישט קיין מתנגד פון אומוויסענד. מיין טאטע רעדט זיך אפ אויף מיר אז מיין קאפ איז פול מיט חסידיש'ע נערישקייטען, כולל אזעלכע מעשה'ס

געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 4:02 pm

· #311435
ווייז איהם דיינע אשכולות, און ער וועט זיך מער נישט אפרעדן 😳 😳

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 4:18 pm

· #311440
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
נישט ווייל ער האט מורא אז איך ווער חסידיש, נאר אז מ'שטאפט אפ דער קאפ מיט נערישקייטען

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 4:56 pm

· #311450
ליטוואק פון בודאפעסט
נאר אז מ'שטאפט אפ דער קאפ מיט נערישקייטען

יא יא!

----
בד"וו, איך קען די ענדע פון דער מעשה אביסל אנדערש

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 5:00 pm

· #311451
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
יא יא, דער מעשה ענדיגט זיך נישט דארט, אבער דאס איז שוין נישט קיין וויץ

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 3:20 pm

· #311936
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
יא יא, ביידער זענען אן אויסדרוק פון אומ'הכנעה צו די תורה און איהר גדרים.
וע"ז נאמר: את אשר התרת אסרתי ואשר אסרת התרתי. מ'וויל זיך נישט אונטערווארפען אונטער'ן תורה. וועגען דעם זוכט מען חומרות און עניינים אן דעקונג, אפילו אויפ'ן חשבון פון א מצוה.
וכבר אמר הרב אליעזר האראדזעצקי 'אן אמעריקאנער האט ליעב צוויי זאכען: חומרות און טשאקאלאד קעי"ק'! ודפח"ח וש"י

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 4:56 pm

· #311944
ליטוואק פון בודאפעסט
וכבר אמר הרב אליעזר האראדזעצקי 'אן אמעריקאנער האט ליעב צוויי זאכען: חומרות און טשאקאלאד קעי"ק'! ודפח"ח וש"י

דאס דארף מען ארויספרינטן אויף גרויסע ליילאכער און אויפהענגען אויף ליע עוועניו, גארפיעלד, ווי אויך אויף אלע אנדערע הויפט גאסן.

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 4:59 pm

· #311945
און בפרט יעצט חנוכה אז מ'זאל מחמיר זיין אויף די דאונאטס

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 5:35 pm

· #311953
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
פארעסט אוו. און בע"י פארקווע"י אויך

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 9:31 pm

· #311979
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
פאר די וואס ווייסען נישט.
ר' אליעזר האראדזעצקי איז געווען פון די מירער תלמידים וואס האבען מייסד געווען ישיבת בית התלמוד, היינט אין בענסאנהערסט. ער איז געווען א גרויסע שטארקע מענטש און ער האט געפיהרט דער גשמיות פון די ישיבה. (דער וואס קען זיך אויס אין תורת המוסר ווייסט אז דער אלטער פון קעלם און זיין תלמיד ר' ירוחם לייוואויץ פלעגען שטארק אויסרימען דער ענין פון א 'מעשה שמשות' עיי"ש וכידוע דער אויסדרוק 'די וואס קערען דא, קערען די וועלט'). ער איז באקאנט פאר זיין שארפע מימרות אויף די אמעריקאנער גאס. אסאך נייע תלמידים פון בית התלמוד געדענקען זייער ערשט'ן טאג אין ישיבה ווי א גרויסע פעשער בחור, אן א בארד, שטייט מיט א בעזעם אין האנט און קאכט איבער א שווערע רמב"ם אין מיט'ן קערען דער בית המדרש.
פון זיין פערעל ווערטער:
וואס איז לעיקוואוד? א ישיבה מיט א פארקינג לא"ט!
ווען מ'פרעגט א בחור 'וואס נעמט איהר פון די ישיבה? ווייל ס'איז מיינס, איך בין דאך א מעמבער פון די ישיבה'. ווען מ'פרעגט איהם פארוואס ער טוט נישט פאר'ן ישיבה זאגט ער 'ס'איז עפעס מיינס?'
מ'האט אריינגעברענגט א וואסער פאונטעי"ן צום ישיבה. ער האט עס אויפגעהויבען מיט זיין הענט און געלייגט אין גאס 'א ישיבה איז נישט קיין פאר"ק'!
מ'זאגט 'מה שחלמתי על עצמי, ומה שחלמתי על אחרים, ומה שחלמו אחרים עלי' אבער מה שחלמו אחרים על אחרים זאגט מען נישט, ווייל ס'איז נישט דיין ביזנעס. (מסתמא אן אלט'ן ווארט)

אהרן » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:59 am

· #312390
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
צדיק גוזר והקב"ה מקיים, נו, נישט אזא גרויסע חידוש, דער אייבערשטער איז דאך א גוטער, ער העט העלפן א יוד אפילו סקומט אים נישט, אבער הקב"ה גוזר וצדיק מקיים דאס איז שוין א חידוש....
(ר׳ יודעלע הורוויץ)

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 9:35 am

· #312391
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
דער זון פונ'ם חפץ חיים האט דאס געזאגט ווען די פוילישע חסידים אין ווארשא האבען איהם געפרעגט מיט וואס זיין טאטע צייכענט זיך אויס. זיי האבען פארציילט מופתים פון זייערע רבי'ן, האט ער געזאגט 'ביים טאט'ן איז פארקערט, הקב"ה גוזר וצדיק מקיים'

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 12:55 am

· #312511
כ'האב געהערט פין איינעם וואס האט באגלייט הה"ק בעל דב"י מסאטמאר אויף בעדפארד אין די בראשית יארן איז געווען די אלטע אגודה בילדינג (במקום ביקסאד) וואס האט איז געווען א חלק פונם תיפלה וואס איז היינט קלויזענבורג ביי היוס סטריט, ס'דארט געהאנגן א שילד "מסורת אבתינו בידינו" האט די סאטמארער רב זיך אנגערופען "וועלעכע מסורה? אפשר מתחילה עובדי עבו"ז היו אבותינו".

טמיר » פרייטאג יאנואר 8, 2016 10:39 am

· #316613
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
עמיצער איז געגאנגען נאך געלט מיט א כתב המלצה וואס איז געשטאנען דארט צווישן אנדערע "לו הי' בימי אלישע לא פסק השמן" . און דער עולם האט עם שיין מכבד געווען. ביז ער איז אנגעקומען קיין לונדון ווי רצ"ה איז געווען רב, און ער האט עם מכבד געווען מיט בענטשן האט ער געזען אז ער קען נישט קיין צורת אות. האט רצ"ה געזאגט יעצט פארשטיי איך די כוונה פון די המלצה: ביי די מעשה פון אלישע מיט די אויל האט זיך אפגעשטעלט די אויל ווייל עס איז מער נישט געווען קיין כלי ריק. העט ער ווען דארט געווען וואלט נישט געווען קיין פראבלעם מיט שאפן א כלי ריק, יען כי כלי ריק כמוהו אין.
(גענומען פון אוצר פתגמים מחכמים. עס איז אויף היברו בוקס, אבער יעדע צווייטע עמוד פעלט)

לא ימלט » זונטאג יאנואר 10, 2016 4:20 pm

· #316845
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
עס איז געווען א איד וואס האט געהאט א זון וואס איז נישט געווען מיט אלעמען, און דער זון האט באשלאסן זיך צי נעמען דאס לעבן, ער איז ארויף אויפן דאך און געשטאנען ביים שפיץ, ער האט צוזאם גערופן א יעדן איינעם און געשריגן אז ער גייט אראפ טאנצן, מען האט זיך געבעטן ביי אים, אבער גארנישט האט געהאלפן,
איז די טאטע געלאפן צום רב (געדענק נישט דעם נאמען), האט דער רב געזאגט מען זאל שיקן א צווייטן משוגענער זאל קער נעמען פינעם מצב,
האט דער צווייטער משוגענער גענומען א פלעסטיג מעסער און זיך אנגערופן צו אים, "זעסט דעם מעסער?! אויב קומסטו נישט אראפ אין דעי מינוט, גיי איך צישניידן דעם בילדינג, און עס גייט צאם פאלן," און עס האט געהאלפן....

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 10, 2016 8:48 pm

· #316874
אין די צייטן ווען מ'איז געלאפן-צום-רב-(געדענק-נישט-דעם-נאמען) איז נאכנישט געווען קיין פלעסטיק מעסערס...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 30, 2016 9:34 pm

· #353206
איך האב געהערט אזא מעשה יו"ט.

ווען דער בריסקער רב איז אוועק, האבען אלע ראשי ישיבות אין א"י געריסען קריעה ביים לויה. מ'האט געפרעגט ר' חיים שמואלביץ פארוואס ער רייסט נישט, האט ער גע'ענטפערט "אין אן ערנסטע מאמענט שפילט מען נישט"

והמבין יבין...

(איך האב עס פארציילט אין ביהמ"ד און איינער א געואורענע ליטוואק האט אונטערגעהערט און געפרעגט מיט א תמימות 'אויב דער דין איז אז מ'דארף רייסען קריעה, וואס האט עס מיט שפילען?' איינער וואס האט געהערט די שאלה האט גע'ענטפערט פאר מיר 'די שואלים האבען דאך אויך נישט געמיינט דער דין!'.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 3:13 pm

· #353246
ר' ישראל סאלאנטער האט זיך אמאל געטראפען מיט א חסידישע איד, מיט וועמען ער האט פארברענגט א שטיק צייט בענייני מוסר ויראת שמים. דערנאך האט דער איד ארויסגענומען געלט איהם איבערצוגעבען. ר' ישראל האט געפרעגט"וואס איז דאס?"

"ביי אונז ווען מ'טרעפט א גוטע איד, גיבט מען איהם א פדיון ער זאל דאווענען פאר איהם", ענטפערט יענער.

"ביי אונז איז א גוטע איד דער וואס גיבט, נישט דער וואס נעמט. אלזא, זייזשע אזוי גוט און דאווענט'ס פאר מיר"

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:05 pm

· #354675
ה"בית ישראל" קרא פעם לאחד האייניקלעך, נכד של ה"אמרי אמת" שניצל את מעמדו לרעה, והזמין אותו לקידוש. ביושבו נפוח כולו בקידוש, פתח ה"בית ישראל" ואמר: ובשר בשדה טרפה לא תאכלו לכלב תשלכון אותו, ומבאר רש"י שזהו שכר לכלבים שלא חרצו לשונם במכת בכורות.

שאל הרבי: והרי כלב זה לא היה במצרים, ומפני מה הוא מקבל שכר? ותיכף פנה לאותו "אייניקל" ותירץ: ווייזט זיך אויס, אז א אייניקל, אפילו ער איז א הונט, דארף מען מכבד זיין.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:34 pm

· #354679
שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט
וכבר אמר הרב אליעזר האראדזעצקי 'אן אמעריקאנער האט ליעב צוויי זאכען: חומרות און טשאקאלאד קעי"ק'! ודפח"ח וש"י

דאס דארף מען ארויספרינטן אויף גרויסע ליילאכער און אויפהענגען אויף ליע עוועניו, גארפיעלד, ווי אויך אויף אלע אנדערע הויפט גאסן.

שמעקעדיג: צוטייל די משנה. אין וויליאמסבורג האט מען ליעב טשאקאלאד/קאקאש קעיק. און אין עיר הטעירעה האט מען ליעב חומרות... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:56 pm

· #354685
כוונת קדשו פון ר' אליעזר איז געווען אז דער רדיפה אחרי חומרות און דער רדיפה אחרי טשאקאלאד קעיק איז גענוי די זעלבע. פון איין מקור קומט עס און איין פשט האט עס.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:39 pm

· #367310
כ'האב היינט געהערט א אינטערסאנטע אמת'ע מעשה וואס איז מיר שטארק געפאלן.

א איד האט זיך אמאל פארליבט אין א גוי'טע אין שווייץ און געוואלט חתונה האבן מיט איר, איז ער געגעאנגען צו הרב ברייש פון שווייץ און געבעטן ער זאל איר מגייר זיין, האט הרב ברייש איר געפרעגט פארוואס ווילסטו ווערן א איד, ווייל דו ווילסט טוישן גלויבינגען אדער ווייל דו ווילסט חתונה האבן מיט אים? האט זי מודה געוועהן אז די סיבה איז טאקע ווייל זי וויל חתונה האבן מיט אים. האט הרב ברייש אפגעזאגט איר מגייר צו זיין.

דער חכם איז געגעאנגען און גערופן הרב ברייש אין שווייצער ליבעראלע געריכט פאר דיסקרימינאציע, דער שופט הערט די מעשה און פרעגט דעם רב אזא לאגישע שאלה,

רוב אידן זענען דאך במילא נישט פרום, ס'איז דא מיליאנען פרייע אידן, וואס גייט אייך אן צוצולייגן נאך איינס? וואס וועט שוין זיין???

ענפערט הרב ברייש, פשוט, ווען איך בין אריינגעקומען וואוינען קיין שווייץ און געוואלט ווערן א שווייצער בירגער האט די שווייצע רעגירונג געוואלט וויסן:
אויב איך בין עדיוקעיטעט,
האב פרנסה,
נישט עדיקטעט צו אלקהאל און דראגס, און אזוי ווייטער

לכאורה, ס'איז דא גענוג און נאך שווייצער בירגער וואס זענען נישט עדיוקעיטעט און זענען שיכורים, וואס גייט ענק אן צוצולייגן נאך איינס?

נאר די תירוץ איז פשוט: די שווייצער זאגן אונז האבן שוין גענוג פון אונזערע "אייגענע" אומגעלערנטע שיכורים, מיר דארפן נישט יענעמ'ס גארבידזש.

די זעלבע פירט אויס דער רב איז ביי אונז אידן, מיר האבן מיליאנען פרייע אידן - על הראשונים אנו מצטערים, מיר דארפן נישט נאך...

מורא'דיג גוט געענטפערט! אויסגעצייכענט!

איך אויך » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:57 pm

· #367318
דערמאנט די מעשה מיט שאצער רב מיטן אימיגראציע שופט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 7, 2017 4:30 pm

· #370155
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
לכבוד דער ראפשיצער רב׳ס יארצייט.
אן עגונה איז אמאל געקומען צום ראפשיצער רב אז מ׳האט געטראפען איהר מאנ׳ס קערפער אין ים, און זי וויל א היתר. האט ער איהר געפרעגט "פון וואנעט ווייסטו אז ס׳איז דיין מאן?"
"האט זי גע׳ענטפערט "ס׳הייסט? ער האט דאך געשטאמעלט"
ופרצו כל העם בצחוק. איינער האט געלאכט אביסל מער ווי די אנדערע, האט דער ראפשיצער רב איהם געזאגט "וואס איז שלעכט מיט איהר טענה?"
"וואס הייסט? דאס איז א סימן? אסאך מענטשען שטאמלען דאך"
האט דער ראפשיצער רב געזאגט "אייך וויל איך אלס גבאי"
זיעועכ"י, לחיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

א איד » זונטאג מאי 7, 2017 9:46 pm

· #370192
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
ליטוואק פון בודאפעסט
לכבוד דער ראפשיצער רב׳ס יארצייט.
אן עגונה איז אמאל געקומען צום ראפשיצער רב אז מ׳האט געטראפען איהר מאנ׳ס קערפער אין ים, און זי וויל א היתר. האט ער איהר געפרעגט "פון וואנעט ווייסטו אז ס׳איז דיין מאן?"
"האט זי גע׳ענטפערט "ס׳הייסט? ער האט דאך געשטאמעלט"
ופרצו כל העם בצחוק. איינער האט געלאכט אביסל מער ווי די אנדערע, האט דער ראפשיצער רב איהם געזאגט "וואס איז שלעכט מיט איהר טענה?"
"וואס הייסט? דאס איז א סימן? אסאך מענטשען שטאמלען דאך"
האט דער ראפשיצער רב געזאגט "אייך וויל איך אלס גבאי"
זיעועכ"י, לחיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי אזוי האט דער גבאי געהייסן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 8, 2017 9:14 am

· #370227
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
אתפשטותיה בכל דרא, למה זה תשאל לשמי, אין יעדער דור געפונט זיך די נשמה צווישען אונז, להחיות בהם נפש כל חי, ואטו כי רוכלא ליחשב וליזיל....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אברך משי » מאנטאג מאי 8, 2017 11:05 am

· #370233
ידוע שמשמשו של הרה"ק מראפשיץ שמו היה יושע, וקראו לו "יושע בהמה", ובצדק.
עליו מסופר העובדא הנ"ל

לך לך » מאנטאג מאי 8, 2017 12:15 pm

· #370252
איינער האט געברענגט פאר'ן ברך משה זיין טאכטערס צירונג פאר'ן חתונה ער זאל עס בענטשען
האט דע ברך געפרעגט בענוות קדשו: "וועלכע ברכה מאכט מען?"...
כהאב געזעהן אין עפעס א אויסגאבע יעצט ביים יארצייט

יהושע חיים » מאנטאג מאי 8, 2017 6:24 pm

· #370300
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
א איד
ליטוואק פון בודאפעסט
לכבוד דער ראפשיצער רב׳ס יארצייט.
אן עגונה איז אמאל געקומען צום ראפשיצער רב אז מ׳האט געטראפען איהר מאנ׳ס קערפער אין ים, און זי וויל א היתר. האט ער איהר געפרעגט "פון וואנעט ווייסטו אז ס׳איז דיין מאן?"
"האט זי גע׳ענטפערט "ס׳הייסט? ער האט דאך געשטאמעלט"
ופרצו כל העם בצחוק. איינער האט געלאכט אביסל מער ווי די אנדערע, האט דער ראפשיצער רב איהם געזאגט "וואס איז שלעכט מיט איהר טענה?"
"וואס הייסט? דאס איז א סימן? אסאך מענטשען שטאמלען דאך"
האט דער ראפשיצער רב געזאגט "אייך וויל איך אלס גבאי"
זיעועכ"י, לחיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי אזוי האט דער גבאי געהייסן?

מען פארציילט עס אויפן גבאי יהושע בהמה
בלאט: 1 2 3