☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #9827

אשכול אן א טיטל #9827

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9827
בלאט: 1 2

חקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 5:55 pm

· #390279
רבותי, בארעדסט נישט דעם ישועות משה, ער איז געווען אן איש קדוש, א ווארעמער חסידי'שער איד, וואס האט געבראכן פון זיך שטיקער, דורכגעווייקט מיט תורה און חסידות.

איר פרעגט קושיות אויף אים? - בסך-הכל האט ער פארמאגט צוויי חסרונות, איינער א שוואכערער און איינער א שטערקערער. די ערשטע חסרון איז געווען, אז ער איז נישט געווען אזא שטארקער מענטש און האט נישט געקענט מאכן דעם כאראקטער אז ער איז שטענדיג גערעכט. די צווייטע איז געווען זיינע ארומיגע וועלכע האבן אים פארדרייט א קאפ, אויף אן אופן וואס גרעסערע און שטערקערע פון אים וואלטן נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון.

שטעלט אייך פאר ווען ער איז נישט חתונה געהאט צו לייטשא, נאר צו אן איידעלע רביצין וואס טריט אים ווי א קעניג, וואלט ער געבליעט און געשפרודלט, פארקויפט פאר אנדערע און אויפגעשטעלט א הערליכע דור. דאס זעלבע, שטעלט אייך פאר ווען ר' מאטעלע וואלט חתונה געהאט צו לייטשא, וואספארא צרות וואלט דארט געווען, ער וואלט זיך מיט איר גע'רצח'עט און געשלאגן א גאנצן טאג... זייט נישט דן קיינעם.

דער ישועות משה האט ארויסגעווארפן זיין זוהן, נישט מיטן פלאן אים צו לאזן אויפן וואסער. ער האט אים געוואלט קודם שיקן אויף צפת, זיך אויסצומענטשלען. מען דארף נעמען אין באטראכט, ר' ישראל האט אויסגעליידיגט די קאסע פון די מוסדות אויף חתונה צו מאכן די מענטשן וואס האבן גע'רודפ'ט זיין טאטע... ווי אזוי וואלט יעדער נארמאלער מענטש געשפירט? - ווי אזוי וואלט ר' מאטעלע געבלאזן אין אזא פאל? - ר' משה'לע איז געווען א שוואכער, ער האט ר' ישראל'ן מוחל געווען איינמאל און נאכאמאל, אים געמאכט אונטערשרייבן אויף צעטליך אז ער וועט מער נישט בארגן קיין געלט וכו'... אויסגעצאלט די חובות וכו'... עס האט אבער גארנישט געהאלפן, האט ער אים געוואלט שיקן אויף צפת, האט ר' ישראל נישט געוואלט...

וואס וואלסטו געטאן מיט דיין זוהן אין אזא פאל?

ר' משה'לע האט אים ארויסגעשטעלט, מיט די מטרה, אז ער וועט זען אז ער איז אויפן וואסער, וועט ער זיך צוריקבעטן... אבער דא האט זיך אריינגעמישט דער פעטער, בריב לא לו און אנגעזייעט א חרבן עולם.

דער חילוק צווישן ר' משה'לע און ר' מאטעלע איז, ר' מאטעלע קען טון אלע שגץ שטיק שבעולם, און נאך מאכן דעם רושם אלס דער ערליכער און גערעכטער, בשעת ר' משה'לע האט נישט געהאט דעם כח קיינמאל.

סוף דבר, ר' משה'לע איז געווען א דורכגעווייקטער ערליכער איד. זעלטן אזעלכע צדיקים געווען. קיין חסידים האט ער נישט עכט געהאט, און א שווער לעבן האט ער געהאט.

גראף » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:12 pm

· #390281
איך האב נאך נישט געטראפן א חסידות וואס אלע זייער בית רבינו/חצרות קודש אומאנגנעמ'ע לשה'ר 'ליך זאל נישט ניצן די רעביצען אלס קרבן. כ'זאג נישט צו ס'איז אמת אדער נישט די אלע תירוצים נאר ''זי'' איז אלעמאל שולדיג.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:27 pm

· #390283
ווען מיין זוהן טוט אזוי, שטיי איך נישט ברבים איהם צו בארעדען אלס א ווער ווייסט וואס.

אינטרעסאנט אז ס׳איז ניטאמאל דא א הו"א אז ער דארף זיך פיהרען ווי א נארמאלע מענטש. ער זאל גייען קיין צפת, זייער שיין. אן ערוואקסענע מענטש זאל זיך דרייען ווי מ׳הייסט איהם, און דער וואס העלפט איהם איז גאר א מתעבר על ריב לא לו? אפשר איז דיין שרייבען דא אויך א מתעבר על ריב לא לו? אלא מאי, ווען מ׳בארעדט ר׳ משה׳לע מוז מען זיך אננעמען פאר איהם, ווייל הלא רבי ייקרא. אבער ווען מ׳רודפ׳ט בפועל ממש א איד וואס איז נאר א רבי׳ס א זוהן, איז דער וואס העלפט איהם א מתעבר על ריב לא לו.

איינער זעט וואס פארא עקולי ופשורי מ׳דארף דורכגייען אויף צו פארטיידיגען אזא פארשוין?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:14 pm

· #390295
חקרן
וואס וואלסטו געטאן מיט דיין זוהן אין אזא פאל?


עפ"ר זאגסטו דברים של טעם. אבער וואס וואלסטו געטון מיט מיט דיין זוהן אין אזא פאל? גיוו מי עי ברעיק. א משוגענע מעשה. דאס צו טוהן נישט קיין חילוק צו דאס איז א יחיד אדער א רבי אדער די רעביצען איז שילדיג, איז א זעלטענע נישט נארמאלע געשעהניש, ניטאמאל קען מען ציילען אויפ'ן פינגער אזעלעכע מעשויות אין היסטאריע.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 9:28 am

· #390310
חקרן
רבותי, בארעדסט נישט דעם ישועות משה, ער איז געווען אן איש קדוש, א ווארעמער חסידי'שער איד, וואס האט געבראכן פון זיך שטיקער, דורכגעווייקט מיט תורה און חסידות.


שטעלט אייך פאר ווען ער איז נישט חתונה געהאט צו לייטשא, נאר צו אן איידעלע רביצין וואס טריט אים ווי א קעניג, וואלט ער געבליעט און געשפרודלט, פארקויפט פאר אנדערע און אויפגעשטעלט א הערליכע דור. דאס זעלבע, שטעלט אייך פאר ווען ר' מאטעלע וואלט חתונה געהאט צו לייטשא, וואספארא צרות וואלט דארט געווען, ער וואלט זיך מיט איר גע'רצח'עט און געשלאגן א גאנצן טאג... זייט נישט דן קיינעם.



דער חילוק צווישן ר' משה'לע און ר' מאטעלע איז, ר' מאטעלע קען טון אלע שגץ שטיק שבעולם, און נאך מאכן דעם רושם אלס דער ערליכער און גערעכטער, בשעת ר' משה'לע האט נישט געהאט דעם כח קיינמאל.

סוף דבר, ר' משה'לע איז געווען א דורכגעווייקטער ערליכער איד. זעלטן אזעלכע צדיקים געווען. קיין חסידים האט ער נישט עכט געהאט, און א שווער לעבן האט ער געהאט.


קודם כל

אויב וואלט ר׳ מאטעלע חתונה געהאט צו לייטשע וואלט ער איר גע׳גט. ער האט דעס גע׳יצהט פאר זיין ברודער, ער האט אים געשריבן א לאנגע בריוו און זיך געבעטן ביי אים ער זאל איר גטן פאר זיין טובה וועגן. זי איז געוועהן א באהאלטנע כופר בעיקר. זי האט געוואלט מאכן וויזניץ פאר זייער א מאדערענע חסידות ווי יעדער איז גיט עדיוקירט, זי האט געדרייט א קאפ פאר יעדעם.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 9:32 am

· #390312
חקרן




דער חילוק צווישן ר' משה'לע און ר' מאטעלע איז, ר' מאטעלע קען טון אלע שגץ שטיק שבעולם, און נאך מאכן דעם רושם אלס דער ערליכער און גערעכטער, בשעת ר' משה'לע האט נישט געהאט דעם כח קיינמאל.


ד ה י י נ ו ?

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 9:37 am

· #390313
quote="חקרן"

דער ישועות משה האט ארויסגעווארפן זיין זוהן, נישט מיטן פלאן אים צו לאזן אויפן וואסער. ער האט אים געוואלט קודם שיקן אויף צפת, זיך אויסצומענטשלען. מען דארף נעמען אין באטראכט, ר' ישראל האט אויסגעליידיגט די קאסע פון די מו[סדות אויף חתונה צו מאכן די מענטשן וואס האבן גע'רודפ'ט זיין טאטע... ווי אזוי וואלט יעדער נארמאלער מענטש געשפירט? - ווי אזוי וואלט ר' מאטעלע געבלאזן אין אזא פאל? - ר' משה'לע איז געווען א שוואכער, ער האט ר' ישראל'ן מוחל געווען איינמאל און נאכאמאל, אים געמאכט אונטערשרייבן אויף צעטליך אז ער וועט מער נישט בארגן קיין געלט וכו'... אויסגעצאלט די חובות וכו'... עס האט אבער גארנישט געהאלפן, האט ער אים געוואלט שיקן אויף צפת, האט ר' ישראל נישט געוואלט...

וואס וואלסטו געטאן מיט דיין זוהן אין אזא פאל?

ר' משה'לע האט אים ארויסגעשטעלט, מיט די מטרה, אז ער וועט זען אז ער איז אויפן וואסער, וועט ער זיך צוריקבעטן... אבער דא האט זיך אריינגעמישט דער פעטער, בריב לא לו און אנגעזייעט א חרבן עולם.



מדבר שקר תרחק...

להד״ם

נישט קיין צפת נישט קיין צוריקברענגען. מיין פעטער ר׳ נפתלי איז געווהן שטארק אינוואלוועט אינדעם. שקר!

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 9:40 am

· #390314
חקרן
מען דארף נעמען אין באטראכט, ר' ישראל האט אויסגעליידיגט די קאסע פון די מוסדות אויף חתונה צו מאכן די מענטשן וואס האבן גע'רודפ'ט זיין טאטע... ווי אזוי וואלט יעדער נארמאלער מענטש געשפירט? -
וואס וואלסטו געטאן מיט דיין זוהן אין אזא פאל?



1)ליגענער! ר׳ ישראל האט נישט גערירט די קאסע!!! שקרן! ער סה״כ געבארגט געלט פון מענטשען אבער נישט גערירט זיין טאטענס/מוסדות געלט!

2)דער לב שמחה האט געוואלט באצאלן די גאנצע געלט מזאל אים צוריקנעמען, אזוי אויך הרה״ח הנגיד ר׳ יוסל ניימאן פון מאנסי, ער איז דאן געוועהן די רייכעסטע איד מיט א שטריימל אויף דער וועלט, ער האט דאן געגעבן זיך געווארפן מיט געלט פאר וויזניץ... ספעלט עפעס געלט אין וויזניץ פאר אזא צוועק?

וויזניץ האט געדארפט ארויסווארפן א קינד מיט בושות און חרפות פאר געלט??? כבעט דיך
ברחמים וברצון טראכט וואס דו רעדסט!!! זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט ״געלט״ אדער מיט ״שנאת ישראל״???
טוה מיר א טובה! ביסט א חקרן? חקר אביסל מעהר, דו קענסט נישט די פאקטן בכלל...

נקודת-אמת » דינסטאג פעברואר 20, 2018 3:41 pm

· #396025
הקלטה יוקל ווייס

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2018 8:03 pm

· #396041
שבת אחים: איך בין באמת אן אאוטסיידער. א שטייגער ווי דאנאלד טראמפ זאלל זאגן דיעות פון וועלכע מצה בעיקערי דער סאטמאר'ע רבי זאל נעמען. צי פון קערעסטיר אדער פאפא-צעהלים. כן הדבר הזה. ווען איך בערל בעל עגלה וויל דא קומען זאגן דיעות און זיך אריינמישן אין די אינערליכע משפחה מחלוקת צווישן די דעעזשער מכשפה לייטשא (שוין געזאגט דיעות/מבינות) און איהר מאן דער שוואכער כאראקטער (נאך פאר ער איז נעבעך געשלאגן געווארן מיט אלצהיימער'ס) הרב הצדיק ר' משה'לע מ'וויזניץ/בנ ברק. און דער ברודער הרה"צ ר' מאטעלע מ'וויזניץ/מאנסי שליט"א. אבער אזויפיהל ווייס איך. אז ווען דער טאטע האט איהם ר' ישראל'טשע'ן ארויסגעווארפן אויף די עצה פון די דעעזשער מכשפה לייטשא, האטציך דער פעטער מרחם געווען אויף איהם און האט איהם אריינגענומען. און געשטיצט מיט געלט. און ר'האט אריינגענומען זיינע קינדער און אייניקלעך אין זיינע מוסדות. איהר פעיוואריט יונגעלע איז דאך געווען הרה"צ ר' ר' מענדעלע (יש אומרים מיט א גימ"ל) שליט"א. איי ער האט טאקע אויסגעליידיגט די וויזניצ'ער ק'אסע און אריבערגעפיהרט ארום 8 מעלאנעס אין זיין קאנטע אין די שווייץ. בשעת ר' ישראל'טשע האטציך געקיהלט אין יוראפ און אמעריקע...! נאך א מזל דער פעטער האט איהם מחזק געווען די גאנצע צייט. אויך די שוועסטערס הרבנית מ'סאטמאר מאנרוי און ספעציעל די בעלזא'ער רביצן האבן א סאך געשתדל'ט ביים טאטן אז ער זאלל איהם צוריקנעמען. אבער די מכשפה איז געשטאנען פעסט און נישט צוגעלאזט...!

איך האב נאר געזעהן דעם קליפ ווען ר' ישראל'טשע איז צוריקגעקומען. מיט וואספארא אהבה דער טאטע האט איהם אויפגענומען. און אויך מיט א סאך שולד געפיהלן. ער האט איהם געהאלטן אין איין גלעטן. אזוי ווי א טאטע גלעט א קליין יונגל. אפילו ווען איינער האט א הארץ פון שטיין. אם אבן הוא נימוח. וואלט עס אויך צוגאנגען. דער סך הכל, איז אז דער וויזניץ מאנסי'ער רבי האט איהם געראטעוועט אין די ריכטיגע מאמענט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:04 pm

· #396042
נאכ׳ן אויסהערען די דרשה פון דער בארימטע ראש ישיבה פון וויזניץ מרכז, ווי ער לייגט אראפ דער פערספעקטיוו וויאזוי ער האט מקבל געווען, פאלט מיר איין אזא מחשבה.

אין שנת תשכ"ג, האט ר׳ חיים מאיר׳ל געוואלט אריין שטופען זיין זוהן אלס ראש ישיבה, אין א צייט ווען זיי האבען שוין געהאט א ראש ישיבה א וועלטס פארנעם, הרב גדליה נאדעל זי"ע. די תלמידים האבען זיך קעגען געשטעלט, און די טובה פון די תלמידים איז זיכער געווען אז ר׳ משה׳לע, א באזונדער שוואך קעפעל, זאל נישט זיין זייער ראש ישיבה. נאר ר׳ משה׳לע האט זיך איינגע׳עקשנ׳ט און מ׳האט ארויס געווארפען די ׳מורדים׳ פון שיכון וויזניץ. ר׳ משה׳לע האט געוואוסט תוך תוכיו אז ער טוט דא עפעס נישט אויסגעהאלטען, ער שפילט מיט א ציבור כאילו זיי זענען זיין קנעכט, און ער נעמט זיי צו זייער רבי און זייער לעבען. ר׳ ישראלטשע איז געווען דעמאלס, לויט׳ן חשבון, א בחור פון בערך פופצען יאר (מ׳זאגט אז ער הייסט ישראל נאך די ניי געגרינדעטע מדינת ישראל, הייסט׳ס ער איז געבוירען געווארען אין תש"ח), און ער האט געהאט א בחוריש׳ע חוצפה צו זיין טאטע׳ן און ער האט עפעס געזאגט, אדער כלשון ר׳ יוקל, אנגעשריגען.

זייט דעמאלס, האט זיין טאטען געוואוסט אז זיין זוהן קען זיין מקום התורפה. און אזוי איז טאקע. ער ווייסט אז זיין טאטע איז באגאנגען אן עוולה און ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו זיין סעלפיש גלויבונגען אז זיין ווילונגען זענען פארהייליגט בקדושת וויזניץ.

דעריבער האט יעדער ריר זיינער געהאט א טיפערע מיין ביי זיין טאטען, און די קאמפלעקסען זענען געשטיגען טעגליך. ר׳ ישראלטשע מצדו האט זיך אויך צוגעהאלפען מיט׳ן מקרב זיין די ׳מורדים׳.

עכ"פ אזא געדאנק לויפט מיר אין קאפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 21, 2018 2:45 am

· #396055
ר׳ ישראל האט גארנישט געהאט קיין שייכות מיט די מורדים פון די נאנט. די מורדים זענען נאנט געווארן אדער מיט ר׳ יודלע הארוויץ מדזיקוב זצ״ל, (אייניקל פונעם אהבת ישראל). א קליין חלק וואס האבן זיך איבערגעבעטן זענען געגעאנגען צו ר׳ מאטעלע. און די איבעריגע זענען געגעאנגען צו סערט וויזניץ, תולדות אהרן, טאהש, סאטמאר, און נטורי קרתא.

ר׳ ישראל הייסט נישט נאך די מדינה, נאר נאך דעם הייליגען זיידע דער אהבת ישראל זצ״ל. ניטאמאל פאר א וויץ איז עס גוט. 😉

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:13 am

· #396058
איך האב נאכגעקוקט אין וויקיפידיה. יא, ער איז געבוירען געווארען אום ו׳ אייר. אבער תש"ה נישט תש"ח. איז ער געווען אן אכצען יעריגע טאטער, זאגאר א חתן וואס מיינט אס דער וועלט איז זיינס כמנהג החתנים. דאס זיך אביסל מתחצף זיין איז נאך מדרך העולם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:44 am

· #396060
ליינקסט פאקטן אדער ווייסט פשוט נישט?

ישראל'טשע האט זיך אין די עפענטליך געדרייט מיט די מורדים, א זאך וואס האט ביטערליך געשטערט דעם טאטן.

געוויסע וויזניצע פארענטפערן זיך, אז צוליב זיינע גרויסע מעשי צדקה וחסד האט ער געשארפט צוקומען צו בארגן פון זיי גרויסע געלטער.... אנדערע דרייען דא אביסל אנדערש אז צוליב די חובות וואס די טאטע האט נישט געקענט פארטראגן איז ער געפלויגן......

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:27 am

· #396125
איסר האטלקי
ליינקסט פאקטן אדער ווייסט פשוט נישט?

ישראל'טשע האט זיך אין די עפענטליך געדרייט מיט די מורדים, א זאך וואס האט ביטערליך געשטערט דעם טאטן.

געוויסע וויזניצע פארענטפערן זיך, אז צוליב זיינע גרויסע מעשי צדקה וחסד האט ער געשארפט צוקומען צו בארגן פון זיי גרויסע געלטער.... אנדערע דרייען דא אביסל אנדערש אז צוליב די חובות וואס די טאטע האט נישט געקענט פארטראגן איז ער געפלויגן......

וואס הייסט "זיך געדרייט ביי די מורדים"? האבן די מורדים געהאט א קרעמעל ווי ר' שרולטשע האט זיך דארט געדרייט? אפשר מיינסטי ביי די נדחים שול אין ירושלים? ווען איז ער דארט געווען?

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:20 am

· #396144
אין שיכון האט ער זיך ארומגעדרייט מיט זיי טאג און נאכט לעיני כל.

מיין זיידע האט דאן געלערנט אין ישיבה, לדעתו האט זיך ר' משה'לע זייער געשעמט מיט אים, ער האט קיין לערנען נישט געקענט און ווייט פון קלוג איז ער געווען. ער האט זיך געדרייט אין שיכון א גאנצן טאג אן גארנישט טון. ער זאגט אז א נארמאלער מענטש האט זיך געשעמט צו רעדן מיט אים אינמיטן טאג.... דאס האט געטרעטן זיין טאטן אויפן געזונט.

אבער קיינער פארלייקנט נישט אז ער האט שטענדיג זיך גע'חבר'ט מיט מורדים.

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 2:15 pm

· #396166
מיט וועמען פון די מורדים האט ער זיך געדרייט? קענסט מיר ביטע זאגן איין נאמען?

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 2:27 pm

· #396167
אינמיטן טאג האבן זיך נארמאלע מענטשען געשעמט צורעדן מיט ר ישראלטשע. און מיט ר׳ מענדלע שעמט זיך א נארמאלע מענטש צורעדן מיט אים סיי בייטאג און סיי ביינאכט סיי ווינטער און סיי זומער עד היום הזה.

און דיין רבי האט טאקע זייער נארמאל געטוהן. מהאט זיך ממש געשעמט מיט ר׳ ישראל בייטאג האט ער אים ארויסגעווארפן פאר צוואנציג יאר און אים מיט זיין גאנצע משפחה געפייניקט צום טויט... מוראדיגע גיטע עצה! אזוי, האט א נארמאלע מענטש זיך געשעמט נישט נאר מיט די צוויי בנים נאר מיטן טאטען אויך...

איך פערזענליך שעם מיך אז וויזניץ האט ארויסגעבען אזא ר׳ מענדלע מיט זיין טאטע! סאיז א בושה! לערנען האט ער קוים געקענט. קיין מידות האט ער נישט געהאט, קיין שכל זיכער נישט. ער איז זיך נישט אויסגעקומען מיט כמעט קיינעם. די שענסטע און די בעסטע האט ער פארטריבן פון וויזניץ. ער האט געמאכט פון די שענסטע חסידות א קריגעריי און א שפאלט. ער האט זיך נישט אויסגעקומען מיט זיינע אייגענע קינדער. זיין ווייב איז געוועהן פריי באהאלטערנערהייט... זי האט אוועקגלייגט מיליאנען אין די שווייץ בשעת איר אייגענע אייניקלעך האבן קוים ברויט אין שטוב.

טוה מיר א טובה!
אויב וויזניץ דארף זיך שעמען מיט איינעם איז נאר מיט ר׳ מוישלע נישט מיט ר׳ ישראלטשע!

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 8:04 pm

· #396187
נו, האט ער נישט אויפגעטון? זעסט דאך, מען שעמט זיך מער נישט מיט אים!

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:21 pm

· #396199
הייסט עס איז געווען א פרשת מורדים און באזינדער א פרשת נידחים? שבת'ל אפשר לערנסטו פאר א קלארע שיעור? איך בין זיכער איך בין נישט דער איינציגסטער וואס איז צומישט.
עס מוז נישט זיין אזוי לאנג ווי דעם יוקל...און אויך נאר ווען דו קענסט אראפציפן אפאר מינוט פון דיין מלחמה מיט פרעזידענט טראמפ יר''ה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:34 pm

· #396202
עס איז דא א כלל, אין ציבור נדחים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:04 am

· #396212
איך אויך
הייסט עס איז געווען א פרשת מורדים און באזינדער א פרשת נידחים? שבת'ל אפשר לערנסטו פאר א קלארע שיעור? איך בין זיכער איך בין נישט דער איינציגסטער וואס איז צומישט.
עס מוז נישט זיין אזוי לאנג ווי דעם יוקל...און אויך נאר ווען דו קענסט אראפציפן אפאר מינוט פון דיין מלחמה מיט פרעזידענט טראמפ יר''ה.


נידחים מיט מורדים איז היינו הך. סאיז נאר אזוי אויסגעקומען אז אסאך פון די מורדים, און אסאך אנדערע וואס זענען נישט ממש געוועהן פארמישט אין די מחלוקות האבן אבער נישט געוואלט בלייבן וואוינען אין שיכון וויזניץ מעהר האבן זיי זיך אוועקגעצויגן קיין ירושלים און געפענט א שטיבל דארט. און די שול האט באקומען א נאמען אין די גאס די ״נדחים שול״. עכט הייסט עס ״אהל ישרים״ אין בית ישראל געגענט אין ירושלים. איינע פון די באקאנטע אידן פון דארט איז געוועהן הרה״צ ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל (אב״ד קאסוב ירושלים). די באוויסטע בתים מאכער הרה״צ ר׳ יושע ווערצבערגער שליט״א און הרה״ח ר׳ עזרא וויזל שליט״א הרה״ח ר׳ משה וויזל שליט״א (כהיום הצלחה ספרים סטאר-ווילאמסבורג) ר׳ ברוך שטערן (מנכבדי קהילת וויזניץ-מאנסי בירושלים). און נאך. זיי האבן זיך אלע געדרייט ביי הרה״צ ר׳ יודלע הארוויץ זצ״ל מדזיקוב. (איידעם פון אמרי חיים בזוו״ר. אייניקל און תלמיד פונעם אהבת ישראל- זיין מאמע איז געוועהן א טאכטער פונעם אהבת ישראל)

דא האסטו א וויקי בלאט אויף עברית
הנידחים (או המורדים) הם קבוצה קנאית שהוצאה מישיבת ויז'ניץ בשנת תשכ"ג (1963).

<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%A0%D7%99%D7%93%D7%97%D7%99%D7%9D">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%94% ... 7%99%D7%9D</a>

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:16 am

· #396213
ביי די נדחים איז אויך געווען ר' מוטל ווייס, וועלכער פלעגט קומען נאך געלט פאר די שלוש קיפות און איז אוועק וויילענדיג אין לאנדאן (מיט אים האט זיך דאן אפגעטון מיט די קאראנער וואס האט נישט געוואלט באפרייען די גוף).
אויך איז געווען דארט ר' דוד וויליגער, וועלכער איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלץ ראש ישיבה אין טאהש.
אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אויפגעפאסט אז אסאך פון די מורדים זענען אוועק יונג. ווי די צוויי וואס כ'האב דא אויסגערעכענט מנחם מונדערער איז אויך געווען אינגאנצן 78, ר' אליעזר דוד פאל פון מאנסי. יעצט אויפ'ן מינוט געדענק איך נישט נאך אבער כמדומה לי אז ס'זענען דא נאך

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:24 am

· #396214
סאיז דא נאך אבער כהאב נאר אויסגערעכנט ווער ס׳פלעגט דאווענען אין די נדחים שול.

אקער פון טאהש. הרב מאטל שטיין-פאליטשאן. הרב יהושע באנדא מחשובי חסידי תולדות אהרן בוויליאמסבורג.
ר׳ יצחק באנדא פון ב״ב (טאטע פון דעם בחור וואס איז געזיצן אין די יאפאנעזער תפיסה) הרב אברהם הערש בעק פון אוסטרליע (משה בערס ברודער) הרב יצחק שטערן ר״מ מוויזניץ-מאנסי. הרב
מנשה האס ז״ל הרב אברהם מענדעלאוויטש לאדיינער רב פון מארסי עוו-וויליאמסבורג . הרב משה מיללער (יארמער רבס ברודער)הרב שמיעא פון מאנרא. הרב מאיער פון נייטרא. וכו׳ וכו׳

משה בער בעק לעבט דאך נאך?

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:26 am

· #396215
דא האט איר א אלטע אשכול פון אונזער שטיבל איבער די נושא

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/2423">viewtopic.php?p=2423</a><!-- l -->

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:37 am

· #396219
[ציטאט אראפגענומען]


יא.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:52 am

· #396221
הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ האט מען ארויסגעווארפן און ער איז קיינמאל נישט געגעאנגען. עפעס אזוי.

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 23, 2018 4:35 am

· #396226
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]


יא.

שבת אחים: דאהי (ב.פ.) דרייט זיך אויך ארום איינער א איד וואס זעהט אויס אז ער איז יצא מדעתו. ער גייט אייביג א פלעסטיק אויפ'ן הוט און א שירעם. אפילו ווען די זון שיינט און ס'איז 90 דעגריס. און ער רעדט אדער מורמלט עפעס צו זיך אליינס. (ער האלט אין איין איבערזאגן דעם פזמון..."ציונים ארורים, ימ"ש"...).

איך האב אייביג געמיינט אז זיין חיסרון בדעת ל"ע, קומט פון דעם וואס ער איז געווען א בעיבי ביי די 2'טע וועלט מלחמה. און ער איז אדורכגעגאנגען א נאצי באמבארדירונג. איז ער גערירט געווארן. מ'זאגט מיר אז ער איז געווען איינער פון די חשוב'ע בעלי בתים אין שיכון. און ער איז געווען פון די מורדים...!

פון דא זעהט מען אז די זיידעס נעמען זיך אן פאר זייערע אייניקלאך פון הימל...!

איך האב איינמאל געהאט אן אינטרעסאנטן עפיזאד מיט איהם. איך בין ארויפגעגאנגען אויפ'ן ב.פ.-ווילי באס. און די איינציגע סיעט איז געווען אין זיינע ד' אמות. פלוצלינג נעמט ער זיך שרייען אויף מיר..."דו סאטמערער, זעצט דיך נישט אוועק לעבן מיר"...פון וואו האט ער געוואוסט אז איך בין א סאט-מערע...כלשונו...! נאר איך האב אנגעהאט א קוטשמע אויף מיין קאפ. פארשטייצעך אז איך האב איהם איגנארירט. פלוצלינג נעמט ער זיך זאגן אזוי ווי צו זיך אליין. דעם מאמר פן ר'בי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק..."שנראה מעלת חברנו ולא חסרונם. ר'האט עס געהאלטן אין איין איבערזאגן. ביז זיין אטענשאן איז געגאנגען צו עפעס אנדערש...!

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 23, 2018 12:09 pm

· #396243
איך מיין איך ווייס וועם דו מיינסט. דער וואס שרייעט אויף די גאסן?

ער הייסט פרידמאן. ער האט געלערנט אין וויזניץ. נישט ממש פון די מורדים. ער איז נעבעך נישט מיט אלעמען שוין יאהרן לאנג. נישט זיכער צי ער איז פון די מורדים.

איסר האטלקי » פרייטאג פעברואר 23, 2018 12:47 pm

· #396246
שמעון וואלף
ביי די נדחים איז אויך געווען ר' מוטל ווייס, וועלכער פלעגט קומען נאך געלט פאר די שלוש קיפות און איז אוועק וויילענדיג אין לאנדאן (מיט אים האט זיך דאן אפגעטון מיט די קאראנער וואס האט נישט געוואלט באפרייען די גוף).
אויך איז געווען דארט ר' דוד וויליגער, וועלכער איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלץ ראש ישיבה אין טאהש.
אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אויפגעפאסט אז אסאך פון די מורדים זענען אוועק יונג. ווי די צוויי וואס כ'האב דא אויסגערעכענט מנחם מונדערער איז אויך געווען אינגאנצן 78, ר' אליעזר דוד פאל פון מאנסי. יעצט אויפ'ן מינוט געדענק איך נישט נאך אבער כמדומה לי אז ס'זענען דא נאך

די תקופה נאך וואס דער ישועות משה איז אוועק זענען אסאך מורדים אוועקגעפאלן אין א קורצע צייט. הרב פאל, ר' ברוך שטערן, און נאך עטליכע.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 23, 2018 12:49 pm

· #396247
נישט געוואוסט ר׳ ברוך שטערן לעבט שוין נישט.

איסר האטלקי » פרייטאג פעברואר 23, 2018 12:53 pm

· #396248
כ'בין געווען ביים לויה תשע"ב. א קורצע צייט נאכן ישועות משה. נאך צוויי זענען געגאנגען אין די זעלבע צוויי וואכן.

פשטו ידיכם » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:25 pm

· #396251
פרובירט נאכאיינמאל איבערצושרייבען, און אייער איי פי אדרעס וועט אויסגעשפארט ווערען

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:29 pm

· #396252
איך מיין ער האט געהייסען ברך שטערן, נישט ברוך שטערן.

איך בינישט קיין תולדות אברהם יצחק חסיד, אבער אלס האט דאך א שיעור.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג פעברואר 23, 2018 2:07 pm

· #396254
פשטו ידיכם
...


פשטו ידיכם דאס ביסטו?

פשטו ידיכם
איך באגער צו ווערן א חבר אין קאווע שטובל מיט צו טיילן מיינע ידיעות, איך האף מוסיף זיין צום שטובל כמיטב יכלתי לפי מסת הפנאי, און פארשטענדליך זיך האלטן צו די תקנות השטובל. איך ווארט צו הערן פון די גבאים ווי אמשנעלסטן, יישר כח למפרע,


דאס איז מיטב יכלתך, אין דיין ליידיגע צייט, לפי תקנות השטיבל?

פשטו ידיכם, כבר שלחת ידך:

פשטו ידיכם
מילא דער פאריקטער פשטו רבי איז א חולה נפש מטומטם, אבער וואס זוכן דארט די נארמאלע חברה מיט אזא מין ערנסטע פרצוף גלאצען בצורתו פונעם בהמה מהלכת על שתיים ?
זענען זיי דען אויפן קאפ געפאלען?

#נשגב מבינתי.


ועוד נשגב מבינתך....

פשטו ידיכם
שמעון וואלף
דאווענט מנחה אין עירפארט. געטרייע חסידים האבן נישט פארגעסן מיטצוברענגן דעם רבי'שן בענקל

ס'איז צו מערקען אז רעבב אהרן האט לעצטענס ממלא כריסו געוועזעהן, וי אויך באדעקט די ברייטע גארטעל זיין גרויסע מחילת עוונות רובו ככולו ולפלא הדבר. און ווער ס'פארשטייט פארשטייט כלשון קדשו פונעם רעבין זיחרוינע לברוכע


ווי אזוי זאגט דער וועלט, נאך דריי מאל ווערט מען שוין א שור המועד שדרכו...

נקודת-אמת » זונטאג פעברואר 25, 2018 8:26 am

· #396319
שבת אחים
די באוויסטע בתים מאכער הרה״צ ר׳ יושע ווערצבערגער שליט״א


ב.ד.ה.

אוועק דער לעצטער שבת קודש

די לוי' איז ארויס פון ויז'ניץ נחמיה אין ירושלים.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 25, 2018 2:39 pm

· #396354
שבת אחים
איך מיין איך ווייס וועם דו מיינסט. דער וואס שרייעט אויף די גאסן?

ער הייסט פרידמאן. ער האט געלערנט אין וויזניץ. נישט ממש פון די מורדים. ער איז נעבעך נישט מיט אלעמען שוין יאהרן לאנג. נישט זיכער צי ער איז פון די מורדים.

שבת אחים: לויט זיין עידזש זעהט ער יא אויס צו זיין פון די מורדים. אפשר פון די יונגערע יונגעלייט בשעתו...!

אזוי ביניך אינפארמירט געווארן פון איינעם פון די יודעי דבר...!

ער פלעגט אריבערגיין נעבן מיין פענצטער א יעדן שבת אינדערפריה. בערך 7 אזייגער. איך האב איהם אייביג געהערט רעדן. כאילו ער שמועסט מיט א חבר. איינמאל ביניך צוגעגאנגען צו די פענצטער. און כ'האב געזעהן אז ער רעדט אינגאנצן צו זיך אליינס. און ער האלט אין איין איבערזאגן דעם פזמון... ציונים ארורים, ימ"ש...!

שבת אחים » זונטאג פעברואר 25, 2018 5:31 pm

· #396367
ר׳ בערל, איין שבת צופרי-פארטאגס כמעט צוואנציג יאר צוריק, גלייך נאך מיין חתונה, האב איך מיך דערוועקט, כהער ווי איינער שרייט יאמערליכע קולות וברקים. כקוק ארויס פון די פענסטער, און איך זעה דער פרידמאן מיט זיין פלעסטיק אויף די הוט שרייען יללות אויף די בארא פארקער גאסן.

ער האט א שטוב מיט נארמאלע קינדער און אייניקלעך. כמיין זיי האבן גארנישט איינגעלייגט מיט אים. אלזא אפשר איז נישט שיין צורעדן וועגן אים ברבים.

ער האט געלערנט אין וויזניץ אין די תקופה פון די מורדים. כ׳ווייס נישט צו ער האט עפעס געהאט איינגעלייט מיט די מרידה זעלבסט. אבער קען זיין אז יא.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 25, 2018 5:57 pm

· #396369
שבת אחים: מהאי טעמא האביך נישט דערמאנט זיין נאמען. דו האסט געזאגט אז עס איז פרידמאן. איך וואלט קיינמאל גארנישט געזאגט. נאר וויאזוי ער האט מיך באפאללן דאמאלס אויפ'ן אויטאבוס...! א משוגע'נער האט אויך א רעכט צו האקן זיין אייגענעם קאפ אין וואנט. אבער נישט א צווייטנס קאפ. די רעכט פון זיינע הענט ענדיגן זיך וואו מיין נאז הייבט זיך אן...!

שבת אחים » זונטאג פעברואר 25, 2018 8:53 pm

· #396380
איסר האטלקי
נו, האט ער נישט אויפגעטון? זעסט דאך, מען שעמט זיך מער נישט מיט אים!


ווער האט אויפגעטוהן וואס? ר׳ מוישלע האט עפעס אויפגעטוהן מיטן ארויסווארפן ר׳ ישראלטשע? לויט דעם חשבון וואלט ער געדארפט שיקן ר׳ מענדלע קיין סיביר פאר זעכציג יאר און זיין אשת חיל לייטשע קיין נארט קארעא פאר הונדרעט יאר...

טוה מיר א טובה אונז עכטע וויזניצער חסידים האבן זיך קיינמאל נישט געשעמט מיט ר׳ ישראלטשע! קיינמאל נישט! קיינער אין מיין משפחה האט זיך אמאל געשעמט מיט ר׳ ישראלטשע. פארקערט מיר טוהן זיך שטאלצירן מיט אים! ער איז א עכטע ׳וויזניצער קינד׳. ער איז אויסערגעווענטליכער פיינער מענטש. א בעל מידות שאין כמוהו... אלע היינטיגע רביס צוזאמען פארמאגן נישט אזויפיל הארץ ווי דער איד.

כהאב געפרעגט מיין טאטע צי סאיז אמת אז מהאט זיך אמאל געשעמט מיט ר׳ ישראלטשע. ער קוקט מיר אזוי אן און זאגט מיר
דו הערסט בכלל וואס די מענדליסטן זאגן...?
און ער האט מיר אנגעפאנגען צו פארציילן מעשיות פון ר׳ ישראלטשעס מעשים טובים אלץ בחור. פון זיין חסד. פון זיין גוטהארציקייט.


אונז טוהן זיך שטאלצירן מיט אים! ער איז א וויואלער מענשט! א מענשטליכער מענטש נאכדערצו אז ער קומט פון א שטוב ווי זיין טאטע, מאמע, און ברודער זענען ממש אוממענטשען...

מיר האבן זיך געשעמט מיט ר׳ מענדלע. און מיר שעמען זיך מיט אים עד היום הזה! יעדער מאל ער מאכט אויף די מויל, ציטערן מיר וואס פארא שטותים מיט הבלים גייט ער יעצט רעדן.

מיר האבן זיך גשעמעט מיט ר׳ מוישלע מיט וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט מיט די גרעסטע מאס רשעות און רציחה צו זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך. קוים צוויי דורות נאכדעם וואס דער גרעסטער ״אוהב ישראל״ האט איינגעפעדעמט אז וויזניץ באשטייט פון ״אהבת ישראל״ פון ליעב האבן יעדעם איינעם אפילו זיי האלטן אדער זעהן אויס אנדערש. איז געקומען א אייניקל פונעם אהבת ישראל און געמאכט א ״גרויסע פלעק״ אויף וויזניץ ווען ער האט גערודפט און געצאפט דאס בלוט פאר אלע מענטשען וואס האבן געהאט שייכות מיט ר׳ ישראל (למשל מיין טאטע מיט זיינע ברודערס)
יעדער וואס האט אים געשטיצט איז ארויף אויף א שווארצע ליסטע...

דעס איז וויזניץ? דער אהבת ישראל מיט די אמרי חיים וואלטן דעס נישט געטוהן אפילו פאר א שלעכטע גוי, פארגעס פון זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך.

דער אהבת ישראל האט אויך אפגערעדט שידוכים פאר זיינע אייגענע אייניקלעך?

ער האט אויך געהאט מיליאנען אין די שווייץ און נישט פארגינט א פאר שיך פאר זיינע ארימע אייניקלעך???
הא???

זאגסט נאך איבער די געמויזאכץ פון די קראנקע מענדליסטן? פלוז!

כספי » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:06 am

· #550492
זייער שיין געשריבן הרב אנאנים!
דאס וואס ר' אנאנים ברענגט אראפ דא:
[ציטאט אראפגענומען]
דא האב איך געשריבן בשם א וויזניצער ראש חבורה אז די צעירי וויזניץ איז געווען די גורם פון די הרחקה, דא זעה איך אז רב שך האט אויך אזוי געהאלטן...

דער @שבת אחים איז צוקער זיס (נישט נאר אינדעם אשכול, נאר אין יעדע אשכול, בפרט ווי מ'דערמאנט וויזניץ אדער להבדיל טראמפ און סענדערס, איי איז אמאל געווען צייטן...)
בלאט: 1 2