דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9827
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9827
בלאט: 1 2
כ'האב געהאט א קרוב א וויזניצער חסיד, נאך פון אמרי חיים, און שפעטער ביי רבי משה'לע. ביים פרשה מיט רבי ישראל'טשע האט ער זיך גענצליך פארעקלט פון וויזניץ, און אפגעלאזט דעם חצר. אבער ער האט געהאט אפאר דאלער, און יעדעס מאל ר' ישראל'טשע איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער אים געגעבן אפאר דאלער. שפעטער ווען רבי ישראל'טשע איז שוין געווען ברום המעלה, און יענער קרוב האט ליידער נישט מצליח געווען אין פריוואטן לעבן, בנוסף לזה וואס קיין געלט האט ער מער נישט געהאט, איז רבי ישראל'טשע נאכאלס יענעם געקומען באזוכן און גאר שטארק מכיר טוב געווען פאר זיין הילף אין זיינע שווערע צייטן. א זאך וואס רוב מענטשן 'פארגעסן' נאכדעם.
אמת! איך קען אויך אזא איינעם מיט א ענדליכע מעשה, ער איז א גרויסע מכיר טובה און ער האט נישט פארגעסען פון די אידן וואס האבן אים געשטיצט אין זיינע ביטערע יארן, מיין טאטע זז״ג איז א ילוד שיכון ויזניץ אין ב״ב און ער קען ר׳ ישראלטשע זיין גאנץ לעבן, ער האט קודם געלערנט אין ב״ב אין ישיבה שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקא לערנען אין מאנסי (נאך בשעת חייו פונעם אמרי חיים זצוק״ל) און ער איז פארבליבן א געשווארנע מאנסי וויזניצער חסיד און אויך אריינגעשלעפט זיינע ברידערס און שוואגערס קיין מאנסי, ווען מ׳האט ארויסגעווארפן הרה״צ ר׳ ישראל איז מיין טאטע מיט זיינע ברידער אין ב״ב געשטאנען צו ר׳ ישראלטשע׳ס האנט און אים געהאלפן אויף טריט און שריט, מיין טאטע פלעגט אים שיקן געלט און בעיקיטשעס פון אמעריקא און ווען ער פלעגט קומען קיין אמעריקא פלעגט ער אסאך מאל ארויפקומען צו מיין טאטען אינדערהיים פאר נאכטמאל, עד היום פארגעסט ער נישט צו רופן מיין טאטען מיט מיינע פעטערס יעדעס יאר פאר ר״ה וואונטשען א גיט יאר און יעדע מאל ווען ער מאכט א שמחה רופט ער אים זאגן א הערצליכן מז״ט און מיין משפחה איז ווייט נישט פון די איינציגסטע וואס ער רופט כסדר און האלט קאנטאקט על אף ער איז היינט א גרויסע רבי פון צענדליגער טויזענטער חסידים מיט אסאך פראבלעמען און דאגות. מיין טאטע האלט פון אים עולם ומלאו אזש אז ער פארגלייכט אים (אביסל) צום סבא קדישא דער אהבת ישראל זצוק״ל.
פלגי מים לב מלך ביד ה' על כל אשר יחפץ יטנו
ער האט געהאלטן אט אט ביים ווערן מלך ישראל
ער האט געהאלטן אט אט ביים ווערן מלך ישראל
ביי איינע פון די שלש סעודות מחאות קעגן ר' ישראל זאגט דער ישועות משה אז ער פלעגט ארומלויפן מיט אים צו פראפעסארן אים צו היילן. פון וואס רעדט ער?
chusidביי איינע פון די שלש סעודות מחאות קעגן ר' ישראל זאגט דער ישועות משה אז ער פלעגט ארומלויפן מיט אים צו פראפעסארן אים צו היילן. פון וואס רעדט ער?
פון היץ...
אזוי אויסצוקלארען א זאך ווי נאר הרב שש קען
אנאנים: איך וועל מיך יעצט נאר מתייחס זיין צו דיין הקדמה און פרק א'. דאס ברענגט אריין א געוואלדיגע קלארקייט ביי מיר , וואס עגבערט מיך דער עצם פאקט שוין יארן. וויאזוי א לכאורה, פיינער מענטש, א בעל רגש קען ווערן אזוי אכזריות'דיג צו זיין אייגענעם זון. ס'זענען שוין געווען פארשידענע הסברים. איינס פון זיי איז געווען אז ער האט זיך צוגעהערט צו זיין רעבעצין, וועלכע איז געווען א מרשעת און האט איהם, ישראל'טשען געהאסט מיט א שטארקע שנאה און דער יונגערער ברודער האט עס אויסגענוצט. אבער די אלע הסברים זענען ביי מיר געווען בבחינת ..."ואין פותר אותו לפרעה" כפירש"י בפ' מקץ. עיין שם.
נאר מדי דברי בו, האביך מיך דערמאנט אז איך האב אמאל געהאט צו טון מיט א מנהל/אדמיניסטראטאר פון א ישיבה וואו איך האב געדרייווט דעם באס. אט דער מענטש...? איז געווען באוואוסט אלס א מענטש מיט זייער א גרויס מויל. סתם מענטשן וועלכע האבן זיך באגעגענט מיט זיין גרויסן פיסק זענען געבליבן וואו מעקעלעך. אדער ווי איינער וואס איז אפגעגאסן געווארן מיט א קאלטן שויער אין חודש טבת. איך האב מיך אמאל פארמאסטן מיט איהם אין פיסקעווען. און ער האט מיר געגענטפערט ווי א מעקעלע...!
והשנית. איך בין אמאל געווען ביי א שמחה און איך הער אז דער בעל תפילה פון מעריב דאוונט מיט א קול דממה דקה. און מיט גרויס הכנעה. אבער די קול איז מיר געווען זייער שטארק באקאנט. האביך באמערקט אז דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי יענער אדמיניסטראטאר מיט דעם גרויסן פיסק...!

פון די באשרייבונג זעט אויס אז ס'איז דא א דריטע שטיקל פונ'ם חשבון. ווייל די ערשטע צוויי האט דאך ר' ישראל'טשע אויך און פון דעסטוועגען שטייגט ער איבער זיין טאטע.
דאס איז דער 'בלויע בלוט' צוגאנג. דאס אז ר' משה'לע האט געהאלטען אז דער וועלט באלאנגט צו איהם, אז די מורדים האבען איהם עפעס צוגענומען, אז זיין זון מעג נישט האבען אן אייגענע מיינונג אלס אן ערוואקסענע מענטש. דאס קומט אלס פון זיין א רבי'ש קינד וואס מ'האט איהם איינגערעדט אז דער זון דרייט זיך ארום איהם.
ר' ישראל'טשע קען ריכטיג זאגען 'חביבין יסורין', ווייל הגם ער איז אויך א בעל רגש, אויך א גאנץ קליינע מח, אבער דאס וואס ער קלערט נישט אז דער זון האט זיך היינט אויפגעוועקט פאר זיין הנאה און דער וואס גייט אין גאס ערגעץ אויפ'ן כדור העולם האט עפעס א שייכות מיט איהם, דאס איז אלס אדאנק די יסורים וואס ער האט זוכה געווען דורכצומאכען.

טעות
ר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?
chusidר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?
ווייל דאס איז וויזניץ
פונקט ווי רבי ישראלטשע האט נישט געלאזט רעדן אויף זיין העיליגען טאטע׳ן טראץ דעם וואס ער האט אים אויסגעטיילט ציפקע צרות אזוי האבען די חסידים זיך נישט דערוואגסט צו טון עפעס אקעגן די העיליגע רבי אפילו זיי האבען געהאלטען אז סאיז נישט ריכטיג
נישט דוקא וויזניץ נאר יעדער אדמו"ר קען טוהן וואס ער וויל און די לעמעליך וועלן שרייען קדוש
קען זיין אבער אין וויזניץ איז עס אויף גאר א שטארקע פארנעם
און וואס איז די מעשה מיטן רעבעצין? פארוואס האט זי פיינט געהאט איר זון?
וזרח השמשאון וואס איז די מעשה מיטן רעבעצין? פארוואס האט זי פיינט געהאט איר זון?
הייסען הייסט עס אז ער איז געווען צו פרום פאר איר
פלעגט מבער זיין אירע מאגאזינען וכדומה
ראוונעוזרח השמשאון וואס איז די מעשה מיטן רעבעצין? פארוואס האט זי פיינט געהאט איר זון?
הייסען הייסט עס אז ער איז געווען צו פרום פאר איר
פלעגט מבער זיין אירע מאגאזינען וכדומה
שמעתי אז דער טאטע פלעגט איהם שיקען
געוויסע זענען עס תולה אין די נאמען, שמעתי אז ווען ער איז געבוירן האט זיין מאמע געוואלט געבן די נאמען מענדל נאך איר טאטע אדער זיידע מצד דעעש (נישט פארמישן מיט דאעש ) און ר משה האט געוואלט געבן ישראל נאכן אהבת ישראל פון וויזניץ, למעשה האט דער ברודער פון אמרי חיים דער דמשק אליעזר געהאט קריאת השם ביים ברית און ער האט געגעבן ישראל און אדאנק דעם האט זי איהם פיינט באקומען .
די מעשה מאכט נישט קיין סענס אבער אויף רביצין לייטשא לאזט זיך עס גלייבן.
א כעין די מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט די נאמען זעליג ביי משפחת שטיסל הרוממה
די מעשה מאכט נישט קיין סענס אבער אויף רביצין לייטשא לאזט זיך עס גלייבן.
א כעין די מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט די נאמען זעליג ביי משפחת שטיסל הרוממה
שושן פוריםגעוויסע זענען עס תולה אין די נאמען, שמעתי אז ווען ער איז געבוירן האט זיין מאמע געוואלט געבן די נאמען מענדל נאך איר טאטע אדער זיידע מצד דעעש (נישט פארמישן מיט דאעש ) און ר משה האט געוואלט געבן ישראל נאכן אהבת ישראל פון וויזניץ, למעשה האט דער ברודער פון אמרי חיים דער דמשק אליעזר געהאט קריאת השם ביים ברית און ער האט געגעבן ישראל און אדאנק דעם האט זי איהם פיינט באקומען .
די מעשה מאכט נישט קיין סענס אבער אויף רביצין לייטשא לאזט זיך עס גלייבן.
א כעין די מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט די נאמען זעליג ביי משפחת שטיסל הרוממה
יא אויך אזוי געהערט
אבער דעס אליינס איז נישט געווען גענוג סיבה צו קענען ארויסווייזען איר פיינטשאפט די מכה בפטיש איז געווען אז ער איז געווען פרומער ווי איר
די אהבה וואס זי האט געהאט צו מענדל שטאמט טאקע פון זיין נאמען נאך איר זייט
טאקע בערך אזוי ווי ביי שטיסל נאר דארט האט עס אויסגעקלאפט אויפען מאן. אבער ווער ווייסט אפשר ווען דאס קינד זליג וועט אויפ וואקסען וועט אים מרת גיטי טאקע פיינט האבען
דרך אגב כעין אזא מעשה איז געווען מיט מהר״א מסאטמאר אין מאיר שפיץ פון ביסטריץ ביים ברית פון רבי חיים הערש בן מהרז״ל
אויך האט זי געגלייבט אז מען האט עהם אין שפיטאל פארטוישט מיט אהן אראבער (ציליב זיין טינקעלע הויט)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
ישר כוח שש פארן לינק צו דער בריוו
וואס וואונדערט מיר די מערסטע איז ווי ער שרייבט אז ער קען נישט צירוקציען ווייל די חסידים וועלן ווערן צומישט!!
קען מיר איינער מסביר זיין ווי ער שעמט זיך נישט צו שרייבען אזא זאך????
וואס וואונדערט מיר די מערסטע איז ווי ער שרייבט אז ער קען נישט צירוקציען ווייל די חסידים וועלן ווערן צומישט!!
קען מיר איינער מסביר זיין ווי ער שעמט זיך נישט צו שרייבען אזא זאך????
ס'איז משמע דארט אז ר' ישראל'טשע האט זיך נישט געפרעגט אויף יעדער שריט און טריט ביי זיין טאטע אזוי ווי א געטרייע וויזניצער חסיד. און וען ער האט יא געפרעגט, האט ער נישט אלעמאל געפאלגט. ס'איז אפט שווער פאר עלטער'ן צו צוקוען ווי זייער קינדע רוואקסען אונטער און ווערען אייגענער מענטשען, מיט אן אייגענע פארשטאנד. אבער ביי די חברה ווערט א נייע מציאות, ווייל יעדע באליידיגונג איז נישט פערזענליך, נאר כבוד בית וויזניץ, וואס דאס ווערט שוין אידישקייט, און פאר דעם מעג מען אלס, כולל מסירות נפש (יענעמ'ס פארשטייט זיך, נישט די אייגענע).
איך קלער אז נישט טפשות איז דא געשען, און נישט א שלעכטע ווייב. נישט גבאים און נישט העכערקייט. נאר פשוט שלעכטע מדות אזוי ווי ביי יעדער איינער. די אראגאנץ וואס שיינט ארויס פון די דרשה דארט געדרוקט, די sense of entitlement וואס פאסט פאר א קליין קינד, דאס איז שולדיג אין אלס.
אגב, מ'זעט אן אינטרעסאנטער זאך. ר' מאטעלע מעג נישט מוחה זיין אויפ'ן 'עבירה' פון אויפנעמען די ראש ממשלה פון א"י, ווייל קודם דארף מען קלינגען. אבער ר' משה'לע מעג און דארף מוחה זיין אויף כבוד בית וויזניץ נישט דארפענדיג קלינגען פריער?! מ'זעט די לשון הגמרא פאר די אויגען 'על כבודי לא מחיתם, על כבוד בשר ודם מחיתם'. נישט ווייל דער מחאה וועגען שמיר איז ריכטיג אין מיין אויגען, אבער עכ"פ זיין נוסח ווייזט די פראבלעם.
#פעטיציעאלערט

הרב ר׳ שש שליט״א
יישר כח פאר די שיינע שטיקלעך היסטאריע צוטיילן אויף טעלערלעך כה לחי
יישר כח פאר די שיינע שטיקלעך היסטאריע צוטיילן אויף טעלערלעך כה לחי
זייער שיין אין באלערנד אראפגעלייגט.
יעצט קען מען נוצן די הגדרה אויף פילע אנדערע פארשוינען אויך. אין עס ווערט פארענטפערט זייער אסאך פראגעס
יעצט קען מען נוצן די הגדרה אויף פילע אנדערע פארשוינען אויך. אין עס ווערט פארענטפערט זייער אסאך פראגעס
שבת אחיםchusidביי איינע פון די שלש סעודות מחאות קעגן ר' ישראל זאגט דער ישועות משה אז ער פלעגט ארומלויפן מיט אים צו פראפעסארן אים צו היילן. פון וואס רעדט ער?
פון היץ...
איינער פון די דרשות פון רבי משה וויזניצער אויפן חשבון פון זיי ברודער רבי מאטעלע.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9299">viewtopic.php?f=8&t=9299</a><!-- l -->
אנאנים, הערליך שיין צולייגט דעם ענין, אבער דאס ארויס רומען דעם זוהן סרולצע איז שטארק מיסלידינק (אויסער דו האסט א נגיעה אדער בייעסד), זיי אזוי גערופענע 'גוטסקייט' און געוואלדיגע מידות קומט גארנישט מחמת ער איז א אוהב את הבריות, אדרבה דאס קומט פון זיין גאר גרויסע שיעור אין 'קטנות המוחין', א ענין וואס ער צייכענט זיך אויס אויף גאר א גרויסע מאס. לפעמים ברענגט עס צו אז ער שיסט אזעלעכע מאדענע דרשות אין גאר שלעכטע תקנות וואס שפיגלט מער אפ שטארקע רשעות.
מ'זקען זאגען אויף א געוויסע אופן האט ער שוין פון לאנג פארגעסן זיינע 'פראפאגאנדע' אזוי גערופענע 'גלות יארן' אסאך וואס זיינע חסידים האבן זיך ליבן צו באניצען כדי איהם גרעסער מאכען אסאך מער ווי ער איז.
אגב, דאס וואס עס גייט אן ציווישען זיינע אייגענע קינדער, ווייסט ווי ווייניג ער האט זיך געלערנט אויף זיין אייגענע פלייש, בבחינת שוטה אינו מרגיש.
גוטסקייט האט נישט צוטוען מיט קלוגשאפט אז ער איז גוט איז עס ווייל ער איז א גוטער.
וואס פאר א רשעות'דיגע תקנות מאכט ער?
יישר כח אנאנים פאר די אינטערעסאנטע קאפיטלען היסטאריע.
שיינע ארבעט מר שש. אגודל ארויף פאר דיר [emoji106].
בקיצור ס'איז זיכער געווען הימלישע זאכן, די שאלה איז נאר וועלכע הימל...
אנאנים: שוין. מיר האבן שוין ב"ה געפונען עפעס א מופת פון הרב ש"ך זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. ווייל איך האב אייביג געזוכט מיט לעכט עפעס א מופת וואס מ'זאלל קענען נאכדערציילן אויפ'ן גדול ראשי הישיבות. די ליטווישע פראפאגאנדע מאשין האט טאקע פארציילט אותות אבער נישט קיין מופתים אויף זייער ראש ישיבה, הגאון הקדוש מרן הרב מן ש"ך זצוקללה"ה (זאציק-לאלהאהא.) אבער מיט קיין מופתים האבן זיי נישט געקענט אויפקומען. אפשר דער זכות וואס ער האט זיך אזוי געמיין אויסגעדרוקט אויף חסידים און חסידות בכלל, און אויף חסידות חב"ד בפרט זאלל איהם אוודאי ביישטיין...!
ערעב בערל,
איך זוך די דיסלייק קנעפל, העלפט מיר ארויס...
איך זוך די דיסלייק קנעפל, העלפט מיר ארויס...
שש. פון וואו ציטורסטו?
קפה נמסערעב בערל,
איך זוך די דיסלייק קנעפל, העלפט מיר ארויס...
קפה נמס: דרוק צוויי מאל לייק, וועט ארויסקומען א דיס-לייק... 😂 🙄
chusidר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?
ווער זאגט אז מ'איז געשטאנען אין די זייט אין עס בארעכטיגד? אין פאקט האבען אסאך ווישניצע חסידים זיך אפגעטרייסעלט פון ווישניץ צוליב די פרשה, און אזוי אויך האבען אסאך חסידים פון ר' משה'לע אריבער מחנות און געווארן חסידים פון ר' מאטלע. א קליינע צאל זענען געווארען חסידים פון ר' שרולטשע זעלבסט, אבער זיי זענען אויסגעשטאנען טעראר פון די העדקארדערס.
דאס רוב חסידים זענען אייביג עומדים מן הצד, און פארן מיט מיטן ווינט. קוק אן סאטמער, ווי ר' אהרן האט זיך צופירט ביז תש"ס און סאטמער בכלליות האט נאכגעטאנצען אלע פרשיות ביז רז"ל איז אנגעקומען און דעמאלטס האט זיך ארויסגעשיילט ווער סהאט אמת'דיג גהאלטן ביז יעצט ווי ר"א און ווער ס'האט נאר נאכגעטאנצן די דאקטרינע פונם חסידות.
און יעדער ווייסט אויך, אז אויב רמ"ד וואלט געהאט די באבובע שול אויף 48 מיט די מוסדות, וואלטן רוב באבובע ווייטער געבליבען מיט אים. די פאקט איז אז רוב רובם פון חסידים שטייען אייביג פון די זייט און טאנצן מיט מיטן געווינער.
קפה נמסערעב בערל,
איך זוך די דיסלייק קנעפל, העלפט מיר ארויס...
קפה נמס: איך ווייס נישט אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. אבער אויב יא. וויל איך דיר זאגן אז איך זוך אויך דעם עקסטריעם דיסלייק באטטן אויף די אמרות פון הרב ש"ך ז"ל. ווייל פון ליובאוויטשער רבין האסטו נישט געהערט אזעלכע געמיינע דיבורים אויף קיין שום איד ווי ער האט געגאסן קיתונות של שופכין אויף אלע חסידים און אויף חסידות חב"ד און אויף רמ"מ שליט"א/זצ"ל/נ"ע...!
berlbalagulehווי ער האט געגאסן קיתונות של שופכין אויף אלע חסידים ..!
לינק ביטע ?
דער רבי שליטא איז דא אין שטאט! ווען איז די חתונה מארגן אדער היינט? איך האב פארגעסן. זיין עלטסטע זוהן הרה״צ ר׳ חיים מעיאר (מאיר)- די מחותן, האט מיך גראדע געקלינגן טעלפאניש איינלאנדען צום חתונה. זייער שיין פון אים, ער איז א עכטע וויואלער יונגערמאן ווינזיצער קינד מיט א אהבת ישראל און גאלדענע מידות. די דיבוק זאל עולה רגל זיין און די זיוויג זאל עולה יפה זיין, ענבי האגער בענבי הטווערסקי דבר נאה ומקים
ארי נוהםchusidר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?
ווער זאגט אז מ'איז געשטאנען אין די זייט אין עס בארעכטיגד? אין פאקט האבען אסאך ווישניצע חסידים זיך אפגעטרייסעלט פון ווישניץ צוליב די פרשה, און אזוי אויך האבען אסאך חסידים פון ר' משה'לע אריבער מחנות און געווארן חסידים פון ר' מאטלע. א קליינע צאל זענען געווארען חסידים פון ר' שרולטשע זעלבסט, אבער זיי זענען אויסגעשטאנען טעראר פון די העדקארדערס.
דאס רוב חסידים זענען אייביג עומדים מן הצד, און פארן מיט מיטן ווינט. קוק אן סאטמער, ווי ר' אהרן האט זיך צופירט ביז תש"ס און סאטמער בכלליות האט נאכגעטאנצען אלע פרשיות ביז רז"ל איז אנגעקומען און דעמאלטס האט זיך ארויסגעשיילט ווער סהאט אמת'דיג גהאלטן ביז יעצט ווי ר"א און ווער ס'האט נאר נאכגעטאנצן די דאקטרינע פונם חסידות.
און יעדער ווייסט אויך, אז אויב רמ"ד וואלט געהאט די באבובע שול אויף 48 מיט די מוסדות, וואלטן רוב באבובע ווייטער געבליבען מיט אים. די פאקט איז אז רוב רובם פון חסידים שטייען אייביג פון די זייט און טאנצן מיט מיטן געווינער.
הרה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן פון די גרעסטע וויזניצער חסידים פונעם אמרי חיים האט זיך דעמאלטס אפגעשאקלט פון וויזניץ פאר א וויילע.
ר׳ מנחם לייזער מאזעס פון די גרעסטע שוויצערס, האט זיך אוועקגעצויגן קיין ירושלים גלייך נאכן ארויסווארפן ר׳ ישראל. און זיך פארטשעפעט צו ר׳ מאטעלע און געשיקט זיין זוהן קיין גיבערס. אסאך האבן זיך אפגעשאקעלט פון וויזניץ. דער מאנסיער רבי האט דעמאלטס געזאגט אז ער וויל זיך נישט רופן וויזניץ ״ווייל סאיז היינט א בושה און א חרפה״ אוי איז ער געוועהן גערעכט.... ר׳ מוישלע און זיין רעבעצין האבן פארהארגעט וויזניץ מיט די מרידה און מיט אלעס. וויזניץ וואלט היינט לכאורה געוועהן כמעט ״דאפעלט״ אין צאל ווען נישט די מרידה.
שבת אחיםדי מרידה איז שוין געוועהן בימי האמרי חיים.ארי נוהםchusidר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?
ווער זאגט אז מ'איז געשטאנען אין די זייט אין עס בארעכטיגד? אין פאקט האבען אסאך ווישניצע חסידים זיך אפגעטרייסעלט פון ווישניץ צוליב די פרשה, און אזוי אויך האבען אסאך חסידים פון ר' משה'לע אריבער מחנות און געווארן חסידים פון ר' מאטלע. א קליינע צאל זענען געווארען חסידים פון ר' שרולטשע זעלבסט, אבער זיי זענען אויסגעשטאנען טעראר פון די העדקארדערס.
דאס רוב חסידים זענען אייביג עומדים מן הצד, און פארן מיט מיטן ווינט. קוק אן סאטמער, ווי ר' אהרן האט זיך צופירט ביז תש"ס און סאטמער בכלליות האט נאכגעטאנצען אלע פרשיות ביז רז"ל איז אנגעקומען און דעמאלטס האט זיך ארויסגעשיילט ווער סהאט אמת'דיג גהאלטן ביז יעצט ווי ר"א און ווער ס'האט נאר נאכגעטאנצן די דאקטרינע פונם חסידות.
און יעדער ווייסט אויך, אז אויב רמ"ד וואלט געהאט די באבובע שול אויף 48 מיט די מוסדות, וואלטן רוב באבובע ווייטער געבליבען מיט אים. די פאקט איז אז רוב רובם פון חסידים שטייען אייביג פון די זייט און טאנצן מיט מיטן געווינער.
הרה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן פון די גרעסטע וויזניצער חסידים פונעם אמרי חיים האט זיך דעמאלטס אפגעשאקלט פון וויזניץ פאר א וויילע.
ר׳ מנחם לייזער מאזעס פון די גרעסטע שוויצערס, האט זיך אוועקגעצויגן קיין ירושלים גלייך נאכן ארויסווארפן ר׳ ישראל. און זיך פארטשעפעט צו ר׳ מאטעלע און געשיקט זיין זוהן קיין גיבערס. אסאך האבן זיך אפגעשאקעלט פון וויזניץ. דער מאנסיער רבי האט דעמאלטס געזאגט אז ער וויל זיך נישט רופן וויזניץ ״ווייל סאיז היינט א בושה און א חרפה״ אוי איז ער געוועהן גערעכט.... ר׳ מוישלע און זיין רעבעצין האבן פארהארגעט וויזניץ מיט די מרידה און מיט אלעס. וויזניץ וואלט היינט לכאורה געוועהן כמעט ״דאפעלט״ אין צאל ווען נישט די מרידה.
אוואדי איז געוועהן ביי די אמרי חיים. אבער זייער מחלוקה איז געוועהן מיט ר׳ מוישלע נישט מיט ר׳ חיים מאירל. רוב פון די מורדים זענען געבליבן חסידים פונעם אמרי חיים. ר׳ מוישעלע האט זיי ארויסגעווארפן. דער אמרי חיים איז שוין נישט געוועהן מיינעך ביי די כוחות און די פרשה האט אים נאך מעהר קראנק געמאכט.
די מרידה איז נישט געוועהן קעגן די אמרי חיים נאר קעגן ר׳ מוישלע און זיין רעבעצין.
ר׳ מוישלע האט אלעס פארהארגט.
די מרידה איז נישט געוועהן קעגן די אמרי חיים נאר קעגן ר׳ מוישלע און זיין רעבעצין.
ר׳ מוישלע האט אלעס פארהארגט.
שבת אחיםדי אמרי חיים האט זיי ארויסגעווארפען.אוואדי איז געוועהן ביי די אמרי חיים. אבער זייער מחלוקה איז געוועהן מיט ר׳ מוישלע נישט מיט ר׳ חיים מאירל. רוב פון די מורדים זענען געבליבן חסידים פונעם אמרי חיים. ר׳ מוישעלע האט זיי ארויסגעווארפן. דער אמרי חיים איז שוין נישט געוועהן מיינעך ביי די כוחות און די פרשה האט אים נאך מעהר קראנק געמאכט.
די מרידה איז נישט געוועהן קעגן די אמרי חיים נאר קעגן ר׳ מוישלע און זיין רעבעצין.
ר׳ מוישלע האט אלעס פארהארגט.
איך זיך דעם בריעוו וואס ר' משה' לה האט געשריבן צום ברידער ר' מאטעלע. איך האב עס אמאל געזען ערגעץ אויפן געוועב און איך קען עס נישט טרעפן. אויב איינער ווייסט וואו מען קען עס זעהן וואלט איך אים שטארק מכיר טובה געווען
It was in Hyde park
קלוגע יודלשבת אחיםדי אמרי חיים האט זיי ארויסגעווארפען.אוואדי איז געוועהן ביי די אמרי חיים. אבער זייער מחלוקה איז געוועהן מיט ר׳ מוישלע נישט מיט ר׳ חיים מאירל. רוב פון די מורדים זענען געבליבן חסידים פונעם אמרי חיים. ר׳ מוישעלע האט זיי ארויסגעווארפן. דער אמרי חיים איז שוין נישט געוועהן מיינעך ביי די כוחות און די פרשה האט אים נאך מעהר קראנק געמאכט.
די מרידה איז נישט געוועהן קעגן די אמרי חיים נאר קעגן ר׳ מוישלע און זיין רעבעצין.
ר׳ מוישלע האט אלעס פארהארגט.
איה״נ. אבער די גורם איז געוועהן ר׳ מוישלע נישט די אמרי חיים. דער אמרי חיים האט זיך קיינמאל נישט געקריגט מיט קיינעם. ער האט פארמיטן מחלוקות א גאנץ לעבן מיט זיין קלוגשאפט. אבער ר׳ מוישלע האט נישט געוואוסט וויאזוי מ׳טוט דאס. ער איז געוועהן פונקט פארקערט פון זיין טאטע מיט דעם.
וויזניץ האט געהאט די שענסטע און שטערקסטע חסידישע ישיבה, וויזניץ האט געבליט, זיי האבן געהאט די חשובסטע אינגערלייט, און זיי האבן אסאך פארשפילט וועגן ר׳ מוישלע נישט וועגן ר׳ חיים מאירל. מיין פעטער איז געוועהן פון די מורדים, ער איז געוועהן א עכטע וויזניצער חסיד, פון די נאנטע שטוב מענטשען, ער איז היינט א סאטמארער/ספינקער חסיד פון וויליאמסבורג, און זיין ברודער איז געווארן א באבובער אין ב״פ, זיי אליינס האבן בערך 50 חתונה געהאטע אייניקלעך ווען נישט די מרידה זענען זיי אלע וויזניצער, מיין פעטער זינגט נאך אלץ וויזניצער נוסח אינדערהיים, פון ר׳ חיים מאירל האלט ער, פון ר׳ מאטעלע האלט ער, און גייט צו אים אסאך, נאר אויף ר׳ מוישלע זענען זיי געוועהן ברוגז, און אז דו ווילסט פארצימיסען די אשכול קען איך דיר פונקטליך זאגן פארוואס די מורדים זענען גערעכט געוועהן אויך.
כפארשטיי ביסט זיין חסיד, אבער פאקט בלייבט פאקט ר׳ מוישלע מיט זיין רבנית האבן געלייגט וויזניץ אינדער ערד אריין בידים. געשאלגן און גערודפט און געפייניקט מענטשען, יתומים פון קריג, אלעס ווייל מאיז נישט געגעאנגען אין שפאן, וויזניץ זענען געווארן פון די גרעסטע אוהבי ישראל צו די גרעסטע טעראריסטן. טוה מיר א טובה. ער איז געוועהן א עקשן, נער און א טיפוש וואס איז נישט געוועהן זיין גלייכענס.
דו ווילסט הערן א גיטע וויץ פון דיין רבין ?
ער איז אמאל געקומען קיין ניו יארק און סאיז געוועהן טרעפיק אויפן וועג פון קענעדי עירפארט קיין וויליאמסבורג, זענען זיי געפארן מיט די לאקאלע גאסן. סאיז געוועהן קראצמעך צייטן ווען די גוים לייגע ארויס קריסמעס דעקאראציעס. האט ער זיך אנגערופן:
״ס׳האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן אזא טראסק״
אמאל האט מען אים געגעבן צו עסען אייז קרים, האט ער זיך אנגערופן:
״סאיז זייער א גיטע מאכל, סאיז נאר אביסל צי קאלט״.
מקען אנפילן אשכולות פון זיין גרויס חכמה.
שבת
די מעשה'לעך זענען עכט געשעהן מיט אים? ווייל מען זאגט עס ביי חתונות אסאך.
דיין פוינט איז גוט און גערעכט, ד.ה. ר' מושיעלע איז געוועהן אובד עצות צו פארשטיין א צווייטער, להיפוך פין זיין טאטע. ענדליך צו באבוב 48 רבי וואס איז אויך להיפוך פין זין טאטע אים דעם.
אבער די גייסט אביסעל צו ווייט מיט זאגען אז ער האט געלייגט וויזניץ אין דער ערד וכו', ער האט געהאט ווען ער איז נפטר געווארן צען מאל מער חסידים ווי ווען ער האט אנגעהויבן. און ער האט קאנעקדעד צו מענטשן גאר שטארק.
בקיצור, יעדער האט מעלות און חסרונות, מען קען נישט דן זיין א מענטש בלויז אויף די חסרונות, אויף די פאזאטיווע זייט איז ער געווען א שטארקע רבי וואס האט געהויבן זיין עולם גאר שטארק.

איך מיין אז איך האב עס שוין אמאל געזאגט. דער יסוד ושורש פון די מחלוקת און גירוש. איז זייער פשוט. ס'נישטא קיין שום מיסטעריע אדער העכערע עניינים. מפי השמועה, האט די רביצין לאה'טשא, געפיהרט א הויפט מערכה אקעיגן ר' ישראל'טשע. און דער טאטע איז נישט גענוג שטארק געווען זיך אקעיגנצושטעללן איהרע שלעכטע רצונות ושאיפות...!
איך האב נאר געזעהן דעם קליפ פון ווען ר' ישראל איז צוריקגעקומען צום טאטן. מיט וואספארא ליעבשאפט דער טאטע האט אים אויפגענומען. און אפשר אויך מיט א סאך שולד געפיהל...! נאך א מזל אז דער פעטער הרה"צ אדמו"ו מ'וויזניץ מאנסי שליט"א האט איהם און זיין משפחה שטארק מקרב געווען. ( איך ווייס עטליכע פרטים. אבער כ'וויל נישט אריינגיין אין זיי יעצט.)

חוה האט אויך צוגערעדט אדם זאל עסן פין עץ הדעת, און איך זעה נישט אז דער אויבערשטער זאל האבן אנגענומען דאס אלץ ר תירוץ.
אישתישבישבת
די מעשה'לעך זענען עכט געשעהן מיט אים? ווייל מען זאגט עס ביי חתונות אסאך.
דיין פוינט איז גוט און גערעכט, ד.ה. ר' מושיעלע איז געוועהן אובד עצות צו פארשטיין א צווייטער, להיפוך פין זיין טאטע. ענדליך צו באבוב 48 רבי וואס איז אויך להיפוך פין זין טאטע אים דעם.
אבער די גייסט אביסעל צו ווייט מיט זאגען אז ער האט געלייגט וויזניץ אין דער ערד וכו', ער האט געהאט ווען ער איז נפטר געווארן צען מאל מער חסידים ווי ווען ער האט אנגעהויבן. און ער האט קאנעקדעד צו מענטשן גאר שטארק.
בקיצור, יעדער האט מעלות און חסרונות, מען קען נישט דן זיין א מענטש בלויז אויף די חסרונות, אויף די פאזאטיווע זייט איז ער געווען א שטארקע רבי וואס האט געהויבן זיין עולם גאר שטארק.
די מעשה'לעך זענען עכט געשעהן מיט אים?
איך בין נישט דארט געוועהן בשעת מעשה, אבער מ׳פארציילט עס אויף אים. די מעשה מיט די עירפארט האט מיר מיין טאטע פארציילט, און ער געדענקט ווען ס׳איז געשעהן.
יעדער ווייסט אז ער איז געוועהן גאר א ״קליינע חכם״ און א שרעקליכע נוקם ונוטר.... מיין באבע איז געוועהן אלמנה אין שיכון וויזניץ און וויבאלד זי האט גענומען די ערשטע איידעם איינע פון די מורדים, האט ער נישט געלאזט אז מ׳זאל געבן פאר די אנדערע קינדער קיין ״עזרת נישואין״
אפילו מיין פעטער (מיין טאטעס עלטסטע ברודער ע״ה) וואס האט בשעתו געלערנט אין זיין ישיבה און איז געוועהן פון די בעסטע בחורים אין ישיבה, ער איז געוועהן גאר א איידלער און א שטילער קיינמאל נישט געמאכט קיין גערודער- א יתום פון זיין ישיבה האט ער אפגעהאלטן פון העלפן חתונה האבן, און ער האט נאך אנגעזאגט פאר די אויפזעהער פון ״עזרת נישואין״ אז מזאל חלילה נישט זאגן אז ער האט אפגעהאלטן פון געבן- ער האט נאך געוואלט זיין א ״שיינע איד״ אויך... און געהייסן יענעם זאגן א ״פרעכע ליגענט״...
מיין משפחה איז געוועהן פאר דורות פון די חשובסטע משפחות פון וויזניץ- (ר׳ מרדכי חנא און זייער גאנצער משפחה) אזוי האט מיר געזאגט די תולדות אברהם יצחק רבי און אזוי האט ר׳ מאטעלע אסאך מאל געזאגט פאר מיין טאטע. דער אמרי חיים איז ממש געוועהן מיין טאטעס ״שטוף טאטע״ ער פלעגט זיך אויפפירן ווי זייער טאטע, זיי געגעבן ליבשאפט ווארמקייט און געלט, ער איז געוועהן א פערזענליכע נאנטע חבר מיט מיין זיידע זענען ביידע געקומען פון די זעלבע שטאט- ווילחאוויץ, מיין זיידע איז געוועהן די גרעסטע וויזניצער חסיד וואס איז נאר געוועהן, מיט זיין גאנצע נפש און גוף- און פאר א יתום פון אזא משפחה האט ער אנגעהאלטן א ״שנאת חנם״ פאר גארנישט און פאר נישט.
דעס האט ער זיך אויסגעלערנט פון זיין טאטען און זיידען? דעס הייסט אהבת ישראל? דעס איז וויזניץ? דער הייליגער אהבת ישראל האט געגעבן געלט פאר זיינע גרעסטע שונאים, פארגעס פון זיינע ״אייגענע תלמידים און חסידים״
האט געהויבן זיין עולם גאר שטארק
וואס זאגסטו??? וועמען פונקטליך האט ער געהויבן? ער האט געלייגט זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך אין דער ערד... ער האט נישט געהויבן מיין משפחה- מיין משפחה האט געהויבן ר׳ חיים מאירל און ר׳ מאטעלע.
דו ווייסט וויפל מענטשען ער האט פארטריבן פון וויזניץ???
שבת אחיםדו ווילסט הערן א גיטע וויץ פון דיין רבין ?
ער איז אמאל געקומען קיין ניו יארק און סאיז געוועהן טרעפיק אויפן וועג פון קענעדי עירפארט קיין וויליאמסבורג, זענען זיי געפארן מיט די לאקאלע גאסן. סאיז געוועהן קראצמעך צייטן ווען די גוים לייגע ארויס קריסמעס דעקאראציעס. האט ער זיך אנגערופן:
״ס׳האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן אזא טראסק״
יעך האב געהערט דעם מעשה אויפ'ן ר' הערשעלע'ן קרעטשניפער זצ"ל, בעל 'רזא דגוזמא' ושא"ס,
וואס איז אמאל געפאהרן צו וויילען א תקופה אין ארצות הגולה ללקט מזמרת ארץ העמים זעיר שם זעיר שם...
און ער האט קלאהר אנגעבאטן זיינע גבאים בשום אין אופן קיין טראסק צו מאכן לכבוד דעם הייליגען גאסט.
והימים ימי אחר חג החנוכה, והלילות לילי טבת הארוכים...
און אויפ'ן וועג פונעם איירפארט האט דער הייליגער צדיק באמערקט די ביימעלעך מיט די לעמפעלעך ואביזרייהו...
האט זיך דעם רבי'ן אנגערופן צו זיינע גבאים:
"נו, שוין, האט איהר מיר נישט געפאלגט, און איהר האבן יא געלייגט די לעמפלעך,
אבער וואס האט די הייליגע 'זיידערעבלייזערוואלף' געזינדיגט אז איהר האט ארויף געלייגט זיינע פיקטשער'ס אויף יעדע צוויטע ביימעלע?... 😂
נקודת אמת: דו האסט מיך צושטורעמט פאר געלעכטער. הני מילי דבדיחותא. נאר איך 'עלל פארציילן אן אמת'ע מעשה. אין עפעס א טאג נאך די ימי חנוכה, ווען ס'איז דער סעזאן פון די קראצמעך ביימלעך און די סענטע קלאצן, האט מיין זון, ווען ר'איז נאך געווען א קליין יונגל געזאגט. טאטי קוק. א זיידי מיט א בעקישע... 😂
בלאט: 1 2