בטחון און די Law of Attraction
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3600
בטחון און די Law of Attraction
איך וויל דא שרייבן א נושא וואס איז בעצם א טיפע, לאנגע און פארצווייגטע נושא. איך ווייס נישט אויב איך וועל אלעס קענען דעקן, איך האב מורא אז איך וועל אויסלאזן אסאך פונקטן, אבער לא עליך המלאכה לגמור. איך וועל אנהייבן יעצט און איבער די צייט, מיט די הילף פון די חברים וועט מען צולייגן וואס עס פעלט.
The law of attraction
עס זענען דא אסאך ביכער טעיפס און ווידיאוס מוקדש צו ערקלערן דער א.ג. געזעץ, ווי אזוי עס ארבייט, און איר היסטאריע. אין קורצן זאגט עס אונז אז
די מענטש איז מושך צו זיך און אריין אין זיין לעבן אלעס מיט זיין מחשבה און טראכטן. סיי גוטס און סיי שלעכטס. אויב טראכט ער גוטס וועט ער האבן גוטס און אויב טראכט ער שלעכטס וועט ער האבן שלעכטס.
History of the law of attraction
דער גאנצע נושא איז זייער פאפולער געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר, ספעציעל ווען די באקאנטע
נאפאליאן הילל האט ארויס געגעבן זיין בעסט-סעלער בוך
Think and Grow Rich וועלכער איז באזירט אויף די יסודות פון דער געזעץ. עס איז נישט קלאר פון ווי דער איידיע שטאמט, מאנכע זאגן אז דאס שטאמט פון בודהא און פון אנדערע אור אלטע מיטל אזיע'שע קולטורן פון טויזנטער יארן צוריק. אני הקטן האלט (ווי איך וועל באלד ערקלערן מער באריכות) אז עס שטאמט פון די אור אלטע "אידישע קולטור".
How it works
עס זענען דא מערערע הסברים ווי אזוי עס ארבייט. די מערסט סייענטיפיק הסבר איז (כאטש עס איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן סייענטיפיקלי לפי ידיעתי) אז די וועלט איז פול מיט ענערגיע און די מח שיקט ארויס ענערגיע סיגנאלן. די פאזיטיווע סיגנאלן טרעפן אן די פאזיטיווע זאכן אינעם אטמאספערע און ברענגן עס צוריק צום מקור – דער מענטש. די זעלבע איז ווען מען שיקט ארויס נעגעטיווע סיגנאלן.
אין די ווידיאו און אין די בוך
The Secret זענען זיי מסביר אז עס ארבייט אזויווי טעליוויזיע. ווען די דרוקסט אויף די רעמאוט קאנטראל א געוויסע נומער וועט די טעליוויזיע כאפן א געוויסע טשאנאל. וואס טוסטו אויב דו האסט נישט ליב דער טשאנאל? דאן דרוק אן אנדערע נומער וועט אויפקומען אן אנדערע טשאנאל. מיין נישט ווייל עס שפילט יעצט איין טשאנאל אויפן טעליוויזיע ביסטו סטאק דאס צו וואטשען. ניין, דו קענסט טוישן די טשאנאל. ווי אזוי? דורכן דרוקן אנדערע נומערן אויפן רעמאוט, דאס שיקט ארויס סיגנאלן צו די טעליוויזיע טראנפארטערס צו שיקן א ניי טשאנאל צו דיין באקסעלע.
די זעלבע איז מיט דיין לעבן. אויב האסטו א שווערע טאג היינט, איז עס בידך צו טוישן די מציאות פונקט אזוי גרינג ווי עס איז צו טוישן א טעליוויזיע טשאנאל. לויט די וואס גלייבן אין דעם, קען א יעדער מענטש האבן וואס ער וויל, ווילאנג ער קען טראכטן און גלייבן בשלימות אז ער האט דאס שוין. ווילסט זיין א גביר? טראכט און גלייב אז דו ביזט איינס וועסטו ווערן איינס. ווילסט ווערן דאר? מוזט נישט גיין אין דזשים, קענסט ווייטער פרעסן הערינג מיט קעיק, ווילאנג דו טראכסט און דו גלייבסט בשלימות אז דו ביזט דאר. איי וועסטו טענה'ן אז דו האסט געטרייט און עס האט נישט געארבייט? די תירוץ איז אז דו האסט נישט עכט געטוישט די טשאנאל, האסט נישט געגלייבט בשלימות.
א קליינע סברא מדעת עצמי
אויב א מענטש קען זיך קאנווינסען אז ער איז רייך וועט ווערן רייך. ווי אזוי? ווייל ווען א מענטש איז קאנווינסד אז ער איז רייך פירט ער זיך אויף ווי א גביר אטאמאטיש (ווייל אויב נישט, איז א ראי' אז ער איז נישט עכט קאנווינסד), און אויב ער פירט זיך ווי א גביר וועט ער דאך ארבייטן ווי א גביר. נו, אז מ'ארבייט ווי א גביר ווערט מען דאך א גביר. (נישט יעדער איז מסכים מיט דער סברא, דאס איז אן אייגנס.)
א יעדעס מענטש האט בעצם אינערליכע כוחות צו זיין א גביר. נאר וואס דען? געוויסע פאראדיימס קענען בלאקירן פארן מענטש צו טון וואס ער דארף צו טון ארויסצוברענגן די כוחות אל הפועל. אבער אויב קען ער טוישן די טשאנאל און זיך קאנווינסן אז ער איז א גביר, דאן פאלן דאך די אלע פאראדיימס אוועק און די אינערליכע כוחות קומען ארויס און ער ווערט טאקע א גביר. איי, וואס געשעהט פלוצלינג צו דעם גביר אז יארן שפעטער האט ער פארלוירן זיין פארמעגן? עפעס האט געמוזט געשעהן א קליינע זאך וואס האט אויפגעשאקלט זיין קאנפידענס און געטוישט זיינע געדאנקן צו נעגאטיוו און דאס האט געצויגן צו אים דאס ארימקיימט און אי-הצלחה. וכן הדין בכל עניני עוה"ז ואולי גם ברוחניות, דו"ק ותמצא.
אין פשוט'ע ווערטער ווערט עס אראפ געלייגט אזוי: thoughts produce emotions, emotions produce actions and actions produce results, וכנ"ל והבן.
פאקטן
אין אלע ביכער, ווי אויך די אינטערנעט איז דא פול מיט מעשיות פון מעטשן וואס האבן זיך אויסגעהיילט פיזיש נוצנדיג די law of attraction, מענטשן זענען געווארן רייך, פארלוירן און אראפגעהאלטן וואג און נאך.
לאמיר אייך ווייזן איין דוגמא וואס איך האב נארוואס בייגעוואוינט. איך פאר – פון צייט צו צייט - א לאנגע וועג צוליב ביזנעס באדערפענישן. איך האב מיך לעצטענס אפגערעדט פאר א קאלעגע אז איך ווייס נישט פארוואס אבער די וועג נעמט מיר זייער לאנג, עס איז אלעמאל דא טראפיק אין דער צייט וואס איך פאר. אויך נעמט מיר אלעמאל א פינף צען מינוט ביז איך טרעף פארקינג. זאגט מיר יענער אז אינטערעסאנט, ער פארט די זעלבע צייט ווי איך פאר, אויף די זעלבע וועג, און טראץ די טראפיק נעמט עס אים נישט אזוי לאנג. אויך טרעפט ער עפעס אלעמאל פארקינג ווי נאר ער קומט אן ביים דעסטינאציע. מיר האבן אפגעשמועסט ארויסצופארן די זעלבע צייט און קוקן אויפן זייגער און זעהן צו עס איז טאקע אזוי. די רעזולטאטן זענען געווען אז ער איז אנגעקומען א שיינע פאר מינוט פאר מיך און ער האט באלד געטראפן פארקינג. וואס איז פשט? ער האט זיך געזעהן אנקומען שנעל, איז ער אנגעקומען שנעל, ער האט זיך געזעהן טרעפן פארקינג באלד, וכך הווה. איך, פון די אנדערע זייט, האב אלץ געטראכט אז איך וועל זיכער זיין סטאק אין טראפיק, און איך וועל זיכער נישט טרעפן פארקינג, וכך הווה.
עטליכע quotes פון חוקרים פילזאפן און שרייבער
“What we are today comes from our thoughts of yesterday, and our present thoughts build our life of tomorrow: Our life is the creation of our mind.” – Buddha
“A man is but the product of his thoughts. What he thinks he becomes. – Gandhi”
“To acquire love, fill yourself up with it until you become a magnet.” – Charles Haanel
“The vast majority of people are born, grow up, struggle, and go through life in misery and failure, not realizing that it would be just as easy to switch over and get exactly what they want out of life, not recognizing that the mind attracts the thing it dwells upon.” - Napoleon Hill
“If you’re thinking of debt, that’s what you’re going to attract.” - Bob Proctor
עס שטימט מיט תורה ויהדות
די מהלך און טעאריע ווערט ארונטערגערוסן דורך אסאך חוקרים, די שטערקסטע טענה איז א מען קען דאס נישט אויפווייזן סייענטיפיש. די שאלה פאר אונז איז צו איז דאס אויסגעהאלטן ע"פ תורה. מיר זעהט אויס אז די law of attraction איז איינס און די זעלבע ווי בטחון. נישט קיין ברודער נישט קיין קוזין נאר דאס איז ער אליין.
קודם כל איז דער נושא נישט קיין נייעס ביי אונז אידן. "טראכט גוט וועט זיין גוט" מיינט לכאורה דאס. "סוף מעשה במחשבה תחלה" מיינט זיכער דאס, און עס ערקלערט אונז אויך אז מיר זאלן עס קענען זעהן בחוש.
יעדער וואס ליינט דא זאל כאפן א בליק ארום זיך און זעהן צו זיי קענען טרעפן איין זאך וואס איז דא דארט וואס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט א מחשבה. עס איז נישטא אזא זאך! אויב איינער איז רייך האט ער עס געצויגן צו זיך רייכקייט דורך זיין מחשבה. איך האב נאך נישט געטראפן דער רייכער מאן וואס האט געלעבט מיטן מחשבה אז ער איז א לא יצלח, אדער אז זיין ביזנעס דיעל וועט אדורך פאלן. פארדעם זענען גבירים אסאך מאל זייער אראגאנט און איבער-קאנפידענט.
כדאי מיר זאלן קענען אריינטראכטן און זעהן צו דאס איז טאקע בטחון מוזן מיר קודם פארשטיין וואס איז דאס בטחון און ווי אזוי עס ארבייט?
המשך אין געציילטע מינוטן......
.
חלק ב'
בטחון מהו?
בטחון איז א גאר פארצווייגטע נושא, עס זענען דא זייער אסאך ספרים איבער דער נושא. אין די ראשונים איז משמע אז עס איז דא א מחלוקת אביסל וואס דאס מיינט. איך וועל נישט אריינגיין אין די מחלוקת'ן (דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע צו שרייבן). איך וועל דא שרייבן ווי אזוי איך פארשטיי עס.
בטחון מיינט פארזיכערט און קאנפידענס. אויב איינער האט בטחון אז די אייבישטער וועט אים העלפן, מיינט עס אז ער איז הונדערט פראצענט זיכער אז עס וועט געשעהן, נישט ניין און נייציג פראצענט נאר הונדערט פראצענט. אויב איינער איז מובטח אז א געוויסע סגולה וועט העלפן מיינט עס די זעלבע. די זעלבע איז ווען א מענטש האט זעלבסט זיכערקייט.
די תורה זאגט אונז אז ווער עס האט בטחון איז א זיכערע געהאלפענע. הבוטח בה' חסד יסובבנו שטייט אן קיין תנאים. די איינציגסטע תנאי איז אז ער דארף זיין בוטח אויף הונדערט פראצענט. און ממילא אויב ער איז בטוח אז ער וועט ווערן רייך דארף ער בעצם גאר נישט טון מער ווי דעם.
בטחון און השתדלות
אין דעם פרט איז דא א שטיקל מבוכה. פון איין זייט זאגן מיר אז ווער עס איז בטוח וועט באקומען די זאך בלי שום ספק. פון די אנדערע זייט ווייסן מיר אז עס פארלאנגט זיך השתדלות. די ענטפער אויף די סתירה איז אז בעצם איז בטחון אליינס גענוג. די פראבלעם איז אבער, אויב די מענטש וועט נישט טון קיין שום השתדלות דאן איז כמעט נישט מעגליך אז ער זאל הונדערט פראצענט גלייבן אז ס'וועט געשעהן. ערגעץ אין זיין מח וועט אריינדרינגן א צל של ספק אז אפשר טוט ער נישט גענוג, און ממילא, היות זיין בטחון איז נישט בשלימות וועט עס טאקע נישט געשעהן. משא"כ אויב ער טוט זיין השתדלות דאן קען ער שוין צוקומען צו די שלימות'דיגע בטחון און ערשט דאן וועט עס געשעהן.
ממילא, צדיקים וואס האבן געגלייבט הונדערט פראצענט אז זיי וועלן האבן פרנסה פון די אייבישטער, אן דעם וואס זיי גייען ארבייטן, האבן געקענט זיצן על עבוה"ש יומם ולילה און זיי האבן געהאט פרנסה – אן השתדלות, ווייל זיי האבן עכט געגלייבט. איינער וואס איז נישט אין די מדריגה דארף טון אביסל השתדלות כדי ער זאל צוקומען צו זיין אינגאנצן פארזיכערט. און דער וואס איז א נעגאטיווע בעצם, אדער האט שוואכע קאנפידענס וועט אפילו השתדלות אויך נישט העלפן. ווייל ער וועט אלעמאל טראכטן אז ער טוט נישט גוט און דורכן טראכטן אזוי איז ער מושך צו זיך נישט גוט.
איינער וואס איז בטבע א סקעפטיק וועט קיין שום סגולות אים נישט העלפן, ווייל ער גלייבט נישט דערין. די סיבה פארוואס ער טוט די סגולה איז נאר ווייל ער וויל פרובירן זיין מזל, אבער בעצם גלייבט ער נישט אז עס וועט אים העלפן. די איינציגסטע עצה פאר אזא מענטש איז אדער צו טון ריכטיגע השתדלות און אזוי צוקומען צו זיין פארזיכערט, אדער צו גלייבן אז די באשעפער קען אים געבן די ישועה אן קיין סגולות אן אזוי ארום צו פילן פארזיכערט. פארדעם קען מען זעהן שטילע תמימות'דיגע מענטש (באבעס און פרויען) וואס ביי זיי העלפט יא סגולות, ווייל טאקע וויבאלד זיי זענען נאאיוו, מען קען זיי גרינג איבער רעדן, ווערן זיי פארגלייבט אינעם סגולה, זיי גלייבן און זענען פארזיכערט, באקומען זיי זייער מבוקש.
וצוונו על מצוות בטחון
קען מען מחייב זיין א מענטש צו האבן בטחון? די סברא זאגט אז נישט. קענסט צווינגען און הייסן א מענטש צו זיין פארזיכערט, אבער אז ער איז נישט פארזיכערט קען ער גארנישט טון דערוועגן. אויב אזוי וואס מיינט דאס ווען די ספרים הייסן ארבייטן אויף בטחון?
איינער פון די ראשונים (דאכצעך די רמב"ם) פרעגט שוין די קושיא לגבי די מצווה תמידית פון אהבת השם. ווי אזוי קען מען מחייב זיין א מענטש ליב צו האבן? קענסט דען צווינגען א מענטש ליב צו האבן באנאנעס? אויב האט ער נישט ליב קען ער גארנישט טון דערוועגן? פירט יענער אויס אז די מצווה איז נישט ליב צו האבן די אייבישטער. די מצווה איז צו ארבייטן דערויף. לערן די תורה, לערן די נושא פון יציאת מצרים, בחירת ישראל לעם הנבחר, קבלת התורה, דריי דיך ביי ערליכע אידן, טו זאכן וואס וועלן דיר צוברענגן צו אהבת השם. לעב מיט התבוננות, דאס איז די מצוה.
די זעלבע איז ביי בטחון. מען קען נישט צווינגען קיינעם צו זיין פארזיכערט. די מענטש קען אבער ארבייטען דערויף ווי פאלגענד:
ער קען לערנען די ספרים וואס זענען עוסק אין די נושא, ספעציעל חובת הלבבות שער הבטחון.
ארבייט אויף דיין התבוננות. זיך אינצידענטן וואס וועלן אנדייטן און אויפווייזן אז די באשעפער קען אלעס, אז בטחון העלפט וכו', חזר דיך איין די מעשיות ביז דו וועסט זיין אינגאנצן איבערצייגט.
ווען דו ביזט נישט הונדערט פראצענט זיכער אז עפעס וועט געשעהן, טראכט אריין וואס דו מיינסט וועט זיין די מניעה, און זעה אוועק צו נעמען דער מניעה. דאס וועט נישט מאכן אז דו זאלסט זיין א בעל בטחון אבער עס וועט יא מאכן אז דו זאלסט באקומען דיין מבוקש.
גוטע עקסערסייזעס:
סעלף טאלק. רעד צו דיר אליינס, רעד פאזיטיוו, זאג צו זיך אליינס א גאנצע צייט אז דו ביזט זיכער אז עס גייט געשעהן, אדער אז עס איז שוין געשעהן, פיר דיך אויף אזוי ווי עס איז שוין געשעהן, קאנטשעסלי טענה דיך מיט דיר אליינס ביז דו ווייזט דיך אליינס אויף אז עס וועט געשעהן. געדענק, פארזיכערונג ליגט אינעם סאבקאנטשעס חלק פו די מח, אבער מען מוז עס קאנטשעסלי אהין לייגן, און סעלף טאלק איז די וועג עס צו טון.
הייב אן מיט א קליינע זאך, ארבייט אויף דיר צו גלייבן אז דו וועסט עס באקומען. דו וועסט זעהן די רעזולטאטן און דאס וועט דיר געבן די קאנפידענס צו זיין פארזיכערט אין גרעסערע זאכן.
דאס איז פשט אינען מאמר העולם “success breeds success”. איינמאל וואס דו זעסט איינמאל ביי א קלייניגקייט אז בטחון האט דיר עס געברענגט וועט עס דיר געבן די קאנפידענס צו גלייבן ביי גרעסערע זאכן און אזוי ווייטער ביזן ווערן א פולקאמער בעל בטחון. און די זעלבע איז אויך פארקערט ביי נעגאטיוו, מען דארף זיין געווארנט.
טיילן דעות בנוגע בטחון
א איד רעדט זיך אויס דאס הארץ אז די פרנסה גייט אים שווער, ער מיינט אז ער דארף אפשר ארבייטן מער שעות. די צדיק ענטפערט אים "דו דארפסט נישט ארבייטן מער שעות, דו דארפסט האבן מער בטחון". דער איד גייט ארויס מיט א קלארע פסק אז ער דארף נישט ארבייטן מער, די באשעפער וועט שוין העלפן. למעשה, איז אריבער א וואך/חודש/יאר און אלעס איז די זעלבע. פארוואס? ווייל בטחון איז נישט א זאך וואס מען קען אנצינדן מיט א סוויטש. אדער האט מען עס אדער נישט. מען קען יענעם זאגן צו ארבייטן אויף בטחון אבער דערווייל ווילאנג ער שפירט זיך נישט פארזיכערט דארף ער צולייגן מער שעות, ווייל נאר אזוי וועט ער זיך יעצט פילן פארזיכערט.
נאך מער, א געוויסע פראצענט פון בטחון איז געוואנדן אין די נאטור פון די מענטש מיט וואס ער ווערט געבוירן דערמיט. והא ראי' מענטשן וואס זענען בטבע מער גאליבעל, זענען גרעסערע בעלי בטחון, משא"כ מענטשן וואס זענען בטבע טראכטער, דו"ק ותשכח.
מבחן צו זעהן וואו מען האלט מיט בטחון
ווי אזוי קען מען וויסן אויב מען האט די ריכטיגע בטחון אדער עס איז בלויז אן איינרעדעניש וואס מען זאגט זיך צו מאכן פילן בעסער? די מבחן איז פשוט. אויב געשעהט די זאך וואס מען האט געוואלט און זיך פארלאזט אז עס וועט געשעהן, איז א סימן אז ער האט געהאט די ריכטיגע בטחון, אויב נישט איז א סימן אז מען האט נאך אויף וואס צו ארבייטען. אזוי שטייט אין שער הבטחון.
וויפיל השתדלות
וויפיל השתדלות דארף מען מאכן? איך האב געזעהן עטליכע היינטיגע מחברים וואס פרובירן צו ברענגען ראיות פון מאמרי חז"ל וויפיל אדער ווי ווייניג השתדלות מען דארף מאכן. זיי ברענגען ראיות פון תנאים, אמוראים, ראשונים און צדיקי דורות האחרונים. די אמת'ע תשובה איז אז א יעדע מענטש דארף מאכן השתדלות געוואנדן אויף זיין מדריגה אין בטחון. געוויסע מענטשן וועלן מוזן ארבייטן אכציג שעה א וואך אין די היצן און קעלט און דאס הייסט השתדלות פאר זיי, און ביי געוויסע מענטשן איז די בטחון זעלבסט גענוג השתדלות. נאך אמאל, ס'נישט שייך צו זאגן ביי דעם א געמאסטענע שיעור פאר א כלל פון מענטשן.
סוף דבר
די ספרים און ביכער וואס רעדן און יאווענען זיך אין די נושא פון די law of attraction זענען נישט מער ווי אינטרעסאנטע שיעורים אין די נושא פון בטחון. איי וועט איר פרעגן פארוואס דארף מען די law of attraction אויב האט מען שוין די חובת הלבבות? די ענטפער איז אז מען דארף טאקע נישט, נאר היות די מידת הבטחון איז א שווערע זאך קונה צו זיין, און מיר קענען נוצן סיי וועלכער הילף עס איז נאר מעגליך, איז דאס נאך א tool וואס וועט אונז ארויסהעלפן אנקומען צו דעם. ועוד, זיי צונעמען עס מער אויף אן אויפן וואס רעדט צו די היינטיגע המון עם, און נוצן די היינטיגע ביישפילן. (איך האב שוין געטראפן כאטש איין ספר בעניני בטחון וואס שרייבט נאך גאנצע שטיקער פון זייערע ביכער, אן געבן קרעדיט פארשטייט זיך.) דריטענס, זיי זענען מסביר ווי אזוי עס ארבייט בדרך הטבע וואס ביי דעם איז שוין שייך די חכמה בגוים תאמין.
נאכן ענדיגן שרייבן דער ארטיקל האבן איך עס איבערגעליינט און געזעהן אז עס איז דא אסאך וואס איך האב נישט געשריבן, ובעיקר אז אסאך זאכן זענען שיטות וענינים וואס איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער דערמיט. איך האף אז עס וועט זיך אנטוויקלען דא א פיינע שמועס, און דורך די דיבוק חברים וועל איך אליינס ארויס קומען קלארער אין די נושא.
.
איך קען מעיד זיין פון עקספיריעס אז דאס איז 100 פראצענט אמת! ביי מיר מער ווייניגער אויפ'ן נעגאטיוון אופן... -- און דאס האטאך לכאורה עט ליעסט א חסידיש'ן מקור, כ'דענק נישט ווער ס'טייטש דעם ''נח מקטני אמונה היה'' איז באמת געווען ווייל נח האט נישט געוואלט מיט זיין גלייבן ברענגען דעם מביל.
אינטרעסאנט, איך האב געטראכט פון דער ווארט בשעת'ן אפשרייבן מיין מגילה, איך האב עס נאר ארויסגעומען ווייל איך האב געהאלטן אז איך שרייב צו באריכות.
די ווארט גייט אויפן מאמר חזל (אדער רש"י?) "נח מקטני אמונה היה, מאמין ואינו מאמין" אז נח איז געווען א געהעריגע מאמין, נאר דא האט ער דייקא געארבייט נישט צו גלייבן בשלימות אז די מבול גייט קומען, ווייל גלייבן בשלימות האט ער געהאלטן קען אליינס ברענגן די מבול. און עס שטימט מיט מיינע אויבן דערמאנטע דיבורים.
הרב מוטה פרנק כתב על זה ספר שלם בשם "הסוד הגלוי". לחבר צווישען דער "חק" און דער ענין פון בטחון, מיט פילע מקורות פון חסידישע ספרים וכו'.
דער גאנצער תורה האט אבער נאר איין קליינער פראבלעם: עס ארבעט נישט. בדוק ומנוסה.
לעיקוואדהרב מוטה פרנק כתב על זה ספר שלם בשם "הסוד הגלוי". לחבר צווישען דער "חק" און דער ענין פון בטחון, מיט פילע מקורות פון חסידישע ספרים וכו'.
דער גאנצער תורה האט אבער נאר איין קליינער פראבלעם: עס ארבעט נישט. בדוק ומנוסה.
ווען עס קומט צו די זאכן קען מען קיינמאל נישט זאגן בדוק ומנוסה ווייל דער תירוץ דערויף איז אז דו האסט נישט געגלייבט דערין באמת...
@הוגה, נניח אז עס ארבעט ביי א אינווידאל, אבער ביי דעם משל וואס דו ברענגסט פון דיין חבר וואס איז נישט געזיצען אין טראפיק, וואס געשענט ווען אנדערע דרייווערס -וואס איך בין זיכער עס זענען געווען אזעלכע אויפן ראד בשעת מעשה- טראכטן פארקערט? האיך יתקיימו דברי שניהם?
לאמיר קלאר מאכען: פסיכאלאגיש, אוודאי איז א מענטש דאס וואס ער טראכט, ומעולם לא הסתפק אדם בזה מעולם. א מענטש וואס טראכט גוט און האט אן אופטימישער צוגאנג וועט זיין מער אויפגעלייגט און מסתם מער מצליח זיין בפועל, וכן להיפך. (הגם אויך בזה יש להסתפק, כהאב געליינט א מחקר אז דעפרעסטע משקיעים מאכען געווענטליך מער געלט ווי פרייליכע, וויבאלד א מענטש ווען ער איז אופטימיש טאנצט ער אריין צו שנעל אין זאכען אן בודק זיין ריכטיג משא"כ מי שנוטה לעצבות איז מער דורכגעטראכט).
אבער פון דעם ביז מאכען פון דעם אזא עקסטערע חוק אז טראכטען גוט וועט מאכען גוט בפועל בעולם הגשמי, אזויווי משל הטעלעוויזיע ועוד כל מיני המצאות מדמיונות שונים המתחדשים לבקרים בזה, איז בקיצור נמרץ דברים בטלים.
איך בעט איבער אויב איך בין דא אזוי מזלזל אין אפאר ווערטער מאך איך אוועק דאס וואס הוגה האט געשריבען באריכות ובעיון. וכבר התנצלתי על זה באשכול הרב עובדיה וההאלאקאוסט, ומה אעשה אז איך האב נישט די נערוון פון יאנקל אדער יידל צו מסביר זיין באריכות מיט לינקס וויאזוי דאס שטימט נישט לויט די סייענטיפיק מעטהאד.
ובנוגע למידת הבטחון, הרי כבר כתב מרנא החזו"א שאין מידת הבטחון מבטחת התוצאה, וכדבריו כן מוכרח מן המציאות ומעשים בכל יום. ולא יעזרו אלף ראיות וציטוטים נגד הבחון ובדוק בחוש אלפי פעמים.
וואס איז מיט די איד וואס פירט זיך באמת און רעדט זיך איין אז ער איז וועלטס גביר אבער האט נישט קיין ברויט אויף הויזן?
לעיקוואדאבער פון דעם ביז מאכען פון דעם אזא עקסטערע חוק אז טראכטען גוט וועט מאכען גוט בפועל בעולם הגשמי, אזויווי משל הטעלעוויזיע ועוד כל מיני המצאות מדמיונות שונים המתחדשים לבקרים בזה, איז בקיצור נמרץ דברים בטלים.
פאר מען גייט אריין צו צונעמען די נושא, קודם כל דאס זענען נישט קיין המצאות המתחדשים, דאס זענען נושאים וואס ווערן דערמאנט אין ספרי קדמונים, מאמרי חז"ל, און אפילו ביי די גוי'אישע חוקרים ווערט עס שוין דערמאנט הונדערטער און אפילו טויזנטער יארן צוריק. אין די לעצטע הונדערט יאר בערך איז געווארן א שטארקער באוועגונג איבער דעם, נישט לעצטענס.
משה געצילהוגה, נניח אז עס ארבעט ביי א אינווידאל, אבער ביי דעם משל וואס דו ברענגסט פון דיין חבר וואס איז נישט געזיצען אין טראפיק, וואס געשענט ווען אנדערע דרייווערס -וואס איך בין זיכער עס זענען געווען אזעלכע אויפן ראד בשעת מעשה- טראכטן פארקערט? האיך יתקיימו דברי שניהם?
דער קשיא באדערט מיך אויך פאר א לאנגע צייט. און קען זיין פארדעם האב איך א פראבלעם, און איך טרעף נישט פארקינג, און איך זיץ אין טרעפיק. משא"כ מיין חבר ווייסט ניטאמאל אז עס איז דא א פראבלעם און ממילא איז ער זיכער אז ער וועט אנקומען באצייטענס און באלד טרעפן פארקינג, און ער טרעפט. איך קען עס נישט מסביר זיין ווי אזוי עס ארבייט, (פארדעם האב איך דאך געשריבן אז עס קען נישט ווערן סייענטיפיקלי אויפגעוויזן) אבער עס קוקט מיר אויס ווי א פאקט.
די איינציגסטע זאך וואס איז מיר געבליבן יעצט צי טון איז זיך איבער חזרן די מעשה נאך אמאל און נאך אמאל, ביז איך וועל ווערן קאנווינסד אז איך קען אויף אנקומען פריער און טרעפן פארקינג.
יישר כח הרב הוגה פאר דעם שיינעם מאמר.
רבי נחמן מברסלב שרייבט עס אויך אויף אסאך פלעצער, ער זאגט אז ווען מען לערנט הלכות אבילות זאל מען זיך נישט צו שטארק מתבונן זיין דערין ווייל די מחשבה קען צוברענגן אז עס זאל געשעהן, און אזוי שרייבט ער נאך ענליכ'ס, אויף איין פלאץ שרייבט ער אויך וואס דו זאגסט אז ווען א מענטש זאל טראכטן מיט א זיכערקייט אז ער וועט האבן געלט וועט ער זיכער האבן, אבער די מחשבה מוז זיין מיט א שטארקייט.
וזה לשונו ליקוטי מוהר"ן ח"א, קצ"ג:
דע שהמחשבה יש לה תוקף גדול ואם יחזק ויגבר מחשבתו על איזה דבר שבעולם יוכל לפעל שיהיה כך ואפלו אם יחזק מחשבתו מאד שיהיה לו ממון, בודאי יהיה לו וכן בכל דבר רק שהמחשבה תהיה בבטול כל ההרגשות והמחשבה תקיפה כל כך עד שאפשר למסר נפשו במחשבתו ממש דהינו שירגיש צער המיתה ממש על ידי שיקבל על עצמו בדעתו שהוא מרצה למסר נפשו על קדוש השם באיזה מיתה שתהיה ואפשר לחזק ולגבר המחשבה כל כך עד שבשעה שמקבל במחשבתו שהוא מרצה למסר נפשו למות על קדוש השם אזי ירגיש צער המיתה ממש וזה שאמר רבי עקיבא (ברכות סא) : כל ימי הייתי מצטער על פסוק זה מתי יבוא לידי ואקימנו עכשו וכו' היינו שבשעת קריאת שמע שהיה רבי עקיבא מקבל על עצמו ארבע מיתות בית דין היה מקבל על עצמו מסירת נפשו במחשבה חזקה ותקיפה כזו עד שהיה מצטער ומרגיש ממש יסורי המיתה ממש כאלו סוקלין ושורפין אותו ממש בלי שום הפרש וזה כל ימי הייתי מצטער מתי יבוא וכו הינו שממה ששערתי וקבלתי בדעתי מתי יבוא לידי ואקימנו למסר נפשי על קדוש השם מזה לבד הייתי מצטער ומרגיש וסובל יסורי המיתה ממש כנ"ל עכשו שבא לידי בפעל ולא אקימנו הלא תמיד הייתי סובל זה הצער ממש מהקבלה במחשבה לבד וכשמחזק המחשבה במסירת נפש כל כך כנ"ל יוכל למות ממש מזה הצער כאלו היה מת מזו המיתה בפעל כי אין הפרש בין המיתה בפעל להצער שמרגיש מהמיתה במחשבה כנ"ל על כן צריך למנוע ולהרחיק עצמו לבלי לשאר שם בעת שמרגיש שקרוב שתצא נפשו שלא ימות בלא עתו חס ושלום.
די עצות וואס דו שרייבסט זענען זייער גוטע, אבער איך וואלט צוגעלייגט אז אנשטאט סעלף טאלק, צו רעדן צו זיך אליין, קען מען שוין פאר דעם געלט רעדן צום אייבערשטן, אויב בטחון מיינט אז מען פארלאזט זיך אויף 100% אז דער אייבערשטער וועט העלפן, קען מען טאקע רעדן צו אים און אים בעטן, און ווען מען זעהט ביי געוויסע זאכן אז מען ווערט געהאלפן געבט דאס חיזוק צו בעטן ווייטער, וכעין שכתבת.
רבי נתן מברסלב איז מסביר מיט דעם פארוואס דער בכור באקומט פי שנים, ווייל ווען דער טאטע האט געבעטן פון אנפאנג צו האבן קינדער האט ער נאכנישט געגלייבט אזוי שטארק ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין ישועה אין דעם הינזיכט, אבער נאכדעם וואס דער אייבערשטער האט אים שוין געהאלפן מיט דעם בכור, האט ער שוין מער בטחון, און ווען ער בעהט אויף נאך קינדער בעהט ער שוין מיט א שטערקערע קאנפידענט'ס, און דערפאר באקומט דער בכור פי שנים, ווייל ער האט א חלק אין די שטארקע בטחון וואס דער טאטע האט באקומען צו בעטן פאר די אנדערע קינדער.
און לעיקואד פארשטיי איך נישט, ווי אזוי קענסטו זאגן אז עס איז בדוק ומנוסה אז עס ארבעט נישט, אפשר איז דאס ווייל דו ביזט א סקעפטיקער אין אלע זאכן, גראדע ביי מיר זעה איך עס יא זייער שטארק, ווען איך האב א שטארקע בטחון ווער איך שנעלער געהאלפן ווי ווען נישט.
הרב לעיקוואד, איך מיין אז פון מיינע געציילטע הודעות וואס איך האב געשריבן ביז יעצט זעהט זיך אן אז איך בין א גרויסע סקעפטיק. ביי מיר עקזיסטירט נישט פעיס וועליו. ממילא קענסטיך אליינס פארשטעלן אז די נושא איז ביי מיר אויך גאר שווער געווען (עס איז נאך אלץ שווער) מקבל צו זיין. דאך האב איך ארויף געברענגט די נושא יעצט ווייל אין א געוויסע זין זעהט עס אויס צו זיין אמת, יש דברים בגו, און איך האף אז נאכן אדורך טון די נושא וועט עס עטוואס מער קלארער ווערן.
די סיבה פארוואס איך האב עס דייקא צוזאמגעשטעלט מיט מיין מאמר בעניני בטחון, ווייל מיט בטחון האב איך - אלץ סקעפטיק - געהאט א שווערע פראבלעם. איך האב נאך אלץ א פראבלעם דערמיט. איין זאך האב איך אבער געזעהן, אויב מען קען פארענטפערן און ערקלערן איינער וועט די אנדערע אויך זיין פארשטענדליך.
אלע קושיות וואס דו האסט אויף די law of attraction איז אויך דא אויף בטחון.
אפשר זאגסטו, ווי אזוי רעקאנסיילסטו בטחון מיט די פאקטישע הנהגת העולם?
קודם, דא האט איר א לינק צו ר' מוטה'ס ספר
<a class="postlink" href="http://www.mota.breslev.org/thebook/book.pdf">http://www.mota.breslev.org/thebook/book.pdf</a>
הוגה, אויב גייט מען מיט'ן חזון איש'ס וועג פון בטחון איז קושיא מעיקרא ליתא, און טאקע וועגן די קשיא האט דער חזו"א געשריבען וואס ער האט געשריבען.
מאטע פראנק ברענגט א ציטוט אין זיין ספר פין ר' נחמן אז טראכטן פין געלט ברענגט געלט (אבער ר' נחמן איז בכלל נישט מיעץ דאס צי טיען).
מאטי טרייט מסדר צי זיין די חזו"א גאנז פיין
אויף די עצם שאלה
די law of attraction (אויב אמת) קען עקזעסטירען אן בטחון אין פאר איינער וואס גלייבט נישט אין גאט
בטחון עקזעסטירט אויך אן די law of attraction אלס בוטח "בשם" חסד יסוביבינו אין איז בכלל נישט אנגעוויזען אויף די law of attrac
סך הכל וואס די ווילסט זאגן איז אז דער בוטח "בשם" איז דאך זיכער אז ער גייט באקימען די דבר גשם, איז ער דאך attracted צי די דבר גשם, אין אינז האמער דאך א law ממילא וועט ער באקימען די דבר גשם אין פין היינט אין ווייטער דראפסטו שוין נישט זיין א בוטח בשם נאר א בוטח "בעקעדילעק" ודי בזה...
צי מיר סאנד דאס נענטער צי ע"ז ווי צי בטחון. חוץ אויב די ווילסט ניצען די law אלס שתדלות.
איך פארשטיי די ווילסט דאס ניצען אלס א motivation פאר בטחון but you are missing the point
איך האב געשריבן בקיצר, אין מיין פען איז נישט די בעסטע אבער טראכט אריין, הוגה וועסטי זען אז עפעס זאג איך.
לעיקוואד
הוגה, אויב גייט מען מיט'ן חזון איש'ס וועג פון בטחון איז קושיא מעיקרא ליתא, און טאקע וועגן די קשיא האט דער חזו"א געשריבען וואס ער האט געשריבען.
אודה ולא אבוש, חוץ איינמאל אדורך לערנען שנעל דעם חזון איש אויף בטחון האב איך עס קיינמאל נישט אדורך געטון געהעריג, איך געדענק אז דעמאלטס ווען איך האב עס געלערנט האב איך נישט ליב געהאט זיין מהלך און איך האב געהאט דערויף קשיות, איך געדענק יעצט אבער נישט זיין מהלך און נישט מיינע בויך קרעמפן דערויף. איך וועל נישט האבן קיין ברירה און איך וועל עס מוזן ארויסנעמען, אפשטויבן און נאך אמאל אדורך לערנען.
אדערווייל, אפשר ביזטו מסביר בקיצור וואס דו מיינסט צו זאגן? אדער צייכן צו וואו עס איז שוין אדורך געטון געווארן דער נושא?
יישר כח למפרע.
לעיקוואד, וואס טוט מען אויב אין חובת הלבבות שטייט פארקערט?
און דאס וואס דו זאגסט בדוק ומנוסה, איז נישטא ווערטער פון חזון איש אז כאטש די תורה זאגט וצויתי את ברכתי דאך איז נישט מוכרח דשמא יגרום החטא?
כתלמיד הדן, און שריי מיך נישט אן!
זייער שיין הוגה.
אהן אריינגיין אין אלע פרטים פונעם חוק וואס לייגט זיך נישט אפ ביי מיר, פארשטיי איך אבער נישט דיין צושטעל צו בטחון, איז דען נישט די נקודה המרכזית אין בטחון בטחון 'בה''? האסטו נישט פארפאסט די גאנצע נקודה פון בטחון אז עס איז א מסקנה פון א לאגיש'ער חשבון אז יעדער איז בע"כ בוטח אין עפעס/איינעם און דער איינציגער אין וועמען אלע תנאי מי שראוי לבטוח עליו קומען זיך צוזאמען איז דער אייבערשטער, כמבואר בחוה"ל?
לעיקוואד, דער חזו"א איז פוסק אחרון?
בקיצור, דיין קשיא הייבט זיך נאר אן אז דו נעמס אן אז בטחון הייסט אז עס מוז האבען א תוצאה זאל ארויסקומען וויאזוי דו ווילסט. און בפועל זעהט מען נישט סזאל זיין אזוי. לפי החזו"א הייבט זיך דאס נישט אן און סנישטא קיין שום הבטחה אז דער אייבישטער וועט מאכען אזויווי דו ווילסט סזאל געשעהן. בטחון הייסט דו ביסט רוהיג אז אלס פירט דער איבישטער און ער וייס וואס ער טוט, ער מוז אבער בכלל נישט טוהן וואס דו ווילסט.
אלע קשיות וואס איר האט אויפ'ן חזו"א פרעגט עם, איך בין נישט דא אחראי עם צו מיישב זיין. איך מיין אבער אז דער עיקר הכרח זיינע איז טאקע פון די מציאות און ער האט זיך נישט געשראקן איבערצושרייבען אזא יסודישע נושא אין יידישקייט טאקע היפך דברי החוה"ל וויבאלד ער האט געדארפט סזאל שטימען מיט'ן מציאות און מיט שכל. אדער אפשר קען מען איכשהו אריינקוועטשן דברי החזו"א בתוך הראשונים בדרך דוחק.
איך נוץ נישט דא דער חזו"א ווייל איך בין עפעס א שטארקע חסיד זיינע אדער עפעס, נאר פשוט אויב רעדט מען מציאותדיג און שכלדיג אין דער סוגיא איז דאס לכאורה די איינציגסטע וועג וואס מקען גיין.
דאס איז אלץ פון אויבן אויף, אבער אליבא דאמת גיין מיר דא אריין אין אמתער טיפע יסודישע נושאים וואס זענען נוגע ממש בחיי הנפש של המאמין, אפשר די מערסטע פון אלע נושאים וואס מהאט דא אמאל גערעדט. און דאס פאדערט א שטארקע עיון ובירור שאין לי כח לזה כעת.
זר זהב, די מקור אויף די טייטש איז עבודת ישראל.
מ'האט נאכנישט דערמאנט דא לואיז היי? זי איז לכאורה היינט פון די רבי'ס פון דעי שיטה זי האט אסאך ביכער אויף דעם, און אויף כל מיני מחלות וויאזוי מ'קען זוך אויסהיילן בכח המחשבה,
איך מיין אז זי אליינס האט געליטן פון יענע מעשה און זיך ארויסגעדרייט דורך די מהלך.
נישט לאנג צוריק איז געווען א שטודיע (איך געדענק נישט קיין מראה מקום) וואס האט גע'טענה'ט אז די וואס גייען מיט די שיטה זענען עלול אריינצופאלן אין א דעפרעסיע נאכן ארבעטען צו האפן און די גוטס קומט נישט אן,
פון די אנדערע זייט קען מען זיך באגעגענען מיט מענטשן וואס זענען נישט פון די נערנים אדער תמימים און זיי שרייען חי וקיים אז זיי זעען אותות ומופתים מיט די שיטה.
הקטן און ונבנתה,
איך האב נאך נישט געהאט צייט מעיין צו זיין ווי אזוי פראנק לייגט צוזאם די צוויי נושאים, אבער לאמיך ערקלערן ווי אזוי איך פארשטיי עס.
די טאטעס פון די געזעץ זענען געווען מאמינים אין באשעפער אדער עכ"פ אין עפעס א העכערע כח, ממילא ווען זיי האבן גירעדט פון גלייבן און פארזיכערט זיין האבן זיי געמיינט זיין פארזיכערט אין זייער ווערסיע פון גאט.
ווען אן ערליכע איד וויל עפעס מושך זיין צו זיך, פארשטייט זיך אז ער קען און ער טוט עס דורכן זיין פארזיכערט אינעם אייבישטער. נאך מער, די איינציגסטע וועג ווי אזוי ער קען זיין זיכער ביי זיך אז ס'גייט געשעהן איז נאר אויב ער איז בוטח בשם, ווייל א איד ווייסט אז אן בטחון געשעהט גארנישט.
די לאו אוו עטרעקשאן איז נישט זיין השתדלות, נאר זיין מיטל אנצוקומען צו בטחון. און ווען ער ניצט די געזעץ צו באקומען זיין קאדילאק איז ער ווייטער למעשה בוטח בשם און נישט אין די געזעץ און אודאי נישט אינעם קעדילעק.
נאר וואס דען, מיין שכל זאגט מיר נאך א טריט ווייטער. די באשעפער האט מלבוש געווען די פעולת הבטחון ע"פ דרך הטבע, פונקט ווי אלעס איז מלובש בדרך הטבע. די לאו אוו אטראקשען איז סך הכל מסביר אז בטחון קען מלחוץ פארשטאנען ווערן ע"פ דרך הטבע מיטן הסבר פון ענערגיע כנ"ל.
בקיצור, בעצם איז די לאו אוו אטראקשאן גארנישט מוסיף אויף בטחון, מען קען עס נאר נוצן בעסער צו פארשטיין ווי אזוי בטחון ארבייט, און עס מאכט די נושא מער פראקטיש.
ע
ברסלבער,
שכח פארן אנצייכענען די ר' נחמן און ר' נתן. איינער פון די זאכן וואס האבן מיר גענייגט אנצונעמען די שרייבער און רעדנער איבער די נושא פון די לאו אוו אטראקשאן איז געווען ווייל עס האט געשטימט גאר גוט מיט די ספרי הבע"ש ותלמידיו, ובעיקר מיט ספרי ברסלב אין וועלכער איך האב פערצופאל אסאך עוסק געווען אין יענע טעג.
ביזט גירעכט מיט דיין הערה בנוגע די סעלף טאלק, רעדן צום אייבישטער איז די זעלבע, עכ"פ ווילאנג דופילסט נישט ווי דו רעדסט צו א וואנט. משא"כ ווען מען פילט יא אזוי איז אפשר בעסער צו רעדן צו זיך אליינס, די באשעפער הערט ממילא.
דרך אגב, פארדעם האבן ערליכע אידן געזאגט אז מען ליגט אין שמוץ ווערט מען שמוציג, והבן.
לעיקוואד,
לאמיר אנהייבן צינעמען די חלק הבטחון פון מיין מאמר.
ווי אזוי קענסטו פארלאנגן פון מיר צו זיין מובטח - רואיג ווען איך האלט אז עס גייט מיר שלעכט און די זאגסט אליין אז עס גייו מעגליך ווייטער אזוי גיין להבא?
ואל תשיבני אז וואס די באשעפער טוט איז גוט. דאס איז גוט צו זאגן פאר אן אויסגעארבייטע איד, אבער פשוט'ע אידן כמוני, מיר ווייסן נישט קיין חכמות, ווען ס'פילט גוט איז גוט, און ווען ס'פילט שלעכט איז שלעכט.
איי וועסטו מיך אנצייגן אויף געוויסע זאכן וואס טוען וויי אבער באמת זענען זיי גוט, לדוגמא, אפעראציע, מעדיצין, איינשפריצונגען וכדומה. יא, די זאכן זענען גוט, אבער ווען איך האב נישט קיין לחם לאכל קען מיר קיינער קומען און אויפקלערן אז איך זאל פילן מובטח און רואיג ווייל ווי אזוי די באשעפער וועט טון איז גוט. אפשר ביי דיר, נישט ביי מיר.
ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס דיין וועג (חזו"א) איז בעסער. משא"כ מיין וועג (חובת הלבבות - לאו אוו אטראקשען) קען איך פילן זיכער, ווייל עס זאגט דאך מיך צי אז אויב איך בין מובטח וועט עס געשעהן.
דו קענסט דאס נישט אפפרעגן מיט מציאות, ווייל דו קענסט נישט אויפווייזן במציאות אז יענער איז געווען פארזיכערט בשלימות.
איך פארשטיי נישט, מיט דיין וועג וועסטו זיך אפשר פילען בעסער אז דו רעדסט זיך איין אז סוועט זיין גוט, אבער עס איז נישטא קיין שום סיבה צו טראכטען אז סוועט טאקע זיין אזוי. בקיצור איז זאגסטו בעסער דמיונען אז סוועט זיין גוט ווי פעיסען די מציאות אז סאיז נישטא קיין שום הבטחה אויף דעם. נו נו. ווילסט וויסען וויאזוי מגיט זיך אן עצה נאכדעם וואס מפעיסט די מציאות, קען מען רעדן וועגן דעם. אבער צוזאגען אז וועגן דעם איז בעסער זיך איינרעדן און זיין פארזיכערט מיט אזעלכע מיני תורות, און שפעטער ווען סהעלפט נישט ע"פ רוב זאגען כל מיני תירוצים בדיעבד, זעה איך נישט דער גרויסער אויפטוה.
@הוגה
דיין אייגענע עקספיריענס הערט זיך מאדנע, און סדארף א הסבר, כגלייב אז סאיז פסיכאלאגיש.
אבער מטעים זיין מיט א רעמאוט אנטראל און כוואליעס איז פרעכע בלאפעריי. עס ווערט אנגערופן "פסודא סייענס".
קען מען דעטעקטן די כוואליע? די ענערזשי? ניין! נא וואס איז אפילו דא צו רעדן דערפון? סאיז דאך ברור אז סאיז פאנטאזיע!
ועל הכלל כלו יצא. אלע מכלומפערשטע הסברים פון דעם סארט אויף אומנאטורליכע זאכן זענען לעכערליך און ספאסט נישט פאר די עם חכם ונבון.
זע דא א הערליכע ארטיקל וואס איז לעצטענס ערשינען אויף ארס ווי זיי מאכן ללעג ולקלס די אזוי גערופנע "סייענטיפישע הסברים" אויף "האמעפעטיק"
שטארק רעקאמאנדירט!
<a class="postlink" href="http://arstechnica.com/science/2013/04/the-pseudoscience-behind-homeopathy/">http://arstechnica.com/science/2013/04/ ... omeopathy/</a>
לעיקוואד, פאר דעם מוטשען זיך מענטשן ווי דו און איך, ווייל מיר קענען נישט אקצעפטירן עפעס וואס פארלאנגט אביסל faith. די מענטשן וואס זענען סימפעל און גלייבערס בטבע האבן א גרינגערע לעבן.
אבער לויט דיין מהלך איז פארלאנגט פון א מענטש עפעס וואס מען קען נישט פארלאנגן פון אים. עט ליעסט לויט מיין מהלך איז פארשטענדליך ווי אזוי א מענטש קען ארבייטן און האבן בטחון.
לעיקוואדבקיצור, דיין קשיא הייבט זיך נאר אן אז דו נעמס אן אז בטחון הייסט אז עס מוז האבען א תוצאה זאל ארויסקומען וויאזוי דו ווילסט. און בפועל זעהט מען נישט סזאל זיין אזוי. לפי החזו"א הייבט זיך דאס נישט אן און סנישטא קיין שום הבטחה אז דער אייבישטער וועט מאכען אזויווי דו ווילסט סזאל געשעהן. בטחון הייסט דו ביסט רוהיג אז אלס פירט דער איבישטער און ער וייס וואס ער טוט, ער מוז אבער בכלל נישט טוהן וואס דו ווילסט.
אלע קשיות וואס איר האט אויפ'ן חזו"א פרעגט עם, איך בין נישט דא אחראי עם צו מיישב זיין. איך מיין אבער אז דער עיקר הכרח זיינע איז טאקע פון די מציאות און ער האט זיך נישט געשראקן איבערצושרייבען אזא יסודישע נושא אין יידישקייט טאקע היפך דברי החוה"ל וויבאלד ער האט געדארפט סזאל שטימען מיט'ן מציאות און מיט שכל. אדער אפשר קען מען איכשהו אריינקוועטשן דברי החזו"א בתוך הראשונים בדרך דוחק.
איך נוץ נישט דא דער חזו"א ווייל איך בין עפעס א שטארקע חסיד זיינע אדער עפעס, נאר פשוט אויב רעדט מען מציאותדיג און שכלדיג אין דער סוגיא איז דאס לכאורה די איינציגסטע וועג וואס מקען גיין.
דאס איז אלץ פון אויבן אויף, אבער אליבא דאמת גיין מיר דא אריין אין אמתער טיפע יסודישע נושאים וואס זענען נוגע ממש בחיי הנפש של המאמין, אפשר די מערסטע פון אלע נושאים וואס מהאט דא אמאל גערעדט. און דאס פאדערט א שטארקע עיון ובירור שאין לי כח לזה כעת.
מי יתן שיקוים באנו 'וקוי' ה' יחלפו 'כוח' לרבינו שליט"א ויברר ויעיין עניני קוי אל ה' ובטחון כמיטב כוחותיו.
לעיקוואד, איך מוטשע מיך שוין אוין דער סוגיא פון בטחון עידן ועדנים, טו א מצוה און לייג צו א פלייצע.
דו ווייסט מן הסתם אויך וואס דער חזון איש שרייבט או"ח סי' נ"ט ד' וז"ל: ומי שבוטח בה' וקובע מזונות בנו באופן שאין מבשלין בשבילו בשבת וכבר הרגלו בכך אין מזניחין אותו עכ"ל. משמע אז אויף א געוויסן פארעם העלפט יא בטחון.
איך בין נישט קלאר.
ממרום,
איך בין מיט דיר אלל די וועי אז טראץ דעם וואס די חכמים האבן אן א.ג. סייענטיפישע הסבר איז עס אבער קלאר נישט סייענטיפיש ווייל עס איז געבויט אויף השערות און דמיונות און נישט אויף קראנטע זעהבארע זאכן.
מיט דעם אלעם פארמינערט עס נאך נישט די אויטענטישקייט פון דעם חק און דער טעאריע.
סייענס זאגט נישט אז עפעס וואס האט דערווייל נישט קיין הסבר אדער עס האט א הסבר אן קיין ריכטיגע באווייזן איז עס נישט קיים? די זאך קען פאקטיש דא זיין נאר מיר פארשטייען נישט ווי אזוי עס ארבייט. סייענס לאזט אלעמאל א מקום פארן פארשטיין און לערנען שפעטער.
די נושא פון האמיאופאטיע קומט דא נישט אריין, כ'פארשטיי אז דו האסט עס נאר געברענגט אלץ א דמיון.
די לאו אוו אטראקשען האט טויזנטער פובליצירטע סוקסעס מעשיות, (און מעגליך מיליאנען אומפובליצירטע). א פרוי אויס געהיילט פון יענע מחלה, א מאן געפונען זיין דריעם דזשאב, רייך געווארן, שידוכים, פארקינג ספעיס, א געוויסע מתנה וכדומה. מען קען צונעמען א יעדע איינציגע מעשה און פארענטפערן ווי אזוי עס איז געשעהן, אדער קען מען ענטפערן איין הסבר אויף אלע מעשיות. די עם חכם ונבון גייט מיט די איין תירוץ. די עם אויבער חכם גייט מיט די טויזנטער תירוצים.
איך האלט אז הוגה האט בכלל נישט געשריבן די הודעה ער האט בלויז געהאט בטחון אז ס׳גייט געשריבן ווערן ער איז געזיצן מיטן רימאוט אנגעשטעלט צו fox5 ביים screen און ריפרעשד איינמאהל ס׳איז נישט געלונגען.
ער האט געסוויטשד טשענעל צו CNN געדרוקט ריפרעש און..... ניין סגייט ווייטער נישט
ער׳ט געגעבן א סוויטש אראפ צו HBO געדריקט ריפרעש און בום!!!!! אן ארטיקל אויף קאווע שטיבל און תורה ומחשבה מיט 10 לייקס ........ ...
אוי פירטס מיך אריין צו בעלוויו שפיטאל.......
קלעיקוואד, דאס איז אלעס ניו עיד'ג מאמבא דזובמא הבל הבלים, איך גאראנטיר אייך אז קיין איין איינציגער איז נאכנישט געווארן דאר דורך "ווילסט ווערן דאר? מוזט נישט גיין אין דזשים, קענסט ווייטער פרעסן הערינג מיט קעיק, ווילאנג דו טראכסט און דו גלייבסט בשלימות אז דו ביזט דאר".
די שטותים איז גוט פאר די היינטיגע וועלט ווי יעדער זוכט א 'אינסטענט רעסעפי' אויף אלעם און אלעס, מיר האט מען אויסגעלערנט אז גארנישט געשעהנט נישט פון זיך אליינס און אדם לעמל יולד. בדוק ומנוסה.
עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן עפעס וואס קומט פאר פרעמד, און זאגן אז עס איז מאמבאו דזשאמבאו. אין אמעריקא און בפרט ביים היימישע עולם מאכט מען שטארק אוועק ענערגיע (און אנדערע אלטערניטיווע) היילונגען, און מען טענה'ט דערויף אז עס איז מאמבאו דזשאמבאו טראץ דעם וואס מיליאנען מענטשן ארום די וועלט אנערקענען עס אלס אן עמטליכע היילונגס מיטל.
מיליאנען מענטשן ארום די וועלט באנוצן זיך מיט די לאו אוו טטראקשען פאר אלע זייערע באדערפנישן, דאס גייט שוין אן פאר הונדערטע יארן און עס איז שוין געדרוקט געווארן צענדליגע בעסט-סעלער ביכער מיט טויזנטע מעשיות, און דו ווילסט עס אפלייקענען מיט מאמבאו דזשאמבאו? אז דו ווילסט זאגן אז דו פארשטייסט עס נישט אדער אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל פארשטיי איך דיר, אבער עס אפצופרעגן דארף מען האבן אינטעליגענטער געשפרעך.
יעצט, לאמיר עקסטרע צונעמען דיין שאלה בנוגע די דייעט. און מען וועט עס עקסטער פרובירן צו ערקלערן הן מטעם די חק והן מטעם בטחון.
דיסקלעימער, איך בין נאך נישט איבערצייגט אין דעם, און פארדעם בין איך נאך אלץ ביזי מיט עטקין, הערשל מייזליש, דאקטאר לידער, וועיט וואטשערס, באלל דייעט, עקסערסייז וכו' איך האף אז איין טאג וועל איך יא זיין איבערצייגט.
ווי אזוי קען זיין אז צוויי מענטשן קענען עסן די זעלבע און איינער ווערט גראב און די אנדערע נישט? וועסטו ענטפערן אז איינער האט א שוואכע מעטאביליזם? וואס איז פלוצלינג געשעהן ביי די אכט און צוואנציג אז יענעמס מאטאביליזם האט אויפגעהערט צו פונקציאנירן?
צווייטענס, פארוואס קענסטו פארשטיין אז איינער זאל מאכן געלט דורך לאו אוו אטראקשען ענדערש ווי פארלירן וואג? אויב קען מען ציען צו זיך געלט מיטן מחשבה פארוואס זאל מען נישט קענען ציען צו זיך געזונטע באצילן מיט גוטע מחשבות?
דריטענס, לויט מיין פערזענליכע סברא וואס איך האב געשריבן אין די ערשטע הודעה איז עס נאך מער פארשטענדליך. ווייל לויט דעם, דאס טראכטן און שפירן בשלימות ווי א געזונטע מענטש, וועט אים מאכן ביהעיוון ווי איינס, דאס מיינט אז ער וועט עסן געזונט, מאכן איבונגען וכדומה. דאס האט ער נישט געקענט טון ווילאנג ער האט זיך געזעהן אלץ א גראבער פרעסער.
יעצט בנוגע בטחון. אויב האלטסטו אז ווען א מענטש האט בטחון אינעם אייבישטער באקומט ער זיין מבוקש, אויב אזוי פארוואס,שטעלט זיך אפ די אייבישטערס מבוקש ביי דעם? די אייבישטער קען נאר מאכן א מענטש געזונט אויב ער עסט נישט קארבס? אויב ער עסט קעיק מיט הערינג דאן קען שוין נישט דער אייבישטער? היפלא מהשם דבר? אלעס קען ער.
נאר וואס דען, למעשה אנשים כערכינו, וואס זענען געבוירן און לעבן אין די עולם העשייה איז גאר שווער צו לעבן מיט אזא שטארקע ביליף, עד כדי כך אז מען זאל זיין הונדערט פראצענט קאנווינסד אז עס וועט געשעהן, אשר על כן מוזן מיר אוועק שטופן די טעלער הערינג אויפן זייט און ערשט נאכדעם ווערט אונזער בטחון/ביליף בשלימות און מען ווערט דאר. אבער דער וואס קען זעך יא קאנווינסן אשרי לו.
הוגה, זאגסט פיין, נאר ווי ביי יעדע זאך דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.
עס איז קיין ספק אז א פאזיטיווער מענטש וועט אין אסאך פעלער בעסער אפשניידן, און זיכער שפירן בעסער און פרייליכער, ווי דעם פארדאגהטן פעסימיסט. דאס עצם האלטן אז עס גייט זיין גוט קען אויך אמאל ארויסהעלפן צוליב פארשידענע סיבות, צי ווייל מיט די קאנפידענץ קען מען צוציען מענטשן, מיט די אפטימיסטישקייט וועט מען מער פרובירן און האבן מער שאנסן, און צוליב נאך פסיכאלאגישע און אנדערע סיבות. אפילו ביי א קרענק, וואס מ'וואלט געקענט טראכטן איז א פיזישע געשעעניש מיט'ן קערפער, זעט מען דאך אז די פלאסיבא עפעקט האט א כוח, און איז, עכ"פ לויט רוב וויסנשאפטלער, אן אומגעלייזטע מיסטעריע וואס מ'ווייסט נישט וויאזוי גענוי דאס ארבעט צו קענען פאקטיש היילן א מענטש. אבער למעשה קען עס ארבעטן.
אבער זייער וויכטיג צו געדענקען איז אז "עס קען ארבעטן", ווערסוס "עס ארבעט". אוודאי איז דא נאך טויזנט זאכן וואס שפילן א ראלע און זיכער איז די לאו אף עטרעקשאן נישט "די רעסעפי" צו האבן א פערפעקטע לעבן. אפילו לאמיר זאגן אז דיין פאזיטיווע חבר האט קיינמאל טרעפיק און טרעפט טאקע אייביג פארקינג, קלערסטו נישט אז יעדער וואס זארגט זיך ווי דיר שטייט אין טרעפיק און זוכט פארקינג, און ווער נישט, נישט. דו קלערסט נישט אז די ריזיגע ליינס יעדן טאג ביי ראש אוער ביים דזשי-דאבעליו באשטייט פון מחנות פעסימיסטן... און די אלע קארס וואס "כאפן פארקינג" זענען די וואס האבן געטראכט אז נישט. קלערסט אויך נישט אז אלע מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די 9/11 אטאקעס זענען אלע געווען בלויז נעגאטיווע מענטשן און די פאזיטיווע האבן זיך צופעליג געראטעוועט.
נאר וואס יא, עס איז איינע פון די כללים וואס איז גוט צו געדענקען און פרובירן לעבן דערמיט ווען מעגליך און קען אביסל צוגעבן צו א רואיגן טאג און שטוב. אבער דעציט. און די אלע וואס טרייבן עס איבער און מאכן עס ווי עפעס "דער סוד" צו קינדער, געלט און יעדע זאך אין א גוט לעבן, דאס איז סתם באלאני. ער האט געוואלט מאכן אפאר דאלאר פון א גוטן בוך. כ'מיין אויב דער ארויסגעבער האט עס ארויס מיט אלע מפרשים, דארף אים דאך ממש אלעס גיין גוט אין לעבן. אבער קוק אים ביטע נאך און ברענג מיר א באריכט צי עס לויפן אים נישט אויך נאך זיין אייגן פעקל צרות. זאג מיר צי ער זיצט נישט מיט יעדן צוזאמען אין טרעפיק...
בקיצור, עס איז א פיינע געדאנק, אבער מיט א מאס.
שרגאאבער זייער וויכטיג צו געדענקען איז אז "עס קען ארבעטן", ווערסוס "עס ארבעט". אוודאי איז דא נאך טויזנט זאכן וואס שפילן א ראלע און זיכער איז די לאו אף עטרעקשאן נישט "די רעסעפי" צו האבן א פערפעקטע לעבן. אפילו לאמיר זאגן אז דיין פאזיטיווע חבר האט קיינמאל טרעפיק און טרעפט טאקע אייביג פארקינג, קלערסטו נישט אז יעדער וואס זארגט זיך ווי דיר שטייט אין טרעפיק און זוכט פארקינג, און ווער נישט, נישט. דו קלערסט נישט אז די ריזיגע ליינס יעדן טאג ביי ראש אוער ביים דזשי-דאבעליו באשטייט פון מחנות פעסימיסטן... און די אלע קארס וואס "כאפן פארקינג" זענען די וואס האבןג עטראכט אז נישט. קלערסט אויך נישט אז אלע מענטשן ואוס זענען געשטארבן אין די 9/11 אטאקעס זענען אלע געווען בלויז נעגאטיווע מענטשן און די פאזיטיווע האבן זיך צופעליג געראטעוועט.
פארשטייסט אליינס אז די וועלט וועט ווייטער בלייבן א מיסטעריע אפילו נאך דעם וואס אלע טעאריעס און שיטות וועלן זיין פארשטענדליך. און אין דעם חק בין איך אליינס נישט קלאר, איך האב עס ארויפגעברענגט טאקע דערפאר ווייל איך האב געהאפט אז דא וועלן אויסגעגליכן ווערן מיינע צווייפלונגען און תמיהות.
1) פארוואס זאלסטו קענען בעסער פארשטיין אז דער חק זאל קענען אויסהיילן מענטשם פון שטערבליכע מחלות אבער ביי טראפיק זאל עס נישט העלפן?
2) לאמיר דיך צוריק פרעגן דיינע תמיהות פון א אידישע "בטחון" שטאנדפונקט:
דו קלערסט נישט אז די ריזיגע ליינס יעדן טאג ביי ראש אוער ביים דזשי-דאבעליו באשטייט פון מחנות מענטשן אן בטחון... און די אלע קארס וואס "כאפן פארקינג" זענען די וואס האבן יא בטחון. קלערסט אויך נישט אז אלע מענטשן ואוס זענען געשטארבן אין די 9/11 אטאקעס זענען אלע געווען בלויז מענטשן אן בטחון און די מענטשן וואס האבן יא בטחון האבן זיך צופעליג געראטעוועט.
הוגה, אפגעזען צי די ערפינדערס פינעם חוק האבן געגלייבט אין א higher power צי נישט, לויט דעם חוק אויב איינער איז attracted צי א קעדילעק אין איז זיך בוטח אינעם חוק אבער גלייבט נישט אין גאט, ווער דער חוק ארבעטן פאר אים?
נישט אז ער איז אטראקטעד צו די קאדילאק, נאר אויב ער עטראקט די קאדילאק צו זיך, און די ענטפער איז יא. למעשה מוז דער מענטש גלייבן אין עפעס ווייל אז נישט ווער וועט עס אים ברענגען, די עפעס מוז אבער נישט זיין גאט, עס קען זיין די universe.
You made my point
דער חובת הלבבות פארארבעט שטארק אז א חלק פין בטחון בה' איז וויסען קלאר אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף גארנישט אין דער וועלט, נאר אויף דעם אייבערשטן אליין!! (ולא כמטי פראנק ו tony robbins)
אויב די שפיץ פין בטחון וואלט געווען צי זיין פארזיכערט אז איך גיי באקומען די קעדילעק, וואלסטו גערעכט געווען. למעשה איז דאס קאפויער, בטחון מיינט אז טבע אין חוקי הטבע זענען בכלל נישט די בעלבאס צי איך זאל האבן צי נישט, נאר דער אייבישטער אליין, כגמל עלי אמו. ממילא אפילו אויב חרב חדה פין טבע זאגט אז איך גיי נישט, אדער איך קען נישט, באקימען די קעדילעק בין איך just as calm ווייל איך ווייס אז עס ליגט אין האנט פינעם כל יכול. (אין ער ווייל מיין טובה בטוב הנראה והנגלה, אין והבוטח בה' חסד יסובבנו)
דאס אלס זאגט נישט אז עס איז נישט דא קיין סגילה פין "טראכט גיט וועט זיין גיט" אדער די סא קאלד law of attraction
אמת, אויב איינער איז א אמתע מאמין בה' אליין האט ער אויך די fringe benefit פין די סגילות למינהים, באט ווער דארף עס???
אויף דעם וואס דו זאגסט אז עס איז שווער צו זיין א מאמין, פארדעם האט מען דיך ציגעטיילט 120 יאר (אפשר קענסטי ניצען די law of attraction ארויסצוהעלפן אין באקימען אמת'ע בטחון, אבער געדענק there is no guarantee)
האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט מיט מיין צוזאמשטעלן בטחון און law of attraction. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז אויב איינער האט בטחון אין די יוניווערס דארף ער קיין בטחון אין די באשעפער נישט האבן, איך האב אויך נישט געמיינט צו זאגן אז איינער וואס האט בטחון דארף ער אויך אטראקטן צו זיך די זאך. וואס איך האב געזאגט איז אז בטחון איז אטראקשאן גופא. ווען איינער האט בטחון אין די אייבישטער און ער באקומט עס, דאס איז די לאו אוו אטראקשאן.
די חכמי הגוים האבן לויט דעם סך הכל גענומען בטחון און עס איבערגעטייטשט אן די באשעפער, און א יעדער קען אריינלייגן און זיך פארזיכערן און וואס ער גלייבט.
שפעטער האב איך נאר פרובירט צו גיין איין טריט ווייטער און מחדש זיין אז דאס ארבייט בדרך הטבע, איך ווייס אבער אז די חכמי law of attraction האלטן קלאר נישט ווי מיר. נו, עפעס לאקשן תורה האב איך דאך אויך א רעכט מחדש צו זיין...
הוגהווען איינער האט בטחון אין די אייבישטער און ער באקומט עס, דאס איז די לאו אוו אטראקשאן.
איך האב פארשטאנען, באט פאר העווען סעק!!! ווער דארף דאס??? ער האט דאך דעם באשעפער מיט זיך! אין די main point is איז אז ער איז העכער טבע (וכל המוסיף גורע, וקוצץ בנטיעות)
הוגה
די חכמי הגוים האבן לויט דעם סך הכל גענומען בטחון און עס איבערגעטייטשט אן די באשעפער, און א יעדער קען אריינלייגן און זיך פארזיכערן און וואס ער גלייבט.
דאס איז א
סתירה צי בטחון, נו ווי קען זיי א סתירה צו בטחון, בטחון?
הקטןהוגהווען איינער האט בטחון אין די אייבישטער און ער באקומט עס, דאס איז די לאו אוו אטראקשאן.
איך האב פארשטאנען, באט פאר העווען סעק!!! ווער דארף דאס??? ער האט דאך דעם באשעפער מיט זיך! אין די main point is איז אז ער איז העכער טבע (וכל המוסיף גורע, וקוצץ בנטיעות)
איך בין מיט דיר אלל דע וועי, מען דארף נישט מער ווי בטחון אין די אייבישטער, law of attraction, איז די אפטייטש פון בטחון, נישט קיין הוספה.
בנוגע מיין "טבע" טעאריע, כ'פארשטיי אז די באשעפער איז למעלה מטבע און דארף נישט טבע. אבער למעשה הנהגת העולם איז ע"פ דרך הטבע טראץ דעם וואס די אייבישטער דארף נישט צוקומען צו דעם. משום איזה סיבה שהוא וויל ער אזוי פירן די וועלט. נו, ווער זאגט אז סגולת הבטחון ארבייט נישט ע"פ דרך הטבע?
יעצט הער איך וואס די זאגסט, אבער please פארצייל עס נישט פאר קיינעם, ווייל אויב די סוד פין די inner workings פין בטחון וועט ארויס ליקען האסטו געהארגט "בטחון" for ever ווייל דער מאמין דארף צי גלייבן אין העכר טבע אין וויסן אז טבע איז נישט gerenteet, אין דא שלעפסטו עם ציריק אראפ, אראן אין טיפען עולם כמנהגו. איך בעט דיך, למען ה', מאך א שוואג....
איך וועל מאכן א שווייג ווייל איך האב מורא אז איך וועל ווערן קהל'ס נער, איך בין דאך נישט זיכער אויב ס'שטימט בכלל, איך האב עס נאר דא ארויסגעווארפן פאר א טעסט דרייוו צו זעהן וואס אנדערע האבן צו זאגן דערוועגן.
ס׳איז זייער ביטער ווען איינער גלייכט צו די אייגענע אמונה צו דעם נעריש׳ן און אויסגעזויגן פון פינגער ״לאו אוו עטרעקשן״. עלובה עיסה וכו׳. הדא הוא דכתיב מילא בסלע ושתיקא בתרין. ודפח״ח ודו״ק
קול דודיס׳איז זייער ביטער ווען איינער גלייכט צו די אייגענע אמונה צו דעם נעריש׳ן און אויסגעזויגן פון פינגער ״לאו אוו עטרעקשן״. עלובה עיסה וכו׳. הדא הוא דכתיב מילא בסלע ושתיקא בתרין. ודפח״ח ודו״ק
דודי טייערע, קיינער רעדט נישט דא פון אמונה, מען רעדט דא פון בטחון. הדא הוא דכתיב מיש נישט אויס די יוצרות, ונאמר חכמה בגוים תאמין. ודפח"ח ודוק.
לעבן מיט אמינה איז די ערשטע דרגא אין בטחון,
בטחון וואס ווערט געניצט פשוט אלס א באראינגס מיטעל איז, לדעתי, נישט קיין בטחון - נאר א poor man's SSRI
ברעסלבערס אינטערשריפט ברענגט גיט ארויס ווי אינדער ערד די אפקורס איז, אין ווי וואט ער איז אנגעקימען מיט זיין התחכמות. אבער עס קען נישט געניצט ווערן as a selling pitch פאר בטחון. ודו"'ק
הקטןלעבן מיט אמינה איז די ערשטע דרגא אין בטחון,
בטחון וואס ווערט געניצט פשוט אלס א באראינגס מיטעל איז, לדעתי, נישט קיין בטחון - נאר א poor man's SSRI
ברעסלבערס אינטערשריפט ברענגט גיט ארויס ווי אינדער ערד די אפקורס איז, אין ווי וואט ער איז אנגעקימען מיט זיין התחכמות. אבער עס קען נישט געניצט ווערן as a selling pitch פאר בטחון. ודו"'ק
איך כאפ נישט, סארי. איז דאס א קשיא, א תירוץ, א הערה? ביטע זייט מסביר.
איך בין לעצטענס אנגעקומען צו א שטיקל רבי צדוק ז"ל וואס האט מיר אויסגעזעהן אז ער האלט אויך אז בטחון ארבייט ממש ווי די law of attraction. ער דערמאנט נישט די ווארט בטחון אבער עס זעהט אויס גאנץ קלאר אז ער האלט אז ווען איינער איז שטאק חושק צו עפעס און ער איז זיכער אז ער וועט עס באקומען וועט ער עס טאקע באקומען. איך האב עס געטראפן אין עטליכע פלעצער אבער איך וועל דא צוצייכענע דריי. וזה לשונו:
החשק יש לו הכח לפעול אותו דבר שהוא משתוקק לו הרבה אפילו היא רע, כענין בדרך שאדם רוצה לילך וכו', מצד הרצון שלו פועל אפילו כל חמדת עוה"ז אם לא יהיה דבר מעכב שבמשפט אין מגיע לו זה ומונעין ממנו מה'. לולא זה ע"י החשק היה משיג כל מה שחושק.... וכפי תוקף התגברות כח החשק כך הוא משיג וכו'. (צדקת הצדיק אות רמ"ט)
דאס איז מורא'דיג אינטערעסאנט. מען קען האבן וואס מען וויל, מען דארף נאר שטארק וועלן!
הניצוח אדם לאדם היא ג"כ כפי 'גודל החשק' של אדם בניצוח, אם מתגבר מאוד (חשקו) אז הוא גובר, אם הם אך שוים במדת המשפט. (הנ"ל אות ר"נ)
עס איז משמע דא אז אפילו א שוואכערע מענטש קען גרינגערהייט באזיגן א שטארקע מענטש ווילאנג זיין חשק איז שטערקער ווי יענעמ'ס.
על כל מיני ישועות של הש"י לאדם יש בעתה ואחישנה, זכו אחישנה לא זכו בעתה. ובעתה, היינו שכבר חסר לו הדבר והוא צמא ומשתוקק ונצרך לה.... לזה זוכה כל נפש מישראל, אף הלא זכה. שבעתה (היינו כשמשתוקק וצמא להישועה) מזמין לו הש"י ישועה. ואם יראה שאין מזמין, זה לאות שעדיין אין צריך לה ויוכל להיות בלתה. (הנ"ל אות נ')
קוקט'ס יעצט איבער די שמועס אין די אנהייב פון די אשכל וועט איר זעהן אז עס איז גאנץ ענליך און שטארק מסתבר אז מען רעדט פון די זעלבע זאך. אבער ווי שוין פריער ערווענט האבן די סגולות א clause ווי אזוי די פארשטייער זאלן זיך אלעמאל קענען ארויסדרייען און נישט קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך, אזוי ווי רבי צדוק אליינס שרייבט: "מיט חשק קענסטו באקומען וואס דו ווילסט, און
אויב האסטו עס נישט באקומען איז א סימן אז דו האסט נישט חושק געווען גענוג שטארק". (וזה חוץ ממה שכותב שהכל בנאי שאין משפט נגדו בשמים.)
.
t
מיר קיקט אביסל אויס ווי די גאנצע לוו אפ עטרעקשיאן איז אן עבודה זרה, און די איידוע וואס דו זאגסט הוגה אז זיי נעמען עס פון די יודישע קאנסעפט פון בטחון, מיינט אויך נישט גארנישט,ווייל דו קענסט זאגן אויף יעדע רעליגיע אז זיי נעמען די איידיעס פון די יודישע רעליגיע, ממילה מעיג מען עס דינען??
און ס'קען אויך זיין אז ס'העלפט טאקע, מיט דעים אלעם טאר מען זיך לכאורה נישט באניצן דערמיט!! און חז"ל זעה מיר אסאך מאל אז מען האט זיך "געקענט" היילן מיט אן עבודה זרה ואסרו חכמים, איז דא נישט אנדערש! עבודה זרה מיינט דינען עפעס אנדערש חוץ גאט
מפארלירט די גאנצע ווארימקייט צום אייבערשטען, איך דארף שוין נישט דאווענען אז איך זאל זיין געזינט,פרנסה,שידוכים,שלום בית,קינדער, די לוו אפ עטרעקשיאן וועט שוין קערנעמען...... די יונעווערס וועט מאכן די דזאב.......... עפ"ל
לכארה האט הוגה גלייך אנהייב אשכול נישט גוט געלערנט פשט אין דער געזעץ.
דער געזעץ זאגט, אז א מענטש טוט אטראקטען אלע געשעהנישען אין זיין לעבען, כלומר, אלעס וואס געשעהט צו א מענטש איז ווייל ער האט זיך מכין געוועהן אז ער זאל זיין ראוי צו זיין א כלי צו קענען דאס באקומען, און ממילא האט ער עס באקומען, ווייל דער זאך איז געווארען אטראקטעט צו אים.
יעדער ווייסט א מאכלים טוהן אטראקטען הונגעריקע מענשטען, און פונקט אזוי וועט איינער וואס גיבט הדרכה אין א ענין וועט ער אטראקטען צו זיך מענטשען וואס ווילען וויסען דער ענין.
ממילא ווען א מענטש וויל פארקויפען לייף אינשארענס, טאמער וועט ער באמת האבען פאליסיס ווי א גביר וועט קענען פארדינען וועלען זיי פין זיך אליין אנקומען צו אים אהן קיין אדווערטייזמענט מיט ליגענט, ווייל ער האט זיי אטראקטעט.
דער עצה פין נאפאליאן טראכט רייך וועסטו זיין רייך, איז אמת נאר אין אמעריקא ווי מען קען ווערען רייך אויב מען ארבעט און מען וויל דאס באמת.
טאמער איינער איז זייער בעצבות און שעלט זיך אליין איז עס עלול עס זאל געשעהן, פארוואס? ווייל סאב קאנשיסלי טראכט ער דערפין און טוט זאכעלעך עס זאל געשעהן, למשל ער שעלט זיך ער זאל קראנק ווערען, וועט ער סאב קאנשיסלי נישט אכטונג געבען און קראנק ווערען.
וכן בכולן.
און דער איינער שאלה איז אויב עס ארבעט אויף למעלה מן הטבע. למשל קענסער ווייסען אונז נישט פין ווי עס קומט, קען איינער זיך אנברענגען קעמסער דורך אטראקטען?
לפי ידיעתנו לכאורה נישט, אבער די זעלבע מאמינים וואס גלייבען אז קענסער קומט ווייל פרויען לאזען זיך וואקסען ביי האר, קענען גלייבען אז מעןנהאט זיך אטראקטעט קענסער. ודו"ק.
zurichמיר קיקט אביסל אויס ווי די גאנצע לוו אפ עטרעקשיאן איז אן עבודה זרה, און די איידוע וואס דו זאגסט הוגה אז זיי נעמען עס פון די יודישע קאנסעפט פון בטחון, מיינט אויך נישט גארנישט,ווייל דו קענסט זאגן אויף יעדע רעליגיע אז זיי נעמען די איידיעס פון די יודישע רעליגיע, ממילה מעיג מען עס דינען? ס'קען אויך זיין אז ס'העלפט טאקע, מיט דעים אלעם טאר מען זיך לכאורה נישט באניצן דערמיט! און חז"ל זעה מיר אסאך מאל אז מען האט זיך "געקענט" היילן מיט אן עבודה זרה ואסרו חכמים, איז דא נישט אנדערש! עבודה זרה מיינט דינען עפעס אנדערש חוץ גאט, מפארלירט די גאנצע ווארימקייט צום אייבערשטען, איך דארף שוין נישט דאווענען אז איך זאל זיין געזינט,פרנסה,שידוכים,שלום בית,קינדער, די לוו אפ עטרעקשיאן וועט שוין קערנעמען...... די יונעווערס וועט מאכן די דזאב.......... עפ"ל
פרעגסט א גוטע שאלה רבי זרח (
@zurich). איז אזוי. אויב רעדסטו בנוגע "הלכות ע"ז" איז דאך זיכער נישט קיין שאלה, לערן די הלכות וועסטו זעהן אז דאס האט מיט ע"ז אזוי ווי אן אוגערקע האט מיט דינא דבר מצרא. איך בין זיכער אז דו האסט ענדערש געמיינט פון א געפילישע שטאנדפונקט אז ס'זעהט אויס און פילט נישט אידישלעך, אז ס'האט א ריח פון כפירה וכדומה. קודם כל, קענסטו דאך פרעגן די זעלבע קשיא אויף די צדקת הצדיק וואס איך האב אויבן ציטירט, עיי"ש. לויט די צדקת הצדיק קען א מענטש אויך זאגן אז איך דארף שוין נישט דאווענען אז איך זאל זיין געזינט,פרנסה,שידוכים,שלום בית,קינדער, די "חשק" וועט שוין קערנעמען.
אבער מען קען פארענטפערן דיין קשיא מיט די באקאנטע משל. א מענטש האט אמאל געדארפט טרעפן א מענטש פאר א מאלטי מיליאן דאלערדיגע ביזנעס דיעל, דערווייל רוקט זיך אונטער די צייט פון די מיטינג און ער קען נישט טרעפן אן ארט צו פארקן די קאר. ער קען עס נישט גלייב אז צוליב א פארקינג ספאט וועט ער פארלירן מיליאנען דאלארן. פארנדיג ארום די ארומיגע גאסן שעפשעט ער זיך אונטער א ווארימע תפלה צום באשעפער פול מיט הבטחות אז ער וועט געבן געלט פאר צדקה, לערנען מער, זיין מער נזהר בשמירת עינים וכדומה, און אזוי שעפשענדיג די הבטחות זעהט ער ווי איינער פארט ארויס און עס איז דא א פלאץ פאר אים. גיבט ער זיך א רוף אן, "פארגעט איט באשעפער, ס'איז אקעי, איך האב שוין איינס".
דער מענטש האט נישט געיכאפט אז די באשעפער איז דער וואס האט מסבב געווען אז דער מענטש זאל פונקט יעצט ארויספארן. די זעלבע איז מיט די לאו אוו אטראקשען, די זעלבע איז מיט רבי צדוק'ס "חשק" און די זעלבע איז מיט אלע סגולות. א יעדע רעכטדענקיגע מאמין פארשטייט אז דאס אליינס האט אונז די באשעפער געגעבן, די חשק, די צמאון און די אטרעקשאן איז א מתנה פון גאט.
.