☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9769
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 12:16 am

· #307290
דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
איך וויל דא א ביסל פארציילן איבער דעם אידישן לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אין א לאנד וואס הייסט אורוגוויי, וועלכעס געפונט זיך אין דרום אמעריקע.
נאר קודם א שטיקל הקדמה:
דאס לאנד איז א קליין לענדל, לפי ערך פון די אנדערע סאוט אמעריקאנער לענדער וועלכע געפונען זיך בשכינות מיט איהר, אזוי ווי ארגענטינע, בראזיל און טשילע. סיי אין שטח, און סיי אין די באפעלקערונג, ווערט עס ווי איינגעשלינגען. די גאנצע באפעלקערונג באטרעפט נישט מער ווי 3.5 מיליאן מענטשן. די מערסטע אידן וואוינען אין די הויפטשטאט, מאנטעווידעא.
די ספרד'ישע אידן האבן זיך שוין באזעצט דארט מיט בערך א 150 יאר צוריק. זיי זענען געקומען פון די שכינות'דיגע לענדער. אבער די אשכנזי'שע אידן האבן ערשט אנגעהויבן אריינצוקומען נאך די ערשטע וועלט מלחמה. און דער חסידי'שער עולם איז געקומען וואוינען דארט נאך די צווייטע וועלט מלחמה.
אין די אלטע אידישע געגנט, וועלכע הייסט..."בלאנדענגעס"...,נאך א הויפט גאס. ס'איז איראניש אז די אלטע איינגעזעסענע אידישע איינוואוינערס רופן אן די געגנט..."גוי'עס". דארט איז דא א גרויסע, צענטראלע מקוה מיט אלע איינריכטונגען, און א (פארמאכטע) ת"ת אויך. אבער די געגנט איז געווארן אויסגעשפיעלט. און די מערסטע אידן האבן זיך אוועקגעצויגן צו אנ'אנדער געגנט,וואו ס'וואוינען דער חסידי'שער עולם. די נייערע געגנט הייסט ..."מאלדאנאדא"...אויך נאך א הויפט גאס...
די תקופה וואס מיר ווילן דא בעיקר באשרייבן בעז"ה איז פון די אנהייב תש"כ יארן, ווען הרב אברהם לייטנער ז"ל איז דארט געווען דער רב...
המשך יבוא אי"ה...

chusid » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 12:36 am

· #307292
די מאסרי'ס וואוינען שוין דארט 150 יאר?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 3:57 am

· #307296
אנאנים: ייש"כ. מיר וועלן בעז"ה צו קומען צו יענע תקופה. ס'איז דאך נאר געווען אן הקדמה... 😃

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 4:00 am

· #307297
chusid
די מאסרי'ס וואוינען שוין דארט 150 יאר?

חסיד: לפי ידיעתי קומען די מאסרי'ס פון בוענאס איירעס, ארגענטינע. דאס איז אן אנד'ערע, שכינות'דיגע מדינה...!

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 6:46 am

· #307302
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ. מיר וועלן בעז"ה צו קומען צו יענע תקופה. ס'איז דאך נאר געווען אן הקדמה... 😃

שש.... Take it easy... מ'וועט אנקומען צום דזשיבויער שנעלער ווי דו וועסט אנקומען צום אמשינאווער....

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 11:01 am

· #307321
יישר כח, ר' בערל, איך קקו שוין לאנג ארויס אויף דיין אורוגוויי'ער אשכול, א דאנק.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 1:57 pm

· #307344
דארפסט נישט לויפן ביז ארגענטינע און פוילן. איך קען איינעם א בר נש וואס (האט גע)- וואוינט אין די עיר הקדושה וטהרה, וויליאמ-פעסט, יצ"ו, און ער איז אויכעט עוסק אין די זעלבע ליין... 😮 😳

יעקב מענטש » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 4:28 pm

· #307378
בערל, זייער א אינטערסאנטע טאפיק פאר מיר,

שרייב נאר שרייב, הייב אן מיט די אנע שיעור גויאישע געהילפן וואס די דארטיגע חסידישע איינוואוינער האבן געהאט, און געענדיגט מיט די 'מצות באקן' וואס איז געווען א יחיד במינו קעגן אלע אנדערע חסידישע ישובים בימים ההם ובזמן הזה, ס'איז געווען א ריכטיגע שטעטלישע קאמיוניטי, מענטשען רעדן מיט נאסטאלגיע איבער יענע צייטן!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 12:06 pm

· #307463
א שטיקל תיקון טעות:
איך האב געשריבן אין די הקדמה אז איך וועל נאר שרייבן איבער די תקופה ווען ר' אברהם לייטנער איז געווען דארט רב. כ'האב געמיינט צו זאגן אז די תקופה קען איך די בעסטע, און כ'האב ערשט-האנטיגע אינפארמעישן. אבער ס'איז אוממעגליך צו באשרייבן דאס אידישע לעבן דארט אן דערמאנען די השתלשלות הדברים פון די גרינדונג פון די חסיד'ישע קהילה און א טייל פון די רבנים וועלכע האבן דארט געדינט. ווייל גאר א סאך פון די אויפטוען לטובת דאס אידישע לעבן איז צו זייער קרעדיט.

והנה: די חרדי'שע אידן וועלכע זענען תיכף נאך די צווייטע וועלט מלחמה אנגעקומען קיין מאנטעווידעא, אורוגוויי זענען געווען קוים א מנין. זיי האבן זיך שטארק געפלאגט. נישט קענענדיג די שפראך פון לאנד (ספאניש), און אן האבן א מקור פאר פרנסה. און ווער רעדט נאך פון כשר'ע פראדוקטן. כאטש ס'זענען שוין געווען א גרעסערע צאל אידן מיט אן ארגאניזירטע קהילה, זענען זיי אבער מערסטנס געווען נישט ארטאדאקסיש, נישט קיין שומרי שבת. איין קלענערע קהילה איז יא געווען דארט וועלכע זענען געווען ערליכע אידן, אבער אויף חלב ישראל און פת ישראל האבן זיי נישט מקפיד געווען. דאס לאנד איז אבער געווען א געבענטשט לאנד מיט איינס פון די בעסטע אגריקולטורן אין די וועלט, ס'האט ארויסגעגעבן זעלטן גוטע און געשמאקע פרוכט און ווייץ בשפע. אויך איז די עקאנאמיע נישט געווען ארויפגעארבעט. למשל. ס'איז געווען איינגעפיהרט דארט אזוי ווי אונז האבן געליינט אין די מעשה-ביכלעך, אין יוראפ מיט הונדערטער יארן צוריק, אז א יעדן טאג פון די וואך איז געווען א מארקעט אויף אנ'אנדערע גאס, וואו מ'האט פארקויפט בעיקר פרוכט און ווועדזשטעבלס. אויך אנדערע זאכן. אבער מסודר'דיגע סטארס איז געווען זייער ווייניג. עכ"פ די נייע אימיגראנטן האבן זיך גענומען פלייסיגערהייט צו צושטעלן אלע זאכן וואס די אלטע איינוואוינערס האבן געדארפט און זיי האבן אנגעהויבן שיין צו פארדינען. ביז זיי האבן זיך אויפגעמאכט פעקטאריס, וואו זיי האבן פראדוצירט טייערע סחורות. אויך די רעגירונג'ס און שטייער-איינמאנונג סיסטעם איז געווען זייער פרימיטיוו און נישט ארויפגעארבעט. זענען זיי ב"ה געווארן עשירים.

קיין סאך פרטים איבער די רבנים וועלכע האבן דארט געדינט פון אנהייב איז מיר נישט באקאנט. אבער איבער דריי רבנים -- צוויי פון וועלכע איך האב געקענט פערזענליך -- וועל איך אביסל מרחיב את הדיבור זיין. ה"ה הרב בעק... הרב ר' אשר שמואל כ"ץ ז"ל און הרב אברהם לייטנער ז"ל.
אין די תקופה פון הרב בעק, האט מען אנגעהויבן בויען דאס נייע פראכטפולע ביהמ"ד אויף די מאלדאנאדא גאס. אבער ער איז אינצווישן אוועקגעפארן. איז געקומען זיין דער מרא דאתרא, הרב ר' אשר שמואל כ"ץ ז"ל. דער איד איז געווען, אויסער א גרויסער ת"ח, א נעים הליכות און אן איידעלער מענטש וועלכער האט געפיהרט די קהילה מיט גרויס פיקחות און פארשטאנד. (איך האב איהם שפעטער דערקענט פערזענליך אין די שטאט מאנטריאל, קענעדע. אבער איך וויל נישט אריינקריכן אין אנדערע מעשיות). ער האט אויך אנגעפיהרט מיט די תלמוד תורה און ישיבה קטנה, וואו ס'זענען געקומען לערנען בחורים פון די שכינות'דיגע מדינות.

נאר אביסל, איבער דעם שיינעם נייעם בית המדרש און תלמוד תורה וואו ס'זענען געווען עטליכע כיתות. אין די קהילה זענען שוין געווען עטליכע אידן גבירים, ב"ה. און זיי אלע האבן מנדב געווען גרויסע סכומים צום אויפבוי פון די נייע שוהל. ספעציעל זענען געווען די צוויי ברודער, ר' פייוול און ר' שלמה בערקאוויטש, וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן גאר גרויסע סכומים. ספעציעל דעם הערליכן, ריזיגן ארון הקודש וועלכער איז געבויעט געווארן אינגאנצן פון מארמארשטיין (מארבל, בלע"ז).

המשך יבוא, אי"ה

(פרייוועט נאוט צו אנאנים: דעם נאמען וואס כ'האב דערמאנט אין ארטיקל, איז נישט דער זעלבער מענטש וואס כ'האב דערמאנט אין ..."פרייוועט מעסעדזש"...)

הירשל ציג » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 1:02 pm

· #307478
איך בין געווען אין שנת תשנ"ז אין מאנטעווידעא אלץ תלמיד אין א ליובאוויטשער ישיבה אויף אווענידא בראזיל אין פאסיטאס געגענט. די ישיבה איז באשטאנען פון 10 בחורים פון אמעריקא וועלכע זענען געקומען אהין מחזק זיין אידישקייט אין מאנטעווידעא.
מיר פלעגן נוצען די מקווה אין מאלדאנאדא יעדן טאג. די מנין דארט איז באשטאנען פון שוחטים פון אר"י מיט נאך אפאר אידן. פון די "אמאליגע" אידן איז דאן געווען נאר שטערן מיט ניישלאס.
שבת פלעג איך גיין צופיס אהין אויף מנחה און של"ס. היו ימים!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 1:59 pm

· #307489
ר' הירשל ציג: ייש"כ.
ס'זעהט אויס אז דו האסט געהאט ב"ה געזונטע פיס אלס בחור. ווייל פון ... "פאסיטאס" (א רייכע געגנט) ביז... "מאלדאנאדא" איז א היפשער מהלך.
אונזער קינדער-דאקטארין, א אידישע פרוי האט געוואוינט אין פאסיטאס. און מיר זענען געפארן מיט א טעקסי צו איהר הויז...!

זיי זענען, אגב, שוואגערס, אדער קאזינס... (די דריטע דור...)!

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 3:09 pm

· #307498
ר' בערל, א דאנק פאר דעם אשכול. איר זענט גאר א פיינער שרייבער, און דער אשכול איז כמים קרים על נפש עייפה, עס איז א געשמאק צו ליינען, און באררייכערט אונזערע ידיעות.

קיעפ איט קאמינג, כה לחי!

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 3:33 pm

· #307501
רבי בערל.

לויט ווי איך ווייס זענען געווען אפאר שיינע עשירים וואס זענען געווען אין די קניטטינג ליין עקספארטירענדיג סחורות קיין אמעריקע, און ווילאנג די פאר רייכע אידן האבן דארט געהאט געלט, האט מען אהינגעברענגט היימישע (סאטמערע) מלמדים פון אמעריקע, איך 'מיין' אז רבי בנציון אינדיג ע"ה האט דארט געדינט אלץ מלמד, (קארעקט מי איף איים ראנג)

אויך לויט ווי איך פארשטיי איז דארט געווען גאר גוטע בשר בהמה, און דאס פאלק בכלל פלעגן זיין גרויסע קאנסומערס פון רויט פלייש.

נאך א אינטערסאנטע זאך, אזוי ווי די קהילה איז געווען קליין, און ס'איז נישט געווען אזוי סאך קינדער אין כיתה א' (?) פלעגן די אינגלעך אין מיידלעך לערנען צוזאמען ביי א טיטשער רבי שרה... ( open orthodoxy...)

הירשל ציג » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:10 pm

· #307505
berlbalaguleh
ר' הירשל ציג: ייש"כ.
ס'זעהט אויס אז דו האסט געהאט ב"ה געזונטע פיס אלס בחור. ווייל פון ... "פאסיטאס" (א רייכע געגנט) ביז... "מאלדאנאדא" איז א היפשער מהלך.
אונזער קינדער-דאקטארין, א אידישע פרוי האט געוואוינט אין פאסיטאס. און מיר זענען געפארן מיט א טעקסי צו איהר הויז...!

זיי זענען, אגב, שוואגערס, אדער קאזינס... (די דריטע דור...)!


א דריי פערטל שעה צו גיין, מעיקס סענס?

הירשל ציג » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:42 pm

· #307514
אנסע אטשענטא מאלדאנאדא... אוח אוח

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 6:23 pm

· #307531
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
וויפיל היימישע אידן האבן דארט געוואוינט אין אנפאנג און שפעטער? און אויב דו קענסט ברענגען דאטומען צ.ב. פון וועלכע בוז וועלכע יארן איז הרב בעק געווען רב וכדו׳ אלל עפרישיעיט
נ.ב. בערל כהאב נישט געוואוסט אז דו קענסט שרייבען אהן סמייליס![emoji1][emoji48][emoji5][emoji2][emoji23][emoji48]

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 9:22 pm

· #307555
הירשל ציג
אנסע אטשענטא מאלדאנאדא... אוח אוח

הירשל ציג: אויב דער זיכרון דינט מיר גוט, איז די נומבער פון ביהמ"ד געווען...1188 מאלדאנאדא. דאס זאגט מען ארויס ווי..."אנסע, אטשענטא אי אטשאו" . וואס דו האסט געשריבן איז ...1180...! וה' הטוב יכפר... 😂

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 9:26 pm

· #307556
ירא שמים
וויפיל היימישע אידן האבן דארט געוואוינט אין אנפאנג און שפעטער? און אויב דו קענסט ברענגען דאטומען צ.ב. פון וועלכע בוז וועלכע יארן איז הרב בעק געווען רב וכדו׳ אלל עפרישיעיט
נ.ב. בערל כהאב נישט געוואוסט אז דו קענסט שרייבען אהן סמייליס![emoji1][emoji48][emoji5][emoji2][emoji23][emoji48]

ירא שמים: איכ'ל דיר ענטפערן על ראשון אחרון. ועל אחרון מפטיר... 😂 (קרעדיט. איך אליינס...)
ווען ס'איז דא א תוכן אין געשרייבעכץ, דארף מען נישט אנקומען צו קיין סמייליס. איך ווייס וואס עטליכע חכמים, וועללן זיך אויפדרינגען פון דעם..."מכלל הן אתה שומע לאו"...!
אויף דיין ערשטע שאלה ובקשה, דארף איך נאך מאכן אביסל מער ריסוירטש. (ס'שאקלט זיך נישט ארויס פון די וועסטל טאש... 😎

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 9:39 pm

· #307558
יעקב מענטש
רבי בערל.

לויט ווי איך ווייס זענען געווען אפאר שיינע עשירים וואס זענען געווען אין די קניטטינג ליין עקספארטירענדיג סחורות קיין אמעריקע, און ווילאנג די פאר רייכע אידן האבן דארט געהאט געלט, האט מען אהינגעברענגט היימישע (סאטמערע) מלמדים פון אמעריקע, איך 'מיין' אז רבי בנציון אינדיג ע"ה האט דארט געדינט אלץ מלמד, (קארעקט מי איף איים ראנג)

אויך לויט ווי איך פארשטיי איז דארט געווען גאר גוטע בשר בהמה, און דאס פאלק בכלל פלעגן זיין גרויסע קאנסומערס פון רויט פלייש.

נאך א אינטערסאנטע זאך, אזוי ווי די קהילה איז געווען קליין, און ס'איז נישט געווען אזוי סאך קינדער אין כיתה א' (?) פלעגן די אינגלעך אין מיידלעך לערנען צוזאמען ביי א טיטשער רבי שרה... ( open orthodoxy...)

יעקב מענטש: די מערסטע פארמעגליכע בעלי בתים פון ביהמ"ד זענען טאקע געווען אין די ניטטינג ביזנעס. עטליכע זענען געווען אין די דזשולערי ליין. און איינער האט געהאט א געלט אויסטויש ביזנעס.. לגבי ר' בנציון אינדיג, און אין וועלכע כיתה ער איז געווען מלמד, געדענק איך נישט. ווייל ער האט שוין נישט געוואוינט דארטן אין מיינע צייטן. אין די אנפאנג תש"כ יארן (1960'ס למספ.')
אמת. ס'איז געווען א קלאס פון יונגלעך און מיידלעך צוזאמען. נאר איך בין דארט נישט געגאנגען, ווייל איך בין שוין געווען גרעסער. מיין יונגערער ברודער איז טאקע געגאנגען אין אזא (מיקס'ד) קלאס. און די רבי...איז געווען די גרויסע טאכטער פון הרב מרדכי הירש. א מלמד אין די ת"ת. ער פלעגט סוף וואך אהיימקומען פון חדר, זינגענדיג די ווערטער פון די פרשה. ווייל קיין עברי האט ער נאכנישט געקענט.
דאס פלייש, וועלכעס ווערט דארט פראדוצירט, און אויך אין ארגענטינע איז איינס אין די וועלט. ס'דא דערפון בשפע און ביליג. מהאי טעמא שיקט די בד"ץ העדה החרדית אהין שוחטים, פאר די לעצטע פופציג יאר.

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 10:16 pm

· #307562
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
נו וועלכע חדר האסטו געלערנט? האסט נאך געוואוינט אין אונגארן אין דיין קינדהייט?

חקרן » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 11:32 pm

· #307568
אין אוצרות איז דאס לעצטנס געווען באשריבן.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 12:54 am

· #307592
ירא שמים
נו וועלכע חדר האסטו געלערנט? האסט נאך געוואוינט אין אונגארן אין דיין קינדהייט?

ירא שמים: אין די ארטיגע תלמוד תורה. און אויך אין אנ'אנדער חדר. נאר דאס האט שוין צו טון מיט'ן חשש פון גילוי. און כ'מיין נישט גילוי אליהו. אדער די צווייטע, הארבע עבירה אין די תורה... 😂
איך האב אין אונגארן קיינמאל נישט געוואוינט. איך בין געבוירן אין ארץ ישראל. אדער ווי מ'רופט עס אן ביי אונז היימישע, ערליכע אידן...די טמא'נע מדינה... 🙄

רימון » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 12:57 am

· #307594
מיין *** איז אויך געפארן אהין ווערן א מלמד, נאכ'ן אים צוזאגן גאלדענע גליקן האבן אים די בעלי בתים איינגעטינקען מיט דריי כיתות אנשטאט איין, א מאגערע געהאלט און אסאך רשעות און קריטיק. נאך גאר א קורצע תקופה האט ער פארלאזט דעם ארט און זיך צוריקגעקערט בעירום ובחוסר כל ממש.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 1:04 am

· #307595
רימון: איך ווייס נישט אין וועלכע תקופה דאס איז געווען. ווייל אין מיינע צייטן דארט, זענען געווען גרויסע כיתות מיט לופטיגע, לעכטיגע צימערן, און נישט איבערגעפילטע כיתות. אמת. קיין עירקאנדישאנינג איז נישט געווען אין די קלאס צימערן. אבער א פען, יא....!

הירשל ציג » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 9:43 am

· #307632
berlbalaguleh
הירשל ציג
אנסע אטשענטא מאלדאנאדא... אוח אוח

הירשל ציג: אויב דער זיכרון דינט מיר גוט, איז די נומבער פון ביהמ"ד געווען...1188 מאלדאנאדא. דאס זאגט מען ארויס ווי..."אנסע, אטשענטא אי אטשאו" . וואס דו האסט געשריבן איז ...1180...! וה' הטוב יכפר... 😂

1180, נישט 1188
אפשר די מקווה איז 1188,אבער די שול איז אנסע אטשענטא. בדוק ומנוסה!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 11:34 am

· #307656
או.קעי. איך נעם עס אן בתשואות חן. ייש"כ. ברי ושמא, ברי עדיף. ס'איז אנ'אנדער אדרעסס אויף דעם בלאק. יא, איך ווייס שוין! דער בילדינג וואו ר' אברהם חיים הכהן פיליפ האט געוואוינט...!
איך האב אלס יונגל אין יאר 1961 נישט גענומען קיין נאוטס. כ'האב דאך נישט געוואוסט אז איך וועל אמאל האבן די זכיה צו פארציילן מיינע סיפורי מעשיות אויף קאווע שטיבל... 😂

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 12:59 pm

· #307681
עס איז ערנסטע פעטיציע, גם אני מצטרף, שרייב, שרייב, פארמער די ידיעות דא, פארצייל דיין היסטאריע, און צו דער זייט קען מען זיך מפלפל זיין,

#אחכהלו

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 1:19 pm

· #307686
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים און די אנדערע ליינערס און מגיבים הי"ו: ייש"כ. די המשך וועט קומען אי"ה. נאר איך האב א כלל אויב איינער נעמט זיך די מיה צו ליינען און רעאגירן אויף וואס איך שרייב, איז נישט מענטשליך איהם צו איגנארירן. אפילו ס'איז איבער פכים קטנים. ס'...איך מוז יעצט גיין דרייוון דעם באס, אהיימצופיהרן די צאן קדשים. ועוד חזון למועד. בעז"ה היינט.

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 8:48 pm

· #307756
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
נאך א קלאץ קשיא, סאיז געווען צו באקומען די איד אין מנטיוועדעא?

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 9:27 pm

· #307759
יא, מיין טאטע האט עס אייביג געהאט. פרעג מיך נישט וויאזוי, כ'ווייס נישט...!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 10:47 pm

· #307774
המשך פון פריער: איך וועל אנהייבן פון די צייט ווען דאס נייע בית המדרש איז פארענדיגט געווארן און מ'האט אנגעהויבן צו דאווענען דארט.

ס'זענען דאמאלס געווען לערך 150 משפחות וועלכע האבן באלאנגט צו די קהילה. און הרב ר' אברהם לייטנער ז"ל איז דאמאלס געווען דער מרא דאתרא. אין הויף פונ'ם ביהמ"ד זענען געווען 3 קלאסרומס. פאר דריי כיתות פון די ת"ת. אויפ'ן צווייטן שטאק, נעבן די ווייבער שול זענען געווען נאך עטליכע קלאס צימערן. די נעמען פון אלע מלמדים געדענק איך שוין נישט. נאר א טייל...די וועלכע האבן געהאט זייערע קלאסן אין הויף פון ביהמ"ד.: ר' פנחס ישעי' קארנבליה לאוי"ט: ר' אליעזר סופר...? און ר' מרדכי הירש...?. ס'איז געווען א כשר בוטשער סטאר, אנגעפיהרט דורך ר' לייביש קליין. מיט א משגיח תמידי. ר' י.ב. דער בוטשער, ר' לייביש קליין האט אויך פארקויפט פוטער. נישט אין סטאר, פארשטייצעך. נאר ביי זיך אינדערהיים. מ'האט געשמועסט ע"פ דרך צחות, אז ער איז טריפה. ווייל ער פארקויפט בשר בחלב... איבער זיין משגיח, האט מען דערציילט אן אינטרעסאנטע מעשה'לע. אז מ'האט איהם אמאל געפרעגט פארוואס ער העלפט נישט אביסל צו ווען ס'איז זייער ביזי. אזוי ווי דאנערשטיג נאכמיטאג, ווען אלע אידענעס קומען איינקויפן אויף שבת. האט דער משגיח געענטפערט..."ווען איך קוק מיך צו וויאזוי אנ'אנדערער מענטש ארבעט ווער איך שוין מיעד. ווילסטו נאך אז איך אליינס זאלל ארבעטן..."

אויך איז דארט געווען א היימישער איד וועלכער האט אנגעפיהרט מיט א בעקעריי. נישט א סטאר וואו מ'קען אריין גיין קויפן. נאר ארדערס דורכ'ן טעלעפאן. ער האט געהאט זיינע קאסטומערס וואו מ'האט דעליווערט פרישע (אומ-געסלייסטע) ברויט טעגליך. דער דעליווערי-מען איז געווען א גוי. האט ער געמאכט א סימן אויף א יעדן ברויט אז דאס קומט פון זיין בעקערי. אויך ווען איינער האט געוואלט געבן קידוש האט ער באשטעלט אלע מיני קעיקס דורכ'ן טעלעפאן אויך איז געווען זייער א גוטער סיסטעם פון חלב ישראל, וואס מ'האט צוגעשטעלט פאר די בני הקהילה. נישט אין א סטאר, פארשטייצעך. אין די סטארס און סופערמארקעטס איז געווען די גוי'שע מילעך פון א גרויסע נאציאנאלע קאמפאני, וואס די מער מאדערנע אידן האבן געטרונקען. (בערך אזוי ווי די או.יו. די. ) . דער סיסטעם האט געארבעט אזוי. א יעדע משפחה האט באקומען, נאכ'ן איינצאלן א געוויסן סכום, צוויי מילעך קאנעס (קאנטעינערס) פון 10 ליטער. מיט'ן נאמען פון די משפחה ארויפגעשריבן מיט רויטע פעינט. דאס איז בערך 2.5 גאללאנס. און מ'האט דעליווערט די מילך לפי הצורך פון די משפחה. ביי אונז האט מען דעליווערט 3 מאל א וואך. מאנטיג, מיטוואך און פרייטיג. מ'האט איבערגעלאזט די ליידיגע, אויסגעוואשענע קענס ביי די טיר פון הויז. און זיי האבן אראפגעלייגט די פרישע. די כשר'ע מילעך איז נישט געווען פעסטשורייז'ד. און מ'האט עס געדארפט אויפקאכן פאר'ן באניץ. נאך אן אינטרעסאנטע זאך. א יעדע מילעך קען איז געווען פארזיגלט מיט א פלאמבע. אמת'ע חלב ישראל. נאר די אלע זאכן האט נישט ר' אברהם לייטנער איינגעפיהרט. ער האט נאר איבערגענומען פון די אנדערע רבנים וועלכע זענען געווען פאר איהם.

אויך איז געווען אן עלטערער בחור, דוד פריעדמאן, וועלכער האט פארקויפט כשר'ע וויין. קיין גרעיפ דזשוס פון קדם אדער אנ'אנדערע קאמפאני איז נישט געווען. ער האט אויך געמאכט און פארקויפט קאטידזש טשיעז. איך געדענק אז ער איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד ביי תפילת שחרית אנגעטון מיט די תפילין, און, זייענדיג א פרומער האט ער נישט געוואלט אויסרעדן, האט ער אויסגערופן..."גביינא"... ר'האט פארשטייצעך געמיינט צו זאגן ..."גבינה". דער עולם האט זיך גוט אונטערגעשמייכלט...!

איין אויפטוה פאר וועלכן ס'קומט זיך דער פולער קרעדיט פאר ר' אברהם לייטנער, איז געווען די השגחה וואס ער האט געגעבן אויף אויל. ס'זענען נישט געווען די כשר'ע אוילס פון די אלע קאמפאניס וואס ס'דא צו באקומען דאהי. דארט איז געווען איינגעפיהרט אז ס'זענען געווען בערך צען-פופצן קלענערע , גוי'אישע קאמפאניס וועלכע האבן פאבריצירט און פארקויפט אויל צום קאכן. אויף איין אזא קאמפעני האט ער געגעבן השגחה. און מ'האט עס געקענט קויפן אפילו אין די גוי'אישע גראסעריס.

אויך זענען געווען צוויי היימישע אידן שוחטים. איינער איז געווען ר' אהרן קליין. דער צווייטער שוחט איז געווען ר' ישראל שלום שטערן. זיי האבן אויך געליינט שבת ביי קריאת התורה. א יעדער האט געליינט א יעדע צווייטע וואך. די שחיטה איז אויך געווען אויף א גאר מהודר'דיגן אופן. דער רב איז אליינס אראפגעגאנגען א סאך מאל אין שעכט הויז צו באקוקן אויב אלעס איז אין ארדענונג, אומגעראכטן.

המשך יבוא אי"ה

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:31 am

· #307986
רבותיי: איך זעה אז דער אשכול שלאפט שוין איין, כדרכם פון מיינע (ווייניג) אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט.
איך מוז יעצט גיין דרייוון דעם באס, אהיימפיהרן די צאן קדשים, כדי לקיים מצות הכנות לשבת קודש. נאר נאכמיטאג אדער מוצש"ק וועל איך בלי"נ ממשיך זיין. העמיר זעהן אויב דער עוילעם איז נאך אינטערסירט... 😂 😮

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:37 am

· #307987
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
אז דו אפדעיטסט עס נישט אודאי שלאפט עס איין…

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 2:49 pm

· #308044
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
כיהודה ועוד לקרא, ווען משרייבט א סעריע קוקט מען אויפן גאנצע זאך, און די עולם האט אנגענומען דעם פראיעקט מיט גרויס אנטוזיעזום.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 3:19 pm

· #308049
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ס'ווענדט זיך וועלכע קפיטל. ס'דא קפיטל קיט. און ס'דא קפיטל קנ... 🙄 😮

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:01 am

· #308276
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
בערל וואס טוט זיך מיט דיר?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:30 am

· #308282
ירא שמים
בערל וואס טוט זיך מיט דיר?

ירא שמים: איך האב א סאך וויכטיגע (אדער דאכטציך מיר אז ס'איז וויכטיג) בזיונות צו ערלעדיגן אין די ביסל פרייע צייט וואס איך האב. נאר ס'קומט נאך א סאך גוטע סחורה, בעז"ה...!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:58 pm

· #308330
המשך פון פריער:

לאמיר א ביסל ארומרעדן איבער דעם קלימאט און וועטער.
אין גאנץ דרום אמעריקע (און אויסטראליע) זענען די סיזנ'ס פארקערט. דאס מיינט, אז נאך סוכות קומט ספרינג און זומער. אום חנוכה דארף מען נוצן דעם עריקאנדישאנער. אדער לכה"פ ווארטן ביז די חנוכה לעכט לעשן זיך אויס כדי מ'זאל קענען אויפמאכן די פענצטער זיך א ביסל אפצוקיהלן. די קאנטרי סיזן, פאר די וועלכע פארן אין די קאנטרי איז פון א וואך נאך חנוכה ביז א וואך פאר פורים.

בערך א וואך פאר פסח הייבן שוין אן צו בלאזן קילע ווינטן און די טעמפעראטור גייט אראפ. ווען מ'גייט באקן מצות איז, די מערסטע מאל, ווינטיג און ס'גייט א רעגן, אבער די טעמפעראטור גייט קיינמאל נישט אראפ אונטער 40 דעגריס. נאר ס'קומט באגלייט מיט שטארקע ווינטן און שלאקס רעגן. מהאי טעמא איז אין די אלטע הייזער (געבויט פאר 1960) נישט דא קיין צענטראלע הייצונג. נאר אין די נייערע הייזער. ביי אונז האט מען געניצט עלעקטריק היטערס אין די צימערן. און אויף שב"ק, ווען מ'קען נישט לאזן ברענען די עלעקטריק היטערס א גאנץ שבת, האמיר געהאט זייער א גוטן אייוועלע וואס ברענט מיט "קעראסין" (ענליך צו דזשעט פיועל) וואס מ'פארקויפט דארט אין אלע גראסערי געשעפטן.

איך געדענק ווען איינער פון די מתפללים אין אונזער ביהמ"ד האט געגעבן קידוש אום שבועות האט ער אויך געגעבן הייסע קאווע. און דער עולם האט זיך מחיה געווען דערמיט, ווייל ס'איז געווען קאלט און ווינטיג.

מפני דוחק הזמן מוז איך דא ענדיגן פאר יעצט. אין קומענדיגן המשך וועלן מיר אביסל ארומרעדן איבער דעם אויפשטייג פון די נאציס, ימ"ש און די טופאמאראס רעוואלוציאנערן אין די שטאט מאנטעווידעא...!

המשך יבוא אי"ה...!

כפתור » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:00 pm

· #308337
ר' בערל, זייער אינטערעסאנט. מיר ווארטן אויף די נעקסטע אינסטאלמענט. כ'העל נעמען די העזה צו פרעגן אויב איר האט עפעס בילדער פון יענע צייט (אויב ס'נישט חשש גילוי)

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 9:38 pm

· #308362
יש"כ פאר ארויסווייזן אינטערעסע.
קיין אייגענע בילדער האביך נישט. אבער איך וועל ווייטער זוכן אויף גוגל און יאהו. אויב איך וועל טרעפן עפעס אינטרעסאנטע בילדער פון אונזער געגנט, וועל איך עס ארויפלייגן, בל"נ.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:20 am

· #308388
המשך פון פריער:
דער אויפשטייג פון די נאציס, אין מאנטעווידעא

אין אנהייב פון יאר 1962 האבן די נאציס וועלכע האבן געוואוינט אין אורוגוויי זיך צופיהרט די הענט. איך ווייס נישט פונקטליך וואס זייער תירוץ איז געווען, ס'האט אפשר עפעס געהאט צו טון מיט אייכמאנ'ס פאר'משפט ווערן צום טויט אין מדינת ישראל. פלוצלינג האט מען אנגעהויבן צו הערן פון איבערפאלן אויף אידן (נישט דווקא אין די היימישע געגנט). איין איד האט מען געקידנעפט, א צווייטן איד האט מען געשאסן אין עק שטאט. די נאציס וועלכע האבן געוואוינט אין אורוגוויי זענען געשטאנען אונטער דעם. בכלל, אין די מערסטע דרום-אמעריקאנער מדינות ווי ארגענטינע, בראזיל, טשילע און פאראגוויי איז געווען זייער א סאך פון זיי. זיי זענען געקומען גראד פון דייטשלאנד, און די לאקאלע רעגירונגען האבן זיי אויפגענומען מיט אפענע ארעמס. יש אומרים, אז די "טשוירטש" אין וואטיקאן איז געשטאנען אונטער דעם. זיי האבן זיי געשווערצט דורכאויס אייראפע אין די מאנאסטירן, א טייל פארשטעלט אלס גלחים, און די לאקאלע רעגירונגען זענען דאך געווען גלויביגע קאטאליקן, אזוי ווי עווא פעראן און איהר מאן, די פרעזידענט פון ארגענטינע. ס'איז אויך מעגליך אז די נאציס פון די שכינות'דיגע מדינות האבן זיי געגעבן חיזוק.

בכל אופן, זיי האבן געארבעט אזוי. פאר א טיייל אידן האבן זיי געשריבן בריוון און געסטראשעט אז מ'גייט זיי קידנעפן אדער ח"ו הרג'נען. אבער די מערסטע האבן זיי גערופן אויפ'ן טעלעפאן און געזאגט אז זיי ווייסן פונקטליך ווער, און וואו זיי זענען, און מיט וואס זיי באשעפטיגן זיך. אויך האבן זיי געסטראשעט שולן און אנדערע אידישע אינסטיטוציעס אז מ'וועט זיי באמבארדירן. און ווען זיי האבן גערופן אויפ'ן טעלעפאן און געסטראשעט א איד פון אונזער בית המדרש, ר' פייוול בערקאוויטש, האבן זיי אפילו געוויסט צו זאגן פארשידענע פרטים פון זיין ביזנעס. ער האט זיך אויסגעלאכט דערפון, אבער זיין ווייב האט געדונגען פראפעסיאנאלע באדי גארדס, וועלכע האבן געהאט אויטאמאטיק געווער. און זיי זענען איהם נאכגעפארן סיי וואו ער איז געגאנגען. איך געדענק אז ביי די בר מצוה פון מיין חבר איז אויך געקומען ר' פייוול בערק. און די באדי גארדס זענען מיטגעגאנגען ביז צו דעם זאל וואו די בר מצוה איז געווען. דארט האבן זיי באגעגנט זייער חבר, א פאליסמאן וואס די פאליס דעפארטמענט האט געשיקט. זיי זענען אריין אין א צימער וואו זיי האבן געוויזן זייערע גאנס. אבער אונז יונגלעך האבן זיי נישט אריינגעלאזט דארט.

אז מ'רעדט שוין פון די פאליס אין מאנטעווידעא - זיי זענען גארנישט ווערד געווען. מ'רעדט נישט אז זיי האבן נישט געהאט קיין ראדיאס, נאר אפילו קיין פאטראל קארס האבן זיי אויך נישט געהאט. צוויי פאליסלייט זענען ארומגעפארן מיט בייקס א גאנצע נאכט. און דאס איז געווען די פאליס פראטעקשן וואס זיי האבן געגעבן. אפשר אין אונגארן אדער אין פוילן פאר א הונדערט יאר צוריק האט מען אזוי פאטראלירט. דער מצב איז געווארן זייער שטארק אנגעצויגן, דער עולם האט געלעבט אין פחד, און עטליכע אידן האבן זיך פארשאפט גאנס. איין איד אין אונזער ביהמ"ד האט געברענגט זיין גאן מיט זיך ווען ער איז געקומען דאווענען שחרית. אפילו גויים האבן זיך ארומגעדרייט מיט גאנס. דער גוי וועלכער האט געקלינט די ביהמ"ד איז אויך געקומען מיט א גאן.

נאכדעם איז געשעהן אן ערנסטער אינצידענט, וואס דאן האט די רעגירונג אריינגעברענגט די ארמיי אין די אידישע געגנט. כמעט אויף א יעדן קארנער זענען געווען צוויי סאלדאטן מיט זייערע גאנס. ס'געווען א איד וועלכער האט געפיהרט זיין ווייב אין שפיטאל. און ער האט געפיפן פאר א סיטי באס וואס איז געשטאנען פאר איהם אז ער זאל זיך רוקן ווייל ער האט אן עמערדזשענסי, איז דער באס דרייווער אראפגעלאפן פון באס און ער האט געשטאכן דעם איד מיט א מעסער וואס ער האט געהאט באהאלטן אונטער זיין סיעט. און דער איד איז נעבעך געשטארבן...!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 2:20 am

· #308390
ייש"כ. למעשה די רעגירונג אליין איז גראדע יא געווען סימפאטיש צו אידן, נאר די לאקאלע פאליס דעפארטמענט זענען געווען גרויסע שלימזלנים. כ'געדענק, אז אין אנהייב האבן זיי געהאט פורימ'דיגע יוניפארמס. אלט, אויסגעריבן און גלאנציג. נאר שפעטער האבן זיי באקומען יא עפעס בעסערע יוניפארמס און זיי האבן אויסגעזעהן מער רעספעקטפול. און א פאליסמאן האט פארדינט ווייניגער פון א גאסן קערער.

נאר אויב מיר מיינען אז אין דעם גרויסן, פיינעם און שטארקן ניו יארק, יו.עס.עי. איז נישט דא קיין הויכראנגיקע חברה אין די פאליס דעפארטמענט וועלכע זענען סימפאטיש צו די אלטע נאציס וועלכע זענען נאכנישט גע'פגר'ט, מאכן מיר אויך א טעות. איך ווייס אז יא, מפני מעשה שהיה, ואכמ"ל...!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:26 am

· #308404
נאך אן אינטרעסאנטער פאקט בשייכות מיט דעם קלימאט אין אורוגוויי: ווען אין רוב וועלט איז זומער, איז דאך דארט ווינטער. האט זיך געמאכט א שאלה וועגן זאגן "ותן טל ומטר"... אבער מ'קען דאך נישט זאגן ותן טל ומטר ווען אין די גאנצע וועלט און אין ארץ ישראל איז אינמיטן זומער.
האבן די לאקאלע רבנים אנגעפרעגט ביי די גדולי הפוסקים פון יענע צייט. און זיי האבן גע'פסק'נט אז די איינוואוינערס פון יענע מדינות זאלן עס זאגן ביי "שמע קולינו"... כי א-ל שומע תפילות ותחנונים אתה... ותן טל ומטר לברכה...!

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:40 am

· #308408
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
וואס איז די מעשה שהי׳ ? האסט מיר געמאכט נייגעריג

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:44 am

· #308410
ירא שמים
וואס איז די מעשה שהי׳ ? האסט מיר געמאכט נייגעריג

ירא שמים: דו מיינסט דא פון אמעריקע...?

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:51 am

· #308411
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
יאפ

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 11:46 am

· #308417
ירא שמים
יאפ

ומעשה שהיה כך היה: איינמאל, אין א פרייטיג נאכמיטאג מיט בערך 25יאר צוריק, ווען כ'האב אהיימגעפיהרט די קינדער פון חדר, איז אויף איינס פון די גאסן געווען א דאבל פארקט קאר. ס'איז געווען א שמאל פלאץ. ספעציעל פאר א באס אדורכצופארן. אבער איך האב עס אדורכגעמאכט בשלום. איך בין נישט אפגעפארן קיין צוויי בלאקס ווען כ'האב באמערקט צוויי פאליס קארס מיט די בליטשקענדיגע לייטס נעמען מיך ארום. די ערשטע פאליס וואס איז ארויסגעקומען מיך מקבל פנים זיין איז געווען א פאליס-לעידי. נאכ'ן געבן איהר מיין לייסנס און רעגיסטרעישן האביך געפרעגט די בהמה'שע שיקסע..."מה פשעי, ומה חטאתי כי דלקת אחרי"... דאס ערשטע ווארט וואס זי האט געזאגט איז געסטראשעט אז איך קען ווערן ארעסטירט. האביך זי געפרעגט...פארוואס...? האט זי געענטפערט ...":היט ענד ראן" האביך געזאגט..."לאמיר צוריקגיין צו דעם פלאץ"...וואס דו זאגסט אז איך האב אנגעקלאפט און גע'דעמעדזשט דעם קאר. האטזי מיך נאכאמאל געסטראשעט אז איך קען ווערן ארעסטירט. האביך געזאגט..."דאמאלס ברענג אהער דעם מענטש מיט זיין קאר". סוכ"ס איז דער גוי געקומען צו פאהרן און ער שרייט אויף מיר אז איך האב איהם געדעמעדזשט זיין קאר. האב איך געזאגט צו איהם. גוט. ווייז מיר די דעמעדזש. איך האב אינשורענס. האט ער מיר געוויזן א צובראכן שטיקל פלעסטיק (ריפלעקטאר) פון מיין באס וואס איז ארויפגעפאלן אויף זיין קאר. ווען כ'האב איהם נאכאמאל געזאגט..."ווייז מיר די דעמעדזש" האט ער זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר און אוועקגעפארן. די פארשאלטענע פאליס האבן אויכעט אפגעצויגן אן זאגן א ווארט.
נאכמער. ווען כ'האב געפארקט דעם באס ביי די ישיבה האביך באגעגנט א יונגן שייגעץ וועלכער האט געוואוינט בשכינות פון די ישיבה. ער איז געווען א טרענזיט פאליס און כ'האב איהם פארציילט די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז ער האט אויך באקומען דעם קאלל אויף זיין ראדיא.
דער גוי, וועמענ'ס קאר איז געווען דאבל פארקט איז געווען א מזרח-אייראפע'אישער. כ'מיין פון די ליטא. און באוואוסט אלס גרויסער אנטיסעמיט, וועלכער האט אנגעטון צרות פאר זיינע אידישע שכנים... ווען איך האב געפרעגט איינעם פון די יודעי דבר, האט ער מיר געזאגט אז דער גוי האט אינסייד קאנעקשנס אין די נ.י.פ.ד...ווייל אפילו אויף א 911 קאלל קומען זיי נישט אזוי שנעלל.!
איך האבמיך געוואונדערט וויאזוי די פאליס זענען אזוי שנעל געקומען. און מיט אזא כח. כאילו מ'רעדט דא פון עפעס א גרויסן פארברעכער.

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:43 pm

· #308430
יישר כח ר' בערל, אונז האבן זייער הנאה, זיי ממשיך מיר ווארטן.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:27 pm

· #308442
געוואלדיג
יישר כח ר' בערל, אונז האבן זייער הנאה, זיי ממשיך מיר ווארטן.

געוואלדיג: ייש"כ.עד כאן, די אמת'דיגע מעשיות. אויב ווילסטו אויפגעמאכטע מעשיות, קען איך פארציילן פאר די נעקסטע דריי יאהר...שטייצעך דאס נעמט נישט אריין מיינע זכרונות פון די שטאט מאנטעווידעא. דאס גייען מיר אי"ה ממשיך זיין ברוב עוז ותעצומות... 😃

לית דין בר נש » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:06 pm

· #310150
@berlbalaguleh עס איז שוין גאנצע צוויי וואכן זייט אייער לעצטע אפדעי"ט
איך וואלט זייער געוואלט בעטן אז כדאי דער אשכול זאל בלייבן לעבן זאלט איר יעדן טאג ארויפלייגן א אפדעי"ט, אפי' א קורצע איז אויך גוט
איך ווייס אז איר דארפט פירן די קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה אבער איר דארפט אויך איבערגעבן פאר די נייע דור וואס די וועלט איז אמאל גיוועהן
און ספיציעל אז איר חלומ'ט שוין אז איר זענען געשטארבן דארפט איר זיכער אריינכאפן, אם לא עכשיו אימתי?
בלאט: 1 2