את אשר התרת אסרתי...
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9753
את אשר התרת אסרתי...
עס איז פיל מאל קאמיש צו זען ווי דער עולם גולם זענען מקפיד אויף געוויסע חומרות און די זעלבע צייט מקיל אויף קלארע הלכות. איך האב אסאך דוגמאות, וזה החלי בעזה"ש:
1. ער האט קיין שום פראבלעם צו טרינקן קאווע מיט צוקער פארן דאווענען, אבער ח"ו מיט די תפילין.
2. קיין פראבלעם צו שלאפן חוץ לסוכה, נאר צו טרינקן א גלעזל וואסער.
3. ער וועט ספענדן 200 אויף אן אתרוג, אבער פאר א צדקה זאמלער וועט ער געבן א דריי מיט די הענט. (אגב קרענקט מיר ווען איך זע אסאך מאל עשירים וואס קענען זיצן אויף פארמעגנס אין די 9 ציפערן, אבער זיי מיזן בעטן טשעינדז פון די דאלאר וואס זיי גיבן פאר א גרויע בארד. אה, יעצט גייט ער רייך ווערן! פוי)
4. די ערשטע טאג סליחות- מען קען טאפן די התעוררת אין די ליפט. עשי"ת אפגעכיפערט סליחות 9 אזייגער
5. בהלכות נדה איז מען מגבב חומרות ע"ג חומרות, מען דארף ארומלויפן פרעגן צו בין השמשות קען מען רעכענען פון די 5, ממש געפערליך. און הלכות שבת קען מען מיט א דריי מיט די הענט זאגן נע דאס איז נישט בורר.
קיין פראבלעם מיט זמן תפילה, אבער ביי קידוש לבנה מוז למען השם האבן מנין...
ועוד חזון למועד
מזמור שיר ליום השבת - געזאגט ווערנדיק שפייסצונאכטס, איזט זי מיט זאו אן התלהבות. שבת פרי-בעגין צום יום, שפירן עס קוים די שטימבענדער.
Re: את אשר התרת אסרתי...
6. דאס גייען אין מקוה פאר'ן דאווענען ווען דערמיט פארשפעטיגט מען זמן ק''ש
7. גזל עכו''ם (און אסאך מאל ישראל אויך) וואס מ'ניצט דער געלט אויף 'צדקה'
8. דאס קויפען א יאנאווער אתרוג מיט א שטארקער חשש מורכב (דוכט זיך דער היתר איז א שטיקל תורה) ווי איידער אן א''י'דיגע וועגען 'חשש ציונות'.
9. מיקל זיין אויף דער מחבר וואס הייסט נישט ווארטען קיין משהו ביי די מצות, כדי ס'זאל זיין גענוג ער''פ מצות.
10. בארעדען און באשייגעצען א ת''ח, וואס דאס איז אן איסור תורה, וויבאלד יענער האלט נישט פון מיין רבי (וואס דאס איז ניטאמאל א הנהגה טובה)
@ליטוואק פון בודאפעסט די שרייבסט מלא אגענדעס
Re: את אשר התרת אסרתי...
ביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.
בן נריהומזמור שיר ליום השבת - געזאגט ווערנדיק שפייסצונאכטס, איזט זי מיט זאו אן התלהבות. שבת פרי-בעגין צום יום, שפירן עס קוים די שטימבענדער.
וועלקאם בעק,
@בן נריהוגיין צום ביעטש אין פלארידא אבער ח"ו נישט גיין צום כותל
ליטוואק פון בודאפעסטביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.
מיר אינערסירט בכלל נישט ענקע הנהגה מיין שאלה איז נאר פארוואס אייך אינערסירט אונזער הנהגה?
ליטוואק פון בודאפעסטבארעדען און באשייגעצען א ת''ח, וואס דאס איז אן איסור תורה, וויבאלד יענער האלט נישט פון מיין רבי (וואס דאס איז ניטאמאל א הנהגה טובה)
און פונקט אזוי בארעדן אן ערליכער איד ווייל ער גייט אין מקוה שבת אינדערפרי, און די נישט!
השמע לאזנך מה שאתה מוצא מפיך
Re: את אשר התרת אסרתי...
דאס איז דיין אגענדע? אז איך זאל זיך אפפיצען?
און בן אדם איך ווייס נישט דיין פראבלעם. דער תורה גיבט א ספעציעלע מעמד פאר א שבת-אינדערפרי-מקוה-גייער? פאר א תלמיד חכם האט דער תורה יא א ספעציעלען מעמד. דאס נישט קענען דער חילוק איז א טייל פון די 'את אשר התרתי אסרת' באוועגונג.
אז די עשרת הדברות וואלטן געשטאנען אין צוואת ריה"ח וואלטן אידן מקפיד געווען (בשם הקאצקער?)
ליטוואק פון בודאפעסטדאס איז דיין אגענדע? אז איך זאל זיך אפפיצען?
what???
און בן אדם איך ווייס נישט דיין פראבלעם. דער תורה גיבט א ספעציעלע מעמד פאר א שבת-אינדערפרי-מקוה-גייער?
ניין. אבער פאר איינער וואס פירט אזוי איין יא
פאר א תלמיד חכם האט דער תורה יא א ספעציעלען מעמד.
פון דעם רעד איך
דאס נישט קענען דער חילוק איז א טייל פון די 'את אשר התרתי אסרת' באוועגונג.
oh yehRe: את אשר התרת אסרתי...
ווי אין תורה שטייט אז דער וואס פיהרט איין גייען אין מקוה קדוש יאמר לו? לעבען דעם וואס ס'שטייט א סוף זמן תפלה אז מ'זאל קענען דרשנ'ען סמוכים?
מקור פון מקוה שבת אינדערפרי איז ר"ח וויטאל.
(איך ווייס נישט ווער ס'האט דיך פארציילט אז מ'איז נישט מקפיד אויף סוזק"ש)
ליטוואק פון בודאפעסטביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.
ליטוואק ביסט גערעכט ביי ענק קען מען אזאנס נישט טרעפן ווייל ווען עטס טרעיטס אויף עפעס זאגסט עטס אז דאס איז א "מצוה" גאר
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך האב גערעדט פון די וואס פארשפעטיגען טאקע. וואס האט עס מיט ר' חיים וויטאל?
און דוכט זיך די גדלות פון ר' חיים וויטאל האט נישט מיט'ן מקוה איינפיראכץ
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב גערעדט פון די וואס פארשפעטיגען טאקע. וואס האט עס מיט ר' חיים וויטאל?
איז האלט זיי טאקע פאר אדער מאך גרויסע קול קורא'ס
און דוכט זיך די גדלות פון ר' חיים וויטאל האט נישט מיט'ן מקוה איינפיראכץ
ס'האט נישט. ער האט עס מסתם בטעות איינגעפירט
Re: את אשר התרת אסרתי...
דוכט זיך איינער פארשטייט נישט די צווייטע דא. מ'רעדט פון מענטשען וואס האבען א סתירה'דיגע הנהגה און זייער חומרות זענען גאר קולות. איינער פון זיי איז א מענטש וואס גייט שפעט אין מקוה (איך האב נישט דוקא גערעדט פון שבת) און וויבאלד ער איז 'מקפיד' נישט צו זאגען דברים שבקדושה פאר'ן מקוה, א זאך וואס דער שו''ע זאגט איז מותר, דעריבער פארשפעטיגט ער זמן ק''ש ותפלה.
ר' חיים וויטאל האט אפשר יא אפשר נישט איינגעפיהרט דאס גייען אין מקוה. אבער דער דרך ארץ וואס מ'האט פאר איהם איז נישט צוליב דער איינפיראכץ.
אז ס'איז נאך אלס אומקלאר, קען איך איבערשרייבען אויף ענגליש/לה''ק/פראנצויזיש
טמירעס איז פיל מאל קאמיש צו זען ווי דער עולם גולם זענען מקפיד אויף געוויסע חומרות און די זעלבע צייט מקיל אויף קלארע הלכות. איך האב אסאך דוגמאות, וזה החלי בעזה"ש:
1. ער האט קיין שום פראבלעם צו טרינקן קאווע מיט צוקער פארן דאווענען, אבער ח"ו מיט די תפילין.
הקדמה: אמאל איז דא אפענע הלכות, און אמאל איז דא באהאלטענע הלכות. אויף אפענע הלכות פראבירט נישט די מענטש, אבער אויף באהאלטענע איז מען זיך מתיר. וויבאלד מען האט מקיל געווען קאווע, ווארפט מען שוין אריין א ציקער. אבער אויף תפילין איז נישט דא עכט קיין היתר צו עסן.
2. קיין פראבלעם צו שלאפן חוץ לסוכה, נאר צו טרינקן א גלעזל וואסער.
עס איז דא אסאך וואס האלטן אז וואסער מעג מען טרינקן חוץ לסוכה. עכ"פ דער וואס טרינקט וואסער האט זיך אויף וואס סומך צו זיין.
3. ער וועט ספענדן 200 אויף אן אתרוג, אבער פאר א צדקה זאמלער וועט ער געבן א דריי מיט די הענט. (אגב קרענקט מיר ווען איך זע אסאך מאל עשירים וואס קענען זיצן אויף פארמעגנס אין די 9 ציפערן, אבער זיי מיזן בעטן טשעינדז פון די דאלאר וואס זיי גיבן פאר א גרויע בארד. אה, יעצט גייט ער רייך ווערן! פוי) גוטע הערה. אבער איך גלייב נישט אז דוקא די חסידים זענען געשלאגן דערמיט.
4. די ערשטע טאג סליחות- מען קען טאפן די התעוררת אין די ליפט. עשי"ת אפגעכיפערט סליחות 9 אזייגער
לאז כאטש איין טאג מיט התעוררות. בעסער קיין איין טאג? און וואס איז, דער ערשטע טאג טראגט מער א התעררות. דאס איז אבי גערעדט האלט איך.
5. בהלכות נדה איז מען מגבב חומרות ע"ג חומרות, מען דארף ארומלויפן פרעגן צו בין השמשות קען מען רעכענען פון די 5, ממש געפערליך. און הלכות שבת קען מען מיט א דריי מיט די הענט זאגן נע דאס איז נישט בורר.
דאכט זיך מיך אז נדה איז כריתות, סא דער מענטש פילט א גרעסערע התחייבות. און גערעכט, עס איז די זעלבע תורה, און זעלבע הלכות.
קיין פראבלעם מיט זמן תפילה, אבער ביי קידוש לבנה מוז למען השם האבן מנין...
זמן תפלה איז קאנערווערסיעל ביי חסידים. אבער עס מיינט נישט אז וויבאלד זיי האבן זיך מורה היתר געווען פאר דעם דארפן זיי נאכלאזן פון אלעס.
ועוד חזון למועד
יעצט
איינמאל גיי איך מיך אננעמען פאר די חסידים.
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך ווייס נישט קיין גרויסע איסור צו טרינקען מיט די תפלין, און דו ווייסט נישט קיין היתר
דער סוכה איז פארקערט. מענטשען זענען גרייט צו שלאפען אינעווייניג אין שטוב, אבער זענען מקפיד אויף טרינקען וואסער כאילו ס'איז א חיוב
דער גאנצע נושא איז לאו דוקא א חסידיש'ע קרענק. עמהארצים וואס פיהרען נישט זייער לעבען עפ''י די תורה וואס מ'לערנט, נאר לויט געזעלשאפטליכע נארמען, אפילו מ'פראבירט עס אנצוגעבען א נאמען 'מסורה', בלייבען פארגרייזט.
שבת איז אויך כריתות. אינטרעסאנט אז מ'דארף עס דערמאנען.
Re: את אשר התרת אסרתי...
אה קעי, עס איז ארויפגעפארן אויף די רעלסן...
איך ווייס נישט וועלכע עידזש מענטשען שרייבען דא,סירעיוסלו זייט מיין זיידע איז נפטר געווארען האב איך שוין נישט געהערט די ווארט חסיד ליטוואק.
(אדער ווען איך פלעג גיין צו פארברענגען און קראון הייטס)
איך זעע ממש נישט קיין שום דיפרענץ,
מלערנט עיון און סקווער,און מכיפערט דרשו בלעטער און לעיקוואד.
מטיילט כוס של ברכה פון ר״ח קנייבסקי,און באבוב 45 רבי זאגט א שיעור כללי.
מפראסקעט זיך צווישען די גדולים,און ברידער רעביס קושען זיך און וויזניץ.
כוללים זענען פיהל ביי ביידע,ווייבער מאדאלען איז דא ביי ביידע ב״ה.
אט״ד איז דא ביי ביידע,איך ווייס באמת נישט אויף וועלכע וועלט דער ליטוואק און משזר לעבן.
רעביס און ראשאשיבעס קושען זיך טעגליך ביי די פארשידענע מאורעות וואס קומען פאר בחצרותיהם ובטירותיהם.
סאיז דא צווישען רעביס און די ראשי ישיבות גאר חשובע מענטשען,און סאיז דא אזאנע וואס האבען נאך א וועג צוגיין.
דיר ליטוואק דערמאנט מיר פון דיע איינזאמע יאפאנע סאלדאט וואס האט געפירט מלחמה מיט אמעריקא פאר דרייסיג יאר ווען קיינער האט שוין נישט געדענקט בכלל פון קיין מחלוקת.
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך פיהר א מחלוקת? איך האב צוגעלייגט צום אשכול. פערצופאל האבען אלע זאכען געגילט ביים חסידישע געזעלשאפט. דער וואס וויל צולייגען פון ערגעץ אנדעריש, זאל ער טוהן ווי ער וויל.
אגב, דער איסור דאורייתא פון גילוח הזקן, ווי מ'טוט עס אין ישיבות, ווייס איך נישט. דער דאורייתא פון כשרות ווייס איך אויך נישט. אין תורה שטייט 'היימישע הכשר'. אויב מ'וויל רעדען איז פארקערט. מחמיר זיין אויף חלב הקאמפאני'ס וואס איז א חומרא אין א דרבנן, און אויף חדש איז מען גאנצליך מיקל. דער מצוה דאורייתא פון צניעות איז מיר אויך א חידוש. ווי אין מנין המצוות צו וואס האסטו געטראפען אזא מצוה, און וועלכע 'קולות' אין מיין געזעלשאפט רירען אן א דאורייתא?
איין זאך וועל איך דער געבען, נאר ס'באלאנגט נישט אזוי דא. ווען מ'האט אנגעהויבען גאלען די בערד אין ישיבות, איז עס געווען א חלק פון א חינוך אויפצוהויבען דער מוט פון לומדי תורה דורך א לייטישע חיצוניות, א מענטשליכע געשטעל. היינט גאלט מען זיך איין מאל א וואך, מיט א טרימע''ר וואס לאזט איבער, נישט דער סם וואס גאלט עס אינגאנצען (אלס בחור האב איך גענוצט טאקע די סם, פראבירט'ס נישט, ס'איז געפערליך) און מ'גייט אנגעטוהן ווי א שלאך. אבער מ'האלט נאך אן די הייליגע מנהג אבותינו פון שערען די בארד. ס'האט נישט קיין פשט, אבער ס'איז נישט קיין איסור, ווי אויך נישט קיין ענין, וכמו''ש החת''ס בתקיפות.
Re: את אשר התרת אסרתי...
שערן די בערד איז געווען א אפיציעלע זאך מטעם די ראשי ישיבות? ווער און ווען האט מען דאס איינגעפירט?
א ענין איז עס פון זהר הק׳ און אין א״י זיכער…
און וואס איז דאס חלב הקאמפאניס?
Re: את אשר התרת אסרתי...
שערן די בארד איז געווען איינגעפיהרט אין סלאבאדקא און מיר אין יוראפ. דער אלטע פון סלאבאדקא האט עס שטארק געמאנט ביי די בחורים.
דער זהר איז א נערישע צושטעל, ווי אויך נישט קיין הלכה. פארוואס זאל מען טראכטען אז דער זהר מיינט עפעס א חוץ דער איסור תורה, וואס דאס איז נאר גילוח כעין תער? און באופן כללי קען מען וויסען אז דער זהר איז נאר א מאמר חז''ל. פונקט ווי א גמרא איז נישט דער ענדגילטיגע פסק, נאר מיט פירושי הראשונים און הכרעת האחרונים, איז דער זהר נישט אנדעריש. און ווען אין שו''ע ווערט געפסקנ'ט אז מ'מעג, און דער חת''ס שרייבט אז פארטרייבען א שוחט פאר'ן נישט האבען א בארד איז 'עתיד ליתן את הדין', איז דער באשולדיגען מענטשען פאר'ן מיקל זיין אויף א דאורייתא א טעות.
חלב הקאמפאני'ס איז ר' משה'ס נאמען אויף וואס ווערט היינט אנגערופען 'חלב סתם', הייסט'ס אז מ'ווייסט פון די רעגירונג אז קיין חלב טמא איז נישט דארט, צו מ'קען זיך פארלאזען לגבי דער איסור פון 'חלב שחלבו עכו''ם ואין ישראל רואהו'. דער חזו''א און ר' משה זענען מתיר, ווי אויך אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא פון פאר'ן קריג, וואס זענען נישט אזוי מפורסם. דער איינציגסטע חולק הראוי לחלוק איז דער חתם סופר וואס זאגט גאר א שווערער פשט אין די גמרא. מ'מוטשעט זיך שטארק איהם צו פארשטייען, און דער סבה וואס מ'איז למעשה מחמיר ביי אונז איז ווייל 'הואיל ונפיק מפומיה דחת''ס'.
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך מיין עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א חסידים vs ליטווישע אשכול און אויפהערן רעדן פון דעים און אנדערע אשכולות
Re: את אשר התרת אסרתי...
מענטשען האבען קאמפלעקס'ן. ווען איך האב אן אנדערע ניק וואלט מען גע'ענטפערט און געהאנדל'ט ווי ערוואקסענע, לגופו של ענין
ליטוואק,
אדרבה מאך א פרויבע,קום אריין מיט א צווייטע ניק,און לאמיר זעען אם ניקא קא גרים אדער דער מענטש ביהיינד די ניק קא גרים.
ליטוואק פון בודאפעסטביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.
יא: שקיעה מיט חלב עכו"ם/סתם...אט די זעלבע מענטשן וועלכע ציטערן אוועק פאר א שקיעה, טרונקען חלב עכו"ם אן קיין שום הארץ קלאפעניש'ן און זיי פאררופן זיך אויף א ר' משה פיינשטיין'ס א היתר פון מירתת...!
Re: את אשר התרת אסרתי...
בערעל - ווילסט רעדען אין לערנען?
ליטוואק פון בודאפעסט: איך זעה אז סוף כל סוף, דער מאמר הידוע (נישט דער חטא הידוע... :lol ) אז א יעדער ליטוואק האט א צלם אין הארצן. אז מ'וועט אויפשניידן וועט מען דארט טרעפן א צלם. און אויב נישט ...וגו' , איז אמת. ערשטנס, דו מאכסט אוועק א זוה"ק ווי גלייך ס'וואלט געווען א שטיקל..."איד" אדער ..."בלאט". צווייטנס: דו ברענגסט נאך א פסק פון חת"ס, ווען ס'טויג פאר דיינע אינטרעסן. און מניה וביה מאכסטו איהם אוועק אלס אן אונגארישער, חסיד'ישער רב...! און נאכדעם קאמפלעינטסטו נאך אז מ'דיסקרימינעיט אקעיגן ליטוואקס...היתכן פאראדאקס (פאראד-אקס) גדול מזה...?
ליטוואק פון בודאפעסטבערעל - ווילסט רעדען אין לערנען?
יא: נאר נישט אין קאווע שטיבל. און נישט מיט דיר... 😂 🙄
Re: את אשר התרת אסרתי...
ווען דער חת''ס איז נאר אן 'אונגארישער-חסידישער מו''צ' איז הואיל ונפיק מפומיה אויך נישט אינטרעסאנט. נאר ווייל ער איז דער חתם סופר, דעריבער אפילו א מחודש'דיגער פסק זיינער וואס שפעטערע גדולי הפוסקים האבען נישט אנגענומען, נאך אלס א מקום להחמיר
Re: את אשר התרת אסרתי...
די פרויען גייען מיט שייטלען, אבער נישט מיט הויזן [emoji3]
ע"פ הלכה טרעפט מען נישט קיין פראבלעם מיט הויזן, אבער שייטלען איז זייער שווער צו מתיר זיין בפשטות
פארפאלן, אפילו @ליטוואק וועט מוזן צוקומען צו דאס ווארט פון ר' יענקעלע: די שו"ע איז געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה
Re: את אשר התרת אסרתי...
דו מיינסט דער שו''ע וואס איז מתיר שייטלען? רמ''א אין סימן ע''ה, ועיי''ש במ''ב.
פערצופאל בין איך לעצטע וואך געווען ביי א שמחה, וואס הגאון ר' ראובן פיינשטיין איז געווען דארט. איך האב געהערט ווי איינער פרעגט איהם א שאלה און תוך דבריו זאגט יענער אז דער עולם איז 'נוהג' עפעס. זאגט ר' ראובן "איך ווייס ניט וואס דאס ווארט 'נוהג' מיינט", ודפח"ח.
Re: את אשר התרת אסרתי...
זעט אויס אז הרב פיינשטיין לערנט נישט קיין רמ״א…
מסתם איז דער שואל געווען אזא האלבע חסיד און ר' ראובן האט עם געוואלט אביסל צופיקסען. דארף מען פרעגען ביי ר' דוד'ן
Re: את אשר התרת אסרתי...
שער באשה ערוה איז נישט קיין גזיה"כ, עס האט א סיבה, וזיל בתר טעמא. איי די רמ"א? מוז מען זאגן אז עס האט אויסגעזען אנדערש, און עס איז נישט געווען אזוי שיין.
עס איז איטערעסאנט ווי אלע אויפגעקלערטע חכמים ווען ביי דעם פלוצלונג תמ'וואטע און שרייען רמ"א רמ"א מיט די קאפ אין וואנט
עס איז ידוע דער מאמר החכם:
פארן מיט א טראמוועי (טרעין) שבת, איז כמעט נישט דא קיין איסור, אבער דער וואס טוט עס איז א גראבער שגץ
גיין אין א הייסע מקוה שבת אינדערפרי איז כמעט נישט דא קיין היתר, און דער וואס טוט עס הרי זה משובח!
יא יא, אזוי גייט עס, מ'קען טאקע עפ''י הלכה אנווייזן אז דאס איז הארבער און דאס לייכטער אדער מותר אבער הנח להם לישראל אם לאו נביאים הם בני נביאים הן...
יעדער וועט פארשטיין אז איינער וואס רעד אמאל ביי קדיש וועלכער איז א גרויסער איסור אבער לייידער דרסו בה רבים און יענער ווערט נישט דערפון אסור לבוא בקהל, משא''כ ווען א איד שמיעסט אינמיטן כל נדרי, וואס ס'איז נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם איז עס א שטארקע סימן מובהק אז ער איז פושע און אויסווארף ואידך פירושא זיל גמור...
צדיקים פלעגן זאגן, א איד וואס גייט אן א קאפל (לית שום איסור בדבר) מאכט אים ניטש קיין גוי אבער א גוי גייט אן א קאפל
Re: את אשר התרת אסרתי...
זייער שיין און אמת. דאס איז נכלל און ר' יענקעלעס אויבנדערמאנטע ווארט
חסיד, על זה דווה לבנו, עס איז א פארדרייטע אידישקייט בלויז מיט געפילן אן קיין הלכות, אין הימל קוקט מען נישט אזוי, אז קדיש איז הארבער ווי כל נדרי דאן איז עס הארבער, פינטל. די הלכה טוישט זיך נישט ווייל ביי כל נדרי האט מען א ווייסע קיטל.
ביי אונז דזשאדזשד מען אידישקייט לויט אונזערע פארדרייטע חינוך גלעזער. מען טוט "שיינע שידוכים", הו קעירס ווי פארדארבן מען איז אינווייניג, דער עיקר איז אז מען האט א גוטן נאמען און די חיצוניות קלאפט. און די זעלבע ביי אננעמען קינדער/משפחות אין די מוסדות.
Re: את אשר התרת אסרתי...
דו מישט יוצרות. עס איז דא אזא זאך ווי אם אינם נביאים בני נביאים הם. און עס איז דא א פראבלעם פון חיצוניות אהן פנימיות
Re: את אשר התרת אסרתי...
דער 'זאך וואס הייסט אם אינם נביאים וכו'' איז א טפל שבטפלים וואס כתות פון עמי הארץ האבען געשטעלט פאר אן עיקר. ביז מ'האלט אין א מצב אז דער וואס קען סוגיות מיט ראשונים, טור ב''י און שו''ע מיט נושאי כלים איז גאר דער שוואכע מ''ד, נאר די באבע מיט איהר אומוויסענדער פיראכצען פון דער 'הייליגע היים', איז גאר דער וויכיגסטע שטימע אין צימער. אונז זע'מיר דער אויסגעצייכענטע פאלק, נישט וועגען אור-אלטע טראדיציע'ס, נישט פאר אונזער אייגענארטיגע ניגונים און נישט רעצעפטען פאר מאכלים. נאר ווייל אונז הא'מיר א תורה און מ'פיהרט זיך על פיו.
און דאס נישט זוכען אין תורה צו וויסען וואס צו טוהן איז א סילוף הדת והדעת, און קיין שום ר' יענקעלע אדער ר' ישעיה'לע צו איך ווייס ווער קען אונטערברענגען דער יסוד פון די גלויבונג.
און דעריבער טאקע איז אנאנים אנטלאפען ווען מ'האט איהם אויפגעוויזען די עמהארצות פון זיין מאכען דאורייתא'ס פון הנהגה'לעך, די ליצנות פון זיך בארימען מיט זיין עניוות אויף יענעמ'ס גאווה (וואס איז פון גארנישט באשטעטיגט) און די קטנות פון די א.ג. חומרות אין כשרות וואס זענען געזויגען פון די ביזנעס אינטערעס'ן פון אפאר באקאנטע עמי הארץ.
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך האב נישט געזאגט אז מנהגים עגזיסטירען נישט, נאר אז ס'איז א טפל. און ר' משה האט טאקע אן אריכות אין דעם, דאס אז מ'פיהרט זיך אזוי איז איהם נישט גענוג געווען, וכמושנת''ב.
שמעקעדיגחסיד, על זה דווה לבנו, עס איז א פארדרייטע אידישקייט בלויז מיט געפילן אן קיין הלכות, אין הימל קוקט מען נישט אזוי, אז קדיש איז הארבער ווי כל נדרי דאן איז עס הארבער, פינטל. די הלכה טוישט זיך נישט ווייל ביי כל נדרי האט מען א ווייסע קיטל.
ביי אונז דזשאדזשד מען אידישקייט לויט אונזערע פארדרייטע חינוך גלעזער. מען טוט "שיינע שידוכים", הו קעירס ווי פארדארבן מען איז אינווייניג, דער עיקר איז אז מען האט א גוטן נאמען און די חיצוניות קלאפט. און די זעלבע ביי אננעמען קינדער/משפחות אין די מוסדות.
ר' שמעקעדיג, נאר צו שטארקן מיין נקודה, צוויי אינגערלייט, איינעם האסטו געזען רעדן ביי קדיש און דעם צווייטן ביי כל נדרי, וועמען וואלסטו זיך משדך געוועהן מיט? וועלכען וואלט אייך מער געארט ווען ס'איז דיין זוהן'ס מלמד? אויף וועלכען וואלסטו געזאגט אז ער איז גאר ווייט פארפארן?
יעצט כ'מיין נישט חלילה צו זאגן אז מ'מעג רעדן ביי קדיש אבער דער נקודה איז אז אידישקייט איז דייקא יא א געפיל זאך ווי איידער א בוך פון געזעצן!
די משלים זענען גאר ברייט אבער עס איז דא א מציאות פון ליידער מוטב שיהי' שוגגין, און עבירות חמורות- ווער זאגט אז חילול שבת וועלכער איז מנסח יינו ואוסר פתו איז הארבער ווי לשון הרע (דער עונש ווייזט עפס, אבער אעפי''כ) וד''ל
חסידשמעקעדיגחסיד, על זה דווה לבנו, עס איז א פארדרייטע אידישקייט בלויז מיט געפילן אן קיין הלכות, אין הימל קוקט מען נישט אזוי, אז קדיש איז הארבער ווי כל נדרי דאן איז עס הארבער, פינטל. די הלכה טוישט זיך נישט ווייל ביי כל נדרי האט מען א ווייסע קיטל.
ביי אונז דזשאדזשד מען אידישקייט לויט אונזערע פארדרייטע חינוך גלעזער. מען טוט "שיינע שידוכים", הו קעירס ווי פארדארבן מען איז אינווייניג, דער עיקר איז אז מען האט א גוטן נאמען און די חיצוניות קלאפט. און די זעלבע ביי אננעמען קינדער/משפחות אין די מוסדות.
ר' שמעקעדיג, נאר צו שטארקן מיין נקודה, צוויי אינגערלייט, איינעם האסטו געזען רעדן ביי קדיש און דעם צווייטן ביי כל נדרי, וועמען וואלסטו זיך משדך געוועהן מיט?
אין מביאין ראיה מן השמעקעדיגס.
Re: את אשר התרת אסרתי...
דער קאצקער האט געזאגט, אז א רעדט ביי קדיש, נו, איז עס א קשיא אויף אים, אבער א איד וואס רעדט פרייטאג צו נאכטס ביי הודו, דער איז אינגאנצן אן אפגעפרעגטער.
רימוןדער קאצקער האט געזאגט, אז א רעדט ביי קדיש, נו, איז עס א קשיא אויף אים, אבער א איד וואס רעדט פרייטאג צו נאכטס ביי הודו, דער איז אינגאנצן אן אפגעפרעגטער.
מקור?
Re: את אשר התרת אסרתי...
אינטערעסאנט, קדוש קדוש וגו' וואס איז פון די סאמע הייליגסטע זאכן וואס מען זאגט כיפערט מען אפ, און דאן ביי אז בקול רעש גדול וואס איז ארגינעל ניטאמאל נתקן געווארן פאר יעדן צו זאגן, (נאר פאר די בע"ת) דעמאלט צוזינגט זיך דער עולם בקול רעש גדול בהתלהבות.
אגב, איינער ווייסט אפשר ווער זענען די "אדיר וחזק" וואס זענען אזוי משמיעים קול??