☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » את אשר התרת אסרתי...

את אשר התרת אסרתי...

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9753
בלאט: 1 2

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:09 am

· #317080
א אלטע פולמוס כידוע, וכנראה כוונתך לזה, איז זיי ביטע מרחיב את הדיבור,

מיט דאנק.

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:12 am

· #317082
אופנים וחיות

איש חזון » מיטוואך יאנואר 13, 2016 4:51 pm

· #317327
ירח בן יומו
אופנים וחיות

דאס איז טאקע א זיסע השערה, אבער כ'געדענק אז עס זענען פארהאן ראיות צום נוסח הידוע "אדיר וחזק".
בייגעלייגט איז א שטיקל וואס כ'האב געטראפן אין מיין פיסי. כ'דענק נישט יעצט וואס ווען וואו.
📎 אדיר וחזק.pdf

ירא שמים » מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:29 pm

· #317340
Re: את אשר התרת אסרתי...
כזעע נישט וואס די פראבלעם פון אדיר וחזק איז, סגייט ארויף אויפן קול, די קשיא זיינע איז נאר פארוואס די אופנים ווערן נישט דערמאנט, אגב שחרית אינדערוואכן איז אויך אזוי די שרפים ווערן דערמאנט און נישט די חיות.

טמיר » מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:38 pm

· #317342
Re: את אשר התרת אסרתי...
מיין קשיא איז פארוואס מען כאפט עס צאם מיט משמיעים קול ווען עס איז מחובר צו בקול רעש גדול.
כ'האב נישט געוויסט איבער דער פולמוס. אבער נלע"ד זע איך נישט וואס איז שלעכט אז עס באציט זיך אויף די שרפי קודש וואס מען האט אנגעהויבן מיט

ירא שמים » מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:54 pm

· #317343
Re: את אשר התרת אסרתי...
מתנשאים לעומת שרפים.

טמיר » מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:16 pm

· #317347
Re: את אשר התרת אסרתי...
ירא שמים
מתנשאים לעומת שרפים.

אה דאס איז א פראבלעם. יישכ

טמיר » מוצ"ש פעברואר 6, 2016 11:00 pm

· #320432
Re: את אשר התרת אסרתי...
ביי די פרויען איז דער פראבלעם פילפאכיג, זיי פארדרייען די יוצרות נישט וויסענדיג וואס איז א חיוב און וואס איז א שיינע מנהג. למשל, ר"ח בענטשען איז אזוי הארב ווי כל נדרי. ווייטער דאווענען וואס בפשטות זענען זיי געהעריג מחויב (ס'איז א גאנצע דוחק די פטור אז זיי זאלן נישט דארפן דאווענען געהעריג), זאגן זיי אנשטאט די דאווענען פרק שירה מיט שיר השירים און תהילים החיד"א.
מ'דארף זיך נעמען געהעריג עדזשוקעטן די מיידלעך אין סקול

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 7, 2016 5:29 am

· #320464
Re: את אשר התרת אסרתי...
הרב טמיר, האסט מיר עכט געקאסט א פיינעם לאך. ביסט ב"ה א געזונטע לץ
אז שבת מברכים איז פונקט ווי כל נדרי איז פונקט אמת.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » מאנטאג פעברואר 8, 2016 3:25 pm

· #320708
את אשר התרת אסרתי...

דאס איז דאך אויף וואס וויליאמסבורג און מונרו זענען געבויעט געווארען...

איך מעג, דו נישט

מר. קלונימוס » זונטאג פעברואר 21, 2016 1:18 am

· #322110
אולי איז דא גוט צו שטעלן די שאלה. מיין חבר האט מיר געלאדענט צו א סעודה איך בין געגאנגען אויפן טיש איז געליגן פרישע תותים אפגעוואשענע. איך האב שוין יארן נישט געגעסן און איך מיין אז דאס איז אויך אזוי איבעראל צווישן עולם אז מען עסט מער נישט וועגן ווערים איך בין דורכגעפאלן דארט און יא געגעסען. זענען דא צווישן אונזער עולם וואס עסן עס יא אדער איז עס טאקע פארבאטן?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:32 am

· #322124
Re: את אשר התרת אסרתי...
הרב איתם הנקין הי"ד האט דאך געשריבען א גאנצע ספר דערויף, אויף גאר א הויכע שטאנדארד אין לערנען. זוכט אויף גוג"ל פאר א פ.די.ף. פון "יהיה לכם לאכלה", ותברר לעצמך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 18, 2019 7:14 pm

· #426778
ליטוואק פון בודאפעסט
שערן די בארד איז געווען איינגעפיהרט אין סלאבאדקא און מיר אין יוראפ. דער אלטע פון סלאבאדקא האט עס שטארק געמאנט ביי די בחורים.
דער זהר איז א נערישע צושטעל, ווי אויך נישט קיין הלכה. פארוואס זאל מען טראכטען אז דער זהר מיינט עפעס א חוץ דער איסור תורה, וואס דאס איז נאר גילוח כעין תער?.

תיתי לי, אז איך האב זוכה געווען מכוין צו זיין צו הרב יונתן אייבשיץ. אין די קובץ ׳ישרון׳ פון אלול תשע"ח, ברענגט הרב יחיאל גולדהבר א בריוו מכת"י, ווי ער זאגט אקוראט אזוי, אז דער זהר פון נגע בדיקנא קדישא, מיינט אוודאי דרך איסור, ד.ה. תער ממש, און נישט מספריים כעין תער וואס איז מותר, עיי"ש

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 18, 2019 7:21 pm

· #426779
ווי ווייט איך געדענק שטייט נישט קיין ערגעץ אין זוהר אז מ'טאר נישט שניידן די בארד, ס'איז סך הכל א מנהג פונעם אריז"ל.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 7:10 pm

· #427911
Re: את אשר התרת אסרתי...
ליטוואק פון בודאפעסט
הרב איתם הנקין הי"ד האט דאך געשריבען א גאנצע ספר דערויף, אויף גאר א הויכע שטאנדארד אין לערנען. זוכט אויף גוג"ל פאר א פ.די.ף. פון "יהיה לכם לאכלה", ותברר לעצמך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

<a class="postlink" href="http://www.rationalistjudaism.com/2018/01/how-to-check-for-bugs.html?m=1">http://www.rationalistjudaism.com/2018/ ... s.html?m=1</a>

בנוגע זיך שערן די בארד און די תשובה דערויף פון חת״ס (באו״ח סימן קצח וקצט, וואו ער רעדט דערפון אז דער רמ״ע מפאנו האט געשוירן די בארד ווייל עפ״י קבלה אין חו״ל כדי לקדושת הזקן), פאר אינטרעסאנטקייט קוקט אין קובץ וילקט יוסף חלק ו (בכרך ג) סימנים צט, קלב, קלח, קמח, און קעב; ס׳טוט זיך לעבעדיג דארט.

Sent from my iPhone using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 5, 2019 12:22 pm

· #427951
מי אני

מה לכהן בבית הקברות? הרב איתם הי"ד איז געווען א תלמיד חכם מופלג, דער שרייבער דארט איז מופלג בעם הארצות. יא, עס איז דא ווערים און מ'דארף באקוקען פרוכט און גרינס דערפאר. און דער וואס זיין באבע האט אזוי נישט געטון, דארף אויך אזוי טון. לא מפיה אנו חיים (היא הביאה מיתה לעולם וכו').
בלאט: 1 2