☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9553

אשכול אן א טיטל #9553

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9553
בלאט: 1 2

בן אדם » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 11:41 am

· #350387
וויזניץ

ווייל אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:36 pm

· #350395
בן אדם
וויזניץ


האסט א פיקטשער פון זייער עד?

טאמבל סאס » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:53 pm

· #350398
מיר איז חושיבער דער צעקוועטשטער מרה שחורהדיגער סליחות פון עמיצער וואס מיינט עס ערנסט ווי דער וואס קימערט זיך גאנץ ווינציג דערמיט נאר זוכט פשוט צומאכן א ביזנעס אדער א שאו דערפון. לאז דעם סליחות געמאך און זאל עס הייסן א רעכטע קאנצערט און זאלן די וואס טויגן אפשר בעסער מעגן קאמפיטען..

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:15 pm

· #350551

ווייל אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:11 am

· #350688
.
📎 IMG-20160921-WA0001.jpg 📎 20160921_004924.jpg

ווייל אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:45 am

· #350704
.
📎 PicsArt_09-21-10.44.15.jpg

אייז קריעם » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:11 pm

· #350781
מענטשן זיכן אינטערטעינמענט און זיך אויסלעפטערן, בפרט און די פארכטיגע טעג.
עס איז נישט דא קיין כשר'ע אינטערטעינמענט חוץ רבישע טישן.
אפשר מאכן מען קומזיצן מוצאי שבת און מען זאגט געהעריג סליחות נאכדעם כמקדמת דנא? ווער זאגט אז מען דארף עס קאמביינען?

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 11:35 pm

· #351045
כ'האב געזעהן עטליכע קליפס פון די "פרייליכע סליחות באוועגונג" און געזעהן ווי דער עולם פראבירט שטארק ארויסצוברענגן זייער שמחה זייענדיג בטוח אז מ'גייט ארויס זכאי בדין. איך ווינטש זיי אלע, מיינע טייערע ברידער, א יאר פון שמחה, געזינט, עשירות וכל טוב.

באמת, ווייטאגט מיר דאס הארץ אויף די היינטיגע יונגווארג וואס וואקסט אויף אזוי אומוויסענד, וואס דאס גיט א זויערע טעם אין אידישקייט און זיי מיינען נעבך אז מ'דארף גיין צו די אנדערע עקסטרים.

איך בין אן עווריזש קאווע שטיבל יונגערמאן, בכלל נישט אועסגעארבעט, כ'האב די זעלבע תאוות ווי רוב געזינטע מענטשן, און איך פראביר צו טון וואס איז ריכטיג. בקיצור, איך בין בכלל נישט אזא איינער וואס האלט זיך ראוי צו מוסר'ן אנדערע. איך בין אבער ב"ה אויפגעוואקסן מיט א פאזעטיווע בליק אויף אידישקייט, אנדערש ווי די וואס זענען אויפגעוואקסן לפי רוחם פון די יושבי חושך. איך שפיר א טעם און א שבת סעודה, א געשמאק אין א ווארימע דאווענען (פארשטייט זיך אז דער בעל תפילה אדער רב קען נישט זיין סתם א פאני אדער נערווען קריכער).
ב"ה אז נאך די חתונה האב איך מיך מסדר געווען אין א לאקאלע שול וואס דער רב איז א זעלטענע ווארעם הארץ און מאכט די רוחניות אזוי זיס.

נעמטס למשל די היינטיגע סליחות. מ'האמיר זיך געשטעלט פונקטליך 5:15, יא ס'איז א פרעשור מ'מוז קומען צייטליך. די רב וואס איז אגב נישט די שענסטע בעל תפילה, איז צוגעגאנגען צום עמוד. ס'האט געדויערט לענגער ווי איך האב געוואלט, די רב האט אביסול צופיל געצויגן און געקרעכצט. דער עולם האט אבער מיטגעדאווענט געדולדיג און ס'איז געווען זייער דערהויבן. קיינער איז נישט געווען נערוועז אדער גערעגט, מ'האט זיך געשפירט עקאמפלישט אז מ'האט אראפגעלייגט אזא ווארימע סליחות.

איך בין ברור אז די יונגעלייט און בחורים פון די "פרייליכע באוועגונג" זענען נישט געגאנגען שלאפן צופרידן נאכ'ן הוליען און ליצנות מאכן פון א' סליחות. זיי ווייסן אליין אז ס'איז נישט ריכטיג ווייל זיי זענען דאך ערליכע אידן וואס גלייבן אין יום הדין, ווען נישט וואלטן זיי געווען אין קלאב און געטון כל דבר אסור. זיי מיינען נאר אז אונזער אידישקייט קומט מיט מרא שחורה און אומזיסטע פרעשור.

הערטס מיך אויס טייערע ברידער און שוועסטער. ס'זענען דא אסאך פיינע ערליכע רבנים וואס זענען צוגעלאזן און פארשטייען צום היינטיגע דור. זיי ווייסן וויאזוי איבערצוגעבן די אוטענטישע אידישקייט אריינצוברענגן שמחה און ווארעמקייט אין אידישע נשמות. מיינטס נישט אז ווייל איר זענט אויפגעצויגן געווארן אויף א געוויסע קרומע וועג, אז דאס איז אלץ וואס ערליכע אידן האבן צו פארקויפן. ס'איז דא א מיטל וועג און טויזענטער פרומע אידן זענען פרייליך און צופרידן מיט זייער סיסטעם.

און נאכאמאל, איך ווייס זייער גוט אז די וואס זיכן פרייליכקייט מיינען נישט ח"ו קיין שלעכטס. זיי ווייסן נאר אז די געזעלשאפט ווי זיי זענען אויפגעוואקסן מאכט נישט קיין סענטס, און דאס איז נישט וואס די באשעפער וויל. די וואס האבן פארדרייט און פארמיאוסט תורה ומצוות זענען עתיד ליתן את הדין אויפ'ן פארטרייבן אזויפיל טייערע נשמות משלחן אביהם

פליקער » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 11:42 pm

· #351047
איך ווייס נישט וואס איר רעדט, איך האב נאך אין מיין לעבען נישט געזען אזא צישאסענע סליחות ווי ביי יואלי לובאוויטש, מען הערט נישט אויף צי זינגען די שוין פארדארבענע קארליבאך ניגונים, און פאר א נויט ווען מען וויל זינגען הארא איז עס 'על הסלע הך הך', יוש בין איך פארמיסט פון די ציבראכענע ייאש סליחות באוועגונג,

ווייל אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 9:35 am

· #351066
איך גיי נישט קוואטן יעדעם און פארענטפערן אבער איין זאך לאמיר יא זאגן, איך בין געווען ביי יואלי לעבאוויטש אנגעפאנגען ביי מלוה מלכה און נאכדעם די דרשה פון י.י. דשעיקאבסאן און ס'איז געווען זייער א שיינע אטמעספער גארנישט קיין הוללות, מ'קען זעהן אנליין די דרשה ס'איז געווען א סאליד דרשה די מלוה מלכה אזוי איבערגענומען אדרבה ברענג מיר די אינגעלייט וואס פילן זיך שלעכט אדער זענען נישט געשלאפן רואיג...

אלץ א זאטיגע נאטיץ @פליקער וואס מיינט איהר מיט די פארדארבענע קארליבאך ניגונים.

פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 9:37 am

· #351067
אלטע ניגונים וואס זענען פארדארבן געווארן פון אלטקייט

ווייל אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:40 am

· #351083
פליקער
אלטע ניגונים וואס זענען פארדארבן געווארן פון אלטקייט


איי עם סארי.
איך פארשטיי נאך אלץ נישט ווי דו צילסט....

פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:57 pm

· #351090
ווייל אזוי
פליקער
אלטע ניגונים וואס זענען פארדארבן געווארן פון אלטקייט

איי עם סארי.
איך פארשטיי נאך אלץ נישט ווי דו צילסט....

איך וועל טרייען נאך איין מאל,
איך האס די גאנצע נייע מאדע פון אלע מרה נפש זינגען קארליבאך ניגונים און שפירן הייליג נאך זינגען פינף שעה קארלבאך.
איך האב פיינט אז יעדע קאמזיץ מוצא שבת אין קאנטרי איז באשטאנען פון איינעם צוויי מיט גיטאר'ס קייכן נחמו נחמו עמי פון קארלבאך.
איך וויל זיך נעמען ס'חיות ואופני הקודש ווען בעלי תפילות שפירן נויטיג יוצא צי זיין תפילה נאר ווען מען זינגט ממקומך פון קארליבאך.
איך וויל שיסן ווען איך הער אז נישט נאר זינגעט מען קארליבאך ברויך מען נאך מאכן די נידריגע באסיווע שטימע פון קארליבאך
איך פארשטיי נישט פארוואס אלע שפילערס און זינגער'ס ווערן באצאלט משמח זיין דעם עולם ברויכען קאפירן קומזיץ מיט קארלעך
פארוואס ווילן אלע זיין דווקא די ממלא מקום פון קארלבאך הלוא הם יודא גרין, יואלי לעבאוויטש, אלי ביער, און מייזעלס. אלעס איז בגמטריע קארליבאך.
פארשטאנען?

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:20 am

· #480612
מיין היי לייט פון די אלול תשרי סעזאן! איי איז דאס פיין געווען, הערליך הערליך! מ'קען מיך איינרעדן אז יעצט איז אינמיטן תמוז אדער סוכות גאר, איינמאל יואלי דער חזן הייבט אשרי, פארט מען אריין אין אנאנדערע וועלט, ווי צייט געוועלטיגט נישט, יעדע שטיקל פאר זיך, יעדע ניגון, יעדע פזמון, איז א שטיק רוחניות למעלה מן הזמן, מן הטבע, מן הכל! הלוואי וואלט דאס אנגעגאנגן פאר נאך צען שעה. די סליחות מיט אונזער חשוב'ר בעל תפילה ר' יואל איז גאר א גוטער פתח גאר א גוטער טויער צו עפענען די ימי הרחמים והסליחות סעזאן. יואלי, כה לחי!!! אפשר סעלפיש צו זאגן, הלוואי וואלסטו געבליבן דאהי ראש השנה! וואלט איך ווען אויך געקענט הנאה האבן!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 29, 2021 12:06 pm

· #480635
דער גאלדענער אדלער: דאס אלעס וואס דו זאגסט וועגן ..."יואלי"... דער בעל תפילה זאג איך איבער מיין רעבי'ן שליט"א. (וועלכער רבי זאג איך נישט.). נאכמער. איך ווארט שוין א גאנץ יאר פאר דעם ..."אשרי"... פון סליחות...! דאס געט א קלאפ אזוי שטארק. נאכמער ווי סיי וועלכער מוסר ספר. אדער אלול מוסר שמועס...!

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:25 am

· #480692
מאך זיכער
היי יאר בין איך נישט לאקאל דעריבער האב איך געזאגט ערגעץ ביי א פארשליימטע מנין מיט אידן וואס טראגן צוגעקניפטע פיאות און אויליגע גלעזער און איבער אלעם די קרעכצנדע בליטש שמעקנדע קעלעכ'לעך.

זייער, זייער נישט שיין.
פאסט נישט פאר אזעלכע דערהויבענע פרייליכע סליחות סארט אידן ווי דו צו רעדן אזוי אויף אנדערע אידישע קינדער וואס זייער גאנצער חטא באשטייט אז זיי האבן נאכנישט זוכה געווען צו קומען צום טעם פון יואלי לעבאוויטש'ס סליחות.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:28 am

· #480693
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: דאס אלעס וואס דו זאגסט וועגן ..."יואלי"... דער בעל תפילה זאג איך איבער מיין רעבי'ן שליט"א. (וועלכער רבי זאג איך נישט.). נאכמער. איך ווארט שוין א גאנץ יאר פאר דעם ..."אשרי"... פון סליחות...! דאס געט א קלאפ אזוי שטארק. נאכמער ווי סיי וועלכער מוסר ספר. אדער אלול מוסר שמועס...!
יעצט לאחר המעשה זאגסטו מיר?! נעקסט טיים זאג מיר פריער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:36 am

· #480694
דער גאלדענער אדלער: כ'האב נישט געוואוסט אז דו ווילסט הערן (מיין רעבי'ן) ווי ער קרעכצט און זאגט אשרי און לך ה' הצדקה מיט א לב נשבר ונדכה...! זיין זאגן ...הנשמה לך והגוף פעלך רייסט שטיקער ביי די נשמה און הארץ. ס'וועקט אויף אפילו די אידן וועלכע האבן ארומגעהאצקעט א גאנצן (אדער רוב) זומער און געהאקט א לעבן. מיט ..."נייט סווימינג, גריללס און סטעיקס און ביר. א יעדן ליל ששי און מוצאי שבת ביז 5 פארטאגס...! און געגאנגען אויף רעיסינג באוטס..! אפילו די אידן ווערן פלוצלינג הייליגע אידן...!
בלאט: 1 2