דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9517
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9517
לאמיר קלאר שטעלן: לויט דעם איז די קרעדיט נישט אינעם אידישן גענע, נאר אינעם אידישן דרך הלימוד מיסודתה של חכמי התלמוד וואס האט אנגעהאלטן דורך די אשכנזים עד ימינו אלו.
קומט אויס באמת אז נישט "די אידן" (די עטנישע גרופע) זענען די קלוגסטע", נאר "די הוגי התלמוד" (סטודענטישע גרופע) ובני משפחתם זענען די קלוגסטע (וואס צופעליג איז עס כולל רוב יהדות אשכנז ווייל מען האט זיי געצווינגען דאס צו לערנען). דער פראבלעם איז אבער אז איינמאל מען רעכנט לויטן סטודענטישע גרופע, דאן איז גארנישט אזוי זיכער אז די הוגי הש"ס זענען טאקע די קלוגסטע, ווייל אפשר זענען די הוגי פילאסאפיע האריסואטלוס מדור דור קלוגער? (נאר דער גרופע איז פשוט נישט אנמערקבאר, סיי צוליב איר קליינקייט, און סיי צוליב וואס קיינעם פאלט נישט איין צופאררעכענען די משפחת הוגי אריסטא במזרח למשפחת הוגי אריסטא במערב אלס איין גרופע).

כדרכך בקאווע, שרייבטסו שיין און קלאר, מתובל מיט לינק'ס און מראי מקומות און אל מלא רחמים'ס צו אלטע ניקס וואס דו בענקסטיך אזוי שטארק.
א. איך בין נישט משוכנע אז ספרדישע זענען קלוגער? קענסט מיין פעטער פון מאקאווע? קענסט אריה מכלוף דרעי?
ב. די פסוק חומש זאגט בכלל נישט אז אידן זענען בעצם קלוג, נאר זאגט אז די חוקי ונימוסי התורה וועט ברענגן אלע פעלקער התפעלות, אז זיי וועלן זאגן "דאס איז א קלוגע פאלק". דאס הייסט אז ה' איז דער קלוגסטע און זיינע געזעצן זענען מתקבל על הלב. (משא"כ די חוקי בני אדם, ווי א רעקל אין די זוממער, תגלחת נשים און א שטריימעל שבת, ווייזט בכלל נישט חכמה).

און איך מיין אז דער פסוק רעדט ספעציפיש פון חכמת חישוב החמה ולבנה
איך האב אמאל געהערט א סברא אז די אשכנזיש'ע אידענטום האט געהאט מער צרות ווי די ספרדים. (איך ווייס אז די אנטי-נטו"ק פאקציע וועט זיך רעגען, אבער פאקטען זענען פאקטען). מ'הערט נישט פון א ת"ח ות"ט ביי זיי, און אין תקכ"ח איז געווען נאך פרעות אין פולין, וכמבואר כאן. און נאך דעם אין רוסלאנד און פולין נאכאנאנדיגער גרויסע פרעות, גזירות, גזילות, און שמדות. קאנטאניסטען מיט שטייערען. עי' זכרון יעקב בארוכה. איך גלייב נישט דער ספרדיש'ע אידענטום קען שרייבען אזעלכע ביכער.
ואם כנים דברינו, זענען מיר אויף צרות, ווייל יעצט ליידען מיר נישט אזוי, א ביסל אנגעצויגענקייט וועגען אנעקסעישען איז נאך נישט גענוג אויף ארויסצוקומען מיט א ש"ך צו א ט"ז, א כרתי ופלתי מיט א נחל יצחק צו וואס. אין נאך א שטיק צייט וועלען מיר אלע ווערען שוואכער אין לערנען און חידוש, אדער זענען מיר שוין שוואכער, עי' כאן.

איך קלער אז איבריגע מיסטיק איז מטפש מענטשן. זינט די ספרדים און דאס זעלבע די חסידים האבן זיך אריין געלאזט אין מיסטיק וחסידות זענען זיי נתטפש געווארן.
moshav zekeinimאון איך מיין אז דער פסוק רעדט ספעציפיש פון חכמת חישוב החמה ולבנה
דאס זאגט שוין די גמרא און ברכות בפרק הרואה
אנאנים. איך האב געניצט אריסטא אלס א דוגמא. וואס איז האב געמיינט ארויס צו ברענגען איז, אז איינמאל עס שטעלט זיך ארויס אז די מקור פון די חכמת שבטי גדולי החכמים בעולם איז דער תלמודיסטישער דרך הלימוד, בלייבט אונז נאר איבער צו וויסן צו עס זענען טאקע נישט פארהאן קיין שטערקערע מעדאטן ביכער צו שארפן די מח נאר וויבאלד עס האט נישט געדינט פאר א גאנצער שבט אינאיינעם איז עס נישט אזוי ניכר.
הרב שש, לויט ווי איך פארשטיי זאגט יידל בשם דעם פראפעסער עפעס אנדירש, דאס הייסט -נישט אז תלמוד מאכט די חכמה נאר תלמוד איז געווען דאס וואס האט אפגעשטעלט די נישט קליגע פון ווייטער זיך פארמערן ווייל זיי זענען געווארן אויסגעשפיגן און נישט געטראפן קיין שידוכים
די פילאזאפיע, מאטעמאטיק, דרוש, אגדה, הרגשים, וכו', וואס מ'זעט אינעם תלמוד, איז צום שטוינען.
איז מעגליך צו באקומען איין דוגמא דערויף?
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז בכלל נישט קיין ראי'. ווייל אנדערש ווי אין די אלגעמיינע וועלט ווי יעדע באזעצענע מענטש שיקט די קינדער אין קאלעזש, וועט אבער א חרדי נאר גיין ווען ער ווייסט אז ער קען סוקסידן אדער טאמער האט ער גאר א שטארקע געפיל צו א געוויסע סובזשעקט וואס דאן לייגט ער זיך אריין ראשו ורבו.
אדרבה, זאג מיר וויפול פראצענט חרדים קענען גוט אפלערנען א שטיקל גמרא. ווען די וועסט עס פארגלייכן צו חרדים וואס זענען מצליח אין קאלעזש וועט עס זיין כרחוק מזרח ממערב.
אז די גמרא איז טאקע אזא אומפארמיידליכער מקור חכמה, דאן זיך איך דער כח נגדי ביי אידן, ווייל לויט וואס טוט זיך צווישן אונזערע גמרא לערנער מוז זיין אז עס איז לצד הגמרא המחכים פאראן א כח הנגדי וואס איז בכח אוועקצונעמען די קלוגע השפעה וואס די גמרא גיבט,
פי"א מהל' קידוה"ח און ווייטער רעכענט אויס וויאזוי מזלות זענען וויכטיג פאר קידוה"ח
חישוב תקופות ומזלות לכאורה גייט ארויף אויף די חכמה וואס איז אמאל געווען ווארום די היינטיגע אסטראנאמיע איז נישט קיין אידישע רכוש כמבואר ברמב״ם הל׳ קידוש החודש,
בנוגע טעמי המצוות ווייס איך נישט וואס זיי זענען, און ווער ווייסט וואס די טעם פון כשרות און שעטנז אז מיר זאלן זיי קענען דערציילן פאר די גוים און די גוים זאלן באוואונדערן?!
בנוגע טעמי המצוות ווייס איך נישט וואס זיי זענען, און ווער ווייסט וואס די טעם פון כשרות און שעטנז אז מיר זאלן זיי קענען דערציילן פאר די גוים און די גוים זאלן באוואונדערן?!
Btw Mazoles Simply translates as the zodiac, which is not necessarily an astrological concept it is also a concept in astronomy and of course we all know that the Rambam held astrology as a pseudoscience
נהורא נפישאBtw Mazoles Simply translates as the zodiac, which is not necessarily an astrological concept it is also a concept in astronomy and of course we all know that the Rambam held astrology as a pseudoscience
נהורא נפישא:
No one disputes your statement that ..."Mazoles"... as mentioned in the Talmund has a dual meaning. Depending on the context in which it is used
Unless you are only elaborating on previous statements by various scholars...!
[ציטאט אראפגענומען]
דאכט זיך אז דאס איז נישט אויסגעהאלטןן לויט די היינטיגע וויסנשאפט, דאס וואס א טאטע טוט במשך זיין לעבן מאכט גארנישט אויס אויף די גענעס פון זיין קינד אפילו נאך דורי דורות.