☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל

היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל

196 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5854
בלאט: 1 2 3 4

מ גפני » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:07 pm

· #182445
היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:10 pm

· #182447
מ גפני
אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***

ריכטיג.
TOWN OF MONROE האט שוין געשטימט. 4 פאר יא, 1 פאר נישט.

מען סטראשעט דאולס מיט טויט-סטראשונקעס פאר'ן צולאזן די אנעקסעישאנס.

פיינע קאווע » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:15 pm

· #182450
איך הער אז איינער א זאלי געלב נעמט קער דערפון. מה טובו ? האט עס יא מיטן ווילעדזש אדער נישט ?

מ גפני » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:21 pm

· #182452
נאטרוליסט

מען סטראשעט דאולס מיט טויט-סטראשונקעס פאר'ן צולאזן די אנעקסעישאנס.

כ'האב געזען אויף NEWS 12 ווי ער זאגט דעס, ווי אויך ווייזט ער אז מ'האט אים אויגעשאסן זיינע קאר פענסטערס, אבער די רעפארטערס טענה'ן אז ס'איז זייער מעגליך אז ער האט עס אליינס געטוהן!!
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס זאל ער דאס האבן אליינס געטוהן?
און ווי אויך ווער זענען די וואס סטראשענען אים, ווילידזש אוו ק"י אדער די גוים?

מ גפני » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:22 pm

· #182453
פיינע קאווע
איך הער אז איינער א זאלי געלב נעמט קער דערפון. מה טובו ? האט עס יא מיטן ווילעדזש אדער נישט ?

געלב ארבעט פאר די ווילעדזש

ברעט מענינג » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:37 pm

· #182458

ברעט מענינג » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:39 pm

· #182459

ברעט מענינג » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:41 pm

· #182462
.

ברעט מענינג » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:42 pm

· #182464
מען דארף נאך? אדער סע געניג?

מ גפני » זונטאג פעברואר 9, 2014 5:38 pm

· #182483
קרעדיט: הקריה טבת תשע"ד
היסטארישע ״אנעקסעישאן אפליקאציע אריינצונעמען פרישע 800 אקער לאנד אין קרית יואל אריינגעגעבן געווארן

אריין געגעבן דורך ועד הקריה צום טאון אוו מאנרא און ווילידזש אוו וואודבארי - בלויז דאס צווייטע מאל אין די היסטאריע פון קרית יואל, נאך איבער דרייסיג יאר פונעם פריערדיגען ״אנעקסעישאן״ פראצעדור - נייע שטחים וועלן האבן פלאץ צו פארטאפלען בעז"ה די צאל פון משפחות אין קרית יואל

עס איז שוין אריבער א קיילעכדיגען יאר פון ווען דער ״הקריה״ האט געבראכן די נייעס איבער די פלענער אנצוהויבן מיט אן היסטארישען פראצעדור וואס איז באקאנט אלס ״אנעקסעישאן״, ווען עס האבן זיך בשעתו פארמירט א פארבאנד פון לאנד-אייגנטומער ארום די גרעניצן פון קרית יואל אין שפיץ פון וועד הקריה, אריינצוגעבן א געמיינזאמען אפליקאציע צו די ארומיגע טאון אוו מאנרא און ווילידזש אוו וואודבארי, און צו די קרית יואל ווילעדזש באאמטע, מיט א פארלאנג אריינצונעמען זייערע שטחים אין די גרעניצן פון קרית יואל.

יעצט קומט אריין די פרייליכע בשורה, אז מ'האלט שוין אט אט ביי די פרשה פון כי ירחיב ה׳ את גבולך, ווען דער מעגא-אפליקאציע איז געווארן אריינגעטראגן צום טאון אוו מאנרא/ ווילידזש אוו וואודבארי, און צום ווילידזש אוו קרית יואל, פארלאנגדיג פון די טאון/ווילידזש באורד צו אויטאריזירן און אריבערפירן ארום אכט הונדערט אקער-לאנד, וואס איז יעצט אונטער די דרויסענדע מוניציפאליטעטן, אריינצוקומען אינערהאלב די גרעניצן פונעם ווילעדזש פון קרית יואל.

אינעם הקריה חודש טבת-שבט תשע״ג העעל״ט, האבן מיר געברענגט פאר די חשוב׳ע ליינער א לענגערע און היסטארישע איבערזיכט, פונעם גרינדונג און שאפונג פון די ״ווילעדזש אוו קרית יואל״ בשנת תשל״ז בעידודו ובברכת קדשו פון רבינו הקוה״ט זי״ע, און שפעטער בשנת תשמ״ג עטליכע יאר נאכדעם וואס רביה״ק בעל ברך משה זי״ע האט איבערגענומען דעם שבט ההנהגה ווען דער ווילעדזש האט פילפאכיג פארברייטערט אירע גרעניצען, און אזוי ארום ערמעגליכט אז קרית יואל זאל קענען וואקסן צו די גרויסקייט בליעה״ר אין וועלכע די שטאט געפונט זיך היינט.

די פארגאנגענע פאר יאר האט די געטרייע הנהלת הקריה איינגעזעהן, אז די שטאט טוט זיך שוין אט דערנענטערן צו א מצב ווען די גרעניצן וועלן ווערן אויסגעוואקסן, און אויב וועט נישט אונטערגענומען ווערן קיין שריט צו פארברייטערן די ווילעדזש גרעניצן, קען דאס באדייטן אז דער בליה און וואוקס פון די הייליגע שטאט זאל קומען צו א שטיל-שטאנד חלילה וחס, נאכדעס וואס די שטחים ארום קרית יואל געפונען זיך אין זאונינג גרעניצן וואו די בוי- געזעצן זענען בכלל נישט גונסטיג פאר די געברויכן פון קרית יואל, אזוי אויך זענען נישט פארהאן קיין רעגירונגס געפירטע וואסער סיסטעם, און אנדערע שליסל סערוויסעס צו קענען אנטוויקלען די שטחים פאר נויטיגן געברויך.

בלויז צו אילוסטרירען דעם צוקונפטיגען געברויך אין ציפערן, איז גענוג אנצוצייגן דער מספר פון מיידלעך היינט צוטאגס תשע״ד אין קרית יואל, פון ניי-געבוירענע מיידלעך ביז צו די חתונה, שטייט עס היינט ביי ביילייפיג 8,000 בליעה״ר כ״י, דאס מיינט אז אין בלויז די קומענדיגע אכצן יאר הבעל״ט, וועט אויספעלן אין קרית יואל א סך הכל פון אכט טויזנט דירות, און דאס נעמט נישט אריין די צאל משפחות וועלכע ציען זיך יערליך ארויס קיין קרית יואל פון אויסער די שטאט.

דערויף האט די הנהלת הקריה זיך אריינגעלייגט אינעם פארצווייגטען פראצעדור וואס איז באקאנט מיט איר צויבער-נאמען ״אנעקסעישאן״, וואס אין בוכשטעבליכען זין פון ווארט טוט דאס באדייטן אז דער ווילעדזש וועט אנעקסירן און אריינעמען פרישע שטחים אין אירע גרעניצען, וואס די נייע שטחים וועלן פון נאכן אנעקסעישאן באקומען די זעלבע סטאטוס וואו די ביז יעצטיגע שטחים וואס קרית יואל פארמאגט, און אזוי ארום וועט דאס ערמעגליכען דעם צוקונפטיגען נאטורליכען וואוקס בעזהשי״ת, פון די קומענדיגע יארן.

יעדע אנעקסירונג פראצעדור נעמט שטענדיג אריין דריי הויפט שפילערס; די מוניציפאליטעט פון וואו די שטחים גייען ארויס (אין דעם פאל טאון אוו מאנרא און ווילידזש אוו וואודבארי), דער שטח אייגנטומער (דער ׳אפליקאנט׳), און די מוניציפאליטעט צו וועלכע דאס לאנד ווערט אנעקסירט (און אונזער פאל, דער ׳ווילידזש פון קרית יואל׳), דער אפליקאנט גיט אריין זיין פארלאנג צו די צוויי אנדערע צדדיס, וועלכע ברויכן דאס באשטעטיגן.

דער ״וועד הקריה״ האט דאן פארמירט א פארבאנד פון לאנד- אייגנטומער אינדרויסן פון קרית יואל, וועלכע האבן אן אינטערעסע אריינצוקומען אינעם ווילעדזש, צו ארבייטן אונטער א געמיינזאמער אפליקאציע, און אזוי ארום האט מען אנגעהויבן אויסצוארבייטן אן ״אנעקסעישאן מאפע״, ווען מען איז געזעצן מיט יעדן לאנד אייגנטומער באזונדער און אדורכגעגאנגען מיט זיי די פארשידענע דעטאלן און פארפליכטונגען וואס קומט מיט מיט די אנעקסעישאן פראצעדור

און אזוי האט זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען דער היסטארישער שריט, ווען בלויז דאס צווייטע מאל אין די פערציג יעריגע היסטאריע פון קרית יואל, וועלן די גרעניצן פון די שטאט בעז״ה ווערן פארברייטערט. ווי נאר די מאפע איז געווארן גרייט, אריינעמענדיג אין זיך אזויפיל ווי אכט הונדערט אקער-לאנד, זענען אנגאזשירט געווארן געניטע אדוואקאטן און עקספערטן צו באטראכטן דעס אפליקאציע און די פארגעשריבענע מאפע, זיכער צו מאכן אז אלעס איז אויסגעהאלטן לויט די סטעיט פארשריפטן און געזעצן.

אין לויף פון די פארגאגענגענע חדשים האבן די מומחים געניטליך אדורכגעטאן די אפליקאציע, און גרונטליך איבערגעגאנגען די מאפעס, ווען די עקספערטן מאכן פארשידענע רעקאמענדאציעס און צייכענען אן געוויסע קאמענטארן וואס ברויך גענומען ווערן אין באטראכט, איידער דער פראצעדור גייט אריבער צוס קומענדיגען שטאפל.

בחסדי השם איז היינטיגן פרייטאג עש״ק פ׳ וארא, דער פראצעדור געגאנגען פאראויס ווען דער ״אנעקסעישאן אפליקאציע״ איז אריינגעגעגעבן געווארן דורך די לאנד אייגנטומער צום טאון באורד פונעם טאון אוו מאנרא, און דערויף די באזונדערע אפליקאציע צום ווילידזש אוו וואודבארי, און גלייכצייטיג אויך צום קרית יואל ווילעדזש באורד, צו פארלאנגען זייער באשטעטיגונג אז די דערמאנטע אכט הונדערט אקער-לאנד זאל ווערן אנעקסירט פונעס טאון צום ווילעדזש.

לויטן געשאצטן פראצעדור, אויב וועלן נישט אונטערקומען קיין אומפאראויסגעזעענע שטרויכלונגען, קען געדויערן צווישן זעקס ביז ניין חדשים, ביז ווען די טאון און ווילידזש זאלן ענדגילטיג באשטעטיגען דעם אנעקסעישאן, וואס דאן וועלן די אנגעצייכנטע שטחים אפיציעל אריבערגעשריבן ווערן צו די גרעניצן פון קרית יואל בעזהשי"ת.

די פארגעשריבענע מאפע נעמט אריין שטחים פון עטליכע פונקטן ארום די גרעניצן פון קרית יואל, אנגעהויבן ביים קאונטי ראוד 105 און ביים ווינקל פון בעיקערטאון און עיקרס ראוד, וואו די שטחים פונעס גיגאנטישען ״עיס פארם״ באדן וועלכע גרעניצט זיך מיט די יעצטיגע שכונת ברך משה וועלן אי״ה אריינגענומען ווערן אין קרית יואל (טייל שטחים געפונען זיך אויף טאון אוו מאנרא לאנד, און טייל שטחים זענען אין די ווילידזש אוו וואודבורי גרעניצן).

קרית יואל וועט זיך אויך פארברייטערן לענגאויס עיקערס ראוד, ווען די זייטיגע באדנס אנגעהויבן פון בעיקרטאון ראוד, ביז צו לעמבערג און פארעסט ראוד, זענען אנגעצייכנט אויף די ״אנעקסעישאן מאפעס״, און דאס גייט ווייטער אויף מאונטען ראוד פון פארעסט ביז אקעגן איבער טעיטש און ארויף ביז צו די חברון און ראוונע גאסן, ווען די נייע הייזער וועלכע ווערן געבויעט אלס טייל פון די ״ווינטעדזש וויסטע״ פראיעקט, וועלן אריינגענומען ווערן אין קרית יואל.

די צוגעלייגטע שטחים ציען זיך ווייטער אויף די לינקע זייט פון די מאפע אויף קאונטי ראוד 44, וואו פילע אקער-לאנד וועלן ווערן אנעקסירט צו ווערן א טייל פון קרית יואל.

און אזוי אויך אויף ביידע זייטן פון סעווען ספרינגס ראוד אונטער שכונת עצי תמרים און אראפ ביז צום ״ראפשיץ געגנט״, וועלכע נעמט אריין די גאסן; מאונטענוויו, איירין, טאובי פלעיס און רעיוואוד דרייוו, ביז צוריק אין קרית יואל אויף סקאנעמאנק ראוד ביים שטח פונעס בית החיים דקהלתינו, און אויף פארעסט ביים קארנער פון ד. א. ווידער בלווד.

ווי דערמאנט איז די רעדע פון א ריזיגע שריט אין די היסטאריע פון קרית יואל, וועלכע ווערט אונטערגענומען דורך די געטרייע הנהלת הקריה, בהסכמתו ובברכת קדשו פון כ״ק רבינו שליט״א דער מרא דאתרא פון די הייליגע שטאט, אונטער וועמענס רוחניות׳דיגע סמכות וועלן די ביז יעצטיגע ״גלילות קרית יואל״ ווערן אנטייל פון ״קרית יואל המורחבת״ בעזהשי״ת.

לויט פארשידענע שאצונגען קענען די צוגעלייגטע שטחים אריינעמען אין זיך פילע טויזענטער נייע מעגליכקייטן פאר דירות, וואס אין אנדערע ווערטער טוט דאס באדייטן, אז די נייע שטחים וועלן ערמעגליכען צו פארדאפלען די היינטיגע ציפערן פון משפחות וואס וואונען אין קרית יואל, וועלכע געפונט זיך היינט צוטאגס אויף א שטח פון ביילייפיג זיבן הונדערט אקער-לאנד, זינט די פריערדיגע אנעקסעישאן בשנת תשמ״ג.

עס איז געוויס א בשורה טובה פאר אלע תושבי קרית יואל, און תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די גאנצע וועלט, צו הערן אז דער הייליגער סאטמארער שטעטל וואס מרן רבינו הקוה״ט זי״ע האט מייסד געווען בשארית כוחותיו, און געשטעלט אלס א יסוד מוסד פארן עקזיסטענץ פון דאס פשרה-לאזע אידישקייט על אדמת אמעריקא ביז משיח׳ס טאג, אז ערליכע אידן זאלן האבן אן אייגענעם ווינקל אפגעזונדערט פון די גוי׳אישע גאסן, צו קענען מגדל זיין דורות ישרים, אויפן דרך המסורה לנו מאז ומתמיד.

דער זעלבער הייליגער שטאט פאר וועלכע מרן רביה״ק בעל ברך משה זי״ע האט אוועקגעגעבן מדם לבבו הטהור אז דאס זאל חלילה נישט גיין לטמיון, ווען ער האט שטענדיג געמוטיגט און געמאנט פון די הנהלת הקהלה והקריה צו זעהן און צו טון, אז דער וואוקס און בליה פון די שטאט, זאל אנגיין מיט א שטענדיגער גאלאפ, זאגנדיג אז דאס איז זיכער דער גרעסטער נחת רוח בגנזי מרומים וואס ער קען פארשאפן פאר רביה״ק זי״ע.

אט די זעלבע שטאט וועלכע האט די זכיה אז כ״ק רבינו הגה״ק שליט״א זאל שטיין אין שפיץ אלס דער מרא דאתרא פאר אזויפיל יארן, וועט יעצט שפאנען מיט א ריזיגע טריט פאראויס, ווען פרישע טויזנטער משפחות וועלן טרעפן אן ארט אויפצושטעלן בתים נאמנים לה׳ ולתורתו הקדושה, תחת דגלו והדרכתו.

עס בלייבט איבער מתפלל צו זיין און וואונטשען א ברכה, יה״ר שתשרה שכינה במעשי ידיהם, דער אייבירשטער זאל העלפן אז עס זאל נישט אונטערקומען קיין שום מכשול ותקלה, און בקרוב זאל מיר טאקע קענען מעלדן די נייעס אז ״כי עתה הרחיב ה׳ לנו ופרינו בארץ״, בהרחבת גבולי הקדושה.

פיינע קאווע » זונטאג פעברואר 9, 2014 5:52 pm

· #182490
איז נישט געלב א זאלי ? סתם איטערסאנט צו וויסן די פאקטען

מ גפני » זונטאג פעברואר 9, 2014 6:32 pm

· #182499
פיינע קאווע
איז נישט געלב א זאלי ? סתם איטערסאנט צו וויסן די פאקטען

ער איז יא

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 9, 2014 7:09 pm

· #182507
וואודבורי מעיאר האט געזאגט אין א סטעיטמענט צו די מידי, אז וואודבורי האט נאך נישט באקומען קיין אפליקאציע פאר אנעקסעישאן.
ער זאגט אז ער ערווארט עס אט-אט, אבער דערווייל איז נישט געקומען.

דארט גייט פארקומען א ערנסטער צוזאמענשטויס, ווייל זיי זענען שטארק הארטנעקיג.

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 9, 2014 7:37 pm

· #182513
קען איינער ארויף לייגען א דער מאפע, צו זעהן די ביז יעצטיגע 'קרית יואל' און די נייע שטחים?

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:17 pm

· #182521
איך האף און וואונטש אז דער אנעקסעישאן זאל אדורך גיין גרינגערהייט און זאלן אלע שונאי ישראל קראכן, פארקויפן זייערע דירות און הייזער פאר די פארהאסטע אידן און זיך אפטראגן פון דארט.

למדן » דינסטאג פעברואר 11, 2014 11:54 am

· #182941
קען מען מאכן אנעקסעישאן אויף יעדנס פראפערטי, אדער דארף דאס זיין אייגן פראפערטי אדער די בעה"ב דארף עכ"פ מסכים זיין?

מ גפני » דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:25 pm

· #183036
מען האקט שוין אויס די ביימער אויפ'ן לאט פון יחזקאל בראך
מען האט נעכטן אנגעהויבן אויסצוהאקן די ביימער אויפ'ן ריזיגן שטח פון יחזקאל בראך און היינט איז דער לאט שוין כמעט ליידיג פון ביימער, מיינט דאס אז ער גייט אנהייבן צו בויען נאך פאר די אנעקסעישאן איז אפראווד? אדער איז מען אזוי זיכער אז עס גייט ווערן אפראווד אז ס'לוינט זיך שוין אנהייבן מיט די ארבעט?
נ.ב. ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויפלייגן

שעפטל » דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:05 pm

· #183049
מ גפני
נ.ב. ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויפלייגן

📎 יחזקאל בראך'ס לאט.jpg
📎 יחזקאל בראך'ס לאט.jpg

שעפטל » דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:06 pm

· #183050
מ גפני
אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***

סתם א קארעקשאן, מ'רעדט דא פון 800 אקער לאנד

מ גפני » דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:31 pm

· #183060
שעפטל
מ גפני
אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***

סתם א קארעקשאן, מ'רעדט דא פון 800 אקער לאנד

מ גפני
507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא
די איבעריגע איז פון וואדבערי (וואס איז שוואכערע טשענסעס אז דאס זאל אדורכגיין)

shem-tov » דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:13 pm

· #183095
נארמאל וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם. אבער אין די פאל וועט עס זיין א נס מן השמים אויב דאס וועט אמאל דורך גיין. כ'גלייב נישט אז סהאט א טשענס אין א מיליאן יאר. דא רעדט מען נישט פון קיין פייפליין פשוט פאר וואסער צום טרינקן אויף וואס מען שלאגט זיך אויך. דא רעדט מען נישט פון אפקויפן הייזער אויף סערפי מערפי אויף וואס מען האט געדרייט א קאפ דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים. חברה ס'טוט מיר לייד צו זאגן אבער אלץ א תושב דא מיין גאנצע לעבען זאג איך אייך מיט ווייטאג. נעווער... ס'קען פשוט נישט געשען. כהאף נאר אז געלב האט געשריבן נא בעקסיס אויף די אפליקאציע געלטער. כא כא כא

shem-tov » דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:16 pm

· #183098
פלען בי קען אפשר זיין איינצונעמן שטחים. פשוט זיך ערקלערן בעה"ב כמיין אין ארץ ישראל האט זיך עס גאנץ פיין אויסגעארבעט. ניין

shem-tov » דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:19 pm

· #183099
אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:09 pm

· #183113
shem-tov
פלען בי קען אפשר זיין איינצונעמן שטחים. פשוט זיך ערקלערן בעה"ב כמיין אין ארץ ישראל האט זיך עס גאנץ פיין אויסגעארבעט. ניין

נו, דאס אי דאך מיין קשיא. פארוואס אין ארץ ישראל הייסט עס ציונות און התגרות באומות און אין מאנרא נישט? נאכאמאל. איך פריי מיך אין ביידע פלעצער אז אידן פארשפרייטן זיך און זענען כובש שטחים, ב"ה. נאר איך וויל וויסן דעם חילוק. 🙄 😂 😕 😃 🙂 😉 😞 😮

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:12 pm

· #183115
shem-tov
אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

נו, ציונות. איך בין מוחה. איך וואונדער מיך וואס הרב ישראל מ. סופר שליט"א האט צו זאגן איבער ד'עים ענין. וויאזוי טייטשט ער עס אויס?! 🙄 🙄 🙄 😕 😎 😠 😛 😳 😢 😮

petergrifin » דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:19 pm

· #183119
berlbalaguleh
shem-tov
אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

נו, ציונות. איך בין מוחה. איך וואונדער מיך וואס הרב ישראל מ. סופר שליט"א האט צו זאגן איבער ד'עים ענין. וויאזוי טייטשט ער עס אויס?! 🙄 🙄 🙄 😕 😎 😠 😛 😳 😢 😮

די חילוק איז אז די ציונום נעמן געלט פון די מדינה משא׳כ די רבינ׳ס שטעטל באקומט נאר פון אנקעל סעם.

מ גפני » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:55 am

· #183183
shem-tov
דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים

פארוואס זאגסטו אזוי? די אלע לאטס וואס מ'וויל אנעקסירן האבן די בעלי בתים אינטערגעשריבן אז זיי זענען מסכים, די איינציגסטע זאך וואס די ווילידזש נעמט צו פון אנדערע איז די טעקסעס, זאג די מיר פארוואס דארפן די אלע אידן צאלן סקול טעקס פאר מאנרא-וואדבערי סקול דיסטריקט ווען זיי האבן נישט קיין שום נוצן פון זיי, ניטאמאל באסעס?

בעריש » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:22 am

· #183189
shem-tov
נארמאל וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם. אבער אין די פאל וועט עס זיין א נס מן השמים אויב דאס וועט אמאל דורך גיין. כ'גלייב נישט אז סהאט א טשענס אין א מיליאן יאר. דא רעדט מען נישט פון קיין פייפליין פשוט פאר וואסער צום טרינקן אויף וואס מען שלאגט זיך אויך. דא רעדט מען נישט פון אפקויפן הייזער אויף סערפי מערפי אויף וואס מען האט געדרייט א קאפ דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים. חברה ס'טוט מיר לייד צו זאגן אבער אלץ א תושב דא מיין גאנצע לעבען זאג איך אייך מיט ווייטאג. נעווער... ס'קען פשוט נישט געשען. כהאף נאר אז געלב האט געשריבן נא בעקסיס אויף די אפליקאציע געלטער. כא כא כא

עקטשויעלי האט עס כמעט א הינדערט פראצענט טשענס דורעכציגיין. פאשטייט זיך נישט מרצונם הטוב נאר דורעך דעם שופט. די מאנרא אנעקסעישאן איז יא דא א טשענס אז סזאל נישט אנקומען און קארט.

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:28 am

· #183190
איך הער וואס איר זאגט. אבער הערט גוט אויס ווואס איך זאג אייך. נעווער אין א מיליאן יאר. נישט אין מאנרא און נישט אין וואדבערי. ואין לי פנאי להאריך היום בענין זה אבער זאלסט וויסן יא ס'איז דא א סיבה פארוואס די ווילעדש האט גענומען געלב, און ס'איז אויך דא א סיבה פארוואס די ווילעדש טוט עס אפי' ווען זיי ווייסן גאנץ פיין אז ס'האט נישט קיין טשאנס.

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:35 am

· #183191
מ גפני
shem-tov
דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים

פארוואס זאגסטו אזוי? די אלע לאטס וואס מ'וויל אנעקסירן האבן די בעלי בתים אינטערגעשריבן אז זיי זענען מסכים, די איינציגסטע זאך וואס די ווילידזש נעמט צו פון אנדערע איז די טעקסעס, זאג די מיר פארוואס דארפן די אלע אידן צאלן סקול טעקס פאר מאנרא-וואדבערי סקול דיסטריקט ווען זיי האבן נישט קיין שום נוצן פון זיי, ניטאמאל באסעס?

אה ממש א מחי' גרינג צו פארשטיין. לאמיר נאר טאקע מסביר זיין פארן גוי אז נישט נאר איז דער רעקארד געווען גערעכט ווען ער פלעגט ווארפן א פחד ווען אימער א יודל האט געקויפט א כאטקע אויפן גוי'ס בלאק, נאר מען גייט עס גאר אלעס איבערשרייבן פארן מאנסטערישן קעי דשעי. און אין בלויז 01 יאר גייען מיר שוין האלטן ביי טשעסטער אה ממש א נחת דער גוי וועט זיך שוין גארנישט מער דארפן פלאגן מיר וועלן אלעס שיין פירן. ווער סהאלט אז סגייט אדורך גיין ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס ס'טוט זיך אין מאנרא. פון געלב איז נישט קיין ראי' דאס איז זיין פרנסה אבער די ווילעדש חברה די געשליפענע קארפן קעפ גדלי' וכת דיליה ווייסן פונקטלעך ווי דאס גייט אנקומען

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:48 am

· #183194
ס'ארא ליצנות דא איז פארגעקומען קומט זיך איינער און דרייט א קאפ מיט זיינע חלומות. מען כאפט הונדערטער הייזער און מען גייט מאכן א לעבן. מען באווארפט מיט געלט על לא דבר. תפסת מרובה לא תפסת. בראך'ס לאט מיט נאך עטליכע גרויסע וואלט נאך אפשר געגאנגן אבער נישט אויף דעם סיסטעם.די חברה גייען איבערקערן וועלטן אויף אן אופן וואס זיי האבן נאך קיינמאל פריער געטאן וזה אינו כדאי פאר די ווילעדש

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:23 pm

· #183225
שם-טוב?

פארוואס האט מען געמעגט מופן קיין קרית יואל תשל"ד? האט מען דעמאלט נישט אויפגערעגט די שכנים?
פארוואס אין בלומענבערג הייסט דאס נישט איבערקערן א וועלט און ארויסטראסקען אלע גוי'אישע איינוואוינער?

ביטע זיי מסביר פאר דיר(!)
מיר פארשטייען שוין פיין ב"ה.

שעפטל » מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:39 pm

· #183231
berlbalaguleh
shem-tov
אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

נו, ציונות. איך בין מוחה. איך וואונדער מיך וואס הרב ישראל מ. סופר שליט"א האט צו זאגן איבער ד'עים ענין. וויאזוי טייטשט ער עס אויס?! 🙄 🙄 🙄 😕 😎 😠 😛 😳 😢 😮

פיינע קאווע
איז נישט געלב א זאלי ? סתם איטערסאנט צו וויסן די פאקטען

האנישט מורא ישראל מ. דארף זיך דא האלטן ס'פיסק.... און דו פרעג פארוואס מ'האט גענומען געלב...

signout » מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:40 pm

· #183232
גראדע האט מען אין קרית יואל נישט געווארפען קיינעם, עס איז געווען א גרויסע טאון אין די אידן האבען געוואלט בויען א געגנט אין זייער טאון, אנדערש ווי יעצט ווען די אידן ווילן איבערנעמן די וויליזש מיט זייער שאפינג סענטער אין אלעס דערינען אז די גוים זאלען מוזן גיין, אבער וואס זאל מען טוהן אז די גוים טוהן אין וויליאמסבורג די זעלבע מיט אינז זיי קויפן אויס אינזערע הייזער פאר גרויס געלט אין מיר האבען נישט ווי צו וויאנען

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:16 pm

· #183245
נאטרוליסט
שם-טוב?

פארוואס האט מען געמעגט מופן קיין קרית יואל תשל"ד? האט מען דעמאלט נישט אויפגערעגט די שכנים?
פארוואס אין בלומענבערג הייסט דאס נישט איבערקערן א וועלט און ארויסטראסקען אלע גוי'אישע איינוואוינער?
ביטע זיי מסביר פאר דיר(!)
מיר פארשטייען שוין פיין ב"ה.

דאס איז טאקע מיין נקודה ביז היינט איז אלעס געווען איבער אויפרעגן. אז דער גוי רעגט זיך אז איך קויף א הויז קען מען אים האבן אין דער ערד מיר דארפן טאן וואס מיר דארפן טאן. דא רעדט מען קלאר פון איבערנעמן גאנצעטע באוואוינטע שטחים. מיט נאך שווערע טעקס דאלארן. אין אויף דעם וועלן מיר נישט קענען זאגן אז מיר מוזן האבן וואסער אדער אז מען לאזט אונז נישט לעבן. בקיצור איך זיך מיך נישט דא איינצורייסן מיט קיינעם איך האב פלעין געזאגט מיין מיינונג אלץ א קרית יואל געבוירענער וואס קען זיך גרונטליך אויס אין די ענינים. בכלל אין אמעריקע אין עני טאון פאסירט נישט אזעלעכע זאכן אפי אוועקצונעמן א שטיינדל קען מען זיך רייסן יארן לאנג. איבערהויפט דא רעדט מען פון קעי דשעי מיט איר היסטארי מיט די שכנים

שעפטל » מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:24 pm

· #183250

וועלכע באוואוינטע????? מ'גייט ארייננעמען די שכנים ערלים אין קרית יואל???

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:38 pm

· #183253
באוואוינט מיט יודן וואס צאלן טעקס פאר די בענעפיט פאר די יודן. גארביטש. סוער. הייוועי. באסעס. אלעס אזוי ווי אין יעדע טאון אין אמעריקע. זאג מיר איין סיבה פארוואס דער גוי זאל מסכים זיין אויפצוגעבן שטחים און איך וועל דיר זאגן צען פארוואס נישט. תשל"ד האט מען גערעדט פון א מדבר שממה. א פארם . און דא קוקן זיך די שכנים צו וואס מען האט זיי אלץ אפגעטאן אויפגעבויט אויף דעם ארימען פארם גג על גג און דא זאל ער נאך מסכים זיין אויף נאך. איך קען דיר שרייבן א מגילה פאראויס וואס דא גייט פאסירן אין די נעקסטע 10 יאר אבער איין זאך זאלסטו געדענקן דער ענעקסעישאן פראדזשעקט קען נישט געשעהן. פשוט אוממעגליך.

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:43 pm

· #183255
מען קען דאך נישט שרייבן אלעס וואס מען ווייסט. כ'האב שוין אסאך צייט פארברענגט איבער די נושא צו סלוינט זיך בכלל פארן יודישן אייגענטומער צו זיין אונטערן בעלות פון מאנרא-וואדבערי אדער אונטער קרית יואל. נישט יעדער יודישער איינוואוינער האלטס סאיז לטובה. אבער מיט דעם האט געלב שוין געווינען ווי מען האט געשמועסט ער האט שוין ארויסגעטשעקט

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:05 pm

· #183262
shem-tov
באוואוינט מיט יודן וואס צאלן טעקס פאר די בענעפיט פאר די יודן. גארביטש. סוער. הייוועי. באסעס. אלעס אזוי ווי אין יעדע טאון אין אמעריקע. זאג מיר איין סיבה פארוואס דער גוי זאל מסכים זיין אויפצוגעבן שטחים און איך וועל דיר זאגן צען פארוואס נישט. תשל"ד האט מען גערעדט פון א מדבר שממה. א פארם . און דא קוקן זיך די שכנים צו וואס מען האט זיי אלץ אפגעטאן אויפגעבויט אויף דעם ארימען פארם גג על גג און דא זאל ער נאך מסכים זיין אויף נאך. איך קען דיר שרייבן א מגילה פאראויס וואס דא גייט פאסירן אין די נעקסטע 10 יאר אבער איין זאך זאלסטו געדענקן דער ענעקסעישאן פראדזשעקט קען נישט געשעהן. פשוט אוממעגליך.

פון שם-טוב'ס מויל צו קאווע שטיבל'ס אויערן... איך קען נישט אויפהערן לאכן פון נאאיוויטעט. לעגאל "מוז" מען מיך לאזן אנעקסירן צו אן אנדערן טאון אדער ווילידזש, אויב מיינע סערוויסעס זענען בעסער ווי דאס וואס איך פארמאג איצט. דאס איז לעגאל. קאווע שטיבל האט אפשר אנדערע געזעצן. אבער אין אמעריקע איז דאס דערווייל LAW.

ביי די וועי, אין בלומינגבערג זען די שכנים ווי עטליכע אידעלעך גייען זיך אריינריקן על מנת ארויסצוריקן די אלט-געזעצענע גוים. די אידן גייען איבערנעמען דעם ווילידזש און טוישן "זייער" לעבנ'ס שטייגער. פינקט פארקערט ווי די אנעקסעישאן אין קרית יואל, וואס נעמט אוועק די אידן פון טאון קיין קרית יואל. דער גוי ווערט נישט אפעקטירט קיין זוז-כלשהו.

אלזא דיינע רעטאריק זענען בעיסלעסס און זינלאז!

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:15 pm

· #183263
ממש אלעס א מחי צוביסלעך גיימער טאקע אלעס אנעקסירן פונקט ווי נאטרוליסטערס געזעץ שרייבט פאר. א שאד מע'האמער נישט די זעלבע געזעצן אין די מידל איסט וואלט דאך אלעס געווען בשלום ושלוה

מ גפני » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:11 pm

· #183347
שעפטל
shem-tov
נאטרוליסט
שם-טוב?

פארוואס האט מען געמעגט מופן קיין קרית יואל תשל"ד? האט מען דעמאלט נישט אויפגערעגט די שכנים?
פארוואס אין בלומענבערג הייסט דאס נישט איבערקערן א וועלט און ארויסטראסקען אלע גוי'אישע איינוואוינער?
ביטע זיי מסביר פאר דיר(!)
מיר פארשטייען שוין פיין ב"ה.

דאס איז טאקע מיין נקודה ביז היינט איז אלעס געווען איבער אויפרעגן. אז דער גוי רעגט זיך אז איך קויף א הויז קען מען אים האבן אין דער ערד מיר דארפן טאן וואס מיר דארפן טאן. דא רעדט מען קלאר פון איבערנעמן גאנצעטע באוואוינטע שטחים. מיט נאך שווערע טעקס דאלארן. אין אויף דעם וועלן מיר נישט קענען זאגן אז מיר מוזן האבן וואסער אדער אז מען לאזט אונז נישט לעבן. בקיצור איך זיך מיך נישט דא איינצורייסן מיט קיינעם איך האב פלעין געזאגט מיין מיינונג אלץ א קרית יואל געבוירענער וואס קען זיך גרונטליך אויס אין די ענינים. בכלל אין אמעריקע אין עני טאון פאסירט נישט אזעלעכע זאכן אפי אוועקצונעמן א שטיינדל קען מען זיך רייסן יארן לאנג. איבערהויפט דא רעדט מען פון קעי דשעי מיט איר היסטארי מיט די שכנים

וועלכע באוואוינטע????? מ'גייט ארייננעמען די שכנים ערלים אין קרית יואל???

שם-טוב ביטע ענטפער אויף די קשיא, איך האב עס אויך געפרעגט און די דרייסט זיך ארויס פון ענטפערן א קלארע תשובה

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:17 pm

· #183391

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:52 pm

· #183398
shem-tov
באוואוינט מיט יודן וואס צאלן טעקס פאר די בענעפיט פאר די יודן. גארביטש. סוער. הייוועי. באסעס. אלעס אזוי ווי אין יעדע טאון אין אמעריקע. זאג מיר איין סיבה פארוואס דער גוי זאל מסכים זיין אויפצוגעבן שטחים און איך וועל דיר זאגן צען פארוואס נישט. תשל"ד האט מען גערעדט פון א מדבר שממה. א פארם . און דא קוקן זיך די שכנים צו וואס מען האט זיי אלץ אפגעטאן אויפגעבויט אויף דעם ארימען פארם גג על גג און דא זאל ער נאך מסכים זיין אויף נאך. איך קען דיר שרייבן א מגילה פאראויס וואס דא גייט פאסירן אין די נעקסטע 10 יאר אבער איין זאך זאלסטו געדענקן דער ענעקסעישאן פראדזשעקט קען נישט געשעהן. פשוט אוממעגליך.

ביי די ציונים אין מדינת ישראל האט מען אויכעט נישט געחלומ'ט אז די מדינה גייטצעך אזוי שטארק פארברייטערן און אייננעמען טויזנטער קילאמעטערס פון שטחים. און די גאנצע גוי'אישע וועלט און די יו.ען קריצן מיט די ציין. און די נטורי קרתא רעיגן זיך און שעלטן די ציונים טאג און נאכט. כ'האב שטארק מורא אז אין א פאר יאר ארום וועט מען שוין נישט דערקענען קיין חילוק פון קרית יואל מיט די מדינה. אין קר"י האט שוין די פאליציי אויכעט געשלאגן ערליכע אידן (א פאר משוגעים(. 🙄 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😢 😮
נ.ב.: כל הנ"ל נכתב בבחינת משנכנס אדר מרבין בשמחה.

shem-tov » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:02 pm

· #183399
לאמיך דיר פארשטיין געבן. פון ווען וועלט איז וועלט האט מען זיך דאס מערסטע געקריגט איבער שטחים. יא דאס נעבעכדיגע אומשולדיגע לאנד וואס איינער טענהט אז סאיז זיינס און דער צווייטער טענהט אז סבאלאנגט פאר מיר. קין און הבל האבן זיך געהרגט פאר לאנד. אברהם מיט אבימלך. די רומים. אייביג און אלעמאל איז דאס געווען דער יסוד פאר מלחמהס און הריגות. ארץ ישראל הרגט זיך פאר לאנד. לערן דיך אויס סאיז נישט דיינס איז עס נישט דיינס. קענסט עס אפקויפן און איבערנעמן אבער סהאט א בעה"ב און יענער האלט דיר עס נישט ביים געבן. ווילסט גיין אין מלחמה, הצלחה רבה.

קרית יואל פרובירט און סקומט זיי קרעדיט מען דארף טרייען אבער מיר קוקט עס אויס ווי אוממעגליך.

אלעס וואס מען האט געטאן ביז היינט האט זיך געלייגט אויפן שכל. וואסער. בויען ברייט. די ווילעדש אבער דאס אנעקסן איז עפעס א מין צודרייטער חלום ואינו יודע מה היא

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:17 pm

· #183400

פון יעדע איינציגע שורה דיינע קוקט אויס אז דו האסט א נארישע פאליטישע אגענדע. דיין מח לאזט דיך נישט טראכן אינדרויסן פון דיין "שעל".
עס זיצן לאיערס, עס זיצן פלעננערס, עס 7ענען אינוואלווד מיליאנען דאלער, הונדערטער מענטשן פון אלערליי שיכט מענטשן, יעדער פארשטייט גענוי, און דאס נאאיוו אינגל מיט בני יואל ברילן, קאפעט און שטויסט!

וואס נאך וואלסטו געוואלט אז עס יא אדער נישט פאסירן???

לעמבערג » זונטאג פעברואר 16, 2014 8:04 pm

· #184107
KJ attorney suggests anti-annexation movement stems from anti-Semitism

http://thephoto-news.com/apps/pbcs.dll

A letter from Assemblyman James Skoufis to DEC Commissioner Martens urging him to designate the Monroe-Woodbury Central School District or DEC as lead agent in the 507-acre…

http://www.scribd.com/doc/206974787/Skoufis-DEC-Annexation-Letter

מ גפני » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:07 pm

· #184851
יחזקאל בראך שטעלט ארויס חלקים פון זיינע לאטס צום פארקויפן ער בעט $480,000 פאר א האלבן עיקער, מיטן תנאי אז עס וועט דארט געבויעט ווערן TOWN HOUSES נישט גרעסער פון 4 פאמיליעס פער לאט - אפילו נאכדעם וואס עס ווערט געענעקסט - אין דעם אויספארקויף זענען אריינגערעכנט אלע לאטס וואס זענען אויף פארעסט רד. , א חוץ דעם פלאנט ער צו בויען - ערגעץ אינדערמיט פונעם שטח - א גרויסן שאפינג צענטער ארומגענומען מיט גרעסערע בנינים פון מולטי פאמיליע דירות

לעמבערג » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:12 pm

· #185295
It’s not about religion
Published Feb 20, 2014 at 2:28 pm (Updated Feb 20, 2014)

By Nancy Kriz

MONROE — The suggestion made last week by the attorney representing Village of Kiryas Joel landowners seeking to annex 507 acres from the Town of Monroe into the village that anti-Semitism was the reason for public opposition is being denounced by community members.

thephoto-news.com
56.jpeg

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 9:01 am

· #185397
אינעם הקרי' ווערט ווייטער געמאלדן איבערן אנאקסירן
📎 הקרי'.jpeg
📎 הקרי'.jpeg

לעמבערג » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:55 pm

· #186738
l
Larkin.jpg
בלאט: 1 2 3 4