☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איך גיי מיר פון דאנעט

איך גיי מיר פון דאנעט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9476

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:45 pm

· #296874
איך גיי מיר פון דאנעט
לעצטנס איז געווארן דא אין שטיבל א טרענד זיך צו נוהג זיין אזוי ווי אונזערע פאליטישנס, וואס נעמען איין א היברענאציע במשך דריי יאר, און ביי יעדע וואלן יאר וועקן זיי זיך אויף און מיט א טיפען געניץ מעלדן זיי נאכאמאל מיט גרויס פאטאס פאר ווער עס איז נייגעריג, אז ער באטראכט זייער זייער ערנסט די מעגליכקייט פון זיך מיישב זיין אין די נאנטע צוקומפט איבער זיין מחשבה וועגן טראכטן אז נאר ער וועט זיין זייער א פאסיגער קאנדידאט צו וועלן לויפן אויף די _________________ טיקעט פאר פרעזידענט וכו' וכו' וכו',

אזוי טוהען אונזערע חברים יקרים, און מפעם לפעם ווען מען דערמאנט זיך אז ווען מען וועט קומען אויפן עולם האמת וועט איינע פון די שאלות זיין "זאג נאר, און סעלף קאנפידענץ האסטו געהאט?" נו ומה נענה ליום הדין, נו מעלדט מען איין פאר חברינו היקרים מפז אז מען באטראכט ערנסט וכו' צו זיך אפפעקלען פון דא כל אחד מחמת סיבות שונות ומשונות פון גייסטליכע פראבלעמען, ביז סאציאלע פראבלעמען, און די מעמבערס דא ווי ריכטיגע נבונים פארשטייען גלייך אויפן וואונק און מען הייבט זיך אן גלייך בעהטן אז מען זאל בלייבן, און תיכף ומיד הייבן זיך דראסטיש די לעוול פון די סלעיוו קאנפידענץ און מען קען אפאטעמען... ביז צו די נעקסטע פדיון שבוים קאמפעין.

כלפי מה הדברים אמורים, ב"ה איך בין זייער צופרידן פונעם גייסט דא אין שטיבל עס בלאזט אן אנגענעמער רוח מזרחית צפונית (@וועטערבאריכט פארעכט מיר אויב איז דאס עפעס אנדערש) און אלעס פארט על מי מנוחות, מיין אישי קעסטל איז ב"ה מלא וגדוש מיט פאזעטיווע זאכן, קיינער פראוועקירט נישט, ממש מעין עולם הבא,

אבער....

איין זאך באדערט מיר עד דכדוכה של נפש, עס לאזט מיר נשט שלאפן ביינאכט און אויף זיין צופרי, עס נעמט מיר אוועק מיין ישוב הדעת און מיין מוחין דגדלות, והוא, ווען איך זע אז פון @שמעקעדיגס אויגן קען קיינער זיך נישט ארויס דרייען, ווי שטיל מען זאל נאר זיין, און אפילו מען איז קיין מענטש נישט פארט אנערקענט מען יענעם'ס ארבעט, און אזוי דארף צו זיין,

און דא בין איך די שווארצע שעפעלע, דאס אומזעהבארע, פשוט ולא נודע כי באו אל קרבנה, וואס זאל איך טוהן אז איך האב נישט העזה צו זיין א תובע בפה אדער צו טוהן אזא הכנה דרבה ווי ר' @זעקס איינגעדרייט, איך וויל נישט מפרש זיין מפני הכבוד פון וואס איך רעד דא, און ווער עס פארשטייט פארשטייט, האב איך מיר אן עצה געגעבן, מכל מלמדי השכלתי, און איך האב פארשטאנען וועלעכע פעולה צו נעמען אז דער עולם זאל פארשטיין וואס מען האט צו טוהן אין אזא פאל (חוץ פון מאכן א לחיים) און יאכלו ענווים וישבעו, יהי הליכתו כביאתו בב"א.

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:00 pm

· #296876
שוין כפארשטיי אויפ וואונק ,
געוואלדיג געוואלדיג לאז אונז נישט ווי שאף אהן קיין פאסטוך און ווי א דארף אהן א ...

קאצקע ציקער » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:10 pm

· #296877
יוי געוואלדיג טוה דאס נישט פאר אונדז, אונדז האב מיר שוין געניג פארלוירן אין איין יאר , יתומים היינו ואין אב לאז אונדז אונדז נישט איבער אליין ווי א שאף אן א רידער ווי א פאסטאך אן א שעפעלעך ווי אן ארענדער אן א מאשקע ווי אן עגלה אן א ר' בערל ווי א קאווע שטיבל אן א אנאנים 😉 ניין גיי נישט!! אונדז וועל מיר דיר געבן וויפל לייקס מיט שמייקס דו ווילסט נאר גיי נאר נישט

שכוח טייערע גבאי ר' געוואלדיג קיעפ אפ יור גוד ווארק

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:24 am

· #296930
איי איי איי ר' שש, עס איז דאך אין שמייכל פאר א ריזן, און איך צומאל קיינעם איך האב נאר געשריבן כפי זכרוני, און לדעתי סאקט די מקום אינגאנצן נישט, דור הולך ודור בא, כסדר זענען דא דא פיינע און זיסע שרייבער, זה בכה וזה בכה, ואם פגעתי בכבודך הנני חולץ מנעלי ומבל נזיפה מהוד מעלתך.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:29 am

· #296931
דעס איז דאך אין שמייכל... אבער ערענסט גערעדט, ווען איינער שרייבט אז ער גייט אנשטאט זיך בעטן זאל אים יעדער מחזק זיין מיט זיין גוטע שריט...

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:05 pm

· #297017
@אנאנים
[ציטאט אראפגענומען]

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:44 pm

· #297030
[ציטאט אראפגענומען]

נישט דא קיין ווייפיי השפעות אין די קאנטרי ווי אין שטאט 😉

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:43 pm

· #297065
געוואלדיג:...לו יצוייר ס'זאלל זיין אזוי ווי דו ווילסט. וועסטו דיר מיטנעמען דאס גבאות קיין...הייד פארק, אייוועלט, קרעטשמע אדער פאליש...?
איך האלט אז דו חלומ'סט בכלל נישט פון גיין אין ערגעץ. נאר וואדען...? דו האסט געזעהן וואספארא שיינעם אשכול מיט הונדערטע תגובות שבת אחים האט אהערגעשטעלט. ביסטו געווארן א ביסל דזשעלעס...און דו ווילסט אויך א ביסל אטענשאן...ביסט 100% גערעכט.דו ווילסט דער עולם זאלל זיך בעטן צו דיר בתחנונים אז דו זאלסט בלייבן....שוין. איך בעט דיך זייער שטארק אז דו זאלסט למען השם יתברך ותורתו נישט אוועקגיין פון קאווע שטיבל. ווייל דאמאלס וועט מקויים ווערן די רש"י וואו ס'שטייט אז...יציאת צדיק עושה רושם... 😂 🙄

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:18 pm

· #297068
בערל ניטאמאל זאלסטו חלמען דערפון איך זעה שוין דו פאגסט אויך אן צו ווערן דזעליס 😂

ירא שמים » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:33 am

· #297716
@געוואלדיג כהאב שוין מורא אז האסט עס געמיינט ערנסט !! וואו בוסטו ?!
כוויל נישט דערשרעקן דעם עולם אבער אויב דו גייסט …

moshav zekeinim » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:22 pm

· #297773
איך מיין אז איך גיי מיר אויכעט...

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:24 pm

· #297775
ווילאנג ס'ווערט געשריבן אין שמייכל זאל יעדער שרייבן...

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:51 pm

· #297805
מ'האט מיך פארשיקט פון דאנעט...
ס'טיצעך א גאנצע איבערדרייעניש פון ניקס וואס סטראשענען אמת'דיג און בלצנות אז זיי גייען פון דא צוליב דאס און יענס...

איך האב באקומען פון איינעם מער אזא "האסט מיך פארשיקט" סטיל מעסעדזש...

נאמען געהיטן אין רעדאקציע...
און אויב איז דא א פרי קאנטרי גענצליך ווי דו זאגסט איז דאך אייוועלט מיט משומר יא גערעכט. נו נאך גוט ביזט זיך מודה, איך פלעג נישט גלייכן אז זיי בלאקן ק''ש. האסט מיר אויפגעקלערט. א דאנק. ביי


וואס טוה איך יעצט??? איך בין גאר שילדיג אין אויפקלערן יענעם!!!

א איד » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:08 pm

· #297826
@געוואלדיג שוין דינסטאג היינט, און כליפ כליפ כליפ, ואיננו כי לקח אותו... עלה בסערה.....
בוכ"ע כהאלט עס שוין נישט אויס (כנוסח ר' אייזיק ספינקאר), שוינטס נישט קיין טרערן, וואאאאאאאאאאאאאאאאאאאא, וויי וויי געוואלד, ווי לאנג נאך, וויפיל איז דער שיעור........................................

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:09 pm

· #298202
רבותי, חז"ל זאגן אז אויב איינער מאכט זיך ווי ער האט עפעס א מום אינו מת מן הזקנה ביז ער האט דעם מום, נו קללת חכם אפי' על תנאי היא באה, בין איך נענש געווארן די לעצטיגע פאר טעג מיט שוואכע אינטערנעט קאנעקשן, קען איך נישט געהעריג אריין קומען, איך פראביר מיין בעסט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 8:44 pm

· #298218
ווי א גבאי אן קיין שליסלעך.. אפס, אריין אין "איך בין ווי... אן א....." אשכול.