זכור ימות עולם (היום יום)
176 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9403
א' כסלו
ב'תמ"ח: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די מכה פון שחין אויף די מצריים, לויט די שיטות הראשונים אז במשך די יאר פאר יציאת מצרים האט זיך אנגעהויבן א פרישע מכה אויף די מצריים יעדן חודש.
ג'שכ"א: דער אייבערשטער האט געהייסן ירמי' הנביא זאל שרייבן און ברוך בן נרי' זאל פארליינען פאר'ן מלך יהויקים, אז ער און כלל ישראל זאלן תשובה טאן ווייל עס נישט וועלן קומען ביטערע שטראפן און דער חורבן בית המקדש. דער קעניג האט אבער צוריסן די מגילה און עס פארברענט, און דעריבער איז דער טאג באשטימט געווארן אלס א תענית.
ה'תקמ"ג: אידן קומען צוריק אריין קיין ניו יארק, א טאג נאכדעם וואס די אמעריקאנער מיליטער האט צוריק געכאפט דעם שטח פון די בריטישע ארמיי, אין די שווערע שלאכטן נאכ'ן גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן. אין די צייט וואס ענגלאנד האט געהאט ניו יארק האבן אידן מורא געהאט צו זיין דארט, ווערנדיג באשולדיגט אין זיך אננעמען פאר'ן "שונא" אמעריקע... אבער ווי נאר ניו יארק איז צוריק אריין אונטער די מלכות של חסד זענען די אידן צוריק געקומען.
ה'תש"ד: אין דעם טאג איז פארגעקומען די היסטארישע קאנפערענץ צווישן אמעריקאנער פרעזידענט רוזוועלט, בריטישער פרעמיער מיניסטער טשוירטשיל און רוסישער דיקטאטור סטאלין ימ"ש, אין טעהראן, איראן, וואו זיי האבן אויסגעארבייט דעם באשלוס אנצוהויבן א ריזיגע אליאירטע אינוואזיע אויף אייראפע קעגן נאצי דייטשלאנד. דער באשלוס איז געפאלן צו אינוואדירן ביי די ברעגעס פון נארמאנדי, פראנקרייך. די אינוואזיע האט זיך אנגעהויבן א האלב יאר שפעטער, און האט טאקע במשך א קנאפע יאר צייט באוויזן צו פארניכטן די נאצי קרעפטן ימ"ש און געווינען די וועלט מלחמה.
ב' כסלו
ה'תפ"ז: אידן אין ניו יארק, צענדליגער יארן פאר'ן גרינדונג פון אמעריקע, ווערן ערלויבט צו זאגן א לעגאלע שבועה אן דערמאנען גויאישע גלויבנס.
ה'תש"ב: "פורים קאסאבלאנקא" – נאכדעם וואס נאצי דייטשלאנד האט אקופירט פראנקרייך און איינגעשטעלט די ווישי רעגירונג, האבן די ווישיס אויך איבערגענומען די פראנצויזישע קאלאניעס אין צפון אפריקע, מאראקא, טוניזיע און אלדזשיר, און האבן געפלאנט אויסצופירן די גרויזאמע נאצי פלענער אומצוברענגען די טויזנטער ארטיגע אידן ח"ו. אבער אין דעם טאג איז די גזירה בטל געווארן ב"ה, ווען די אמעריקאנער ארמיי האט אינוואדירט די קאלאניעס, און די אידן זענען געראטעוועט געווארן ממות לחיים. אלס שבח והודאה און זכר צו די נסים, פראווען מאראקאנער אידן א "פורים" טאג להודות ולהלל.
ג' כסלו
דער טאג איז באשטימט געווארן אלס יום טוב בימי חשמונאים, ווייל אין דעם טאג האבן די חשמונאים באוויזן מבטל צו זיין די גזירות פון אנטיוכוס און די יוונים.
ה'תס"ג: דער הייליגער פני יהושע שרייבט אין די הקדמה פון זיין בארימטן חיבור (חלק ב' סדר נשים), אז אין דעם טאג האט פאסירט א שרעקליכע אויפרייס פון פולווער-שטויב אין צענטער פון לעמבערג (לבוב) וואס האט אויפגעטרייסלט די שטאט, און געברענגט א גרויסע ביטערע שריפה. דער הויז פונעם פנ"י איז ליידער חרוב געווארן אויפ'ן פלאץ, און עס זענען נפטר געווארן זיין פרוי און א טאכטער, און זיין מאמע, צוזאמען מיט נאך צענדליגער נפשות. דער פנ"י אליינס איז געפאלן אונטער א ברענענדיגע הויפן ברוכווארג, אבער אפילו חרב חדה מונחת וכו' אל יתייאש מן הרחמים. דער פנ"י האט באותו מעמד געמאכט א נדר צום באשעפער, אז אויב ער ווערט ניצול פון די סכנה וועט ער עוסק זיין בתורה כל ימי חייו און שרייבן א חיבור אויף ש"ס (אלס המשך צום "מגיני שלמה" פון זיין גרויסער זיידע). ווי נאר ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער, איז בדרך נס געעפנט געווארן א וועג צווישן די חורבנות און ער איז ניצול געווארן, און כלל ישראל האט זוכה געווען צום "פני יהושע".
ה'תר"ה: "פורים אמטשיסלאוו" – אין די קליינע שטאט אין רוסלאנד איז א צארישער זעלנער געשעדיגט געווארן און א משומד האט אויפגעהעצט א בלוט בלבול אז די אידן האבן געוואלט רעוואלירן קעגן דעם צאר, און עס האט געדראעט א גאר שווערע סכנה אויפ'ן גאנצן שטאט. מען האט איינגעריסן רחמי שמים מיט תפילות און תעניתים, און בחסדי ד' איז די גזירה אינגאנצן בטל געווארן, און דער טאג איז באשטימט געווארן להודות ולהלל.
ה'תרמ"ז: הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע מסקווירא בן הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיין טאטן אז ער האט געזען אין די כתבים פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע אז דער טאג ג' כסלו איז א יו"ט ווייל עס איז אים געשען א נס יענעם טאג. האט רבי איציקל געזאגט, "מיין אברהם יושע העשיל וויל זיך מאכן א יו"ט מ'זאל נישט זאגן קיין תחנון, וועלן מיר אים צוליב טאן," עכלה"ק. זינט דאן האט מען אין סקווירא נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און ברבות הימים איז רבי אברהם יושע העשיל טאקע נסתלק געווארן דעם טאג.
(עס ווערט טאקע געברענגט אין אמרי פנחס סיפורים דף צ"א אז ג' כסלו האט רבי פנחס געמאכט א משתה ושמחה און נישט געזאגט קיין תחנון. ער האט דערציילט א מעשה בימי הבעל שם טוב הק', ווען א בישאף און א מלכה האבן געוואלט ארויסגעבן א גזירה פון שריפת התלמוד ה"י. יענעם יאר האט דער בעל שם טוב געזאגט אין די עשרת ימי תשובה אז מען ווייזט אים מן השמים א גוטע בשורה אבער ער ווייסט נישט וואס, און מוצאי יוה"ק האט דער בעל שם טוב געזאגט אז היי-יאר וועט זיין א נס אזוי ווי בימי מרדכי ואסתר, און אזוי איז געווען אז צוויי שונאי ישראל האבן געהאט א וויסטע מפלה און די גזירה איז אינגאנצן בטל געווארן).
ד' כסלו
ג'תי"א: אין דעם טאג איז געווען די נבואה פון השי"ת צו זכרי' הנביא פון ספר זכרי' קאפיטל ז' און ח', ווי עס שטייט אין פסוק אנהויב קאפיטל ז', "בארבעה לחודש התשיעי".
ה'רפ"ו: קייזערין מאריא פון האפסבורג דינאסטיע האט ארויסגעגעבן א גירוש אויף די אידן פון פרעשבורג.
ה'תק"ב: אין דעם טאג האט די צאר'ינטע פון רוסלאנד ארויסגעגעבן דעם באקאנטן ביטערן גירוש אויף יהדות רוסלאנד.
ה'תק"ג: פורים טברי' – דער טערקישער פירער סוליימאן פאשא איז געקומען פון דמשק מיט'ן פלאן איינצונעמען די שטאט טברי'. הגה"ק רבי חיים אבולעפיא זי"ע האט געשיקט שלוחים מתפלל זיין רחמי שמים ביי די ציונים הקדושים פון רבי חייא ובניו, רב המנונא סבא, און רב הונא איש גלותא, און בחסדי ד' איז די גזירה בטל געווארן און דער פאשא איז צוריק מיט ליידיגע הענט. לזכר צו די ניסים האט רבי חיים, דער מנהיג פון טברי' יענע תקופה, איינגעפירט דעם טאג פאר א "פורים" להודות ולהלל.
(כמעט א יאר שפעטער, י"ד תמוז, האט דער פאשא פרובירט צו דעראבירן צום צווייטן מאל, אבער אויך דעמאלט האט ער געליטן א מפלה, האט מען נאכאמאל באשטימט יענעם טאג פאר "פורים טברי' קטן").
ה' כסלו
ג'שכ"א: דער אייבערשטער האט געהייסן ירמי' הנביא זאל שרייבן און ברוך בן נרי' זאל פארליינען פאר'ן מלך יהויקים, אז ער און כלל ישראל זאלן תשובה טאן ווייל עס נישט וועלן קומען ביטערע שטראפן און דער חורבן בית המקדש, דער קעניג האט אבער צוריסן די מגילה און עס פארברענט, און דעריבער איז דער טאג באשטימט געווארן אלס א תענית. (וי"א א' כסלו).
ה'רנ"ז: אין דעם טאג איז אריין אין קראפט די גזירת גירוש אויף אידן אין פארטוגאל, פינעף יאר נאכ'ן ביטערן "גירוש שפאניע".
ה'תר"נ: אין פילאדעלפיע האט היינט אנגעהויבן פונקציאנירן די "חברה הכנסת אורחים" וואס איז געגרינדעט געווארן א טאג בעפאר.
ו' כסלו
ה'שפ"א: רבן של כל בני הגולה רבינו ישעי' הלוי איש הורוויץ זי"ע, בעל 'השל"ה', איז אין דעם טאג אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק. וויבאלד עס איז געווען פרייטאג פר' ויצא, לסדר "וזה שער השמים", האט ער אנגערופן דעם ערשטן חלק פון זיין גרויסן חיבור "שני לוחות הברית" אנגערופן "שער השמים". דער של"ה הק' איז געווען א תלמיד פון מהרש"ל און מהר"ם לובלין, דאן איז ער ארומגעפארן מרביץ תורה זיין און מעורר זיין אידן צו תשובה. שפעטער איז דער של"ה נתעלה געווארן לגדולה אין די גרויסע שטעט פראנקפורט, פויזן און קראקא, און איז דאן צוריק צו זיין היימשטאט פראג. נאך די פטירה פון זוגתו הרבנית אין יאר ש"פ, איז דער של"ה ארויף גיין א"י, גייענדיג צופיסנס במשך לאנגע חדשים, דורך סיריע, ביז ער איז אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק. צוליב רדיפות פון ארטיגן פאשא איז דער של"ה אנטלאפן קיין צפת און שפעטער קיין טברי' ביז די הסתלקות י"א ניסן שפ"ה. אידן שטראמען צום ציון הקדוש צו פועל'ן רחמי שמים, און דער "תפילת השל"ה" אויף ערב ר"ח סיון איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל.
ה'תשי"ח: אין דעם טאג איז פארלאשן געווארן די הארץ פון פונעם מושיען של ישראל ביים צווייטן וועלט קריג, איש גבור חיל, גאון הגאונים חכם חרשים, מקים עולה של תורה, לוחם מלחמות ד' בגבורים, צדיק נשגב רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל, בעל מחבר "תורת חמד", מייסד ופטרון וראש ישיבת נייטרא.
ה'תשס"ח: דער אויסערן מיניסטעריום פון אוקריינא מעלדט אן אפיציעלע באשלוס, אז דער ציון הקדוש פון הרה"ק ננמ"ח רבי נחמן זי"ע מברסלב אין אומאן איז א וויכטיגע פלאץ און בלייבט אונטער די רעגירונג'ס אויטאריטעט.
ז' כסלו
ג'שכ"א: דער אייבערשטער האט געהייסן ירמי' הנביא זאל שרייבן און ברוך בן נרי' זאל פארליינען פאר'ן מלך יהויקים, אז ער און כלל ישראל זאלן תשובה טאן ווייל עס נישט וועלן קומען ביטערע שטראפן און דער חורבן בית המקדש. דער קעניג האט אבער צוריסן די מגילה און עס פארברענט, און דעריבער איז דער טאג באשטימט געווארן אלס א תענית. [וי"א א' כסלו]
דער טאג איז אויך א יום שמחה, ווייל אין דעם טאג איז געשטארבן הורדוס המלך וועלכער האט געפייניגט כלל ישראל.
ג'תקצ"ג: אין דעם טאג איז אנטיוכוס אנגעפאלן אויף ירושלים עיה"ק און אונטערגעצינדן פילע שריפות ארום די שטאט, און דעמאלט האט זיך אנגעהויבן די מלחמה פון די חשמונאים מיט די נסים ונפלאות וואס זענען געקומען צום הויכפונקט ביי נס חנוכה.
ח' כסלו
ה'תשמ"ו: אין דעם טאג איז דער אידישער אפיציר אין די אמעריקאנער נעיווי, יונתן פאלארד, געכאפט און ארעסטירט געווארן אלס ציוניסטישער שפיאן קעגן אמעריקע, פירנדיג צו שולד-פינגערס קעגן אידן אין לאנד.
(פאלארד איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע, אבער דעם היינטיגן פרייטאג ויצא תשע"ו, צום ערגענצונג פון גאנצע דרייסיג יאר נאך זיין ארעסט, איז פאלארד
באפרייט געווארן אין איינקלאנג מיט פעדעראלע פאראל געזעצן).
ט' כסלו
ה'קנ"ד: דער פראנצויזישער קייזער טשארלס דער 4'טער גיט ארויס גזירות גירוש אויף די אידן אין פראנקרייך.
ה'תרל"ד: א פייערדיגע "הנחת אבן הפינה" ווערט געפראוועט ביים אנהויבן בויען די ארטאדאקסישע "מיטעלע שוהל" אין ברייטאן, ענגלאנד, מיט דער באטייליגונג פון הונדערטער אידן, אין שפיץ פון הגה"ק רבי נתן אדלער זצ"ל בעל "נתינה לגר", הויפט רב פון לאנדאן און בריטישע מלוכה. (די שוהל שטייט נאך בתפארתו, ווערנדיג באצייכנט אלס איינע פון וויכטיגסטע היסטארישע געביידעס אין שטאט).
י' כסלו
ה'של"א: א שרעקליכע ערדציטערניש האט באטראפן די געגנט פון פערא, איטאליע, מיט גרויסע חורבנות, אבער בחסדי ד' זענען אלע אידן פון שטאט ארויס אומבאשעדיגט. [וי"א י"ח כסלו]
ה'תקפ"ז: "חג הגאולה" פון "מיטעלער רבי'ן" אין חב"ד, הרה"ק רבי דוב בער זי"ע בן הרה"ק בעל התניא זי"ע, וועלכער איז אין דעם טאג באפרייט געווארן פון תפיסה, קורץ נאכ'ן ארעסטירט ווערן דורך די צארישע רעגירונג פאר'ן לערנען תורה און חסידות. (מערקווירדיג אז א יאר שפעטער ווייניגער מיט א טאג, ט' כסלו תקפ"ח, איז דער מיטעלער רבי נסתלק געווארן, אין זעלבן טאג ווי דער יום הולדת, אין בלויזן עלטער פון 54 יאר).
ה'תרע"ה: די טערקישע אמבאסאדא אין וואשינגטאן מעלדן אז טערקיי וועגן געבן גלייכע בירגער רעכטן פאר אידישע פליטים וואס קומען צוריק פון די לענדער וואס טערקיי האט אנגעוואוירן אין פריערדיגע מלחמות.
ה'תש"א: נאנט צו דרייסיג טויזנט קדושים הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה ביים געטא פון ריגא.
י"א כסלו
ה'תק"י: די אידן פון נעפאלס, וועלכע האבן דארט געוואוינט מדור דור זינט חורבן בית שני, זענען פארטריבן געווארן באלד נאכדעם וואס שפאניע האט פארכאפט קאנטראל אויפ'ן אינזל.
ה'ת"ש: די נאצי הערשער אין אקופירטן פוילן געבן ארויס א באפעל אז אלע אידן אין לאנד דארפן טראגן א לאטע.
י"ב כסלו
ה'תר"א: אין דעם טאג האט זיך אפגעשטעלט א שווערע אנשטעקיגע מגיפה אין צפת, ווען הרה"ק בעל "בת עין" מאווריטש זי"ע האט געזאגט ער נעמט עס אויף זיך. דער צדיק איז דאן באטראפן געווארן פון די בוזשעוועדיגע מחלה און ער איז נסתלק געווארן, זאגנדיג אז מיט דעם וועט זיך אפשטעלן די מגיפה, וכך הוה.
י"ג כסלו
ד'רל"ה: חתימת התלמוד – אין דעם טאג איז נסתלק געווארן דער הייליגער אמורא רבינא, וועלכער האט מסדר געווען "תלמוד בבלי" צוזאמען מיט'ן הייליגן אמורא רב אשי, און מיט זיין פטירה איז פארטיג און געשלאסן געווארן די הייליגע גמרא.
ה'תר"ל: אין דעם טאג איז געעפנט געווארן דער "סועץ קאנאל", די וואסער-וועג אין מדבר סיני צווישן ים סוף און ים הגדול, אלס נייע וועג צווישן די מזרח וועלט פון אזיא-אפריקע, צו אייראפע און די מערב וועלט. (דער קאנאל איז געווען א הויפט פראיעקט פון די בריטישע מלוכה צו קענען בעסער און שנעלער דערגרייכן אינדיע, די גרעסטע בריטישע קאלאניע יענע צייט. עווענטועל זענען אריינגעקומען אין בילד פראנקרייך, עגיפטן, דאן אמעריקע, רוסלאנד, און די ציוניסטישע הערשאפט אין א"י, שפילנדיג א ראלע אין וועלט היסטאריע אויף א גרויסן פארנעם. די סיני מלחמה פון תשי"ז איז הויפטזעכליך געקומען צוליב דעם קריזיס פון "סועץ קאנאל", וואס האט עווענטועל געפירט צום "זעקס טאגיגן מלחמה" צען יאר שפעטער, איבערלאזנדיג פיינליכע קאנסקווענצן עד היום הזה).
י"ד כסלו
ב'קצ"ג: לידת ראובן בן יעקב.
ב'שי"ח: ופטירת ראובן בן יעקב.
ה'תכ"ד: אין פיעטריקוב האט א גלח פאררופן א וויכוח מיט די אידן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט רבי מתתי' קאליהארי אפטייקער הי"ד פון קראקא. דער איד האט געווינען דעם וויכוח, אבער ער איז אומגעקומען עקד"ה ויצאה נשמתו באחד.
ה'תר"ה: דער צאר פון רוסלאנד גיט ארויס לעגאלע ערלויבעניש צו עפענען אידישע שולעס.
ה'תש"ט: די שוידערליכע פרשה פון "ילדי תימן" הייבט זיך אן, ווען די ערשטע טראנספארט פון ציוניסטישע פליגערס ברענגט ארויס די תמימות'דיגע אידן פון תימן, אנשים נשים וטף, וואו זיי האבן זיך געפינען פון תקופת גלות בבל איבער צוויי טויזנט יאר, און מען פירט זיי צו ווערן אפגע'שמד'ט אין די ציוניסטישע קיבוצים מיט די קליינע קינדער צוגערויבט ר"ל, א ביטערער חורבן אויפ'ן הייליגן שבט פון יהדות תימן עד היום הזה, אויסער יחידי סגולה וואס זענען ניצול געווארן פון די ציוניסטישע הענט במשך די יארן דורכ'ן יהדות החרדית אין ארה"ק, לאנדאן און אמעריקע.
ט"ו כסלו
ג'תקצ"ד וי"א תקצ"ז: די יוונים שטעלן אריין אין בית המקדש א מזבח פאר ע"ז, וואס איז שפעטער בטל געווארן דורך די חשמונאים אין די טעג פון נס חנוכה. ]
ה'ר"נ: די וועלט ווערט באשיינט מיט'ן הייליגן ספר "חובות הלבבות", פון החסיד הקדמון רבינו בחיי אבן פקודה, וואס איז אין דעם טאג ארויס פון דרוק דורך די דריי שותפים מדפיסים, די צוויי ברידער יום טוב בן פרץ און שלמה בן פרץ, און יוסף גינזענהויזער פון איטאליע.
ה'שס"ה: אין פראג איז אומגעברענגט געווארן עקד"ה הגאון הקדוש רבי ישעי' הלוי איש הורוויץ הי"ד.
ה'תקס"ד: "פולווער פורים" – א ריזיגער זאפאס פון פולווער-שטויב האט אויפגעריסן אין די שטאט ווילנא, פירנדיג צו גרויסע פייערן און חורבנות, און דער אומקום פון איבער דרייסיג נפשות. הגה"ק בעל "חיי אדם" זצ"ל איז אויך פארוואונדעט געווארן צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, און זייער הויז איז חרוב געווארן, אבער בחסדי ד' זענען זיי אלע געווארן געראטעוועט ממות לחיים.
לזכר צו די נסים האט דער חיי אדם מתקן געווען דעם טאג ט"ו כסלו אלס א תענית, און אויפדערנאכט א יום שמחה והודאה מיט א סעודה פאר תלמידי חכמים ועניים, באגלייט מיט תהלים שירות ותשבחות, ווי דער ח"א שרייבט סוף מגילה.
ה'תשי"ג: עלף אידן זענען נעבעך ארויסגעפירט געווארן צו ווערן אומגעברענגט אין פראג, אויפ'ן באפעל פון סטאלין ימ"ש, כלומרשט באשולדיגט אויף שפיאנאזש. די אידן האבן נעבעך געדינט די קאמוניסטישע רעזשים אבער צום ענדע איז עס געקומען קעגן זיי אזוי טראגיש.
ט"ז כסלו
א'תרנ"ז: אין דעם טאג, נאכ'ן מבול, האט די תיבה גערוט אויף די הרי אררט, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין פרשת נח.
ה'תרנ"ב: דער וויסטער אנטיסעמיטישער העצער הערמאן אלווארדט איז ערוויילט געווארן ערוויילט צום דייטשן רייכסטאג, די ערשטע שריט אויפ'ן וועג צום שוידערליכן דייטשן אנטיסעמיטיזם.
ה'תשמ"ז: ביים היסטארישן סאמיט קאנפערענץ צווישן אמעריקאנער פרעזידענט רעיגען און סאוויעט רוסישער פרעזידענט גארבאטשאוו, אין דעם טאג אין וואשינגטאן, ווערט שטארק אויפגעברענגט דער מצב פון אידן אין רוסלאנד. (אייניגע יארן נאכדעם איז געווארן אויפגעבראכן דער "בערלינער וואנט", סאוויעט רוסלאנד איז געפאלן, און מיליאנען אידן זענען באפרייט געווארן פון ביטערן קאמוניסטישן רעזשים נאך זיבעציג יאר כפירה און חורבנות).
ה'תשס"ב: א שווערע פאלעסטינער טעראר אטאקע אין ירושלים עיה"ק האט איבערגעלאזט 11 קרבנות הי"ד.
ה'תשס"ג: און א יאר דערויף אין זעלבן טאג האט א טעראר אטאקע אויף באס נומער 20 אין ירושלים נאכאמאל איבערגעלאזט 11 קרבנות הי"ד.
י"ז כסלו
ה'ק"ט: שווערע פאגראמען און הריגות זענען פארגעקומען קעגן די אידן הי"ד פון אוסבורג, דייטשלאנד.
ה'שנ"ז: א אידישע מאמע און איר זון זענען פארברענט געווארן עקד"ה אויפ'ן אויטא דא פע פון די אינקוויזיציע, אין מעקסיקא סיטי, מעקסיקא.
ה'תר"ח: רעגירונג אין שטאט נעסאו, דייטשלאנד, גיט פרייהייט פאר אידן.
ה'תש"ב: אין דעם טאג האט יאפאן אטאקירט די אמעריקאנער נעיווי באזע אין "פוירל הארבער," האווייאי. די ברוטאלע אטאקע האט אויפגעוועקט אמעריקע פון שלאף אריינצוגיין אין די צווייטע וועלט מלחמה קעגן יאפאן און דייטשלאנד, און די רעשט איז היסטאריע...
ה'תש"ה: די ברוטאלע "טויט מארשן" פון אונגארישע אידן ביים סוף פון חורבן אייראפע איז ענדליך געקומען צו אן אפשטעל.
י"ח כסלו
ה'של"א: א שרעקליכע ערדציטערניש האט באטראפן די געגנט פון פערא, איטאליע, מיט גרויסע חורבנות, אבער בחסדי ד' זענען אלע אידן פון שטאט ארויס אומבאשעדיגט. [וי"א י' כסלו]
ה'ת"ז: הקדוש רבי יצחק די קאסטרא טארטאס הי"ד איז פארברענט געווארן עקד"ה אויפ'ן אינקוויזיציע שייטערהויפן אין ליסבאן, פארטוגאל. (ר' יצחק איז געבוירן אין פראנקרייך, צו זיינע עלטערן וואס האבן זיך דארט באהאלטן אלס "אנוסים." די משפחה איז שפעטער געפארן קיין אמסטערדאם, און ער איז געפארן קיין בראזיל, וואס איז דאן געווען אונטער פארטוגאל און א ברוטאלע אינקוויזיציע. מען האט אים אנטדעקט אלס איד, און געפירט קיין פארטוגאל, וואו ער האט אפגעווארפן אלע פרואווען אים צו שמד'ן ח"ו און ער איז געפירט געווארן צוזאמען מיט נאך פינעף אידן על קידוש ד', אויסשרייענדיג "שמע ישראל" ויצאה נשמתם באחד).
ה'תצ"ז: אין פויזן איז געווען א שווערער פאגראם מיט הריגות פון פילע אידן ובראשם הדרשן הקדוש רבי ארי' לייב הי"ד.
ה'תקנ"ג: אין א ביטערע גזירה קעגן אידן אין שטראסבורג, פראנקרייך, איז ארויס א פארבאט אויף ברית מילה, טראגן א בארד און פארמאגן אידישע ספרים, און מען האט קאנפיסקירט די ספרים זיי צו פארברענען.
ה'תרע"ח: פוילישע זעלנער האבן אטאקירט די אידישע איינוואוינער פון לבוב-לעמבערג.
י"ט כסלו
ה'תקנ"ח: "חג הגאולה" אין חב"ד, אויך באצייכנט אלס "ראש השנה לחסידות", מיט'ן באפרייאונג פון הייליגן בעל התניא ושולחן ערוך הרב זי"ע. (דער בעל התניא שרייבט אין א בריוו, אז ער האט געהאלטן אינמיטן זאגן תהלים, און האלטנדיג ביים פסוק "פדה בשלו' נפשי", איז אנגעקומען דער שליח פונעם רוסישן צאר אז ער ווערט באפרייט פון טורמע, וליהודים היתה אורה).
כ' כסלו
ג'ש"ה: אין דעם טאג האט עזרא הסופר צוזאמגענומען כלל ישראל אין ירושלים, נאכ'ן ארויפקומען פון גלות בבל, צו דריי טעג פון תשובה און תיקון המעשים, זיך אפצושטעלן פון פסולי חיתון מיט וועמען זיי זענען נכשל געווארן אין גלות, און אויסרייניגן דאס אידיש פאלק פון אלע פרעמדע עלעמענטן און איינפלוסן, ווי עס שטייט אין די פסוקים פון עזרא, קאפיטל י'.
ה'רפ"ב: די אראבער אין ירושלים העצן אויף דעם הערשער מיט א בלבול אז אידן זענען שולדיג אויפ'ן שווערן עצירות גשמים אין א"י, ווייל זיי טרונקען וויין, און האבן פארלאנגט אז דער הערשער זאל צוברעכן אלע פעסער וויין ביי אידן אין ירושלים, אבער בחסדי ד' איז מען אפגעקומען מיט באצאלן א סומע געלט איז די גזירה בטל געווארן.
ה'תקנ"ו: אין דעם טאג איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דער "ספר התניא – אגרת הקודש".
כ"א כסלו
ג'ת"ל: דער טאג איז א יום טוב בימי חז"ל, ווייל אין דעם טאג האט שמעון הצדיק כהן גדול מבטל געווען דעם פלאן פון די כותים איינצורעדן אלכסנדר מוקדון חרוב צו מאכן דעם צווייטן בית המקדש, און אנשטאט דעם איז דער געבעט הויז פון די שומרונים אויפ'ן הר גריזים פארניכטעט געווארן, ווי עס שטייט אין מסכת יומא דף ס"ט [וי"א כ"א או כ"ח טבת].
ה'תק"ה: עסטרייכישע זעלנער, אויפ'ן וועג צוריק פון נאכלויפן די פרייסישע ארמייען, באפאלן די אידן פון פראג מיט שווערע פאגראמען, אומברענגנדיג עקד"ה פערצן נפשות הי"ד צווישן זיי גדולי תורה.
ה'תרע"ז: פינלאנד ווערט זעלבסשטענדיג, באפרייט פון צארישן רוסלאנד, און דערקלערט פולע רעכטן פאר אידישע איינוואוינער.
ה'תש"ה: גאנץ פרי פארטאגס אין דעם טאג, איז די באן פון "מרן הקוה"ט בעל דברי יואל מ'סאטמאר זי"ע" ופמלייתו און נאך איבער דרייצן הונדערט אידן, ארויסגעפארן פון אונטער די נאצי נעגל צום באפרייאונג אין שווייץ.
חסדי ד' כי לא תמנו, בך בטחו ותפלטימו!
כ"ב כסלו
ה'כ"ו: אין זיינצאך, דייטשלאנד, איז הגר הקדוש אברהם בן אברהם אומגעברענגט געווארן עקד"ה ויצאה נשמתו באחד.
ה'קי"ז: קעניג טשארלס דער 5'טער פון פראנקרייך שרייבט אונטער א באפעל פון פרייהייט צו באשיצן די אידן אין שטראסבורג. (אבער עס האט נישט לאנג געדויערט; צוויי יאר שפעטער, זענען טויזנט אידן אומגעקומען עקד"ה און נאך פיל אנדערע זענען געצווינגען געווארן צו שמד אין זעלבן שטאט).
ה'רמ"ט: כלל ישראל ווערט באלייכטן מיט'ן "ספר אבודרהם" פון רבינו הגאון דוד(בן רבי יוסף) אבודרהם זי"ע אויפ'ן סדר און מנהגים פון אלע תפילות, וואס איז דעם טאג ארויס פון דרוק אין ליסבאן, פארטוגאל.
ה'תט"ז: אידן באקומען אפיציעלע ערלויבעניש צוריק צו קומען וואוינען אין די לענדער פון בריטישן קעניגרייך, נאך די השתדלות פונעם בארימטן שתדלן רבי מנשה בן ישראל ז"ל צוזאמען מיט הגה"ק רבי יעקב ששפורט זי"ע. (די ערלויבעניש איז ערשט אריין אין קראפט יארן שפעטער, אבער עס ווערט צוגעשריבן לזכותם).
ה'שפ"ב: דער קעניג פון דענמארק לאדענט די אידן פון אמסטערדאם צו קומען וואוינען אין נארוועגיע מיט פולע פרייהייטן.
כ"ג כסלו
ג'ת"ל: דער טאג איז א יום טוב בימי חז"ל, ווייל אין דעם טאג האט מען ענדליך מנצח געווען די שומרונים און פארניכטעט זייער געבעט הויז אויפ'ן הר גריזים.
ה'תק"ה: עסטרייכישע זעלנער, אויפ'ן וועג צוריק פון נאכלויפן די פרייסישע ארמייען, זענען נאכאמאל באפאלן די אידן פון פראג מיט שווערע פאגראמען, דריי טאג נאך א פריערדיגע כוואליע פאגראמען, אומברענגנדיג עקד"ה הגאון רבי גבריאל בן רבי משה זצ"ל אב"ד בומסלא.
ה'ק"ח-ק"ט: די טרויעריגע בלוט בלבול פון פארגיפטן וואסער קוועלער אין אייראפע (די "שווארצע מגיפה") האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג אין עלזאץ, פראנקרייך, פירנדיג שפעטער צו אזויפיל ביטערע פאגראמען און הריגות, אויך אין זעלבן טאג א יאר שפעטער קעגן אידן אין נורעמבערג, דייטשלאנד.
כ"ד כסלו
ג'ת"ח: דער נביא חגי זאגט פאר די ענדע פון מלכות בבל און גאולה פון כלל ישראל דורך זרובבל בן שאלתיאל, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין ספר חגי.
די אידן אין ירושלים הייבן אן אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, און אין דעם טאג זענען פארטיג געווארן די יסודות פונעם ביהמ"ק.
ה'תמ"ח: א ריזיגע שריפה האט אויסגעבראכן ביי א גויאישע בעקעריי אין פירארא, איטאליע, און האט זיך שנעל אויסגעשפרייט. די אידן זענען געווען אין גרויס סכנה, און ניצול געווארן, און לזכר דעם געמאכט תענית יעדן יאר אין דעם טאג.
ה'תרע"ח: ביים סוף פון די ערשטע וועלט מלחמה, האבן די בריטישע ארמייען אין דעם טאג פארכאפט קאנטראל פון ירושלים עיה"ק פון די טערקישע אימפעריע, פירנדיג צו וועלט- טוישנדע היסטאריע פאר די אלגעמיינע פעלקער און ספעציעל פאר אחינו בני ישראל אין ארה"ק און איבער די גאנצע וועלט עד היום הזה.
ה'תש"ד: הערשל קורצווייג און להבדיל א גוי זענען אנטלאפן פון אוישוויץ און צום ערשטן מאל געברענגט לעבעדיגע גריסן פאר די גאנצע וועלט איבער די שוידערליכע מאסן רציחות אין די נאצי גאז קאמערן.
כ"ה כסלו - א' דחנוכה
א': קין האט גע'הרג'ט הבל.
ב'רנ"ה: די ענדע פון שבעים ימי אבילה פון פטירת יעקב אבינו (נפטר [ונולד] יום א' סוכות) און יוסף מיט די שבטים האבן אים געפירט צום מערת המכפלה.
ב'תמ"ט: משה רבינו און די אידן אין מדבר ענדיגן בויען דעם משכן. (עפ"י ציוי ד' האט מען געווארט מיט'ן "חנוכת המשכן" ביז ראש חודש ניסן, און בשכר זאת האט חודש כסלו באקומען "חנוכת המזבח" ביים נס חנוכה, כמבואר במדרשים).
ג'ת"ח: דער מזבח החיצון ווערט באנייט ביים אויפבוי פון צווייטן בית המקדש, און די כהנים הייבן פריש אן מיט די עבודת הקרבנות.
ג'תרכ"ב, (וי"א ג'תקצ"ז): די חשמונאים באזיגן די יוונים, גייען אריין אין בית המקדש, רוימען און באנייען עס, געפינען די פך שמן טהור פון כהן גדול, און זענען מחנך די הייליגע מנורה אין ביהמ"ק. א יאר דערויף האט מען קובע געווען דעם יום טוב חנוכה לזכר צו די ניסים להודות ולהלל.
כ"ו כסלו - ב' דחנוכה
ד'תתנ"ה: די ערשטע קרייצציגלער הייבן אן ביטערע רייזע, א מלחמה פון די קריסטן צו פארכאפן א"י פון די אראבער, און אויפ'ן וועג האבן זיי נעבעך אומגעברענגט טויזנטער אידן עקד"ה, צווישן זיי גדולי ישראל קדושי עליון. פון דעם איז געווארן "גזירות תתנ"ו", און מען זאגט דערויף קינות אום תשעה באב.
ה'תקכ"ג: די ערשטע שוהל אין אמעריקע, "די טורא שוהל", איז אפיציעל געעפנט געווארן דעם צווייטן טאג חנוכה ביי א פייערליכע חנוכת הבית, אין ניופארט, ראוד איילאנד. די היסטארישע ארטאדאקסישע שוהל ווערט נאך גענוצט פאר טעגליכע מנינים ביז'ן היינטיגן טאג.
כ"ז כסלו - ג' דחנוכה
א'תרנ"ז: די רעגן פונעם מבול ווערט אפגעשטעלט נאך פערציג טעג, לפי שיטת רבי אליעזר. (ולפירש"י א טאג שפעטער, כ"ח כסלו).
ה'שכ"ט: ביי א פאגראם אין פראג ווערן אומגעברענגט עקד"ה הקדוש רבי ישעי' הלוי הורוויץ און זיין איידעם הקדוש רבי יואל הי"ד. (וי"א כ"ח כסלו, וצ"ע אז כמעט פערציג יאר שפעטער איז נאך א קדוש מיט'ן זעלבן נאמען, אן אייניקל אפשר, אויך אומגעקומען עקד"ה אין פראג, ועי' ט"ו כסלו).
ה'תקנ"א: אין דעם טאג האט די צווייטע צאר'ינטע פון רוסלאנד ארויסגעגעבן די גזירה אז אידן טארן נישט וואוינען אין גרויסע שטעט, נאר מוזן זיך געפינען אין א באגרעניצטע "תחום המושב" אין "ווייס רוסלאנד".
ה'תשנ"ז: א "טאוער עיר" פליגער פול מיט אידן האט זיך שרעקליך אויסגעגליטשט אויפ'ן ראנוועי אין קענעדי לופטפעלד, און מיט נסי נסים זענען די פאסאזשירן, ובתוכם כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט הברך משה מ'סאטמאר זי"ע, ניצול געווארן פון די סכנה.
כ"ט כסלו - ה' דחנוכה
ה'רנ"ז: אין דעם טאג איז אריין אין קראפט די גזירת גירוש אויף אידן אין פארטוגאל, פינעף יאר נאכ'ן ביטערן "גירוש שפאניע". [וי"א ה כסלו]
ה'תק"ג: א צאל גירי צדק אין רוסלאנד, וועלכע זענען אריינגעקומען לכנפי השכינה דורך דעם אידישן העלד זכרי' פון קיעוו, זענען אומגעקומען אויף קידוש ד' אין מאסקווע.
ה'תקנ"ט: אין קארלין-סטאלין ווערט געפראוועט א גרויסער טיש צום פינפטן טאג חנוכה, מיט פידלעך און כלי זמר, לזכר פונעם נס הצלה פון הרה"ק רבי אשר (הראשון) מסטאלין זי"ע, ווען אינמיטן פארן אין וואלד זענען רוצחים באפאלן דעם וואגן אבער בחסדי ד' איז דער צדיק ארויס אומבאשעדיגט.
אויך אין דעם טאג, זענען צענדליגער חסידי קארלין-סטאלין בשנים קדמוניות, אין שפיץ פון הרה"ק רבי שמואל מאמדורא זי"ע און (לויט איין מקור) הרה"ק רבי מרדכי לעכאוויטשער זי"ע, באפרייט געווארן פון תפיסה, וואו זיי זענען געווען צוויי וואכן אונטער ארעסט צוליב די מסירות אויפ'ן בעל התניא.
ה'תקס"א: דער הייליגער בעל התניא ושו"ע הרב איז באפרייט געווארן צום צווייטן מאל פון תפיסה, און באקומען ערלויבעניש פונעם קייסער צו פארשפרייטן חסידות.
ה'תקס"ה: נאפאליאן ווערט געקרוינט אלס קייזער פון פראנקרייך.
ה'תקצ"ז: דער הייליגער חתם סופר זי"ע שרייבט זיין באקאנטע צוואה פאר די קינדער און בני הקהלה, מיט'ן הייליגן לשון קעגן אלע מאדעס און נייע איינפירונגען קעגן דת תורתינו הק', "חדש אסור מן התורה".
ל' כסלו - א' דר"ח טבת - ו' דחנוכה
ה'ק"ט: שווערע פאגראמען און הריגות קומען פאר אויף אידן אין אוגסבורג.
ה'תרל"ח: דער "פאנאגראף" ווערט אנטדעקט, די היסטארישע דורכברוך צו רעקארדירן און איבערשפילן קלאנגען.
ה'תרכ"ב: די ווערטעמבורג פראווינץ אין פרייסן, דייטשלאנד, שענקט גלייכבארעכטיגונג פאר אידן.
ה'תרכ"ז: אין דעם טאג איז ארויס פון דרוק דער הייליגער ספר "תפארת שלמה" פון הרה"ק רבי שלמה הכהן ראבינאוויץ זי"ע פון ראדאמסק, חלק א' על המועדים, דורך בניו הק' לבית ראדאמסק. (חלק ב' על התורה איז געדרוקט געווארן צוויי יאר שפעטער).
שעפטלג'ש"ה: אין דעם טאג האט עזרא הסופר צוזאמגענומען כלל ישראל אין ירושלים, נאכ'ן ארויפקומען פון גלות בבל, צו דריי טעג פון תשובה און תיקון המעשים, זיך אפצושטעלן פון פסולי חיתון מיט וועמען זיי זענען נכשל געווארן אין גלות, און אויסרייניגן דאס אידיש פאלק פון אלע פרעמדע עלעמענטן און איינפלוסן, ווי עס שטייט אין די פסוקים פון עזרא, קאפיטל י'.
ה'רפ"ב: די אראבער אין ירושלים העצן אויף דעם הערשער מיט א בלבול אז אידן זענען שולדיג אויפ'ן שווערן עצירות גשמים אין א"י, ווייל זיי טרונקען וויין, און האבן פארלאנגט אז דער הערשער זאל צוברעכן אלע פעסער וויין ביי אידן אין ירושלים, אבער בחסדי ד' איז מען אפגעקומען מיט באצאלן א סומע געלט איז די גזירה בטל געווארן.
ה'תקנ"ו: אין דעם טאג איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דער "ספר התניא – אגרת הקודש".
און איך האב אייביג געמיינט אז די אידן האבן אייביג זייער גוט געלעבט מיט די וואוילע אראבערס. אז אפילו די אידישע פרויען און די אראבער'קעס האבן געטריקנט די וועש אויף איין שטריק. און די אראבישע גוי'טעס האבן גע בעיביסיט' די אידישע קינדערלעך. ביז די פארשאלטענע ציונים ימ"ש זענען געקומען און אלעס צושטערט. זיי האבן נעבעך געצווינגען די וואוילע אראבערס אדורכצופיהרן גרויזאמע פאגראמען אקעיגן די אידן. מ'דארף זעהן איבער צו געבן דעם מעסעדזש צו הרב שמאפלאן....!
א' - ב' דר"ח טבת - ז' דחנוכה
ג'שכ"ז: עלעף יאר פאר'ן חורבן בית ראשון, ווערן יכני' מלך יהודה מיט די נביאי ומנהיגי ישראל פארטריבן קיין בבל, דער אנהויב פון "גלות יהויכין". (אויך אין זעלבן טאג, שפעטער ממש פאר'ן חורבן, איז נבוכדנאצר געקומען באלאגערן ירושלים עיה"ק, וואס האט געפירט צו די צרה און תענית פון עשרה בטבת).
ג'ת': אסתר המלכה איז גענומען געווארן צו זיין די מלכה פון אחשורוש, ווי עס שטייט אין פסוק אין די מגילה. (שיטת היעב"ץ, ולשי' הרמ"א ט' טבת).
ג'תט"ו: עזרא הסופר שטעלט א בית דין אין ירושלים צו העלפן די אידן תשובה טאן און זיך רייניגן פון די נשים נכריות. דאס האט אנגעהאלטן ביז ראש חודש ניסן.
???: אין ספרדישע און מזרח לענדער האט מען געהאלטן דעם טאג פאר א יום טוב, אלס זכר פאר די גרויסע ניסים ווען יהודית האט אומברענגט הליפורני. (די פונקטליכע יאר איז נישט באקאנט, אבער א קורצע תקופה נאך נס חנוכה).
ה'ת"ז: במשך דעם חודש שרייבט דער הייליגער ש"ך זיין חיבור "נקודות הכסף", השגות אויפ'ן טורי זהב, נאכדעם וואס דער ש"ך און ט"ז זענען געדרוקט געווארן צוזאמען אין זעלבן יאר.
ה'תקס"ח: די רעגירונג אין רוסלאנד גיט ארויס שווערע גזירה אויף אידן, א פארבאט אויף אידן צו זיין לאנד אייגנטומער.
ה'תרכ"ט: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן דער "קאנגרעס" צווישן ארטאדאקסישן אידענטום אין אונגארן, און די רעפארמער שר"י, פאררופן דורך די רעגירונג פון קייזער פראנץ יאזעף.
במשך די קומענדיגע זיבן וואכן האבן די רעפארמער אלעס געטאן אונטערצוגראבן דאס אונגארישע אידנטום פון האלטן די תורה הקדושה כדת משה וישראל, ביז כ"ג שבט, ווען די רעפארמער האבן אפען געזאגט זייער ציל להשמיד ולהחריב, דעמאלט האט זיך דער מחנה חיים זי"ע אויפגעשטעלט אויפ'ן טיש און געשריגן "מי לד' אלי! ביי וועמען דער בורא כל עולמים און זיין תורה זענען הייליג, זאל זיך אויפהייבן און פארלאזן דעם זאל!" פירנדיג צום "טיילונג" לחיותינו כיום הזה לפליטה גדולה.
ב' טבת - זאת חנוכה
ה'תקי"ב: אין די שטאט בראדי איז אומגעקומען עקדה"ש, אויף א תלי', הקדוש רבי צבי שומר העיר הי"ד.
ה'תקמ"ב: קייזער פראנץ יוזעף נעמט אראפ די "לייב-צאל" קאפ-שטייער, ווי אויך די "ספעציעלע געזעץ שטייער", די "פאספארט שטייער", די "נאכט שטייער", און ענליכע שטייערן און אפצאלן וואס פריערדיגע הערשער האבן ארויפגעלייגט אויף אידן אין לאנד.
ה'תקפ"ח: אין ניו ארליענס, לואיאזאנא, ווערט געגרינדעט די ארטאדאקסישע קהלה "שערי חסד". (אבער צענדליגער יארן שפעטער האט זיך די קהלה צוזאמגעשטעלט מיט אן אנדערע און ליידער אריבער צו די רעפארם באוועגונג, א סיגנאל פונעם שווערן מצב פון אידישקייט אין אמעריקע יענע תקופה).
ה'תשי"ח: דער יוסטיץ מיניסטער אין קאנאדא, דעיוויד פולטאן, דערקלערט אז "כשר'ע שחיטה אין לאנד איז לעגאל און וועט בלייבן אזוי". די ווערטער זענען געקומען ביים פארהאנדלען א געזעץ אין פארלאמענט צו מוזן איינשלעפן בהמות פאר'ן קוילן אבער עס אנטהאלט אן אויסנאם פאר אידישע שחיטה.
ה'תשי"ח: 57 מציבות זענען וואנדאליזירט געווארן ביי א אידישע ביה"ח אין קאלגארי, מערב קאנאדא. די פאליציי עפענט אויספארשונג און באווייזט צו ארעסטירן איין פארדעכטיגטן.
לאשיצערה'תש"ג׃ היינט האט זיך אנגעהויבן דער "מאנהעטן פראיעקט" אונטער דער אנפירונג פון גענעראל לעזלי גראווז. דער ציל איז געווען צו שאפן די ערשטע נוקלעארע באמבע.
וועליכער יאהר?
שעפטלא': בראשית ברא אלקים – אין דעם טאג (לשיטת ר"א בתשרי נברא העולם) האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט.
הייסט דאס שנת א' אדער ה' ימים קודם שנת א'?
ג' טבת
ה'תש"י: דער אידישער דאקטאר ארטור אייכענגרין, פון בערלין, דייטשלאנד, איז געשטארבן אין עלטער פון 82 , עלנד און צובראכן (נאכ'ן דורכגיין די טערעזיענשטאט לאגער) אז מען האט אים נישט אנערקענט פאר'ן ערפינדן "אספירין" צווישן זיינע פילע מעדיצינישע דורכברוכן.
(כמעט פופציג יאר שפעטער, אין תשנ"ט, האט די מעדיצינישע וועלט נאך גרונטליכע שטודיעס אויסגעפירט אז אייכענגרין האט טאקע אויסגעטראפן "אספירין").
ה'תשי"ח: א באריכט אויף די צאל אידן אין יאפאן צייגט אז בלויז דריי שטעט אין לאנד פארמאגן אידישע איינוואוינער. די הויפטשטאט טאקיא האט 100 אידישע משפחות. קאבי פארמאגט 30, און יאקאהאמא האט פופצן אידישע משפחות. בעפאר די צווייטע וועלט קריג זענען אין יאפאן געווען א געשאצטע צוויי טויזנט אידן.
ד' טבת
ה'תק"ד: אונגארישע באנדיטן זענען אריינגעקומען אין שטאט בעמישליפא, צוגערויבט אלעס פון די אידן, חרוב געמאכט דעם שוהל מיט די ספרי תורה, און גאר טראגיש אומגעברענגט דעם רב עקדה"ש.
ה'תקנ"א: דער משיח שקר יעקב פראנק שר"י איז אפגעשטארבן.
ה' טבת
ג'ש"מ: דער "פליט" (מלאך מיכאל, לויט ילקוט שמעוני) איז געקומען זאגן פאר יחזקאל הנביא אין בבל (דארט שוין 12 יאר מיט גלות יהויכין) אז דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן תשעה באב.
רשב"י האלט אז די תענית פון עשרה בטבת דארף זיין אין דעם טאג, אבער רבי עקיבא זאגט אז צום העשירי מיינט עשרה בטבת, וכן איפסקא.
ה'רצ"ג אדער רצ"ה: רבי שלמה מולכו איז פארברענט געווארן על קידוש ד' אויסשרייענדיג "שמע ישראל" בקול רם.
ה'שצ"ה: די האלאנדישע רעגירונג גיט פולע בירגער רעכטן פאר אידן אין "נייעם לאנד" בראזיל אין דרום אמעריקע. (אבער עס האט נאר אנהאלטן צוואנציג יאר, ווייל אין תט"ו האט פארטוגאל פארכאפט קאנטראל אויף בראזיל און איינגעפירט שרעקליכע רדיפות קעגן אידן, אין שפיץ פון די אינקוויזיציע. אלס רעזולטאט זענען אידן אנטלאפן קיין "ניי אמסטערדאם", די היינטיגע ניו יארק, און די רעשט איז היסטאריע).
ז' טבת
ד'ר"ל: דריי גדולי ונשיאי ישראל זענען ארעסטירט געווארן אין בבל, ראש הגולה הונא מרי בר מר זוטרא, רב אמימר בר רב ינוקא, און רב משרשיא בר פקוד, וועלכע זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן עקד"ה.
ה'תקס"ד: די רוסישע קעניגרייך גיט ארויס געצוימטע "פרייהייט" פאר אידן אין לאנד, אבער עס שטעלט זיך ארויס צו ברענגען נעגאטיווע עקאנאמישע אקציעס קעגן אידן.
ה'תרצ"ו: הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים עיה"ק טרעט אויף פאר רעגירונג קאמיסיע איבער צוקונפט פון אידן אין ארה"ק, מיט דרייסטע הייליגע ווערטער קעגן די ציוניסטישע פלענער פון א מדינה פאר ביאת המשיח קעגן די שלש שבועות.
ח' טבת
תלמי המלך, בימי חכמי המשנה, האט געצווינגען שבעים זקנים פון כלל ישראל איבערצוטייטשן די תורה הק' אויף לשון יוונית. די וועלט איז דעמאלט פינסטער געווארן אויף דריי טעג פון ח' ביז י' טבת.
ה'תרע"ז: די מנהיגי יהדות החרדית אין ארה"ק טרעפן זיך מיט קארנעל סטארס, דער נייער בריטישער גאווערנאר פון ירושלים עיה"ק, זיך בעטנדיג מען זאל לאזן די ערליכע אידן זיין זעלבסטשטענדיג פון די אויפקומענדיגע ציוניסטישע גרופעס.
ט' טבת
לויט חז"ל און שולחן ערוך איז דאס א יום צרה, אבער עס איז נישט מפורש וואס די צרה איז:
ג'ת': לשיטת רמ"א איז אסתר המלכה גענומען געווארן דעם טאג לבית אחשורוש אלס נייע מלכה פון מלכות פרס.
לויט פארשידענע דעות איז אין דעם טאג די יארצייט פון עזרא הסופר און נחמי'.
ה'תר"ה: דער רוסישער צאר גיט ארויס א גזירה אפצושאפן די אויטאריטעט פון אידישע קהלות אין רוסלאנד.
ד'תתכ"ז: א שווערע פאגראם אויף אידן אין גרונדא, שפאניע, וואו פילע אידן זענען אומגעקומען עקד"ה, צווישן זיי רבי יהוסף בן רבי שמואל הנגיד. (וי"א
כ"ט טבת).
ה'תרנ"ה: משפט דרייפוס: דער אידישער פראנצויזישער ראפיציר אלפרעד דרייפוס ווערט פארשיקט צו לעבנסלענגליכע טורמע אויף אן עלנד אינזל אינמיטן אטלאנטיק (דארט ווי נאפאליאן איז פארשיקט געווארן נאך זיין היסטארישע דורכפאל).
ה'תשס"ז: ביי די צווייטע איראקער מלחמה, איז סאדאם כוסעין שר"י געהאנגען געווארן אויף א תלי', שב"ק פארטאגס אין באגדאד, און זיין דיקטאטורישע רעזשים איז געקומען צו א וויסטע ענדע.
עשרה בטבת
ב'רנ"ה: יעקב אבינו קומט לקבורה אין מערת המכפילה דורך יוסף הצדיק און די שבטים (עפ"י דרשות חת"ס "שקרוב הדבר להיות בי' בטבת").
ג'של"ו: "עשרה בטבת": נבוכדנאצר מלך בבל באלאגערט ירושלים, און עס הייבט זיך אן די תקופה פון חורבן בית ראשון.
עס ווערט געברענגט אז דער חורבן וואלט שוין געדארפט זיין אין י' טבת, נאר דער אייבערשטער האט געווארט ביז זומער (תשעה באב) ווען עס איז ווארימער, אז די פיין זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ג'תשכ"ד: מלך הורדוס נעמט איין די שטאט ירושלים בימי בית שני.
ד'תתק"ב: רבינו יהודא הלוי, מגדולי הראשונים, איז אנגעקומען פון שפאניע קיין מצרים, אויפ'ן וועג קיין ארה"ק.
ה'תרצ"ט: נאצי דייטשלאנד שטעלט אריין אין קראפט דעם באפעל "צו עלימינירן אידן פון דייטשן עקאנאמישן לעבן".
ה'תש"ב: ביטערע פאגראמען אין בוקארעסט, רומעניע, אומברענגנדיג איבער דריי טויזנט אידן הי"ד.
ה'תשכ"ו: ערשטע אידיש קינד ווערט געבוירן אין שפאניע זינט גירוש אין רנ"ב.
י"א טבת
ה'רנ"ב: גירוש שפאניע הייבט זיך אן, כאטש די אולטימאטום איז ביז תשעה באב. הונדערט טויזנט אידן ווערן אין דעם טאג פארטריבן פון סיציליע, שפאניע.
ה'ת"ח: פורים מעזיבוש: ביי די גזירות ת"ח ת"ט זענען די ווילדע קאזאקן אנגעקומען קיין מעזיבוש און געוואלט פלינדערן און אומברענגען ר"ל. א איד מיט'ן נאמען מרדכי, און זיין פרוי אסתר, האבן געראטעוועט די אידן אין שטאט. זינט דעמאלט איז דער טאג געווארן א יום טוב אין שטאט. דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און אזוי איז דער מנהג אפטא וזינקוב. (וי"א י"ב טבת)
י"ב טבת
ד'תקצ"ד: א שרעקליכע ערדציטערניש איז באפאלן ארץ ישראל, מיט פולע פארלוסטן אין נפשות און פארמעגנס.
שעפטל
ה'ת"ח: פורים מעזיבוש: ביי די גזירות ת"ח ת"ט זענען די ווילדע קאזאקן אנגעקומען קיין מעזיבוש און געוואלט פלינדערן און אומברענגען ר"ל. א איד מיט'ן נאמען מרדכי, און זיין פרוי אסתר, האבן געראטעוועט די אידן אין שטאט. זינט דעמאלט איז דער טאג געווארן א יום טוב אין שטאט. דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און אזוי איז דער מנהג אפטא וזינקוב. (וי"א י"ב טבת)
י"ג טבת
ה'שפ"ז: די גרויסע אידישע דרוק אין אמסטערדאם, האלאנד, גיט ארויס ערשטע ספר, דער סידור.
ה'תקנ"ח: רוסלאנד שטעלט איין ערשטע צענזור אין לאנד, צו צענזורירן אלע אידישע ספרים געדרוקט אין רוסלאנד אדער אימפארטירט פון אויסלאנד.
ה'תרי"ד: די ערשטע קאפיטעל פון גלות אמעריקע ווערט געשלאסן, מיט די פטירה פון ר' יהודא טורא ז"ל, גרינדער פון ערשטע אידישע שוהל אין אמעריקע און ערשטער פילאנטראפ פון אידן אין אמעריקע.
ה'תרכ"ח: רומעניע גיט ארויס גזירה אז אידן טארן נישט זיין קיין דאקטוירים.
י"ד טבת
ד'תתקי"ב: א שליח פון הייליגן שבת איז געקומען אין חלום צום "אבן עזרא" - וועלכער האט דאן געוואוינט אין לאנדאן הבירה - מפרסם צו זיין אז די טאג גייט נאך די נאכט, און שב"ק הייבט זיך אן ביינאכט. דערויף האט דער אבן עזרא געשריבן דעם "אגרת השבת". (ליל שב"ק ויחי, י"ד טבת, ווען דער לוח איז אויסגעפאלן אזוי ווי היי-יאר תשע"ו).
ה'ער"ה: א גזירת גירוש גייט ארויס אויף די אידן אין לאיבאך, א שטאט אין עסטרייך.
ה'תק"א: פורים טאקא-פענסטער: דער פאשא אין חברון האט געהייסן די אידן זאלן אים ברענגען 50 טויזנט גילדן ביז דריי טעג אדער ח"ו אחת דתם. די אידן האבן געפאסט דריי טעג. צום דריטן טאג האט פאסירט א נס אז דער שמש געפינט ביים פענסטער פון שוהל א בערזל מיט די ריזיגע סכום, אזוי זענען אידן ניצול געווארן און עס איז געווארן א יו"ט אין חברון.
ה'תש"ב: דריי שווערע ערדציטערנישן אין איין טאג, אין צפון תימן. פילע אידן זענען ניצול געווארן, אבער עס זענען ליידער אויך געווען פיל אידישע קרבנות.
ה'תשס"ה: א שוידערליכע צונאמי האט באטראפן די לענדער ארום די אינדיאנער אקעאן נאך א שטארקע 9.3 ערדציטערניש אונטער'ן וואסער. די כוואליעס פון די צונאמי האט אומגעברענגט בערך א פערטל מיליאן מענטשן און פארשוועמט הונדערטער שטעט און שטעטלעך אין יענע לענדער.
ט"ז טבת
ה'שצ"ט: פורים באגדאד: דער טערקישער סולטאן מוראד דער 4'טער נעמט איין די הויפטשטאט באגדאד פון די פערסן, צום פרייד פון די אידן אין שטאט, און עס איז פארבליבן א יו"ט ביי די אידן אין באגדאד.
ה'תקמ"ב: קייזער פראנץ יוזעף מעלדט נייע געזעצן צו געבן פולע גלייכבארעכטיגונג פאר אידן אין די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע. אבער מיט די "גלייכע רעכטן" איז אויך געקומען די "גלייכע פליכט" צו דינען אין מיליטער. די צוויי זאכן האבן ליידער געפירט צו אסימילאציע, און ביז א גאר קורצע צייט, א יאר צוויי דערויף, האט זיך אנגעהויבן די ערשטע ווינטן פון השכלה אין דייטשלאנד און עסטרייך.
ה'תקמ"ד: פראנקרייך נעמט אראפ די "פאול שטייערן" אין עלזאץ און לארעין, די שטייער וואס די רעגירונג האט פארלאנגט פון אידן ביים איינקויפן פלייש, קליידונג און נאך וויכטיגע ארטיקלען.
י"ז טבת
ה'ק"ג: די איינציגסטע גאנצע פארבליבענע כתב יד פון גאנץ תלמוד בבלי ווערט פארטיג אין מינכן, דייטשלאנד, באקאנט אלס "כתב יד מינכן".
ה'תל"ו: פרינץ פרידריך וויליאם פון בראנדענבורג האט ארויסגעגעבן באפעל צו לאזן אידן וואוינען אין בערלין, דייטשלאנד.
ה'תפ"ח: די קהלה "שארית ישראל" האט געקויפט א שטח אין דאונטאון מאנהעטן צו בויען די ערשטע שוהל אין ניו יארק היסטאריע.
ה'תר"מ: די ערשטע עלעקטרישע לאמפ איז פראדוצירט געווארן דורך עדיסאן, די גרעסטע פון זיינע איבער טויזנט פאטענטן, און דערמיט האט זיך אנגעהויבן די עפאכע פון עלעקטריק באלייכטונג.
ה'תר"מ: א לענגערע אנאליז אויף די וואקסענע ליכט אינדוסטריע אין אמעריקע פירט אויס אז אידישע אימיגראטן פון פארטוגאל האבן געהאלפן גרינדן די אינדוסטריע דורך זייער ערפארונג אין אהערשטעלן און נוצן וואקסענע ליכט אלע יארן.
ה'תר"מ: מען הייבט אן צו בויען די "פאנאמא קאנאל", צען יאר מיט אפאר וואכן נאכ'ן אנהויבן בויען די "סועז קאנאל" צווישן ים סוף און ים הגדול.
ה'תשס"ב: די "יורא" ווערט אפיציעלע וואלוטע פון די "אי. יו." לענדער, עסטרייך, איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, דייטשלאנד, האלאנד, גריכנלאנד, לוקסעמבורג, שפאניע, פארטוגאל, פינלאנד און פראנקרייך.
י"ח טבת
אין ירושלים איז געווארן א יום טוב בימי חכמי המשנה ווען די פרושים האבן געגרינדעט א בית דין און זיך אפיציעל אפגעטיילט פון די צדוקים. דער בי"ד האט מתקן געווען פילע תקנות "להוציא מלבן של צדוקים".
ד'רכ"ט: רב הונא מארי בר מר זוטרא, דער ראש הגולה אין בבל, און רב משרשיא בן פקודא, זענען געווארן אומגעברענגט עקד"ה דורך פערסישע דזשאנדארן אין פומפדיתא.
ד'תתקצ"ו: אין שטאט פולדא זענען פיר און דרייסיג אידן הי"ד אומגעקומען עקד"ה, נאך א שווערן בלוט בלבול.
ה'תרמ"ז: אין דעם טאג, וואס איז דעמאלט אויסגעפאלן פרייטאג פר' שמות, לסדר "ויואל משה". איז אראפגעקומען אויף די וועלט די אור בהיר בשחקים, רבן של כל בני הגולה, גאון הדור ותפארתו, מרן רבינו הקדוש רבי יואל מ'סאטמאר זי"ע.
י"ט טבת
ה'שצ"ח: די קירכע אין רעסיף, בראזיל, האט אפגעשלאסן די צוויי אידישע שוהלן אין שטאט.
ה'תקמ"א: דער בעל "פרי מגדים" ענדיגט שרייבן זיין בארימטן "סדר הנהגות שואל ונשאל" אויף שאלות אין יורה דעה, א לימוד יסוד אין הוראה ביז'ן היינטיגן טאג.
ה'תרנ"ח: די דראמאטישע ארטיקל "איך באשולדיג" (דזשע עקיוז) ווערט פובליצירט אין פראנקרייך, דורך ע. זאלע, צו פארטיידיגן דעם אידישן אפיציר דרייפוס פון די אנטיסעמיטישע שפיאנאזש קלאגעס. עס איז געווען א קריטישער ווענדפונקט אויפ'ן וועג צו באפרייען דעם איד פון די קלאגעס.
כ"ו טבת
ה'תקנ"ג: פורים טריפאלי - אידן אין טריפאלי, די הויפטשטאט פון ליביע, פייערן די ענדע פון בורגעל פאשא ימ"ש.
ה'קנ"ג: דער גאווערנאר פון מאיארקא, אן אינזל אין ים הגדול וואס האט דעמאלט געהערט פאר'ן קעניג פון אראגאן (און איז קורץ דערנאך אריבער אונטער שפאניע ביז היינט), גיט ארויס א באפעל צו באשיצן די אידן, שרייבנדיג אז "ווער עס וועט פארוואונדן א איד וועט באשטראפט ווערן צום טויט דורך הענגען".
ה'תקס"ח: יחזקאל הארט איז דער ערשטער איד צו ווערן ערוויילט צום קאנאדישן פארלאמענט, אבער ער וויל נישט ווערן איינגעשוואוירן דורך שבועה מיט קריסטליכע ווערטער, און ער גיט אויף זיין היסטארישע ערוויילטע פאזיציע.
ה'תקפ"ו: די אמעריקאנער סטעיט מערילענד פירט דורך די "איד געזעץ" וואס זאגט אז אידן מיט אמונה אין שכר ועונש אין עולם האמת האבן די רעכט צו האלטן רעגירונג פאזיציעס.
ה'תרנ"ג: דער אמעריקאנער פרעזידענט ראטערפארד העיס איז געשטארבן. ער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שטעלן א באאמטן אין "אמבאסאדאר" ראנק צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און ער האט אויך געמוטיגט אידן שומרי תורה ומצוות צו קומען ארבייטן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט דארפן ארבייטן שב"ק.
ה'תרע"ח: אין פינלאנד גייט אריין אין קראפט דער געזעץ צו געבן אידן אין לאנד פולע בירגער רעכטן.
התשי"ג: דער רוסישער טיראן סטאלין ימ"ש שטעלט צום משפט 9 אידישע דאקטוירים, אויך זיין פערזענליכן לייב דאקטאר דר. מירון וועבסי, פאר אנגעבליך פירן א אידישע קאנספיראציע קעגן סאוויעט רוסלאנד. (שפעטער יענעם יאר איז סטאלין אפגעשטארבן , און די אידישע דאקטוירים זענען באפרייט געווארן).
ה'תשי"ד: אין ציוניסטישן געריכט האט זיך געעפנט דער פראצעס קעגן רודאלף (ישראל) קאסטנער, וועלכער האט אנגעפירט דעם "קאסטנער טראנספארט" פון ארום זעכצן הונדערט אידן זיך צו ראטעווען ביים חורבן אייראפע מאפילה לאור גדול, דערונטער כ"ק מרן רבינו הק' הדברי יואל מסאטמאר זי"ע און נאך פיל גדולי ישראל, בהשתדלות פון ארטאדאקסישע עסקנים און ריזיגע געלטער. הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זי"ע איז גערופן געווארן אלס עדות, אבער ער האט נישט געוואלט גיין בשו"א וויבאלד ציוניסטישע געריכטן זענען "ערכאות של עכו"ם."