☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פארדאן פאר יונתן פאלארד!

פארדאן פאר יונתן פאלארד!

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2627
בלאט: 1 2

בן ישראל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:59 pm

· #73364
פארדאן פאר יונתן פאלארד!
אין ליכט פון דעם וואס די סי איי עי האט לעצטענס אויפגעדעקט אז דער איזרעילי שפיאן "יונתן פאלארד" האט אינגאצן נישט געארבעט אקעגן די אינטערעסן פון אמעריקע, נאר ער האט געזוכט צו באשיצן מדינת ישראל פון אירע פיינט איראן, סיריע, וכדומה, איז פארשטערקערט געווארן די דרוק אויף פרעזידענט אבאמא אז ער זאל שענקן א פארדאן פאר פאלארד וואס שמאכטעט שוין בערך 28 יאר אין טורמע, און איז אין א שלעכטע געזונט צושטאנד, פילע פאלאטישאנס פון ניו יארק האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפן פרעזידענט אין שפיץ פון אסעמבלימאן דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.

גדעון » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:12 pm

· #73376
דרך אגב
בן ישראל
דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.


<a class="postlink" href="http://gestetnerupdates.com/2012/12/25/audio-and-screen-shot-hikind-brazenly-distorts-ostreichers-words-to-promote-self/">http://gestetnerupdates.com/2012/12/25/ ... mote-self/</a>

בן ישראל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:10 pm

· #73385
גדעון
בן ישראל
דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.


<a class="postlink" href="http://gestetnerupdates.com/2012/12/25/audio-and-screen-shot-hikind-brazenly-distorts-ostreichers-words-to-promote-self/">http://gestetnerupdates.com/2012/12/25/ ... mote-self/</a>

בקיצור, לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא, מיין עיקר פוינט איז געווען לגבי פאללארד.

בן ישראל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:44 pm

· #73437
URGENT! PLEASE SIGN THIS PETITION URGING PRESIDENT OBAMA TO PARDON JONATHAN POLLARD IN LIGHT OF NEW EVIDENCE! <a class="postlink" href="http://t.co/imnf25W4">http://t.co/imnf25W4</a> Please sign it and share this important petition with others.

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 1:09 pm

· #74331
וואס עפעס? איז דאס א יידישע אישו אדער א מדינת ישראל אישו?
פון דערווייטענס זעט מיר עס אויס אז לבי פדוין שבוים האבן מיר נישט קיין התחייבות דערצו, פארוואס זאל מען סתם שתדלן פאר א פארברעכער וואס האט זייער הארב עובר געווען אויפן געזעץ?

איך זאג דיר » פרייטאג פעברואר 8, 2013 1:38 am

· #85524
בדחן
וואס עפעס? איז דאס א יידישע אישו אדער א מדינת ישראל אישו?
פון דערווייטענס זעט מיר עס אויס אז לבי פדוין שבוים האבן מיר נישט קיין התחייבות דערצו, פארוואס זאל מען סתם שתדלן פאר א פארברעכער וואס האט זייער הארב עובר געווען אויפן געזעץ?

איך פארשטיי גיין קשור, זאג נאר דער יונתן פאלארד איז עפעס נישט קיין איד פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט קיין אידישע אישי?
און צווייטענס ווען דו זאלסט ווען ח"ו סימן וואלסטו געוואלט אז מ'זאל איבערקערן א וועלט, אמת? דאס זעלבע איז שייך אויך לגבי יונתן פאלארד.

איך זאג דיר » פרייטאג פעברואר 8, 2013 1:41 am

· #85525
אויסבעסערונג: איך פארשטיי נישט דיין קשיא, זאב נאר וכו'....

איך זאג דיר » פרייטאג פעברואר 8, 2013 1:50 am

· #85528
איך זאג דיר
בדחן
וואס עפעס? איז דאס א יידישע אישו אדער א מדינת ישראל אישו?
פון דערווייטענס זעט מיר עס אויס אז לבי פדוין שבוים האבן מיר נישט קיין התחייבות דערצו, פארוואס זאל מען סתם שתדלן פאר א פארברעכער וואס האט זייער הארב עובר געווען אויפן געזעץ?

איך פארשטיי גיין קשור, זאג נאר דער יונתן פאלארד איז עפעס נישט קיין איד פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט קיין אידישע אישי?
און צווייטענס ווען דו זאלסט ווען ח"ו סימן וואלסטו געוואלט אז מ'זאל איבערקערן א וועלט, אמת? דאס זעלבע איז שייך אויך לגבי יונתן פאלארד.

איך וויל בעטן דעם עולם זאל מיר מוחל זיין פאר די טעותים וואס איך מאך ביים שרייבן, איך שרייב פון מיין סעלפון און איך האב צרות צרורות ווען איך שרייב פון מיין סעלפון אפשר קען איינער מיך געבן א עצה. ישר כח.

געפילטע פיש » פרייטאג פעברואר 8, 2013 2:07 am

· #85530
וואסערע סעלפאון האסטו?
א בעסערע פלאץ צו פרעגן טעקניקעל שאלות איז אין אחיעזר פורום

איחוד פעלד » פרייטאג פעברואר 8, 2013 10:07 am

· #85561
וואס איז די חוצפה צו פארלאנגען א פארדאן פאר איינער וואס האט עובר געוועהן אויף ספיענאדזש וואס איז פין די הארבסטער עבירות אין אמעריקא אז עס טראגט אפילו טויט שטראף!!

לבי אומר לי, אז מדינת ישראל אליין האט נישט געדארפט זיינע טובות, און זיי האבען געווארפן דעם צודרייטען אונטער די באס............

אוי טאטי » דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:56 pm

· #88789
באריכטן זאגן אז הגאון ר׳ חיים קניעווסקי שליט׳א האט ארויסגעגעבן א בריוו פאר פרעזידענט אבאמא, אז ער זאל פארדאנען פאלארד ביי זיין באזוך אין א׳י. איינער ווייסט מער?

יאסעלע וואסער טרעגער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:37 am

· #89475
על פי תורה דארף זיכער יעדער יוד טון אלעס וואס ער קען אז פאלארד זאל באפרייעט ווערן.
און די תורה שטייט נישט מצות פדיון שבוים אויף נאר געוויסע תפיסה זיצער...

יעדער יוד איז מחיוב צו טאן ״אלעס״ אז א יוד וואס זיצט און תפיסה זאל באפרייעט ווערן.
פארשטייט זיך אז אויב איינער איז א סכנה פאר די געזעלשאפט דאן האט מען נישט קיין ברירה אלס חיך קודמין אבער לכאורה דארף מען דאך דארט אויך טאן אלעס צו פארגרינגערן פארן יוד.

אלענפאס פאלארד איז קיין סכנה פארן געזעלשאפט, ער זיצט שוין יארן לאנג און ער גייט שוין קיינמאל נישט טון עפעס וואס איז נישט און איינקלאנג 100% מיטן געזעץ.

נ״ב דאס שרייבט א הייסער סאטמערער...

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:52 am

· #89478
יאסעלע, דאס אז ביזט א הייסע סאטמארער שטימט גראדע שטארק מיט דיין שטעלונג, ווייל עס איז קעגן מדינת ישראל....עכ״פ ביז נישט לאנג צוריק...מדינת ישראל האט זיך מיט אים נישט געקימערט און זיך פון אים הינטיש אפגעשאקלט!

און איחוד, דו ביזט ריזיג! ממש פארשטייסט נישט?

ער האט שפיאנירט פאר א פריינטליך לאנד!! די געווענליכע שטראף דערויף איז בערך זיבן יאר, ער זיצט שוין 27.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:40 pm

· #172839
געשרייען צו באפרייען פולארד
א שטורמישער געשריי האט זיך געהערט אין ירושלים היינטיגען טאג קעגן דזשאן קערי פאר'ן נישט העלפן באפרייען יונתן פולארד
פלאקאטען האבען גערופען די מאסען צום האטעל מצודת דוד צו פארשרייען דעם אמעריקאנער פארשטייער אז הלמאי מען לאזט שוין אריבער 29 יאר זיצען א שפיאן פאר די מדינה

#קוקט.אויס.זיי.קענען.אויך
pollard-protest.jpeg

שעפטל » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:31 pm

· #194151
פרישע נייעס קאכטס זיך איבער פאלארד:

עס איז באריכטעט אז ער גייט נאך באפרייט ווערן בעפאר פסח פון דאס יאר, אין אן אויסטויש אז מדינת ישראל גייט ארויסלאזן פאלעסטינער טעראריסטן דערפאר.

ער איז עלידזשעבל פאר פאראל אום נאוועמבער פון קומענדיגען יאר 2015, וואס ווי די זאך קענער זאגן וועט ער מסתמה סיי ווי ארויסגיין דעמאלטס, פשוט ווייל ער האט באקומען לעבענסלענגליכע טורמע וואס קיינער האט נאך אין די היסטאריע פון אמעריקע אזאנס נישט באקומען אין זיינע אומשטענדן און חטאים. אויב ער קומט ארויס יעצט מיינט דאס אז אבאמא וועט קורצער מאכן זיין דינען מיט 19 חדשים אינגאנצן.

אינטערסאנט איז צו זעהן ווי די גאר רעכטע פארפירן שטארק קעגן דעם אויסטויש, טראץ דעם וואס זיי וויינען שוין יארן אז מ'זאל אים באפרייען.

אין אן היסטארישע אקט האט היינט פאלארד אליינס צוריקגעוויזן א געפלאנטע פאראל הירינג וואס האט געדארפט פארקומען, ווייל ער איז נישט מסכים צו זיין פארמישט אין א אויסטויש וואס וועט ארויסלאזן טעראריסטן.

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:33 pm

· #194152
געווען אן אריכות אויף אייוועלט מיינע צוויי צענט פון דארט (סאררי איך בין פויל איבערצושרייבן)

Shiala
אז מרעדט צו מען האט אים איינגעזעצט פאר אזוי לאנג מיט יוסטיץ וויל איך קוואטן דריי נקודות פון וויקי (נישט דו וויכי, די וועבזייטל)

1) עס איז אין די היסטארי נישט געגעבן געווארן אזא לאנגע סענטענס פאר איינער וואס האט שפיאנירט פאר אן אליאירטן מדינה.

2) מען האט נאך אין די היסטארי נישט געגעבן אזא לאנגע טערם פארן אן אמעריקאנער סיטיזען פאר אזא מין פארברעכן.

3) מען קען נישט ליגעלי געבן אזא לאנגע טערם פאר דער פארברעכן

מאכן זיי גאנצע מעשות אז ער איז שולדיג אין די טויט פין אמאריקאנע אגענטן וואס מען ווייסט שוין היינט אז עס איז ליגנט, הכלל יוסטיץ איז עס נישט, און איך בין נישט קיין ציוניסטישער סימפאטיקער איך בין אין א פייט פאר יוסטיץ. אבער אז מען קען געבן פאר אן אמעריקאנער ווייסע קאלער פארברעכער 100 יאר און פאר אומשילדיגע מענטשן די תליה אידאך גארנישט שווער.....

פאוינט איז מיר לעבן אין א מדינה של חסד מיט א צובראכענע יוסטיץ סיסטעם, וואס כאגעזאגט צובראכן כאגעמיינט א נישט עקזיסטירענדע יוסטיץ......

נאך איין נקודה, אויב איז נישט גענוג די עבסטענס אוו יוסטיץ ליידן נאך אלא אידן פאלארד בכללם פון שנאת ישראל וואס דריי פערטל יוסטיץ דעפארטמענט איז אינגאנצן אינפעקטירט מיט....

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:36 pm

· #194155
לעמאן דזשוס
יאסעלע, דאס אז ביזט א הייסע סאטמארער שטימט גראדע שטארק מיט דיין שטעלונג, ווייל עס איז קעגן מדינת ישראל....עכ״פ ביז נישט לאנג צוריק...מדינת ישראל האט זיך מיט אים נישט געקימערט און זיך פון אים הינטיש אפגעשאקלט!

און איחוד, דו ביזט ריזיג! ממש פארשטייסט נישט?

ער האט שפיאנירט פאר א פריינטליך לאנד!! די געווענליכע שטראף דערויף איז בערך זיבן יאר, ער זיצט שוין 27.

די מאקסימום שטראף איז צעהן יאר אבער די אמעריקאנע יוסטיץ איז קיין יוסטיץ האט מען געמאכט א מעשה אפצוטוהן ישראל אז ער האט געליעקט אינפארמעישען וואס האט געלייגט אין סכנה אמעריקאנער אגענטן אבער מען זעט שוין היינט די דיקלעסיפייד דאקומענטן אז עס איז געווען א בילבול פרעג פארוואס ער זיצט נאך......

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:39 pm

· #194159
בן ישראל
אין ליכט פון דעם וואס די סי איי עי האט לעצטענס אויפגעדעקט אז דער איזרעילי שפיאן "יונתן פאלארד" האט אינגאצן נישט געארבעט אקעגן די אינטערעסן פון אמעריקע, נאר ער האט געזוכט צו באשיצן מדינת ישראל פון אירע פיינט איראן, סיריע, וכדומה, איז פארשטערקערט געווארן די דרוק אויף פרעזידענט אבאמא אז ער זאל שענקן א פארדאן פאר פאלארד וואס שמאכטעט שוין בערך 28 יאר אין טורמע, און איז אין א שלעכטע געזונט צושטאנד, פילע פאלאטישאנס פון ניו יארק האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפן פרעזידענט אין שפיץ פון אסעמבלימאן דוב הייקינד וועלכער איז שוין באקאנט מיט זיינע פילע לייסטונגען לטובת יענקל עסטרייכער וואס איז אצינד אויף בעיל אין באליביע.


די סי איי עי האט דאס אייביג געוואוסט רשעים וואס זיי זענען, פארן קאורט האט מען דערציילט שטותים אז ער האט געגעבן אינפאו פאר א מדינת ישראל אגענט וואס איז געווען א טאפלטער אגענט פאר רוסלאנד און אזוי האט רוסלאנד באקומען נעמען פון אמעריקאנער שפיאנען, א חטא וואס בארעכטיגט די לייף מיט 30 יאר ביז פאראול, מיען ווייל האט די עידזענסי געוואוסט אז פאר די אמתע פארברעך קען מען אים קוים געבן 10 יאר וואס ער וואלט נאר געזיצן פינעף דערפון

שעפטל » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:40 pm

· #194160
Shiala
געווען אן אריכות אויף אייוועלט מיינע צוויי צענט פון דארט (סאררי איך בין פויל איבערצושרייבן)]

דאס קען דיר קאסטן און אזעלעכע אנגעצויגענע צייטן...

אבער דו שרייסט פיין און מיט רעכט! אבער ס'איז זיס צו זעהן אין וואספארא ספאט מ'האט אים אריינגעלייגט און כ'פיל אז ער האנדעלט עס פיין

חביבי » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:33 pm

· #194322
@YiddishNews: Israel: U/D Channel 2 reports, deal that would have freed Jonathan Pollard still before Pesach has collapsed, almost no chance to revive it

דריידל » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:47 pm

· #194323
סתם נייגעריג האט מען שוין געטראפן א ווארט פאר די רובין שמחה? לכאורה וועט מען דארפן ניצן די זעלבע ווארט פאר די פאלארד שמחה

סאשי פיש » מאנטאג מאי 12, 2014 1:01 pm

· #200133
ליידער.
image.jpg

גר ותושב » פרייטאג יולי 17, 2015 9:26 am

· #289858
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
@LakewoodScoop: #BREAKING - FIRST REPORT: After 30 Years in Prison, Jonathan #Pollard to be Released on Parole <a class="postlink" href="https://t.co/Qu7atfDU8i">https://t.co/Qu7atfDU8i</a> via @LakewoodScoop

Sent from my XT1056 using Tapatalk

ליפא » פרייטאג יולי 17, 2015 10:47 am

· #289866
Its bs

ליפא » פרייטאג יולי 17, 2015 10:49 am

· #289867
📎 IMG-20150717-WA0018.jpg

גר ותושב » פרייטאג יולי 17, 2015 11:07 am

· #289869
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
זיי האבן עס אראפ גענומען

Sent from my XT1056 using Tapatalk

גר ותושב » פרייטאג יולי 24, 2015 3:52 pm

· #291629
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
@KolHaolam: WASHINGTON: BREAKING - Obama admin preparing to release Israeli spy Jonathan Pollard, hoping to smooth relations in wake of Iran deal. (WSJ)

Sent from my XT1056 using Tapatalk

געוואלדיג » פרייטאג יולי 24, 2015 4:19 pm

· #291636
ונזכה ונחיה.

גר ותושב » פרייטאג יולי 24, 2015 4:29 pm

· #291640
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
@JewishPolitical: Report: U.S
Considering Pollard's Release Ahead of Vote on Iran Deal <a class="postlink" href="http://t.co/gjqW6gnVqE/s/LMxc">http://t.co/gjqW6gnVqE/s/LMxc</a>

m.twitter.com/JewishPolitical

Sent from my XT1056 using Tapatalk

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 24, 2015 5:10 pm

· #291648
אבאמא וויל חנפענען מיט דעם מדינת ישראל, אז זייער לאבי זאל אים אין ריטוערן געבן די וואטס פון קאנגרעס. א זשאק פון א דעמעקראטיע.

גר ותושב » פרייטאג יולי 24, 2015 5:38 pm

· #291653
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
@KolHaolam: WASHINGTON: DOJ denies Pollard release is to smooth relations after Iran deal, only his term is up. as reported by @LakewoodScoop last week.

Sent from my XT1056 using Tapatalk

גר ותושב » פרייטאג יולי 24, 2015 5:43 pm

· #291654
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
ממשל אובמה נערך לשחרר את ג'ונתן פולארד כדרך לשפר את היחסים עם ישראל

פקידים אמריקנים בכירים והעיתון 'וול סטרייט ז'ורנאל' מדווחים, ביום ו' 24.7, כי ממשל אובמה נערך לשחרר את ג'ונתן פולארד, שריגל למען ישראל, בקרוב. כמה מקורות אמרו, כי הממשל מקווה שהשחרור יביא לשיפור היחסים הקשים השוררים כעת בין ממשל אובמה ובין ממשלת ישראל, לאחר אישורו של הסכם הגרעין עם איראן.
פקידים אחרים הכחישו כל קשר בין השחרור וההסכם הגרעיני עם איראן.
כמה מקורות מוסרים, כי פולארד ישוחרר תוך כמה שבועות. מקורות אחרים מוסרים כי הוא ישוחרר רק  בעוד חמישה חודשים-בנובמבר.



Sent from my XT1056 using Tapatalk

פלאוויוס » פרייטאג יולי 24, 2015 6:09 pm

· #291662
איך האב א חשש אז די באפרייאונג פון יונתן פולארד איז באיזה אופן נישט לרוחה פון מדינת ישראל רעגירונג (כאטש ס'איז אודאי נישט אפיציעל אזוי), וואס דערפאר איז זיין באפרייאונג כסדר געווארן פארהאקט אן קיין געהעריגע סיבות... אפשר האט ער עפעס צו דערציילן וואס אבאמא קען באשטיין אז ס'זאל ארויסקומען, אין ליכט פון די רייבערייען וואס גייען אן צווישן אים און מדינת ישראל.

#רופט מיך קאנספיראטאר

גר ותושב » פרייטאג יולי 24, 2015 6:20 pm

· #291670
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
איך האב שוין געהערט אפאר יאר צירוק אז president bush האט מסכים געווען עים צו באפרייען און מדינת ישראל האט ערלעדיגט אז נישט.

Sent from my XT1056 using Tapatalk

פלאוויוס » מאנטאג יולי 27, 2015 8:52 pm

· #292224
אזא ברוך הבא? איך וועל שוין מורא האבן צו כאפן א דרימל...

א דאנק שש. ס'איז א גוט געפיל צו זען אז עמיצער באמערקט ווען מ'פעלט. 🙂

יואליש » דינסטאג יולי 28, 2015 1:52 pm

· #292377
WASHINGTON — Lawyers for convicted spy Jonathan Pollard say the U.S. has granted his parole and he will be released in November. Pollard, sentenced to life in prison, has served 30 years for spying for Israel.

ABC News

אליצפן » דינסטאג יולי 28, 2015 2:01 pm

· #292378
מען זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס האט עפעס צוטון מיטן איראנער דיעל. איך האב שוין יארן צוריק געזען אז ער איז סקעדזשולד צו ווערן באפרייט אויף פאראל אין נאוועמבער 2015. קען זיין אז דאס מעלדן יעצט האט צוטון מיט דעם דיעל, אבער דאס עצם באפרייען איז צוליב Mandatory parole וואס איז אין קראפט פאר אלע ארעסטאנטן פון בעפאר 1987.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:56 pm

· #292854
לינק אויב ס'ארבייט נישט: <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=IAAg2X-xRgQ">https://www.youtube.com/watch?v=IAAg2X-xRgQ</a>

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 11:41 am

· #294114
ברוך השם עס איז שוין צייט.

גר ותושב
איך האב שוין געהערט אפאר יאר צירוק אז president bush האט מסכים געווען עים צו באפרייען און מדינת ישראל האט ערלעדיגט אז נישט.


דאס שמעקט ווי איינס פון די ווינדערליכע מעשיות פון דער איד

גר ותושב » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 11:43 am

· #294115
יש אומרים אז ווען ער קומט ארויס און מען גייט עים אינטערוויען האבן זיי מורא ער ארויס געיבן זאכן וואס זיי ויילן נישט עס זאל ארויס קומען

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 11:53 am

· #294117
איחוד פעלד
וואס איז די חוצפה צו פארלאנגען א פארדאן פאר איינער וואס האט עובר געוועהן אויף ספיענאדזש וואס איז פין די הארבסטער עבירות אין אמעריקא אז עס טראגט אפילו טויט שטראף!!


דאס איז נאר ביי דעם איד. עס זענען געוועהן גענוג און נאך שפיאונען וואס האבען טאקע געמאכט דעמעדזש פאר אמעריקא און זיי האט מען באפרייט. אבער דעם איד...

דא איז א קליינע ליסטע
Aldrich Ames
David Henry Barnett
Harold James Nicholson
Larry Wu-Tai Chin
Sharon M. Scranage
William Kampiles

זיי מעג מען יא באפרייען? אה פאלארד איז א ציוני, יעצט פארשטיי איך

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 11:57 am

· #294118
דאס איז אייער טענה? סתם אנטי סעמיטיזם?

דאנאלד ראמספעלד און די טשעיני זענען אנטי מדנ"י אדער סתם אנטיסעמיטיש?

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:19 pm

· #294121
ציבעלע-קיגל
איחוד פעלד
וואס איז די חוצפה צו פארלאנגען א פארדאן פאר איינער וואס האט עובר געוועהן אויף ספיענאדזש וואס איז פין די הארבסטער עבירות אין אמעריקא אז עס טראגט אפילו טויט שטראף!!


דאס איז נאר ביי דעם איד. עס זענען געוועהן גענוג און נאך שפיאונען וואס האבען טאקע געמאכט דעמעדזש פאר אמעריקא און זיי האט מען באפרייט. אבער דעם איד...

דא איז א קליינע ליסטע
Aldrich Ames
David Henry Barnett
Harold James Nicholson
Larry Wu-Tai Chin
Sharon M. Scranage
William Kampiles

זיי מעג מען יא באפרייען? אה פאלארד איז א ציוני, יעצט פארשטיי איך


אבי גערעדט
אלדרידש עימס זיצט
David Henry Barnett איז באפרייט געווארן נאך 10 פון די אכצען יאר סענטענץ נאכן ווערן פעראלעד פארוואס ווייס איך נישט.
Harold James Nicholson זיצט נאך עד היום
Larry Wu-Tai Chin ער האט זיך זעלבסט באפרייט דורך זעלבסמארד
Sharon M. Scranage זי האט באקומען גאר א קליינע שטראף פון 5 יאר, זי איז נישט געוועין קיין איינגעשטעלטע נאר דורך ראמאנטישע מעטאדן באקומען עפעס אינפאמאציע נישט זיכער
William Kampiles האט פארקויפט א יוזער מאניול פון עפעס א סעטעלייט פאר רוסן פאר 3000.00 און איז אהיים געקומען און זיך תיכף מודה געוועין באקומען 40 יאר און שפעיטער גענידערט צי 19 יאר אויך גאר א שטארקע שטראף, ער איז נישט געוועין קיין אקטיווע שפיאן

סך הכך וויסן ברויך מען אז שפיאנאש איז גאר א הארבע עבירה און יעדע מדינה, און סיי וועלכע לאנד באצאלט א שפיאן מיטן קאפ, חוץ בהמה אמעריקע.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:35 pm

· #294126
עס איז ממש צום שטוינען ווי די ציוניסטישע זייט נוצט כסדר ארגומענטן וואס קוקן אויס גאנץ לעגיטים, ביז.... ביז מען קוקט נאך די פאקטן און זיי ווערן צעברעקלט אויף שטויב איינס ביי איינס.

עס איז גראדע גאנץ א גוטע סטראטעגיע. מיר איז ניטאמאל איינגעפאלן נאכצוקוקן די נעמען וואס ער האט דערמאנט, ער נוצט עס דאך אלס ארגומענט, מן הסתם האט מען זיי טאקע באפרייט נאך פינף יאר.
It's brilliant, but spectacularly misleading.
עס ארבייט אזוי לאנג ווי מען טשעלענדזשד נישט זייער אויפריכטיגקייט און פאקטן.

(איך מיין נישט @ציבעלע איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:42 pm

· #294131
[ציטאט אראפגענומען]

אנטשולדיגט, איר זענט 100% גערעכט. איך האב געמיינט @ציבעלע-קיגל. שוין פאראכטן.

כלבאשבוע » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 1:15 pm

· #294143
כדברי פליקער, איז רוב פון ציבעלע׳ס ליסטע נישט נוגע.

Ames זיצט נאך און גייט בפשטות זיצן לעולם
Nicholson זיצט נאך און גייט זיצן ביז 2024
Chin האט זיך געהארגעט נאך פאר׳ן זיצן
Scranage האט באקומען א גרינגע שטראף ווייל זי האט געהאלפן ארעסטירן איר שפיאן קאנטאקט און דאס האט צושטאנד געברענגט א אויסטויש פאר אכט פארכאפטע אמעריקאנער אגענטן

Barnett איז יא א טענה, ער האט באקומען 18 יאר אבער איז נאר געזעצן 10
@פליקער, פון ווי נעמסטו אז מען האט אים דערהרג׳ט?

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 1:50 pm

· #294153

גיבור » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 9:50 pm

· #309602
מארגן איז פאלארד ערווארטעט באפרייט צו ווערן פון תפיסה אין נארט קאראליינע, נאך שמאכטען דרייסיג יאר,
ער וועט ווערן אפגעווארט דורך א קליינע קבוצה וואס אינקלוד זיין ווייב אסתר זיין לויער און נאך אפאר געציילטע מענטשען,
ער קומט וואוינען קיין ניו יארק פאר די נעקסטע פינף יאר וואס דעמאלטס איז ערווארטעט ער זאל פארן קיין ישראל,
חוץ אויב די פרעזידענט וועט עם לאזן פארן פאר דעם,
ער ווערט טאקע באפרייט אבער נישט אינגאנצן, דאס הייסט ער טאר נישט רעדן צו די פרעסע נישט געבן קיין אינטערוויס, און אוודאי גארנישט פארציילן פון זיין פערסאנעל עקספיריענס פאר קיינער, ניטאמאל מעג ער זיך מחבר זיין צו אינטערנעט, ער ווערט שטרענג נאכגעקוקט און מעג נישט ארויס פארן פון אמעריקא,
א לאנגע פארווייטאגטע פרשה קומט צו א ענדע, א פרשה ווי א יעדער האט געפלאפט, די שיקער און די געשיקטע די לויערס און משפחה און חברים, א פרשה וואס ברענגט נאכאמאל ארויס די רשעות פון די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:47 am

· #309632
ער וועט ארומגיין די קומענדיגע פאר יאר אין אמעריקע מיט אזא "ענקל ברעיסלעט", וואס דורך דעם וועלן די אויטאריטעטן קענען האלטן אן אויג אויף אים וואו ער דרייעט זיך.

shem-tov » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:38 am

· #309648
ברוך מתיר אסורים
פריי
1448026546059.jpg
בלאט: 1 2