☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » זכור ימות עולם (היום יום)

זכור ימות עולם (היום יום)

176 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9403
בלאט: 1 2 3 4

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:43 pm

· #293741
זכור ימות עולם (היום יום)
איך האב מיך לעצטענס באגעגענט מיט א טעגליכע פאפיר, מיטן נאמען "היום יום", דאס קומט ארויס יעדן טאג אין קרית יואל. דארטן איז דא א "זכור ימות עולם" ביילאגע, פון אידישע היסטאריע.

אזוי רעדענדיג פריער מיט איינעם, האמער פונקט גערעדט פון א שטיקל היסטאריע וואס איז דארט געווען געשריבן, כ'האב אים געזאגט ווי איך האב דאס געזעהן, פרעגט ער מיר "פארוואס לייגסטו עס נישט ארויף??" יענער פרעגט גאנץ גוט, אבער לאמיתו, קיין רשות האב איך נישט געבעטן... געב איך זיי קרעדיט דערפאר... און ווער עס וויל זיך דארטן איינשרייבן זאל שיקן אן אימעיל צו: <!-- e --><a href="mailto:hayoim@gmail.com">hayoim@gmail.com</a><!-- e -->

אויב די מנהלים שפירן אז דאס איז אן עולה זאלן זיי דאס פארמעקן, און פארשטייט זיך נאכדערצו אויב די ארויסגעבער האבן דערויף טענות

איך וועל פרובירן ווי ווייט מעגליך ארויפצולייגן זייערע אינטערסאנטע היסטאריע.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:47 pm

· #293742
י"ט אב
ד'תתקס"ט וי"א ה'קס"ט: צוויי הונדערט אידן הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה און נאך הונדערטער זענען ארעסטירט געווארן דורך די מיליטער אין בעזיע, פראנקרייך.

ה'תרע"ד: די רוסישע הערשער אויף פוילן ביים אויסברוך פון ערשטן וועלט קריג האבן פארטריבן אידן פון פילע פוילישע שטעט.

ה'תש"ה: אין דעם טאג איז פארגעקומען די ערשטע אידישע ארטאדאקסישע חתונה אין א שוהל אין בערלין, דייטשלאנד, נאך די צווייטע וועלט מלחמה, פינעף יאר נאכדעם וואס די שוהל איז פארשלאסן געווארן דורך די נאציס און כלל ישראל האט איבערגעלעבט דעם אומבאשרייבליכן חורבן אייראפע.

ה'תשע"ב: אידן אין רומעניע פראטעסטירן באשטימונג פון א לינקער פאליטיקאנט צו א וויכטיגע פאזיציע, נאך א היסטאריע פון אפלייקענען די רומענישע פאגראמען קעגן אידן בעפאר און בשעת די צווייטע וועלט קריג, איבערהויפט די שוידערליכע פאגראמען אין יאסי מיט צענדליגער טויזנטער קדושים הי"ד.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:32 pm

· #293903
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז דא אזוינס אויך? 😛

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:09 pm

· #294031
Re: זכור ימות עולם (היום יום)
גוטע עפיזאדן געדענקט מען נישט (דרוקן זיכער נישט עס האט נישט קיין דראמא)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 9:20 am

· #294096
כ' אב
ג'תתכ"ט: בזמן בית שני איז געווען א יו"ט אין דעם טאג פאר די משפחות פון בני פחת מואב בן יהודה (מחלוקת צווישן ר"מ און ר"י צי דער נאמען איז אלס אייניקלעך פון דוד מלך ישראל אדער פון יואב בן צרוי') ווייל אין דעם טאג האבן זיי געברענגט האלץ פאר'ן בית המקדש. (ועי' מס' תענית כ"ו-כ"ח)

נאכ'ן חורבן בית שני האבן די רומיים אין דעם טאג אנגעהויבן צו פירן מלחמה קעגן די איבערגעבליבענע קווארטאלן פון ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען געווען פארזאמלט יוחנן ושמעון מגוש חלב.

ה'שי"ח: אין דעם טאג האט אויפגעשיינט לאור עולם די ערשטע דרוק פון "זוהר הקדוש", תורת הנסתר וקבלה ע"י התנא האלקי רבן שמעון בן יוחאי און די חבריא הקדושה.

ה'תשל"ה: צום ערשטן מאל איז אן אמעריקאנער פרעזידענט (פארד) געגאנגען באזוכן "אוישוויץ" און באעהרן די מיליאנען קדושים הי"ד וואס זענען דארט אומגעקומען עקד"ה.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 9:24 am

· #294097
כ"א אב
ה'תרנ"ה: פינעף ארטאדאקסישע אידן זענען ארעסטירט געווארן דורך די ניו יארקער פאליציי, אויף די איסט סייד, פאר'ן פארקויפן סחורה אום זונטאג, קעגן די אמאליגע "בלויע געזעצן" צו פארבאטן עפענטליכע האנדל זונטאגס. די אידן זענען עווענטועל באפרייט געווארן פון די קלאגעס נאכ'ן ערקלערן פאר'ן ריכטער אז אידן היטן שבת קודש און דארפן קענען לעגאל האנדלען זונטאג.

ה'תשי"ב: אין דעם טאג האט סטאלין ימ"ש פארארדענט די ברוטאלע אומקום פון דריי און צוואנציג אידן הי"ד, אין א טרויעריגע פרשה באקאנט אלס "די רציחה נאכט." 13 אידן זענען געווען פון די אזויגערופענע "אידישע קאמיטע" וואס (ליידער מערסטנס פרייע) "יידישיסטן" האבן געגרינדעט אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה צו העלפן רוסלאנד אינעם קריג קעגן נאצי דייטשלאנד. נאכ'ן קריג האט זיך דער ברוטאלער סטאלין רעזשים אויסגעדרייט קעגן די גרופע וואס האט געארבייט אזוי נאנט מיט'ן רעזשים, זיי אנגעקלאגט אין "קאנטער-רעוואלוציע" קאנספיראציעס, און פאראורטיילט די אנטוישטע אידן צו טויט-שטראף, וואס איז פארגעקומען אין די נאכט. נאך אנדערע צען אידן הי"ד זענען אומגעקומען דורכ'ן סטאלין רעזשים אין זעלבן נאכט.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 9:30 am

· #294352
כ"ב אב
ד'רס"א: א שווערע ערדציטערניש האט פאסירט אין ארץ ישראל, ברענגנדיג שווערע חורבנות בעיקר אין די שטאט עכו.

ה'נ"ח: אין דעם טאג איז אומגעקומען עקד"ה איינער פון די גדולי ראשונים ופוסקים, הקדוש רבי מרדכי בן רבי הלל, בעמ"ח "מרדכי" על הש"ס, וכל משפחתו, הי"ד, אין די ביטערע געשיכטע פונעם "רינדפלייש" בלוט-בלבול און די נאכטרעגליכע פאגראמען ארום דייטשלאנד.

ה'קנ"א: אין קאטאלאניא, בארצעלאנא און נאך פילע שטעט אין שפאניע, זענען פארגעקומען שווערע הריגות אויף אידן הי"ד.

ה'רמ"ח: זעכצן קדושים הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה דורך די שפאנישע אינקוויזיציע אין טאלעדא, שפאניע.

ה'תק"פ: די הערשער אין ארה"ק האבן געוואלט אטאקירן די שטאט טברי', אבער בחסדי ד' איז מען ניצול געווארן און די גזירה איז בטל געווארן.

ה'תשס"ג: איינע פון די שוידערליכסטע זעלבסטמארד טעראר אטאקעס האט פאסירט אין דעם טאג, ווען א פאלעסטינער טעראריסט האט זיך אויפגעריסן אויפ'ן "באס נומער 2" אין ירושלים עיה"ק, מיט 23 קרבנות הי"ד.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 9:30 am

· #294353
כ"ג אב
ה'תרס"ה: שווערע פאגראמען האבן אויסגעבראכן אין זיטאמיר, רוסלאנד, מיט'ן אומקום פון פילע אידן הי"ד.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:40 pm

· #294798
כ"ד אב
בימי חשמונאים בימי בית שני האט מען אין דעם טאג מנצח געווען קעגן די יונים, און צוריק געשטעלט דת משה וישראל אויף הלכות ירושה ונחלה, און דעריבער האבן חז"ל באשטימט דעם טאג פאר א יום טוב.

תל"ה: אין דעם טאג האט אפגע'פגר'ט דער אומבאשרייבליכער רוצח כמעלניצקי ימש"ו, וועלכער האט דורכגעפירט דעם אויפשטאנד פון גזירת ת"ח ות"ט, מיט א געשאצטע אומקום פון דריי הונדערט טויזנט אידישע נפשות הי"ד אין אוקריינא און פוילן און ארומיגע ראיאנען.

ה'תש"ב: די ערשטע אפענסיווע פון די אמעריקאנער ארמיי ביים צווייטן וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג, ביים "שלאכט פון גוואדאלקאנאל" אויף די "סאלאמאן" אינזלען פון יאפאן, אין רעאקציע צום יאפאנעזער "פוירל הארבער" אטאקע א האלב יאר פריער וואס האט אריינגעברענגט אמעריקע אין די וועלט מלחמה.

ה'תשס"ז: אידן אין פוילן און ארום די וועלט באגריסן די זעלטענע סצענעס פון א טאג פריער, ווען הרב מיכאל שודריך שליט"א, הויפט רב פון פוילן, צוזאמען מיט'ן מעיאר פון טשענסטעכאוו, און צענדליגער קינדער פון די לאקאלע געמיינדע, האבן דורכגעפירט א פראיעקט אויפצורייניגן די וואנדאליסטישע אטאקעס און אנטיסעמיטישע לאזונגען אויף 100 מציבות אין ארטיגן אידישן ביה"ח.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:25 am

· #294915
כ"ו אב
ה'תקס"ט: די ערשטע קבוצה פון גדולי תלמידי הגר"א זי"ע זענען אנגעקומען קיין ארצינו הקדושה.

ה'תר"פ: די טערקישע רעגירונג האט אפיציעל אויפגעגעבן די הערשאפט אויף א"י און אנערקענט די "מאנדאט" אויטאריטעט פון די בריטישע מלוכה.

ה'תר"ג
: אין דעם טאג האט זיך געשלאסן די "אסיפת הרבנים" וואס די צארישע הערשער האבן פאררופן אין פעטערבורג, ארויפצולייגן פרישע גזירות פון עקירת הדת אויף אידן ח"ו, דורך צווינגען די רבנים דאס אנצונעמען. דער הייליגער "צמח צדיק" זי"ע פון ליובאוויטש איז געווען פון די ראשי גדולי ישראל ביים אסיפה, און ער האט לוחם געווען במסירת נפש אויף יעדע גזירה וואס די רעגירונג האט פארלאנגט. במשך די אסיפה איז דער צמח צדק געווארן ארעסטירט צוויי און צוואנציג מאל...! אבער בחסדי ד' זענען די גזירות נישט צושטאנד געקומען, און אין טאג האט זיך געענדיגט די אסיפה און דער צמח צדק איז אהיימגעפארן בשלו' ובשלוה.

ה'תרל"א: דער "ראביי" פון אן ארטאדאקסישע שוהל אין אילינאי איז געווארן ארויסגעווארפן דורך די קהלה, נאכ'ן ווערן געכאפט עסן אייזקרי"ם אום תשעה באב ר"ל.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:32 am

· #295110
כ"ז אב
ה'תק"פ: די הערשער אין ארה"ק האבן געוואלט אטאקירן די שטאט טברי', צום צווייטן מאל, אבער בחסדי ד' איז מען נאכאמאל ניצול געווארן און די גזירה איז בטל געווארן.

ה'שי"ג: די אידן אין "גרויס פוילן" (אריינגערעכנט ליטא) באקומען די רעכטן פאר געצוימטע אויטאריטעט אויף אייגענע לאקאלע באשליסן, אזויווי די אידן אין ליטא זעלבסט האבן באקומען יארן פריער.

ה'תרכ"ח: א איד מיט'ן נאמען ש. א. ביערפעלד הי"ד איז געווארן אומגעברענגט דורך די אנטיסעמיטישע גרופע "קעי. קעי. קעי." אין פרענקליך, טענעסי, די ערשטע אזא אפיציעל- פארצייכנטע רציחה פון א איד אין די פאראייניגטע שטאטן.

ה'תש"ד: ביים צווייטן וועלט קריג איז דער טאג געווען דער קלימאקס פונעם "שלאכט פון פאלאיז טאשקע," די אליאירטע פארשריט אין פראנקרייך נאך די "נארמאנדי אינוואזיע" זומער תש"ד. אנגעהויבן א וואך פריער, האבן די אליאירטע קרעפטן אנגעהויבן א מאסיווע אפעראציע צו ארומרינגלען די דייטשע ארמייען, ווי איינגעדרייט אין א "טאשקע" פון אלע זייטן. נאך אכט טעג פון שווערע שלאכטן איז די מיסיע היינט געקומען צום איבערראשנדער קלימאקס, און צומארגנס האבן די דייטשן ימ"ש אנגעהויבן די אפיציעלע ריקצוג פון צענטער פראנקרייך, פירנדיג אין איין צי, שווער און ביטער אבער אן קיין צווייפל, צום טאטאלן פארניכטונג פונעם נאצישן שלאנג צען חדשים שפעטער.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:12 am

· #295487
כ"ח אב
ב'תמ"ח: אין דעם טאג האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו די פרשה אין כי תשא "פסל לך שני לוחות אבנים," נאכ'ן ווערן נתרצה ביי די צווייטע פערציג טעג אין הימל. משה רבינו איז אראפגעקומען ביים בארג סיני, און אויפצומארגנס צוריק ארויף אין הימל פאר די דריטע פערציג טעג ביז "סלחתי כדבריך" ביום הקדוש.(לפי כמה שי' בדברי הראשונים, וי"א כ"ט אב וי"א ל' אב)

ה'שפ"ט וי"א ה'שצ"א: דער הייליגער תוספות יו"ט ווערט באפרייט פון תפיסה אין וויען, נאכ'ן זיין איינגעשפארט אויף פערציג טעג צוליב א שווערע בלוט-בלבול.

ה'תקכ"ב: אין דעם טאג איז געווען די לעצטע "אסיפה" פון די בארימטע "וועד ארבע ארצות" אין שטאט פילץ.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 9:48 am

· #295759
כ"ט אב
ב'תמ"ח: אין דעם טאג האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו די פרשה אין כי תשא "פסל לך שני לוחות אבנים," נאכ'ן ווערן נתרצה ביי די צווייטע פערציג טעג אין הימל. משה רבינו איז אראפגעקומען צום בארג סיני, און אויפצומארגנס צוריק ארויף אין הימל פאר די דריטע פערציג טעג ביז "סלחתי כדבריך" ביום הקדוש. (לפי כמה שי' בדברי הראשונים, וי"א כ"ח אב וי"א ל' אב)

ה'רי"ג: זיבעצן אידן הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה דורך די שפאנישע אינקוויזיציע אין סילעסיע.

ה'תקע"ב: נאפאליאן'ס ארמיי קומט אריין טיפער און טיפער קיין רוסלאנד, און דער הייליגער תניא זי"ע, וועלכער האט ברוח קדשו געהאלטן קעגן נאפאליאן, כידוע, אנטלויפט פון ליאדי אריין טיפער אין רוסלאנד. (דער בעל התניא זי"ע האט געוואנדערט פינעף חדשים, ביז ער איז אנגעקומען צום שטעטל פיענא, וואו דער צדיק איז געווארן שוואכער און שוואכער ביז די הסתלקות לחיי העולם הבא כ"ד טבת תקע"ג.)

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 9:50 am

· #295760
ל' אב
ב'תפ"ז: אין דעם טאג האבן זיך געענדיגט די "שלושים" טרויער טעג נאך די פטירה פון אהרן הכהן אין מדבר, ווי עס שטייט אין פסוק פר' חוקת.

ה'קנ"א: אין שפאניע איז פארגעקומען שווערע פאגראמען אויף אידן אין מיורקא, און אזויפיל ווי 300 קדושים הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה.

ה'רנ"ב: הונדערטער אידן, גולי ספרד נאכ'ן ביטערן גירוש שפאניע, זענען אנגעקומען מיט שיפן צום עיפעלס ראיאן פון איטאליע.

ה'תש"ה
: די קאטאסטראפאלע צווייטע וועלט מלחמה איז ענדליך געקומען צו א טאטאלע ענדע, מיט'ן צווייטן אטאם באמבע וואס אמעריקע האט געשאסן אויף יאפאן, די לעצטע אויסוועג צו ברעכן די פאטאלע עקשנות פון די אימפעריאליסטישע רעזשים, נאכדעם וואס די ערשטע אטאם באמבע דריי טעג פריער מיט הונדערט פערציג טויזנט פאטאליטעטן האט נאך אלץ נישט געבראכן די יאפענעזער הערשער. אין דעם טאג האט יאפאן אפיציעל קאפיטולירט און די וועלט קריג איז געקומען צום אפיציעלן ענדע.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:19 am

· #296233
א' אלול
ב'תמ"ח: משה רבינו איז צוריק ארויף אין הימל צו נעמען די צווייטע לוחות, און איז דארט געווען צום דריטן מאל פערציג טעג, ביז יום הקדוש ווען דער באשעפער האט געזאגט "סלחתי כדבריך" און דער טאג איז געווארן יום סליחה מחילה וכפרה עד עולם.

ג'ת"ח: "ויקנן דוד.. איך נפלו גבורים... מנשרים קלו מאריות גברו..." אין דעם טאג זענען נפטר געווארן שאול המלך און יהונתן, אין מלחמה מיט די פלשתים ביי הר גלבוע, און דוד המלך צוזאמען מיט כלל ישראל האבן מקונן געווען אויף די צוויי צדיקים, ווי עס שטייט אנהויב שמואל ב'.
די ערשטע נבואה פון חגי הנביא איז געווען דעם טאג, א תוכחה פון הימל פאר נישט צואיילן די אויפבוי פון צווייטן בית המקדש.

ד'תשצ"ח: רבי שמואל הנגיד, ביים סוף תקופת הגאונים, האט באשטימט דעם טאג פאר א יום טוב אין זיינע צייטן און שפעטערדיגע דורות.

ה'שי"א
: די אידן אין "גרויס פוילן" באקומען די רעכטן פאר געצוימטע אויטאריטעט אויף אייגענע לאקאלע באשליסן.

ה'תרנ"ט: לויט א באריכט דעם טאג האט די פעדעראלע רעגירונג אין וואשינגטאן באטראכט א פלאן אפצוקויפן די "סייפרוס" (קפריסין) אינזל פון טערקיי און לאזן אייראפעאישע אידן זיך דארט באזעצן.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:24 am

· #296235
ב' אלול
ה'פ"א: הונדערט און זעכציג אידן הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה ביים שווערן בלוט-בלבול קעגן אידן ביי די "שווארצע מגיפה" אין אייראפע.

ה'שי"ג: די אידן אין "גרויס פוילן" (אריינגערעכנט ליטא) באקומען די רעכטן פאר געצוימטע אויטאריטעט אויף אייגענע לאקאלע באשליסן, אזויווי די אידן אין ליטא זעלבסט האבן באקומען יארן פריער. [וי"א כ"ז אב]

ה'שי"ג: דער פויפסט גיט ארויס א ביטערע גזירה, צו קאנפיסקירן און ח"ו פארברענען אלע גמרות אין אלע לענדער פון אייראפע.

ה'שט"ו: כלל ישראל ווערט באלאכטן מיט'ן ערשטן דרוק פון הייליגן ספר "בית יוסף," וואס דער הייליגער מחבר מרן רבינו יוסף קארו זי"ע האט געשריבן במשך צוויי און דרייסיג יאר. דער מחבר האט געשריבן דעם "שולחן ערוך" אלס "קיצור" פון בית יוסף, הלכה למעשה.

ה'של"ח: "פורים באמבאס" אין מאראקא – נאכדעם וואס טויזנטער אידן וואס זענען פארטריבן געווארן פון שפאניע און פארטוגאל זענען אנגעקומען גדולה קיין מאראקא, האט די פארטוגאל מיליטער אנגעגריפן מאראקא, און עס האט געדראעט א ביטערע סכנה דורך די אינקוויזיציע. בחסדי ד' האבן די פארטוגעזער געליטן א שווערע מפלה, און די אידן אין מאראקא האבן באשטימט דעם טאג אלס א יו"ט לדורות עולם. (פון דעמאלט ביז'ן היינטיגן טאג איז מאראקא די פריינטליכסטע מוסלמענער לאנד פאר אידן אויף דער וועלט.)

ה'תשמ"ו: פאלעסטינער טעראריסטן פירן דורך שרעקליכע אטאקע אין ביהכ"נ נוה שלו', אין איסטאנבול, טערקיי, מיט צוויי און צוואנציג קדושים הי"ד.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:58 pm

· #296255
ה'תש"נ: איז ל"ע נסתלק געווארן הבחור החשוב מנחם מענדל ב"ר אברהם שמואל פייפער ז"ל. עלי דרך צו טאהש. א ספר "הארז שנגדע" איז לעצטענס נתחבר געווארן צו פאראייביגען די געהויבנקייט פון דעם אינגען ארז שנגדע.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:54 am

· #296484
ג' אלול
ה'תקמ"ז: אידן אין בודאפעסט, אונגארן, האבן באקומען לעגאלע ערלויבעניש צו דאווענען אין פריוואטע הייזער, אבער נישט אין בתי מדרשים, און אויך נאר אן א רב(!!!)

ה'תרס"ג: אין דעם טאג איז צום ערשטן מאל ערשינען די טרויעריגע פאלשע אנטיסעמיטישע ווערק, "פראטאקאלן פון די אלטע פון ציון," אלס סעריע פארזעצונגען אין א רוסישע צייטונג. אנדערע אנטיסעמיטישע צייטונגען ארום די וועלט, אויך הענרי פארד'ס צייטונג אין דיטראיט, מישיגען, האבן עס שפעטער נאכגעשריבן פון דארט, און עס איז געווארן די הויפט ווערק פון אנטיסעמיטישע קאנספיראציעס ביז היינט.

ה'תש"ג: הרה"ק רבי יצחק ישעי' מטשעחויב הי"ד, בן זקונים פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, איז אומגעקומען עקד"ה אין באכניע, איינגעהילט בטלית ותפילין פון הייליגן טאטן דער דברי חיים.

ה'תשס"ז: א גרויסער ציבור אידן, קהלה פירער, שתדלנים, לאקאלע רעגירונג באאמטע און נאך פילע האבן זיך באטייליגט ביים די לוי' און קבורה פון 150 קדושים הי"ד פונעם חורבן אייראפע, וועמענ'ס עצמות זענען געפינען געווארן אין חארקאוו, אוקריינא, און זענען געקומען לקבר ישראל ביים גרויסן קבר פון טויזנטער קדושים הי"ד אין דערנעבנדיגן וואלד.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:32 am

· #296745
ד' אלול
ד'תשמ"ו: די ערשטע מיליטערישע אפענסיווע פון נארוואס געגרינדעטן בולגאריע באזיגט די מיליטער פון ביזאנטינישן אימפעריע, אין א גוטע אנטוויקלונג פאר אידן וואס האבן דארט געפינען מנוחה פאר איבער טויזנט יאר.

ה'אלפים: דער טאג איז א וויכטיגער דאטום אין די ביטערע גזירה פון שריפת הספרים פון "ו' חוקת." די גזירה האט זיך אנגעהויבן מיט א וויכוח פון די שרי התורה אין פאריז קעגן א משומד ימ"ש, ה' תמוז ה' אלפים. אין דעם טאג, בערך צוויי חדשים נאכ'ן פארלירן דעם וויכוח, האט דער משומד געשריבן א בריוו אויפצוהעצן די געמיטער ביז צו שריפת הספרים. (פיר יאר שפעטער איז געווען א פרישע העצע איבער דעם וויכוח און די פראנצויזישע הערשער האבן געהייסן פארברענען 24 וועגענער מיט גמרות און נאך ספרי קודש, און דאס איז געווען ו' חוקת ט' תמוז ה' אלפים ד'.)

ה'קנ"א: רוצחים אין שפאניע האבן דורכגעפירט שרעקליכע פאגראמען און הריגות אויף אידן, אין טאלעדא און בארצעלאנע, מיט איבער זיבעציג קרבנות הי"ד. טויזנטער אידן זענען דעמאלט אנטלאפן פון שפאניע, איבער הונדערט יאר פאר'ן אפיציעלן גירוש שפאניע.

ה'תש"ד: ביים חורבן אייראפע ווערט רומעניע באפרייט דורך די רוסישע ארמייען לאנג בעפאר אנדערע לענדער, נאך אינמיטן זומער תש"ד, ווען דער רומענישער קייזער קאפיטולירט צו די רוסישע קרעפטן. דאס איז געווען א וואונדערליכע רעטונג בחסדי ד' פאר א געשאצטע פיר הונדערט טויזנט אידן אין רומעניע לפליטה גדולה. (לויט איין מקור, האבן געוויסע משפחות פון רומענישע אידן באצייכנט דעם טאג אלס "פורים רומעניע.")

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:31 am

· #296925
ה' אלול
ג'שכ"ז: יהויכין (יכני') מלך יהודה מיט נאך צענדליגער טויזנטער אנשי ירושלים (צווישן זיי מרדכי הצדיק, די גדולי תורה, כהנים ולויים ["החרש והמסגר"] און נאך זיבן טויזנט גבורים ואנשי חיל) זענען אנגעקומען קיין בבל דורך נבוכדנאצר, דער אנהויב פון "גלות יהויכין," ווי עס שטייט אין די פסוקים אין דבה"י און מגילת אסתר.

ד'תת"ס: די ערשטע קרייצציגלער פארכאפן קאנטראל אויף ירושלים פון די אראבער, און פירן דורך שרעקליכע הריגות אויף די אידן פון ירושלים הי"ד.

ה'תנ"ב: די הערשער אין בערלין גיבן ארויס פארבאט אז אידן טארן נישט זיין קיין פעדלער.

ה'תקל"ז: די ערשטע חבריא קדישא פון גדולי תלמידי בעל שם טוב הק' זי"ע והמגיד זי"ע, הרה"ק רבי מנחם מענדל וויטעבסקער זי"ע, הרה"ק רבי אברהם קאליסקער זי"ע און הרה"ק רבי ישראל פאלאצקער זי"ע, קומען אן קיין ארצינו הקדושה.

ה'תרע"ט: אוקריינער רוצחים פירן דורך ביטערע הריגות קעגן אידן אין די הויפטשטאט קיעוו, מיט טויזנטער קדושים הי"ד.

ה'תרח"צ: דער איטאליאנער דיקטאטור מוסאליני ימ"ש, אליאירט מיט'ן צורר היהודים היטלער ימ"ש, גיט ארויס גזירה צו עלימינירן ציווילע רעכטן פון אלע אידן אין לאנד.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:20 am

· #297119
ו' אלול
ה'רמ"ו: פינעף און צוואנציג אידן הי"ד האבן זיך געלאזט פארברענען על קידוש ד' אין טאלעדא, דורך די שפאנישע אינקוויזיציע.
זיי זענען געווען הויכע באאמטע אין די שפאנישע מלוכה, אבער מען האט זיי אנטדעקט אלס אידן און געוואלט צווינגען צום שמד ל"ע אבער זיי האבן שפאצירט מיט שמחה און שטאלץ צום אויטא-דא-פע, אויסשרייענדיג "שמע ישראל...!" ויצאה נשמתם בקדושה וטהרה.

ה'ת"ש: איטאליענער לופט כוחות, אליאירט מיט נאצי דייטשלאנד, פירן אדורך א גאר אומגעראכטענע און ביטערע באמבארדירונג אויף תל אביב, א"י, מיט איבער הונדערט אידן אומגעקומען הי"ד.

ה'תש"ב: ביים צווייטן וועלט קריג זענען אליאירטע קרעפטן אין שפיץ פון קאנאדער טרופן אדורך די "ענגליש טשענעל" קיין דיעפע, פראנקרייך, אלס אינוואזיע קעגן נאצי דייטשלאנד. עס איז געווען א קאלאסאלער דורכפאל, ווייזנדיג וויפיל מער כוחות מען וועט דארפן פאר אן ערפאלגרייכע אינוואזיע. עס האט געדויערט נאך כמעט צוויי יאר ביז די "נארמאנדי" אינוואזיע וואס האט געפירט די אליאירטע קרעפטן צום ענדגילטיגן טריאומף קעגן די נאציס ימ"ש.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:23 am

· #297120
ז' אלול
ב'תמ"ט: אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די מרגלים אין מדבר, און עס איז א יום תענית צדיקים.

ה'תק"ג: "פורים טברי' " – דער טערקישער פירער סוליימאן פאשא איז געקומען פון דמשק מיט'ן פלאן איינצונעמען די שטאט טברי'. הגה"ק רבי חיים אבולעפיא זי"ע האט געשיקט שלוחים מתפלל זיין רחמי שמים ביי די ציונים הקדושים פון רבי חייא ובניו, רב המנונא סבא, און רב הונא איש גלותא, און בחסדי ד' איז די גזירה בטל געווארן און אין דעם טאג איז דער פאשא צוריק מיט ליידיגע הענט. לזכר צו די ניסים האט רבי חיים, דער מנהיג פון טברי' יענע תקופה, איינגעפירט דעם טאג פאר א יו"ט פורים.

ה'תק"נ: אין דעם טאג איז פארגעקומען די בארימטע באזוך פון ערשטן פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן ביים "טורא שוהל" אין ניופארט, ראוד איילאנד.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:12 am

· #297526
ח' אלול
ג'תתכ"ח: נאכ'ן חורבן בית שני האבן די רומיים אין דעם טאג חרוב געמאכט די איבערגעבליבענע קווארטאלן פון ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען געווען פארזאמלט יוחנן ושמעון מגוש חלב.

ה'ל"ד: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די מלוכה פון בריטישן קעניג עדווארד דער 1'טער, וועלכער האט ארויסגעגעבן ביטערע גזירות אויף אידן במשך זיין קעניגרייך, ביז צום ביטערן "גזירות גירוש" קעגן די אידן אין בריטאניע זעכצן יאר שפעטער.

ה'שכ"ז: אין כמעט-אומדערהערטע ווארימע ווערטער דורך אזעלכע לאנד פירער צו אידן, שרייבט דער קעניג פון פוילן אז די אידישע קהלה אין לובלין איז ערלויבט צו גרינדן א ישיבה און עס אהערשטעלן מיט אלע ספרים און איינריכטונגען, מיט וויפיל תלמידים מען וויל, און אפילו באשטימען א ראש ישיבה "להגדיל תורה ולהאדירה."(!)
(דער אויסטערלישער בריוו, אונטערגעשריבן דורכ'ן פוילישן קייזער סיגיסמאנד אוגוסטוס דער 2'טער, אוגוסט 21 , 567 ', איז נאך היינט אין די אפיציעלע ארכיווען פון לאנד.)

ה'תרנ"ג: שווייץ גיט ארויס גזירה צו פארבאטן שחיטה אין לאנד, א גזירה וואס איז נאך אין קראפט ביז'ן היינטיגן טאג, און דער שווייצער אידענטום קען נאר באקומען כשר'ע פלייש פון אויסלאנד.

ה'תרע"ט: אוקריינער רוצחים פירן דורך ביטערע הריגות קעגן אידן אין די הויפטשטאט קיעוו, מיט טויזנטער קדושים הי"ד.

ה'תרח"צ: דער איטאליאנער דיקטאטור מוסאליני ימ"ש, אליאירט מיט'ן צורר היהודים היטלער ימ"ש, גיט ארויס גזירה צו עלימינירן ציווילע רעכטן פון אלע אידן אין לאנד.

ה'תרצ"ט: פאר'ן אויסברוך פון צווייטן וועלט קריג האבן דייטשלאנד און רוסלאנד אונטערגעשריבן א נאן-אגרעסיע אפמאך, אז רוסלאנד זאל לאזן דייטשלאנד אינוואדירן פוילן. ענגלאנד האט באלד רעאגירט מיט א פולע רוף פאר מיליטערישע מאביליזאציע, און אפאר וואכן שפעטער האט זיך אנגעהויבן די ביטערע קריג. (עווענטועל האט דייטשלאנד פארראטן רוסלאנד מיט א מאסיווע אינוואזיע, וואס האט פאראייניגט רוסלאנד און אמעריקע מיט נאך צענדליגער לענדער צו פארניכטן נאצי-דייטשלאנד.)

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:16 am

· #297530
ט' אלול
ה'כ"ז: דער הייליגער רמב"ן איז אנגעקומען קיין ארה"ק אין דעם טאג, און באנייט דעם אידישן ישוב אין ירושלים עיה"ק.

ה'תי"ד
: א איד מיט'ן נאמען יעקב בן שמשון קומט אן קיין "ניו אמסטערדאם" (די היינטיגע "ניו יארק"), ווערנדיג באצייכנט לויט היסטאריקער אלס דער ערשטער איד צו דערגרייכן צפון אמעריקע. (רוב היסטאריקער האלטן אבער אז די ערשטע אנקום פון אידן קיין צפון אמעריקע איז געווען איבער א חודש שפעטער, י"ב תשרי תט"ו, ווען 23 אידן זענען אנגעקומען קיין אמעריקע, אלס פליטים פון רעסיפי, בראזיל.)

ה'תקס"ו: דער פראנצויזישער קייזער נאפאליאן קומט אויף מיט'ן געדאנק פון גרינדן א נייע "סנהדרין" פאר אידן אונטער זיין מלוכה.

ה'תשנ"א: אין דעם טאג האט אויסגעבראכן די טרויעריגע "קראון הייטס ראיאטן," ווען אנטיסעמיטישע כוליגאנעס האבן זיך געלאזט אויף די גאסן פון קראון הייטס און געהעצט קעגן די ארטיגע אידן, קומענדיג צום קלימאקס ווען לעמריק נעלסאן און טשארלס פרייס האבן געשטאכן און אומגעברענגט דעם ליובאוויטשן בחור הק' יענקל ראזנבוים הי"ד. די צוויי פארשוינען זענען אדורך א לאנגע קייט פון סטעיט און פעדעראלע פראצעסן, א געמיש פון שולדיג און אומשולדיג אורטיילן, וואס האט זיי געהאלטן אין טורמע במשך לאנגע יארן. די שטורמישע אנטיסעמיטישע ראיאטן, באצייכנט אלס די ארגסטע אין ניו יארקער היסטאריע, האבן אנגעהאלטן דריי טעג, קאסטנדיג דעם קרבן פון ראזנבוים הי"ד, צענדליגער פארוואונדעטע, שאדנס פון מיליאנען דאלארן, און די ענדע פון ניו יארק מעיאר דינקינס' קאריערע.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:28 am

· #297714
י' אלול
ה'תמ"ד: "פורים בודא(פעסט)" - א גרופע ווילדע אנטיסעמיטישן האבן געוואלט דורכפירן א שווערן פאגראם אין די אידן פון בודא (די האלבע פון "בודא-פעסט," וואס איז פאראייניגט געווארן כמעט צוויי הונדערט יאר שפעטער פון די מעשה), ווייל די אנטיסעמיטן האבן באשולדיגט אז וואס די אידן זענען געווען א גאנצן טאג ת"ב אין שוהל זאגן קינות, איז געווען מתפלל צו זיין אז די טערקן זאלן מצליח זיין אין זייער אטאקע אויף די שטאט. אבער ווי נאר די פאגראם האט זיך אנגעהויבן, האבן די ארטיגע הערשער עס באלד אפגעשטעלט, און די אידן זענען בחסדי ד' ניצול געווארן פון די בייזע פלענער. זינט דעמאלט איז דער טאג באצייכנט געווארן אלס א יום הצלה מיט שבח והודאה דורך די אידן אין בודאפעסט.

ה'תרע"ה: אין דעם טאג איז לייבל "ליא" פראנק הי"ד געקומען צו קבר ישראל, ביים מאונט כרמל ביה"ח אין קווינס, ניו יארק.
פראנק איז געווארן אנגעקלאגט אין א שווערן בלוט-בלבול אין א שטעטל אין דזשארדזשיע, באזירט אויף די "עדות'שאפט" פון א צווייפלהאפטיגער פארשוין וועלכער האט געטוישט זיין געשיכטע עטליכע מאל.
אבער נאכ'ן ארגינעלן שולד אורטייל, האבן פילצאליגע אפעלאטן און איבערזיכטן שוין נישט געטוישט דעם אויסגאנג, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו טויט שטראף. אבער צוליב די צווייפל פון די גאנצע געשיכטע, האט דזשארדזשיע גאווערנאר סלעיטאן רעדוצירט די הארבע שטראף צו בלויז לעבנסלענגליכע טורמע. צוויי מאנאטן שפעטער, ז' אלול תרע"ה, זענען געקומען א באנדע באוואפנטע אנטיסעמיטן, אים ארויסגעשלעפט פון טורמע און אומגעברענגט, אין בלויזן עלטער פון 31 יאר. דריי טעג שפעטער איז פארגעקומען זיין לוי' אין ניו יארק, וואו ער איז געקומען לקבורה י' אלול. פארשער און היסטאריקער קומען מער און מער צום אנערקענונג אז דאס איז געווען פון די שווערסטע בלוט-בלבול אין די אידישע היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן. איבער זיבעציג יאר שפעטער, אין יאר תשמ"ו, האט די סטעיט "פארדאן און פעראול קאמיטע" דערקלערט אן אפיציעלע פארדאן אויף לייבל פראנק הי"ד.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:31 am

· #297965
י"א אלול
ד'תש"ס: אונגארן ווערט אפיציעל געגרינדעט אלס א לאנד. לויט היסטארישע באווייזן האבן אידן שוין געוואוינט אין יענעם ראיאן פון נאכ'ן חורבן בית שני, אבער די ערשטע אפיציעלע ערשיינונג פון אידן אין די ארכיווען פון אונגארן זענען פון בערך טויזנט יאר צוריק, ווען אידן זענען געקומען פון דייטשלאנד און זיך דארט באזעצט. (יהדות אונגארן האט אויפגעבליעט צום שענסטן פארנעם אין די ת"ק יארן, אין די תקופה פונעם חתם סופר און ישמח משה זי"ע, אזוי ערליך און הערליך ביז צום ביטערן חורבן אייראפע, כאטש עס האט נאך אנגעהאלטן אביסל ביז צו די "רעוואלוציע" ארום תשט"ז.)

ד'תתקע"ז: ביי די פינפטע רונדע פון די קרייצציגלער, האט דער אונגארישער קעניג ענדרו דער 2'טער זיך אנגעשלאסן אינעם קאמף און געפארן קיין א"י, אבער די גרופע איז נישט אנגעקומען צו ווייט.

ה'ס"ז: דער קעניג פון מאיארקא האט ארויסגעגעבן א גירוש אויף אלע אידן פון די פראווינצן ראזילאן און מאנטפעליע, און א גרויסער חלק פון די פליטים זענען אנטלאפן קיין בארצעלאנע, שפאניע.

ה'תשנ"א: אינעם דריטן טאג פון די טרויעריגע "קראון הייטס ראיאטן," האבן זיך די פאליציי ענדליך ערוועקט פון שלאף, און גענומען אגרעסיווע שריט קעגן די אנטיסעמיטישע כוליגאנעס וואס האבן געהעצט און געפלינדערט קעגן די אידן פון קראון הייטס, און ענדליך זענען די ראיאטן געקומען צו א שטילשטאנד. פילע אידן (ווי אויך פאליציאנטן און לאקאלע איינוואוינער) זענען פארוואונדעט געווארן, אידישע פארמעגנס זענען פארניכטעט געווארן אין ווערד פון מיליאנען דאלארן, און עס האט ליידער געקאסט א אידיש לעבן, דער ליובאוויטשער בחור הק' יענקל ראזנבוים הי"ד.

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:44 pm

· #298021
ניין.

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:46 pm

· #298024
אויך פון די ראיאטן.

ליפא » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:48 pm

· #298025
אויך פון יענע טאג
📎 20110811-nypost-riots.jpg

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:50 am

· #298106
י"ב אלול
ה'ש"ב: די צוגרייטונגען הייבן זיך אן צו דרוקן דעם הייליגן ספר "בית יוסף", א טאג נאכדעם וואס דער הייליגער מחבר מרן רבינו יוסף קארו זי"ע האט געענדיגט שרייבן דעם גרויסן חיבור במשך איבער צוויי צענדליג יארן. (עס האט געדויערט נאך דרייצן יאר ביז'ן ארויסקומען פון דרוק.)

ה'תנ"ה: די נייע אידישע קהלה אין ניו יארק, לאנג פאר'ן גרינדונג פון אמעריקע, בעטן די לאקאלע באאמטע ערלויבעניש זיך צו קענען פירן עפענטליך אלס תורה אידן, אלס רעליגיעזע פרייהייט רעכטן.

ה'תצ"ב: א סעריע שווערע גזירות ווערן נאכאמאל ארויסגעגעבן קעגן די אידישע קהלה אין רוים, איטאליע.

ה'תרנ"ח: א "מעידזשער" אין די פראנצויזישע ארמיי, יובערט הענרי, איז ארעסטירט געווארן פאר פעלשן דאקומענטן אינעם אנטיסעמיטישן שפיאנאזש בלבול קעגן דעם אידישן אפיציר דרייפוס, און צוביסלעך איז דרייפוס'ס אומשולד ארויסקומען קלארער און קלארער.

ה'תרצ"ט: דער טאג איז אויסגעקומען זונטאג פר' כי תבוא, די שטילע אנהויב וואך פאר'ן אויסברוך פון קאלאסאלן צווייטן וועלט מלחמה דעם פרייטאג ווען נאצי-דייטשלאנד האט אטאקירט פוילן און דערמיט האט זיך אנגעהויבן די אומבאשרייבליכע גיהנם פון חורבן אייראפע.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 9:22 am

· #298276
י"ג אלול
ה'רל"ז: עס הייבט אן צו ווערן פארשפרייט די ספר תהלים מיט'ן פירוש הרד"ק (פון ר'בינו ד'וד [בן יוסף] 'ן ק'מחי הספרדי), וואס איז נארוואס ארויס פון דרוק צוויי טעג צוריק, ביים דרוק פון די ברידער חיים מרדכי און חזקי' די ווענטשורא אין באלאגנע, איטאליע.

ה'ת"ז: אין דעם טאג איז אומגעקומען עקד"ה הקדוש רבי יצחק די טודירש הי"ד אין ליסבאן, פארטוגאל, דורך די שפאנישע אינקוויזיציע.

ה'תנ"ה: דער פארלאנג פון די נייע אידישע קהלה אין ניו יארק, לאנג פאר'ן גרינדונג פון אמעריקע, אז די לאקאלע באאמטע זאלן ערלויבן זיך צו קענען פירן עפענטליך אלס תורה אידן, אויפ'ן באזיס פון רעליגיעזע פרייהייט רעכטן, איז געווארן אפגעווארפן. (עס האט געדויערט נאך איין און אכציג יאר צום גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן, און עווענטועל די קאנסטיטוציאנעלע גאראנטי פאר רעליגיעזע פרייהייט אין די מלכות של חסד.)

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 11:26 am

· #298285
י"ד אלול
ה'ת"ג: אין דעם טאג איז געשריבן געווארן די עלטסטע "שטר כתובה" וואס עקזיסטירט היינט אין די מערב וועלט, צווישן דעם חתן יצחק און די כלה יהודית.

ה'תל"א: א האלבע יאר נאכדעם וואס דער דייטשער קייזער לעפאלד האט ארויסגעגעבן א גזירת גירוש אויף די אידן אינעם טייל אונגארן אונטער דייטשע קאנטראל, האט ער צוריק געצויגן די גזירה, און די אידן האבן ווייטער געקענט וואוינען אין לאנד.

ה'תרל"ז: דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין טערקיי האראס מיינארד שיקט א באריכט צום סטעיט דעפארטמענט אין וואשינגטאן, אז: "די אידן ווערן בעסער באהאנדלט דורך די אטאמאנישע הערשער ווי ביי מערסטע גרויסמאכטן אין די מערב וועלט... זיי זענען אנערקענט אלס א רעליגיעזע געמיינדע מיט אן אייגענעם הויפט רב וואס ווערט גערופן דער 'חכם'..." אמבאסאדער מיינארד שרייבט אז אנדערע אמבאסאדארן און קאונסולאטן פון אמעריקע דורכאויס די אטאמאנישע אימפעריע זאלן אויך אריינשיקן רעגלמעסיגע באריכטן איבער די אומשטענדן פון אידן אין יענע לענדער.

ה'תש"א: נאנט צו זיבעצן הונדערט קדושים הי"ד פון ראדימישלא, פוילן ווערן אומגעברענגט עקד"ה דורך די נאציס ימ"ש.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:48 am

· #298677
ט"ו אלול
ה'רפ"א: די טערקישע אטאמאן אימפעריע אינוואדירט בעלגראד, און באלד דערנאך האבן אידן אנגעהויבן אהינצוקומען נאכ'ן אנטלויפן פון די אינקוויזיצע און די שווערע פאגראמען אין אנדערע לענדער.

ה'תקפ"ז: אין דעם טאג איז ארויס די ביטערע גזירה פון "קאנטאניסטן," אז די צארישע רוסלאנד האט געכאפט אידישע קינדער פון גאנץ יונגן עלטער, זיי געהאלטן אין די ארמיי אונטער די שווערסטע אומשטענדן פאר אן אומבאשרייבליכע 25 יאר.

ה'תרט"ו: א זעלטענער באריכט לייגט אראפ א שמחת ברית מילה בזמנו כדת משה ישראל משפחת לעווינזאהן אין פראווידענץ, ראוד איילאנד. דער ברית איז געווען ביי די משפחה אין שטוב, און דער מוהל איז געווען הרב וואלף.

ה'תש"ב: עס ווערט באריכטעט אז דער פרעזידענט פון קליין לענדל דאמיניקען רעפובליק אין לאטיין אמעריקע האט אנגעבאטן אריינצונעמען אין לאנד דריי א האלב טויזנט פליטים וואס זוכן צו אנטלויפן פון די נאצי-קאנטראלירטע ווישי רעזשים אין פראנקרייך. אין זעלבן טאג האט "סטיווען ווייז" פון די "וועלט אידישע קאנגרעס" באקומען מער אינפארמאציע איבער די רוצחישע נאצי פלענער קעגן אייראפעאישן אידענטום, אבער ער האט נישט געוואלט ארויסגעבן די אינפארמאציע ביז'ן "פעסטשטעלן" מיט זיינע אייגענע פארשונגען.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:51 am

· #298678
ט"ז אלול
ה'תקפ"ב: אידן אין ספרדישע לענדער באגריסן די בשורה אז בראזיל האט זיך א טאג פריער דערקלערט זעלבסשטענדיג פון פארטוגאל, און פילע ספרדישע אידן פלאנען אהינצופארן. אין די קומענדיגע יארן האבן זיך אויפגעבויט הערליכע ספרדישע קהלות דורכאויס בראזיל, לשם ולתפארת עד היום הזה.

ה'תרט"ו: דער בריטישער קאונסיל אין ירושלים עיה"ק, שרייבט צום בריטישן אמבאסאדע אין קאנסטאנטינאופל, טערקיי, אז השר הצדיק רבי משה מאנטיפיורי זצ"ל האט באקומען אפיציעלע ערלויבעניש פון די אטאמישע אימפעריע צו קויפן לאנד אין ירושלים, צו בויען א שפיטאל און נאך וויכטיגע איינריכטונגען, ווערנדיג מיט דעם דער ערשטער איד מיט אייראפעאישער בירגערשאפט צו קריגן אפיציעלע ערלויבעניש פון טערקיי צו קויפן א שטח אין ארה"ק.

ה'תר"ב: די אידן אין האנאווער, דייטשלאנד, באקומען פולשטענדיגע בירגער רעכטן.

ה'תש"א: די נאציס ימ"ש געבן ארויס געזעץ צו פארבאטן אידן פון האבן להבדיל גויאישע ארבייטער.

ה'תשס"ט: די ערשטע שבת קודש (וואס איז יענע יאר אויסגעפאלן ט"ז אלול) וואס מען ליינט אין די נייע ספר תורה אין ארטאדאקסישן שוהל אין ליטל ראק, ארקענסא נאך די פייערליכע הכנסת ספר תורה זונטאג בעפאר מיט הונדערטער באטייליגטע אידן, אין שפיץ פונעם רב הקהלה הרב פנחס צימענט שליט"א,. עס איז די ערשטע ספר תורה וואס איז לכתחילה געשריבן געווארן פאר און דורך די ארטאדאקסישע קהלה אין ליטל ראק.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 9:38 am

· #298890
י"ז אלול
ב'תמ"ט: אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די מרגלים אין מדבר, און עס איז א יום תענית צדיקים. (וי"א ז' אלול)

ה'שע"ד: דער צורר היהודים ווינץ פעטמילך ימ"ש, זיך רופנדיג "דער נייער המן," האט אין דעם טאג אנגעהויבן צו העצן די גוים אין פראנקפורט צו באראבעווען און אומברענגען די אידן, און זיין העצע האט אנגעהאלטן צוויי יאר, ביז עס איז געווארן "ונהפוך הוא" – אין טאג כ' אדר – און ער איז געווארן געהאנגען אויף א תלי', צוזאמען מיט נאך זעקס רשעים, און ליהודים היתה אורה.

ה'תרצ"ט: נאצי-דייטשלאנד עפענט בליץ-קריג אויף פוילן, און די ביטערע טראגישע קאלאסאלע וועלט מלחמה האט זיך אנגעהויבן, אויף כלל ישראל האט זיך אראפגעלאזט דער גרעסטער חורבן מאז היתה לגוי, מיט'ן אומקום עקד"ה פון זעקס מיליאן קדושים, צווישן זיי ארזי הלבנון אדירי התורה, זקנים עם נערים, וירב בבת יהודה תאני' ואני'.

ה'תשי"ט: אין דעם טאג איז פארגעקומען די גאר געהויבענע "חנוכת הבית" פון די נייע באבובער ישיבה אין קראון הייטס (963 פארק פלעיס), די ערשטע מאל נאכ'ן ביטערן חורבן אייראפע וואס א חרדישער מוסד האט בס"ד געענדיגט אויפבויען אן אייגענע שפאגל-נייער בנין פאר די חינוך הדורות על טהרת הקודש דא אין אמעריקע. (קרעדיט א"וו)

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 9:52 am

· #298895
אינטערעסאנט, שוין אסאך מאל געווען אין 963 פארק פלעיס פאר ביזנעס. נישט געוואוסט אז ס'פלעגט זיין באבובע ישיבה. כ'ווייס נישט אויב ס'איז די זעלבע סטרוקטור פון דעמאלסט. היינט איז עס א מאסיווע בנין פאר איינע פון די גרעסטע טשיילד דעי קעיר צענטערס אין ניו יארק סיטי.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 2:32 pm

· #299165
י"ח אלול
ג'תרי"ט: שמעון בן מתתי' בן יוחנן כהן גדול ווערט כהן גדול און נשיא ביים צווייטן בית המקדש, ווערנדיג דער ערשטער נשיא ישראל פון מלכות בית חשמונאי, וואס האט אנגעהאלטן צוויי הונדערט און זעקס יאר.

ד'ר"ס: דער קעניג אסטראו נעמט איין איטאליע, און גיט פולע בירגערשאפט רעכטן פאר די אידן אין לאנד.

ה'תצ"ד: אין דעם טאג איז נתגלה געווארן אויף דעם עולם דער "דרך החסידות" פון מרן אור שבעת הימים רבינו הבעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו.

ה'תק"ט: די אונגארישע רעגירונג רופט צוזאמען פארשטייער פון אלע אידישע קהלות אין לאנד, מיט א פארלאנג צו באצאלן פופציג טויזנט גילדען. די ראשי הקהלות, פארזאמלט אין פרעשבורג, האבן רעדוצירט דעם פארלאנג אויף דרייסיג און נאכדעם בלויז צוואנציג טויזנט גילדען.

ה'תשכ"ט: אין דעם טאג האט דער דיקטאטור קאדאפי פארכאפט די רעגירונג פון ליביע, און די אידישע קהלה אין לאנד, וואס גייט צוריק זינט נאכ'ן חורבן בית ראשון, איז ווי א טאג געווארן קלענער און שוואכער צוליב די גזירות פון קאדאפי קעגן אידן. עווענטועל איז אויפגעשטאנען א רעבעלן אויפשטאנד קעגן קאדאפי, און דאס לאנד איז היינט צוריסן אין א ציווילע קריג.

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 11:19 am

· #299320
י"ט אלול
ד'תתקמ"ט: פילע אידן הי"ד אין לאנדאן זענען אומגעקומען עקד"ה ביים קרוינונג פונעם בריטישן קעניג ריטשארד, ובראשם הק' רבינו יעקב מאורליינוש הי"ד מבעלי התוספות און תלמיד פון רבינו תם. (וי"א בכ"א אלול)

ה'תקפ"ה: עטליכע אידן זענען צוזאמגעקומען אין באפעלא, ניו יארק, מיט א פלאן צו גרינדען א "אידישע קאלאני" אויף אן אינזל אין די "נייעגרע טייך" נאנט צום בארימטן וואסערפאל.

ה'תקצ"ו: גדולי תלמידי הגר"א אין ירושלים עיה"ק ובראשם הגאון רבי מנחם מענדל משקלאוו הייבן אן עבודת הקודש צו רענאווירן און באנייען די "חורבה שוהל" אין אלט-שטאט. (די שוהל איז נתייסד געווארן דורך הגאון רבי יהודה החסיד פון שעדליץ, פוילן, וועלכער איז געקומען קיין ירושלים עיה"ק מיט א קבוצה חסידים ואנשי מעשה אין יאר ת"ס, און עס איז ווערט גערופן על שמו. נאך די פטירה פונעם גאון, געציילטע טעג נאכ'ן עפענען די שוהל, האבן די טערקישע הערשער פארכאפט דעם בנין און עס איז געווארן זייער נאכגעלאזט, פירנדיג די פרושים תלמידי הגר"א אונטערצונעמען די פרישע באנייאונג פראיעקט איבער הונדערט דרייסיג יאר שפעטער.)

ה'תרי"ב: שווערע ראיאטן קעגן אידן האבן אויסגעבראכן אין שטאקהאלם, שוועדן.

ה'תש"א: אנטיסעמיטישע רעדעס קעגן אידן ווערן אפען געהערט און טאלערירט אין אמעריקע, אין שאטן פון די נאציס אין אייראפע בעפאר אמעריקע איז אטאקירט געווארן חדשים שפעטער און עווענטועל אריין אין די צווייטע וועלט קריג.

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 2:25 pm

· #299358
שעפטל


ה'תקצ"ו: גדולי תלמידי הגר"א אין ירושלים עיה"ק ובראשם הגאון רבי מנחם מענדל משקלאוו הייבן אן עבודת הקודש צו רענאווירן און באנייען די "חורבה שוהל" אין אלט-שטאט. (די שוהל איז נתייסד געווארן דורך הגאון רבי יהודה החסיד פון שעדליץ, פוילן, וועלכער איז געקומען קיין ירושלים עיה"ק מיט א קבוצה חסידים ואנשי מעשה אין יאר ת"ס, און עס איז ווערט גערופן על שמו. נאך די פטירה פונעם גאון, געציילטע טעג נאכ'ן עפענען די שוהל, האבן די טערקישע הערשער פארכאפט דעם בנין און עס איז געווארן זייער נאכגעלאזט, פירנדיג די פרושים תלמידי הגר"א אונטערצונעמען די פרישע באנייאונג פראיעקט איבער הונדערט דרייסיג יאר שפעטער.)


וויכטיג צו אנצייכענען אז דער הגאון רבי וכו' איז זייער מעגליך געווען א שבתאי כידוע, ויבוא ר' שש וירחיב הדיבור.

שעפטל » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 9:50 am

· #299492
כ' אלול
בזמן בית שני איז געווען א יו"ט אין דעם טאג פאר די משפחות פון בני עדן בן יהודה, ווייל אין דעם טאג האבן זיי געברענגט האלץ פאר'ן בית המקדש. (עי' מס' תענית
כ"ו-כ"ח)

ה'קנ"ד: קעניג טשארלס דער פערטער גיט ארויס גזירת גירוש אויף אלע אידן אין פראנקרייך.

ד'שצ"ד: דער צווייטער איסלאמישער הערשער, אומאר, נעמט איבער די כאליף בענקל ביים איסלאמישן הערשאפט אויף ארץ ישראל. אומאר האט עלימינירט פילע גזירות וואס פריערדיגע הערשער האבן איינגעפירט, ער האט געלאזט אידן אין ירושלים דאווענען און לערנען ברבים אומגעשטערט, ער האט אויפגערוימט דעם הר הבית און ארומיגער שטח, און ער האט אויך גערופן זיבעציג אידישע משפחות צו קומען זיך באזעצן אויפ'ן הר הבית (וואס מען האט נישט אנגענומען, פארשטייט זיך, צוליב דעם איסור ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית בזמן הגלות).

שעפטל » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 9:51 am

· #299493
כ"א אלול
ה'שט"ז: די עפאכע פון "סוליימאן דער גרויסער" אלס איסלאמישער הערשער אויף א"י איז געקומען צו אן ענדע אין דעם טאג. ער איז געווען גאר פריינטליך צו די אידן אין א"י, געלאזט אויפבויען הייזער און קהלות, און צוריק באנייען די חומות ארום ירושלים עיה"ק.

ה'תרס"ט: די הערשער אין אלעפאו, סיריע, האבן געוואלט ארויפלייגן גאר הויכע שטייערן אויף די אידישע קהלה, און האבן ארעסטירט עטליכע ראשי הקהלה, אבער די גזירה איז ב"ה בטל געווארן, און די ראשי הקהלה זענען באפרייט געווארן פון תפיסה.

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 8:56 am

· #299839
כ"ב אלול
בימי חז"ל איז דער טאג געווען א יום טוב (עי' מג"ת) ווייל מען האט אויסגערוימט די רשעים פון א"י.

ה'תקנ"ד: די פוילישע ארמיי האט געגרינדעט א רעגימענט פון אידישע זעלנער וואס זענען געווארן איינגערוקט אין מיליטער, און לויט היסטאריקער איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס אייראפעאישע מדינות האבן גענוצט אידישע זעלנער אין מלחמה געצווינגענערהייט.

ה'תשע"ב: אידן אין דייטשלאנד האלטן אפ אן עפנטליכע ראלי אויסצודרוקן ווייטאג קעגן געריכט אקציעס אפצוהאלטן אידן פון מקיים זיין מצות מילה כדת משה וישראל, אבער ב"ה די פראבלעמען זענען שפעטער געלעזט געווארן.

ה'תשע"ג: ארטאדאקסישע עסקנים אין סאוטהעמפטאן, ניו יארק, קלאגן די טאון זאונינג באורד פאר דיסקרימינאציע קעגן אידן מיט'ן נישט לאזן מאכן אן "עירוב" אין די געגנט.

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 9:00 am

· #299840
כ"ג אלול
א'תרנ"ו: נח שיקט ארויס די יונה פון די תיבה, צום צווייטן מאל, און די יונה קומט צוריק מיט א זית בלעטל, ווי עס שטייט אין די פסוקים פר' נח. [לשיטת מבול בחשון].

ה'תר"ד: די אונגארישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א סעריע גוטע געזעצן פאר אידן, אראפגענומען די הויכע שטייערן פון די אידישע קהלות, און ערלויבט אידן צו קויפן שטחים און הייזער מיט פולע לעגאלע בארעכטיגונג.

ה'תשס"א
: די גרעסטע טעראר אטאקע אין אמעריקאנער היסטאריע איז פארגעקומען אין דעם טאג, ג' דסליחות, פערצן יאר צוריק, ווען ניינצן טעראריסטן האבן געהיידזשעקט פיר עראפלאנען און אריינגעקראכט אין די "טווין טאוערס," אין פענטאגאן, און אויף א פעלד אין פענסילוועניע.
הונדערטער אידן הי"ד זענען אומגעקומען אין די טעראר אטאקעס אויפ'ן פלאץ און אויף די פליגערס, דערונטער א צאל חרדישע אידן יראים ושלמים הנאהבים והנעימים וועלכע האבן געארבייט אין די "טווין טאוערס." היסטאריקער זענען נישט פאראייניגט אויף א פונקטליכע צאל אידישע קרבנות, אבער די שאצונגען לויפן פון איבער צוויי הונדערט ביז פינעף הונדערט, ד' ינקום דמם לעינינו.
די שרעקליכע געשעענישן פונעם טאג ווערן אויך געדענקט פאר די אפענע חסידים און נסים פון הימל, וויאזוי אן א צאל אידן זענען געראטעוועט געווארן דורך השגחה פרטית אויף טריט און שריט, דורך סליחות, שיעורי תורה, תפילה בכוונה, גמילת חסדים, כיבוד אב ואם, ספעציעל די צענדליגער העלדישע "הצלה" מיטגלידער וואס זענען געווען ממש ביי די צווילינג טורעמס ביים אראפפאלן און אלע זענען ניצול געווארן לפליטה גדולה.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 10:06 am

· #300254
כ"ד אלול
ג'ת"י: אין דעם טאג האט דער אייבערשטער געזאגט דורכ'ן נביא חגי פאר זרובבל בן שאלתיאל און יהושע בן יהוצדק הכהן אנצוהויבן די ארבייט פון אויפבויען דעם צווייטן בית המקדש. (וי"א ת"ח)

ה'תרנ"ח: קהל עדת ישרון אין וואשינגטאן הייטס פייערט די חנוכת הבית פון נייעם שוהל אויף איסט 110 'טע גאס אין הארלעם.

ה'תרנ"ט: דריי האנט-שריפט עקספערטן זאגן עדות ביים "דרייפוס פראצעס" אז דער סודות'פולער דאקומענט וואס איז אנגעבליך געשריבן געווארן דורכ'ן אידישן אפיציר דרייפוס אלס שפיאן פאר דייטשלאנד איז ווירקליך געשריבן געווארן דורך עסטארהאזי, דער אנטיסעמיטישער אפיציר וועלכער האט באשולדיגט דרייפוס.

ה'תש"ה: די צווייטע וועלט מלחמה איז ענדליך געקומען צו א פולקאמע שלוס, ווען יאפאן האט אונטערגעשריבן די דאקומענטן פון קאפיטולאציע צו אמעריקע, אויפ'ן דעק פון די מיסיסיפי מלחמה שיף אויפ'ן פאציפישן אקעאן, און די יארן פונעם ביטערן חורבן זענען געקומען צו אן ענדע.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 10:10 am

· #300255
כ"ה אלול
א': בראשית ברא אלקים – אין דעם טאג (לשיטת ר"א בתשרי נברא העולם) האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט.

א'תרנ"ו: נח שיקט ארויס די יונה פון די תיבה, צום צווייטן מאל, און די יונה קומט צוריק מיט א זית בלעטל, ווי עס שטייט אין די פסוקים פר' נח. (לשיטת מבול בחשון, וי"א כ"ג אלול)

ג'תכ"ו: די חומה פון ירושלים איז געווארן ניי איבערגעבויט אין די צייטן פון נחמי' (דער זכות איז בייגעשטאנען פאר חודש אלול ביים גורל פון המן הרשע, עס זאל נישט אויספאלן אין דעם חודש). (וי"א ג'תכ"ז, וי"א ג'תכ"ח)

ה'תשס"ט: די אידישע קהלה אין סאפיא, בולגאריע, פייערט הונדערט יאר זינט די בארימטע צענטראלע שוהל אין שטאט איז געגרינדעט געווארן.

ה'תש"ע: א שווערע ערדציטערניש האט פאסירט אין ניו זעלאנד, שב"ק פארטאגס, אבער בחסדי ד' איז די אידישע קהלה ארויס אן קיין שום שאדן, און יענעם שבת איז פארגעקומען א גרויסער קידוש אין ארטיגן שוהל.

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:34 pm

· #300493
כ"ו אלול
א': יום שני פון בריאת העולם. (לשיטת ר"א בתשרי נברא העולם)

ה'ת"ע: אין לעמבערג איז דעם טאג אומגעקומען עקד"ה די חשובע פרוי בעלת צדקה וחסד אדיל הי"ד בת ר' משה קיקיניש ראה"ק (מגזע יונה הנביא). די גוים האבן געמאכט א שווערן בלוט בלבול אויף די פסח'דיגע מצות, און האבן געדראעט די אידן אין שטאט, האט די פרוי מיט מסי"נ "געזאגט" אז זי האט עס געטאן, און דורכדעם געראטעוועט אלע אידן. שפעטער ביים משפט האט זיך ארויסגעשטעלט דער וויסטער שקר פונעם בלבול, און די פרוי'ס אומשולד, אבער מען האט איר נאר געלאזט באפרייט ווערן אויב זי איז גרייט פאר שמד ח"ו.
אבער טראץ איר רום און רייכקייט איז די פרוי בייגעשטאנען דעם נסיון און זיך געלאזט הרג'ענען על קידוש ד' ויצאה נשמתה באחד. הי"ד.

שעפטל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 10:52 am

· #300692
כ"ז אלול
א': יום שלישי פון בריאת העולם.

ה'תצ"ה: אין דעם טאג איז הרה"ק רבי אלעזר רוקח זי"ע בעל "מעשה רוקח" געווארן אויפגענומען אלס רב אין אמסטערדאם ברוב פאר והדר. (דער מעשי רוקח איז פריער געווען רב אין בראדי, און נאך זעקס יאר אין אמסטערדאם איז ער געפארן קיין א"י, וואו דער צדיק וקדוש איז נפטר געווארן א קורצע צייט דערויף.)

שעפטל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 10:56 am

· #300694
כ"ח אלול
א': יום רביעי פון בריאת העולם.

ב'תתפ"ב: "ויקנן דוד.. איך נפלו גבורים... מנשרים קלו מאריות גברו..." אין דעם טאג זענען נפטר געווארן שאול המלך און יהונתן, אין מלחמה מיט די פלשתים ביי הר גלבוע, און דוד המלך צוזאמען מיט כלל ישראל האבן מקונן געווען אויף די צוויי צדיקים, ווי עס שטייט אנהויב שמואל ב'.

ג'ת"ר: די מלכות בית חשמונאי האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש.

ה'תר"ט: די ערשטע שוהל איז געגרינדעט געווארן אין דרום אפריקע.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 9:09 am

· #300953
כ"ט אלול
א': יום חמישי פון בריאת העולם.

ג'של"ב
: אין דעם טאג איז געשטארבן דער נביא שקר חנני' בן עזור וועלכער האט איינגערעדט פאלשע נביאות קעגן די הייליגע נביאות און מוסר פון ירמי' הנביא.

ה'תקנ"א: אידן אין פראנקרייך האבן באקומען פולע בירגעררעכטן.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 9:12 am

· #300954
ג' תשרי
דער דריטער טאג פון עשרת ימי תשובה.

ג'של"ט
: בלויז עטליכע חדשים נאכ'ן חורבן בית ראשון איז געקומען די שווערע צרה מיט'ן אומקום פון גדלי' בן אחיקם, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין ספר ירמי', און די פארבליבענע אידן נאכ'ן חורבן זענען אויך פארטריבן געווארן אין גלות.

אין דעם טאג האבן חז"ל מתקן געווען א תקנה נישט צו שרייבן שם שמים אויף געווענליכע געלט שטרות, עס זאל נישט צוקומען צו א בזיון פון שמות הקדושים ח"ו. (ועי' מגילת תענית)

ה'תש"ו: כ"ק מרן הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע קומט אראפ פון שיף אין ניו יארקער האפען לפליטה גדולה נאכ'ן שווערן חורבן אייראפע, און עס הייבט זיך אן די נייע עפאכע פון תורה אידישקייט אין גלות אמעריקע, בשעת כ"ק מרן הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, נאכ'ן זיין געשטראנדעט אין וועג אויף ר"ה, הייבט אן דעם וועג קיין ניו יארק זיך צו טרעפן מיט'ן גרויסן פעטער ביז געציילטע טעג.
בלאט: 1 2 3 4