☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9365

אשכול אן א טיטל #9365

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9365
בלאט: 1 2

— » זונטאג יולי 26, 2015 8:55 pm

· #291849

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

א איד » זונטאג יולי 26, 2015 9:05 pm

· #291851
איך האב שוין געטראכט פון ווערן א אוטידי ייש״כ פארן ארטיקל, האסט מיר געראטעוועט מיין לעבן.

chaims » זונטאג יולי 26, 2015 9:21 pm

· #291853
ווילסט אויספירן וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען?

I can't believe I just said that...

קאסטנער » זונטאג יולי 26, 2015 9:32 pm

· #291855
chaims
ווילסט אויספירן וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען?

I can't believe I just said that...

האסט געליינט די קעפל פינעם אשכול?

moshav zekeinim » זונטאג יולי 26, 2015 9:47 pm

· #291857
עס איז נישט די או טי די פראבלעם, עס איז די חרדישע פראבלעם וואס איז נישט מצליח מחנך צו זיין אויף א צוגענגליכער וועג השוה לכל נפש, און אז א מענטשנס וועזן ווערט צודרוקט און מוז באין ברירה ארויס גיין מארצו ממולדתו ומבית אביו דאן געשעען שרעקליכע זאכן וואס אפילו גאנץ גוטע ארגאניזאציעס קענען נישט העלפן.

כאטש יעצט ווען דו זעסט אז ער דערהייבט נישט דעם סיסטעם, כאטש יעצט, זיי זיי מקרב, ראטעווע זייער לעבן?! ביסט דאך א טאטע, א ברודער, א יוגנט חבר. אבער ניין, אז ער איז זיך געגאנגען זאל ער זיך אליין'ס קער נעמען און זיך טרעפן זיינע חברים...

איפאקריט

ליפא » זונטאג יולי 26, 2015 9:58 pm

· #291859
דיינע טעקסי קעב אינטערוויוס מאכן סך מער סענס.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 26, 2015 10:22 pm

· #291864
moshav zekeinim
עס איז נישט די או טי די פראבלעם, עס איז די חרדישע פראבלעם וואס איז נישט מצליח מחנך צו זיין אויף א צוגענגליכער וועג השוה לכל נפש, און אז א מענטשנס וועזן ווערט צודרוקט און מוז באין ברירה ארויס גיין מארצו ממולדתו ומבית אביו דאן געשעען שרעקליכע זאכן וואס אפילו גאנץ גוטע ארגאניזאציעס קענען נישט העלפן.

כאטש יעצט ווען דו זעסט אז ער דערהייבט נישט דעם סיסטעם, כאטש יעצט, זיי זיי מקרב, ראטעווע זייער לעבן?! ביסט דאך א טאטע, א ברודער, א יוגנט חבר. אבער ניין, אז ער איז זיך געגאנגען זאל ער זיך אליין'ס קער נעמען און זיך טרעפן זיינע חברים...

איפאקריט

א חלק פין זיין א חרידי איז אז מאיז אפגעזונדערט פין די דרויסענדיגע וועלט. איז ווען איינער איז מחליט צו ווערען א חלק פונעם דרויסענדיגע וועלט אין ווערט otd קען ער נישט עקספעקטען אז מיר אלע זאלען טוישען אונזערע דרך החיים אין אנהייבען האבען שייכות מיט די דרויסענדיגע וועלט פשוט ווייל ער האט אזוי מחליט געווען.

ירא שמים » זונטאג יולי 26, 2015 10:26 pm

· #291870
קאסטנער
chaims
ווילסט אויספירן וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען?

I can't believe I just said that...

האסט געליינט די קעפל פינעם אשכול?

דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די גייסט נישט otd ?!

געוואלדיג » זונטאג יולי 26, 2015 10:41 pm

· #291880
מושב'ל, איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט ער ברענגט ארויס א ריכטיגע נקודה א ווי שוידערליך עס הערט זיך האט זי געהאט אפאר חברים וואס האבן גוט געוואוסט אז זי באטראכט זעלבסט מאדג און האבן גארנישט געטוהן צו איר אפשטעלן, מיט אלע פראבלעמען אין אונזער קאמיוניטי איז מען פארט עמפינדליך צו א צווייטער אין א קלעם, ברענג מיר איין שומת"צ וואס וואלט געוואוסט דאס וואס אירע חברים האבן געוואוסט און וואלט גארנישט געטוהן,

ב.ט.וו. מען קען מיינען אז ממש אלע אטד זענען אזעלעכע וואס זענען פשוט געווארן
moshav zekeinim
צודרוקט און מוז באין ברירה ארויס גיין מארצו ממולדתו ומבית אביו דאן געשעען שרעקליכע זאכן וואס אפילו גאנץ גוטע ארגאניזאציעס קענען נישט העלפן.
און עס זענען נישטא צווישן זיי אזעלעכע וואס האבן פאר אנדערע סיבות מחליט געווען צו ווערן אטד, און פארקערט זאל ווען עזריעל וויסן וואס זי וויל טוהן וואלט ער נישט געטוהן אזוי ווי אירע חברים האבן געטוהן וואס זיי איז גארנישט אנגעגאנגן
moshav zekeinim
כאטש יעצט, זיי זיי מקרב, ראטעווע זייער לעבן?! ביסט דאך א טאטע, א ברודער, א יוגנט חבר. אבער ניין, אז ער איז זיך געגאנגען זאל ער זיך אליין'ס קער נעמען און זיך טרעפן זיינע חברים...
נאר ער וואלט יא געטוהן וואס ער קען צו אפהאלטן איהר פון דאס טוהן, אירע חברים האבן געטוהן דאס וואס דו באשולדיגסט אונזער קאמיוניטי, איך קען נאר ענדיגן מיט דיין ווארט
moshav zekeinim

איפאקריט

berlbalaguleh » זונטאג יולי 26, 2015 11:06 pm

· #291898
אנאנים: די פראבלעם מיט די מאיער מיידל איז געווען אז זי האט נישט געהאט קיין פרנסה און האט נישט געוואוסט פון וואו איהר נעקסטע מאליצייט וועט קומען. און זי איז אויכעט נישט געווען מסודר מיט א דירה. ווען זי איז געקומען צו די איבערצייגונג אז אלע אירע חבירים זענען נאר אויבערפלעכליכע חבירים און ניצן זי אויס און זיי האבן עכט נישט אין זין איר טובה האט זי איינגעזעען אז איר לעבן איז געענדיגט. און זי איז אריינגעפאלן אין יאוש.
מ'דארף זעהן אין א יעדע קאמיוניטי ווער ס'האלט אויף די גרעניץ און טרייען צו העלפן מיט אן אמת. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק ..."וכי ימוך אחיך ומטה ידו"...נישט נאר זיין ביזי מיט וואס פארא דיקע שטרימפ זי גייט. אדער ווי לאנג די סקוירט איז...!

גר ותושב » זונטאג יולי 26, 2015 11:10 pm

· #291900
איך ווייס נישט די מציאות פון די מעשה אבער אויב האט זי עלטערן אדער משפחה וואלט די טיר נישט געטארט פארהאקט ווערן פון איר בשום אופן וואלט זי נאך געלעיבט און אפשר אפילו חוזר בתשובה געוועין.

ליפא » זונטאג יולי 26, 2015 11:16 pm

· #291904
גר ותושב
איך ווייס נישט די מציאות פון די מעשה אבער אויב האט זי עלטערן אדער משפחה וואלט די טיר נישט געטארט פארהאקט ווערן פון איר בשום אופן וואלט זי נאך געלעיבט און אפשר אפילו חוזר בתשובה געוועין.

דו ווייסט נישט די מציאות אבער דו מאכסט הנחות ווי איינער וואס ווייסט יא. טיפיקעל האססער.

גר ותושב » זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm

· #291905
ליפא
גר ותושב
איך ווייס נישט די מציאות פון די מעשה אבער אויב האט זי עלטערן אדער משפחה וואלט די טיר נישט געטארט פארהאקט ווערן פון איר בשום אופן וואלט זי נאך געלעיבט און אפשר אפילו חוזר בתשובה געוועין.

דו ווייסט נישט די מציאות אבער דו מאכסט הנחות ווי איינער וואס ווייסט יא. טיפיקעל האססער.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9369">viewtopic.php?t=9369</a><!-- l -->

גר ותושב » זונטאג יולי 26, 2015 11:37 pm

· #291920
[ציטאט אראפגענומען]

איך פאשטיי וואס די זאגסט אבער לויט ווי מען האט עס אראפ געלייגט דא אז זי איז געוועין מיואיש נישט וויסנדיג ווי זי גייט האבן די נעקסטע נאכטמאל קוקט אויס אז מען האט פארשלויסן די טיר פאר איר עס זענען דא גענוג אוועק געפאלענע וואס זענען צירוק געקומען ווען זיי האבן איינערקענט אז זייער אזוי גערופענע חברים זענען נישט קיין חברים אבער דאס איז נאר ווען מען לאזט די טיר אפען פאר זיי האבן זיי ווי צוגיין וויל טאמער נישט קוקן זיי אויס ווי איר איך מיין נישט צו טרינקען קיינעמס בלוט איך וויל נאר באמערקן א נקודה וואס ווערט אויס געשמועסט דורך יעדער וואס טוט מיט נושרים וכדומה מען זאל קיינמאל נישט ווייזן די וועיג ארויס פונעם טיר פאר א קינד וואס פאלט אפילו עס איז ביטער שווער והשם ישמרינו מען זאל נישט צוקומען צו די נסיון ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו.

גר ותושב » זונטאג יולי 26, 2015 11:43 pm

· #291927
berlbalaguleh
אנאנים: די פראבלעם מיט די מאיער מיידל איז געווען אז זי האט נישט געהאט קיין פרנסה און האט נישט געוואוסט פון וואו איהר נעקסטע מאליצייט וועט קומען. און זי איז אויכעט נישט געווען מסודר מיט א דירה. ווען זי איז געקומען צו די איבערצייגונג אז אלע אירע חבירים זענען נאר אויבערפלעכליכע חבירים און ניצן זי אויס און זיי האבן עכט נישט אין זין איר טובה האט זי איינגעזעען אז איר לעבן איז געענדיגט. און זי איז אריינגעפאלן אין יאוש.
!

קוקט נישט אויס אז זי איז געוויין welcome ביי איר עלטערן און נאכאמאל איך קען נישט די מציאות אויב איז עס אינגאנצן ווי די זאגסט צו איך צוריק

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 9:11 am

· #291997
און גלייבט נישט אין קיין איינס פון זיי

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 10:20 am

· #292003
הלוואי האט זי תשובה געטוהן. אבער איר מיינט מן הסתם הרבנית בריינדל טערטל תליט"א

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 27, 2015 10:33 am

· #292010
דער סיסטעם..יעדער באשולדיגט דער סיסטעם..דער סיסטעם איז נישט גוט.. דער סיסטעם ברענגט אלע ערליי פראבלעמען..דער סיסטעם פארמיסט מיר דאס אידישקייט.. דער סיסטעם...דער סיסטעם..
אבער פארוואליע וואס איז דאס דער סיסטעם?

דער סיסטעם איז חתונה צו האבן מיט א שידוך וואס די עלטערן קלויבען אויס, וואס אונטער געווענדליכע אומשטענדען זענען זיי מער באזעצען און ווייסען בעסער וואס איז גוט פאר זייערס א קינד, וואס וויל בלויז חתונה האבן ווייל זיינע חברים האבן חתונה..און ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכן וואס עס איז באמת גוט פאר אים..

דערנאך גייט ער אין כולל פאר עטליכע יאר ווי ער איז זיך משלים בתורה, און דער ב''ב ברענגט די פרנסה אין שטוב...
נאך עטליכע יאר זיצען אין כולל, און ווען די קינדערליך פארמערן זיך הייבט ער אן צו זיכען ארבייט, אבער היות ער האט זיך קיינמאל נישט משלים געווען אין למודי חול, און ער האט זיך נישט דערלערענט קיין שום פאך, מיז ער אנעמען סיי וואס פארא סארט ארבייט עס קומט אים אונטער, און אזוי שטופט ער א פאר יאר, די פרנסה איז זייער שווער, מען לעבט קוים פון טשעקל צו טשעקל, און מען נעמט יעדע סאציאלע פראגראם פון די שטאט, ביז דער אינגערמאן דערלערענט זיך אויס די ביזנעס וועלט, און ער טרעפט זיך א פאך אין וואס ער פארשטייט און ער האט שוין א ביסל עקספירענס, און דאן הייבט ער שוין צוביסליך אן מאכן מער פרנסה, אזוי ארום צו די בר מצוה פון זיין ערשטע זון איז ער שוין אלענפאלס מסודר...

דער יונגערמאנשיק קומט אין שוהל אריין ערליך יעדען טאג, און פארמאגט א פילטער אויף זיין סמארט פאן, ער האט א שיעור יעדען טאג, און פירט זיך ווי אן ערליכע איד, זיינע קינדער גייען אין דעם זעלבן סיסטעם ווי ער איז אויפגעוואקסען.

און וואס זענען די רעזילטאטען פינעם סיסטעם?

ער זעהט נחת פון קינדער און האט א רעגלמעסיג רואיג לעבן...

די אנטי סיסטעם באוועגונג וואס ריפט זיך ק''ק OTD, שרייט מיט קולות אז דער סיסטעם טויג נישט...

מען דארף געבן פאר קינדער א סוקעלער עדזשוקעישען, מען דארף מיט די קינדער לערענען סיינעס, אוולוציע, סאציאלע בילדונג אד''ג, אזוי אז זיי זאלן זיך קענען בעסער אריין דרייען אינעם גויאישען לעבען, זיי שרייען אז מען דארף פאלן אין ליבע חתונה צו האבן, דער טאטע און מאמע האבן נישט וואס אריין צו רעדן אין די ליבע לעבען פון זייער אייגענע קינדער, זיי שרייען אז מען מוז שוין לערנען מיט די קינדער איבער טאטע-זאכען פון די דריי יאר, זיי שרייען אז די רבנים זענען קאראפטירט, זיי שרייען אז רבנים האבן נישט וואס אריין צו רעדען אינעם פריוואטען לעבן פון א יחיד..

און וואס זענען די רעזילטאטען?

היימלאז, הונגער, זעלבסטפיינטשאפט, פארביסענקייט, פארדארבענע מידות, נעמן זיך דאס לעבן, און נאך און נאך...

משה רבינו דער ערשטער רב ביי כללישראל האט שוין געשריגען: ראה הננו נותן לפניכם את החיים ואת המות..........

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 10:46 am

· #292017
קאך לעפל כ׳זאג נישט אז בוסט אומגערעכט אבער משה רבנו נאט נישט גערעדט פונ׳ם סיסטעם ער האט גערעדט פון די תורה.

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 10:52 am

· #292018
קאך לעפל: טעארעטיש איז עס אמת אז די סיסטעם מענטשן לעבן רואיג און שיין, דער מציאות איז אבער ווייט פון דעם.

און די או טי די מיט אלע זייערע אומענטשליכקייטן ווי דו זאגסט?! דאס זענען דאך א חלק פון דאס וואס האט ארויס געפלאצט פון... די פאבליק סקולס? פון לערנען א פאך יונגערהייט? ניין! נאר פון די סיסטעם וועלעכע זענען נישט מצליח איבערצוגעבן א צוגענגליכער חינוך. פון דער סיסטעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו הענדלען די וואס גייען נישט אין שפאן.

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 27, 2015 11:00 am

· #292021
moshav zekeinim
קאך לעפל: טעארעטיש איז עס אמת אז די סיסטעם מענטשן לעבן רואיג און שיין, דער מציאות איז אבער ווייט פון דעם.

און די או טי די מיט אלע זייערע אומענטשליכקייטן ווי דו זאגסט?! דאס זענען דאך א חלק פון דאס וואס האט ארויס געפלאצט פון... די פאבליק סקולס? פון לערנען א פאך יונגערהייט? ניין! נאר פון די סיסטעם וועלעכע זענען נישט מצליח איבערצוגעבן א צוגענגליכער חינוך. פון דער סיסטעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו הענדלען די וואס גייען נישט אין שפאן.

צו אן ענגליש מאן רעדט מען ענגליש... און צו א שפאנישער רעדט מען שפאניש...

דער בריטישער קעניגן עליזיבעט איז א מאל געגאנגען באזוכען א משוגעים הויז, ביי ענדע פון איר באזוך האט זי זיך אויסגעדרוקט פאר די קוקו געמיינדע, אמת טאקע אז איר זענט די נארמאלע, אבער מיר זענען פארט די רוב..

דער מציאות איז: אז די סיסטעם אידן זענען ביזדערווייל די רוב, און די OTD געמיינדע זענען די מיעוט, און זייער געמיינדע שרימפט אויף כח ב''ה, אירע מיטגלידער שפרינגען פון די דעכער איינס ביי איינס...

איך מיין אז דער רעכטער דרך איז די סיסטעם אידן, מיר זענען פארט דער רוב, און מיר שפרינגען נישט פון די דעכער....

ליפא » מאנטאג יולי 27, 2015 11:11 am

· #292027
גייט א מענטש אדורך א שיינעם עפל בוים וואס געט ארויס טויזענטער שיינע עפעלעך יעדע יאר. דער מענטש נישט א גרויסע חכם באמערקט צוויי פארשימעלטע עפל צווישן די טויזענטער שיינע, ער פרעגט און שעלט ''דו שלעכטע בוים דו, האסט נישט געקענט האבן עפעס א מער צוגענגליכער וועג פון ארויסגעגעבן פירות ?? קוק די צוויי פארפוילטע עפל וואס הענגן דא (און גיין באלד אראפאלן/טאנצן) זיי צוויי קומען נישט פון ערגעץ נישט, בוים זיי קומען פון דיר. טויש דיך בוים דיין מהלך טויג נישט''...

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 11:14 am

· #292028
זיי זאגן ווען זיי וואלטן געהאט א סעקאלאר עדזיקעשאן וואלט אלעס גוט געווען אבער היות זיי זענען דורך דער סיסטעם זעהן זיי אויס אזוי
סיסטעם איז בגמ' ביכ"ל איי עס שטימט נישט? פון א קשיא שטארבט מען נישט און עס איז נישט די ערשטער קשיא וואס איז זיי געבליבן שווער

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 11:40 am

· #292033
[ציטאט אראפגענומען]

וואו אויף קאווע שטיבל איז די בריוו?

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 12:57 pm

· #292057
[ציטאט אראפגענומען]

דו האסט א שפראך צו באוואונדערן.

איך בין נאר נייגעריג צו דאס וואס דו האלסט איבער מיינע אשכולות (וואס דו האסט אפילו נישט געליינט לויט ווי דו שרייבסט) איז דער דעת הקהל אדער דיין פערזענליכיר מיינונג. פון די לייקס וואס איך באקום דא און דארט ווייזט אויס אז נישט ממש יעדער האלט אזוי ווי דיר.

יעצט צום ענין. וואס איך וויל דא ארויס ברענגען איז אז די אחריות דארף בכלל נישט פאלן אויף די או טי די געמיינדע, עס דארף פאלן: אויף די וואס האבן זיי אויפגעבראכט מיט אזעלעכע באדינגונגען אז זיי וועלן מוזן עווענטועל ארויס גיין. אויף די וואס האבן איינגעשטעלט א ענגע סיסטעם בכלל אז א טריט ארויס איז אינגאנצן ארויס. אויף די וואס האבן איינגעשטעלט א סיסטעם אס ארויס מיינט לדראון עולם.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 1:35 pm

· #292067
קאך_לעפל
נאך עטליכע יאר זיצען אין כולל, און ווען די קינדערליך פארמערן זיך הייבט ער אן צו זיכען ארבייט, אבער היות ער האט זיך קיינמאל נישט משלים געווען אין למודי חול, און ער האט זיך נישט דערלערענט קיין שום פאך, מיז ער אנעמען סיי וואס פארא סארט ארבייט עס קומט אים אונטער, און אזוי שטופט ער א פאר יאר, די פרנסה איז זייער שווער, מען לעבט קוים פון טשעקל צו טשעקל, און מען נעמט יעדע סאציאלע פראגראם פון די שטאט, ביז דער אינגערמאן דערלערענט זיך אויס די ביזנעס וועלט, און ער טרעפט זיך א פאך אין וואס ער פארשטייט און ער האט שוין א ביסל עקספירענס, און דאן הייבט ער שוין צוביסליך אן מאכן מער פרנסה, אזוי ארום צו די בר מצוה פון זיין ערשטע זון איז ער שוין אלענפאלס מסודר...

הא הא... קאך לעפל דו בראכסט מיר אויף.. הן אמת אז איך גיב נישט גערעכט פאר די אלע OTD חברה - נישט אז איך באשולדיג איינעם, אל תדין את חברך גייט אן אויף אלע אופנים, ומי יודע אויב איך און דו אונטער זייערע אומשטענדן וואלט בעסער געווען, אבער נישט דאס איז מיין נקודה. מיך באדערט ווען איינער מאלט אראפ אונזער סיסטעם מיט אזא שיינע קרעיאן וואס דו האסט אראפגעקאלערט, ממש ביז די בר מצוה איז שוין יעדער איינער מער-ווייניגער מסודר און מען זעהט נחת... זאג נאר, ביסט אויפן קאפ געפאלן? דו ווייסט וואס אידן גייען אדורך בבני חיי ומזוני? דערמאנסט מיך פון דער ניק בדחן ז"ל... ער האט נאר געזעהן אז דער עולם קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א שמייכל און מען כאפט א שמועס... שיינע מאסקעס... וואס טוט זיך אונטער די שמייכלדיגע פנימ'ער?? ווייסטו וויפיל צרות יגון ואנחה מען גייט אדורך און עס איז נישטא צו וועמען צו רעדן? פון עניני אמונה, שלום בית, חינוך הבנים, זיווגים, פרנסה, בעניני רפואה א.א.וו.. האסטו טאקע געוואלט דער עולם זאל קומען אין ביהמ"ד און וויינען ברבים?

דער פאקט איז אז רוב פון די OTD חברה קומען פון אונזער "הערליכע סיסטעם"... אויב איז עס אזוי שיין, דאן פארוואס ציעט מען אפ? און וויפיל ווילן ליידער מיטגיין נאר זענען פשוט געבינדן אין קייטן צוליב זייער משפחה אדער קינדער? וועמען ווילסטו איינרעדן, דו זעהסט נישט וואס טוצעך דא? וואס האט מען פון זיין א בת היענה און בלעימען די סמארטפאונ'ס? אונזער סיסטעם האט טאקע אסאך מעלות, אבער זייער אסאך חסרונות וואס איז קלאר דער גורם צו די אוועקגעפאלענע. מיטן אוועקמאכן און אפלאכן וועסטו נישט געהאלפן ווערן. איך האב שוין מאריך געווען בכמה וכמה אשכולות ודי בזה.

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 27, 2015 1:49 pm

· #292072
שמעקעדיג

איך זאג נישט אז דער מצב איז גוט, די האסט מיך שלעכט פארשטאנען... איך זאג אז דער סיסטעם ווי נישט גוט עס זאל נאר נישט זיין ,פירט דאס אבער נישט צו קיין זעלבסטמארד, אד''ג,
OTD ווי גוט עס נאר זיין פירט דאס צו זעלבסט מארד רח''ל.

2 דער סיסטעם ווי נישט גוט עס איז נאר נישט, האלט זיך דער אלגעמינער ציבור צו דער סיסטעם, דער עולם איז אין דער סיסטעם מיט די רמ''ח אבירים ושס''ה גידין..
OTD ווי גוט עס איז נאר, שטייט דער אלגעמיינער בר נש, טויזענטער מייל אוועק דערפון, כמטחווי קשת, זיי זענען ניטאמאל 1 פראצענט פינעם אלגעמיינער ציבור, און זיי באשטייען מערסטייל פון אזעליכיגע וואס האבן זיך נישט געפינען דאס ארט אין דער אלגעמיינער פופולאציע פון ווען זיי זענען נאך געווען אין די ווינדלען... זיי זענען געבוירן געווארן מיט א אומצופרידענע מינע אויפן פנימ'ל זייערע.... ודו''ק ותשכח...

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 2:17 pm

· #292079
הער אויף אפצוטיילן דעם סיסטעם פון די או טי די.

או טי די איז א דירעקטער פרי פון דעם סיסטעם, נאך די רדיפות און ענגמאכעריי פונעם סיסטעם זענען זיי אפגעפארן און פון יאוש אנגעקומען דארט וואו זיי זענען אנגעקומען.

משל למה הדבר דומה:

א ישיבה וואס נעמט אויף הונדערט בחורים, אבער דער דארמעטארי פארנעמט נאר פערציג.

זיבעציג בחורים גיבן זיך אן עצה און שטיפן זיך צוזאם, א צען צוואנציג וואלגערן זיך אין ישיבה ווי הונט און שלאפן אויף בענק און סליפינג בעגס, און די איבריגע צען האלטן נישט אויס און גייען ארויס אויף די גאס זיכן ערגעץ וואו צו שלאפן.

דער ישיבה ווארפט זיי ארויס, טייל טרעפן ווי נישט ווי עפעס א לייטיש מקום, אבער די איבריגע וואלגערן זיך בשערי האשפות פון וואס טייל קומען אן זייער שלעכט.

און וועמענס פירות איז עס?

די בחורים'ס וועלעכע זענען באין ברירה ארויס נישט געפונענדיג א מקום להניח את ראשם?

אדער

די ישיבה'ס, וועלעכע האט נישט צוגעשטעלט קיין בעטן גענוג, ואם לא די בזה, האבן זיי נישט געוויסט וויאזוי צו באהאנדלען די אומללים וועלעכע האבן נישט געהאט קיין געלעגער צוליב די ישיבה?

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 27, 2015 2:36 pm

· #292086
ניין.... דאס איז אקוראט וואס איך טוה, איך טייל יא אפ די OTD דיזיס פינעם סיסטעם....

דער סיסטעם האט לעכער? יא!

אבער דאס ברענגט נישט דעם ODT דיזיס...

אמת אז די OTD ליידענדע באשעפענעשען זאגן אז דער סיסטעם איז שולדיג אין זייער דירכגעפאלאנער לעבען... אבער למען האמת איז עס שקר ווי די ע''ז...

זיי זענען שקצים ווייל זיי האבן א גראבער ייצר הרע... און האלטען נישט דערביי אים צו באקעמפן... און אנשטאט צו אנערקענען זייער פינסטערע דירכפאל זענען זי פארנומען צו באשולדיגען דעם סיסטעם.... יעדער איז שולדיג נאר נישט זיי.. פארדריי א צווייטען דעם קאפ... אויב עס איז אמת אז דער סיסטעם פאראורזאכט OTD וואלט ווען געדארפט זיין פול מער ווי עס איז ווירקליך דא...ווי אויך וואלט זייער געמיינדע נישט באשטאנען נאר פון ז''ל......

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 2:53 pm

· #292092
נו אדרבא, אז דו טענה'סט אז די או טי די זענען פשוט'ע פרא אדם'ס ממזג טבעם מיום הוולדם כי יצר לב האדם רע מנעיריו, און נישט ווייל דער סיסטעם איז אזוי שטארק פראבלעמאטיש אז עס פארטרייבט אפילו גוטע כאראקטערן, ברענג מיר א ראיה לדברך כאטש?!

דיין ראיה אז ווען דער סיסטעם וואלט באמת געווען אזוי שלעכט וואלט א גרעסערע פראצענט ארויס, איז נישט קיין ראיה, ווייל, אזוי ווי שמעקעדיג האט געזאגט, אז נאך אסך וואלטן ארויס (לפחות צו אן אנדער געמיינדע ווי ישיביש אדער מאדערן) נאר זיי זענען געבינדן מיט קייטן טאקע דערפאר פארוואס די או טי די חברה געפונען זיך נישט די פלאץ אין א נייער וועלט מחוץ לארצם ומולדתם. און די וואס האבן קינדער מיט א ווייב איז דאך אפגערעדט ווי שווער עס איז.

ברענג עפעס א בעסערע ראיה לדברך.

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 3:20 pm

· #292102
ריכטיג געזאגט ריכטיג
די פראבלעם איז אז דאס אראפקוקן אויף די צווייטע קלאס איז אויך א פרי פון דעם סיסטעם ד.פ. איז געגאנגען ווייל זי איז געווען דריטער קלאס וד"ל איך ווייס נישט אויב מען קען איינעם באשולדיגן אבער אונזער שפראך גייט אזוי
די קענסט דער גרוש
איך האב אמאל געטראפן א איד אוי ל"ע נישט קיין קינדער
ער האט נעבעך נישט קיין לחם לאכול
דער מיטן קראנקע קינד
וכו' וכו'וכו'
און יעצט וזה העיקר "קענסט משה געציל דער מיט די פארפארנע טאכטער/זיהן
איך מיין מען דארף שוין גארנישט מסביר זיין
פארוואס ווערט א מענטש אפגסטעמלט פאר אזאליכע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכת צום שמיעס, פארוואס ווען די פארציילסט נאך א מעשה וואס די האסט סך הכל געהערט פון עהם דארפסטו דאס אריינמישן (איך קען ליידער דער תשובה פאר דעם דאס איז נישט קיין מעשה אדער לשון הרע עס איז א טיטל מען מוז עס זאגן ווייל אויב נישט וועט מען נישט וויסן וועמן דיין מיינסט)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

פרייוויליג » מאנטאג יולי 27, 2015 5:23 pm

· #292133
אלס א מאמר המוסגר איז כדאי אנצומערקען א מורא'דיגע סייעתא דשמייא וואס מיר האבן אין ליכט פון די אלע טרויעריג בארימטע גרופעס. ווי באקאנט פראבירט די פארשאלטענע 'פוט סטעפס' גראפע אפצופירן אידן פון אידישע וועג און זיי מאכן 'ככל הגויים בית ישראל'. זיי טוען אנווענדען אלע מיטלען אריינצושלעפן ווי מער אידן אין זייער סוער טאפ. אבער תלי"ת אז "קיין איינער פון זייער גראפע" איז נאכנישט געווארן 'סוקסעספול' ווי זיי רופן עס אן. זיי טוען אנשטעלן א פנים ווי כאילו זיי גייען עדזשוקעטן די עולם און זיי אויסלערנען א פאך אא"וו אז זיי זאלן זיך נישט קענען און דארפן מיטשענען, און אזוי ארום וועלן זיי זיך קענען אויסמישען מיט אלע גויים. א זאך וואס איז ביזדערווייל א דבר שלא בא לעולם.

מיין נקודה איז נישט אז טאמער עס גייט ווערן א דבר שבא לעולם גייט דאס עפעס אינטערשטרייכן. די נקודה איז, אז ב"ה עס איז נאכנישט געלונגען פאר קיין איין 'מיטגליט' צו סוקסעספול עררייכען סיי וואספארא מייל סטאן. דבורה פעלדמאן האט געהאט א אינטערוויא מיט א געוויסע טשענעל, אינמיטן האט די מאן איר געפרעגט: זאג נאר, דורכאויס די יארן וואס דו האסט אפגעלאזט ארטאדאקסיע, וואס האסטו אלס עררייכט? וואס ביסטו אנגעקומען? און די ענטפער איז: א אויסגעריסענער נארישער ביכל 'Unorthodox' וואס רעדט זיך וועגן אידן. האט יענער אויסגעפירט: הייסט דו האסט אפגעלאזט דיין סערקעל, און אנשטאט אוועקגיין, און אנהייבן א לעבן פונדאסניי, ביסטו צוריקגעגאנגען צו זיי פון אינדרויסן. דאס איז א ביטערע געלעכטער. וואס האט איר דאס אויסגעפעלט?

זהו הנקודה. זיי קענען נישט, זיי האבן נאכנישט, און וועלן ווארשיינדליך קיינעם נישט קענען איבערשרייבן. וויאזוי האט יענער געזאגט: א פערד ביסטו געבוירן און א פערד וועסטו שטארבן. און דער פערד איז, דער וואס לויפט ארויס פון שטאל, און דערנאך קומט ער צוריק און שטעקט צוריק אריין זיין קאפ אין שטאל. דאס מיינט אז ער האט נישט וואו צו גיין און קענען נישט אין ערגעץ גיין. די לעבן לויפט זיי נאך ווי א בייזע שאטן, ביז א מאסיווע שארך פון א מאנהעטן וואלקען קראצער מוז נעבעך דעם פערד צוריק קערן אין שטאל 'טויטערהייט'.

מיר זענען ח"ו נישט אין קיין שטאל, נאר די וואס אנטרינען און גייען לעסטערן דעם נאמען פון כלל ישראל, און דעם נאמען פון ג-ט, מאכן אויסזען זייער וועג ווי ארויס פון שטאל מיט די קאפ אין די פענסטער פון אינדרויסן.

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 5:58 pm

· #292143
איך האב נאך א סך צו שפעקולירן אין דעם ענין און קלאר ארויס האבן די צדדים לכאן ולכאן. אבער א פראקטישער עצה פאר די אידן וואס האלטן נישט אויס אין דעם היימישן ציבור איז זיי איינצוגלידערן אין מאדערנע קאמיוניטיס.

ווען א גרופע יונגילייט זאלן זיך אריין לייגן און מאכן קשרים מיט פארשידענע מאדערנע קהילות און שיקן "נושרים" צו א צוגעפאסטער קהילה זיך איינגלידערן דארט וואלט עס אפשר געווען א שטיקל הצלה.

פארשטייט זיך אז טייל עלטערן פון די "נושרים" וועלן קעמפן קעגן דעם, (אויך רבנים קנאים). און ווי אויך וועט נישט יעדיר נושר זיין אונטרעסירט זיך אנצושליסן אין פונקט דער און דער קהילה אדער בכלל א קהילה. דערפאר ווי מער ארגאניזירט עס וועט זיין אלס שטערקער וועט עס ארבעטן.

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 6:13 pm

· #292146
דא האסטו וועגן משפחת לאווען http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=8801

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 6:13 pm

· #292147
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=8971
און דאס איז שבתון מקום

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 6:19 pm

· #292149
פרייוויליג
זהו הנקודה. זיי קענען נישט, זיי האבן נאכנישט, און וועלן ווארשיינדליך קיינעם נישט קענען איבערשרייבן. וויאזוי האט יענער געזאגט: א פערד ביסטו געבוירן און א פערד וועסטו שטארבן. און דער פערד איז, דער וואס לויפט ארויס פון שטאל, און דערנאך קומט ער צוריק און שטעקט צוריק אריין זיין קאפ אין שטאל. דאס מיינט אז ער האט נישט וואו צו גיין און קענען נישט אין ערגעץ גיין. די לעבן לויפט זיי נאך ווי א בייזע שאטן, ביז א מאסיווע שארך פון א מאנהעטן וואלקען קראצער מוז נעבעך דעם פערד צוריק קערן אין שטאל 'טויטערהייט'.

.

זאלסט מיר אודאי מוחל זיין אבער דיינע ווערטער ברענגן נישט ארויס דאס וואס די ווילסט ארויסברענגן, איך גיי דיר ציטירין דיינע ווערטער און אן אנדערע קאנטעסט און זאג מיר וואס די מאכסט דערפון.

מיר גייען צוריק א הונדערט יאר ווען שווארצע זענען געווען פארשקלאפט אונטער גרויזאמע ווייסע הערשער, נישט אויסהאלטענדיג די צרות זענען אסאך פון די פארשקלאפטע אנטלאפן, אבער די שווארצער מזל איז זיי נאכגעלאפן אסאך האט מען געכאפט און געהארגט, אסאך האבן אפגעלעבט א פרייער אבער ארעמע לעבן זיך פלאגענדיג אויף א שטיקל ברויט, און זענען כסדר פארנומען מיט די געפערליכע עוולה פון קנעכטשאפט, און ווי עס איז משפיע אויף זייער לעבן אפילו נאכן אנטלויפן און אסאך זענען באגאנגען זעלבסמארד פון זיך נישט קענען געפינען א פלאץ און די פרייע וועלט . קומט א שווארצע קנעכט און שרייבט אזעלכע ווערטער:

זהו הנקודה. זיי קענען נישט, זיי האבן נאכנישט, און וועלן ווארשיינדליך קיינעם נישט קענען איבערשרייבן. וויאזוי האט יענער געזאגט: א קנעכט ביסטו געבוירן און א קנעכט וועסטו שטארבן. און דער פערד איז, דער וואס לויפט ארויס פון שטאל, און דערנאך קומט ער צוריק און שטעקט צוריק אריין זיין קאפ אין שטאל. דאס מיינט אז ער האט נישט וואו צו גיין און קענען נישט אין ערגעץ גיין. די קנעכטשאפט לויפט זיי נאך ווי א בייזע שאטן, ביז א מאסיווע שפירנג פון א וואלקאן קראצער מוז נעבעך דעם פערד צוריק קערן אין שטאל 'טויטערהייט'.

נאך א נקודה, וואס איז פשט אז די מענטשן קומען נישט צוריק צו זייער טאטע מאמע און צו זייער קאמויוניטי נאר אנשטאט באגיין זיי זעלבסטמארד? איז אונזער לייפסטייל אזוי שלעכט אז זיי וועלן ענדערש באגיין זעלבסטמארד ווי צוריקומען צו אונז?

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 6:20 pm

· #292150
אבער כפארשטיי נישט פאר וועלכע עלעמענט פונקטליך ס׳וועט העלפן ,ווייל ס׳דאך דא צוויי סארטן אגעפארענע די וואס זענען ארויסגעפאלן פונ׳ם סיסטעם און דרייען זיך אין די גאסן און זענען אויף דראגס וכו׳ וכו׳ און ווידער איז דא אזא סארט ווי שלום דין וואס האט עם גארנישט געפעלט הכל היה חלק חלק ווי מ׳זאגט ער האט פ׳ פארלוירן די אמונה רח״ל און דאס גוי׳אישער לעבן האט עם אנגעשמעקט איז פאר די ביידע עלעמענטן וועט אזא לעזונג נישט העלפן פאר וועם יא פאר איינער וואס וויל ס״ה גיין שטודירן און איז א ערנסטע מענטש .

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 7:06 pm

· #292169
די גאנצע נושא דא זעט אויס אז מ׳שעפט חיות צו הערן אז די אטד׳ס זענען אין דערערד און זיי נעמען זיך סלעבן ווייזט אויף א מוראדיגער שוואכקייט אזוי וואו די קעפל פונ׳ם אשכול צייגט אהן ,
מצידי זאלן זיי אלע ווערן פרעזידענט און האבן די שענסטע ווייבער און זיין די גרעסטע עשירים .

פרייוויליג » מאנטאג יולי 27, 2015 8:01 pm

· #292188
יתרו
פרייוויליג
זהו הנקודה. זיי קענען נישט, זיי האבן נאכנישט, און וועלן ווארשיינדליך קיינעם נישט קענען איבערשרייבן. וויאזוי האט יענער געזאגט: א פערד ביסטו געבוירן און א פערד וועסטו שטארבן. און דער פערד איז, דער וואס לויפט ארויס פון שטאל, און דערנאך קומט ער צוריק און שטעקט צוריק אריין זיין קאפ אין שטאל. דאס מיינט אז ער האט נישט וואו צו גיין און קענען נישט אין ערגעץ גיין. די לעבן לויפט זיי נאך ווי א בייזע שאטן, ביז א מאסיווע שארך פון א מאנהעטן וואלקען קראצער מוז נעבעך דעם פערד צוריק קערן אין שטאל 'טויטערהייט'.

.

זאלסט מיר אודאי מוחל זיין אבער דיינע ווערטער ברענגן נישט ארויס דאס וואס די ווילסט ארויסברענגן, איך גיי דיר ציטירין דיינע ווערטער און אן אנדערע קאנטעסט און זאג מיר וואס די מאכסט דערפון.

מיר גייען צוריק א הונדערט יאר ווען שווארצע זענען געווען פארשקלאפט אונטער גרויזאמע ווייסע הערשער, נישט אויסהאלטענדיג די צרות זענען אסאך פון די פארשקלאפטע אנטלאפן, אבער די שווארצער מזל איז זיי נאכגעלאפן אסאך האט מען געכאפט און געהארגט, אסאך האבן אפגעלעבט א פרייער אבער ארעמע לעבן זיך פלאגענדיג אויף א שטיקל ברויט, און זענען כסדר פארנומען מיט די געפערליכע עוולה פון קנעכטשאפט, און ווי עס איז משפיע אויף זייער לעבן אפילו נאכן אנטלויפן און אסאך זענען באגאנגען זעלבסמארד פון זיך נישט קענען געפינען א פלאץ און די פרייע וועלט . קומט א שווארצע קנעכט און שרייבט אזעלכע ווערטער:

זהו הנקודה. זיי קענען נישט, זיי האבן נאכנישט, און וועלן ווארשיינדליך קיינעם נישט קענען איבערשרייבן. וויאזוי האט יענער געזאגט: א קנעכט ביסטו געבוירן און א קנעכט וועסטו שטארבן. און דער פערד איז, דער וואס לויפט ארויס פון שטאל, און דערנאך קומט ער צוריק און שטעקט צוריק אריין זיין קאפ אין שטאל. דאס מיינט אז ער האט נישט וואו צו גיין און קענען נישט אין ערגעץ גיין. די קנעכטשאפט לויפט זיי נאך ווי א בייזע שאטן, ביז א מאסיווע שפירנג פון א וואלקאן קראצער מוז נעבעך דעם פערד צוריק קערן אין שטאל 'טויטערהייט'.

נאך א נקודה, וואס איז פשט אז די מענטשן קומען נישט צוריק צו זייער טאטע מאמע און צו זייער קאמויוניטי נאר אנשטאט באגיין זיי זעלבסטמארד? איז אונזער לייפסטייל אזוי שלעכט אז זיי וועלן ענדערש באגיין זעלבסטמארד ווי צוריקומען צו אונז?

אין די שטאט דובנא וואלט מען פארטריבן די מגיד און אים ערזעט מיט יתרו המגיד. די משלים זיינע זענען אזוי גוט אז מען דארף ניטאמאל דעם נמשל, אזאנס וואס דער מגיד פון דובנא וואלט נישט געקענט מחדש זיין.

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 8:26 pm

· #292206
ירא שמים
אבער כפארשטיי נישט פאר וועלכע עלעמענט פונקטליך ס׳וועט העלפן ,ווייל ס׳דאך דא צוויי סארטן אגעפארענע די וואס זענען ארויסגעפאלן פונ׳ם סיסטעם און דרייען זיך אין די גאסן און זענען אויף דראגס וכו׳ וכו׳ און ווידער איז דא אזא סארט ווי שלום דין וואס האט עם גארנישט געפעלט הכל היה חלק חלק ווי מ׳זאגט ער האט פ׳ פארלוירן די אמונה רח״ל און דאס גוי׳אישער לעבן האט עם אנגעשמעקט איז פאר די ביידע עלעמענטן וועט אזא לעזונג נישט העלפן פאר וועם יא פאר איינער וואס וויל ס״ה גיין שטודירן און איז א ערנסטע מענטש .

די ביידע סארט אפגעפארענע זענען אין מערסטן טייל א תוצאה פון אומבאהאלפנקייט, ביי איינעם פלאצט עס רעכטס און ביי איינעם לינקס.

אונזער עיקר ציל איז אבער אזוי ווי ידידי ר' עזריאל האט ארויס געברענגט מיטן פתיחת האשכול, אז די לעבן פון די אחינו בני הפוטסטעפס זאלן נישט צו קומען צו א מצב נואש עד כדי איבד עצמם לדעת. לויט ר' עזריאל'ן נעמט זיך דער פראבלעם פון דעם וואס די פאטסטעפס גיבן אפעטיט פאר יוגנטליכע בעלי ביצים ארויס צו גיין, וואס וואלטן סתם אזוי נישט געווען אזוי דעספרעט ארויס צו גיין ווען נישט פוטסטעפס אדער א פארדארבענער חבר רייצט זיי אויף, און איינמאל זיי גייען ארויס, לאזט זיי דער יצר אין וואסער און לאכן זיי אין פנים ווען זיי האבן א פראבלעם טאקע צוליב זייער ארויס גיין. און קומט אויס אז נישט נאר טוט פאטסטעפס נישט העלפן קיין מענטשן, נאר גאר פארקערט, זיי זענען די וואס האבן מתחילה אנגעמאכט די טראבל כמאמר רבינו זי"ע "די לעשערס זענען די צינדערס".

טאמער איז ר' עזריאל'ס טעאריע אמת, אפילו נאר טיילווייז, דאן איז עס טאקע א הימל געשריי, און מען דארף זיי פארשרייען בכל כוחינו, אז זיי פאראימגליקליכען א מענטש מיט זיין גאנצע משפחה ארום.

אבער ווי איך האב אויבן געשריבן האלט איך נאך אינמיטן צונעמען די צדדים פון דעם נושא און דערגרינטעווען וואס עס איז טאקע דער שורש פונעם פראבלעם.

יעדנפאלס, צוריק צו ירא שמים'ס צוטיילונג אין צוויי סארט אפגעפארענע, לפי דעם אשכול אונטרעסירט אונז נאר דער ערשטער סארט אפגעפארענער, דער וואס קומט אן צו דראגס, (וואס לדעתי נעמט זיך עס בעיקר פון פארלוירנקייט) ווייל חייהם תלויים בהם.

אבער לדעתי, נאך איידער מיר קוקן זיך אום צו עס איז פוטסטעפס שילד די נושרים'ס קלאגעדיגער גורל, אדער לכל הפחות זייער אחריות, דארף א רעכדענקיגער מענטש זעען וואס און וויאזוי מען קען יא ראטעווען די מצב א ביסל.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 28, 2015 1:47 am

· #292312
עזריאל פליעז הער אויף אטאקירן, לאמיר הערן וואס דו האסט צו זאגן.

יאיר » דינסטאג יולי 28, 2015 12:32 pm

· #292359
אנאנים, דו בויסט אויף די הנחה אז מענטשן גייען אראפ פון וועג וויבאלד זיי ווילן באלאנגען צו די OTD געמיינדע. זיי זענען מחליט אז דארטן גיבט מען גוטע קאקאש קעיק און קענדיס, און עס לוינט זיך אריבערצוטוישן. פון דעם קעפל פון דיין אשכול איז משמע אז ביז יעצט האסטו נאך געהאט עפעס ספיקות אפשר לוינט זיך אהינצוגיין. יעצט אז דו זעסט אז ס'איז גארנישט אזוי פויגלדיג האסטו אפגעמאכט אז עס טויג נישט און וועסט בעסער בלייבן דא.
ליהוי ידיע, לא מיניה ולא מקצתיה. מענטשן גייען אראפ פון וועג ווייל זיי שפירן זיך אונטערדרוקט און פארצווייפלט דא, זיי קענען נישט דערהייבן דעם מהלך החיים, און זיי מוזן עס פארלאזן. דער חרדי'שער סיסטעם ארבעט טאקע זייער גוט פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן, אבער פאר די יוצאים מן הכלל און זענען מער אינדרויסן פון דעם קעסטל איז נישטא צופיל וואס מען קען טון. מחמת חוסר ברירה פארלאזט מען אונזער געמיינדע. קיינער טוט דאס נישט צוליב גרויס פארגעניגן, און דורכ'ן איינזען אז די OTD געמיינדע האט עפעס א מורא'דיגע סוקסעס ראטע. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז א געמיינדע וואס באשטייט פון מענטשן וואס האבן איבערגעלאזט זייער גאנצע עבר און פרובירן זיך אריינצוגלידערן אין א סעקולערע סאסייעטי קען נישט צופיל ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן. מענטשן דארטן זענען פארווייטאגט און פארנומען מיט די אייגענע צרות.
אויב מענטשן באשולדיגן די ארטאדאקסישע געמיינדע אין מאיער'ס זעלבסטמארד, איז דאס וויבאלד די חרדי'שע געמיינדע גיבט נישט די אפציע פון זיין "אנדערש". א טינעיזשער וואס מאכט אפ אז שמירת שבת איז מער נישט פאר אים, וועט אויטאמאטיש אויסשטיין גאר שווערע צייטן אזוי לאנג ווי ער געפינט זיך דא. און אויב ער פארלאזט דעם ארט וועט זיך ערשט אנהייבן די צרות. דאס איז דער פראבלעם פון חרדיזם. מענטשן באקומען נישט קיין ערלויבעניש צו זיין אנדערש, צו זיין אפן מיט זייערע שוועריקייטן, און צו פארלאזן דעם פלאץ אן קיין באזונדערע נאכווייען. דער פאקט אז מיר האבן א פרעימווארק אין וועלכן רוב מענטשן קענען אריינפיטן האט טאקע אירע מעלות, אבער פון די אנדערע זייט האט עס אירע חסרונות. אבער פון נישט אנערקענען די חסרונות גייט מען דאס נישט פארבעסערן.

chaims » דינסטאג יולי 28, 2015 12:46 pm

· #292366
אבער זיי זענען אלע איפכא מיסתברא אדער מיטגעמאכטע נשמות און זיי וואלטען נישט געווען צופרידען אין ערגעץ....

I can't believe I just said that...

שמערל » דינסטאג יולי 28, 2015 12:49 pm

· #292367
ליפא
גייט א מענטש אדורך א שיינעם עפל בוים וואס געט ארויס טויזענטער שיינע עפעלעך יעדע יאר. דער מענטש נישט א גרויסע חכם באמערקט צוויי פארשימעלטע עפל צווישן די טויזענטער שיינע, ער פרעגט און שעלט ''דו שלעכטע בוים דו, האסט נישט געקענט האבן עפעס א מער צוגענגליכער וועג פון ארויסגעגעבן פירות ?? קוק די צוויי פארפוילטע עפל וואס הענגן דא (און גיין באלד אראפאלן/טאנצן) זיי צוויי קומען נישט פון ערגעץ נישט, בוים זיי קומען פון דיר. טויש דיך בוים דיין מהלך טויג נישט''...

פארשטייט זיך אז נאר א נאר וועט אזוי זאגן. אבער פאלט דיר נישט ביי וואספארע טיפש מען ברויך צו זיין גאר צו באשולדיגן די פארפוילטע עפלעך אז זיי אליין זענען שולדיג פארוואס זיי זענען פארדארבן?

עס איז זיכער אז די בוים איז שילדיג דערין, נאר וויבאלד ער געט ארויס טויזענט אנדערע גוטע עפלעך, העט מען נישט האבן קיין טענות אויף אים אויף די צוויי געדעמטשטע, אבער די עפלעך אליין זענען זיכער א רחמנות.

chaims » דינסטאג יולי 28, 2015 12:52 pm

· #292368
די עפעלעך האבען נישט קיין בחירה אבער די OTD יא!

I can't believe I just said that...

Kool man » דינסטאג יולי 28, 2015 7:23 pm

· #292427
רוב או טי די'ס, אדער וואס מ'פלעגט אמאהל אנרופען באמ'ס, זענען געווארען אזוי נישט וועגען היטינג סיסטעם און נישט וועגען משפחה, נאר כי יצר לב האדם רע מנעוריו, ס'דא א יצר הרע וואס שלעפט דעהם מענטש אויף לינקס, יעדע מענטש האט א מערכה, ס'דא שטארקע און סטאבילע מענטשען וואס האלטען זיך פעסט נארמאהל, ווידער איז דא שוואכלינגען וואס פאלען שנעל אראפ, צו דעהם קומט צו די זייטיגע עפעקטען, איינער וואס די מחנך האט נישט די רעכטע צוגאנג, אדער איינער וואס די משפחה דערהערט נישט געהעריק, די זענען מער וואלנירעבעל, און די יצר הרע נעמט זיי גרינגער ארום, די מערסטע זענען די נעבעכ'דיקע, וואס פארמאגען ווייניג טאלאנט, און זענען נישט מצליח נישט מיט חברים / חבר'טעס, און נישט אין שולע מיט לימודי קודש גלייך ווי לימודי חול, ספעציעל אויס זיי זענען נאך אטענשען דורשטיקע נאטורען [ווי ס'שטעלט זיך טאקע ארויס ביי פיהל פון די או טיד י'ס ווי זיי לויפען כאפען יעדע ברעקעל נארישע אטענשען, וואס זיי דארפען ווי לופט צום אטעמען],

סוף דבר, או טי די קומט פון יצר הרע און ציאונג צו עבירות, און מ'רעדט זיך איין אז ווען מ'ווערט א עמטליכער באם באקומט מען תיכף צוטריט צו אלע תאוות און עולם הזה'ס, ליידער רוב מאהל כאפען זיי די דיסאפוינטמענט און נעמען עס אויף שווער, נאך טרייען זיך באדען אין זנות און חאזעריי, אויסטרייען אלע יצר הרע'ס, גיין געמבליג, זיך שטופען מיט דראגס, וזה פרי', און די פאלגען זענען רוב מאהל נישט גוטע,.

נ.ב. די סיסטעם שמיסטעם איז טאקע נישט הונדערט פראצענט פערפעקט, הגם אויף רוב מענטשען ארבעט עס יא, פערפעקט וועט עס זיין ווען ווען סטאר קיעפערס און גאסען מענטשען וועלען זיין פערפעקט, און ווען די רעגירונגען וועלען זיין פערפעקט, און ווען אלעס אין די וועלט וועט זיין פערפעקט, דאס וועט אבער נישט זיין פאר משיח וועט קומען. ביי משיח דאן וועט זיין דער עולם התיקון.

green sunday » דינסטאג יולי 28, 2015 7:41 pm

· #292430
@יאיר וואספארא אפציעס איז דא פאר איינער וואס מאכט אפ אז שמירת שבת איז נישט פאר אים? ס'דא א תורה אין תרי"ג מצות, וואס פין דעם קען מען נישט אוועקגיין אפי' מען וויל, סאיז נישט אז די חרדי'שע געמיינדע גיבט נישט די אפציע פון זיין "אנדערש"

moshav zekeinim » דינסטאג יולי 28, 2015 7:44 pm

· #292432
@קולמאן דו רירסט אן צוויי גרויסע שאלות:

וואס טרייבט די נושרים ארויס צו גיין?

אין וועלעכע מצב קען דער סיסטעם קאטעגאריזרט ווערן אלס אונטער קריטיג?

גאנצל » דינסטאג יולי 28, 2015 7:54 pm

· #292436
@יאיר אזוי ווי גרין פרעגט אייך און נאכמער ס'איז נישט נאר אז ס'איז נישט דא קיין אפציעס צו געבן נאר לויט ווי זיי זאגען זענען זיי ניטעמאל אינטערסירט צו באקומען אפציעס זיי ווילן זיך אפטראגן און שוין וכך שמעתי מפה מפיק מרגליות פייגי מייער אויף איר אונטערויא אז ביי די זיבן האט זי שוין איינגעזען אז די קאמיוניטי איז נישט פאר איר סאו זי איז לכוארה נישט גרייט געווען פאר אפציעס

green sunday » דינסטאג יולי 28, 2015 7:56 pm

· #292437
סאויך דא א חילוק צווישן א בחור/מיידל אין אינגערמאן/ווייבל וואס גייען דאון סאוט,
א אינגערמאן/ווייבל זענען געווענליך יודע את ריבונו ומתכוון למרוד בו, ער/זו האבן אסאך געגריבלט אופן אינטערנעט, זיך איינגעטינקן און טינופות, ביז די תאוות זענענן שוין געווארן אזוי גרויס, אז ער/זי פילט מען קען מער נישט לעבן א דאבל לייף אין ער/זי לאזט אלעס איבער אינטער זיך,
משא"כ בחור/מיידל קען מען גרינגער צריקכאפן נאך אפאר יאר ווייל א"פ רוב זענענן זיי נאר אריינגעפאלן מיט די שמוץ, קענסט אים/איר נאך אויף קלערן נאך א שטיק צייט/יאר
דיסקלעמער: תשובה העלפט פאר יעדן איד אין יעדן מצב.
בלאט: 1 2