אז מען רעדט שוין פון דער 'מקום' פראיעקט, וואלט מען געדארפט שטעלן דעם ספאטלייט אויף די ארגאניזאציע וואס פראדוצירט דעם שאבאטאן און די אינדיווידואל וואס שטייט אונטער דעם.
איז אזוי: די שבת ווערט אראנזשירט דורך עליסאן דזשאסעפס וואס פירט אן מיט די Jew In The City ארגאניזאציע און
www.jewinthecity.com.
דזשאסעפס קומט אריגינעל פון א פרייע קאנסערוויטיווע משפחה און איז נתקרב געווארן צו אידישקייט אין איר טיענעזשער יארן נאכ'ן אדורכגיין א טראגישע פאסירונג, מיטשלעפנדיג אירע עלטערן און געשוויסטער צוזאמען. זי איז היינט צוטאגס חתונה געהאט מיט פיר קינדער און פירט א רעכט-גענויגטע מאדערן ארטאדאקסישע לעבנסשטייגער.
זייענדיג באשעפטיגט אין קירוב רחוקים, נאכן גראדואירן מיט א קאלעדזש דעגרי, האט זי זיך אנגעשטויסן אין אסאך פרייע אידן און גוים וואס פארמאגן א נעגאטיווע בליק אויף ארטאדאקסישע אידן. דעריבער האט דזשאסעפס באשלאסן צו גרינדען א וועבזייטל וואס זאל אפשלאגן די שלעכטע אימעדזש אויף פרומע אידן.
א לינק צו איר ביאגראפיע אויף וויקיפידיע(אפשר זאל מען דאס שטעלן אלס א נייער אשכול)