מענין לענין...
איך האב א שאלה.
ווייסט איינער פון א פאל וואס א איד איז געגאנגען otd אין ער איז העפי ווי ער איז, האט נישט קיין טענת אויף קיינעם אין ווארפט נישט קיין שטיינער? .
אויב נישט, איז עס ווייל ס'איז נישט דא אזא זאף אדער טאקע ווייל זיי רידערען נישט?
שרולי שטיין זאגט ער איז העפי און ער האט נישט קיין טענות אויף קיינעם, ער האט ליב זיין משפחה טאטע מאמע און ליב געהאט זיין ווייב
samiamמענין לענין...
איך האב א שאלה.
ווייסט איינער פון א פאל וואס א איד איז געגאנגען otd אין ער איז העפי ווי ער איז, האט נישט קיין טענת אויף קיינעם אין ווארפט נישט קיין שטיינער? .
אויב נישט, איז עס ווייל ס'איז נישט דא אזא זאף אדער טאקע ווייל זיי רידערען נישט?
פארוואס מיינסטו אז ס'איז נישט שייך אן איינפאכע מומר לתיאבון
וויפיל געלט באקומען זיי פון די רעגירונג?
@אנאנים בקיצור דיין פראבלעים איז די ארגענעזאציע
פליס טויש דעם קעפל פונעם אשכול
און אויך קענסטו שוין ווערן otd אבער נישט גיין צו פוטסטעפס ........ #סאוסייד וואטש
או טי די איז פאטסטעפס אין די היינטיגע שפראך
חכם איינער, א גרויסער טייל פון די סועסיד מצב זייערע איז דאך טאקע צוליב די רדיפות און אמטאלעראנץ וואס ער האט מצד זיינע געוועזענע ברודער, אינקלודינג דאס נישט קענען זעען די קינדער. וואס פאר א טעם האט אזא דזשאסטעס? עס איז דאך ממש בחינת "הוא יצר הרע הוא השטן הוא המלאך המוות". דאס קומט זיך אים תחת אשר עיניתו?
לאז אפ דעם פסק, די צרות זיינע ביז אהין איז געניג אים אריין צוברענגען אין א מצב נואש. און צו דיין באהויפטונג אז א מענטש בכל מצב שהוא טאמער זאגט ער טוב מותי מחיי דאן איז עפעס ראנג מיט זיין מח, בין איך טאטאל דערגעגן.
סוי לויט דיר מושב וואלטן 50 % חסידישע אידן געדארפט זיין אין א סוסייד מצב ווייל מ'פייניגט דאך נישט נאר די או טי דיס מ'פייניגט דאך כמעט יעדן אדער קען זיין אז די אוי טי דיס פייניגט מען מער און די איבריגע אביסל ווייניגער
קודם כל ווייס איך נישט מה ענין סוסייד מיט זיצן מיט א קינד, וואס האט מען מורא, אז ער וועט אים מיטשלעפן?
און בכלל איז היפאקריטיש צו זאגן אז וויבאלד דער טאטע עסט זיך אויף פאר עגמת נפש ווייל ער קען נישט זען די קינדער, דעריבער זאל ער נישט זעען די קינדער. מי שאכל שום וריח נודף מפיו יחזור ויאכל שום? עס איז דאך הא בהא תליא?!
און אפילו עס איז באמת א סכנה פארן קינד צו זיין מיט אזא טאטע, און זייער ביסל שייכות מיטן טאטן וועט אים נישט בעסער מאכן. איז דאך עס א געוואלדיגער ערמה צו זאגן אז דער קינד זאל נישט גיין צום טאטן צוליב זיין מצב רוח, ס'טייטש, דו מאכסט אים ענג דאס לעבן און דערנאך שרייסטו געוואלד ער איז דיפרעסט און מען קען קיין קינדער נישט לאזן מיט אים, הייסט עס רצחת וגם ירשת?!
איי, מען קען דאך פארט נישט לאזן קיין קינדער מיט אים? אויף דעם איז מיין ענטפער, דאס איז שוין נישט דעם טאטנס אחריות, דער טאטע דארף קענען זעען די קינדער כראוי והשוטים שקלקלו זאלן זעען צו טון אלעס וואס מעגליך אז דער טאטע זאל קענען האבן די קינדער כראוי אן דעם וואס עס זאל שאטן פארן קינד.
@אנאנים פון ווי נעמסטו אז זיי באקומען גרויס געלט פון די גאווערמענט?
איך זאג נישט אז נישט, איך האלט זייער ווייניג פון די פוטסטעפּס ארגאניזאציע און אלעס איז מעגליך, אבער וואס איז דיין מקור?