☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » משיח וואו איז דער מקור

משיח וואו איז דער מקור

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9319
בלאט: 1 2 3

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 12:19 pm

· #290181
משיח וואו איז דער מקור
אזוי ווי מען האלט יעצט אין די בין המצרים טעג ווען מען איז מער פארנומען מיטן מצפים לישועה און מען ווארט אויף משיח איז פאסיג יעצט אויסצושמועסען פון ווי קומט דער רעיון פון משיח עז ווי נאו איט
לכאורה איז שוין דערמאנט אין תנ"ך משיח כמה פעמים אבער דאס גייט ארויף אויפן מלך ישראל שאול דוד און די קינדער זייערע
אבער נישט דער געדאנקט אז עס גייט קומען א אויסלייזער וואס גייט אונז ארויסנעמען פונים פלאגעדיג לעבן צו א זארגלאזע עתיד

אדרבא לאזט הערן אייער מיינונג

I can't believe I just said that...

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 12:27 pm

· #290184
chaims

I can't believe I just said that...

Me neither

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 20, 2015 12:38 pm

· #290190
דער הייליגער רמב''ם זאגט אז דאס שטייט גאר אין די תורה הק', דרך כוכב מיעקב, דאס גייט ארויף אויף משיח.
דער גאנצער תנ''ך איז פול מיט בפירוש'ע פסוקים אז משיח גייט קומען:

אין עבדיה: ועלו מושיעים בהר ציון, לשפוט את-הר עשיו; והייתה לשם, המלוכה:
אין ישעיהו: הָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יִתָּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל, וּבָאוּ הָאֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר, וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם, וְהִשְׁתַּחֲווּ לשם בְּהַר הַקֹּדֶשׁ בִּירוּשָׁלָיִם: וְנֶאֱמַר, וַה' עֲלֵיהֶם יֵרָאֶה, וְיָצָא כַבָּרָק חִצּוֹ, וה' אלוקים בַּשּׁוֹפָר יִתְקָע, וְהָלַךְ בְּסַעֲרוֹת תֵּימָן: השם צְבָאוֹת יָגֵן עֲלֵיהֶם, כֵּן תָּגֵן עַל עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל בִּשְׁלוֹמֶךָ:
נאך אין ישעיהו: יב כִּי יוֹם לשם צְבָאוֹת, עַל כָּל-גֵּאֶה--וָרָם; וְעַל, כָּל-נִשָּׂא וְשָׁפֵל. יג וְעַל כָּל-אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן, הָרָמִים וְהַנִּשָּׂאִים; וְעַל, כָּל-אַלּוֹנֵי הַבָּשָׁן. יד וְעַל, כָּל-הֶהָרִים הָרָמִים; וְעַל, כָּל-הַגְּבָעוֹת הַנִּשָּׂאוֹת. טו וְעַל, כָּל-מִגְדָּל גָּבֹהַּ; וְעַל, כָּל-חוֹמָה בְצוּרָה. טז וְעַל, כָּל-אֳנִיּוֹת תַּרְשִׁישׁ; וְעַל, כָּל-שְׂכִיּוֹת הַחֶמְדָּה. יז וְשַׁח גַּבְהוּת הָאָדָם, וְשָׁפֵל רוּם אֲנָשִׁים; וְנִשְׂגַּב השם לְבַדּוֹ, בַּיּוֹם הַהוּא. יח וְהָאֱלִילִים, כָּלִיל יַחֲלֹף. יט וּבָאוּ בִּמְעָרוֹת צֻרִים, וּבִמְחִלּוֹת עָפָר--מִפְּנֵי פַּחַד השם וּמֵהֲדַר גְּאוֹנוֹ, בְּקוּמוֹ, לַעֲרֹץ הָאָרֶץ. כ בַּיּוֹם הַהוּא, יַשְׁלִיךְ הָאָדָם, אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ--אֲשֶׁר עָשׂוּ-לוֹ לְהִשְׁתַּחֲו‍ֹת, לַחְפֹּר פֵּרוֹת וְלָעֲטַלֵּפִים. כא לָבוֹא בְּנִקְרוֹת הַצֻּרִים, וּבִסְעִפֵי הַסְּלָעִים--מִפְּנֵי פַּחַד השם וּמֵהֲדַר גְּאוֹנוֹ, בְּקוּמוֹ, לַעֲרֹץ הָאָרֶץ. כב חִדְלוּ לָכֶם מִן-הָאָדָם, אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְּאַפּוֹ: כִּי-בַמֶּה נֶחְשָׁב, הוּא. {פ}

און נאך און נאך פלעצער....

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 12:41 pm

· #290192
די מראי מקומות וואס דו ברענגסט שטייט נישט משיח נאר אז עס גייט זיין גוטע צייטן

I can't believe I just said that...

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 12:43 pm

· #290193
די ענין פון גאולה שטייט מפורש אין תורה :ושב ה' אלקיך את שבותך גו'
אזוי אויך די דרשות וואס חז"ל האבן געדרש'נט וואו תחיית המתים מן התורה
קען זיין ס'איז דא א דרש אויף משיח אויך וואס דאס איז פאר אונז כאלו ס'שטייט בפי'
משיח שטייט אין נ"ך קוק סוף יחזקאל
וואס איך געדענק איז די הפטורה פון פ' קרח יחזקאל לז כד ועבדי דוד מלך עליהם גו'

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 12:44 pm

· #290194
סתם אזוי פארוואס פאלט דיר איין צוזאגן אז די נוצרים זענען אויפגעקומען מיט דעם ח"ו ?

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 20, 2015 12:48 pm

· #290196
נביאה אין פיעטישער סטיל איז שווער צו ווערן אנגערופן "בפירוש". איך וויל א פסוק פון וואס עס איז משמע קליפ און קלאר אויף א ראציאנאלער "ענדגילטיגער" גואל אויף א "וועלטליכער" פארנעם.

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 20, 2015 12:48 pm

· #290197
chaims
די מראי מקומות וואס דו ברענגסט שטייט נישט משיח נאר אז עס גייט זיין גוטע צייטן

דאס איז אפשר בעסער?
ואמרת אליו לאמר, כה אמר ה' צב-אות לאמר, הנה איש צמח שמו ומתחתיו יצמח, ובנה את היכל ה'. והוא יבנה את היכל ה', והוא ישא הוד וישב ומשל על כסאו, והיה כהן על כסאו ועצת שלום תהיה בין שניהם... (זכריה ו, יב)

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 12:49 pm

· #290198
Re: משיח פון וואו קומט עס?
ירא שמים
סתם אזוי פארוואס פאלט דיר איין צוזאגן אז די נוצרים זענען אויפגעקומען מיט דעם ח"ו ?

אפשר בין איך טועה אדרבה צייכן צו די מקור אין נך אז משיח גייט אויסלייזען פון גלות

I can't believe I just said that...

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 20, 2015 12:50 pm

· #290200
פארשטייט זיך איך האב נאר גענפערט אויב די האסט א קישה, און די ווילסט האבן א תירוץ. אויב אבער די ווילס בלייבען ביי די קישה, דאן האב איך נישט וואס צו ענפערן....

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 12:51 pm

· #290201
chaims
ירא שמים
סתם אזוי פארוואס פאלט דיר איין צוזאגן אז די נוצרים זענען אויפגעקומען מיט דעם ח"ו ?

אפשר בין איך טועה אדרבה צייכן צו די מקור אין נך אז משיח גייט אויסלייזען פון גלות

I can't believe I just said that...

וואס כמיין צו פרעגן איז וואס עפעס די נוצרים ענדערשער ווי די אידן

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 20, 2015 12:52 pm

· #290204
דא האסטו א לינק מיט אלע מקורות פון די גאנצע תורה:

<a class="postlink" href="http://www.aspaklaria.info/040_MEM/%D7%9E%D7%A9%D7%99%D7%97.htm">http://www.aspaklaria.info/040_MEM/%D7% ... %D7%97.htm</a>

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 12:53 pm

· #290205
Re: משיח פון וואו קומט עס?
קאך_לעפל
chaims
קאך_לעפל
דער הייליגער רמב''ם זאגט אז דאס שטייט גאר אין די תורה הק', דרך כוכב מיעקב, דאס גייט ארויף אויף משיח.
דער גאנצער תנ''ך איז פול מיט בפירוש'ע פסוקים אז משיח גייט קומען:

אין עבדיה: ועלו מושיעים בהר ציון, לשפוט את-הר עשיו; והייתה לשם, המלוכה:
אין ישעיהו: הָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יִתָּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל, וּבָאוּ הָאֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר, וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם, וְהִשְׁתַּחֲווּ לשם בְּהַר הַקֹּדֶשׁ בִּירוּשָׁלָיִם: וְנֶאֱמַר, וַה' עֲלֵיהֶם יֵרָאֶה, וְיָצָא כַבָּרָק חִצּוֹ, וה' אלוקים בַּשּׁוֹפָר יִתְקָע, וְהָלַךְ בְּסַעֲרוֹת תֵּימָן: השם צְבָאוֹת יָגֵן עֲלֵיהֶם, כֵּן תָּגֵן עַל עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל בִּשְׁלוֹמֶךָ:
נאך אין ישעיהו: יב כִּי יוֹם לשם צְבָאוֹת, עַל כָּל-גֵּאֶה--וָרָם; וְעַל, כָּל-נִשָּׂא וְשָׁפֵל. יג וְעַל כָּל-אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן, הָרָמִים וְהַנִּשָּׂאִים; וְעַל, כָּל-אַלּוֹנֵי הַבָּשָׁן. יד וְעַל, כָּל-הֶהָרִים הָרָמִים; וְעַל, כָּל-הַגְּבָעוֹת הַנִּשָּׂאוֹת. טו וְעַל, כָּל-מִגְדָּל גָּבֹהַּ; וְעַל, כָּל-חוֹמָה בְצוּרָה. טז וְעַל, כָּל-אֳנִיּוֹת תַּרְשִׁישׁ; וְעַל, כָּל-שְׂכִיּוֹת הַחֶמְדָּה. יז וְשַׁח גַּבְהוּת הָאָדָם, וְשָׁפֵל רוּם אֲנָשִׁים; וְנִשְׂגַּב השם לְבַדּוֹ, בַּיּוֹם הַהוּא. יח וְהָאֱלִילִים, כָּלִיל יַחֲלֹף. יט וּבָאוּ בִּמְעָרוֹת צֻרִים, וּבִמְחִלּוֹת עָפָר--מִפְּנֵי פַּחַד השם וּמֵהֲדַר גְּאוֹנוֹ, בְּקוּמוֹ, לַעֲרֹץ הָאָרֶץ. כ בַּיּוֹם הַהוּא, יַשְׁלִיךְ הָאָדָם, אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ--אֲשֶׁר עָשׂוּ-לוֹ לְהִשְׁתַּחֲו‍ֹת, לַחְפֹּר פֵּרוֹת וְלָעֲטַלֵּפִים. כא לָבוֹא בְּנִקְרוֹת הַצֻּרִים, וּבִסְעִפֵי הַסְּלָעִים--מִפְּנֵי פַּחַד השם וּמֵהֲדַר גְּאוֹנוֹ, בְּקוּמוֹ, לַעֲרֹץ הָאָרֶץ. כב חִדְלוּ לָכֶם מִן-הָאָדָם, אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְּאַפּוֹ: כִּי-בַמֶּה נֶחְשָׁב, הוּא. {פ}

און נאך און נאך פלעצער....

די מראה מקומות וואס די ברענגסט שטייט נישט משיח נאר אז עס גייט זיין גוטע צייטן

I can't believe I just said that...

דאס איז אפשר בעסער?
ואמרת אליו לאמר, כה אמר ה' צב-אות לאמר, הנה איש צמח שמו ומתחתיו יצמח, ובנה את היכל ה'. והוא יבנה את היכל ה', והוא ישא הוד וישב ומשל על כסאו, והיה כהן על כסאו ועצת שלום תהיה בין שניהם... (זכריה ו יב)

יא דאס איז זיכער גאנץ קלאר

I can't believe I just said that...

קויפער » מאנטאג יולי 20, 2015 12:54 pm

· #290206
משיח אין נ״ך גייט געווענליך ארויף אויף דוד המלך און דער גואל העתידי קומט אויך ארויס פון דוד, שרש ישי.

אויף דוד אליין שטייט בפירוש, ועשה חסד למשיחו לדוד ולזרעו עד עולם, אויפן גואל שטייט, ויצא חטר מגזע ישי, אויך שטייט, ואלה דברי דוד האחרונים נאם דוד בן ישי ונאם הגבר הקם על משיח אלקי יעקב, א רמז אז ער אדער זיינע קינדער וועלן זיין משיח.

סדרן » מאנטאג יולי 20, 2015 12:56 pm

· #290207
דער אשכול איז צוריקגעשטעלט געווארן נאכ'ן רעדאגירן דברי כפירה פונעם פותח האשכול.

סדרן » מאנטאג יולי 20, 2015 12:59 pm

· #290210
.

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 1:05 pm

· #290213
Re: משיח פון וואו קומט עס?
chaims
קאך_לעפל
chaims
קאך_לעפל
דער הייליגער רמב''ם זאגט אז דאס שטייט גאר אין די תורה הק', דרך כוכב מיעקב, דאס גייט ארויף אויף משיח.
דער גאנצער תנ''ך איז פול מיט בפירוש'ע פסוקים אז משיח גייט קומען:

אין עבדיה: ועלו מושיעים בהר ציון, לשפוט את-הר עשיו; והייתה לשם, המלוכה:
אין ישעיהו: הָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יִתָּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל, וּבָאוּ הָאֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר, וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם, וְהִשְׁתַּחֲווּ לשם בְּהַר הַקֹּדֶשׁ בִּירוּשָׁלָיִם: וְנֶאֱמַר, וַה' עֲלֵיהֶם יֵרָאֶה, וְיָצָא כַבָּרָק חִצּוֹ, וה' אלוקים בַּשּׁוֹפָר יִתְקָע, וְהָלַךְ בְּסַעֲרוֹת תֵּימָן: השם צְבָאוֹת יָגֵן עֲלֵיהֶם, כֵּן תָּגֵן עַל עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל בִּשְׁלוֹמֶךָ:
נאך אין ישעיהו: יב כִּי יוֹם לשם צְבָאוֹת, עַל כָּל-גֵּאֶה--וָרָם; וְעַל, כָּל-נִשָּׂא וְשָׁפֵל. יג וְעַל כָּל-אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן, הָרָמִים וְהַנִּשָּׂאִים; וְעַל, כָּל-אַלּוֹנֵי הַבָּשָׁן. יד וְעַל, כָּל-הֶהָרִים הָרָמִים; וְעַל, כָּל-הַגְּבָעוֹת הַנִּשָּׂאוֹת. טו וְעַל, כָּל-מִגְדָּל גָּבֹהַּ; וְעַל, כָּל-חוֹמָה בְצוּרָה. טז וְעַל, כָּל-אֳנִיּוֹת תַּרְשִׁישׁ; וְעַל, כָּל-שְׂכִיּוֹת הַחֶמְדָּה. יז וְשַׁח גַּבְהוּת הָאָדָם, וְשָׁפֵל רוּם אֲנָשִׁים; וְנִשְׂגַּב השם לְבַדּוֹ, בַּיּוֹם הַהוּא. יח וְהָאֱלִילִים, כָּלִיל יַחֲלֹף. יט וּבָאוּ בִּמְעָרוֹת צֻרִים, וּבִמְחִלּוֹת עָפָר--מִפְּנֵי פַּחַד השם וּמֵהֲדַר גְּאוֹנוֹ, בְּקוּמוֹ, לַעֲרֹץ הָאָרֶץ. כ בַּיּוֹם הַהוּא, יַשְׁלִיךְ הָאָדָם, אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ--אֲשֶׁר עָשׂוּ-לוֹ לְהִשְׁתַּחֲו‍ֹת, לַחְפֹּר פֵּרוֹת וְלָעֲטַלֵּפִים. כא לָבוֹא בְּנִקְרוֹת הַצֻּרִים, וּבִסְעִפֵי הַסְּלָעִים--מִפְּנֵי פַּחַד השם וּמֵהֲדַר גְּאוֹנוֹ, בְּקוּמוֹ, לַעֲרֹץ הָאָרֶץ. כב חִדְלוּ לָכֶם מִן-הָאָדָם, אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְּאַפּוֹ: כִּי-בַמֶּה נֶחְשָׁב, הוּא. {פ}

און נאך און נאך פלעצער....

די מראה מקומות וואס די ברענגסט שטייט נישט משיח נאר אז עס גייט זיין גוטע צייטן

I can't believe I just said that...

דאס איז אפשר בעסער?
ואמרת אליו לאמר, כה אמר ה' צב-אות לאמר, הנה איש צמח שמו ומתחתיו יצמח, ובנה את היכל ה'. והוא יבנה את היכל ה', והוא ישא הוד וישב ומשל על כסאו, והיה כהן על כסאו ועצת שלום תהיה בין שניהם... (זכריה ו יב)

יא דאס איז זיכער גאנץ קלאר

I can't believe I just said that...

הגם דאס איז תלוי אין צווי פשטים אזוי ווי כעלעמער האט צוגעצייכענט

I can't believe I just said that...

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 20, 2015 1:13 pm

· #290214
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז דא פארשידענע קרייזען וואס זאגן אין א ספעציעלע תפילה מיטן נאמען שמונה עשרה וואס די אנשי כנסת הגדולה, וואס איינער איז טאקע געווען דער זעלבער זכריה הנביא, את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח, ומצפים לישועה.... זעה מיך דאך פון דעם אז ווער ער האט גערעד פון צמח האט ער געמיינט טאקע משיח, און נישט זרובבל... און אגב ביי די נבואה האט שוין זרובבל ניטאטמאל געלעבט, די נבואה איז געזאגט געווארן אנפאנג בית שני.

זרובבל איז אוועק ממש פון אנהייב....

עס קען נישט זיין אז דער נבואה איז נאך געזאגט געווארן אין בבל, ווייל עס שטייט קלאר ארויס אין זוהר הק' אנפאנג פרשת שמות אז קיין איין נביא האט נישט געזאגט נבואה אין חו''ל, נאר יחזקאל ביים נהר כבר, ווייל דער באשעפער האט געוואלט ווייזען פאר די אידן אז ער איז מיט זיי אין גלות....

ווי אויך שטייט אין חז''ל אז ווען משיח גייט קומען גייט דער באשעפער זאגן א דרשה און זרובבל בן שלתאיל גיין נאך דעם זאגן קדיש... איז מסתבר אז ער זעלבסט גייט נישט זיין משיח...

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 1:20 pm

· #290216

אנטשולדיג מיר אבער די ברענגסט מקורות פון זוהר און שמונה עשה וואס איז געווען גאנץ שפעט רעלאטיוו
מיין שאלה איז ווי מס ווערט דערמאנט די ערשטע קלארע מקור
I can't believe I just said that...

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 2:50 pm

· #290237
Re: משיח פון וואו קומט עס?
יא לכאורה איז די נושא געשלאסען

I can't believe I just said that...

מנחם אבראמאוויטש » מאנטאג יולי 20, 2015 3:37 pm

· #290246
אדרבה, די פאקט אז די נוצרים זענען אויפגעקומען מיט זייער אייגענע משיח, להבדיל איז די בעסטע ראי' אז בזמן ההוא (200 יאר פאר'ן חורבן בית שני) איז עס געוועהן אן אמונה פשוטה ביי כלל ישראל

שמערל » מאנטאג יולי 20, 2015 3:56 pm

· #290252
Re: משיח פון וואו קומט עס?
דאכט זיך אז רש"י איז קיינמאל נישט מפרש אז דער פסוק רעדט פון משיח והדבר צ"ע.

אין ספר יוסיפין ווערט שוין דערמאנט די געדאנק פון משיח, אבער כ'ווייס נישט אויב עס ווערט דערמאנט אין די ארגינאלע קדמוניות היהודים, צו נאר אין די געפעלטשטע לשון הקודש'דיגע יוסיפין.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 5:47 pm

· #290307
משיח פון וואו קומט עס?
אויב עס פעלט אויס א מקור פון נ״ך אויב די ווערטער פון חז״ל זענען דיר נישט גענוג מה לנו ולאמונתך,
אויב וואולסטו סתם אזוי וויסען וואו סשטייט איז די שאלה יא כשר.
אבער פון דיי קעפל איז משמע מער וואו די ערשטע צד ,
מן הסתם א טעות און ביטע רעדאגירן.

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 5:51 pm

· #290311
Re: משיח וואו איז דער מקור
פאראכטען

I can't believe I just said that...

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 20, 2015 6:44 pm

· #290336
דער מאטיוו פון א אחרית הימים איז געווען ברייט פארשפרייט אין פארשידענע פארווארפענע רעליגיעס איבער די וועלט נאך זינט די אור אלטע צייטן, דעריבער (אפילו לויט די וואס פארלאזן זיך נישט בלויז אויף די פרשניות חז"ל) איז נישט קיין וואונדער א די פארנעפלטע פאיעטישע נביאות אין תנ"ך איבער א וואונדערליכער צוקומפט זאל טאקע רעדן פון אונזער אחרית הימים מאדעל (אפוקאליפסיקא-אן אריבערגאנג צו א נייערע בעסערע וועלט). ספעציעל אז דער מאטיוו איז געווען שטארק פארשפרייט ביי די רעליגיעס פון דעם ווייטן מזרח פון וואס די פערסישער זארואסטרו איז א טייל פון זיי. וואס כידוע האט די פערסישע שליטה איבער די מיטל מזרח געלאזט א שטארקער רושם אין אידישקייט. און ווי פארשטענדליך האבן די פערסישע מאטיוון געעפענט א פרישער מהלך אין מעטאפיזישע פרשניות התנ"ך (גלייך ווי דער גריכישער פילאזאפיע האט געעםנט א פרישער מהלך און קוק ווינקל אין פרשניות התורה נוסח רמב"ם, און די דארוויש-סופי שטערמונג א פרישער מהלך בפרשניות התורה והמצוות אין די תקופת האחרונים נוסח זהר הקדוש).

איך מיין אז עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז אפילו אמת'ע הבנה אין אמונה קען גענומען ווערן בהשראת גויי הארץ. און אפילו דער פסוק זאגט אז מען זאל זיך פון די עובדי עבודה זרה לערנען וויאזוי צו דינען דעם אויבירשטן מיט געטריישאפט. און נאך פארשידענע דגמאות זעען מיר אין ספרי חז"ל ראשונים ואחרונים ווי מען האט ארויס גענומען באופן ישיר, רעיונות והבנה בעבודת השם פון די עובדי אלילים ופילאסאפים.

געוואלדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 6:52 pm

· #290343
דו מיינסט צו זאגן אז די גאנצע אמונה אין משיח קומט צו אידן פון פרעמדע רעליגיעס?

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 7:00 pm

· #290348
Re: משיח וואו איז דער מקור
נו געוואלדיג דא האסטו די ערשטע געלעגנהייט צו נוצן דיין נייע מעקער…

שמערל » מאנטאג יולי 20, 2015 7:21 pm

· #290354
Re: משיח וואו איז דער מקור
געוואלדיג
דו מיינסט צו זאגן אז די גאנצע אמונה אין משיח קומט צו אידן פון פרעמדע רעליגיעס?

קענסט עס אזוי אויסטייטשן. אדער קען מען זאגן אז אלע פעלקער האבן געהאט מקובל פון זייער זיידע אדם אז די וועלט וועט באחרית הימים באקומען א משיח.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 20, 2015 7:37 pm

· #290362
געוואלדיג
דו מיינסט צו זאגן אז די גאנצע אמונה אין משיח קומט צו אידן פון פרעמדע רעליגיעס?

די שאלה איז. אויף וואס האט דאס דער רמב"ם באזירט, ווען ר'האט דאס געמאכט פאר איינס פון די י"ג עיקרי האמונה...?

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 20, 2015 7:42 pm

· #290367
פונקט אזוי ווי די גריכישע פילאזאפן האבן אונז געעפנט די אויגן אז עס איז נישט יתכן אז דער באשעפער איז משגי הגוף, אזוי האבן אונז די פרסיים געעפנט די אויגן אז עס איז מוכרח אז עס איז דא א חיים לאחר החיים און א גאולה שלימה וכללית לעם הנבחר.

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 7:47 pm

· #290372
משיח וואו איז דער מקור
Wow wow wow !!!
גרעסערע חידושים פון מינוט צו מיניוט!
משיח פון די פרסיים אינו משיגי גוף פון די יוונים ,
נו וואס נאך ? שבת פון די נוצרים ? נבואה פון בלעם ?
יציאת מצרים פון ? תורה פון ? תורה שבעל פה ? קבלה ?
לאמיר הערן דעק אויף די מקורות פון אידישקייט .

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 7:53 pm

· #290374
Re: משיח וואו איז דער מקור
ירא שמים
Wow wow wow !!!
גרעסערע חידושים פון מינוט צו מיניוט!
משיח פון די פרסיים אינו משיגי גוף פון די יוונים ,
נו וואס נאך ? שבת פון די נוצרים ? נבואה פון בלעם ?
תורה פון ? תורה שבעל פה ? קבלה ?
לאמיר הערן דעק אויף די מקורות פון אידישקייט .

פטור געווארען פונעם קריסט איז אנגעקומען דער יווני....

I can't believe I just said that...

געוואלדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 7:58 pm

· #290376
ירא שמים
נו געוואלדיג דא האסטו די ערשטע געלעגנהייט צו נוצן דיין נייע מעקער…

איך וועל ניצן די געלעגנהייט צו מגלה דעת זיין אז מין רצון איז עכט אז יעדע הערה זאל דער כותב אליין מעקן, און פארדעם האב איך געוואלט קלאר מאכן וואס ער האט געמיינט מיט זיין תגובה, ער האט רעדאגירט און זיך בעסער מסביר געווען.

שמערל » מאנטאג יולי 20, 2015 7:59 pm

· #290377
Re: משיח וואו איז דער מקור
ירא שמים טשיל אף, אינו משיגי הגוף איז לויט פילע (וכלשון הראב"ד גדולים וטובים הימנו), נישט מעיקרי האמונה.
דער רמב"ם זאגט קלאר אז ער נעמט עס פון די ראיות היוונים הפילוסופיים.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 20, 2015 8:01 pm

· #290378
קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.

שמערל » מאנטאג יולי 20, 2015 8:03 pm

· #290379
Re: משיח וואו איז דער מקור
ואלה המשפטים פון די... [emoji6]

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 8:03 pm

· #290380
Re: משיח וואו איז דער מקור
שמערל
ירא שמים טשיל אף, אינו משיגי הגוף איז לויט פילע (וכלשון הראב"ד גדולים וטובים הימנו), נישט מעיקרי האמונה.
דער רמב"ם זאגט קלאר אז ער נעמט עס פון די ראיות היוונים הפילוסופיים.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נישט מעיקרי האמונה קען זיין , אבער קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם אז אזוי איז עס לאמיתתו,
די רמב״ם : מקור ביטע?

שמערל » מאנטאג יולי 20, 2015 8:04 pm

· #290382
Re: משיח וואו איז דער מקור
זעצט אייך לערנען מורה נבוכים.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 8:08 pm

· #290385
משיח וואו איז דער מקור
יכול להיות אז ער ברענגט א ראי׳ מחכמתם אזויוואו א ראי׳ ברענגען אויף מציאת הבורא ,
נישט אויפן עצם מושג,
קען זיין שמערל?

שמערל » מאנטאג יולי 20, 2015 8:12 pm

· #290388
Re: משיח וואו איז דער מקור
וואס הייסט, פון ווי טראכסטו קען מען וויסן די עצם מושג.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 8:20 pm

· #290393
Re: משיח וואו איז דער מקור
נאר פון די גריכען קען מען דאס וויסען ?
ביזן רמב״ם האט פון דעם נישט געוויסט ?
און די חכמי צרפת וואס האבן נישט געלערנט פילעזאפיע פון וואו האבן זיי געוויסט ?

געוואלדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 8:22 pm

· #290394
א נידריג פאלק די אידן, יעדע געדאנק פלאיגירט פון אנדערע און נישט געגעבן קרעדיט, נידער מיט די אידן, מי כעמך הגוים.

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 8:38 pm

· #290398
Re: משיח וואו איז דער מקור
moshav zekeinim
קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.

סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 20, 2015 8:39 pm

· #290399
.

שמערל » מאנטאג יולי 20, 2015 8:42 pm

· #290400
Re: משיח וואו איז דער מקור
ירא שמים
נאר פון די גריכען קען מען דאס וויסען ?
ביזן רמב״ם האט פון דעם נישט געוויסט ?
און די חכמי צרפת וואס האבן נישט געלערנט פילעזאפיע פון וואו האבן זיי געוויסט ?

מיר וועלן אייך לאזן אליין פארענטפערן אייערע שאלות, ווען איר ווייסט די תירוצים קומט צוריק.
דער רמב"ם איז דער ערשטער וואס איז מחדש אז מעיקרי הדת היהדות איז צו גלייבן אז הבורא אינו גוף.

chaims » מאנטאג יולי 20, 2015 9:14 pm

· #290409
Re: משיח וואו איז דער מקור
ירא שמים
moshav zekeinim
קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.

סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?

קרבנות פוי די כנענים איז א בפירושער רמבם דער רמבן דינגט זיך שטארק אויף דעם אנהויב ויקרא

I can't believe I just said that...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 20, 2015 9:21 pm

· #290410
Re: משיח וואו איז דער מקור
ועיי''ש במשך חכמה בביאור דעת הרמב''ם

העלא » מאנטאג יולי 20, 2015 9:36 pm

· #290415
אין די גמרא ווערט עס דערמאנט מער ווי 100 מאל

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 10:01 pm

· #290425
משיח וואו איז דער מקור
שמערל
ירא שמים
נאר פון די גריכען קען מען דאס וויסען ?
ביזן רמב״ם האט פון דעם נישט געוויסט ?
און די חכמי צרפת וואס האבן נישט געלערנט פילעזאפיע פון וואו האבן זיי געוויסט ?

מיר וועלן אייך לאזן אליין פארענטפערן אייערע שאלות, ווען איר ווייסט די תירוצים קומט צוריק.
דער רמב"ם איז דער ערשטער וואס איז מחדש אז מעיקרי הדת היהדות איז צו גלייבן אז הבורא אינו גוף.

ב"ה כהאב געטראפן תירוצים
א. דו דרייסט א קאפ
ב. די רמב"ם האט נישט מחדש געווען די ' מושג ' פון הקב"ה אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף.
ג. משה רבנו די נביאים די תנאים ואמוראים ושאר חכמי ישראל עד הרמב"ם ואחר הרמב"ם האבן נאך פארשטאנען חכמת אלוקית אזוי וואו די גריכן.

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 10:08 pm

· #290426
הרי לך ל' הרמב"ם בהל' יסדוי התורה פ"א ה"ח
הרי מפורש בתורה ובנביאים שאין הקב''ה גוף וגוייה שנאמר כי ה' אלהיכם הוא אלהים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, והגוף לא יהיה בשני מקומות. ונאמר כי לא ראיתם כל תמונה. ונאמר ואל מי תדמיוני ואשוה. ואילו היה גוף היה דומה לשאר גופים:
בלאט: 1 2 3