משיח וואו איז דער מקור
104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9319
וואס זאל איך דיר זאגן כבוד הגבאי (אגב מז"ט מיט הצלחה)
די רמב"ם זאגט אז סשטייט אין די תורה .
משיח וואו איז דער מקור
chaimsירא שמיםmoshav zekeinimקרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.
סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?
קרבנות פוי די כנענים איז א בפירושער רמבם דער רמבן דינגט זיך שטארק אויף דעם אנהויב ויקרא
I can't believe I just said that...
נישט גענומען אן אדיע פון די כנענים נאר די טעם פון קרבנות איז להוציא מלבן של מצריים וז״ל של הרמב״ן ריש ויקרא. ״ואמר הרב במורה הנבוכים (ג מו) כי טעם הקרבנות בעבור שהמצרים והכשדים אשר היו ישראל גרים ותושבים בארצם מעולם היו עובדים לבקר ולצאן כי המצרים עובדים לטלה והכשדים עובדים לשדים אשר יראו להם בדמות שעירים ואנשי הודו עד היום לא ישחטו בקר לעולם בעבור כן צוה לשחוט אלה השלשה מינין לשם הנכבד כדי שיודע כי הדבר שהיו חושבים כי הם בתכלית העבירה הוא אשר יקריבו לבורא ובו יתכפרו העונות כי כן יתרפאו האמונות הרעות שהם מדוי הנפש כי כל מדוה וכל חולי לא יתרפא כי אם בהפכו אלה דבריו ובהם האריך ״
פונ'ם ל' רמב"ם "מפורש" קוקט מיר אויס אז ער מיינט עפעס מער ווי אן אסמכתא בעלמא אבער אה"נ קיין ראי' מוכרחת איז עס נישט .
צוריק צום נושא פונ'ם אשכול.
דאס איז זיכער אז ס'איז נישטא קיין בפירוש'ע פסוק אז ס'וועט זיין א משיח וואס וועט אונז ארויס נעמען פון גלות, ווייל טאמער יא וואלט ר' הילל (סנהדרין צט) נישט געקענט זאגן "אין משיח לישראל.
נאר וואס דען?
וויבאלט רוב חכמים האבן געלערענט פשט אין געוויסע פסוקים אז ס'גייט ארויף אויף משיח, און אחרי רבים להטות, ממילא ווער ס'גלייבט נישט אין משיח איז כופר בתורת משה
Re: משיח וואו איז דער מקור
אין ווען זיי לערנען עס ווען נישט ארויס פון פסוקים נאר זיי זאגן עס ע״פ קבלתם אדער ע״פ רוח קדשם וואלט אנדערש געווען ?
וואס טוט זיך מיט חיים לאחר המוות, שכר ועונש, גן עדן גיהנום, דאס האסטו יא געטראפן א בפירוש'ע פסוק, אפילו אין נ"ך?
עס איז זייער אינטערסאנט אז רוב י"ג עיקרי אמונה איז נישטא קיין בפירוש'ע פסוקים, נאר אסמכתות און דרושים.
איך לאז אייך ווייטער רעדן פונעם נושא האשכול, נאר איך וויל נאר מוסף זיין אויף מיין פריערדיגע תגובה וועגן די מקור צורת הנחת תפילין, וואס איך האב געזען אין אן ארטיקן פון משה וויינפלד אין זיין מאמר "פירושה של קריאת שמע המקראית" אין וועלעכע ער פראבירט צו אידענטיפיצירן דעם מיסטעריעזן "טוטפות" וואס ווערט דורך חז"ל איבערגעטייטשט מיטן אומפארשטענדליכער ווארט "תפילין":
פירוש מעניין ושונה הציע לזהות את ה"טטפת" במלה המצרית ddf.t, המסמנת את סמל נחש האוריאוס שעיטר את מצחו של המלך המצרי כאות להגנה האלוהית הפרושה עליו. הצעה זו חוזקה בעקבות השוואת הטוטפת ל"נזר" שעיטר את ראשו של הכוהן הגדול, אף היא מלה שנגזרה מן המצרית nzr.t, ופירושה במקור: הנחש/האש המגינה על המצח. כיסוי ראשו של הכוהן הגדול אף כלל את ציץ הזהב שעליו נחקק "קדש לה'" (שמות כ"ח 38-36).
תגליות ארכיאולוגיות זרו אור על המנהג לשאת קמיעות על איברי גוף שונים. אף היו חוקרים שהביאו מקבילה מעניינת ביותר מן הספרות האוגריתית לעניין זה. אוגרית היתה עיר בסוריה דהיום, אשר חרבה במאה הארבע-עשרה לפנה"ס, ונחפרה מאז שנות העשרים למאה העשרים. החפירות הארכיאולוגיות באתר חשפו מגוון נרחב ביותר של טקסטים הכתובים בלשון שמית צפון-מערבית שיש לה קירבה מובהקת לעברית. בין השאר נמצאה שם האימרה הבאה: "ראשה תפלי תלי בן ענה", שנתפרש: (על) ראשו תפילין תלוי בין עיניו. מאחר שאין זה סביר שתושבי אוגרית קיימו מצוות הנחת תפילין כ- 700 שנים בטרם נתחבר ספר דברים, סביר להניח כי המונח "תפילין" נשתלשל ממונח שאכן שימש במקורו כדי להורות על קמיע מסוג שנתלה על המצח.
Re: משיח וואו איז דער מקור
שוין לאמיר נישט זיין פארנומען מיט שטותים צוריק צו ניקלשבורג...
I can't believe I just said that...
ווען ער זאגט ווען אז די נאמען תפילין שטאמט פון מיצריש מיילע, אבער אז פון א נאמען מאכט ער אז די הלכה פון תפילין קומט פון דארט איז שוין אריינגעקוועטשט.
@געוואלדיג: אזוי פיל זעט מען קלאר אז דבריים סגיליים איז געווען אנגענומען צו לייגן אויפן שטערן.
ואל יתמה הדבר בעיניך איך צווה לנו תרתינו לעשות כפי חוקי הגויים המזהמים, ווייל עס איז זייער פארשטענדליך און נאטורליך אז א סימבאלישער זאך ווערט געלייגט ביים שטערן און ביים הארץ (וואו דען, אויף די פיס? אויף די רוקן? אויף די מחי...?), און עס איז לאוו דווקא געווען א מצרישער מנהג, נאר ענדעשער א נאטורליכער מנהג ביי יעדן אומה ולשון, אריין גערעכנט די בעדואינער איזראליטן פון כנען און גושן.
אז מיר דרוקן היינטיגע טעג דברי תורה אין בענדער, מיינט אז מיר האבן "נאכגעמאכט" די גוים ווייל די גוים דרוקן שוין יארן לאנג זייערע זאכן? אז דער פייערדיגער בעל דרשן ובעל תפילה ניצט דער מייק כמנהג ימינו צו זאגן דעם דבר השם אדער הושענות מיינט עס נאכגעמאכט די גוים? (ביידע זענען טאקע נישט אזוי לייכט אנגענומען געווארן ביי חסידים ואנשי מעשה, אבער צום סוף היתירם לבוא בקהל מיט א אידישער שינוי, וואס מעגליך איז דאס אויך געווען די מעשה מיט די תפילין).
נאר וואס דען? יעדער פארשטייט אז היינט ניצן מיר די היינטיגע טאלס פאר עבודת השם, און אמאל בימי המקרא האט מען געניצט די אמאליגע טאלס כמנהג ימיהם פאר עבודת אלקים.
הלל האט נישט געלערנט אנדערש די פסוקים, ער האט נאר גע'טענה'ט שכבר אכלוהו.[/quote]
בקיצור, אונזער משיח מיטוס פון אן ענטגילטיגער גאולה האט דער הלל נישט געהאט.
[ציטאט אראפגענומען]
שייגעץ איינער, פאר אביסל עטענטשן זאגסטו ארויס דאס וואס די משכילים שונאי התורה והדת האבן געפאמפט מיט גרויס פרייד כדי צו ווייזן א תורה לא מן השמים הוא. פאר א תשובת המשקל ווייז כאטשיג אויף ווי ווייט די חוקי חמרבי זענען פון די חוקי התורה. (אפשר איז שוין דאס אויסגעשמועסט געווארן ערגעץ אין די טיפענישן פון קאווע שטיבל).
טאמער קומט ער מיר מיט אזעלעכע תירוצים מיט א ישיבת שם ועבר לעגענדע איז שוין בעסער אז ער האט נישט קיין קשיה בכלל, אזוי ווי אלע אנדערע גדולים האבן נישט געהאט די קשיה.
ירא שמיםאין ווען זיי לערנען עס ווען נישט ארויס פון פסוקים נאר זיי זאגן עס ע״פ קבלתם אדער ע״פ רוח קדשם וואלט אנדערש געווען ?
וואלט נישט געווען כופר בתורה
moshav zekeinim@געוואלדיג: אזוי פיל זעט מען קלאר אז דבריים סגיליים איז געווען אנגענומען צו לייגן אויפן שטערן.
ואל יתמה הדבר בעיניך איך צווה לנו תרתינו לעשות כפי חוקי הגויים המזהמים, ווייל עס איז זייער פארשטענדליך און נאטורליך אז א סימבאלישער זאך ווערט געלייגט ביים שטערן און ביים הארץ (וואו דען, אויף די פיס? אויף די רוקן? אויף די מחי...?), און עס איז לאוו דווקא געווען א מצרישער מנהג, נאר ענדעשער א נאטורליכער מנהג ביי יעדן אומה ולשון, אריין גערעכנט די בעדואינער איזראליטן פון כנען און גושן.
אז מיר דרוקן היינטיגע טעג דברי תורה אין בענדער, מיינט אז מיר האבן "נאכגעמאכט" די גוים ווייל די גוים דרוקן שוין יארן לאנג זייערע זאכן? אז דער פייערדיגער בעל דרשן ובעל תפילה ניצט דער מייק כמנהג ימינו צו זאגן דעם דבר השם אדער הושענות מיינט עס נאכגעמאכט די גוים? (ביידע זענען טאקע נישט אזוי לייכט אנגענומען געווארן ביי חסידים ואנשי מעשה, אבער צום סוף היתירם לבוא בקהל מיט א אידישער שינוי, וואס מעגליך איז דאס אויך געווען די מעשה מיט די תפילין).
נאר וואס דען? יעדער פארשטייט אז היינט ניצן מיר די היינטיגע טאלס פאר עבודת השם, און אמאל בימי המקרא האט מען געניצט די אמאליגע טאלס כמנהג ימיהם פאר עבודת אלקים.
סא ווען דו זאגסט אז די שטערן האט אין זיך עפעס ווי מען זעהט אזדי תורה האט געהייסן לייגן דארט די תפילין און אויך אין אנדערע אלטע רעליגיעס טרעפט מען אזוי אקעי, אבער ווען דו שרייבסט אז די תורה האט געזעהן אז די מצריים לייגן דברים סגוליים אויפן שטערן האט די תורה מחליט געווען אקעי דאס איז דאך א גוטע זאך קום לאמיר אויך לייגן עפעס א דבר סגולי אויפן שטערן, דאס איז שוין נישט ריכטיג.
chaimsירא שמיםmoshav zekeinimקרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.
סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?
קרבנות פוי די כנענים איז א בפירושער רמבם דער רמבן דינגט זיך שטארק אויף דעם אנהויב ויקרא
I can't believe I just said that...
די אבות האבן שוין מקריב געווען קרבנות און ארץ כנען. אפשר האבן זיך די כנעניים אויס געלערנט פון זיי. און אויך נח און אפילו הבל. דאס מיינט אז די אידן האבן זיך פון קיינעם נישט געדארפט אויס לערנען ווייל ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך און די גאנצע וועלט.
בן אדםדי אבות האבן שוין מקריב געווען קרבנות און ארץ כנען. אפשר האבן זיך די כנעניים אויס געלערנט פון זיי. און אויך נח און אפילו הבל. דאס מיינט אז די אידן האבן זיך פון קיינעם נישט געדארפט אויס לערנען ווייל ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך און די גאנצע וועלט.
ברוך שכיוונת לדברי ר' שמשון רפאל הירש. עי' בפירושו עה"ת בפרשת קין והבל.
Re: משיח וואו איז דער מקור
די רמב״ן אנהייב ויקרא זאגט אויך כעי״ז
''בן גריון ז"ל'' באטרעפט ''משיח''.
אז מען הייבט אן מיט גימטריאות, איז עס אויך גימאטריא "ולחשך" און אויך "או רעה מלבי" אבער אויך "וגם בך יאמינו לעולם".
געוואלדיגmoshav zekeinim@געוואלדיג: אזוי פיל זעט מען קלאר אז דבריים סגיליים איז געווען אנגענומען צו לייגן אויפן שטערן.
ואל יתמה הדבר בעיניך איך צווה לנו תרתינו לעשות כפי חוקי הגויים המזהמים, ווייל עס איז זייער פארשטענדליך און נאטורליך אז א סימבאלישער זאך ווערט געלייגט ביים שטערן און ביים הארץ (וואו דען, אויף די פיס? אויף די רוקן? אויף די מחי...?), און עס איז לאוו דווקא געווען א מצרישער מנהג, נאר ענדעשער א נאטורליכער מנהג ביי יעדן אומה ולשון, אריין גערעכנט די בעדואינער איזראליטן פון כנען און גושן.
אז מיר דרוקן היינטיגע טעג דברי תורה אין בענדער, מיינט אז מיר האבן "נאכגעמאכט" די גוים ווייל די גוים דרוקן שוין יארן לאנג זייערע זאכן? אז דער פייערדיגער בעל דרשן ובעל תפילה ניצט דער מייק כמנהג ימינו צו זאגן דעם דבר השם אדער הושענות מיינט עס נאכגעמאכט די גוים? (ביידע זענען טאקע נישט אזוי לייכט אנגענומען געווארן ביי חסידים ואנשי מעשה, אבער צום סוף היתירם לבוא בקהל מיט א אידישער שינוי, וואס מעגליך איז דאס אויך געווען די מעשה מיט די תפילין).
נאר וואס דען? יעדער פארשטייט אז היינט ניצן מיר די היינטיגע טאלס פאר עבודת השם, און אמאל בימי המקרא האט מען געניצט די אמאליגע טאלס כמנהג ימיהם פאר עבודת אלקים.
סא ווען דו זאגסט אז די שטערן האט אין זיך עפעס ווי מען זעהט אזדי תורה האט געהייסן לייגן דארט די תפילין און אויך אין אנדערע אלטע רעליגיעס טרעפט מען אזוי אקעי, אבער ווען דו שרייבסט אז די תורה האט געזעהן אז די מצריים לייגן דברים סגוליים אויפן שטערן האט די תורה מחליט געווען אקעי דאס איז דאך א גוטע זאך קום לאמיר אויך לייגן עפעס א דבר סגולי אויפן שטערן, דאס איז שוין נישט ריכטיג.
איך האב דירעקט מדגיש געווען אז עס איז לאוו דווקא א מצרישע ערפינדונג צן לייגן סגולה'שע און סימבאלישע אביעקטן אויף די הארץ און שטערן, ואדרבא עס איז ווארשיינליך געווען א נאטורליכער נטיה ביי אלע בני אנוש צו לייגן אזעלעכע אביעקטן דווקא ביי די מקומות. און אזוי ווי די תורה ומצוות זענען געגעבן געווארן צו טון מיט געווענליכע אנגענומענע נאטורליכע אקטן, תנועות און אויסדרוקן, און נישט טון דווקא די פארקערטע (אזוי ווי די חוריים האבן געטון), זענען רוב אנגענומענע אקטן אריין גענומען געווארן בעבודת אלקים ודרך החיים.
און לויט דעם איז נישט קיין פראבלעם אפילו דאס (די הנחת קמעות על המצח ועל הלב) זאל האבן געווען א ספעציפישער מצרישער נארמע, און נישט קיין אלוועלטליכע, ווייל כאמור האט די תורה אלס נאטורליכע רעליגיע נישט אינזינען געהאט משנה צו זיין פון די נאטורליכע נארמאלע נארמעס.
מבקרבן אדםדי אבות האבן שוין מקריב געווען קרבנות און ארץ כנען. אפשר האבן זיך די כנעניים אויס געלערנט פון זיי. און אויך נח און אפילו הבל. דאס מיינט אז די אידן האבן זיך פון קיינעם נישט געדארפט אויס לערנען ווייל ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך און די גאנצע וועלט.
ברוך שכיוונת לדברי ר' שמשון רפאל הירש. עי' בפירושו עה"ת בפרשת קין והבל.
איך ווייס נישט פארוואס דו דארפסט צו קומען צו קין והבל, אויף אויפצי ווייזן אז די תורה האט נישט גענומען איידיעס פון די ארומיגע פעלקער, איינמאל דו האסט אפגעמאכט אז אלע איידיעס אין די וועלט קומט סייווי פון באשעפער, דאן וואס איז מיר א חילוק צו דער באשעפער האט קודם נאטורליך איינגעפלאנצט די הנהגות ביי די גוים, און דערנאך עס אנגעבאטן פאר די אידן (בשינוי), אדער פארקערט, קודם פארגעשלאגן די איידיע פאר די אידן וואס פון זיי וועלן זיך עס די גוים אויסלערנען.
זייער א שיינע מהלך.אבער מה אעשה אז דער רמב"ן האט יא געהאלטן אז קין און הבל איז א סתירה צום רמב"ם. און מה אעשה אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז גאט האט עס נישט געברויכט קיינמאל און ער וואלט לאנג מוחל געווען דאס פיטערן אים אבער האט נישט געוואלט דיסעפאוינטן די איינגעוואינטע קינדער וועלכע האבן זיך אזוי איינגעוואוינט פון די שכנים, אן א געטליכע ציווי.
הוספה צו מיין פריערדיגער תגובה: אונז זעמער אבער דאך צוגעוואוינט צו טראכטן אלע אונזערע מצוות און באגריפן פון די תורה האט דער אייבישטער קודם אנגעבאטן פאר אונז פון וואס די גוים האבן עס דערנאך אדאפטירט אויף זייערע אופנים. דעריבער זעען מיר אין די גמרא אזא פארשלאג אויף די פארהייליגטע שמות החדשים ואותיות העבריות אויף וואס חז"ל האבן געוואוסט בלי ספק אז זיי שטאמען פון בבל, אז באמת זענען זיי מסיני, נאר זיי זענען פארגעסן געווארן פון די אידן אן געבליבן ביי די גוים, און בימי גלות בבל האבן עס די אידן צוריק אפגענומען און עס אנגעהויבן ניצן פונגאסניי.
דער פלפול קען לכאורה געניצט ווערן אויף אלע אנדערע תורה'דיגע מצוות ומשגים וואס זעננען אנדעקט געווארן אלס אלטע גוי'אישע מנהגים מימי קדם. אבער ווי געזאגט איז נאר נוגע צו דער אייבישטער האט אונז געגעבן א "פרישער" מצווה, אדער "סעקנד העענד" ותו לא.
יואליש: קומט אויס אז לויטן רמב"ן זענען די קרבנות קין והבל א געטליכע הוראה און לויטן רמב"ם בלויז א א נאטורליכער איסטינקט. און נאר בדיעבד האט גאט מסכים געווען אז די אידן זאלן אימיטעטן דעם אינסטינגט וואס איז פאפולער געוורן ביי די עמי הארצות.
Re: משיח וואו איז דער מקור
יואלישזייער א שיינע מהלך.אבער מה אעשה אז דער רמב"ן האט יא געהאלטן אז קין און הבל איז א סתירה צום רמב"ם. און מה אעשה אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז גאט האט עס נישט געברויכט קיינמאל און ער וואלט לאנג מוחל געווען דאס פיטערן אים אבער האט נישט געוואלט דיסעפאוינטן די איינגעוואינטע קינדער וועלכע האבן זיך אזוי איינגעוואוינט פון די שכנים, אן א געטליכע ציווי.
לויט ווי די רמב״ן ברענגט די רמב״ם איז עס נישט קיין געוואוינהייט נאר כדי אויסצורייסען די עבודה זרה פון די מצרים.
מסתמא רעדט יואליש פון אן אנדער פלאץ אין מורא נבוכים ווי דער רמב"ם זאגט אז די קרבנות זענען צוליב די אמאליגע נארמעס.
און באמת, מה כל הרעש מיט מצוות לויט בדיעבדיגע נארמעס גענומען פון די גוים? וואס איז מיט שום תשום אליך מלך באזירט אויף די פארלאנג פון נהיה ככל הגוים.
פארוואס פארשטייט מען אז דער מצווה פון א מלך ישראל אויף דער הייליגער מלכות בית דוד אריין גערעכנט דעם מלך המשיח איז באזירט, איז נישט פראבלעמאטיש אז עס איז גענומען פון די גוים, און ביי מצוות הקרבנות, תפילין, מזוזה, און כרובים ווערט א געוואלד אז מען באציט דער איידיע צו די גוים?
אין הכי נמי, דא זאגט עס די תורה ארויס, און דא נישט. אבער אזוי פיל זעעט מען פון דעם אז א מצווה, אפילו אזא פונדאמענטאלער מצווה אויף וואס דער גאולה העתידה איז באגרינדעט, קען דירעקט גענומען ווערן פון די גוים, ממילה ווער נישט אזוי דערשראקן ווען דו הערסט עס אויף אנדערע מצוות.
פארשטייט זיך אבער אז עס איז אסאך גרינגער צו פארשטיין אז גאט האט באפוילן צו טון א געוויסער פעולה צוליב וואס עס איז די אנגענומענע נארמע ביי די ארומיגע פעלקער, ווי צו פארשטיין אז גאט האט געהייסן גלייבן אין משיח, שכר ועונש, יום הדין, גוג ומגוג וכו' פשוט ווייל עס איז די ארומיגע נארמע צו גלייבן דערין, און אודאי איז שווער צו זאגן אז גאט האט געמאכט די אלע פערסישע לעגענדעס פאר א מציאות ביי אידן, וויבאלד דאס איז געווען די נארמע איו וואס די אידן האבן געוואלט גלייבן ככל הגוים.
די סיבה איז ווייל מיר (עכ"פ איך) גלייבן אז די מצוות האבן העכערע באדייטן מיט סודות נשגבות וואס בויעט עולמות, און די תורה מיט אירע מצוות איז באשאפן געווארן נאך איידער די וועלט און אלע גויים, ממילא מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז השי"ת האט גענומען די מצוות פון די גויים.
משיח וואו איז דער מקור
.
דער אשכול איז בליץ שנעל געפארן מענין לענין וואס יעדער פון זיי דארף א באזונדערע באהאנדלונג באופן הראוי לו, נאר just א פאר מראי מקומות בענינים שדברו מהם.
בנוגע צי אידישקייט האט אריינגענומען מנהגים פון די אומות העולם
עיין בפי' ר''א בן הרמב''ם בעניין יהודה ותמר לגבי יבום, ועי' מ''ש ר''י קאפח בפי' רס''ג עה''ת שמות יט כג, ער ברענגט דארט דברי הרמב''ם במו''נ ח''ג פמ''ג לגבי חג האסיף שהיה מנהג עתיק בין עמי המזרח.
דברי הרמב''ם לגבי קרבנות הם במו''נ ח''ג פל''ב
עיי''ש היטב ודוק.
לגבי עיקר השלישי שלא ישיגוהו משיגי הגוף איז דאס נישט דער אויפטו פונעם רמב''ם נאר אלע וואס האבן עוסק געווען בפילוסופיה היוונית והערבית אנגעהויבן פון רס''ג, און אה''נ די חכמי צרפת האבן אדער נישט גערעדט דערוועגן (און בפשטות אפגעלערנט אגדות חז''ל כפשוטם ווי דער רמב''ם איז זיך מתרעם), אדער האבן זיי געהאלטן אז דער באשעפער איז א אור ועי' מלחמות ה' לר''א בן הרמב''ם וכבר האריך בזה הרב סליפקין בשעתו, (עי'
כאן און די נאכפאלגענדע posts). (ובנוגע אם כתוב בתורה כבר ידוע מה שאמר שפינוזה שלא מצא כן בתורה ועי' בהג' יעב''ץ הנדמ''ח על הק' הרמב''ם לפ' חלק).
ובעצם הענין של האשכול עי' בס'
אוצר השמות ערך משיח שמסכם הענין יפה, ויש להאריך עוד כיל''ח.
אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח
רוב ענינים וואס זענען געווארן דא אויסגעשמועסט קען מען טרעפען בהרחבה
דאשמעקעדיגדי סיבה איז ווייל מיר (עכ"פ איך) גלייבן אז די מצוות האבן העכערע באדייטן מיט סודות נשגבות וואס בויעט עולמות, און די תורה מיט אירע מצוות איז באשאפן געווארן נאך איידער די וועלט און אלע גויים, ממילא מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז השי"ת האט גענומען די מצוות פון די גויים.
שמעקעדיג: ואל תתמה. פארוואס בערל בעל עגלה האט דא גארנישט (אדער כמעט גארנישט) צו זאגן. ווייל דער עולם רעדט דא במחילה גרויסע נארישקייטן און מ'קייעט איבער די זעלבע שטותים והבלים נאכאמאל און נאכאמאל.
ס'הייבט זיך אן ווען פאר איינעם גנב'עט זיך אריין א געדאנק. ביי די גויים (אמאליגע און היינטיגע) איז אויך דא אן ענליכער מנהג. מסתמא האבן זיי עס גענומען פון אונז. אבער ניין. אפשר איז מעגליך אז אונז האבן עס גענומען פון זיי...? וואס לפי האמת, גייט עס אין ביידע וועגן. אבער דאס איז א טעמע וואס דארף באזונדער באהאנדלט ווערן. ואכמ"ל. נאר די חקירות דא אויפ'ן פלאץ גייען אריין אין אזא פארנעם עד כדי כך אז ס'קומט אויס אז אונזער גאנצע רעליגיע און אלע מצוות זענען נישט מער ווי פאגאנישע אדער קריסטליכע מנהגים. א"כ (לויט די מהלך פון אונזער היימיש געבראטענע פילאזאפן) איז אונזער גאנצע רעליגיע גארנישט ווערט. ס'איז אלץ נאכגעמאכט. פאלש. נישט אויטענטיש...דאס איז די איינציגע אבסורדאלע מסקנא צו וואס מ'מוז צו קומען נאך די אלע אויבנדערמאנטע דיסקוסיעס... 🙄 😮
די אלע קושיות אויפ'ן רמב"ם בענין קרבנות פרעגט שוין דער רמב"ן דארט אין פרשת ויקרא. ט'ווי האבען קין והבל געלערנט צו ברענגען קרבנות, און נח ועוד. אבער דער רמב"ם איז נאך אלס נישט קיין מפ'ל קינד. ער האט אוודאי א תירוץ און מ'דארף זיך פלאגען צו פארשטייען, און דער משך חכמה האט טאקע א תירוץ אז ס'איז דא צוויי זארט'ן קרבנות, אין ביהמ"ק און אינדערויסען, וואס דינען צוויי ערליי צוועקען. און אזוי האב איך טאקע געהערט אויפ'ן פסוק וזרעו יהיה מלא הגוים, און רש"י זאגט אז ס'גייט אויף אליהו בהר הכרמל, וואס האט מקריב געווען בחוץ וכמנהג הגוים, וכדאי' בגמ' סנהדרין אז ס'האט אויסגעפעלט א באזונדערע היתר לפי שעה פאר'ן קרבן בהר הכרמל. און דאס ווערט אנגערופען 'מלא הגוים', ווייל דאס איז טאקע געווען א גווישע קרבן להוציא מלבן.
דער טעמע פון די אשכול זעט מיר אויס אלס א שאלה אויף פשט אין אן אומקלארע רמב"ם. דער רמב"ם זאגט אז די פסוקי הנביאים זענען פול מיט'ן בשורה פון משיח. פרעגט מען ווי רעדט מען וועגען דעם אז ער איז א פליישיגע מענטש? אפשר וועט זיין א גאולה, אבער נישט דורך א מענטש?
פרעג איך, ט'איז דאס דער עיקר האמונה. דער רמב"ם שרייבט דאך אין פרק י"ב אז די אלע זאכען זענען נישט קלאר אין די פסוקים און מ'זאל זיי נישט פארשען. אפשר איז דאס אויך אזוי, און מ'דארף נישט גלויבען אין א פליישיגע משיח. מ'דארף נאר גלויבען אז ס'קומט גוטע צייטען און מלכות בית דוד מיט אלעם וועלען אונז פיהרען על מי מנוחות לעבוד את בוראנו פנויים לתורה ולחכמתה כדי שנזכה לחיי העולם הבא. מער ווי דעם איז א חלק פון די אומקלארקייט. פונקט ווי דעם אז אליהו הנביא קומט פאר משיח, וואס דער רמב"ם זאגט אז דאס איז נישט קלאר אז ס'וועט זיין אזוי.
משיח וואו איז דער מקור
און אה''נ די חכמי צרפת האבן אדער נישט גערעדט דערוועגן (און בפשטות אפגעלערנט אגדות חז''ל כפשוטם ווי דער רמב''ם איז זיך מתרעם), אדער האבן זיי געהאלטן אז דער באשעפער איז א אור
ח״ו לומר שרש״י ובעה״ת חשבו כן , ואם יש איזה משמעות אינו כפשוטו ,
וזה ודאי אין לו׳ שכל מי שלא הכיר חכמת יון לא ידע שהקב״ה אינו גוף.
moshav zekeinim
תגליות ארכיאולוגיות זרו אור על המנהג לשאת קמיעות על איברי גוף שונים. אף היו חוקרים שהביאו מקבילה מעניינת ביותר מן הספרות האוגריתית לעניין זה. אוגרית היתה עיר בסוריה דהיום, אשר חרבה במאה הארבע-עשרה לפנה"ס, ונחפרה מאז שנות העשרים למאה העשרים. החפירות הארכיאולוגיות באתר חשפו מגוון נרחב ביותר של טקסטים הכתובים בלשון שמית צפון-מערבית שיש לה קירבה מובהקת לעברית. בין השאר נמצאה שם האימרה הבאה: "ראשה תפלי תלי בן ענה", שנתפרש: (על) ראשו תפילין תלוי בין עיניו. מאחר שאין זה סביר שתושבי אוגרית קיימו מצוות הנחת תפילין כ- 700 שנים בטרם נתחבר ספר דברים, סביר להניח כי המונח "תפילין" נשתלשל ממונח שאכן שימש במקורו כדי להורות על קמיע מסוג שנתלה על המצח.
א שיינער קאפי פעיסט פון וויקיפדיע.
וואלט אבער נישט געשאדט אז די ברייטערסט אביסל אויס דיין נאלעדזש אז סאיז דא וואס טשאלענדזשען די אנגענימענער לוח הזמנים און מיט גאר שטארקע ראיות.
און כאטש סאיז "דערווייל" נישט עקסעפטעד ביי די אלגעמיינע ארכילאגישע מענסטרים איז כדי צי הערן וואס די אנדערע האבן ציזאגן.
זע פרק חמישי פון וויליקובסקי (א פרייער) ווי ער רעדט ארום טאקע פון די תגלית ראס-שמרה (אוגרית).
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/vl/tkofotbatoho/tkofotbatoho03.pdf">http://www.daat.ac.il/daat/vl/tkofotbat ... toho03.pdf</a>
(און די וועסט נישט ווערן נארישער אויב די ליינסט דורעך דאס גאנצע חיבור זיינע תקופות בתוהו)
Re: משיח וואו איז דער מקור
טאקע וויליקובסקי איז א שטארקע דעה דורך צו לערנען זיין שיטה פארענטפערט די סתירה צווישן די ארכיאולוגיה און די תורה
אגב איך האב אמאל געשמועסט מיט איינעם וואס פאררופט זיך אלס כופר, איינע פון זיינע טענות איז געווען אז עס שטימט נישט מיט ארכיאולוגיה, האב איך איהם געזאגט געפרעגט אז לויט וילוקובסקי יא ער האט ניטאמאל געוואוסט פון וואס איך רעד....
I can't believe I just said that...
פאר אלע וואס געדענקען נאר דער רמב"ם אין מורה וואס איז געמאכט כלשון שם הספר לנבוכים, וואס ער ברענגט דארט א טעם פאר די קרבנות, וויל איך דארמאנען אז דער רבמ"ם אין זיין הלכה ספר יד החזקה וואס איז נישט געמאכט נאר פאר די נבוכים נאר פאר יעדן איד דארט שרייבט ער אזוי,
רָאוּי לָאָדָם לְהִתְבּוֹנֵן בְּמִשְׁפְּטֵי הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה וְלֵידַע סוֹף עִנְיָנָם כְּפִי כֹּחוֹ. וְדָבָר שֶׁלֹּא יִמְצָא לוֹ טַעַם וְלֹא יֵדַע לוֹ עִלָּה אַל יְהִי קַל בְּעֵינָיו וְלֹא יַהֲרֹס לַעֲלוֹת אֶל ה' פֶּן יִפְרֹץ בּוֹ. וְלֹא תְּהֵא מַחֲשַׁבְתּוֹ בּוֹ כְּמַחְשַׁבְתּוֹ בִּשְׁאָר דִּבְרֵי הַחל. בּוֹא וּרְאֵה כַּמָּה הֶחְמִירָה תּוֹרָה בִּמְעִילָה. וּמָה אִם עֵצִים וַאֲבָנִים וְעָפָר וָאֵפֶר כֵּיוָן שֶׁנִּקְרָא שֵׁם אֲדוֹן הָעוֹלָם עֲלֵיהֶם בִּדְבָרִים בִּלְבַד נִתְקַדְּשׁוּ וְכָל הַנּוֹהֵג בָּהֶן מִנְהַג חֹל מָעַל בָּהּ וַאֲפִלּוּ הָיָה שׁוֹגֵג צָרִיךְ כַּפָּרָה. קַל וָחֹמֶר לְמִצְוֹת שֶׁחָקַק לָנוּ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁלֹּא יִבְעַט הָאָדָם בָּהֶן מִפְּנֵי שֶׁלֹּא יֵדַע טַעְמָן. וְלֹא יְחַפֶּה דְּבָרִים אֲשֶׁר לֹא כֵּן עַל הַשֵּׁם וְלֹא יַחְשֹׁב בָּהֶן מַחְשַׁבְתּוֹ כְּדִבְרֵי הַחל. הֲרֵי נֶאֱמַר בַּתּוֹרָה (ויקרא יט-לז) (ויקרא כ-כב) 'וּשְׁמַרְתֶּם אֶת כָּל חֻקֹּתַי וְאֶת כָּל מִשְׁפָּטַי וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם'. אָמְרוּ חֲכָמִים לִתֵּן שְׁמִירָה וַעֲשִׂיָּה לַחֻקִּים כַּמִּשְׁפָּטִים. וְהָעֲשִׂיָּה יְדוּעָה וְהִיא שֶׁיַּעֲשֶׂה הַחֻקִּים. וְהַשְּׁמִירָה שֶׁיִּזָּהֵר בָּהֶן וְלֹא יְדַמֶּה שֶׁהֵן פְּחוּתִין מִן הַמִּשְׁפָּטִים. וְהַמִּשְׁפָּטִים הֵן הַמִּצְוֹת שֶׁטַּעְמָן גָּלוּי וְטוֹבַת עֲשִׂיָּתָן בָּעוֹלָם הַזֶּה יְדוּעָה כְּגוֹן אִסּוּר גֵּזֶל וּשְׁפִיכוּת דָּמִים וְכִבּוּד אָב וָאֵם. וְהַחֻקִּים הֵן הַמִּצְוֹת שֶׁאֵין טַעְמָן יָדוּעַ. אָמְרוּ חֲכָמִים חֻקִּים חַקֹּתִי לְךָ וְאֵין לְךָ רְשׁוּת לְהַרְהֵר בָּהֶן. וְיִצְרוֹ שֶׁל אָדָם נוֹקְפוֹ בָּהֶן וְאֻמּוֹת הָעוֹלָם מְשִׁיבִין עֲלֵיהֶן כְּגוֹן אִסּוּר בְּשַׂר חֲזִיר וּבָשָׂר בְּחָלָב וְעֶגְלָה עֲרוּפָה וּפָרָה אֲדֻמָּה וְשָׂעִיר הַמִּשְׁתַּלֵּחַ. וְכַמָּה הָיָה דָּוִד הַמֶּלֶךְ מִצְטַעֵר מִן הַמִּינִים וּמִן הָעַכּוּ''ם שֶׁהָיוּ מְשִׁיבִין עַל הַחֻקִּים. וְכָל זְמַן שֶׁהָיוּ רוֹדְפִין אוֹתוֹ בִּתְשׁוּבוֹת הַשֶּׁקֶר שֶׁעוֹרְכִין לְפִי קֹצֶר דַּעַת הָאָדָם הָיָה מוֹסִיף דְּבֵקוּת בַּתּוֹרָה. שֶׁנֶּאֱמַר (תהילים קיט-סט) 'טָפְלוּ עָלַי שֶׁקֶר זֵדִים אֲנִי בְּכָל לֵב אֶצֹּר פִּקּוּדֶיךָ'. וְנֶאֱמַר שָׁם בָּעִנְיָן (תהילים קיט-פו) 'כָּל מִצְוֹתֶיךָ אֱמוּנָה שֶׁקֶר רְדָפוּנִי עָזְרֵנִי'. וְכָל הַקָּרְבָּנוֹת כֻּלָּן מִכְּלַל הַחֻקִּים הֵן. אָמְרוּ חֲכָמִים שֶׁבִּשְׁבִיל עֲבוֹדַת הַקָּרְבָּנוֹת הָעוֹלָם עוֹמֵד. שֶׁבַּעֲשִׂיַּת הַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים זוֹכִין הַיְשָׁרִים לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא. וְהִקְדִּימָה תּוֹרָה צִוּוּי עַל הַחֻקִּים. שֶׁנֶּאֱמַר (ויקרא יח-ה) 'וּשְׁמַרְתֶּם אֶת חֻקֹּתַי וְאֶת מִשְׁפָּטַי אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה אֹתָם הָאָדָם וָחַי בָּהֶם'.
הלכות מעילה פרק ח' הלכה ח'
זעהט אויס אז די קרבנות איז א חוק לדעתו, און נישט סתם עפעס א אלטע מנהג וואס בלית ברירה האט אונזער באליבטער גאט אריינגעברענג ביי אונז אז מען זאל קענען ווייטער אנהאלטן די אלטע נארישע מנהג פון שפייזן א גאט מיט קרבנות.
הרב ד"ר
@מיימון יש"כ פאר די נוצליכע הערות ,
אבער ס'געווען עפעס א משמעות אין דיינע רייד אז עס וועלן נאכפאלגן נאך פאוסט'ס ,
סאו פארגעס נישט מיר ווארטן !!
Re: משיח וואו איז דער מקור
טאקע אבסורד , סלייגט זיך ענדעשער אויפן שכל דאס וואס מאנכע טענה׳נען אז ס׳ליגט עפעס טיפערס פון וואס ס׳זעט אויס אויבן אויף אין אין די טעמי המצוות פונ׳ם מורה.
Re: משיח וואו איז דער מקור
און וואס האט איר צו זאגן דעראף ?
ווי עס זעהט מיר אויס האט דער רמב"ם געהאלטן אז די קרבנות זענען א סוד און א חוק, אבער אין ספר המורה ווי עס איז געשטעלט אין ער ברענגט דארט טעמים אויף וואס מעגליך, און נישט אז עס איז וליה לא בסבירא ליה, נאר מער אין די מהלך פון דעם
@ירא שמים.
משיח וואו איז דער מקור
[ציטאט אראפגענומען]
כקען נישט קיין מורה נאר פון אויבן אויף אריינקוקן פה ושם סאו ווער בין איך צוזאגן ,אבער כקען הערן אז סזאל זיין א טיפקייט אין זיינע ווערטער וואס ווערט נישט אויפגעכאפט דורכ׳ן לומד הפשוט ,
אבער לשיטתך דאס וואס ער שרייבט אין יד האט ער צוריקגעצויגן , אבער אין מורה אליין זאגט ער דאך צוויי קעגנזייטיגע טעמים איינס אין פ׳ לב אין איינס אין פ׳ מו העסטו אויך ענטפערן אז ער האט צוריקגעצויגן פון פ׳ לב ?!
Re: משיח וואו איז דער מקור
מימון. עס איז נישט דעם רמבמ"ס אויפטו, (אין תרגום אונקליס זעט מען שוין אויך שלילת הגופניות), אבער ער איז דער ערשטער וואס האלט אז איינער וואס גלייבט אין א גוף איז א כופר.
אין אונקלוס איז מעגליך אריינצולערנען נאך וועגן, ווי דער רמב''ן איז מסביר עפ''י קבלה, בכל אופן איז דער מהלך נישט געווען באקאנט ביי כלל ישראל, און די חכמי אשכנז וצרפת האבן זיכער נישט מדייק געווען דעם אונקלוס, אמת אז דאס איז נישט דעם רמב''ם'ס אויפטו דאס ווערט שוין דערמאנט דורך אלע חכמי ספרד ווי חוה''ל (וואס ברענגט אויך דעם תרגום) כוזרי און אבן עזרא, און רס''ג שרייבט אויך שארף אנטקעגן הגשמה, אבער דעפינירן כפירה איז יא דעם רמב''ם'ס אויפטו אינאיינעם מיט אלע י''ג עיקרים. (ולכשתמצא לומר איז מעגליך אז אונקלוס איז אויך נשפע געווארן ע''י חכמי יון ואלכסנדריה ובפרט לדעת האומרים הוא אונקלוס הוא עקילס).
Re: משיח וואו איז דער מקור
כ'מיין אז ביסט נישט גערעכט. אין די גמרא זעט מען שוין אויך שלילת הגופיניות, און געליינט האב איך אמאל אז די סיבה פארוואס חז"ל (ר' עקיבה) האט אזוי ארויסגעהויבן תרגום אוננקלוס, און פארגעסן פונעם תרגום השבעים איז טאקע דאס — זיי האבן געגליכן די שלילת הגופניות.
הכ"פ כ'מיין אז אלע חכמי התלמוד אפילו די פון צרפת האבן אויך געהאלטן אין שלילת הגופניות.
האט שוין איימיצער געלייענט דעם 'מאמענט' די וואך? ווי זיי שרייבן קלאר אז לויט אלע סימנים גייט מען בקרוב ממש האלטן נאך די גאולה?
איך האב נאר געזעהן די דעקל, ומי לנו גדול פונעם רימינובער וואס זאגט אזוי
שמערלכ'מיין אז ביסט נישט גערעכט. אין די גמרא זעט מען שוין אויך שלילת הגופיניות, און געליינט האב איך אמאל אז די סיבה פארוואס חז"ל (ר' עקיבה) האט אזוי ארויסגעהויבן תרגום אוננקלוס, און פארגעסן פונעם תרגום השבעים איז טאקע דאס — זיי האבן געגליכן די שלילת הגופניות.
הכ"פ כ'מיין אז אלע חכמי התלמוד אפילו די פון צרפת האבן אויך געהאלטן אין שלילת הגופניות.
חכמי התלמוד אין צרפת?
---------
הגם ווי געזאגט איז דאס א זאך וואס דארף א באזונדערן אשכול פאר זיך און עס איז דא אסאך צו רעדן דערוועגן וועל איך אבער פרובירן צו ענטפערן בקצרה.
אין די תורה ווערט קיינמאל נישט דערמאנט שלילת הגשמות אזוי ווי עס ווערט נישט דערמאנט קיין שום אנדערע פילאזאפישע באגריף, דאס וואס עס שטייט כי לא ראיתם כל תמונה מיינט בלויז אז מען האט נישט געזען, אין ישעיהו שטייט יא אביסל קלארער אבער עס איז מעגליך צו פארשטיין אז גאט איז א מציאות גשמי וואס מען קען נישט זען ווי צב''ש א אור, און ווי דער רמב''ם שרייבט אין אגרת תחה''מ אז דער המון עם קען זיך נישט מצייר זיין א זאך אויסער א גשם אדער עכ''פ תלוי בגשם ווי א מקרה, דעריבער האבן רוב אידן וואס האבן נישט עוסק געווען בפילוסופיה אט אזוי אפגעטייטשט די פסוקים.
אין חז''ל זעען מיר פארשידענע אגדות וואס זעט אויס נוטה להגשמה און כמעט נישט קיין קלארע שלילת ההגשמה, דער רמב''ם בדרכו פארטייטשט די אלע אגדות פונקט ווי ער פארטייטשט די פסוקים, און ער הייבט ארויס די מאמרים וואס ווייזט אויף שלילת הגשמות (ווצב''ש די גמרא אין למעלה לא ישיבה ולא עמידה וכו' וואס לויט רש''י און דעם פשוט'ן פשט איז בכלל נישט קיין ראיה), און געוויסע מדרשים מאכט ער אינגאנצן אוועק ווי שיעור קומה (לאחר חזרתו, ובלקח טוב סבר באמת שיש בזה סוד).
יעצט לגבי די ראשונים, איז חוץ מזה וואס מיר טרעפן קלאר עטליכע ראשונים וואס שרייבן קלאר אז השי''ת איז א גוף ווי ר' משה ב''ר חסדאי וואס האט געשריבן א ספר כתב תמים אנטקעגן דעם רמב''ם, און ר' דוד ב''ר שאול וואס ווערט דערמאנט אין מלחמות ה' פון ר''א בן הרמב''ם אז ער האט געשריבן א חיבור קעגן רמב''ם און ער טענה'ט אז דער באשעפער איז א אור, און ווי דער ראב''ד אין די השגות אויפ'ן רמב''ם שרייבט אז גדולים וטובים ממנו האבן געגלייבט אין הגשמה, איז חוץ מזה מסתבר אז די חכמי צרפת האבן בכלליות נישט געטון אין דעם נושא און ממילא נישט געהאט קיין סיבה צו טראכטן אנדערש ווי די 'פשוטי האגדות' ווי דער ראב''ד טוט זיי פארענטפערן.
דער עצם פאקט אז דער רמב''ם האט אזויפיל געשוויצט פאר דעם דאס אויפצואווייזן, און מקדיש געווען צענדליגער פרקים אין מורה פאר דעם ווייזט ווי שטארק אנגענומען דאס איז געווען ביים פאלק אין יענע צייט אפילו אין די ארצות חכמי ספרד! וכ''ש בארצות אשכנז וצרפת וואס האבן קיינמאל נישט עוסק געווען בחכמה, דער רמב''ם רעדט זיך כסדר אפ אויף די 'אותן שיחשבו שהם מחכמי ישראל' וואס גלייבן אין הגשמה, אין אגרת תה''מ ברענגט ער 'מאנשי קצת ארצות' וואס האלטן אז ווער עס גלייבט נישט אין הגשמה איז א כופר, די חכמי ישראל פון יענע צייט זענען אונזערע ראשונים!
הרב נתן סליפקין האט מיט עטליכע יאר צוריק געהאט א מערכה דערוועגן ווען ער האט
פרובירט אויפצואווייזן אז רש''י האט געגלייבט אין הגשמה, עס האט זיך אנטוויקלט
א העפטיגע דעבאטע ווי הרב סליפקין איז נישט ארויס קיין קלארער זיגער, אבער בתוך הדיון איז ארויסגעקומען גאר אינטערעסאנטע פאקטן איבער די חכמי צרפת, עס איז כדאי איבערצוקוקן די פאוסט'ס פון יענע וואכן.
לסוף, לפי פשטות התורה איז מעגליך צו לערנען אז דער באשעפער איז א געוויסע מין דקות'דיגער גשם בבחינת אור וכדו', און ווי שפינוזה האט גע'טענה'ט פאר איינעם אין ביהמ''ד (וואס האט לויט טייל געפירט צו זיין פארדאמונג) אז אין די תורה ווערט נישט דערמאנט אז השי''ת אינו גוף, און כמדומה אז אין הג' היעב''ץ וואס איז געדרוקט אין די וגשל ש''ס אויף הק' הרמב''ם לפ' חלק טענה'ט ער אויך דאס זעלבע אויפ'ן רמב''ם, און ווי ר''ח הירשנזאהן שרייבט איז פאר'ן המון עם נישט חילוק וואס פונקטליך מען איז זיך מצייר ווילאנג מען מיינט גוט און מען וויל אנקומען צום תכלית. (וכעי''ז כ' החת''ס בתו''מ פ' שמות עה''פ זה שמי לעלם, העירני לזה הגה''צ רשי''י שליט''א). לויט די מקובלים זענען מיר דאך אלע ממילא עובדי ע''ז ווייל מיר זענען נישט מכוין צו די ריכטיגע ספירות און לויט ר''י קאפח ודעימיה זענען די מקובלים עוע''ז דעריבער איז בעסער אזוי...