לויט די מקובלים זענען מיר דאך אלע ממילא עובדי ע''ז ווייל מיר זענען נישט מכוין צו די ריכטיגע ספירות
ווער זאגט אזא זאך ?!
לויט די מקובלים זענען מיר דאך אלע ממילא עובדי ע''ז ווייל מיר זענען נישט מכוין צו די ריכטיגע ספירות
berlbalaguleh...א"כ (לויט די מהלך פון אונזער היימיש געבראטענע פילאזאפן) איז אונזער גאנצע רעליגיע גארנישט ווערט. ס'איז אלץ נאכגעמאכט. פאלש. נישט אויטענטיש...דאס איז די איינציגע אבסורדאלע מסקנא צו וואס מ'מוז צו קומען נאך די אלע אויבנדערמאנטע דיסקוסיעס... 🙄 😮
moshav zekeinim #אינטרעסאנט. אין דשונגל האבעך געזעהן וויי זיי לייגן צו דעם כוס מעדעציןגעוואלדיגאיך האב דירעקט מדגיש געווען אז עס איז לאוו דווקא א מצרישע ערפינדונג צן לייגן סגולה'שע און סימבאלישע אביעקטן אויף די הארץ און שטערן, ואדרבא עס איז ווארשיינליך געווען א נאטורליכער נטיה ביי אלע בני אנוש צו לייגן אזעלעכע אביעקטן דווקא ביי די מקומות. און אזוי ווי די תורה ומצוות זענען געגעבן געווארן צו טון מיט געווענליכע אנגענומענע נאטורליכע אקטן, תנועות און אויסדרוקן, און נישט טון דווקא די פארקערטע (אזוי ווי די חוריים האבן געטון), זענען רוב אנגענומענע אקטן אריין גענומען געווארן בעבודת אלקים ודרך החיים.moshav zekeinimסא ווען דו זאגסט אז די שטערן האט אין זיך עפעס ווי מען זעהט אזדי תורה האט געהייסן לייגן דארט די תפילין און אויך אין אנדערע אלטע רעליגיעס טרעפט מען אזוי אקעי, אבער ווען דו שרייבסט אז די תורה האט געזעהן אז די מצריים לייגן דברים סגוליים אויפן שטערן האט די תורה מחליט געווען אקעי דאס איז דאך א גוטע זאך קום לאמיר אויך לייגן עפעס א דבר סגולי אויפן שטערן, דאס איז שוין נישט ריכטיג.@געוואלדיג: אזוי פיל זעט מען קלאר אז דבריים סגיליים איז געווען אנגענומען צו לייגן אויפן שטערן.
ואל יתמה הדבר בעיניך איך צווה לנו תרתינו לעשות כפי חוקי הגויים המזהמים, ווייל עס איז זייער פארשטענדליך און נאטורליך אז א סימבאלישער זאך ווערט געלייגט ביים שטערן און ביים הארץ (וואו דען, אויף די פיס? אויף די רוקן? אויף די מחי...?), און עס איז לאוו דווקא געווען א מצרישער מנהג, נאר ענדעשער א נאטורליכער מנהג ביי יעדן אומה ולשון, אריין גערעכנט די בעדואינער איזראליטן פון כנען און גושן.
אז מיר דרוקן היינטיגע טעג דברי תורה אין בענדער, מיינט אז מיר האבן "נאכגעמאכט" די גוים ווייל די גוים דרוקן שוין יארן לאנג זייערע זאכן? אז דער פייערדיגער בעל דרשן ובעל תפילה ניצט דער מייק כמנהג ימינו צו זאגן דעם דבר השם אדער הושענות מיינט עס נאכגעמאכט די גוים? (ביידע זענען טאקע נישט אזוי לייכט אנגענומען געווארן ביי חסידים ואנשי מעשה, אבער צום סוף היתירם לבוא בקהל מיט א אידישער שינוי, וואס מעגליך איז דאס אויך געווען די מעשה מיט די תפילין).
נאר וואס דען? יעדער פארשטייט אז היינט ניצן מיר די היינטיגע טאלס פאר עבודת השם, און אמאל בימי המקרא האט מען געניצט די אמאליגע טאלס כמנהג ימיהם פאר עבודת אלקים.
און לויט דעם איז נישט קיין פראבלעם אפילו דאס (די הנחת קמעות על המצח ועל הלב) זאל האבן געווען א ספעציפישער מצרישער נארמע, און נישט קיין אלוועלטליכע, ווייל כאמור האט די תורה אלס נאטורליכע רעליגיע נישט אינזינען געהאט משנה צו זיין פון די נאטורליכע נארמאלע נארמעס.