☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הלכות כסוי הרגל לנשים

הלכות כסוי הרגל לנשים

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9281
בלאט: 1 2

ירא שמים » מוצ"ש יולי 11, 2015 11:10 pm

· #288734
הלכות כסוי הרגל לנשים
כהאב געליינט דעם מאמר שוק באשה ערוה היכן הוא אויף ספרים בלאג וואס איך קלער איז די נקודות פונ'ם מאמר איז ווערט צו דיסקוסירט ווערן מיט די חשבע חברים דא
אשר על כן שרייב איך דא די נקודות פונ'ם מאמר אויף וואס איך האף די עולם וועט צולייגען און אויפקלערן און אויסגראדן:
מקום השוק איז א מחלוקת הפוסקים און רוב פוסקים נעמען אהן דאס איז חלק התחתון מהרגל.
די מ"ב לעומת זאת נעמט אהן כדעת מיעוט הפוסקים אז סאיז חלק העליון.
יעצט בנוגע לכסוי הרגל לאשה איז להפוסקים אז שוק איז די אויבערשטע, דארף ווערן צוגעדעקט נאר ביז צו די קני,
ווידער להפוסקים אז ס'איז די חלק התחתון דארף ווערן צוגעדעקט ביז צו די קרסולים, און אז א טפח דערפון איז מגולה טאר מען נישט זאגן קעגן דעם א דבר שבקדושה, און זאקן הייסט נישט קיין כסוי פונקט ווי פאר העכער די קני.

די מנהג: משנים קדמוניות פלעגט מען גיין צוגעדעקט עד הקרסולים ומשום סיבה בלתי ידוע האט מען מקצר געווען די קליידער (זיין השערה איז ווייל די ציוניסטישע יוגנט מוידן זענען אזוי געגאנגען), ווייסט איינער ווען מ'האט געטוישט אויף קורצע? פארן קריג? נאכן קריג?

אבער לויטן נייעם מנהג איז געווארן א נייע הלכה אז מ'דארף גיין זאקן, און נישט סתם זאקן נאר דיקע אדער שווארצע זאקן
להלכה: קליידער: ביז צו די קנעכל לרוב פוסקים, להמ"ב ביז צו די קני.
זאקן: איז מען נישט מחויב צו גיין אלס ערוה (אלס וואס יא ווייס איך אויך נישט, אפשר אלס עוברת דת יהודית)

berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 11, 2015 11:27 pm

· #288738
ירא שמים: איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!

שמערל » מוצ"ש יולי 11, 2015 11:29 pm

· #288739
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
שוין פארהאן גענוג אשכולות איבער די נושא

ירא שמים » מוצ"ש יולי 11, 2015 11:39 pm

· #288741
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
שמערל
שוין פארהאן גענוג אשכולות איבער די נושא
סאו וואט ?!מיט דיין ווייב רעדסטו נאר נייע זאכן ?!
איך בין שולדיג אז פאר צוויי יאר צוריק האט איינער גערעדט וועגן דעם?!

ירא שמים » מוצ"ש יולי 11, 2015 11:45 pm

· #288742
הלכות כסוי הרגל לנשים
berlbalaguleh
ירא שמים: איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
האב איך דערמאנט א ווארט פון הרהורים?
און ווער פונקטליך דרייט איבער דעם שלחן ערוך?!

berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 11, 2015 11:58 pm

· #288745
ירא שמים
berlbalaguleh
ירא שמים: איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
האב איך דערמאנט א ווארט פון הרהורים?
און ווער פונקטליך דרייט איבער דעם שלחן ערוך?!

ירא שמים: אז מ'דינגט זיך וואו דער שוק פון א אשה איז, אויבן אדער אונטן, איז א סימן אז עפעס טויג נישט. און מ'דארף עס מתקן זיין.
אויך איז מיר א חידוש אז דו פרעגסט נישט וואו איז דאס "אווענעלל". און וואס טוט מען דארט... 😂 😠

שמערל » זונטאג יולי 12, 2015 12:26 am

· #288750
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
אנטשולדיגט ניטאמאל אין חלום זאל דיך דאכטן אז איך וואלט חתונה געהאט מיט דיר.
עס איז פארהאן דא תקנות, און איינע פון זיי איז אז אז איידער מען עפענט א נייע אשכול, ברויך מען טוהן די מינימאלע אנשטרענגונג צו זעהן אויב עס איז נאכנישט פארהאן קיין אשכול איבער די נושא, און אויב איז שוין דא, ביסטו גערן געלאדענט צו ארויפלייגן דיינע הערות אינעם דארטיגן אשכול, ווי מיר אלע וועלן בכובד ראש איבערגיין און מעיר זיין אויף דיינע חידושים.

דו קענסט נישט ערווארטן אז דער עולם זאל דא איבערשרייבן זייערע מיינונגען נאכאמאל יעדעס מאל וואס פרישער גאסט רוקט זיך דא אן, און אז דו האלטסט נישט ביים זיך צושטעלן, קענסטו רואיג ווייטער שמועסן מיטן באלעגאלע.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 12, 2015 12:43 am

· #288754
שמערל: דו האסט דא געשאסן אן אטאמישע באמבע. ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...געכאפט צוויי האזלעך מיט איין שאס. דו האסטיך צולאזט אויפ'ן ירא שמים מיט אזא שרעקליכן אויפברויז אז איך האבמיך דערשראקן. מה חרה אפו וחמתו בערה בו. כ'האב מורא אז דער טשאלנט איז נישט גוט אראפגעגאנגען. אדער אפשר די הערינג און גאלע ביי קידושא רבא אין ביהמ"ד נאך מוסף. אז דו ווילסט נישט מגיב זיין אויף דעם מאמר פון ירא שמים, איז נישט. קיינער צווינגט דיך נישט. פאזשאלוסטא...נאכדעם סטראשעסטו איהם אז ער קען שמועסן מיט'ן באלאגאלע. זיכער. איך בין נישט אזוי שטארק אנגעצויגן. מוצש"ק איז ביי מיר איינס פון די פרייליכסטע זמנים...!
נ.ב.: א ביסל אלקא-סעלצער איז זייער גוט פאר'ן מאגן נאך א טשולנט. אפשר טאמס אויכעט... 😂 🙄

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 12:47 am

· #288756
שמערל
אנטשולדיגט ניטאמאל אין חלום זאל דיך דאכטן אז איך וואלט חתונה געהאט מיט דיר.
עס איז פארהאן דא תקנות, און איינע פון זיי איז אז אז איידער מען עפענט א נייע אשכול, ברויך מען טוהן די מינימאלע אנשטרענגונג צו זעהן אויב עס איז נאכנישט פארהאן קיין אשכול איבער די נושא, און אויב איז שוין דא, ביסטו גערן געלאדענט צו ארויפלייגן דיינע הערות אינעם דארטיגן אשכול, ווי מיר אלע וועלן בכובד ראש איבערגיין און מעיר זיין אויף דיינע חידושים.

דו קענסט נישט ערווארטן אז דער עולם זאל דא איבערשרייבן זייערע מיינונגען נאכאמאל יעדעס מאל וואס פרישער גאסט רוקט זיך דא אן, און אז דו האלטסט נישט ביים זיך צושטעלן, קענסטו רואיג ווייטער שמועסן מיטן באלעגאלע.

וועגן די עצם זאך אז מדארף זוכן וועל איך נישט יעצט רעדן אבער איך האב גראדע יא געזוכט אביסל און נישט געפונען
אפשר קענסטו מיר זאגן וויפיל איז די שיעור פון די חיוב פון זוכן ? און פאר ווי לאנג צוריק מעג האבן געווען יענע אשכול ,
ראובנ׳ס אשכול פון אורך השמלה האט נישט קיין שייכות מיט דעם שמועס , נו געב א לינק בבקשה.

שמערל » זונטאג יולי 12, 2015 1:37 am

· #288768

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 2:08 am

· #288780
הלכות כסוי הרגל לנשים
אקעי ס׳נישט קיין אשכול וועגן דעם ס״ה איין תגובה פון איבער איאר צוריק וואס זאגט וואס איך זאג און חוץ מזה איז נישטא דארט גארנישט קיין חידושים בענין זה ,און דאס האב איך געדארפט צו געפונען!! און וואוזוי פונקטליך וואלט איך געקענט אנהייבען א שמועס דערוועגן ?! און חוץ מזה רובם ככולם פון די שרייבערס דארט זענען נישטא מער אדער כמעט נישטא מער און רוב פון היינטיגע אקטיווע מעמבערס זענען מן הסתם נישט אנגעקומען צו ליינען יענע תגובה ,
איז דיין קריטיג איז פשוט אוממענטשליך צו לייגען צוגרינד מיין ארבעט ,
אלזא כצווינג קיינעם נישט איבערצושרייבען זייערע געוואלדיגע חידושים אין דעם נושא ,
איז ווער סהאט שוין געשריבען זאל לינקען צו וואס ער האט געשריבען ,
און ווער נישט און האט וואס צוצעלייגען איז מכובד
א גוטע וואך.

כוכב » זונטאג יולי 12, 2015 2:13 am

· #288784
ירא שמים ביזט גערעכט, און שמערל'ס קריטיק איז נישט אין פלאץ. זייער גוט פאר'ן עפענען דעם וויכטיגן אשכול.

יהושע חיים » זונטאג יולי 12, 2015 3:15 am

· #288810
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
געהערט בשם הרב אלישיב (נאר מפי השמועה) בנוגע נא"ד טייט"ס אז אויף וויפיל עס דארף זיין צוגעדעקט איז דאס צוגעדעקט
עס זעהט מיר אויס אז ער גייט לויט די משנה ברורה אבער אזוי ווי דאס איז נישט געשריבן ווייס איך נישט זיין הסבר

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

דעת תורה » זונטאג יולי 12, 2015 3:35 am

· #288813
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
וואס עפעס איז זאקן נישט קיין כיסוי? וממוצא הדבר אתה למד, דלדידן דמחמירינן לכסות גם חלק התחתון, אין שום חילוק כלל בין למעלה מהברך או למטה, ואין שום ענין הלכתי לכסות לא עד הברך ולא למטה ממנה בחצאית.

דער גאנצער שמועס איז נאר אפשר אז ס'איז נישט איידל, אמאל האט עס געהייסן א געפערליכע פריצות אז מען גייט נאר ביז די קני (עיין הקו"ק מרבני ירושלים על זה), ווייל זיי זענען געווען געוואוינט צו גיין ביז דער ערד, כהיום וואס אין די וועלט גייט מען מיט פיל קורצערע סקירטס איז נישטא קיין סיבה אונז זאל מיר זאגן אז ביז די קני איז צניעות העכער נישט, און זיכער נישט צו פארלאנגען 4 אינטשעס אונטער די קני.

אפשר אין די ניי אנטדעקטע חלק 'שו"ע הלכות צניעות" (געזען די וואך אינעם לוח המודעות) איז דא א מקור אויף דעם.

(ר' משה פיינשטיין רעדט וועגן פרויען וואס גייען נישט מיט קיין שטרימפ כפי פסקו של המ"ב וצידוד החזו"א, ואינו ענין לכאן כלל).

געפילטע פיש » זונטאג יולי 12, 2015 4:29 am

· #288819
דאס וואס ער זאגט אז דאס גיין קורצע קליידער איז געווען קעגן די תנועת נוער הציוני איז הוילע פאנטאזיעס עט בעסט, אדער גאר סילוף במזיד, וואס יעדער מיט אויגן וואס האט נאר אמאל געזען בילדער פון דעמאלס קען זיך אליינס איבערצייגן.

אידן האבן אלעמאל מער ווייניגער מיטגעגאנגען מיט די קליידער וואס די ארומיגע געזעלשאפט האט געטראגן, חוץ חסידישע מענער וואס זענען געבליבן מיט די לאנגע בגדים, און די רעביצינס זייער רביצינישע קאפ צודעק.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 12, 2015 9:01 am

· #288827
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
דער יסוד פון צניעות איז לאו דוקא דאס רייצען. א מענטש מיט א בעלעבתישקייט, אן ערנסטע בליק אויף זיך גייט אנגעטוהן בכבוד'יג אין א אופן וואס באהאלט זיין פריוואטע זאכען. גייען אין 'צניעותדיגע' שלאפקליידער אין גאס איז א פריצות. וועגען דעם אז מ'רעדט פון דער חיוב צוצודעקען דער שוק, מיינט מען נישט נאר דאס רייצען מענער, נאר בעיקר צודעקען פריוואטע חלקים פון גוף, וואס דאס ווערט באשטעטיגט לויט'ן פארשטאנען פון חז''ל.
הנלע''ד כתבתי.
ליטוואק החופ''ק ק''ש
מלפנים בודאפעסט יצ''ו

שמערל » זונטאג יולי 12, 2015 9:15 am

· #288828
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
ירא שמים
אקעי ס׳נישט קיין אשכול וועגן דעם ס״ה איין תגובה פון איבער איאר צוריק וואס זאגט וואס איך זאג און חוץ מזה איז נישטא דארט גארנישט קיין חידושים בענין זה ,און דאס האב איך געדארפט צו געפונען!! און וואוזוי פונקטליך וואלט איך געקענט אנהייבען א שמועס דערוועגן ?! און חוץ מזה רובם ככולם פון די שרייבערס דארט זענען נישטא מער אדער כמעט נישטא מער און רוב פון היינטיגע אקטיווע מעמבערס זענען מן הסתם נישט אנגעקומען צו ליינען יענע תגובה ,
איז דיין קריטיג איז פשוט אוממענטשליך צו לייגען צוגרינד מיין ארבעט ,
אלזא כצווינג קיינעם נישט איבערצושרייבען זייערע געוואלדיגע חידושים אין דעם נושא ,
איז ווער סהאט שוין געשריבען זאל לינקען צו וואס ער האט געשריבען ,
און ווער נישט און האט וואס צוצעלייגען איז מכובד
א גוטע וואך.


הייסט שוין נאכן לינקן, האסטו ניטאמאל גענומען די מי עס אדורכצוליינען און זען אז עס איז דא דארט מער ווי צען תגובות אין די נושא.
און ניין דיין עולה איז נישט פארן נישט זוכן, ביסט נישט ערווארטעט עס צו טרעפן, פארהאן אבער א אשכול איך זיך א אשכול, געמאכט פאר אט די סיבה - צו פרעגן אונזערע חברים דא ווי מען האט שוין אויסגעשמועסט דא א נושא, וואס פאר עפעס א סיבה וועט מען די נייע ניקים ניטאמאל פאר א רפואה טרעפן דארט.

למעשה אבער וויבאלד כוכב - אונזער חשובסטער ניק, וואס לייגט דא אריין די מערסטע ארבייט אין קאווע שטיבל, האט בחוות דעתו איינגעזען אז מיין קריטיק איז נישט אין פלאץ, א"כ בטלה דעתי כקלופת השום, ועלה והצלח.

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 11:59 am

· #288841
הלכות כסוי הרגל לנשים
געפילטע פיש
דאס וואס ער זאגט אז דאס גיין קורצע קליידער איז געווען קעגן די תנועת נוער הציוני איז הוילע פאנטאזיעס עט בעסט, אדער גאר סילוף במזיד, וואס יעדער מיט אויגן וואס האט נאר אמאל געזען בילדער פון דעמאלס קען זיך אליינס איבערצייגן.

אידן האבן אלעמאל מער ווייניגער מיטגעגאנגען מיט די קליידער וואס די ארומיגע געזעלשאפט האט געטראגן, חוץ חסידישע מענער וואס זענען געבליבן מיט די לאנגע בגדים, און די רעביצינס זייער רביצינישע קאפ צודעק.
זינט איך געדענק ווייסען אלע אז גאר לאנגע קליידער איז א מאדע , ודבר זה אומר דרשוני וועלכע מאדע איז עס ? פון די גוים ? וועלכע גוים גייען דען אין לאנגע קליידער ?! אפשר די אראבקעס ? לויט זיין טעאריע וואלט איך געקענט פארשטיין פון וואו ס׳קומט אבער אז דו זאגסט מיר אז סשטומט נישט מיטן מציאת איז הדרא קי׳ לדוכתי׳.

moshav zekeinim » זונטאג יולי 12, 2015 12:11 pm

· #288843
שמערל, איך פארשטיי לכתחילה נישט דער ענין פון אזא שארפקייט צו איינעם וואס איז געקומען מיט א אויפריכטיגקייט בארייכערן דעם שטיבל, און אז עס זאל שוין זיין א טעות פון אים, איז עס בסך הכל א טעות, און ווייט נישט אזא מוגזם'דיגע עוולה אויף זיך ערלויבן יענעם צו באוואשן אזש אים צו פארגיין דעם אפעטיט.

שמערל » זונטאג יולי 12, 2015 12:56 pm

· #288851
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
אנאנים, עס איז נישטא קיין שום קראנטע הלכה מקור אויפן איסור פון בגדים צמודים, און לויטן טריקענעם הלכה איז נישטא קיין איסור "ערוה" צו גיין אנע קלייד בכלל כל זמן די פיס איז פארדעקט מיט טייטס.
הרב פאלק פראבירט אין זיין ספר מיט אלע כוחות אויפצוגראבן א איסור אויף בגדים צמודים - לדעתי אן סוקסעס.

די גאנצע געדאנק אבער אז "רוב" פוסקים האלטן שוק מיינט די חלק התחתון קען אפשר זיין אמת פון אקדעמישע שטאנדפונקט, פון די הלכה'דיג שטאנדפונקט איז אבער נישט אזוי, ווייל לשיטת המקילים רעדן די פוסקים נאר ביי א בהמה, משא"כ ביי א מענטש וועלן כו"ע מודה זיין אז שוק מיינט עליון. וכן מבואר בשלמת חיים - שו"ת בע"פ מאת ר' יוסף חיים זאנאנפעלד, אז לכו"ע מיינט שוק ביי אדם די חלק העליון, און להלכה ברויך מען נישט גיין שטרימפ ביז די קני.

שמערל » זונטאג יולי 12, 2015 1:11 pm

· #288854
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
אינעם פריערדיגן אנגעצייכענטן אשכול ווי דער ענין איז שוין אויסגעשמועסט געווארן, ברענג איך אז אפילו אזא ראדיקאלער ווי סאטמארער רב, וואס האט אלטס פארפירט אז א ברכה קעגן דינע שטרימפ איז לבטלה, האט קיינמאל נישט געזאגט עפעס ענליכס אויף קורצע קליידער, אין זיין אייגן סקול איז בראשית ניטאמאל געווען א תקנה דערגעגן, ער האט בסך הכל געזאגט אז קורצע קליידער איז א בגד פריצות, און אז א סאטמארער טאר נישט גיין דערמיט, איז מוכח אז ער האט נישט געהאלטן אז קורצע קליידער איז אסור להלכה.

געוואלדיג » זונטאג יולי 12, 2015 2:43 pm

· #288873
אנאנים, קען זיין אז די טייטס קומט טאקע מחמת קולא, אז עכט וואלט מען געדארפט גיין א לאנג קליידל ביז די קנעכל, און מען האט מקיל געווען מיט טייטס

פרייוויליג » זונטאג יולי 12, 2015 3:25 pm

· #288875
berlbalaguleh
ירא שמים: איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!

געוויס רעדט מען נישט פון צוגעדעקטע פיס.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 12, 2015 3:36 pm

· #288876
ראובן'ס פוינט איז א שטארקע, וואס חרדים היינט קענען נישט באגרייפן. אז אמאליגע צייטן האט א רב נישט געפסקנט וואס הייסט צניעות לויט א גמרא אין חולין אויפן גנויעם מיקום השוק אין א בהמה, און מכוח דעם געפסק'נט וויאזוי אידישע טעכטער דארפן גיין אנגעטון. דאס איז גענצליך א פאוסט משנ"ב עפאכע איידיע. ווען מ'זאגט אז מנהג איז שטערקער פון הלכה איז אמאל נישט געווען קיין וויץ, נאר הלכה האט זיך טאקע צוגעשטעלט צו וויאזוי דער עולם האט זיך געפירט. ס'איז קלאר אז ווען קני לענג שעסלעך און האוזשערי קומען ווען היינט ארויס וואלט דאס קיין איין ארטאדאקסישע רב נישט מתיר געווען. ס'דאך קעגן אפענע הלכה!

פרייוויליג » זונטאג יולי 12, 2015 3:39 pm

· #288877
[ציטאט אראפגענומען]

זייער אסאך מאל, ספעציעל ביי די סארט שמיעסן קען זיך דוכטן אז מען איז אויפגעקומען מיט קשיות וואס זענען פון אינדרויסן פונעם 'עיגול החצוני' לויט ווי עס ווערט אנגעצייכנט אין די כתבי האריז"ל. מ'שטיינס געזאגט אז קיינעם איז נישט בייגעפאלן די "אולי", און לויט אונזערע מרפסין איגרא קעפ קען מען שלאגן כפרות מיטן כוזרי און דעם מהר"ל. איך וואלט מציע געווען אז אנשטאט זיך אויפעסן לעבעדיג איינעם דעם צווייטן ביי די סארט דעבאטעס זאל מען ברענגען בילדער וואס רעדט מער פון טויזענט ווערטער. מען קען ביז איין רגע זען ווען די וועלט איז ראדיקאליזירט געווארן, צי היינט ווען נשים גייען מיט הויזן אין ווינטער און בגדי זנות אין זומער, אדער אמאל "נישט אזוי לאנג צוריק" ווען די ראדיקאליזירטע וועלט האט ארעסטירט א פרוי וואו די אברים האבן זיך באוויזן. עס וועט זיין העכסט אינטערסאנט צו זען וויאזוי "אידישע" נשים זענען געגאנגען פאר די לעצטע דריי יאר הונדערט. לויט דעם וועלן זיך מיר איבערצייגן וועלכע דור איז מער אויסגעריסן.

דעת תורה » זונטאג יולי 12, 2015 7:08 pm

· #288912
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
[ציטאט אראפגענומען]

אין הלכות אבילות שטייט נישט קיין רמז רמיזא איבער א בגד 'צמוד'. די הלכה איז אז מ'דארף קורע זיין אויף אביו ואמו א קריעה חמורה עד שמגלה הלב. למעשה שטייט אין די גמ' א פרוי זאל אויך קורע זיין, ומשום הרהורא (דאחריני שאינם בני אבל. ואכמ"ל מה דק' ממס' סוכה נב דילפינן שם דגם בני אבל יספדו משפחות משפחות) זאל זי מחזיר זיין דעם בגד התחתון לאחוריו כדי מען זאל נישט קענען דורכזען דורכן ריס פונעם בגד עליון.

ווערט שווער לויט די שיטות וואס האלטן אז בגד העשוי לקבל זיעה איז בכלל פטור פון קריעה, נו וואס איז די פראבלעם אז מ'וועט דורכזען, איז דער ב"ח ובעקבותיו הש"ך מחדש אז ביי דעם איז אויך שייך הרהור. בכל אופן איז דאס נישט עפעס א גזירת הכתוב אז ביי יעדן פאל איז אזוי, שים לב אז מ'רעדט דארט פון מגלה זיין את לבה און דער בגד שעליה קען זיין א bra, כאטש איך ווייס נישט אויב בימיהם איז מען געגאנגען מיט דעם.

אפילו אויב די רעדע איז לאו דוקא צוליב דעם ספעציפישן מין בגד, איז אבער קלאר יא די רעדע ווייל מ'רעדט פון אזא סארט בגד וואס איז אייביג מכוסה מיט א אויבער מלבוש, נישט צוליב צמוד - דער ווארט ווערט פשוט נישט דערמאנט אין דעם גאנצן סימן דארט - און נישט צוליב זיעה, און עס איז קיינעם נישט עולה על הדעת געווען אז א פרוי מוז אנהאבן אונטער וועש כדי צו קענען ארויס גיין אין גאס, און אויב האט זי נישט אן גארנישט אונטער איר געהעריגן מלבוש איז דאך דער אויבער מלבוש מקבל די זיעה, נאר אוודאי איז נישטא אזא יסוד בכלל, נאר איין זאך איז דער חידוש, א בגד וואס קומט אייביג מכוסה צ.ב.ש. אונטער וועש איז די עצם גילוי פונעם בגד מעורר הרהור, און מ'ברויך נישט זיין קיין זשיניוס דאס צו פארשטיין.

טייטס אפילו למעלה מן הברך, קומט נישט מכוסה, אין די גאנצע וועלט איז דאס מגולה (ביז א געוויסע מאס פארשטייט זיך) און אויב וויל מען שטארק קען מען מחליט זיין - ביי אונזער ציבור - אז אונטערן קני איז אויך דרכו להיות מכוסה, איך קען זען למשל אז 20 30 יאר ארום זאל מען מוזן צודעקן 8 אינטשעס אונטער די קני כדי די ערשטע 4 - וואס אויב גייט מען נאך אונזער עולם אליין, קען דאס אויך קוואליפייען פאר א מקום וואס די טייטס זענען אייביג מכוסה און - זאלן זיך ח"ו נישט אויפדעקן.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 12, 2015 7:41 pm

· #288916
פרייוויליג
[ציטאט אראפגענומען]

זייער אסאך מאל, ספעציעל ביי די סארט שמיעסן קען זיך דוכטן אז מען איז אויפגעקומען מיט קשיות וואס זענען פון אינדרויסן פונעם 'עיגול החצוני' לויט ווי עס ווערט אנגעצייכנט אין די כתבי האריז"ל. מ'שטיינס געזאגט אז קיינעם איז נישט בייגעפאלן די "אולי", און לויט אונזערע מרפסין איגרא קעפ קען מען שלאגן כפרות מיטן כוזרי און דעם מהר"ל. איך וואלט מציע געווען אז אנשטאט זיך אויפעסן לעבעדיג איינעם דעם צווייטן ביי די סארט דעבאטעס זאל מען ברענגען בילדער וואס רעדט מער פון טויזענט ווערטער. מען קען ביז איין רגע זען ווען די וועלט איז ראדיקאליזירט געווארן, צי היינט ווען נשים גייען מיט הויזן אין ווינטער און בגדי זנות אין זומער, אדער אמאל "נישט אזוי לאנג צוריק" ווען די ראדיקאליזירטע וועלט האט ארעסטירט א פרוי וואו די אברים האבן זיך באוויזן. עס וועט זיין העכסט אינטערסאנט צו זען וויאזוי "אידישע" נשים זענען געגאנגען פאר די לעצטע דריי יאר הונדערט. לויט דעם וועלן זיך מיר איבערצייגן וועלכע דור איז מער אויסגעריסן.

אדרבה, לאמיר דורכגיין אלע דורות וויאזוי די גוים זענען געגאנגען, און רעלאטיוו צו דעם לאמיר זען וויאזוי די אידענעס זענען געגאנגען. ברענג טאקע בילדער, אבער ביטע, פליז ניטפיק נישט קיין דאטא, ברענג נישט נאר בילדער וואס ווייזן אראפגעבונדענע ארימע באבעס מיט ציריסענע צעשליסענע קליידער. ברענג פון אלע שיכטן און קלאסן, און אלע דורות, ברענג די יאר בוך בילדער פון דיין מאמע'ס בית יעקב, די חתונות פון דיינע פעטערס, די בילדער פון די שטעטלעך פארן קריג, און פאר א באנוס פליז פארשאף בילדער פון וויאזוי ס'האט אויסגעזען אין די מער פארגעשריטענע לענדער וויאזוי מ'איז דארט געגאנגען.

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 10:27 pm

· #288942
למעשה איז הלכה בכל הדורות נישט געווען אזוי ראדיקאל ווי היינט, און מ'האט מקיל געווען לויט'ן צורך און לויט די מנהגי המדינה אפילו קעגן אפענע הלכות

מאדנע דבורים ,ר' @אנאנים קענסט עס אפשר מבסס זיין ? און פארוואס פונקט ביי דעם ענין איז געווען א צורך ?
ממילא זע איך נישט פארוואס מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף דער דעה פון דעם משנה ברורה, כאטש ס'איז קלאר נישט אליבא דאמת.

פארוואס איז עס נישט אליבא דאמת היות סאיז דאך א מחל' ?
ילמדנו רבנו

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 13, 2015 11:10 am

· #289006
אז מען רעדט שוין פון הלכות כיסוי הרגל, איז טאקע א חיוב אז די כיסוי זאל נישט זיין דורכזיכטיג?
ביי אונזערע מקומות איז דאס געווען אנגענומען אלס א חיוב, אבער אין אסאך מקומות האט מען מקיל געווען אז ס'איז גענוג סיי וואספארא צודעק, ווילאנג עס איז נישט גענצליך אויפגעדעקט.

שמערל » מאנטאג יולי 13, 2015 11:20 am

· #289010
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נישט אמת. ווי ווייט איך ווייס האלט יעדער אז אויב דארף עס זיין צוגעדעקט, העלפט נישט דורכזיכטיג. ר' משה פיינשטיין שרייבט אזוי קלאר אין א תשובה אז עס האט נישט קיין שום פשט צו גיין מיט דורכזיכטיגע שטרימפ, ווייל אויב איז עס מותר - כשיטתו וכדעת המשנה ברורה, ברויך מען נישט קיין שטרימפ אינגאנצן.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 13, 2015 12:24 pm

· #289033
דאן וואס איז די היתר/סיבה פארוואס טויזענטער משפחות טראגן יא דורכזיכטיגע?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 13, 2015 1:21 pm

· #289041
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
איך האב געפרעגט הרב פאלק די שאלה. ממנ''פ אויב מ'דארף צודעקן, זאל זיין ווי סאטמאר. און אויב נישט, פארוואס נישט אפען אינגאנצן.
ער האט מיר געזאגט אז ער פלאנט צו שרייבן אין די מילואים דערוועגן (דאס איז געווען אין תשס''ג, איידער ער האט געדרוקט די צוויי בענדער פון מקורות), אבער דער יסוד איז אז מ'דארף בכלל נישט צודעקן, נאר וויבאלד דער 'מנהג נשים הצנועות' איז עפעס לייגן דארט, ווערט עס א מקום שדרכו לכסות, אבער נאר אויף אן אופן אז ס'איז נישט אינגאנצן אנטבלויזט, ווייל אזוי איז דער מנהג. האב איך איהם געפרעגט אויב אזוי פון וואנעט קומט די שיעור פון 15 וואס ער פסקנ'ט? האט ער געענטפערט ווייל ווינציגער ווי דעם איז גארנישט געטוהן.
דער וואס פארשטייט איז געלאדענט צו ערקלערן.

נאך צוויי זאכן -
1. הרב פאלק איז נישט פון לאנדאן. זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין מאנטשעסטער, וואו זיין טאטע, א יעקישע יודל, האט געהאט א ספרים געשעפט. ער איז אן איידעם געווארן ביי מר. שטיינהויז פון געיטסהעד, דער אריגינעלער באלעבאס פון שטיינהויז גראסערי, און ער איז געגאנגען וואוינען אין געיטסהעד, ווי ער וואוינט ביז היינט. ער איז געווען דוכט זיך אן אומאפיציעלער מו''צ אין שטאט ביז צום פטירה פון דער געיטסהעדער רב זצ''ל אין תשס''ג. דעמאלס האט די קהלה אויפגענומען עטליכע מו''צ'ן ביז צום ברענגען א רב, און ער איז געווען בתוכם. בחייו פון דעם רב זצ''ל האט ער געהייסן דער מיקל, הגם דער רב איז געווען אן ארגינעלער למדן און אן אויסערגעווענליכע פיינער מענטש, מ''מ איז ער געווען זייער פאפולער. זיי האבען געוואוינט בערך צען הייזער גערוקט זמ''ז. מ'זאגט אז ס'האט זיך געמאכט ווען א נייער בחור אין ישיבה האט געהאט א שאלה, איז ער געגאנגען ביי הרב פאלק פרעגן א שאלה. נישט וויסענדיג גענוי וואו ער וואוינט, האט ער געקלאפט אויפ'ן טיר פון א הויז מיט א מזוזה (ס'איז געווען א תקופה ווען די גוים האבן אראפגעריסן מזוזות כסדר, ממילא זענען כמעט אלע מזוזות געווען אינעווייניג, נאר דער רב האט געהאלטן פאר זיך אז ס'פאסט נישט אז דער רב זאל נישט האבן א קענטיגע מזוזה אויפ'ן טיר) און דער רב האט געעפענט (כדרכו אליינס צו עפענען און אויפצוהייבן די טעלעפאן) און דער בחור האט איהם געזאגט ''איך האב א שאלה אין הלכה. ווי וואוינט הרב פאלק?''! דער רב זצ''ל האט איהם געזאגט און פערטיג, אבער דער בחור האט זיך שפעטער געשעמט ווען ער האט געהערט ווער דאס איז.

2. ווען הרב פאלק האט געשריבן זיין ספר, האט מען געהערט אין בני ברק אז ער פלאנט צו שרייבן אז מ'דארף נישט גיין מיט מער ווי פופצן דעניע''ר טייט''ס. די קנאי בית שבט הלוי האבען פארפיהרט, געסטראשעט מיט פאשקעווילן ועוד. נישט משפחת וואזנער, אבער מענטשן וואס האבען זיך געהאלטען מקורבים האבן געסטראשעט אז ער וועט צוריקציען זיין הסכמה. איך האב געזען די בריוון בעזבון דער רב זצ''ל. ער האט דעמאלס געשריבן א בריוו צו באשיצן הרב פאלק, שרייבענדיג אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראגען מער ווי צוואנציג דעניע''ר, און גע'חתמ'ט מיט זיין רבניש'ע זיגל. איך האב איהם נישט אנגעיאגט צו פרעגן טעם הדבר פאר זיין פטירה, אבער עכ''פ דערמיט האט זיך דער שרייעריי אפגעשטעלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 13, 2015 1:26 pm

· #289042
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נאך עפעס - איך האב געפרעגט הרב פאלק לויט זיין תורה, ווען איינער גייט פונקט קיין סטאמפארד היל אדער וומסב''ג, זאל זי מוזען גייען אנגעטוהן שטרימפ כמנהג סאטמאר, האט ער געזאגט אה''נ. איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מ'זאל זיך אזוי פיהרען אדער פסקנ'ען, אבער אזוי האט ער געזאגט.

יהושע חיים » דינסטאג יולי 14, 2015 12:29 am

· #289212
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
אפשר האט דער משנה ברורה עס געשריבן מיט דער אלטע כלל פון בני נביאים אדער פשוט אלס לימוד זכות (ווי איך פארשטיי איז שוין דעמאלטס געווען אזוי דער אורח הנשים)

ירא שמים » דינסטאג יולי 14, 2015 12:43 am

· #289217
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
אז דו גייסט מיטן מהלך פון מנהג עוקר דין הער איך וואס דו מיינסט,
אבער דאס וואס דו רעדסט פון מאטעמאטישע טעאריע, ווי אלס דארף שטימען, לא זכיתי להבין. עכ"פ צו דעם שמועס זעה איך נישט וואו ס'קומט אריין.
און וואטעווער דו מיינסט, אויב קענסטו מבסס זיין דיין הנחה מיט עפעס א מקור איילל עפרישיעיט,
ישר כח.

יהושע חיים » דינסטאג יולי 14, 2015 8:02 am

· #289237
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
אמאל טוהט מען דורך די הלכה ביז מען קומט צו א מסקנא און אמאל האט מען א מסקנא און מען דארף נאר צוטשעפענען די הלכה,
קען זיין אין דער פאל איז די צווייטע מהלך,

כתבתי רק בדרך אפשר.

פרייוויליג » דינסטאג יולי 21, 2015 1:19 pm

· #290593
געפילטע פיש
פרייוויליג
[ציטאט אראפגענומען]

זייער אסאך מאל, ספעציעל ביי די סארט שמיעסן קען זיך דוכטן אז מען איז אויפגעקומען מיט קשיות וואס זענען פון אינדרויסן פונעם 'עיגול החצוני' לויט ווי עס ווערט אנגעצייכנט אין די כתבי האריז"ל. מ'שטיינס געזאגט אז קיינעם איז נישט בייגעפאלן די "אולי", און לויט אונזערע מרפסין איגרא קעפ קען מען שלאגן כפרות מיטן כוזרי און דעם מהר"ל. איך וואלט מציע געווען אז אנשטאט זיך אויפעסן לעבעדיג איינעם דעם צווייטן ביי די סארט דעבאטעס זאל מען ברענגען בילדער וואס רעדט מער פון טויזענט ווערטער. מען קען ביז איין רגע זען ווען די וועלט איז ראדיקאליזירט געווארן, צי היינט ווען נשים גייען מיט הויזן אין ווינטער און בגדי זנות אין זומער, אדער אמאל "נישט אזוי לאנג צוריק" ווען די ראדיקאליזירטע וועלט האט ארעסטירט א פרוי וואו די אברים האבן זיך באוויזן. עס וועט זיין העכסט אינטערסאנט צו זען וויאזוי "אידישע" נשים זענען געגאנגען פאר די לעצטע דריי יאר הונדערט. לויט דעם וועלן זיך מיר איבערצייגן וועלכע דור איז מער אויסגעריסן.

אדרבה, לאמיר דורכגיין אלע דורות וויאזוי די גוים זענען געגאנגען, און רעלאטיוו צו דעם לאמיר זען וויאזוי די אידענעס זענען געגאנגען. ברענג טאקע בילדער, אבער ביטע, פליז ניטפיק נישט קיין דאטא, ברענג נישט נאר בילדער וואס ווייזן אראפגעבונדענע ארימע באבעס מיט ציריסענע צעשליסענע קליידער. ברענג פון אלע שיכטן און קלאסן, און אלע דורות, ברענג די יאר בוך בילדער פון דיין מאמע'ס בית יעקב, די חתונות פון דיינע פעטערס, די בילדער פון די שטעטלעך פארן קריג, און פאר א באנוס פליז פארשאף בילדער פון וויאזוי ס'האט אויסגעזען אין די מער פארגעשריטענע לענדער וויאזוי מ'איז דארט געגאנגען.

צו וועמען דאס דארף זיין געוואנדן:

איך האב אפעלירט אז מען זאל ברענגן בילדער. אנשטאט רעדן און רעדן און רעדן, זאל מען ברענגן בילדער. איך האב נישט וואס צו ברענגן ווייל איך האב נישט געצויגן קיין סטעיטמענטס ווי "ראדיקאל" א.ד.ג. - יוסיף תמונה יוסיף דעת.

שווארצע קעיז » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:06 pm

· #307873
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
וואס מיינט ביי דיר הרהורים רעים?

יהושע חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 8:01 pm

· #307921
ק/פ
📎 IMG-20151105-WA0019.jpg

יהושע חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 8:02 pm

· #307922
איך ווינדער מיר ווער האט געפילט אזוי וויכטיג צו מאכן דער עקספערימענט
📎 IMG-20151105-WA0020.jpg

חכם עתיק » מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:32 pm

· #316000
וואס איז דאס? מי סוטה?

מור וקציעה » פרייטאג אפריל 15, 2016 11:21 am

· #329325
מען אכשר דרא'ט שוין ווידער אין ב''ב

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 1:39 pm

· #439441
די גאנצע שמועס איז סתם לפילפולא בעלמא, לויט'ן שולחן ערוך ווענדט זיך גאנץ הלכות צניעות אינעם מנהג.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:53 pm

· #551822
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
צו די תלמידי חכמים דא אין שטיבל,

הלכות צניעות איז לגבי קריאת שמע, דאס איז אינדערהיים אויך, גיין אין גאס אום צניעותדיג אנגעטוהן אז א איסור להלכה אדער איז בכלל לפני עיוור,?

באר מים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:20 am

· #552033
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
מילך טראק #
צו די תלמידי חכמים דא אין שטיבל,

הלכות צניעות איז לגבי קריאת שמע, דאס איז אינדערהיים אויך, גיין אין גאס אום צניעותדיג אנגעטוהן אז א איסור להלכה אדער איז בכלל לפני עיוור,?
גילוי ערוה האט נישט מיט ווי מען איז.
אויב זאגט מען א דבר שבקדושה טאר עס נישט זיין קעגן אויפגעדעקטע ערוה.
גיין אנגעטוהן אין גאס אומצניעותדיג, אויב מען זאגט נישט קיין דבר שבקדושה איז נישט שייך קיין גילוי ערוה.

וואס איז יא דא איז פריצות, וואס האט ווייטער נישט מיט וליפני עור נאר א איסור פאר זיך פון דת משה/דת יהודית.
דאס האט לגמרי נישט צוטוהן מיט ערוה נאר מיט וואס הייסט פריצות.

דא איז די מיליאן דאלאר שאלה וואס גייט אריין אין דעם כלל.

אין שולחן ערוך שטייט געוויסע זאכן למשל היניקה בשוק.

אויף דעם איז דא ענדלעס טענהרייען וואס גייט אלס אריין אין דעם

yesiknow » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:35 am

· #552035
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
באר מים #
מילך טראק #
צו די תלמידי חכמים דא אין שטיבל,

הלכות צניעות איז לגבי קריאת שמע, דאס איז אינדערהיים אויך, גיין אין גאס אום צניעותדיג אנגעטוהן אז א איסור להלכה אדער איז בכלל לפני עיוור,?
גילוי ערוה האט נישט מיט ווי מען איז.
אויב זאגט מען א דבר שבקדושה טאר עס נישט זיין קעגן אויפגעדעקטע ערוה.
גיין אנגעטוהן אין גאס אומצניעותדיג, אויב מען זאגט נישט קיין דבר שבקדושה איז נישט שייך קיין גילוי ערוה.

וואס איז יא דא איז פריצות, וואס האט ווייטער נישט מיט וליפני עור

] 🙄 פארוואס נישט ? מען איז מכשיל א צוויטען! 🤓


נאר א איסור פאר זיך פון דת משה/דת יהודית.


דאס האט לגמרי נישט צוטוהן מיט ערוה נאר מיט וואס הייסט פריצות.

דא איז די מיליאן דאלאר שאלה וואס גייט אריין אין דעם כלל.

אין שולחן ערוך שטייט געוויסע זאכן למשל היניקה בשוק.

אויף דעם איז דא ענדלעס טענהרייען וואס גייט אלס אריין אין דעם

yesiknow » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:21 pm

· #552195
Re:
רביה''ק זי''ע #
די גאנצע שמועס איז סתם לפילפולא בעלמא, לויט'ן שולחן ערוך ווענדט זיך גאנץ הלכות צניעות אינעם מנהג.
אויב רביהק וואלט געלעבט וואלט איך איהם געפרעגט וואס פשט אין זיינע ווערטער.

מפני כבודו פרעג איך נישט אויב איינער קען אילעבארעיטען וואלט עס א טובה געטהון זיין נשמה.

קא משמע לן » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:20 am

· #552198
Re: Re:
yesiknow #
רביה''ק זי''ע #
די גאנצע שמועס איז סתם לפילפולא בעלמא, לויט'ן שולחן ערוך ווענדט זיך גאנץ הלכות צניעות אינעם מנהג.
אויב רביהק וואלט געלעבט וואלט איך איהם געפרעגט וואס פשט אין זיינע ווערטער.

מפני כבודו פרעג איך נישט אויב איינער קען אילעבארעיטען וואלט עס א טובה געטהון זיין נשמה.
לכאורה מיינט די רבי צו זאגן אזוי: וואס טייטשט צניעות? באשיידן, נישט ארויסשטארצענדיג וכו.

קומט אויס אז ווער עס גייט אנגעטון ווי יעדען, ווי די מעין סטריעם, דער איז בצניעות. לדוגמא אז קיינער גייט נישט רויט, און איינער גייט יא, מאכט ער אז מען זאל קוקען אויף איםץ

וכן להפך, ערגעץ ווי יעדער גייט מיט א שייטעל און איינער קומט אהן מיט א שפיצעל, איז דער שפיצעל לעידי נישט בצניעות.

לויט דעם קען מען פארשטיין וואס די רבי זאגט אז הכל לפי המנהג. אויב איינער גייט פארקערט ווי דער מנהג לטוב או לרעה איז יענער נישט צניעות'דיג.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:49 am

· #552254
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
באר מים #
וואס איז יא דא איז פריצות, וואס האט ווייטער נישט מיט וליפני עור נאר א איסור פאר זיך פון דת משה/דת יהודית.
דאס האט לגמרי נישט צוטוהן מיט ערוה נאר מיט וואס הייסט פריצות.

איסור דאורייתא? דרבנן? וואס מיינט דת משה, עפעס א שייכות מיט הלכה למשה מסיני?

Antibacterial » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:54 pm

· #552327
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
מילך טראק #
באר מים #
וואס איז יא דא איז פריצות, וואס האט ווייטער נישט מיט וליפני עור נאר א איסור פאר זיך פון דת משה/דת יהודית.
דאס האט לגמרי נישט צוטוהן מיט ערוה נאר מיט וואס הייסט פריצות.

איסור דאורייתא? דרבנן? וואס מיינט דת משה, עפעס א שייכות מיט הלכה למשה מסיני?
דת משה מיין איך איז דאורייתא, און דת יהודית נישט. נאר מען פירט זיך אזוי.
בלאט: 1 2