☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ראש השנה אין אומאן???

ראש השנה אין אומאן???

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9217
בלאט: 1 2 3

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 11:47 am

· #286714
ראש השנה אין אומאן???
עס איז שוין באלד אלול!!! די פיש אין וואסער ציטערן שוין מאימות הדין, און גאנץ כלל ישראל גרייט זיך שוין ווידעראום ממליך צו זיין דעם הייליגען באשעפער אויף דער גאנצער וועלט, און זיך שטעלן כצאן לפני מרון פארן שופט כל הארץ, און אפגעבן א גענויעם ריפארט פארן מרא דעלמא אויף די מעשים פון א גאנץ יאר, און בעטן דעם שוכן במרומים אז ער זאל אונז פארשרייבען א גוט געבענשט יאר, מיט חיים טובים ארוכים.

אין דער זעלבער צייט גרייטען זיך חסידי ברעסלב יונג און אלט, צו זייער יערליכע נסיעה קיין אומאן צו דער ציונא קדושא פון הרה''ק רבי נחמן מברעסלב זי''ע, ווי זיי פארוויילן דעם הייליגען יו''ט ר''ה.

אפגעזעהן פינעם פאקט אז מען האט טאקע נישט קיין לחם לאכול, מען הונגערט פאר ברויט אינאיינעם מיט די בני בית, אבער צו פארן אויף אמאן שאפט זיך יעדער געלט, מען פארמשכנט זיך די שבת – לייכטער, אבי מען זאל קענען זיין אין אמאן אויף ר''ה.

השתטחות על קברי צדיקים איז גאר א גרויסע ענין, (פארשטייט זיך נאר נאכן מתקן זיין די פגמי הנפש כמבואר באר''י ז''ל) ר''ה צו זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז אויך א גרויסע ענין, כמבואר בספרי חסידות, חסידישע אידן האבן אלעמאל פארוויילט די הייליגע טעג במחיצת רבם. אבער צו פארן על קבר של צדיק על ר''ה איז טרם נשמעו.

געוויסע לייצים האבן ערפינדען א נייע מצוה, וואס לכאורה נישט קיין שום ערענסטע מקור, אפילו רבי נחמן זעלבסט שרייבט נישט איבער אזא מצוה, דאס איז דער מצות עשה דאורייתא, פון נסיעה לאומאן על ר''ה, וחייב אדם למשכון כל אשר לו לנסיעה לאומאן.

די לייצים זענען נאך געגאנגען א שריט ווייטער, זיי האבן אנגעהויבען א מאסיווע פראפאגאנדע אז די נסיעה קיין אומאן אויף ר''ה איז "די גרינגע וועג ארויס" דאס איז די שארטקאט זיך צו פארעכענען מיט ג-ט, אפי' די האסט א גאנץ יאר ארום געבארדערט און זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, מאכט עס נישט אויס. מען קומט קיין אומאן אויף ר''ה און מען קלאשט ביי המלך, קומט באלד ארויס א בת קול פול הימעל וסר עוונך וחטאתך תכופר. סארא לייצים....

דער אמת איז אז דער גאנצער אומאן - ראש השנה בוועגונג האט נאר געקענט צושטאנד קומען, אין דעם היינטיגען שוואכן דור, וואס דער דעת איז פולקאם אין גלות, און דאס קטנות המוחין בושעוועט ארום אין דער אלגעמיינער מענטשהייט, און מענטשען גלייבען אין אלע מינע שטותים מיט בארשט וואס מען פארקויפט נאר, און מען זוכט זיך צו פארעכענען מיט ג-ט אויפן גרינגסטען אויפן וואס איז נאר שייך, אפגעזעהן צו עס לייגט אויפן שכל צו נישט, אבי צו לעבן א חיים טובים אן די מינדעסטע לחץ...

צום שלוס:

רבי נחמן זי''ע איז געווען א קדוש עליון:
תיקון הכללי איז א גיוואלדיגע זאך, ווי רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מהר''ן:
השתטחות ביים ציון פון א צדיק איז גיוואלדיגע זאך:
ר''ה זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז א גרויסע ענין:

דער פראבלעם איז בלויז דער קוגל, און דאס אז בעלי עבירה מיינען אז זיי קופן מיט דעם אפ ג-ט! עס איז שוין העכסט צייט אז דער מענטשהייט זאל נישט אזוי פארבלאפט ווערן פון די נ-נח-נחמ-נחמן מאומאן פראפאגאנדע.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 12:26 pm

· #286717
דו האסט נישט קיין דזשאב?

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 12:52 pm

· #286721
קיין שום פראפאגאנדא האט דאס נישט געאורזאכט און קען דאס נישט אורזאכן. עס איז זאך פון הימל. כאטש איך בין זיך נישט נוהג צו פאהרן קיין אומאן און איך בין בכלל נישט שייך צו דער חסידות (אזויווי איר זעהט מן הסתם פון די תוכן פון מיינע תגובות וואס באציט זיך צו חסידות), איז ביי מיר פשוט אפגעלייגט אז די ר"ה אין אומאן איז א הימלישע זאך. איך זאג אלץ פאר מיין בני בית אז איך גיי בע"ה פאהרן איין יאהר קיין אומאן. די סיבה וואס עס ברענט מיר נישט איז ווייל איך ווייס אז רבי נחמן גייט נישט שטארבן. אויב איך וועל ח"ו נישט זיין געזונט און מורא האבן פארן טויט וועל יענס יאר פארן קיין אומאן!

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:03 pm

· #286724
Re: ראש השנה אין אומאן???
למעשה גייט הרב הקדוש והטהור והזך מנקיי הדעת שבמאנרא רבינו שליט״א זיין אין אוהעל צום ישמח משה יארצייט?

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:20 pm

· #286729
ראש הישיבה
קיין שום פראפאגאנדא האט דאס נישט געאורזאכט און קען דאס נישט אורזאכן. עס איז זאך פון הימל. כאטש איך בין זיך נישט נוהג צו פאהרן קיין אומאן און איך בין בכלל נישט שייך צו דער חסידות (אזויווי איר זעהט מן הסתם פון די תוכן פון מיינע תגובות וואס באציט זיך צו חסידות), איז ביי מיר פשוט אפגעלייגט אז די ר"ה אין אומאן איז א הימלישע זאך. איך זאג אלץ פאר מיין בני בית אז איך גיי בע"ה פאהרן איין יאהר קיין אומאן. די סיבה וואס עס ברענט מיר נישט איז ווייל איך ווייס אז רבי נחמן גייט נישט שטארבן. אויב איך וועל ח"ו נישט זיין געזונט און מורא האבן פארן טויט וועל יענס יאר פארן קיין אומאן!

ואס הייסט א הימעלישע זאך? יעדע זאך דארף האבן א מקור, און דארף מאכן עפעס קאמען סענס, עס איז נישט געווען קיינמאל אנגענומען אפי' ביי חסידי ברעסלב פאר די קריג צו האבן מס''נ צו פארן אוויף אומאן, די אמאליגע ברעסלב'ער חסידים אין פוילן (די אמתע נישט די וואס זיך צו גלייבן אין זאכן וואס זאל זיי ארויסציען פון זייער טיפע דיפרעסיע) פרעגן ארויס צו דינגען די ישיבה חכמי לובלין פון הרה''ג רבי מאיר שפירא ז''ל, אויף ראש השנה.
ווען ר' בנציון אפטער ז''ל וואלט ווען געגלייבט אין זיין ר''ה אין אומאן, וואלט ער ווען געפארן. די זעלבע איז מיט הגה''ק ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:22 pm

· #286731
סאשי פיש
למעשה גייט הרב הקדוש והטהור והזך מנקיי הדעת שבמאנרא רבינו שליט״א זיין אין אוהעל צום ישמח משה יארצייט?

יא! נאך עפעס?

(איך פארשטיי גראדע דיין וויסטע שנאה צום צדיק הדור, ער לאזט נישט קיין "סאשי פיש" אין שטעטל, ער האלט אז דאס איז באקטיריע צו אידישקייט......)

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:25 pm

· #286732
Re: ראש השנה אין אומאן???
אויב דו קענסט מער מסביר זיין וואס סאשי האט מיט אידישקייט?
א דאנק

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:28 pm

· #286733
סאשי פיש
אויב דו קענסט מער מסביר זיין וואס סאשי האט מיט אידישקייט?
א דאנק

דאס וואס איך זאג! עס האט "נישט" מיט אידישקייט!

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:29 pm

· #286734
פאר די מלחמה איז שוין געווען שווער צו פארהרן. אבער דעמאלס איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ וואס פלעגט זיך צוזאם קומען אין אומאן. ואף על פי אז עס איז געווען שווער צן פאהרן האבן אלע פרובירט צו פאהרן. איך האב געקענט א איד וואס איז נישט בהאי עלמא וואס איז דריי מאל געפארן פאר די קרוג קיין אומאן אויף ראש השנה.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:32 pm

· #286735
ראש הישיבה
פאר די מלחמה איז שוין געווען שווער צו פארהרן. אבער דעמאלס איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ וואס פלעגט זיך צוזאם קומען אין אומאן. ואף על פי אז עס איז געווען שווער צן פאהרן האבן אלע פרובירט צו פאהרן. איך האב געקענט א איד וואס איז נישט בהאי עלמא וואס איז דריי מאל געפארן פאר די קרוג קיין אומאן אויף ראש השנה.

אקעי: לאמיר גיין צו שטייטליך.

דער ענין פון פארן ר''ה קיין אומאן שטייט ערגעץ? דער הייליגער רבי נחמן האט דאס פארלאנגט? ער האט דאס געשריבען אין זיין הייליג ספר לקוטי מהר''ן?

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:35 pm

· #286737
איך בין נישט אזוי באהאוונט. לויט מיין נישט קלארע ידיעות קומט עס פון די חשובע תלמידים פון רבי נחמן וואס זיי האבן געהערט פון זייער רבין פאר די הסתלקות. בעיקר האט רבי נתן דאס מגלה געווען. אויב איינער ווייסט מער קלאר זאל ביטע זאגן.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:37 pm

· #286740
ראש הישיבה
איך בין נישט אזוי באהאוונט. לויט מיין נישט קלארע ידיעות קומט עס פון די חשובע תלמידים פון רבי נחמן וואס זיי האבן געהערט פון זייער רבין פאר די הסתלקות. בעיקר האט רבי נתן דאס מגלה געווען. אויב איינער ווייסט מער קלאר זאל ביטע זאגן.

אט אזוי!

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:44 pm

· #286741

שמעון וואלף » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:01 pm

· #286744
די מציאות איז אז אסאך זענען נתקרב געווארן צו ברסלב דורכדעם וואס זיי זענען געווען אין אומאן אויף ראש השנה. די וואס פראפאגאנדירן איבער דאס אהין פארן זענען אזעלכע וואס האבן אן אינטערעסע אז ברסלב זאל זיין ווי מער פאפיולער. צו זיי מיינען לשם שמים אדער נישט, ווייס איך נישט.

ס'דא וואס מאכן א פייער לג בעומר אין מאנרא, כאטשיג ס'האט נישט קיין מקור (כפי עדות הגה"ק בדרשה הידוע), איז אבער די סיבה די זעלבע. מ'האלט אז אויב ס'וועלן זיך צאמקומען טויזענטער וועט עס מאכן א רושם וואס מ'וועט בענעפיטירן דערפון.

petergrifin » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:04 pm

· #286746
Re: ראש השנה אין אומאן???
@ברסלבר

ברסלבער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:03 pm

· #286787
רבי נתן איז געווען דער תלמיד פון רבי נחמן וואס האט איבערגעגעבן רבי נחמנ'ס תורות און לימודים אויף ווייטער. צו זאגן אז מען האלט נאר פון רבי נחמנ'ס ספרים און נישט פון רבי נתן, איז אבסורד. אלעס וואס איז געבליבן פון רבי נחמן איז נאר דאס וואס רבי נתן האט געשריבן, אריינגערעכנט דער ליקוטי מוהר"ן. און רבי נתן האט איבערגעזאגט וואס רבי נחמן האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך לאחר הסתלקותו, און שוין. דאס איז דער ענין פארוואס מענטשן פארן אויך אומאן.

דער ליצנות אז "מען פארט זיך אויף אומאן און מען איז זיך מוחל די עבירות" איז אזוי נאריש אז עס פארלאנגט ניטאמאל אן ענטפער. נעכטן זע איך ווי איינער זאגט הויך אמן יהא שמיה רבה, פרעג איך אים מה כל הרעש? זאגט ער אז די גמרא זאגט אז ווער עס ענטפערט איש"ר איז מען אים מוחל די עבירות. סארא ליצנות, מען זינדיגט זיך אפ און נאכדעם איז מען זיך מוחל די עבירות? וכהנה וכהנה איז דא גוטע זאכן וואס מען טוט פאר תשובה, מיינט דאס אז מען איז זיך מוחל די עבירות?

עס קומט ראש השנה, עס כאפט א ציפ און א פחד פארן יום הדין, זוכט מען א גוטן אדוואקאט, און טייל וועלן נעמען רבי נחמן אלס אדוואקאט, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך אננעמען פאר די מענטשן וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.

איינער פרעגט מיר וואס איך וועל טון ווען איך וועל ארויפקומען אויבן און איך וועל זען אז רבי נחמן קען מיר בכלל נישט ארויסציען פון שאול תחתית. זאג איך אים אז איך גלייב עס טאקע נישט, איך זע עס מיט די אויגן ווי רבי נחמן שלעפט מיר ארויס פון שאול תחתית נאך אויף די וועלט, איך דארף נישט ווארטן ביז יענע וועלט. די מציאות איז אז רובו דרובו מענטשן וואס פארן אויף אומאן ר"ה,ווערן גאר שטארק נתעורר און ווען זיי קומען צוריק, טוישט דאס זייער לעבן צום גוטן.

די צאמשטעל פון אומאן ר"ה מיט די נ-נח'ס איז אויך שקר. פון די 30 טויזנט אידן וואס קומען אויף אומאן ר"ה, זענען אפשר דא א צוויי דריי הונדערט נ-נח'ס. אין די אויגן פון א סאטמערער איד, איז יעדער וואס גייט נישט מיט א שטריימל און בעקיטשע אום יום טוב, א נ-נח.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:15 pm

· #286791
עס ליגט מיר אין קאפ אז ברסלבער האט ערגעץ אפגעשריבן א שיינע אשכול אויף אומאן ר"ה.
אפשר זאל מען לינקען.

ברסלבער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:16 pm

· #286792
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4744">viewtopic.php?f=24&t=4744</a><!-- l -->

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:26 pm

· #286795
ברסלבער
רבי נתן איז געווען דער תלמיד פון רבי נחמן וואס האט איבערגעגעבן רבי נחמנ'ס תורות און לימודים אויף ווייטער. צו זאגן אז מען האלט נאר פון רבי נחמנ'ס ספרים און נישט פון רבי נתן, איז אבסורד. אלעס וואס איז געבליבן פון רבי נחמן איז נאר דאס וואס רבי נתן האט געשריבן, אריינגערעכנט דער ליקוטי מוהר"ן. און רבי נתן האט איבערגעזאגט וואס רבי נחמן האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך לאחר הסתלקותו, און שוין. דאס איז דער ענין פארוואס מענטשן פארן אויך אומאן.

לויט ווי די זאגסט שטאמט דאס פארן אויף אומאן נישט פון ר' נחמן, נאר דאס שטאמט פון ר' נתן...איך הער...

דער ליצנות אז "מען פארט זיך אויף אומאן און מען איז זיך מוחל די עבירות" איז אזוי נאריש אז עס פארלאנגט ניטאמאל אן ענטפער. נעכטן זע איך ווי איינער זאגט הויך אמן יהא שמיה רבה, פרעג איך אים מה כל הרעש? זאגט ער אז די גמרא זאגט אז ווער עס ענטפערט איש"ר איז מען אים מוחל די עבירות. סארא ליצנות, מען זינדיגט זיך אפ און נאכדעם איז מען זיך מוחל די עבירות? וכהנה וכהנה איז דא גוטע זאכן וואס מען טוט פאר תשובה, מיינט דאס אז מען איז זיך מוחל די עבירות?

דער חילוק איז: אז בים זאגן הויער איהש''ר איז מען מוחל די עבירות שטייט אין די הייליגע גמרא, משא''כ פארן אויף אומאן ר''ה שטייט ניטאמאל פון ר' נחמן... נאר ר' נתן האט דאס גאר געזאגט..

עס קומט ראש השנה, עס כאפט א ציפ און א פחד פארן יום הדין, זוכט מען א גוטן אדוואקאט, און טייל וועלן נעמען רבי נחמן אלס אדוואקאט, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך אננעמען פאר די מענטשן וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.

איינער פרעגט מיר וואס איך וועל טון ווען איך וועל ארויפקומען אויבן און איך וועל זען אז רבי נחמן קען מיר בכלל נישט ארויסציען פון שאול תחתית. זאג איך אים אז איך גלייב עס טאקע נישט, איך זע עס מיט די אויגן ווי רבי נחמן שלעפט מיר ארויס פון שאול תחתית נאך אויף די וועלט, איך דארף נישט ווארטן ביז יענע וועלט. די מציאות איז אז רובו דרובו מענטשן וואס פארן אויף אומאן ר"ה,ווערן גאר שטארק נתעורר און ווען זיי קומען צוריק, טוישט דאס זייער לעבן צום גוטן.

א נעכטיגן טאג...

די צאמשטעל פון אומאן ר"ה מיט די נ-נח'ס איז אויך שקר. פון די 30 טויזנט אידן וואס קומען אויף אומאן ר"ה, זענען אפשר דא א צוויי דריי הונדערט נ-נח'ס. אין די אויגן פון א סאטמערער איד, איז יעדער וואס גייט נישט מיט א שטריימל און בעקיטשע אום יום טוב, א נ-נח.

קוק די צעדנליגע ויידיאוס וואס עס איז דא פון אומאן ר''ה וועסטו זעהן פונקט קאפויער

בן אדם » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:35 pm

· #286798
ס'דא אמאל אזא זאך וואס מ'זאגט אויף איינעם אז אפילו ווען ער איז שוין יא עפעס גערעכט איז ער אויך נישט גערעכט. וד"ל (ווייל ס'ווענד זיך ווי אזוי מ'זאגט עס)

ברסלבער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:41 pm

· #286803
קאך_לעפל
לויט ווי די זאגסט שטאמט דאס פארן אויף אומאן נישט פון ר' נחמן, נאר דאס שטאמט פון ר' נתן...איך הער...

אפשר ביזטו מיר מסביר וואס מיינט עס קומט פון רבי נתן און נישט פון רבי נחמן? אפשר זאלסטו אויפהערן לערנען נועם אלימלך ווייל עס קומט פון זיין זון און נישט פון אים אליין? ס"ה האט זיין זון אפגעשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי'ן ר' אלימלך, וואס זאל איך טון אז ער האט עס נישט אליין געשריבן.
ביי רבי נחמן האט ער געהאט זיין תלמיד רבי נתן וואס האט אפגעשריבן אלעס וואס ער האט געזאגט. אויב גלייבסטו וואס שטייט אין ליקוטי מוהר"ן, זאלסטו וויסן מהיום והלאה אז דאס איז נישט פון רבי נחמן, דאס האט רבי נתן געשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי נחמן.

קאך_לעפל
דער חילוק איז: אז בים זאגן הויער איהש''ר איז מען מוחל די עבירות שטייט אין די הייליגע גמרא, משא''כ פארן אויף אומאן ר''ה שטייט ניטאמאל פון ר' נחמן... נאר ר' נתן האט דאס גאר געזאגט..

דו האסט געפרעגט פארוואס מענטשן פארן אויף אומאן, זאג איך דיר אז דאס איז ווייל די מענטשן גלייבן יא רבי נחמנ'ן. דו גלייבסט נאר אין די גמרא און נישט אין קיין שפעטערדיגע צדיקים, און די מענטשן גלייבן יא אויך אין אנדערע צדיקים. דערווייל צווינגט מען קיינעם נישט צו פארן אויף אומאן. אבער אז דו ווילסט וויסן די סיבה פארוואס מענטשן פארן האב איך דיר געזאגט.

קאך_לעפל
קוק די צעדנליגע ויידיאוס וואס עס איז דא פון אומאן ר''ה וועסטו זעהן פונקט קאפויער

איך דארף נישט קיין ווידיאס, איך זע עס לייוו יעדעס יאר. צענדליגע טויזנטער אידן שטייען ביים ציון און וויינען זיך אויס אז דאס הארץ קען צוגיין נאר פון שטיין אין די זייט און דאס צוקוקן, די תפלות ר"ה איז מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש. פארשטייט זיך אז פון דעם איז נישט דא צופיל ווידיאס, כאטש וואס פון דעם איז אויך דא גענוג און נאך. די ווידיאס וואס דו באקומסט אויף וואטסעפפ דארף דאך זיין אינטערעסאנט, שיקט מען דיר די נארישע ווידיאס וואס געפונט זיך דא און דארט אין אומאן בקצה המחנה, דאס שפיגלט איבערהויפט נישט אפ די כאראקטער פון אומאן, אדרבה, פרעג זיך נאך ביי מענטשן וואס זענען שוין דארט געווען. אדער נאך בעסער, כאפ דיך אריבער איין יאר און טשעק עס אליין אויס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:48 pm

· #286806
רבי נחמן זי''ע איז געווען א קדוש עליון: - מסתמא איז אזוי, נאר קיין שבועה קען קיינער נישט מאכען, ווייל אלס איז לוטה בערפל, און די באשרייבאכצער זענען אויך נישט גערעדט תורה שפראך, וויפיל תורה ער האט געקענט, אדער וואס פאר א מצוות האט איינער געזען טוהן, נאר מעשה'לעך און מופתים'לעך. עכ"פ דער וואס גלויבט נישט קען מען איהם נישט שטראפען אין עוה"ב אזוי ווי עובר זיין אן עכטע עבירה.
תיקון הכללי איז א גיוואלדיגע זאך, ווי רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מהר''ן: מאנכע האלטען אזוי, אבער למעשה ס'האט נישט קיין מקור אין תורה, און אזוי ווי די ראשונים זאגען פשט אין משה קבל תורה מסיני וכו', אז אפילו דער התעוררות און אלס וואס איז ארום תורה, דארף אויך האבען א מקור מסיני, און ביזדערווייל האט ר 'נחמן נישט אויפגעוויזען קיין מקור, בלייבט עס א געפיל פון א חשוב'ער איד, וואס דאס איז ווייט פון א מצוה אדער אפילו אן ענין פון תורה.
השתטחות ביים ציון פון א צדיק איז גיוואלדיגע זאך: מאנכע האלטען אזוי אין געוויסע אופנים, אבער אז דאס זאל דוקא האבען א שייכות מיט דער תפלה פון אנשי כנסת הגדולה, אז ס'מאכט א מעלה אין יענער תפלה, האט לע"ע נישט קיין מקור, און וויבאלד מעולם לא ראינו אזא מנהג צו דאווענען א מנחה ביי א ציון פון א צדיק, און די אלע וואס זענען געגאנגען צו קברי צדיקים איז אויף עקסטער תפלות ווי תהלים וכדו' און נישט דער תפלה פון חיוב (בלשון הגרי"ז מבריסק - קשתי נישט חרבי), איז מסתבר אז דאווענען א שחרית מוסף מנחה מעריב דארט איז נישט קיין ענין.
ר''ה זיין ביי א לעבעדיגען צדיק איז א גרויסע ענין: האלטען מאנכע. ווידער אין שו"ע ראשונים איז מבואר אז דער עיקר איז אויסנוצען די צייט אויף תורה ותפלה, און אוועקגעבען א וודאי פון קענען לערנען און דאווענען (בעת הנסיעה בדרך) אויף א ספק מעלה פון א נסיעה לצדיק, ובפרט אין די אופנים וואס דער צדקות איז נישט באשטעטיגט לויט תורה מקורות, נאר פארטיי מקורות, זעט אויס עפ"י שכל א שוואכער חשבון.

בן אדם » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:52 pm

· #286807
און ס'דא וואס האלטן אז רויט און ארענדזש זענען די שענסטע קאלירן...

ברסלבער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:55 pm

· #286810
ליטוואק פון בודאפעסט
רבי נחמן זי''ע איז געווען א קדוש עליון: - מסתמא איז אזוי, נאר קיין שבועה קען קיינער נישט מאכען, ווייל אלס איז לוטה בערפל, און די באשרייבאכצער זענען אויך נישט גערעדט תורה שפראך, וויפיל תורה ער האט געקענט, אדער וואס פאר א מצוות האט איינער געזען טוהן, נאר מעשה'לעך און מופתים'לעך. עכ"פ דער וואס גלויבט נישט קען מען איהם נישט שטראפען אין עוה"ב אזוי ווי עובר זיין אן עכטע עבירה.

ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער, האסטו אין דיין לעבן נאכנישט אריינגעקוקט אין א ספר פון רבי נחמן. טא, פארוואס רעדסטו?

אין איין ווארט וועל איך מסכם דיין תגובה אז דו גלייבט נישט אין רבי נחמן. די מענטשן וועלכע פארן אויף אומאן גלייבן אים יא. און דא ענדיגט זיך דער שמועס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:57 pm

· #286812
@ברסלבער דאס איז א גוויישע גערעדעכץ. דער איד איז נישט פריי צו גלויבען וואס ער וויל. ער מוז אויפווייזען זיין גלויבונג עפ"י תורה, נישט לויט זיין שמעק און בויך סברות. יעצט אז דו קענסט ענטפערען און אויפווייזען, אדרבא מיני ומיניה יתקלסון לך. אבער ווען נישט, ביטע טייל מיר נישט איין וואס צו טוהן.
אבער פאר אביסל מער אינפארמאציע, קוק אין אמונה ובטחון פונ'ם חזו"א ווי ער איז מסביר וויאזוי דער תורה מעסט אן אדם גדול, און ר' נחמן האט נישט די ספרים פון וואס מ'זאל עס קענען בכלל אויפווייזען.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:01 pm

· #286813
בן אדם
און ס'דא וואס האלטן אז רויט און ארענדזש זענען די שענסטע קאלירן...

מענטש עס איז א ביסל צושטופט דא אין דעם אשכול, וואלסט נישט געוואלט זיך פלאצירן ערגעץ אנדערש ווי?

ברסלבער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:06 pm

· #286814
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א גוויישע גערעדעכץ. דער איד איז נישט פריי צו גלויבען וואס ער וויל. ער מוז אויפווייזען זיין גלויבונג עפ"י תורה, נישט לויט זיין שמעק און בויך סברות. יעצט אז דו קענסט ענטפערען און אויפווייזען, אדרבא מיני ומיניה יתקלסון לך. אבער ווען נישט, ביטע טייל מיר נישט איין וואס צו טוהן.
אבער פאר אביסל מער אינפארמאציע, קוק אין אמונה ובטחון פונ'ם חזו"א ווי ער איז מסביר וויאזוי דער תורה מעסט אן אדם גדול, און ר' נחמן האט נישט די ספרים פון וואס מ'זאל עס קענען בכלל אויפווייזען.

קודם, וואס גייט מיר אן וואס שטייט אין אמונה ובטחון פון חזון איש? אז דו קענסט מיר עס ווייזן אין די תורה איז גוט. אויב נישט, איז מיר נישט אינטערעסאנט וואס דער חזו"א האט צו פארקויפן.
צווייטנס, אין ליקוטי מוהר"ן זעט אויס אז דער מענטש האט געקענט כל התורה כולה. איינמאל ער האט געלערנט און געקענט די תורה האט ער שוין פונקט אזא רעכט ווי א צווייטן גדול צו אפמאכן וואס איז ווייכטיגער, און ווי עס זעט אויס האט ער געהאלטן אז עס איז אים וויכטיגער צו געבן חיזוק פאר מענטשן אנצוגיין און צו דינען דעם אייבערשטן, ווי צו שרייבן א תשובה ספר.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:06 pm

· #286815
ברסלבער
ליטוואק פון בודאפעסט
רבי נחמן זי''ע איז געווען א קדוש עליון: - מסתמא איז אזוי, נאר קיין שבועה קען קיינער נישט מאכען, ווייל אלס איז לוטה בערפל, און די באשרייבאכצער זענען אויך נישט גערעדט תורה שפראך, וויפיל תורה ער האט געקענט, אדער וואס פאר א מצוות האט איינער געזען טוהן, נאר מעשה'לעך און מופתים'לעך. עכ"פ דער וואס גלויבט נישט קען מען איהם נישט שטראפען אין עוה"ב אזוי ווי עובר זיין אן עכטע עבירה.

ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער, האסטו אין דיין לעבן נאכנישט אריינגעקוקט אין א ספר פון רבי נחמן. טא, פארוואס רעדסטו?

אין איין ווארט וועל איך מסכם דיין תגובה אז דו גלייבט נישט אין רבי נחמן. די מענטשן וועלכע פארן אויף אומאן גלייבן אים יא. און דא ענדיגט זיך דער שמועס.

דער ספר הקדוש לקוטי מהר''ן איז פארהייליגט ביי יעדען חסידישע איד (חוץ אין סקווירא, וואס חוץ גלייבען אינעם צדיק, פארקויפן זיי גארנישט)
אין תיקון הכללי האט מען אויך אין רוב חסידישע מקומות געגלייבט אז יש דברים בגו.
השתטחות בקברי צדיקים, שטייט אין שו''ע אז ט''ב און ערב ר''ה זאל מען גיין צו קברי צדיקים, (נישט אין ר''ה) און אפי' כלב בן יפונה איז געגאנגען אויף קברי צדיקים, אזוי אויך יוסף הצדיק ווען מען האט אים געפירט קיין מצרים, דער הייליגער אר''י איז געווען א גרויסע קברים גייער...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:18 pm

· #286818
נישט ווייל חזו"א זאגט אזוי, נאר ווייל ער ווייזט אויף אזוי. דאס איז די חילוק.
יעצט איינער וואס קען כל התורה הכולה האט נאך אלס קיין שום 'רעכט' נישט. אפילו ער קען נאר זאגען פון תורה, נישט פון בויך.
און ביזדערווייל ווייס איך נישט ווי מ'זעט אין ליקוטי מוהר"ן אז ער האט געקענט 'כל התורה כולה', נאר די גמרות וואס ער ברענגט. און קענען גמרות איז נאך אלס נישט דער שטעמפל פון דער גדול בתורה, נאר ווי ער פארשטייט עס און ווי איז זיין היקף הסוגיות פון די ראשונים, וואס ווען איינער וויל גלויבען, קען ער זיך איינרעדען וואס ער וויל, אבער אין ליקוטי מוהר"ן זעט מען עס נישט.
און @קאך_לעפל, דאס אז יעדער חסידישער איד פארהייליגט עפעס איז נישט קיין חשבון אין תורה, כפי ידיעתי בה. אין הימל שמייסט מען נישט פאר'ן נישט טוהן אדער גלויבען וואס חסידישער אידען טוהן, נאר פאר'ן נישט פאלגען תורה.
און גלייב מיר, איך האב סקווער טיפער אינדערערד ווי דו האסט, וכמו שכתבתי במקומות אחרות דא אין ק"ש פון אסאך ווינקלען, ווי סקווער האט גאנץ א שוואכער שייכות מיט אידישקייט און איהר יסודות.

ברסלבער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:21 pm

· #286821
שטיי מיר אייניג. דו גלייבסט נאר אין די גמרא און אין די ראשונים, און איך גלייב אויך אין רבי נחמן.

בן אדם » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:29 pm

· #286825
קאך_לעפל
בן אדם
און ס'דא וואס האלטן אז רויט און ארענדזש זענען די שענסטע קאלירן...

מענטש עס איז א ביסל צושטופט דא אין דעם אשכול, וואלסט נישט געוואלט זיך פלאצירן ערגעץ אנדערש ווי?

אפילו ווען ער איז נישט ביים רבי'ן שטיפט ער זיך אויך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:54 pm

· #286836
ברסלבער
שטיי מיר אייניג. דו גלייבסט נאר אין די גמרא און אין די ראשונים, און איך גלייב אויך אין רבי נחמן.

ס'טוט עכט ווי ווי מ'זעט די מאנגאל אין קענשאפט פון עיקרי הדת.
דער אייבישטער האט געגעבען די תורה שבע"פ צו משה רבינו, וואס האט עס איבערגעגעבען צו יהושע וכו' ביז רבינא ורב אשי. ווען זיי האבען געזען א מ'הייבט אן פארגעסען און די צרות הגלות וועלען משכיח זין די תורה פון אידען, האבען זיי אראפגעשריבען אלס וואס זיי האבען געהאט, און אלס געשריבען און מרמז געווען אין די הלכות, פלפולים, קושיות וראיות וואס אין גמרא איז פארהאנען, און נאר דארט איז דא תושבע"פ, און די פריערדיגע געשריבענער ספרים. זייט דעמאלס איז אלס אין ש"ס. וואס איז נישט אין ש"ס איז נישט תורה. די ראשונים זענען מסביר די גמרא, און טאמער איינער האט אן אנדערע פשט און ער קען עס אויפווייזען, מעג ער טעכניש זיך דינגען אויף ראשונים, נאר צו זיין א בר הכי, מוז ער וויסען אז ער איז הגיע להוראה, ד.ה. אז ער זאגט חידושים און ער טרעפט נישט מארגען אז די גאנצע זאך איז א טעות.
יעצט וואס האט ר' נחמנ'ס אייגענער סברות דא אהער? ער האט עס מקבל געווען מסיני אליינס? ער ווייסט זאכען וואס די גמרא האט נישט געוואוסט? אויב יא, האט עס נישט קיין נאמען 'תורה' אויף זיך, און צו א איד האט עס נישט. אויב שטייט עס יא אין תורה, זענען מיר ווידער ביים אנהייב. איינער אן אחרון זאגט עפעס, לאמיר זען זיין ראיות, לאמיר זען צו אנדערע פוסקים האבען עס אנגענומען. בקיצור ס'איז אדער א חלק פון תורה ווי אלע אנדערע חלקים, געמאסטען מיט'ן זעלבער קנה מדה ווי תורה, אדער איז דאס גאנצליך נישט אינטרעסאנט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 7:19 pm

· #286841
וויבאלד ס'איז אנגענומען אז די חידושים פונ'ם אריז"ל זענען אמת, מסתמא האט ער עס פון הארעוואניא אין תורה שבע"פ. אויב נישט עפ"י גמרא, איז עס פון ספרים וואס זענען געשריבען געווארען פאר דעם, דורך מענטשען וואס האבען געהאט סמיכה ד.ה. אז זיי האבען מקבל געווען זייער תורה דירעקט פון סיני דורך זייער רבי'ס און זייער רבי'ס רבי'ס. מ'דארף נישט מער ווי דעם. ס'איז דא אזעלכע ספרים, ווי ספר הזהר און אנדערע אזעלכע ספרים, וואס איך האב אין דעם נישט קיין ידיעה, אבער דער וואס האט יא, קען זען ווי מ'האט עס געטראפען.
קיינער איז נישט מופקע פון די געזעצען פון תורה, אפילו נישט די אריז"ל, און אפילו נישט דער רעבע וואס איינער האט, פאר זיין באקוועמליכקייט, אויסגעקליבען פאר זיך.

איש את רעהו » דאנערשטאג יולי 2, 2015 8:00 pm

· #286850

@ליטוואק די האסט לכאורה נאכנישט געלערנט די הלכה פון הדבק בתלמידי חכמים וואס דאס הייסט זיך אנקלעבן אין אידן ת''ח
די רעדסט מיט א מוראדיגע זלזול אין מענטשן וואס זענען נאנט צו גדולי תורה
דיין שטארקע אהבה צו התנגדות און לאכן פון חסידים ברענגט דיר צו חוזק'ן פון אידן וואס זענען מקיים די צווי התורה פון זיך מדבק זיין בת''ח
דאס אז די ווייסט נאכנישט פארוואס יענער האט רעכט צו נעמען דוקא זיין ת''ח וועם ער האט געקליבן מאכט נאכנישט דיר בארעכטיגט צו אפלאכען פון די מצוה פון זיך מדבק זיין צו תלמידי חכמים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 8:45 pm

· #286860
Re: ראש השנה אין אומאן???
דו ווייסט 'קלאר' אז דער אריז''ל זאגט אייגענ'ס, מוטשע זיך אליינס. איך ווייס נישט קלאר, האב איך נישט קיין פראבלעם. אבער פון מעשה ביכער בויט מען נישט עיקרי הדת, און דער רמב''ם אין הקדמה לספר היד איז מער באגלויבט ווי אלע 'שבחי דער צו יענער'.
און אגב, דער וואס גלויבט נישט אין תורת האריז''ל (הגם איך בין נישט פון זיי) איז נאך נישט קיין אפיקורס. זעסט דאך אז אלע חסידישע אידען נוצען ארטסקרול, אפילו ווען די ראש המתרגמים האט ניטאמאל געגלויבט אין זהר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 9:05 pm

· #286867
Re: ראש השנה אין אומאן???
האסט אמאל געליינט דער 'בית רבי'?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 9:06 pm

· #286869
Re: ראש השנה אין אומאן???
דער נאמען פון דער מתרגם איז נישט באקאנט נאר ביים אלטען דור אין לעיקוואוד, אבער הרב אהרן קרייזער זצ''ל האט איהם נישט מצרף געווען למנין

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 9:31 pm

· #286875
Re: ראש השנה אין אומאן???
דו פראבירסט מיר אריינצושטופען א פאקט, אן עובדא קיימת, אז דער אריז''ל האט ממציא געווען חידושים נישט פון תושבע''פ, און איך האב געזאגט אז איך גלויב נישט אזוי. אז דו האסט געליינט בית רבי דארפסטו פארשטייען וואס ליגט אונטער דעם. אז דו ווייסט נישט, ליין איבער.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 3, 2015 11:01 am

· #286940
ליטוואק

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/273044">viewtopic.php?p=273044#p273044</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 3, 2015 12:06 pm

· #286969
ווייל איך שעץ חסידות גרינג איז א ראיה אז איך פארשטיי נישט?! אפשר פארקערט. ווייל איך פארשטיי עס יא, דעריבער שעץ איך עס גרינג!
ווען דו קענסט אויפווייזען אז ס'פעלט מיר ידיעות, איז לאמיר עס אויסשמועס'ן. אבער נאר ווייל איך האלט אנדעריש ווי דיר אין אפלערנען וואס איך ווייס פון חסידות, ווערט עס נישט קיין 'מופלא ממך' און דיין פעטיציע איז נישט אין פלאץ.
יא, לדעתי איז חסידות א גרויסע טעות, הן אין איהר היינטיגע געזעלשאפטליכע אויסדרוק, הן אין איהר היינטיגע 'עבודה'דיגע' אויסדרוק, און הן איהר אמאליגע אויסדרוק. איך בין גרייט דאס אויסצושמועס'ן פונקט ווי יעדער מיינונג ואס ווערט דא אראפגעברענגט דורך איינער א ניק. אנטשולדיגט אז מיין יחוס גייט נישט צוריק צום דערפ'ל אין מארמערוש, וואס ווען יא וואלט מען געקענט מיר אנקוקען ווי א העלד וואס האט באוויזען ארויסצוברעכען פון די מויער'ן פון די עמהארצות פון חסידות. יעצט וואס איך בין סתם א ליטוואק, קען איך נישט אפלערנען און פארשטייען כפי ידיעתי?! איינער וואס האט קיינמאל נישט טועה געווען זעט נישט איין די טעות?

ליפא » פרייטאג יולי 3, 2015 12:23 pm

· #286977
ליטוואק זיי מודה, דו האסט ליב קריספי חלה מיט וואקעלדיגע פיש זאפט? וועם ווילסטו נארן?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 3, 2015 12:27 pm

· #286979
Re: ראש השנה אין אומאן???
פערצופאל האב איך בעסער ליב ווייכער חלה. פישזאפט איז נישט אויפ'ן רשימה פון מאכלים וואס איך וואלט אויסגעוועלט ווען איך האב א ברירה, אבער געווענדליך עס איך וואס מ'לייגט מיר אויפ'ן טעלער, מ'פרעגט מיר גאנץ ווייניג. און זי איז א פולקאמער ליטוואק, אויפגעוואקסען אין א שטאט אן קיין איין שטריימעל, רח''ל.

המשגיח » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:48 pm

· #296112
בס"ד

גוטע נייַעס פֿאַר אמעריקאנער וואס פארן קיין אומן אויף ראש השנה

היות די קומענדיּגע ראש השנה וועט אויספאלן אויף מאנטאג , און וועגן דעם די אמעריקאנער וואס ווילן פארן צום רבי'ן אויף אומן וועלן שוין דארפן ארויספארן קיין אוקריינא שפעטסטנס מיטוואך אָדער דאנערשטאג.

צוליב דעם ווילן מיר מעלדן אַז עס וועט זיין א מעגליכקייט ארויספארן פון ניו יארק צו קיִעוו אויף דאנערשטאג נאַכט, אַפֿילו די לאַנדינג אין קיִעוו וועט שוין זיין פרייטאג נאָכמיטאָג , און כאָטש עס איז נישט גענוג צייַט צו פאָרן פון קיִעוו קיין אומן אויף פרייטאג נאָכמיטאָג. דאס וועט מעגליך זין דורך וואָס די טוריסט פירמע "מאַדזשיקאַל לאַנדשאַפט" ("נוף קסום") האט אָרגאַניזירט א "שבת התאחדות" פאר די וואס קומען פון אמעריקא אין א שיינע האטעל גאר נאנט צו די אירפאר"ט באָריספּאָל אין קייעוו. אַזוי אַז די וואס קומען אהן פרייטאג נאָכמיטאָג צו קיִעוו וועלן קענען געניסן אַ הערליכען שבת אין די האטעל.

די האטעל געפונט זיך אויפ'ן אינזל "טראָקאַניב" וואס שטייגט איבער מיט איהר שיינקייט די קאַריבבעאַן מיט די מאַלדיוועס אינזלעך צוזאמען, אַן אינזל לאָוקייטאַד אין די טייַך וואס לויפט אריבער קיִעוו.

עס איז וויכטיק צו באטאנען אַז די דיפּאַרטשערז פון ניו יארק אויף דאנערשטאג נאַכט/ נאָכמיטאָג ,איז נישט אַזוי טייַער ווי די דיפּאַרטשערז פון מיטוואך אָדער דאנערשטאג מיטאָג.

די האָטעל'ס אָרט איז באזונדערט, אָן מורא פון מראות אסורות און פריצות, וואס פון איין זייַט די איז דא הערליכען אוקריינישען וואלד מיט פרישע ריינע לופט און פון די אנדערע זייט איז די דנייפער טייך, דער האָטעל איז אויסדערוויילט וועגן זיין נאנטקייט צו די טייַך'ס ברעג וואס פארמעגליכט דעם ציבור זיך צו טובל'ן אין די טייך מיט קדושה און ריינקייַט לכבוד שבת קודש.

מיט די באטייליגטע וועט זיך באטייליגען די משפיע רבי ברוך קליינער שליט"א וואס וועט בטעמ'ט מאכן די שבת מיט דברי חיזוק מתורתו של רבי נחמן מברסלב.

נ.ב. ביי די טרעוועל עדזינט וועט איר אויך קענען באקומען עצות וויאזוי צו טרעפן ביליגע טיקעטס.

פון וועגן די קורצע צייט איז אונז נישט אויסגעקומען צו דרוקען א שיינע בראשאר אויף דעם שבת און מיר באגנוגען זיך מיט די מעלדונג.

צו רעזערווירען און מער אינפארמאציע:
נוף קסום טארבעל, ארץ ישראל, - 972-8334688+
Plan it rite – Monsey - 845-678-3555

שטילע אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 16, 2015 7:53 pm

· #296149
Re: ראש השנה אין אומאן???
כווער א ברעסלעסער נאר פאר דעים,

בראשית » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 7:17 pm

· #303022
ברסלבער
רבי נתן איז געווען דער תלמיד פון רבי נחמן וואס האט איבערגעגעבן רבי נחמנ'ס תורות און לימודים אויף ווייטער. צו זאגן אז מען האלט נאר פון רבי נחמנ'ס ספרים און נישט פון רבי נתן, איז אבסורד. אלעס וואס איז געבליבן פון רבי נחמן איז נאר דאס וואס רבי נתן האט געשריבן, אריינגערעכנט דער ליקוטי מוהר"ן. און רבי נתן האט איבערגעזאגט וואס רבי נחמן האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך לאחר הסתלקותו, און שוין. דאס איז דער ענין פארוואס מענטשן פארן אויך אומאן
.

רבי נתן זאגט אז ער האט אזוי פארשטאנען. איז עס די זעלבע זאך ווי אפשרייבן דו תורות? איז למשל סענדר דייטש און מאיר ישראל גאלדבערגער מיט נפתלי לעבאוויטש יעצט געווארן דו undisputed ווארטזאגער פונעם סאטמער רבי זצ"ל?
למעשה איז פיין באקאנט אז א שיין חלק תלמידי רבי נחמן ווי למשל חסידי דאשעוו האבן אפגעהאקט מיט רבי נתן און די עיקר מלחמה אקעגן רבי נתן איז געקומען פון אינעווענדיג זיי האבן איהם פארמסרט צום סאווראנער ואכ"מ
נאר א דוגמא רבי נחמן איז אוועק אין שטאט ברסלב מהאט אים געוואלט דארט באערדיגן אבער רבי נתן האט געהערט פון רבי נחמן אז ער וויל ליגן אין אומן האט ער זיך גענומען פארפירן מאכן קולות אבער קיינער האט אים נישט צוגעהערט ווי ער שרייבט עס אליינס ביז אנדערע עדים האבן דאס באשטעטיגט. אויך דארף מען באמערקן אז עס איז געווען א צייט וואס רבי נתן איז געבליבן מיט 5 מענטשן ס"ה בעת רבי נחמן ווייסט מען פון 600 מענטשן כמבואר בימי התלאות.
לאמיר נישט פארגעסן יו"ט טאר מען נישט גיין צו קברים מן הסתם האט רבי נחמן געוואלט די קיבוץ זאל ווייטער אנהאלטן גם לאחר הסתלקותו איז מה לי הכי מה לי התם כנלע"ד ואי"ה עוד חזון למועד

גר ותושב » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 7:44 pm

· #303032
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית

נאר א דוגמא רבי נחמן איז אוועק אין שטאט ברסלב

איך מיין די האסט א טעות ער איז אוועק און אומאן

בראשית » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:40 pm

· #303063
איר זענט גערעכט ער איז אוועק אין אומן ואתכם הסליחה.
די מעשה וואס מיר האבן גערעדט איז געווען צו ער זאל ליגן אין די נייע בית החיים אדער דו אלטע
נקודה איז די זעלבע
בענין חסידי דאשעוו איז היסטאריקער דוד אסף ווארפט אריין אפאר שורות ווייט פון קענען האבן א קלארע השגה אין די דברים העומדים ברומו של הנייגעריגע
בכלל דארף מען וויסן אז אסאך היסטאריקער בויען גאנצע בנינים אויף דו ווערטער פון תפארת מהרא"ל הסבא משפאלא וואס ער איז באקאנט מיט זיינע פעלשונגען איבערן מהר"ל מפראג דו תפארת מהר"ל א ענליכן נאמען וועגן די גולם. מנחת אלעזר אין דברי תורה רייסט עס אביסל אראפ אבער
ופארט נישט אינגאנצן.

mevakesh » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:46 pm

· #303064
Re: ראש השנה אין אומאן???
ווי האב איך אמאל געהערט פון א חסיד?
רבי נתן איז פשוט געווען א שוואנץ און מען האט געמאכט פון די שוואנצונעס תורת אמת

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:14 am

· #303104
א סקווירא חסיד אפשר?

אהרן » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:18 am

· #303110
Re: ראש השנה אין אומאן???
סקווירא איז ברוגז אויף ברסלב בכלל לאו דוקא ר׳ נתן
בלאט: 1 2 3