☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ראש השנה אין אומאן???

ראש השנה אין אומאן???

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9217
בלאט: 1 2 3

אהרן » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:20 am

· #303112
Re: ראש השנה אין אומאן???
ער ווייסט שויו איינמאל, ער איז יודע את סחורתו ומכוין לשוואנצאנם

ישראלי » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:19 am

· #303124
Re: ראש השנה אין אומאן???
שמעתי בשם הגה''צ אבד''ק וואדריזש ''ר' נתן כשלעצמו הוא בדרגתו של המגיד מ'קאזניץ והרבי מלובלין''

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:22 am

· #303126
Re: ראש השנה אין אומאן???
ישראלי
שמעתי בשם הגה''צ אבד''ק וואדריזש ''ר' נתן כשלעצמו הוא בדרגתו של המגיד מ'קאזניץ והרבי מלובלין''

שוין מסתמא האט ער געהערט אזוי פון זיין רבי קיוויאשדער רב ווי קום איך אריינצורעדן

ישראלי » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:25 am

· #303128
Re: ראש השנה אין אומאן???
לאו דווקא פשוט ווייל ער איז א גרויסע אוהב ספרים ידען און היסטאריקער ווייסט ער אביסל וואס טוט זיך

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:26 am

· #303129
Re: ראש השנה אין אומאן???
ישראלי
לאו דווקא פשוט ווייל ער אי א גרויסע אוהב ספרים ידען און היסטאריקער ווייסט ער אביסל וואס טוט זיך

אדער ווייל ער וויל אזוי

ישראלי » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:29 am

· #303131
Re: ראש השנה אין אומאן???
איך גלייב נישט ווייל ער האט גאנץ א שוואכע נטייה צו ברסלב

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:33 am

· #303133
Re: ראש השנה אין אומאן???
בכל אופן די מימרא איז נישט צו דער זאך ופשוט היא
רבי נתן איז געווען א גרויסע מענטש אבער צו זאגען אז בדרגת המגיד מקוזניץ איז נאריש

ישראלי » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:35 am

· #303135
Re: ראש השנה אין אומאן???
פארוואס נאריש? ער איז א בן דורם

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:43 am

· #303137
Re: ראש השנה אין אומאן???
ישראלי
פארוואס נאריש? ער איז א בן דורם

Whatever איך האב נישט גארנישט קעגן ברעסלב און רבי נתן און איך מעסט נישט קיין צדיקים אבער איך האלט אז עס איז נישט היסטאריש ריכטיג
עס איז נישט דא קיין מימראס פון גדולים בדורו אויף איהם אויף דעם פארנעם
[ציטאט אראפגענומען]

האט נישט מיט צימעס

ישראלי » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:45 am

· #303138
Re: ראש השנה אין אומאן???
זיין בליק איז לכאורה עפ''י ספרם

בראשית » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 9:34 am

· #303151
ישראלי
זיין בליק איז לכאורה עפ''י ספרם

קען מען זעהן גאונות נישט מדרגות און לכאורה אין לערנען וואלט איך געזאגט בפשטות איז רבי נתן געווען גרעסער ווי רבי נחמן.
אגב ר' אברהם בן ר' נחמן זאגט מען נאך אז ער האט געהייסן מען זאל ענדערש לערנען ספרי רבי נתן ווי ספרי רבי נחמן.

בראשית » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 10:38 am

· #303157
אבער צו מאכען א גאנצע תורה געבויט אויף אמונת צדיקים ולכן אז רבי נחמן האט זיך אויסגעדריקט א שארף ווארט בעת ריתחא אקעגן א אנדערע צדיק האט דאס געמיזט ווערן אפגעדריקט?
רבי נתן האט זיכער אזוי פארשטאנען אין דעם ענין פון אמונת צדיק ולכן מיז יעדע ברסלבער חסיד גלייבן באמונה פשוטה אז הסבא קדושא משפאלא איז פון די ס"א וזקן הוא כסיל.
נאך א מזל אין בארדיטשוב איז נישט געווען די סארט אמונה ווייל אז יא וואלט יעדער וואס קאכט זיך אין קדושת לוי געמיזט זיין קעגן ר' אהרן הגדול מקארלין
און יעדער בחור וואס הארעוועט אויף מהר"ם שיף געמיזט גלייבן אין די אלע טיטלען אקעגן דו מהרש"א וד"ל

בראשית » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 11:32 am

· #303164
ראש השנה אין אומאן???
[ציטאט אראפגענומען]

פאר א שטיקעל השגה מאך א גוגל סוירטש אויף שמואל אייזיק מדאשיב ווי רבי נתן דריקט זיך אויס צווישן מיר און דאשיב איז שוין דא א פירוד צווישן מיר מיט נפתלי אויך?
בעסער נעם מיך אוועק פון די וועלט.

גר ותושב » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 11:46 am

· #303166
Re: ראש השנה אין אומאן???
עס זענען דא היינט בכלל תלמידים פון ר נפתלי און ר שמואל אייזיק אדער אלע זענען היינט תלמידים פון ר נתן און אויב אזוי וואס ווילסטו פון זיי זיי טוהן וואס ר נתן האט געהאלטן

אויב איך געדעינק גיט זאגט מען בשם ר נחמן אז ר נתן (און ר נפתלי) זענען די איינציגסטע וואס פאשטייען עים און גדארע ר נפתלי איז יא געפארן צום קיבוץ און אומן

בראשית » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 5:15 pm

· #303209
גר ותושב
עס זענען דא היינט בכלל תלמידים פון ר נפתלי און ר שמואל אייזיק אדער אלע זענען היינט תלמידים פון ר נתן און אויב אזוי וואס ווילסטו פון זיי זיי טוהן וואס ר נתן האט געהאלטן

אויב איך געדעינק גיט זאגט מען בשם ר נחמן אז ר נתן (און ר נפתלי) זענען די איינציגסטע וואס פאשטייען עים און גדארע ר נפתלי איז יא געפארן צום קיבוץ און אומן

איז דא היינט בארדיטשובע און ליזענסקע חסידים? ניין. זייערע ספרים זענען נחלת הכלל. איז פאר וואס פראבירסטו אריין צולייגען ספרי רבי נחמן אין א קעסטעל?
למשל ר' שמעה'לע זשעליחובער האט געזאגט אז ליקוטי מהר"ן איז א פי' אויפן תיקוני זוהר האט ער געמיזט אפקויפן אלעס וואס מ'זאגט נאך אין זיין נאמען? בפירוש נישט עי' בנהרי אש.
דו מעשה ווי אפילו אף גם אחד האט זיך נישט צוגעהערט צו רבי נתן וואס ער האלט אז רבי נחמן האט אים געזאגט בעת פטירתו ווערט געברענגט אין ספר פעלת הצדיק אות תתרעג עיי"ש
דו ענין פון די קיבוץ אין אומן עיין בסוף דברנו לעיל המטעים גם לשיטת רבי נתן.
מיינע ווערטער אויבן איז געוועהן געוואנדן צו דו טענה אז עס איז אבסורד זיי צוויי אפצוטיילן וויבאלד ער האט אפגעשריבן די תורות און אז מ'גלייבט נישט אין רבי נתן דאן איז נישטא א רבי נחמן והבאתי שלא כן הוא בראיות חותחות הנלע"ד.

גר ותושב » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 6:11 pm

· #303215
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית

תשובה: פאר א נישט ברסלבע חסיד ביסטו אפשר גערעכט אבער פאר א ברסלבע חסיד וואס אלס שטאמט פון א מסורה און די היינטיגע מסורה שטאמט פון ר נתן און אז ער זאגט אז ער האט אזוי פארשטאנען איז עס קדוש קדוש קדוש

דו מעשה ווי אפילו אף גם אחד האט זיך נישט צוגעהערט צו רבי נתן וואס ער האלט אז רבי נחמן האט אים געזאגט בעת פטירתו ווערט געברענגט אין ספר פעלת הצדיק אות תתרעג עיי"ש

תשובה: שכח פארן מראה מקום איך וועל עס אפשר נאכקוקן אבער עס האט נאך אלס נישט קיין אפעקט אויף חסידי ברסלב בדורינו וואס שטאמען פון תלמידי ר נתן

דו ענין פון די קיבוץ אין אומן עיין בסוף דברנו לעיל המטעים גם לשיטת רבי נתן.
מיינע ווערטער אויבן איז געוועהן געוואנדן צו דו טענה אז עס איז אבסורד זיי צוויי אפצוטיילן וויבאלד ער האט אפגעשריבן די תורות און אז מ'גלייבט נישט אין רבי נתן דאן איז נישטא א רבי נחמן והבאתי שלא כן הוא בראיות חותחות הנלע"ד.

תשובה: איך הער דיינע ראוית אבער אז ר נחמן האט געזאגט אז די אינציגסטע וואס פארשטייט עים איז ר נתן איז די קשיא אויף די וואס האבן עים נישט אויסגעהערט און נישט אויף די היינטיגע נוסעים צו אומן

בראשית

לאמיר נישט פארגעסן יו"ט טאר מען נישט גיין צו קברים מן הסתם האט רבי נחמן געוואלט די קיבוץ זאל ווייטער אנהאלטן גם לאחר הסתלקותו איז מה לי הכי מה לי התם כנלע"ד ואי"ה עוד חזון למועד

ביסט לכאורה נישט גערעכט ווייל ר נתן האט געוואוינט און ברסלב און איז געפארן מיט מסירות נפש צו מקיים זיין די קיבוץ און אומאן

בראשית » זונטאג אקטאבער 4, 2015 12:38 am

· #303238
צו פרעגן א קשיא אויף תלמידי רבי נחמן פ"וו זיי האבן איגנארירט רבי נתן פון ווערטער וואס רבי נתן האט געשריבן אדער רבי נתן'ס תלמידים האבן געשריבן אז רבי נחמן האט געזאגט אויף אים איז אבסורד.
והשנית ווען רבי נחמן האט געזאגט די ווערטער האט ער גערעדט פון א ענין צו ער באשרייבט זיינע תורות דו בעסטע און פארשטייט אים די בעסטע צו
ער איז זיך דו מערסטע מבטל צי איהם ולאו דווקא על הכלל כולו יוצאות.
והא ראי' ווען ס'איז געקומען צו תיקון כללי האט ער געטראפן אנדערע פארוועם עס איבערצוגעבן טראץ רבי נתן האט אים געבעטן עטליכע מאל ער זאל אים עס מגלה זיין האט ער אים געענטפערט עני 10 איז גיט
די קיבוץ איז פארגעקומען אין אומן איז ער אהין געפארן מיט מסירת נפש ופשוט הוא

גר ותושב » זונטאג אקטאבער 4, 2015 12:44 am

· #303239
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית
צו פרעגן א קשיא אויף תלמידי רבי נחמן פ"וו זיי האבן איגנארירט רבי נתן פון ווערטער וואס רבי נתן האט געשריבן אדער רבי נתן'ס תלמידים האבן געשריבן אז רבי נחמן האט געזאגט אויף אים איז אבסורד.
והשנית ווען רבי נחמן האט געזאגט די ווערטער האט ער גערעדט פון א ענין צו ער באשרייבט זיינע תורות דו בעסטע און פארשטייט אים די בעסטע צו
ער איז זיך דו מערסטע מבטל צי איהם ולאו דווקא על הכלל כולו יוצאות.

תשובה: מהיכא תיתי (אויב איינער האט א מראה מקום ווי עס שטייט זאל עס ביטע ארויף לייגען)

והא ראי' ווען ס'איז געקומען צו תיקון כללי האט ער געטראפן אנדערע פארוועם עס איבערצוגעבן טראץ רבי נתן האט אים געבעטן עטליכע מאל ער זאל אים עס מגלה זיין האט ער אים געענטפערט עני 10 איז גיט

תשובה: דארט האט ער זיי אויפגענומען פאר עדים ופשוט הוא שיש דברים בגו פארוואס ער האט זיי דוקא גענומען און עס מאכט גארנישט קלענער ר נתן מיט דעים

די קיבוץ איז פארגעקומען אין אומן איז ער אהין געפארן מיט מסירת נפש ופשוט הוא

אבער פארוואס האט ער עס געמאכט און אומאן ווען ער האט געוואוינט און ברעסלעב

בראשית » זונטאג אקטאבער 4, 2015 1:06 am

· #303242
איך וועל אי"ה צוריק קומען וועגן אומן פון א אנדערע פרעספעקטיוו מיינע תגובות זענען געווען געוואנדן לויט די אינהאלט פון דעם אשכול.
יעצט צו דיין שאלה. בויען א בנין אויף דעם דארף מען וויסן
Facts on ground
אפשר רוב ציבור האט דארט געוואינט אפשר איז דארט געווען ווי רבי נחמן האט געפירט זיין לעצטע ר"ה א בחינה ווי סאטמער שבועות אין ק"י.
מ'דארף געדענקן אז רבי נתן האט אויך פארשטאנען אז נאכדעם וואס זיין זוהן פארט קיין א"י וועט ער מער נישט דארפן קומען צו אומן כידועה

גר ותושב » זונטאג אקטאבער 4, 2015 10:37 am

· #303279
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית
איך וועל אי"ה צוריק קומען וועגן אומן פון א אנדערע פרעספעקטיוו מיינע תגובות זענען געווען געוואנדן לויט די אינהאלט פון דעם אשכול.
יעצט צו דיין שאלה. בויען א בנין אויף דעם דארף מען וויסן
Facts on ground
אפשר רוב ציבור האט דארט געוואינט

תשובה: קלאר אז נישט און יענע צייטן האט רוב עולם געוואוינט און קרימינטשאק דאשעוו מעדווידיווקע ברעסלעב ועוד אבער נישט און אומן ערשט שפעיטער האט ר נפתלי זיך אריבער געצויגן אהין און עס איז דארט געווארן א חבורה.ע"כ.

אפשר איז דארט געווען ווי רבי נחמן האט געפירט זיין לעצטע ר"ה א בחינה ווי סאטמער שבועות אין ק"י.

תשובה: די ערשטע ראש השנה האבן די תלמידים געוואלט דאווענען אויפן זעלבן פלאץ ווי ר נחמן האט געדאווענט א יאר בעפאר און ר נתן האט זיך געקשנט אז נישט און אז מען זאל דאווענען און די שטאטישע בית מדרש איז קומט אויס אז עס נישט דאס איז די טעם.ע"כ.

מ'דארף געדענקן אז רבי נתן האט אויך פארשטאנען אז נאכדעם וואס זיין זוהן פארט קיין א"י וועט ער מער נישט דארפן קומען צו אומן כידועה

תשובה: פארשטייט זיך יענע צייטן פארן פון ארץ ישראל קיין אומאן וואלט געדארט דריי חדשים אהין און דריי חדשים צוריק.ע"כ.

בראשית » זונטאג אקטאבער 4, 2015 2:34 pm

· #303295
איך האב שטארק הנאה מיט וואס די ווייסט אז תלמידי רבי נחמן האבן געוואלט די קיבוץ באותו מקום שהיה לפני שנה דאס באשטעטיגט אופן ב' שכתבתי ומה שרבי נתן רצה במ"א היינו כמו שכתב שם בפנים שרצה במקום יותר מעורב אבל וודאי רצה באותו שכונה עיי"ש בכוכבי אור מאמר שיחות וסיפורים אות נד.
וגם שם מבואר היטב מה שכבר ביארתי שתלמידי רבי נחמן לא היה מתחשבים כלל לא מיניה ולא מקצתו עם דעתו של רבי נתן
ומה שכ"ת אסכים אתי באופן פשטות שגם רבי נתן הבין שאם זה לוקח הרבה זמן בפשטות אין אפילו הוו"א שבוודאי אין צריכין ללכת הרי ק"ו במקום שזה מביא לידי מחלוקת בין איש לאשתו שגם הקב"ה מוותר על שמו ע"ז כש"כ שאין צריכין ללכת. ובוודאי שאין צריכין מסירת נפש ע"ז.
וכמו שאמר רבי נחמן קנייטש ווי אזוי איר ווילט אבער פון א סעיף שו"ע זיך נישט אוועקריקן.

גר ותושב » זונטאג אקטאבער 4, 2015 4:49 pm

· #303304
Re: ראש השנה אין אומאן???
קודם דארף איך ארויס בריענגען אז עס איז ממש א נחת צו דיסקאסן א נושא מיט דיר מיט א רואיג קייט אן קיין אטאקעס זאל טאקע דער @בראשית זיין לעיני כל ישראל ווי אזוי א דיסקאשן דארף זיין.

בראשית
איך האב שטארק הנאה מיט וואס די ווייסט אז תלמידי רבי נחמן האבן געוואלט די קיבוץ באותו מקום שהיה לפני שנה דאס באשטעטיגט אופן ב' שכתבתי ומה שרבי נתן רצה במ"א היינו כמו שכתב שם בפנים שרצה במקום יותר מעורב אבל וודאי רצה באותו שכונה עיי"ש בכוכבי אור מאמר שיחות וסיפורים אות נד.

תשובה: אבער פון דעים וואס די זעיסט אז ר נתן האט זיך געקשנט און איז ארויס קעיגן יעדן איינעם און געגאנגען דאווענען אויף אן אנדערע מקום זעיסטו לאפיקו דיין צווייטע טעם וויל אויב די גאנצע זאך אז די קיבוץ איז אומן איז ווייל דארט איז ר נחמן געוועין דעמאלט אוודאי וואלט ער געדארפט דאווענען באותו מקום ממש ווי ר נחמן האט געדאווענט נאר על כרחך האט ער פארשטאנען אז די קיבוץ דארף דווקא זיין און אומן פאר אנדערע סיבות. ע"כ.

וגם שם מבואר היטב מה שכבר ביארתי שתלמידי רבי נחמן לא היה מתחשבים כלל לא מיניה ולא מקצתו עם דעתו של רבי נתן

תשובה: איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט ארויס ברעינגען מיט דעים וואס זיי האבן געהאלטן אנדערש פון אים ר נתן אליינס שרייבט עס כמה פעמים און ביי די מעשה פון ראש השנה תקעב האבן זיי צום סוף זיך יא מכניע געוועין אונטער עים און אפי עס איז יא געוועין א פירוד אבער צום קיבוץ איז דאכט זיך יעדער געקומען און אפי טאמער נישט על ר נתן אנו חיים ער האט געשריבן די ליקוטי מוהרן די שיחות הרן די ספר המידות ועוד ועוד און זעלטן וואס ער בריענגט אראפ לשון חברים און פון די אנדערע איז נישט דא קיין תלמידים און כתבים כמעט איז אפילו היו חולקין אויף ר נתן וואס איז עס נוגע צו יעצט

📎 uploadfromtaptalk1443990486031.JPG

ומה שכ"ת אסכים אתי באופן פשטות שגם רבי נתן הבין שאם זה לוקח הרבה זמן בפשטות אין אפילו הוו"א שבוודאי אין צריכין ללכת הרי ק"ו במקום שזה מביא לידי מחלוקת בין איש לאשתו שגם הקב"ה מוותר על שמו ע"ז כש"כ שאין צריכין ללכת.

תשובה: איך האב געהערט א מעשה פון א דיין א יוד איז געקומען פרעיגן א שאלה ער האט פארציילט אז זיין בני בית גרייט אייביג אן די נאכטמאל נאך וואס ער קומט אהיים און עס איז גורם א סך שלום בית פראבליעמען ויהי היום ער איז ארויס פון ארבעט און אנגעטראפן א פליישיגע רעסטאראנט און האט אפגעמאכט ער גייט עסן פאר ער קומט אהיים ויעט ער זיך שפאאן די עגמת נפש וכו איי וואס וועט זיין מיט די נאכטמאל וואס די בני בית גייט אנגרייטען עס וועט דאך געדארן לאנג ביז עס וועט זיין פארטיג אכלתי ואוכל עוד מה עשה הבעל דבר ער קומט אהיים ווארט עים אפ א סורפרייז די נאכטמאל איז שוין גרייט געט ער א קוק זעיט ער עס איז מילכיגס עס ווערט עים שווארץ פאר די אויגן פון די געפלאנטע שלום בית גייט דאך יעצט ווערן א הריסות בית האט ער געמאכט די קל וחומר וואס די האסט דא אראפ געברעינגט אז מוטב שימחה שמי איז על אחת כוכ א דרבן פון בשר וחלב וכו וכו און ער האט געפריעגט די דיין צו ער האט גיט געטוהן און עס איז איבריג צו זאגן אז די תשובה איז געוועין אז ניין א אריכות הדברים ואין להאריך אבער היוצא לנו מזה אז מען קען נישט פאכענען מיט די קל וחומר ווען מען וויל און אז דא האט ר נחמן געזאגט אז כל העולם תלוי בראש השנה שלי קען מען עס נישט אוועק מאכן בקל וחומר כזה.ע"כ.

ובוודאי שאין צריכין מסירת נפש ע"ז.

תשובה: אינו נכון ר נתן האט אליינס געזאגט אז אפילו די וועיג וועט זיין אנגעזייט מיט שווערדן זאל ער פארן און קוק אויף מעשה רב ווי רבים וטובים צדיקים חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מוסר נפש געוועין צו פארן צום קיבוץ און אזוי אויך ר נתן אליינס בשעת די רדיפות און אז אנדערע זענען נישט געפארן ביי די רדיפות האבן זיי נעבעך נישט עומד בנסיון געוועין אבער עס נעמט נישט אוועק פון די וואס האבן זיך יא מוסר נפש געוועין.ע"כ.

וכמו שאמר רבי נחמן קנייטש ווי אזוי איר ווילט אבער פון א סעיף שו"ע זיך נישט אוועקריקן.
📎 uploadfromtaptalk1443990622800.JPG

בראשית » זונטאג אקטאבער 4, 2015 5:30 pm

· #303308
במחכ"ת זעה איך נישט גארנישט מער ווי איך האב געהאט געשריבן אנהאלטן די קיבוץ ווייטער כמו בחיים חיותו און גארנישט מער. אפשר האט איר שטארק געקוועטשט אויף די ווארט אומן אבער פארגעס נישט בחיים חיותו איז מען גיווען אין אנדערע שטעטלעך אויכעט און מן הסתם שרייבט ער די ווארט אומן ווייל דארט איז דעמאלט פארגעקומען די קיבוץ.
אי"ה ממשיך זיין נאך יו"ט.

גר ותושב » זונטאג אקטאבער 4, 2015 5:50 pm

· #303311
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית
במחכ"ת זעה איך נישט גארנישט מער ווי איך האב געהאט געשריבן אנהאלטן די קיבוץ ווייטער כמו בחיים חיותו און גארנישט מער. אפשר האט איר שטארק געקוועטשט אויף די ווארט אומן אבער פארגעס נישט בחיים חיותו איז מען גיווען אין אנדערע שטעטלעך אויכעט און מן הסתם שרייבט ער די ווארט אומן ווייל דארט איז דעמאלט פארגעקומען די קיבוץ.
אי"ה ממשיך זיין נאך יו"ט.

להיפך ער זאגט עס זאל זיין באומן דייקא. כמו בחיים חייתו איז נישט דער טעם ער זאגט נאכדעים והיו לי על זה כמה ראיות מבוארות ווייל אויב וואלט עס געוועין די טעם וואלט ער געדארפט דאווענען באותו מקום כמו בחיים חיותו.
עס זענען דא קיין איין הרע גענוג און נאך קונטריסים פון כמה וכמה משפיעים וואס זענען מבאר טעמים אויף אלעס די מערסטע אנגענומענע טעם איז אז עס האט א שייכות מיט די זעלבע סיבה פאוואס ר נחמן האט געוואלט ליגן און די בית החיים.

בראשית » דינסטאג אקטאבער 6, 2015 11:32 pm

· #303336
כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי? מיינט דאס אז רבי נחמן האט געזאגט דו גאנצע וועלט זאל קומען לאחר הסתלקותו צו איהם ר"ה?
האבן מיר אנגעצייכענט די הלכה אז מגייט נישט צו קיין קברים. איז וואס יא ברענגט איר אינעם ערשטן קוואט לפי מיטב הבינתי אז רבי נתן האט ראיות ברורות אז רבי נחמן וויל מזאל זיך ווייטער צוזאמקומען וכמו שכתבתי הענין של קיבוץ ותו לא מידי (אפגערעדט אז מזעט נישט קיין אמירה אדער בקשה וכש"כ מסירת נפש ע"ז מרבי נחמן יעצט לייג עס אינקאנטראסט מיט דו זאכן וואס ווערן בפירוש דערמאנט אין ליקוטי מהר"ן ווי למשל עבודת האכילה וכדומה וואס כמעט וואס מהערט נישט פון די אלע וואס פארקויפן אמונת הצדיק. און אוודאי נישט דאס וועט דאך נישט העלפן פאר פארטייאישע אינטערעסן)
יעצט די ענין של קיבוץ איז לא מבעיא רובו תלמידי מהר"ן הרי כבר ביארתי שס"ה היה רוצים להמשיך את הקיבוץ שלפני שנה וגם לפי דעתו דמהרנ"ת
פשיטא לי שהסכים לזה אבל היה לו תנאי נוסף שרצה שיהיה במקום מעורב כמו שכתב בכוכבי אור בפנים ונראה שאח"כ שהלך מהרנ"ת להמקום יותר מעורב זה מצא חן בשאר תלמידי מהר"ן און די בעסטע משל שכבר כתבתי איז ר' אהרן קומען צו וויליאמסבורג אויף שמחת תורה אפילו נישט אינעם זעלבען ביהמ"ד איז אבער די מקום די שטאט קא גרים און וויבאלד די פונקטליכן פלאץ ווי מהר"ן איז געווען נישט מעורב און מהרנ"ת האט געוואוסט אז מדארף זיין א מקום מעורב האט ער געוואלט אז דו קיבוץ זאל זיין אין דעם שטאט אבער אין א בעסערע פלאץ ופשוט הוא
און דאס וואס די משפיעים האבן אויפגעמאכט שטייט נישט דארט!
ומה שהבאת ממהרנ"ת בענין מסירת נפש רעדט מען ווען מתנגדים האבן אנגעדרייט טעראר ואינו נוגע לענינינו. והשתא דאתית להכא אז איר זעהט די גאנצע נושא דורכן ברילן פון די משפיעים מיז איך זאגן אז דאס איז בכלל נישט מיין טעמע ברסלבע דורי דורות זאלן הארכן זייערע משפיעים מיר רעדן דא פון עמך אידן וואס בעצם דו אלע זאכן געהערט פרטיות צו ברסלב און נישט צי כלל ישראל און אפי' רבי נתן האט דאס פארשטאנען עי' בשפתי נחל בהקדמות ליקוטי מהר"ן מהכת"י וואס רבי נתן האט נישט געדריקט ווייל ער האט פארשטאנען אז סאיז א דבר פרטי פאר ברסלב און א ספר וואס באלאנגט פאר כלל ישראל לייגט מען דאס נישט אריין. נאך מער ווי דעם רבי נחמן האט געטראפן תלמידי בעל התניא האט ער זיי נישט געריפן צו זיין ר"ה. און פלעגט זיך אפען ווינדערן פ"וו אנדערע מאכען נישט אזא מצב ווי ער. להמשיך

בראשית » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:05 am

· #303340
יעצט צום ענין פון אמונת צדיק וויל איך דערמאנען א צוואות בעש"ט פאר זיינע תלמידים ווער זאל אים איבערנעמען האט ער קלאר געזאגט זיין זוהן ר' צבי כידועה אבער וואס איז געווארן? מסירת נפש? אמונת צדיקים? גארנישט! מהאט געזעהן סטויגט נישט איז מען געגאנגען ווייטער.
יעצט לייג עס אינקאנטראסט מיט דו מציאות וועגן אומן ווען כלל ישראל וואינט בכלל נישט אין יענע לענדער. און מאך דאס פאר יסודות אין עיקרי אמונה. עוד דוגמא די תיקון כללי וואס געשעט ח"ו אז איינער לייגט צו א עלעפטע קאפיטל? א קפיטל תהלים ברענגט דאס קליפת מיט חיצוניים? עי' בשער הצדיק ח"ג. וע"ז נאמר בליקוטי מהר"ן אות רנ"ה אז אמונת צדיק אהן קיין דעת ברענגט א נפילה אין אמונה
און ליידער זעהט מען געוויסע קביצות אין ברסלב טאקע האבן געמאכט פון רבין א עבודה זרה מדאווענט צי אים מדינט אים מטרעט אויף די י"ג עקרים. להמשיך.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:01 pm

· #303388
Re: ראש השנה אין אומאן???
איך וויל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

בראשית
כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי? מיינט דאס אז רבי נחמן האט געזאגט דו גאנצע וועלט זאל קומען לאחר הסתלקותו צו איהם ר"ה?

תשובה: יא ער האט בפירוש געזאגט אז כל העולם תלוי בראש השנה שלי און עס איז דא צוויי גירסאות צו ער האט כל געזאגט כל מי שמאמין בי אדער כל מי שמאמין בהשם יתברך זאל קומען צו עים אויף ראש השנה.ע"כ.

האבן מיר אנגעצייכענט די הלכה אז מגייט נישט צו קיין קברים.

תשובה: ווער האט געזאגט אז מגייט צו קברים ראש השנה קוקט אויס אז מחמת חסרון הידיעה כתבת זאת גיין צום ציון איז געוועין נאר ערב ראש השנה און נישט ראש השנה אליינס אבער און ראש השנה איז די א ענין פון א קיבוץ און אומאן דייקא📎 uploadfromtaptalk1444236247848.JPGע"כ.

איז וואס יא ברענגט איר אינעם ערשטן קוואט לפי מיטב הבינתי אז רבי נתן האט ראיות ברורות אז רבי נחמן וויל מזאל זיך ווייטער צוזאמקומען וכמו שכתבתי הענין של קיבוץ ותו לא מידי

תשובה: קוק און די כוכבי אור וואס איך האב אראפ געברעינגט איז משמע אפילו עס איז בכלל נישט דא קיין קיבוץ האט ער נאך אלס געהייסן זיין זון זאל זיין און אומאן ראש השנה.ע"כ.

(אפגערעדט אז מזעט נישט קיין אמירה אדער בקשה וכש"כ מסירת נפש ע"ז מרבי נחמן

תשובה: ר נחמן האט יא געפאדערט מסירות נפש בחייו און לר נתן איז עס שייך לאחר הסתלקותו אויך. ע"כ.

יעצט לייג עס אינקאנטראסט מיט דו זאכן וואס ווערן בפירוש דערמאנט אין ליקוטי מהר"ן ווי למשל עבודת האכילה וכדומה וואס כמעט וואס מהערט נישט פון די אלע וואס פארקויפן אמונת הצדיק.

תשובה: איך ווייס נישט צו די ביסט אמאל בכלל אריין געפאלן בכלל און א בלסלבר בית מדרש בכלל עס קוקט ווייטער אויס ווי די רעדסט מחסרון ידיעה און טאמער האסטו יא אויסגעהערט משפיעים און זיי רעדן נאר פון אומן איז עס געוועין פאר ראש השנה ווייל אגאנץ יאר רעדט מען פון אלעס וואס שטייט און ליקוטי מוהרן פון תאוות אכילה התבודדות עבודת התפילה תהילים מעשה ומתן באמונה אמונת צדיקים ועוד ועוד יא איך קען זאגן מען לייגט מער א דגוש אויף התחזקות וכפי דברי ר נתן פאר א לעפל התעוררות דארף מען א שיסל התחזקות. ע"כ.

און אוודאי נישט דאס וועט דאך נישט העלפן פאר פארטייאישע אינטערעסן)

תשובה: איך וואלט זייער שטארק געוואלט די זאלסט ארויס בריענגען די פארטייאישע אינטערעסן וואס איז דא און ברסלב ווער באקומט דא כבוד און ווער מאכט געלט אז די זאלסט באשולדיגען אז דא איז דא אינטערעסן בכלל.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:17 pm

· #303389
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית

יעצט די ענין של קיבוץ איז לא מבעיא רובו תלמידי מהר"ן הרי כבר ביארתי שס"ה היה רוצים להמשיך את הקיבוץ שלפני שנה וגם לפי דעתו דמהרנ"ת
פשיטא לי שהסכים לזה אבל היה לו תנאי נוסף שרצה שיהיה במקום מעורב כמו שכתב בכוכבי אור בפנים ונראה שאח"כ שהלך מהרנ"ת להמקום יותר מעורב זה מצא חן בשאר תלמידי מהר"ן און די בעסטע משל שכבר כתבתי איז ר' אהרן קומען צו וויליאמסבורג אויף שמחת תורה אפילו נישט אינעם זעלבען ביהמ"ד איז אבער די מקום די שטאט קא גרים און וויבאלד די פונקטליכן פלאץ ווי מהר"ן איז געווען נישט מעורב און מהרנ"ת האט געוואוסט אז מדארף זיין א מקום מעורב האט ער געוואלט אז דו קיבוץ זאל זיין אין דעם שטאט אבער אין א בעסערע פלאץ ופשוט הוא

האב איך שוין און די פריערדיגע תגובה אראפ גערעינגט די כוכבי אור ווי מען זעיט אז עס מיינט און אומן דייקא און אזוי האבן זיך געפירט אלע תלמידי מוהרן און אלע תלמידי מוהרנת ווען מען האט געקענט און ווען מען האט נישט געקענט זענען וואס האבן זי מוסר נפש געוועין דעראויף איז אויב די ווארט וואלט ווען געוועין א קיבוץ לאו דווקא און אומאן איז וואס מיינט די ווערטער 📎 uploadfromtaptalk1444237965325.JPG

ועוד די ברעינגסט מיר א ראיה פון ר אהרן וואס אפילו ווען ער וויל וואלט ער אויך נישט געקענט דאווענען באותו מקום מה שאין כן ר נתן וואס מען האט שוין געהאלטן ביי מנחה באותו מקום און איז אוועק געגאנגען פון דארט גערעכט אז ער האט געזאגט א סיבה אבער אויב די גאנצע קיבוץ איז נאר אויף אנצוהאלטן א סטאטוס קווא אומאן העלפט נישט קיין סיבה צו אוועק נעמען די זעלבע סטאטוס קווא אותו בית מדרש.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:18 pm

· #303390
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית

ומה שהבאת ממהרנ"ת בענין מסירת נפש רעדט מען ווען מתנגדים האבן אנגעדרייט טעראר ואינו נוגע לענינינו.

אין אטאטשמענט של תגובה הקודמת שאינו נכון

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:27 pm

· #303393
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית
והשתא דאתית להכא אז איר זעהט די גאנצע נושא דורכן ברילן פון די משפיעים מיז איך זאגן אז דאס איז בכלל נישט מיין טעמע ברסלבע דורי דורות זאלן הארכן זייערע משפיעים מיר רעדן דא פון עמך אידן וואס בעצם דו אלע זאכן געהערט פרטיות צו ברסלב און נישט צי כלל ישראל און אפי' רבי נתן האט דאס פארשטאנען עי' בשפתי נחל בהקדמות ליקוטי מהר"ן מהכת"י וואס רבי נתן האט נישט געדריקט ווייל ער האט פארשטאנען אז סאיז א דבר פרטי פאר ברסלב און א ספר וואס באלאנגט פאר כלל ישראל לייגט מען דאס נישט אריין. נאך מער ווי דעם רבי נחמן האט געטראפן תלמידי בעל התניא האט ער זיי נישט געריפן צו זיין ר"ה. און פלעגט זיך אפען ווינדערן פ"וו אנדערע מאכען נישט אזא מצב ווי ער. להמשיך

איז נאכאמאל קוקט אויס ווי די רעדטס מחסרון ידיעה "וציווה לעשות כרוז שכל מי שסר למשמעתו יבוא אצלו על ראש השנה"
עוד גירסא "שכל מי שמאמין בו" וואס דאס מיינט לאו דוקא זיין חסידים נאר א יעדע חסיד וואס גלייבט און עים. ועוד גירסא "שכל מי שמאמין בהשם יתברך" וואס דאס מיינט גאנץ כלל ישראל ועוד איז מקובל און ברסלב מדור דור אז בעפאר ביאת המשיח וועט זיין א גאר גרויסע עולם און אומן אז מען וועט דארפן שטעלן שומרים זאלן צויאגן דער עולם אז יעדער זאל קענען אניאגן צו צוגיין צום ציון און עס איז איבריג צוזאגן אז אמאל ווען מען האט איבער געזאגט די שיחה האט עס נישט אויסגעזען ווי א מציאות און ב"ה בימינו אלו ווערט עס מקוים ועוד 📎 uploadfromtaptalk1444238866181.JPG

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:32 pm

· #303395
Re: ראש השנה אין אומאן???
איך קען נישט דער גאנצע נושא, אבער דאס אז ברסלב האט נישט קיין פארטיישע אינטערעס'ן איז נערישקייטען, איבעית אימא סברא איבעית אימא מציאות. דער סברא איז אז יארען לאנג האבען ברסלבער חסידים זיך געשעמט פון זיך, און יעצט הייבען זיי קעפ אין דער וועלט לקיים מה שנאמר שמחנו כימות עיניתנו.
און דער מציאות ווייזט אזוי. איינער צאלט טיקעט'ס פאר יענעם צו גייען אין אומאן, א צווייטער סובסידירזט דאס עסן דארט, ס'הענגט ריזיגער פלאקארטען וועגען ראש השנה ביי מיר און נאך פראפאגאנדע. איינער אדער צענדליגער האבען אן אינטערעס דאס צו טוהן. דאס איז א פארטיי זאך. לשם מצוה טוט מען נישט אזוי.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:36 pm

· #303397
Re: ראש השנה אין אומאן???
בראשית
יעצט צום ענין פון אמונת צדיק וויל איך דערמאנען א צוואות בעש"ט פאר זיינע תלמידים ווער זאל אים איבערנעמען האט ער קלאר געזאגט זיין זוהן ר' צבי כידועה אבער וואס איז געווארן? מסירת נפש? אמונת צדיקים? גארנישט! מהאט געזעהן סטויגט נישט איז מען געגאנגען ווייטער.

תמיה רבתי: זיי מסביר וואס די ווילסט ארויס בריענגען. ע"כ.

יעצט לייג עס אינקאנטראסט מיט דו מציאות וועגן אומן ווען כלל ישראל וואינט בכלל נישט אין יענע לענדער.

תשובה: וועט מען באקומען אביסל מער שכר פארן פארן און אלע טלטולים און עגמת נפש וואס מען גייט אדורך.

און מאך דאס פאר יסודות אין עיקרי אמונה. עוד דוגמא די תיקון כללי וואס געשעט ח"ו אז איינער לייגט צו א עלעפטע קאפיטל? א קפיטל תהלים ברענגט דאס קליפת מיט חיצוניים? עי' בשער הצדיק ח"ג.

תשובה: אין הספר תחת ידי אפשר שרייב וואס עס שטייט דארט ווייל איך פארשטיי נישט וואס די האסט געשריבן.

וע"ז נאמר בליקוטי מהר"ן אות רנ"ה אז אמונת צדיק אהן קיין דעת ברענגט א נפילה אין אמונה

תשובה: אינו תחת ידי עכשיו אבער איך מיין ער רעדט דארט א נפילה און אמונת צדיקים דאס הייסט אז אמונת צדיקים דארף קומען מיט דעת אנדערש פון אמונה בשם וואס דארף זיין מיט אמונה פשוטה.ע"כ.

און ליידער זעהט מען געוויסע קביצות אין ברסלב טאקע האבן געמאכט פון רבין א עבודה זרה מדאווענט צי אים מדינט אים מטרעט אויף די י"ג עקרים. להמשיך.

איך האב נאכנישט געטראפן די קבוצות און אוודאי אז מען קען נישט פסלענען א דרך החסידות ווייל קבוצות וואס טוהן נישט ריכטיג שרייב נאר וועלכע חסיד די ביסט און בין זיכער עס איז דא געניג וואס צו שרייבן דארט אויך.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:40 pm

· #303398
Re: ראש השנה אין אומאן???
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נישט דער גאנצע נושא, אבער דאס אז ברסלב האט נישט קיין פארטיישע אינטערעס'ן איז נערישקייטען, איבעית אימא סברא איבעית אימא מציאות. דער סברא איז אז יארען לאנג האבען ברסלבער חסידים זיך געשעמט פון זיך, און יעצט הייבען זיי קעפ אין דער וועלט לקיים מה שנאמר שמחנו כימות עיניתנו.
און דער מציאות ווייזט אזוי. איינער צאלט טיקעט'ס פאר יענעם צו גייען אין אומאן, א צווייטער סובסידירזט דאס עסן דארט, ס'הענגט ריזיגער פלאקארטען וועגען ראש השנה ביי מיר און נאך פראפאגאנדע. איינער אדער צענדליגער האבען אן אינטערעס דאס צו טוהן. דאס איז א פארטיי זאך. לשם מצוה טוט מען נישט אזוי.

📎 uploadfromtaptalk1444239516335.JPG
דאס איז דע איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשען ספאנסערן טיקעטס און זענען אינטערסירט אז עס זאלן זיך משתתף זיין דארף ווי מער מענטשען עס זאל זיין ריבוי הבתים עי ליקוטי הלכות ביותר אריכות.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:44 pm

· #303400
Re: ראש השנה אין אומאן???
א דאנק, אבער ווען איך פאטשקע נישט מיין צייט דא, וויל איך בעסער לערנען תורה, איך האף דו האסט נישט קיין פאראיבעל. אז מצות ישוב ארץ ישראל קומט פונ'ם קיבוץ אין אוקרייאנה, נישט פון עולי בבל, איז צו ווייט א טע'אריא פאר מיר צו דערהייבען.
באט קיפ איט אפ. מאכט'ס א לעבען.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:53 pm

· #303401
Re: ראש השנה אין אומאן???
ליטוואק פון בודאפעסט
א דאנק, אבער ווען איך פאטשקע נישט מיין צייט דא, וויל איך בעסער לערנען תורה, איך האף דו האסט נישט קיין פאראיבעל. אז מצות ישוב ארץ ישראל קומט פונ'ם קיבוץ אין אוקרייאנה, נישט פון עולי בבל, איז צו ווייט א טע'אריא פאר מיר צו דערהייבען.
באט קיפ איט אפ. מאכט'ס א לעבען.

די ווערטער כמבואר בדברי אדמור מיינט אויף ארויס צו ברעינגען די המשך אז מיט דעים אלעם וואס אפילו ר נחמן זאגט אויך אזוי נעמט עס נישט אוועק פון אומאן וידוע אז און ברסלב איז געוועין א מוראדיגע ענין קדושת הארץ עי ליקיטי מוהרן ולקיטי הלכות ושאר ספרים און ר נחמן און ר נתן זענען אפילו געפארן קיין ארץ ישראלאון קוק און ליקוטי תפילות מוראדיגע תפילות בנוגע ארץ ישראל איז אויף דעים זאגט אז ראש השנה עולה על הכל אפילו אויף דיעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:00 pm

· #303403
Re: ראש השנה אין אומאן???
ממש צוגעפאסט דא. ווען ר' שמואל שפירא איז געווארען א ברסלב'ער, האט ר' איסר זלמן געזאגט 'תיקון חצות איז א געוואלדיגע דערהויבענע עבודה, דאווענען כוותיקין איז אין חז''ל שטארק אויסגערימט. אבער דאס איז אלס ווען מ'טוט עס פאר די חצות אדער דער וותיקין. ווען מ'טוט עס ווייל מ'איז א ברסלב'ער חסיד, איז עס ווערטלאז'.
וכן לעניינינו. ווען קדושת הארץ שטאמט פון עזרא הסופר און עולי בבל, מיט'ן פסוק 'והיטיבך והרבך מאבותיך', איז עס אויסגעהאלטען. ווען ס'קומט פון א קיבוץ אין אוקרייאנה איז עס גארנישט מיט נישט, נישט בעסער ווי ציונות.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:22 pm

· #303411
Re: ראש השנה אין אומאן???
פון ווי שטאמט די ברעסלעבע תיקון חצות ותיקין השתוקקת צו ארץ ישראל אויב נישט פון חזל?

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:34 pm

· #303414
גר, איך וויל דיר נאכאמאל בעהטן אז דיינע תשובות זאלסטו שרייבן מיט א אנדערע קאליר עס זאל זיך גרינג ליינען, א דאנק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:43 pm

· #303415
Re: ראש השנה אין אומאן???
גר ותושב
פון ווי שטאמט די ברעסלעבע תיקון חצות ותיקין השתוקקת צו ארץ ישראל אויב נישט פון חזל?

דו האסט נאכגעברענגט אז קדושת ארץ ישראל קומט פון עפעס א אוקריינישע קיבוץ.
איינער וואס רעכט אפ חצות ווייל ער איז א ברסלב'ער האט אליינס פארגעסען פון חז''ל

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:51 pm

· #303417
Re: ראש השנה אין אומאן???
ליטוואק פון בודאפעסט
גר ותושב
פון ווי שטאמט די ברעסלעבע תיקון חצות ותיקין השתוקקת צו ארץ ישראל אויב נישט פון חזל?

דו האסט נאכגעברענגט אז קדושת ארץ ישראל קומט פון עפעס א אוקריינישע קיבוץ.
איינער וואס רעכט אפ חצות ווייל ער איז א ברסלב'ער האט אליינס פארגעסען פון חז''ל

ניין נישט דאס האב איך געזאגט איך האב געזאגט איך האב געזאגט אז אפילו און ברסלב האט מען אסאך עוסק געוועין און דעים ( מער ווי און אנדערע פלעצער ) דאך האט ר נתן געהאלטן אז אומאן ראש השנה איז מער חשוב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:57 pm

· #303418
Re: ראש השנה אין אומאן???
ליין איבער די קאפי'ס וואס דו האסט געלייגט

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:06 pm

· #303432
Re: ראש השנה אין אומאן???
ליטוואק פון בודאפעסט
ליין איבער די קאפי'ס וואס דו האסט געלייגט

קיצור ליקוטי מוהרן ליתר ביאור עי ליקוטי מוהרן תנינא תורה מ

מ
א. מִי שֶׁיּוֹדֵעַ מֵאֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל שֶׁטָּעַם בֶּאֱמֶת טַעַם אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל. הוּא יָכוֹל לְהַכִּיר בְּאַחֵר אִם הָיָה אֵצֶל צַדִּיק עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִם לָאו. כִּי מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אָז בְּכָל מָקוֹם שֶׁהָאִישׁ הַזֶּה מִסְתַּכֵּל נַעֲשֶׂה אוֹתוֹ הָאֲוִיר בִּבְחִינַת אֲוִירָא דְּאֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל. וְעַל כֵּן מִי שֶׁיּוֹדֵעַ מִטַּעַם אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל כָּל אֶחָד לְפִי עֶרְכּוֹ הוּא מְחֻיָּב לְהַרְגִּישׁ טַעַם אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל כְּשֶׁפּוֹגֵעַ וּמִתְוַעֵד יַחַד עִם זֶה הָאִישׁ שֶׁהָיָה אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי עַל רֹאשׁ-הַשָּׁנָה. כִּי עַל יָדוֹ נַעֲשׂה הָאֲוִיר בִּבְחִינַת אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל כַּנַּ"ל:
ב. עִקַּר מַעֲלַת קְדֻשַּׁת אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל הוּא רַק עַל-יְדֵי הַשְׁגָּחַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. מֵחֲמַת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִסְתַּכֵּל בָּהּ תָּמִיד כְּמוֹ שֶׁנֶּאֱמַר: "תָּמִיד עֵינֵי ה' אֱלֹהֶיךָ בָּהּ מֵרֵאשִׁית הַשָּׁנָה" וְכוּ' וְעֵינַיִם עַל שֵׁם הַחָכְמָה נֶאֱמַר. וְעַל-יְדֵי-זֶה אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל מְקֻדֶּשֶׁת וַאֲוִירָהּ מַחְכִּים:
ג. הַצַּדִּיק הָאֱמֶת שֶׁעוֹסֵק לְקָרֵב בְּנֵי אָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עִקַּר הַהִתְפָּאֲרוּת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִתְפָּאֵר בְּיִשְׂרָאֵל (שֶׁזֶּה בְּחִינַת תְּפִלִּין שֶׁלּוֹ יִתְבָּרַךְ), כִּי עַל יָדוֹ כָּל הַהִתְקָרְבוּת וְהַהִתְפָּאֲרוּת. וְעַל כֵּן מִי שֶׁמִּסְתַּכֵּל בּוֹ וְעִקַּר הַדָּבָר בִּשְׁעַת הַקִּבּוּץ מֵהַבָּאִים אֵלָיו לִשְׁמֹעַ דְּבַר ה' וּבְיוֹתֵר בְּראשׁ-הַשָּׁנָה שֶׁאָז הוּא זְמַן הַקִּבּוּץ הַגָּדוֹל בְּיוֹתֵר וַאֲזַי הַהִתְפָּאֲרוּת גָּדוֹל בְּיוֹתֵר, מֵחֲמַת שֶׁמִּתְקַבְּצִים הַרְבֵּה בְּנֵי אָדָם הַחֲפֵצִים לְהִתְקָרֵב אֵלָיו יִתְבָּרַךְ. וַאֲזַי נִתְגַּדֵּל וְנִתּוֹסֵף פְּאֵר וְיפִי הַצַּדִּיק כִּי הוּא בְּעַצְמוֹ עִקַּר הַהִתְפָּאֲרוּת כַּנַּ"ל. וַאֲזַי מִי שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּזֶה הַצַּדִּיק הָאֲמִתִּי זֶה בְּחִינַת שֶׁמִּסְתַּכֵּל וְרוֹאֶה בְּאוֹר הַתְּפִלִּין שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וַאֲזַי הוּא מְקַבֵּל עַל יְדֵי זֶה זוכה לבוא לאמונה שלמה כי האמונה תולה בפה של אדם. וַאֲזַי בְּכָל מָקוֹם שֶׁהוּא מִסְתַּכֵּל נִמְשָׁךְ בְּחִינַת קְדֻשַּׁת אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל בְּחִינַת אֲוִירָא דְּאֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל מַחְכִּים:

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:14 pm

· #303434
Re: ראש השנה אין אומאן???
א פיינע רעליגיע דאס. ווען האבען זיי ר''ה? דער זעלבע ווי ביי אידען?

בראשית » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:29 pm

· #303436
נאכן איבער קוקען אלע תגובות זעה איך אז זאכן חזרן זיך איבער מיט אנדערע ווערטער און מי שרוצה קען איבערגיין מה שכבר כתבתי לעיל און ווי איך פארשטיי איז עס שוין נכלל אין אלע שפעטערדיגע תגובות חוץ אז איר ווילט דווקא האט איר מוסיף געווען אפאר סתירות. והבוחר יבחר. לענינינו קענסטו נישט שרייען אז וואס ווילסטו פון רבי נתן ער איז היינט אנגענומען אין גאנץ ברסלב און נאכדעם פארלאנגן פון די גאנצע וועלט ענק נאכצוטאנצען. אויב ווילסטו די גאנצע וועלט דארף מען קוקען וואס האט די גאנצע וועלט געהאלטן איבער אים. וואס איז געווען די מיינונג פון רוב גדולי ישראל איבער דעם אפגערעדט דו מיינונג פון רוב תלמידי מהר"ן.
You can't have it both ways
ווי עס שטייט אין ספר המדות אות מריבה אז אפילו איין צדיק איז גערעכט אין הימעל גייט מען נאך די רוב.

בראשית » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:37 pm

· #303440
גר ותושב
ליטוואק פון בודאפעסט
ליין איבער די קאפי'ס וואס דו האסט געלייגט

קיצור ליקוטי מוהרן ליתר ביאור עי ליקוטי מוהרן תנינא תורה מ

מ
א. מִי שֶׁיּוֹדֵעַ מֵאֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל שֶׁטָּעַם בֶּאֱמֶת טַעַם אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל. הוּא יָכוֹל לְהַכִּיר בְּאַחֵר אִם הָיָה אֵצֶל צַדִּיק עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִם לָאו. כִּי מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אָז בְּכָל מָקוֹם שֶׁהָאִישׁ הַזֶּה מִסְתַּכֵּל נַעֲשֶׂה אוֹתוֹ הָאֲוִיר בִּבְחִינַת אֲוִירָא דְּאֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל. וְעַל כֵּן מִי שֶׁיּוֹדֵעַ מִטַּעַם אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל כָּל אֶחָד לְפִי עֶרְכּוֹ הוּא מְחֻיָּב לְהַרְגִּישׁ טַעַם אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל כְּשֶׁפּוֹגֵעַ וּמִתְוַעֵד יַחַד עִם זֶה הָאִישׁ שֶׁהָיָה אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי עַל רֹאשׁ-הַשָּׁנָה. כִּי עַל יָדוֹ נַעֲשׂה הָאֲוִיר בִּבְחִינַת אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל כַּנַּ"ל:
ב. עִקַּר מַעֲלַת קְדֻשַּׁת אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל הוּא רַק עַל-יְדֵי הַשְׁגָּחַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. מֵחֲמַת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִסְתַּכֵּל בָּהּ תָּמִיד כְּמוֹ שֶׁנֶּאֱמַר: "תָּמִיד עֵינֵי ה' אֱלֹהֶיךָ בָּהּ מֵרֵאשִׁית הַשָּׁנָה" וְכוּ' וְעֵינַיִם עַל שֵׁם הַחָכְמָה נֶאֱמַר. וְעַל-יְדֵי-זֶה אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל מְקֻדֶּשֶׁת וַאֲוִירָהּ מַחְכִּים:
ג. הַצַּדִּיק הָאֱמֶת שֶׁעוֹסֵק לְקָרֵב בְּנֵי אָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עִקַּר הַהִתְפָּאֲרוּת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִתְפָּאֵר בְּיִשְׂרָאֵל (שֶׁזֶּה בְּחִינַת תְּפִלִּין שֶׁלּוֹ יִתְבָּרַךְ), כִּי עַל יָדוֹ כָּל הַהִתְקָרְבוּת וְהַהִתְפָּאֲרוּת. וְעַל כֵּן מִי שֶׁמִּסְתַּכֵּל בּוֹ וְעִקַּר הַדָּבָר בִּשְׁעַת הַקִּבּוּץ מֵהַבָּאִים אֵלָיו לִשְׁמֹעַ דְּבַר ה' וּבְיוֹתֵר בְּראשׁ-הַשָּׁנָה שֶׁאָז הוּא זְמַן הַקִּבּוּץ הַגָּדוֹל בְּיוֹתֵר וַאֲזַי הַהִתְפָּאֲרוּת גָּדוֹל בְּיוֹתֵר, מֵחֲמַת שֶׁמִּתְקַבְּצִים הַרְבֵּה בְּנֵי אָדָם הַחֲפֵצִים לְהִתְקָרֵב אֵלָיו יִתְבָּרַךְ. וַאֲזַי נִתְגַּדֵּל וְנִתּוֹסֵף פְּאֵר וְיפִי הַצַּדִּיק כִּי הוּא בְּעַצְמוֹ עִקַּר הַהִתְפָּאֲרוּת כַּנַּ"ל. וַאֲזַי מִי שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּזֶה הַצַּדִּיק הָאֲמִתִּי זֶה בְּחִינַת שֶׁמִּסְתַּכֵּל וְרוֹאֶה בְּאוֹר הַתְּפִלִּין שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וַאֲזַי הוּא מְקַבֵּל עַל יְדֵי זֶה זוכה לבוא לאמונה שלמה כי האמונה תולה בפה של אדם. וַאֲזַי בְּכָל מָקוֹם שֶׁהוּא מִסְתַּכֵּל נִמְשָׁךְ בְּחִינַת קְדֻשַּׁת אֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל בְּחִינַת אֲוִירָא דְּאֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל מַחְכִּים:

מי שמסתכל בזה הצדיק האמיתי? נו די משפיעים וועלן געבן א הסבר. Nothing personal

בראשית » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:40 pm

· #303442
לשמוע דבר השם...

בראשית » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:46 pm

· #303446
על ידי צדיק אמת קען זיכער נישט מיינען דו אלע אנדערע צדיקים די ל"ו צדיקים וואס זענען איינגעפלאנצט אין יעדע דור.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 8:21 pm

· #303468
Re: ראש השנה אין אומאן???
ליטוואק פון בודאפעסט
א פיינע רעליגיע דאס. ווען האבען זיי ר''ה? דער זעלבע ווי ביי אידען?

בראשית
לשמוע דבר השם...

בראשית
על ידי צדיק אמת קען זיכער נישט מיינען דו אלע אנדערע צדיקים די ל"ו צדיקים וואס זענען איינגעפלאנצט אין יעדע דור.

Resignation notice.

ווילאנג עס איז געוועין א שמועס איבער וואס עס שטייט און אויף פאשידינע פאקטן האב איך געפיהלט פאר וויכטיג צו זאגן וואס איך ווייס מען זאל נישט קענען מסלף זיין בדברים של הבל אבער ווען עס הייבט זיך אן מיט דברי ליצנות און שאלות און פארוואס עס שטייט און וואס אנדערע האלטן צו האלטן נישט האט דאס נישט מיט מיר ווער עס וויל קען איבער נעמען די פעידער אז איך וועל האבן וואס מוסיף צו זיין וועל איך אפשר אבער איך וויל נישט זיין די נחשון וואס זאל זיך אריין ווארפן און די מים עמוקים שאין להם סוף מסביר זיין חסידות פאר ליטווישע און שיטת ברסלב פאר אנדערע חסידות וואס קיין איינער גייט לכאורה זיך מילא נישט אוועק רוקן פון דרכי אבותם איז עס א שאד די צייט און מיר וועלן בלייבן גידע פריינט. וכשם שאקבל שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה.

בראשית » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 8:50 pm

· #303471
איז אשטאט איך זאל שרייבן און דו זאלסט ברענגן האלבע קוואוטס וואס שטייט גארנישט איז געווארן קאפויער דו האסט געשריבן און מיר האבן געפרעגט און כמובן מאליו זיצן אויפן באשילדינגס בענקל און זיך שטיין און פארענטפערן איז שוין אביסקעלע שווערער.
ובמה שאתה מסיים וועגן מסורת אבותינו לענ"ד ביסטו גערעכט מאה אחוז.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 8:53 pm

· #303472
Re: ראש השנה אין אומאן???
איך וועל נאכאמאל זאגן בקיצור וואס איך האב געזאגט איך בין דא געוועין צו זאגן וואס ר נחמן און ר נתן זאגן און האלטן אבער איך בין נישט דא זיי צו פארטיידיגען פארוואס זיי זאגן און האלטן
בלאט: 1 2 3