☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ראש השנה אין אומאן???

ראש השנה אין אומאן???

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9217
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 9:15 pm

· #303474
Re: ראש השנה אין אומאן???
אוודאי ליצנות. די שאלה איז ווער זאגט דער ליצנות. נעמען מיט קאפי'ס פון ספרים וועלען דיר נישט העלפען. נערישקייטען איז נערישקייטען.

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 9:51 pm

· #303477
Re: ראש השנה אין אומאן???
איך זעי עינק האבן נישט פארשטאנען וועל איך מפרט זיין ברחל בתך הקטנה וואס איך זאג איך בין דא געקומען גראד מאכן די פאקטן און דאס האט איך געטוהן
1) ר נחמן איז אוועק און אומאן און נישט און ברסלב
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/303032">viewtopic.php?p=303032#p303032</a><!-- l -->

2) האסט געטענהט אז יש חולקים על ר נתן האב איך גענטפערט
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/303166">viewtopic.php?p=303166#p303166</a><!-- l -->

3) האסט געטענהט אומן איז לאו דוקא האב איך געוויזן אז יא
📎 _20151007_103021.JPG

4) האסט געטענהט אז מדארף נישט האבן מסירות נפש האב איך געוויזן אז יא 📎 _20151007_103002.JPG

5) האסט געטענהט אז מען איז עובר אויף גיין צו קברים האב איך דיר גענטפערט
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/303388">viewtopic.php?p=303388#p303388</a><!-- l -->

און אויף דעי אלע תשובות האסטו מיר גארנישט גענטפערט נאר אנגעהויבן מיט ליצנות און דאס איז נישט מיין ציל אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן ווייל קיינער גייט זיך מילא נישט ברעכן מדרכי אבותיו און עס גייט מיר אפילו נישט אן וואס אנדערע האלטן קענסט האלטן עס איז ליצנות אדער שטותים I don't care אבער קום מיך נישט זאגן וואס דיין **** קאפ האלט אז ר נתן האלט ואין להאריך און מיט דעים בין איך חותם בלי נדר מיינע תגובות און דעים אשכול.

גר ותושב

בראשית » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 11:38 pm

· #303491
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן איך האב געזעהן אז מיר גייען סתם איבער וואס מהאט שוין געזאגט וחוזר חלילה און לפענ"ד אלע מראי מקומות קען מען מסביר לויט ווי מיר האבן ערווענט האבן מיר געפילט אז מיר האבן יוצא געווען אינזער פליכט און ממילה האלט איך אז א ברסלבער זאל אנהאלטן זיינע מסורה לפי דעתם של המשפיעים אפילו סאיז מלא סתירות איך מיין
1. מדארף קומען צו אומן דווקא משום די זעלבע סיבה וואס רבי נחמן האט דארט געוואלט ליגן
2. מדארף קומען צו אומן דווקא משום רבי נחמן האט געזאגט כל העולם תלוי בר"ה שלי
נומבר איינס איז מקום נומבר צוויי איז צום רבין.
ולפענ"ד איז כמו שביארתי. און די איין צוויי קוואוטס וואס מדארף לפי זה מסביר זיין קען מען גרינג פארענטפערן דאס וואס ער זאגט צו זיין זוהן יצחק אפילו אין עפעס עזרה פון א ביהמ"ד אין אומן לדעתי רעדט ער אז אפילו דו התנגדות וועט זיין שטארק און ער וועט בלייבען איינער אליין צוקומען צום קיבוץ זאל ער זיך האלטן שטארק און קומען אפילו צי עפעס עזרה אבער אבי קומען. גיין אויף אייזענס אויף אלע פיר האב איך שוין געשריבן וחוזר חלילה אנדערע נקודות האסטו נישט געוואלט פארשטיין אדער מסביר געווען אהן נאכקוקען ווי אזוי דיר שמעקט. פאקטן בנוגע ברסלב דינען א רבי אדער דאווענען צי אים ווייל ער איז מקבל תפילות לייקענסטו אזאך וואס אליינס געהערט עטליכע מאל אז די ווילסט גוגל עורך דין ערן בן עזרא ספר ההוכחות בענין זה. בלייבט מיר נאר איבער די כל העולם תלוי בר"ה שלי מיינט ער זיין עבודה. וועל איבערקוקען אויב אלעס ווערט פארענטפערט לפי זה ממילה עקספעקסטו אז ביי מיך זאל אלעס שטימען אבער דו לויפסט אוועק אשטאט זיצען און פארענטפערן.

בראשית » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:14 pm

· #303573
ליטוואק פון בודאפעסט
ממש צוגעפאסט דא. ווען ר' שמואל שפירא איז געווארען א ברסלב'ער, האט ר' איסר זלמן געזאגט 'תיקון חצות איז א געוואלדיגע דערהויבענע עבודה, דאווענען כוותיקין איז אין חז''ל שטארק אויסגערימט. אבער דאס איז אלס ווען מ'טוט עס פאר די חצות אדער דער וותיקין. ווען מ'טוט עס ווייל מ'איז א ברסלב'ער חסיד, איז עס ווערטלאז'.
וכן לעניינינו. ווען קדושת הארץ שטאמט פון עזרא הסופר און עולי בבל, מיט'ן פסוק 'והיטיבך והרבך מאבותיך', איז עס אויסגעהאלטען. ווען ס'קומט פון א קיבוץ אין אוקרייאנה איז עס גארנישט מיט נישט, נישט בעסער ווי ציונות.

איך פארשטיי די ווארט פון ר' איסר זלמן אז ווילאנג תיקון חצות איז פאר גלות השכינה הרי זה חשוב אבער טאמער איז עס א תשוקה צי א רבי איז עס ווערטלאז.
און רוב מקומות איז די רבי א מיטל צי ווערן נאנט צום אויבערשטן ועל דרך זהו אלע ספרי מוסר וחסידות אין ברסלב הוא דבר רגיל לומר דער אויבערשטער זאל העלפן מזאל קענען מקרב זיין נאך מענטשן צום רבין און ווערן מקורב וכו'. אין שו"ע שטייט פארן דאווענען להתבונן אין די גדלות השי"ת צמאון להשם איז מען אין ברסלב מתבונן שיש לנו רבי כזה.
You can disagree

בראשית » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:40 pm

· #303583
נאכן נאכאמאל איבערקוקען מיין איך אז אלע ראיות ציטאטן שטימט פיין מיט די וועג איך האב עס אפגעלערנט און איך וועל גיין מיט א פשטות לויטן ערשטן גירסא פון כל הסרים... יעדער וואס געהערט צו זיין קהלה. און די קבלה וואס מזאגט אז סוועט נאך קומען א צייט וואס מוועט דארפן שומרים זאגן זיי אז דאס שטייט אין די מגילת סתרים, און יעדע חסיד קען אויפמאכן וואס ער וויל און זאגן אז עס שטייט דארט. און בכלל איז דא דארט אסאך שקרים ווען עס קומט צו סיפורים און קבלות כדוגמא די מעשה מיט דו בעש"ט ארויפגיין צו א"י און דו שטן האט עס נישט צוגעלאזט הידועה והובא בקאמארנע האט אין ברסלב באקומען א לאנגע בארד און פארטוישט די מעשה וועגן כתבים און זיין אייניקעל וועט שרייבען בעסערע כתבים ולכן הסכים הבעש"ט אריין ציווארפן זיינע כתבים אין ים אריין אזאך וואס קיין איינער פון די תלמידי בעל שם זאלן אפילו מזכיר זיין בטעות וועגן די פארלוסט פון די כתבים, מיט די מעשה ווילן זיי פארדינען צוויי זאכן, איינס רבי נחמן איז גרעסער פון בעש"ט וכמו שאמר ר' אברהם בן ר' נחמן אז די גאנצע בעל שם איז געווען עס זאל קענען ארויסקומען אזא אייניקעל. צוויי לייגן א סתימת הגולל אויפן בעש"ט זאגן אז גארנישט איז געבליבן.
און כמובן כתבתי כל זאת ליתר שאת גם לפי שיטת מהרנ"ת. אבער לפי דעתי איז די גאנצע זאך די ראיות גמורות וואס רבי נתן שרייבט געבויט אויף השערות וכמו שהובא בחיי מוהר"ן אז וויבאלד רבי נחמן האט געזאגט אין זיין לעצטן ר"ה וואס ער האט געלעבט ממילא האט ער פארשטאנען אזוי אז זיכער האט ער גערעדט אויף לאחר הסתלקותו. ובוודאי תלמידי מהרנ"ת זאלן גיין ווייטער מיט זייערע מסורה אבער למשל קאך לעפל וואס ער האט א מסורה אז רבי נחמן איז אנגענומען איבעראל חוץ אין סקווירה הגם שגם זה אינו פשוט ולמשל עי' בשיחתן של עבדי אבות אז בנו של הגה"ק משינאווא האדמור מקאלאשיץ האט אוועקגענומען די ליקוטי מהר"ן פון אוהעלע רב. ועין שם דעתם של האדמור מסטמר וקלוזנברג בענין זה.
איז אזא איינער איז זיכער נישטא קיין שום טעם אהין צופארן און זיך זיכן נייע דרכים וכמו שכתב בנפלאות מהרי"ט בענין התכלת של הראדזינער עיי"ש.
וכש"כ אז דעם לעצטן קטע צוטירט ע"י גר ותושב פון ליקוטי מהר"ן אות ג' שטייט קלארע ווערטער לשמוע דבר השם וכו'. והדברים ברורים.

שבת אחים » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:15 am

· #385378
די וועלט זאגט צי קלוג איז האלב משוגע... 😂

?What is Uman
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=m3lkflghaDQ">https://www.youtube.com/watch?v=m3lkflghaDQ</a>
בלאט: 1 2 3