☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #9149

אשכול אן א טיטל #9149

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9149
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:05 pm

· #286725
נאר צוצולייגען. אז איינער זאגט עפעס ערגעץ, האט עס נאך א שוואכער מיין. וויבאלד די א.ג. תלמידי ר' שמואל אויערבאך זענען בכלל נישט זיינס, ממילא זענען די אלע אויסגאבע'ס פון יענער צד נישט דברי חכמה פון ע ת''ח, נאר פאשקעווילען פון ליידיגייער'ס.
אוודאי איז דער צד שכנגד נישט צופיל בעסער, אויך נישט תלמידי הרב שטיינמאן נאר פלעינער פאליטיקאנטען, און פון ביידע איז נישט קיין ראיה, אבער הרב שטיינמאן רעדט יא, און בכלל נישט ווי א מזרחניק, און דאס ביסל וואס הרב אויערבאך רעדט איז נאך ווייט פון סאטמאר.
אלזא, סך הכל האט סאטמאר זוכה געווען צו נאך א פאר איזרעלי אנהענגער'ס.

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 5:00 pm

· #292123
קוק נאר ווי אן שמיעס איז פארפארן מען רעד פון סאטמער רב'ס גאונות און הרב איש שטעלט זיך חי וקים אז הרב שך קומט נישט צו צו סאטמער רב'ס גאונות

קען זיין סאטמער רב איז געווען גערעכט מיט אלעס וואס ער האט געזאגט בנוגע השקפה וואס דאס דארף מען האבן אן עקסטער סייעתא דשמיא
אבער ווען מען קומט צו זיינע ספרים שיטת בהלכה וכו' האט עס קיין שייכת נישט און דאס וויל הרב ליטוואק מסדר זיין אויף דינים
אבער דאס איז אויך א פראבלעם אזוי ווי הרב אויבערלענדער האט ערוועט איז דאס אויך נישט קיין ראיה אויף גאונות אויב איינער קומט צו צו די ריכטיגע מסקנה

ס"ה קען קיינער נישט זאגן א פאקט עס ווענד זיך אינם געפיל (איך פערזענלך האב גענימן א מחלוקת איינס אויף אמאל און מען קוקט וואס שרייבט ר'משה און חלקת יעקב און דערנאך זעהט מען אויב סאטמער רב קומט מיט עפעס באמבעס חדישים וכו' און דערנאך קענסטו גיין צו די נעקסטע מחלוקת מנעמט הרב קוק און מנעמט א רידב"ז און דערנאך נעמט מען א שו"ת דברי יואל און מען זעהט די מצב, נעקסט מען נעמט א התקופה הגדולה און אם הבנים שמחה און דערנאך א ויאל משה און דערנאך א מענה חכם וכו' וכו' שוין און מען קומט צו א מסקנה אויב ער איז געווען דער גאון הדור וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן )

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 27, 2015 8:16 pm

· #292196
איך האב נאר געמיינט אז דער וואס וויל פארשטייען דער סאטמארער רב גרונטליך, קען נישט זאגען אז הרב אויערבאך שטימט מיט איהם. נאר איינער וואס טראכט אז דער סאטמארער רב האט קיין עכטער מיינונג נישט געהאט, בלויז א נעגאטיווע קוק אויף ציונות, (וואס מיינט ממילא אז דער וואס האט געהאלטען אנדעריש מוז זיין פאזיטיוו אויף ציונות!), און דעריבער אז איינער רעדט נעגאטיוו אויף עפעס, איז ער גלייך א סאטמארער! א שטייגער ווי די בעלזער חסיד וואס זאגט אז דער ח''ח איז געווען א בעלזער ווייל זיי טענה'ן ער איז געגאנגען א גארטעל!
די חברה האבען נאך ווייניגער דרך ארץ פאר'ן סאטמאר רב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 27, 2015 8:18 pm

· #292199
.

בן אדם » מאנטאג יולי 27, 2015 8:24 pm

· #292203
די חפץ חיים איז געגיינגען א גארטל ???
נו איז ער דעך יא געווען א בעלזער ??

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 27, 2015 8:37 pm

· #292214
אוודאי, און מסתמא האט נישט געגעסען אוגערקעס פסח, און געגאלט די קאפ פאר שבת אויפרוף מיט א גאל מעסער

כלבאשבוע » מאנטאג מערץ 5, 2018 10:23 am

· #396812
[ציטאט אראפגענומען]


ניבא וידע מה ניבא
📎 E36DF597-C05D-4F58-A532-EEC47666DA5B.jpeg
בלאט: 1 2 3