☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #9149

אשכול אן א טיטל #9149

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9149
בלאט: 1 2 3

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:17 pm

· #285147
[ציטאט אראפגענומען]


@שש
פליעז, הוי זהיר בגחלתן.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:20 pm

· #285149
קפה נמס
[ציטאט אראפגענומען]


@שש
פליעז, הוי זהיר בגחלתן.

זהיר אויף וואס ? ס'שוין דערנאך. הבערה ללהב יצאת.

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:26 pm

· #285152
זהיר וויאזוי מ'שרייבט אויף א ת"ח א גדול בישראל. מ'מעג האלטן אנדערש, אבער מ'דארף אכטונג געבן די לשונות וואס מ'נוצט.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:29 pm

· #285153
@בעלעגלה
מען האט ניש געברויכען קיינע רוח הקודש צו זען די טיפשות פון משיחיזעם

ליין דורך הרב מונשיין'ס בריוו יעדער בר דעת האט עס געזען וואקסן
שטייצעך אז מונדשיין האט עס מער אנגעהאנגען אין די חוזר פון רבי'ן

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:31 pm

· #285154
איש את רעהו
@בעלעגלה
מען האט ניש געברויכען קיינע רוח הקודש צו זען די טיפשות פון משיחיזעם

ליין דורך הרב מונשיין'ס בריוו יעדער בר דעת האט עס געזען וואקסן
שטייצעך אז מונדשיין האט עס מער אנגעהאנגען אין די חוזר פון רבי'ן

איך האב גארנישט צו צולייגן צו אנאנים'ס ענטפער פאר דיר...!

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:32 pm

· #285155
קפה נמס
זהיר וויאזוי מ'שרייבט אויף א ת"ח א גדול בישראל. מ'מעג האלטן אנדערש, אבער מ'דארף אכטונג געבן די לשונות וואס מ'נוצט.

לש"ש מעג מען יא (בשם רב שך)

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:32 pm

· #285156
העריך

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:51 pm

· #285158
[ציטאט אראפגענומען]

ר' אהרן איז בארעכטיגט צו רופן רז"ל אין ערכאות און רז"ל איז נישט בארעכטיגט צו מסר'ן, סאטמאר איז בארעכטיגט צו טעראריזירן פאפא און רמ"ד איז נישט בארעכטיגט זיך צו רופן באבוב.

אונז זעמיר אזוי צוגעוואוינט צו אונזער גארבעדזש, אז אפילו א ברייטער קאפ ווי ר' @שש זעט נאר רעכטן און אומרעכטן. ווען א ריכטיגער גדול בישראל איז לוחם מלחמתה של תורה (עכ"פ עפ"י דעתו) דארף ער נישט קיין רעכטן. ער טוט וואס איז ריכטיג פאר כבוד שמים אנע חשבונות און רעכטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:06 pm

· #285172
א. דאס קאסט מיר א פרייז? דו קענסט זיך נישט ארויסדרייען פון דיין פארטיי ערציאונג. איך בין נישט אינוועסטירט אין הרב שך. איך בין נישט קיין פארטיי מיטגליד. איך זעה אין איהם די גדלות פון וואס די תורה רעדט. ווען מ'וועט מיר איבערצייגען אז נישט איז נישט. איך האב מיט דעם גארנישט. איך וואוין נישט אין בני ברק און אין רוב זאכען וואס ער האט געטוהן וואלט איך נישט געטוהן אדער נאכגעגאנגען מיט איהם, ממילא האב איך נישט קיין נגיעה און איך דארף גארנישט פארענטפערען.

ב. ס'איז נישט דער שולד פון די ליטווישע ציבור אז די חסידים האבען גארנישט מצליח געווען צו באווייזן זייט'ן טשעבינער רב. (ווי דערמאנט שוין ערגעץ, דער בריסקער רב האט געזאגט 'ווען ר' ישראל אלתר קען ווערען גערער רעבע, ווייסט מען אז חסידות איז באנקראט'). דאס איבערגעבן די לייצעס פון הנהגה צו יורשים האט אויסגעראטען יעדער שטיקל גוט'ס אין א סביבה און ארויסגעברענגט די השחתה אין די מענטשהייט. איך האב לעצטענ'ס געזאגט א חבר אין לעיקוואוד 'דאס וואס רוב עכטע ישיבה-לייט באקעמפען די שליטה און ממשלה פון די יורשים לבית קאטלער אין לעיקוואוד, לא דבר ריק הוא. ווען מיר וועלען עס נישט טוהן איז נאך א פאר דורות זענען מיר אין די זעלבע פעקל ווי די חסידים'. טאקע אין לעיקוואוד די גרעסטע תלמידי חכמים בייגען זיך נישט פאר די יורשים, און די יורשים זענען טאקע נאך אלס שטארק באגרעניצט בעז"ה. און דאס האט הרב שך געזען ביי די אסיפות פון די מועצת היתומים. און טאמער דו זעסט עס נישט וועל איך דיר פרעגן: היינטיגע גערער רעבע ר' יענקל אלתר איז א גרויסע ת"ח וואס איז ווערד צו פסקנ'ען גרויסע שאלות? טאמער יא, ווען איז ער געווארען דער ת"ח? נאר בפטירת זיין פעטער? א טאג פאר דעם איז ער געווען א פלעינע ע"ה? די שקר איז אזוי איינגעווארצעלט אז דער פשטות איז שוין פלאטשיג.

ג. דיין באשטעטיגטע פאקטען אז דער גערער רעבע איז א גאון וקדוש איז בכלל געדעקט מיט עפעס? מ'האט נישט קיין ספר וואס ווייזט אט די גדלות בתורה, בכלל נישט קיין קנה מדה פון קדושה וואס דו זאגסט אז דו ווייסט שוין וואס ס'איז געווען דארט, און נישט קיין איין תלמיד וואס ער האט געלערנט תורה ביי איהם. טאמער דיר איז באקוועם צו גלייבען אז ער איז געווען א גאון וקדוש, האסטו נישט קיין רעכט צו נוצען הרב שך, אדער סיי ווער, פאר דיין באקוועמליכקייטען.

ד. קוק אן יעדער חסידיש'ער רעבע היינטיגע טאג. ס'איז דא בעסערע און שלעכטערע. יעצט וואס איז די קנה מדה פון א בעסערע? דער וואס זארגט זיך פאר זיין חסידים אז זיי זאלען האבען וואס ס'פעלט אויס פאר זיי. און די שלעכטע רייט אויף זיין חסידים און נוצט זיי אויף זיין פערזענליכע צרכים. די בעסטע פון זיי ווערט נישט געשעצט מיט דעם אז ער טוט לשם שמים און ער טוט נאר וואס ס'פעלט אויס פאר'ן תורה. די צדיק ביי זיי איז דער וואס נוצט נישט זיין חסידים פאר זיך. יעצט ווען מ'האט א שאלה וואס איז נוגע גאנץ תורה, נישט איין ווינקעל פון אידען, ווי קען א מענטש וואס אויפן בעסטן פאל זארגט ער שטארק פאר זיין ווינקל בכלל זאגען א דעה? ער באלאנגט בכלל נישט ביים טיש.

ה. דער ליובאוויטשער רעבע'ס גאונות איז נאך מער צו לאכען. ער האט דאך אלעס געשריבן און געזאגט הויך. יעצט קוק אין זיינע ספרים. זיין תורה על הש"ס אדער רמב"ם זענען פיין פאר א חדר מלמד. אין הלכה איז ווייניגער ווי א מו"צ אין סקווער (יא, דער חיי הלוי קען נאך בעסער ווי איהם) און אין קבלה קען איך נישט רעדן, נאר דערמאנען די מימרא פונ'ם חזו"א אויפ'ן בעל הסולם. "צו קענען נסתר דארף מען קודם גוט קענען נגלה. ווען מ'זעט אז איינער צייכענט זיך נישט אויס אין נגלה, ווייסט מען קלאר אז אין נסתר קען ער אויך נישט". און טאקע לא שמענו מעולם אז ת"ח זענען געגאנגען ביי איהם אויסצוארבעטען זייער ספקות אין לערנען. יא, חסידים זיינע האבען געפאלגט זיין פסקים, אבער לא שמענו מעולם אז א ת"ח זיצט אין ביהמ"ד און פלאנטערט זיך מיט א שווערער ש"ך צו א רמב"ם צו וואס און ער איז מחליט 'אה, דאס דארף דער ליובאוויטשער רעבע'ס קענשאפט'. ביי הרב שך איז דאס שוין איינמאל געווען און אזוי אויך ביי הרב משה פיינשטיין און ביים חזו"א און ביי נאך אנדערע גדולי ת"ח, אבער נישט ביים ליובאוויטשער רבי'ן. יעצט, איך פערזענליך האב נישט אזא שווארצע בליק אויף איהם ווי מ'האט אין בני ברק, אבער אז ס'האט עפעס נישט געטויגט, און ווען א ת"ח א מופלג וואס האלט אז דער מענטש רעדט שלא עפ"י תורה און מ'פאלגט איהם און דעריבער דארף מען מפרסם זיין וואס ס'טוט זיך, איז בכלל נישט קיין פראבלעם, און מיט אלע דיין רעדעכץ האסטו נאך נישט געוויזען די אקטועלער פראבלעם דערין.

ו. די אלע מערכות פון הרב שך זענען נישט געווען אז דער אדער יענער טויג נישט. אלס איז געווען נוגע א זאך. ווען הרב גריינימאן האט געזאגט וואס לדעתו האט נישט געטויגט האט ער געזאגט הויך און קלאר אז ס'טויג נישט און פארוואס. כמו"כ ביי הרב עובדיה (ווער האט איהם אנגערופן עבדאלל"ה? דער איד? נישט הרב שך) און הרב דוב לאנדא און הרב דוד פוברסקי ועוד. ווילסטו אז ער זאל שווייגען ווייל אנדערע האלטען אנדערש ווי איהם? ער האט נישט געזאגט אז די מענטשען טויגן נישט. ער האט געזאגט אז די זאכען טויגן נישט. אפשר האט ער געהאט א שארפער וועג פון רעדן, אבער די מערכה איז קיינמאל נישט געווען אז יענער טויג נישט.

ז. היינט הערט מען אסאך וואס ווילען אויסרימען הרב שלמה זלמן אויערבאך, נישט צוליב די גרויס כבוד וואס זיי האבען צו איהם, נאר אויף צו קלאפען אנדערע. דערווייל איז באשאפען געווארען א נייע מענטש, וואס בחייו האט נישט עקזיסטירט. מ'מאכט אזא רושם אז ער איז געווען א מנהיג על מי מנוחות, און ער האט אויפגעטוהן אן טשעפענען קיינעם. דערווייל איז דאס איין גרויסע שקר. ער איז נישט געווען קיין מנהיג, גארנישט האט ער משפיע געווען, נאר גע'פסקנ'ט און געזאגט שיעורים פאר תלמידים. און דאס איז טאקע ווייל ער האט נישט געטויגט צו הנהגה. וואס האט דאס מיט הרב שך וואס האט געהאלטען אז ער טויג יא, און דעריבער מוז ער טוהן וואס מ'דארף טוהן. ער האט גערעדט פון דעם ביים יסוד פון דגל דערמאנענדיג פון הרב יהושע לייב וועגען משה רבינו. ס'איז פיל געשמאקער צו בלייבען בשלום מיט יעדער איינער, אבער האמת אהוב מכולם.

ח. דו האסט פארגעשטעלט אן עצה אז מ'זאל איינשלינגען. איינשלינגען קען מען די אייגענע שפייאכץ. ווען דער זאך איז נישט דיינס, קענסטו נישט איינשלינגען. נאר דו ביסט אזוי צוגעוואוינט צו 'רעכטען' פון א מנהיג, אזש דו קענסט נישט משיג זיין די זאך. הרב שך האט געטוהן לויט ווי מ'דארף טוהן. ווער גיבט איהם א רעכט 'איינצושלינגען'? ס'איז דען זיינס געווען איינצושלינגען? הרב שלמה זלמן האט טאקע געקענט 'איינשלינגען' ווייל ער איז נישט געווען קיין מנהיג, ער האט נישט געהאט אויף זיך דער לאסט, ווייל טאקע האט ער נישט געטויגט צו דעם.

ט. הרב איש את רעהו, דו האסט מחליט געווען אז חב"ד טויג נישט פאר געוויסע סבות, און דערנאך מחליט געווען אז הרב שך האט דאס פארגעזעהן. אזוי אויך האסטו מחליט געווען אז מ'טאר נישט גיין אין בחירות און דערנאך פארשטאנען אז די א.ג. 'תלמידי הרב שך' האבען באיקאטירט די בחירות פאר די זעלבע סיבות ווי 'אונז'. דו מעסט יעדער איינער מיט דיין הויזען. דערווייל לא מיניה ולא מקצתיה. הרב שך האט קלאר ערקלערט פארוואס ער איז קעגן חב"ד, נישט וועגען משיח און נישט וועגען ציונות צו וואס. ער האט געזאגט אז ער זאגט נישט פון תורה, זיין דעות זענען פון די פרעמד אנגעזאפט. דער פסק וועגען שטחים, געבויט אויף א מקור פון הלכות שבת, וואס יעדער פופצען יעריג אינגעל קען לייכט אפפרעגען איז געווען איינער פון די דוגמאות. זעענדיג אז דער ליובאוויטשער רעבע איז א דאמינאנטישער מנהיג און א כאריזמאטישע מענטש, האט ער געמוזט ארויסברענגען מיט די באק ציינער כדי מ'זאל נישט נאכגעשלעפט ווערען. און די באיקאטען די בחירות איז געווען א פאליטישער זאך, גארנישט מיט קיין שיטה הקדושה, נאר א וועג דורכצופיהרען א זאך, פונקט ווי דאס גייען אין בחירות איז א וועג דורכצופיהרען א זאך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:22 pm

· #285176
דאס האט גארנישט מיט התנגדות. דאס איז וועגען די רעבע'ס פון היינט כלפי די תלמידי חכמים פונ'ם דור. התנגדות צו היינטיגע 'חסידות', וואס קען שטייען אפילו אן די רעבע'ס, און התנגדות צו די אריגינעלער חסידות, איז בכלל נאך נישט אויסגעשמועסט. ועוד חזון למועד.
איך דארף גייען מאכען אביסל געלט.

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:35 pm

· #285178
@ליטוואק, איך בין מסכים מיט יעדע ווארט פון דיין תגובה אויסער דיין זלזול און סלידה פון גרויסע לייט ביי חסידים.
דער בית ישראל האט געטון אסאך מער ווי זיך זארגן פאר די גערער קהילה. ער איז געווען א גדול בתורה ובחכמה, פארמאגנדיג גאר שטארקע הנהגה'ישע אייגנשאפטן האט ער א ריזן חלק אינעם אויפשטעלן דאס יהדות החרדית בארה"ק.

ווידעראום לגבי רב שך איז זינלאז אוועקצומאכן זיין חוסר סבלנות צו די וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי אים. דיין נקודה לגבי עשייתו לש"ש מה שהיה נכון בעיניו עדיין במקומה עומדת, וכמו שהארכת....

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:46 pm

· #285180
נאך איין נקודה: דו בויסט אויף איין מעשה וואס רב שך האט געזאגט אויף איין אדמו"ר [ס'איז א בית יתומים דא? ] דיין גאנצע הנחה אויף חסידי'שע רבי'ס.

על אף ס'איז דא אסאך אמת אין די פראבלעם פון המשכת האדמורו"ת איז דאס נישט משקף די מיינונג פון רב שך אויף חסידים און אדמורי"ם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:58 pm

· #285181
עודך, פון וואנעט ווייסטו דו די גדלות בתורה זיינער? ווייז אויף, קיינער איז נישט מחוייב צו גלויבען ווייל אזוי ווילט זיך.
און לגבי די מועצת היתומים, די מעשה מיט'ן סאדיגערער איז אחד מני אלף. רעד מיט תלמידים און מקורבים, און דו וועסט זען אז אזוי איז געווען.
די פראבלעם פון המשכת האדמו"רות איז נישט קיין קליינע זייטיגע, דארט ליגט די גאנצע פראבלעם פון די זאך.
די אלע אנדערע משלים פון אנאנים זענען נישט געווען ווערט די צייט. ער ברענגט נישט ריכטיג הרב שך'ס דעה נאר מיט אן עקסטרעמער אויסדרוק, און נאך דעם איז דאס לייכט אפצוווענדען. קוק נאך הרב שך אין זיין אייגענע שפראך, וכמבואר במכתבים ומאמרים ועוד, זעט מען א קלארער מיינונג, נישט פאליטיק און נישט פערזענליך.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:12 pm

· #285184
ליטוואק פון בודאפעסט
.
איך דארף גייען מאכען אביסל געלט.

הצלחה רבה.
דארפסט א המלצה בריוו ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:14 pm

· #285185
וואוו, הייסט ווייל איך האב אן אנדערע מיינונג ווי דיר, מוז זיין אז איך בין א שנארער?!
ב"ה איך האב פרנסה, און איך מאך עס פון מיין קאמפיוטע"ר, און ווען איך שטער זיך צו פאטשקענען צייט אויף ק"ש, מאך איך נישט קיין געלט.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:20 pm

· #285187
ווייל ס'האט פשוט נישט אויס געזען ווי די האסט די געווענטליכע ארבעט שעות. וויל האסטעך דערמאנט נאך זעקס צו גיין מאכן געלט, איז האב איך דיר דן געווען לכך זכות.

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:39 pm

· #285191
דער בית ישראל'ס התמדה בתורה איז באקאנט לכל יודעיו, אביסל ווייזט זיך ארויס אין זיין ספר וואס איז גאר טיף מיט א שטארקע בקיאות בש"ס וראשונים.

רב שך'ס נישט קענען דולדן די וואס האלטן אנדערש האב איך נישט געבויט אויף שש'ס תגובה. איך האב צענדליגע מעשיות דאס אויפצואווייזן. אין דעם אספעקט האט ער גאר שטארק געענדלט צו סאטמאר רב זצ"ל וועלכער האט אויך נישט געמיינט פערזענליך אדער פאליטיק.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:55 pm

· #285194
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:59 pm

· #285195
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: די זעלבע (לשיטתך וקפה) איז געווען ביי מונקאטשער רב דער בעל מנחת אלעזר זצ"ל. פערזענליך איז ער געווען זייער א פיינער מענטש וועלכער האט געהאט א ווייכע שפראך. אבער חוץ זיין אבסעסיע מיט די ציונים וגירוריהם האט ער געהאט (לולא דמסתפינא, וואלט איך געזאגט) א ביסל א לויזע צונג. און ער האט גערעדט און מבטל געווען א סאך גדולי ישראל און זייערע חיבורים און אויפטוען, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט דעם זעלבן השקפה'דיגן אויסקוק וואס ער...!
אנרופן דעם משנה ברורה מיט אן "אלף" איז נאר איין קליינע דוגמא...!

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:02 pm

· #285196
אויף דער מנח"א האבן שוין צדיקים געזאגט אז ער איז געווען א שווערער תוספת.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:04 pm

· #285197
(און אפשר קען מען זאגן אז רב שך איז געווען א שווערער ר' חיים)

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:08 pm

· #285198
בן אדם
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

פליעז זעץ זיך אוועק מיט א ויואל משה און מיט אבי עזרי און רעדאגיר דיין תגובה....

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:21 pm

· #285201
ר' בערל,
חוץ פון די פייערדיגע קנאות האט די מנח"א דען אויפגעבויט א תורה וועלט און אידישקייט א פראצענט וואס סאטמאר רב און רב שך האבן געטון?

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:31 pm

· #285204
קפה נמס
בן אדם
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

פליעז זעץ זיך אוועק מיט א ויואל משה און מיט אבי עזרי און רעדאגיר דיין תגובה....

אביסל נעריש גערעדט. ס'איז אזוי ווי מ'זאל פארגלייכן צוויי ראשי ישיבות אין לערנען דורך זייער שיחות מוסר...

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:43 pm

· #285207
בן אדם
קפה נמס
בן אדם
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

פליעז זעץ זיך אוועק מיט א ויואל משה און מיט אבי עזרי און רעדאגיר דיין תגובה....

אביסל נעריש גערעדט. ס'איז אזוי ווי מ'זאל פארגלייכן צוויי ראשי ישיבות אין לערנען דורך זייער שיחות מוסר...

כ'מיין האסט געשריבן "דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה".. וויאזוי ווילסטו דאס בודק זיין אויב נישט דורך זייערע חידושי תורה..

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:47 pm

· #285210
איך דארף עס נישט בודק זיין, און זיכער נישט דורך ויואל משה. כ'האב נאר געשריבן א באוויסטע פאקט.

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:59 pm

· #285215
@בן אדם,
דערמאנסט מיר א לאכעדיגס וואס א ליטווישער יוד האט אמאל פארציילט. ער איז געווען ביי א שמחה מיט זיינע סאטמארער קרובים האט ער אינמיטן שמועסן וועלנדיג זיך חנ'דלען צו זיי זיך אויסגעדרוקט אז סאטמאר רב ז"ל איז ממש געווען דער חפץ חיים בדורנו. איז איינער פון זיינע קרובים אויפגעשפרונגען: דו גלייכסט צו די ח"ח צום רבי'ן ?? דו ווייסט בכלל ווער סאטמארער רבי איז געווען ??? 😃 😃

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:08 pm

· #285218
גוט, גוט
איך בין נישט קיין סאטמערער אבער כ'האב שוין צופיל געהערט איבער זיין גאונות, און טאקע מער פון אנדערע גרויסע רבי'ס. און ס'נישט שייך אוועקצומאכן.

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:14 pm

· #285221
קיינער מאכט ח"ו נישט אוועק. האסט געשריבן אז מ'קען נישט צוגלייכן רב שך צו אים.... ❓

בן אדם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:28 pm

· #285224
סאטמער רב האט געהאט א שארפער קאפ און א מוח עצום, און א געוואלדיגע זיכרון.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:33 pm

· #285237
דער ויכוח איז אביסל שטיל געוורן. אוי איז דאס געווען א זאפטיגע ויכוח, עס האבן זיך געגאסן לשונות מיט ראיות הפלא ופלא, א ריכטיגע נאכמיטאג שמועס אין פאליש (בהמ"ד).

איך וואלט פארגעשלאגן פאר @כוכב דער עורך פונעם שטיבל, אז זיין קומענדיגער קאלעקציע זאל זיין ספר הויכוחים.

ירא שמים » פרייטאג יוני 26, 2015 12:38 am

· #285257
בן אדם
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

אין נגלה מיינסטו מן הסתם אין פארענטפערן מדרש פליאה׳ס אין נסתר איז דאך נסתר

diff » פרייטאג יוני 26, 2015 9:29 am

· #285272
חסידות האלט אז ס'טויג נישט ווען ת"ח פירן. ווייל אויב זיי פארפארן איז נישטא ווער ס'זאל צירוקברענגען

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 26, 2015 10:56 am

· #285285
ממילא זאל מען שוין פארפארען?!
און איך דארף אויפווייזען אז חסידות איז באנקראט? !
און טאקע ווער קען צוריקפיהרען ווען אן א.ג. צדיק פארפיהרט?

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 26, 2015 12:14 pm

· #285318
ירא שמים
בן אדם
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

אין נגלה מיינסטו מן הסתם אין מדרש פליאה׳ס אין נסתר איז דאך נסתר

ירא שמים: ווייל דו קענסט נישט קיין מדרש פליאה'ס מיינסטו אז ער האט נאר געקענט מדרש פליאה'ס.... 😂 🙄

diff » פרייטאג יוני 26, 2015 1:08 pm

· #285348
[ציטאט אראפגענומען]

ביסט חולק על הכהונה אדער מלכות בית דוד ?י

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 26, 2015 2:25 pm

· #285383
diff
[ציטאט אראפגענומען]

ביסט חולק על הכהונה אדער מלכות בית דוד ?י

יו"כ ווען איך וועל האלטן אינמיטן ווידוי. ווען איכ'ל צו קומען צו לצנו וועל איך אריינקוקן אין דיין תגובה...!

אויבערלענדער חכם » פרייטאג יוני 26, 2015 4:42 pm

· #285428
אמונה וידיעה
א. אויב מען גייט מיט אמונה קען זיין אז רב שך איז געווען נאך גרעסער אין נסתר ווי דער בעל שם טוב אליין.
ב. אויב מען גייט מיט ידיעה, לאמיר זעהן:
הרב שך
1. אבי עזרי - כולל חידושים עמוקים על ששה סדרים!!
2. בית המדרש - הערות חשובות
3. מכתבים ומאמרים ושיחות מוסר
4. חידושים על הרבה מסכתות הש״ס

בעל ויואל משה
1. ויואל משה - ספר גאוני (שכל מבקש האמת יודע שלא נתחבר לקלוע אל מטרת האמת) שנתחבר בעזרת יועצים ותלמידים.
2. על הגאולה ועל התמורה - ספר ברמה של מכתבים ומאמרים
3. חידושי סוגיות - פטפוטי דאורייתא
4. שו״ת דברי יואל - ספר שו״ת ברמה של כל רב חשוב בהונגריה באיכות ולא בכמות
5. דברי יואל עה״ת - ספר דרוש חשוב מאד וחבל שיש כ״כ על ציונות שבלא״ה היה ראוי להיות גולת הכותרת שלו.

בן אדם » פרייטאג יוני 26, 2015 4:48 pm

· #285436
אויבערלענדער חכם, שרייבן א ספר איז אן עקסטערע טאלאנט וואס נישט יעדער גאון קען באווייזן.

אויבערלענדער חכם » פרייטאג יוני 26, 2015 5:11 pm

· #285441
מדידת גדלות בתורה של "אדמורי"ם"
בן אדם
אויבערלענדער חכם, שרייבן א ספר איז אן עקסטערע טאלאנט וואס נישט יעדער גאון קען באווייזן.

די פראבלעם איז אז ער האט יא געשריבען. איך מיין נישט אוועק צו מאכען זיין גדלות בתורה. ער איז זיכער געווען א גאון - ווען ער האט געזאגט א שיעור אין טעלז, האט רבי אליהו מאיר בלאך געזאגט אויף עם, אז "וואלט ער געווען ביי אונז, וואלט ער געווען א 'רבי ברוך בער'". קיין ספק נישט אז ער איז געווען א תלמיד חכם גדול. מען דארף נאר געדענקען א פאר נקודות.

1- די מציאות איז אז מען ערווארט גאר ווייניג פון א "אדמו"ר" עם צו רופען א "גאון הדור", אויב א אונגערמאן גייט אריין צו איין אדמו"ר און דער אדמו"ר ווארפט א קצות אדער א נתיבות, גייט ער ארויס זאגענדיג אז דער רבי איז א גאון. וואלט סתם א אונגערמאן אין כולל געטוהן די זעלבע וואלט ער בכלל נישט נתפעל געווארען. די סטמר רב מיט זיין גאנצע גאונישע קאפ, האט נישט געשריבען תשובות אויפ'ן רמה פון די טשיבינע רב, אפילו ווען ער האט זיך יא אריין געטוהן אין א סוגיא בכתב איז עס נישט געווען א פארגלייך צו קיין איינער פון די גאוני דורו [עיין רשימה לעיל]. גראדע איז רב שך'ס חידושים אויך נישט עפעס אויסערגעווענדליך, אבער ער האט ארויסגעוויסען תלמיד חכם'שאפט אין ששה סדרים!! רוב גדולי ישראל במשך די דורות האבען נישט קונה געווען "ששה סדרים", דאס מיינט זיי האבען נישט געקענט באופן עמוק זרעים, קדשים, און טהרות. הרב שך האט שיינע חידושים אין די דריי סדרים. מועד נשים נזיקים איז אפגערעדט. מיר האבען נישט קיין איין ראיה אז דער "ויואל משה" איז אנגעקומען ווי רוב גדולי ישראל זענען נישט. בלי ראיה מוקמינן גברא אחזקה.

2- אין ויואל משה האט ער זיך די מערסטע אנגעשטרענגט צו ווייזען די ריכטיגקייט פון זיין שיטה. עס איז גאר נעריש צו טראכטען אז ער וואלט געקענט טוהן בעסער'ס. פון די ספר זעהט מען טאקע א וועלט פון בקיאות, אן אפענע קאפ וואס האט פארשטאנען אן ענין [יש שם הרבה ידיעות חשובות לגבי כללי הש"ס והפסוקים וכו'], מען זעהט א גאונישע קאפ, אבער קלאר נישט אין די שורה פון הרב מטשיבין, החזון איש, האבן האזל, בעל משנת רבי אהרן, האגרות משה, הגרי"ז, וכו'. עס איז אויך ידוע אז מען האט עם געהאלפען.

3. אין זיין תשובות האט ער דאך געפסקנ'ט להלכה. מען קען עס נישט אוועק מאכען אלץ שלש סעודות תורה. ווייטער זעהט מען א געזונטע פוסק, אבער נישט א חד בדרא בכלל.

4. זיין חידושי סוגיות זענען די חידושים וואס ער האט מחדש געווען לחדד התלמידים. נו נו.

5. זיין דרוש איז געווען בחסד עליון, אבער די זאכען קומען נאר פון א מח גאוני נישט פון עמלות בתורה.

איך מיין באמת נישט אוועק צו מאכען. ער איז געווען גאר א חשובע אונגארישע רב. משורה הראשונה ביניהם. אבער נישט קיין חד בדרא אין גדלות בתורה. אז ער איז געווען גאון הדור גלויבען נאר זיינע חסידים און די וואס לאזען זיך איינרעדען ביי זיי. איך וויל מבהיר זיין אז מיין מטרה איז נישט אוועק צו מאכען איינער וואס איך האב א סאך כבוד און ערע פאר עם, נאר ארויס צו ברענגען אז "רביסטיווע" פארבלינד גאר שטארק די אויגען ווען מען קומט מעסטען די זאכען. א גאונישע קאפ, זיכער, אבער ער האט נישט א סאך תורם געווען לגבי תורה.

למעשה אין הסטוריה די וואס האבען תורם געווען תורה בלייבען א סאך לענגער ווי די מנהיגים בשעתם. די דברי יציב האט איבערגעלאזט א סאך מער לעגאסי (legacy) ווי דער דברי יואל. די "ויואל משה" איז בכלל נישט אינטערסאנט פאר רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, און מאיזה סיבה שהיא (אולי זכות אבות או עזרת התלמידים) איז די שו"ת דברי יציב מער ניצבאר ווי די שו"ת דברי יואל. איך כאפ אן דער משל ווייל בחייהם איז געווען פשוט אז דער סטמר רב איז מער צום זאך אין לערנען. ער האט געהאט מער א געזונטער און קלארער קאפ ווי די דברי יציב'ס געליציאנע מפולפלדיגע קאפ.

קפה נמס » פרייטאג יוני 26, 2015 5:27 pm

· #285444
הערליך שיין צונומען... @אויבערלענדער

קפה נמס » פרייטאג יוני 26, 2015 5:31 pm

· #285446
berlbalaguleh
ירא שמים
בן אדם
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

אין נגלה מיינסטו מן הסתם אין מדרש פליאה׳ס אין נסתר איז דאך נסתר

ירא שמים: ווייל דו קענסט נישט קיין מדרש פליאה'ס מיינסטו אז ער האט נאר געקענט מדרש פליאה'ס.... 😂 🙄

פארפאלן, בערעלע, א סאטמארער בלייבט סאטמארער... טאטש אים נאר אין די ריכטיגע פלאץ...

בן אדם » דינסטאג יוני 30, 2015 10:04 pm

· #286348
אויבעלענדער חכם, יעצט באמערקט. ס'זייער שיין און קלאר.

איש את רעהו » דינסטאג יוני 30, 2015 10:15 pm

· #286355
@אויבערלענדער חכם
אמיתה של תורה איז נישטא קיין צוויי
אדער האט סאטמארע רב יא מברר געווען צום אמת פון די תורה און ער האט עפ''י דעת תורתו געזען די סוף פון די שמדינה של ישראל וואס וועט לבסוף מאכן מיט אירע בירגער
און אין דעם איז די סאטמארע רבי געווען א ''חד בדרא'' יא ממש א יחיד וואס האט מיט א שטייפקייט קלאר געזאגט און געשריבן אויף די טעמע נישט זיך שרעקנדיג פאר וואס גרוינעם און אויבער חכם וועלן זאגן, ער האט קלאר מברר געווען לאמיתה של תורה די יחס וואס אידן דארפן האבן צו די מדינה און אירע איינשטאלטען.

און אויב האלטסטו אז די אנדערע האבן געהאט רעכט און די אלע מימרות וואס ווערט נאכגעזאגט פון זיי בקשר צו די מדינה איז אמת דאן האסטע בכלל נישט וואס זיך מייחס זיין נאך די בירור און ליקוט מפי ספרים וסופרים וואס סאטמארע רבי שרייבט אין זיינע חיבורים.
...

איינער וואס קוקט היינט מיט קלארע ברילן און זיכט נישט צו ווערן פארדרייט, זעט זייער קלאר די סוף פון די שמדינה'לע און די אלע וואס האבן זיך צוגעקלעבט צו די כסאות של כבוד וממון פון די מדינה הציוני זענען היינט פארזינקען אינעם קשר של רשעים ובוגדים אינעם כנסת המינים

אויבערלענדער חכם » דינסטאג יוני 30, 2015 10:23 pm

· #286357
דברים שאין ראויים להשיב עליהם
איש את רעהו
@אויבערלענדער חכם
אמיתה של תורה איז נישטא קיין צוויי
אדער האט סאטמארע רב יא מברר געווען צום אמת פון די תורה און ער האט עפ''י דעת תורתו געזען די סוף פון די שמדינה של ישראל וואס וועט לבסוף מאכן מיט אירע בירגער
און אין דעם איז די סאטמארע רבי געווען א ''חד בדרא'' יא ממש א יחיד וואס האט מיט א שטייפקייט קלאר געזאגט און געשריבן אויף די טעמע נישט זיך שרעקנדיג פאר וואס גרוינעם און אויבער חכם וועלן זאגן, ער האט קלאר מברר געווען לאמיתה של תורה די יחס וואס אידן דארפן האבן צו די מדינה און אירע איינשטאלטען.

און אויב האלטסטו אז די אנדערע האבן געהאט רעכט און די אלע מימרות וואס ווערט נאכגעזאגט פון זיי בקשר צו די מדינה איז אמת דאן האסטע בכלל נישט וואס זיך מייחס זיין נאך די בירור און ליקוט מפי ספרים וסופרים וואס סאטמארע רבי שרייבט אין זיינע חיבורים.
...

איינער וואס קוקט היינט מיט קלארע ברילן און זיכט נישט צו ווערן פארדרייט, זעט זייער קלאר די סוף פון די שמדינה'לע און די אלע וואס האבן זיך צוגעקלעבט צו די כסאות של כבוד וממון פון די מדינה הציוני זענען היינט פארזינקען אינעם קשר של רשעים ובוגדים אינעם כנסת המינים


דברים אלו אינם ראויים להשיב עליהם. דער נושא איז נישט געווען ציונות. עס קען זיין א מאל אז צוויי מענטשען שרייבען א תשובה און ביידע האבען די זעלבע מסקנא לדינא, אבער איינער האט געוויזען גדלות בתורה אין די תשובה און איינער נישט. פון די ריכטיגקייט פון א מסקנא זעהט מען גארנישט. עס קען אפילו זיין אז צוויי מענטשען זאלען שרייבען א תשובה מיט צוויי פארקערטער מסקנות, און ער וואס איז גערעכט לענין דינא האט נישט אויסגעוויזען אזוי פיל גדלות בתורה ווי דער וואס איז אומגערערכט.
חדא ועוד, מען זאל נישט אנעמען אז שתיקה כהודאה דמיא, איך וויל נישט אריין גיין אין די נושא צו זיין שיטה [לעומת שיטת הג"ר ראובן רוזובסקי בבעיות הזמנים או לעומת שיטות אחרות של גדולי ישראל] איז גערעכט צו נישט, קודם כל, ווייל אין כאן מקומו, און צווייטענס מען קען זעהן פון אייער דיבורים אז איר "ווייסט" אז עס איז גערעכט מסיבה חיצונית, און מיט דעם קען מען זיך נישט מתווכח זיין.

איש את רעהו » דינסטאג יוני 30, 2015 10:44 pm

· #286363
איך ווייס נישט

איך זע אז ער איז גערעכט,
איך האב געהערט פון תלמידים פון די גאון הרב אויערבאך און פון די מענטשן ארום די רביים וואס האבן שוין אפגעהאקט די תמיכה פון די מדינה, גענוי וויאזוי זיי זענען מייחס אז סאטמארע רב האט זייער קלאר געוויסט וואס ער רעדט
ד.ה. אז היינט ווער עס איז שוין נישט בלינד זעט גענוי די בירור און הלכה וואס סאטארע רב האט געשריבן האט קולע געווען אל השערה..

והשנית האסטע סתם געמאלען וואסער מיט דיין הערכה אויף מברר זיין אמיתה של תורה
די קענסט אפשר זאגן וויאזוי מען שרייבט און מען איז מברר אנדערש די יחס פון אידישקייט צו טומאת הציוניזעם??
האסט אמאל געליינט די ווערטער פון די גאון רבי אלחנן אויף טומאת הציוניזעם און די פארטייען וואס קערן זיך אן צו די ציוניסטישע פארטיי??

אדרבה זיי די עורך א שענערע בירור אויף דעם און דאן נעם דיר רעדן, סתם מאלן ווייסער און שיסן פראזן איז גערעדט נאריש

קפה נמס » מיטוואך יולי 1, 2015 2:48 am

· #286409
@אויבערלענדער,
די לייק איז סיי פאר די שורות, און סיי פאר די איידלקייט, אינטעלעגענציע, און זהירות וואס מ'זעט צווישן די שורות...

@איש את רעהו,
ס'איז א שאד די צייט, כ'בין זיכער אז דער אויבערלענדער איז אויך אנגעשטאפט מיט זייערע געלטער משולחן איזבל, אזויווי די אלע וואס האבן נאכנישט איינגעזען די אמת און מאלן סתם וואסער.
ווארום, ווער ס'איז נישט עכט בלינד זעט דאך קלאר אז זינט הקמת המדינה של גיהינום איז דאס יהדות החרדית אונטערגעגאנגען אין ארה"ק... וויפיל ישיבות און כוללים האבן זיך ליידער פארמאכט.. נישטא קיין תורה, קיין יודישקייט... וואס איז שייך צו רעדן בכלל...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 1, 2015 7:58 am

· #286416
דעת הסאטמאר רב ז"ל – נעמען געלט פון דער רעגירונג האט א 'כח הפועל בנפעל' וואס וועט מאכען די מענטשען וואס געניסען פונ'ם געלט נישט פרום. ס'איז אויך א געפאר אז זיי וועלען טוישען דער צורה פון די ישיבות און חדרים.
דעת גדולי ישראל זצ"ל – דאס נעמען געלט איז אונזער געלט, פון שטייערען, וואס האט דער כח הפועל פון דער וואס גיבט דער געלט, ד.ה. אונז, און ממילא איז דאס נישט משפיע צו שלעכט'ס. די איינציגסטע וועג צו שלאגען קעגען דער פרווו צו מאכען אידען נישט פרום איז דורך לימוד התורה פון ישיבות און חדרים, און מחמיר זיין אויף נישט קענען אפען האלטען ישיבות און חדרים שפילט אין די הענט פון די וואס ווילען אונטערברענגען אידישקייט. דער כח פון א ציבור לומדי תורה שומרי מצוות וועט נישט צו לאזען אז די פרייער זאלען קענען טוישען די צורה פון ישיבות און חדרים.
דעת הרב אויערבאך שליט"א ואנשיו – ווען מ'שפירט אז דער רעגירונג מישט זיך יא אריין אין די מוסד, איז ראטזאם מ'זאל אויפהערען צייטווייליג צו נעמען כדי נישט צו דארפען אונטערגעבען.
יעצט, מיט וועלכע שיטה שטימט הרב אויערבאך מער – דער סאטמאר רב אדער די גדולי ישראל?

דעת הסאטמאר רב ז"ל – גייען אין בחירות און שיקען פארשטייער זאלען פארטרעטען פרומע אידען אינ'ם כנסת איז א התחברות לרשעים, ווייל די פיהרער'ס פונ'ם כנסת זענען רשעים, און אפילו אויפצוטוהן פאר אידישקייט מעג מען זיך נישט באהעפטען מיט רשעים.
דעת גדולי ישראל זצ"ל – ווען ס'שטייט א מדינה און זיי האבען א כח אויף אונזער געלט און אונזער לעבען, דאס גייען אין זייער פלעצער ארויסצונעמען עפעס און ראטעווען וואס מ'קען איז נישט קיין התחברות נאר א מלחמה, און דאס שטייען אויפ'ן זייט און טוהן גארנישט איז דער התחברות לרשעים, צולאזענדיג אז די רשעים זאלען קענען קאמאנדעווען און הערשען איבער תורה חינוך און דער לעבענשטייגער ארויסצורייסען וואס פאר א אידישקייט וואס איז געבליבען ביי מענטשען.
דעת הרב אויערבאך ואנשיו – יעצט איז פאליטיש כדאי אז מ'זאל נישט גייען אין בחירות, כדי צו ווייזען זייער כח פאר'ן פיהרער פון זייער פארטיי אז נאר טאמער מ'לאזט זייער פיהרער א פלאץ ביים טיש פון מחליט זיין וויאזוי זיך צו פיהרען מיט'ן רעגירונג, קענען זיי זיך פארלאזען אויף זייערע שטימע.
יעצט, מיט וועלכע שיטה שטימט הרב אויערבאך מער – דער סאטמאר רב אדער די גדולי ישראל?

דאס איז אלס אפגעזעהן די שקר פון 'אלע זע'ען שוין איין' און דער עצם נאמען 'תלמידי הרב אויערבאך', ווען כמעט קיינער פון יענער צד האט געלערנט אין מעלות התורה און איז בכלל א תלמיד זיינער. ער האט טאקע אסאך תלמידים, מער ווי הרב שטיינמאן און הרב קנייבסקי, אבער כנראה איז די זאך בכלל נישט אנגעפיהרט דורך זיינע תלמידים.

איש את רעהו » מיטוואך יולי 1, 2015 9:52 pm

· #286621
@ליטוואק די האסט צוטיילט די דעה פון סאטמאר רב אויף צופיל 'דינים'
סאטמאר רב האט מברר געווען זייער א קלארע זאך אז די זיין געבינדען צו די כבוד שטעלעס און פאליטישע ראנגען בנוסף צו די ריזיגע געלטער פון די ממשלה וועט ברענגן א שטארקע פארבינד פון די טומאת כפירת הציונות צום ציבור החרדי
עס זעט זיך היינט אן זייער קלאר, און יעדער וואס געהער נישט צו דיין אדמו''ר מר' שטינמאן
נאר רופט זיך אלס אנהענגער/שטיצער/תלמיד מרב אויערבאך שליט''א בכל שום וחניכא דאית להון
די אלע זאגן קלאר אין יסוד אז די היינטיגע פירערשאפט פון די פאליטישע מאכערס אין די כנסת המינים זענען גענוי ווי די מזרחי
קוק נאר אין אלע זייערע געשרייבעכצער די לעצטערע חדשים וועגן די פאליטישע מאכערס אינעם בית המינים
עס איז אות ביי אות וואס סאטמארע רבי האט געטענה'ט מיט אריבער זעכציג יאר צוריק.

אז די רעדסט אין 'דינים' און לומדישע פשעטעלאך קענסטו רעדן און רעדן און מאכן שיינע חילוקים
אבער אין יסוד אז די חברת האגודה יתהפך לחברת מזרחי ווי די הייליגע רבי די רש''ב מליבאוויטש האט געשריבן די נקודה ליינט זיך היינט פון די נאכפאלגערשאפט פון הגאון ר' שמואל

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 7:44 am

· #286684
מ'רעדט שוין דאוועגען די מחלוקת, עיי"ש ותמצא נחת.
בלאט: 1 2 3