☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אמעריקע'ס גאט טעלענט

אמעריקע'ס גאט טעלענט

270 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9023
בלאט: 1 2 3 4 5 6

בעל מדות » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:56 am

· #280452
אמעריקע'ס גאט טעלענט
איינע פון די גאר אויפגעכאפטע אינטערטעינמענט שוי'ס אין די געשיכטע וועלכע ווערן געשפילט אין די גאנצע וועלט, איז די גאר באליבטע און פענאמענאלע "גאט טעלענט" געדאנק וואס די גאנצע שוי איז געווידמעט פאר מענטשן צו ווייזן זייערע קענטעניסן, און טאלאנטן, און סיי וואספארא זאך עס נעמט ארויס מענטשן פון גלייכגעוויכט, א שטייגער ווי קונצן, טענצעריי, שיינע ניגונים, און אפטמאל גאר מאדנע און אוואנטוריסטישע טאטן וועלכע ווערן געשפילט און דערנאך אויסגעקליבן א געווינער.
צוערשט האט איר די וויקיפידיע בלאט פון די שוי .
(טראץ וואס די בריטישע גאט טעלענט איז אויך ריזיג און פאדערט א באזינדערן ארטיקל וועל איך אלץ אן אמעריקאנער ווי פארשטענדליך באשרייבן די שוי פון דא אין לאנד).

אמעריקא'ס גאט טעלענט באקאנט מיטן אקראנים אלץ agt איז אן אמעריקאנע רעאליטעט טעלעוויזיע סעריע וואס שפילט אויף די ען. בי. סי. טעלעוויזיע נעטווארק און איז א אפטיילונג פון די גלאבאלע "בריטיש גאט טעלענט" קייט שוי אדער .B.G.T (באקאנט אלץ פרענטשייס בלע"ז) זי איז א טאלאנט שוי וועלכע נעמט אויף יעדע מענטש וואס האט אינטערסאנטע טאלאנט צו אויפשפילן ווי און אנדערע פערפארמער'ס פון אלע יארגענג, ווי זינגער'ס, קאמידיען'ס, טאנצער'ס און קינצלער'ס אלע קאנקורירן פארן עדווערטייזטן טאפ פרייז פון א מיליאן דאלער! וועלכע ווערט באצאלט במשך פון 40 יאר.

די שוי האט די ערשטע מאל געשפילט אום june 2006 פארן זומער סעזאן.

אויסער די פרייז פון א מיליאן דאלער איז פאראן נאך א ריזיגע באנוס פון באקומען צוגעשטעלט א ריסיגע קאנצערט אין לאס וועגאס, די היימשטאט פון אלע שוי'ס (אין בריטן באקימט מען די פריוויליגיע פון זיך אויפשטעלן פאר די קעניגן וועלכע ברענגט צו אז אסאך מענטשן אין לענדער מיט אייגענע טאלאנטן שוי'ס זאלן מאכן זייער וועג דוקא צו בריטן, {אדער צו אמעריקא פאר די וועגאס שוי} ווענדט זיך וועלכע זאך מען וויל שטערקער)

די שוי האט עטליכע מעלות ווי דאס אז זי לאזט אומבאקאנטע מענטשן ארויסגעבן זייערע באהאלטענע טאלאנטן און גרויס ווערן.

בשעת מעשה זיצן ביים שוי טויזענטער מענטשן (דריי טויזנט צו זיין מער פינקטלעך) און פיר ריכטער וועלכע זיצן בעפארן אודיענץ אויף א באזינדער מערקבארע טישל.

די בריטיש גאט טעלענט האט זיך ארגינעל געעפנט מיט א אנדערן נאמען און געטוישט נאך א יאר (צוליב וואס די קאנטראקט איז דורכגעפאלן) די אמעריקאנע שוי איז געווען די ערשטע נאכצומאכן די בריטישע און מאכן די שוי פאר א קייט, (די ארגינעלע שוי גרינדער באקומט אראפ א פראצענט פון די פארדינסט).


אין לויף פון די יארן האבן זיך די ריכטער געטוישט.

די סיסטעם פון די טאלאנטן שוי'ס זענען יעדע מאל אנדערש און צווישן די לענדער איז עס אפטמאל הימל און ערד.

די שוי פארוואלטונג נעמט צוערשט אויף די פילצאליגע יחידים און גרופעס, שטערנ'ס און וואנעבי'ס טאלאנטפולע און קוריאזן, און מען באשליסט ווער עס גייט ווייטער.

די גרויסע שוי' הייבט זיך אהן די פיר ריכטער און שטאב לאזן זיך ארויס איבער די פאראייניגטע שטאטן אפהאלטנדיג דעם שוי יעדע וואך אין א צווייטע ארט און דאס איז וויאזוי א טיפיקל שוי גייט צו.

די פיר ריכטער זיצן רוהיג ווען עמיצער אדער א גרופע שפאצירן אריין, א גוטן וויאזוי הייסטו ווערט ער אויסגעפרעגט, נאכן זיך אנגעבן דערציילט ער וואס זיין טאלאנט גייט זיין, ווען די געווענליכע גרין לייט צו גיין ווייטער וועט זיין די באקאנטע סלאגאן, ...פיין די פלאטפארמע איז דיינס ווייז וואס די קענסט.

די אקט הייבט זיך אהן אויב איז עס צום זאך הייבן די מאסן פארזאמעלטע אהן צו אפלאמאדירן מיט הילכיגע אפלאמידיסטן און געשרייען און אויב איז עס עפעס וואס אנליין וואלט מען עס גערופן "טרויל'ליכע האבן די ריכטער די אפציע פון דרוקן א רויטע קנעפל וועלכע באווייזט א גרויסן עקס X העכערן קאפ פונעם ריכטער און זיין נאמען דערויף, אויך טוט די גערויש פון א עקס געבן א היבשן טרייסל אין זאל מאכנדיג א שטארקע גערויש און אויב אלע פיר דרוקן זייער רויטן קנעפל מוז דער אקטיאר אויפהערן זיין אקט און ארויסגיין פון זאל.
אויב האט ער דריי עקסעס, און איינער וואס איז יא צופרידן קען ער בלייבן טוהן זיין אקט, (געווענליך וועט די המון עם אנהויבן שרייען און ווייזן עקס מיט די האנט אויב איז די אקט קורני וכדומה')

די עקס וועט נאר סטאפן משיגעים און זייגער'ס אבער וועט נישט דעצידירן די אויסגאנג נאר עס וועט ווערן אפגעהאלטן וואלן צווישן די פיר ריכטער וואס קענען אפמאכן צו דער יעניגער איז ווערד צו גיין ווייטער, קודם לאזט מען אים ענדיגן און אויב איז ער גוט באקימט ער א יא אדער א ניין פון די פיר ריכטער, אפטמאל טרייבן די ריכטער גרויזאמע לצנות פון די אומשולדיגע (אדער אפטמאל שולדיגע) אקטיארן און עס איז א גרויסע דערגרייכונג צו באקומען די "יעס" פון אלע פיר.


דאס געט די געלעגענהייט צו גיין צום פרישן סעסיע ווי דאסמאל זיצן די פיר ריכטער אליין אנעם אודיענץ אדער זייטיגע מענטשן און די געווינער פון דארט קענען גיין זיגרייך צום לייוו שוי וועלכע ווערט אפגעהאלטן און געוויזן אויף טיווי לעבעדיג בשעת מעשה.

איין וועג איז דא צו קענען אויסקרויזן די אומבאקוועמע סעסיע פון זיצן נאר מיט די ריכטער און דאס איז די "גאלדן באזער" וועלכע יעדע ריכטער האט איינמאל די ערלויבעניש צו דרוקן די קנעפל און געשעט געווענליך ווען א ריכטער גייט ארויס פון התפעלות פאר א געוויסע אקט א שטייגער ווי דא דורך סטערן אדער דא דורך האווי.

די לייוו שוי איז דינסטאג, און מיטוואך קען די גאנצע לאנד אריינרופן אפגעבן שטימען, מען קען שטימען דורך די טעלעפאון און מען קען רופן פון א נומבער ביז צען מאל, מען קען אויך ריטוויעטן אויף טוויטער די געווינער'ס נאמען און נאך פארשידענע וועגן וויאזוי מיליאנען מענטשן פענס פון דעם שוי קענען אריינגעבן זייער שטימע.
די פארגאנגענע יאר האט "מעט פרענקא" א קונצלער געווינען די שוי מיט זיין באקאנטע "אייפאון קונץ"

די פיר ריכטער זענען אין קורצן,
"האווערד סטערן" א מאדנע אבער גאר באליבטע דזשאדזש צוליב זיין גראדע מהלך המחשבה (באקאנט אין ק"ש אלץ שמעקעדיג...) ער איז א איד ליידער און קוקט אויס ווי די אידן פון וועם די נאציס האבן אפגעשפעט.
"מעלל בי." א פרוי מיט וועם די פריערדערמאנטע קונץ איז געווארן אויסגעפירט.
"היידי קלום" אויך א פרוי וואס איך וועל נישט מאריך זיין איבער איר.
און דאן דער גאר אינטערסאנטער "האווי מאנדעל" א קאנאדיש אפשטאמיגער מאדנע פערזאן מיט א גוטע סענס אוו יומאר וועלכע ער האט אגב געטוען פאר פרנסה בעפארן גרויס ווערן, ער איז וועלטבאקאנט מיט זיין מאדנע o. c. d. און שרעק פון דזשערמס צוברענגענדיג אז ער זאל קיינמאל נישט געבן די האנט פאר אנדערע מענטשן און גייט אפגעשוירן פון קאפ ביז פוס אויסער דא ווי א ווינדערליכע היפנאטיזירער האט אים היפנאטייזט!

די שוי האוסט און מיטארבעטער וועלכע איז אויך א גרויסע אקטיווע אנטיילנעמער אין די שוי (מיטן מעגליכקייט פון דרוקן דעם גאלדן באזער) איז דער פלאטפארמע מענעדזשער "ניק קענאן" א בעסערע אינגערמאן, א שווארצער מיט א כאריזמע (מיט א צעדרייטע פעשן פון גיין אנגעטוען מיט טייערע קליידונג ווי א שיך פון א מיליאן דאלער און זייגער'ס פון א פערטל מיליאן)
פולע אינטערסאנטע גרופעס קומען באשיינען אויפן פלאטפארמע, מענטשן ריזיקירן מיט די לעבנ'ס פארנט פון טויזענטער מענטשן אלעס צו פארדינען דעם מיטל פון די געווינער פון שושנים... אופס אנטשולדיגט די טעלענט שוי.

די שוי ווערט געשפילט היינט צוטאג'ס אין יעדן לאנד אריינגערעכנט אויסטראליע, קאנאדע, אוקראינע, פראנקרייך, מדינת ישראל, און אפילו אין די אראבישע וועלט, ווען מענטשן האבן א ארט ווי צו אויסגעבן די טאלאנטן, און אנדערע האבן הנאה צו זען טאלאנטן,
צווישן אנדערע אינטערסאנטע שוי'ס האבן שוין מענטשן ארויפגעברענגט הונט, חזרים, און נאך אינטערסאנטע באשעפענישן אדער אביעקטן, און קונצן וואס פאדערן די גאס באקומען ספעציעלע צייטן ווען די ריכטער גייען ארויס אונטערן הימל.
דער דא נעמט ארויס מילך פון זיינע אויגן! ....פאנטאסטיש! האלט אינאיין האווארד איבערזאגן...
אומגלויבליך איז אונטערגעשאצט! ער עסט געלט, באלב'ס, און מאכט אומנאטירליכע קונצן.

ציטיילן א מענטש אין האלב? דער דא טוט עפעס אזוי מיט היידי!...

העלל'ס נאו!!! דער דא מיט א "ברענעדיגע" טשאנס זיך צו אויפרייסן!..

מענטשן פליען אין די ליפטן!

אידן זענען אויך אסאך אויפן פלאטפארמע מיט אינטערסאנטע טאלאנטן, און אויך היימישע אידן זיצן ביי לייוו שוי'ס באדאנקענדיג השם יתברך אויף די פולע קאלירן וואס די טבע באזיצט.

***אזהרת נשים*** קוקט אויף אייער אייגענע אחריות.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:25 pm

· #280564
זייער שיין.

אויך האווי איז א איד.

נופת צופים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:00 pm

· #280589
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
שכויעך. שוין לאנג געוואלט וויסן מער איבער דעם שוי. הערליך באשריבן.

כ'האב נאכנישט געקוקט אלע יו טוב לינקס אבער דא האט איר א אידישע אינגעל וואס רופט זיך א קאמידיען. ער האט געמיינט אז ער'ז מאחורי.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=lFVQqcz22L4">https://www.youtube.com/watch?v=lFVQqcz22L4</a>

יואב » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:42 pm

· #280610
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
זייער שיין באשריבן, בעל מידות.

א זייטיגע הערה נאר: סיי לכבוד שמעקעדיג און סיי לכבוד הרב שטערן שפיר איך א פליכט מוחה צו זיין אויף דעם צוגלייך וואס איז זייער נישט אין פלאץ אדער נאנט צו זיין אקוראט.

ר' האווערד איז ברייט באקאנט צווישן דער אמעריקאנער גאס – און נישט צוליב'ן זיין א ריכטער.

אגב, אז דו דערמאנסט זיין נאז; ס'איז ניטאמאל אריגינעל. זיין פרצוף בכלליות און די נאז בפרט איז שוין אריבער א פארווייטאגטע עוועלוציע מיט פלאסטישע-כירורגיעס איינמאל און נאכאמאל.

Big Boy » פרייטאג יוני 5, 2015 11:29 am

· #280837
[ציטאט אראפגענומען]



The company saves money. It's also better for the contestant. A lot of times, when people make a lot of money in one shot they spend it like drunken sailors.

געשמאקער » פרייטאג יוני 12, 2015 9:43 am

· #282274
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
שכוח פארן אזוי רייך באשרייבן איך האב זייער ליב דעם שאו און איך האלט עס מיט פון אנהייב ביזן סוף!

בעל מדות » פרייטאג יוני 12, 2015 10:31 am

· #282288
בעל מדות
איינע פון די גאר אויפגעכאפטע אינטערטעינמענט שוי'ס אין די געשיכטע וועלכע ווערן געשפילט אין די גאנצע וועלט, איז די גאר באליבטע און פענאמענאלע "גאט טעלענט" געדאנק וואס די גאנצע שוי איז געווידמעט פאר מענטשן צו ווייזן זייערע קענטעניסן, און טאלאנטן, און סיי וואספארא זאך עס נעמט ארויס מענטשן פון גלייכגעוויכט, א שטייגער ווי קונצן, טענצעריי, שיינע ניגונים, און אפטמאל גאר מאדנע און אוואנטוריסטישע טאטן וועלכע ווערן געשפילט און דערנאך אויסגעקליבן א געווינער.
צוערשט האט איר די וויקיפידיע בלאט פון די שוי .
(טראץ וואס די בריטישע גאט טעלענט איז אויך ריזיג און פאדערט א באזינדערן ארטיקל וועל איך אלץ אן אמעריקאנער ווי פארשטענדליך באשרייבן די שוי פון דא אין לאנד).

אמעריקא'ס גאט טעלענט באקאנט מיטן אקראנים אלץ agt איז אן אמעריקאנע רעאליטעט טעלעוויזיע סעריע וואס שפילט אויף די ען. בי. סי. טעלעוויזיע נעטווארק און איז א אפטיילונג פון די גלאבאלע "בריטיש גאט טעלענט" קייט שוי אדער .B.G.T (באקאנט אלץ פרענטשייס בלע"ז) זי איז א טאלאנט שוי וועלכע נעמט אויף יעדע מענטש וואס האט אינטערסאנטע טאלאנט צו אויפשפילן ווי און אנדערע פערפארמער'ס פון אלע יארגענג, ווי זינגער'ס, קאמידיען'ס, טאנצער'ס און קינצלער'ס אלע קאנקורירן פארן עדווערטייזטן טאפ פרייז פון א מיליאן דאלער! וועלכע ווערט באצאלט במשך פון 40 יאר.

די שוי האט די ערשטע מאל געשפילט אום june 2006 פארן זומער סעזאן.

אויסער די פרייז פון א מיליאן דאלער איז פאראן נאך א ריזיגע באנוס פון באקומען צוגעשטעלט א ריסיגע קאנצערט אין לאס וועגאס, די היימשטאט פון אלע שוי'ס (אין בריטן באקימט מען די פריוויליגיע פון זיך אויפשטעלן פאר די קעניגן וועלכע ברענגט צו אז אסאך מענטשן אין לענדער מיט אייגענע טאלאנטן שוי'ס זאלן מאכן זייער וועג דוקא צו בריטן, {אדער צו אמעריקא פאר די וועגאס שוי} ווענדט זיך וועלכע זאך מען וויל שטערקער)

די שוי האט עטליכע מעלות ווי דאס אז זי לאזט אומבאקאנטע מענטשן ארויסגעבן זייערע באהאלטענע טאלאנטן און גרויס ווערן.

בשעת מעשה זיצן ביים שוי טויזענטער מענטשן (דריי טויזנט צו זיין מער פינקטלעך) און פיר ריכטער וועלכע זיצן בעפארן אודיענץ אויף א באזינדער מערקבארע טישל.

די בריטיש גאט טעלענט האט זיך ארגינעל געעפנט מיט א אנדערן נאמען און געטוישט נאך א יאר (צוליב וואס די קאנטראקט איז דורכגעפאלן) די אמעריקאנע שוי איז געווען די ערשטע נאכצומאכן די בריטישע און מאכן די שוי פאר א קייט, (די ארגינעלע שוי גרינדער באקומט אראפ א פראצענט פון די פארדינסט).


אין לויף פון די יארן האבן זיך די ריכטער געטוישט.

די סיסטעם פון די טאלאנטן שוי'ס זענען יעדע מאל אנדערש און צווישן די לענדער איז עס אפטמאל הימל און ערד.

די שוי פארוואלטונג נעמט צוערשט אויף די פילצאליגע יחידים און גרופעס, שטערנ'ס און וואנעבי'ס טאלאנטפולע און קוריאזן, און מען באשליסט ווער עס גייט ווייטער.

די גרויסע שוי' הייבט זיך אהן די פיר ריכטער און שטאב לאזן זיך ארויס איבער די פאראייניגטע שטאטן אפהאלטנדיג דעם שוי יעדע וואך אין א צווייטע ארט און דאס איז וויאזוי א טיפיקל שוי גייט צו.

די פיר ריכטער זיצן רוהיג ווען עמיצער אדער א גרופע שפאצירן אריין, א גוטן וויאזוי הייסטו ווערט ער אויסגעפרעגט, נאכן זיך אנגעבן דערציילט ער וואס זיין טאלאנט גייט זיין, ווען די געווענליכע גרין לייט צו גיין ווייטער וועט זיין די באקאנטע סלאגאן, ...פיין די פלאטפארמע איז דיינס ווייז וואס די קענסט.

די אקט הייבט זיך אהן אויב איז עס צום זאך הייבן די מאסן פארזאמעלטע אהן צו אפלאמאדירן מיט הילכיגע אפלאמידיסטן און געשרייען און אויב איז עס עפעס וואס אנליין וואלט מען עס גערופן "טרויל'ליכע האבן די ריכטער די אפציע פון דרוקן א רויטע קנעפל וועלכע באווייזט א גרויסן עקס X העכערן קאפ פונעם ריכטער און זיין נאמען דערויף, אויך טוט די גערויש פון א עקס געבן א היבשן טרייסל אין זאל מאכנדיג א שטארקע גערויש און אויב אלע פיר דרוקן זייער רויטן קנעפל מוז דער אקטיאר אויפהערן זיין אקט און ארויסגיין פון זאל.
אויב האט ער דריי עקסעס, און איינער וואס איז יא צופרידן קען ער בלייבן טוהן זיין אקט, (געווענליך וועט די המון עם אנהויבן שרייען און ווייזן עקס מיט די האנט אויב איז די אקט קורני וכדומה')

די עקס וועט נאר סטאפן משיגעים און זייגער'ס אבער וועט נישט דעצידירן די אויסגאנג נאר עס וועט ווערן אפגעהאלטן וואלן צווישן די פיר ריכטער וואס קענען אפמאכן צו דער יעניגער איז ווערד צו גיין ווייטער, קודם לאזט מען אים ענדיגן און אויב איז ער גוט באקימט ער א יא אדער א ניין פון די פיר ריכטער, אפטמאל טרייבן די ריכטער גרויזאמע לצנות פון די אומשולדיגע (אדער אפטמאל שולדיגע) אקטיארן און עס איז א גרויסע דערגרייכונג צו באקומען די "יעס" פון אלע פיר.


דאס געט די געלעגענהייט צו גיין צום פרישן סעסיע ווי דאסמאל זיצן די פיר ריכטער אליין אנעם אודיענץ אדער זייטיגע מענטשן און די געווינער פון דארט קענען גיין זיגרייך צום לייוו שוי וועלכע ווערט אפגעהאלטן און געוויזן אויף טיווי לעבעדיג בשעת מעשה.

איין וועג איז דא צו קענען אויסקרויזן די אומבאקוועמע סעסיע פון זיצן נאר מיט די ריכטער און דאס איז די "גאלדן באזער" וועלכע יעדע ריכטער האט איינמאל די ערלויבעניש צו דרוקן די קנעפל און געשעט געווענליך ווען א ריכטער גייט ארויס פון התפעלות פאר א געוויסע אקט א שטייגער ווי דא דורך סטערן אדער דא דורך האווי

די לייוו שוי איז דינסטאג, און מיטוואך קען די גאנצע לאנד אריינרופן אפגעבן שטימען, מען קען שטימען דורך די טעלעפאון און מען קען רופן פון א נומבער ביז צען מאל, מען קען אויך ריטוויעטן אויף טוויטער די געווינער'ס נאמען און נאך פארשידענע וועגן וויאזוי מיליאנען מענטשן פענס פון דעם שוי קענען אריינגעבן זייער שטימע.
די פארגאנגענע יאר האט "מעט פרענקא" א קונצלער געווינען די שוי מיט זיין באקאנטע "אייפאון קונץ"

די פיר ריכטער זענען אין קורצן,
"האווערד סטערן" א מאדנע אבער גאר באליבטע דזשאדזש צוליב זיין גראדע מהלך המחשבה (באקאנט אין ק"ש אלץ שמעקעדיג...) ער איז א איד ליידער און קוקט אויס ווי די אידן פון וועם די נאציס האבן אפגעשפעט.
"מעלל בי." א פרוי מיט וועם די פריערדערמאנטע קונץ איז געווארן אויסגעפירט.
"היידי קלום" אויך א פרוי וואס איך וועל נישט מאריך זיין איבער איר.
און דאן דער גאר אינטערסאנטער "האווי מאנדעל" א קאנאדיש אפשטאמיגער מאדנע פערזאן מיט א גוטע סענס אוו יומאר וועלכע ער האט אגב געטוען פאר פרנסה בעפארן גרויס ווערן, ער איז וועלטבאקאנט מיט זיין מאדנע o. c. d. און שרעק פון דזשערמס צוברענגענדיג אז ער זאל קיינמאל נישט געבן די האנט פאר אנדערע מענטשן און גייט אפגעשוירן פון קאפ ביז פוס אויסער דא ווי א ווינדערליכע היפנאטיזירער האט אים היפנאטייזט!

די שוי האוסט און מיטארבעטער וועלכע איז אויך א גרויסע אקטיווע אנטיילנעמער אין די שוי (מיטן מעגליכקייט פון דרוקן דעם גאלדן באזער) איז דער פלאטפארמע מענעדזשער "ניק קענאן" א בעסערע אינגערמאן, א שווארצער מיט א כאריזמע (מיט א צעדרייטע פעשן פון גיין אנגעטוען מיט טייערע קליידונג ווי א שיך פון א מיליאן דאלער און זייגער'ס פון א פערטל מיליאן)
פולע אינטערסאנטע גרופעס קומען באשיינען אויפן פלאטפארמע, מענטשן ריזיקירן מיט די לעבנ'ס פארנט פון טויזענטער מענטשן אלעס צו פארדינען דעם מיטל פון די געווינער פון שושנים... אופס אנטשולדיגט די טעלענט שוי.

די שוי ווערט געשפילט היינט צוטאג'ס אין יעדן לאנד אריינגערעכנט אויסטראליע, קאנאדע, אוקראינע, פראנקרייך, מדינת ישראל, און אפילו אין די אראבישע וועלט, ווען מענטשן האבן א ארט ווי צו אויסגעבן די טאלאנטן, און אנדערע האבן הנאה צו זען טאלאנטן,
צווישן אנדערע אינטערסאנטע שוי'ס האבן שוין מענטשן ארויפגעברענגט הונט, חזרים, און נאך אינטערסאנטע באשעפענישן אדער אביעקטן, און קונצן וואס פאדערן די גאס באקומען ספעציעלע צייטן ווען די ריכטער גייען ארויס אונטערן הימל.
דער דא נעמט ארויס מילך פון זיינע אויגן! ....פאנטאסטיש! האלט אינאיין האווארד איבערזאגן...
אומגלויבליך איז אונטערגעשאצט! ער עסט געלט, באלב'ס, און מאכט אומנאטירליכע קונצן.

ציטיילן א מענטש אין האלב? דער דא טוט עפעס אזוי מיט היידי!...

העלל'ס נאו!!! דער דא מיט א "ברענעדיגע" טשאנס זיך צו אויפרייסן!..

מענטשן פליען אין די ליפטן!

אידן זענען אויך אסאך אויפן פלאטפארמע מיט אינטערסאנטע טאלאנטן, און אויך היימישע אידן זיצן ביי לייוו שוי'ס באדאנקענדיג השם יתברך אויף די פולע קאלירן וואס די טבע באזיצט.

***אזהרת נשים*** קוקט אויף אייער אייגענע אחריות.


ציטירט לכבוד עטליכע טעותים ביי די לינקס.

בעל מדות » מאנטאג יוני 15, 2015 4:43 am

· #282705

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 17, 2015 8:17 pm

· #283378
פון בריטענ'ס גאט טעלענט - א הונט וואס היפנאזירט.

chusid » מיטוואך יוני 17, 2015 9:03 pm

· #283384
וויאזוי מאכט מען די אלע קונצן? נו, קיינער פון די חכמים דא וואס פארשטייען די בריאה קען דאס נישט אויספיגערן?

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:32 am

· #283467
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
וועסט אביסל נישטערן ביי YouTube וועסטו טרעפן די סוד פון אסאך פון זיי

ליפא » דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:38 am

· #285050
האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:27 pm

· #296954
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט

ל.רוזן » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:02 am

· #297090
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
האסט א פראבלעם דערמיט?

ירח בן יומו » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:24 am

· #297093
חילול השם
[ציטאט אראפגענומען]

ממש א פחד. א קליינע יונגל מיט א לויזע צונג איז (לדעתם) קיוט. Where is his naughty father?
יעצט איז ער א קליינע מנוול און ווען ער וואקס אונטער וועט ער זיין א גרויסע מנוול.
כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנום (אף השומע ושותק), פשוטע גיהנום איז נישט גענוג פאר דעם.

קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:29 am

· #297095
ליפא
האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

בחלום שלך

Chuchem » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:45 am

· #297122
[ציטאט אראפגענומען]


Nbc.com

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:04 pm

· #301164

בעל מדות » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:10 pm

· #301166
קאצקע ציקער
ליפא
האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

בחלום שלך


איך האב אויך געהערט דערפון, לויט מיין אינפא האט ער זיך שוין געזעגנט ביים שוי.

Chuchem » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:41 pm

· #301174
בעל מדות
קאצקע ציקער
ליפא
האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

בחלום שלך


איך האב אויך געהערט דערפון, לויט מיין אינפא האט ער זיך שוין געזעגנט ביים שוי.


דברי פרידה

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=CJ_T8e5FGc0">https://www.youtube.com/watch?v=CJ_T8e5FGc0</a>

Chuchem » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:52 pm

· #301177
[quote="ונבנתה העיר"]דער געווינער:

דא באקומט ער די גאלדען באזזער

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=pJwsBJ6tLmc">https://www.youtube.com/watch?v=pJwsBJ6tLmc</a>

גר ותושב » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:50 pm

· #310220
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ניי און די יודישע וועלט rccs מאכט נאך די באקאנטע agt 📎 uploadfromtaptalk1448423399439.JPG

גר ותושב » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:50 pm

· #310221
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
📎 uploadfromtaptalk1448423415814.png

ירח בן יומו » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:09 pm

· #310226
דערמאנט מיר פון סענדער ראפפאפארט'ס טשולענט פארמעסט.
AGT -America's Greatest Tchulent

נעגעל וואסער » זונטאג מאי 15, 2016 9:49 am

· #333015
אמעריקע'ס גאט טעלענט סיזן 11
און נאך א צוויי וואכן וועט בעשהי"ת זייין די פרייעמיר פו סיזען 11 פון די באקאנטע "אמעריקא'ס גאט טעלענט"

היי יאר נאכן פארלירן די מאדנע האוווערד שטערן אלס א ריכטער, וועט מען האבן א נייע דזאדש צום טיש, די אלעמען באקאנטע גרינדער פון די גלאבלאלע "גאט טעלענט" סיריעס סיימון קייוועל.
ער איז כמעט אלע יארן געווען איינער פון די ריכטער אויף די ענגלישע ווערסיע "בריטענ'ס גאט טעלענט". ער איז באקאנט צו מיט זיין גראדע שכל הישר און גראדע שפראך. ער וועט זיך נישט איינהאלטן פון אריינפליקן און די קאנטעסטענטס לעת הצורך.
דא איז די "פירסט לוק" פון די נייע סיזען, און דא קעמען זעהן ווי אזוי די חעברע זענען מקבל פנים די נייע ריכטער!

הכונו! הכונו!

Chuchem » מיטוואך יוני 1, 2016 12:35 pm

· #335703
Yesterday NBC aired the first episode of AGT Season 11.
You can watch it on this link, till the network removes it (about 4 5 weeks).

2 of the children that performed really moved the judges.

<a class="postlink" href="http://www.nbc.com/americas-got-talent/video/auditions-week-1/3042587">http://www.nbc.com/americas-got-talent/ ... -1/3042587</a>

יתרו » מיטוואך יוני 8, 2016 6:10 pm

· #337255
אן אראטדאקסישע איד אויף אמעריקע גאט טעלענט
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=ZErN9mLFvx8">https://www.youtube.com/watch?v=ZErN9mLFvx8</a>

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך יוני 8, 2016 6:50 pm

· #337267
און אנדערע נייעס האט שמעון קאוועל געמאכט א פראדיקציע אויף א צוועלף יעריגע מיידל אז זי וועט אויפוואקסן די קומענדע טעילער סוויפט, האב איך שוין נאך א פאטענציאלע גנב'טע פאר מיינע שירים.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=eNxO9MpQ2vA">https://www.youtube.com/watch?v=eNxO9MpQ2vA</a>

happens to be very emotional

נעגעל וואסער » מיטוואך יוני 8, 2016 7:32 pm

· #337277
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
טאקע אימאשענאל!
כ'האב שוין לאנג נישט געזעהן אזא ריאקציע פונעם עולם. און כ'דענק נישט זעהן קיינמאל ווי די ריכטער שטעלן זיך אויף ווען די קאנטעסטענט שפאצירט ארויס.

כ'גלייב שווער אז זי איז די נעקסטע טעילאר.. אזא נשמה קומט נאר אראפ איינמאל אין טויזענט יאר.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 8, 2016 7:48 pm

· #337283
בענדזשאמין פרענקלין
און אנדערע נייעס האט שמעון קאוועל געמאכט א פראדיקציע אויף א צוועלף יעריגע מיידל אז זי וועט אויפוואקסן די קומענדע טעילער סוויפט,
happens to be very emotional

ער פסק'נט לויט די פיס הויעכקייט

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:05 am

· #337336
איך האב געזען דעם קליפ, זי זינגט טאקע גאר הארציג, וואס איז פשט פון די אלע פעיפערס וואס פליען פון די דאך?

בעל מדות » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:12 am

· #337338
סמבטיון
איך האב געזען דעם קליפ, זי זינגט טאקע גאר הארציג, וואס איז פשט פון די אלע פעיפערס וואס פליען פון די דאך?

זי האט זוכה געווען צו די גאלדאן באזזער.

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:33 am

· #337343
איים סארי אבער איך בין נישט באקאנט, וואס קען זי טוען מיטן באזזער?

בעל מדות » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:53 am

· #337354
סמבטיון
איים סארי אבער איך בין נישט באקאנט, וואס קען זי טוען מיטן באזזער?


ליין איבער די אשכול פון אנהויב, ער איז דא פאר דיר.

אויב האסטו נאכאלץ פראגעס, פרעג.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:55 am

· #337355
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
סמבטיון
איים סארי אבער איך בין נישט באקאנט, וואס קען זי טוען מיטן באזזער?

זיי שטאלץ די ווייסט נישט, איך ווייס ב״ה אויך נישט. שעמען זאל זיך די אינגערלייט וואס זענען באקאנט

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 9, 2016 10:52 pm

· #337521
נישטא וואס צו שטאלצן און נישטא וואס זיך צו שעמען, ס'מאכט נישט מער אויב מ'ווייסט יא און ס'מאכט נישט ווייניגער אויב ווייסט מען נישט.
מאך נישט קיין עסק

ודי למבין » דינסטאג יוני 14, 2016 9:03 pm

· #337754
איז דא ערגעץ ווי איך קען זען AGT אן די קאמערשעלס?

טמיר » מיטוואך יוני 15, 2016 12:28 am

· #337772
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
איך שעם מיך צו פרעגן, אבער וויאזוי מאכט פאול די פאפפעטס זאלן רעדן???

נעגעל וואסער » מיטוואך יוני 15, 2016 4:24 am

· #337785
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
יתרו
אן אראטדאקסישע איד אויף אמעריקע גאט טעלענט
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=ZErN9mLFvx8">https://www.youtube.com/watch?v=ZErN9mLFvx8</a>

כ'האב הנאה געהאט ווען האוויי זאגט איהם "איך זאג דיר אלס איד, אלע אידען וואס איך קען קרעכצען ווען זיי זעצען זיך אויף אראפ אויף א בענקעל" ... מיינענדיג צו זאגען אז עמך אידען קענען זיך קוים באוועגען.. [emoji1]

גר ותושב » דינסטאג יולי 5, 2016 8:42 pm

· #340465
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
רבותי מאסט סי צוויי פרומע יודן אויף agt

<a class="postlink" href="https://youtu.be/QLuUEogjPDY">https://youtu.be/QLuUEogjPDY</a>

ודי למבין » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:26 pm

· #347160
איך ווייס נישט אויב ס'איז די מוסר השכל פון איר לייף סטארי אדער איר עצם זינגען, אבער די ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=VVIPPnRS8EA">https://www.youtube.com/watch?v=VVIPPnRS8EA</a>

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:50 pm

· #347215
די ניגון גייט מיר נישט ארויס פין קאפ
א גאר שווערע קאמפעטישן היי יאר
אכטונג קול באישה

ודי למבין » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:03 pm

· #347292
די מיידל האט באקומען א גאר ווארימע רעסעפשען, איך ווייס נישט פארוואס

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=g2JFo_Q-0NA">https://www.youtube.com/watch?v=g2JFo_Q-0NA</a>

די קאמפיטישען איז נאר שווער ביי די זינגערס, די אנדערע טאלאנטן זענען גאר שוואך אין מיין אפיניען

פרייוויליג » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:33 pm

· #347324
ודי למבין
די מיידל האט באקומען א גאר ווארימע רעסעפשען, איך ווייס נישט פארוואס

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=g2JFo_Q-0NA">https://www.youtube.com/watch?v=g2JFo_Q-0NA</a>

די קאמפיטישען איז נאר שווער ביי די זינגערס, די אנדערע טאלאנטן זענען גאר שוואך אין מיין אפיניען

וואטש קודם די פריערדיגע עפיזאד ווי די קליינע מיידל זינגט

<a class="postlink" href="https://youtu.be/eNxO9MpQ2vA">https://youtu.be/eNxO9MpQ2vA</a>


וועסטו שוין פארשטיין וואס עס איז די מעשה מיט איר. זי איז אן אויפגייענדע סטאר. She is adorable

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:36 pm

· #347327
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
יא, אויך איז זו היידי'ס גאלדען גלעקל

Sent from my VS987 using Tapatalk

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:53 pm

· #347331
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ודי למבין
איך ווייס נישט אויב ס'איז די מוסר השכל פון איר לייף סטארי אדער איר עצם זינגען, אבער די ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=VVIPPnRS8EA">https://www.youtube.com/watch?v=VVIPPnRS8EA</a>

איר לייף סטארי ליגט אין איר האר, פאר גאר א קארצע צייט ציריק האט זי בכלל קיין האר נישט געהאט, ציליב קימא טעראפי וואס איז געפלאסן אין אירע דינטשיקע אדערלעך, זי האט ארים געשוועבט צווישן לעבען און טויט, קוים און צרות האט זי זיך אנגעהויבן ערהוילן, און זי האט נישט אויפגעהערט פייטן פאר איר נשמה, איצט הער איבער וועסטו שוין פארשטיין די שטיקער נשמה וואס גיסט פון איר, נאר די דברים היוצאים זענען אריין אין דיר אפילו דו האסט נישט געוויסט.
איך וואונטש איר א רפואה שלימה בקרוב

Sent from my VS987 using Tapatalk

ודי למבין » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:54 am

· #347350
איר מוסר השכל פארשטיי איך זייער גוט און דאס האב איך געמיינט מיט מיין ווערטער "איך ווייס נישט אויב עס איז איר לייף סטארי אדער איר עצם זינגען" מיינענדיג צו זאגן אז איר סטארי אליינס איז גענוג ארויס צו נעמען א מענטש פון די גלייזן.
בד"וו גיב א קוק ווי זי זינגט די פייט סאנג מיט רחל פלאטאן ( דאס איז די ניגון וואס האט איר געגעבן די גאלדענע גלעקל פון ר' שמעון קאוועל

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Z_RPgjY6W1Y">https://www.youtube.com/watch?v=Z_RPgjY6W1Y</a>

ודי למבין » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:56 am

· #347351
פרייוויליג
ודי למבין
די מיידל האט באקומען א גאר ווארימע רעסעפשען, איך ווייס נישט פארוואס

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=g2JFo_Q-0NA">https://www.youtube.com/watch?v=g2JFo_Q-0NA</a>

די קאמפיטישען איז נאר שווער ביי די זינגערס, די אנדערע טאלאנטן זענען גאר שוואך אין מיין אפיניען

וואטש קודם די פריערדיגע עפיזאד ווי די קליינע מיידל זינגט

<a class="postlink" href="https://youtu.be/eNxO9MpQ2vA">https://youtu.be/eNxO9MpQ2vA</a>


וועסטו שוין פארשטיין וואס עס איז די מעשה מיט איר. זי איז אן אויפגייענדע סטאר. She is adorable



כ'האב געזען די פריעדיגע און איך האב שוין דעמאלטס נישט פארשטאנען די הייפ ארום איר. ספעשילי ווען עס איז דא אזויפיל גוטע זינגערס און זינגערטעס די יאר. זי איז זיס? יא. עדארעבעל? מסכים. אבער זינגט גוט? איך מיין אז נישט...

פליקער » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:40 am

· #347356
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
זי שרייבט אליין אירע ניגונים, דעריבער זעקעלט זי גלייך פונקטן, איר ניגון איי דאנט קנוי מיי נעים איז לויט אלע דיעות א קנאק אפגעזעין צו זי זינגט אזוי שיין ווי אנדערע, דאך האט זי א דיסטינקט קעלעכל וואס גיבט איר אויך סטאר קוואלעטי, אז ווען מען צינט אן די ראדיא וועט מען גלייך וויסן ווער עס איז, דאס איז די סיבה וואס מען גייט לכאורה אזוי גאגא פאר איר.

Sent from my VS987 using Tapatalk

טרויבן88 » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:06 am

· #347358
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
פאר די וואס ווילן זען אמעריקעס גאט טאלאנט דא האט איר א לינק צי די טעלעגראם טשענעלס

<a class="postlink" href="https://telegram.me/joinchat/BnnJMDwxBQuSMCOP4DYevw">https://telegram.me/joinchat/BnnJMDwxBQuSMCOP4DYevw</a>

<a class="postlink" href="https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvGFUhU5ZQM3YRmKw">https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvGFUhU5ZQM3YRmKw</a>
און לייגט אריין אמעריקעס גאט טאלאנט ביי די סורטש
בלאט: 1 2 3 4 5 6