☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אמעריקע'ס גאט טעלענט

אמעריקע'ס גאט טעלענט

270 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9023
בלאט: 1 2 3 4 5 6

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:20 pm

· #413181
איך בין געווען ראנג מיט מיין פרעדיקשאן. יעצט וועלן מענטשן קענען אויפהערן קאמפלעינען אז נאר זינגער געוואונען.

עס איז געווען פיינע טאלאנט דער יאר.

ארי נוהם » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:10 am

· #413280
מיינע געדאנקען איבער גאט טעלענט



*מוקדש לידידי הרב @הוגה.


הערשט יעצט קען מען קאמפלעינען.

די מאס איגנאראנץ וואס ווייזט זיך ארויס מדי גאט-טעלענט ב'גאט-טעלענט, איז איום ונורא. ס'גיבט אונז א שטיקל פארשטאנד וויאזוי אזא פערד ווי טראמפ קען גאר ווערן פרעזידענט. מענטשן נוצן אזוי ווייניג די קאפ, און פארלאזן זיך אזויפיל אויף עמאציעס וואס די מידיא שטופט אריין, אז ס'כאפט א פחד.

אנשטאט אדורכגיין יעדע טאלאנטפולע מענטש דורכאויס די קאמפעטישאן וואס האט עס נישט אדורכגעמאכט צו די פיינעלס, לאמיר ענדערש א קוק טאן אויף די צען מענטשן וואס האבן עס יא אדורכגעמאכט, על פי סדר נצחונם:

1. דער געווינער, Magician -Shin Lim.
2. צווייטער צום געווינער, די אקראבאטישע גרופע Zurcaroh
3. דער שווארצער עלעקטראנישער פידלער Brian King Joseph
4. דער טורעט-סינדראם קאמעדיען Samuel J. Comroe
5. דער זינגער - טאטע צו עטליכע שטיף-קינדער, Michael Ketterer
6. די יונגע בריטישע מיידל, ראקנראול זינגערין Courtney Hadwin
7. דער אפערע זינגער Daniel Emmet
8. די מאן און ווייב אקראבאטיקער Duo Transcend
9. די מאמע זינגערין Glennis Grace
10. די גראבע פרוי קאמעדיען Vicki Barbolak

אויפן פלאץ שטעלט זיך גאר א שווערע פראגע: וויאזוי קען זיין אז די בריטישע פערצן יעריג מיידל, וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט מיט איר זינגען, טאנצן און ווילדקייט ווס. נאטירליכע שעמעוודיגקייט, זאל ניטאמאל אריינגיין אין די טאפ פייוו.

פיין, יעדער פרעגט די קשיא.
סאו איך וועל פרעגן אנדערע קשיות.

*


וויאזוי קען זיין אז אזא דורכשניטליכע קאמעדיען ווי Samuel J. Comroe, וואס איז ניטאמאל אזוי פליסיג און געמאכט פון קאמישע מאטעריאל ווי די לעצטע פון די צען - מרת וויקי, זאל גאר זיין אין די טאפ פייוו? נאכמער, איך האב שוין געוואטשט גענוג יארן גאט טעלענט, און אין זייער היסטאריע זענען געווען פיל בעסער קאמעדיענס וואס האבן עס ניטאמאל געמאכט אזוי ווייט ווי אים. ס'קומט אים אויסדריקליך נישט.

נעקסט. גלעניס גרעיס, די טונקעלע פרוי - הגם פון די נעדערלענדס, מיט א זון וואס האט מיר געשיינט צו רעדן ספאניש... גיי פארשטיי - וואס האט געזינגען אזוי הויך, שיין, און אפילו הארציג, מיך דערמאנענדיג אין הרבנית הצדקנית Whitney Houston ע"ה, איז געווען די ניינטע פון צען, און דער מאנסביל זינגער - אבי הבנים החורגים - Michael Ketterer האט עס געמאכט צו די טאפ פייוו, ווען ער האט לכל הדעות נישט א פערטל אזויפיל קראפט און יכולת אין זיין שטימע, און האט אפילו געקראצט עטליכע מאל, אריינגערעכנט ביים לעצטן פערפארמענס. לא זו אף זו, אפילו דער אפערע זינגער האט עס געמאכט העכער איר, ווען זיין יכולת אין אפערע איז בכלל נישט אזוי גוט און דא אויך האט שוין גאט טעלענט געזען בעסערע אפערע זינגערס אין איר היסטאריע, אריינגערעכנט די קליינע דרייצן יעריג מיידל צוויי יאר צוריק.

ווייטער, דער פידלער ברייען קינג. אום גאטס ווילן, וואס זוכט ער בכלל אין די פיינעלס, און די טאפ פייוו, און גאר דער דריטער? פאר א שווארץ יאר, ער איז אן אקעי פידלער, אבער אונזער היימישער דניאל אהביאל קען אים נאך צו פראסקען זיין צורה מיט זיין יכולת. ער איז בכלל נישט אזוי געלונגען, און געוויס איז ער נישט גאטס מתנה פאר מענטשהייט ווען ער שפילט נאר אויף אן עלעקטראנישן פידל. צווישן די צען פיינעליסטן זענען געווען פיל פיל מער געלונגענע מענטשן, פון די קאמעדיען וויקי ביז די אקראבאטישע קאפעל, וואס וואלטן באמת געמעגט זיין פיל העכער אין ראנג ווי אים.

אזוי קען מען שטיין און מדייק זיין אין יעדן איינעם, און ווייזן ווי קרום דער עולם האט זיי אריינגעוואויט. שוין אפגערעדט אויב מ'קען גיין נאך פריער, און דערמאנען Voices of Hope, Angel City, The Savitsky Cats, Noah Guthrie, Flau'jae און נאך.

*


אבל האמת יורה דרכו, אז אין כאן אמת כלל. ברייען קינג איז א ביטערע רחמנות, זיינע הענט (און גאנצע גוף) האלטן אינמיטן גיין א גאנג און מיט זיינע לעצטע כוחות און מיט ביטערע יסורים זעצט ער פאר צו שפילן אויפן פידל. דאס גייען מיר זען אינעם ווידעאו איידער ער שפילט צום ערשטן מאל, און פון דעמאלט אן - בעפאר יעדן פרישן פידלעריי.

דאס זעלבע איז מיטן צדיק אחד בסדום וואס גאט האט אראפגעשיקט פאר מענטשהייט, הגה"צ ר' Michael Ketterer, וואס לא די ר' שמעון קאוועלער האט אים געגעבן דעם גאלדענעם באזער וואס אדאנק אים גייט גאט טעלענט מוזן צושטעלן אלסדינג שייך אז ער זאל עס מאכן ביזן סוף, אריינגערעכנט דאס שתדל'ן און באווייזן אז בראאקס זאל אים גאר שרייבן און פרעדוסן א ברענד-ניו סאנג פאר זיין לעצטן פערפארמענס - און אומדערהערטע זאך אין די היסטאריע פון גאט טעלענט. נאר מיר גייען יעצט הערן נאך און נאך שיעורים איבער דעם מידת החסד וטובת הלב פון ר' מיכאל דער קעיטערער, אזוי אז אלע זאלן ווערן עמאציאנאל און טון פארקערט ווי דער מח זאגט: וואויט פאר א "זינגער", נישט א "בעל חסד"!

דער טורעט סינדראם קאמעדיען איז דאך ליידער א טורעטס געשלאגענער, וואס געט אים זיכער א גרינלייט גראד צו די טאפ פייוו פיינעליסטן. ער איז נישט אזא גוטע קאמעדיען, און וויקי די גראבע פלונית'טע איז פיל וויציגער און געאייגנט דערצו, אבער וואס זאל מען טון אז זי איז נישט געשלאגן מיט קיין מחלה, זי קומט אייביג אריין מיט א שמייכל, און לא זו אף זו איז זי נישט יונג און דאר, נו, אונזערע חעלעמע חכמים וועלן אריינוואויטן א רחמנות, א טורעטס קראנקער, ווי דער וואס האט יכולת. כמובן וועט די שאו מיטשפילן מיט דעם, פאר וויקי וועט מען געבן א נארישע סצענע ווי זי פרעגט שאלות פון א צווייטן אויף וואס יענער ענטפערט [נארישע] וויצן, און פאר הרב טורעטס וועט מען געבן א גאנצע שפיל ווי ער האט פאן מיט די דזשאדזשעס, און טוישט זיץ פלעצער מיט Mel B.

ווידער די גרעסטע חידוש פון גאט טעלענט היי יאר, א פערצן יעריג מיידל מלא חידושים, די בריטישע Courtney Hadwin האט עס נישט געמאכט צו די טאפ פייוו. זי איז שטיל, שעמעוודיג, און געוויס אויך מאדנע. מענטשן וועלן ענדערש אפיליאירן מיט א רחמנות ווי מיט א צוריקגעצויגן מיידל, הגם איר מוזיק, טאנץ און צעקה איז עפעס רעוואלוציאנעריש און וואלט פארדינט ערגעץ אן אויבנאן.

Glennis Grace איז די שענסטע זינגערין היי יאר, אבער איז נאר נומער ניין. אפילו די פאקט אז זי איז דאר און שיין האט נישט געהאלפן בייקומען דעם טרויעריגן פאקטאר, אז זי איז ליידער נישט קראנק, זי איז נישט געווען געבוליעט אלס מיידל אזויווי מעל בי'ס גאלדען באזער היי יאר (איינער געדענקט נאך איר נאמען?), זי האט סך הכל א יונגל - נישט קיין אמעריקאנער - און דאס איז נישט גענוג גאנגבארע ווארע פאר איינער וואס זוכט ארויסצוקוועטשן נאך א טרער'ל. איי מ'זוכט דאך טאלאנט? זי האט די מערסטע טאלאנט צווישן די "פיר" זינגערס/זינגערינס וואס האבן עס געמאכט צום פיינעל. אבער זי איז נישט קיין רחמנות!

און אז מ'רעדט שוין, האט דער אפערע זינגער דניאל איש האמת באקומען א העכערע רעיטונג ווי איר. הלמאי? ער איז פיל א שוואכער זינגער? אבער ער איז דאך א מיטגעמאכטע נשמה. ר' שמעון מקאוולע האט אים געהייסן טוישן ניגונים, ער האט געכאפט פסקים, ער האט פארלאזט טרערן ברבים אפאר מאל. אבער גלעניס האט אלץ געגלאנצט, איר קול ווי אירע ווידעאוס, אן קיין עמאציאנאלע ערציילונגען איבער וואספארא רחמנות זי איז. נו, מיר זוכן דאך טאלאנט. אה אנטשולדיגט, רחמנות'ן.

*


כ'וויל גראדע דערמאנען נאך איין נקודה לשמצה פון גאט טעלענט. גלעניס - מיין פעיוואריט זינגערין דאס יאר, איז נישט קיין פלונית'טע וואס איז יעצט ארויס פון די קלאזעט. זי איז שוין א זינגערין פאר גאר אסאך יארן. שוין פערצן יאר זינט זי איז געווען אין יוראוויזיאן מטעם די נעדערלענדס!

כהנה די העלדישע אקראבאטישע גרופע Zurcaroh (אגב, קודאס פאר זיי. און אויך קודאס פאר טיירא בענקס פארן פארשטיין זייער פאטענציאל און שענקן איר גאלדען באזער. ס'איז לדעתי איר ערשטער געלונגענע עסק אויף גאט טעלענט...), איז שוין געווען אויפן פראנצויזישן גאט טעלענט און דארט אנגעקומען אין די פיינעלס.

איינער געדענקט נאך די ביטשי מכשפה ריענע? זי איז גאר געווען די געווינערין אויף אזיע'ס גאט טעלענט!

דאס זעלביגע מיט שין לים - אונזער העלדישער געווינער, וואס איז אויך שוין פריער געווען אויף פיל שאו'ס איבער מעדזשיק, וואו ער האט געווינען עטליכע מאל.

איינער געדענקט נאך ווי אל גאור איז געלאפן פאר פרעזידענט? מיר דארפן צוריקדרייען דעם זייגער ביזן יענעם עפאכע, ווען אין יארע 2000 האט די הארציגע Angel City כאר געזינגען ביים דעמאלטדיגן דעמאקראטישער נאציאנאלער קאנווענשאן. זיי זענען שוין יאאאאאאאארן אין די ביזנעס.

אזוי קען איך אדורכגיין אן א שיעור קאנדידאטן.


פאר אונז זאגט מען דאס אלעס נישט. מיר זעען נאר טרערן, מיר לייענען נאר איבער רחמנות'ן און קראנקע, מיר הערן מענטשן מיטן מיינונג אז מיר האלטן אינמיטן אנטדעקן טאלאנט.
א נעכטיגן טאג! די טאלאנטן האבן שוין גרויע צעפ, מ'נארט אונז אויס מיטן איינרעדן אז זיי זענען נייע טאלאנטן. איז גאט טעלענט אזוי שוואך אז מ'דארף אימפארטירן אלטע טאלאנטן, וואס זענען שוין אויספרובירט געווארן אין אנדערע ערטער? האלב פון זייערע קאנטעסטענס זענען שוין אנשים ידועים בעלי שם!

אפילו דאס, פאקוסירט מען אויף זייער בעקראונד און מעשיות ווי איידער אויף זייער טאלאנט. ס'טייטש, ס'ברענגט דאך העכערע רעיטונגס!

חברה, מ'שפילט די שאו אויף אונז, מ'נארט אויס דער וואס זעט עס, וזהו.



"נאכן זען עטליכע מאל דעם ריאליטי-שאו, פאטשט מיר דעם ביטערן רעאליטעט אין פנים" (ארי נוהם)







.
(די פינטל דא, איז אויך מוקדש לידידי הוגה... 😃 )

הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:20 am

· #413299
יישר כח פאר די אינטערעסאנטע תגובה און נאך א גרעסערע ש'כח פארן שרייבן "צום פינטל". 🙂

איך בין מסכים צו אלע דיינע נקודות, איך וועל נאר מוסיף זיין אפאר פון מיינע.

ערשטענס, אויב האבן מיר געמיינט אז די פראדוסערס שטופן די אגענדע פאר וועם די עולם זאל וואוטען, האט מען היי יאר געזעהן אז ס'נישט אזוי. די שאו האט אויסדריקליך געשטופט די אגענדע אז העדווין זאל געוואונען און אז נישט זי, זאל עס כאטש זיין מייקל קעטערער, ולא עלתה בידם.

שין לים, כאטש ער איז בכלל נישט קיין נייע אינעם עולם הטאלאנט (ער איז געווען איינס אדער צוויי מאל אויף Penn & Teller Fool Us), דאך איז ער א חידוש בעולם הכישוף. זיין סלייט אוו הענד איז עפעס שלא מעלמא הדין. אפילו אויב דו ווייסט וויאזוי ער טוט עס, וועסטו קיינמאל נישט זעהן ווען ער טוט עס. עס איז זיכער קיינמאל נישט געווען א בעסערע מעדזשיק טאלאנט אין אלע 14 סעזאנס.

אין אלגעמיין האלט איך אז היי יאר איז געווען שוואכערע טאלאנט ווי פריערדיגע יארן. איך זאג דאס נישט ווייל איך האב מיך אוועקגעזעצט און קאמפעירד טאלאנט צו טאלאנט, נאר פשוט ווייל איך בין געווען היבש bored ביים וואטשען היי יאר. קען זיין עס איז פשוט אז איך בין אביסל עלטער געווארן וזהו? אפשר.


.

לבי ובשרי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:25 am

· #413305
//

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:10 pm

· #413410
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
איך בין געפערלעך סארפרייזט אז קעטערער האט תיקף ומיד נאכן פארלירן דעם פארמעסט אהיים געגאנגען און אנגעריסן זיין אשת חבר, און זי האט געריפן פאליציי אויף אים, און איז געשמידעט געווארן אין קייטן, איצט איז ער אויף בעיל, פיפציג אלפים.
געמיינט האט אמעריקע אז מען האט געפינען דא דעם גרעסטען חסיד צווישן די פעלקער, דערווייל שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר ווייט דערפון.
גארט ברוקס האט אים געהאט געליידענט קיין נויטרעדעם צו זינגען זיין ניגון פאר פינף און אכציג טויזענט מאן, האט אים נאך די נייעס געשיקט א לא נתקבל קארטל, פשוט געשיקט ליפטערן.
זעט אויס אז אמעריקע האט עס פארט געהאט רייט.
מיילא שין לים איך ווער פשוט פאריקט פון אים נאך פון זיין ערשטע פענען טעלער פארשטעלונג. איך קוק אים אלע מאל, זייער א טייערער אינגערמאן, ביז ער ווען אונרייסן זיין פייאנץטע.

בת קול » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:08 pm

· #413412
13 יעריגע קענעדי האלמס מיט א מעכטיגע אודישאן אויף די וואויס. איך ווער משוגה איבער איר שטימע און וואויס קאנטראל.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 6:21 pm

· #419444
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/America%27s_Got_Talent:_The_Champions">https://en.wikipedia.org/wiki/America%2 ... _Champions</a>

אונטער חכם » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 1:36 am

· #419472
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
SNL האט געהאט אפאר וואכן צוריק א גוט שטיקל אויף אמעריקע גאט טעלענט, איך האב עס געוואלט ברענגען אבער עס איז פארשוואונדן געווארן פון יוטוב.

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:05 pm

· #421519
The champion season began, a short over view of the 50 contestants who will appear on the show

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:06 pm

· #421520
Sword Swallower

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:07 pm

· #421521
Contortionist

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:09 pm

· #421524
Mind-Readers

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:11 pm

· #421525
Preacher Lawson: Comedian

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:13 pm

· #421526
Vicki Barbolak: Comedian

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:14 pm

· #421527
ustice Crew: Australian Singing Dance Crew

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:15 pm

· #421528
Sara and Hero: Dog And Trainer

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:17 pm

· #421529
Bianca Ryan Singer

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:19 pm

· #421531
Uzeyer Novruzov: Performer

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:21 pm

· #421533
Susan Boyle: Worlds Most POPULAR Contestant

יתרו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 2:23 pm

· #421534
Results from Week 1

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:10 am

· #423131
Darci Lynne

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:11 am

· #423133
Light Balance Dance

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:13 am

· #423134
Deadly Games -Golden Buzzer

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:14 am

· #423135
DDF Crew

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:16 am

· #423136
Viktor Kee Juggling Act

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:18 am

· #423137
Jon Dorenbos Blows Minds With Unbelievable Magic

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:21 am

· #423138
Piff The Magic Dragon

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:23 am

· #423139
Courtney Hadwin

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:25 am

· #423140
Cristina Ramos: Singer

יתרו » מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:25 am

· #423141
Results week 6

גר ותושב » דינסטאג פעברואר 5, 2019 12:29 am

· #423906
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ענדליך עפעס נארמאלע טאלאנטן איז אדורך היינט פאר די פיינעלס.

#אראפ מיט די זינגערס#

נעגעל וואסער » מיטוואך פעברואר 20, 2019 8:09 pm

· #424879
פאר ווער עס האט מיטגעהאלטן די טשעמפיאנס, דא קען מען זעהן די אלע גרויסע חברה געמאלן דורך די זאמד ארטיסט.
ממש געוואלדיג!

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:13 pm

· #424883
די שאו איז שוין געפילמ'ט געווארן עטליכע חדשים צוריק, וויאזוי האבן זיי געהאלטן די תוצאות בסוד?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 30, 2019 1:42 am

· #431289

בת קול » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 1:00 am

· #463709
פליקער
אזוי ווי איך האב פראדיקטעד, גרעיס ווענדעווייל איז דער געווינער, איך בין נישט דער ערשטער צי ריפארטען, אבער דער ערשטער צי פראדיקטן.
זי איז עס ווערט ודי למבין.



איך פאלג נאך גרעיס זאט זי האט געוואנען דעם פארמעסט און זי האט נישט אנטוישט.

לעצטנס זעהט אויס זי גייט דורך א טינעידזש פעיז.
היינט נאכט האט זי זיך אפגעשוירן די האר און זינגט א טרויעריגע לידעלע אינעם שויער.

חבל אויף א ליסטיגע דאגעלאזע קאמפאזירער וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א דעפרעסיע.
זי איז אלעמאל געווען אן old soul, אבער אויף דעם האב איך זיך נישט געראכטן.

בת קול » דינסטאג יולי 6, 2021 10:46 pm

· #477290
מיין מויל איז אפן אין שאק.
נישט נערמאל דעיס.

ישן מלא חדש » מיטוואך יולי 7, 2021 1:00 am

· #477301
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
בת קול
מיין מויל איז אפן אין שאק.
נישט נערמאל דעיס.
#דריי וואכן אלערט!

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 7, 2021 12:48 pm

· #477318
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ישן מלא חדש
בת קול
מיין מויל איז אפן אין שאק.
נישט נערמאל דעיס.
#דריי וואכן אלערט!

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
ווען דו ביסט ווען נישט מעורר, וואלט איך מן הסתם קיינמאל נישט געעפענט דעם לינק. א גרויסע ייש"כ פאר'ן מעורר זיין וועגן די דריי וואכן. שטארק הנאה געהאט.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

ישן מלא חדש » מיטוואך יולי 7, 2021 1:48 pm

· #477323
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
דער גאלדענער אדלער
ישן מלא חדש
בת קול
מיין מויל איז אפן אין שאק.
נישט נערמאל דעיס.
#דריי וואכן אלערט!

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
ווען דו ביסט ווען נישט מעורר, וואלט איך מן הסתם קיינמאל נישט געעפענט דעם לינק. א גרויסע ייש"כ פאר'ן מעורר זיין וועגן די דריי וואכן. שטארק הנאה געהאט.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך ווארט אויפן לייק.
כאטש פאר בת קול אויב נישט פאר מיר.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 7, 2021 1:50 pm

· #477324
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ישן מלא חדש
דער גאלדענער אדלער
ישן מלא חדש
בת קול
מיין מויל איז אפן אין שאק.
נישט נערמאל דעיס.
#דריי וואכן אלערט!

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
ווען דו ביסט ווען נישט מעורר, וואלט איך מן הסתם קיינמאל נישט געעפענט דעם לינק. א גרויסע ייש"כ פאר'ן מעורר זיין וועגן די דריי וואכן. שטארק הנאה געהאט.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך ווארט אויפן לייק.
כאטש פאר בת קול אויב נישט פאר מיר.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
ביסט א תובע בפה??[emoji1787]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 7, 2021 1:51 pm

· #477325
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ישן מלא חדש
דער גאלדענער אדלער
ישן מלא חדש
בת קול
מיין מויל איז אפן אין שאק.
נישט נערמאל דעיס.
#דריי וואכן אלערט!

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
ווען דו ביסט ווען נישט מעורר, וואלט איך מן הסתם קיינמאל נישט געעפענט דעם לינק. א גרויסע ייש"כ פאר'ן מעורר זיין וועגן די דריי וואכן. שטארק הנאה געהאט.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך ווארט אויפן לייק.
כאטש פאר בת קול אויב נישט פאר מיר.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
שוין, ביסט צופרידן??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יולי 8, 2021 6:40 pm

· #477368
בת קול
מיין מויל איז אפן אין שאק.
נישט נערמאל דעיס.

לעילא ולעילא!

בת קול » דאנערשטאג יולי 22, 2021 8:03 pm

· #478186

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:19 pm

· #504140
וואס איז דא פארגעגאנגען?!?!?!? אוי איז דאס גוט!!!
קיינמאל נישט געזען אזאנס. איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער... קוקטס ביזן סוף.
https://youtu.be/2lbv4goST4w

צקון לחש » פרייטאג יולי 15, 2022 12:26 am

· #504180
עצי שטים
וואס איז דא פארגעגאנגען?!?!?!? אוי איז דאס גוט!!!
קיינמאל נישט געזען אזאנס. איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער... קוקטס ביזן סוף.
https://youtu.be/2lbv4goST4w
יא יא, אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו...

ערנסט גערעדט, דאכצעך אז דעי אדישען קען אריינגיין אין סאציאלע-באוועגונגען-היסטאריע ביכער!

שמן למאור » דינסטאג יולי 26, 2022 1:07 pm

· #505065
איך זע ווי די עולם האט געלייקט מיין פאריגע תגובה מיט די לינק וואס איך האב געברענגט. זעט אויס אז עס איז דא א אינטערעסע. וועל איך דא ברענגען נאך א שטיקל וואס האט מיר געכאפט.
https://youtu.be/ZD0doCSkBY8

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 2:07 pm

· #505067
מיך האט סאך מער געכאפט ווי מען זעהט ווי Simen זינגט.

שמן למאור » דינסטאג יולי 26, 2022 2:27 pm

· #505070
מי ימצא
מיך האט סאך מער געכאפט ווי מען זעהט ווי Simen זינגט.
מיינסט אודאי דאס.
https://youtu.be/mPU0WNUzsBo
יא, ס'איז געווען א גוטס!

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 3:22 pm

· #505076
יא דאס האב איך געמיינט.

(איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי מען ברענגט א לינק)

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 2:20 am

· #505107
בלאט: 1 2 3 4 5 6