☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אמעריקע'ס גאט טעלענט

אמעריקע'ס גאט טעלענט

270 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9023
בלאט: 1 2 3 4 5 6

איך אויך » זונטאג אוגוסט 6, 2017 2:04 pm

· #381464
טרויבן88
בכלל האב איך לעצטנס באמערקט אז די שאו איז געשפילט, למשל: מעל בײ פרעגט פון די טאנצערס פון ארגענטינע אויב ס'איז דא צווישן זיי קאָפל'ס ענפערן זיי אז יא 4 קאָפל'ס, יעצט גיי רעד מיר איין אז זי האט נישט געוויסט בעפאר... רוב שאלות זענען פארגעלייגט צי פרעגן, עס איז נישט שאלות פון נייגער ארויס,

נעוואדען האסטו געמיינט? די פראדאסערס און די שופטים ווייסן פון פאראויס יעדע מעגליכע שאלה אויף דיר ביז זיבן דורות צוריק. עס איז אמאל געווען א א לינק צו איינער וואס לייגט אראפ לייוו די גאנצע פראסעס, אויב געדענק איך גוט האט די נתקבל פארעם 400 שאלות! ,און דאס איז נאר שלב ב עס איז אויך דא שלב א און ג.

אזוי ווי אלע 'ריאליטי' שאויס איז עס איין שטיק הוילע בלאף.

תנחום » זונטאג אוגוסט 6, 2017 2:11 pm

· #381465
מםתמא מיינסטו ביי בריטען גאט טעלענט - רעפפינג רעביי

איך אויך » זונטאג אוגוסט 6, 2017 2:20 pm

· #381466
יא גערעכט.

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:18 am

· #381941
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
איצט אז די קאטס זענען פארטיג, קען מען שוין לכאורה פראדיקטן ווער ס'וועט זיין די געווינער, איך וואלט פראדיקטעד אז די געווינער וועט זיין די 9 יעריגע מיידל ענדזשעליקע העיל.
וואס איז אייער פראדיקשן
איך קעו מעגלעך זיין נישט גערעכט, ווייל ווי מיר וויסן שוין דא אז אלעס איז סטעידזשד גארנישט איז נישט וואר, אבער זי איז נישט נארמאל טאלאנטפול, עפעס העכערע זאכו, און איר פרשה מיט די קידני טרענספלענט וועט איר נאר צוהעלפען, הגם די עראפלאן קראך איבערלעבער וואס זעיט אויס ווי א וואלקען בראך, און איך וואלט געלייגט איר פראפארמענץ אין די אשכול וואס האט מיר געברענגט טרערן, ווייל עס זינגט אויך גאר גוט, און די שטימע און אויך א גאלדען באזער, קומט עס נישט צו צי די נאטראלקייט און אטענטישקייט פון די פיצי מיס העיל.

ודי למבין » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:24 pm

· #382642
צווישן דארסי לינן און ענדזשעליקע העיל.

ודי למבין » מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 11:11 pm

· #383430
איך וויל פעטישענען אג"ט צו ראנען א ספליט סקרין דורכאויס די גאנצע שאו, מיט איין קעמרא פאוקסד בלויז אויף מעל בי

טרויבן88 » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:53 am

· #383819
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
די גאנצע שאו איז נישט עפעס מוראדיג, די לעצטע שאו איז נישט געפערליך, קיין מוראדיגע טאלאנט, די מענטעליסט מיט די מערדעריי פון סיימאן קאוועל האט נישט גערעדט צי מיר, איך האב געפילט אביסל מאדנע מיט די גאנצע זאך נישט עפעס אינטערעסאנט צי מיר,

אבער צום לעצט איז ארויפגעקומען "קעטשי" די פרוי וואס האט איבער געלעבט א פליגער קראך, אוי נישט דא קיין וועג צי באשרייבן מיינע געפילן, איין שטיק אינספיראציע, יעדע שטיק וואונד אויף איר קערפער איז א שטיקל שיינקייט, א פרוי מיט אזאנע וואונדן האט די שטארקייט ארימציגיין, נישט קיין ווערטער צי באשרייבן, איין שטיק אינספיראציע, א פרוי מיט א סורווייווער טראומא אז נאר זי האב איבערגעלעבט גייט אן מיט איר לעבן, מוראדיג מוראדיג,

פליקער » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 9:13 am

· #384315
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ערשט נעכטן האט עוי קלער געצויגן געניג שטימען אריין צו גיין צו די פיינעלס נאכן דורכשוויצען דעם גרויזאמען דאנקין וואוט, נאכן אראפ לייגן א שטיקל וואס האט געמאכט שמעון קאול נידערן א טרער, און איצט קומט אריין די נייעס אז איר פאטער האט אויסגעהויעכט זיין נשמה
<a class="postlink" href="http://www.deseretnews.com/article/865688347/Evie-Clairs-father-dies-following-daughters-advancement-to-Americas-Got-Talent-finale.html">http://www.deseretnews.com/article/8656 ... inale.html</a>

הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 11:30 am

· #384323
האט איינער נאך א ספק בכלל אויב דארסי לין וועט זיין די געווינער? חוץ אויב זי האט א פלאפ אין די פיינעלס איז זי די געווינער. זי האט די מערסטע טאלאנט.

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 4:38 pm

· #384345
זי חנפ'ט זיך גיט מיט די judges מיטן זינגן פאר זיי ניגונים

ודי למבין » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 5:44 pm

· #384354
הוגה
האט איינער נאך א ספק בכלל אויב דארסי לין וועט זיין די געווינער? חוץ אויב זי האט א פלאפ אין די פיינעלס איז זי די געווינער. זי האט די מערסטע טאלאנט.

איי עגרי. קעניינעהארע וואס די מיידעלע קען...

אבער איך מוז נאכאמאל זאגן וואס כהאב געזאגט אנפאנג סעזאן אז די טאלטנט היי יאר איז שוואכער ווי פאראיאר. איינער קען מיר מסבירן וויאזוי עריק דזשאנס האט עס געמאכט צו די סעמיס ווען זיינע טריקס זענען שרעקליך סלאפי און מען זעט קלאר זיינע שטיק. ער שטייט מיילן ווייטט פונעם פאריעריגן דזשאן פון די ען עף על.

האנאסטלי, די איינציגסטע עקטס וואס איך בין לאאקונג פארווארד פאר איז ענדזשעליקע אין די סעמיס, און דארסי אין די פיינעלס - אפשר אויך די באחנטע בחורל טשעיס.

למעשה האבן זיי די העכסטע רעיטינגס עווער אין זיי דאמינאירן יעדע נאכט וואס זיי שפילן. סאו וואס ווייס איך?

ודי למבין » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 5:48 pm

· #384355
שרעקליכע נייעס, פליקער. די סילווער ליינונג איז אז א דאנק זיין פריצייטיגע פטירה האט זיך עוי לכאורה פארזיכערט א פלאץ אין די טאפ פייוו.

ודי למבין » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 5:51 pm

· #384356
נאך א זאך וואס איז זייער אנויאינג איז טיירע בענקס. אלץ איינער וואס האלט שוין מיט די שוי פאר 7-8 יאר בין איך זייער דיסאפוינטעט אין אחר ארבייט און איך בענק זיך געפערליך נאך ניק

ודי למבין » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:48 pm

· #385082
מיט די פיינעלי אראונד די קארנער, דאס איז די סדר וויאזוי איך גלייב און האלט אז עס וועט און דארף גיין.

1. דארסי
2. ענדזשעליקע העיל
3. מענדי הארווי
4. דיאוועלא
5. טשעיס גארינג
6.לייט באלאנס
7. פריטשער
8. שרה מיטן הונט
9. די יתומה עווי
10. קעטשי

עס איז אלעמאל דא א קליינע טשאנס פאר מיינער טשענדזשעס בעיסד אן די לעצטע פערפארמענס, אבער איך גלייב אז דאס איז בעיסקלי איט...

נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:11 pm

· #385087
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
לדעתי, צופיל זינגערס אין די פיינעל. בכלל דארף מען ארויס נעמען זינגערס פון די פארמעסט, כמעט אייביג באקומען זיי גאלדן באזזערס ווייל מוזיק פארשטייט יעדער און עס רעדט צום הארץ.

ודי למבין » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:20 pm

· #385088
יש זינגער ויש זינגער. 3 פון די 5 זינגער פיינעליסטן זענען נישט נאר זינגערס נאר סאמטינג ספעשל. איך עגרי אז עווי און קעטשי זענע נאר דא צוליב זייער סטארי

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 5:36 pm

· #385094
איך וואלט ארויפגערוקט 4, 5 און 7 צו 3 4 5. 8 וואלט איך געלייגט ביי 10 אדער אפילו ווייטער.

ודי למבין » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:33 pm

· #385100
איך קען בשום אופן אראפריקען מענדי - זי איז געפערליך טאלאנטפול און איך האב אפילו העזיטעטיעט איר צו לייגן אויף נומער 2. פריטשער האב איך געלייגט זיבן ווייל כאטש איך קאלער זיך פאר געלעכטער פאר ער עפענט זיין מויל פארשטיי איך אבער נישט קיין ווארט וואס ער רעדט... שרה האב איך געלייגט אכט נאר ווייל איך האלט אז 9 און 10 זענען נאך שוואכער און זיי זענען נאר דא צוליב זייער סטארי

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:17 pm

· #385110
יעצט איז שוין קיין ספק נישט געבליבן. דארסי לין ביי פאר!! Wow! What a performance!!

זי האט טאלאנט פון אלע זייטן. זי זינגט, זי איז פאני, זי איז א ריכטיגע פערפארמער.

ודי למבין » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:35 pm

· #385111
עגרי.

צווייטע פלאץ גייט פאר מענדי אדער לייט באלאנס.
פריטשער איז לכאורה אראפ טיפער און איך מיין אז העיל איז נאר נומבער 4.
די יתומה האט זיך לכאורה ארויף געריקט מיט די היינטיגע פערפארמענס און די הינטל האט זיך נאך מער אראפגעריקט.

דער דאס » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:49 am

· #385379
און די געווינער איז!!

<a class="postlink" href="https://youtu.be/ZqP2EhOwI4k">https://youtu.be/ZqP2EhOwI4k</a>

WOW WOW just amazing

טרויבן88 » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 6:45 pm

· #389029
די נעקסטע וואס @ארי נוהם האט געוואלט איז אמעריקא'ס גאט טאלאנט, די סדר איז פון סעזאן 12 צי די ערשטע, איז דא האט איר סעזאן 12, 24 עפיזאדן, 22 גיגאבייט סעזאן 12

(עס האללט נאך אינמיטן ארויפלאדענען)

ווארענונג: אנהאלט פרויען און קול באשה

טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 7:36 am

· #389217
געענדיגט ארויפלייגן סעזאן 11, 23 עפיזאדן, 17 גיגאבייט, סעזאן 11

בת קול » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:30 am

· #398869
אמעריקען איידעל- הארפער גרעיס זינגט אן אריגינאל.
יעצט נומבער דריי טרענדינג.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/ZANqw73F9Pw">https://youtu.be/ZANqw73F9Pw</a>

נעגעל וואסער » מיטוואך אפריל 4, 2018 6:30 am

· #398923
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
לעצטע חודש האט זיך אנגעהויבן בשעה טובה ומוצלחת די ישראל'ישע ווערסיע "ישראל גאט טעלענט".
עס איז גאנץ געשמאק צו הערן און זעהן די אידישע טאלאנטען און א היימישע שפראך. די טאלאנטען אליין איז יש ויש.

בת קול » דינסטאג יוני 12, 2018 10:22 pm

· #405854
<a class="postlink" href="https://youtu.be/gPHVLxm8U-0">https://youtu.be/gPHVLxm8U-0</a>

13 יעריג מיידל שאקירט דעם עולם!

טרויבן88 » דינסטאג יוני 12, 2018 10:38 pm

· #405856
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
איך וועל אנפאנגען ארויפלייגן אמעריקע'ס גאט טאלאנט פארן ציבור בקרוב

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 13, 2018 6:32 pm

· #405931
ניסים דער רעפער?

📎 eegfews (2).jpg

הוגה » מיטוואך יוני 13, 2018 7:11 pm

· #405935
ונבנתה העיר
ניסים דער רעפער?

📎 eegfews (2).jpg

קענסט צוצייכענען ביי וועלכע מינוט דער סקרינשאט איז גענומען געווארן און פון וועלכע עפיזאד?

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 13, 2018 7:18 pm

· #405937
3. בערך ביי 16 מינוט.

שלי שלך » מאנטאג יוני 25, 2018 1:25 pm

· #407119
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
טרויבן88
איך וועל אנפאנגען ארויפלייגן אמעריקע'ס גאט טאלאנט פארן ציבור בקרוב
??

טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:09 pm

· #407496
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
דא איז די לינק פון אמעריקע'ס גאט טאלאנט סעזאן 13

סעזאן 13

אנטשולדיגט פאר די וואס האבן געווארט... איך האב פארגעסן

ארי נוהם » דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:44 pm

· #407517
שיר של זה"ב
איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.

לאמיר אביסל צולייגן די פאקט: ס'איז דא א עקס פעקטאר, אמעריקען איידאל, און די וואויס, וואו יעדער וואס וויל זינגען איז העפליך געלאדענט צו קומען זינגען און פרובירן זייערע קוואליפיקאציעס אין דעם פעלד. דאס אז גאט טעלענט געט בכלל א אפציע אויך צו זינגען דארט, איז שוין א שטיקל פראבלעם הגם מקען עס מסביר זיין אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר א אפציעלע זינגען קאנטעסט. אבער פון דא ביזן געבן פאר זיי די גאלדען באזער איז שוין יא א שטיקל עוולה.

נאכמער פון דעם, די זינגערס - לפחות היי יאר - זענען נישט געווען עפעס ספעציעלע אויסגעצייכנטע עילוישע זינגערס, און אויף סיי וועלכע זינגען קאנטעסט זענען דא פילע בעסערע זינגערס, און פון די אנדערע זייט זענען אפטמאל געווען פיל בעסערע טאלאנטן אויפן סטעדזש ווי די זינגערס, און דאך האט קיין איין טאלאנטפולע מענטש נישט באקומען קיין גאלדען באזער, נאר די פארהעלטנמעסיג שוואכערע טאלאנטן = זינגערס.

איך ווייס פארוואס זיי האבן פאקטיש באקומען די גאלדען באזער: ווען איינער זינגט, דערצו מיט רגש, דערצו אומגעראכטן, דערצו ווען יענער האט א שיינע מעשהלע (געווען געבוליעט, העלפט אנדערע), איז עס מעורר די הרגשים ביי די דשאדזשעס און ווען סאיז לב שליט על מח געט מען א דרוק אראפ דעם גאלדענעם קנעפעלע פאר איינער וואס האט למעשה נישט אזא שטארקע טאלאנט ווי אנדערע.

נאך א סיבה קלער איך, וויבאלד זיי האבן געווענליך די שענסטע בעקראונד מעשיות, און וויבאלד מענטשן ווערן מער מרוגש פון א הארציגע לידעלע ווי פון גאונישע טאלאנטן, מאכן די דזשאזשעס א פשוטע רעיטינג חשבון און טיילן די גאלדען באזער פאר די מענטשן וואס זיי קלערן אז זיי וועלן ציען די מערסטע אנגעהענגערשאפט.

אזוי צי א שטרוי, איז אן עוולה אז דווקא דאס יאר ווען סיימאן קאוועל (און די אנדערע דזשאזשעס אויך) הערט נישט אויף צו פארפירן אז ס'דארף נאר גיין העכער, און פילע טלאנטפולע מענטשן פליען פון דארט וויבאלד ס'איז נישט עפעס ניי און ספעשל פאר יארע 2018, געבן זיי די גאלדען באזער פאר נישט אזעלכע טאלאנטפולע מענטשן נאר צוליב נארישע רגש אדער רעיטינג.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יוני 28, 2018 3:00 pm

· #407519
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
הנני מצטרף להנ"ל. עס באדערט מיר יעדעס יאר נאך אמאל.

טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:53 pm

· #407548
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ארי נוהם

דאס איז נעבעך די מיסטעיק... די שאו איז געמאכט פאר געלט געלט און נאכאמאל געלט, מענטשן נעבעך מיינען אז געווען איז דאס און ער איז יענץ, שטותים והבלים אלע פיר זענען אויפגענומען צי רעפרעזענטירן אפאר פערסאנאליטעטן און דעטס איט

טרויבן88 » זונטאג יולי 1, 2018 12:17 am

· #407635
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
געענדיגט ארויפלייגן די ערשטע 5 עפיזאדן

הוגה » מאנטאג יולי 2, 2018 7:35 pm

· #407785
ארי נוהם
איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.

איינס פון די פיר באזערס דעם יאר איז געגאנגן פאר א טאנץ גרופע, וואס אין מיין אפיניאן האבן זיי א שטארקע שאנס צו געוואונען היי יאר. איך האלט אזוי (דערווייל) ווייל די אנדערע דריי באזערס זענען געגאנגן פאר זינגער וואס מ'האט שוין געהערט אזאנס. מ'דארף נאך צואווארטן און זעהן ווער גייט זיין די פינפטע גאלדען באזער.

פון די 12 אג"ט געוואונער זענען האלב פון זיי נישט קיין (טיפיקל) זינגער נאר אנדערע עקטס.

די שאו איז טאקע נישט געווידמעט פאר זינגער אבער דער געוואונער דארף זיין א "מיליאן דאלער עקט", דאס מיינט אז ס'דארף זיין אינטעטעינינג גענוג צו ציען מיליאנער פענס. פאקט איז אז אויסער זינגען זענען נישט דא קיין סאך מיליאן דאלערדיגע עקטס. אין מעדזשיק איז דא אפשר צוויי דריי אין אמעריקא, ווענטריליקוויזם איז דא א צוויי דריי, אבער אין די מוזיק אינדאסטרי זענען דא צענדליגע אדער מער. נעם א עקט ווי בעלאו דער קלאון פון לעצטע סעזאן אדער זיין טאכטער פון דער סעזאן. ווי ענטערטעינינג ער זאל נאר זיין און ווי פערפעקט זיין עקט איז נאר וועט ער אבער קיינמאל נישט זיין קיין מיליאן דאלער עקט. איך גלייב אז סיימאן קאועל וואלט ענדערש גענומען א ווערייעטי עקט ווי א זינגער, אויב ער וואלט געקענט טרעפן איינס.

אז מ'רעדט שוין איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז 25% פון אג"ט געוואונער זענען ווענטריליקוויסטן. אזא obscure טאלאנט האט שוין באוויזן צו געוואונען דריי מאל! די ערשטע צוויי, טערי פעדער און פאול זורדען זענען ביידע געווארן וועלט בארימטע ענטערטעינירס.

.

היכי דמי » דאנערשטאג יולי 5, 2018 12:02 am

· #408106
מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.

גר ותושב » מיטוואך יולי 11, 2018 12:57 am

· #408472
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
עוד הפעם א זינגער

תנחום » מיטוואך יולי 11, 2018 1:26 am

· #408473
היכי דמי
מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.

וואס האט ער פונקטליך געטראכט, אז ס'וועט נישט זיין גויטעס? דערמאנט מיך פון יונתן רזאל מיט פארמאכטע אויגן

טרויבן88 » מיטוואך יולי 11, 2018 9:22 am

· #408483
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
היכי דמי
מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.
לינק אדער עפעס?

בת קול » דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:25 am

· #408566
היידי האט דיסאפוינטיד דעם עולם דורך געבן דעם גאלדן באזער פאר נאך א זינגער.
די ווידיא איז #3 טרענדינג אויף יו טוב.

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 12, 2018 10:43 pm

· #408655
WOW

טרויבן88 » מיטוואך יולי 18, 2018 9:49 pm

· #409252
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
זעקס זיבן אכט וועלן בקרוב זיין אוועילעבעל אויף די זעלבע לינק

נעגעל וואסער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

· #412046
לכבוד חודש אלול האט ר' שימעלע געלאזט פאלן אפאר טרערלעך. זעה דא.
פאר ווער עס קען דער הארטע ניסל איז דאס א חידוש נפלא מאד.

מוסר השכל פאר אונז צו לאזן די געפילן אונזערע אביסל לויז און אריין טראכטן פירוש המלות ביים קומענדיגע יום הדין.

בת קול » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 12:04 am

· #412495
איך שטים פאר דעם אקט, און דעם אקט.

נאך איינער האלט מיט?

לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 6:07 pm

· #412628
בת קול
איך שטים פאר דעם אקט, און דעם אקט.

נאך איינער האלט מיט?

לכאורה די פרויען ניקות.

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:05 am

· #412763
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
בת קול
איך שטים פאר דעם אקט, און דעם אקט.

נאך איינער האלט מיט?

Wow די פיזישע כוחות פון די צוויי איז עפעס אנבעליוועבעל. איינער ווייסט אפשר זייער נאמען? איז דא נאך קונצען פון זיין?

דרך אגב, איך בין מסופק צי איך גלייך עס אזוי שטארק צי איבערקוקן ווייל איינע איז א פרוי, אדער צוויי מענער וואלט איך עס אויך אזוי געגליכן. למאי נפק"מ? צי מען דארף תשובה טון

הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 6:40 pm

· #412863
איך זעה נישט א וועג וויאזוי קארטני האדווין געוואונט נישט די היי יעריגע פארמעסט. זי האט מורא'דיג פערפארמד די וואך און אויך ביי יאר אודישען. וואס זאגסטו @ודי למבין?

יתרו » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:12 am

· #412873
נו גוט, איך קען אבער נישט סובל זיין איר משונהדיגע פרצופים און תנועות, זי איז עפעס נישט בסדר.
בלאט: 1 2 3 4 5 6