א גריס פון ארץ ישראל
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8909
א גריס פון ארץ ישראל
איך האב ב"ה לכבוד דעם ל"ג בעומר געמאכט א נסיעה קיין ארץ ישראל. איך האב געהאט גאר א געשמאקע חוויה. איך גיי נישט ארויס ברענגן דא מיין גאנצע נסיעה מיט אלע פרטים. אבער איך וויל מיטטיילן געוויסע אינטרעסאנטע נקודות וואס איך האב געזעהן זייענדיג אין ארץ ישראל. אזוי אויך עפיזאדן וואס איך וואלט געוואלט מיטטיילן מיט די חשובע לייענערס.
ווי נאר מען פארט צו א צווייטע לאנד זעהט מען און מען אבזעווירט אינטרעסאנטע זאכן. זאכן וואס זענען אין יענע לאנד ראטין און נארמאל איז ביי א גאסט אויפפאללענד. כל שכן אז ווען מען פארט קיין ארץ ישראל ווי יעדער שטיין אטעמט אידישקיין און אירע היסטאריע איז יעדער זאך אויפפאלענד און אינטרעסאנט. אזוי אויך די התנהגות פון די מענטשן איז אנדערש ווי ביי אונז און עס איז אינטרעסאנט.
כאטש אויב איך וועל אלע פרטים וועלן שרייבן וועל איך מוזן זיצן שעות כדי צו אלעס אראפברענגן, אף על פי כן וואלט געווען כדאי אז מען זאל כאטש שרייבן געוויסע נקודות וואס קען אינטרעסירן די לייענערס.
איך וועל לייגן פון צייט צו צייט נאך א פרט.
איך לאדן איין אנדערע וואס זענען געפארן קיין ארץ ישראל אדער וואס גייען פארען, זאלן דא אין דעם אשכול לייגן זייערע אינטרעסאנטע זאכן וואס זיי האבן געזען אדער בייגעוואונט אין ארצינו הקדושה.
דער ראש ישיבה איז דארט געווען דאס ערשטע מאל יעצט?
ווען איך בין געווען אין די לופטפעלד דא אין אמעריקא, ווארטנדיג ביי די ליין פון סעקיורעטי, פלוצלינג זעה איך א גאנצע קבוצה קומט אהן. איך זעה אז בראש פון די קבוצה איז די ראחמעסטריווקא רבי שליט"א פון ארה"ק. דער קבוצה איז אים געקומען באגלייטן צו די פליגער.
אזויווי די נוסעים האבן אים געזעהן האט יעדער גלייך ארויסגענומען די קעמערע'ס מיט די סעלפאון/קעמערע, צו כאפן א בילד פון אים (זעה בילד אין די לופטפעלד. אויף די זייט זעהט מען די רוקן פון ר' אברהם סלאנים.).
לעבן מיר איז געשטאנען א איד וואס האט אויסגעזעהן פון דיע וואס זענען לעת עתה נישט קיין שומר תורה ומצוות. פרעגט ער מיר 'מי זה?'' זאג איך אים 'אדמו"ר מרחמסטריבקא'. זאגט ער: ישתבח שמו לעד. זאג איך אים: למה? זאגט ער:
ככה אני יודע שיהיה טיסה נעימה, ונגיע בשלום!!!!האב איך שוין באקומען א שיעור אין הלכות אמונת צדיקים!!
📎 IMG_0097.JPG
בן אדםדער ראש ישיבה איז דארט געווען דאס ערשטע מאל יעצט?
די ראש הישיבה האט געלערנט אלס בחור זייער אסאך יאהרן. אזוי אויך זייט ער וואון אין חוץ לארץ האט ער באזוכט איבער צעהן מאל.
ווי דער ראש הישיבה פארשטייט פון די שאלה, איז פארוואס איז די ראש הישיבה אזוי עקסיידעד? דער תירוץ איז אז יעדעס מאל די ראש הישיבה פארט, פארט ער מיט א בחינה פון בכל יום יהיה בעניך כחדשים, ממילא איז יעדעס נסיעה ברענגט מיט איר א ספיציעלע עקספיריענס.
אלס ראש הישיבה ארומשפרייזענדיגן אין דעם ים התלמוד, דער עולם התורה, טרעפט מען זיך אן אין אלע קרייזן און שיכטן, מנהגים וכו' וגו' - און אלעס זיצענדיג בין ד' אמות של הלכה בלבד.
די עיקר וואס כ'האב געמיינט איז ווייל ס'איז אינו דומה ווען מ'פארציילט מעשה'לעך פון דארט ווען מ'זעט עס ס'ערשטע מאל ווי ווען מ'קען זי שוין פון פארדעם. סאו יעצט וועט עס זיכער האבן א טעם.
היות די וואס פארן קיין ארץ ישראל האבן דזשעט לעג (JET LAG), איז די מנהג פון גאר אסאך מבקרים בארץ ישראל צו דאווענען ביי די מנין ותיקין ביין כותל, כאטש אז בדרך כלל דאווענען זיי נישט ותיקין.
איינער פון די אינטרעסאנטע זאכן וואס איך האב באגעגענט איז געווען הרב
יעקב עדס.
הרב יעקב איז א זוהן פון הרב יהודה עדס ראש ישיבת קול יעקב. ער איז א בן כלאים. זיין טאטע איז א ספרדי און זיין מאמע איז אן אשכנזי. זיין טאטע איז געווען פון די מועצת גדולי התורה פון דגל התורה וואס האט זיך אפגעזאגט צוליב געזונטהייט סיבות.
הרב יעקב איז באקאנט אלץ גאר א גרויסע עילוי. ער איז געוון חתונה געהאט און געבורן צוויי קינדער. ער האט געבעטן זיין פרוי אז ער וויל אוועק פון שטוב אלץ א ענין פון גלות אדער עפעס אן אנדערע תיקון פאר פינף יאר. זי האט אים געגעבן רשות. נאך פינף יאר האט ער געזאגט אז ער וויל לעבן ווי א פרוש און ער האט זיך געגט פון זיין פרוי. (זי האט חתונה געהאט מיט א חשובע בן תורה אין לעיקוואד)
ער האט זיך באזעצט אין די קעלערן פון די ישיבה פון הרב בצרי, ווי מען האט געווידמעט א קליין ד' על ד' פאר אים. ער וויל נישט נהנה פון די וועלט כי הוא זה. ער לעבט אוייף לחם ומים. ער גייט אהנגעטוהן קרוע ובלוע. (כעין ווי מענדל ווייס ע"ה
הנקרא מענדל די חזיר)
ער וויל נישט האבן קיין שייכות מיט מענטשן. איך בין צוגעגאנגען צו אים נאכן דאווענען און ער איז כמעט ווי אנטלאפן פון מיר.
ער דאווענט ביים כותל בערך ביי די נץ. זיין דאווענען גייט מיט נגינה און קולות וברקים. זיין דאווענען איז אויך זייער הארציג, אז א שטיינערנע הארץ קען ציגיין פון זיין דאווענען.
איך ליב זייער דעם אשכול. כ'גלייך אזעלכע נאטיצן פון דא און דארט * בשעת א נסיעה.
קיעפ איט אפ. איי עם לוקינג פארווערד.
ראש הישיבה
איך לאדן איין אנדערע וואס זענען געפארן קיין ארץ ישראל אדער וואס גייען פארען, זאלן דא אין דעם אשכול לייגן זייערע אינטרעסאנטע זאכן וואס זיי האבן געזען אדער בייגעוואונט אין ארצינו הקדושה.
קענסט ליינען מיין אשכול דא, עס קען דיר זיין אינטרעסאנט.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8079">viewtopic.php?f=24&t=8079</a><!-- l -->
_____________________
*) איך אויך, נישט די פון 'דער איד' וד"לאפשר וואלט מען געדארפט צישמעלצן די צוויי אשכולות?
נישט כדאי מיין איך, דאס איז דיינע אייגענע עקספיריענס בפרטיות, עס איז אן אנדער סארט אשכול אינגאנצן.
אויב איך וואלט געשריבן וואלט איך קיינמאל נישט געענדיגט, איז הייב איך אפילו נישט אן.
בן אדםאויב איך וואלט געשריבן וואלט איך קיינמאל נישט געענדיגט, איז הייב איך אפילו נישט אן.
אבער דו קענסט לייגן קליינע עפיזאדן לשמחת לב הקוראים. נו געגאנגען. הייב אהן מיט איינס און זיי ממשיך ווען דו האסט צייט.
ליינענדיג פון דיין באזיך אין כותל האב איך קודם געמיינט אז די רעדסט פון דער ספרדי אינווייניג וואס שטייט אין דאווענט אגאנצען טאג מיט קולות ביים שטענדער מיט די היט אויפן טלית...
די לעצטע פאר מאל וואס איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, האב איך מחליט געווען אז איך גיי נישט דינגן א קאר. כאטש עס קאסט מער די אלע מניות און אוטובוסים, פיל איך אז כדי צו פילן די לעבן פון ארץ ישראל לוינט זיך צו אויפגעבן די הנאה פון האבן א פריוואטע קאר.
ווען איך בין געפארן קיין מירון בין איך געפארן מיט קו 982 פון ירושלים. מיען האט מיר געזאגט אז אויב איך וויל האבן א זיץ פלאץ זאל איך ארויפגיין אויף איינער פון די ערשטע תחנות ביי בר אילן און שמואל הנביא. למעשה האב איך פארשפעטיגט און איך בין ארויף ביי די תחנה פון שמגר ביי תכלת מרדכי. די באס איז געווען פול (עס איז קודם אריבערגעפארן א פולע באס וואס האט זיך נישט אפגעשטעלט). צו מיין מזל האב איך מיט מיין ווייב באקומען איינע פון די לעצטע פלעצער. אבער די באס האט נאך געדארפט אויפנעמען נאך מענטשן. איך בין געזעצן אויף די אונטערשטע זיץ.
ווען ער קומט אהן צו די נעקסטע תחנה קומען ארויף נאך מענטשן. און דערנאך איז ארויפגעקומען נאך מענטשן. איך טראכט וואס גייען די אלע טוהן? ביז געציילטע מינוט איז די אויף די ערד געזעצן א צעהן מענטשן!! עס האט זיך נישט געגלייבט וואס איך זעה.
צווישן דיע וואס זיצן אויף די ערד האב איך באמערקט א חייל. עס איז מיר געווען אומבאקוועם אז ער זיצט אויף די ערד און איך זיץ זיך אויף מיין 'באקוועמע' זיץ. בעט איך אים אז איך וויל זיך טוישן מיט אים. איך זאג אים אז ער ארבעט שוין גענוג שווער אז עס קומט נישט אז ער זאל זיצן אויף די ערד. ער האט אבער געזאגט אז ער איז אקעי און נישט מסכים געווען זיך צו טוישן.
אינמיטן די וועג איז דער מנהג המדינה אז מען מוז זיך אפשטעלן. איך האב מורא געהאט אז איך גיי פארלירן מיין פלאץ. האב איך געלייגט עפעס אויף מיין בענקל א זעקל וכדומה. אבער ווען מען איז ווייטער געפארן איז יעדער געגאנגען איש על מחנהו, און די אלע וואס זענען פריער געזעצן אויף די דורכגענג האבן זיך גלייך צוריקגעקערט צו זייערע פלעצער.
בן אדםליינענדיג פון דיין באזיך אין כותל האב איך קודם געמיינט אז די רעדסט פון דער ספרדי אינווייניג וואס שטייט אין דאווענט אגאנצען טאג מיט קולות ביים שטענדער מיט די היט אויפן טלית...
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט. הרב עדס דאווענט מיט קולות ער איז א האלבע ספרדי און דאווענט מיט א ספרדישער הברה. ער זינגט די ווערטער מיט הארציגער ניגונים. קען זיין אז דו האסט געזעהן א צווייטע. זעה די בילד
פון די לינק וואס איך האב געלייגט סיי זיין נאמען.
ראש הישיבהבן אדםליינענדיג פון דיין באזיך אין כותל האב איך קודם געמיינט אז די רעדסט פון דער ספרדי אינווייניג וואס שטייט אין דאווענט אגאנצען טאג מיט קולות ביים שטענדער מיט די היט אויפן טלית...
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט. הרב עדס דאווענט מיט קולות ער איז א האלבע ספרדי און דאווענט מיט א ספרדישער הברה. ער זינגט די ווערטער מיט הארציגער ניגונים. קען זיין אז דו האסט געזעהן א צווייטע. זעה די בילד
פון די לינק וואס איך האב געלייגט סיי זיין נאמען.
אה עם האב איך געזען עטליכע מאל. דאס ערשטע מאל אפאר יאר צוריק אויף א פרייטיג צינאכטס איז ער געשטאנען ביי די בימה אינמיטן די שטח פון כותל, מיט אסאך קוקער'ס/חסידים ארום עם
[ציטאט אראפגענומען]
ווען איך בין געווען האט ער געדאוונט אינעווייניג.
איך דערמאן זיך אז איך האב פארגעסן צו שרייבן אז ער האט לעבן זיך א גרויסע באטל וואסער. כסדר ווען ער פילט אפיסת הכוחות כאפט ער א טרינק גלייך פון די באטל. א מחזה וואס לוינט זיך צו זעהן פאר זיך.
ווען מען דרייט זיך אין די גאסן קען מען כסדר זעהן אינטרעסאנטע זאכן. איך רעד נישט אז מען קען כאפן א קיתון של שופכין פון די ספאנדזשא וואס רינט ארויס פון די הייזער. איך רעד סתם טעגליכע זאכן איז איטרעסאנט. צו זעהן ווי די קינדער גייען אין שולע. טויזענטער קינדער פון גרויס ביז קליין גייען אליינס צו שולע. אויסער די קינדער וואס גייען אין גן ילדים פארן כמעט אלע מיט די שטאטישע תחבורה, אדער גייען זיי צופיס. ווען דו גייסט ארויס אין גאס בערך האלב נאך אכט שטרומט די גאסן ביז בערך ניין אזייגער ווען די גאסן ווערן שטילער ביז בערך נאך איינסער וואס די מיידלעך האבן שוין דעמאלס געענדיגט זייער טאג אין שולע.
אינטרעסאנט צו זעהן אז אויפן וועג אהיים איז א נארמאלע זאך אז א קינד זאל זיך אפשטעלן אין א געשפעט צו קויפן זיך א גוטע זאך פאר א פאר שקל. אויב דו וועסט שטיין ביי די געשעפט מיצי אורי אין יענער צייט וועסטו זעהן ווי קינדער אין מיידלעך קויפן זיך א גוטע דרינק אדער גייען זיי אריין אין פיצה אורי אין קויפן זיך א 'משולש' פאר זיי גייען אהיים, אזאך וואס דאכט זיך אז דאהי איז עס נישט איינגעפירט.
Re: א גריס פון ארץ ישראל
ראש הישיבהווען מען דרייט זיך אין די גאסן קען מען כסדר זעהן אינטרעסאנטע זאכן. איך רעד נישט אז מען קען כאפן א קיתון של שופכין פון די ספאנדזשא וואס רינט ארויס פון די הייזער. איך רעד סתם טעגליכע זאכן איז איטרעסאנט. צו זעהן ווי די קינדער גייען אין שולע. טויזענטער קינדער פון גרויס ביז קליין גייען אליינס צו שולע. אויסער די קינדער וואס גייען אין גן ילדים פארן כמעט אלע מיט די שטאטישע תחבורה, אדער גייען זיי צופיס. ווען דו גייסט ארויס אין גאס בערך האלב נאך אכט שטרומט די גאסן ביז בערך ניין אזייגער ווען די גאסן ווערן שטילער ביז בערך נאך איינסער וואס די מיידלעך האבן שוין דעמאלס געענדיגט זייער טאג אין שולע.
אינטרעסאנט צו זעהן אז אויפן וועג אהיים איז א נארמאלע זאך אז א קינד זאל זיך אפשטעלן אין א געשפעט צו קויפן זיך א גוטע זאך פאר א פאר שקל. אויב דו וועסט שטיין ביי די געשעפט מיצי אורי אין יענער צייט וועסטו זעהן ווי קינדער אין מיידלעך קויפן זיך א גוטע דרינק אדער גייען זיי אריין אין פיצה אורי אין קויפן זיך א 'משולש' פאר זיי גייען אהיים, אזאך וואס דאכט זיך אז דאהי איז עס נישט איינגעפירט.
יא יא, אסאך פון די קינדער קויפן טאקע אן אפילו וואס די עלטערן זאלן וויסן דערפון...
מ'מיז עס אויפעסן נאך פאר מ'קומט אן אהיים. [emoji13]
ראש הישיבהאינטרעסאנט צו זעהן אז אויפן וועג אהיים איז א נארמאלע זאך אז א קינד זאל זיך אפשטעלן אין א געשפעט צו קויפן זיך א גוטע זאך פאר א פאר שקל. אויב דו וועסט שטיין ביי די געשעפט מיצי אורי אין יענער צייט וועסטו זעהן ווי קינדער אין מיידלעך קויפן זיך א גוטע דרינק אדער גייען זיי אריין אין פיצה אורי אין קויפן זיך א 'משולש' פאר זיי גייען אהיים, אזאך וואס דאכט זיך אז דאהי איז עס נישט איינגעפירט.
איך מיין איר זענט נאך נישט געווען אין גראסערי 4:30 ווען דע מיידליך פארלאזען דע שולע (סקול בלע"ז)בפרט דע געשעפטען ארום דע שולע
איך דערמאן מיר יעצט ביי 12 יאר ווי מען האט זיך אנגעפילט דע טאשען נישט פאר 1 שקל נאאר פאר 5 דאלער
ראש הישיבהאינטרעסאנט צו זעהן אז אויפן וועג אהיים איז א נארמאלע זאך אז א קינד זאל זיך אפשטעלן אין א געשפעט צו קויפן זיך א גוטע זאך פאר א פאר שקל. אויב דו וועסט שטיין ביי די געשעפט מיצי אורי אין יענער צייט וועסטו זעהן ווי קינדער אין מיידלעך קויפן זיך א גוטע דרינק אדער גייען זיי אריין אין פיצה אורי אין קויפן זיך א 'משולש' פאר זיי גייען אהיים, אזאך וואס דאכט זיך אז דאהי איז עס נישט איינגעפירט.
די סטארס דארטן מאכן מער געלט פון די קינדער ווי די עלטערן נעבעך.
ראש הישיבהדי לעצטע פאר מאל וואס איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, האב איך מחליט געווען אז איך גיי נישט דינגן א קאר. כאטש עס קאסט מער די אלע מניות און אוטובוסים, פיל איך אז כדי צו פילן די לעבן פון ארץ ישראל לוינט זיך צו אויפגעבן די הנאה פון האבן א פריוואטע קאר.
איך האב די ערשטע מאל ואס איך האב אמתדיג הנאה געהאט פון ארץ ישראל איז געווען ווינטער ע"ד ווען איך האב צום ערשטן מאל ארויס גענומען א קאר. די פרייהייט פון גיין לארכה ולרחבה איז די גרינגסטע מיט א קאר. לפענד
אגב אז מען רעדט שוין פין ארץ ישראל וויל איך וויסען פארוואס מען קען נישט דארט קויפען א געשמאקע קאווע (נישט קאווע שטיבעל) אזוי ווי דא און אמעריקע, פארוואס האט זיך נאך קיינער נשיט אריין געלייגט און דיעם?
נאך אזאך ווען איך בין און ארץ ישראל האב איך נישט עפעס נארמאל צי עסען חוץ א פלאפעל, אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען
ראש הישיבהצו זעהן ווי די קינדער גייען אין שולע. טויזענטער קינדער פון גרויס ביז קליין גייען אליינס צו שולע. אויסער די קינדער וואס גייען אין גן ילדים פארן כמעט אלע מיט די שטאטישע תחבורה, אדער גייען זיי צופיס. ווען דו גייסט ארויס אין גאס בערך האלב נאך אכט שטרומט די גאסן ביז בערך ניין אזייגער ווען די גאסן ווערן שטילער ביז בערך נאך איינסער וואס די מיידלעך האבן שוין דעמאלס געענדיגט זייער טאג אין שולע.
און ווי די גאס איז נאך אנגעפילט מיט קינדער ביז 8:00 ביינאכט אויב נישט שפעטער.
ודי למביןראש הישיבהדי לעצטע פאר מאל וואס איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, האב איך מחליט געווען אז איך גיי נישט דינגן א קאר. כאטש עס קאסט מער די אלע מניות און אוטובוסים, פיל איך אז כדי צו פילן די לעבן פון ארץ ישראל לוינט זיך צו אויפגעבן די הנאה פון האבן א פריוואטע קאר.
איך האב די ערשטע מאל ואס איך האב אמתדיג הנאה געהאט פון ארץ ישראל איז געווען ווינטער ע"ד ווען איך האב צום ערשטן מאל ארויס גענומען א קאר. די פרייהייט פון גיין לארכה ולרחבה איז די גרינגסטע מיט א קאר. לפענד
ביידע וועגן האבן מעלות און חסרונות.
א קאר איז טאקע א געוויסע פרייהייט, אבער אין היימישן קווארטאל אין ירושלים אדער סיי וואו עס איז שווער מיט פארקינג און טרעפיק איז עס בכלל נישט קיין מוציא מיט האניג, און נאכדעם אפילו מיט א GPS אויב ביסטו נישט אויסגעקאכט מיט די ראודס און די וועגן איז עס א היבשער אפקומעניש, און בכלל אז דו דרייווסט - און דו געוויינסט זיך שוין צו צו די קילאמעטער ספיד לימיט'ס מיט די עברית'ישע סיינס - האסטו נאך אלץ די פרעשור צו פאוקעסן א גאנצע וועג, מען דארף זיין עקסטער פארזיכטיג דארטן, און מען מוז האבן שמירת עינים אויפן ראוד, עס איז שווער צו באטראכטן די הערליכע פאנאראמא'ס און נפלאות הבריאה.
הבא ללמד
אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען
נעקסטע מאל ווען דו גייסט זיי אזוי גוט און מאך א סטאפ ביי פאפאגיאו און זאג מיך צו קענסט נאך פון דארט גראד ארויס וואקען...
<a class="postlink" href="http://www.papagaio.co.il/">http://www.papagaio.co.il/</a>
ודי למביןראש הישיבהדי לעצטע פאר מאל וואס איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, האב איך מחליט געווען אז איך גיי נישט דינגן א קאר. כאטש עס קאסט מער די אלע מניות און אוטובוסים, פיל איך אז כדי צו פילן די לעבן פון ארץ ישראל לוינט זיך צו אויפגעבן די הנאה פון האבן א פריוואטע קאר.
איך האב די ערשטע מאל ואס איך האב אמתדיג הנאה געהאט פון ארץ ישראל איז געווען ווינטער ע"ד ווען איך האב צום ערשטן מאל ארויס גענומען א קאר. די פרייהייט פון גיין לארכה ולרחבה איז די גרינגסטע מיט א קאר. לפענד
דע אמת ווענדזיך ווי די ווילסט פארברענגען און ירושלים גופא אדער בני ברק לוינט זיך נישט צי האבען א קאר אבער אויב ווילסטי אביסעל באזיכען דע צפון אדער ים המלח לוינט זיך יא האבען א אייגענע קאר, ספעשיל אויב גייסטי מיט דיין ווייב און די ווילסט אביסעל פריוואטקייט, און מען קען זיך אפשטעלן ווי אימער מען וויל ווער רעדט נאך דע הערליכע פאנאראמעס
איך קען בכלל נישט די וועגן דארט אבער WAYZ ארבעט דארט זייער גוט און מיך גאר אסאך ארויס געהאלפן. ביסט גערעכט אז אין די געדעכטע קווארטלן איז עס כמעט אוממעגליך צו ניצן
עס איז אויך אינטרעסאנט געווען צו באמערקן אז איך האב נישט געטראפן ווי מען קען קויפן סאשי אין ארץ ישראל. בכלל איז אינטרעסאנט אז די מסעדות דארט האט יעדער נאר זיין געציילטע זאכן וזהו. אין א פיצה געשעפט קויפט מען נאר פיצה, נישט קיין פאלאפל און נישט קיין טשיפס. און א פאלאפל געשעפט קויפן מען נאר פאלאפל און נישט פיצה.
איך האב געהאט אן אינטרעסאנטע מעשה. איך האב געוואלט גיין איין טאג אין עפעס א בעסערע רעסטאראנט. מיין ווייב האט זיך אינטרעסירט ביי אירע חברות און זיי האבן געזאגט אז אין רחביה (א געגנט אין ירושלים) אויף רחוב רשב"ם איז דא מער עלעגאנטע מסעדה וואס הייסט 'שיאן'. אונז זענען אהין געפארן. שטיינעדיג אינדערויסן זעה איך א שלט שיאן. אזוי אויך האב איך געזאהן אין גרויסע אותיות 'היימישע עסן'. איך פריי זיך און וואונדער זיך אז אין אזא עלעגאנטע מסעדה זאל שטיין אידישע אותיות. איך גיי אריין אין די מסעדה. קיין איין מאכן וואס איז געווען אויף די שאויקעיס האט נישט אויסגעזעהן אינטרעסאנט. דער מלצר קומט צו צי אונז און זאגט אז היינט האבן זיי א ספעישעל אז פאר 55 ש"ח פאר א מנה קענען אונז עסן וואס אונז ווילן, און ער געבט אונז א מעניו אז אונז זאלן באשטעלן וואס אונז ווילן. אונז זיצן און טראכטן אז דאס איז דער שענסטע מסעדה וואס קען מען שוין באשטעלן. על כל פנים וועט עס אונז נישט קאסטן די הוזן. אינמיטן אינבערקוקן די מעניו פרעגט מיין ווייב די מלצר: דא איז שיאן???????? זאגט ער לא, עוד קומה למעלה!!!!!!! אה יעצט פארשטיי איך. מיר זאגן סליחה און גייען ארויס און ארויס צום צווייטן שטאק! 🙂
אונז גייען אריין דארט זעהט מען שוין עפעס מער אן עלעגאנטע מסעדה וואס איז געווען כמעט פיל. עס האט געדויערט עטליכע מינוט ביז מיר האבן באקומען א ריינע ליידיגע טיש. דער מלצר וואס איז געגאנגען אהמגעטוהן ווי עס פאסט פאר אזא מסעדה ברענגט אונז די מעניו. דא זעהט מען שוין געשוואלענע פרייזן. אבער מיר האבן נישט געוויסט וואס צו באשטעלן. די נעמען זענען אונז נישט געווען באקאנט. וכדומה. דער עולם האט אויסגעזעהן זייער אין א גוטע שטומונג. אינדערצווישן האט מען אריינגעפירט צוויי בורטדעי קעיקס פאר צוויי אנדערע טישן מיט די ניגון הידוע האט געשפילט אויף די ספיקערס. דער מלצר איז אונז מייעץ אז מיר זאלן דערווייל באשטעלן א זיפ, און מיט דער צייט וועלן מיר מחליט זיין וואס צו באשטעלן. מיר האבן ביידע באשטעלט א וואנטאן זיפ וואס קומט מיט קרעפלעך. וואס זאל איך זאגן אז צו אונזער מזל האט עס געהאט יענס טעם. צום סוף זאגן מיר פאר די מלצר אז מיר גייען און מיר ווילן באצאלן פרעגט ער מאי האי??? זאגן מיר אז מיר האבן נישט ליב געהאט די זיפ און מיר זענען נישט גרייט געווען איינצושטעלן די מעין קורס. זאגט ער אויב אזוי, דארפן מיר נישט באצאלן!! פרעגו אונז פארוואס??? זאגט ער אז אויב מיר זענען נישט צופרידן דארפן מיר נישט באצאלן. זאגן מיר נע, נישט דאס האבן מיר געמיינט, מיר האבן פשוט נישט געוואלט באשטעלן מער אבער מיר זענען גרייט צו צאלן מחיר מלא. הקיצור נאך א קורצע וויכוח איז געווארן אז מיר צאלן האלב. גראדע זייער א שיינע זאך פון די מסעדה, און א זאך וואס מען טרעפט כמעט נישט אין ארץ ישראל אז מען זאל מוותר זיין צוליב קאסטעמער סערוויס.
צום סוף האב איך געכאפט א מונית קיין ככר שבת. צוגעגאנגען צו די מסעדה וואס הייסט פיתה'לה אהנהייב מאה שערים און געקויפט א שווארמא פאר 20 ש"ח וואס איז געווען גאר געשמאק, אבער נישט אין די שענסטע ענווייערמענט.
Re: א גריס פון ארץ ישראל
ודי למביןאיך קען בכלל נישט די וועגן דארט אבער WAYZ ארבעט דארט זייער גוט און מיך גאר אסאך ארויס געהאלפן. ביסט גערעכט אז אין די געדעכטע קווארטלן איז עס כמעט אוממעגליך צו ניצן
WAZE בלע''ז
Re: א גריס פון ארץ ישראל
ודי למביןאיך קען בכלל נישט די וועגן דארט אבער WAYZ ארבעט דארט זייער גוט און מיך גאר אסאך ארויס געהאלפן. ביסט גערעכט אז אין די געדעכטע קווארטלן איז עס כמעט אוממעגליך צו ניצן
איך בין איינמאל בטעות אריין געפארן און א שמאלע גאס - ביז כ'האב באמערקט אז ס'איז א דעד ענד, און די גאולה געגנט. איך האב ניט אמאל געקענט מאכן א יו-טוירן.
איך האב מיך גענומען בעקן די גאנצע גאס אויף צוריק, סהאט גענומען אזוי לאנג וויל מענטשן האלטן און איין אריין שפרונגען אויף די כביש צעווישן די רעדלעך, זיי געבן ניט אמאל א דאמן אז א קאר בעקט!
ודי למביןהבא ללמד
אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען
נעקסטע מאל ווען דו גייסט זיי אזוי גוט און מאך א סטאפ ביי פאפאגיאו און זאג מיך צו קענסט נאך פון דארט גראד ארויס וואקען...
<a class="postlink" href="http://www.papagaio.co.il/">http://www.papagaio.co.il/</a>
עס האט זיך געענפט א מסעדה וואס הייסט '
מפגש האש' אויף רחוב ירמיהו. זייער באטעמט מיט גאר גוטע פליישן.
ישר כח
וועלכע הכשר האט דאס?
און ארץ ישראל עס איך נאר עדה און הרב לאנדא
הבא ללמדאגב אז מען רעדט שוין פין ארץ ישראל וויל איך וויסען פארוואס מען קען נישט דארט קויפען א געשמאקע קאווע (נישט קאווע שטיבעל) אזוי ווי דא און אמעריקע, פארוואס האט זיך נאך קיינער נשיט אריין געלייגט און דיעם?
ווען מען גייט צו א קאנדיטורה קען מען קויפן א קאווע. אבער עס האט נישט די בעסטע טעם. אויכעט קומט עס לויט זייער הבנה אין א פינף אנסיגע קאפ.
בכלל איז אינרעסאנט אז אין די בתי מדרשים טרינקט מען הייסע קאווע מיט פלעסטיג קאפס! די איזראעליס נעמען נאר איין קאפ. איך למשל האב נישט געקענט האלטן אזא הייסע קאפ האב איך גענומען צוויי, און באמערקט אז אנדערע קוקן מיר אהן ווי א אמעריקאנער ספענדער. אפילו אין די בעלזער בית המקדש/עירפארט טרינקט מען אויכעט מיט פלעסטיק קאפ. אלס בחור ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל איז פלעסטיק קאפס געווען א חידוש, ווייל בדרך כלל האט מען גענוצט איבערגעוואשענע גלעזער. איך וואלט געמיינט אז ביז היינט וועט מען שוין ניצן פעיפער אדער האטקאפס. אבער א נעכטיגע טאג.
הבא ללמדישר כח
וועלכע הכשר האט דאס?
און ארץ ישראל עס איך נאר עדה און הרב לאנדא
מפגש האש האט די הכשר פון הרב לאנדוי פון ב"ב. כאטש ער געבט בדרך כלל נישט קיין הכשר אין ירושלים מפני כבודו פון די עדה חרדית. אבער וויבאלד דער בעל הבית האט נאך צוויי מסעדות מיט זיין הכשר וואס איז נישט אין ירושלים, האט ער געמאכט אן אויסנאם און געגעבן א הכשר אויף די געשעפט אין ירושלים.
ודי למביןראש הישיבהדי לעצטע פאר מאל וואס איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, האב איך מחליט געווען אז איך גיי נישט דינגן א קאר. כאטש עס קאסט מער די אלע מניות און אוטובוסים, פיל איך אז כדי צו פילן די לעבן פון ארץ ישראל לוינט זיך צו אויפגעבן די הנאה פון האבן א פריוואטע קאר.
איך האב די ערשטע מאל ואס איך האב אמתדיג הנאה געהאט פון ארץ ישראל איז געווען ווינטער ע"ד ווען איך האב צום ערשטן מאל ארויס גענומען א קאר. די פרייהייט פון גיין לארכה ולרחבה איז די גרינגסטע מיט א קאר. לפענד
איך פארשטיי וואס דו מיינסט. און אזוי האב איך געטוהן עטליכע מאל אז איך האב מיר יא געדונגען א קאר. איך קען מיך זייער גוט אויס אין די וועגן פון ארץ ישראל, און בין בקי בשבילי דארעא דישראל כשבילי בארא פארק. אבער די לעצטע דריי מאל האב איך נישט געהאט א קאר און עס מער ענדזשויעט. אה צו זיצן אויף די באסעס אין שמעקן די איזראעלי שמעק, צו זעהן ווי א צוויי קארן צוקישן זיך און ווי ביידע דרייווערס טענהן' זיך אויף הייסע טענער ווער איז שולדיג על פי הלכה און על פי שכל, ביז איינער זאגט אז בשמים כבר נראה מי צודק!!! און ביידע פארן אוועק אהן מאכן א פאליס ריפארט, איז ווערט אלע געלטער. זיך צו דרייען אין די צפת'ער סימטאות איז ווערט אלע געלטער.
נו, על טעם וריח אין להתווכח.
ביי די וועלט בארימטע פיצה אורי קען מען נאר קויפן פיצה וזהו.
זיי האבן אן עקסטרע געשעפט א קעגו איבער די גאס וואס פארקויפט נאר דרינקס וואס הייסט מיצי אורי. עס האט נישט געקענט זיין אין די זעלבע מסעדה.
ראש הישיבה
בכלל איז אינטרעסאנט אז אין די בתי מדרשים טרינקט מען הייסע קאווע מיט פלעסטיג קאפס! די איזראעליס נעמען נאר איין קאפ. איך למשל האב נישט געקענט האלטן אזא הייסע קאפ האב איך גענומען צוויי, און באמערקט אז אנדערע קוקן מיר אהן ווי א אמעריקאנער ספענדער. אפילו אין די בעלזער בית המקדש/עירפארט טרינקט מען אויכעט מיט פלעסטיק קאפ. אלס בחור ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל איז פלעסטיק קאפס געווען א חידוש, ווייל בדרך כלל האט מען גענוצט איבערגעוואשענע גלעזער. איך וואלט געמיינט אז ביז היינט וועט מען שוין ניצן פעיפער אדער האטקאפס. אבער א נעכטיגע טאג.
מיר איז דאס אויך געווען א וואונדער, און איך האב דאס טאקע באשריבן אין מיין אשכול הנ"ל.
I love, love, love!!! this eshkol
איך האב נאך וואס צו שרייבן אזעלכע מעשה'לעך. אבער איך וויל נאכאמאל בעטן און לאדענען אנדערע זאלן דא פארציילן זייערע עקספיריענס.
ראש הישיבהאיך לאדן איין אנדערע וואס זענען געפארן קיין ארץ ישראל אדער וואס גייען פארען, זאלן דא אין דעם אשכול לייגן זייערע אינטרעסאנטע זאכן וואס זיי האבן געזען אדער בייגעוואונט אין ארצינו הקדושה.
איך געדענק אז איך בין אמאל געווען אין א רעסטעראנט, איך מיין עס געפינט זיך אויך רחוב שרי ישראל, מיטן נאמן סנטר 1, וואס דארט האט מען פאר א שיבוש געקענט קויפן א פיינעם פשוטען נאכטמאהל.
אבער אויב מען האט געהאלטן ביים באצאלן האט מען דארט געקענט קריגען א סעודה כיד המלך, א קערבל ווארימע פיטאס, מיט א גאנצע אויסוואל פון סאלאטען מיט מילפופונים וזיתים, און א פיינע תיימענע געפעפעטער זופ אונטערגעשלאגן מיט קומאן, א שטיק בשר ממש א חתיכה הריאה להתכבד.... דער רעסטעראנט שטייט נאך?
א דאנק פאר די אשכול, ראש ישיבה. איך בין אויך געפארן אןיף די נסיעה און מיר איז גאר אינטערעסאנט געווען אז אויף די באס פון צפת קיין מירון זענעו פרויען און מענער געפארן געמושט, געזעסן זייט ביי זייט, אינגאנצן אויסגעמישט אן קיין שום פראבלעם.
איבער רב עדס ,יש גורסים לשבח ויש גורסים לגנאי ,ספעציעל נאך די שעריריה וואס ער האט מיט אלע כוחות פראבירט אנצומאכן אז די גט וואס ער האט געגעבן איז נישט כשר און דאס איז געווען שוין לאנג נאך וואס זי האט חתונה געהאט מיט א צווייטן און געהאט קינדער. פאר מער דרוקט בחדרי ,אבער לכולי עלמא איז ער טויט צודרייט.
ראש הישיבהודי למביןהבא ללמד
אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען
נעקסטע מאל ווען דו גייסט זיי אזוי גוט און מאך א סטאפ ביי פאפאגיאו און זאג מיך צו קענסט נאך פון דארט גראד ארויס וואקען...
<a class="postlink" href="http://www.papagaio.co.il/">http://www.papagaio.co.il/</a>
עס האט זיך געענפט א מסעדה וואס הייסט '
מפגש האש' אויף רחוב ירמיהו. זייער באטעמט מיט גאר גוטע פליישן.
עט מען דאס אויספרובירן נעקסט טיים. איך האב נישט געוויסט אזוי פון קיין מסעדות צוזאגען, האבעך מעך פשוט אריינגעזעצט אין צווי דריי האטעל'ס, און ס'איז געווען א נחת.
גראדע אז מען רעדט שוין פין האטעלן איז אינטערסאנט אנצימערקען דע ערשטע מאל וואס איך בין געפארן בין איך איינגעשטאנען אין א האטעל אין איך בין געווען זייער נישט ציפרידען, דע אנדערע מאל האט מען מיר גיעצה'ט צי דינגען א דירה (אגב מען קען זייער גרינג טרעפען)זייט דעמאלט'ס דינג איך מיר א דירהלע וואס איך בין זיך ממש מחיה, סאך ריינער אין מער פריוואט
דאס איז א טרענד וואס געשעהט אין די גאנצע וועלט. מענטשן זענען פעד אופ מיט הויכע פרייזן און בארינג דשענעריק האטעל צימערן און גייען ענדערש פאר וועקעשאן אפארטמענטס און אפילו צימערן אין א דירה. בוקינג דאט קאם אפערט עס און מיט די ריוויו סיסטעם ביסטו פארזיכערט אז מען נארט דיך נישט איין.
ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.
ווייסט איינער ווי גיט איז waze אין ארץ ישראל? צו פארן פון ירושלים קיין מירון. וועט ער מיך נישט אריינפירען קיין רמלה?
פון ירושלים קיין מירון מיט כביש שש מאכסטו עס היינט אין 1:45 דאר טו דאר (שנעלערהייט קען מען עס אפילו מאכן 1:30 און שטייטערהייט איז אויך נישט לענגער ווי 2 שעה) און דארפסט ניט קיין שום וועיז דערפאר.
איך דארף וועז כדי צו קענען פארן אויך אין גליל.
צו כביש שש דארף מען האבן אזוי ווי ez pass נישט אזוי?
ניין ,עס רעכענט די לייסענס פלעיטס עלאקטראניש דורך קעמרעס און די רענטל קאמפאני רעכנט דיר נאכדעם.
Re: א גריס פון ארץ ישראל
פיינע קאוועישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.
ווייסט איינער ווי גיט איז waze אין ארץ ישראל? צו פארן פון ירושלים קיין מירון. וועט ער מיך נישט אריינפירען קיין רמלה?
וועז איז אן איזרעלי קאמפעני סאיז נאך בעסער ווי אין אמיריקא. סאיז דא א סעטינג אונצושטעלין נישט אריינצופארן ווי מדארף נישט