אויפן וועג ארויף צו די ציון הרשב"י איז געווען א דוכן (סטענד) וואס האט מפיץ געווען די זוהר הקדוש מיט די ביאור פון די אשלג'ער רבי ז"ל. ער פרעגט מיר אויב איך האב א זוהר מיט די ביאור. זאג איך אז איך האב א זוהר מתוק מדבש. זאגט ער מיר אז דאס איז נישט קיין ביאור, דאס איז א מעשה ביכל. ער טענה'ט אז אין זוהר איז נישטא אזא זאך ווי נגלות הזוהר וכדומה. זוהר איז אלעס נסתר. הרב דניאל פריש ז"ל האט געמאכט א מעשה ביכל פון די זוהר און עס איז נישט קיין ביאור.
פרעג איך אים, וואס ווילט איר פון מיר? איך דארף יעצט קענען מכריע זיין צווישן אשלג און רבי דניאל פריש? איך בין א פשוטע איד איך קען נישט קיין קבלה, איך האב א זוהר צוליב צוויי סיבות: איינס צוליב שמירה, שהיו אומרים אז ספר הזוהר איז א שמירה, צווייטנס איך האב ליב צו לערנען די מדרשי הזוהר. וואס צוליב די צווייטע סיבה האט מיך הרב דניאל געהאלפן. איז איר עקספעקט פון מיר אז איך זאל יעצט מחליט זיין ווער איז גערעכט?
(אגב, קען זיין אז מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול און דיסקאסירן די נושא דא אויף ק"ש)
איך גיי יעצט שרייבן עפעס וואס איז געווען אויפן וועג אהיים. אפשר שפעטער וועל איך נאך שרייבן עטליכע קלייניגקייטן וואס איז געווען במשך די נסיעה.
איך קום ארויף אויפן פליגער, גראדע א 777 וואס איז רעלאטיוו באקוועמער. מיך אין מיין ווייב האבן באקומען א זיץ איינער לעבן די צווייטע די אייעל סיט און דערנעבן. דער דריטע איז געווען לעבן די פענסטער. דארט איז געזעצן א פרייע דאקטאר. דער דאקטאר איז א דאקטאר אין די איכלוב שפיטאל אין תל אביב. אזוי ווי ער זעהט א פרומע קאפעל גייט זיצן לעבן אים איז ער געווארן אומבאקוועם. ער איז גלייך געגאנגען צו איינע פון די דיילות אויב זיי קענען טוישן זיין פלאץ. ער האט אפילו געאפערט צו צאלן פאר א אפגרעיד. נאך עטליכע לאנגע מינוט איז די דיילת צוגעקוגעקומען און זיך אנטשולדיגט אז עס איז נישטא ווי אים צו רוקן.
איך האב מיך גלייך פארגעשטעלט און געגעבן שלום זאגענדיג אז איך הייס ראש הישיבה פון ק"ש 🙂 . ער האט מיר צוריק געגעבן א האנט, און מיך געזאגט זיין נאמען (וואס איך געדענק נישט יעצט). אזוי האט זיך ערווארבן אינטרעסאנטע שמועסן איבער מיין לעבן און זיין לעבן. זאכן פון מיין לעבן גיי איך נישט שרייבן צוליב חשש גילוי. אבער איך וועל מיטטיילן געוויסע ענינים פון די שיחה.
ער איז קארדיאלידזשיסט אין דעם שפיטאל. ער איז א cardiac rhythm specialist. א זאך וואס איך האב נישט געוויסט אז עס עקזעסטירט בכלל. ער פארציילט ווי ער איז געווען אין יוניווערסיטעי פאר 15 יאר! שבעה שנים זיך צו לערנען דאקטיריי בכלל, און נאך זיבן יאר זיך צו לערנען זיין ספעציעלע פעלד וואס ער ספעצילאזירט זיך. ער איז שוין דריי יאר א דאקטאר דארט אין די שפיטאל. ער איז בסך הכל 39 יאר אלט. צא וחשוב 15 יאר אין יוניוועטסיטעי דריי יאר אין די דזשאב אין שפיטאל נאך א יאר צוויי אין צבא. דער האט א סאך אויפגעטוהן. איך טראכט מיר אז מיינע יארן זענען נישט קיין סאך אפגערוקט פון אים און וויפיל האב איך אויפגעטוהן? שוין צוריק צום דיסקוסיע.
ער פארציילט אז די שפיטאל האט אים יעצט געשיקט אויף א גרויסע קאנפערנץ וואס גייט זיין אין באסטאן אויף די ענין פון rhythm . עס גייען צאם קומען א ריזיגע (איך געדענק אז ער האט מיר געזאגט די מספר פון אכצן טויזנט, אבער יעצט טראכט איך אז עס צו פיל פאר איין פעלד) צאל דאקטורים וואס ספעצאלזירן אין דעם געביט, און מען יעדער גייט ווייזן זיינע חידושים אין דעם פעלד. איך פרעג אים אויב ער קומט אויך מיט חידושים, האט ער געזאגט אז יא. ער האט מיר אהנגעהויבן מסביר זיין אבער איך האב געזעהן אז עס פעלט מיר ידיעות אז איך זאל קענען פארשטיין.
הפנים, מיר האבן געשמיסט איבער די פאראויסקייט וואס די קארדיאלידזשי גייט. איך האב אים געפרעגט איבער די באקאנטע עקמא מאשין. ער איז געשפרינגען ווען איך האב געפרעגט איבער דעם. וויאזוי וויסטו פון דעם פרעגט ער. זאג איך אים אז איך ווייס פון צוויי מענטשן וואס זייער לעבן איז געראטעוועט געווארן דורך דעם מאשין.
מיר זענען אריין אין א דיסקוסיע איבער די נושא פון סינטעטישע הארץ און ווי עס האלט. ער פארציילט אז לעת עתה איז עס נאך זייער גרויס אבער מען ארבעט אז עס זאל זיין קלענער און עס וועט קענען ראטעווען מענטשן'ס לעבן.ווייל דערווייל אפילו מען קען לעבן אהן א עכטע הארץ מיט א סינטעטישע הארץ, אבער מען קען נישט צו לאנג מאריך ימים זיין מיט דעם. ווייל מען באקומט זייטיגע מחלות. זיי האלטן אז ווען מען וועט עס קלענער מאכן און עס קענען אריינלייגן אין די מענטש דארט ווי דער הארץ באלאנגט וועלן זאכן ווערן בעסער.
מיר האבן אויך געהאט א דיסקוסיע איבער די מחלוקת פון חז"ל מיט מדע ווען דער מענטש איז טויט. מיר האבן דן געווען ווי חז"ל וואלט געפסק'נט לגבי מענטשן וואס לעבן מיט א סינטעטישע הארץ. איך האב אים געפרעגט וויאזוי איז מען קובע פאר אזא מענטש אז ער איז טויט אויב די מאשין ארבעט. ער האט מיר מסביר געווען וועגן א כריסה כללית, אז דער גאנצע סיסטעם פון דער מענטש קראכט. וואס אויף דעם קען קיין שום מאשין נישט העלפן דער מענטש איז טויט.
מיר האבן דיסקוסירט איבער די פארדינסטן פון א דאקטאר אין ארץ ישראל ווערסעס אין אמעריקא. ער טענה'ט אז די זאך האלט זך און איין דערנענטערן. פון איין זייט די מדינה שטאפט געלט אין די העלט סיסטעם און צאלט מער און מער. פון די אנדערע זייט אונזער פרעזידענט אבאמא ירום הודו האט דאך געלייגט די העלט סיסטעם אין די ערד, ממילא איז די פארדינסטן גאנץ נאנט.
מיר האבן דיסקאסירט איבער די טעמע פון די בחירות. ער זאגט מיר אז ער איז נישט געגאנגען. ווייל די בעיה פון אינדרויסן איז נישטא קיין פיתרון. דאס א זאך וואס באגלייט אונזער פאלק מיום היווסדה. די גאנצע וועלט איז זיי מקנא איבער זייער חכמה און איבער זייער פארגעשריטנקייט און זיי קענען נישט אראפשלינגן. ווידער די בעית מבפנים דהיינו די תקציב און די בטחון האט ער נישט געהאט קיין איינער פון די קאנדידאטן וואס ער גלייבט אין זיי, ממילא איז ער נישט געגאנגן צו די בחירות.
ער האט מיר פארציילט אז די קומענדיגע יאר גייט ער קומען קיין אמעריקא אין זיין א דאקטאר אין NYU. דאס וועט ער טוהן כדי צו מקדם זיין די סטאטוס זיינע. ער זאגט מיר אז ער גייט דוקא וואונען אין מענהעטן, ווייל ער וויל עקספיריענסן די געשמאק פון נוי יארק (אויב עס איז דא). איך האב גערעדט איבער מיינע געשעפטן, און מיר האבן געפונען א וועג וויאזוי איך קען אים אפשר זיין בייהילפיג דא אין אמעריקא און מיר האבן געטוישט ביזנעס קארטלעך.
שוין סוף כל סוף זענען מיר אוועק ווי גוטע פריינט 🙂 .
אינצווישן די אלע שמועסן -בין גברא לגברא בין איך געשלאפן ווי א קליינע בעיבי (=זיך געוועקט יעדער העלבע שעה 🙂 )
ראש הישיבהאויפן וועג ארויף צו די ציון הרשב"י איז געווען א דוכן (סטענד) וואס האט מפיץ געווען די זוהר הקדוש מיט די ביאור פון די אשלג'ער רבי ז"ל. ער פרעגט מיר אויב איך האב א זוהר מיט די ביאור. זאג איך אז איך האב א זוהר מתוק מדבש. זאגט ער מיר אז דאס איז נישט קיין ביאור, דאס איז א מעשה ביכל. ער טענה'ט אז אין זוהר איז נישטא אזא זאך ווי נגלות הזוהר וכדומה. זוהר איז אלעס נסתר. הרב דניאל פריש ז"ל האט געמאכט א מעשה ביכל פון די זוהר און עס איז נישט קיין ביאור.
פרעג איך אים, וואס ווילט איר פון מיר? איך דארף יעצט קענען מכריע זיין צווישן אשלג און רבי דניאל פריש? איך בין א פשוטע איד איך קען נישט קיין קבלה, איך האב א זוהר צוליב צוויי סיבות: איינס צוליב שמירה, שהיו אומרים אז ספר הזוהר איז א שמירה, צווייטנס איך האב ליב צו לערנען די מדרשי הזוהר. וואס צוליב די צווייטע סיבה האט מיך הרב דניאל געהאלפן. איז איר עקספעקט פון מיר אז איך זאל יעצט מחליט זיין ווער איז גערעכט?
(אגב, קען זיין אז מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול און דיסקאסירן די נושא דא אויף ק"ש)
הגה''צ רבי דינאל ז''ל האט געמאכט א ריזן פאדאמעטאלע ארבייט, א דאנק אים האבן שווערע טויזענטער אידן אנגעהויבן פילעווען אינעם הייליגען זוהר, דער זוהר הק זאגט אין פרשת נשוא אין מיטן די הייליגע אידרא "בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר יפקון ביה מן גלותא ברחמי'', רבי דינאל האט מקרב געווען די גאולה שלימה, אשרי לו ואשרי חלקו.
דאס וואס אשלג זאגט, איז מחכ''ת א גרויסער טעות, דער מתוק מדבש איז איינגעטיילט אויף צוויי, די פשטות'דיגע חלקים פינעם הייליגען זוהר איז באותות מרובעות, און די שטיקלך וואס מען קען בלויז פארשטיין ע''פ סוד איז ער מפרש מיט רש''י אותיות, און ע''פ רוב ברענגט ער אראפ הערליכע הקדמות בעפאר דעם מאמר פון ספרי קבלה, וואס דער לייכט די אויגן פון די לומדי והוגה הזוהר.
דער אשלג האט געמאכט א אייגענעם פירוש אויפן זוהר, (וואס איז נישט מקובל בתפיצות ישראל, צילוב פארשטענדליכע סיבות,) ר' דינאל באניצט זיך בעיקר מיטן הייליגן עטרת צבי, דער הייליגער גר''א, דער רמ''ק און דער רש''ש הקדוש. און אין די תקונים מיט בל''ר פינעם דרכי תשובה. אשלג האט זיין אייגענע יסודות... וד''ל.....
איך וואלט געוואלט רעאגירן צו דיין תגובה. אבער איך האלט אז די מקום איז נישטא. אויב דו וועסט אהנהייבן א אשכול איבער דעם וועל איך רעאגירן. על פי רוב ביסטו גערעכט.
זייער שיין, ראש הישיבה. פליז קיפ איט אפ..
הערה קטנה: כותבים קריסה כללית
גארנישט קומט נישט צו צום גאלאנטער׳ס פירוש,אז ער האט געקענט באזייטיגן נתנאל גראס פון מוהלות ס׳איז זיכער א תולדה,אויב נישט פון זיין באזוך ביים פאריזער קונסול מיט איצא וכת דיליה,אדער גאר פונעם פאפעענער ספירה (די פייערטראק סיירין)ומי יבוא בסוד קדושים
א גריס פון ארץ ישראל
@קאך לעפלוואס זענען די פארשטענדליכע סבות?
אגב הרב אשלג איז אויך מפרש אסאך מאל נאר פירוש המלות כפשוטו,
אויז וואו ער זאגט אליין אנהייב פרשת נח אז פון דא אין ווייטער איז ער נישט מפרש די אגדות,
כגלייב אז דיטענה זייערע קעגן רד״פ איז ווייל זיי טענה׳נען ער האט בכלל נישט געקענט קיין קבלה און אודאי נישט קיין בר הכי אויף מסביר זיין די ספר הזהר,
סדא אסאך וואס צו רעדן אין די ענינים ואכמ״ל.
איך גיי דא לייגן עטליכע בילדער פון ארץ ישראל.
דאס א בילד פון א שטיין וואס מען זעהט אין די טאנעלן ביי די כותל (מנהרות הכותל). די שטיין איז בערך פינף און פערציג פיס לאנג הויך זעקס און טיף פופצין פיס. די שאלה וואס די ענדזשענירן וואונדען זיך איז, וויאזוי האט מען דאס געברענגט דא אהער. זיי ווייסן אז עס איז נישט פון דא, ווייל אונטער דעם איז נאך דא אסאך שטיינער. זיי האבן געברענגט אהין א גרויסע ענדזשעניר וואס קומט פון דייטשלאנד. ער האט דיזיינד די בריק ביין אריינגאנג פון ירושלים. ער איז געזעצן דארט צוויי דריי שעה צו מאכן חשבונות וויאזוי מען האט געקענט טראנספארטירן דעם שטיין. נאך אפאר שעה זאגט ער אז ער מוז גיין אין זיין אפיס. נאך עטליכע טעג זאגט ער אז ער ווייסט וויאזוי אפילו אין די היינטיגע טעכנעלאגיע וואלט מען געקענט אהער ברענגט אזא שטיין. דאס איז פון בנין הורדוס. זיי פארציילן אז די לעכער זענען פון די רומיים וואס האבן פרובירט צו לעכערן די שטיין אבער אהן ערפאלג און זיי האבן געמוזט נאך לאזן.
📎 IMG_0298.JPG
א מנורה וואס אויף די טאוול שטיין אז עס איז זהב טהור (שווער צו גלייבן). די מנורה שטיין אין פארזיכערטע גלאז אין אלט שטאט הארט העכער די כותל. עס ווערט אויף ביאת משיח און גרייט אריין צו גיין אין דינסט דורך די כהן גדול (כנראה וועט עס זיין קורח לפי האריז"ל).
הערה: לפי הרמב"ם איז די מנורה נישט כשר, ווייל די קנים דארפן זיין גראד.
📎 IMG_0309.JPG
עטליכע בילדער פון די כותל פון די הייעך. דאס איז פון א פריערדיגע ניסעה וואס אונז זענען געווען אין ארץ ישראל.
📎 IMG_0311.JPG 📎 IMG_0313.JPG 📎 IMG_0314.JPG 📎 IMG_0315.JPG 📎 IMG_0316.JPG
ראש הישיבהא מנורה וואס אויף די טאוול שטיין אז עס איז זהב טהור (שווער צו גלייבן). די מנורה שטיין אין פארזיכערטע גלאז אין אלט שטאט הארט העכער די כותל. עס ווערט אויף ביאת משיח און גרייט אריין צו גיין אין דינסט דורך די כהן גדול (כנראה וועט עס זיין קורח לפי האריז"ל).
הערה: לפי הרמב"ם איז די מנורה נישט כשר, ווייל די קנים דארפן זיין גראד.
אינטער דעם מנורה ווייס איך נישט ווער עס שטייט. אבער אריין און אלטשטאט - ממש אפאר גאסן פון דער מנורה - איז דא א מעזויאם פון די כלי ביהמ"ק מעט די בגדי כהנים זייער פונקטליך נאכגעמאכט, און זיי זאגן אז דאס האבן זיי געמאכט פאר'ן ביהמ"ק השלישי.
איך וואלט נישט אזוי שנעל געגלייבט אז ס'איז זייער מנורה, פשוט ווייל מ'קען נישט אזוי שנעל באקומען רשות אהינצושטעלן זאכען. אויך, לויט ווי איך געדענק האבן די חברה זיך עפעס אן עצה געגעבן מיט מחלוקת ראשונים, און אלס האט געשטימט, (עכ"פ לויט הרב קוק און הרב הרצוג זיכער)
לויט ווי איך פארשטיי פון די טאוול ביי די מנורה, באלאנגט די מנורה פאר די מיוזיעם.
איינער פון די זאכן וואס איך דארף נאך שרייבן איז הרב אלימלך בידרמאן. כדי דער עולם זאל מיר נישט פארשטיינערן, מוז איך מאכן א קורצע הקדמה. איך בין בטבע אלץ אפן פאר נייע געדאנקן. ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל פלעג איך גיין זעהן מענטשן וואס זענען מער באקאנט כדי צו זיין תוהה על קנקנו. איך האב געגעסן ביי הרב דניאל פריש כמה פעמים, ביי הרב אברהם מלעלוב, ביים קרעטשניפער, און געגאנגען זיין הרב בנימין ראבינאוויטש הרב עקיבא ראבינאוויטש, ועוד הרבה מהם. דא אין אמעריקא האב איך געוואלט גיין זעהן הרב העלבראנס נאך מיין חתונה, אבער מיין ווייב האט געוויינט צו מיר אז עס איז א קאלט און זי האט מורא אז איך גיי פארכאפט ווערן. לעצטנס גיי איך נישט אזויפיל צו די נייע אויףגעקומענע שטערנס, צוליב דעם וואס על פי רוב דערקענט זיך שוין פון וואסארא סארט מענטשן לויפן אים נאך, צו קענען זעהן וואס יענער האט (אויב ער האט) צו פארקויפן. למשל מיר אינטרעסירט נישט ראקאוו, פשוט ווייל די מענטשן וואס לויפן אים נאך על פי רוב זענען לדעתי קטני בעלי דעת (נאך א גוזמא), און שווער צו גלייבן אז איך האב וואס צו זעהן. הרב קלוגער אדער הרב קעניג (צפת) בין איך יא אינטרעסירט ווייל איך זעה א קאלירפול עולם וואס ציהט צו זיי. (איך גלייב אז איך האב קיינעם דא נישט באליידיגט)
ומכאן צו הרב אלימלך בידרמאן. שמו יצא לתהילה, זיינע קונטרסים זענען מופץ אין אלע היימישע געגענטער. אבער עס האט מיר נישט צופיל אינטרעסירט צוליב דעם וואס על פי רוב האב איך פארשטאנען פון די ציבור וואס איז מתלהב, אז חוץ פון שיינע מעשיות און ציבור אנשים תמימים האט עס מיר נישט אינטרעסירט.
פאר איך בין געפארן קיין מירון איז נתפרסם געווארן אז ר' אלימלך גייט זיין אין מירון אויף שבת. מען האט מיר געפרעגט פון אלע זייטן גייסט זיין שבת אין מירון? ווי ביי רבי אלימלך בידרמאן? איך האב אלץ געענטפערט אז איך פאר צו רבי שמעון און איך דארף נישט קיין מידעלמאן זאל מתווך זיין צווישן מיר און רבי שמעון. עס איז גענוג א חידוש אז כדי צו קאנעקטן צו גאט זאל מען דארפן רשב"י אבער נאך פארהאנדלער האט מיר נישט אויסגעפעלט.
למעשה האב איך געוויסט אז איך מוז אריינפאלן איינמאל צו רבי מיילך צוליב צוויי סיבות. איינס וואס גיי איך ענטפערן פאר יעדער וואס פרעגט מיר ביסט געווען ביי רבי מיילך? דער עולם איז דאך אזוי אדוק אין אים אז מען וועט מיר אהנקוקן ווי א משוגע'נע, וואס ביסט נישט אריין צו רבי מיילך? עה א שאד. צווייטנס, ווי נישט ווי האט מיר גענייגערט אביסל צו זעהן מאי האי, וואס איז דאס וואס ציהט אזא גרויסע ציבור, אז מען פארט פון חוץ לארץ נאר אויף צו קענען מיטהאלטן א שבת בצל רבי אלימלך.
ביי שלש סעודות איז די ראש הישיבה אריבער. איטרעסאנט אז הרב יצחק דוד גראסמאן איינער פון די גרעסטע און באקאנסטע חרדישע רבנים אין ארץ ישראל, איז געקומען מיטהאלטן פאר א שעה צוויי. (ער איז גראדע אויך א קרוב)
עס איז געווען א מחזה צו זעהן. א ציבור פון בערך 200-250 זיצן און זענען זיך מתחמם לאורו. לויט ווי עס זעהט אויס איז אלעס דארט נישט פרעדיקטעבעל. מען קען נישט וויסן וואס קומט נעקסט. ער זינגט און שרייט און רעדט זאגט א מעשה און זינגט די מעשה, און זאגט איי עפעס א קליינטשיגע קבלה'לע, ווייזן פאר רבי שמעון אז מען מיינט עס ערנסט. כן בקודש חזיתיך. ער פארציילט מעשיות מיט נעמען פון מענטשן וואס האבן זיך אינטערגענומען צו אוועקגיין פון דעם שמוטץ און דורך דעם געהאלפן געווארן אז יענען איז א גרויסע בעל צדקה.
ער זאגט תורה שטייעדיג. עס איז דא אין די צענטער א גרויס ספעס און ער שפאצירן בשעת ער רעדט, ער קוקט ארום אויף אלע פיר זייטן זאגנדיג און זיגנדיג די דברי התעוררות.
איך האב נישט קיין סאך וואס צו זאגן, נאר אז עס איז געווען שיינע מעמד צו זעהן.
נאך אן אינטערסאנטע זאך אין א"י, אנדערש ווי אין אמעריקע. זענען א גרויס חלק פון די אינטערסטעיטס לאורכה ולרחבה פון א"י בלויז איין ליניע אין יעדע ריכטו, אהן קיין אפטיילער אינצווישן. ווען מען וויל פעסן א צוויטע קאר, ברויך מען אריינפארן אין די קעגנאיבערדיגע ליניע.
איך האב מיטגעהאלטן ווי א קאר פארנט פון מיר היאט געוואלט איברעכאפן א דאפלטע טרעילער, און איז אריינגעפארן אין די ליניע פון די קעגנקימנדע טראפיק.
למעשה האט ער זיך פאר'חשבונ'ט און א באס איז אים אקעגנגעקומען גאר נאענט, אזש ס'שוין נישט געווען מעגליך צו פארמיידן א צוזאמשטויס.
מה עשה? די דרייווער פון די דאבל טרעילער האט זיך אריינגעריקט אויפ'ן שאלדער, און אזוי זענען אלע דריי אריבעערגעפארן אויפאיינמאל!
זאגט נאר, אין אמעריקע קען מען אויך זעהן אזאנס?
עס איז מיר היינט אהנגעקומען א בילד פון הרב חיים שלום דייטש. עס איז פון יאהרן צוריק ווי ער לערנט פאר א שיעור אין 770 (זעהט אויס אז ער איז אמאל געגאנגן א פלאטשיקע הוט). איך האב נישט געטראפן אין וועלעכע אשכול עס צו לייגן. אבער צוליב איר חשיבות לייג איך עס דא.
📎 הרב חיים שלום דייטש מוסר שיעור.jpg
לויט מיין אינפארמאציע איז הרב ר' חיים שלום געווען א ליטאי, ער האט געלערנט ביי הרב שך און ווער ער איז נתפס געווארן צו ליבאויטש האט זיך הרב שך ממש געזעצט שבעה, און דאס איז טאקע געווען איינע פון די שטארקע זאכען וואס האט אנגעצינדען הרב שך קעגן ליבאויטש.
ער קומט פון א חסידישע שטוב.
א אינטערסטאנטע נקודה האב איך באמערקט אין ארץ ישראל. אלעס וואס געשעט גייט מיר אן. זאלעס זיין בחירות, פוליטקה, ביזנעס, אדער יעדער זאך וואס מען זעט און מ'האלט אז ס'יאז נישט ריכטיג, לאזט מען זיך הערען, מעג עס זיין ברבים, אין פראנט פון פרמעדע מענטשן, זאל זיין וואס זאל זיין מ'קען נישט טאלערירין קיין אומ'יושר. (אנדערש ווי מ'איז געוווינט "מיינ"ד יא"ר א"ן ביזנע"ס").
איך בין געפארן אויף'ן באס אין די הייליגע שטאט (אגב פרעג נאר א יוד מיט א קליין קאפעלע וואו ער וואוינט "בעיר הקודש" איז די ענטפער, מיט אזא געגועים).
ביי איינע פון די תחנות נאך וואס די נהג האט ארויפלאזט די פארער, און האט שוין פארמאכט די טיר איז פון א זייטיגע געסל ארויסגעלאפן א פרוי און געפאכעט מיט די הענט אז מ'זאל ווארטן אויף איר, קוים זי כאפט די אטעם אבער זי לויפט און פאכעט, איך האב דאס באמערקט און אנדערע האבן אויך באמערקט (די נהג האט נישט), די חילוק פון מיר און די אנדערע איז געווען א זיי לעבען אין ארץ ישראל, פלוצלינג האבן זיך געהערט קולות פון אלע זייטן פן די באס:
אהה, נהג, נהג, תעצור, רגע, נהג וכו',
מ'האט געקענט מיינען אז ס'איז דא א באמבע אויף די באס, עס האט געשריגן א יונגע חיילת פון די זייט און א עלטערע יוד פון די אנדערע זייט, כולם קורים בפה אחד נהג תעצור!
און די נהג האט זיך אפגעשטעלט און אויף געמאכט די טיר, און מיט א שעמעדיג פנים (ווי ער וואלט באגאנגען אן עולה) איברגעבעטן די פרוי וואס האט קוים עספיעט נאכצו יאגן די באס.
איך האב דעמאלטס געטראכט צו זיך, אין אמעריקע וואלט אזא זאך קיינמאל נישט געשען, קודם כל ווער דארף וויסן אז איך האב באמערקט, צווייטנס, זאל איך גיין שרייען און זיך אננעמען פאר א מענטש וואס איך האב קיינמאל אין מיין לעבען נישט געזען, און מסתמא וועל איך זיי מער קיינמאל נישט זען, דריטינס, מן הסתם זענען דא מענטשן אויף'ן באס וואס יאגן זיך זאל איך זיי גיין שטערען?, פערדענס די באס דרייווער האט נישט געזאגט "איים סארי דעטס די פאליסי",
די אמת איז אז ווען ס'וואלט געווען מיין ברידער וואס לויפט דארט וואלט איך אויך געשריגן, און דאס איז טאקע די סוד פון די יושבי ארץ הקודש, זיי אלע פילן זיך ווי ברידערס.