☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א גריס פון ארץ ישראל

א גריס פון ארץ ישראל

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8909
בלאט: 1 2 3

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 18, 2015 10:33 pm

· #276553
יש"כ [קרעדיט: בערל], ראש הישיבה, כ'האב אליין נישט אבזערווירט וואס איך אבזערוויר.

דאס פלעגט מיר אלעמאל אויפרעגן [כ'וואלט געזאגט 'אריין אין זאכן וואס רעגן מיר אויף', אבער 'אריין אין' איז די ערשטע אויף יענע ליסטע...], די אמעריקאנער וועלכע שלעפן מיט גאנץ אמעריקא אהין, דער דארף די סטעיק, דער די וואסער פארק, און א דריטער די "אמעריקאנע געגענט".

עס פלעגט מיר קאסטן א שטיק געזונט פאר ל"ג בעומר ווען די חברה זענען געקומען צו פארן צו ר' שמעונ'ענענען.

הבא ללמד » דינסטאג מאי 19, 2015 10:21 am

· #276652
ונבנתה העיר

דאס פלעגט מיר אלעמאל אויפרעגן [כ'וואלט געזאגט 'אריין אין זאכן וואס רעגן מיר אויף', אבער 'אריין אין' איז די ערשטע אויף יענע ליסטע...], די אמעריקאנער וועלכע שלעפן מיט גאנץ אמעריקא אהין, דער דארף די סטעיק, דער די וואסער פארק, און א דריטער די "אמעריקאנע געגענט".

עס פלעגט מיר קאסטן א שטיק געזונט פאר ל"ג בעומר ווען די חברה זענען געקומען צו פארן צו ר' שמעונ'ענענען.

דארפסט פארשטיין ווען מען פארט אויף ארץ ישראל היינטיגע צייטען פארט מען נישט ווי אמאל ווי מען איז געפארען פאר דע איינע ציהל צי שטייגען און עבודת השם, און פארשטייט זיך אז ווען מען איז געפארען איז עס געווען מיט א מחשבה תחילה אז מען לאזט איבער אלע גשמיות און חוץ לארץ דא גייט מען נאר דינען דיעם לעכטיגען בורא, וויפיל אידן האבען אפילו איבער געלאזט זייערע ווייבער און קינדער און חו"ל וויל זיי דיעס האט זיי אינגאנצען נישט אויסגעפיעלט פאר עבודת השם

היינטיגע צייטען ווען פארט אויף ארץ ישראל -ווער רעדט נאך אז ניצט דאס פאר אוויקעישען- פארט מיטן איינען ציהל צי מאכען א לעבען, פארשטייט זיך אז עס פאסט נישט צי זאגען אזוי גראב זאגט מען אז מען פארט צי ר' שמעון אדער צי באזיכען דע אלטע ירושלים'ער אידן, אבער דער אמת איז אז פארט מיט איין ציהל "צי מאכען א לעבן" , נא אז עס פעילט פין דע גשמיות אז מען האט נישט קיין גיטע סטעיק צי מען האט נישט א גיטע שלאף צימער וד"ל וואספארא לעבען קען מען שוין מאכען?

לאליפאפ » דינסטאג מאי 19, 2015 10:51 am

· #276666
הבא ללמד
אגב אז מען רעדט שוין פין ארץ ישראל וויל איך וויסען פארוואס מען קען נישט דארט קויפען א געשמאקע קאווע (נישט קאווע שטיבעל) אזוי ווי דא און אמעריקע, פארוואס האט זיך נאך קיינער נשיט אריין געלייגט און דיעם?
נאך אזאך ווען איך בין און ארץ ישראל האב איך נישט עפעס נארמאל צי עסען חוץ א פלאפעל, אבער א גיט שטיקעל פלייש אד"ג וועל איך פאר קיין געלד נישט טרעפען

כמעט אין יעדן איינציגן געז סטעישן איז דא צוגעטשעפעט א קליין קאווע געשעפטל מיט פרישע געמאלענע קאווע, א שטייגער ווי קפה קפה, קפה ג'ו, און נאך..

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 11:28 am

· #276691
אבער דאס איז דאך נישט נישט אינזער ביהמ"ד קאווע וואס מיר זענען געוואנט. א חוץ מזה האסט דארט געהאט אזא סייז קאפ אזוי ווי אין דיין אוועטאר ??

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 12:42 pm

· #276746
פיינע קאווע
ישר כח פארן עפענען די אשכול. ערגעץ לעבן בעלזא איז דא א שיינע רייע פון סטארס אלעס מיטן אמעריקאנער געשמאק. איך הער אסאך אמעריקאנע וואונען דארט.

די קניון הייסט 'רב שפע'. די געגנט לעבן דעם הייסט 'גני גאולה'. אויך איז יעצט געבויט געווארן א גרויסע בנין קעגן איבער רב שפע וואס הייסט 'פניני חמד. דארט איז דא הערליכע סוויטות צו פארדינגען. איך בין דארט איינגעשטאנען. עס דא דארט א הערליכע פאנאראמא. איך וועל באלד לייגן בילדער בע"ה פון די פאנאראמא. מען דארף זיכער מאכן אז מען באקומט א דירה וואס איז צו די זייט פון רחוב שמגר אדער צו דער בעלזער בעת המדרש.

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 1:40 pm

· #276771
דער בילד איז גענומען פון מיין דירה אויף איינער פון די העכערע שטאקן. איך האב נאך בילדער פון די פאנאראמא און בעסערע בילדער, אבער איך מוטשע זיך עס ארויף צו לייגן. מען זעהט די קרוין פון די בעלזער בית המקדש. ווייט אויף די רעכטע זייט זעהט מען רמת שלמה-שועפט. ביי אנדערע בילדער זעהט מען אויף די געגנט פון רמות.
📎 IMG_0006.JPG

Milk shake » דינסטאג מאי 19, 2015 2:03 pm

· #276781
מזונות סענדוויטשים אין די טעיק אוטס איז גאר שווער צו געפינען, אלעס איז מוציא. ווידעראום אין די מאפיות - בעקערייען איז שוין היינט דא אויסוואל פון מזונות ראולס, ס'רוב מאל שפירט זיך טאקע די מיץ - זשוס פעסט אין די טעם, אנצוהערן אז ס'איז טאקע א רעכטע מזונות, אמאל פלעגן די פיצא געשעפן אויך זאגן אז די פיצא איז א מוציא, היינט זאגן זיי איינס איז מזונות צוויי איז המוציא.

די שפיץ פון מיין נסיעה (פאריאר,) איז געווען צו קענען טרינקן א "אמעריקאנע קאווע" אין די הייסע גאסן פון מירון ביי 90 דעגריס, ווער דארף סושי אדער סטעיק אז מ'קען האבן א הייסע אמעריקאנע קאווע?

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 3:49 pm

· #276835
ערב ל"ג בעומר וואס איך בין שוין געווען אין מירון. האבן אונז מחליט געווען אז מיר כאפן זיך אריבער קיין צפת. אביסל אויף די בארג און אויכעט צו כאפן א טבילה אין די טהרה שטיבל פון די בית החיים (הנקרא די ארי' הקדוש'ס מקוה). אזוי אויך האבן אונז עפעס געוואלט ערלעדיגן אין עיר העתיקה צפת. מיר גייען אראפ צו גי כניסה פון מירון לעבן די תחנת דלק. דארט איז אויך דא עפעס א מזנון, דאכט זיך אז עס האט נישט די בעסטע הכשר. מיר פרעגן די שוטר ווי מען קען כאפן א באס קיין צפת. זאגט ער אז ביז ניינע ביינאכט ליל ל"ג בעומר קען מען נאך ווארטן דא, ערשט ביינאכט וועט מען מוזן גיין צו די קאלירטע באס סטאנציע.

נאך ווארטן א האלבע שעה, רופט אויס א שוטר אויף די רם-קול, אז מען מוז יא פאלגן די נייע הסדרי תנועה. און מיר מוזן גיין צו דארט ווי די פענער זענען בלוי.

שוין מיר גייען צו די באשטימטע ערטער, און מיר ווארטן נאך א צוואנציג מינוט ביז עס קומט אהן א באס וואס פארט קיין צפת. גלייך שפרינגט ארויף א איד צו די טיר און זאגט אז ער לאזט נישט קיינעם ארויף אויף די באס. ער פשוט און פראסט האט געהיידזשעקט די באס. ער קומט מיט א טענה, אני מחכה לאוטובוס שנוסע לכרמיאל יותר משעתיים, ואני לא אזוז מפה עד שהוא יסע לכרמיאל. עס האט נישט געהאלפן פודינו ומצילנו, דער רוקט זיך נישט פון ארט. ער זאגט אז תקראו למשטרה ואני לא אזוז. די עולם איז געווען אביסל אומגעדולדיג אבער זיך געהאלטן רואיג. מען האט זיך מתווכח געווען מיט אים, אבער עס האט גארנישט געהאלפן. ביז איינער האט אריבער געוואקט צו די מוקד פון די משטרה און געפועלט אז איינער זאל אריבער קומען. ווען יענער איז אריבערגעקומען האט ער נישט גארנישט געטוהן נאר אים געזאגט אז אני מטפל בענין ויסדר לך אוטובאס. שוין דער איד איז אראפ.

מען גייט ארויף וויפיל קאסט? 10 ש"ח כיוון אחד, און 17 הלוך וחזור. איך קויף גלייך הלוך וחזור, און בעט די נהג צו מאכן שתי נקיבות (צוויי לעכער אין די כרטיס). פרעגט ער למה, זאג איך בשבילי ובשביל אשתי. אזוי האב איך זיך געשפארט דריי שקל.

דערווייל איז געווארן נאך א וויכוח צווישן אנדערע נוסעים אויב זיי דארפן צאלן. ווייל זיי האבן געקויפט א הלוך וחזור ירושלים מירון. און היות אז זיי האבן נישט צוגעשטעלט קיין באסעס קיין ירושלים פון מירון, זענען זיי נישט מחוייב צו צאלן די הוצאות קיין צפת. דער נהג טענה'ט אז ער ארבעט פאר אן אנדערע חברה און עס האט נישט קיין שייכות. איז געקומען אן אמעריקאנער, און געזאגט אז ער איז מנדב פאר אלע דיע נוסעים די הוצאות קיין צפת אבער לאזט שוין די נהג פארען. אבער דיע נוסעים האבן אפגעזאגט טהנה'דיג אז עס איז א שאד די געלט און עס קומט נישט פאר אגד די געלט. נאך בערך צוואנציג מינוט טענות ומענות, איז מען למזל ארויסגעפארן קיין צפת.

איך האב ווידיאוס פון די וויכוחים אבער איך קען עס נישט לאדענען.

@ודי למבין דאס קען מען נישט מיטהאלטן מיט א געדונגענע קאר. 🙂

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 4:41 pm

· #276874
פרייטאג זענען אונז געפארן קיין צפת איינקויפן אויף שבת ביי 'מענדי'ס'. ער האט גאנץ פיינע עסן. ער לייגט אויס דארט טעצער מיט עסן און יעדער נעמט מה שלבו חפץ. אונז האבן זיך איינגעפאקט א שבת כסעודות שלמה בשעתו, אזויווי עס פאסט פאר א שבת אין מירון. איך האב מיך דערמאנט מיינע בחורישע שבתים אין גליל, ווי אונז האבן מיטגענומען כל מיני מטעמים, אה איז דאס גוט געווען. נאכן צאלן האב איך אוועק געלייגט די עסן אין קופסא און עס באהאלטן אויף די זיין.

מיר האבן זענען געגאנגען צופיס צו די בית החיים. מיר האבן געוואקט דורך שמאלע טרעפלעך צווישן הייזער. ווי מיר האבן געפרעגט האט מען אונז געענטפערט תרד במדריגות לכיוון ימינה. אזוי האבן מיר געוואקט ביז מיר האבן געזאן די בית החיים פון אויבן. אוי, דער בארג עס כאפט א ציטער, וויפיל קדושי מעלה ליגן דארט באגראבן. די אריז"ל האט מעיד געווען אז דארט ליגן בשעתו כפלים כיוצאי מצרים, וואס רובם זענען געווען בעלי רוח הקודש!! חיל ורעדה יאחזנו.

מיין ווייב האט געוואלט גיין צו רבי לייב בעל יסורים. זי האט געהערט אז ערב שבת איז 'סגולה' צו גיין דארט און מען קען פועלן. איך בין געגאנגן צו די ארי'ס מקוה אבער פארדעם האב איך געוואלט גיין צו די קברים ווי די אריז"ל מבי"ט רמ"ק און בפרט רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי. דאס איז געווען בערך דריי פירער נאכמיטאג. איך האב מיך אוועק געזעצט אויף די פלאטפארמע ביי די קברים. דארט איז דא א דעכעל וואס מאכט א שאטן, אבער עס איז דא א קליינע ווינטעל, און עס איז גאט געשמאק.

איך זעץ מיך אוועק און שטילע הייט זינג איך מיך אונטער תפילה לעני כי יעטוף ולפני השם ישפוך שיחו. אינצווישן זעצט זיך צו נאך איד און נאך א איד. ביז א צעהן פופצין מענטשן אין די נגינה איז געגאנגען אויף כח. השם שמעה תפילתי.... דערנאך האבן מיר געזונגען רבי שלמה קארלבאך'ס לכה דודי, דערנאך די מאזשיטצער לא תבשו, דערנאך קה אכסוף, אזוי אויך האבן מיר געזינגען די באקאנטע ויהיו רחמיך מתגוללים. ועוד, די קומזיץ איז אהנגעגאנגען איבער שעה, און געענדיגט מיט הייסע ריקודים פון תהא השעה הזאת, פתח שערי שמים, וטהר לבנו. דאס איז אלץ געווען מיט מענטשן וואס מיר קענען זיך נישט קיינער די צווייטע.

אה, מה נהדר היה המראה די קומזיץ פון ראש הישיבה אויף די צפת'ער בערג.

נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!!

בר-כוכבא » דינסטאג מאי 19, 2015 4:45 pm

· #276878
Re: א גריס פון ארץ ישראל
ווען פארסטו נאכאמאל? האסט פלאץ פאר מיר?

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 4:47 pm

· #276879
פידלער
א דאנק פאר די אשכול, ראש ישיבה. איך בין אויך געפארן אןיף די נסיעה און מיר איז גאר אינטערעסאנט געווען אז אויף די באס פון צפת קיין מירון זענעו פרויען און מענער געפארן געמושט, געזעסן זייט ביי זייט, אינגאנצן אויסגעמישט אן קיין שום פראבלעם.

דא אין אמעריקא מיינט מען אז דארט זיצט מען עקסטער. לא דובים ולא יער. איך בין געווען אויף זייער סאך קווים על פי רוב פרומע קווים. קיינמאל נישט געזען קיין שום סדר אויף דעם ענין.

גראדע וואס איך האב יא באמערקט אז אויף יעדע עטליכע זיצן איז דא א סטיקר וואס שטייט: שים לב, כל נוסע יכול לשבת בכל מושב,, חוץ ממקומות המסומנים לנכאים. להטריד נוסע בענין זה הוא נגד החוק. אדער עפעס ענדליך.

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 4:48 pm

· #276881
בר-כוכבא
ווען פארסטו נאכאמאל? האסט פלאץ פאר מיר?

וואס איז? דו קענסט אויכעט טוהן וואס דו ווילסט דארט.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 4:52 pm

· #276885
Re: א גריס פון ארץ ישראל
ראש הישיבה
פרייטאג זענען אונז געפארן קיין צפת איינקויפן אויף שבת ביי 'מענדי'ס'. ער האט גאנץ פיינע עסן. ער לייגט אויס דארט טעצער מיט עסן און יעדער נעמט מה שלבו חפץ. אונז האבן זיך איינגעפאקט א שבת כסעודות שלמה בשעתו, אזויווי עס פאסט פאר א שבת אין מירון. איך האב מיך דערמאנט מיינע בחורישע שבתים אין גליל, ווי אונז האבן מיטגענומען כל מיני מטעמים, אה איז דאס גוט געווען. נאכן צאלן האב איך אוועק געלייגט די עסן אין קופסא און עס באהאלטן אויף די זיין.

מיר האבן זענען געגאנגען צופיס צו די בית החיים. מיר האבן געוואקט דורך שמאלע טרעפלעך צווישן הייזער. ווי מיר האבן געפרעגט האט מען אונז געענטפערט תרד במדריגות לכיוון ימינה. אזוי האבן מיר געוואקט ביז מיר האבן געזאן די בית החיים פון אויבן. אוי, דער בארג עס כאפט א ציטער, וויפיל קדושי מעלה ליגן דארט באגראבן. די אריז"ל האט מעיד געווען אז דארט ליגן בשעתו כפלים כיוצאי מצרים, וואס רובם זענען געווען בעלי רוח הקודש!! חיל ורעדה יאחזנו.

מיין ווייב האט געוואלט גיין צו רבי לייב בעל יסורים. זי האט געהערט אז ערב שבת איז 'סגולה' צו גיין דארט און מען קען פועלן. איך בין געגאנגן צו די ארי'ס מקוה אבער פארדעם האב איך געוואלט גיין צו די קברים ווי די אריז"ל מבי"ט רמ"ק און בפרט רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי. דאס איז געווען בערך דריי פירער נאכמיטאג. איך האב מיך אוועק געזעצט אויף די פלאטפארמע ביי די קברים. דארט איז דא א דעכעל וואס מאכט א שאטן, אבער עס איז דא א קליינע ווינטעל, און עס איז גאט געשמאק.

איך זעץ מיך אוועק און שטילע הייט זינג איך מיך אונטער תפילה לעני כי יעטוף ולפני השם ישפוך שיחו. אינצווישן זעצט זיך צו נאך איד און נאך א איד. ביז א צעהן פופצין מענטשן אין די נגינה איז געגאנגען אויף כח. השם שמעה תפילתי.... דערנאך האבן מיר געזונגען רבי שלמה קארלבאך'ס לכה דודי, דערנאך די מאזשיטצער לא תבשו, דערנאך קה אכסוף, אזוי אויך האבן מיר געזינגען די באקאנטע ויהיו רחמיך מתגוללים. ועוד, די קומזיץ איז אהנגעגאנגען איבער שעה, און געענדיגט מיט הייסע ריקודים פון תהא השעה הזאת, פתח שערי שמים, וטהר לבנו. דאס איז אלץ געווען מיט מענטשן וואס מיר קענען זיך נישט קיינער די צווייטע.

אה, מה נהדר היה המראה די קומזיץ פון ראש הישיבה אויף די צפת'ער בערג.

נאר אין גליל קענסטו טוהן וואס דו ווילסט און קיינער וועט נישט לאכן פון דיר, און גאר מיטארבעטן מיט דיר!!

די ארץ ישראלידגע מיטעליטי איז מער היימיש ממילא אפי' די אמעריקאנע קעטשן ווען זיי זענען דארטן.

דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

פיין ווייטער צוריק....

לכבוד שבת קודש » דינסטאג מאי 19, 2015 4:55 pm

· #276888
.

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 19, 2015 5:04 pm

· #276892
גרויסע מענטשעלע

דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 5:07 pm

· #276898
Re: א גריס פון ארץ ישראל
לית דין בר נש

נישט אין וויליאמסבורג

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 5:09 pm

· #276902

מן הסתם וואינסטו אין מאנסי
אבער לעצטענס ריקען זיך אהין די וויליאמסבורגע זיי פארהאגנען די חן

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 5:10 pm

· #276905
Re: א גריס פון ארץ ישראל
HotCoffee
לית דין בר נש
גרויסע מענטשעלע

דוגמא גריס א גוט שבת פאר איינעם וועם די קענסט נישט אין גאנץ נ.י. ער וועט דיך אונקוקען פין לבנה ווייטער וואקן איז זיך אויסדריין 7 מאל אז אפשר קען מען זיך ווייל ער גריסט מיך משא"כ א"י איז דאס נערמאל אין מענטשליך.

אבי גירעדט
איך גריס יעדע שבת מענטשן וואס איך קען נישט, יעדע ענטפערט צריק גוט שבת חוץ דער וואס זאגט דעמאלס ברכת התורה גיבט אויך א שאקל מיט'ן קאפ
אסאך פון די אידן טרעף איך וועכנטליך, היינט גריסן זיי מיר נאך פאר איך קען זיי גריסן, איך ווייס נאכאלס נישט ווי אזוי זיי הייסן און צו וועלכע ביהמ"ד זיי גייען.

נישט אין וויליאמסבורג

אין וומסב דרייט מען זי אפי נישט אויס

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 5:11 pm

· #276906

און מען קוקט אייך אן מיט בייזע בליקן, אפשר טראגסטו און מגייט שרייען שאבעס.

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 5:18 pm

· #276913
גאר אינטרעסאנט איז צו זעהן ביי די כותל און אין מירון, וויאזוי די איזראעלי שנארערס שמעקן ווער עס איז אן אמעריקאנער. זיי שארען זיך צו צי יענעם אין בעטן א נדבה פאר די טאטע וואס מאכט חתונה די זיבעצונסטער קינד און איז אליין קראנק מיט יענע מעשה און די מאמע קען נישט וואקן. זיי האבן לכאורה א דיטעקטער וואס דיטעקט ווער איז אן אמעריקאנער און ווער איז פון זייערע.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 5:28 pm

· #276918
Re: א גריס פון ארץ ישראל
כבין געוועהן אין ארץ ישראל האב איך מיט גענומען אסאך סינגעלס אין די ערשטע פאר אידן האב איך געגעבן א דולר סגייט אדורך א 10 -15 מינוט כזעה ווי סהייבט אן ווערן א לאנגע ליין ביי מיר זיי קומען אריין אין שטובעל אין גלייך צו מיר.
וואס מיינט עטס כהאב געטועהן כהאב גענומען מיינע 4 ציצית אין די האנט.

אין די ציצית האט געראטעוועט

הבא ללמד » דינסטאג מאי 19, 2015 5:30 pm

· #276920
ראש הישיבה
גאר אינטרעסאנט איז צו זעהן ביי די כותל און אין מירון, וויאזוי די איזראעלי שנארערס שמעקן ווער עס איז אן אמעריקאנער. זיי שארען זיך צו צי יענעם אין בעטן א נדבה פאר די טאטע וואס מאכט חתונה די זיבעצונסטער קינד און איז אליין קראנק מיט יענע מעשה און די מאמע קען נישט וואקן. זיי האבן לכאורה א דיטעקטער וואס דיטעקט ווער איז אן אמעריקאנער און ווער איז פון זייערע.

מיר האט מען שוין לאנג אויסגעלערנט אז מען פארטאויף ארץ ישראל פאר מיט א אלטע טלית אן עטרה ווייל טאמער יא וועסטי נישט האבען קיין מיניט מנוחה

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 5:33 pm

· #276923
איך האב טאקע גענומען א פלענער דינע טלית אהן אן עטרה. אבער גיי ווייס פארוואס אוןן פון וואו. איך האב געמיינט אז אפשר זיי דערקענען די טלית בייטליך. זייט דעמאלס טוה איך אהן טלית און תפילין און באהאלט די בייטל און שטיי נישט לעבן דעם. אבער עס העלפט נאר למחצה לשליש ולרביע. סאם האו דערקענען זיי שוין ווער איז א חוץ'ניק.

הבא ללמד » דינסטאג מאי 19, 2015 5:40 pm

· #276926
מסתם ווייל עס איז געווען ל"ג בעומר און זיי פארשטייען אז יעדער צווייטער איז א גאסט, איך פאר געווענליך ווען דער היימישער עולם איז נישט דארט, איך קען נישט סובל צי זיצען אויפן פליגער מיט אלע יענטעס און ווי איך גיי שטויס איך מיר אן און זיי

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 5:51 pm

· #276933
הבא ללמד
מסתם ווייל עס איז געווען ל"ג בעומר און זיי פארשטייען אז יעדער צווייטער איז א גאסט, איך פאר געווענליך ווען דער היימישער עולם איז נישט דארט, איך קען נישט סובל צי זיצען אויפן פליגער מיט אלע יענטעס און ווי איך גיי שטויס איך מיר אן און זיי

אדער טו אזוי ווי ר' שש האט געטון, פאר מיט א רוסישער פליגער.

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 5:59 pm

· #276936
עס איז גראדע אינטרעסאנט אז דער היימישע עולם דאהי האלט אז אלעל סערוויס איז געפערליך. יעדער אין די עירפארט זאגט אז עס איז ענדערש צו פארן מיט יונייטעד אדער דעלטא. איך בין געפארן מיט אלעל, און זעה נישט וואס איז שלעכט מיט זיי.

מען דארף געדענקן אז פונקט ווען מען קויפט א קלייד וכדומה גייען מיר צו היימישע ווייל מיר ווילן שטיצן אונזערע ברודער, אזוי אויך דארף מען גיין צו א היימישע פליגער. 😉

הבא ללמד » דינסטאג מאי 19, 2015 5:59 pm

· #276937
בן אדם
הבא ללמד
מסתם ווייל עס איז געווען ל"ג בעומר און זיי פארשטייען אז יעדער צווייטער איז א גאסט, איך פאר געווענליך ווען דער היימישער עולם איז נישט דארט, איך קען נישט סובל צי זיצען אויפן פליגער מיט אלע יענטעס און ווי איך גיי שטויס איך מיר אן און זיי

אבער טו אזוי ווי ר' שש האט געטון, פאר מיט א רוסישער פליגער.

איך שיעם דיר צי זאגען אז מיין וויב וואלט קיינמאל נישט געפארען מיט א רוסישער פליגער קוים וואס איך האב איינמאל געקענט פוילן צי פארן מיט א סטאפ, נארמאל פאר איך נאר נאן סטאפ, אבער מיט א רוסישער פליגער מן דכר שמיה?

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 6:18 pm

· #276947
מיין ווייבס מאן וויל אויך בשום אופן נישט פארן מיט א רוסישער פליגער! בשעת איך האב געקויפט די טיקעט האט מען געקענט קויפן פאר 367 א טיקעט דורך רוסלאנד. איך האב אבער מעדיף געווען צו קויפן דיירעקט. איך האב נישט געהאטן ביי בלייבן שטעקן אין רוסלאנד אין די עירפארט וכדומה. איך פיר זיך אויף נישט צו פליען דורך איסטאמבול. אויב עס איז ביליגער וועל איך נאר פארן דורך די נארמאלע יוראפעישע לענדער ווי שווייץ האללאנד לאנדאן, אין ערגסטן פאל וועל איך פארן דורך פוילין אדער אינגארן.

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 6:18 pm

· #276949
יא, מיך וואלט טאקע אויך נישט איינגעפאלען אזוינס.

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 6:21 pm

· #276951
מיין קיבארד האט געשריבן "אבער" אנשטאט "אדער". די משמעות איז אנדערש. עצות קען איך געבן בעסערע.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 19, 2015 6:24 pm

· #276954
איך דערמאן מיך ווען איך בין אמאהל געווען אין לאנד, ווען איך בין נאך געוועזען היפש יונג, גיי איך אזוי אריין אין א שווארמע געשעפט, טויעם צו זיין עפעס נאך א גאנצען טאג בארדענען, דער אייגענטומער גרייט מיר צו א פיינע שווארמע, און ער פרעגט מיך אדוני סלטים? וועלכע סלטים איך דארף, איך קוק מיך אזוי אים, ער האט געהאט אן אויסוואל פון ישראלישע סלטים, א סעריע פון מאדנע חצולים, עטליכע סארט געפיקלטע זיתים, חמוס, אד''ג, איך האב נישט געקענט מחליט זיין, זאג איך אזוי ווילד תן מכל הכארא מעט...

דער האט געפענט א פאר אויגן אויף מיר? ווי מען זאגט מיינע עסן ריפסטו כארא? איך האב נישט געוויסט דער אמת'ע באדייט פינעם ווארט, און אמעריקא ניצט מען עס אויף יעדע מאדנע געמישטע טשאלאמאדא. מיין חבר האט מיר אויפמערזאם געמאכט אז אין ישראל מיינט כארא, צואה רותחות כפשיטו... איך האב געזיכט א לאך ווי מיך צו באהאלטן, איך האב אים מפייס געווען און געגבן א שיינעם טיפ, איך האף נאך עד היום אז ער איז מיר מוחל....

ראש הישיבה » דינסטאג מאי 19, 2015 6:29 pm

· #276957
דערמאנסט מיר ווען איך בין אהנגעקומען אלץ בחור אין ישיבה אין ארץ ישראל איז געווען א בחור דארט וואס האט ליב געהאט חצילים. ער וויל בעטן פון די קעכער נאך חצילים. פרעגט ער אן איזראעלי לץ וויאזוי רופט מען דיע עגפלענט? זאגט ער 'חיתולים'. גייט ער צו צי די קעכער און בעט אים איידעלערהייט: יש עוד חיתולים?????

דער קעכער איז געווארן מלא כעס.

דער וואס פארשטייט פארשטייט!

😂

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 6:35 pm

· #276960
אזוי האט אויסגעזען ביים דור הפלגה.

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 19, 2015 7:03 pm

· #276966
אז מען רעדט פון פיצא געשעפטען אין ירושלים איז דא א פיצא געשעפט כאב נאך אזאלכע פיינע פיצא נישט געהאט ס'הייסט j2 pizza

באשטעטיגט » דינסטאג מאי 19, 2015 8:04 pm

· #276999
1

איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 8:12 pm

· #277009
ראש הישיבה
כאפן זיך אריבער קיין צפת. אביסל אויף די בארג און אויכעט צו כאפן א טבילה אין די טהרה שטיבל פון די בית החיים (הנקרא די ארי' הקדוש'ס מקוה)

אינו נכון. די טהרה שטיבל איז אונטן הארט לעבן די ביהכ''ס ,איך האב אמאל נישט מער געדאכט אלץ יונגע בחור אריינגעבלאנדשעט אינמיטן א טהרה און איך געדענק נאר די מראה... ופשוט הוא אז אינעם ארי הק' מקוה פיט נישט קיין ב''מ. ומסיימים בטוב.

איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 8:24 pm

· #277022
אשפ''גתי טוב באשכול הזה ,תודה לכולם.

קפה נמס » מיטוואך מאי 20, 2015 3:17 pm

· #277356
@ראש הישיבה
ווען גייט דער רה"י ממשיך זיין די שיעור? די עולם ווארט מיט גרויס צמאון...

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 20, 2015 3:25 pm

· #277358
קפה נמס
@ראש הישיבה
ווען גייט דער רה"י ממשיך זיין די שיעור? די עולם ווארט מיט גרויס צמאון...

יעדער קען ממשיך זיין. איך בין נישט דער איינציגסטער דא וואס איז געווען אין ארץ ישראל די לעצטע 20 יאר. יעדער האט געהאט אינטרעסאנטע עפיזאדן.

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 20, 2015 3:48 pm

· #277372
ליל ל"ג בעומר
אלע יארן פיר איך זיך נישט דוקא צו זיין ביי די הדלקה. מה כל הרעש? איינער צינד דארט אהן די הדלקה, נע, איך בין נישט געקומען צו די שאו, איך בין געקומען צו רבי שמעון. מען קען זיך פרייען ווען אימער ווי אימער בשמחת רבי שמעון. דאס יאר האב איך מחליט געווען אז נאך אזויפיל מאל וואס איך בין געווען ביי רבי שמעון, מעג איך אויך איינמאל מיטהאלטן די הדלקה אויפן דאך פון די באיאנער רבי. איך האב געלאזט מיינע פילינגס פריי און געפרואווט צו מיטלעבן די מאמענט.

איי וואס זאל איך זאגן? איה העט? איך האב נישט די ווערטער צו שרייבן. די שטאטע ניגוני התעוררות פאר די הדלקה. עס האט נישט קיין ווערטער די מצב דארט. די הרגשים ווערן אויסגעצויגן וואס א מינוט. ביז ביז ביז מען זעהן אויף די סקרין ווי ער גייט צינדן אין די מוזיק הייבט אהן לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מען הייבט זיך אין די לופטן, מען ווערט וועיטלעס (weightless)! די שמחה וואס איז דארט דא, לדעתי איז א הרגש פון שמחה וואס מען פילט קיינמאל נישט. עס איז א שמחה למעלה מדרך הטבע.

שפעטער אינמיטן די נאכט, ווען איך בין צוריק צו מיין אכסניא, זעה איך אז מען גרייט זיך אויף עפעס אן הדלקה דארט!

הקיצור נאך א האלבע שעה קומט אהן די רב הכותל הרב ראבינאוויץ, מיט זיין טאטע אב"ד ירושלים, מיט א גאנצע גרופע פון בערך פופציג חברה, מיט אפאר גיטארס א קיבארד, ארה'לע סאמעט, און נאך אפאר מנגנים. עס הייבט זיך א גאנצע קומזיץ, מען גרייט זיך צו אן הדלקה. עס איז געווען גאר א געשמאקע קומזיץ. דערנאך האט הרב ראבינאוויץ געזאגט דברי התעוררות לכבוד המאורע, און דערנאך עודך א הדלקה מיט ריקודים, דאס האט אהנגעהאלטן א לענגערע צייט, ביז מען האט זיך געזעצט צו א סעודה לכבוד הרשב"י.

דאס איז געווען סתם א פערזענליכע אומגערעכטיטע באנוס וואס איך האב באקומען יענע נאכט.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 3:55 pm

· #277375
ראש הישיבה
לדעתי איז א הרגש פון שמחה וואס מען פילט קיינמאל נישט. עס איז א שמחה למעלה מדרך הטבע.

איך קען צושטימען!

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 20, 2015 4:01 pm

· #277376
איך בין שוין געווען אויף ל"ג בעומר 12 אדער 13 מאל. און עס האט מיר קיינמאל נישט אינטרעסירט דעם הדלקה. דער עיקר וואס האט מיר אינטרעסירט איז זיין דארט, דאווענען און אויך מיטהאלטן די שמחה. איך האב אלס געהאט א הרגש אז איך פאר צו רבי שמעון, א שטייגער מען פארט צו א רבי. גלייך ווי איך קום אהן גיי איך ארויף און נעם שלום פון רבי שמעון. איך נעם מיך מיט א זוהר אויף פרשת השבוע מיט א אידרא, און איך האב וואס צו טוהן פאר די טעג וואס איך בין ביי רבי שמעון.

די הדלקה האט מיך נישט אינטרעסירט. אבער יעצט אז איך בין געווען בין איך אנטוישט געווארן. איך זעה וואס דארט גייט פאר. ממש א שמחה וואס עין לא ראתה.

HotCoffee » מיטוואך מאי 20, 2015 4:03 pm

· #277377
Re: א גריס פון ארץ ישראל
בן אדם
מיין קיבארד האט געשריבן "אבער" אנשטאט "אדער". די משמעות איז אנדערש. עצות קען איך געבן בעסערע.

זאג דיין קיבארד ער זאל נישט שרייבן וואס ער וויל, נאר וואס דו דרוקסט...

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 20, 2015 4:16 pm

· #277380
שבת נאכמיטאג איז געווען ארגענאזירט דורך חב"ד-מירון (משפחת הלפרין) א פערברענג. דער משפיע הרב מענדל וועכטער האט פארברענגט. דער נאמען אליינס רופט ארויס א ציבור, וואס ווילט זעהן ווער דער מענדל וועכטער איז. עס איז געקומען א שיינע ציבור.

כנראה היות ער איז א סאטמארע פון געבורט איז זיינע פארברענגענס זענען אלס מיט הייסע וויכוחים. ער רעדט באופן וויכוח און דער עולם פרעגט דער זעלבע אופן אז די אטמאספערע ווערט הייס. על כל פנים איז דארט געווען עפעס אן אמעריקאנער אינגערמאן א בנש"ק וואס האט זיך געטענה'ט און אזוי אויך איז געווען עפעס א ירושלמער פעגער וואס האט זיך געטענה'ו. אלס וואס דער אמעריקאנער האט געפרעגט האט זיך דער טשאלעמער אהנגענומען און מסביר געווען אז דער ער פרעגט אויך דער זעלבער. דער אמעריקאנער איז געווארן אומגעדולדיג (זעהט אויס אז ער איז געווען מיעד אדער נישט גענומען זיינע איינשפריצן) און געזאגט פאר די טשאלעמער הער אויף און פגע דיך אפ פון מיר. דער טשאלעמער האט נישט נאכגעלאזט, און נאך אלס ממשיך געווען זיינע מעשים. דער אמעריקאנער האט געפלאצט און געכאפט א פישקע 'חריף' און אהינגעווארפן אויף די טשאלעמער!!

צו זיין מזל איז עס פונקט געלונגען אויף א ספרדי. דער ספרדי איז געווארן מלא כעס און געכאפט אן ענדליכע פושקע פון עסן און געשאסן אויף דעם אמעריקאנער!! עס האט אים באשמירט פון אלע זייטן.

אזוי האב איך באקומען נאך א באנוס show אומזיסט.

איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2015 7:27 pm

· #277459
דאס אלעס פאר די וואדקע אדער נאך?

בן אדם » מיטוואך מאי 20, 2015 7:34 pm

· #277462
פאר וועכטער אליין איז פיצא אויך גוט. דארף נישט דוקא וואדקע.

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:22 pm

· #278539
אין ירושלים האב איך געהאט די געלעגענהייט צו זיין ביי עטליכע שיעורים פון הרב חיים שלום דייטש. הרב חיים שלום איז א באקאנטע משפיע פון חסידי חב"ד. ער איז שוין דערמאנט דא אויף ק"ש א שיינע פאר מאל. ער גייט אהנגעטוהן מיט א סאמעטע הוט און שטריימל און בעקעטשע. ער האט אן ענוות חן, גאר א איידעלע לעכטיגע איד, און עס גיסט זיך אהבת ישראל פון אים. בנוסף צו דעם איז חסידות צו הערן פון אים א תענוג מוחשי. ער איז די ראש הכולל פון כולל צמח צדק וואס איז סטאנסירט אין אלט שטאט. דארטן לערנט ער פאר א שיעור יעדן צופרי פאר בעלי בתים און אנשים פשוטים. די שיעור איז אין ספר ליקוטי תורה און ספר התניא אזוי אויך אין עפעס א הלכה ספר. די שיעורים קען מען מיטהאלטן לייוו אויף די אינטערנעט דורך די וועב זייטל וואס הייסט חסידות.נט. אזוי אויך קען מען עס מיטהאלטן אויף קול הלשון פון ארץ ישראל.

שבת בין איך געגאנגן מיטהאלטן זיינע שיעורים אין בית המדרש 'מעייני ישראל'. מעייני ישראל איז א קהילה וואס איז נתייסד געווארן צו מקרב זיין די אזויגערופענע היימישע חסידים צו לימוד און דרכי חסידות חב"ד. הרב חיים שלום איז אויפגענומען צו דינען אלץ רב אין דעם קהילה. אזוי אויך דאווענט דארט הרב יקותיאל פארקאש, הרב חיים ליברמאן, הרב מענדל פויגל. איינע פון די הויפט משפיעים פון דעם קהילה איז הרב זלמן גופין וואס פארט ארום אין גאנצע לאנד פארלערנען די טיפסטע נושאים בחסידות. דער קהילה האט ניין בתי מדרשים און לאקאלן אין ארץ ישראל.

דארט האב איך געזען אז ביי די שיעור זענען בעיקר געווען די בחורים און מער פשוטע מענטשן. אבער די אינגעלייט עובדים האבן געלערנט בחברותא גאר טיפע חסידות. הרב חיים שלום האט פאר לכו נרננה פארגעלערנט מאמרים פון סידור עם דא"ח. שבת בייטאג האט ער פארגעלערנט א שיעור אין ספר ליקוטי תורה, וואס ער לערנט שוין פאר איבער פערציג יאהר.

בשעת דאווענען איז געווען א מראה צו זעהן ווי די אינגעלייט דאווענען בעבודה. זמן תפילה איז געווען 10:15 אבער מען האט ערשט אהנגעהויבן הודו 10:50, ווייל הרב חיים שלום האט פארגעלערנט ביז דעמאלס. מען האט געענדיגט דאווענען בערך 12:50. אבער די עובדים האבן געדאווענט ביז דרייע פיר אזייגער, און ערשט דערנאך אהיים קידוש מאכן. דא האב איך געזען ווי חסידות עט ווארק. מען האט געזען ווי אינגעלייט דאווענען באריכות בעבודה אזויווי פארצייטישע חסידים. אשרי עין ראתה אלה.
📎 הרב חיים שלום דייטש.jpg 📎 הרב חיים שלום דייטש 2.jpg

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:24 pm

· #278540
דא האט איר א בילד פאר הרב יקותיאל פרקש.
📎 הרב יקותיאל פרקש.jpg

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:27 pm

· #278542
הרב מענדל פויגל.
📎 הרב מענדל פוגל.jpg

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:29 pm

· #278543
הרב זלמן גופין.
📎 הרב זלמן גופין.jpg
בלאט: 1 2 3