☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8893

אשכול אן א טיטל #8893

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8893
בלאט: 1 2

— » זונטאג מאי 17, 2015 9:19 am

· #275774

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אויסגערוט » זונטאג מאי 17, 2015 9:41 am

· #275776
ס'הייסט אז ביי דער לעיק זיצן היימישע מידי שבת בשבתו בחורים ובתולות און רייכערען און ניצן די סעלפאון. האט זיך לעצטנס אנגעהויבן א מאוומענט פון עס אויסראטן. געהערט האב איך אז לעצטער וואך זענען די ראשי ישיבה אראפגעגאנגען אהין אום שבת מוחה זיין.

petergrifin » זונטאג מאי 17, 2015 9:55 am

· #275781
ממש ווי אין דער אלטע היים נאר מיט סעלפאון'ס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 10:24 am

· #275798
דער מעשה ציט שוין אפאר יאר. אין מיט'ן לעיקוואוד דרייען זיך אסאך א.ט.ד. נעבעך (אויף אונז אלע) און מ'קומט פון אנדערע שטעט נהנה זיין פונ'ם ברייטע פלאץ און שיינקייט. ס'איז געווארען א שטיקל צוזאמענקומעכץ יעדער שבת נאכמיטאג אינ'ם זומער ווי מ'דרייט זיך רח"ל מיט כל מיני עבירות ווי חילול שבת והמסתעף וד"ל. נישט אלע דארט זענען פולקאמער א.ט.ד.. ס'איז דא אפאר 'אנהייבער'ס', בחורים וואס זענען נאך אין ישיבה אדער נאך אלס עכ"פ פרום, אבער זייער לעבען איז זיי שווער און דארט טרעפען זיי ווי זיך צו דרייען. אוודאי נאך א פאר וואכען קוקען זיי אנדעריש אויס, אבער הייבען הייבט זיך אן דארט.
מענטשען וואס וואוינען דארט אין געגענט ווערען זייער געשטערט דערפון, אז זיי קענען נישט ארויסלאזען זייער קינדער און זיי האבען למעשה מורא פונ'ם השפעה אויף זייערע קינדער. אויכ'ט איז דער לעיק א מקום פאר שפאצירען שבת נאכמיטאג, וואס ווערט געשטערט פון די סארט זאכען.
אפאר יאר צוריק האט דער סאטמארער רב אין לעיקוואוד הרב מרדכי בצלאל קליין שליט"א גערעדט אין ביהמ"ד וועגען דעם, אז מ'דארף גייען שרייען שבת. ער האט גערעדט פונ'ם חילול שבת, נישט פון דאס אז מ'קען דארט נישט דרייען וכדו', אבער למעשה איז דאס געווארען א שטיקל באוועגונג צו גייען אהין מוחה זיין.
דער ראש ישיבה הרב ירוחם אלשין איז געגאנגען און מ'האט איהם אריינגערייכעט אין פנים אריין. מ'האט געזינגען שבת ניגונים ועוד, און דערמיט איבערגעגעבען א בקשה אז מ'זאל זיך ענדעריש דרייען ערגעץ אנדעריש.
דאס איז אלס פאר א יאר און צוויי יאר. היי יאר האט מען געמאכט א נייעם באוועגונג, מיט אפיציעלע צעטלעך אז ס'גייט פארקומען א הפגנה שבת פרשת אמור. אסאך האבען געמיינט אז ס'איז א שטיקעל פון א פאר היצקעפ, אבער למעשה איז ר' מלכיאל קאטלער געגאנגען מוחה זיין. איך הער אז מ'האט גענומען א ווידיאו דערפון, אבער איך האב עס נישט געזען. (אגב, איך האב אנגעהויבען קוקען ראשעקעל'ס ווידיאו, אבער נאך א פאר סעקונדע'ז האב איך געכאפט ווי עקעלהאפטיג דאס איז. שטייען מענטשען און שניידען זיך אפ פון זייער באשעפער מיט זייער חילול שבת, ווי קען מען צוקוקען?)
דער וואך איז געווען דער זאך ביתר שאת. א חבר פארציילט אז זיין עלעף יעריג קינד האט איהם געבעטען צו ער קען מיט גייען זיין חבר וואס זיין טאטע נעמט איהם אהין מוחה זיין! דער חבר האט נישט צוגעלאזט, אבער די קינדער וואס זענען יא געגאנגען זענען צוריקגעקומען מיט אפאר מושגים אין קאפ וואס זיי האבען נישט געהאט פאר דעם. די פרומע האבען געזינגען שבת לידער, און די פרייע האבען געמאכט לידער מיט געמיינע ווערטער צוריק צו שלאגען.
אן עסקן האט מיר געזאגט אז אסאך ווייניגער מענטשען (א.ט.ד.) זענען געווען דארט דער וואך, אבער כפי הנראה די וואס זענען געבליבען זענען די שלעגער'ס.
אסאך מענטשען האבען טענות אויף דער אויפפיראכץ, הן ווייל די סבה פאר'ן הפגנה איז נישט מוחה זיין אויף חילול שבת, נאר אויפ'ן בעסטען אופן צו היטען אונזערע קינדער, און אויפ'ן ערגסטען אופן סתם ווייל מיר ווילען דער לייק פאר זיך, אבער למעשה האט דער צד געזיגט, ביזדערווייל.

איך אויך » זונטאג מאי 17, 2015 10:32 am

· #275800
דער הרב קליין איז א מיושב בדעתו? זיין הכשר איז פארלעסליך?

קאך_לעפל » זונטאג מאי 17, 2015 10:44 am

· #275805
איך אויך
דער הרב קליין איז א מיושב בדעתו? זיין הכשר איז פארלעסליך?

הכשר ווייס איך נישט. אבער ער איז ליידער נישט אזוי שפו בדעתו... ער איז נישט אזוי אינדערארדענונג..

וואס עס ערבערגט איז, מיילא ביי אונז חסידים פארט דער יונגווארג אפ צילוב מעלאסטיאציע והמתעף, אבער דארט אינעם עיר התיירע? וואס איז דארט דער פראבלעם? ווי וואקסט אויס אזאנע יונגאטשען וואס זענען פרעכע מחללי שבתות, (נישט מיטן עירב טראגן ח''ו, ר' משה האט דאך געפסקענט אז רה''ר דאורייתא) מיט סיגאריות און טעלעפאנען... מי גידל את אלה? וואס איז דארט דער תירץ פון די שמד'סקאציע? מען קוועטש נישט גענוג אין רבי חיים אריין?

ברוך שאמר » זונטאג מאי 17, 2015 10:47 am

· #275807
איך אויך
דער הרב קליין איז א מיושב בדעתו? זיין הכשר איז פארלעסליך?

וואשזע ווילסטי הרב קליין ?

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 17, 2015 11:55 am

· #275841
אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?

מיימון » זונטאג מאי 17, 2015 11:56 am

· #275842
.
📎 article_83DE523862C342D2B69A343776FE3922.JPG 📎 article_A79851346720419FAEA26BD9137774B3.JPG 📎 article_243552B242194F61BF3688E5D9667A6F.JPG

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 12:53 pm

· #275871
געווענדליך הייסט הרב יהודה דזשייקאב'ס א איד א בעל דעת. אויב ער שטייט אונטער דעם, קען זיין אז מ'רעדט פון עפעס אנדעריש. מ'דארף צוווארטען צו הערען וואס ליגט באמת אונטער דעם.

Kool man » זונטאג מאי 17, 2015 1:53 pm

· #275883
שטילע אינגערמאן
אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?

לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 17, 2015 2:07 pm

· #275887
ווער האט געזאגט מען האט נישט פרובירט מיט שיינעם? אין איינע פון די קליפס דא זעהט אויס ווי א היימישער זיצט און שמועסט פריינטלעך מיט איינע פון די בחורים.

I'm back » זונטאג מאי 17, 2015 2:10 pm

· #275891
Kool man
שטילע אינגערמאן
אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?

לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..

איז נישט די לעיק א פאבליק פלאץ?

נולד מאוחר » זונטאג מאי 17, 2015 2:11 pm

· #275892
Kool man
שטילע אינגערמאן
אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?

לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..

קטנן אין דיין יארד ווילסטו סאך הכל יענעם פארשיקען, דא איז נישט דו תפקיד צי פארשיקן, עטליעסט עס וואלט נישט געדארפט זיין דו תפקיד, פונקט פארקערט מ'וויל זיי ציריק באקומען

מיימון » זונטאג מאי 17, 2015 2:29 pm

· #275900
.
📎 FB_IMG_1431887197858.jpg

שבת אחים » זונטאג מאי 17, 2015 2:31 pm

· #275901
Kool man
שטילע אינגערמאן
אה, יעצט גיין די או טי די אויפהערן מחלל שבת זיין, נאכן הפגנה גיין אלע כאפן א הרהור תשובה אין נעקסטע וואך שבת נאכמיטאג גיין זיי אלע זיצן אין BMG אין הארעווען,
קאמאן, זאג זיי א גוט ווארט, זא מקרב, ריף זיי צו דיר פאר א שבת סעודה, אפשר אפשר וועט דאס אויפטוען אבער שרייען אין זינגען?

לאמיר שיקען א כאפטע יונגען קטן'ען אין דיין פראנט יארד, לאמיך זעהן ווי די לאדענסט זיי פאר א סעודה, גרינג צו רעדען ווען די פראבלעם איז יענעמס..

ס׳איז נישט קיין פארגלייך בכלל ווייל קטנ׳ן אין פובליק איז נישט קיין נארמאלע זאך אין די גאנצע וועלט משא״כ רייכערן שבת איז נאר א פראבלעם אין די היימישע קרייזן , ס׳איז נישט קיין נייע זאך אז רוב אידן האלטן נישט קיין שבת און אזוי איז אויך געוועהן אידן אינדערהיים , מ׳האט געוואוינט טיר ביי טיר מיט מחללי שבת!

לויט ווי איך פארשטיי רעדט זיך דא פון אפאר נערישע יונגען וואס זוכן אביסלע אַטענטשעין און די אלע מחאות וועט נישט העלפן זיי צו פארטרייבן עס וועט זיי נאר מעהר אויפרייצן און ס׳וועט נאר ברענגען נעגיטיוו רעזולטס און ס׳וועט סתם אָנמאַכן unnecessary friction וואס נישט די מחללי שבת און נישט די שומרי שבת וועלן בענעפיטן פון דעם , זיי וואלטן זיי געדארפט טאָוטאַלי איגנאָרירן וואלטן זיי מעהר אויפגעטוהן לדעתי

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 3:13 pm

· #275911
דער שאלה איז נישט איינער פון רעכט. ווען א מענטש הערט וועגען א איד וואס שניידט זיך אפ פון זיין באשעפער, איז זיין רע'אקציע וועגען זיך העלפען? נאר וועגען זיך באשיצען? און נישט דער געוויין וועגען דאס קינד און זיין משפחה?! איהם צו ראטעווען משאול תחתית איז נישט געווען וויכטיג, נאר אפהיטען דיין שבת נאכמיטאג שפאציר?
און רעד נישט וועגען וואס מ'האט שוין געטוהן. קודם איז דא גאנץ ווייניג מענטשען וואס טוהן אין דער געביט, ביחס צו דער געברויך. אויך דער חינוך סיסטעם איז פונקט אזוי קאראפטירט אין לעיקוואוד ווי אין אנדערע ערטער. פריוואטע מוסדות וואס טוהן וואס איז גוט פאר זיי נישט פאר'ן קינד. ישיבות קטנות וואס עקזיסטירען פאר'ן תועלת און כבוד פונ'ם מנהל. בקיצור, עולם כמנהגו נוהג. און ועל כולם, מענטשען לעבען אפ אן דער קהלה שטיצע וואס ס'נויגט. ב.מ.ג. האלט צוריק יעדער אפציע אז א ביהמ''ד זאל שטייען זעלבסטשטענדיג מיט א רב א בעל דעת וואס קען העלפען די זאכען. וועגען דעם איז דער הפגנה א שלעכטע זאך.

שבת אחים » זונטאג מאי 17, 2015 3:19 pm

· #275916
איך האב אלץ קינד געהערט א מעשה פונעם וויזניצער רבי ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל , יונגערהייט פארן קריג איז ער געוועהן רב אין ווילחאוויץ, יעדע שבת פלעגן פרייע יונגען זיך פארזאמלען אויף די גאס אקעגן איבער די שטאָטס שול זיי פלעגן דארט שמועסן רייכערן און פארברענגן און מחלל שבת זיין בפרהסיא , מ׳האט אפאר מאל געזאגט פאר די רב ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל און ער האט זיך נישט צו טוהן געמאכט דערפון פאר א שטיק צייט ,

איין וואך האט ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל מודיע געוועהן די גבאים אז שבת צופרי וועט ער קומען שפעט און מ׳זאל נישט ווארטן אויף אים , מ׳זאל אנהייבן דאווענען אָן אים , די גבאים האבן נישט פארשטאנען און זיך שטארק געוואונדערט אויפן רב,

שבת צופרי איז ער טאקע נישט אנגעקומען צום דאווענען און אזויווי יעדע וואך האבן די יונגען זיך צוביסלך פארזאמלט פאָרנט פונעם שול און מחלל שבת געוועהן , ווען מ׳האט געהאלטן טיף אינמיטן דאווענען איז דער רב געקומען צו גיין און די ריכטינג פון די יונגאַטשען און צוגעגאנגען צו די קופּקע און זיי אלע העפליך באגריסט ׳א גוט שבת׳ און זיך אראפגעזעצט דארט צווישען די יונגען כאילו ער איז איינער פון זיי , פארשטייט זיך זיי זענען אלע געוועהן מוראדיג שאַקט און קיינער האט זיך נישט דערוואַגט צו עפענן די מויל ,

ר׳ חיים מאיר׳ל האט זיי געזאגט אז ער האט געהערט אז מ׳שמועסט און מ׳פארברענגט דא געשמאַקערהייט א יעדע שבת און ער האט איינמאל געוואלט הערן וואס איז אזוי אינטערסאנט דא און פון וואס מ׳שמועסט דא און אזוי איז ער געזעצן מיט זיי פאר אפאר מינוט און פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט געהאט די העזה צו רעדן א ווארט ווען די שטאטס רב זיצט מיט זיי , זענען זיי אלע געזיצן אין שטימעניש פאר אפאר מינוט ביז דער אמרי חיים האט זיך אנגערופן , נאָ אז מ׳רעדט דא גארנישט איז עס דאך ממש א שאָד צו פארברענגן די צייט לאמיר ענדערש אריינגיין אין ביהמ״ד דאווענען און ער האט זיך אויפגעשטעלט און אריינגעגאנגען אין ביהמ״ד ווען אינטער אים גייט מיט די גאנצע קופּקע יונגען וואס שטינקען פון ציגערטלעך...

פון נעקסטע וואך און ווייטער איז קיינער מעהר נישט געשטאנען און פארברענגט אקעגן די שול , זיי זענען פון דארט נעלם געווארן , דאס איז געוועהן א קלוגע רב וואס האט געטראכט פאר ער האט געטוהן עפעס און וואס די רעזולטס גייט זיין , זי״ע,

געהערט די מעשה פון ר׳ משה שנעבאלג שליט״א ,טשערנאוויצער רב

הקטן » זונטאג מאי 17, 2015 3:45 pm

· #275925
@שבת אחים איז הייליג גערעכט.
אויב עפעס דארף דארט זיין א שיינע עונג שבת - א שבת אחים - (אן קיין קינדער) און אינווייטען די מיט די ציגערעטליך צו נעמען א טייל.

איז דא א בית חב"ד אין לעיקוואד?

געוואלדיג » זונטאג מאי 17, 2015 4:20 pm

· #275936
עצות האב איך נישט, אבער ווען איך זעה די קליפ רייסט דאס מיר ביים הארץ, ווי יונגע שעפעלעך האבן זיך אפגעריסן פונעם עץ החיים לחצוב להם בורות נשברים, מיין הארץ ווייטאגט צו זעהן די חילול שבת און די מעשים פון די יונגען, השי"ת זאל שוין איבערדרייען זייער הארץ צום גוטן.

הכותב וחותם בדמע
געוואלדיג

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 4:20 pm

· #275937
און די מיידלאך?

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 17, 2015 4:22 pm

· #275940
געוואלדיג
ווי יונגע שעפעלעך האבן זיך אפגעריסן פונעם עץ החיים

מיר רייסט אויך די הארץ ווי די עץ האט זיי אויסגעשפיגן.

איך אויך » זונטאג מאי 17, 2015 5:07 pm

· #275965
שמעוני רבותם! וואלט געווען געווען מעגליך צו בעהטען בכול לשון של בקשה ריצוי ותחנונים פון די ארויפגעקוקטע 'אופגעקלערטע' חשובי האנטי סעמיטן אויב זיי קענען ברוב טובם וחסדם ביטע שעהן באוויליגן נישט באלעסטיגן ממש יעדע איינציגע אשכול מיט אנטי-חרדיש געמויזעכטס??!

גענוג איז גענוג! מען האט אייך געהערט איין מאל צוויי מאל און טויזענט מאל. פיין איר האט וויסט פיינט דאס חרדישן געזעלשאפט ,אלע רביס/רבנים זענען באטריגער און נאר די מחללי שבת זענען ענקער וועגווייזערס און די וואס גייען מיט גוים זענען גאר חשוב ביי אייך ,'אונזער גאט' איז נישט ענקערס ,אלעס פיין און ביטער אבער מוז מען ממש יעדע אשכול פרחזרן מיט די זעלבע רעטאריק?

שבת אחים » זונטאג מאי 17, 2015 5:57 pm

· #276004
קען איינער ביטע מסביר זיין וואס און אויף וועמען פונקטליך רעגט מען זיך דא ? אויף די יונגען וואס רייכערן שבת ? וואס ווילט איר מ'זאל טוהן ? פראטעסטירן ? זיי פארשטיינערן ? ארעסטירן ?

הרב @איך אויך ווי האט מען פארחזרט די אשכול? וואס פונקטליך דריקט אייך?

דער עולם האקט אין גרויסן, 😠 🙂 נעמטס איין א טשיל פיל 😎

איך אויך » זונטאג מאי 17, 2015 6:09 pm

· #276009
ליין ביטע איבער דער יונגעלע'ס און מיין תגובות במתינות ,אויב דו פארשטייסט נאך אלץ נישט פרעג איבער.

הקטן » זונטאג מאי 17, 2015 6:16 pm

· #276014
חברה, מיר דארפן האבן א מהלך וואו אזוי מיר און אינזער קינדער קענען לעבן זייט ביי זייט מיט די otd
דאס איז א נייער מציאות וואס אויב משיח קימט נישט בקרוב וועט דאס ווערן מער און מער

דאס דארף נישט צו שטערן אויף שטעלן א נייער שיינער דור אויב נעמען מיר דאס אריין און חשבון -
פארקערט דאס האט גאר די מעגליכקייט צו בויען אטענטישע אידישקייט וואו קיינמאל בעפאר און אינז ציגרייטן צי ביאת הגואל

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 17, 2015 6:16 pm

· #276015
זיי מיינען צו זאגן אז וואו סדא צוויי צדדים למטבע (מן הסתם אזוי וואו רוב פעלער) וועלן ביי די יעניגע די חרדים אלעמאל זיין ראנג און די אנדערע גערעכט ,
…קען זיין אז פונקט דא בוסטו גערעכט הגם וואו איך האב עס געזען האט עס אויסגעזען גאנץ ענדליך צו די התנהגות פון אמרי חיים , ווייל מאיז דאך נישט געגאנגען שרייען שבת און ווארפן שטיינער מאיז דאך נאר אריבער זינגען

שבת אחים » זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

· #276016
איך אויך
ליין ביטע איבער דער יונגעלע'ס און מיין תגובות במתינות ,אויב דו פארשטייסט נאך אלץ נישט פרעג איבער.

איך פארשטיי וואס ענק זאגן אבער ווי קומט עס דא אריין און וואס האט הוידל מיט בוידל , וואס האט ארי מאנדל צוטהן מיט אפאר נערישע שקצים אין לעיקוואד, וואס מישט מען דא יוצרת? וואס האט עס דא געפלאצט אלעס וועגן רויטע׳ס תגובה וועגן די עץ ? איך פארשטיי נישט דעם ויצעקו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

· #276017
ווען דער פייערצינדער קומט פארלעשען דער פייער דארף מען ערשט זיך רעגען. דאס האט נישט מיט די 'צדקות' פון דער מחלל שבת, און קיינער דא האט נישט פארגעשטעלט אז אזוי האט מען געמיינט. שבת דארף מען היטען און קינדער דארף מען ריכטיג ערציען און מ'דארף פיהרען א מוסד הרבים פאר'ן תועלת פונ'ם רבים, נישט פאר'ן תועלת הפרט.

הקטן » זונטאג מאי 17, 2015 6:21 pm

· #276019
חאצקעל שניידער
וואו איך האב עס געזען האט עס אויסגעזען גאנץ ענדליך צו די התנהגות פון אמרי חיים , ווייל מאיז דאך נישט געגאנגען שרייען שבת און ווארפן שטיינער מאיז דאך נאר אריבער זינגען

דו כונה פין גיין זינגען איז צו גיין שטערן, עט ליסט אוזוי קוקט דאס אויס
דאס וועקט אויף א צד שכנגד און קען ווערן א פארמעסט.
אסך מער בינען קען מען פאנגען מיט האניג וואו מען קען מיט עסיק

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 6:25 pm

· #276020
מ'כאפט נאך אסאך מער מיט מיסט, איז וואס?

Yossy » זונטאג מאי 17, 2015 6:26 pm

· #276021
איך אויך
שמעוני רבותם! וואלט געווען געווען מעגליך צו בעהטען בכול לשון של בקשה ריצוי ותחנונים פון די ארויפגעקוקטע 'אופגעקלערטע' חשובי האנטי סעמיטן אויב זיי קענען ברוב טובם וחסדם ביטע שעהן באוויליגן נישט באלעסטיגן ממש יעדע איינציגע אשכול מיט אנטי-חרדיש געמויזעכטס??!

גענוג איז גענוג! מען האט אייך געהערט איין מאל צוויי מאל און טויזענט מאל. פיין איר האט וויסט פיינט דאס חרדישן געזעלשאפט ,אלע רביס/רבנים זענען באטריגער און נאר די מחללי שבת זענען ענקער וועגווייזערס און די וואס גייען מיט גוים זענען גאר חשוב ביי אייך ,'אונזער גאט' איז נישט ענקערס ,אלעס פיין און ביטער אבער מוז מען ממש יעדע אשכול פרחזרן מיט די זעלבע רעטאריק?

זיי נישט ברוגז , אבער דער אייבערשטער זאל העלפען זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין , אינזער סיסטעם כהיום שפייט אויס צענדליגער אדער הינדערטער בחורים יעדען זמן , סיי קינדער וואס גייען ארויס פון כיתה ט , סיי בחורים וואס דארפען ארויף גיין פון ישיבה קטנה צי ישיבה גדולה , דארפען דוירכגיין גיהנום , סיי זיי אליין אין סיי די עלטערן, די קינדער באקומען פונקטליך די הרגשה אז כלל ישראל דארף זיי נישט האבען אין פון די אנדערע זייט שמייכעלט די גאס צי זיי אין ממאכט זיי פילען גיט , יעדע אנפאנג זמן דרייען זיך אסאך בחורים פון גיטע שטיבער אויפען גאס ווייל מען נעמט זיי נישט צירוק אין ישיבה , ניין מרעדט נישט פון פארדארבענע בחורים אמאל קען זיין אז ער האט געמאכט א פייער אדער אנדערע נארישע בחורישע שפיצלעך , אסאך פון די וואס פירען די סיסטעם זענען גרויליגע מענטשען מיט מדות מושחתות מאוד הארצלאזע מענטשען. אין רוב קעיסעס קימען די קינדער למעשה אן אין א ישיבה נאכען דורכגיין שבעה מדורי גיהנום אין ליידער אסאך מאל בלייבען זיי אויפען גאס , די סיבה פארוואס די ווייסט אפשר נישט ווייל קיינער וויל זיך נישט אויספראקען ברבים , אבער יא די מצב איז זייער ביטער אין סזעט נישט אויס אז סוועט בעסער ווערן אויב זיכט מען נישט די שורש פון די פראבלעם
עס איז א פאקט אז א בחור וואס איז אביסעל שוואכער פון א בינוני ווארפט מען זיך ארום אין nobody cares סא קום נישט וויינען ווען בחורים זענען מחלל שבת כאילו איינער קערט .
אדרבה קיק זיך אים נאך די נעקסטע בין הזמנים אין ביהמד אין כאפ א שמועס מיטען בחור אדער עלטערן אין פראביר אביסעל שתדלנות אין לאמיר רעדען נאכדעם גלייב מיר די מצב איז ביטער .

שבת אחים » זונטאג מאי 17, 2015 6:35 pm

· #276023
Yossy

👍 👍 👍
אוי ביסטו גערעכט יוסלע זיסער ! יעדעס ווארט איז אמת ויציב , ווען איך קען וואלט איך דיר געגעבן א באזונדערע לייק פאר א יעדע ווארט אין דיין תגובה

הקטן » זונטאג מאי 17, 2015 6:38 pm

· #276024
Yossy
אסאך פון די וואס פירען די סיסטעם זענען גרויליגע מענטשען מיט מדות מושחתות מאוד הארצלאזע מענטשען.

איך ווייס נישט אויב דאס איז די קעס - וואס זאל די ישיבה טון אויב דער בחור איז נישט ציגעפאסט צי די ישיבה
דאפן זיי טאקע לאזען אפברענען די דארמעטארי

וואו איז דיין הארץ? פארוואס עפענסטו נישט אויף קיין ישיבה?

כלל ישראל דארף א סעלאשען נישט די מנהל פין די ישיבה
ס'גארנישט ראנג מיט די סיסטעם, ס'קעטערט נאר נישט פאר א יעדעם איינעם.
וואס פעלט אויס איז א parallel סיסטעם וואס זאל קעטערען פאר וועם די איצטיגע סיסטעם שטעלט נישט צי
ביז דערווייל איז נישט דא קיין געהעריגע סעלאשען

דאנט געט מי ראנג דו סיסטעם עס איט איז מעג זיך אויך אסך פארבעסרן אבער נישט דאס איז די פראבלעם

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 6:42 pm

· #276027
ס'איז שוין אויסגעדראשען אויף ק"ש קוק דא ועוד פלעצער. אני העני האב דא עפעס געשריבען דערוועגען.

רוסישער » זונטאג מאי 17, 2015 7:08 pm

· #276042
שבת אחים
Yossy

זיי נישט ברוגז , אבער דער אייבערשטער זאל העלפען זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין , אינזער סיסטעם כהיום שפייט אויס צענדליגער אדער הינדערטער בחורים יעדען זמן , סיי קינדער וואס גייען ארויס פון כיתה ט , סיי בחורים וואס דארפען ארויף גיין פון ישיבה קטנה צי ישיבה גדולה , דארפען דוירכגיין גיהנום , סיי זיי אליין אין סיי די עלטערן, די קינדער באקומען פונקטליך די הרגשה אז כלל ישראל דארף זיי נישט האבען אין פון די אנדערע זייט שמייכעלט די גאס צי זיי אין ממאכט זיי פילען גיט , יעדע אנפאנג זמן דרייען זיך אסאך בחורים פון גיטע שטיבער אויפען גאס ווייל מען נעמט זיי נישט צירוק אין ישיבה , ניין מרעדט נישט פון פארדארבענע בחורים אמאל קען זיין אז ער האט געמאכט א פייער אדער אנדערע נארישע בחורישע שפיצלעך , אסאך פון די וואס פירען די סיסטעם זענען גרויליגע מענטשען מיט מדות מושחתות מאוד הארצלאזע מענטשען. אין רוב קעיסעס קימען די קינדער למעשה אן אין א ישיבה נאכען דורכגיין שבעה מדורי גיהנום אין ליידער אסאך מאל בלייבען זיי אויפען גאס , די סיבה פארוואס די ווייסט אפשר נישט ווייל קיינער וויל זיך נישט אויספראקען ברבים , אבער יא די מצב איז זייער ביטער אין סזעט נישט אויס אז סוועט בעסער ווערן אויב זיכט מען נישט די שורש פון די פראבלעם
עס איז א פאקט אז א בחור וואס איז אביסעל שוואכער פון א בינוני ווארפט מען זיך ארום אין nobody cares סא קום נישט וויינען ווען בחורים זענען מחלל שבת כאילו איינער קערט .
אדרבה קיק זיך אים נאך די נעקסטע בין הזמנים אין ביהמד אין כאפ א שמועס מיטען בחור אדער עלטערן אין פראביר אביסעל שתדלנות אין לאמיר רעדען נאכדעם גלייב מיר די מצב איז ביטער .

👍 👍 👍
אוי ביסטו גערעכט יוסלע זיסער ! יעדעס ווארט איז אמת ויציב , ווען איך קען וואלט איך דיר געגעבן א באזונדערע לייק פאר א יעדע ווארט אין דיין תגובה

איר זייט תולה דער גאנצער פראבלעם אין דער איין און איינציקער סיבה?! וואס איז מיט די שפילערס וואס זענען אנגענומען געווארן נו פראבלעם? און וואס איז מיט די ערטער וואו דער שטאטישער ישי"ק איז א המשך פון חדר און מ'נעמט אן אלע? משל לה"ד אז איינער וועט זאגן אז אן ציגארעטן וואלט מען ניט געוואוסט פון יענע מחלה

מרדכי » זונטאג מאי 17, 2015 8:08 pm

· #276068
טראגן מיטן עירוב דארף מען גיין פראטעסטירן און נאכשרייען. רייכערן אין שבת, וואס ווילסטי פין דעם תינוק שנשבה. די סיסטעם ......

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 9:52 pm

· #276112
צו וועמען רעדסטו? ווער דא האלט פון שרייען שבת אויף איינער וואס טראגט אין די געסער פון וומב''ג?

געוואלדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 6:28 am

· #276191
הקטן
Yossy

ס'גארנישט ראנג מיט די סיסטעם, ס'קעטערט נאר נישט פאר א יעדעם איינעם.

דאס מיינט אז די סיסטעם איז ראנג.

נופת צופים » מאנטאג מאי 18, 2015 8:14 am

· #276197
געוואלדיג
הקטן
Yossy

ס'גארנישט ראנג מיט די סיסטעם, ס'קעטערט נאר נישט פאר א יעדעם איינעם.

דאס מיינט אז די סיסטעם איז ראנג.

לאו דווקא אז דאס הייסט א צובראכענע סיסטעם. פונקט אזויווי אונזער סיסטעם קעיטערט נישט פאר'ן כינעזער אדער אנדערע, קעיטערט עס נישט פאר שוואכע בחורים.

אבער דער בחור וועם דו האסט אויסגעשפיגן און די קעיטערסט נישט צו אים, קענסטו נישט פארלאנגען אז ער זאל זיך צושטעלן צו דיין סיסטעם, און רייכערן וואו דו ווילסט ער זאל רייכערן און ווען דו ווילסט ער זאל רייכערן.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 9:31 am

· #276209
[ציטאט אראפגענומען]

נאך נישט, מען האט נאך נישט געשריגען " פוי"

הקטן » מאנטאג מאי 18, 2015 9:55 am

· #276218
נופת צופים
געוואלדיג
הקטן
Yossy

ס'גארנישט ראנג מיט די סיסטעם, ס'קעטערט נאר נישט פאר א יעדעם איינעם.

דאס מיינט אז די סיסטעם איז ראנג.

לאו דווקא אז דאס הייסט א צובראכענע סיסטעם. פונקט אזויווי אונזער סיסטעם קעיטערט נישט פאר'ן כינעזער אדער אנדערע, קעיטערט עס נישט פאר שוואכע בחורים.

אבער דער בחור וועם דו האסט אויסגעשפיגן און די קעיטערסט נישט צו אים, קענסטו נישט פארלאנגען אז ער זאל זיך צושטעלן צו דיין סיסטעם, און רייכערן וואו דו ווילסט ער זאל רייכערן און ווען דו ווילסט ער זאל רייכערן.

כלל ישראל בעוולט דעם בחור מיט נישט צו שטעלן אן אנדערע מסגרת אן אנדער סיסטעם.
די טענה איז נישט אויף די ישיבה סיסטעם.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 3:31 pm

· #276322
אבער גיין מאכען א מוחאה אין זינגען און בעטן אז מען זאל געבן געלט און עסן פאר משפחות וואס האבען נישט, דאס טוען זיי נישט... משוגענע ליטוואקעס!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 18, 2015 8:58 pm

· #276516
וואס טוהן נישט די משוגענע ליטוואקעס? מ'זינגט נישט פאר געלט? ווא''ט א''ר י''ו בלאזערינ''ג אבאו''ט?

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 18, 2015 9:01 pm

· #276520

petergrifin » מאנטאג מאי 18, 2015 9:05 pm

· #276522
אשפ״ג!!!!

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 9:07 pm

· #276524
Who is this dude?

HotCoffee » מאנטאג מאי 18, 2015 9:14 pm

· #276528
His name is Turx, a comedian.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 18, 2015 9:23 pm

· #276532
ער שרייבט אין עמי און אין המודיע אונטער'ן נאמען מרדכי שמוטער

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 9:29 pm

· #276534
אה א פיינער שרייבער.
בלאט: 1 2