☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8893

אשכול אן א טיטל #8893

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8893
בלאט: 1 2

יואליש » מאנטאג מאי 18, 2015 10:30 pm

· #276552
מיר קוקט אויס אז די לעיקוואד תשליך מארש האט נישט מיט קדושת שבת, לאפוקי שיטה'ס אשכול וואס לערענט אפ אז ס'באדערט פאר די מארשירערס אז א צווייטער רייכערט אדער רייסט א גראזעל אים שבת. ווען די קינדער וואלטן זיך צוזאמגעקומען אין א לאקאל מאול וואלט קיינער נישט געקומען מארשן. מיר שיינט אז די סיכסוך איז ענטערש איבער טערעטאריע, קאנטראל און קולטור'על העגעמעניע. די מארש איז אן אינוואזיע. לעקוואוד אידן ווילן האבן די טייך כולו פאר זיך, אן דאס דארפן לעבן זייט ביי זייט מיט אירע שבת'לאזע קינדער. זיי ווילן אז די טייך און זייער סעטארדעי עפטערנאן שפאציר - נישט די קינדער - זאלן בלייבן שבת'דיג.

דאס איז גארנישט אנדערש פון יעדע געגנט קאנפליקט צווישן אלטע און נייע תושבים וועלכע קענען זיך נישט פאראייניגן איבער די כאראקטער פון די געגענט. טאון אוו מאנראו וויל נישט די ק"י כאראקטער זאל איבערנעמען זייערע גאסן, וויליאמסבורג וויל נישט דער היפסטער זאל איבערטוישן די כאראקטער פון זייערע גאסן. וכו' וכו'


כנלע"ד

smart » מאנטאג מאי 18, 2015 10:39 pm

· #276554
קאם אן
עס איז נישט קיין טעראטערי קאנפליקט..

זיי ווילען ערציען זייערע קינדער ווען גלייך דערנעבן ביים וואסער קומט פאר וואס זיי ווילען אז זייערע קינדר זאלן נישט צוזעהן.

אזוי ווי די פלאץ באלאנקט נישט פאר זיי קענען זיי גארנישט טוהן נאר שיינערהייט זיי אומבאקוועם מאכן אז זיי זאךן זיך א טרעפן צווייטע פלאץ וואו צו פאברענגן.

לעטס בי האנוסט. ווען סאיז דא א גרופע יעדע שבת אויף דיין בלאק וואלסטו זיי נישט געוואלט זעהן אוועק פון דארט?? איך מיין פארוואס דווקא נאר ווען סהאט צוטוהן ווען די בני צורה קומען שיינער הייט זינגען ניגינום פון שבת זיי צו ענג מאכען האלסטו אז עס א ריעלעסטעט קאנפליקט??

דו וואלסט גארנישט געווען בעסער

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 18, 2015 10:48 pm

· #276555
ליטוואק פון בודאפעסט
ער שרייבט אין עמי און אין המודיע אונטער'ן נאמען מרדכי שמוטער

שמוטער איז א צווייטער.

יואליש » מאנטאג מאי 18, 2015 11:30 pm

· #276565
סמארט, דו זאגסט גארנישט אנדערש פון מיר. דו און איך האלטן אז ס'איז נישט אז ס'ארט זיי אלס ערבות וואס יענער טיט; זיי ווילן פשוט פרעזערווירן די גאס אין איר כאראקטער און גייסט וואס איז לרוחם. כ'האב נישט געזאגט אז דאס איז א ריעל עסטעיט / פינאנציעלע קאמף.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 19, 2015 12:08 am

· #276576
Turx
Turx איז א בערך דרייסיג יעריגע אינגערמאן פון לעיקוואד. זיין אידיש נאמען איז אברהם יעקב טערקלטויב. ער קומט פון א וואוילע לאס אנזשעלעס משפחה, און איז א איידעם אין בארא פארק ביי הרה"ח ר' יצחק אוירבאך. אברהם יעקב שרייבט א וועכנטליכע קאלום אין עמי. די ארטיקל איז געווענדליך א נושא אויפן סדר היום געמישט מיט הומאר. א אייזערנע קאפ און א אייזערנע פעדער. כאפ אמאל א שמועס מיט אים, ער פארשטייט די וועלט און קען אויך זיין גאר ערענסט. זיין קאמעדיא קאריער האט זיך אנגעהויבן מיט אפאר יאר צוריק אויף יוטוב מיט א רייע שפאסיגע קליפס, פון דארט קיין טוויטער און פעיסבוק אין אריין אין די מעינסטרעים. זיין הומאר איז אנדערש מיט דעם אז עס איז א געמיש פון זיין בעקגראנד, חסידיש היימיש מיט אן האליוואד טעם פון זיין היים שטאט.

נאך פרטים אויף זיין linkedin אקואנט: <a class="postlink" href="https://www.linkedin.com/pub/jake-turx/24/339/215">https://www.linkedin.com/pub/jake-turx/24/339/215</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 19, 2015 9:19 am

· #276618
ונבנתה, איך האב אמאל געזען אין א מאמר פון טורקס אז ער שרייבט זיין נאמען אלס שמוטער. אפשר האב איך דעמאלס נישט פארשטאנען דער וויץ, און איך האב א טעות געהאט

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 19, 2015 9:39 am

· #276627
smart
קאם אן
עס איז נישט קיין טעראטערי קאנפליקט..

זיי ווילען ערציען זייערע קינדער ווען גלייך דערנעבן ביים וואסער קומט פאר וואס זיי ווילען אז זייערע קינדר זאלן נישט צוזעהן.

אזוי ווי די פלאץ באלאנקט נישט פאר זיי קענען זיי גארנישט טוהן נאר שיינערהייט זיי אומבאקוועם מאכן אז זיי זאךן זיך א טרעפן צווייטע פלאץ וואו צו פאברענגן.

לעטס בי האנוסט. ווען סאיז דא א גרופע יעדע שבת אויף דיין בלאק וואלסטו זיי נישט געוואלט זעהן אוועק פון דארט?? איך מיין פארוואס דווקא נאר ווען סהאט צוטוהן ווען די בני צורה קומען שיינער הייט זינגען ניגינום פון שבת זיי צו ענג מאכען האלסטו אז עס א ריעלעסטעט קאנפליקט??

דו וואלסט גארנישט געווען בעסער


און גיין צום ים (וואסער, לעיק) אום שבת איז יא שבת'דיג?

הוגה » דינסטאג מאי 19, 2015 12:51 pm

· #276750
ווער קען מלמד זכות זיין?
_20150519_124943.JPG

הקטן » דינסטאג מאי 19, 2015 1:06 pm

· #276760
זיין אבוויעס קאנקלאשען איז אביסל פאר פעשט
איך בין מלמד זכות אז ער פארשטייט נישט פינקטליך וואס זיין ראש ישיבה באדערד
אויך אז זיין סארקאזעם דיטעקטער בעטערי איז אביסל שוואך יעצט
ער פארשטייט נישט די מעסעדש וואס זיין ראש ישיבה וויל אים איבערגעבן
לויט וואו איך פארשטיי זאגט זיין ראש ישיבה: העלא! דא רעדט מען פון עכטע ווייטאג אויף ביידע זייטן


נאך אלץ איז דאס נישט די וועג דאס צו זאגן

הוגה » דינסטאג מאי 19, 2015 1:07 pm

· #276761
איך זוך א לימוד זכות אויף די ראש ישיבה. לדוגמא, מ'קען מלמד זכות זיין אז דער ר"י איז א סיגוט'ער אייניקעל...

הקטן » דינסטאג מאי 19, 2015 1:12 pm

· #276763
הוגה, איך האב פארשטנען - מיין בעטערי איז ב"ה OK

אויב איז דאס אמת איז דאס אביסל נעריש פין די ראש ישיבה, סדא אנדערע וועגן וואו אזוי דאס קען געזאגט ווערן
ס'איז מיר אבער שווער אנצינעמן אז זיין ראש ישיבה זאל אים שיקען אזא טוויט

וחלופיהן » דינסטאג מאי 19, 2015 3:35 pm

· #276826
די רבנים און בני העיר דארפן זיך אויסלערנען א פשוטן פרינציפ: מיינד יור אן ביזנעס.

דיינע קינדער ווערן געשעדיקט ווייל זיי זען חילול שבת? ברענג אנדערש אויף דיינע קינדער.
א טויש אין דער כאראקטע פון דער נייבארהוד? דער נייבארהוד איז נישט דיינס און דו האסט אויך אמאל געטוישט א צווייטנס כאראקטער.
מען דארף מקיים זיין הוכח תוכיח? גיי אין די מקוואות נאכן שקיעה, זיי מוחה אויף די גנבים און גזלנים מאלעסטערס און שופכי דם.
עס טוט דיר וויי אז מען איז מחלל שבת? איז בלייב דארט ווו דו וועסט נישט זען ווי אנדערע זענען מחלל וכשם שמצוה לומר דבר הנשמע...
זארגסט דיך אויף דער עוה"ב פון די מחללים? זיי דארפן נישט דיין זארג און האסט דיך געדארפט זארגן ווען די סקולס האבן זיי נישט אנגענומען.
די שפירסט אז דיין פאויער ווערט שוואכער אז מען זאגט מען איז ביי דיר מחלל שבת בפרהסיא און פירן א פאר הונדערט מענטשן צום טייך פארשטערקערט דיין פאויער? צו דעם האב איך נישט קיין ענטפער.

בקיצור מיינד יור אן ביזנעס, עס זענען דא מענטשן פון "גוטע שטיבער" (וואטעווער דאט מינס) וואס ווילן נישט היטן שבת אנד געט אווער איט. אז עס געפעלט דיר נישט איז לערן נאך א שטיקל אוה"ח הק' און האב זיי אינזינען.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 26, 2015 12:56 pm

· #278173
הוגה
ווער קען מלמד זכות זיין?


אויף רשעים טאר מען נישט מלמד זכות זיין.

אפשר זאהל מען מלמד זכות זיין אויף היטלר?

אוי נעבעך זיין טאטע פלעגט איהם שלאגען. אוי נעבעך מען האט איהם ארויסגעווארפען פון סקול.
אוי נעבעך ער איז געזיצען אין תפיסה. אוי נעבעך ער איז אדורעך די צווייטע וועלט מלחמה.

איך אויך » דינסטאג מאי 26, 2015 3:52 pm

· #278247
מאכסט א אומהיימליכן אומוויסענדע קוגל צווישן מלחמה געליטענע (אלעס וואס דו ביסט אדורך און וואס דו וועסט אדורך גיין אין דיין לעבן איז צוקער זיס אקעגן איין איינציגע טאג אין אושוויץ אדער מאטהויזן וכו') און א טאטע אנגעשריגענער.

Kool man » דינסטאג מאי 26, 2015 4:36 pm

· #278259
וחילופיהן,
you're wrong, wrong and wrong!
א סביבה איז משפיע, נישט קיין חילוק וויאזוי מ'ווערט אויפגעצויגען, דאס איז געוועהן די פראבלעהם ביי קאמוניזם, משכילים, אין אלע צייטען, די סביבה הרגעט, און איך פארשטיי נישט פארוואס די זינדיקע יונגען און מוידען קענען נישט גיין רויכערען און רייסען גראז ביי א וואסער ווי ס'רעגט נישט אויף אזויפיהל שכנים, האבען זיי טאקע נישט קיין געפיהלען און מענטשליכקייט?
בלאט: 1 2