☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #6538

אשכול אן א טיטל #6538

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6538

— » פרייטאג מאי 30, 2014 5:54 pm

· #203683

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 30, 2014 6:01 pm

· #203685
די שרייבער זעהט אויס ווי א אינסיידער, זעהט אויס ס'איז איבערגעבליבן דארט א פך שמן.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 30, 2014 6:03 pm

· #203686
אנאנים: ייש"כ פאר ברענגען אזאלכע הארצרייסנדע רעפארטס. דער עוילעם האט שוין געמעיגט פארבלייבן אין ביהמ"ד צו זאגן סליחות. שלאפן קענמען דאך שוין סייווי נישט. נאר איך וואלט מייעץ געוועין פאר אלע אנדערע בחורים אז זיי זאללן אויכעט פאקן פעק און גיין אהיים. דאס וואלט געוועין א גוטע סורפרייז און א גוטע לעקציע פאר די אלע אזויגערופענע ראשי ישיבה און משגיחים.
נאר כ'האב מורא אז די גאנצע מעשה איז געוועין נישט מער ווי חלום בלהות. א "נייט מעיר" וואס עטליכע בחורים וועלכע באזיצן סמארטפאונס האבן געהאט. טראכטנדיג א גאנצע צייט אויב די משגיחים וועלן אויסגעפונען זענען זיי אויף צרות. ויהי לפלא... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😳 😉 😃 🙂 😮

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 30, 2014 6:06 pm

· #203687
אין אנדערע נייעס ווערט יעצט געמאלדן אז קאווע טרינקער וועט באלוינען אלע וואס וועלן העלפן די פארשעהמטע בחורים טרעפן א צווייטע ישיבה, קולוג', שידוך, דזאב וכו'

עפל סיידער » פרייטאג מאי 30, 2014 6:41 pm

· #203691
לאמיר הערן וואס די חכמי המקום דא האלטען מען זאל טון מיט א בחור וואס טינוף'ט ארום אין אינטערנעט, שלעפענדיג יעדן שני וחמישי נאך עטליכע בחורי חמד צום אינטערנעט סוער.

עס איז שוין דא מב' א חלק.

סמיילי » פרייטאג מאי 30, 2014 6:47 pm

· #203692
זייער גיט, כל הכבוד, וואס זיכען די בחורים און א ישיבה??
זאלען זיי גיין ארבעטן אדער און קאלעדזש, סתם זיי משוגע מאכען און ישיבה? די דשאוק מעג זיך שוין אויפהערען

יואב » פרייטאג מאי 30, 2014 6:51 pm

· #203694
דאס איז דער פראבלעם, מ׳מיינט אז מען דארף טון. שוין גענוג געטון. הייב אן ״טראכטן״ פאר א טשעינדש. הייב אן זען אז פון טיילן פעטש, זרק׳נען פון ישיבה, קאנפיסקירן סעלפאון׳ס וועט זיך גארנישט טוישן. אינטערנעט וועט בלייבן ביי די בחורים, צוזאמען מיט די סייעתא דשמיא וואס וועט בלייבן ביי די איגנאראנטישע מנהלים, וועלכע מיינען זיי זענען קלוגער פונעם מציאות.

טיטאניק » זונטאג יוני 1, 2014 8:08 am

· #203752
מורי ורבותי חברים יקרים
איך האב ליב צי זאגען וואס "איך האלט" און לאו דוקא וואס "די האלסט" דעריבער זאלען אלע מיר מוחל זיין וואס איך גיי שרייבען, ווייל אזוי ווי איך האב ביז היינט געשריבען וואס "איך האלט" בין איך דאס ממשיך בלי מורא

יא דער עולם רידערט מען שעלט דעם שאצער ראש ישיבה א עזות א ווילדקייט א בארבארישקייט וואס נישט? זייט המן איז נאך אזאנס נישט געווען, א היינטיגע רשעות'דיגער אכשיר דרא רעליגיע
אלעס פיין און וואויל, אבער לאמיר אייך פרעגען, טראכט אריין אין אזא פאל: איר זענט א גרויסער מכניס אורח, איר נעמט אריין מענטשען ביי אייך אין שטיב צי עסען וכו, און א משוגעת האט אייך אנגעכאפט און איר זענט מחליט ציליב וועלכע סיבה עס זאל נאר נישט זיין, אבער איר זענט מחליט אז ביי אייך אין שטיב מעג מען נישט אריין קימען מיט "רויטע זאקען", אזוי איר האט דאס נישט ליב און איר ווילט דאס נישט זען ביי אייך אין שטיב,
איך פרעג אייך, איז א מענטש בארעכטיגט צי זאגען אז ער וויל נישט קיין רויטע זאקען אין זיין הויז? יא! ווייל עס איז זיין הויז, און אז די ווילסט דוקא יא גיין מיט רויטע זאקען דעמאלס גיי נישט אריין אין זיין הויז! קיינער צווינגט דיר נישט אריינציגיין דארט! עס איז זיין הויז און ער האט די אלע רעכטען צי באשליסען וואס מען מעג יא אריינברענגען און וואס נישט!
יעדער איז מודה אז עס איז א משוגעת, אבער ער האט רעכט, און ווען א בחור זאל מחליט זיין דוקא יא אריינציקימען מיט רויטע זאקען וועט יעדער זאגען אז דער בחור האט זיך "אליינס ארויסגעווארפען" ווייל ער האט געוויסט אז דער בעל הבית וויל דאס נישט, איז וואס זיכסטי זיך?
דער ראש ישיבה (גראדע קימט עם קרעדיט, עס איז דא א גרויסע מאנגעל פון ישיבות און ער האט מתוך שלא לשמה ציגעשטעלט א גיטע סערוויס, א נייטראלער ישיבה פארען ברייטען ציבור, און ער וועלט זיך נישט אזוי, ער נעמט אריין כמעט יעדעם)
בקיצור ער האט באשלאסען צי געבען פאר די בחורים גיטע סערוויס, ממש אלעס, און די טאטעס צאלען עם געלט אז ער זאל זיין פאראנטווארטליך אויף די שמירה פון זייערע בחורים, ער זאל זיין מחנך זיין, ער זאל לערנען מיט זיי, און די עיקר האלטען א עין פקיחה אז קיינער זאל נישט קאליע מאכען זייער אוצר,
דער ראש ישיבה טרייט זיין בעסט, (איך גיי נישט אריין צי די סיסטעם איז יא אדער נישט גיט, ער טיט די בעסטע וואס זיינע קליענטען בעטען פון עם) ער לערנט מיט זיי דאווענט מיט זיי, געבט זיי צי עסען און צי שלאפען, אלעס
אבער איין טאג ווערט ער געוואר אז א מגיפה נעמט ארים זיין ישיבה, טאטעס ריפען עם אן אז זיין בחור איז געוואר געווארען פון די גרעסטע שמיץ אין די וועלט ציליב א בחור וואס שלאפט אין זיין צימער און האט אפענע אינטערנעט אויף זיין סעל, דער טאטע האט געשריגען צי דער ראש ישיבה "ביי מיר אין שטיב רעדט מען א איידעלע שפראך, ביי מיר אין שטיב געב איך אכטיג אויף מיינע אוצרות מיט זיבען אויגען, איך האב קיינמאל גארנישט געשפארט פאר זייער חינוך, אלעס די שענסטע און די בעסטע, און דא ער גייט אין א ערליכער ישיבה, און טאקע דארט מיז ער קאליע ווערען? ווערען א רודף זימה? ווערען א בחור פיל מיט שאלות אין א אומנה"? דער טאטע האט געשפירט אז עולמו חרב בעדו, עכט א גיטער פיינער טאטע מיז זען ווי די חינוך פון 17 יאר גייט לטמיון אין איין מיניט ווייל זיין זין שלאפט אין איין צימער מיט א בחור וואס האט א אפענער סעל,
אזוי זענען געווען פיל מיט טאטעס וואס האבען געמאכט קולות אויף דער ראש ישיבה, אז זייערע בחורים גייען מטה מטה, עס ווערט ווי א מגפה, איין בחור מאכט נאך דער צווייטער און די פייער ברענט, פון איידעלע תמימותדיגע בחורים ווערען זיי מושחתים בכל הענינים
דער ראש ישיבה וועלכע האט אייביג געלאזט די בחורים לעבען, און נישט געקוועטשט צי שטארק האט יעצט געפילט אז דאס לאזען די בחורים אביסעלע לויז, דאס האט עם געברענגט די מגיפה, און ער האט זיך גענימען געבען דרשות אין ישיבה און פון פריש ערווענט און דערמאנט אז אין זיין ישיבה טאר מען נישט האבען די כלים, און ער האט זיי געזאגט אז דאס איז א תנאי קודם למעשה! א בחור וואס וויל אזא סעל, געזינטערהייט אבער נישט דא! דא וויל איך עס נישט האבען!
ער האט זיך געבעטען צי זיי, געוויינט צי זיי, אבער די 8 בחורים האבען זיך אויסגעלאכט אין די פויסטען, דער ראש ישיבה וויינט די טאטעס וויינען די מאמעס וויינען און 8 בחורים מאכען פורים פון יעדעם
ענדליך נאכען זען אז רעדען מיט שיינעם און בייזען העלפט נישט, האט דער ראש ישיבה באשלאסען אז ער גייט נישט לאזען ציגרינד לייגען "זיין" ישיבה וואס ער האט געבויט מיט בליט און פלייש, און 8 מחוצפים גייען נישט מער קאליע מאכען אנדערע און טין ככל העולה על רוחם, און איין טאג האט ער אריינגעריפען די 8 בחורים יעדער באזינדער און מיט שיינעם געבעטען אז אדער "געבסטי אהער די כלי אדער גיי פון דא, מיסט נישט בלייבען דא קיינער צווינגט דיר נישט, אבער אויב די ווילסט אזוי שטארק דא בלייבען, פליז ברענג עס נישט אריין דא"
די בחורים האבען געלייקענט שטיין און ביין אז זיי האבען דאס, און אין דארמיטארי האבען זיי געלאכט אין די פויסטען פון דער ראש ישיבה,
דער ראש ישיבה זענדיג כי כלתה אליו הרעה, האט ער באשלאסען צי מאכען די אבלאווע

יעצט פרעג איך, האט נישט דער ראש ישיבה גיט געטין?
אמת, די אלע 8 בחורים זענען יעצט גרויסע רחמנותער, אמת זיי האבען נעבעך געליטען בושות, און האבען יעצט נישט ווי צי גיין, נעבעך
אבער האבען זיי ביז יעצט נישט איבערגעצויגען אלע שטריקלעך? האבען זיי ביז יעצט נישט געמאכט א לעבען אויף אלע נבלה זייטלעך און מיט דעם מהנה געווען אנדערע איידעלע בחורים? האבען זיי נישט איגנארט די אלע ווארענינגען? האט נישט דער ראש ישיבה די רעכט צי היטען אויף די בחורים וואס זייערע טאטעס צאלען טייער שכר לימוד? האט נישט דער ראש ישיבה אזוי פיל רעכט צי זאגען אז ער וויל נישט קיין רויטע זאקען אין ישיבה?
בחורל, ווילסט דוקא אזוי שטארק א אפענע סעל, ביטע זייער, אבער פארשטיי אז ער איז בעל הבית דא, און אפגעזען צי ער איז יא אדער נישט גערעכט לגבי סעלפאנס, אבער לגבי צי באשליסען וואס יא און וואס נישט אריינציברענגען אין זיין פראפעטי, דאס האט ער יא רעכט צי פאדערען, און אז די ווילסט נישט פאלגען וואס ער בעט, האסטי מיט דעם "זיך אליינס ארויסגעווארפען", בחור'ל ביסט זיך ערליך ווערד דאס געלט, יא די האסט זיך בידיים אליינס ארויסגעווארפען
וואס גייט יעצט זיין מיט דיין עתיד?
די שאלה איז צי דיר אליינס האט עס יא אמאל בארירט די שאלה, צי די האסט זיך אלץ אויסגעלאכט פון דיין טאטע מאמע מלמד מנהל ראש ישיבה, די האסט אייביג געטין אלעס אינטער זייער ריקען און פארשטאנען קליגער, סא גיי טי וואס דיין הארץ באגערט, טי אלע עבירות און בלעים נישט קיינעם, ביסט א גדול, כמעט 18 און די קענסט שוין באשליסען צי די ווילסט זיך אינטער לייגען אינטער א פארענדיגער טרעילאר צי נישט, דיין דיסישען, ווילסט זיך לייגען אינטער א טריעלאר, ביטע זייער, אבער האב נישט קיין טענות צי קיינעם אז די ווערסט ציפליקט אויף פיצלעך, די האסט געוואלט דאס טין, מען האט דיר געווארנט, מען האט זיך געבעטען צי דיר, אבער די האלסט אז די פארשטייסט בעסער, געזינטרעהייט גיי!
דער בחור איז סתם א צילאזטער פארשוין, אפילו ווען אנאנים וועט גיין נעמען געלט און באצאלען קאלעדזש פאר עם וועט ער אויך פליען פון דארט ווייל ער איז א בן בלי עול, און נאכדעם ווען ער וועט זיין טיף אין די ערד גייט ער יעדעם באשילדיגען יעדער וועט זיין שילדיג אין זיין מפלה, יעדער אלע רבנים ראש ישיבות טאטע מאמע ווער נישט? מען האט עם דאך געווארפען אזוי אימשילדיג פון ישיבה, סתם פאר בליט דארשטיגע רשעות!

חברה, ווי האט יענער געזאגט? אלע נח נח'ס זענען משוגע אבער נישט אלע משוגעים זענען נ נח'ס
אמת די ראשי ישיבות טויגען נישט, רבנים זענען קאראפטירט אבער נישט אייביג און נישט אלעמאל זענען זיי שילדיג, עס באשטייט נאך צווישען 150 בחורים 8 חיות 8 בחורים בלי עול 8 מחוצפים וואס מען קען נישט האנדלען מיט זיי ווי מיט מענטשען

איך טיטאניק רייס אראפ זייער אסאך די רבנים, יא זיי זענען אסאך שילדיג, אבער דאסמאל זאלען די בחורים און אלע זייערע שטיצערס פעסען ריעלעטי, און נישט זיך לאזען פאפען, יעדע מצב מיז מען באהאנדלען מיט אמתדיגע אויגען און נישט מיט קיין פילינגס
אמת די ווערטער "א ראש ישיבה האט געווארפען בחורים" הערט זיך זייער זייער אימשילדיג פון די בחורים'ס זייט, אבער נישט אייביג זענען זיי אזוי אימשילדיג

איך ענדיג מיט די ווערטער, מיינע בחורים האבען אויך א סעל, אבער א כשר'ע, און איך וואלט קיינמאל נישט געשיקט מיין זין אין א ישיבה ווי דער ראש ישיבה לאז צי אז בחורים דארט זאלען לאזען אנדערע בחורים קיקען פ*** סייטס
און איך געב גערעכט פאר דער ראש ישיבה, פארען דעס טין ווייל ער האטט רעכט צי זאגען וואס ער וויל יא און וואס ער וויל נישט אין זיין ישיבה

און פארגעסט נישט אז בזמן שבית המקדש היה קיים פלעגט מען האקען קעפ פאר א בחור פון 15 יאר וואס האט מחלל שבת געווען וכו', יא געהאקט קעפ
אמאל זאגט די תורה אז עס איז נישט שייך קיין רחמנות, דער גדול דארף וויסען אז יעדע זאך האט א פרייז
ווילסט א סעל? ווילסט אפענע שמיציגע סייטס, געזינטערהייט אבער האב נישט קיין טענות אויף רב מאסקאוויטש ווייל ער וויל דאס נישט און ער איז דא בעל הבית

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 1, 2014 9:31 am

· #203764
אויב ער האט געוואוסט אזוי קלאר אז זיי האבן די סעלס, פארוואס האט ער זיי נישט פריוואט אריינגערופן און געזאגט, גייטס אהיים עטס באלאנגסט נישטא. פארוואס איבערדרייען א ישיבה אינמיטן דערנאכט, און חרוב מאכן זייער עתיד?

איך אויך » זונטאג יוני 1, 2014 9:34 am

· #203766
אויף דעם זאגט שוין טיטאניק אז ער האט א רעכט צו ווייזן א לעססאן פאר זיין ישיבה ,אויב ער האט טאקע קודם פראבירט אלע שיינע וועגן.

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 1, 2014 10:03 am

· #203768
רעדנדיג מיט א בחור פון דארט דעם שבת זאגט ער מיר, אז די מעשה האט א בארד פון דא ביז פאריז.

מען האט אויפגעוועקט די בחורים וואס האבן געהאט סמארט פאונס פירע פארטאגס, און זיי אהיימגעשיקט מיט די זעקסע באס. עס איז געווען פיר בחורים נישט אכט. און קיינער חוץ זייער רומ-מעיטס האבן נישט מיטגעהאלטן די ארויסגעווארפעכטס.

עד כאן העובדה.

איך האלט אז מען וואלט געמעגט צוזאמרופן די גאנצע ישיבה, טרעפן א סמארט פאון ביי א בחור בארעכטיגט אן אבלאווע ווי דראגס. ווען דער בחור זאל האבן דראגס אין ישיבה וואלט מען פארשטאנען דעם אבלאווע. סמארט פאון איז ערגער.
למעשה איז אבער קיין פובליק אבלאווע במציאות נישט פארגעקומען

טיטאניק » זונטאג יוני 1, 2014 10:35 am

· #203774
און...
איך וועל נישט זיין איבעראשט אז האלב פון די בחורים וועט מען צוריק נעמען (אויב נישט אלע) נאך דעם וואס זיי גייען ציזאגען אז זיי גייען "נאמאר" זיין שלעכט
מאכט נישט דים הרב מאסאקאוויטש אזוי שלעכט, איך קען עם גיט, זייער א פיינער מענטש זייער זייער
אבער יעדער מיז אמאל הייבען זיין קול וואס קען מען טין

אחד העם » זונטאג יוני 1, 2014 11:44 am

· #203783
צדקו דברי @טיטאניק וגם אני כתבתי כזה בנוגע א חדר האט רעכט אויסצושטעלן א מהלך, און אוועקשטעלן פרינציפען, אפילו, פרומע פרינציפען, ועיי"ש

פישלע העררינג » זונטאג יוני 1, 2014 11:48 am

· #203784
וואס איז די עוולה פון אוועקנעמען א כלי וואס פילט אן די מוח פונעם בחור מיט גענוג שטותים אויף נישט איבערצולאזן א חודו של מחט פאר אביסעלע תורה ויראת שמים? מחנך זיין א בחור לתורה ויר"ש האט נישט מיט "אכשר דרא".

שרייבער » זונטאג יוני 1, 2014 2:59 pm

· #203814
הערליך געזאגט טיטאניק 👍


(אין א זייטיגע נאטיץ, כ'האב א איסתפקתא צו דו זאגסט עס נאר יעצט ווייל דו האסט עפעס מיטן ראש ישיבה, אדער וואלסט עס געזאגט ביי א צווייטע ראש ישיבה אויך)

Yossy » זונטאג יוני 1, 2014 4:11 pm

· #203845
איך האב געהערט פון א ראש ישיבה וואס האט גערעדט ביי א אסיפת ההורים האט ער געזאגט אז ליידער האט ער שוין אפאר מאל ציגענומען סעל פאנס פון בחורים אין טעג נאכדעם האט עס עם געשטערט ביים דאווענען אין לערנען וואס ער האט דארט צאמגעזען .. יעדע בחור ווייסט אז אויב מען כאפט עם מיט א סעל איז ער איוסגעשלאסען פין ישיבה אין אויב מען ווארפט עם קען ער נישט האבען קיין טענות צי קיינעם.

לך לך » מאנטאג יוני 2, 2014 9:44 pm

· #204315
כ'ציטער אז סזאל פאר די בחורים נישט שאטן די בושות וואס מ'האט זיי אנגעטאן...
די ארויסווארפער וועלן זיך עס קיינמאל נישט מוחל זיין

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 9:52 pm

· #204316
לך לך
כ'ציטער אז סזאל פאר די בחורים נישט שאטן די בושות וואס מ'האט זיי אנגעטאן...
די ארויסווארפער וועלן זיך עס קיינמאל נישט מוחל זיין

וואס טייטשט לך לך? גיי פאר דיינעטוועגן אם תרצה לך...
דאס איז פשט דא אויך
אודאי איז דאס זייער אימאיינגענעם פאר יעדעם און אויך פארען ראש יעשיבה אבער די בחורים האבען דאס אליינס געוועלט סא צי קיינעם נישט קיין טענות האבען
איך אין זייער פלאץ וואלט אויך נישט ליב געהאט צי פלחען אבער איך וואלט גיט פארשטאנען דער ראש ישיבה

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 2, 2014 10:01 pm

· #204322
מ'קען ווארפן א בחור אויף א שיינע וועג אויך. ס'נישטא קיין תירוץ פאר די ווילדקייט. איי ווייזן דעם עולם וואס וועט פאסירן אויב... ס'איז גענוג אז מ'זעהט די בחורים זענען מער נישטא. די ראש ישיבה קען אפילו געבן א פלאם פייער דרשה איינמאל די בחורים זענען ארויס פון שטח.

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 10:23 pm

· #204329
די כלל איז
א עוולה וואס מען באגייט ברבים דארף מען מוחה זיין ברבים

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 2, 2014 10:36 pm

· #204331
ס'נישט ווערט צו באגראבן יענעמס לעבן וועגן א כלל. ברעכן א כלל איז גרינגער ווי אריינטאנצן אין א כבשן האש.

בד"וו מ'קען מוחה זיין ברבים ווי כ'האב שוין געשריבן, אבער ס'דארף נישט בפניהם.

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 11:11 pm

· #204347
רויטע וואנצעס
ס'נישט ווערט צו באגראבן יענעמס לעבן וועגן א כלל. ברעכן א כלל איז גרינגער ווי אריינטאנצן אין א כבשן האש.

בד"וו מ'קען מוחה זיין ברבים ווי כ'האב שוין געשריבן, אבער ס'דארף נישט בפניהם.

זאגסט עפעס
איך בין נישט קיין דיין /רב/מחנך /פסיכאלאג
איך קען נישט די מעשה איך האב נאר געשריבען פון דמיון
אבער וואס איך האב געוואלט ארויס ברענגען איז איין נקודה
נישט יעדע אה טי די איז אייביג הייליג גערעכט און נישט יעדע ראש ישיבה איז א. מאסען מערדער
מען דארף באטראכטען יעדע געשעניש באזינדער
יעדע מטבע האט צוויי זייטען און יעדע פאליטיק האט פיר זייטען
נעמט אייך נישט אייביג אן אזוי הייליג פאר די נושרים
עס זענען דא געניג וואס זענען זיך ערליך ווערד דאס געלט

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 2, 2014 11:58 pm

· #204366
איינער איז שוין צוריק.

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 3, 2014 11:00 am

· #204430
רויטע וואנצעס
מ'קען ווארפן א בחור אויף א שיינע וועג אויך. ס'נישטא קיין תירוץ פאר די ווילדקייט. איי ווייזן דעם עולם וואס וועט פאסירן אויב... ס'איז גענוג אז מ'זעהט די בחורים זענען מער נישטא. די ראש ישיבה קען אפילו געבן א פלאם פייער דרשה איינמאל די בחורים זענען ארויס פון שטח.

בדיוק דאס האט מען געטוהן ווי צוויי חברי השטיבל האבן שוין געשריבן אויבן דאס אז מען האט אויפגיוועקט אלע בחורים איז א פאלנע ליגנט און פרעג דיר נאך ביי יעדע בחור וואס לערנט דוירט וועסטו עס הערן.

מען האט אויפגיוועקט די פאר בחורים 4:00 אז זעקסע זאלן זיי זיצן אויפן בא"ס! ווען די עולם איז אויפגעשטאנען איז עס גיוועהן א גישעהנע פאקט אז די בחורים זענען שוין נישט דא! (חוץ אפאר בחורים וואס שלאפן אין די זעלבע צימער און האבן זיך איבער גיוועקט בשעת מעשה און גיזעהן ווי מען שיקט זיי אהיים)

טיטאניק » דינסטאג יוני 3, 2014 11:13 am

· #204435
נו שוין, זעסטו! איך קען דעם ראש ישיבה פון די נאנט, ער איז זייער א גיטער מענטש בכלל נישט קיין ווילדער
סא מיין חשבון איז געווען אדער איז די מעשה געווען זייער הארב אז ער האט געמיזט טין ווילדע שטיק אדער איז די מעשה נישט געווען אזוי ווי ראשקעל דערציילט עס
און שוין, בין איך דאך יא געווען גערעכט

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 6, 2014 1:42 pm

· #204581
דעם יו"ט געטראפן א תלמיד פון די ישיבה זאגט ער מיר אז זיבן בחורים פון דארט זוכן א נייע ישיבה. זעהט אויס עס איז יא געווען אכט, נישט פיר.

סמיילי » זונטאג יוני 8, 2014 3:27 am

· #204677
פארוואס קען מען נישט מאכען א נארמאלע סדר העולם און גיין ארבעטען? וויפל בחורים האלטען ביים אמתדיג לערנען?? לכאורה רוב נישט. ווער האט אפגעמאכט אז כדי צו זיין א חסידשע יוד דארפען מען קוועטשען די באנק 19_20 יאר?

כוכב » זונטאג יוני 8, 2014 3:41 am

· #204682
און וועלכע נארמאלע סדר העולם ארבעט א טינעיזשער?

לאליפאפ » זונטאג יוני 8, 2014 11:16 am

· #204731
כוכב
און וועלכע נארמאלע סדר העולם ארבעט א טינעיזשער?

קראנק שיכור טאקע. גיי ארויס ביינונז אין ברוקלין און קוק די דראגס און מערדעריי צווישן טינס.

יין שרף » זונטאג יוני 8, 2014 12:59 pm

· #204754
מדרש פליאה, הה"ד וישלח אותם משה ממדבר פארן ודו"ק

סמיילי » זונטאג יוני 8, 2014 1:15 pm

· #204757
מען קען זיי לערנען א פאך, גיין פאר דעגרי וכו,
וויפל פארצענט האלטען טאקע ביים לערנען??

הקטן » זונטאג יוני 8, 2014 3:34 pm

· #204791
איז א יעדע בחור וואס פאלט דארך מיט א סעל מיז גיין נעמען א דעגרי?
ווער האט א פלאן

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 8, 2014 4:08 pm

· #204798
לאמיר פארשטעלען אן אנדערע מציאות צו וואס מיר זענען געוואוינט.
א מענטש א תלמיד חכם א בעל דעת וויל לערנען תורה מיט תלמידים. ער עפענט א ישיבה און איז מטפל מיט בחורים. ער האט שטארק כבוד פאר זייערע מענטשהייט, ער זוכט נאר זייערע טובה, ער בויט זיך נישט אויף זייערע רוקען. ער באצאלט פון זיך זיי ארויסצהעלפען און ער דאווענט פאר זייערע הצלחה. ער באנוצט זיך נישט מיט קיין תירוצים פון 'זרוק מרה בתלמידים׳ און זיי ווייסען פילען און זען בחוש אז ער מיינט וואס ער טוט לשם שמים.
עם כל זאת, איז דא א יצר הרע וואס טרייבט א מענטש צום אינטערוועלט/אינטערנעץ און מאנכע בחורים פאלען אריין דערין. זיי דרייען זיך אין פלעצער וואס טויגען נישט, זיי פילען ביי זיך זייער שלעכט און פראבירען זיך אויסצודרייען און תשובה טוהן אבער ס׳גייט זיי נישט. זיי פאלען אריין, און צומאל שלעפען זיי אנדערע מיט. דער ראש ישיבה ווערט געוואויר און ער רופט איהם אריין און פאלט אריין אין א געוויין ׳וואס וועט זיין מיט דיר, מיין קינד?׳
דער בחור הערט און דערהערט, אבער דער מלך זקן וכסיל איז נישט פערטיג. דער בחור האלט זיך איין א וואך צוויי, אבער דערנאך איז ער צוריק. דער ערשטע מאל שעמט ער זיך טראכטענדיג ׳מיין ראש ישיבה גלייבט אזוי אין מיר, ט׳ווי קען איך?׳ אבער למעשה געווינט ער דער יצר הרע. ס׳איז כלו כל הקיצים און דער ראש ישיבה מוז איהם פארטרייבען. מיט א יאמער און א שרעק גיבט ער איבער דער בשורה לא טובה. ער העלפט איהם בגופו פאקען זיין פעק, ער גיבט איהם צדה לדרך און ער נעמט איהם אליינס צום באן סטאנציע. ער בעט זיך ביי איהם ער זאל האלטען קשר און ער האלט ווארט, ער קלינגט איהם אפט, ער איז איהם מסדר א חברותא און ער לערנט אליינס מיט איהם אויפ׳ן טעלעפאן דריי מאל א וואך.
דאס הייסט ארויסגעווארפען א בחור נאר ווייל ער האט א שלעכטע השפעה אויף אנדערע.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 8, 2014 5:34 pm

· #204826
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז דא אזא מעשה פון חפץ חיים, זצ"ל. פונקטליך אזוי. מיט אלע פרטים. ס'איז געווען אמאל ווען דער חפץ חיים האט געדארפט פארשיקן א בחור פון זיין ישיבה פאר ליינען אפיקורס'ישע ביכער און פארשפרייטן דיעות נפסדות. ער האט גענומען דעים בחור צו זיך אהיים, געגעיבן צו עס און א פיינע בעט איבערצושלאפן און געקויפט א טיקעט צו זיין היימשטאט. ווייל די טרעין איז ערשט געפארן דעם נעקסטן טאג. ווען מ'האט איהם געפרעיגט איבער די לכאורה מאדנע התנהגות. אז ער ווארפט ארויס א בחור פון די ישיבה און איז איהם אזוי שטארק מכבד. האט דער צדיק געענטפערט אז דער בחור איז א טייער אידיש קינד. נאר האט א אנשטעקנדיגע מחלה צוליעב וואס ער טאר נישט זיין צווישן אנדערע בחורים. אבער מ'דארף איהם מכבד זיין און באהאנדלען די בעסטע וואס מ'קען...אבער ווי נעמט מען א חפץ חיים אין די היינטיגע צייטן. על כגון דא נאמר. "מתי יגיעו מעשי למעשי אבותיי"... 😃 🙂 😞 😮 😐

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 8, 2014 7:12 pm

· #204853
ייש"כ רבי בערעל.
אוודאי זענען מיר ווייט פון אזעלכע צדיקים, אבער דער ציל דארף אזוי זיין, און אפילו דער שלא לשמה'ניק זאל וויסען אז ער דארף צו דעם שטרעבען אפילו שלא לשמה. פונקט ווי אפילו דער גרעסטע בעל גאוה פון א ראש ישיבה מוז עפעס צושטעלען פאר א בחור ווייל נאר אזוי באקומט ער זיין כבוד, אזוי אויך לגבי דעם. ווען מ'וואלט געפאדערט פון ראשי ישיבות "דו ווארפסט ארויס א בחור, אקעי. אבער ער איז נאך אלס דיין אחריות. דו מוזט איהם נאך אלס ערלעדיגען א צווייטער ישיבה, א שידוך, און האלטען אן אויג אויף איהם. דו ביסט נישט פטור פון איהם, נאר פראקטיש קען ער נישט זיין בין כותלי ישיבתך. דער ארויסווארפען איז נישט קיין עונש, ווייל דו ביסט נישט דער וואס האט א רעכט מעניש צו זיין. ס'איז נאר א שריט וואס מ'מוז מאכען ווייל ער מאכט קאליע אנדערע"

הקטן » זונטאג מאי 17, 2015 7:10 pm

· #276043
ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר פארשטעלען אן אנדערע מציאות צו וואס מיר זענען געוואוינט.
א מענטש א תלמיד חכם א בעל דעת וויל לערנען תורה מיט תלמידים. ער עפענט א ישיבה און איז מטפל מיט בחורים. ער האט שטארק כבוד פאר זייערע מענטשהייט, ער זוכט נאר זייערע טובה, ער בויט זיך נישט אויף זייערע רוקען. ער באצאלט פון זיך זיי ארויסצהעלפען און ער דאווענט פאר זייערע הצלחה. ער באנוצט זיך נישט מיט קיין תירוצים פון 'זרוק מרה בתלמידים׳ און זיי ווייסען פילען און זען בחוש אז ער מיינט וואס ער טוט לשם שמים.
עם כל זאת, איז דא א יצר הרע וואס טרייבט א מענטש צום אינטערוועלט/אינטערנעץ און מאנכע בחורים פאלען אריין דערין. זיי דרייען זיך אין פלעצער וואס טויגען נישט, זיי פילען ביי זיך זייער שלעכט און פראבירען זיך אויסצודרייען און תשובה טוהן אבער ס׳גייט זיי נישט. זיי פאלען אריין, און צומאל שלעפען זיי אנדערע מיט. דער ראש ישיבה ווערט געוואויר און ער רופט איהם אריין און פאלט אריין אין א געוויין ׳וואס וועט זיין מיט דיר, מיין קינד?׳
דער בחור הערט און דערהערט, אבער דער מלך זקן וכסיל איז נישט פערטיג. דער בחור האלט זיך איין א וואך צוויי, אבער דערנאך איז ער צוריק. דער ערשטע מאל שעמט ער זיך טראכטענדיג ׳מיין ראש ישיבה גלייבט אזוי אין מיר, ט׳ווי קען איך?׳ אבער למעשה געווינט ער דער יצר הרע. ס׳איז כלו כל הקיצים און דער ראש ישיבה מוז איהם פארטרייבען. מיט א יאמער און א שרעק גיבט ער איבער דער בשורה לא טובה. ער העלפט איהם בגופו פאקען זיין פעק, ער גיבט איהם צדה לדרך און ער נעמט איהם אליינס צום באן סטאנציע. ער בעט זיך ביי איהם ער זאל האלטען קשר און ער האלט ווארט, ער קלינגט איהם אפט, ער איז איהם מסדר א חברותא און ער לערנט אליינס מיט איהם אויפ׳ן טעלעפאן דריי מאל א וואך.
דאס הייסט ארויסגעווארפען א בחור נאר ווייל ער האט א שלעכטע השפעה אויף אנדערע.

זייער שיין.
ער די ענד דרייד זיך די בחור אויף די גאס.
ער האלט נישט ביים לערנען מיט די ראש ישיבה איין מאל א וואך אויך נישט.
דאס איז נישט קיין סעלאשען.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 7:14 pm

· #276048
דאס איז נאר אז מ'שטעלט פאר די מעשה דער זעלבע ווי ס'איז היינט, נאר דער ראש ישיה פיהרט זיך אויף אנדעריש. למעשה אבער, ווען דער ראש ישיבה פיהרט זיך אויף אנדעריש, פיהרט זיך דער בחור אנדעריש אויך.
און לויט ווי איך זעי, די בחורים אין גאס דארשטען אזוי פאר אביסל קירוב, לערנען איין מאל א וואך איז א גאנץ אנדערע לעבען פאר זיי. אפשר וועלען זיי דורכשלאפען און נישט פארשטיין קיין סאך, אבער ס'איז אן אנדערע לעבען ווי סתם זוכען אטענשע"ן פון נערישע מיידלאך.

א איד » מאנטאג מאי 18, 2015 11:02 am

· #276241
ליטוואק פון בודאפעסט
אבער למעשה געווינט ער דער יצר הרע. ס׳איז כלו כל הקיצים און דער ראש ישיבה מוז איהם פארטרייבען. מיט א יאמער און א שרעק גיבט ער איבער דער בשורה לא טובה. ער העלפט איהם בגופו פאקען זיין פעק, ער גיבט איהם צדה לדרך און ער נעמט איהם אליינס צום באן סטאנציע. ער בעט זיך ביי איהם ער זאל האלטען קשר און ער האלט ווארט, ער קלינגט איהם אפט, ער איז איהם מסדר א חברותא און ער לערנט אליינס מיט איהם אויפ׳ן טעלעפאן דריי מאל א וואך.
דאס הייסט ארויסגעווארפען א בחור נאר ווייל ער האט א שלעכטע השפעה אויף אנדערע.


איך קען אזא איד וואס איז געווען א מנהל אין א ישיבה, און עס איז געווען א בחור וואס האט משחית געווען אנדערע מיט די כלים, און די מנהל האט אים געמוזט ארויסווארפן, און דער בחור האט זיך געבעטן צום מנהל אז ער וויל בלייבן, אבער סיי די מנהל און סיי די ראש ישיבה האבן עם געזאגט, אייעם סארי אבער דא איז נישט דיין פלאץ, אבער די מנהל האט עם געזאגט איך ווארף דיר נישט ארויס מתוך שנאה, נאר פשוט איך קען דיר נישט האלטן אין ישיבה, ווייל איך וויל נישט פושע זיין במלאכתי, אבער איך פריוואט וועל איך האלטן קשר מיט דיר, און א יעדע נאכט האט ער געלערנט מיט עם, און ער האט עם געהאלטן נאך א יאר ביי זיך אינדערהיים.
למעשה היינט איז דער בחור אן ארבעטער און א וועירהאוז, צו ער איז צופרידן מיט זיך ווייס איך נישט, אבער דעם מנהל בלעימט ער נישט פאר זיינע פראבלעמען.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 18, 2015 2:14 pm

· #276299
ענליך א פאזיטיווע מעשה פון א מנהל מיט אביסול געפיל.

ממנו ילמדו וכן יעשו

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 4:01 pm

· #276339
רויטע וואנצעס
די שרייבער זעהט אויס ווי א אינסיידער, זעהט אויס ס'איז איבערגעבליבן דארט א פך שמן.

אפשר גאר איינס פון די 8

עפל סיידער
לאמיר הערן וואס די חכמי המקום דא האלטען מען זאל טון מיט א בחור וואס טינוף'ט ארום אין אינטערנעט
[/url]


זאג נאר, דו מעגסט? צו דו ביזט יא צו נישט א בחור דו מעגסט?

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 4:03 pm

· #276342
עפל סיידער
לאמיר הערן וואס די חכמי המקום דא האלטען מען זאל טון מיט א בחור וואס טינוף'ט ארום אין אינטערנעט
[/url]


זאג נאר, דו מעגסט? צו דו ביזט יא צו נישט א בחור דו מעגסט?

פליקער » מאנטאג מאי 18, 2015 6:30 pm

· #276440
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 18, 2015 6:42 pm

· #276453
אז דער ישיבה קען זיך נישט געבען קיין עצה וויאזוי צו מחנך זיין דער בחור, זאלען די משגיחים און ראש ישיבות רעזיגנירען ווייל זיי קענען שוין נישט. פארוואס איז דער בחור שולדיג פאר זייערע דורכפעלער?
און פארוואס דארפען זיי עפעס טוהן? אז באהאלטענעהייט קוקט ער טינוף אויפ'ן אינטערנעט, ווערען זיין אלע מצוות גארנישט ווערט? אז ער שלעפט נישט מיט אנדערע מעג ער און דארף ער ערשט בלייבען אין ישיבה!

הקטן » מאנטאג מאי 18, 2015 10:05 pm

· #276544
און א בחור וואס שלעפט יא מיט אנדערע, וואס דארף ער טון נאך וואס די ישיבה האט נישט קיין פלאץ פאר אים?
א גיטע קאפ, האט געהאלטען ביים לערנען, אבער א גרויסע בעל תאוה.

כלל ישראל דארף א סעלאשען.